☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דער מעמד הר סיני אויפרייס

דער מעמד הר סיני אויפרייס

194 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2922
בלאט: 1 2 3 4

מוח שליט » מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:56 pm

· #89432
moti107
יאיר
מאטי, אז מ'עט דיר זאגן אז די בעטערי פונ'ם מענטש האט עקספייערט ביסטו צופרידן?

יאיר איך רעספעקטיר דיין אינטעלידזענס איך ליין דיינע טיפע תגובות איך בין נתפעל פון דיין גאונות אבער דעי בעטערי תירוץ וואס דו האסט מיר געגעבן איז at best case scenario condescending און איך שפיר ווי דו האסט insulted my intelligence
וואס הייסט די בעטערי פונעם מענטש האט עקספייערט? וואו איז דער בעטערי? פארוואס קען מען נישט ריפלעיסן די בעטער?י וואס פונקטליך איז אוועקגעגאנגען פונעם מענטש פיזיקלי וואס קיינער (חוץ ג-ט) קען נישט צוריק ברענגען? אויב איז דאס נישט קיין פיזיקעל טויש נאר עפעס א ניי דערהער, איז דאס וואס איז יא דער common dinominater פון מדבר חי צומח vs דומם ?

יעדע מאשין האט א פונקטליכע כעמישע באלאנס. אויב למשל דער מענטש'ס אדער איז געווארען פארשטאפט און עס האט געדעמעדזשד די הארץ, דאן האבען מיר א מעין קאמפאנענט פון די מאשין וואס פונקציאנירט נישט. דעריבער וועט דער גאנצער מאשין גיין שלאפען. פשוט ווייל דער כעמישער באלאנץ וואס ערמעגליכט פאר די אלע קאמפליצירטע פאנקשענס איז געטוישט געווארען און עס קען שוין מער נישט צורקגעשטעטלט ווערן. קומט אויס אז עס קען נאך ווייטער זיין אז מיר רעדן פשוט פין א זייער קאמפליצירטער כעמישער צוזאמשטעל, ניין?

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:40 am

· #89439
אנטשולדיגט פארן נעמען צוויי בלעטער צו ענטפערן, אבער איך האב נישט געקענט אריין קומען אהער נאר אויב איך האב צייט זיך אראפצוזעצן און לייענען בישוב הדעת.

דיינע ראיות פונעם בעש"ט האב איך געלייענט, וואס זאל איך טוהן אז איך בין נישט איבערצייגט אז דאס האט דער בעש"ט געמיינט?
יעצט צו אפאר פונקטן וואס דו ברענגסט דא:
נשמה יתירה
ואולי ההבנה בזה היא על פי מה שאנו רואים בטבע שעל ידי מחשבת האדם הוא עושה כל פעולתו. דכד נעיין הדבר תמוה, איך באמת הפעולות נעשות בגלל שכך עלה במחשבה, שכאשר האדם חושב שרוצה להזיז את ידו, ומיד ידו הוזזה כמחשבתו. ורגילים להסבר הסבר הדבר, שכאילו המוח של האדם ציוה להיד שתזוז. אבל בוודאי שזה אינו ההסבר, דבלתי אפשרי לצוות ליד כלום.

לא הגעתי לעומק מחשבתו, דבודאי המח שולחת מסר אלקטרומגנטי לשרירי היד להזיז את עצמו, וועסט אפשר זאגן אז איינער וואס ל"ע מ'האט אפגעשניטן זיין הענט און ער ווייסט נישט דערפון וועט נאך קענען רוקן זיין הענט?

נשמה יתירה
ויש אלו שמבארים שהכל הוא מצד גדרים פשוטים ביסודות הבריאה הגשמי, והכל הוא כמו כלי המחשבים של זמנינו, שנקודות קטנות עם גדרים מסיומים גורמים לתוצאות ותוצאי תוצאות . ואז הוא כאילו כל המחשבה היא ענין של גדרים גשמיים. אבל הרי הם עושים ממחשבה רוחנית פעולה גשמית. דהיינו שהם מדמים לומר שכל מחשבותינו הוא בעצם כמו המחשבים הללו. ורואים הדברים שם בהיבט של גשמיות הדברים. ואינם יודעים שהדבר הוא בהיפך ממש. דכל הנקודות הקטנות של המחשבים וכן כל דבר גשמי הוא בעצם מחשבה ורוחני, כמבואר כאן מדברי הבעשה"ק.

כ'פארשטיי נאכאלס נישט, הייסט אז מיין קאמפיוטער ארבעט נאר דורך מיין מחשבה?
נשמה יתירה

אולם על פי שהתבאר לעיל בדברי הבעשה"ק נראה להיפך ממש. דהיינו כפי שאנו מבינים כאן שכל גדר גשמי הוא באמת המחשבה הרוחנית [רוחני הוא ענין של בלי צימצום, שהוא יסוד ועומק המחשבה כמבואר לעיל במבוא], א"כ מובן שגם בענין הזזת יד ההבנה בזה היא שכיון שחושב האדם בידיעה ברורה שכך יהיה הדבר, היינו שידו תזוז, אז כך הוא האמת. היינו מכיון שכמבואר שבאמת הכל הוא מחשבותינו, א"כ ברור שכל מה שאנו חושבים כך הוא הדבר, שהרי היינו הך. [ואנו התרגלנו לחשוב שיש לנו כוחות מסוימות הללו וכדו'. ולכן יש לנו הכוחות באמת. וכמבואר מהבעשה"ק שאם היינו משוכנעים בבירור גמור שחומץ הזה דולק, אז כך הוא האמת. אבל אם אין אנו משוכנעים בזה, ואנו חושבים שבוודאי אינו דולק, אז בדיוק כך יהיה, ולא ידלוק.

סא אויב מיין ווייב פארטוישט בטעות די אויל מיט די עסיג ביי ליכט צינדען גייט די חומץ ברענען? הרי היא משוכנעת שידליק?

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:43 am

· #89441
יאיר
אוי, אנטשולדיגט מאטי, כ'האב באמת נישט געמיינט צו ענטפערן אויף א דערנידערנדע וועג, איך בעט דיר איבער פון טיפן הארץ אויף די צער וואס איך האב פארשאפט.
איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז דער מענטש האט א בעטערי, איך האב געמיינט צו זאגן אז דער מענטש איז אזוי ווי א בעטערי וואס לויפט אויס. אדער לאמיר געבן א בעסערע משל, א בוים קען לעבן שיין, ארויסגעבן זיסע פירות, אבער איין טאג שטארבט עס אפ. אמאל קען עס אראפפאלן דורך א שטורעם ווינט פאר די צייט און עס ווערט אפגעהאקט און פארלירט די יניקה און שטארבט אפ, און אמאל ווערט עס פשוט אלט, עס פארלירט די כוחות און עס גייט א גאנג. טייל ביימער לעבן לענגער, טייל לעבן ווייניגער. דער מענטש איז אויך אזוי. און מיט דעם וואס דער מענטש קען אויך איין טאג שטארבן און ווערן טויט, זע איך נאכנישט מיט וואס ער איז מער ספעציעל פון א בוים, א באטעריע, אדער סיי וועלכע זאך וואס האט א געוויסע כוח און פארלירט עס עווענטועל.

נאכאמאהל שטייטעלעך איך בין מודה אז ווען א מענטש שטארבט פארלירט ער זיינע כוחות פונקט וואו א בעטערי,ראבאט,קאר פארלירט כוחות איך קריג מיך נישט אויפן עצם מציאות אז ווי לאנג ער לעבט האט ער כוחות אין ווען ער שטארבט איז דער כח ארויס.
מיין שאלה איז אזוי!! א ראבאט ווייס איך וואס דער כח איז וואס מאכט אים ארבייטן איך ווייס וואס ס׳פעלט ווען ער ארבייט שוין נישט, איך קען ריפלעיסן די כוחות וואס ער האט פארלוירן מיט נייע כוחות ווייל ס״ה איז דאס פיזישע זעהבארע פאקטארן וואס מקען אנצייגען וואס מאכן אים יא אדער נישט ארבייטן
משא״כ א מענטש האט א געוויסער כוח וואס רופט זיך לעבן, וואס איז דער כח? וואו ליגט דער כח סליגט נישט אין די בלוט ווייל מקען שטארבן אנע פארלירן א טראפ בליט מקען שטארבן אן פארלירן קיין שום ממשותדיגער זאך אודאי קען מען אויך שטארבן אויב מפארלירט בליט אדער משיסט פארלירט אקסעדזין אדער די הארץ שטעלן זיך אפ אבער נישט דאס איז דער חסרון דאס איז נאר א גורם והא ריאה מענטשן שטארבן גאנצערהייט אן פארלירן א פיזיקעל ממשותדיגער זאך אלעס איז אינטעקט פונקט וואו א לעבעדיגער. משא״כ א מאשין קען מען אייביג אנצייגן א חילוק פון אן ארבעטענדע מאשין אין א נישט ארבעטענדע
יעצט צום פוינט קען זיין אז דער מיסטעריעזער כח האט גארנישט מיט קיין אטאמס אדער עלעקטראנס נאר א פרישה אומבאוויסטער רוחניותדיגער כח וואס איז נאכנישט דעפינירט וואס דאס געט דעם מין האדם אן אויבער האנט איבער א שטיין, דאס מאכט דעם לא תרצח וואס א ראבאט וואס איז מער קאמפליצירט וואו א מענטש האט נישט. דאס איז אויך דער קאנשענ בהקיץ צו בחלום לשיטת נשמה בשם התולדות בשם הבעש״ט וואס יידל האט זיך געמוטשעט צו פארשטיין .
מיט ערפאלג מוטי

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 1:53 am

· #89452
די מענטש איז זייער א קאמפליצירטע מאשין, און פארדעם איז אסאך מאל שווער צו דערגיין פארוואס ער האט זיך אויסגעלאשן, די זעלבע איז ביי א מאשין, ס'דא אמאל וואס א קאמפיוטער גייט שלאפן, און אויפן ערשטן מינוט זעט זיך נישט אן וואס איז געגאנגען ראנג, און פארוואס די קאמפיוטער האט אויפגעהערט פאנקצינירן, און די מער קאמפליצירט די מאשין איז, די מער קאמפליצירט קען זיין אויסצופיגורען פארוואס ס'ארבעט נישט.

דאס וואס דו זאגסט אז די בלוט איז נישט דאס לעבן, ווייל מענטשן קענען שטארבן אן פארלירן א טראפן בלוט, איז פונקט ווי זאגן אז די בעטערי מאכט נישט די מאשין ארבעטן ווייל אסאך מאל קען די מאשין שטארבן און די בעטערי איז נאך גאנץ און פריש.

היינטיגע צייטן קען די מענטשענס גוף אנגיין פאר יארן ווילאנג ס'דא א מאשין וואס פאמפט אריין חמצן אין די לונגען, און פאמפט ארום די אקסיגען געלאנדענטע בלוט ארום די גוף, דו מוזט נישט קריכן ביז נשמה צו פארענפערן פארוואס א מענטש שטארבט גאנצערהייט, יעדע טויט האט א מעדעצינישע סיבה פארוואס די מאשין וואס הייסט מענטש האט אויפגעהערט ארבעטן.
(פארגעס נישט, אלוקים איז גימ' הטב"ע)

לאדיך אפ » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 9:12 am

· #89473
א בהמה האט א נשמה? ניין (ומותר אדם מן הבהמה אין כי הכל הבל לבד הנשמה הטהורה). וויאזוי שטארבט א בהמה?

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:43 am

· #89494
יידל
נשמה יתירה

איך הער. איך האב מיך נישט גוט אויסגעדרוקט. איך האב געמיינט צו פרעגען צו דו פארשטייסט.
לאז מיך פרעגן אנדערש. זאג מיר וועלכע הנחה דו פארשטייסט נישט
1-יעדע יא האט בהכרח א ניין.
2-יעדעס מאל איך טראכט 'יא', טראכט איך אויך ניין.
3-אלע ציורים וואס איז נאר שייך איז נאר געוויסע אויסשטעלעס פון יא און ניין binary code
4-אלע מחשבות וואס א מענטש טראכט אין זיין חלום, איז א חלק פין זיין חלום.
5-נמצא אז אלע מינע אויסשטלענוגען פין יא און ניין, אלע צירופים דערפין זענען א חלק פון זיין מחשבה, הענס א חלק פון זיין חלום.
6- די חילוק איז נאר און די דרגא פון התגלות. ווי ווייט באגראבען די אנדערע צדדים וצדדי צדדים זענען בעומק חלומי.
וועלכע חלק פארשטייסטו נישט, אדער כלשוני, וועלכע חלק ביסטו נישט מסכים?

אה, יעצט פארשטיי איך וואס דו שרייבסט. ייש"כ פארן זיך אראפלאזן צו מיין נידעריגע הבנה און עס מיר אריינפיטערן אין מויל.
הנחה 2 אז יעדע מאל וואס מ'טראכט יא, טראכט מען בהכרח ניין - איז עס טאקע אזוי? צו קען איך טראכטן ניין אויף זאכן וועלכע עקזעסטירן און זייער נישט-עקזיסטענץ איז אינדרויסן פון אונזער השגה (לדוגמא: קענסטו זיך פארשטעלן א בריאה אן 'צייט'? איך קען נאר טראכטן פון די 'יא' פון צייט. די 'ניין' פון צייט איז בכלל נישט אין מיין השגה).
4 - איז סאליפסיזם (אדער ענליכס), ריכטיג?
בענין זמן איז מיין תשובה לשאלתך בדרך קצרה שהוא ארוכה
דרך קצרה-
מען קען יא מצייר זיין אז אלעס שטעלט זיך אפ, דעמאלט איז דאך נישט דא קיין זמן.
שהוא ארוכה-
עס ווערט אבער שווער אז אויב גארנישט טוישט זיך נישט איז דאך לגמרי נישטא קיין וועלט. עס איז אויס וועלט (כפתגם העמוק של המשב"ק)[ווייל עקזיסטענץ איז נאר אויב עס אפעקטירט עפעס. אפעקטירען מיינט אז עס איז משנה מהמצב הקודם]. און די קשיא איז אז שכל וואס איז גבול קען דאך נישט מצייר זיין אויס וועלט - בלי גבול.
קומט אויס אז די טיפקייט פון דיין שאלה איז אז מען זעהט דאך אז מיר קענען טראכטן פון גבול חאטש דער היפך איז נישט שייך צו טראכטען. אמת טאקע אז יעדע ספעציפישע גבול האט צוויי זייטן, קאלט-הייס, הויך-נידעריג, וכן הלאה, אבער דער אבסטראקטער מושג פון גבול אליינס, האט דאך נישט דעם צד ההיפך. איז דאך אויב אזוי דא איין ציור וואס מען האט נישט דעם היפוכו. און נישט נאר סתם א ציור נאר טאקע דער סאמע אבסטראקטער, ריינע, שרשיותדיגע, נקודה פון גבול.
ותשובתו בצידו. בלי גבול איז יא במציאות. אמת טאקע אז די כלי דאס צו עקספיריענסען איז נישט מיט שכל/גבול. אבער דאס נעמט נאך נישט אוועק די פאקט אז עס איז דא [די ווארט 'דא' איז נישט פונקטליך וויל דאס איז שוין אליינס אן הגדרה, אבער שפראך איז דאך שכלי, ולו דומיה תהלה]. דער צד ההיפך פון גבול איז טאקע דער יסודיתדיגע אמת פון בלי גבול. אדרבה, דא פארשטייט מען טאקע אז די גאנצע טיפע אבסטראקטער מציאות פון שכל/גבול זאגט און שרייט אז איך שכל האב נישט דאס לעצטע ווארט דא. איך בין מוגבל צו עפעס וואס איז אינדערויסען פון מיר. אמת איך קען דאס נישט דערטאפען, דערהאלטען, דעפינירען, ווייל עס איז אינדערויסען פון מיר, אבער איך קען עכ"פ שולל זיין מיין הגבלה פון האבען דאס לעצטע ווארט. [שכל קען נאר דיעלן מיטן בלי גבול באופן שלילי, כשיטת השלילי הידוע פון דעם רמב"ם ועוד].
קומט אויס אז עס איז ווייטער אמת די פשוטע טייטש פון גבול והגדרה אז מען איז עס גובל פון דעם צד השני. דהיינו מען זאגט אז עס איז הויך נישט נידעריג, און אזוי אויך אז עס איז גבול און נישט דער היפך וואס איז בלי גבול. און אפי' זמן וואס [בבחינת מה] איז עס די סאמע נקודה פון גבול-בלי גבול, איז טאקע יא דא די היפך. נאר וואס דען, מיר קענען עס נישט מגדיר זיין, מיר קענען עס אבער לעבען. דהיינו מיר קענען לעבען בדרך בלי גבול, אבער אהן עס מגדיר זיין. מיר קענען איבערגענומען ווערען פון מציאות אויף אן אופן פון ארויסגיין פון גבולים. [זאל איך צושרייבען אז דאס לעבן בדרך של בלי גבול, איז 'כשיטת כמה פילוספים שהובאו באשכול זה'? נעה איך שרייב עס נישט, איך וויל נישט יעדעס מאל מיזען מאמת זיין דאס וואס איך זעה אין ספרים הקדושים, מיטן חכמה בגוים תאמין, וועל איך עס דעריבער נישט שרייבען. 😉 ]

בנוגע דיין אנדערע נקודה-
דער הבדל הקטן פון 'סאליפסיזם' ביז 'עפעס ענליכס צו סאליפסיזם', קען זיין אזוי גרויס ווי דער חילוק פון יא סאליפסיזם ביז נישט סאליפסיזם.

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:58 am

· #89501
געפילטע פיש
אנטשולדיגט פארן נעמען צוויי בלעטער צו ענטפערן, אבער איך האב נישט געקענט אריין קומען אהער נאר אויב איך האב צייט זיך אראפצוזעצן און לייענען בישוב הדעת.

דיינע ראיות פונעם בעש"ט האב איך געלייענט, וואס זאל איך טוהן אז איך בין נישט איבערצייגט אז דאס האט דער בעש"ט געמיינט?
יעצט צו אפאר פונקטן וואס דו ברענגסט דא:
נשמה יתירה
ואולי ההבנה בזה היא על פי מה שאנו רואים בטבע שעל ידי מחשבת האדם הוא עושה כל פעולתו. דכד נעיין הדבר תמוה, איך באמת הפעולות נעשות בגלל שכך עלה במחשבה, שכאשר האדם חושב שרוצה להזיז את ידו, ומיד ידו הוזזה כמחשבתו. ורגילים להסבר הסבר הדבר, שכאילו המוח של האדם ציוה להיד שתזוז. אבל בוודאי שזה אינו ההסבר, דבלתי אפשרי לצוות ליד כלום.

לא הגעתי לעומק מחשבתו, דבודאי המח שולחת מסר אלקטרומגנטי לשרירי היד להזיז את עצמו, וועסט אפשר זאגן אז איינער וואס ל"ע מ'האט אפגעשניטן זיין הענט און ער ווייסט נישט דערפון וועט נאך קענען רוקן זיין הענט?
אדרבה ואדרבה, איך זיך דאך מיט לעכט צו קענען איבערשמועסען די נושאים מיט יישוב הדעת. ישר כוח אייך.
בנוגע די ראוית פון בעשה"ק, איז שייך זאלסט אביסל מסביר זיין פארוואס די ביסט מחולק?
בנוגע הזזת היד- ווי איך פארשטיי איז זיין שאלה אזוי. וויאזוי מאכט מיין רצון/מחשבה א פיזישע כח של אלקטרומגנטי?
עס קוקט מיר אויס אז ער שרייבט זיין שאלה פארן געווענליכע מענטש וואס רעדט א שפראך אז די מוח הייסט די הענט זיך ריקען. פאר איינעם וואס קען סייענס און פארשטייט אז עס איז שינויים וואס פאנגען זיך אהן מיט פיזישע שנויים ביים מוח און די שינויים זענען גורם שינויים אינעם שכן אירע, און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער, ביז די שינויים דערקייקלען זיך צום האנט, און איז גורם שינויים אין די פארעם פון די הענט באופן אז עס די מוסקעלען ציען זיך צאם און והנה די הענט איז משנה מקומו. פאר די מענטשען וואס פארשטייען דאס, איז די שאלה אויף די מוח גופא. אויף דעם ערשטען פלאץ ווי רצון איז משנה פיזישע באשטאנדטיילן. וויאזוי קען מחשבה טוישען פיזישע זאכען?
ביסטו מסכים צו די שאלה?

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:34 am

· #89516
נשמה, אפשר איז דאס וואס מיר רופן "מחשבה" און "רצון" נישט מער ווי א געוויסע מעכאנישע פראצעדור, און היות מיר זענען קאנשעס פילן מיר ווי מיר "ווילן" רוקן אונזער האנט, אבער באמת איז דאס פשוט אן אינסטינקט, אן קיין באזונדערע מחשבה?
נאכמער, שטודיעס ווייזן אז דאס טראכטן "איך וויל רוקן מיין האנט", פאסירט ערשט נאכדעם וואס דער מוח שיקט דעם מעסעדש דורך די ניוראן'ס און זאגט "רוק מיין האנט". לכאורה מיינט דאס אז דער מחשבה (אויב עס איז דא אזא זאך כשלעצמו) איז נישט דער אמת'ער קאטאליסט פאר'ן רוקן דאס האנט, נאר ענדערש א תוצאה פון א מעכאנישע פראצעדור.
איך וואלט געענטפערט מיינע פראגעס אז אין הכי נמי, געוויסע מעשים פונ'ם מענטש געשעען סאבקאנשעסלי און אינסטינקטיוו, אבער עס זענען דא געוויסע זאכן וואס געשעען דוקא דורך די מחשבה, און עס זענען דא געציילטע זאכן וואס געשעען דוקא דורך די "בחירה" פון מחשבה, דהיינו דורך דעם נפש אליין. און בנוגע דיין קשיא, ווי אזוי קען א מחשבה האבן א תוצאה אויף א מעשה, איז דאך פשוט אז אויב דער מענטש האט א נפש מיינט דאס אז דער גוף און דער נפש זענען interwined און עס איז נישט שייך צו פרעגן אזא קשיא. אדרבה, דאס איז דער חידוש פון דעם אז א מענטש האט א נפש, מיר פאראייניגן רוחניות מיט גשמיות, און ביידע זענען צוויי זאכן פאר זיך, כאטש זיי זענען געקניפט און געבינדן. אזוי ווי א מאן און א ווייב זענען צוויי באזונדערע גופים, אבער זיי זענען צוגעבינדן איינער צום צווייטן אויף א העכערע לעוועל, און וואס איינער טוט קען אפעקטירן דעם צווייטן. ס'נישט אז אלעס איז תלוי "נאר" אין מחשבה, נאר אז געוויסע זאכן ווערן אפעקטירט דורך מחשבה וואס ווערט צומאל אפעקטירט דורך די בחירה פונ'ם נפש.

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:17 pm

· #89523
יאיר
נשמה, אפשר איז דאס וואס מיר רופן "מחשבה" און "רצון" נישט מער ווי א געוויסע מעכאנישע פראצעדור, און היות מיר זענען קאנשעס פילן מיר ווי מיר "ווילן" רוקן אונזער האנט, אבער באמת איז דאס פשוט אן אינסטינקט, אן קיין באזונדערע מחשבה?
נאכמער, שטודיעס ווייזן אז דאס טראכטן "איך וויל רוקן מיין האנט", פאסירט ערשט נאכדעם וואס דער מוח שיקט דעם מעסעדש דורך די ניוראן'ס און זאגט "רוק מיין האנט". לכאורה מיינט דאס אז דער מחשבה (אויב עס איז דא אזא זאך כשלעצמו) איז נישט דער אמת'ער קאטאליסט פאר'ן רוקן דאס האנט, נאר ענדערש א תוצאה פון א מעכאנישע פראצעדור.
ריכטיג וואס די טענהסט. דעריבער איז ער טאקע גראד ממשיך.
ויש אלו שמבארים שהכל הוא מצד גדרים פשוטים ביסודות הבריאה הגשמי, והכל הוא כמו כלי המחשבים של זמנינו, שנקודות קטנות עם גדרים מסיומים גורמים לתוצאות ותוצאי תוצאות . ואז הוא כאילו כל המחשבה היא ענין של גדרים גשמיים. אבל הרי הם עושים ממחשבה רוחנית פעולה גשמית. דהיינו שהם מדמים לומר שכל מחשבותינו הוא בעצם כמו המחשבים הללו. ורואים הדברים שם בהיבט של גשמיות הדברים. ואינם יודעים שהדבר הוא בהיפך ממש. דכל הנקודות הקטנות של המחשבים וכן כל דבר גשמי הוא בעצם מחשבה ורוחני, כמבואר כאן מדברי הבעשה"ק.... דהיינו כפי שאנו מבינים כאן שכל גדר גשמי הוא באמת המחשבה הרוחנית [רוחני הוא ענין של בלי צימצום, שהוא יסוד ועומק המחשבה כמבואר לעיל במבוא], א"כ מובן שגם בענין הזזת יד ההבנה בזה היא שכיון שחושב האדם בידיעה ברורה שכך יהיה הדבר, היינו שידו תזוז, אז כך הוא האמת. היינו מכיון שכמבואר שבאמת הכל הוא מחשבותינו, א"כ ברור שכל מה שאנו חושבים כך הוא הדבר, שהרי היינו הך. [ואנו התרגלנו לחשוב שיש לנו כוחות מסוימות הללו וכדו'. ולכן יש לנו הכוחות באמת. וכמבואר מהבעשה"ק שאם היינו משוכנעים בבירור גמור שחומץ הזה דולק, אז כך הוא האמת. אבל אם אין אנו משוכנעים בזה, ואנו חושבים שבוודאי אינו דולק, אז בדיוק כך יהיה, ולא ידלוק.

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:27 pm

· #89524
איך זע אז ער פרעגט עס, אבער איך זע נישט קיין ענטפער אויסער appeal from authority פונ'ם בעש"ט, אזוי אויך זע איך נישט קיין ענטפער אויף מיין צווייטע ראיה פון די שטודיע, אויסער אויב דו וועסט זאגן אז אלעס איז דאך סייווי רוחניות ממילא וואס א חילוק ווער ס'טוט עס די מוח אדער די מחשבה. אבער דעמאלט פארלירסטו דיין ראיה פון דעם וואס א מחשבה איז משפיע אויף די האנט אז עס זאל זיך רוקן וואס פון דעם ביסטו דאך מוכיח דיין עצם הנחה אז גשמיות איז רוחניות-מחשבה, אין אנדערע ווערטער, ס'איז circular reasoning. אויך איז ער נישט מסביר פארוואס מיין מהלך פון א הרכבה פון א נפש מיט א גוף שטימט נישט. איך האב נאך קשיות אויף די עצם מהלך, אבער לאמיר קודם זען וואס זענען זענען זיינע ראיות דערצו.

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:40 pm

· #89530

פאר די אויפבוי פין זיין מהלך דאפרסטו אנהייבען פון אנפאנג מאמר, אנגעהויבען פינעם תרנגול דארט. מיר קוקט אויס אז ער בויט עס דארט בכלל נישט אויף appeal from authority. דא ביי די שמועס פון הזזות יד וויל ער נאר מסביר זיין די שיטת הבטחון פין בעשה"ק. אז מיט פשוט גלייבען בברירות ווערט אזוי די פאקט. און דאס שטעלט ער צו צו הזזת יד.
-די שטודיעס ווייזען אז עס פאנגט זיך אהן ביים סאבקאנשעס דרגא. אפשר איז דאס גאר א ראי' לדבריו אז דער שכל וגדריה איז נישט דער אנפאנג פון אלעם. א פירכא זעה איך זיכער נישט.
-בנוגע הרכבת גוף ונפש, פארשטיי איך נישט וויאזוי דאס זאגען אז עס איז אן הרכבה, איז א ביאור. אויב מחשבה אין פיזיקעל זענען צוויי וועלטען, איז וואס לייגט מען צו הבנה ווען מען זאגט הרכבה?

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:42 pm

· #89533
נשמה יתירה
אדרבה ואדרבה, איך זיך דאך מיט לעכט צו קענען איבערשמועסען די נושאים מיט יישוב הדעת. ישר כוח אייך.

לכשאפנה אשנה, אפשר פורים וועל איך האבן אפאר מינוט.
בנוגע די ראוית פון בעשה"ק, איז שייך זאלסט אביסל מסביר זיין פארוואס די ביסט מחולק?
נשמה יתירה

בנוגע הזזת היד- ווי איך פארשטיי איז זיין שאלה אזוי. וויאזוי מאכט מיין רצון/מחשבה א פיזישע כח של אלקטרומגנטי?
עס קוקט מיר אויס אז ער שרייבט זיין שאלה פארן געווענליכע מענטש וואס רעדט א שפראך אז די מוח הייסט די הענט זיך ריקען. פאר איינעם וואס קען סייענס און פארשטייט אז עס איז שינויים וואס פאנגען זיך אהן מיט פיזישע שנויים ביים מוח און די שינויים זענען גורם שינויים אינעם שכן אירע, און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער, ביז די שינויים דערקייקלען זיך צום האנט, און איז גורם שינויים אין די פארעם פון די הענט באופן אז עס די מוסקעלען ציען זיך צאם און והנה די הענט איז משנה מקומו. פאר די מענטשען וואס פארשטייען דאס, איז די שאלה אויף די מוח גופא. אויף דעם ערשטען פלאץ ווי רצון איז משנה פיזישע באשטאנדטיילן. וויאזוי קען מחשבה טוישען פיזישע זאכען?
ביסטו מסכים צו די שאלה?

ווייל מחשבה איז אויך פיזיש, ס'איז ניוראנס וואס לויפן ארום אינעם מח, די סענסארי ניוראנס קומען צו לויפן צום מח אזוי ווי הצלה אינגערייט טרייבן מאשינען מיט לעלאס און בליצערס, קומען צום מח און זאגן אז די לינקע האנט איז נארוואס געווארן אנגעגאסן מיט א טעפל הייסע קאווע, די ניוראנס אינעם מח לויפן ארויסצונעמען די ספר הזיכרונות פונעם שעלף, דארט שטייט אז ס'איז נישט גוטע נייעס, די צעלן אויפן האנט קענען ווערן אפגעבריט, שיקן זיי שנעל די מאטאר ניוראנס צו אקטיוויזירן די מוסקלען אוועק צו שלעפן די הענט פון די גיסעדיגע קאווע, ווי אויך צינדן זיי אן א גרויסע רויטע טשערי לייט אז די גוף איז אונטער אטאקע און מ'גייט אריין אין עמערדזשענסי מאוד, די מח הייסט די גלאנז ארויספאמפן אסאך אנדרענילין, די הארץ הייבט אן פאמפן שנעלער, די לונגען הייבן אן צו קאנטראקן און עקספענדען שנעלער כדי צו קענען פראוויידן מער אקסידזשען פארן שנעל לויפענדן הארץ,און ס'טוט זיך א בהלה, והעיר שושן צהלה! און דאס אלעס איז נאך פארן באוויסטזיניגן מחשבה פון "העי, איך שלימזל האב זיך נאכאמאל אנגעגאסן".

נשמה האקט, מחשבה איז פיזיקאל!

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:47 pm

· #89536
איך האב געליינט דעם גאנצן מאמר, און מיר זעט אויס אז ער איז אן ערנסטער בעל מחשבה מיט גוטע קשיות, אבער ער קומט צו צו crude תירוצים פון אן Amateur Philosopher. באלד וועלן מיר זען וועגן דעם תרנגול, אבער קודם, דאס זענען מיר איינשטימיג אז הזזת יד איז נישט קיין ראיה אויף זיין טעאריע, איא?
נשמה יתירה
בנוגע הרכבת גוף ונפש, פארשטיי איך נישט וויאזוי דאס זאגען אז עס איז אן הרכבה, איז א ביאור. אויב מחשבה אין פיזיקעל זענען צוויי וועלטען, איז וואס לייגט מען צו הבנה ווען מען זאגט הרכבה?

דו און דיין ווייב זענען אויך צוויי וועלטן, און דאך שאפט איר עפעס א הרכבה פון א קאפל. נישט אזוי?

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:50 pm

· #89539

איך מיין אז יאיר טענהט דא ממש וואס דו זאגסט. קוק די המשך ביטע

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 1:11 pm

· #89547
יאיר
איך האב געליינט דעם גאנצן מאמר, און מיר זעט אויס אז ער איז אן ערנסטער בעל מחשבה מיט גוטע קשיות, אבער ער קומט צו צו crude תירוצים פון אן Amateur Philosopher. באלד וועלן מיר זען וועגן דעם תרנגול, אבער קודם, דאס זענען מיר איינשטימיג אז הזזת יד איז נישט קיין ראיה אויף זיין טעאריע, איא?
נשמה יתירה
בנוגע הרכבת גוף ונפש, פארשטיי איך נישט וויאזוי דאס זאגען אז עס איז אן הרכבה, איז א ביאור. אויב מחשבה אין פיזיקעל זענען צוויי וועלטען, איז וואס לייגט מען צו הבנה ווען מען זאגט הרכבה?

דו און דיין ווייב זענען אויך צוויי וועלטן, און דאך שאפט איר עפעס א הרכבה פון א קאפל. נישט אזוי?

אמת. הזזת יד ברענגט ער נישט אלץ ראי'.
איך בין איך, און מיין ווייב איז זי. די איינציגסטע הרכבה געהערט אין מאחורי. 🙂
מען קען נישט מאכען פין איין זאך א צווייטע, און אויך נישט פון צוויי זאכען איינס, נישט קיין חילוק וויפיל הרכבות מען זאל נאר שטיפען. יעדע מושג האט פונקטליכע הגדרות.
[למען האמת מיז איך מודה זיין אז עס איז דא עפעס אזא הבנה בענין די גאנצע נושא פון איינס פלאס איינס איז צוויי. ווייל לכאורה איז צוויי עפעס א התכללות פון די איינזערס. אויב נישט טא פארוואס רופסטו עס מיט אן אנדער נאמען, נעמליך צוויי. מוז דאך זיין אז דו ווילסט עפעס כולל זיין, און מאחד זיין. אויף דעם שטעלט זיך די שאלה ווער געט דיר די רעכט צוצולייגען דאס. דהיינו מצד לאגיק פון ווי נעמסטו אז די יחידתדיגע איינזערס האבען אויך התכללות און ממילא אויב איז די הגדרה פון צוויי עפעס מוסיף איז שווער מהיכי תיתי. איז דארף מען טאקע דארט אליינס זיך מעמיק זיין. לפי מיין הבנה איז די תירוץ אז די מהלך איז פונקט פארקערט עס פאנגט זיך אהן פון התכללות און גייט פון דארט צום יחיד. ממילא איז פשט אז אינעם אפטייטש פון איינס ליגט שוין די התכללות. אבער דאס איז אלעס אן סעפעראטע נושא. איך גלייב אז נישט דאס רעדסטו דא, גערעכט?]

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 1:14 pm

· #89549
נשמה יתירה
איך מיין אז יאיר טענהט דא ממש וואס דו זאגסט. קוק די המשך ביטע

גערעכט, אבער איך האב אנגעהויבן צו שרייבן די תגובה נאכן לייענען דאס, און כ'האב נישט געהאלטן ביים אויפגעבן מיין הצלה קאל נאר ווייל יאיר האט געשריבן ענליך... איך האף ער האט נישט קיין פעטענט אויף דעם.

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 1:27 pm

· #89553
נשמה,
עס איז נישט ריכטיג אז דו מיט דיין ווייב זענען נישט א הרכבה, אייערע לעבנס זענען זיכער משפיע איינער אויפ'ן צווייטן (איך האף אזוי, אויב נישט גיי צו א טעראפיסט וואס פריער 🙂) און צוזאמען ווערט געשאפן א מושג פון א קאפל, אין וואס יעדער גיבט אן אנדער חלק, און צוזאמען איז א דבר השלם. דאס איז עפעס וואס יעדער קען מעיד זיין דערויף. אבער אפילו אן דעם, דאס איז זיכער אז איין גשם קען האבן אן אפעקט אויף א צווייטע גשם, איז ווער האט דיר געזאגט אז א רוחני איז אן אויסנאם און קען נישט האבן קיין השפעה אויף א גשם?
אויב עס איז דא איינער וואס וויל מאכן פון איין זאך א צווייטע, איז עס דער שרייבער פונ'ם מאמר. ער וויל מאכן פון א גשם א דבר רוחני, עפעס וואס איז נגד השכל והחוש.
וועגן דיין שאלה ווי אזוי מען קען אנרופן צוויי זאכן "צוויי" און נישט "איינס מיט איינס", אויף דעם אליין וואלט מען געקענט זאגן אז "צוויי" איז טאקע נאר א שם מושאל אויף איינס מיט איינס. אבער למעשה, ווען עס קומט צו מער קאמפליצירטע מושגים איז נישטא קיין ברירה, און מ'מוז צוקומען צו אזא זאך פון נייע מושגים, אבער דער שמועס איז צו קאמפליצירט אריינצוגיין אויף די מינוט. קודם וויל איך אפטיילן גשם פון רוחני, ווייל מיין גאנצע עקזיסטענץ כפי הבנתי איז אין זשעפארדי 🙂.

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:00 pm

· #89563

איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו מיינסט מיט א "מושג פון א קאפל, א דבר השלם". איך זעה סך הכל צוויי עקסטערע מענטשען טוען א גרויסע סכום זאכען צוזאמען. זיי טראכטען [האפענטליך] אסאך איינער פון אנדערען. זיי האבען אויך אהבה איינער צום צווייטען. אהבה איז טאקע די גאנצע ענין פון פארלירען די אייגענע הגבלות, און זיין אין א מצב פון בלי גבול. עס איז דעריבער דער "כלל גדול בתורה" כדברי ר' עקיבא, אדער דער "כל התורה כולה, ואידך פירושא" כדברי הלל. רעדסטו פון אהבה?
די הבנה פון השפעה פון איין גשם אויף א צווייטע גשם איז בכלל נישט אזוי פשוט, כידוע ליודעים. אז דו ברענגסט א ראי' פון ערגעץ אנדערש דארף מען יענס גוט מסביר זיין.
אויב צוויי איז נאר א שם המושאל אויף איינס מיט איינס, טא פארוואס טוישט דו נעמען. וועסטו ענטפערען ווייל מען קען גרינגער זיך באכלעפטשען ווען מען זאגט עס אויף א כלליותדיגען אופן. איז דאך אויב אזוי בעל כרחך איז דו האסט עפעס עפעס א קליינטשיקע הערעלע געטוישט אדער צוגעלייגט אויף די ווערטער איינס, איינס, איינס, וכן הלאה. די הוספה איז די התכללות גופא. און אויף דעם וועט די שאלה זיין אויב איז אין די מושג פון איינס, איינס, איינס, עקזיסטירט נישט די מושג פון התכללות, איז וויאזוי לייגסטו עס צו. פארוואס זאגסטו אז עס איז היינו הך [דהיינו אז איינס מיט איינס איז ממש צוויי] בשעת ווען באמת לייגסטו עפעס צו. אבער דו ביסט גערעכט קודם דארפען מיר באשטעטיגען עקזיסטענס, דהיינו דעם איינס, און דערנאך גיין צו צוויי 🙂

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:08 pm

· #89565
א "דבר השלם פון א קאפל" מיין איך צו זאגן אז ביידע צוזאמען קענען אויספירן אן אויפגאבע וואס איינער אליין וואלט נישט געקענט אויספירן האלב דערפון. אויב דאס איז אמת וועלן מיר מוזן מאכן א נייע מושג אין דיקשאנערי וואס רופט זיך "קאפל".
אויב אפילו די הבנה פון אן אפעקט פון איין גשם אויפ'ן צווייטן איז דיר אומפארשטענדליך, פארוואס לאזטו עס אויס און דו שטעלסט זיך אפ ביי גשם און רוחני?
דיין דריטע נקודה איז גערעכט. ס'הייסט, אפילו איינס און איינס איז נישט באמת צוויי, איז פון דעם אליין וואס מיר רופן עס אזוי מוכרח אז עס איז פארהאן אזא מושג ווי "צוויי", כאטש מיר נוצן עס נישט אייביג אויפ'ן ריכטיג אופן, ווייל טאמער נישט האסטו דאך גארנישט צוגעלייגט. אזוי ווי דמיון אליין איז שוין מוכיח אז ס'איז דא עקזיסטענץ, ווייל אויב עס איז נישטא קיין עקזיסטענץ, פון וואס דמיונ'ט מען?

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:29 pm

· #89576
יאיר
א "דבר השלם פון א קאפל" מיין איך צו זאגן אז ביידע צוזאמען קענען אויספירן אן אויפגאבע וואס איינער אליין וואלט נישט געקענט אויספירן האלב דערפון. אויב דאס איז אמת וועלן מיר מוזן מאכן א נייע מושג אין דיקשאנערי וואס רופט זיך "קאפל".
אן ענין של נס, ווי דורך צאמשטעלען פופציג כוחות מיט נאך פופציג כוחות, האבען מיר א סך הכל פון הונדערט פופציג כוחות. איא?
יאיר
אויב אפילו די הבנה פון אן אפעקט פון איין גשם אויפ'ן צווייטן איז דיר אומפארשטענדליך, פארוואס לאזטו עס אויס און דו שטעלסט זיך אפ ביי גשם און רוחני?
אגב, פאר דיר איז עס יא פארשטענדליך? דו קענסט פארלאנגען אז דער בעל המאמר זאל אריינגיין און די טיפע פילוזפישע שאלות פון קאזעיזשאן. דעריבער רעדט ער פון א זאך וואס מען קען פארשטיין גרינגער. דהיינו די 'קלארע' מרחק פון רוחני לגשמי. ער זאגט אז אויב אז רוחני אינגאנצען אן אנדער וועלט ווי גשמי איז ווי איז איינס משפיע אויפען צווייטען. א שטייגער ווי א געדאנק אין מאטעמאטיק זאל ליב האבען מיין קינד. אויב ביסטו נישט מודה אז עס איז אלעס [רוחני וגשמי] איין הגדרה דעמאלט האט דאך איינס נישט קיין שייכות מיטן צווייטען.
יאיר
דיין דריטע נקודה איז גערעכט. ס'הייסט, אפילו איינס און איינס איז נישט באמת צוויי, איז פון דעם אליין וואס מיר רופן עס אזוי מוכרח אז עס איז דא אזא מושג ווי "צוויי" ווייל טאמער נישט האסטו דאך גארנישט צוגעלייגט. אזוי ווי דמיון אליין איז שוין מוכיח אז ס'איז דא עקזיסטענץ, ווייל אויב עס איז נישטא קיין עקזיסטענץ, פון וואס דמיונ'ט מען?
איך פארשטיי נישט דעם דמיון צו דמיון. אויך פארשטיי איך נישט דיין שאלה אויף דמיון. דו האלטסט עס פאר אן עכטע שאלה, אדער סתם א ווערטערל? 😕

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:37 pm

· #89580
נשמה, דו קענסט באשאפן א האלבע קינד?
איך פארלאנג גארנישט פונ'ם שרייבער, איך וויל נאר ער זאל זיך אפלאזן פון גשמי און רוחני. אויף דעם מהלך קען ער אויך פרעגן ווי אזוי דער הארץ קען משפיע זיין אויף דאס בלוט אז עס זאל פאמפען, און קומען צו די מסקנא אז דער הארץ מיט די בלוט איז איין זאך.
מיין שאלה ותשובה אויף דמיון איז גאר ערנסט. לאז עס אפ פאר א וויילע.

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:41 pm

· #89581
יאיר
נשמה, דו קענסט באשאפן א האלבע קינד?

לפני הקלאונינג אדער לאחריה? כוונתי אז בעצם האב איך די כח פין באשאפען א גאנצע קינד. אבער אהן דעם איז דאך אויך מובן אז אוודאי קען איך אליינס נישט אויפהייבען א הונדערט פונטיגע זאך. און מיין חבר קען אויך נישט אויפהייבען א הונדערט פונטיגע זאך. אבער צוזאמען קענען מיר יא. מיינט דאס דען אז מיט אונזער צוזאמשטעל איז דא מער ווי די פונקטליכע צירוף פון ביידע כוחות?

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:48 pm

· #89585
יאיר
איך פארלאנג גארנישט פונ'ם שרייבער, איך וויל נאר ער זאל זיך אפלאזן פון גשמי און רוחני. אויף דעם מהלך קען ער אויך פרעגן ווי אזוי דער הארץ קען משפיע זיין אויף דאס בלוט אז עס זאל פאמפען, און קומען צו די מסקנא אז דער הארץ מיט די בלוט איז איין זאך.
כשר גערעכט. אלעס מיז זיין איין גדר כדי איינס זאל משפיע זיין אויפן צווייטען. נאר ווייל בלוט האט עלעקטראנס וואס לויפען ארום איר נוקליאס, און בתוך זייערע גדרים איז נכלל אז איר ארומלויפעכטס וועט זיך טוישען ווען אן שטערקערער כח וועט איר אוועקשלעפען, דהיינו דאס גופא איז די אפטייטש פון די כח אירע. נאר דערפאר קען די הארץ איר ארומטוישען.
איך בעט דיך בהכנעה, ביטע האלטען די שמועס אמתדיג.

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:50 pm

· #89586
יאיר
מיין שאלה ותשובה אויף דמיון איז גאר ערנסט. לאז עס אפ פאר א וויילע.
די תירוץ איז זייער פשוט, דעריבער האב איך געהאלטען אז די זאגסט נאר א ווערטעל. אבער אז דו הייסט איך זאל עס אפלאזען וועל איך אזוי טון.

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:51 pm

· #89587
נשמה יתירה
יאיר
נשמה, דו קענסט באשאפן א האלבע קינד?

לפני הקלאונינג אדער לאחריה?

וואס א חילוק פון וואו די באשטאנדטיילן פאר די embryo קומען? למעשה איז איינער אנ'ם צווייטן, דער צעל אן דער איי, גארנישט ווערד. איך מיין אז איך זאג דא גאר פשוט'ע זאכן, איך קען ברענגען נאך צענדליגער דוגמאות פון זאכן וואס קענען נאר געטון ווערן דורך צוויי באשטאנדטיילן וואס קענען נישט טון האלב דערפון אליין.
נשמה יתירה
יאיר
איך פארלאנג גארנישט פונ'ם שרייבער, איך וויל נאר ער זאל זיך אפלאזן פון גשמי און רוחני. אויף דעם מהלך קען ער אויך פרעגן ווי אזוי דער הארץ קען משפיע זיין אויף דאס בלוט אז עס זאל פאמפען, און קומען צו די מסקנא אז דער הארץ מיט די בלוט איז איין זאך.
כשר גערעכט. אלעס מיז זיין איין גדר כדי איינס זאל משפיע זיין אויפן צווייטען. נאר ווייל בלוט האט עלעקטראנס וואס לויפען ארום איר נוקליאס, און בתוך זייערע גדרים איז נכלל אז איר ארומלויפעכטס וועט זיך טוישען ווען אן שטערקערער כח וועט איר אוועקשלעפען, דהיינו דאס גופא איז די אפטייטש פון די כח אירע. נאר דערפאר קען די הארץ איר ארומטוישען.
איך בעט דיך בהכנעה, ביטע האלטען די שמועס אמתדיג.

אפשר איז אויך די זעלבע אמת אויפ'ן מענטש, אז עס איז נכלל אינ'ם גדר פון די האנט אז ווען די מחשבה ארבעט אויף איר זאל זיך עס רוקן?
אויב דו שפירסט אז איך בין נישט אמת'דיג, ביטע צייכן מיר צו פארוואס, און איך וועל זען צו מתקן זיין.

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:57 pm

· #89588
יאיר
נשמה יתירה
יאיר
נשמה, דו קענסט באשאפן א האלבע קינד?

לפני הקלאונינג אדער לאחריה?

וואס א חילוק פון וואו די באשטאנדטיילן פאר די embryo קומען? למעשה איז איינער אנ'ם צווייטן, דער צעל אן דער איי, גארנישט ווערד. איך מיין אז איך זאג דא גאר פשוט'ע זאכן, איך קען ברענגען נאך צענדליגער דוגמאות פון זאכן וואס קענען נאר געטון ווערן דורך צוויי באשטאנדטיילן וואס קענען נישט טון האלב דערפון אליין.
.
אוודאי קען איך אליינס נישט אויפהייבען א הונדערט פונטיגע זאך. און מיין חבר קען אויך נישט אויפהייבען א הונדערט פונטיגע זאך. אבער צוזאמען קענען מיר יא. מיינט דאס דען אז מיט אונזער צוזאמשטעל איז דא מער ווי די פונקטליכע צירוף פון ביידע כוחות?

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:03 pm

· #89590
יאיר
נשמה יתירה
יאיר
איך פארלאנג גארנישט פונ'ם שרייבער, איך וויל נאר ער זאל זיך אפלאזן פון גשמי און רוחני. אויף דעם מהלך קען ער אויך פרעגן ווי אזוי דער הארץ קען משפיע זיין אויף דאס בלוט אז עס זאל פאמפען, און קומען צו די מסקנא אז דער הארץ מיט די בלוט איז איין זאך.
כשר גערעכט. אלעס מיז זיין איין גדר כדי איינס זאל משפיע זיין אויפן צווייטען. נאר ווייל בלוט האט עלעקטראנס וואס לויפען ארום איר נוקליאס, און בתוך זייערע גדרים איז נכלל אז איר ארומלויפעכטס וועט זיך טוישען ווען אן שטערקערער כח וועט איר אוועקשלעפען, דהיינו דאס גופא איז די אפטייטש פון די כח אירע. נאר דערפאר קען די הארץ איר ארומטוישען.
איך בעט דיך בהכנעה, ביטע האלטען די שמועס אמתדיג.

אפשר איז אויך די זעלבע אמת אויפ'ן מענטש, אז עס איז נכלל אינ'ם גדר פון די האנט אז ווען די מחשבה ארבעט אויף איר זאל זיך עס רוקן?
זייער גוט. דארפסטו אויב אזוי מאכען פון מחשבה און גשם איין גדר. דאס איז פונקטליך וואס ער פרובירט אויפצווייזען.
יאיר
אויב דו שפירסט אז איך בין נישט אמת'דיג, ביטע צייכן מיר צו פארוואס, און איך וועל זען צו מתקן זיין.
דייינע ריינע ווערטער באשטעטיגען אז עס איז נאר געווען מיין טעות, איז דאך שוין געשעהן די תיקון. יישר כח.

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:04 pm

· #89591
איך האב דאך געשריבן אז דו קענסט נישט טון אפילו האלב דערפון, ווי למשל באשאפן א מענטש. דו קענסט אבער למשל ברענגען א זעג און צושניידן דעם הונדערט פונטיגע זאך אויף האלב און עס אויפהייבן איינער אליין, אויסער לויט די גמרא אז טונא דמדלי אינש על כתפיה אינו אלא שליש משאוי ממשאוי שמסייעין אותו להרים.

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:08 pm

· #89594

זייער גוט. דארפסטו אויב אזוי מאכען פון מחשבה און גשם איין גדר. דאס איז פונקטליך וואס ער פרובירט אויפצווייזען.

אבער ער גייט דאך אסאך ווייטער, ער וויל זאגן אז גשם איז נאר תלוי אין מחשבה, און אויב איך גלייב באמת אז חומץ ידליק וועט אזוי געשען. איך זאג בלויז אז מחשבה האט א געוויסע השפעה אויף גשם, דהיינו, ס'איז דא הרכבה פון די צוויי, נישט אז ס'איז איין און דער זעלבע זאך. אזוי ווי דער הארץ האט נאר א געוויסע השפעה אויף די בלוט, נישט קיין פולשטענדיגע קאנטראל, און נישט קיין חילוק וויפיל דאס הארץ וועט פאמפען וועט גארנישט געשען אויב דאס בלוט איז נישט דארט.

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:13 pm

· #89598
יאיר
איך האב דאך געשריבן אז דו קענסט נישט טון אפילו האלב דערפון, ווי למשל באשאפן א מענטש. דו קענסט אבער למשל ברענגען א זעג און צושניידן דעם הונדערט פונטיגע זאך אויף האלב און עס אויפהייבן איינער אליין, אויסער לויט די גמרא אז טונא דמדלי אינש על כתפיה אינו אלא שליש משאוי ממשאוי שמסייעין אותו להרים.

דיינע אלע משלים וואס דו זאגסט אז דו האסט וועלען זיין משלים ווי איך האב פשוט נישט די ריכטיגע זעג עס צוצוטיילען, ממילא איז נישט שייך עס צוצוטיילען. ווי למשל די ציור פין א האלבע קינד. עס איז פשוט נישט שייך א האלבע קינד. אבער נישט ווייל עס קומען צו מער כוחות ווי די צירוף פין יעדעמס כוח באזינדער.
די גמרא איז אויף פשוט אז חוץ די פשוטע וואג איז דא אסאך חלקים ביים טראגען א שווערע חפץ. א- באכלעפטשען זיך מיט די גרויסקייט פון די זאך. ב- מען האט רגעים וואס מען בקומט צו אביסל מער כח און דעמאלט נעמט מען איבער מער משא פון יענעם, רוהט זיך יענער אפ און דערנאך נעמט ער אביסל איבער פון דיינע כוחות. ועוד רבות כזה.

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:17 pm

· #89600
יאיר

זייער גוט. דארפסטו אויב אזוי מאכען פון מחשבה און גשם איין גדר. דאס איז פונקטליך וואס ער פרובירט אויפצווייזען.

אבער ער גייט דאך אסאך ווייטער, ער וויל זאגן אז גשם איז נאר תלוי אין מחשבה, און אויב איך גלייב באמת אז חומץ ידליק וועט אזוי געשען. איך זאג בלויז אז מחשבה האט א געוויסע השפעה אויף גשם, דהיינו, ס'איז דא הרכבה פון די צוויי, נישט אז ס'איז איין און דער זעלבע זאך. אזוי ווי דער הארץ האט נאר א געוויסע השפעה אויף די בלוט, נישט קיין פולשטענדיגע קאנטראל, און נישט קיין חילוק וויפיל דאס הארץ וועט פאמפען וועט גארנישט געשען אויב דאס בלוט איז נישט דארט.

איך פרשטיי נישט הרכבה. עס איז אדער איין זאך אדער נישט. אויב ווייטער איז די גשם האלב מוגדר אלס מחשבה און האלב נישט, וועל איך דיך פרעגען דארט וואס דאס מיינט. עס איז דאך אויב אזוי צוויי עקסטערע הגדרות. וואס מיינט דאס אז איין הגדרה איז צוויי הגדרות?

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:27 pm

· #89602
נשמה יתירה
איך פרשטיי נישט הרכבה. עס איז אדער איין זאך אדער נישט. אויב ווייטער איז די גשם האלב מוגדר אלס מחשבה און האלב נישט, וועל איך דיך פרעגען דארט וואס דאס מיינט. עס איז דאך אויב אזוי צוויי עקסטערע הגדרות. וואס מיינט דאס אז איין הגדרה איז צוויי הגדרות?

הרכבה כשלעצמו מיינט אז פונקט ווי עס איז דא א מושג פון "איינס" אזוי קען אויך זיין א מושג פון "צוויי". ס'איז פשוט א נייע מושג. אויב דו האסט נישט קיין פראבלעם ווי אזוי עס פארעמט זיך דער ערשטער מושג, זע איך נישט קיין פראבלעם אין דאס פארעמען דעם צווייטן מושג. די גאנצע וועלט איז אזוי צוזאמענגעשטעלט, פון קלענערע מושגים וואס ווערן פאראייניגט אין גרופעס צו פארעמען פרישע מושגים, וואס ווערן פאראייניגט אין פרישע גרופעס פון פרישע מושגים. למשל אסאך אטאמען ווערן צוזאמענגעשטעלט אויף אזא אופן אז עס זאל ווערן א נייער מושג פון א צעל. מערערע צעלן ווערן צאמגעשטעלט אויף א נייער אופן עס זאל ווערן א פראטעין, און אזוי ווייטער. לסבר את האוזן, די אותיות אין יעדן ווארט פון דעם פאראגראף שטעלן צוזאם א ווארט, למשל, פון די אותיות ג' ו' מ' ש', ווערט "מושג". דער מ' איז נישט א פערטל ווארט, עס איז בכלל נישט קיין ווארט. נאכדעם נעמען מיר עטליכע ווערטער און מיר שטעלן צוזאם א זאץ, און ווייטער, איין ווארט איז נישט א גאר קליינע זאץ, עס איז בכלל נישט קיין זאץ. פון מערערע זאצן ווערט א פאראגראף, וכדו'. דער דאזיגער משל איז נישט אזא גוטער, אבער לסבר את האוזן איז עס יא גוט.

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:37 pm

· #89605

מען קען נישט ברענגען ראיות פון פאקטען בשעת ווען מיר זענען טאקע דן אויף די הבנה פון די פאקטען זעלבסט. איך ווייס אז לפום ריהטא זעהט אזוי אויס, אבער וויאזוי שטימט דאס אין הבנה? וואס מיינט הרכבה? מיינט דאס טאקע אז צוויי איז איינס?
איז דאך אויב אזוי איינס און איינס דריי,ניין? 🙂
בתוך הדברים זאגסטו "אויב דו האסט נישט קיין פראבלעם ווי אזוי עס פארעמט זיך דער ערשטער מושג, זע איך נישט קיין פראבלעם אין דאס פארעמען דעם צווייטן מושג". אפשר דארף מען זיך טאקע דא אפשטעלן.

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:42 pm

· #89607
יא, אט דא דארף מען זיך אפשטעלן. זיי מיר מסביר ווי אזוי עס ווערט באשאפן איין מושג, בין איך דיר מסביר ווי אזוי עס ווערט באשאפן דער צווייטער. און אויב דער ערשטער מושג איז דיר אויך נישט קלאר, דעמאלט שטעקט דארט דעם פראבלעם, נישט אין הרכבה, און נישט אין דער שייכות צווישן גשם און רוחני.

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:44 pm

· #89609
יאיר
יא, אט דא דארף מען זיך אפשטעלן. זיי מיר מסביר ווי אזוי עס ווערט באשאפן איין מושג, בין איך דיר מסביר ווי אזוי עס ווערט באשאפן דער צווייטער. און אויב דער ערשטער מושג איז דיר אויך נישט קלאר, דעמאלט שטעקט דארט דעם פראבלעם, נישט אין הרכבה, און נישט אין דער שייכות צווישן גשם און רוחני.

וועל איך מיך טאקע דא אפשטעלען לעת עתה 🙂. די גדר פון ממשיך זיין, און די גדר פון זמן, זענען נישט מורכב ביי מיר כרגע. ועוד חזון בעזהשי"ת.

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:48 pm

· #89611
איך זע אז דו האלטסט שוין ביי עד דלא ידע, דארפן מיר זיך טאקע אפשטעלן 😃.

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:39 pm

· #89629
יאיר
יא, אט דא דארף מען זיך אפשטעלן. זיי מיר מסביר ווי אזוי עס ווערט באשאפן איין מושג, בין איך דיר מסביר ווי אזוי עס ווערט באשאפן דער צווייטער. און אויב דער ערשטער מושג איז דיר אויך נישט קלאר, דעמאלט שטעקט דארט דעם פראבלעם, נישט אין הרכבה, און נישט אין דער שייכות צווישן גשם און רוחני.

ביני לביני וואס די יין האט מיך געמאכט עד דלא ידע, קענסטו מוציא סוד זיין, און מסביר זיין וואס עס איז דיר שווער מיטן באשאפען איין מושג, ווי אויך געבען א ביאור וויאזוי עס איז דיר יא מובן. 😉

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:45 pm

· #89633
מיינע פינגער זענען שוין אביסל מוחה פאר'ן זיי מרכיב זיין צו א נייע מושג פון "אויסגעמוטשעטע פינגערס", ווען איך האב דיר דא לייוו וואלטן מיר פיל בעסער געקענט אויסקלארן די נושא בכמות ובאיכות. אבער ווי דער שטייגער פון א איד, לאמיר דיר צוריקפרעגן, איז פאר דיר עפעס שווער מיט'ן שאפן אן ערשטע מושג? און אויב נישט, פארוואס וואס איז דער צווייטער ערגער ווי דער ערשטער?

נשמה יתירה » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:55 pm

· #89643
יאיר
מיינע פינגער זענען שוין אביסל מוחה פאר'ן זיי מרכיב זיין צו א נייע מושג פון "אויסגעמוטשעטע פינגערס", ווען איך האב דיר דא לייוו וואלטן מיר פיל בעסער געקענט אויסקלארן די נושא בכמות ובאיכות. אבער ווי דער שטייגער פון א איד, לאמיר דיר צוריקפרעגן, איז פאר דיר עפעס שווער מיט'ן שאפן אן ערשטע מושג? און אויב נישט, פארוואס וואס איז דער צווייטער ערגער ווי דער ערשטער?

לקיים מה שנאמר ורבים מעמי הארץ מתיהדים, כי נפל פחד האיחודים עליהם 😂

נשמה יתירה » מיטוואך מערץ 6, 2013 7:02 pm

· #93951
די ענין וואס מיר פרובירען צו פארשטיין איז וויאזוי איין מין הגדרה איז משפיע אויף אן אנדער מין הגדרה. מיין טענה איז אז עס איז בעצם א סתירה אין הבנה צו זאגען אזא זאך. דו טענהסט אז עס איז דא אזא זאך ווי הרכבה. דו ברענגסט א משל פון אסאך אטאמען ווערען א צעל וכדו'.
מיין הבנה אין הרכבה איז אז עס איז דא א ברייטע הגדרה = אטאמען, וואס האבען זיך מצמצם געווען אויף א געוויסע אופן פרטי = צעל. די שרש פון די צעל איז אטאמען. די אפטייטש פון א צעל איז -אטאמען באופן וציור פרטי המיוחד לה. די סיבה פארוואס א צעל קען מושפע ומשפיע זיין אויף אנדערע אטאמישע צוזאמשטעלונגען איז ווייל עס איז באמת אטאמען. און א חלק פין איר הגדרה איז אז ווען אטאמען זענען אויף איין געוויסע אופן דאן איז עס אזא מין מציאות, אויב שטעלען זיך צאם מער אטאמען, אדער אויף אן אנדער אופן, דעמאלט איז דאס אן אנדער מין צעל. דאס גופא איז מצד די הגדרה פין אטאם. [נאך טיפער איז דאס די עלעקטראנס, נאך טיפער איז דאס די כח/ענערגיע אין די עלעקטראנס, נאך טיפער איז דאס ריינע ענערגיע, א.א. וו.]
עס איז אמת אז מען דארף פארשטיין וויאזוי פין א כלליותדיגע ברייטע הגדרה/מציאות, איז יעצט מצומצם אין א אופן פרט. די מושג פין צימצום איז די יסוד פין די גאנצע בריאה. פון אחדות אהן קיין שום צימצום איז געווארען א מצב פון הגדרה וצימצום. דארף מען טאקע פארשטיין וואס פאסירט, ווי ווערט גבול פון בלי גבול. אבער מען קען דאך נישט רעדן פין אלעס אויף איין מאל, מיר זענען דאך מוגבל 😉 . [וביותר אז די קשיא נעמט זיך נאר ווייל בתוך תוכו רעדן מיר פין אחדות אויך באופן הגדרה. דעריבער פרעגען מיר אז מצד די הגדרה פון אחדות שטימט נישט די הגדרה פון צימצום. אויב מיר וועלען ארויסקריכען פון דעם זומפ, און מיר וועלען נישט פרובירען מגדיר צו זיין אחדות, וועט גארנישט שווער זיין. אבער דאס איז א נושא פאר זיך.]
גשמי איז נישט מער ווי א זייער מצומצומדיגע מחשבה. דהיינו א מחשבה/מושג וואס האט גאר פונקטליכע און אומנויגבארע הגדרות. געב א בליק וואס איך האב געשריבען באשכול "גשמיות ורוחניות בתורת הבעשה"ק". דעריבער דרייט זיך אלעס ארום מחשבה. ווייל די צורה של מחשבה/והמחשה איז א גשם אויף דעם אופן, און אן אנדער צורה של מחשבה/והמחשה איז א גשם אויף אן אנדער אופן, און א דריטע צורה של מחשבה/והמחשה גייט בכלל נישט אריין אין גדר פין גשם, עס בלייבט בגדר מחשבה/והמחשה. פונקט ווי ביי אטאמען און צעל'ס, איין צורה פין צוזאמשטעל פין אטאמען איז איין מין צעל, א צווייטע צאמשטעל/צורה, איז א צווייטע מין צעל, און עס איז אויך דא א דריטע צורה פין צאשטעל פין אטאמען וואס גייען בכלל נישט אריין בגדר צעל, עס איז נגדר בגדר של אטאמען גרידא.

אשכולות אויפוועקער » זונטאג יוני 1, 2014 8:18 am

· #203755
אויפגעוועקט

מי אני » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 8:02 pm

· #480365
דער פיזיקער דר. ראַדזשער פּענרוֺיס שטעלט פאר דעם [שוואכן] קאַסמיק סענסאָרשיפּ היפאטעזיע וואס לויטעט אז (עכ״פ יעצט אין אונזער 3D יוּניווערס) איז נישט שייך א ״נאקעטע״ סיִנגוּלעריטי; א גרעוויטעישאנעל סיִנגוּלעריטי, וואו די דענסיטי איז אינפיניט, אָן אן עווענט האָרייזאן ארום דעם - בתוך א ״שווארצן לאך״.

איך האב געקלערט לפי״ז אז ביי מתן תורה איז די ערשטע דיבור געווען ״אנכי ה׳״. און אויב גלייכט מען צו מעמד הר סיני צו א ״סינגולעריטי״ דאן קען מען זאגן אז דאס איז לרמז אז די געדאנק פון ״ג-ט״ (והוא ״אחדות״ הגמור - ״סינגולעריטי) איז אלס פארנעפלט מהשגה; עס גייט אלס זיין ארומגענומען מלהשיג.

תרמב » פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 5:35 pm

· #482084
שקויעך מי אני פארן ארויפברענגען אזא באלערנדע אשכול

הקטן » מוצ"ש סעפטעמבער 25, 2021 9:53 pm

· #482089
און 2014 זעה איך ס'איז שוין געווען א פריוו אויפציוועקען אבער אן ערפאלג. מיר קיקט נישט אויס אז א מי-אני סטייל תגיבה זאל האבן א בעסערע טשענס, וועמער זען
בלאט: 1 2 3 4