☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פאוקמען אנליין

פאוקמען אנליין

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10745

ווייל אזוי » דינסטאג יולי 19, 2016 12:40 am

· #342764
פאוקמען אנליין
פאוקמען אנליין

ס'טוט זיך לעצטענס איבער די נייע געים פאוקמען

ביליג (בשם קול העולם)


אין קורצן ארבעט דער שפיל אזוי: דער שפילער זעהט אינעם שפיל א לעבעדיגע מאפע, פונקט ווי אין א געווענליכע "דזשי-פּי-עס" און דער ציהל איז ארומצוגיין און כאפן פארשידענע מענטשעלעך. אבער אנשטאט ארומצוגיין פשוט מיט'ן רוקן די פינגערס אויפן סקרין זיצנדיג ביי זיך אינדערהיים, דארף מען זיך פאקטיש אויפהייבן און ארומגיין אין גאס, צומאל ווייטע גאסן און מיילן, צו קענען כאפן די פארשידענע סארט מענטשעלעך און פיגורן.

דער געים געבט אליינס ארויס אנווייזונגען פאר'ן שפילער וואו ארום זיך ער קען גיין טרעפן די מענטשעלעך, און אויך איז דא אן אפציע אז מען קען 'אראפשטעלן' אליינס א מענטשעלע אויף א געוויסע ארט און אנדערע שפילער דארפן אהינקומען און עס כאפן.

דער שפיל ארבעט אז ווען דער מענטש קומט עכט פיזיש אן צום ארט וואו א מענטשעלע איז אראפגעשטעלט געווארן, קען ער דאס 'כאפן' וויבאלד די דזשי-פּי-עס סיגנאל איז לעבעדיג און כאפט אויף אז ער איז אנגעקומען צום ארט וואו עס געפונט זיך אזא מענטשעלע. אט די פאקטן האבן געברענגט צו פארשידענע מאדנע העדליינס אין די לעצטערע טעג.

היינטיגע וואך זונטאג האט פאסירט נאך א שרעקעדיגע אינצידענט אין מיזורי, ווען א גרופע פון רויבער האבן געשפילט דעם שפיל און אראפגעשטעלט א לאקאציע פון א מענטשעלע אין א טונקעלע ארט אונטער א געביידע און האבן דארטן געפלאנט צו בארויבן "פּאוקימאן" שפילער וועלכע וואלטן אומוויסנדיג אהינגעקומען צו 'כאפן' דעם מענטשעלע. אזוי אויך באריכטן פילע שפילערס אז דער געים פירט זיי אין געפארפולע פלעצער, וואו זיי זענען אומגעפאלן און געליטן וואונדן.

עטליכע ביזנעסער און ריטעיל געשעפטן האבן אויך געזאגט אז זיי האבן שוין גענוצט דעם שפיל אריינצושלעפן קאסטומערס צו זיך אין געשעפט, דורכ'ן אראפשטעלן א מענטשעלע פאר שפילער צו טרעפן, אין סאמע צענטער פונעם געשעפט.


בין איך אויפגעקומען אז מ'זאל מאכן פאוקימאן אנליין און די מענטשלעך זאלן ליגן אין וועבסייטס ס'וועט ארבעטן בערך אזוי @אנאנים וועט אראפלייגן א מענטשעלע אין זיין אשכול "דער וועקער" און כדי צו באקומען די מענטשעלע וועט מען דארפן איבערלאזן א לייק,
@שטילע אינגערמאן וועט אריינשיקן די חברה מאן מיט די איליגעל דרייוועי סטרעיט אריין אין זיין אשכול,
@שמעקעדיג וועט אריינלייגן א חיה אין זיין אינטערוויא אשכול.

און די אלע וואס מאכן געלט דורך זייער עמעזאן לינק וועלן דארטן אריינשטעלן מענטשלעך, יעדע טאג וועט זיין ביי די טשעריטי קאמפיין א אויסווייל פון חיות.

די איי.אר.עס. סקעמערס וועלן אריינשטעלן מענטשלעך אין זייער אינדיאנע וועבפעידש.

יו גייט זיין חגא, יעדער גייט יעדעם נעמען פאר א רייד,
קענט וועיט פאר איט.....

קאמענטירער » דינסטאג יולי 19, 2016 10:57 am

· #342804
כהאב נישט עכט געכאפט די קאנצעפט פון די שפיעל ביז כהאב דאס געזען:
לחפש איפה הקטן השאיר את המוצצים ברחבי הבית זה הפוקימון של ההורים.

פליקער » מיטוואך יולי 20, 2016 11:58 am

· #342968
עס זעט מיר אויס אז בקרוב גייען די רבנים ארויס קומען בחרב חדא קעגען דעם געמיינעם פאוק-מאן וואס האט שוין אויס גשחטן אן א שיעור אידישע קינדער חרוב געמאכט גאנצענע קהלות בישראל, די רב וועט שרייען ביי שלשידעס, שעמט זיך נישט א אינגערמאן ארים גיין כאפן די פאוק מאנסטער'ס, ווי האמיר זיך דערקייקלט, נייע תקנה, אין שיל טאר קיינער נישט אריין נערן קיין פאוק לייט, אבער רב עס איז נייע צייטן, ווילסט א מנין, שטעל זיך צו, לייג ארויס א לאור (אריין-נער) און דער עולם וועט קומען לויפן אפילו די ווייבער שיל וועט פיל ווערן צי כאפן פאוקי מאנסערס, א קול קורא וועט נישט שפעטיגן צו קומען, אז וועם מען כאפט שפילן פאוק-מאן ווערט אויסגעשלאסן למפרע.

אהרן » מיטוואך יולי 20, 2016 4:24 pm

· #343004
Re: פאוקמען אנליין

פעינטער » דאנערשטאג יולי 21, 2016 11:56 am

· #343074
א גיטע איידיע צי אריין שלעפען א מינין אידן צי דאווענען....... ועוד....

גראף » מיטוואך יולי 27, 2016 9:47 pm

· #343789
Re: פאוקמען אנליין
<a class="postlink" href="http://www.rollingstone.com/culture/news/meet-brooklyn-guy-who-beat-pokemon-go-w431051">http://www.rollingstone.com/culture/new ... go-w431051</a>

ווייל אזוי » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 5:33 pm

· #344283
.
📎 PicsArt_08-02-05.30.24.jpg