☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווי אזוי שאצט מען א סאָקסעספול מערידזש?

ווי אזוי שאצט מען א סאָקסעספול מערידזש?

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16315
בלאט: 1 2

מי אני » דינסטאג יוני 20, 2023 3:02 pm

· #529032
ווי אזוי שאצט מען א סאָקסעספול מערידזש?
אפאר יאר צוריק האב איך געשמועסט מיט מיין שוואגער ביי א משפחה שמחה איבער וואס איז די מעטריק צו מעסטן צי איינעמ׳ס מערידזש איז א גוטע? ער האט גע׳טענה׳ט אז דאס ווערט געשאצט לויט די קינדער וואס די מערידזש פראדוצירט - צי זיי זענען וועל-ראַוּנדעד און עמאָשׁענעלי סטעיבּל און געזונט אא״וו. איך האב אבער צוריק גע׳טענה׳ט אז דאס האלט נישט אויס מכמה סיבות. איינס, דאס זאגט גארנישט לגבי א קינדערלאזע קאָפּל ל״ע; ס׳אעז נישט שייך אז זייער מערידזש, קוואַ מערידזש, זאל זיין א גוטע? ווי אויך איז דאס נישט סתם אזוי נישט מוכרח. עס איז דאך טעארעטיש יתכן אז די קאָפּל איז באמת א ״סאָקסעס״ מכח זייער הייראט, נאר פשוט די קינדער זענען ״נישט געלונגען״, אויף די זעלבע אופן ווי עס איז שייך זיי זאלן געבוירן ל״ע א קראנק קינד. און דאס זעלבע אויף פארקערט: עס איז שייך א געלונגען קינד וואס זאל ארויסקומען פון א דיספאָנקשענעל שטוב וואס די מערידזש דארט איז ״נישט קיין סאָקסעס״. פארשטייט זיך אז מ׳קען טענה׳ן אז א סאָקסעספול מערידזש צווישן צוויי מענטשן הייבט די פּראַבּעבּיליטי אז עס זאלן ארויסקומען עמאָשׁענאלי וכו׳ געזונטע קינדער, וההיפך בהיפך, אבער דאן דארף מען מקודם מגדיר זיין א ״סאָקסעספול מערידזש״ וואס אט דאס הייבט די פּראַבּעבּיליטי פון די געזונטע קינדער.

ווידעראום דאס׳ן דאס מגדיר זיין עפ״י וויפיל ליבע ס׳איז דא דערין איז אויך שווער, ווייל ערבך ערבא צריך. ווי אזוי איז מען מגדיר ליבע? טאמער ס׳איז בכלל דא? דאס זאגט למעשה נישט איבער די קאָמפּעטיבּיליטי פון זיי ביידע, וואס איז לכאורה נעסעסערי קאנדישאן פאר א ״סאָקסעספולע״ מערידזש. און דאס זעלבע פראבלעם קען נוגע זיין בכלל לגבי מעסטן ומגדיר זיין ״קאָמפּעטיבּיליטי״ אליין (דאס אז מ׳זעהט אז זיי האבן קאָמפּעטיבּל שטריכן פאר׳ן הייראט ווייזט נישט אויב דאס וועט למעשה זיין א ״סאָקסעספול״ מערידזש).

איך האב אים גע׳ענטפערט אז איך קלער אז דאס צו מגדיר זיין (מער אַבּדזשעקטיוולי) איז אז מ׳פרעגט סיי דער מאן און סיי די פרוי, לויט וואו זיי שטייען יעצט, צו ענטפערן אויפריכטיג (און ענאַנימעסלי, אז די מאן/ווייב און מעסטער זאלן נישט וויסן ווער ענטפערט וואס, אזוי אז עס זאל זיין ווי מער עטיש און אויפריכטיג אָן קיין פחד פון וויי טוהן א מענטש), אויף א לייקערט סקעיל פון 1 ביז 10, אויב ווען זיי קענען ווען צוריקגיין אין צייט און וויסענדיג דאס וואס זיי ווייסן יעצט, צי זיי וואלטן איבערגעטוהן די מערידזש מיט אט די זעלבע פּאַרטנער. דערנאך עוורידזשד מען די ענטפערס פון זיי ביידע. ווי העכער עס איז צו 10, אלס מער סאָקסעספול און קאָמפּעטיבּל זענען זיי אלס א פארהייראטע פּאָר.

הגם, דאס אליין דארף מען אויך אויסקלארן. לדוגמא, איז ענדערשער אז דאס וואס זיי ענטפערן אויף די פראגע זאל זיין ספּאַנטעיניאוס ובמושכל ראשון וואס ווייזט וואס עס איז באמת טמון בנפשם ובהסאָבּקאַנשעס שלהם, אדער איז ענדערשער אז זיי זאלן ענטפערן דערויף לאחר עיון וזמן? ווי אויך קען מען טענה׳ן אז פאר איינער וואס האט די ״אפענקייט צו עקספּיריענס״ פּערסאנעליטי (פון די ״גרויסע פינעף״ פּערסאנעליטי טרעיטס) איז די שאלה נישט אקוראט דאס צו מעסטן. והיינו, ווייל עס איז יתכן אז אפילו ס׳איז גאר גאר גוט ובאמת קאָמפּעטיבּל, איז אבער די תכונת הנפש פון דעם מענטש אלס אויסגעשטעלט צו ריזיקירן און טרייען ״עפעס ניי״ וואו מ׳האלט ממילא פאר דעם (און עס איז נישטא קיין עטישע פראבלעם דערין).

די שמועס איז מיר נתעורר געווארן אין א שמועס מיט מיין ווייב( 😉 ) נאכדעם וואס איך האב געליינט פון דר. עריק שוויצגעבעל איבער דעם אז עס איז דאך יתכן אז די יוּניווערס איז אינפיניט, און נאכ׳ן היץ-טויט פונעם יוּניווערס ווען די יוּניווערס קומט צו צו מאַקסימום ענטראָפּי, וועט זיך ברבות הזמן (זייענדיג אז דאס איז אינפיניט) די רענדאם פלאָקטשועישאנס דערין גורם זיין אז דאס זאל זיך צוריק אויסשטעלן לסדר. וברבות הזמן וועט זיך דאס אויסשטעלן אין צו פונקט דאס זעלבע, און סדר, ווי עס איז יעצט. און עס קומט אויס דערפון אז באינפיניט זמן וועט זיך א מענטש׳נס לעבן גענוי איבערשפילן (אויך) דאס זעלבע, און אַן אינפיניט צאל מאל. ע״ש מה שפירש בזה לפי דרכו (בענין בחירה וכו׳).

עכ״פ קען מען פרעגן אַן ענליכע שאלה לגבי א מענטש׳נס לעבן בכלל און פארהייראטע לעבן בפרט. לגבי א פארהייראטע לעבן קען מען מעסטן אויף א לייקערט סקעיל ביי ביידע אז וויסענדיג דאס אז עס וועט זיך איבערשפילן זייער פארהייראטע לעבן גענוי דאס זעלבע ווי יעצט, ווי עקסיידעד (צי נישט) זענען זיי על הכלל איבערצושפילן דאס לעבן מיט׳ן שותף נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל בב״ת פאר אייביג (און זיי וועלן נישט געדענקען בשעת מעשה אז עס האט זיך שוין אויסגעשפילט). אזא סארט ״המגיד מראשית אחרית״.

לייבל שטילער » דינסטאג יוני 20, 2023 4:04 pm

· #529061
מי אני

איך האב אים גע׳ענטפערט אז איך קלער אז דאס צו מגדיר זיין (מער אַבּדזשעקטיוולי) איז אז מ׳פרעגט סיי דער מאן און סיי די פרוי, לויט וואו זיי שטייען יעצט, צו ענטפערן אויפריכטיג (און ענאַנימעסלי, אז די מאן/ווייב און מעסטער זאלן נישט וויסן ווער ענטפערט וואס, אזוי אז עס זאל זיין ווי מער עטיש און אויפריכטיג אָן קיין פחד פון וויי טוהן א מענטש), אויף א לייקערט סקעיל פון 1 ביז 10, אויב ווען זיי קענען ווען צוריקגיין אין צייט און וויסענדיג דאס וואס זיי ווייסן יעצט, צי זיי וואלטן איבערגעטוהן די מערידזש מיט אט די זעלבע פּאַרטנער. דערנאך עוורידזשד מען די ענטפערס פון זיי ביידע. ווי העכער עס איז צו 10, אלס מער סאָקסעספול און קאָמפּעטיבּל זענען זיי אלס א פארהייראטע פּאָר.

.
אפשר איז דאס אויך נישט קיין גוטע מעסטער ווייל אפטמאל קענען זיין זייטיגע סיבות פארוואס א מענטש וואלט נישט איבערגעטוען די זעלבע שידוך, למשל, די משפחה ארום אדער זיין שוויגער רודפ'ט איהם וכדומה אז ווען ער האלט פאר די שידוך איז נישט קיין סיבה נישט צו זיכען א צווייטן, למעשה אבער, אין די מערידש גופא פעלט נישט גארנישט.

מי אני » דינסטאג יוני 20, 2023 4:15 pm

· #529066
יתכן. אבער דאן קען מען דאס באטראכטן אז דאס אעז א פאקטאר וגורם פארוואס ער גלייכט איר נישט אזוי; דאס איז די פאקטאר וואס מאכט זיי, סוף כל סוף, אינקאָמפּעטיבּל. משל למה הדבר דומה, ווען זי האט ווען נישט די-און-די שטריך/פעהלער, וואלט ער דאס יא געוואלט איבערטוהן מיט איר. דאן איז די שטריך/פעהלער די פאקטאר. די געדאנק איז אבער אז לאחרי ככלות הכל וויל ער דאס נישט איבערטוהן מיט איר. די סיבות זענען אלעמאל פארשידענארטיגע.

‏ואיה״נ. עס איז יתכן אז ביי א קינדערלאזע פארפאלק ל״ע, איז די צער פון נישט האבן קינדער גענוג צו ברענגען אז זיי זאלן דאס נישט וועלן איבערטוהן מיט די אנדערע.

צקון לחש » דינסטאג יוני 20, 2023 4:16 pm

· #529067
מי אני
די שמועס איז מיר נתעורר געווארן אין א שמועס מיט מיין ווייב( 😉 ) נאכדעם וואס איך האב געליינט פון דר. עריק שוויצגעבעל
און וואס איז מיט לועג לרש? 😈 😈 😈

מי אני » דינסטאג יוני 20, 2023 4:19 pm

· #529069
זאגסט, טאמער מ׳קען אזאנס שמועסן מיט׳ן ווייב איז שוין א גוטע סימן ומעטריק פאר א סאָקסעספול מערידזש… 😃

דיכטער » דינסטאג יוני 20, 2023 4:20 pm

· #529070
מען קען אפשר נוצן דער זעלבע מעטאד צו מעסטן א סאָקסעספול (סוקסעספול, ערפאלגרייך) לעבן בכלל, דהיינו, פרעגן צי ער וואלט נאכאמאל געוואלט לעבן נאכן וויסן וואס ער ווייסט יעצט, און נישט אזוי ווי דער אלעמיינער וועג פון מעסטן סוקסעס וואס איז בערך דער עקוויוועלענט צו מעסטן ליבע אין א מערעידזש.
אולי…

האב איך שפעטער באמערקט אז דו שרייבסט אט דאס:
עכ״פ קען מען פרעגן אַן ענליכע שאלה לגבי א מענטש׳נס לעבן בכלל
לגבי דער אויסלייג פון דאס ווארט ״סאָקסעספול״ בין איך נייגעריג, טאמער שרייבט מען דער לאנגע ״u״ וואקאל מיט א קמץ אלף ״אָ״, דאן וואלט מען דאך געדארפט שרייבן ״סאָקסעספאָל״ מיט אן אלף נאך דעם פיי, ניין?

ביבער » דינסטאג יוני 20, 2023 4:55 pm

· #529078
סוקסעספול איז לכאורה סאבדשעקטיוו לויט די סיבה פארוואס מהאט חתונה געהאט. איך ווייס נישט די סיבות אלס פארוואס מענטשן האבן חתונה אבער ביינונז האט מען חתונה כדי צו בלייבן געבינדן אין די סיסטעם ולפי זה האבן רוב חברי הק"ש זייער סוקסעספול מערידזשעס.

דיכטער » דינסטאג יוני 20, 2023 5:08 pm

· #529079
מען קען אפשר זאגן נאך א פשט (ענליך צו דעם וואס @ביבער זאגט) אז בדרך כלל מעסט זיך סוקסעס אין וויפיל פון דער איניציאלע פלאן איז געווארן עררייכט. ס׳הייסט ווען איינער פלאנירט עפעס אויס, נאכדעם וואס זיין פלאן האט זיך אויסגעארבעט קען מען זאגן ער איז געווען סוקסעספול.

טאמער וויל מען דאס לייגן אויף מערעידזש וועט אויסקומען אז סוקסעס אין מערעידזש ווערט געשאצט לויטן וויזיע וואס ער האט געהאט אויף זיין מערעידזש און וויפיל דערפון עס איז געווארן פארווירקליכט. ווי מער ער האט מצליח געווען אין נאכקומען זיינע פאראויסשאצונגען אלץ מער סוקסעספול וועט זיך עס אנגעבן. דער פראבלעם איז אז אדאנק ענטראפי איז זייער שווער צו מענואווירן דאס לעבן צו וויאזוי מען וויל, אבער אז מען ווייסט אז מען גייט עס נאכאמאל איבער גיין לפי דר. עריק שוויצגעבעל, דאן לוינט זיך אריינצולייגן יעדער עפארט (אָן אריינגיין אין בחירה) אז עס זאל זיין גוט אפילו עס איז נישט וויאזוי מען האט לכתחילה געוואלט.

ערנסטגערעדט » דינסטאג יוני 20, 2023 5:54 pm

· #529091
איך פארשטיי נישט די גאנצע הנחה מיט די עקירה
בנוגע איבערשפילן דאס לעבן, פארוואס דארף מען אריינגיין אין די סארט איידיעס ווען סאיז דא איין סימפל וועג צו מעסטן

ווי שטארק ווילסטו אהיימגיין צו דיין ווייב?
פארשטייט זיך אן נגיעות פון וואסערע עסן סווארט דיך אפ אדער די קינדער
און נישט ווייל מהאט זיך היינט געריסן, אין אלגעמיין אויף א דורכשניטליכער טאג

שמן למאור » דינסטאג יוני 20, 2023 6:24 pm

· #529099
ביבער
ביינונז האט מען חתונה כדי צו בלייבן געבינדן אין די סיסטעם.
מען 'מאכט' אונז אפשר חתונה פאר דעם סיבה. אבער דאס איז נישט די סיבה פארוואס מיר 'האבן' חתונה.

בחורים האבן חתונה בעיקר פאר עטליכע סיבות.

1) אלע חברים זענען שוין חתונה געהאט.

2) מען וויל שוין קענען טראגן א שטריימל שבת.

3) מען האט שוין נישט קיין כוח אין ישיבה.

4) מען האט ציפיל נסיונות אין קדושה.

5) מען וויל שוין קענען גיין מיט א טלית איבערן קאפ.

ועוד סיבות כאלה...

מי אני » דינסטאג יוני 20, 2023 6:48 pm

· #529104
דיכטער
מען קען אפשר נוצן דער זעלבע מעטאד צו מעסטן א סאָקסעספול (סוקסעספול, ערפאלגרייך) לעבן בכלל, דהיינו, פרעגן צי ער וואלט נאכאמאל געוואלט לעבן נאכן וויסן וואס ער ווייסט יעצט, און נישט אזוי ווי דער אלעמיינער וועג פון מעסטן סוקסעס וואס איז בערך דער עקוויוועלענט צו מעסטן ליבע אין א מערעידזש.
אולי…

האב איך שפעטער באמערקט אז דו שרייבסט אט דאס:
עכ״פ קען מען פרעגן אַן ענליכע שאלה לגבי א מענטש׳נס לעבן בכלל
אגב, איך האב טאקע געקלערט צי איינער וואס איז קעגן דעם געדאנק פון הייראטן בכלל (ווייל ער האלט זיך נישט גענוג אַלפאַ דאס צו קענען הענדלען וכדומה), צי אפילו ער איז סוּעסיידל און געבט נישט אזא גרויסע שוויית צו דאס לעבן בכלל, צי ס׳איז נאך אלס שייך צו זאגן אז בנוגע מערידזש האט ער יא א סאָקסעספול מערידזש? וויבאלד ער קען דאך זאגן אז טאמער דארף ער שוין איבערטוהן לעבן און מערידזש טוהט ער דאס נאר מיט איר.
דיכטער
לגבי דער אויסלייג פון דאס ווארט ״סאָקסעספול״ בין איך נייגעריג, טאמער שרייבט מען דער לאנגע ״u״ וואקאל מיט א קמץ אלף ״אָ״, דאן וואלט מען דאך געדארפט שרייבן ״סאָקסעספאָל״ מיט אן אלף נאך דעם פיי, ניין?
איך האב געקלערט אז בשעת די אָ פון ״סאָקסעספול״ איז די געהעריגע ʌ פאָניִם פאר u, איז די ו פון ״סאָקסעספול״ מער די ʊ (צי ə) פאָניִם דערפאר. הגם אבער אז גוגל שרייבט אז זיי האבן ביידע די ə פאָניִם.📎 IMG_4964.jpeg
ביבער
סוקסעספול איז לכאורה סאבדשעקטיוו לויט די סיבה פארוואס מהאט חתונה געהאט. איך ווייס נישט די סיבות אלס פארוואס מענטשן האבן חתונה אבער ביינונז האט מען חתונה כדי צו בלייבן געבינדן אין די סיסטעם ולפי זה האבן רוב חברי הק"ש זייער סוקסעספול מערידזשעס.
איך זאג די חקירה לגבי מערידזש בכלליות - איד אדער גוי. והיינו, מער אביעקטיוו און נישט נאר געבינדן צו א קולטוראלע קאנטעקסט.

וואס דו זאגסט דא דערמאנט פון דיין ארטיקל אין וועקער 6.
ערנסטגערעדט
איך פארשטיי נישט די גאנצע הנחה מיט די חקירה
בנוגע איבערשפילן דאס לעבן, פארוואס דארף מען אריינגיין אין די סארט איידיעס ווען סאיז דא איין סימפל וועג צו מעסטן

ווי שטארק ווילסטו אהיימגיין צו דיין ווייב?
פארשטייט זיך אן נגיעות פון וואסערע עסן סווארט דיך אפ אדער די קינדער
און נישט ווייל מהאט זיך היינט געריסן, אין אלגעמיין אויף א דורכשניטליכער טאג
איה״נ. די געדאנק איז אפילו צו מעסטן וואו ער קען וועהלן/זוכן א ווייב פון פריש. ווילסטו איר? אין אנדערע ווערטער, זיי זענען איינס און דאס זעלבע:
ווי שטארק ווילסטו אהיימגיין צום ווייב = ווי שטארק ווילסטו איר (באמת) פאר א ווייב
שמן למאור
בחורים האבן חתונה בעיקר פאר עטליכע סיבות.

1) אלע חברים זענען שוין חתונה געהאט.

2) מען וויל שוין קענען טראגן א שטריימל שבת.

3) מען האט שוין נישט קיין כוח אין ישיבה.

4) מען האט ציפיל נסיונות אין קדושה.

5) מען וויל שוין קענען גיין מיט א טלית איבערן קאפ.

ועוד סיבות כאלה...
😃

דאס דערמאנט פון וואס @קהל'ס נער האט דא געשריבן. מיין אשכול דארט האט א שטיקל שייכות צו דעם אשכול דא.

ביבער » דינסטאג יוני 20, 2023 7:36 pm

· #529112
שמן למאור
ביבער
ביינונז האט מען חתונה כדי צו בלייבן געבינדן אין די סיסטעם.
מען 'מאכט' אונז אפשר חתונה פאר דעם סיבה. אבער דאס איז נישט די סיבה פארוואס מיר 'האבן' חתונה.

בחורים האבן חתונה בעיקר פאר עטליכע סיבות.

1) אלע חברים זענען שוין חתונה געהאט.

2) מען וויל שוין קענען טראגן א שטריימל שבת.

3) מען האט שוין נישט קיין כוח אין ישיבה.

4) מען האט ציפיל נסיונות אין קדושה.

5) מען וויל שוין קענען גיין מיט א טלית איבערן קאפ.

ועוד סיבות כאלה...
איך פארשטיי דיין נקודה אז קיינער האט נישט חתונה צו זיין געבינדן אבער קיינער ווייסט טאקע נישט פארוואס ער האט חתונה, די אלע זאכן וואס דו רעכנסט קען דאך געסאלווט ווערן אהן חתונה האבן אדער מיט חתונה האבן שפעטער, נאר ער וויל חתונה האבן ווייל ער וויל זיין פונקט ווי יעדעם און יעדער האט חתונה יונג ווייל אזוי האבן די אדמורים מוצלים מאש איינגעשטעלט כדי אזוי סיסטעמאטיקלי פרעזערוון חרדיזם אינעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.

חתונה האבן איז א קאמיטמענט צווישן צוויי ענטיטיס. אלעס וואס חתונה געהאטע מענטשן טוען קען געטהון ווערן אהן חתונה האבן אויך, נאר מענטשן מאכן אן עקסלוסיוו קאנטראקט ווייל ער וויל עפעס פון די צווייטע צד. און אונזער סיסטעם וויל מען נישט דא קיין שום קאמיטמענטס, מנערט אריין צוויי אינגע מענטשן מיט א לעבנסלענגליכן קאנטראקט כדי צו פרעזערוון עפעס א קולטור.

ביבער » דינסטאג יוני 20, 2023 7:43 pm

· #529115
מי אני
איך זאג די חקירה לגבי מערידזש בכלליות - איד אדער גוי. והיינו, מער אביעקטיוו און נישט נאר געבינדן צו א קולטוראלע קאנטעקסט.
איך האלט נישט אז עס איז דא אן אביעקטיווע סיבה. יעדער האט זיך זיינע סיבות. אנגעהובן פון רעליגע ביז געלט און אלעס אינדערמיטת

מי אני » דינסטאג יוני 20, 2023 7:45 pm

· #529116
[ציטאט אראפגענומען]
יא יא. דאס איז שוין סעקאנד-אָרדער: צו שאצן אויב עלטערן זענען סאָקסעספול מיט'ן טרעפן/ערעינדזשען סאָקסעספול מערידזשעס פאר זייערע קינדער.
ביבער
איך האלט נישט אז עס איז דא אן אביעקטיווע סיבה. יעדער האט זיך זיינע סיבות. אנגעהויבן פון רעליגע ביז געלט און אלעס אינדערמיט.
די סיבות "פארוואס" ער האט חתונה געהאט איז נישט אזוי נוגע. איינמאל ער האט שוין חתונה געהאט איז די שאלה צי די מטרה פונעם אינסטיטוט פון "הייראט" איז דא א סאָקסעס. די דוגמא פון געלט וואס דו האסט צוגעברענגט קען דינען אלס ראיה: אויב האט ער חתונה געהאט לשם ממון אבער איז דערנאך מיזרעבּל מיט איר, דאן הלזאת יקרא "סאָקסעס"? ודון מינה וכו'. כמובן, מיינט די טראכטן עקספּערימענט צי ער וואלט דאס איבערגעטוהן, אויב ער וואלט געהאט א ברירה מצדו אָן קיין דרויסענדע אונסים (הנראים).

ביבער » דינסטאג יוני 20, 2023 8:29 pm

· #529122
מי אני

די סיבות "פארוואס" ער האט חתונה געהאט איז נישט אזוי נוגע. איינמאל ער האט שוין חתונה געהאט איז די שאלה צי די מטרה פונעם אינסטיטוט פון "הייראט" איז דא א סאָקסעס. די דוגמא פון געלט וואס דו האסט צוגעברענגט קען דינען אלס ראיה: אויב האט ער חתונה געהאט לשום ממון אבער איז דערנאך מיזרעבּל מיט איר, דאן הלזאת יקרא "סאָקסעס". ודון מינה וכו'. כמובן, מיינט די טראכטן עקספּערימענט צי ער וואלט דאס איבערגעטוהן, אויב ער וואלט געהאט א ברירה מצדו אָן קיין דרויסענדע אונסים (הנראים).
לדעתי איז עס יא נוגע, ספעציעל ווען מ'וויל עפעס ארויסברענגען דערפון. מיר מענטשן זענען נישט געבוירן אין א וועקיום. אז דו פרעגסט וויאזוי משאצט דארף מען אריינקוקן לעומק הדבר.

ערנסטגערעדט » דינסטאג יוני 20, 2023 8:40 pm

· #529126

איז נישט די טבע העולם אז א זכר וויל וואוינען מיט א נקיבה פאר ליבע? אויב איז דא אנדערע סיבות איז עס סתם מעוקמ׳דיג
צו איז די ליבע עכט אדער מהאט זיך אליינס ליב וועט מען לאזן פאר די חוקרים, אבער בדרך כלל געלט אדער רעליגיע איז סתם גענוצט די טבע וואס עקזיסטירט אנצוקומען צו יענעם מטרה
אפגערעדט אז ערעינדזשד מערידזש איז דאך דא נישט נוגע עכט…

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 20, 2023 8:41 pm

· #529127
כ׳הייב נישט אן צו פארשטיין דעי גאנצע משא ומתן דא... ביי מיר א סוקסעספול ״מערידזש״ (א אידישע עכ״פ) מיינט, אז נאכן זאגן דעם ׳הרי את...׳ האט דאס רינגל צוגעטראפן און זיך ארויפגעשלייכט מיט ׳סוקסעס׳ אויפן פינגער

מי אני » דינסטאג יוני 20, 2023 8:59 pm

· #529133
איז דאך תשובתך בצידך. ווייל ער איז ממשיך נאכ׳ן זאגן דעם ״הרי את מקודשת לי בטבעת זו״ מיט ״כדת משה וישראל״, ומכח דעם כל דמקדש אדעתא דרבנן מקדש, ועיין בתוד״ה כל בגיטין לג. נו, איז דאך די ״סאָקסעס״ פונעם רינגעל שטעלן דאך תלוי בספק טאמער וועלן דאס די רבנן שפעטער מפקע זיין… 🙂

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 20, 2023 9:38 pm

· #529140
ליצנות אין די זייט...

פאר׳ן דן זיין וויזוי צו מעסטן סוקסעס, דארף מען פארשטיין וואס דאסיז בכלל.

במשנת הרב מאניס פרידמאן

פונדאַמענטאַל » דינסטאג יוני 20, 2023 9:45 pm

· #529141
סוקסעס באדייט אז מען האט באוויזן אויסצופירן א פון פאראויס פארשטאנענע מיסיע מיט - סוקסעס. כדי צו רעכענען די סוקסעס פון די מיסיע דארף מען פון פאראויס פארשטיין וואס איז די ציל פון די מיסיע,און לויט וויפיל די ציל איז עררייכט געווארן לויט דעם קען מען שאצן די סוקסעס.
כדי צו מעסטן אויב א מערידש איז סוקסעספול דארף מען מאכן א ליסטע פון אספעקטן וועלכע נאמען ארום מערידש און קוקן וויפיל פון די זאכן די ספעציפישע מערידש פארמאגט.
יעצט וועט איר פרעגן, נו וואס זענען די זאכן? [emoji12]

מי אני » דינסטאג יוני 20, 2023 9:59 pm

· #529145
ווי איך האב צוגעלינקט אינעם ערשטן תגובה איז דר. פינקעל מיט קאלעגעס עוסק אין אט די שאלה, און ווי אזוי דאס וואס מ'ערווארט פון אט דעם אינסטיטוט און קאנטראקט פון מערידזש האט זיך געטוישט במשך הדורות.

אזוי צי אזוי איז דאך אט די מעטריק דן אויף דעם אפילו אָן דאס קלאר ארויסהאבן. והיינו, אויב וואלטן זיי איבערגעטוהן פון פריש אט דעם קאנטראקט איינע מיט'ן אנדערן (און נישט אז זיי גייען שוין "אָקעי, ס'איז גוט" מיט דערמיט ווייל ארויס דערפון יעצט איז נאך שווערער), דאן באדייט דאס אז ביידע פּאַרטיִס זענען סעטיספייד מיט וואס זיי באקומען ארויס פון דעם קאנטראקט אויף וואס זיי זענען איינגעגאנגען מעיקרא. און דאס באדייט דאך "סאָקסעס" אין דעם.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 20, 2023 10:29 pm

· #529148
פונדאַמענטאַל
סוקסעס באדייט אז מען האט באוויזן אויסצופירן א פון פאראויס פארשטאנענע מיסיע מיט - סוקסעס. כדי צו רעכענען די סוקסעס פון די מיסיע דארף מען פון פאראויס פארשטיין וואס איז די ציל פון די מיסיע,און לויט וויפיל די ציל איז עררייכט געווארן לויט דעם קען מען שאצן די סוקסעס.
כדי צו מעסטן אויב א מערידש איז סוקסעספול דארף מען מאכן א ליסטע פון אספעקטן וועלכע נאמען ארום מערידש און קוקן וויפיל פון די זאכן די ספעציפישע מערידש פארמאגט.
יעצט וועט איר פרעגן, נו וואס זענען די זאכן? [emoji12]
ענליך צו דעם האט @דיכטער אויבן געשריבן
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=529079#p529079

ברוך שפינוזה » דינסטאג יוני 20, 2023 11:50 pm

· #529167
שמן למאור
ביבער
ביינונז האט מען חתונה כדי צו בלייבן געבינדן אין די סיסטעם.
מען 'מאכט' אונז אפשר חתונה פאר דעם סיבה. אבער דאס איז נישט די סיבה פארוואס מיר 'האבן' חתונה.

בחורים האבן חתונה בעיקר פאר עטליכע סיבות.

1) אלע חברים זענען שוין חתונה געהאט.

2) מען וויל שוין קענען טראגן א שטריימל שבת.

3) מען האט שוין נישט קיין כוח אין ישיבה.

4) מען האט ציפיל נסיונות אין קדושה.

5) מען וויל שוין קענען גיין מיט א טלית איבערן קאפ.

ועוד סיבות כאלה...
במחילת כבודך הטהור זאגסטו ממש די זעלבע זאך ווי ביבער, דער בחור וויל שוין קענען טראגן א שטריימל, פארוואס וויל ער טראגן א שטריימל? ווייל ער וויל אריינפיטן אינעם סיסטעם. אלע זיינע חברים זענען שוין פארהייראט, ממילא איז וואס? ער וויל אריינפיטן אינעם סיסטעם. א.א.וו.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 20, 2023 11:53 pm

· #529170
מי אני
ווי איך האב צוגעלינקט אינעם ערשטן תגובה איז דר. פינקעל מיט קאלעגעס עוסק אין אט די שאלה, און ווי אזוי דאס וואס מ'ערווארט פון אט דעם אינסטיטוט און קאנטראקט פון מערידזש האט זיך געטוישט במשך הדורות.

אזוי צי אזוי איז דאך אט די מעטריק דן אויף דעם אפילו אָן דאס קלאר ארויסהאבן. והיינו, אויב וואלטן זיי איבערגעטוהן פון פריש אט דעם קאנטראקט איינע מיט'ן אנדערן (און נישט אז זיי גייען שוין "אָקעי, ס'איז גוט" מיט דערמיט ווייל ארויס דערפון יעצט איז נאך שווערער), דאן באדייט דאס אז ביידע פּאַרטיִס זענען סעטיספייד מיט וואס זיי באקומען ארויס פון דעם קאנטראקט אויף וואס זיי זענען איינגעגאנגען מעיקרא. און דאס באדייט דאך "סאָקסעס" אין דעם.
די איידיע פון א קאנטראקט איז א אינוועסטמענט יעצט פאר די פיוטשער, ווען איך קויף א סענדוויטש פאר 2 דאלער דארף איך נישט קיין קאנטראקט, אבער ווען איך געב דיר יעצט 2 טויזענט דאלער צו קענען וואוינען אין דיין דירה דעם חודש ווילסטו א קאנטראקט פון מיר אז איך מוף נישט ארויס פאר א יאר ווייל דו ווילסט נישט זיכן א טענענט יעדן חודש (צו דינגען נאר פאר 1 חודש איז דיר נישט ווערט נאר פאר 2500 לאמיר זאגן).

לכאורה איז די איידיע פון מערידזש די זעלבע זאך; צד א׳ וויל זיך נישט מאכן וואלנרעבל פאר צד ב׳ - יעצט פון די ערשטע מינוט - ווילאנג צד א׳ איז פארזיכערט אז צד ב׳ איז דא פאר לאנג טערם, וכן להיפך.

יעצט לאמיר זאגן ס׳וואלט געווען אזא זאך ווי א קידושין וואס עקספייערט אטאמאטיש נאך 5 יאר, אפילו די קאפל וויל עס נישט דאן רינאען קען נאך אלץ זיין אז זיי האבן געהאט 5 געשמאקע יארן אדאנק דעם מעריזש/קאנטראקט

חדשים » מיטוואך יוני 21, 2023 12:43 am

· #529192
פונדאַמענטאַל
סוקסעס באדייט אז מען האט באוויזן אויסצופירן א פון פאראויס פארשטאנענע מיסיע מיט - סוקסעס. כדי צו רעכענען די סוקסעס פון די מיסיע דארף מען פון פאראויס פארשטיין וואס איז די ציל פון די מיסיע,און לויט וויפיל די ציל איז עררייכט געווארן לויט דעם קען מען שאצן די סוקסעס.
כדי צו מעסטן אויב א מערידש איז סוקסעספול דארף מען מאכן א ליסטע פון אספעקטן וועלכע נאמען ארום מערידש און קוקן וויפיל פון די זאכן די ספעציפישע מערידש פארמאגט.
יעצט וועט איר פרעגן, נו וואס זענען די זאכן? [emoji12]
האסט מיר ממש אויסגעכאפט מיינע ווערטער. למעשה, מאכט נישט אויס וואס פונקטליך זיין ציל איז. א מענטש טוט א פעולה צוצוקומען צו א ציל, יהיה מה שיהיה. אמאל געלונגט עס און אמאל נישט. אויב די פעולה האט געברענגט די ציל (הנקרא סוקסעספול), און ער וויל נאכאמאל צוקומען צו די זעלבע ציל, גייט ער טון די זעלבע פעולה. לגבי חתונה האבן, וואלט איך עס ארויסגעברענגט אויף די פאלגענדע וועג. למשל, א מענטש האט חתונה מיט א פרוי, און זיין ציל איז צו האבן איין קינד וואס עס וועט האבן די זעלבע ג’ענעטיקס און פערסענעליטיס פון די פרוי. אפילו אויב ער האט דעגרייכט זיין ציל, מוז נישט זיין אז ער גייט נאכאמאל חתונה האבן מיט איר ווייל זייל ציל איז שוין פארפילט געווארן. אבער לו יהא אז ער גייט נאכאמאל ווילן די זעלבע ציל, גייט ער נאכאמאל טון די זעלבע פעולה. און אויב עס האט נישט געארבייט, און מען איז נישט אנגעקומען צום ציל, גייט ער עס נישט נאכאמאל טון.

אגב, אינטערסאנט אז מי אני האט עס נישט צוזאמגעשטעלט מיט די ביהעווירעל טעראפי ABA, וואס די יסוד פון ריענפארסמענט איז דאך געבויעט אויף די זעלבע נקודה.

וויאזוי גייט נאר די באקאנטע דבר חכמה, פארוואס ערווארטן מענטשן אנדערע רעזולטאטן ווען זיי טוען איבער די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל...

מי אני » מיטוואך יוני 21, 2023 5:10 am

· #529212
בְּתוֹךְ עַמִּי
לאמיר זאגן ס׳וואלט געווען אזא זאך ווי א קידושין וואס עקספייערט אטאמאטיש נאך 5 יאר, אפילו די קאפל וויל עס נישט דאן רינאען קען נאך אלץ זיין אז זיי האבן געהאט 5 געשמאקע יארן אדאנק דעם מעריזש/קאנטראקט
הלא זה הדבר אשר דיברתי: אפגעזעהן צי ער וועט אדער קען למעשה ווייטער פארלענגערן די קאנטראקט, איז די מעטריק פון דאס סאָקסעס דערפון צי ער וואלט דאס געוואלט איבערטוהן כמו שהיא, און זיך מאכן וואָלנערעבּל, מיט׳ן זעלבן אינדיווידואל.
[ציטאט אראפגענומען]
דאס זאג איך: עס קען זיין שווער מגדיר צו זיין וואס פונקטליך וויל מען פונעם אינסטיטוט פון מערידזש, און טאקע אויך מכח דעם ווייל פאר יעדן קען די ״סאָקסעס״ דערפון און וואסער וויל זעהן דערפון זיין עפעס אנדערש. אבער דאס צו מעסטן אלס א סאָקסעס קען מען זאגן אז די איינע זאך פון ״דאס׳ן וועלן איבערטוהן מיט׳ן זעלבן מענטש״, איז אַן אייניגע מעטריק עקראָס די בּאָרד. און איך האב טאקע געשריבן אז מ׳איז דן דערויף לויט ווי אזוי עס איז ״יעצט״:
מי אני
אויב ווען זיי קענען ווען צוריקגיין אין צייט און וויסענדיג דאס וואס זיי ווייסן יעצט
צי זיי וואלטן דאס געוואלט איבערטוהן - כמובן איז יתכן אז וואס איז אמאל געווען א ״נישט סאָקסעספול״ מערידזש איז יעצט שוין יא, וכן להיפך.
חדשים
אגב, אינטערסאנט אז מי אני האט עס נישט צוזאמגעשטעלט מיט די ביהעווירעל טעראפי ABA, וואס די יסוד פון ריענפארסמענט איז דאך געבויעט אויף די זעלבע נקודה.
דא קען זיין אביסל שווער צוצופּאַסן בּיהעיוויאריזם. דאס איז וויבאלד עס איז דן אך ורק אין וואס דער מענטש טוהט און וואס מ׳קען אַבּזערווירן עמפּיריש בחוש. עס איז מגדיר ריענפאָרסמענט אז טאמער זעהט מען אז די בּיעהעיוויאר פאסירט נאכאמאל, דאן באקומט מען בע״כ דערפון ריענפאָרסמענט.

דא געשעהט די בּיהעיוויאר פון בלייבן פארהייראט ממילא. די ריענפאָרסמענט דערפון איז אבער ל״ד דאס וואס מ׳וואלט דא טערמינט ״א סאָקסעספול מערידזש״ כאמור. צו דעם בוי איך דא א היפּאטעטישע קאַנסטראָקט פון זיי בעהטן אויף א סוּרוועי ווי ווייט זיי וואלטן דאס ווען געוואלט איבערטוהן.

***

כ׳האב געשיקט א לינק צו דעם אשכול צו מיין שוואגער, זאגט ער מיר אז מיין טעזע איז ענליך צום באקאנטן די נוֺיטבּוּק נאַוועל/פילם פון ניקאלאס ספּאַרקס.

ביבער » מיטוואך יוני 21, 2023 6:12 am

· #529215
פון די בעסטע ארגומענטן פאר חתונה איז אז חתונה האבן איז אן אינוועסטמענט פאר די סיניאר יארן ובפרט ווען מדארף שוין הילף. לפי זה איז חתונה האבן א פיפטי/פיפטי אינוועסטמענט און סוקסעס איז נאר שייך צו שאצן ביים סוף אויב די סוקסעס שאלה איז בכלל רעלעוואנט.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך יוני 21, 2023 8:30 am

· #529218
מי אני
בְּתוֹךְ עַמִּי
לאמיר זאגן ס׳וואלט געווען אזא זאך ווי א קידושין וואס עקספייערט אטאמאטיש נאך 5 יאר, אפילו די קאפל וויל עס נישט דאן רינאען קען נאך אלץ זיין אז זיי האבן געהאט 5 געשמאקע יארן אדאנק דעם מעריזש/קאנטראקט
הלא זה הדבר אשר דיברתי: אפגעזעהן צי ער וועט אדער קען למעשה ווייטער פארלענגערן די קאנטראקט, איז די מעטריק פון דאס סאָקסעס דערפון צי ער וואלט דאס געוואלט איבערטוהן כמו שהיא, און זיך מאכן וואָלנערעבּל, מיט׳ן זעלבן אינדיווידואל.
איך זאג אז אפילו ער ווילעס ׳נישט׳ איבערטון נאכאמאל, מוז נישט זיין אז דער ציל פון די אריגינאלע קאנטראקט איז נישט ערפילט געווארן מיט סוקסעס, ס׳קען זיין אז ווייל ער האט געקוקט ווי ער דארף נישט און געטראפן א בעסערע דיעל, פאר דעם ווילער נישט ממשיך זיין.

ובכלל אט טאקע דאס איז לכאורה די ציל פונעם קאנטרעקט אז מ׳זאל נישט קענען ארויסבעקן מארגן ווען מ׳טרעפט עפעס בעסער, און אנדערע ווערטער; ווייל מ׳קען נישט האבן אינטימעסי (אפילו פאר איין טאג) מיט איינער וואס מ׳טראכט וועט אפשר מארגן נעלם ווערן, צווינגט מען זיך צו מאכן קאנטרעקט מיט דעם וואס מ׳גלייכט ׳יעצט׳.

אויב טרעפסטו אן א קאפל אין א געוויסע צייט, לאמיר זאגן 5 יאר נאך די חתונה און זיי פילן אז נאר די קאנטרעקט האלט זיי אן (ווייל די ארגינעלע געפילן האבן שוין אויסגעוועפט) דאן אט דאס רוף איך סוקסעס פונעם ׳קאנטרעקט׳ ווייל ס׳האט ערפילט זיין ציל צו וואס ער איז געמאכט געווארן...

עם איי מיסינג סאמטינג?

יעצט זעיך אז ס׳מעגליך אז איך פארשטיי נישט וויאזוי דיין טעסט ארבייט, ואתכם הסליחה.

מי אני » מיטוואך יוני 21, 2023 8:46 am

· #529220
ווי איך פארשטיי, אין ביזנעס טאמער זאגן די פּאַרטיִס ביי עוורידזש ״איך וואלט נישט איבערגעטוהן די קאנטראקט מיט יענעם ווען איך קען ווען צוריקדרייען דעם זייגער. פארפאלען. יעצט אז איך האב אונטערגעסיינט מוז איך שוין ווייטער גיין. (א שאד.)״, באדייט דאס אז אָלטימעטלי איז דאס unsatisfactory על הכלל כולו (אויפ׳ן aggregate) מיט׳ן קאנטראקט. און דאס באדייט דאך אַן אומסאָקסעס דערין. ומאי שנא הכא?

וואס דו זאגסט איז אז די געדאנק פון א קאנטרעקט דאקומענט אליין איז א געלונגענע אונעם איר זיין אייראנקלעד. נישט מער.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך יוני 21, 2023 9:45 am

· #529228
מי אני
ווי איך פארשטיי, אין ביזנעס טאמער זאגן די פּאַרטיִס ביי עוורידזש ״איך וואלט נישט איבערגעטוהן די קאנטראקט מיט יענעם ווען איך קען ווען צוריקדרייען דעם זייגער. פארפאלען. יעצט אז איך האב אונטערגעסיינט מוז איך שוין ווייטער גיין. (א שאד.)״, באדייט דאס אז אָלטימעטלי איז דאס unsatisfactory על הכלל כולו (אויפ׳ן aggregate) מיט׳ן קאנטראקט. און דאס באדייט דאך אַן אומסאָקסעס דערין. ומאי שנא הכא?

וואס דו זאגסט איז אז די געדאנק פון א קאנטרעקט דאקומענט אליין איז א געלונגענע אונעם איר זיין אייראנקלעד. נישט מער.
כ׳פארשטיי דעם יסוד דערפון אבער למעשה קעמען טאקע מעסטן ביי ביזנעס צו דער דיעל האט געברענגט סוב-טאטעל ריווח צו נישט, משא״כ ביי מערידזש וואסיז געפילישע ענינים, וויזוי קענסטו מאכן א פראפעט ענד לאסס קאמפערישן? דארפסט לייגן אויפן וואגשאל דיין לאנלינעס געפיל וואס דו האסט מרגיש געווען 5 יאר צוריק וכדו׳ און אלע געשמאקע מאמענטן במשך די מערידזש vs די שוועריקייטן, וכו׳ וכו׳

און דאסיז חוץ וואס דו האסט נישט קיין אהנונג וויאזוי דיין לעבן וואלט אויסגעקוק ווען די מאכסט ווען אן אנדערן באשלוס 5 יאר צוריק

מי אני » מיטוואך יוני 21, 2023 10:04 am

· #529231
ביי ביזנעס וואו/אויב ער איז ארויס מיט ריווח, דאן ווערט דאס אטאמאטיש נכלל אין זיין שאצונג צי ער וואלט דאס איבערגעטוהן. און טאמער פונדעסטוועגן וואלט ער דאס נישט איבערגעטוהן, מוז ע״כ זיין אז ער חשבונ׳ט אז על הכלל כולו האט ער מער פארלוירן ווי געקריגן. ווייל פארוואס דען וואלט ער דאס נישט איבערגעטוהן? אטו בשופטני עסקינן?

אבער בעצם איז עס נאך טיפער, ווייל אט דאס זאג איך אויך. והיינו, וויבאלד ביי מערידזש, וואס איז דאך אין דעם סאָבּיעקטיוולי אנדערש ווי ביזנעס מיט דעם וואס עס לאזט דאך נישט איבער פּערמאנענט פּראדוקטן וואס מ׳קען אַבּיעקטיוולי מעסטן די ריווח, איז די מעסטונג דערפון ביי מערידזש נאך מער דעם סוּרוועי צו מעסטן דעם סאָבּיעקטיוו געפיהל צי ער וואלט דאס איבערגעטוהן. דאס מעסט די סאָקסעס ו״ריווח״ דערפון דא.

ואיה"נ אז "ס'קען זיין אז ס'וואלט געווען נאך ערגער", אבער עס מעסט דא זיין/איר צופרידענהייט און אומציפרידענהייט פון דעם מערידזש אין וועלכע ער/זי איז יעצט אין. (ענליך צו ווען מען טוהט דאס ביי ביזנעס כנ"ל: עס קען דארט אויך זיין אז אנדערע ווענדארס וכו' וואלטן געווען "נאך ערגער".)

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך יוני 21, 2023 10:16 am

· #529232
און סיי אויב דער סורוועי איז ספאנטעניוס צו דורכגעטראכט וועט עס ריפלעקטן דעם מוד פון די יעצטיגע מינוט אדער צום מערסטענסט די לעצטע פאר חדשים. הגע בעצמך, אויב וועט דער סורוועי פארקומען למשל זייענדיג אויף א ספעציעלע געלונגענע לאנגע וואקאציע (און כ׳וויל נישט אריינגיין בפרטיות יותר, ווען ס׳איז הזמן גרמא צו באקומען פאזעטיווע ריזאלטס אויפן סורוועי, וד״ל) וועט עס ריפלעקטן דעם מצב, וכן להיפך

מי אני » מיטוואך יוני 21, 2023 10:22 am

· #529233
איז זאגסטו א טענה צו דעם אז די סורוועי דארף גע׳ענטפערט ווערן בעיון ובישוב הדעת, ווי איידער ספּאַנטעיניאוס. יתכן. איך ברענג דאך ארויס די צוויי צדדים אין די איבעיה. די עיון וישוב הדעת צד איז טאקע פשוט; די ספּאַנטעיניאוס צד דארף מען פארטיידיגן מכח מושכל ראשון. און אפילו דעמאלטס קען מען טענה׳ן אז מ׳זאל יא פרעגן ספּאַנטעיניאוס, נאר אין א סארט עוורידזש נייטראלע ״עוורי-דעי״ צייט. אבער מ׳קען טאקע נאך אלס טענה׳ן אז ס׳איז נישט עכט שייך.

קורץ שארף צום פוינט! » מיטוואך יוני 21, 2023 3:03 pm

· #529264
עס איז דא נאך א נושא: אפילו א סקספול מערידזש בהתחלתו קען זיך טוישן מיט צייט, ווייל געווענטליך טוישן מענטשן פערסנעליטי מיט די צייט. סא אז היינט זענט איר א גוטע קאפל, אבער 5 אדער 10 יאר ארום זענט איר צוויי אנדערע מענטשן.

ערנסטגערעדט » מיטוואך יוני 21, 2023 6:28 pm

· #529292
קורץ שארף צום פוינט!
עס איז דא נאך א נושא: אפילו א סקספול מערידזש בהתחלתו קען זיך טוישן מיט צייט, ווייל געווענטליך טוישן מענטשן פערסנעליטי מיט די צייט. סא אז היינט זענט איר א גוטע קאפל, אבער 5 אדער 10 יאר ארום זענט איר צוויי אנדערע מענטשן.
איך בין שטארק מחולק, קיינער טוישט נישט פערסאנאליטי חוץ אויב ער/זי ארבעט אויף זיך, אדער חוץ אויב דער מענטש לאזט די צווייטער ארבעטן אויף אים למשל ער לאזט זיך ווערן געטרעטן , מינינג א נישט גוטע מערידזש קען מיינען אז איינער ברענגט ארויס דאס ערגסטע וואס דער צווייטער פארמאגט, דאס מיינט נישט אז עניטינג האט זיך במציאות געטוישט, בלויז אז די זאכן קומען ארויס פון באהעלטעניש.
בדרך כלל קען איך נישט קיינער וואס האט זיך ממש געטוישט אן ארבעטן אויף זיך אדער מיט טעראפי

ברוך שפינוזה » מיטוואך יוני 21, 2023 7:43 pm

· #529311
ס'איז א שווערד פון צוויי זייטן, ס'איז אמת אז געווענליך ווען מ'לעבט צוזאמען מיט אנדערע מענטשן קלעבן זיך אן די פערסאנאליטיעס פון איינעם אינעם אנדערן און מ'ווערט מיט די צייט מער און מער עהנליך איינער צום אנדערן. פון דער אנדערער זייט, אויב שאפט זיך א competitive relationship/environment דאן איז פארקערט.

מי אני » זונטאג יוני 25, 2023 8:01 am

· #529592
מ׳קען אויך אולי זאגן ברמז בהפסוק (קהלת ט ט) ראה חיים עם אשה אשר אהבת כל ימי חיי הבלך אשר נתן לך תחת השמש כל ימי הבלך, אז די משנה דרש׳נט דאך (ברכות פ״א מ״ה) אויפ׳ן פסוק (דברים טז ג) כל ימי חייך להביא לימות המשיח ע״ש. ואפשר נמי הכא לגבי פסוק זה של ראה חיים עם אשה אשר אהבת כל ימי חיי הבלך, אז די געדאנק פון א געלונגענע נישואין איז אז די אהבה איז לעולם און מ׳איז בשמחה אז עס וועט זיין אזוי אף "לימות המשיח" וואס איז מרמז לבב"ת איבער און איבער. (און דאס איז דעם "תחת השמש", וואס דורך די "שמש" לעתיד גייט דאך זיין ענין גיהנום וגן עדן כדאיתא בנדרים ח:, ועיין להלן.)

מיט דעם קען מען אויך זאגן א רמז אז די גמרא זאגט בעירובין מא: אז י"א דמי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנום ולמאי נפקא מינה לקבולי מאהבה ע"ש (ועיין בשבת יא. ובביצה לב:). און די גמרא זאגט בתענית י. אז י"א דגיהנום אין לה שיעור ע"ש. ואפשר לומר אז דאס איז די געדאנק: אז איינער וואס יש לו אשה רעה, און דאס וועט דאך איבערגיין בב"ת כנ"ל איז וויסענדיג דאס דאס שוין א גיהנום פאר אים, וואס איז דאך אויך אין לה שיעור (במקום) ובב"ת (ועיין בר"ה יז. אז עס איז שייך דערביי ביי גיהנום בב"ת בזמן ע"ש). ולכן איז די נפק"מ פון דאס'ן דאס וויסן פון פאראויס לקבולי "מאהבה", און זעהן אז די אהבה צו איר זאל וואקסן, וואס דאס מאכט דאס אויס גיהנום. ולאידך גיסא קען דאס זיין די רמז וואס מ'איז מרמז אין די שבע ברכות בעת הנישואין "שמח תשמח רעים האהובים כשמחך יצירך בגן עדן מקדם", והיינו דאס איז א וואונטש אז איש ואשתו זאלן זיין בשמחה וויסענדיג אז זיי זענען אהובים און עס גייט זיך איבערשפילן בב"ת אזוי, אזוי ווי "עדן" וואס י"א דארט בתענית אז אין לה שיעור ג"כ. (און די געדאנק פון מ"קדם" איז ווייל די ספר התודעה שרייבט אז די מספר הפסוקים פון די שבעה דנחמתא איז "קדם", וואס מיט דעם ענדיגט מען דאך מגילת איכה על החורבן, וואס דאס איז איינס מער פון די מספר הפסוקים פון די תוכחות ע"ש. והיינו, אז ביי נישואין זאל זיין מער ווי די "כל רעה" ותוכחה של אשה רעה כבשבת יא. ולבטלה. ובסתם איז דאך ביי נישואין ושמחתה כאילו בנה אחת מחרבות ירושלים כדאיתא בברכות ו:)

ומענין לענין באותו ענין איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער רד"ק שרייבט בפ' חיי שרה, "כי רוב בני אדם אוהבים נשותיהם". די שאלה איז צי דאס באדייט אויך אז רוב וועלן זיין נענטער צו א 10 אויף די לייקערט סקעיל הנ"ל?

עס איז אויך מערקווידיג צוצוצייכענען אז דער ערוגת הבושם שרייבט (פ' אמור):
וענין חתונה אי אפשר אלא בין רעים אהובים, דמי שאינם אוהבים זה את זה אי אפשר להם להתחתן
ואולי אפשר לרמז בדבריו אז אויב זיי זענען פארבליבן צוזאמען און די חתונה געשעהט דאך איבער און איבער בב"ת כנ"ל, זענען זיי שוין רעים אהובים על זה הדרך (על הכלל).

לייביששרייבער » זונטאג יוני 25, 2023 8:43 am

· #529595
דיכטער
מען קען אפשר זאגן נאך א פשט (ענליך צו דעם וואס @ביבער זאגט) אז בדרך כלל מעסט זיך סוקסעס אין וויפיל פון דער איניציאלע פלאן איז געווארן עררייכט. ס׳הייסט ווען איינער פלאנירט עפעס אויס, נאכדעם וואס זיין פלאן האט זיך אויסגעארבעט קען מען זאגן ער איז געווען סוקסעספול.

טאמער וויל מען דאס לייגן אויף מערעידזש וועט אויסקומען אז סוקסעס אין מערעידזש ווערט געשאצט לויטן וויזיע וואס ער האט געהאט אויף זיין מערעידזש און וויפיל דערפון עס איז געווארן פארווירקליכט. ווי מער ער האט מצליח געווען אין נאכקומען זיינע פאראויסשאצונגען אלץ מער סוקסעספול וועט זיך עס אנגעבן. דער פראבלעם איז אז אדאנק ענטראפי איז זייער שווער צו מענואווירן דאס לעבן צו וויאזוי מען וויל, אבער אז מען ווייסט אז מען גייט עס נאכאמאל איבער גיין לפי דר. עריק שוויצגעבעל, דאן לוינט זיך אריינצולייגן יעדער עפארט (אָן אריינגיין אין בחירה) אז עס זאל זיין גוט אפילו עס איז נישט וויאזוי מען האט לכתחילה געוואלט.
אויב אזוי ווי אזוי וועט מען שאצען דער ערשטע תקופה ווען די וויזיע האלט זיך אינימיטן פורמירן ?

דיכטער » זונטאג יוני 25, 2023 12:06 pm

· #529605
דער אמת איז, כ׳מיין ביסט גערעכט, דער ערשטע תקופה איז לכו״ע שווער צו מעסטן סוקסעס.
ס׳דערמאנט מיך פון א חתן-כלה וועלכע זענען ערשט אראפגעשטיגן פונעם חופה און עמעצער קומט זיי אנטקעגן און פרעגט זיי ווי אזוי דער שלום בית גייט. זאגט די פרישע כלה צו איהם מיט א שמייכל: So far so good…

לייביששרייבער » זונטאג יוני 25, 2023 2:52 pm

· #529621
דיכטער
דער אמת איז, כ׳מיין ביסט גערעכט, דער ערשטע תקופה איז לכו״ע שווער צו מעסטן סוקסעס.
ס׳דערמאנט מיך פון א חתן-כלה וועלכע זענען ערשט אראפגעשטיגן פונעם חופה און עמעצער קומט זיי אנטקעגן און פרעגט זיי ווי אזוי דער שלום בית גייט. זאגט די פרישע כלה צו איהם מיט א שמייכל: So far so good…
בדידי הוי עובדה, מיין זיידע ע"ה האט דאס געטוהן צו אונז, און מיין נייע כלה האט עים אזוי געענטפער בערך. אבל דא עקא. עס איז נאך אלץ אזוי. א יעדען טאג וואס גייט פארביי איז נאך הטוב והמטיב, עס איז So far so good.

צוויי זאכן זענען א work in progress כל זמן שהנהשמה בקרבינו און דאס איז די שלום בית, און די שלום עצמו, דוק ותשכח

כל זמן די לעכטעלע ברענט, פארעכטן די שיך איז דא דער זמן, דער טענה פון רבין איז נישט גערעכט, ווער ווייסט וואס מארגן זיין.

איך אויך » זונטאג יוני 25, 2023 8:17 pm

· #529658
זאלסט עס טאטע נישט נעמען פאר גרענטעד. לדוגמה, א ווייניג באקאנטע פאקט פון די באקאנטע מרס. שרה שניערער איז אז זי איז געגאנגן פון די חופה גלייך אריין צום נעקסטן צימער ווי מען האט מסדר געווען א גט (זי האט געוואלט אפלאזן דעם שידוך אבער מען האט איר געזאגט דאס איז נישט ערלויבט, האט זי מסכים געווען צו גיין אונטער די חופה נאר אויב מען איז מסדר די גט תיכף דערנאך). ערשט יארן שפעטער האט זי נאכאמאל חתונה געהאט.

ביבער » מאנטאג יוני 26, 2023 6:18 am

· #529693
ברוך שפינוזה
ס'איז א שווערד פון צוויי זייטן, ס'איז אמת אז געווענליך ווען מ'לעבט צוזאמען מיט אנדערע מענטשן קלעבן זיך אן די פערסאנאליטיעס פון איינעם אינעם אנדערן און מ'ווערט מיט די צייט מער און מער עהנליך איינער צום אנדערן. פון דער אנדערער זייט, אויב שאפט זיך א competitive relationship/environment דאן איז פארקערט.
דאס איז פשט אין עזר כנגדו עפ"י פשוטו

Visionary » מאנטאג יוני 26, 2023 9:16 am

· #529696
איך האב געליינט בשם אדמו"ר מסלאנים וואס האט איבערגעזאגט בשם אדמו"ר מרחמיסטריבקא זי"ע אז עס שטייט אין גמרא מסכת ברכות ""במערבא, כשנשא אדם אשה, אמרו לו כך: "מצא" או "מוצא": "מצא", שנאמר: "מצא אשה מצא טוב" (משלי יח, כב); "מוצא", שנאמר: "ומוצא אני מר ממות את האשה" (קהלת ז, כו)"". האט אדמו"ר מרחמיסטריבקא זי"ע געפרעגט ער פארשטייט נישט, די גמרא רעדט דען פון "יענטעס" וואס מישן זיך אין יענעם'ס לעבן? אויכעט פרעגט ער, וואס איז פשט אז אינמיטן שבע ברכות פרעגט מען די שאלה, דאס דארף מען פרעגן צוויי יאהר אריין אינעם לעבן?

נאר זאגט אדמו"ר מרחמיסטריבקא זי"ע אז מען רעדט דא צום אינגערמאן, און מען זאגט אים אויב ווילסטו האבן א גוטע לעבן פון "מצא" אדער א שלעכט לעבן פון "מוצא" זאלסטו וויסן אז עס ווענדט זיך נאר אין דיר. אויב וועסטו זיין א גוטע מאן וועט עס זיין "מצא" און אויב חלילה פארקערט וועט עס זיין "מוצא".

ודברים פשוטים, א יעדע מערידזש האט שוועריגקייטן און עדזשאסטמענטס, דער מאן וויל דאס און יענץ אבער די פרוי איז גאר אויף אנדערע בלאט וכדו'. אבער אויב גייט מען דורך די מערידזש און מען פלאגט זיך צוזאמען כדי אנצוקומען אויף א צד השוה, נישט נאר ווערט די דעמאלסדיגע שוועריגקייט מסודר, נאר די גאנצע מערידזש און ליבשאפט ווערט טיפער.

אבער טייערע אינגערמאן, געדענק, "בידך הדבר". דו קענסט עס אויסארבייטן אויב דו ווילסט.

כספי » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 9:45 am

· #535208
דיכטער
ס׳דערמאנט מיך פון א חתן-כלה וועלכע זענען ערשט אראפגעשטיגן פונעם חופה און עמעצער קומט זיי אנטקעגן און פרעגט זיי ווי אזוי דער שלום בית גייט. זאגט די פרישע כלה צו איהם מיט א שמייכל: So far so good…
ס'איז א באוואוסטע פירונג נאך די חתונה אז מ'טרעפט א פרישן חתן/כלה פרעגט מען וויאזוי גייט די שלום בית, אבער מיין באבע זאל לעבן האט עס שוין גענומען א שטאפל ווייטער, זאגט זי מיר אז ס'איז א סגולה פאר שלום בית... (עכטע באבע מייסעס)

מיין ברודער האט גענטפערט (טאקע פאר די באבע) אין יחוד שטיבל, 'ס'איז א גוטע אנפאנג'...

אלפא » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 7:33 pm

· #535265
מיינע צווי צענט:
סוקסעס, איז ווי שוין אויסגעשמועסט שווער מגדיר צו זיין בכלליות אין אלע אספעקטן פון לעבן, סיי ווייל די ציל דארף זיין אביעקטיוו און געשניטן אויף צו קענען מעסטן די before and after און בדרך כלל זענען די מודס פונעם מענטש כלפי א פראיעקט מער פלעקסיבל מיט פארבייגייענדע צייט.
אבער אויך ווייל סוקסעס במובן הסאציאלאגיע איז רעלעטיוו צו די קולטור און צו די ערווארטונגען פון סאסייעטי בכלליות וואס איז פאר זיך סוביעקטיוו צו יעדער וואס מ'פרעגט נאר אויס. (כאפ אן א ראנדאם פראגע איבער איינעם (-א ביזנעסמאן, מוילמאכער, עסקן, אדער עושר,) צו ער איז סוקסעספול, און יעדער פון די אויסגעפרעגטע וועט האבן זיין לאנגן פשעטל פארוואס יא אדער פארוואס נישט), און ביי מערידזש זענען טאקע דא די אלע אויבן-דערמאנטע נקודות אויסגעמישט, פון מוצלח'דיגע קינדער (וואס מיינט דאס?!) ביז וועלן אהיים גיין ביינאכט, און פון אויספירן די קאנטראקט בנאמנות, ביזן אריינפיטן אינעם סיסטעם און זיין 'אויס בחור', א.א.וו. פון א סאציאלע שטאנדפונקט, וואס מאכט עס אוממעגליך צו לייגן די כזה-ראה-וקדש'דיגן לעיבל, ולפ"ז איז די טערם 'סוקסעספול מערידזש' ממילא נישט קיין דבר שבמדה משקל ומנין, און נישט נאר במקרה נאר בעצם אין דעפינאציע.

וואס מ'קען יא פרעגן איז צו מ'איז פערזענליך 'צופרידן' פון די חתונה-געהאט'ן לעבן, וואס איז א דעפינירטע שאלה איבער די state of happiness אינעם מערידזש, הגם ס'ווענד זיך אויך אין די ספעציפישע מצב רוח פונעם נשאל, וואס לכבוד דעם וואלט א לאנג-טערם עוועליועישאן לכאו' געווען מער אקוראט.

לגבי דעם:
מי אני
איז זאגסטו א טענה צו דעם אז די סורוועי דארף גע׳ענטפערט ווערן בעיון ובישוב הדעת, ווי איידער ספּאַנטעיניאוס. יתכן. איך ברענג דאך ארויס די צוויי צדדים אין די איבעיה. די עיון וישוב הדעת צד איז טאקע פשוט; די ספּאַנטעיניאוס צד דארף מען פארטיידיגן מכח מושכל ראשון. און אפילו דעמאלטס קען מען טענה׳ן אז מ׳זאל יא פרעגן ספּאַנטעיניאוס, נאר אין א סארט עוורידזש נייטראלע ״עוורי-דעי״ צייט. אבער מ׳קען טאקע נאך אלס טענה׳ן אז ס׳איז נישט עכט שייך.
איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען די טעאריע פון מאלקאלם גלאדוועל איבער די חילוק פון די 'בלינק' דזשאדזמענט ווס די דורגעטראכטע, ווי ער ברענגט ארויס וואו ביידע האבן זייערע שטארקע און שוואכע פלעצער ווען מ'נוצט זיי - אין זיין בוך BLINK, און אין קורצן דא.

יום טוב ליפמאן צונז » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 9:33 am

· #535431
איך אויך
זאלסט עס טאטע נישט נעמען פאר גרענטעד. לדוגמה, א ווייניג באקאנטע פאקט פון די באקאנטע מרס. שרה שניערער איז אז זי איז געגאנגן פון די חופה גלייך אריין צום נעקסטן צימער ווי מען האט מסדר געווען א גט (זי האט געוואלט אפלאזן דעם שידוך אבער מען האט איר געזאגט דאס איז נישט ערלויבט, האט זי מסכים געווען צו גיין אונטער די חופה נאר אויב מען איז מסדר די גט תיכף דערנאך). ערשט יארן שפעטער האט זי נאכאמאל חתונה געהאט.
ממש אזוי? איך האב אלץ געוויסט אז זיי האבן זיך געגט נאך א שטיק צייט ווייל ער האט נישט תומך געווען אין איר עסקנות.

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:07 pm

· #538273
אין א שמועס מיט מיין ווייב אין די נושא ולגבי די מעטריק מיינער פון שאצן סאָקסעס דערין, האט זי געזאגט אז עס איז יתכן אז עס זאל נישט שייך זיין צו געבן אזא סארט ענטפער. ווארום ווי קען ער צי זי וויסן טאמער עס וואלט נישט בעסער געווען מיט אַן אנדערן? ואי הכי, אפילו טאמער די הייראט איז טאקע באמת גאר גוט, אפשר וואלט ער צי זי דאס ל״ד איבערגעטוהן פשוט ווייל עס וואלט געווען נאך בעסער מיט אַן אנדערן. אין אנדערע ווערטער, מ׳קען פארשטיין אז איינער זאל זיין אין א שלעכטע מערידזש אבער דאך זאגן אז ער וואלט דאס ווען דאך יא איבערגעטוהן, אלס׳ן פחד אז מיט א צווייטן וואלט דאס ווען געווען נאך ערגער. דאס מיינע אבער נישט אז די הייראט איז ״גוט״. וכן היא לאידך גיסא אז הגם ער צי זי זאגן אז זיי וואלטן דאס ל״ד איבערגעטוהן, מיינט דאס אבער נישט אז עס איז נישט א גוטע סאָקסעספול מערידזש; עס מיינט נאר אז מ׳קען דאך אלס האפן פאר נאך בעסער.

איך האב גע׳ענטפערט אז די לייקערט סקעיל וואס איך שטעל דערצו, טוהט לכאורה עקאַוּנטן דערפאר. והיינו, אז איינער וואס איז גאר גאר צופרידן וועט דאך וועהלן א 10. ווידעראום אויב איינער פון זיי איז טאקע זייער זייער צופרידן, אבער האט דאך א האפענונג פאר א ״ווער ווייסט?״, וועט ער וועהלן, לדוגמא, א 9. און דאס אליינס אז ער האט א האפענונג דערויף, הגם עס איז טאקע א לגמרי ראציאנאלע און ריכטיגע האפענונג נישט קיין חילוק ווי גוט די מערידזש איז, נידערט דאך די ״סאָקסעס״ דערפון - ווען ער איז ווען אבסאלוט צופרידן, וואלט ער דאך נישט ענטערטעינד דעם אפציע, הגם עס איז טאקע באמת לגמרי ראציאנאל. און דאס זעלבע פאר דער אין דער שלעכטע מערידזש ל״ע וואס זאגט אז ער וואלט דאס פארט יא איבערגעטוהן אלס׳ן פחד פון ״נאך ערגער״: קיין 10 וועט ער דאך דאס נישט געבן, אפשר א 6 וכדומה.

דאס האט מיר אויך געהאט דערמאנט פון דר. הערי טשאמערס׳ טענה אז מאַנאַגעמי בכלליות איז בעצם א מאראלישע פראבלעם. ער טענה׳ט אז פארלאנגען מאַנאַגעמי איז, מער-ווייניגער, גאר ענליך צו וואו א מענטש פארלאנגט פון זיין חבר צו נאר האבן אים אלס חבר ולא יותר. ער טענה׳ט באריכות קעגן ארגומענטן קעגן דעם, ווי צב״ש אז מאַנאַגעמי איז א טובה פאר די קינדער, און אנדערע טענות. ער באציהט זיך צום טענה אז בלא מאַנאַגעמי גייט אלס זיין א פראבלעם פון קנאה ביניהם, מיט׳ן טענה׳ן אז נישט נאר טוהט מאַנאַגעמי נישט אדרעסירן דעם אונטערליגענדן אישׁוּ דערפון, נאר עס אקצעפּטירט דאס און טוהט קאפיטולירן דערצו וואס די פועל יוצא איז אז עס מאכט דאס גאר ערגער. ער איז דאס ווייטער מדמה צו דעם ווי א מענטש האט קנאה אויף א חבר, אז ער גייט אים פארלירן מחברותא וכו׳, אויב האט ער א נאך א חבר וכדומה, און די סאלושאן דערצו איז אז מ׳שטעלט דאס טאקע אויס ביניהם אז מ׳טאר טאקע נישט האבן מער ווי איין חבר (אויף אמאל). דאס וועט דאך נאך מער שטערקערן די פחד פון איינע צום צווייטן, און העכערן די צורך פאר טראָסט ביניהם, אז זיי וועלן נישט עובר זיין בסתר דערויף. און עס העכערט גאר יעצט די מעגליכקייט אז טאמער וועט די חבר (אדער ספּאַוּס) טאקע טרעפן א צווייטן בסתר וואס ער וויל (יעצט) מער, אז ער וועט טאקע גענצליך איבערלאזן די חברותא, זייענדיג אז ער האט נישט קיין ברירה און מוז וועהלן ביניהם.

די שייכות עס האט צום נושא איז וואס ער שרייבט בתו״ד בזה, בעיקר דעם לעצטן פּאראגראף, אין א מקום וואו אפילו בלא קנאה וכו׳ מוז מען וועהלן צווישן צוויי:
That our partner would leave us for someone else — and would leave us despite being in a mutually fulfilling relationship with us — does not seem like the kind of prospect toward which it is reasonable to harbor so much fear. By realizing and reflecting on this, we are likely to loosen the fear’s hold on us. (And what if our relationship is not mutually fulfilling? Then, presumably, it is not worth maintaining in the first place. For our partner to leave us for someone she’s happy with would then be something to be welcomed, not feared)

Admittedly, there are circumstances that make more salient the prospect of your partner’s leaving you for someone else. For example, what if your partner discovers that she would find being with a certain other person even more fulfilling than being with you, yet this other person lives far away, in someplace you cannot move to? In order to be with the other, your partner would have to move away from you. In cases like this, it might seem that there’s good reason to fear that your partner will leave you for someone else. It might seem, further, that monogamy would function as a kind of protective barrier here; if two partners have decided to restrict themselves from s*x and romance with outsiders, then each partner is less likely to discover that there is someone else with whom he has better s*x, to whom he feels a deeper romantic connection, or with whom he otherwise gets along better

Yet there is something puzzling, if not deeply unsettling, in the hope that your partner will remain ignorant of options that are better for her. While seeing your partner abandon you for another is no doubt painful, consider the nature of the alternative just described: a case in which your partner stays with you only because, given monogamous restrictions, she has not experienced a certain other person — a person whom she would in fact be happier with. Is that really that desirable a state of affairs? Indeed, is it not that state of affairs that we should be more concerned to avoid here? When leaving us for someone else is the path to a more fulfilling romantic life for our partner, should we not want that for him? However much it may crush us to see our partner leave us behind in this way, our love and care for her should lead us to want what’s best for her. Even when it is reasonable, then, to suspect that our partner will leave us for someone she’s happier with, that is a prospect to be welcomed rather than feared
ער פאר זיך פירט אויס אז עס פעהלט אויס צו זיין גענוג מעטשור און עמאָשענעלי אינדעפּענדענט אז די אייגענע וועל-בּיאינג זאל נישט זיין לגמרי און קאָדעפּענדענטלי אָנגעוואנדן אינעם אנדערן. און דאס איז על הכלל כולו יצא לגבי קנאה בכלל. (ער זאגט לבסוף אז זאגן אז מ׳האט א רעכט צו זיין מאַנאַגעמאס, מיינט אבער נישט אז מאַנאַגעמי פּער סע איז ריכטיג.)

עכ״פ עס קומט אויס מזה אז די אינסטיטוט פון מערידזש און מאַנאַגעמי איז צו טאקע שולל זיין אט די מעגליכקייט פון וויסן וויאזוי מ׳וואלט געווען מיט א צווייטן, צי בעסער צי ערגער, וואו מ׳וועט מוזן וועהלן ביניהם ואפילו וואו ס׳איז ל״ד דא קנאה בזה. אבער ווי דר. טשאמערס טענה׳ט, איז דאס טאקע א מעטריק פאר א ״גוטע״ רילעישאנשיפּ? דאס איז אביסל ענליך צו די טענה פון מיין ווייב אז מעסטן א מערידזש פשוט אלס דאס׳ן דאס וועלן איבערטוהן אלס׳ן פשוט נישט וויסן פון אנדערע ברירות מכח די לימיטעישאנס וואס אט די מאַנאַגעמאס אינסטיטוט פון מערידזש שטעלט אראפ מיניה וביה, איז ל״ד א גוטע מעסטונג.

דר. קייל יאָרק ענטפערט אויף דר. טשאמערס׳ טענות אז עס איז יא דא א חילוק צווישן סתם חברותא און מאַנאַגעמי. און צום אויבנדערמאנטן טענה לגבי פשוט נישט וויסן פון אנדערע, ענטפערט ער:
Imagine that I am in a loving relationship with my partner but our life together is contingent upon the fact that I don’t find someone who’s a better fit for me. If I find someone else, it may crush my partner to see me go, but I’ll console myself that a truly loving partner would want this for me. This situation also seems deeply unsettling. The relationship involves no commitment or loyalty on my part. It would likewise be understandable if this disturbed my partner. If we care about loyalty and commitment, we might not see the opportunity to trade up as a genuine good being forsaken in monogamy. Like the value of friendship and promises, a fully committed relationship is the kind of [consequentialist] good available only when refraining from weighing its value comparatively to other potential goods. This outlook may help resolve anxiety over one’s partner finding someone with whom a more fulfilling relationship might exist

Chalmers can now say that all these conditions could also be met in the case of a friendship-restricting agreement. I’m ready to bite the bullet and say that in this very unusual circumstance, the agreement is not morally troubling because they consent to, want, and enjoy such a relationship, because their jealousy cannot be controlled, and because their well-being is increased overall. If such an arrangement is still not acceptable, this is perhaps just because it’s a more onerous restriction
אז מ׳רעדט שוין, טענה׳ט דר. עליזאבּעט בּרעיק באריכות אז מ׳דארף טאקע רעפארמירן דעם אינסטיטוט פון הייראט, וואו איינע פון אירע הצעות זענען אז די רעגירונג האט נישט דאס צו פארשטיין אפילו אלס די נומער פון וויפיל עס קענען זיין דערין אויף אמאל.

*

ווי אויך האב איך געשמועסט מיט מיין ווייב, אז די סקעיל קען אויך עקאַוּנטן פאר דעם וואס ביידע ספּאַוּסעס אינעם מערידזש טוהן זיך בהכרח טוישן דורכאויס די יארן. די סקעיל עקאַוּנט דערפאר דורכ׳ן דאס אויך בעצם מכניס זיין דערין: מיט די טוישן, ווי ווייט וואלסטו דאס געוואלט איבערטוהן, רעכענענדיג דאס יעצט אויך?

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 12:18 pm

· #539697
לגבי מאַנאַגעמי איז דאס ווי דער רמ״ד איז מפרש הפסוק בקהלת (ז כח) אדם אחד מאלף מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי:📎 IMG_6442.jpegואגב, דער אלשיך איז דארט מפרש:
או אמר בכל אלה על המצויות בדורו, אך לא ביתר דורות כי איה אמהות ונביאות ומי ישמע לו לדבר הזה עליהן.

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 12:44 pm

· #540432
דר. העלען פישער זאגט אז זי האט גענוצט די מעטריק איך דערמאן:
In short, marriage used to be the beginning of a relationship, now it's the finale. We did a study of 1,100 married people. And I had reasoned, well, if there's this long pre-commitment stage of getting to know somebody, maybe by the time you walked down the aisle, you know what you've got, you're happy with what you've got, and you're gonna build a long, stable really happy marriage. Maybe we're going towards a time of happier marriages, because relationships can end before you tie the knot. So within this study, I asked these 1,100 married people a lot of questions, but one of the questions was, "would you remarry the person you're currently married to?" And 81% said "yes". And I think that with what I call "fast s*x, slow love," with this slow love process of getting to know somebody very carefully, over a long period of time, it's gonna help the brain readjust some of these brain regions for decision-making. You're gonna get to know how this person handles your parents, how they handle your friends, how they handle their money, how they handle an argument, how they handle getting exercise, and their own health and your health, et cetera. You learn a lot about the person. I'm very optimistic about the future, because of this concept of slow love
דא זאגט זי דאס איבער:
I just wrote a big academic article on that very thing and I call it Slow Love: Courtship in The Digital Age. It came out in January and basically I began to think, okay, so if we have this long period of pre-commitment of just friends and move into friends with benefits and slowly tell friends and family, then slowly move in together. Maybe with this very long period of courtship, we're going to see more stable marriages because when you walk down the aisle, you know who you are, you know you want to keep this person, et cetera. So I did a study of 1,100 married people and asked them a lot of questions, but one of the questions was, "would you remarry the person you're currently married to?" And 81% said "yes". I've also looked in the demographic yearbooks of the United Nations in 80 cultures, and the later you marry, the more likely you are to remain married

לייביששרייבער » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 2:09 pm

· #540446
Re:
ביבער #
שמן למאור
ביבער
ביינונז האט מען חתונה כדי צו בלייבן געבינדן אין די סיסטעם.
מען 'מאכט' אונז אפשר חתונה פאר דעם סיבה. אבער דאס איז נישט די סיבה פארוואס מיר 'האבן' חתונה.

בחורים האבן חתונה בעיקר פאר עטליכע סיבות.

1) אלע חברים זענען שוין חתונה געהאט.

2) מען וויל שוין קענען טראגן א שטריימל שבת.

3) מען האט שוין נישט קיין כוח אין ישיבה.

4) מען האט ציפיל נסיונות אין קדושה.

5) מען וויל שוין קענען גיין מיט א טלית איבערן קאפ.

ועוד סיבות כאלה...
איך פארשטיי דיין נקודה אז קיינער האט נישט חתונה צו זיין געבינדן אבער קיינער ווייסט טאקע נישט פארוואס ער האט חתונה, די אלע זאכן וואס דו רעכנסט קען דאך געסאלווט ווערן אהן חתונה האבן אדער מיט חתונה האבן שפעטער, נאר ער וויל חתונה האבן ווייל ער וויל זיין פונקט ווי יעדעם און יעדער האט חתונה יונג ווייל אזוי האבן די אדמורים מוצלים מאש איינגעשטעלט כדי אזוי סיסטעמאטיקלי פרעזערוון חרדיזם אינעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.

חתונה האבן איז א קאמיטמענט צווישן צוויי ענטיטיס. אלעס וואס חתונה געהאטע מענטשן טוען קען געטהון ווערן אהן חתונה האבן אויך, נאר מענטשן מאכן אן עקסלוסיוו קאנטראקט ווייל ער וויל עפעס פון די צווייטע צד. און אונזער סיסטעם וויל מען נישט דא קיין שום קאמיטמענטס, מנערט אריין צוויי אינגע מענטשן מיט א לעבנסלענגליכן קאנטראקט כדי צו פרעזערוון עפעס א קולטור.
חתונה האבן איז א ביזנעס טרענסעקשאן צווישען צוויי ענטעטיס ? דאס איז א חידוש וואס איך האב נישט געהערט קיינמאל איך וואלט געזאגט פונקט קאפויער כדי צו מאכן א מערדזש פון צוויי ענטעטיס צו איינס האט מען חתונה, נישט צו מאכן פון איינס צוויי.
בלאט: 1 2