☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס מאכט איינעם א "loser"?

וואס מאכט איינעם א "loser"?

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15735

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 12:45 pm

· #514315
וואס מאכט איינעם א "loser"?
דער אבן עזרא איז מפרש (דברים כו, ג) "ארמי אובד אבי" אז דער "ארמי" באדייט יעקב אבינו ע"ה, "אבי":
שארמי הוא יעקב, כאילו אמר הכתוב: כאשר היה אבי בארם היה אובד. והטעם: עני בלא ממון.
ע"ש.
דאס באדייט לכאורה אז דער ווארט "אובד" דא מיינט בעצם א "loser", מיינענדיג א failure.

דאס האט מיר געברענגט צו טראכטן איבער דעם אז וואס איז די הגדרה דערפון פון איינער וואס איז א "loser/failure"? דאס אליין אז ער איז אַן עני? זענען די אלע חכמים וואס זענען באוואוסט און באקאנט לדורות לטוב, אבער בחייהן געווען אָרים ונרדפים בלי הצלחה (ווי דער אבן עזרא אליין), "losers"?

עס איז דאך באקאנט די פסוק בקהלת (ט, יא) לא לחכמים לחם ולא לנבונים עושר. איז גייט דאס דען באדייטן עפ"י הנ"ל אז דער חכם, וואס achieved דאס human potential פון שכל, ועוד אז ער מעטערד פאר זיינע ארומיגע, אבער האט למעשה נישט קיין געלט אדער/און (גוטע) קינדער אדער/און געזונט, און איז מדוכה מיט פעולות ריק ורוע מזל ואי-הצלחה אין די תחומין, גייט זיין פאררעכענט אלס א "loser" לעומת דער מזל'דיגער עושר מוצלח וואס איז יא געלונגען אין די תחומים אבער א סָכָל בענינים ותחומי שכליים? וידוע מאמרו של סקראט אז אַן unexamined לעבן, אָן מחשבה איבער און אין די טיפע שאלות פון לעבן וחכמה, לוינט זיך נישט צו לעבן. וידוע הגמרא בנדרים (מא.) דאין עני אלא בדעה ודא קני מה חסר ודלא דא קני מה קני.

ולכאורה איז די געדאנק ענליך צו איבער דאס וואס איך האב צוגעברענגט איבער סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם און וואו די שׁעירד גלויבונגען פונעם געזעלשאפט על הכלל שאפט בעצם די רעאליטעט ממש, און איר (פענאמענאלאגישע) פּערספּעקטיוו, פאר'ן יחיד פרטי בתוכה. וא״כ, וואו רוב הכלל קוקט ארויס אויף דעם לא-יוצלח עני בממון און וואו זיינע (בּעיסיק) שאיפות בתחום זה ווערן נישט ערפילט בהצלחה, אלס א "loser/failure", איז ער טאקע פאררעכענט אלס א "loser/failure". וההיפך בהיפך פאר'ן עושר מוצלח. ולכאורה איז דאס בפרט ביי אזא סארט סאבּיעקטיוו לעיבּל. און דאס איז לכאורה בפרט אין אונזער מאדערנער תקופה וואו עס איז דא א "געווינער און לוּזער קולטור".

ס'איז אויך יתכן אז די געדאנק פונעם אבן עזרא איז אז בחייו איז דאך אזא סארט מענטש געווען פארעכענט אלס "loser", און דאס אז זיין אנערקענונג והצלחה וכו' איז צוגעקומען לאחר מותו, כשכבר (קהלת ט, ו) גם אהבתם גם שנאתם גם קנאתם כבר אבדה, מאכט אים נישט אויס "loser" בפני עצמו.

א"י אז מ'רעדט דעמאלטס דוקא בשעת שנות חייו של יעקב. ואיה"נ אז ההיסטאריע לאחר פטירתו, לגבי זיין אימפּעקט טאטן סוקסעס, האט געטוישט דעם evaluation. מ'קען דאס צושטעלן צו וואס די פסוק זאגט דארט ממש פריער אין קהלת לגבי שבח החיים על המתים, "כי נשכח זכרם"; דאס איז א קוואליוויקעישאן דערצו. אבער דאס אליין איז אויך ניתן להגדרה: וואס איז די גדר פון געדענקט ווערן? מיינענדיג, איינער וואס האט מקיים געווען דעם (שם יב, יב) עשות ספרים הרבה, וואס די געדאנק דערין איז דאך צו עטשיִוון א דרגא פון immortality וזכרון לדורות, אבער למעשה איז דאס נישט פארשפרייט אדער גאר obscure (וכעין די פילע ספרים וועלכע געפינען זיך אויף hebrewbooks ואוצר החכמה), איז דאס נאך אלס בגדר "זכרון"? (ואגב עיין באבן עזרא שם דהכתוב מזהיר מעשות ספרים ע"ש.)

ואולי איז דאס אליין נכלל אין מהלכו של הרמב"ם. והיינו, אז מ'האט נישט צו קערן איבער נישט זיין א "loser" און דאס אליין איז נכלל בסוג ג' של הרעות וואס מ'מאכט זיך אליינס אָן מיט רצוניות'ן וואס מ'וויל. עס מעטערד נישט בכלל צי מ'איז טאקע באמת א "loser" פאר'ן האבן א לעבן וואס מאכט למעשה אויס. (און אפשר איז די גאנצע געדאנק פון חכמה, וואס איז להכיר שפלת עצמו און ווי ווייט ער האלט נאך פון שלימות, ועיין בנפוצות יהודה דרוש ט' ובחתימתי, צוצוקומען צום הכרה אז נישט קיין חילוק וויפיל הצלחה מ'האט אין אלע תחומים, איז מען אָלטימעטלי אין די grand scheme of things, אלס א "loser".)
📎 27552CCF-C5CB-48BE-94C8-AE16AB9B61EF.jpeg

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 2:04 pm

· #514319
עפעס איז דער אבן עזרא געוועהן אבסעסד מיט עניות, יצחק זאגט ער אויך איז געוועהן א ארימאן.

האט ער עפעס געזעהן א געוויסע מעלה פאר א ארימאן, זייענדיג אליין א ארימאן? עפעס א סטרעליסק'ע חסיד.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 2:13 pm

· #514322
היסטאריע
עפעס איז דער אבן עזרא געוועהן אבסעסד מיט עניות, יצחק זאגט ער אויך איז געוועהן א ארימאן.

האט ער עפעס געזעהן א געוויסע מעלה פאר א ארימאן, זייענדיג אליין א ארימאן? עפעס א סטרעליסק'ע חסיד.
זעהט אויס אז ס'איז גרינגער זיך צו ברעינוואשן מיט א פאזעטיווע נאראטיוו צו ארעמקיים ווי איידער זיך צו נעמען אין די הענט אריין, ואם בארזים נפלה שלהבת מה יגידו אזובי הקיר..

ענדיוועיס, צוויי נקודות לגבי די עצם דאס. 1) יעקב אבינו איז טאקע געוועהן א לוזער ביז ער איז אראפ קיין מצרים, ווי ער האט אליינס געזאגט פאר פרעה מעט ורעים היו ימי שני חיי, נאר שפעטער איז ער געווארן א געווינער ויהי לגוי גדול עצום ורב. 2) אין מיין מיינונג איז די דעפינישן פון א לוזער איז רעלאטיוו אזווי אין א געים, ער פרובירט אנקומען צו א געוויסע מטרה און ס'געלונגט איהם נישט, און ס'קען אמאל זיין צוויי מענטשן וואס קומען אן צום זעלבן פלאץ, איינער איז א געווינער ווייל דארט האט ער געוואלט צוקומען, דער צווייטער איז א לוזער ווייל ער האט געוואלט אנקומען ערגעץ אנדערש. צ.ב. האסט א מענטש וואס האט יארן לאנג געוואלט טרעפן די אמת אין זיין פאלק'ס רעליגיע און ס'איז איהם ליידער נישט געלונגען און ער איז געווארן אן אפיקורוס איז ער א לוזער, א צווייטער איז אויך אנגעקומען צו די זעלבע אפיקורסות אבער ער איז א געווינער ווייל ער האט דאס לכתחילה געזוכט. הגם אן אמת'ער מאמין וואלט גע'טענה'ט אז ביידע זענען געווינערס ווייל אפילו דער ערשטער האט אויך געוואלט אפיקורסות סאבקאנשעסלי, און די זעלבע קען מען אויך טענה'ן לגבי ארעמקייט אז אפילו דער וואס באהויפטעט אז ער איז וויל זיין ארעם באמת וויל טיעף אינעווייניג וואלט ער יא זייער שטארק געקענט ביישטיין צו זיין רייך נאר ס'פאסט איהם נישט מודה צו זיין אז ער איז פויל.

כרם זית » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:02 pm

· #514323
היסטאריע
עפעס איז דער אבן עזרא געוועהן אבסעסד מיט עניות, יצחק זאגט ער אויך איז געוועהן א ארימאן.

האט ער עפעס געזעהן א געוויסע מעלה פאר א ארימאן, זייענדיג אליין א ארימאן? עפעס א סטרעליסק'ע חסיד.
אויף יצחק שרייבט ער אז ער איז געווען רייך.

עס קען זיין אז 'בלי ממון' איז די סיבה אויף די השתלשלות פון די שפעטערדיגע שוועריקייטן. ווען ער וואלט ווען געהאט געלט, וואלט ער נישט געדארפט ארבעטן פאר לבן וכו'.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:05 pm

· #514324
דער שאלה אויב יעדער קען ווען זיין רייך, אדער עכ"פ נישט א לוזער, ווענד זיך היבש ווי ווייט מען קען געבן כח פאר בחירה.

אבער דאך איז אינטרעסאנט דער מוחלפת השיטה, דער וואס האלט אז א מענטש האט פולקאמע בחירה לגבי עבירות, וועט אויך האלטען אז לגבי פרנסה איז אלעס באשערט.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:05 pm

· #514325
כרם זית
היסטאריע
עפעס איז דער אבן עזרא געוועהן אבסעסד מיט עניות, יצחק זאגט ער אויך איז געוועהן א ארימאן.

האט ער עפעס געזעהן א געוויסע מעלה פאר א ארימאן, זייענדיג אליין א ארימאן? עפעס א סטרעליסק'ע חסיד.
אויף יצחק שרייבט ער אז ער איז געווען רייך.
ביסט זיכער? איך געדענק אז ער טענה'ט ער איז געוועהן ארים און דער רמב"ן רעגט זיך.

ודברת בם » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:08 pm

· #514326
צו רופען יעקב ארמי איז ממש לוזעריש

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:17 pm

· #514328
צו רופן דעם אבן עזרא לוזעריש איז אויך לוזעריש, קיצר, מ'קען נישט אנטלויפן פון די לוזערישקייט...

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:22 pm

· #514331
היסטאריע
דער שאלה אויב יעדער קען ווען זיין רייך, אדער עכ"פ נישט א לוזער, ווענדט זיך היבש ווי ווייט מען קען געבן כח פאר בחירה.

אבער דאך איז אינטרעסאנט דער מוחלפת השיטה, דער וואס האלט אז א מענטש האט פולקאמע בחירה לגבי עבירות, וועט אויך האלטן אז לגבי פרנסה איז אלעס באשערט.
די זעלבע מענטשן וועלן דיר פארענטפערן אז בחירה גייט נאר אן ביי טוב ורע משא"כ ביי פרנסה.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:29 pm

· #514333
@מי אני דאס וואס דו שרייבסט "עס איז דאך באקאנט די פסוק בקהלת (ט, יא) לא לחכמים לחם ולא לנבונים עושר."
די מפרשים דארט אויפן פלאץ, דאכצעך רש"י איינער פון זיי, און דאס איז לכאורה די פשוט'ע פשט, אז די סדר העולם איז יא אז עשירים זענען געווענליך חכמים און אלעס וואס ער רעכנט דארט אויס נאר פאר גאט מאכט נישט אויס ווען ער וויל איינעם מאכן פארקערט, דאס וואס דער חכם מיינט דארט ארויסצוברענגען.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:38 pm

· #514335
רביה''ק זי''ע
היסטאריע
עפעס איז דער אבן עזרא געוועהן אבסעסד מיט עניות, יצחק זאגט ער אויך איז געוועהן א ארימאן.

האט ער עפעס געזעהן א געוויסע מעלה פאר א ארימאן, זייענדיג אליין א ארימאן? עפעס א סטרעליסק'ע חסיד.
זעהט אויס אז ס'איז גרינגער זיך צו ברעינוואשן מיט א פאזעטיווע נאראטיוו צו ארעמקיים ווי איידער זיך צו נעמען אין די הענט אריין, ואם בארזים נפלה שלהבת מה יגידו אזובי הקיר..

ענדיוועיס, צוויי נקודות לגבי די עצם דאס. 1) יעקב אבינו איז טאקע געוועהן א לוזער ביז ער איז אראפ קיין מצרים, ווי ער האט אליינס געזאגט פאר פרעה מעט ורעים היו ימי שני חיי, נאר שפעטער איז ער געווארן א געווינער ויהי לגוי גדול עצום ורב. 2) אין מיין מיינונג איז די דעפינישן פון א לוזער איז רעלאטיוו אזווי אין א געים, ער פרובירט אנקומען צו א געוויסע מטרה און ס'געלונגט איהם נישט, און ס'קען אמאל זיין צוויי מענטשן וואס קומען אן צום זעלבן פלאץ, איינער איז א געווינער ווייל דארט האט ער געוואלט צוקומען, דער צווייטער איז א לוזער ווייל ער האט געוואלט אנקומען ערגעץ אנדערש. צ.ב. האסט א מענטש וואס האט יארן לאנג געוואלט טרעפן די אמת אין זיין פאלק'ס רעליגיע און ס'איז איהם ליידער נישט געלונגען און ער איז געווארן אן אפיקורוס איז ער א לוזער, א צווייטער איז אויך אנגעקומען צו די זעלבע אפיקורסות אבער ער איז א געווינער ווייל ער האט דאס לכתחילה געזוכט. הגם אן אמת'ער מאמין וואלט גע'טענה'ט אז ביידע זענען געווינערס ווייל אפילו דער ערשטער האט אויך געוואלט אפיקורסות סאבקאנשעסלי, און די זעלבע קען מען אויך טענה'ן לגבי ארעמקייט אז אפילו דער וואס באהויפטעט אז ער איז וויל זיין ארעם באמת וויל טיעף אינעווייניג וואלט ער יא זייער שטארק געקענט ביישטיין צו זיין רייך נאר ס'פאסט איהם נישט מודה צו זיין אז ער איז פויל.
על זה אנו דנין: וואס באדייט ״זיך נעמען אין די הענט אריין״? נאר לגבי מאטעריאלע געינס?

ואפילו לפי אפיקורוס וואס איז דוגל בהעדאניזם אז תענוג היא העיקר, איז אבער די עיקר צוצוקומען צו פשוט׳ע קאטאסטעמעטיק תענוג, וואס איז פשוט זיין פריי פון צער און זארג [אַטאַראַקציע] און באקומען תענוג פון די פשוט׳ע פשוט׳ע זאכן אין לעבן אָנע מותרות, וכעין בּודהיסט פילאזאפיע. דאס באדייט אז מ׳זאל נישט וועלן מעיקרא דאס דייקא וואס די געזעלשאפט האלט אלס הצלחה, וממילא גייט מען זיך זארגן דאס צו באקומען, און עס עפענט די טיר צו זיין א לא-יוצלח און loser. נאר מען דארף האבן די חכמה צו פארשטיין צו אוועקשטיין פון זאכן וואס זענען ממש נישט וויכטיג, ואפילו די געזעלשאפט נעמט אָן מיט א פשטות אז זיי זענען יא וויכטיג, און פאקוסירן אויף ממש די בּעיסיק בּעיסיק צרכים און דערייווען תענוג פון זיי אליין.

וממילא דער חכם וואס איז טאקע א failure און loser בעיני הגעזעלשאפט, אויב האט ער דאס אינטערנעלייזד האט ער זיך ״גענומען אין די הענט אריין״.

אין אנדערע ווערטער, איז דער אבן עזרא׳ס געדאנק דארט פון ״loser״ לפי ההסכמת ההמון ועפ״י סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם, וואס איז מער-ווייניגער אזוי אָנגענומען ביי רוב מענטשהייט בכל דור ודור. אבער נישט קיין משהו מער פון דעם.

ווייל ווי דו זאגסט איז ״failure״ תלוי בפעולות ריק; אם טרח למטרתו ותכליתו שרצה לריק שלא הגיע אליו (ועיין במו״נ ח״ג פכ״ה). וממילא צו געבן איינעם דעם שם הכולל ״loser״, שהיא ״failure״, באדייט דאס אז ביי עגרעגעיט איז ער א לא-יוצלח הטורח לריק לתכלית דברים שרוצה. יעצט, לגבי יעקב, ואפילו לפי האבן עזרא, איז שווער צו זאגן אז נאר נכסים וממון איז געווען זיין מטרה. צער גידול בנים האט ער אויך געהאט בשמעון ולוי ובמכירת יוסף, אבער עס איז יתכן לומר אז ער איז דאך געשטאנען אין דעם, ביי עגרעגעיט, בעסער ווי יצחק אביו (עכ״פ לפי מבט חז״ל; ואפשר אז דער אבן עזרא גייט טאקע ווייניגער מיט די מהלך און האלט אז עשו איז געווען א נייטראלע כאראקטער, ולמשל כזה). איז די שאלה פארוואס איז ער אים מגדיר אלס ״loser״ מכח עניות? ואולי אז די עניות איז א שם כולל אויף די גאנצע אי-הצלחה שבימי חייו, אזא סארט (משלי טו טו) כל ימי עני רעים, און ווי טאקע יעקב האט דאס באטראכט אויף זיך אליין באומרו (בראשית מז ט) מעט ורעים וגו׳. דער אבן עזרא איז טאקע מפרש דארט במשלי:
פירוש עני, דעת וממון, ימיו רעים
דער רלב״ג דארט איז אויך מפרש:
כל מי שהוא עני בדעות, כל ימיו הם רעים
ובגר״א שם:
כמו שאמרו חז"ל (אבות פרק ד משנה א): איזהו עשיר? השמח בחלקו. וא״כ, העני הוא מי שנפשו רחבה ואינו מסתפק בכל אשר לו וכל חללי דעלמא לא יספיקנו בדעתו, ולכן כל ימיו רעים כי אינו אפשרי שישיג כל חפצו וימלא דעתו. וכמו שאמרו (קה״ר א יג): אין אדם מת וחצי תאוותו בידו.
"וטוב לב משתה תמיד" - אבל מי שמסתפק במה שיש לו לבו שמח תמיד, כמו האיש אשר משתה בביתו שלבו שמח בעת שהוא שתוי יין עד שאז אפילו המלך אינו שווה לו, אך זהו אינו אלא בעת שיכרותו אך לאחר שפג יינו אינו בשמחה שהיה בתחילה. משא״כ ה"טוב לב" הוא תמיד שמח, כשמחת השתוי בעת המשתה.
וע״ש כעי״ז במצודות:
כל ימי עני רעים - עם כי מצוי לו די מחסורו, כי יתקנא בעשירי העם ורעה עינו בשלהם. אבל מי שיש לו לב טוב לבל ירע עינו בזולתו, ישמח בחלקו וימיו נדמים לו תמיד כימי משתה ושמחה.
***

די אבן עזרא לגבי יצחק איז אין בראשית כה לד. ושם חולק הרמב״ן עליו.
דער גאלדענער אדלער
@מי אני דאס וואס דו שרייבסט
"עס איז דאך באקאנט די פסוק בקהלת (ט יא) לא לחכמים לחם ולא לנבונים עושר." די מפרשים דארט אויפן פלאץ, דאכצעך רש"י איינער פון זיי, און דאס איז לכאורה די פשוטע פשט אז די סדר העולם איז יא אז עשירים זענען געווענליך חכמים און אלעס וואס ער רעכענט דארט אויס נאר פאר גאט מאכט נישט אויס ווען ער וויל איינעם מאכן פארקערט, דאס וואס דער חכם מיינט דארט ארויסצוברענגן.
דער אבן עזרא דארט למשל שרייבט:
וגם לא לחכמים לחם, שהיה ראוי להיותם מושלים בכסילים ויהיו רשים, והדבר הפוך ברוב.
כמובן, אז הגדרת ״חכם״ דא איז לגבי אנאליטישע חכמה.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:47 pm

· #514338
דער גאלדענער אדלער
@מי אני דאס וואס דו שרייבסט "עס איז דאך באקאנט די פסוק בקהלת (ט, יא) לא לחכמים לחם ולא לנבונים עושר."
די מפרשים דארט אויפן פלאץ, דאכצעך רש"י איינער פון זיי, און דאס איז לכאורה די פשוט'ע פשט, אז די סדר העולם איז יא אז עשירים זענען געווענליך חכמים און אלעס וואס ער רעכנט דארט אויס נאר פאר גאט מאכט נישט אויס ווען ער וויל איינעם מאכן פארקערט, דאס וואס דער חכם מיינט דארט ארויסצוברענגען.
אמאהל געוועהן א גביר וואס איז געווארען א יורד, האט ער געזאגט, "מילא די געלט, אבער די חכמה וואס איך האב פארלוירן"!

א גביר הייסט א חכם כל זמן ער איז רייך.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 4:29 pm

· #514345
מי אני
ואפילו לפי אפיקורוס וואס איז דוגל בהעדאניזם אז תענוג היא העיקר, איז אבער די עיקר צוצוקומען צו פשוט׳ע קאטאסטעמעטיק תענוג, וואס איז פשוט זיין פריי פון צער און זארג [אַטאַראַקציע] און באקומען תענוג פון די פשוט׳ע פשוט׳ע זאכן אין לעבן אָנע מותרות, וכעין בּודהיסט פילאזאפיע. דאס באדייט אז מ׳זאל נישט וועלן מעיקרא דאס דייקא וואס די געזעלשאפט האלט אלס הצלחה, וממילא גייט מען זיך זארגן דאס צו באקומען, און עס עפענט די טיר צו זיין א לא-יוצלח און loser. נאר מען דארף האבן די חכמה צו פארשטיין צו אוועקשטיין פון זאכן וואס זענען ממש נישט וויכטיג, ואפילו די געזעלשאפט נעמט אָן מיט א פשטות אז זיי זענען יא וויכטיג, און פאקוסירן אויף ממש די בּעיסיק בּעיסיק צרכים און דערייווען תענוג פון זיי אליין.

וממילא דער חכם וואס איז טאקע א failure און loser בעיני הגעזעלשאפט, אויב האט ער דאס אינטערנעלייזד האט ער זיך ״גענומען אין די הענט אריין״.

אין אנדערע ווערטער, איז דער אבן עזרא׳ס געדאנק דארט פון ״loser״ לפי ההסכמת ההמון ועפ״י סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם, וואס איז מער-ווייניגער אזוי אָנגענומען ביי רוב מענטשהייט בכל דור ודור. אבער נישט קיין משהו מער פון דעם.
פארוואס קען נישט זיין אז "חכמה" איז בעצם נאר ווערדפול וועגן די סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם?

ענדיוועיס, אמאל פלעג איך רחמנות האבן אויף ארעמע מענטשן, שפעטער האב איך איינגעזעהן אז ס'נישט דא וואס רחמנות צו האבן, זיי זענען ארעם ווייל זיי האלטן בשיטה אז ס'איז א גוטע זאך צו זיין ארעם, ווייסטו וואס? אז דו ווילסט אזוי שטארק זיין ארעם ענדשוי זיך דערמיט.

בכל אופן, זיך נעמען אין די הענט אריין מיינט מען יעדע זאך וואס קען העכערן דעם לעבנסקוואליטעט, זאל עס זיין קינעטיג פארגעניגן צו קאטאסטעמאטישע פארגעניגן, מאכט נישט אויס, ס'נאך קיינער נישט געשטארבן פון צופיל גשמיות'דיגע געינס און פארגעניגן'ס, פון צו ווייניג גשמיות יא.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 4:46 pm

· #514349
רביה״ק זי״ע
פארוואס קען נישט זיין אז "חכמה" איז בעצם נאר ווערדפול וועגן די סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם?
איה״נ. (און עס איז בכלל ענליך צום סעלף-רעפערענשאל קשיא אז מ׳טענה׳ט בחכמה אז חכמה איז דאס העכסטע אידעאל. און דאס אליין איז א פירכא עפ״י חכמה.)

אין אונזער קאנטעקסט, אים צו מאכן אויס ״loser״, איז עס א תרתי דסתרי: אויב איז עפ״י סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם קניית החכמה גאר ווערדפול (אויף די מדריגה וואס מען איז דאך דן אין) און ממילא עפעס וואס איר האבן דאס קונה געווען מאכט דעם קונה אויס ״loser״, דאן וויאזוי איז ער יא א ״loser״ בעיני ההמון עפ״י סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם וועגן דאס׳ן נישט האבן די אנדערע זאכן וואס זענען וויכטיג לפיה? אחוץ טאמער ווילסטו מחלק זיין אז סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם איז דאס וואס מאכט טאקע אפ וואס איז ווערדפול וביניהן קניית חכמה, אבער עס זאגט אויך אז נאר טאמער פארמאגט מען אלעס דאן איז מען נישט א ״loser״. אבער מ׳זעהט דאך נישט אזוי פונעם עושר הסָכָל וואס ווערט נישט פארעכענט ווי א ״loser״, ועפ״י סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם, הגם ער פארמאגט נישט חכמה. ואולי אז לפי סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם איז עס טאקע גאר ווערדפול אבער ל״ד לפיה אז׳ן דאס האבן מאכט אויס ״loser” - ביידע זענען גאר ווערדפול, אבער נאר מאטעריאלע סאָקסעס מאכט אויס ״loser״ לפי סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 5:06 pm

· #514350
מעג מען מחולק זיין מיט דער א"ע? אדער עכ"פ מיט דער הבנה פון @מי אני.

אפשר עקזיסטירט נישט א לוזער באמת?
אפילו ווען מען זאגט עס, איז עס א ביטוי.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 5:08 pm

· #514351
למעשה גערעדט, פארוואס קען נישט זיין אז יעקב'ן האט "אויך" אינטערעסירט געלט? ווען ער וואלט געוועהן אן עושר וואלט ער געקענט זיין א זקן ויושב בישיבה אן מקריב זיין די ווייב און קינדער, שיקן יהודה בויען ישיבות אין מצרים, אפשר דינגען 400 באדיגארדס אזויווי זיין ברודער עשו און אזוי קענען בלייבן מקיים זיין כיבוד אב ואם? כ'מיין ס'פעלט דען וואס מ'קען טוהן מיט געלט? און אז ער האט זיך אנשטאט דעם געדארפט ארומדרייען פון איין פלאץ צום צווייטן פאשען שאף ביים פעטער לבנ'ען אין די פרעסטן און היצן ווי אמממ... א לוזער... און קוים אנטלאפן מיט'ן לעבן איז ער דען נישט טאקע א לוזער? יישוב הדעת האט ער דאך זיכער געוואלט האבן ווי ס'שטייט ביקש יעקב לישב בשלווה, ווען ער איז ווען רייך וואלט ער געקענט אפקויפן רחל און לאה צוזאמען און צוריקגיין אין ישיבה פון שם ועבר און פטור אן עסק...

לגבי די סאושעל קאנסטראקשעניזם ווענדט זיך, איינער וואס איז טאקע אזוי ארים אדער נאריש אז ער קען זיך פשוט נישט באגיין אינעם טאג-טעגליכן לעבן ווערט טאקע אנגעקוקט ווי א לוזער, אבער איינער וואס גענוג געלט פאר אלעס וואס ער דארף און ער קען בעיסיק רעכענען, שפראך, פאליטיק, היסטאריע, פילאזאפיע, וכו' אז ער איז נישט אויסגעשפילט אין א שמועס מיט נארמאלע מענטשן קוקט מען נישט אן ווי א לוזער, סיידן אז ער האט פרובירט ערגעץ אנקומען און ס'איז איהם נישט געלונגען, למשל אז ער האט פרובירט אריינגיין אין ביזנעס און אנגעוואוירן זיין שווער'ס געלט, אדער ער איז געגאנגען אין קאלעדש און ארויסגעפאלן, אדער געשפילט אין די אלימפיקס און פארלוירן, דאס גייט שוין אריין אין וואס כ'האב אין אנפאנג גערעדט אז לוזער איז רעלאטיוו. אבער אין אמת'ן דער וואס פרובירט אינגאנצן נישט אויס מורא פון א דורכפאל איז נאך דער גרעסטער לוזער פון אלעמען...

מתבודד » פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 1:05 am

· #514381
ס'דא נאך א דירעקציע ווי יעקב האט זיך זייער געמוטשעט און קען זיכער גערופן ווערן א לוזער על שם זה, די נושא פון זיינע ווייבער. (הגם די אבן עזרא מיינט נישט דאס)
קודם ארבעט ער ביטער שווער צו באקומען אהובתו נאר אויסצוגעפינען נאכן חתונה אז ער האט באקומען א צווייטן, ענדליך האט ער איר יא וויינט זי צו אים אגאנצן טאג, נישט אזא געשמאקע זאך כידוע... ענדליך געבוירט זי אים נאך א קינד שטארבט זי אפ אזוי יונגערהייט אינמיטן וועג. וואט עי לוזער... אפי' במשנת הבבלי איז זיך מוטשען מיט די ווייב א לוזער.
---
אויף די נושא פון דעם פרייליכן עני איז דא א משל פון א מלך עצוב מאוד וואס דער יועץ האט אים געגעבן איין תרופה, צו אנטון דאס העמד פון א מענטש וואס איז נאר בשמחה און רואיג אייביג. זענען די משרתים געגאנגען זוכן ביז זיי האבן געטראפן א עני זיצן אליינס ביים עק שטאט בעירום ובחסר כל אבער אינגאנצן בשמחה און דאגה'לאז. בעטן זיי זיין העמד זאגט ער זיי, טיפשים, כ'האב כלל נישט קיין העמד. וואלט איך געהאט א העמד וואלט איך געווען אינגאנצן פאר'דאגה'עט מ'זאל עס נישט גנב'ענען וכו'. אזוי, האב איך נישט קיין שום דאגות! (אקעי, ס'א ברסלב'ע משל...)
____
און יעצט, לאמיר איבער'חזר'ן די הייליגע דיבורים:
איז די גאנצע געדאנק פון חכמה, וואס איז להכיר שפלת עצמו און ווי ווייט ער האלט נאך פון שלימות, ... צוצוקומען צום הכרה אז נישט קיין חילוק וויפיל הצלחה מ'האט אין אלע תחומים, איז מען אָלטימעטלי אין די grand scheme of things, אלס א "loser"

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 11:02 am

· #514393
אגב, לגבי עניים וביכורם האבן עניים פונקט אזוי געברענגט ביכורים (ביכורים פ״ג מ״ח); מיינענדיג אז דאס אז דער מענטש ברענגט ביכורים מיינט נישט אז ער האט נישט די פראבלעם פון עניות. ועכ״כ אז לגבי דעם זאגט די גמרא בב״ק צב., לגבי דעם מ׳נעמט צו פון אים זיין קארב אויך, ״בתר עניא אזלא עניותא״ ע״ש. (דער אבן עזרא איז טאקע נישט געווען קיין בעל תלמוד, וכדכתב המהרש״ל ביש״ש בהקדמתו לחולין…) עכ״פ זעה׳מיר פון דעם אז דאס אז דער מענטש ברענגט ביכורים באדייט נאך נישט אז ער איז נישט קיין ״עני בלא ממון״, כדי דאס צו דזשאָקסטעפּאָזן אין דעם רעספּעקט מיט יעקב אבינו ע״ה וואס אז יא געווען דעמאלטס. וממילא איז דאס א שטיקל סמך לזה וואס איך לערן אפ אז די געדאנק איז ״אובד״ על הכלל כולו דהיינו ״loser״. הגם, מ׳קען נאך אלס זאגן עפ״י פשוט פשט אז עס דזשאָקסטעפּאָזד דאס יא מיט יעקב בעניות דוקא, אין דעם אז דער מביא ביכורים האט כאטש קרקע משא״כ יעקב אָז (ועיין ביבמות סג. אמר רבי אלעזר כל אדם שאין לו קרקע אינו אדם ובסנהדרין נח: אמר רבי אלעזר לא נתנה קרקע אלא לבעלי זרועות ע״ש).
מתבודד
ס'דא נאך א דירעקציע ווי יעקב האט זיך זייער געמוטשעט און קען זיכער גערופן ווערן א לוזער על שם זה, די נושא פון זיינע ווייבער. (הגם די אבן עזרא מיינט נישט דאס.)

קודם ארבעט ער ביטער שווער צו באקומען אהובתו נאר אויסצוגעפינען נאכן חתונה אז ער האט באקומען א צווייטן, ענדליך האט ער איר יא וויינט זי צו אים אגאנצן טאג, נישט אזא געשמאקע זאך כידוע... ענדליך געבוירט זי אים נאך א קינד שטארבט זי אפ אזוי יונגערהייט אינמיטן וועג. וואט עי לוזער... אפי' במשנת הבבלי איז זיך מוטשען מיט די ווייב א לוזער.
אגב, מענין לענין באותו ענין איבער יעקב מיט זיינע ווייבער, שרייבט הרב דר. מלך שפירא איבער וואס מ׳האט צענזורירט פונעם פירוש הטור הארוך עה״ת: 📎 0DB2AF60-F881-4366-B176-ECE1AD4F6BDB.jpeg ער ברענגט דארט צו בכלל איבער שלאגן די ווייב בהלכה: 📎 9AD3C126-B75E-4F39-977B-00D56D67A38A.jpeg 📎 1D0E7CDB-6B2C-40DE-8EAB-83CDBC8A23A5.jpeg 📎 EB136A7D-AA09-4A2D-B7E5-5862682BB94F.jpeg ‏(ועיין כאן.)

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 24, 2022 7:48 pm

· #514407
אנאנים: איך וויל דא מאכן א זייטיגע אבזערוואציע. שלא כמו בזמן הבית איז היינט זיך צו באניצן מיט דיספאוזעבל דישעס א סימן פון עשירות. אן ארעמאן קען זיך נישט ערלויבן די באקוועמליכקייט פון ניצן נאר דיספאוזעבל (פלעסטיק) דישעס און עסצייג. ספעציעל אין ארץ/מדינת ישראל. ווייל די פרייזן פון פלעסטיק דיספאוזעבלס איז ארויף צו אסטראנאמישע פרייזן. איז אבער בזמן הבית ואחריו געווען דיספאוזעבלס א סימן עניות. ווייל דער ארעמאן האט נישט געקענט ברענגען ביכורים אין א גאלדענעם קארב.

חדשים » זונטאג דעצעמבער 25, 2022 12:13 pm

· #514463
יש loser ויש loser. עס איז דא די basic needs וואס אן דעם קען מען נישט לעבן. דאס זענען די סורווייוועל needs, וואס נעמט אריין Food, water, clothing, sleep, and shelter. און עס איז דא די essential needs, דאס מיינט די העכערע לעוועלס פון די Maslow’s Hierarchy of Needs.

עפ”י פשטות הפסוקים האט פאר יעקב געפעלט די בעיסיק needs. ווען איינער האט נישט די בעיסיק needs איז ער א loser לכו”ע, ווייל עס איז א פשוטע מציאות. איינער וואס האט עס נישט ווערט אויטאמאטיש נאבד מן העולם. די גאנצע שיינע שמועס וויאזוי מ’מעסט א loser, איז לכאורה נאר אויף די העכערע לעוועלס.

פערינא » מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:43 am

· #514516
[ציטאט אראפגענומען]
אדער אדער. ביידע זענען זיכער נישט לוזערס צו די זעלבע מענטש. אפשר איינער זעט אלץ לוזערס די ערשטע און איינער די צווייטע.

מי אני » זונטאג יאנואר 1, 2023 8:39 pm

· #514846
אין אַן אינטערוויוּ וואס דזשאַן האָרגען האט אפגעהאלטן מיט דר. קאַרל פּאַפּער בסוף ימיו: 📎 11.jpg ויוסיף דעת יוסיף מכאוב (קהלת א חי) (וואס די מדרש זאגט, שהש"ר א י, אז שלמה המלך ע"ה האט טאקע געשריבן בסוף ימיו).

מי אני » דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:00 pm

· #534015
ובענין זה האט טאקע דער שרייבער ערנעסט העמינגוועי געזאגט:
Happiness in intelligent people is the rarest thing I know
וכעין מה שהבאתי מפיאָדאָר דאָסטאָיעווסקי. (אבל ידוע מאמרו של זיגמונד פרויד.)

און דער פסיכאלאג דר. אירווין יאַלאָם האט געשריבן:
Despair is the price one pays for self-awareness. Look deeply into life, and you'll always find despair
עס איז סתם אזוי מן הראוי לציין צו וואס ער שרייבט דארט:
Every person must choose how much truth he can stand

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 3:16 pm

· #541079
ר׳ יוסף אבן כספי שרייבט אין זיין הקדמה לספר איוב:
אמר אריסטו במאמר הראשון מספר המדות כי אנשי המעלה יתוארו כמצליחים כל ימיהם, ואף על פי שיקרו להם פגעים רעים כאיוב.

מי אני » דינסטאג יאנואר 9, 2024 3:17 pm

· #544207
‏דא ברענגט @צוזאמגעדרייט ארויס א נקודה, אז פון אַן עוואלוציאנערישע מבט האבן די דזשיִנס פון האָמאָסעקשועל מענטשן (ואפילו חכמים) א שווערערער מעבר דורכצוגיין אויף כדי צו רעפּראדוסן און איבערלעבן. דאס קען מען אויסברייטערן נאך מער לחכמים בכלליות, ווייל ווי איך האב צוגעברענגט איז דא א נעגאטיווע קאָרעלעישאן צווישן חכמים און וויפיל קינדער א מענטש האט - ווי א גרעסערער חכם, אלס ווייניגער זיין דראנג צו איבערלאזן מער דורות (הגם דאס איז מער לגבי האבן ווייניגער קינדער, אבער ל״ד בכלל נישט). ועכ״כ אז ניטשע, וועלכער האט טאקע נישט געהייראט און נישט איבערגעלאזט דורות (ווי אסאך אנדערע חכמים), האט גע׳טענה׳ט אז אַן אוהב חכמה ופילוסוף האט טאקע נישט חתונה צו האבן (ועיין בדברי דר. יונתן וואלף). וכמובן, גייט דאס נאך מער אין איינקלאנג מיט׳ן פילאזאפישן פאזיציע פון אנטינעטעליזם, וועלכעס נעמט אָן גאר שטארק דעם (עירובין יג:) נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא, און אז עס איז גאר אומעטיש אראפצוברענגען מענטשן אויף די וועלט וועלכע זענען אויסגעשטעלט צו אירע צרות ועגמת נפש.

די געדאנק איז, אז ווי דער רמב״ם ברענגט ארויס (בסוף מו״נ ח״ג פנ״ד) אין זיין היערארכיע פון מיני שלימות, איז מעלת החכמה די העכסטע ווייל דאס איז לו לבדו זולתו ע״ש. מיינענדיג, אז החכמה והמושכלות שקנה האדם, איז נישט קאנטינדזשענט ותלוי אין קיין שום פאל אין א צווייטן, נישט אויף דאס מעריך צו זיין כנגדו און נישט אויף דאס קענען מפסיד זיין ממנו וכדומה. משא״כ כל שאר שלימיות, ווערט נערך און איז אָנגעוואנדן רעלאטיוו צו אנדערע. דאס איז בפרט נוגע לגבי די שלימות פון קונה זיין נכסים און ריסאָרסעס, וואס, פון אַן עוואלוציאנערישן מבט זיכער, איז די סאָקסעס דערפון על הכלל כולו אָנגעוואנדן לבסוף אין אך ורק זיין אָוועראָל פיטנעס און די דזשיִנס וואס ער לאזט איבער נאך זיך אינעם דזשיִן פּוּל. און אויף דעם זאגט טאקע קהלת אז אויב נישט איז (ד ח) יש אחד ואין שני גם בן ואח אין לו ואין קץ לכל עמלו גם עיניו לא תשבע עושר ולמי אני עמל ומחסר את נפשי מטובה גם זה הבל וענין רע הוא (און דאס איז נישט לאנג נאכ׳ן זיין שרייבן פריער דארט בפסוק ב וג׳, ושבח אני את המתים שכבר מתו מן החיים אשר המה חיים עדנה, וטוב משניהם את אשר עדן לא היה אשר לא ראה את המעשה הרע אשר נעשה תחת השמש). כמובן, אז דער חכם וועלכער האט יא דורות, זוכט אריינצוגעבן זיין אידעאל פון אהבת ושאיפת החכמה אין צו זיינע דורות אז זיי זאלן דאס אויך נאכיאגן און קונה זיין, זייענדיג אז ער האלט דאס אלס די העכסטע אידעאל, אבער די חכמה לשלעצמה וואס ער האט קונה געווען איז לו לבדו זולתו און איז נישט אָנגעוואנדן אין וואס זיינע קינדער נעמען למעשה אָן. משא״כ ריִסאָרס סאָקסעס, וואס ביי מענטשן איז קניית ורכישת נכסים, ווערט למעשה לאחרי הכל נאר געשאצט לפי זיין אָוועראָל פיטנעס און ריִפּראַדאָקטיוו סאָקסעס; ביי דעם איז, ווי קהלת זאגט אויך (ג יט) ומותר האדם מן הבהמה אָיִן כי הכל הבל - זיין רכישת נכסים און ריִסאָרסעס איז נאר חלוק במדריגה מהבהמות לפי ערכו וערכם, אבער נישט במין כמו בקניית חכמה ומושכלות.

‏ואולי קען דער העדאניסט טענה׳ן דאס זעלבע לגבי תענוג; דאס איז אויך ל״ד אָנגעוואָנדן אין אנדערע וכמו כעין חכמה, און ווי די פסוק פריער זאגט ״ולמי אני עמל ומחסר את נפשי מטובה״, און ער קען פארשטיין אז ער האט זיך נישט צו מוטשענען און ענדערש ליגן ברכישת תענוגים. הגם אבער אז זיין ווינדוֺי צו דעם אין לעבן דאס קונה צו זיין איז למעשה היבש קלענער. ווי אויך איז ניתן להיאמר אז ער איז סתם אזוי אין דעם קרוב להפסד ורחוק מן השכר, זייענדיג אז קניית צער איז אים אינעוויטעבּל און איז כאטש באלאנסירט נגד התענוגים שיקנה וירווה. משא״כ ביי חכמה וסכלות. דאס רירט סתם אזוי אָן צום שמועס איבער חכמה ויחסה לתענוג.

עכ״פ עס איז נישט גרינג פארצוהאלטן דער חכם אויף דעם אז ער איז ווייניגער אומשטאנד צו זיין סאָקסעספול לגבי רעפּראַדאָקטיוו סאָקסעס און פיטנעס, טאמער ער איז נישט מסכים מעיקרא צו דעם אלס אַן ערך חשוב בכלל. ער באטראכט דאס מער ווי א בחינה ״אז איך בין שוין ממילא דא טוה איך דאס מערסטע וואס איך קען לגבי מיין קאַנסטיטושאן פון חומר להישאר אני לבדי״, אבער נישט אז אט די עוואלושינערי געים, בכל אגפיה, איז אַן עיקר פאר אים באיזה אופן, לבד ממה שצריך אליו בהכרח להישאר כדי לקנות המושכלות.

וואס מ׳קען יא פרעגן איז צי די דראנג און טרעיט זיינער פון דאס ארויסהייבן חכמה אלס די עיקר אידעאל, איז אליינס תלוי אין דעם אז דאס איז סעלעקטעד געווארן עוואלושינערילי, זייענדיג אז חכמה איז דאס וואס האט געהויבן די פיטנעס פונעם מין האנושי על הכלל? ואפילו פאר אַן אינדיווידואל איז, all else being equal, דער חכם מער אומשטאנד צו זיין עוואלושינערילי פיט? וממילא איז ער סוכ״ס פונקט אזוי משועבד מיט דאס וואס ער ״שפילט״ יא, צו וואס עוואלושאן דיקטירט אלס סאָקסעס ופיטנעס - דאס איז פשוט די כלי וועלכעס דער מין האנושי האט אלס אַן עדזש אין איר פיטנעס, וכעין די כלים וואס אנדערע בע״ח האבן עוואַלווד אלס אַן עדזש צו זייערס; דעם מין האנושי׳ס עדזש און כלי איז נאר פשוט בעסער (אבל עיין בדברי דר. דוד וואלפּערט שהבאתי). וואס מ׳קען זאגן איז אז איה״נ, אבער די חילוק איז אז ביי דעם איז דער חכם, זייענדיג א חכם, טאקע עוועיר דערצו אליינס, און זיין זיין עוועיר דערפון איז אט דאס וואס מאכט אים טאקע חלוק במין אין דעם דראנג וחשיבות דערצו, וועלכעס איז איה״נ טאקע מכח עוואלושאן כמו הרדיפה לרכוש נכסים וריִסאָרסעס; ער דערזעהט זיך פון א דרויסענדיגער מבט אלס א חלק פון די סיסטעם. ואולי ליגט דאס אינעם באקאנטן מימרא פון סקראט אז ״די אָנעקזעמינד לעבן איז נישט ווערט געלעבט צו ווערן.״ והיינו, אז ער דארף זיך דערזעהן, בחכמתו על חכמתו, אז דאס אליינס און די חשיבות וערך וואס חכמה האט, איז לבסוף נובע פונעם זעלבן מקום ומקור פון וואו יעדעס מענטשליכע דראנג וערך צו ערנערונג, דורות, און ריִסאָרסעס איז נובע. די סעלף-רעפערענשאל הכרה, וועלכע איז דורך חכמה, איז וואס איז מחלק ערך וחשיבות החכמה משאר ערכי חומריים.

אלפא » דינסטאג יאנואר 9, 2024 3:29 pm

· #544210
Re: וואס מאכט איינעם א "loser"?
האמיר עכ"פ נאך א תירוץ אויף דוד המלך'ס חקירה פארוואס עס זענען דא נער'נים אויף די וועלט...

מי אני » דינסטאג יאנואר 9, 2024 4:04 pm

· #544216
😃

דער אבודרהם שרייבט אז דאס וואס מ׳זאגט מזמור לד בתהלים בשבת, וואס די מזמור האט דוד המלך געזאגט ווען ער האט זיך געמאכט ווי א שוטה און דאדורך געראטעוועט געווארן פון אכיש/אבימלך, איז כנגד המאמר של יהי רקיע ביום שני של ששת ימי בראשית ע״ש. (דער ילקוט מעם לועז בשמואל א כא ברענגט אראפ אז די מעשה האט פאסירט בשבת, ולכן זאגט מען די מזמור אויף שבת ע״ש.) וידוע אז ביום שני שטייט נישט ״כי טוב״, ופירש״י (בראשית א ז) אז דערפאר איז נכפל ״כי טוב״ ביום השלישי ע״ש.

ואפשר לומר אז דאס איז די געדאנק וואס נאך די פסוק בקהלת פון למי אני עמל ומחסר את נפשי מטובה וגו׳, וואס דאס איז פון א ריִסאָרס עקוויזישאן מבט ווען מ׳הייראט נישט און מ׳האט נישט קיין קינדער כנ״ל, איז ער גראד דערנאך ממשיך (שם ט) טובים השנים מן האחד וגו׳ וחוט המשולש וגו׳ וועלכעס מיינט לנישואין ובנים ע״ש בהמפרשים. והיינו, אז ווי געשמועסט איז די געדאנק פון נישואין ולידת בנים ל״ד ממקור החכמה, און נאַראָנים ושוטים גליסטן מער דערצו. וואס אויף די געדאנק פון תועלת השטות האט דוד פארפאסט מזמור לד בתהלים וועלכעס איז בשבת כנגד המאמר ביום שני של ששת ימי בראשית, וואס וועגן די מאמר איז נכפל געווארן כי טוב, ״טובים השנים״, ביום ״המשולש״. ‏ואגב, עיין ברלב״ג עה״פ (משלי חי כב) מצא אשה מצא ״טוב״, אז דאס גייט ארויף אויף כוחות הנפש כשמשרתים כראוי את שכלו האנושי ע״ש.

ואפשר לומר עוד אז די גמרא פארציילט בכתובות יז.
רב שמואל בר רב יצחק מרקד אתלת א"ר זירא קא מכסיף לן סבא כי נח נפשיה איפסיק עמודא דנורא בין דידיה לכולי עלמא וגמירי דלא אפסיק עמודא דנורא אלא אי לחד בדרא אי לתרי בדרא א"ר זירא אהנייה ליה שוטיתיה לסבא ואמרי לה שטותיה לסבא ואמרי לה שיטתיה לסבא
והיינו, אז ער האט מרקד געווען אתלת, לרמז על יום השלישי שנכפל בו כי טוב מחמת שנחסר ביום השני. וואס די מאמר של יום השני איז כנגד מזמור לד בשבת שהוא כנגד השוטים, וואס פון דעם איז נובע די עוואלושינערי דראנג לדורות כנ״ל, ולכן בא הרמז דאהני ליה שטותיה ופירש״י שם שהיה מתנהג כשוטה ע״ש. און דאס איז דער רמז לחד בדרא אי לתרי בדרא, ווייל די שטות ברענגט צו אז מ׳זאל זיך מתקשר זיין לתרי, איש ואשה, כדי עס זאל זיין המשכת הדורות, ״בדרא״, והמין האנושי. (און די ״עמודא דנורא״ איז לרמז אז בלא זכו איז דאך ״אש״ אוכלתן, כדאיתא בסוטה יז.)

נואף אשה חסר לב (משלי ו לב). הגם אז כדי להוליד בנים איז דאס יא למלא רעבונו, ואינו ״נואף״.


עס איז אויך מערקווידיג וואס דער רס״ג איז מפרש עה״פ (בראשית ב חי) לא ״טוב״ היות האדם לבדו:
דבר זה [בדידותו] לא היה טוב לגמרי, כי היה נשאר בלי זרע ונכרת.
ועיין ברמב״ן שם דה״טוב״ הוא הקיום ע״ש.

***

ואגב, איז מערקווידיג די שיר פון יהודה ליב גורדון ״למי אני עמל?״ (דאס איז עפ״י די געדאנק פון ״עם ההולך ומת״, וועלכע דר. שמעון רבידוביץ שרייבט אז יל״ג איז אויך געווען געשלאגן דערמיט. און ווי קהלת אליין שרייבט (ז י) אל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה.)

מי אני » מיטוואך מערץ 20, 2024 11:14 pm

· #555624
לגבי דעם אז פילאזאפן זענען מער דיפּרעסד וכו׳, האב איך די וואך געטראפן אינעם לייבּרערי די בוך און עס געבארגט פאר מיין זוהן:📎 ee5a2369-1a12-4cb0-a503-7c8d683ae322.jpeg זאגט מיר מיין ווייב אז צום ערשט הייבט זיך עס אָן מיט׳ן ארויסנעמען ספרי חכמה ופילאזאפיע פונעם לייבּרערי, און דערנאך קומט עס טאקע צו ‏צו דעם: מ׳איז (ח״ו) קובל אויף דעם יום הולדת און מ׳זאגט (חלילה) אז מ׳האט צופיהל… 😃

וה׳ יאריך ימינו ושנותינו בטוב.

דערהויבענע איד » מיטוואך מערץ 20, 2024 11:52 pm

· #555629
Re: וואס מאכט איינעם א "loser"?
למעשה קען מען אנפילן נאך פילה פיליזאפישע חקירה'שע בלעטער איבער וואס פונטקליך האט די פסוק געמיינט מיטן אנרופן איינעם לוזער, אבער לדעתי איז פיל מיט סוציאלאגישע טערמינען ווי קלוג, לוזער, אפענער,אא''וו, וואס האט נישט קיין דעפעניציע, נאר איז עפעס וואס סאסייעטי איז מחליט אויפן מינוט, און א מינוט דערנאך קען עס שוין מיינען גאר אנדערש.

די עיקר איז א מענטש זאל שפירן גוט מיט זיך, און שוין.

העפענס טו בי אז כ'האב ליב פיליזאפיע, ענזשוי איך טאקע צו ליינען די אשכולות...

מי אני » דינסטאג מערץ 26, 2024 11:34 am

· #555981
די פּסיכאלאג דר. סוּסען נאלען-האקסעמאַ האט דורכגעטוהן טעמים וסיבות אין וויאזוי דעפּרעסיוו עפּיזאדן גייען צו. זי האט דאס אראפגעשטעלט אז עס איז תלוי אין די רומינעישאן פונעם מענטש, וואס זי האט באטיטלט די רעספּאַנס סטיילס טעאריע. והיינו, אז מענטשן וואס טוהן און טראכטן דורך די סיבות וטעמים פארוואס און וויאזוי זיי זענען טרויעריג און דעפּרעסד, טוהט אט דאס אליין שטארקן און פארלענגערן זייער דעפּרעסיוו עפּיזאד. משא״כ מענטשן וואס זענען מסיח דעת פון דעם. דאס איז וואו overthinking טוהט שאדן להמכאוב. ונמצא מזה אז קלוגערע מענטשן, וואס גייען חוקר זיין זייער דעפּרעשאן, גייען ליגן לענגער אין דעם.

עס איז אויך מן הראוי לציין אז דער ענגלישער פייטן שמואל טעילאר קאָלרידזש האט געזאגט אז שׁעיקספּיער האט אויסגעשטעלט זיינע כאראקטארן צו אדער האבן צי ווייניג אדער צי סאך פון עפעס א מדה (וידוע הרמב״ם בריש הל׳ דעות), און קלערן וואו דאס וועט זיי פירן. זיין כאראקטאר העמלעט האט ער אויסגעשטעלט אלס׳ן זיין צי סאך א חושב ובעל מחשבה; א חושב הרבה ועשה מעט. און דאס שטערט אים לגבי מאכן החלטות און מאכט אים טאקע א דעפּרעסטע סארט כאראקטער.

און דאס איז די געדאנק פון (יומא עה.) דאגה בלב איש ישחנה (משלי יב כה) רבי אמי ורבי אסי חד אמר ישחנה מדעתו ע״ש. (ולכן ג״כ דארף דער תלמיד חכם אשר עקיצתו עקיצת עקרב באבות פ״ב מ״י, וויסן אז ענין עקרב דארף צו זיין בהיסח הדעת כבסנהדרין צז.)

עס איז מיר גראדע געווען אינטרעסאנט צו זעהן ווי ר׳ יוסף אבן כספי איז מפרש אויף דעם פסוק במשלי:
ואמר רבינו משה כי העתיד האפשרי אין ראוי לחכם לדאוג עליו, אחר שטבע האפשרי שכמו שהוא אפשר שיהיה כן הוא אפשר שלא יהיה, ועל כל פנים הדאגה תבלבל העצה, לכן הנכון להכניע הדאגה ושלא תגבר עליו
דאס איז אבער ווען עס האט א פּראַבּעבּיליטי פון 50%. משא״כ אויב די דבר שהוא דואג עליו האט א העכערע פּראַבּעבּיליטי, איז ער דאך לכאורה יא קרוב להפסד. ואולי איז דאס די רמז וואס שלמה האט טאקע דערנאך געשריבן בקהלת (ז כט) אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבנות רבים - די פראבלעם הייבט זיך אָן ווען מ׳מאכט חשבונות בפּראַבּעבּיליטי און עס איז נישט ״ישר״ אויף ״ישר״…

זיין צווייטע טעם, אז דאס שטערט דאס טיכוס עצה, איז יא גילטיג.

מי אני » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 10:32 am

· #560028
רש״י בב״ב יד: ד״ה שיר השירים האלט אז שיר השירים האט שלמה המלך ע״ה געשריבן לעת זקנתו ע״ש, און עס איז משמע בדבריו אז דאס איז די לעצטע ספר ער האט געשריבן, לאחר שכתב משלי וקהלת, און דערפאר איז דאס נאך משלי וקהלת בסדרן של כתובים. דאס איז כנראה דלא כהמדרש אז קהלת איז געווען דאס לעצטע ספר וואס ער האט געשריבן, ועיין ברש״ש שם בב״ב. איך האב געקלערט אז מ׳קען דערמיט זאגן אז לאחר וואס שלמה איז צוגעקומען צו דעם רעאליזאציע פון הכל הבל ויוסיף דעת יוסיף מכאוב בקהלת, קומט מען דערנאך צו צום הכרה אז תיפלות ודביקות איז א מטרה פאר זיך. והיינו, מ׳טוהט קוואַליפייען אז די העדאניזם וואס קען משמע זיין אז ער שטיצט אינעם ספר, איז בענין חיבור וריעות ע״י אהבה.

איך האב אויך געקלערט אז עס איז דא א סיפור אז א גרופע אידן זענען אָנגעקומען קיין אמעריקע אזא 100 יאר צוריק ווען עס איז געווען גאר שווער צו האלטן שבת אָן ארבעטן אין געשעפט. זיי האבן צוזאמען אפגעמאכט אז יעבור עליהם מה אבער זיי גייען בשו״א נישט ארבעטן אויף שבת וכן עשו; זיי זענען אפגעזאגט געווארן פון די ארבעט וואך נאך וואך, אבער שבת האבן זיי געהאלטן. עס האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז נאר די קינדער פון איינע פון זיי האבן געהאלטן דערנאך שבת. דאס איז געווען וויבאלד אלע פון זיי זענען אהיימגעקומען בעצבות וכדומה ווען זיי זענען אפגעזאגט געווארן, און האבן אראפגעלייגט בהתנהגותם צו זייער משפחה (עכ״פ בלא יודעים) אז שבת איז אַן עול און א משא וואס מ'האט נישט קיין ברירה און מ'מוז האלטן אלס איד. און זייערע קינדער האבן דאס אינטערנעלייזד און נישט געוואלט האבן מיט׳ן שבת א שייכות. משא״כ דער איינער פון די גרופע פלעגט אהיימקומען פרייליכערהייט אז ער איז אפגעזאגט געווארן וועגן דעם הייליגן שבת, און דאס האבן זיינע קינדער אינטערנעלייזד.

דאס זעלבע חשש קען זיין לגבי דעם אז עס זאל זיין שווער לחכמים לצאת חכמים מבניהן (ועיין בנדרים פא.). והיינו, ווייל זייערע קינדער זעהן ווי די חכמה ברענגט און איז גורם אַן עצבות ודיפּרעסיע פאר זיי, וממילא ווערט דאס פאר זיי אַן אַווערסיוו סטימיולוס מיט וועלכעס זיי ווילן נישט האבן קיין שייכות. זיי זעהן נישט די משמחי לב דערפון. (ובכלל טוהן חכמים פילוסופים טאקע רופן אנדערע ״חמרי״ כדאיתא התם בנדרים.)

מי אני » זונטאג יוני 16, 2024 8:14 am

· #565024
איך האב געזעהן וויאזוי איינער שרייבט א וויץ בנוגע די ריעמאן היפּאטעזיע:📎 IMG_7589.jpeg און עס איז מיר בייגעפאלן אז עס ליגט טאקע א טיפקייט אין דעם. והיינו, ווייל לגבי שיפלות האדם איז דער מענטש בכל אופן א ״לוּזער״ און א ״0״. די חילוק איז נאר לגבי די קאנטעקסט פון וויאזוי בני אדם כמותו, זעראָס כמותו, באטראכטן אים: צי ער איז געווען א 0 וועמען מ׳האט געקעירט איבער און האט אויסגעמאכט צו זיי וכו׳ [נישט טריוויעל], צי נישט [יא טריוויעל].

מי אני » מאנטאג יולי 22, 2024 9:53 am

· #568443
די סקאָלפּטור פון טאמאס לערוּי, "די וואג פון מחשבה", קען אויך ארויסברענגען די געדאנק אינעם אשכול, און דעם (קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב:📎 The Weight of Thought.jpg