עס איז באקאנט אז מ׳טוהט פּאסטולעיטן אז עס איז דא
טונקעלע מעטער/חומר אין געלעקסיִס (וואס קומט אויס צו מער ווי 4 מאל אזויפיל ווי געהעריגע מעטער/חומר) כדי מסביר צו זיין פארוואס אין (בעיקר) ספּיירעל געלעקסיִס, וואו רוב חומר, וואס געבט די גראוויטי אז די סענטריפוגעל דרייעדיגע פאָרס זאל אנגיין, איז אינדערמיט אבער דאך דרייען זיך די דרויסענדיגע ארעמס פון שטערנס היבש שנעלער ווי געראכטן. דאס איז וויבאלד עס איז דא א סארט חומר וואס מ׳קען נישט ״זעהן״ מיט קיין איינע פון די אנדערע דריי פאָרסעס
(אפשר אביסל מיט די שוואכע כח אלס שפיגל מעטער) און עס איז נאר פועל מיט גראוויטי און דאס איז פועל אויף די דרויסענדע ארעמס צו געבן זייער שנעלקייט.
דער איזרעילי פיזיקער דר. מרדכי מילגראם האט אבער אן אנדערע סברא וואס מ׳רופט
מאַדיפייד ניוּטאָניען דיינעמיקס [מאַנד]. דאס לויטעט (אין גאר גאר קורצן און אָווערסימפּליפייד) אז אנדערש ווי ניוטאנ׳ס באקאנטע עקוועישאן וואס זאגט:
F=mG/R²
והיינו, אז די פאָרס פון גראוויטי פון א זאך איז איר מאסע טיימס די גראוויטעישאנעל קאנסטענט דיוויידעד ביי די סקווער פון ווי ווייט די זאך אויף וואס ס׳איז פועל אויף איז פון איר צענטער [די רעידיאוס] (מ׳לייגט אויך אריין אויבן די מאסע פון די אנדערע בּאַדיִ), טוהט זיך עס טוישן ביי א געוויסע נידעריגע עקסעלערעישאן (וואס גראוויטי איז א סארט עקסעלערעישאן) און דאן איז עס באמת:
F=√mGa₀/R
והיינו אז ביי a₀, מיינענדיג די געוויסע קליינע מאס עקסעלערעישאן (וואס עפ״י אבזערוואציעס איז גאר נאנט צו איינשטיינ׳ס
קאסמאלאגישע קאנסטענט וואס האט שוין א שייכות מיט
טונקעלע ענערגיע), דאן איז די פאָרס פון גרעוויטי די סקווער רוּט פון די מאסע טיימס די גרעוויטעישאנעל קאנסטענט און דערנאך דיווייד איך דאס ביי ווי ווייט עס איז. דאס טוהט פונקט אזוי פארענטפערן די פראבלעם אָן אָננעמען דאס עקזיסטענץ פון
טונקעלע מעטער.
דער אסטראפיזיקער דר. דוד מעריט
טענה׳ט אז מ׳דארף געבן מער געוויכט פאר די טעאריע וויבאלד אנדערש ווי
טונקעלע מעטער האט דאס געגעבן
פּרעדיקציעס פון
פאראויס אויף אנדערע זאכן וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג (וואו די פערטע פּאַוּער פון די וועלאסיטי/שנעלקייט פון די דרויסענדע ארעמס עפ״י די טעאריע טוהט פאראויסזאגן די מאסע פונעם גאנצן געלעקסיִ; די
טאָליִ-פישער רילעישאן), ווי איידער
טונקעלע מעטער וואס איז מער עד האַק ״נאכדעם״. ווי אויך וויבאלד קיין שום עקספּערימענט האט נאך נישט באוואוזן צו טרעפן
טונקעלע מעטער, והגם דאס איז טאקע נישט קיין ראיה אויף איר
אי-עקזיסטענץ, איז אבער אויב מען האט אן אנדערע טעאריע וואס שטימט זאל מען יענץ געבן פריאריטעט. (בפרט אז מ׳האט געוואוזן עס שטימט פונקט אזוי מיט די
קאַסמיק מייקראָוועיוו בּעקראַוּנד.)
מאידך גיסא טוהט דאס אבער נישט פארענטפערן אן ענליכן פראבלעם מיט
געלעקסיִ קלאָסטערס, והיינו אזוי ווי א געלעקסיִ פון קלאָסטערס
(דערנאך איז דא סוּפּערקלאָסטערס וואס זענען אזוי ווי א געלעקסיִ פון קלאָסטערס), וואס זענען (אויך) צאמגעהאלטן דורך גרעוויטי און וואס דארט דארף מען אויך פארענטפערן אן ענליכן וועלאסיטי פון די מער דרויסענדע געלעקסיִס. דר. דזשאָסטין קאָריִ וויל דאס משוה זיין מיט׳ן פּאָזיטירן אז אין געלעקסיִס אליין וואו עס איז מער דענס איז
טונקעלע מעטער א סארט
סוּפּערפלוּאיד און דאן ארבעט דאס אזוי ווי מילגראם׳ס
מאַנד מהלך. משא״כ אין
געלעקסיִ קלאָסטערס וואו עס איז מער צושפרייט און נישט אזוי דענס.