שקרן!!!
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10585
שקרן!!!
אונזער וועלט איז געשלאגן מיט דער מידה פון שקר אויפ א מוראדיגע פארנעם.
לויט געוויסע סטאדיס זאגט די דארכשניטליכע מענטש איבער צען צאל א טאג ליגענט, א מענטש דרייט זיך צווישען אנדערע מענטשן קוים צען שעה א טאג, דאס מיינט יעדע שעה נאך א ליגענט.
די סיבה כעפען די אשכול איז, כ׳האב לעטצענס אנגעהויבן אריין טראכטן וויפיהל מאל מ׳זעהט מענטש זאגן ליגענט בלויז פאר די נישטיגקייט, אן קיין סיבה ממש, נישט אז זיי פארדינען דערפון עפעס, אבער ליידער כאפן זיי כאפן נישט אז סאיז דא קאנסעקווענסען.
נישט לאנג צירוק בין איך אדורך געפארן א אינגערמאן מיטן קאר א באקאנטע מיינע, כהאב עיהם געפיפן אבער ער האט נישט באמערקט, כהאב ארויס גענומען די טרייבעל אין עיהם גערופן.
העי וואס טוט זיך?
עםםם, סאו סארי כקען נישט יעצט רעדן כבין אין א מיטינג ביי א עטערני אין די אפיס.
דער אינגערמאן האט נישט געטראכט צוויי, געשאסן א סטעיטמענט אין די וועלט אריין.
לאמער זאגן ער איז געווען פארנומען אויפ א וויכטיגע קאל אדער ער האט פשוט נישט געהאט געדולד צו רעדן אויפן סעלל,
פארוואס האט דער אינגערמאן נישט געקענט זאגן ״שטילע אם סארי, כדרייוו יעצט כבין ביזי אויפן beep, כרויף די באלט צירוק״
פארוואס האט ער געזאגט ער איז אין א אפיס ביי א עטערני,
די אמתע סיבה ווייס איך אויך, פשוט ווייל טאמער זאגט ער אז ער איז ביי עטערני הערט זיך עס מער ביזי.
דער אינגערמאן ווייסט גוט אז איך לויף עיהם נישט נאך, אין כבין באופן כללי גאנץ וויניג אינטרעסירט צו רעדן צו עיהם, סאיז נישט כאילו ער האט געהאט א חשש כגיי עיהם אויפהאלטן אויפן סעלל אין כדי זיך ארויס דרייען האט ער געזאגט ער איז ביי א עטערני.
סאיז פשוט ווייל אזוי איז ער אויפ געוואקסען.
ווען ער איז געווען א קינד אין ער איז אריין חול המועד אין פארק האט עיהם די מאמע געזאגט אז ער זאל זאגן ער איז 4 יאר אלט אנשטאט 6. ווייל זי גיין פארדינען א אפגעפליקיטע 5 דולר אויפן חשבון פון די חינוך פון די קינד. ער איז געטרעינט אז ער זאגט ליגענט רעכטס אין לינקס, דארף נישט זיין א עכטע סיבה דערצי, משיסט ווערטער אין מגייט ווייטער.
סזאגט זיך א ווערטעל א חסידישע קאפעל איז געגאנגען מאכן א מערידז לייסענס, ביים אנפילען די פאורם האט די ווייבל געפרעגט די מאן וואס זאל איך שרייבען ביי date of birth? ס׳איז זי נישט אנגעפאלן מקען שרייבען די עכטע דאטום, זי איז מחנך געווארן אז מזאגט ליגענט ווי מ׳קען,
אינגערלייט כאפן נישט, סווערט א סיסטעם פון א אוטומאטיש ריפלעקס, ווען מקומט אהיים שפעט ביינאכט, די אינגערמאן האט זיך פארשמוסט אין גראסערי, די ווייב פרעגט ווי ביסטו געווען? ער טראכט נישט צוויי ״כ׳האב געשמיסט מיט מיין חברותה״, איי די וויב קערט נישט טאמע האסט געשמיסט מיט חיים אבער מיט זרח, אבער אזוי איז לייכטער.
עטץ מיינסט די ווייב כאפט נישט? די מיינסט דיין בעה״ב איז עפעס געבוירען איין נעכטן? די מיינסט דיין חברותה איז שיכור? אדער דיין טאטע איז א חיש קינד?
איין מאל געלונגט דיך עס אפשר אפי׳ צוויי מאל, למעשה גייט יענער כאפן אז ביסט א גראבע ליגענע,
אין די ווייסט וואס געשעהט ווען דיין ווייב, בעה״ב, שווער, פאלירט טראסט אין דיר? די ריזאלטס זענען נישט גוט, כמעט נישט שייך צירוק צו דרייען.
אפי זיי זאגן די נישט אז מהאט די געכאפט ביי א ליגעט אבער זיי ווייסען גוט אז ווען די זאגסט ניין מיינט עס יא אין יא מיינט ניין.
סזאגט זיך א סלענג ״די בעסטע ליגענט איז די אמת״ דער סלענג איז עפעס א דאורייתה, ס׳איז אזעלעכע שטארקע ווערטער.
דאס איז אפי ווען סאיז נישט באקוועם צו זאגן די אמת, אבער אפגערעדט ווען מ׳זאגט שקר סתם פאר די נישטיגקייט.
מדארף געדענקען נישט מחנך צו זיין קינדער אז ליגענט איז אקעי, אין ח״ו נישט זאגן ליגענט ווען זיי הערען, זיי זענען נישט געבוירען נעכטן אין כאפן גוט אויף.
ווען די זיצט אין די היים אויפן קואטש אין דיין זוהן שפילט אויפן ערד, מיטאמאל קלינגט דיין סעלל אין די זאגסט דיין חברותה ביסט אויפן וועג, דיין קליין אינגעל איז געשאנקען מיט א אוזן די אויבערשטער האט עיהם געגעבן אלץ א מתנה, האסט געזאגט א נארישע ליגענט וואס פעהלט נישט אויס, אבער דיין קליין זוהן האט געהערט גוט וואס די האסט געזאגט, אין ער לערנט זיך דערפון.
מארגן ווען ער וועט זאגן אז ער האט נישט אליין געקראסט די סטריט אדער ער האט נישט גענומען די נאש, וועסטו טאנצן ביזן לבנה פאר כעס אין וועסט נישט פארשטיין פון ווי ער נעמט צו זאגן ליגענט.
כ׳פארשטיי אמאל איז שווער צו זאגן אמת (אפי איך האלט אז דעמאלטס לוינט אויך צו זאגן אמת) אבער כרעדט וועגען די ליגענט איינער זאגט סתם אזוי.
למשל ביסט אויפן וועג אהיים, די ווייב פרעגט דיר ווי ווייט ביסט פון די היים, די ווייסט פאר א שעה איז נישטא צו רעדן אבער מיט א פשטות שיסטו ״כוועל זיין אין די היים אין א האלבע שעה״
וואס פונקטליך טוסטו אויף? אז זי גייסט די רופן נאכאמאל אין א האלבע שעה?
לעצטע וואך האב איך גערופן איינער וואס האט מיר געדארפט עפעס איבערגעבן אלץ שליחות, נאך נישט אויפהייבן אפאר מאל ריפט ער מיר צירוק, ״סארי מיין בעטערי איז געווען טויט כהאב עס נאר יעצט recharged.
ווען ער איז געקומען צו מיר אפגעבן די פעקל האט ער אראפ געלייקט די סעלל אויפן טיש אין כהאב פונקט באמערקט אז זיין סעלל שטייט ביי 82 פראצענט.
איי מין קאמאן, האסט נישט געקענט זאגן ״סארי, כוועל די ברענגן באלט, כבין ביזי״. בס״ה ביסט אריין אין מיין קאפ אלץ א שקרן וואס מקען נישט געטרויען, פארשטייט זיך כגיי נישט אפיהר האלטן א אינגערמאן מיט א ליגענט וואס ער גייט נישט האבן א וועג ארויס, אבער זיין טראסט האט ער פארלוירען ביי מיר.
דו בעסטע ליגענט איז די אמת!
קען מען לעבן נאר מיט אמת?
ווען די ווייב פרעגט ווען מען קימט אהיים דארף מען צילייגן א שעה דאמאלס איז שלום אויף אלע פראנטן
די cell phone קען זיין אז ער האט גסוויטשט די בעטערי
לימנוב'ע רבי פארציילט אז א אינגערמאן פלעגט אלץ אהיים'קומען שפעט, און ווען זיין ווייב פלעגט איהם פרעגן וואס איז היינט געשעהן פלעגט ער ענטפערן אז ער האט געהאט א וואכטנאכט דערביי אראפלייגן אויפ'ן טיש 2 פעקלעך "פון די וואכט-נאכט" אזוי איז געווען יעדע טאג אמאל איז עס געווען בלאמ'ס פאטעיטא טשיפ מיט א לאלי אמאל אן די לאלי אמאל פאטעיטא סטיק און אמאל סופער סנעק,
ויהי היום זיין ווייב עפענט אויף די טראנק פון זיין קאר און זי זעהט א באקס פון קאלעקשאן מיט אלע מינע פעקעלעך,
פירט לימנוב'ע רבי אויס "ס'האט זיך נישט גוט געענדיגט"
Re: שקרן!!!
בכלל איז ידוע אז מענטשן וואס זענען געוואוינט צו זאגן ליגנט האבן נישט קיין זעלבסט קאנפידענס (די סיבה דערצו פארלאנגט א באזונדערע אשכול), מענטשן כאפן נישט אז אפי' אויב ס'זעהט אויס ווי ער וועט אויפן מינוט הנאה האבן פונעם ליגנט, וועט עס אים חרוב מאכן די קוואליטעט פון זיין לעבן.
Re: שקרן!!!
שטילע די לעצטע מעשה פון די בעטערי, פארוואס קען נישט זיין אז ער האט געטשארדזשט זיין פאון און עס האט עס נישט געמערקט ביז דעמאלטס, און עס האט זיך אנגעפילט די בעטערי?
איך האב אזאנס מערערע מאל (שוין ווייטער קענסטו זיך נישט איינהאלטן, און דו מוזט זאגן ליגנט) איך מיין עס ערנסט, איך מיין אז דו ביזט שוין אווער פראטעקטיוו, און ביזט יעדן חושד מיט זאגן ליגנט.
א אידשטילע די לעצטע מעשה פון די בעטערי, פארוואס קען נישט זיין אז ער האט געטשארדזשט זיין פאון און עס האט עס נישט געמערקט ביז דעמאלטס, און עס האט זיך אנגעפילט די בעטערי?
איך האב אזאנס מערערע מאל (שוין ווייטער קענסטו זיך נישט איינהאלטן, און דו מוזט זאגן ליגנט) איך מיין עס ערנסט, איך מיין אז דו ביזט שוין אווער פראטעקטיוו, און ביזט יעדן חושד מיט זאגן ליגנט.
יענער אינגערמאן האט א אייפאון, ער האט נישט געקענט טוישן די בעטערי, אפאר מינוט פאר ארויפ קומען צו מיר האט ער געזאגט אז ער האט ממש יעצט recharged זיין פאון, ער איז געווען אין קאר אין נישט געהאט א טשארדעזר, אין פלוצלינג האט עס 80 פראצענט?
אדרבה זאג מיר ווי אזוי א פאון charged אין 15 מינוט אויפ 80 פראצענט, כוועל די מכיר טובה זיין.
והשנית מאך נישט פון די עיקור א טפל
א אידשטילע די לעצטע מעשה פון די בעטערי, פארוואס קען נישט זיין אז ער האט געטשארדזשט זיין פאון און עס האט עס נישט געמערקט ביז דעמאלטס, און עס האט זיך אנגעפילט די בעטערי?
איך האב אזאנס מערערע מאל (שוין ווייטער קענסטו זיך נישט איינהאלטן, און דו מוזט זאגן ליגנט) איך מיין עס ערנסט, איך מיין אז דו ביזט שוין אווער פראטעקטיוו, און ביזט יעדן חושד מיט זאגן ליגנט.
איך האלט אז ממעג אננעמען -וואס איינער פארקויפט- מוז נישט זיין די אמת, (איך רעד בעיקר ווען איינער דערציילט עפעס פונעם עבר) נישט אז סאיז ליגענט אבער אפי' ווען איינער וויל זאגען די אמת מוז נישט זיין אז סאיז פונקט געווען וויאזוי ער זעהט די מעשה, פון זאכען וואס מענטשען הערן\שמועסן און סזאל זיין טאקע וואס סהאט פארסירט קען אמאל זיין א שיינע מרחק, סאיז בככל נישט קיין פראבלעים די טאקטיק פון ''כבדהו וחשדהו'' מען טאר נישט און מען קען נישט בויען אויף איינעמס סטעיטמענט מדארף אלץ טראכטען אפשר איז נישט פונקט אזוי ווי יענער לייגט עס אראפ.
שטילע, אלס איינער וואס האלט זיך פאר אן איש האמת 😎 קען איך נישט אינגאנצן אגריען. די מעשה מיט די פרוי מיט די דאטום פון געבורט איז א גוטע וויץ, אבער שפיגלט נישט אפ דעם מצב.
דער כלל איז, אז כמעט קיינער וועט נישט זאגן קיין ליגנט אן קיין סיבה. נישט אלץ כאפט מען גלייך די ריעזאן ביהיינד איט, צומאל איז עס סובקאנשעסלי, אבער עפעס א קול זאגט אים אז "זאגן די אמת גייט ערגעץ בעקפייערן, טראכט ליבערשט אויף עפעס א באבע מעשה".
אודאי איז עס נישט אויסגעהאלטן מאראליש און תורה'דיג, ואולי י"ל אז דער היתר פון 'מותר לשנות מפני דרכי שלום' ווערט אביסעלע אביוזט, אבער נקוט כלל זה בידך - מען זאגט נישט ליגנט סתם אזוי, אחוץ א כראנישער ליגנער.
אז א יונגערמאן זאגט דיר ער איז יעצט ביי אן אטורני, האט ער אין בעק פון זיין מיינד א סיבה צו טראכטן אז דו וועסט אים מער ארויפקוקן ווען דו הערסט אזא סטעיטמענט;
אז איינער זאגט פאר זיין ווייב א האלבע שעה ארום וועט ער זיין אינדערהיים אנשטאט א גאנצע שעה, מסתמא האט ער מורא אז זי וועט שרייען אויף אים און זיך נעמען פירן ויכוחים;
און אזוי קען מען דן זיין לכף זכות יעדע משל וואס דו האסט אראפגעברענגט.
ס'מעשים בכל יום ספעציעל בנוגע זמנים.
די רבי וועט אריינקומען צום טיש 9:00
קבלת פנים בשעה 7:00 חופה בשעה 8:00
שחרית 9:30 און די גבאי לייגט נאך צו מיט א האלבע שמייכל פונקטליך! כאילו ס'איז די גרעסטע זשאק
לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו גיין דאווענען ביי איינער וואס האט געדארפט מנין אינדערהיים און ער האט מיך געזאגט אז מ'גייט זיך שטעלן צענע. איך ווייס אז צענע מיינט 10:00 בין איך טאקע דארט געווען באצייטענס. אבער ווי וואס ווען, די וואס האבן מיך געריפען זענען נאך געווען אינמיטן זיבעטן חלום און איינער וואס איז יא דארט געווען האט זיך אנטשולדיגט אז ער האט נישט געוויסט אז ביי מיר מיינט צענע, צענע. כ'האב געפילט אז איך האב געטון עפעס ראונג מיטן קומען באצייטענס.
Re: שקרן!!!
אויכט אן ענין! אבער איך מיין אז דו מישט אויס צוויי זאכן. שטילע האט ארויסגעברענגט אז ס'איז דא א פראבלעם מיט ליגענט און דו ברענגט ארויס א פראבלעם פון זיין פארשלעפט
דער צאנז'ער חסיד טוט זיך פאר זיינס א בר-פלוגתא א רוזין'ער חסיד, זאגענדיג: ווען מיין רבי האט חתונה געמאכט האט מען געדארפט א גאנצע באן (12 וואאגאנען בימים) בלויז פאר זאלץ, נישט פאר'ן עסן, נאר בלויז פאר איינטינקען די המוציא.
זאגט דער רוזין'ער חסיד פאר דעם צאנז'ער: דו מיינס דאס איז עפעס, ווען מיין רבי האט חתונה געמאכט האט מען געברויכט עטליכע טאנקיר וואגאנען בלויז פאר מים אחרונים.
זאגט דער צאנז'ער חסיד צוריק: עה דאס איז שוין סתם א ליגענט, וויפיל וואסער דארף מען שוין דען פאר מים אחרונים?
רעאגירט דער רוזין'ער חסיד אויף צוריק: הער מיר אויס, אז דו וועסט מיר גלייבען מיין ליגענט, וועל איך גלייבען דיין ליגענט...
Re: שקרן!!!
א ליגנער ברויך א גוטע זכרון.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: שקרן!!!
קען איך א אינגערמאן וואס מאכט זיכער מנחה/מעריב זאל נעמען זייער לאנג. בקיצור איינמאל רופט איהם זיין ווייב ווי ביסטו אזוי לאנג ענטפערט ער אזוי כלאחר יד אין א גרינע מיטוואך איך האב פארגעסען יעלה ויבא און געדארפט צוריק גיין איבער דאווענען.. נו וואס טוט מען נישט פאר שלום בית.
שמעקעדיגשטילע, אלס איינער וואס האלט זיך פאר אן איש האמת 😎 קען איך נישט אינגאנצן אגריען. די מעשה מיט די פרוי מיט די דאטום פון געבורט איז אין בעסטן פאל א גוטע וויץ, און אפשר גאר גענצליך אויסגעדראשן פון פינגער.
דער כלל איז, אז כמעט קיינער וועט נישט זאגן קיין ליגנט אן קיין סיבה. נישט אלץ כאפט מען גלייך די ריעזאן ביהיינד איט, צומאל איז עס סובקאנשעסלי, אבער עפעס א קול זאגט אים אז "זאגן די אמת גייט ערגעץ בעקפייערן, טראכט ליבערשט אויף עפעס א באבע מעשה".
אודאי איז עס נישט אויסגעהאלטן מאראליש און תורה'דיג, ואולי י"ל אז דער היתר פון 'מותר לשנות מפני דרכי שלום' ווערט אביסעלע אביוזט, אבער נקוט כלל זה בידך - מען זאגט נישט ליגנט סתם אזוי, אחוץ א כראנישער ליגנער.
אז א יונגערמאן זאגט דיר ער איז יעצט ביי אן אטורני, האט ער אין בעק פון זיין מיינד א סיבה צו טראכטן אז דו וועסט אים מער ארויפקוקן ווען דו הערסט אזא סטעיטמענט;
אז איינער זאגט פאר זיין ווייב א האלבע שעה ארום וועט ער זיין אינדערהיים אנשטאט א גאנצע שעה, מסתמא האט ער מורא אז זי וועט שרייען אויף אים און זיך נעמען פירן ויכוחים;
און אזוי קען מען דן זיין לכף זכות יעדע משל וואס דו האסט אראפגעברענגט.
דיין טענה אז מיטן לויער שטיק וועט ער אים מער ארויפקוקן, איז אזוי: אוודאי פארשטייט יעדער אז מ'שיסט נישט ממש רענדאם ליגנט פשוט ווייל כ'קען. אבער דאס זאגן אזעליכע ווילדע גזמאות ווי כ'בין ביים לויער ווער ער שטייט אויף די גאס (דאס איז ווילד סיי ווייל עס איז גאר-ווייט פונעם מציאות און סיי ווייל ס'שטארק מעגליך צו רופן זיין בלאף זייענדיג גלוי לכל), פאר אזא לייכטזיניגע סיבה ווי 'וועלן מאכן א רושם', מוז זיין איינס פאר די פאלגענדע:
[list]
[*]
ער האפט צו מאכן א דיעל מיט דעם מענטש און אלעס קען העלפן (ביזנעס, מוסד, וכדומה).דאס איז נישט אויסגעהאלטן, אבער מ'קען פארשטיין דעם ייצר.[/*:m]
[*]
ער האט א צובראכענע סעלף-קאנפידענסנאכאמאל, נישט יושר, אבער אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו[/*:m]
[*]
ער שפירט פיין מיט זיך, אבער האט ליעב וואס מער שעץ און רעספעקטקודם איז ווערט צו באמערקן אז געווענליך אזא איינעם האט יא א צובראכענע סעלף-קאנפידענס, אבער געווענליך איז שוין אזא איינעם אנגעפיקעוועט מיט סוב-קאנטשעס שקר, אזאש ער טראכט נישט קיין סקונדע. פון דעם רעדט מען לכאורה דא.[/*:m][/list:u]
דער לעצטער האט א מידה וואס וועט ארגער וואס א טאג, און ווי נענטער איר דארפט האנדלן מיט אזא איינעם, אלס ארגער שטינקט עס. נישט נאר וועט קיינער אים נישט גלויבן, נאר די פרעכע אראגאנס וואס ס'פארלאנגט זיך פאר אזא שטאפל שקר.
שטילע אינגערמאן
נישט לאנג צירוק בין איך אדורך געפארן א אינגערמאן מיטן קאר א באקאנטע מיינע, כהאב עיהם געפיפן אבער ער האט נישט באמערקט, כהאב ארויס גענומען די טרייבעל אין עיהם גערופן.
העי וואס טוט זיך?
עםםם, סאו סארי כקען נישט יעצט רעדן כבין אין א מיטינג ביי א עטערני אין די אפיס.
דער אינגערמאן האט נישט געטראכט צוויי, געשאסן א סטעיטמענט אין די וועלט אריין.
לאמער זאגן ער איז געווען פארנומען אויפ א וויכטיגע קאל אדער ער האט פשוט נישט געהאט געדולד צו רעדן אויפן סעלל,
פארוואס האט דער אינגערמאן נישט געקענט זאגן ״שטילע אם סארי, כדרייוו יעצט כבין ביזי אויפן beep, כרויף די באלט צירוק״
פארוואס האט ער געזאגט ער איז אין א אפיס ביי א עטערני,
די אמתע סיבה ווייס איך אויך, פשוט ווייל טאמער זאגט ער אז ער איז ביי עטערני הערט זיך עס מער ביזי.
איז דא אין יענע געגנט ווי ער איז אריבערגעפארן א לויערס אפיס?
נולד מאוחרקען מען לעבן נאר מיט אמת?
גיטע קשיא, מדארף אבער פראבירן די מערסטע.
הערסטעאויכט אן ענין! אבער איך מיין אז דו מישט אויס צוויי זאכן. שטילע האט ארויסגעברענגט אז ס'איז דא א פראבלעם מיט ליגענט און דו ברענגט ארויס א פראבלעם פון זיין פארשלעפט
ווען מ'זאגט אז א מאורע וועט זיך אנפאנגן א באשטימטע צייט און יעדער ווייסט אז ס'איז נישט אמת, איז עס ליגענט פונקט ווי אלע ליגענטס. ס'איז לכתחילה אזוי אז טאמער וויל מען אנפאנגן א געוויסע צייט רופט מען דעם עולם א שעה פריער. גיא צו עני שמחה /מסיבה ביים זמן וואס שטייט אויפ'ן אינוועטעישאן און מ'האלט נאך אינמיטן אנגרייטן.
בלי ספק אז ווען מ'וואקסט אויף מיט אזא געפיראכץ מאכט עס א רושם און א דיסריגארד פאר'ן אמת
לעבן זאל דער שקרן!!
שטילע'ס דברים היוצאים מן הלב האבן געמאכט אויף מיר א טיפע רושם. כ'האב זיך מתבונן געווען און געקומען צו די החלטה אז דאס מאל מיינט מען מיך, טאקע מיך. ליידער בין איך שטארק נכשל אין דעם, איך זאג גרינגער ליגענט ווי אמת, שקר איז ביי מיר פליסיג, און ס'איז שוין העכסט צייט זיך צו מתקן זיין ווי לאנג די לעכטעל ברענט נאך.
היינט ביי שחרית האב איך ספעציעל געהאט כוונה ביים צווייטע/קליינע יהי רצון, שתצילנו מלשון הרע, מעדות שקר משנאת הבריות. און ביי שמו"ע, נצור לשוני מרע ושפתי מדבר מרמה. כ'בין יעצט גרייט אויף אלעמען, גארנישט גייט מיר גורם זיין חלילה צו זאגן ליגענט. נאר אמת, אמת, און נאכאמאל אמת.
אזוי גייט דורך אפאר מינוט... און א שלוחי-דרחמנא פאר א כולל ערב על טהרת הקודש אין ירושלים ווייזט מיך זיין זרוע נטויה, פיל מיט דאללערן, כלומר, קאווע'לע, זיי דיך ביטע משתתף... פאר א האלבע רגע האב איך געטראכט צוריק צוענטפערן מיט די הענט שפראך, כלומר "כ'האב נישט", אבער ניין! איך זאג נאר דער אמת! ווי קען איך ווייזען אז כ'האב נישט ווען אין אמת'ן האב איך יא? חלילה!
זאג איך דעם איד, תשמע חביבי, א) איך האלט אז א כולל ערב קען זיך אויסהאלטן פון די לאקאלע קהילה מעמבערס, און דארף נישט צוקומען צו נדבות פון אידן מעבר לים, ב) סתם אזוי בין איך נישט אין פעיווער פון באצאלן מענטשען פארן לערנען תורה (פונקט ווי קיינער צאלט מיר נישט פארן דאווענען דריי מאל א טאג), ג) איך שטיץ נישט קיין מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון די לאקאלע רעגירונג, ד) ס'געפעלט מיר בכלל נישט דיין פלעקאיגע רעקל און שמוציגע הוט און צושטרויבעלטע פיאות.
דער ירושלמי'ער אינגערמאן ווערט פארגליווערט, און מיין חברותא, הערשי, גיט מיר א ציפ "קאווע'לע ביסט אינגאנצען? – וואס טשעפעסטע? ער שטייט דיר אין וועג?", שריי איך צוריק: "פאר קיין געלט וועל איך נישט זאגן קיין ליגנעט! האמת נר לרגלי!". אזוי?! שרייט מיין חברותא "דו ווילסט איך זאל דיר זאגן אויף דיר נאר אמת?" – און נאך איידער איך האב א געלעגענהייט צו ענטפערען, נעמט ער זיך שרייען: ביסט א משוגענער! א בהמה! דיין טאטע צאלט מיך איך זאל לערנען מיט דיר! מיינסט טאקע איך בין אינטערסירט צו הערן דיינע שטותים? דו מיינסט טאקע אז ווייל איך שמייכל און שאקל מיין קאפ צו דיר, בין איך מסכים צו די נארישע לאקשען וואס דו פארקויפסט מיר? דו מיינסט איך גלייב א ווארט וואס דו זאגסט?... – הערשי שטעלט זיך אויף, "טרעף דיר א צווייטע חברותא.." און שפאצירט ארויס.
פאר 10 מינוט בין איך פארגליווערט געווארן. גאנצעטע געביידעס זענען צוזאמגעפאלן. רבש"ע, וואס גייט דא פאר? געמיינט האב איך אז הערשי איז מיר א ברודער-חבר. מיין טאטע צאלט אים צו לערנען מיט מיר? ס'גייט שוין אן אזוי 3 יאר און כ'האב גארנישט געוואוסט? ווער ווייסט וואס דער הערשי זאגט אלץ איבער פאר מיין טאטע וואס כ'רעדט אלץ צו אים?
איך פיל ווי ס'טראפט אויף מיין רוקן, טיפה טיפה ...
ס'וויל זיך גלייבן אז ס'אלץ א חלום.
אפשר טאקע?
גייט אריבער א האלבע שעה, איך שטעל זיך אויף פון פלאץ צו כאפן א גלעזל קאלט וואסער, טרעף איך מיין שווער! "קאווע'לע, זעהסט אויס אויסגעמוטשעט, שפעט געגאנגען שלאפן נעכטן?", גראדע יא, ענטפער איך מיט די ריינע אמת. בלומי האט געהאט א שפעטע אפוינטמענט ביים טעראפיסט, ביז זי איז אהיימגעקומען איז שוין געווען זייגער 12, און ביז אונז האבן געענדיגט איבערגיין די שמועס, איז שוין געווארן 3 אזייגער.
"טעראפיסט"? שרייט מיין שווער שטילערהייט מיט די אויגן ברעמען רונדעכיג ווי א באנענע, "וואס???" יא, זאג איך, שוין א יאר וואס אונז גייען פאר הילף. זאכן בעסערן זיך, אבער מ'האט נאך א לאנגע וועג צו גיין. מיין שווער געט זיך א ווילדע דריי אויס, כאפט זיין טלית בייטל און יאגט אהיים.
עטליכע מינוט שפעטער קום איך אהיים, און מיין ווייב איז שוין אויפן טעלעפאן מיט איר מאמע, בלאס, טרערן פליסן, זי קוקט נישט אויף מיר – איך שפיר אז ס'צרות און איך יאג אפ.
איך זעץ מיך אריין אין קאר, דינג דאנג, א טעקס מעסעדזש פונעם אשת-כנגדו:
Idiot y u tell my dad . now mom wants me back home
ווי ס'שטעלט זיך ארויס, איז מיין שוויגער, די עילת העילות וסיבת כל הצרות, אין כעס גדול, היתכן מ'נעמט איר טאכטער צו טעראפי אן איר רשות?? די איידעם דארף הילף, נישט איר טאכטער חס וחלילה!
אזא פראסק, נאך א יאר טעראפי איז די גאנצע הארעוואניע לאיבוד??
פון גרויס טומעל האב איך שיעור-נישט געמאכט אן עקסידענט, אז כ'וועל נישט אנצינדען די מוזיק אויף הויך וועט דא זיין צרות. צינד איך אן א לעבעדיגע סי-די, און פונקט שטייט די מנהל פון די תלמוד תורה ווי כ'האב פונקט נעכטען אריינגעשיקט א אפליקעשען פאר מיין בעבי-אינגעלע, ער דארף א היטש פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק. זאל איך אים ווייזן מיט די האנט אז איך פאהר לינקס, און נישט קיין ב"פ? חלילה!!! איך גיי נאר פארן אמת!!! – מאך איך אויף די פענסטער און איך זאג אים: קענסט קומען, אבער זיי וויסן אז איך הער מוזיק אפילו ס'איז ספירה..
ער קוקט מיך אן ווי א משוגענער. גייט נישט דורך א האלבע שעה, און די פעקס מאשין אין אפיס שפייט ארויס א שיינע גרויסע "לא נתקבל".
שטילע, געב מיר צוריק מיין חברותא, מיין ווייב, און שאף מיר א חדר פאר מיין אינגעל.
קאווע טייערע, פארוואס קען מען נאר לייקן איין מאל?
די אמת איז אז חז"ל האבן שוין געזאגט אז מותר לשנות מפני השלום, (און למען האמת נאך דריי זאכן אויך).
מר ירח , לשנות מיינט זאגן פרעכע ליגנט ??
Re: שקרן!!!
עס שטייט מדבר שקר תרחק, און נישט לדבר אמת תקרב, דאס מיינט ליגנט טאר מען נישט זאגן, דעם אמת דארף מען נישט זאגן.
פארן שד"ר הירושלמי וואלטסטו געדארפט ענטפערן איך בין א מצב וואס איך קען נישט געבן איז עס דען נישט אמת?
פאר דיין שווער וואלטסטו נישט געדארפט זאגן איך בין געווען ביים טעראפיסט, ווען דו זאגסט ווען, איך האב געשמועסט מיט בלומי ביז 3 אזייגער,וואלט דיין שווער\שוויגער דיר נאך געקויפט טשיז קעיק אויף שבועות, ווייל זיי ווייסן דאך יא וואסערע טאכטער זיי האבן.
און פאר דיין מנהל וואלטסטו נישט געדארפט זאגן אז איך הער מוזיק אין ספירה, לעש אויס די מוזיק און נעם אים.
האסט געוואלט זיין א אויבער חכם האסטו.
ברוך שאמרמר ירח , לשנות מיינט זאגן פרעכע ליגנט ??
איז "ואני זקנתי" א פרעכע ליגענט?
ווען די ברודערס פון יוסף קומען צו עם פארציילן א מעשה וואס איז ארויסגעזויגן פון פינגער אז "אביך צוה לפני מותו וגו'" איז דאס א פרעכע ליגענט?
דאס זענען די מקורות פון חז"ל אז מ'מעג משנה זיין למען השלום.
Re: שקרן!!!
בד"א ס'הייסט נישט ליגנט אויב ווייזט מען אז מ'האט נישט.
ס'קען אויך מיינען אז מ'האט נישט אויף צום געבן (צו ווייל די צוועק איז מינדערוויכטיג, צו ווייל מ'האט נישט גענוג וכו'), כך ראיתי בשם אחד מן הפוסקים וכן בשם הגר"ח קניבסקי שליט"א.
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/The_Invention_of_Lying?wprov=sfla1">https://en.wikipedia.org/wiki/The_Inven ... prov=sfla1</a>
The next day Mark is fired from his job because of the lack of interest in his films, and his landlord threatens to evict him for not paying his rent. Depressed, he goes to the bank to close his account. The teller informs him that the computers are down, and asks him how much money he has in his account. Mark is about to tell her when a strange reaction occurs in his brain, as he remembers how much money his landlord said he owed ($800). He has an epiphany that enables him to tell the world's first lie, to the effect that he has $800 in his account. The computer comes back online and shows his balance is $300. The teller gives him the full $800 noting that the computer has made a mistake.
ס'קען אויך מיינען פלעין און פשוט אז מ'האלט נישט ביים געבן...
בשם הסטייפלער זצ"ל.
טאמבל האקט. איך רעד צו קל וחומר
ס'דא זאגן ליגנט פאר די נישטיגקייט, זאגן ליגנט צו מאכן זיך העפי און זאגן ליגנט צו מאכן א צווייטן העפי.
א מענטש דארף געדענקען נאר אז ער ברויך נעמען רעספאנסיביליטי פאר זיינע עקשאנס. עס האט מיר א חבר געפרעגט עדווייס. וואס טוט ער. ער האט געטראפן זיך מיט א מיידל אין האנג קאנג, געהאט א גוד טיים יעצט זאגט זי וויל אריבערקומען וואו ער וואוינט מעבר לים אים באזוכען. זי האט שוין געבוקט טיקעטס, געמאכט פלענער אלעס. זי מיינט ער האט זיין אייגענע הויז, דערווייל וואוינט ער אין א האסטעל ווי א ארימאן. איז 1 ער וויל איר מער נישט 2 ער האלט נישט ביים ספענדן אזויפיהל געלט אויף איר פאר א וואך האלידעיס ציוואס. וואס זאל ער זאגן? א ליגנט אז ער איז אקארשט געווארן בראוק? אדער אז ער האט מתחילה אן געלייד צו איר? ער קען נישט ליגנט זאגן ווייל ער פיהלט שלעכט אז זי האט שוין געבוקט וכו'. נו, אנהויב האסטו נישט געפיהלט שלעכט אז דו זאגסט ליגנט צו איר? ער מוז איר זאגן דעם אמת אז ער האט פון אייביג אן געוואוינט אין א האסטעל און ער איז לכתחילה נאר געווען אינטרעסירט אין א שעג. נישט גענוג האסט איר אויסגענוצט מוזטו נאך הרגענען איר עקספיריענס מיט דיר אויכעט און אפשר אויך איר טראסט צו די פינף קומענדע דעיטס? נעם רעספאנסעביליטי, די פריער די בעסער!
ער האט למעשה נישט גובר געווען אבער כאטש איר נישט אבגעפאטשט. יעצט צאלט ער א מיאנטעק פאר א האטעל און א פולע וואך מיט פארוויילונגען ווי ס'פאסט פאר א געליבטער וואס קומט צופארן אזא ווייטע וועג. אלה ברכב ואלה בשיקסים.
כהאב מורא אז די מעשה איז נישט אמת, פראוו מיר אז איך בין ראונג. 😉 😉
ובכלל אלס טרעפסטו אן די חברים.
דאס איז נישט דער עיקר. גלייב יא גלייב נישט. עס איז דער נקודה וואס כ'מיין ארויסצוברענגען ווי אמאל טרעפט מען זיך ביי אן אינטערעסאנטער היכי תמצא ווי די ריכטיגע וועג העפי צו האלטן א צווייטן אויף א זאך וואס האט שוין פאסירט איז צו זאגן יענעם א ליגנט (און דווקא אזא וואס מ'איז זיך אליינס משפיל) כאטש ס'טוט וויי און עם כל זה ווערסטו גארנישט גרעסערע צדיק ווי פריער, דער ליגנט איז נאר א עפעס אפצוהאלטן 'דיין' עוולה פון זיך ווייטער עסקעלעיטען. ד.ה. ביסט געבליבן א ליגנער און נישט איינמאל נאר צוויימאל.
געווענטלעך זאגן מענטשן ליגנט, אויב זיי האבן פון וואס מורא צו האבן. אויך אויב א קינד איז געווען געוואוינט אז מען ווערט באשטראפט פארן זאגן די אמת, ווערט עס א געוואוינהייט.
אויב פילע מענטשן זאגן דיר ליגנט, טראכט זיך דורך!
דו בוסט פראבעבלי א שרעקעדיגער, א פעגער, אדער א ליגענער....
ס'האט אמאל איינער געזאגט פאר זיין חבר...איך געב דיר 100 דאללאר אויב דו קענסט זאגן א ליגנט אן טראכטן...רופט זיך אן זיין חבר...דו האסט דאך !...געזאגט אז דו וועסט מיר געבן .$200.00
berlbalagulehס'האט אמאל איינער געזאגט פאר זיין חבר...איך געב דיר 100 דאללאר אויב דו קענסט זאגן א ליגנט אן טראכטן...רופט זיך אן זיין חבר...דו האסט דאך !...געזאגט אז דו וועסט מיר געבן .$200.00
האסט זיך נישט געקענט איינהאלטן האסט געלייגט די ''!....'' אביסעלע פרי!!..... 'מדארף זיך קענען באהערשן!.......!.....
ליפא:...איך קען נאכנישט שרייבן. איך קוילער פאר געלעכטער. אבער וואו זעהסטו קוואוטעישן מארקס אין מיין תגובה...?!
סאו שטילע, וואס וואלסטו מיר רעקאמאנדירט צו זאגן פאר מיין ווייב נאכן זיצן א שעה אין די קאר און וואטשן א TV שאו ?!?...
שטילע אינגערמאןאונזער וועלט איז געשלאגן מיט דער מידה פון שקר אויפ א מוראדיגע פארנעם.
לויט געוויסע סטאדיס זאגט די דארכשניטליכע מענטש איבער צען צאל א טאג ליגענט, א מענטש דרייט זיך צווישען אנדערע מענטשן קוים צען שעה א טאג, דאס מיינט יעדע שעה נאך א ליגענט.
די סיבה כעפען די אשכול איז, כ׳האב לעטצענס אנגעהויבן אריין טראכטן וויפיהל מאל מ׳זעהט מענטש זאגן ליגענט בלויז פאר די נישטיגקייט, אן קיין סיבה ממש, נישט אז זיי פארדינען דערפון עפעס, אבער ליידער כאפן זיי כאפן נישט אז סאיז דא קאנסעקווענסען.
נישט לאנג צירוק בין איך אדורך געפארן א אינגערמאן מיטן קאר א באקאנטע מיינע, כהאב עיהם געפיפן אבער ער האט נישט באמערקט, כהאב ארויס גענומען די טרייבעל אין עיהם גערופן.
העי וואס טוט זיך?
עםםם, סאו סארי כקען נישט יעצט רעדן כבין אין א מיטינג ביי א עטערני אין די אפיס.
דער אינגערמאן האט נישט געטראכט צוויי, געשאסן א סטעיטמענט אין די וועלט אריין.
לאמער זאגן ער איז געווען פארנומען אויפ א וויכטיגע קאל אדער ער האט פשוט נישט געהאט געדולד צו רעדן אויפן סעלל,
פארוואס האט דער אינגערמאן נישט געקענט זאגן ״שטילע אם סארי, כדרייוו יעצט כבין ביזי אויפן beep, כרויף די באלט צירוק״
פארוואס האט ער געזאגט ער איז אין א אפיס ביי א עטערני,
די אמתע סיבה ווייס איך אויך, פשוט ווייל טאמער זאגט ער אז ער איז ביי עטערני הערט זיך עס מער ביזי.
דער אינגערמאן ווייסט גוט אז איך לויף עיהם נישט נאך, אין כבין באופן כללי גאנץ וויניג אינטרעסירט צו רעדן צו עיהם, סאיז נישט כאילו ער האט געהאט א חשש כגיי עיהם אויפהאלטן אויפן סעלל אין כדי זיך ארויס דרייען האט ער געזאגט ער איז ביי א עטערני.
סאיז פשוט ווייל אזוי איז ער אויפ געוואקסען.
ווען ער איז געווען א קינד אין ער איז אריין חול המועד אין פארק האט עיהם די מאמע געזאגט אז ער זאל זאגן ער איז 4 יאר אלט אנשטאט 6. ווייל זי גיין פארדינען א אפגעפליקיטע 5 דולר אויפן חשבון פון די חינוך פון די קינד. ער איז געטרעינט אז ער זאגט ליגענט רעכטס אין לינקס, דארף נישט זיין א עכטע סיבה דערצי, משיסט ווערטער אין מגייט ווייטער.
סזאגט זיך א ווערטעל א חסידישע קאפעל איז געגאנגען מאכן א מערידז לייסענס, ביים אנפילען די פאורם האט די ווייבל געפרעגט די מאן וואס זאל איך שרייבען ביי date of birth? ס׳איז זי נישט אנגעפאלן מקען שרייבען די עכטע דאטום, זי איז מחנך געווארן אז מזאגט ליגענט ווי מ׳קען,
אינגערלייט כאפן נישט, סווערט א סיסטעם פון א אוטומאטיש ריפלעקס, ווען מקומט אהיים שפעט ביינאכט, די אינגערמאן האט זיך פארשמוסט אין גראסערי, די ווייב פרעגט ווי ביסטו געווען? ער טראכט נישט צוויי ״כ׳האב געשמיסט מיט מיין חברותה״, איי די וויב קערט נישט טאמע האסט געשמיסט מיט חיים אבער מיט זרח, אבער אזוי איז לייכטער.
עטץ מיינסט די ווייב כאפט נישט? די מיינסט דיין בעה״ב איז עפעס געבוירען איין נעכטן? די מיינסט דיין חברותה איז שיכור? אדער דיין טאטע איז א חיש קינד?
איין מאל געלונגט דיך עס אפשר אפי׳ צוויי מאל, למעשה גייט יענער כאפן אז ביסט א גראבע ליגענע,
אין די ווייסט וואס געשעהט ווען דיין ווייב, בעה״ב, שווער, פאלירט טראסט אין דיר? די ריזאלטס זענען נישט גוט, כמעט נישט שייך צירוק צו דרייען.
אפי זיי זאגן די נישט אז מהאט די געכאפט ביי א ליגעט אבער זיי ווייסען גוט אז ווען די זאגסט ניין מיינט עס יא אין יא מיינט ניין.
סזאגט זיך א סלענג ״די בעסטע ליגענט איז די אמת״ דער סלענג איז עפעס א דאורייתה, ס׳איז אזעלעכע שטארקע ווערטער.
דאס איז אפי ווען סאיז נישט באקוועם צו זאגן די אמת, אבער אפגערעדט ווען מ׳זאגט שקר סתם פאר די נישטיגקייט.
מדארף געדענקען נישט מחנך צו זיין קינדער אז ליגענט איז אקעי, אין ח״ו נישט זאגן ליגענט ווען זיי הערען, זיי זענען נישט געבוירען נעכטן אין כאפן גוט אויף.
ווען די זיצט אין די היים אויפן קואטש אין דיין זוהן שפילט אויפן ערד, מיטאמאל קלינגט דיין סעלל אין די זאגסט דיין חברותה ביסט אויפן וועג, דיין קליין אינגעל איז געשאנקען מיט א אוזן די אויבערשטער האט עיהם געגעבן אלץ א מתנה, האסט געזאגט א נארישע ליגענט וואס פעהלט נישט אויס, אבער דיין קליין זוהן האט געהערט גוט וואס די האסט געזאגט, אין ער לערנט זיך דערפון.
מארגן ווען ער וועט זאגן אז ער האט נישט אליין געקראסט די סטריט אדער ער האט נישט גענומען די נאש, וועסטו טאנצן ביזן לבנה פאר כעס אין וועסט נישט פארשטיין פון ווי ער נעמט צו זאגן ליגענט.
כ׳פארשטיי אמאל איז שווער צו זאגן אמת (אפי איך האלט אז דעמאלטס לוינט אויך צו זאגן אמת) אבער כרעדט וועגען די ליגענט איינער זאגט סתם אזוי.
למשל ביסט אויפן וועג אהיים, די ווייב פרעגט דיר ווי ווייט ביסט פון די היים, די ווייסט פאר א שעה איז נישטא צו רעדן אבער מיט א פשטות שיסטו ״כוועל זיין אין די היים אין א האלבע שעה״
וואס פונקטליך טוסטו אויף? אז זי גייסט די רופן נאכאמאל אין א האלבע שעה?
לעצטע וואך האב איך גערופן איינער וואס האט מיר געדארפט עפעס איבערגעבן אלץ שליחות, נאך נישט אויפהייבן אפאר מאל ריפט ער מיר צירוק, ״סארי מיין בעטערי איז געווען טויט כהאב עס נאר יעצט recharged.
ווען ער איז געקומען צו מיר אפגעבן די פעקל האט ער אראפ געלייקט די סעלל אויפן טיש אין כהאב פונקט באמערקט אז זיין סעלל שטייט ביי 82 פראצענט.
איי מין קאמאן, האסט נישט געקענט זאגן ״סארי, כוועל די ברענגן באלט, כבין ביזי״. בס״ה ביסט אריין אין מיין קאפ אלץ א שקרן וואס מקען נישט געטרויען, פארשטייט זיך כגיי נישט אפיהר האלטן א אינגערמאן מיט א ליגענט וואס ער גייט נישט האבן א וועג ארויס, אבער זיין טראסט האט ער פארלוירען ביי מיר.
זייער שיין באשריבען אבער איך האלט אז עס איז צי איבערגעטריבען.
א מענטש זאגט נישט קיין ליגענט נאר מיט א סיבה, קיינער איז נישט געבוירען א שקרן.
ער האלט אז צי זאגן אמת אין די פאל קען עם גאר בעקפייערן איז ענדערש צי זאגן ליגענט ווי דער אמת
אפשר איז עס נישט מענטשליך אבער פאר דרכי שלום איז בעסער צו זאגן ליגענט יעצט.
די מעשה מיט די פאן איז קען זיין ער האט נישט געוואלט רעדען מיט דיר האט ער געזיכט א תריץ ווי איידער צי זאגן קלאר אין פנים אריין איך האב נישט קיין געדולד צי דיר. האט ער געזוכט א דרך שלום אין שוין
זיכער בעסער ווי צי זאגן די אמת וואס וואלט דיר זיכער געבאדערט.
און אויב למשל ער זאגט איך דרייוו יעצט און איך קען נישט רעדן יעצט איז פונקט אזוי ליגנט ווייל אין אמת'ן קען ער יא רעדן יעצט נאר ער זוכט א תירוץ.
איז אמאל קען מען דן זיין לכף זכות יענעם מיטן זאגן ליגענט, ער מיינט עפעס דא נישט סתם צי זאגן ליגענט.
יו"ט ערליך פלעגט זאגן "א יעדע זאך האט א טעם עס איז נישט קיין צאפל מן הסתם"
אה ברוך שכיוונתי לדעתו הקדוש של הייליגע רבי.
מ'האט
אפגעטיילט א לאנגע שמועס וואס האט זיך ערווארבן אין דעם אשכול, און מיט דעם איז מיט געגיינגען א פאר וויכטיגע תגובות וואס באלאנגען דא און האבן קיין שום שייכות דארט. זאת ועוד אז מ'וואלט געדארפט צוצייכענען אין ביידע אשכולות די פינאנדערטיילונג אזוי ווען איינער באגעגענט זיך דארט מיט א טעפטאלק הודעה וואס פאנגט זיך אן מיט
שקרן!!! זאל ער זיך נישט אזוי דערשרעקן.
קל וחומרבד"א ס'הייסט נישט ליגנט אויב ווייזט מען אז מ'האט נישט.
ס'קען אויך מיינען אז מ'האט נישט אויף צום געבן (צו ווייל די צוועק איז מינדערוויכטיג, צו ווייל מ'האט נישט גענוג וכו'), כך ראיתי בשם אחד מן הפוסקים וכן בשם הגר"ח קניבסקי שליט"א.
הלכה למעשה אין שו"ת תורה לשמה פונ'ם בן איש חי סי' שס"ד ברענגט ער ציים די אופנים להיתר ועוד
הרי שלך לפניך:
שו"ת תורה לשמהאין סאטמער קליימער פלעגט דאווענען אן עלטערע איד, זעהט אויס א זעלטענע איש אמת, אזש אז פאר אלע צדקה גייערס האט ער אויסגעשטרעקט די הענט מיט א סימן פייג! ס'איז געווען אינטערעסאנט צו צוקוקן וויאזוי מענטשן ריעקטן
Re: שקרן!!!
אזא איד באלאנגט לכאורה אויפן עולם האמת.
ר׳ מנחם נחום משטעפינעשט ז״ל, אין זיין
על האמת והשקר (פ״א), מאכט א חילוק צווישן א ״שקר שלילי״ [פּריימערי] און א ״שקר חיובי״ [סעקאנדערי]. די ערשטע איז זיך ארויסצודרייען פון עפעס מחמת יראה וכו׳; די צווייטע איז בקום ועשה זיך אנצורופן א ליגענט אויף כדי צו באקומען עפעס וכו׳. אויב געבט מען נישט קיין מקום פאר די ערשטע סארט, וואקסט נישט ארויס די צווייטע ערגערע סארט.
אין פ״ב זאגט ער:
ועתה נפן נא לראות ולשמע גם חכמי המוסר מחכמיהם. ״פיטהגוריס״ ״ואריסטו״ פוסלים את השקר בכל מקום, ואינם מרשים לאדם להשתמש בו בשום אופן וצד, וכן דעת ״סוקרטיס״, וכל כך היה מאס בשקר שגם בעת שיכול להציל את נפשו ממות גם אז לא רצה להשתמש בשקר, וכשעמד בדין חדל להגן על עצמו בשקרים כמו שהתנהגו בבית דיני ״באטהען״׳ ובחר במות מלחיות חיים הבאים משקר. כנגדו ״אפלטון״ מרשה לאדם להשתמש בשקר א׳] נגד שונאיו, ב׳] לשמר על ידו את רעהו משחת ג׳] הממשלה תוכל להשתמש בשקר לטובות עמה ארצה ונתיניה. אבל הוא מגלה מיד את דעתו ואומר אם בפעל מתיר להשתמש בשקר בדברים אלה שחשב למעלה בכל זאת מעורר געל־נפש אצל נקיי הדעת והוא מוסיף ואומר שהשקר הוא רע בתכלית הרע בעיני אלהים ובני אדם.
לדעת החכם ״ה׳ גרוטיוס״ אסור לשקר בכל מקום בלי יוצא מן הכלל, אבל שקר הוא לדעתו זאת שיגרם על ידו רע לאיש שיכזבו, לכן אומר א׳] שקר זה שאדם דובר לפני תינוקות או תועה־רוח אינו נחשב לשקר כלל כי אין להם דעת להבדיל בין אמת לשקר, ב׳] מתיר לדבר שקר אם זה שמתכון לכזבו יודע ששקר הוא ואם אחד העומד מן הצד ובא לטעות ולהשוב שזאת דבר אמת הוא ויבא לידי ניזק אין בכך כלום, ג׳] מותר לשקר לטובת חברו ובשעה שחברו רוצה בשקר זה. ד׳] המושל יוכל לשקר לטובת ארצו ונתיניו, ה׳] מותר לשקר בכדי להציל את העשוק מיד עושקו ועל אהת כמה וכמה להציל את הבלתי־אשם ממות, ו׳] מותר לדבר שקר בפני שונאיו. החכם ״פלוטארך״ אוסר את השקר גם בדרך שחוק.
בכלל השקר היה נהשב בעיני חכמי יון לשפלת עצמות ושקר מאונס למורך. ונפלא לראות שבשפת יונית לא נמצא המלה שקר כמושג הרגיל אצלנו, ואיך האמת היה חביב בעיניהם נוכל לראות מזה. אף לבם היה רע על הפרסיים בכל זאת שבחו סופרי יון את הפרסיים על מדת האמת ושהם משתדלים לחנך את בניהם להיות נזהרים מכל דבר שקר ולאהוב את האמת בכל לבם ולמסר נפשם עליה. המשורר ״פינדור״ קרא ״להירון״ לאמר ״יואיל הוא לכונן כבוד עמידת ממשלתו לכתת את לשונו על סדן האמת״. הפילוסופים החדשים מבדילים בין סתם שקר לשקר מאונס ואם הם פוסלים ואוסרים את הראשון בכל מיני איסורים מתירים הם את השני ואינם רואים בו שום חילול המוסר. כנגדם הפילוסוף ״הארטמנן״ פוסל את השקר מאונס ג״כ ומתיר רק שקר זה הבא מתוך עמידה על נפשו. והפילוסוף ״קנט״ אינו מרשה לשקר אפילו מפני ההכרח אפילו מפני סכנת נפשות ואומר ״לו ראיתי חברי בורח מפני גזלן ומסתתר בביתי וידעתי שאם אשקר ואומר שהבורח לא נכנס לביתי אציל חברי זה ממות גם אז לא הייתי משקר״ [זיין באקאנטע דעאנטאלאגישע מהלך בעטיקס און זיין קאטעגארישע אימפּעריטיוו]. גם החכם ״פיכטע״ אומר ״גם אם אביא גאולה לאנושיות כלה לא אשנה בדברי״.
...
חכמי יון נותנים שלשה טעמים על החיוב ״מדבר שקר תרחק״: א׳] השקר מעורר חשד והחשד מה שאחד חושד בחברו שהוא דובר אהת בפה ואחת בלב גורם התרחקות והתרחקות תפרץ את החברותיות ומבטל המשא ומתן. ב׳] האמת היא הקדושה שבנו ועליה נאמר ״כי בצלם אלקים ברא אותו״ ועל ידי השקר יפגם האדם בצלמו שהוא צלם אלקים. ג׳] האמת היא כבודו של האדם והשקר חרפתו, כי האמת מורה על עז ורוח גבורה ושקר על מורך לב וחולשה. וכן דעת ״אפלטון״ שהשקר הוא אות החולשה.
ער טענה׳ט אויך אז בעצם איז לשקר נגד טבע האדם.
***
ענליך צום געדאנק וואס מ׳האט ערווענט פון ״ליגענט טאר מען נישט זאגן זאגן; אמת דארף מען נישט זאגן״, האב איך נאכגעהערט פון ר׳ הערשל ליפשיטץ ז״ל [ראה״ק עדת יראים] ״ליגענט זאגט א שגץ; אמת זאגט א נאַר״.
***
דר. דניאל קאלקוט
טענה׳ט אז אזא איינער וואס וויל ״וויסן די ריינע אמת״ אלעמאל איז א סארט מאסאכיסט וואס האט ליב צער.
***
די באקאנטע פילם
Liar Liar איז א קאמעדיע וואס פאסירט ווען אן אדוואקאט מוז א גאנצע צייט בע"כ זאגן דער אמת.
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער עיקרים (מאמר ב פכ"ז) מאכט א חילוק צווישן "שקר" און "כזב". "שקר" באדייט ווען דאס וואס ער זאגט שטימט נישט מיט וואס די מציאות איז אינדרויסן, הגם ער האט באמת אזוי געמיינט בלבו. "כזב" איז ווען ער קלערט בלבו איין זאך און זאגט ארויס דאס צווייטע, הגם עס קומט אויס אז באמת איז דאס צווייטע וואס ער האט ארויסגעזאגט טאקע די מציאות. טאמער איז דאס ביידע צוזאמען איז עס "שקר וכזב". און ווען עס שטימט סיי מיט וואס ער האלט בלבו און סיי מיט'ן מציאות אינדרויסן איז עס "אמת" ע"ש.
נאך א מעשה איבער שקר: איינער זאגט פאר זיין חבר (אדער געוועזענער חבר)..."איך געב דיר 100 דאללאר אויב דו זאגסט א ליגנט אן טראכטן...רופטציך אן דער חבר..."דו האסט דאך געזאגט אז דו וועסט געבן 200...!
נאך א מעשה איבער (אמת) און שקר: א איד איז אמאל געקומען צו א רעבי'ן. ער געט א קוויטל. ער דארף א ישועה. ווייל די רעגירונג האטציך פארלייגט אויף איהם. אזוי ווארטנדיג רופט ער זיך אן ..."רבי, אפשר זאלל איך זאגן אזא ליגנט. אדער אפשר גאר אזא ליגנט...! זאגט איהם די רבי...אפשר, גאר זאלסטו אויסזאגן דעם אמת...!
ס’איז געווען א איד וואס איז געקומען צו שינאווא רב זי’’ע מיט א שווערע קוויטל זיין ביזנעס האט אפגעברענט און ער האט געקלעימט די אינשורענס, למעשה קלאגט מען אן מיט א געפערליכע בלבול אז ער האט עס אליינס אונטערגעצינדן און ס’דראעט אים לאנגע יארן אין תפיסה, האט אים שינאווא רב אנגעווינטשן אז די אייבירשטער זאל העלפן אז די אמת זאל ארויסקומען! האט זיך די איד גענומען וויינען, רבי די אמת זאל נאר נישט ארויסקומען ווייל איך האב עס טאקע אנגעצינדן, למעשה נאך דעם וואס שינאווא רב האט אים אריינגעגעבן א ערנסטע פסק אז מ’טוט נישט אזעלכע זאכן און יענער האט זיך פארגענומען מער נישט צו שווינדלען האט אים שינאווא רב זי’’ע אנגעווינטשן אז ער זאל ארויסגיין זכאי בדין.
תרמבס’איז געווען א איד וואס איז געקומען צו שינאווא רב זי’’ע מיט א שווערע קוויטל זיין ביזנעס האט אפגעברענט און ער האט געקלעימט די אינשורענס, למעשה קלאגט מען אן מיט א געפערליכע בלבול אז ער האט עס אליינס אונטערגעצינדן און ס’דראעט אים לאנגע יארן אין תפיסה, האט אים שינאווא רב אנגעווינטשן אז די אייבירשטער זאל העלפן אז די אמת זאל ארויסקומען! האט זיך די איד גענומען וויינען, רבי די אמת זאל נאר נישט ארויסקומען ווייל איך האב עס טאקע אנגעצינדן, למעשה נאך דעם וואס שינאווא רב האט אים אריינגעגעבן א ערנסטע פסק אז מ’טוט נישט אזעלכע זאכן און יענער האט זיך פארגענומען מער נישט צו שווינדלען האט אים שינאווא רב זי’’ע אנגעווינטשן אז ער זאל ארויסגיין זכאי בדין.
לאז אונז נישט הענגן. וואס איז געשען למעשה? יענער האט געיושבט? דער אמת איז ארויס געקומן?
איך ווייס נישט וואס איז געבליבן, איך וועל אננעמען אז שינאווא רב’ס ברכה האט געהאלפן, אבער נישט דאס איז די פוינט דא........
איך האב געטראכט פון די אשכול און די ווערטעל פון די חסידישע קאפל מיט ביי זייער marriage license יום כיפור ווען איך האב געקלאפט די וידוי פון אשמנו און על חטא.
איך קען זאגן הונדערט פראצענט איך האב געקלאפט וידוי אויף עבירות איך האב נישט געטון די יאר און איך בין גאנץ א גרויסע עבריין. ליידער. שטעלט דיר פאר די אידן אין ראדני וואס ער דארף טראכטען ווען ער הערט נישט אויף קלאפען אויף עבירות וואס ער האט נישט געטון אין ווילדסטען חלום.
ס'איז אזא מאנטאליטי פון ליגענט אז מ'זאגט ליגענטס אפילו פאר גאט אז מ'האט געטון עבירות וואס מ'האט קיינמאל נישט געטון.
תרמב: איכ'ל פארציילן א מעשה פון היינטיגע צייטן.ס'געווען א איד א גרויסער ביזנעסמאן און א הייסער חסיד פון א געוויסן רעבי'ן. האטציך געמאכט ווי ס'מאכטציך אז זיינע פראפערטיס האבן (ל"ע) אפגעברענט. ער האט געהאט גרויסע סכומים אין אינשורענס געלט וואס איז איהם געקומען (מ'רעדט אין די שווערע מיליאנען). געוויינליך א מענטש האלט אז אויב די אינשורענס קאמפעני שיקט איהם א טשעק איז דער קעיס שוין געסעטלט. נאר א סאך מאל הייבן זיי ערשט דאמאלס אן די דו"ח. ומעשה שהיה די אנטיסעמיטן האבן אנגעהויבן צו פרעגן צופיהל קשיות. האט די משפחה (בעצת רבם ומאורם) מחליט געווען אז דער טאטע זאל זיך צוריקציען פו די ביזנעס מכח זקנה, און דער זון האט איבערגענומען די געשעפטן...!