☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞

מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4486
בלאט: 1 2

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 14, 2019 11:13 pm

· #439952
Re: מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞
דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר א פ״י) פרעגט אפ די מושג פון כולל/כללי/מקיף [universal] מכח דעם אז עס וועט אויסקומען אז איין אינפיניט איז דאפעלט פון אן אנדערע אינפיניט ע״ש.

מי אני » מיטוואך פעברואר 19, 2020 4:51 pm

· #443156
מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞
רעדענדיג פון אינפיניטי איז מערקווידיג צוצוצייכענען אז געארג קענטאר, טאקע דער ״פאטער״ פון סעט טעאריע, האט געזאגט אז עס זענען דא דריי סארטן [אקטועלע] אינפיניטיס בכלליות:

1). דאס אינפיניטי פון ג-ט [דער אבסאלוטום].

2). דאס אינפיניטי פון רעאליטעט און נאטור.

3). דאס אינפיניטי פון נומערן און מאטעמאטיקס.

ער ברענגט א ראיה צום (טעארעטישן) אקטועלן עקזיסטענץ צו 3) פון דאס עקזיסטענץ, כביכול, פון 1). קומט אויס אז ער אליין מאכט א קשר פונ׳ם פילאזאפישן אינפיניטי צום מאטעמאטישן.

‏(ועיין כאן.)

מי אני » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:35 am

· #445970
מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞
דער כוזרי (מאמר ד אות ג ומאמר ה אות ב) דערמאנט אויך די מושג אז אונז קענען מיר נאר משיג זיין די דורך אונזערע חושים די מקרים פונ׳ם חפץ וכו׳, אבער נישט די עצם מהות דערפון.

הדסים » פרייטאג אפריל 17, 2020 4:36 am

· #445977
@מי אני, דו האסט ארויפגעברענגט די אשכול איינמאל און נאכאמאל, יעצט האב איך עס שוין ענדליך דורכגעליינט. זייער אינטערסאנט.

מי אני » זונטאג אפריל 19, 2020 12:26 am

· #446055
Re: מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞
דער קול יהודה אויפ׳ן כוזרי (מאמר ד אות כה) זאגט אז דאס וואס מ׳נוצט דעם סימבאל ∞ אויף צו ווייזן אינפיניטי/נצחי, איז וויבאלד דאס זעהט אויס ווי א נחש/תנין [תלי] וואס איז מכניס זנבו אל ראשו, וואס דאס ווייזט אויפ׳ן ענין פון אינפיניטי (ברוחני) אשר לא יושגו בחוש, עפ״י קבלה המובא בספר יצירה (ח ד) ע״ש.

כ׳האב געקלערט אז מ׳קען מיט דעם מאכן א קשר צווישן ∞ אונ׳ם אות ℵ וואס ווייזט אויף די (ערשטע סארט) אינפיניט סעט וכנושא האשכול. דהיינו, דער חת״ס אין תורת משה עה״פ ויקרא אל משה זאגט אז עס זענען דא צוויי בחינות וויאזוי הקב״ה [שהוא אין סוף] איז משגיח על כלל ישראל. ס׳דא א בחינת יושב ״בסתר״, די גימטריא פון ״אכתריאל״ און דאס איז אן אפענע השגחה, און דערנאך איז דא א בחינת ״אסתר״ מלשון הסתר אסתיר (עיין חולין קלט:), און דאס איז טאקע געווען די ישועה בפורים. די תשועה פון משרע״ה איז געווען מבחינת די שטערקערע ״בסתר״, און אז מ׳נעמט די ווארט ״ויקרא״ און מ׳שטעלט צו איר מספר צו [אל] ״משה״ איז עס גימטריא ״בסתר״. אבער משרע״ה האט זיך נישט געהאלטן אין די מדריגה דעריבער האט ער געמאכט די א׳ קליין כדי דאס נישט צו רעכענען וממילא וועט עס נאר זיין גימטריא די בחינה פון ״אסתר״ ע״כ ע״ש.

דער יערות דבש זאגט (ח״ב ד״ח) אז מזלו של אדר דג מיינט נחש הים [הלויתן] (און וועגן דעם איז מען מעבר די חודש, קעגן די תנין זכר ותנין נקיבה) ע״ש.

קומט אויס מזה אז הישועה בפורים, וואס איז געווען בבחינת ״אסתר״, איז געווען בחודש שהיא כנגד נחש/תנין. און מיט דעם קען מען זאגן אז דאס איז א רמז פארוואס משרע״ה האט געוואלט מרמז זיין אויף זיך די בחינה/מדריגה דורך די אות א׳ וכדברי החת״ס, ווייל ∞ ווייזט דאך אויפ׳ן (בחינת) נחש וואס די אות ℵ ווייזט (אויך) אויפ׳ן אינפיניט סעט.

מי אני » דאנערשטאג יוני 25, 2020 7:30 pm

· #453065
Re: מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞
מי אני
יאיר

פאקטיש, אויב נעמען מיר אוועק אלע אין סוף'דיגע מהותים, וועט אויסקומען אז מיר בלייבן מיט גארנישט. ווייל יעדער גשמיות'דיגער מושג איז נישט מער ווי א גדר וואס איז מגביל א געוויסע סוף. למשל א טיש איז א קעסטל פון דריי ביי פיר פיס, געמאכט פון א געוויסע סארט אטאם מיט אזא און אזא צאל פארטיקלס וכו'. אבער אויב דער גאנצער מושג פון די זאך באשטייט נאר פון די גדר, דעמאלט נעם אראפ אלע גבולים און דו בלייבסט מיט... גארנישט.

מ'קען אפשר זאגן אז דאס רירט אן אין קאנט'ס חילוק צווישן דעם "פענאמענאן" פון א זאך, וואס מיר אבזערווירן וכו', און דעם "נאמענאן" דערפון, וואס עס איז באמת.
דער פילאזאף הענרי פון גהענט האט אויך געהאט געזאגט ענליך בנוגע דעם געדאנק פון יוניווערסעלס/כללים. ער האט געזאגט אז ס׳דא א חילוק צווישן פּערסיווען/דערקענען אן ״אמת׳ע זאך״ און פּערסיווען/פארשטיין ״ווי אזוי א זאך איז באמת״. דאס צו פארשטיין ״ווי אזוי א זאך איז באמת״ איז תלוי אין דעם ווי ווייט דאס שכל ההיולי קען זיך מתדבק זיין אינעם שכל הפועל וואס דארט ליגט דאס פארשטאנד פון וואס די זאך איז באמת. דאס גייט זיך אבער ווענדן אין דעם אז די כלי הכנה וכו׳ [די שכל ההיולי] איז אימפּערפעקט וממילא קען עס נישט אינגאנצן צוקומען דערצו. אין אנדערע ווערטער, מ׳קען טאקע צוקומען צו א טיפערע פארשטאנד אין וואס די זאך איז באמת, ווי סתם דערקענען דאס ״אמת׳ע זאך״, אבער דאס קומט צו מכח דאס׳ן עס ארויסנעמען פונעם שכל הפועל וואס אין די כלי הכנה פונעם מענטש ווי ער טוהט דאס אבסטראקטן איז מכח זייער אימפּערפעקטע קאנסטיטוציע ווערט די תכלית האמת דערפון דאך קארופטירט כדי אויפ׳ן דאס גענצליך צו דערגיין אינעם שכל.

מי אני » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 10:23 pm

· #459488
מי אני
ס׳איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז רבינו חסדאי קרשקש זצ״ל (אור ה׳, מאמר א כלל ב און נאך פלעצער) קריגט זיך מיט אריסטו בנוגע די מושג פון אינפיניטי [בב״ת] און טוהט אויף אז עס איז דא אנדערע סארטן פון אינפיניטי [בנוגע אז ס'איז שייך צוצולייגן צו אן אינפיניטי, ועוד]. ער באצוהט זיך טאקע צו דעם פילאזאפישן מושג פון אינפיניטי אבער ער באזירט דאס מיט (ווי נישט) מאטעמאטישע הנחות.

ס׳איז משמע פון מלחמות ה׳ (מאמר ו ח״א פכ״ז) אז ער זאגט אויך ענליך.

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 4:23 pm

· #462752
אין די געדאנק פון פּאראדאקסן בעניני פארשידענע אינפיניט סעטס ווען זיי האבן אלע די זעלבע קארדינעליטי, איז אינטרעסאנט די פּאראדאקס וואס אברהם פרענקל און בּערטראנד ראססעל זאגט דאס מסביר צו זיין, וואס ער רופט די פּאראדאקס פון טריסטרעם שענדי. דאס איז מיוסד אויפ׳ן ליטערערי כאראקטער (פונעם שרייבער לארענס שטערן) טריסטרעם וואס שרייבט אן אטאביאגראפיע וואס נעמט אים א יאר צו שרייבן איבער איין טאג פון זיין לעבן. עס קומט אויס אז ער וועט קיינמאל נישט ענדיגן, ווייל די טעג, פאר וועלכע ער דארף יארן צו שרייבן, ווערן אלס מער אין טאקע די יארן וואס ס׳נעמט אים צו שרייבן איבער טאקע די טעג. אבער אויב לעבט ער אינפיניט יארן וועט ער יא ענדיגן, ווייל דעמאלטס זענען דאך די קארדינעליטי פון יארן און טעג די זעלבע. מיינענדיג, איך קען דאך למעשה מאכן א בּיידזשעקשאן/1:1 קארעספּאנדענס צווישן די מספר פון טעג און מספר פון יארן. קומט אויס לפי״ז אז זיי האבן די זעלבע קארדינעליטי.

***

אן אינטרעסאנטע געדאנק בענין פאטאגרעפי און דעם אינפיניטי סימבאל וואס זעהט אויס ווי א זייטיגע 8:
📎 Infinity.png

מי אני » דינסטאג אפריל 6, 2021 6:30 pm

· #469319
📎 Cantor.jpg
ועיין כאן.

מי אני » דינסטאג פעברואר 8, 2022 7:48 pm

· #494519
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז די איינציגסטע מאטעמאטיקס פאפיר אויף די ליסטע פון 100 מערסטע ציטירטע סייענטיפישע פאפירן איז איבער פאָזי סעטס וואו עס איז אזוי אינצווישן יא אדער ניין צי אן עלעמענט איז בתוך א געוויסע סעט צי נישט. מיינענדיג, אז דאס מעמבּערשיפּ פון אן עלעמענט בתוך א סעט איז נישט א זיכערע ״יא״ אדער ״ניין״ ווי איידער תלוי אין מדריגות פון ״ווי שטארק״ עס איז א מעמבער פונעם סעט.

מי אני » מאנטאג פעברואר 28, 2022 10:34 am

· #495800
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז קענטאר האט היפאזיטירט אז פיזישע חומר באשטייט פון ℵ₀ פונקטן און ענערגיע פיִלדס פון ℵ₁ פונקטן.

***

דר. רוּדי ראָקער איז מסביר אז אין קורצן זענען די סוּריעל נומערן די רעסיפּרעקאלס פון ℵ אא״וו.

***

אין סעט טעאריע איז דא א געדאנק וואס רופט זיך א דעדעקינד שניט וואס איז א פארמאלע וועג פון צאמשטעלן/דעפינירן (א סעט פון) נומערן. דאס איז ווען איך צוטייל (״שנייד״) די אינפיניט רעשאנעל נומערן [וואס קענען ארויסגעשריבן ווערן אלס א פרעקשאן] אין צו צוויי סעטס א און ב (נישט ℵ): אויף איין זייט די גרעסערע נומערן [ב] און אויף די אנדערע זייט [א] די קלענערע נומערן. עס דארף האבן די געדאנק אז אין די קלענערע סעט א וועט אלס זיין אז נישט קיין חילוק וועלכע עלעמענט דערפון איך כאפ אָן וועט אלס זיין אַן עלעמענט קלענער דערפון ווי אויך גרעסער דערפון. דאס איז ווייל (בדרך כלל) די מקום ה״שניט״ איז אַן אירעשאנעל נומער וואס דאס איז די מחלק צווישן די צוויי סעטס, וממילא איז אלס דא עפעס אַן רעשאנעל נומער וואס קומט אלס נענטער און נענטער צו דערצו.

מי אני » מאנטאג יולי 18, 2022 9:08 am

· #504321
במשנתו של דר. עלעין בּאַדוּ:
For Badiou, crucially, philosophy has never been able to think in multiples – there is something, there is nothing, there is an I, there is a you, and so on. Multiples are then extrapolated (and often cast as deficient), treated as secondary. Indeed, Being (or ‘will’ or ‘non-being’ or ‘consciousness’) is always conceived as being singular

Badiou argues that set theory allows us to think in multiples – something is a set only if it identifies a similarity (or similarities) between two things (objects, concepts and so on). The set, then containing multiples, now counts as ‘one’. And, thus, the multiple elements that belong to that set are secured as one consistent concept (say, ‘tableness’ or ‘humanity’), but only in terms of what does not belong to that set. This gives us a pattern for looking at multiples as fundamental

It is only through the ‘recent’ invention of set theory that we are able to – truly – experience infinity. Most of our previous encounters with infinity (for instance, God) are in fact based on ‘not-finity’. We experience the finite in our daily lives – and the infinite in most versions is just a lot of that. This is the ‘false infinite’ that the philosopher G W F Hegel mocked – the merely endless. An assertion that we can always add another number (n+1, n+2) is a platitude, not an experience of infinity. Set theory, however, gives us total infinity – ‘the set of all cardinal numbers’, ‘the set of odd numbers’, ‘the set of fractions’ (that these are different-size infinities was recognised by the late-19th-century mathematician Georg Cantor

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 5, 2023 5:39 pm

· #537109
וויאזוי דער מאטעמאטיקער דר. דורון ציילברגר האט מספיד געווען דער מאטעמאטיקער דר. ישראל געלפאנד נוצענדיג סעט טעאריע:📎 IMG_6008.jpeg

מי אני » דינסטאג יולי 16, 2024 12:07 pm

· #568168
מי אני #
אין סעט טעאריע איז דא א געדאנק וואס רופט זיך א דעדעקינד שניט וואס איז א פארמאלע וועג פון צאמשטעלן/דעפינירן (א סעט פון) נומערן. דאס איז ווען איך צוטייל (״שנייד״) די אינפיניט רעשאנעל נומערן [וואס קענען ארויסגעשריבן ווערן אלס א פרעקשאן] אין צו צוויי סעטס א און ב (נישט ℵ): אויף איין זייט די גרעסערע נומערן [ב] און אויף די אנדערע זייט [א] די קלענערע נומערן. עס דארף האבן די געדאנק אז אין די קלענערע סעט א וועט אלס זיין אז נישט קיין חילוק וועלכע עלעמענט דערפון איך כאפ אָן וועט אלס זיין אַן עלעמענט קלענער דערפון ווי אויך גרעסער דערפון. דאס איז ווייל (בדרך כלל) די מקום ה״שניט״ איז אַן אירעשאנעל נומער וואס דאס איז די מחלק צווישן די צוויי סעטס, וממילא איז אלס דא עפעס אַן רעשאנעל נומער וואס קומט אלס נענטער און נענטער צו דערצו.
נאך א וועג פון דאס מסביר זיין, איז אלס א פּאזיטיווע וועג פון דעפינירן וואס ‏אירעשאנעל נומערן זענען - די נומערן וואס זענען צווישן די שניט, כזה:📎 IMG_7637.jpeg
בלאט: 1 2