☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דא?! וואוינט א איד

דא?! וואוינט א איד

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16457

אלפא » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 3:34 pm

· #532705
דא?! וואוינט א איד
די נושא פון אידענטיטעט איז א צו-וואקסענע און פארצווייגטע, בפרט אין די היינטיגע עפאכע ווען מען קען זיך אנגעבליך אידענטיפיצירן וויאזוי מען וויל. הללו אומרים אידענטיטעט איז געבינדן צום אביעקטיווע מציעות, והללו אומרים עס איז א סאציאלע קאנסטרוקציע, והללו מאכן א שטיקל פשרה...

ענליך איז בנוגע די אידענטיטעט/זהות פון אידישקייט וועלכע איז לאורך כל הדורות געווען א צענטער-פונקט פון קריגערייען, ובפרט אין די לעצטיגע תקופות ווען – פונקט ווי ג'ענדער – איז אידישקייט געווארן מער אזא 'רינערדיגע נושא' וואס אויב מ'אידענטיפיצירט זיך אזוי איז מען איינס.

בעצם איז 'אידענטיטעט' שוין אן אויסגעדראשענע פילאסאפישע סוביעקט הן אין די 'identity question' אפטיילונג והן אין די לינגוויסטיקס. איך פלאן נישט אריינגיין צו טיף דא, אבער איין הייפאטעזיע האט זיך ביי מיר געשאפן פשוט פון אבזעווירן די השתלשלות פון דעם נושא און איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט דערצו.

אנגעפאנגען האב איך ביים בוך פון ראביי יונתן זאקס ע"ה 'Arguments For The Sake Of Heaven' ווי ער האט א גאנצע קאפיטל מיט אלע דעפינאציעס איבער וואס 'צו זיין א איד' מיינט, אנגעפאנגען ביי דעם טריקענעם הלכה'דיגע שטאנד – איינער וואס ווערט געבוירן ביי א אידישע מאמע, דאן צו די נושא פון גיור – און וואס דאס מיינט הלכה'דיג – ווי ריזיגע פולמוס'ן האבו זיך געשאפן לאורך הדורות וואס פונקטליך די קרייאטעריע איז פאר דער וואס וויל דאס אדורך גיין (זע אויך דא). דערנאך די מזרחי-ציוניסטישן געדאנק פון זיך אידענטיפיצירן מיט 'דעם לאנד' און נאציאנאליטעט. ביז די רעפארמער און פרייער געדאנק צו האלטן 'ווער עס וויל' פאר א לעגיטימע איד – אזויווי רוב ציילונגען היינט נעמען אן..

לעצטנס בין איך אויך אריבער צו פארשטיין אביסל אונזער גלאררייכן היסטאריע בפרט אין די פארנעפלטע תקופות ווי בזמן הבתי מקדש, וואס אויב זאל מען אננעמען מער דעם ליטערארישן נוסח פון תנ"ך שטעלט זיך גאנץ קלאר ארויס וויאזוי די צייטן פון די מלכים און ווען די נבואות (ישעיה, וכו') זענען געגעבן געווארן – זענען די מערכות בכלל נישט געווען איבער 'שלום בית האטליינס / AI / בילדער פון פרויען' א.ד.ג. נישט איבער דעם הייליגן מסורה / לבוש. אזוי אויך נישט איבער הלכות פון עירובי חצירות א.א.וו. אבער מער פון דעם אלעם – ניטאמאל איבער מצוות עשה דאורייתא – ווי חתונה האבן מיט גוי'טעס אדער גיין שעטנז..
עס איז געווען איבער בעסיק מאראל פון נישט גנב'נען, רצח'נען, און זיין וואויל איינער צום צווייטן... דאס איז געקומען ביינזאם די היסטאריע פון כלל ישראל וועלכע איז דאן געווען צושפליטערט בעת ווען אשור האט אוועקגעשלעפט כמעט די גאנצע פאלק, יהודה האט זיך געטראפן מיט דעם 'הבן יקיר לי – אפרים' וועלכע איז גארנישט געהאלטן געווארן אזוי טייער דאן, ווי די נביא האט טאקע געדארפט מעורר זיין און פשוט ברענגען פאליטישע שלום אין לאנד איבער ווער עס איז 'נכלל בתוך עם ישראל' והמסתעף. די מלחמות און מחלוקת'ן דעמאלס האבן זיך זייער שטארק געדרייט ארום דעם 'אידענטיטעט שאלה'...

בזמן בית שני איז גארנישט בעסער געווען. נעמליך, די שאלה וואס אידישקייט איז האט באקומען נייע מאמענטום צווישן די צדוקים-פרושים-אסיים (שוין אויסלאזענדיג עזרא הסופר'ס רעוואלוציעס ואכמ"ל..) ווען נאכן זיך אויסשלאגן פאר יארן אן קיין געווינער – האט היסטאריע סעלעקטירט די פרושים אלס זיגער – נאכן האבן די איינציגסטע מאדעל וועלכע האט געקענט זיין אינדיפענדענט פון א געאגראפיש אדער נאציאנאלן סטאטוס, ווי די מאמר גייט 'די חכמים האבן געמאכט אידישקייט פארטעבל-portable' .

די מערכה ציט זיך ביז היינטיגע צייטן – ווען ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן, אבער עס מאכט נישט קיין סאך אויס אין דעם סענס.
עס מאכט אביסל אויס פון טאקע די היסטארישן שטאנדפונקט ווי מען זעט אז די וועלכע מ'האט אויסגעשלאסן איז במשך הזמן געווארן מער און מער אסימילירט און אפגעהאקט פון זיך אפי' אידענטיפיצירן אזוי, אבער דאס איז נישט עכט נוגע דא, ווען די שאלה איז צו דער וואס איז למעשה זיך יא מתייחס אלס איד און וויל האבן דעם אידענטיטעט – וואס עס זאל נאר מיינען פאר אים, צו דאס אליין האט א משמעות?!

מיין טעאריע איז אז אויב וויל מען עס אנקוקן מיט א דרויסענדיגע בליק וואלט איך געזאגט אז דער וועמען די שאלה באדערט – דאס מיינט א איד! (וקצת כמש"כ כאן)
דהיינו, דער וואס איז בכלל אינטרעסירט און די דעפינאציע פון די מושג אידישקייט, מיינט דאס בהחלט אז ער קערט פאר די המשכה פון דעם מהות עס גייט אים סוכ"ס אן אז עפעס אן אידענטיפיקאציע זאל זיין און נישט ממש עס זאל זיין רינערדיג – א ווערטער שפיל - וואס מיינט גארנישט. במדת מה איז דאס אליין גענוג אים אנצורופן איד! ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא!

מען קען גיין טיפער און מבחין זיין צווישן 'זיין א איד' און 'אידישקייט', עס מוז נישט בהחלט גיין צוזאמען - טאקע ווי מ'זעט פון חז"ל אע"פ שחטא.. ויש לדון.

דיסקלעימער: איך ווייס אז איך האב גענומען א שטיקל שטעלונג, למעשה איז די נושא בעצם גדול מנשוא, ווען פון איין זייט זעט מען סתירה'דיגע מימרות שוין אין די הלכה'דיגן ראלם בנוגע אפיקורסים והמסתעף – ולאידך גיסא ווערט דער נושא נאך דורכגעאקערט אויפן פילאסאפישן ראלם בנוגע ג'ענדער. איך האב נישט געהאט די מעגליכקייט עס דורכצו טון ווי עס דארף צו זיין – ואדרבה איך ברענג עס דא כדי די נושא זאל קענען ווערן מער אויסגעשארפט און אויסגעקלארט...

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 4:12 pm

· #532708
אלפא
ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן...
ביטע ערקלער בעסער פאר אזוינע דומבע אידן ווי איך

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 4:16 pm

· #532709
Re: דא?! וואוינט א איד
קען טאקע זיין אז ס'איז א פארנעפעלטע נושא געווען אלע יארן, אבער ווי ס'קוקט אויס האט זיך די נושא אויסגעקלארט ווען היטלער איז געקומען צו דער מאכט. און לויט ווי ס'קוקט אויס האט גאט מסכים געווען מיט עם. קען זיין פון אן הלכה'ישע שטאנדפונקט שטימט עס נישט, ווייל איין דור ווייטער פון א נישט אידישע מאמע איז מער קיין איד נישט, אבער פאר דעם קען מען אפשר צו לייגן אז תורה לא בשמים הוא.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

אלפא » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 4:21 pm

· #532712
אליבא דאמת האט שוין @מי אני צונומען א גרויס חלק פון דעם נושא אין דעם אשכול.
דא בין איך געקומען מער שאפן די לינק צווישן ג'ענדעריזם און אידישקייט, און בעצם איבער די פילאסאפיע פון אידענטיטעט בכלליות.

עס איז געווארן אביסל אן הייסערע נושא אין די לעצטערע צייטן (נישט נאר כלפי אידישקייט) בעת וואס די אלטע וועליוס צופאלן, און מיט דעם גייען מיט די טראדיציאנאלע הגדרות און דעפינאציעס פון די אלע 'לעיבעלס'. עס זעט זיך טאקע בעיקר אן אין די מערכה פון ג'ענדעריזם.
[מענין לענין: די שאלה פארוואס מ'קען זיך נישט אידענטיפיצירן ווי א קאץ איז לענ"ד לעכערליך - ווייל צו ערשט דארף זיין איינער וואס זאל דאס טאקע מיינען ערנסט - כדי די דעפינאציע זאל כאטש טראגן א משמעות פון א 'סאשעל קאנסטרוקט' וכפי דבריו.. ובכדי צו אננעמען אז איינער מיינט דאס טאקע ערנסט דארף זיין א מאוומענט פון מער ווי איין יחיד, אז נישט איז בטלה דעתו... וד"ל]

אזוי אויך ווערט עס מער נוגע לגבי AI, וואס האט זיך שוין באמת אידענטיפיצירט אלס מענטש מיט קאנשעסנעס,
און די שאלה ווערט זייער צענטראל איבער די נאמנות און איבער די אביעקטיווקייט פון די מושג אידענטיטעט...
(ודוק כאן מינוט 7:11)

אלפא » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 4:30 pm

· #532713
סוף טוב הכל טוב
אלפא
ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן...
ביטע ערקלער בעסער פאר אזוינע דומבע אידן ווי איך
איך האב נישט די נומערן פאר מיר, די מציעות איז אז צווישן די אלע וועלכע אידענטיפיצירן זיך אלס אידן (ארום 16 מיליאן), זענען דא א ריזיגן געמיש פון קינדער פון גוי'אישע/אסימילירטע פרויען, וועלכע זענען להלכה נישט קיין אידן.
אויך זענען דא אסאך וואס גלייבן בכלל נישט אין גארנישט, און אליבא געוויסע שיטות און מיינונגען זענען זיי יצא מכלל ישראל.
חןץ מזה נעמט דעם ציפער אויך אריין אלע סארט גירות'ן, אדער גאר אפי' מאנכע וואס האבן ניטאמאל געפילט פאר וויכטיג זיך מגייר צו זיין...

אלפא » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 4:35 pm

· #532714
דער גאלדענער אדלער
קען טאקע זיין אז ס'איז א פארנעפעלטע נושא געווען אלע יארן, אבער ווי ס'קוקט אויס האט זיך די נושא אויסגעקלארט ווען היטלער איז געקומען צו דער מאכט. און לויט ווי ס'קוקט אויס האט גאט מסכים געווען מיט עם. קען זיין פון אן הלכה'ישע שטאנדפונקט שטימט עס נישט, ווייל איין דור ווייטער פון א נישט אידישע מאמע איז מער קיין איד נישט, אבער פאר דעם קען מען אפשר צו לייגן אז תורה לא בשמים הוא.
שפינאזע, און אנדערע, האבן גע'טענה'ט אז אנטיסעמיטיזם איז וואס שטעלט אוועק דעם אידישן אידענטיטעט, און האלט אן די מאסן פון זיך ארויסזען דערפון.
ראביי זאקס איז שטארק מחולק מיט אים (אין זיין בוך Will We Have Jewish Grandchildren).

מי אני » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 4:40 pm

· #532715
בנוגע די קשר צווישן די שאלה איבער זהות ישראל און דזשענדער אידענטיטעט, איז באקאנט אז מ'וויל מקשר זיין די פראבלעם מיט טרענסדזשענדער מיט'ן איסור פון לא תלבש. און אויף דעם זאגט דער חינוך במצוה תקמב אז די סיבת האיסור איז אלס איסור ערוה, תערובות, וזימה ע"ש.

ולפי"ז קען מען זאגן אז דעריבער בא הרמז אז ווען הושע הנביא האט געזאגט פאר הקב"ה אויף בני ישראל שחטאו העבירם באומה אחרת (פסחים פז.), האט אים הקב"ה געזאגט צו הייראטן א זונה גומר בת דבליים. און זיין לעצטן זוהן מיט איר (הושע א ט) איז גערופן געווארן, עפ"י ה', "לא עמי". והיינו, הרמז אז בענין זהות "העם" יהודי של הקב"ה, איז דאס דומה צום געדאנק פון זהות איש או אשה, וואס די פראבלעם דערין (טענה'ט מען) איז מחמת ענין זנות, וואס דא איז די זוהן דוקא געבוירן געווארן פון א זונה שלקח עפ"י ציווי ה'.

מ'קען אולי זאגן נאך מער, אז די גמרא דרש'נט דארט אין פסחים פז: אויף "בת דבליים" שמואל אמר שמתוקה בפי הכל כדבלה ורבי יוחנן אמר שהכל דשין בה כדבלה ע"ש. און ביי שבת טרעפט מען דעם שיעור פון גרוגרות (דבילה) להוצאת שבת (עירובין ד: ועוד). און דער מ"א באו"ח סימן שו ס"ק כט ברענגט אראפ אז חילול שבת איז חמור כעוע"ז (אדער נאך ערגער) ע"ש. ונמצא מזה דשמירת שבת, ובשיעור גרוגרת/דבילה, איז ככפירה בע"ז. וואס כל הכופר בע"ז נקרא יהודי (מגילה יג.) און האט דעם זהות "יהודי".

און אז "שכינה" איז כנסת ישראל, זהותה, זאגט דאך דער זוה"ק (בראשית פז.) אֶלָּא תְּרֵין מַטְלָנִין אִנּוּן, חַד דִּידֵיהּ וְחַד דִּשְׁכִינְתָּא, דְּהָא כָּל בַּר נָשׁ בָּעֵי לְאִשְׁתַּכְּחָא דְּכַר וְנוּקְבָא ע"ש.

***

לגבי אנטיסעמיטיזם אלס א קרייטעריאן דערפאר, האב איך דאס טאקע צוגעברענגט פון סאַרטרע, אין מיין אשכול אויף די נושא וועלכע דו ציטירסט.

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 5:11 pm

· #532718
מי אני
בנוגע די קשר צווישן די שאלה איבער זהות ישראל און דזשענדער אידענטיטעט, איז באקאנט אז מ'וויל מקשר זיין די פראבלעם מיט טרענסדזשענדער מיט'ן איסור פון לא תלבש. און אויף דעם זאגט דער חינוך במצוה תקמב אז די סיבת האיסור איז אלס איסור ערוה, תערובות, וזימה ע"ש.
וואס איז די שייכות פון טרענסדזשענדער צו ערוה און זימה?

פאר דעם טרענס איז זיין לבוש נישט פון אן אנדערען מין, ולא זו אף זו, טרענס האט גארנישט מיט ערוה זימה, ס'איז לויטער איידענטיטי און נישט קיין אינפלוענס פון זימה און ערוה

מי אני » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 5:19 pm

· #532720
איה"נ. איך זאג:
מי אני
אז מ'וויל מקשר זיין די פראבלעם מיט טרענסדזשענדער מיט'ן איסור פון לא תלבש. און אויף דעם זאגט דער חינוך במצוה תקמב אז די סיבת האיסור איז אלס איסור ערוה, תערובות, וזימה ע"ש.
ווי איך לינק דארט צו, זאג איך אז די איסור איז בנוגע drag, און נישט טרענסדזשענדער פּער סע.

שערי יושר » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 5:39 pm

· #532723
Re: דא?! וואוינט א איד
סוף טוב הכל טוב
אלפא
ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן...
ביטע ערקלער בעסער פאר אזוינע דומבע אידן ווי איך
וואס זענען די בלויע אויגן און בלאנדע האר ביי אשכנזים?

ברוך שפינוזה » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 5:53 pm

· #532727
אלפא
מיין טעאריע איז אז אויב וויל מען עס אנקוקן מיט א דרויסענדיגע בליק וואלט איך געזאגט אז דער וועמען די שאלה באדערט – דאס מיינט א איד! (וקצת כמש"כ כאן)
דהיינו, דער וואס איז בכלל אינטרעסירט און די דעפינאציע פון די מושג אידישקייט, מיינט דאס בהחלט אז ער קערט פאר די המשכה פון דעם מהות עס גייט אים סוכ"ס אן אז עפעס אן אידענטיפיקאציע זאל זיין און נישט ממש עס זאל זיין רינערדיג – א ווערטער שפיל - וואס מיינט גארנישט. במדת מה איז דאס אליין גענוג אים אנצורופן איד! ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא!
יאפ, און באמת איז עס אלץ אזוי. האב איך א געהאט א ליטווישער חבר אין ישיבה וואס האט געוואלט וואוסן וואס איז דאס "פאפא"? איז עס עפעס א דרך אין עבודת השם? א פארטיי אין סיטי האל? אדער סתם אזוי א טיטל אן א מיטל? אבער מיר חסידים פארשטיין אז דאס איז נאריש גערעדט, א פאפא'נער מיינט איינער וואס ווען דו פרעגסט איהם וואס ער איז וועט ער דיך ענטפערן פאפא... און וואס מיינט א באבובער? זעלבע זאך, מ'פרעגט איהם וואס ער איז זאגט ער באבוב, ער איז שטאלץ צו זיין באבוב, כל כולו אומר באבוב, און אויב איז ער נאר 45% שטאלץ צו זיין א באבובער איז ער טאקע נאר א באבוב-45 😂 😂 😂

אלפא » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 7:27 pm

· #532741
שערי יושר
סוף טוב הכל טוב
אלפא
ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן...
ביטע ערקלער בעסער פאר אזוינע דומבע אידן ווי איך
וואס זענען די בלויע אויגן און בלאנדע האר ביי אשכנזים?
איך בין נישט אזוי באקאנט.
אבער אויב מיינסטו צו פרעגן/זאגן אז מיר אלע זענען געמישט מיט די גוים (וואס בדרך אגב איז נישט דוקא געווען מיין כונה) קען לכאו' זיין אז עס קומט פון די טאטעס זייט וואס נעמט נאכנישט אוועק דעם 'אידישן' סטאטוס.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 8:38 pm

· #532750
סוף טוב הכל טוב
אלפא
ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן...
ביטע ערקלער בעסער פאר אזוינע דומבע אידן ווי איך
די עצם פאקט אז דו טוסט דיך אידענטיפיצירן אלס איד. (דער מאדיפייער, דום/קלוג איז שוין נישט אינטרעסאנט) איז שוין געניג. דאס טוט באשטעטיגן די טעאריע פון אלפא...!.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 8:44 pm

· #532751
שערי יושר
סוף טוב הכל טוב
אלפא
ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן...
ביטע ערקלער בעסער פאר אזוינע דומבע אידן ווי איך
וואס זענען די בלויע אויגן און בלאנדע האר ביי אשכנזים?
דאס פראווט נאר אז זיי זענען אשכנזים , להוציא ספרדים.

אויך פראווט עס אז די נאצישע ראסן טעאריע איז פאלש מיסודו, אלס סייענס.

כידוע. זענען די אלע וועלכע די נאציס האבן ארויפגעהאלטן אלס מאדעל אריער, פאקטיש געווען אידן...לאל

אלפא » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 12:02 am

· #532789
ברוך שפינוזה
אלפא
מיין טעאריע איז אז אויב וויל מען עס אנקוקן מיט א דרויסענדיגע בליק וואלט איך געזאגט אז דער וועמען די שאלה באדערט – דאס מיינט א איד! (וקצת כמש"כ כאן)
דהיינו, דער וואס איז בכלל אינטרעסירט און די דעפינאציע פון די מושג אידישקייט, מיינט דאס בהחלט אז ער קערט פאר די המשכה פון דעם מהות עס גייט אים סוכ"ס אן אז עפעס אן אידענטיפיקאציע זאל זיין און נישט ממש עס זאל זיין רינערדיג – א ווערטער שפיל - וואס מיינט גארנישט. במדת מה איז דאס אליין גענוג אים אנצורופן איד! ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא!
יאפ, און באמת איז עס אלץ אזוי. האב איך א געהאט א ליטווישער חבר אין ישיבה וואס האט געוואלט וואוסן וואס איז דאס "פאפא"? איז עס עפעס א דרך אין עבודת השם? א פארטיי אין סיטי האל? אדער סתם אזוי א טיטל אן א מיטל? אבער מיר חסידים פארשטיין אז דאס איז נאריש גערעדט, א פאפא'נער מיינט איינער וואס ווען דו פרעגסט איהם וואס ער איז וועט ער דיך ענטפערן פאפא... און וואס מיינט א באבובער? זעלבע זאך, מ'פרעגט איהם וואס ער איז זאגט ער באבוב, ער איז שטאלץ צו זיין באבוב, כל כולו אומר באבוב, און אויב איז ער נאר 45% שטאלץ צו זיין א באבובער איז ער טאקע נאר א באבוב-45 😂 😂 😂
זייער ריכטיג!
די איינציגסטע חילוק איז נאר ווי ערענסט מ'נעמט די שאלה פון אידענטיטעט, און ווי שטארק מ'זום'ט אריין אין דעם.
ביי כמעט יעדע זאך קען מען פרעגן וואס 'מאכט' די זאך פאר דעם זאך,
איז עס די פעל פונעם הויט, די צורה פונעם פנים, די מושג אז ס'קען גוט שמעקן, אדער די סארט עסן וואס ס'עסט - וואס מאכט עס פאר א הינט?!
איז עס די קאליר, די סייז/שעיפ, אדער די טעם, וואס מאכט דעם רויטן, רינדעכיגן, זיסן פרוכט - דער מיט די קערעלעך - פאר אן עפל?!
איז עס די פיס, די ברייטע ברעט, אדער די השתמשות, וואס מאכט עס פאר א טיש?!
אפשר גאר דאס אז זיי ווילן זיך אזוי באצייכענען?! 😕

נאר וויבאלד עס איז נישט קיין סאך נוגע (חוץ פאר הויך-שטערנדיגן פילאסאפן פארשטייט זיך..) נעמט מען אן בפשטות אז-איך-ווייס-אז-דו-ווייסט-אז-אונז-ביידע-ווייסן פון וואס ס'האנדלט זיך.

[עס דערמאנט די מעשה מיט בריסקער רב אויפן באן - זאגנדיג פאר די בחורים 'שיבעוד איז שיבעוד' ודוק.]

ביי אידישקייט איז דאס אלעמאל געווען נוגע - מער פון אן הלכה'דיגן פערספעקטיוו, בעיקר לכאורה לגבי די הלכות אומבאלאנגט אטענטישע אידן (-חילול שבת וכדו').
ביי ג'ענדעריזם האט זיך די מערכה אנגעפאנגען ווען מאנכע האבן געפילט פאר וויכטיג צו עקספרעסן זייער ג'ענדער בפני קהל ועדה, עס איז געווארן אזא טרענד..
און עס גייט בפשטות זיין די מערסטע נוגע - ווי געשמועסט - לגבי AI, צו ער גייט זיך אויך מעגן אידענטיפיצירן ווי א מענטש אדער וויאזוי נאר ער וויל.. (און בעצם נאך מער- איבער וואספארא רעכטן ער האט אין ערשטן פלאץ).

ענד אוו די געים, עס איז א נושא ווען מ'מאכט עס פאר א נושא.

חדשים » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 1:42 am

· #532796
קודם א לייק פאר די קריעטיוו קעפל. אונז דארף מיר גאט זאל טאנצן אויף די דעכער אז ”דא וואוינט א איד,” און איינמאל פאר אלעמאל ארויסקומען קלאר אין די ”יידען פראגע.”

הלכה למעשה מאכט נישט קיין גרויסע נפקא מינה פאר אונזער קהילה דא די פונקטליכע דעפיניציע, אונז פאלן סייווי אריין אין יעדע פון די הגדרות. אזוי צו אזוי ביסטו גע’לעיבל’ט אלס א איד. איך בין יא נייגעריג אויף די פארקערטע זייט (עסקינג פאר א פרענד, פארשטייטצעך) ”וואס איז א גוי?” איז דאס געבינדן צו א מציאות, אידענטיפיקעישען, סאשעל קאנסטראקט אדער סאמטינג עלס. אפשר דער וועמען די שאלה באדערט - דאס מיינט א גוי? ישראל כיון שחטא ואע”פ שישראל הוא הרי הוא גוי... אפשר לויט די פוסקים וואס נעמען אן להלכה אז אויב מען אידענטיפייט זיך אלץ א אשה איז מען א אשה, אז מען אידענטיפייט זיך אלץ א גוי איז מען א גוי עם כל השלכותיו. אפשר היינט קען מען ווערן אויס איד?...

וואלסט געקענט מער מרחיב זיין אויף די שטיקל?
נאכן זיך אויסשלאגן פאר יארן אן קיין געווינער – האט היסטאריע סעלעקטירט די פרושים אלס זיגער – נאכן האבן די איינציגסטע מאדעל וועלכע האט געקענט זיין אינדיפענדענט פון א געאגראפיש אדער נאציאנאלן סטאטוס, ווי די מאמר גייט 'די חכמים האבן געמאכט אידישקייט פארטעבל-portable' .

אלפא » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 2:06 am

· #532800
חדשים
וואלסט געקענט מער מרחיב זיין אויף די שטיקל?
נאכן זיך אויסשלאגן פאר יארן אן קיין געווינער – האט היסטאריע סעלעקטירט די פרושים אלס זיגער – נאכן האבן די איינציגסטע מאדעל וועלכע האט געקענט זיין אינדיפענדענט פון א געאגראפיש אדער נאציאנאלן סטאטוס, ווי די מאמר גייט 'די חכמים האבן געמאכט אידישקייט פארטעבל-portable' .
זע דא
און דא (ביים אנפאנג)

אלפא » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 2:20 am

· #532803
חדשים
הלכה למעשה מאכט נישט קיין גרויסע נפקא מינה פאר אונזער קהילה דא די פונקטליכע דעפיניציע, אונז פאלן סייווי אריין אין יעדע פון די הגדרות. אזוי צו אזוי ביסטו גע’לעיבל’ט אלס א איד. איך בין יא נייגעריג אויף די פארקערטע זייט (עסקינג פאר א פרענד, פארשטייטצעך) ”וואס איז א גוי?” איז דאס געבינדן צו א מציאות, אידענטיפיקעישען, סאשעל קאנסטראקט אדער סאמטינג עלס. אפשר דער וועמען די שאלה באדערט - דאס מיינט א גוי? ישראל כיון שחטא ואע”פ שישראל הוא הרי הוא גוי... אפשר לויט די פוסקים וואס נעמען אן להלכה אז אויב מען אידענטיפייט זיך אלץ א אשה איז מען א אשה, אז מען אידענטיפייט זיך אלץ א גוי איז מען א גוי עם כל השלכותיו. אפשר היינט קען מען ווערן אויס איד?...
זע דא אז דיין ערשטע הנחה איז גארנישט אזוי פשוט..
און זע דא פון ר' צדוק איבער זיך אידענטיפיצירן אלס גוי..

פונדאַמענטאַל » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 9:16 pm

· #532854
Re: דא?! וואוינט א איד
אפאר פונקטן.
עס איז מיר נישט קלאר די גאנצע premise פון די שאלה. איז די שאלה געבויט אויף די הנחה אז לגבי ג'ענדער איז עס טאקע בלויז א רינעדיגער עניין געבויט אויף די זעלבסט געפיל? דאן אויב גלייב איך נישט אין די גאנצע אידאולוגיה כלפי ג'ענדער איז די שאלה נישט קיין שאלה?

'איד' איז א נאמען פון א פאלק. עס איז נישט געניג אז איינער פאר זיך האלט אז ער איז איינס, צו זיין א חלק פון א פאלק דארף מען האבן די צושטימונג פון די פאלק. ממילא איז עס בכל אופן נישט אין זעלבן קאטאגאריע פון ג'ענדער.

ישראל אע''פ שחטא רעדט נישט איבער די בירגערשאפט סטאטוס פונעם חוטא - לעניין זיין א חלק פון די פאלק. נאר איבער די מדרגה פונעם חוטא לעניין די בענעפיטן וועלכע קומען מיט די סטאטוס פון הייסן איד. און די זעלבע איז מיט די פילע מאמרי חז''ל לגבי אפיקורסים והמסתעף.

די הנחה אז רוב וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן זענען באמת נישט קיין אידן, קענסט אפשר פארברייטערען פון ווי די נעמסט דאס?

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

חדשים » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 9:47 am

· #532876
אלפא

זע דא אז דיין ערשטע הנחה איז גארנישט אזוי פשוט..
און זע דא פון ר' צדוק איבער זיך אידענטיפיצירן אלס גוי..
אויב איינער איז געבוירן אלץ א חרדי’שער איד איז ער אפילו לשיטת הרב פכטר א איד. די גאנצע דיון איז נאר אויף א גר הבא להתגייר.

לגבי ר’ צדוק, נו נו. ע”ז גופא אנו דנין. נאכמער, אויב אידענטיפייט ער זיך אלץ א גוי ווערט עס אזא גיטו וידו באין כאחד סיטואציע, און ער איז נישט עובר אויף די אלע חמורות...

אלפא » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 10:45 am

· #532878
פונדאַמענטאַל
אפאר פונקטן.
עס איז מיר נישט קלאר די גאנצע premise פון די שאלה. איז די שאלה געבויט אויף די הנחה אז לגבי ג'ענדער איז עס טאקע בלויז א רינעדיגער עניין געבויט אויף די זעלבסט געפיל?
יא און ניין!
עס איז נישט געבויט אויף די ג'ענדער הנחה, נאר אויף די פילאסאפיע פון אידענטיטי און די געדאנק אז עס איז א סאציאלע קאנסטראקט (ווי דו אליין זאגסט שפעטער לגבי ווען א 'פאלק איז נישט מסכים..) וועלכע שטארצט בעיקר ארויס ביי ג'ענדער.
פונדאַמענטאַל
דאן אויב גלייב איך נישט אין די גאנצע אידאולוגיה כלפי ג'ענדער איז די שאלה נישט קיין שאלה?
ניין! ווי געשמועסט.
אבער צווייטנס, די איידעאלאגיע איז נישט קיין אמונה וועלכע מ'גלייבט אין. עס איז א פילאסאפישע נידון וויאזוי מיר אלס סאסייעטי דארפן/טוען באצייכענען זאכן. דו מעגסט דיך דינגען מיט דעם, אבער at some point טאמער רוב פונעם סאסייעטי איז אויפן צווייטן זייט וועסטו האבן ווייניג (פילאסאפישע) מאמענטום. און די 'שאלה' שבו בלייבט אייביג וואליד..
פונדאַמענטאַל
'איד' איז א נאמען פון א פאלק. עס איז נישט געניג אז איינער פאר זיך האלט אז ער איז איינס, צו זיין א חלק פון א פאלק דארף מען האבן די צושטימונג פון די פאלק. ממילא איז עס בכל אופן נישט אין זעלבן קאטאגאריע פון ג'ענדער.
קודם כל, על זה אנו דנין, איז עס טאקע א נאמען פון א 'פאלק'? אפשר גאר שיטה/גלויבונג/התנהגות?
צווייטנס, מהיכי תיתי אז די פאלק איז די מחליט ווער די 'גערעכענטע' זענען? (ווער איז בכלל דעם פאלק צו מחליט זיין in first place?)
בדרך כלל איז די 'סאסייעטי' בכלליות מחליט צו וועלכע פאלק/סעקטע עמיצער באלאנגט. עס איז נישט קיין מעמבערשיפ סיסטעם..
ווען איך פאררוף מיר אלס בעלזא חסיד (לדוגמא) - איך גיי מיט לאנגע/געדרייטע פיאות מיט די גארטל מיט די גאנצע 9 יארדן, אבער משום איזה סיבה האבן די בעלזאים מיר נישט ליב אלס בעלזא - גייסטו אדער א צווייטע דרויסענדיגע אויפהערן אזוי באצייכענען און אידענטיפיצירן?

איך פרעג נאר?! (דאס איז בעצם די נושא האשכול..)
פונדאַמענטאַל
די הנחה אז רוב וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן זענען באמת נישט קיין אידן, קענסט אפשר פארברייטערען פון ווי די נעמסט דאס?
איך האב דאס געליינט און ראביי זאקס' בוך, איך האב נישט די רעפערענס צו די האנט.
זע נאר דא, און מאך אליין דעם לאגישן חשבון.

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 6:47 pm

· #532891
אלפא
פונדאַמענטאַל
אפאר פונקטן.
עס איז מיר נישט קלאר די גאנצע premise פון די שאלה. איז די שאלה געבויט אויף די הנחה אז לגבי ג'ענדער איז עס טאקע בלויז א רינעדיגער עניין געבויט אויף די זעלבסט געפיל?
יא און ניין!
עס איז נישט געבויט אויף די ג'ענדער הנחה, נאר אויף די פילאסאפיע פון אידענטיטי און די געדאנק אז עס איז א סאציאלע קאנסטראקט (ווי דו אליין זאגסט שפעטער לגבי ווען א 'פאלק איז נישט מסכים..) וועלכע שטארצט בעיקר ארויס ביי ג'ענדער.
פונדאַמענטאַל
דאן אויב גלייב איך נישט אין די גאנצע אידאולוגיה כלפי ג'ענדער איז די שאלה נישט קיין שאלה?
ניין! ווי געשמועסט.
איך קריג מיר נאכאלץ מיט די צושטעל צו ג'ענדער. אפילו אויב וויל מען דן זיין אז אידענטיטעט לגבי א פאלק איז א געזעלשאפט געבוי, נאכאלץ איז ג'ענדער אנדערש. וויבאלט ג'ענדער איז מגדיר א מציאות און נישט בלויז א השתייכות צו א זאך. חוץ אויב די גייסט יא מיט די הנחה אז ג'ענדער איז נישט קיין אמת'ע הגדרה נאר בלויז רינעדיגע עניין.
אלפא
אבער צווייטנס, די איידעאלאגיע איז נישט קיין אמונה וועלכע מ'גלייבט אין. עס איז א פילאסאפישע נידון וויאזוי מיר אלס סאסייעטי דארפן/טוען באצייכענען זאכן. דו מעגסט דיך דינגען מיט דעם, אבער at some point טאמער רוב פונעם סאסייעטי איז אויפן צווייטן זייט וועסטו האבן ווייניג (פילאסאפישע) מאמענטום. און די 'שאלה' שבו בלייבט אייביג וואליד..
די לשון 'איך גלייבט אז כך וכך' אדער 'I believe that...' ווערט גענוצט אויך אויף פילאזאפישע עניינים. עס מיינט נישט דוקא די אלגעמיינע (חדר) טייטש פון אמונה - א בלינדע גלויבונג (אזוי אויך לגבי אמונה בהשם. ואכמ''ל). די לשון איך גלייבט ברענגט ארויס אז די זאך איז א opinion און נישט קיין אבסולוטע פאקט.
אלפא
קודם כל, על זה אנו דנין, איז עס טאקע א נאמען פון א 'פאלק'? אפשר גאר שיטה/גלויבונג/התנהגות?
צווייטנס, מהיכי תיתי אז די פאלק איז די מחליט ווער די 'גערעכענטע' זענען? (ווער איז בכלל דעם פאלק צו מחליט זיין in first place?)
בדרך כלל איז די 'סאסייעטי' בכלליות מחליט צו וועלכע פאלק/סעקטע עמיצער באלאנגט. עס איז נישט קיין מעמבערשיפ סיסטעם..
ווען איך פאררוף מיר אלס בעלזא חסיד (לדוגמא) - איך גיי מיט לאנגע/געדרייטע פיאות מיט די גארטל מיט די גאנצע 9 יארדן, אבער משום איזה סיבה האבן די בעלזאים מיר נישט ליב אלס בעלזא - גייסטו אדער א צווייטע דרויסענדיגע אויפהערן אזוי באצייכענען און אידענטיפיצירן?

איך פרעג נאר?! (דאס איז בעצם די נושא האשכול..)
קוק אויף די היסטוריה פון די זאך. ווען איז אידישקייט געווארן א שיטה/גלויבונג/התנהגות? אין די אידישע מקורות זעהט מען בלויז אז א ספעציפישע 'פאלק' איז נבחר געווארן דורך גאט צו זיין ספעציעל, און איז געגעבן געווארן ספעציעלע געזעצן צו נאכגיין. דאס אז זיי האבן געזעצן מיינט נישט אז דאס איז די יסוד פון זייער עקזיסטענץ.
אוודאי איז א פאלק א מעמבערשיפ סיסטעם. אז נישט איז דאס נישט קיין פאלק to begin with. א פאלק בעצם איז א עטנישע גרופע, און די איינציגסטע וועג וויאזוי א פרעמדער קען זיך מצרף זיין צו ווערן א חלק פון די פאלק איז דורכדעם וואס די פאלק איז אים מקבל אלס איינער פון זיי, געווענליך דורכן נאכקומען זייערע ספעציעלע requirements - אין אונזער פאל איז עס זיך פירן מיט אונזערע ספעציעלע געזעצן.
ווען סאסייעטי איז מחליט צו וועלכע פאלק איינער באלאנגט האט דאס נישט קיין שום אמת'ע משמעות. עס איז נישט קובע קיין שום זאך חוץ פון א stereotype.
בעלזא איז נישט קיין פאלק. בעלזא איז א מהלך אדער א גרופע. בנוגע די 'גרופע' חלק - אויב די בעלזאים שטויסן דיר ארויס פון זייער גרופע ביסטו באמת נישט קיין חלק פון זייער גרופע, און די בלייבסט בלויז מיט די מהלך חלק. אויב די גייסט מיט די בעלזא מהלך מיט די פאות און גארטל וועל איך דיר באצייכענען אלס בעלזער מיט די כוונה צו דיין שייכות צו די מהלך. אזויווי איך וואלט באצייכנט איינער מיט בלויע האר אלס woke טראצדעם וואס עס איז מעגליך אז ער איז שוין געווארן גע'cancelled...

אלפא » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 7:44 pm

· #532896

מ'קען דן זיין אפאר נקודות, איך וועל מיר אבער נעמען צום לעצטן. ביזט מחלק צווישן די 'גרופע' חלק און די 'מהלך' חלק, סיי לגבי בעלזא און סיי לגבי WOKE, וואס לכאו' קען מען דאס פונקט אזוי טון מיט אידישקייט, דהיינו די גרופע חלק איז די 'פאלק' צו וואס דו באציסט זיך, און די מהלך קען רעינדזשען צווישן הלכה, אמונה, קולטור, וכו'.
וואס דו זאגס איז אז בעצם איז דיער ארויסגעשטויסענער נישט קיין חלק, נאר די סאסייעטי קען אים (בטעות) נאכאלץ סטערעאטייפן אזוי. וואס טוט זיך אבער מיט אים אליין, קען ער זיך באצייכענען אזוי? אין אנדערע ווערטער קען ער זיך אידענטיפיצירן מיט דעם 'מהלך' וואס ער גייט און מיט וויאזוי סאסייעטי קוקט אים אן, אדער איז אידענטיפיקאציע געבינדן צום 'פאלק' חלק שבו?

איך גלייב דו גייסט ווייטער טענה'ן אז אידישקייט איז גארנישט מער ווי א 'פאלק' צו וועלכע מ'מוז זיין סובסקרייבט אויף זייער טערמין.
איך הער וואס דו זאגסט - דו ביזט ענטייטעלד דערצו. די פראבלעם דערמיט איז נאר אז זייער אסאך 'אידן' (אזוי-גערופענע) דינגען זיך דערמיט, עכ"פ זיי דינגען זיך אויף די טערמינען און אויף ווער עס איז בארעכטיגט דאס אוועק-צושטעלן (אפי' לויט דיר דארפסטו מסביר זיין ווער פון דעם 'פאלק' איז די מחליט למעשה איבער די קרייעטעריע..) ממילא פון א דרויסענדיגע בליק טוט דיין מהלך נישט אויסמאכן קיין סאך - בעת 'אידן' פון איבער די גארע וועלט באצייכענען/אידענטיפיצירן זיך אלס אידן, און די גאס נעמט אן זייער אידענטיפיקאציע...

אלפא » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 7:59 pm

· #532899
פונדאַמענטאַל
איך קריג מיר נאכאלץ מיט די צושטעל צו ג'ענדער. אפילו אויב וויל מען דן זיין אז אידענטיטעט לגבי א פאלק איז א געזעלשאפט געבוי, נאכאלץ איז ג'ענדער אנדערש. וויבאלט ג'ענדער איז מגדיר א מציאות און נישט בלויז א השתייכות צו א זאך. חוץ אויב די גייסט יא מיט די הנחה אז ג'ענדער איז נישט קיין אמת'ע הגדרה נאר בלויז רינעדיגע עניין.
אויב צום 'אידענטיטעט' חלק ביסטו מסכים, ביזטו דאך מסכים אז סאסייעטי קען מחליט אז 'קאץ' איז די נייע ווארט/אידענטיטעט פאר איינער וואס גייט פינקע זאקן. פארוואס אויב אזוי קענען זיי נישט מחליט זיין אז 'פרוי' איז די נייע ווארט פאר איינער וואס פילט זיך אזוי און זאגט עס איבער גענוג מאל?
אין אנדערע ווערטער אויב מיין אידענטיטעט קען איך לשיטתך יא צוקלעבן צו עני עקזיסטירענדע הגדרה (אויב נאר סאסייעטי איז מסכים..) וויאזוי טוישט דאס נישט די הגדרה בעתיד?
אויב מיר זענען מסכים אז 'טיש' מיינט די ברעט-מיט-פיר-פיס-אויף-וואס-מ'עסט.. אבער דו לאזט מיר זיך אידענטיפיצירן אלס א טיש - פשוט וויל סאסייעטי האט די שליסל מיר צו לאזן אזוי זיך רופן. דאן טוישט זיך אטאמאטיש די הגדרה פון טיש!
אויב 'איד' מיינט X, און היינט האט סאסייעטי מסכים געווען אנצונעמען Y'ס 'אידענטיפיקאציע' אלס איד, האט זיך בפשטות געטוישט די הגדרה...

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 8:59 pm

· #532907
אלפא
מ'קען דן זיין אפאר נקודות, איך וועל מיר אבער נעמען צום לעצטן. ביזט מחלק צווישן די 'גרופע' חלק און די 'מהלך' חלק, סיי לגבי בעלזא און סיי לגבי WOKE, וואס לכאו' קען מען דאס פונקט אזוי טון מיט אידישקייט, דהיינו די גרופע חלק איז די 'פאלק' צו וואס דו באציסט זיך, און די מהלך קען רעינדזשען צווישן הלכה, אמונה, קולטור, וכו'.
וואס דו זאגס איז אז בעצם איז דיער ארויסגעשטויסענער נישט קיין חלק, נאר די סאסייעטי קען אים (בטעות) נאכאלץ סטערעאטייפן אזוי. וואס טוט זיך אבער מיט אים אליין, קען ער זיך באצייכענען אזוי? אין אנדערע ווערטער קען ער זיך אידענטיפיצירן מיט דעם 'מהלך' וואס ער גייט און מיט וויאזוי סאסייעטי קוקט אים אן, אדער איז אידענטיפיקאציע געבינדן צום 'פאלק' חלק שבו?
אידישקייט איז אנדערש בהגדרה פון בעלזא און woke מיט דעם וואס דאס איז נישט בלויז א גרופע וואס איז געבויט אויף א צוזאמשטעל פון מענטשען וואס האבן מחליט געווען צו אוועקשטעלן א גרופע, עס א גרופע געבויט אויף אן עטנישע יסוד.
לגבי די עצם שאלה. דער ארויסגעשטויסענער קען זיך אידענטיפיצירן אלס א מענטש וואס גייט מיט די מהלך, אבער נישט אלס איינער וואס באלאנגט צו די גרופע. אידענטיפיקאציע קען לכאורה זיין געבינדען סיי צו א גרופע און סיי צו א דרך החיים.
אלפא
איך גלייב דו גייסט ווייטער טענה'ן אז אידישקייט איז גארנישט מער ווי א 'פאלק' צו וועלכע מ'מוז זיין סובסקרייבט אויף זייער טערמין.
די נקודה פון האלטן די טערמינען פון די פאלק האב איך נאר געברענגט לגבי פרעמדע וואס ווילן זיך מצטרף זיין צו די פאלק. פאר א פרעמדער צו ווערן א חלק פונעם פאלק דארף ער ווערן אנגענימען, און צו ווערן אנגענימען דארף ער נאכקומען געוויסע טערמינען וואס די פאלק שטעלט אוועק.
אבער אזויווי איך האב שוין געשריבן, בעצם א פאלק איז א עטנישע גרופע. די וואס זענען א חלק דערפון בלייבן א חלק דערפון, נישט קיין חילוק צו זיין קומען נאך געוויסע טערמינען.
אלפא
איך הער וואס דו זאגסט - דו ביזט ענטייטעלד דערצו. די פראבלעם דערמיט איז נאר אז זייער אסאך 'אידן' (אזוי-גערופענע) דינגען זיך דערמיט, עכ"פ זיי דינגען זיך אויף די טערמינען און אויף ווער עס איז בארעכטיגט דאס אוועק-צושטעלן (אפי' לויט דיר דארפסטו מסביר זיין ווער פון דעם 'פאלק' איז די מחליט למעשה איבער די קרייעטעריע..) ממילא פון א דרויסענדיגע בליק טוט דיין מהלך נישט אויסמאכן קיין סאך - בעת 'אידן' פון איבער די גארע וועלט באצייכענען/אידענטיפיצירן זיך אלס אידן, און די גאס נעמט אן זייער אידענטיפיקאציע..
אזויווי איך האב געשריבן פריער. איך בין טאקע מסכים צו די דעה. יעדער וואס איז א חלק פון די עטנישע פאלק איז טאקע א חלק דערפון נישט קיין חילוק צו ער האלט סיי וועלכע טערמינען.

אלפא » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 9:07 pm

· #532908
וואס פאסירט ווען איינער האט חתונה מיט א גויטע? ווערט זיין קינד אויסגעשלאסן פון די עטנישע גרופע (ווי ער איז געבוירן און אויפגעוואקסן)?

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 9:11 pm

· #532909
אלפא
פונדאַמענטאַל
איך קריג מיר נאכאלץ מיט די צושטעל צו ג'ענדער. אפילו אויב וויל מען דן זיין אז אידענטיטעט לגבי א פאלק איז א געזעלשאפט געבוי, נאכאלץ איז ג'ענדער אנדערש. וויבאלט ג'ענדער איז מגדיר א מציאות און נישט בלויז א השתייכות צו א זאך. חוץ אויב די גייסט יא מיט די הנחה אז ג'ענדער איז נישט קיין אמת'ע הגדרה נאר בלויז רינעדיגע עניין.
אויב צום 'אידענטיטעט' חלק ביסטו מסכים, ביזטו דאך מסכים אז סאסייעטי קען מחליט אז 'קאץ' איז די נייע ווארט/אידענטיטעט פאר איינער וואס גייט פינקע זאקן. פארוואס אויב אזוי קענען זיי נישט מחליט זיין אז 'פרוי' איז די נייע ווארט פאר איינער וואס פילט זיך אזוי און זאגט עס איבער גענוג מאל?
אין אנדערע ווערטער אויב מיין אידענטיטעט קען איך לשיטתך יא צוקלעבן צו עני עקזיסטירענדע הגדרה (אויב נאר סאסייעטי איז מסכים..) וויאזוי טוישט דאס נישט די הגדרה בעתיד?
אויב מיר זענען מסכים אז 'טיש' מיינט די ברעט-מיט-פיר-פיס-אויף-וואס-מ'עסט.. אבער דו לאזט מיר זיך אידענטיפיצירן אלס א טיש - פשוט וויל סאסייעטי האט די שליסל מיר צו לאזן אזוי זיך רופן. דאן טוישט זיך אטאמאטיש די הגדרה פון טיש!
אויב 'איד' מיינט X, און היינט האט סאסייעטי מסכים געווען אנצונעמען Y'ס 'אידענטיפיקאציע' אלס איד, האט זיך בפשטות געטוישט די הגדרה...
סאסייעטי קען מחליט אז 'קאץ' איז די נייע ווארט פאר איינער וואס גייט פינקע זאקן. אבער 'קאץ' גייט נישט ווערן די אידענטיטעט פון פינקע זאקן לויט די אלטע ארגינעלע דעפינאציע פון די ווארט. די dictionary גייט מער נישט מגדיר זיין די ווארט קאץ אלס א נאמען פון א בעל חי, נאר אלס נאמען פאר איינער וואס גייט פינקע זאקן. קומט אויס אז ס''ה האט מען געטוישט די ווארט אין שפראך, נישט די אידענטיטעט.
אזוי אויך אויב סאסייעטי איז מחליט אז 'פרוי' איז די נייע ווארט פאר איינער וואס פילט זיך אזוי און זאגט עס איבער גענוג מאל, האט סאסייעטי ס''ה געטוישט די ניצען פון די ווארט. אבער דער בעל רגש וואס שפירט ווי א פרוי ווערט נישט א פרוי - לויט די ארגינעלע משמעות.
די זעלבע איז מיט א טיש. אויב מיר זענען מסכים אז 'טיש' מיינט די ברעט-מיט-פיר-פיס-אויף-וואס-מ'עסט.. אבער דו לאזט מיר זיך אידענטיפיצירן אלס א טיש - פשוט וויל סאסייעטי האט די שליסל מיר צו לאזן אזוי זיך רופן. דאן טוישט זיך נאכאלץ נישט די הגדרה פון טיש. ס''ה מיינט שוין נישט די ווארט טיש - א טיש... (What is a table...).
אויב 'איד' מיינט X, און היינט האט סאסייעטי מסכים געווען אנצונעמען Y'ס 'אידענטיפיקאציע' אלס איד האט זיך נאכאלץ נישט געטוישט די הגדרה פון איד. ס''ה האט זיך געטוישט די באניץ פון די ווארט.

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 9:13 pm

· #532910
אלפא
וואס פאסירט ווען איינער האט חתונה מיט א גוי'טע? ווערט זיין קינד אויסגעשלאסן פון די עטנישע גרופע (ווי ער איז געבוירן און אויפגעוואקסן)?
אויב לויט די געזעצן פון די פאלק ווערט א מענטש נתייחס נאכן מאמע, דאן איז די קינד נישט קיין חלק פון די עטנישע גרופע to begin with.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 10:19 pm

· #532917
פונדאַמענטאַל
אויב 'איד' מיינט X, און היינט האט סאסייעטי מסכים געווען אנצונעמען Y'ס 'אידענטיפיקאציע' אלס איד האט זיך נאכאלץ נישט געטוישט די הגדרה פון איד. ס''ה האט זיך געטוישט די באניץ פון די ווארט.
ביזט נישט אינגאנצן גערעכט, ווען נאר איינער פון די עלטערן איז א איד איז דא א מחלוקת וואס די קינדער זענען, ביז'ן צווייטן בית המקדש איז אנגענומען געוועהן צו גיין נאכ'ן טאטען שנאמר למשפחותם לבית אבותם, דורכאויס'ן צווייטן בית המקדש איז אלץ מער און מער אנגענומען געווארן צו גיין נאכ'ן מאמען. הגם וואס ע"פ פיזיקס האט זיך גארנישט געטוישט אויסער דאס באנוץ פונעם ווארט, אבער די הגדרה פונעם פענאמענאן וואס רופט זיך "איד" האט זיך אוודאי געטוישט (און אוודאי ע"פ פיזיקס זענען "הגדרה" און "איד" סתם לופטיגע ווערטער וואס האבן קיין שום משמעות), ביז היינט האט עס געמיינט איינער וואס זיין טאטע איז א איד און פון היינט און ווייטער מיינט עס איינער וואס זיין מאמע איז א איד.

אבער באמת ווערט עס מער קאמפליצירט פון דעם, די מנהג פון גיין נאכ'ן מאמען איז נאר אנגענומען אין יהדות הרבנות און אירע תולדות (ארטאדאקסן, רעפארמער, קאנסערוואטיוון, א.א.וו.), ביי אנדערע שטרעמונגען פון אידישקייט, ווי יהדות הקראית, קהילת ביתא ישראל, די שומרונים, פירט מען זיך צו גיין נאכ'ן טאטן. יעצט, אוודאי איז די סיבה פארוואס די ארטאדאקסישע רבנים באטראכטן דעם קראי אלס איד נאר ווייל זיי גייען נאך רוב, און ווען א קראי וועט קומען און זאגן אז זיין מאמע איז א גויה וועט מען איהם נוצן אלס א שבת גוי, אבער פון א דרויסענדיגע בליק, ווען א כינעזע אנטראפאלאג גייט קיין ארץ ישראל שטודירן "אידן" באטראכט ער אויך דעם קראי/גוי אלס איד, הגם אן ארטאדאקסישער איד(?) וואס זיי מאמע איז א גויה וועט ער נישט באטראכטן אלס איד.

אלפא » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 10:32 pm

· #532918
איך בין נישט אריין אין די היסטארישע אספעקט לגבי דעם - בעיקר ווייל מ'קען זיך טענה'ן איבער דעם אליין.
מיין עיקר נקודה איז, אז סיי הגדרות מיט דעפינאציעס, און סיי אידענטיפיקאציעס, זענען עפעס וואס מ'דארף זיך עכ"פ רעכענען מיט דעת הקהל (חוץ טאמער איינער וויל זיין פארשפארט און זיך קעגן שטעלן). און hence היינטיגע צייטן פארשטייט מען מער צום געדאנק אז כמעט אלעס איז סוביעקטיוו - אפי' וואס מיר רופן אביעקטיוו איז סוביעקטיווערהייט אפגעמאכט - ממילא קען איך נישט שטיין מיט קיין אייגענע דעפינאציעס איבער 'אידישקייט' א.ד.ג. אנקעגן א וועלט וואס האט מחליט געווען אנדערש.
איך בין נאר פונקט אזוי נישט זיכער וואס 'די וועלטס' דעפינאציע איז. און דאס האב איך געפרעגט/פראפאזט אין אנפאנג פונעם אשכול!

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 10:46 pm

· #532919
די וועלט'ס דעפינישן פאלגט לכאורה נאך דעם חוק השבות

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 11:52 pm

· #532928
ברוך שפינוזה
פונדאַמענטאַל
אויב 'איד' מיינט X, און היינט האט סאסייעטי מסכים געווען אנצונעמען Y'ס 'אידענטיפיקאציע' אלס איד האט זיך נאכאלץ נישט געטוישט די הגדרה פון איד. ס''ה האט זיך געטוישט די באניץ פון די ווארט.
ביזט נישט אינגאנצן גערעכט, ווען נאר איינער פון די עלטערן איז א איד איז דא א מחלוקת וואס די קינדער זענען, ביז'ן צווייטן בית המקדש איז אנגענומען געוועהן צו גיין נאכ'ן טאטען שנאמר למשפחותם לבית אבותם, דורכאויס'ן צווייטן בית המקדש איז אלץ מער און מער אנגענומען געווארן צו גיין נאכ'ן מאמען. הגם וואס ע"פ פיזיקס האט זיך גארנישט געטוישט אויסער דאס באנוץ פונעם ווארט, אבער די הגדרה פונעם פענאמענאן וואס רופט זיך "איד" האט זיך אוודאי געטוישט (און אוודאי ע"פ פיזיקס זענען "הגדרה" און "איד" סתם לופטיגע ווערטער וואס האבן קיין שום משמעות), ביז היינט האט עס געמיינט איינער וואס זיין טאטע איז א איד און פון היינט און ווייטער מיינט עס איינער וואס זיין מאמע איז א איד.

אבער באמת ווערט עס מער קאמפליצירט פון דעם, די מנהג פון גיין נאכ'ן מאמען איז נאר אנגענומען אין יהדות הרבנות און אירע תולדות (ארטאדאקסן, רעפארמער, קאנסערוואטיוון, א.א.וו.), ביי אנדערע שטרעמונגען פון אידישקייט, ווי יהדות הקראית, קהילת ביתא ישראל, די שומרונים, פירט מען זיך צו גיין נאכ'ן טאטן. יעצט, אוודאי איז די סיבה פארוואס די ארטאדאקסישע רבנים באטראכטן דעם קראי אלס איד נאר ווייל זיי גייען נאך רוב, און ווען א קראי וועט קומען און זאגן אז זיין מאמע איז א גויה וועט מען איהם נוצן אלס א שבת גוי, אבער פון א דרויסענדיגע בליק, ווען א כינעזע אנטראפאלאג גייט קיין ארץ ישראל שטודירן "אידן" באטראכט ער אויך דעם קראי/גוי אלס איד, הגם אן ארטאדאקסישער איד(?) וואס זיי מאמע איז א גויה וועט ער נישט באטראכטן אלס איד.
די הגדרה וואס מיינט 'איד' האט זיך נישט געטוישט. די מעמבערשיפ פאלעסי האט זיך געטוישט. די פירערס פון די פאלק האבן זיך געקריגט איבער וויאזוי יוחסין ארבעט, צו א מענטשנס פאלק אפיליאציע איז זיך מתייחס נאכן טאטע אדער נאכן מאמע.

איך ווייס נישט וואס פיזיקס האט צו טוהן מיט די נושא. עס זענען דא זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות צו די וועלט פון פיזיקס, עס מיינט נישט אז על פי פיזיקס איז עס נישט אמת - נאר אז דאס איז נישט אין די וועלט פון פיזיקס (מעגליך אז איך פארשטיי נישט צו דעם. איך האב דאך נישט באקומען ריין סעקולארע עדיוקאציע...).

די מיינונג פון כינעזער איז זייער חשוב, אבער במחילת כבודם קענען זיי נישט אריינרעדן אין א אונזער אינערליכע פאלעסי אנגעלעגנהייטן.

אלפא » פרייטאג אוגוסט 4, 2023 1:06 pm

· #532956
פונדאַמענטאַל
די מיינונג פון כינעזער איז זייער חשוב, אבער במחילת כבודם קענען זיי נישט אריינרעדן אין א אונזער אינערליכע פאלעסי אנגעלעגנהייטן.
איך מיין דו קומסט די גאנצע צייט צוריק צום געדאנק אז לויט 'אידישקייט' (עכ"פ דיינע) מיינט 'אידישע אידענטיטעט' נאר פאר דער וואס שטומט מיטן קרייאטעריע.
נאכאמאל, איך בין מסכים דערצו אינגאנצן!
די שאלה פונעם אשכול איז נאר געווען אויב סאציאלאגיש גערעדט איז דאס דען די (איינציגע) וועג צו אידענטיפיצירן זאכן, אדער וויפיל די ברייטע סאסייעטי האט אויך צוצוגעבן צו דעם נושא?!
אין דעם סענס קומט שוין איינמאל אריין די מיינונג פונעם 'כינעזער' דא..
טאמער האלסטו אז סאציאלאגיש דארף מען אויך אלס קוקן אויף די גרופע/פאלק אליין, דאן הער איך דיין מיינונג! וואס קען מען אבער טון דעמיט ווען די כינעזער דינגט זיך אויף דעם גופא?!

קאצקער » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:52 pm

· #535091
עס איז געווען איבער בעסיק מאראל פון נישט גנב'נען, רצח'נען, און זיין וואויל איינער צום צווייטן... דאס איז געקומען ביינזאם די היסטאריע פון כלל ישראל וועלכע איז דאן געווען צושפליטערט בעת ווען אשור האט אוועקגעשלעפט כמעט די גאנצע פאלק, יהודה האט זיך געטראפן מיט דעם 'הבן יקיר לי – אפרים' וועלכע איז גארנישט געהאלטן געווארן אזוי טייער דאן, ווי די נביא האט טאקע געדארפט מעורר זיין און פשוט ברענגען פאליטישע שלום אין לאנד איבער ווער עס איז 'נכלל בתוך עם ישראל' והמסתעף. די מלחמות און מחלוקת'ן דעמאלס האבן זיך זייער שטארק געדרייט ארום דעם 'אידענטיטעט שאלה'...
גראדע איז פשוט פשט אין פסוק הבן יקיר לי אפרים בלשון תמיה כעי' "האם" בן יקיר לי

קאצקער » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:54 pm

· #535092
אלפא
סוף טוב הכל טוב
אלפא
ווי געשמועסט רוב אידן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס אידן – זענען להלכה נישט קיין אידן...
ביטע ערקלער בעסער פאר אזוינע דומבע אידן ווי איך
איך האב נישט די נומערן פאר מיר, די מציעות איז אז צווישן די אלע וועלכע אידענטיפיצירן זיך אלס אידן (ארום 16 מיליאן), זענען דא א ריזיגן געמיש פון קינדער פון גוי'אישע/אסימילירטע פרויען, וועלכע זענען להלכה נישט קיין אידן.
אויך זענען דא אסאך וואס גלייבן בכלל נישט אין גארנישט, און אליבא געוויסע שיטות און מיינונגען זענען זיי יצא מכלל ישראל.
חןץ מזה נעמט דעם ציפער אויך אריין אלע סארט גירות'ן, אדער גאר אפי' מאנכע וואס האבן ניטאמאל געפילט פאר וויכטיג זיך מגייר צו זיין...
מיינען מיינט ער לכאורה דאס אז די אשכנזים האבן זיך געמישט פאר טויזנט יאר ציריק, מאנכע זאגן אז דאס איז די סיבא פון חרם דרבינו גרשום

די קעפעלע » דינסטאג פעברואר 13, 2024 1:26 pm

· #549512
Re: דא?! וואוינט א איד

אלפא » מוצ"ש פעברואר 17, 2024 6:54 pm

· #549996
Re: דא?! וואוינט א איד
דא אויף אייוועלט מאכט איינער די קאלקולאציע אז 'אידישקייט' מוז זיין עפעס אן העכערע ספיריט (-חלק אלוקי ממעל), נאך וואס עס איז נישט קיין 'רעליגיע' - ווייל אפי' אומרעליגיעזע הייסן נאכאלץ אידן, נישט קיין 'ראסע' ווייל מ'קען אריינקומען (convert) דערצו דורך א גירות פראצעדור, און נישט קיין 'נעישאן' ווייל אידישקייט גייט אן בכל קצוי תבל.

די תמצית אין זיינער ווערטער:
תמצית
נישט קיין רעליגיע ווייל אפילו מ'גלייבט נישט
נישט קיין מדינה ווייל אפילו מ'וואוינט נישט
נישט קיין משפחה ווייל מאיז מקבל גרים

לתמצית ווי איך פארשטיי איז א יוד נישט
קיין רעליגיע
קיין משפחה/ראסע
קיין מדינה

נאר א צווייטע מהות מיט א חלק אלוקי ממעל
זיין נקודה איז גוט ארויסגעברענגט, נעמליך ער האט א גוטע פירכא אויף יעדער הייפאטעסיס עקסטער, אבער וואס איז מיט א 'צד השוה' געדאנק? אדער בכלל מיט א 'סאשעל קאנסטרוקט' מהלך (- אביסל וואס איך פראפאזיר אין דעם אשכול..)?

דהיינו, עס איז טאקע נישט קיין 'רעליגיע' אדער 'ראסע' אליין פער סע, אבער דאס איז יא קלאר אז א גר ווערט נאר א איד דורכ'ן אננעמען די חלק ה'רעליגיע', און די זעלבע פארקערט אן אטעאיסט בלייבט נאר א איד דורך זיין ראסע. אין אנדערע ווערטער, עס איז טאקע נישט קיין ביינערי ווי עס איז איין זאך וואס שטעלט אוועק 'אידישקייט' אבער עס מוז נאך לכבוד דעם נישט זיין קיין דרויסענדיגע זאך מכל וכל. עס קען זיין אז בתחילתו איז עס א צוזאמשטעל פון אפאר פאקטארן און כדי צו פארבלייבן אין די קאטעגאריע פארלאנגט זיך למעשה נאר איינס דערפון, אדער גאר (ווי עס זעט אויס פון די געדאנק אז מ'קען זיך מגייר זיין) אז עס איז יא א רעליגיע ביסודו, נאר איינמאל מ'איז אין דעם פאלט מען נישט ארויס ווילאנג מ'איז געבינדן דורך די ראסע (-מאמע).

בקיצור, פאר מ'אימפלייד א דרויסענדיגע פאקטאר דארף מען זיכער מאכן אז די פריערדיגע זענען נישט סופישענט באיזה אופן.

פון אן היסטארישע פערספעקטיוו איז עס זיכער נישט קיין שאלה, בעת וואס אידישקייט האט זיך לכל הדעות אנגעהויבן אלס ראסע (-משפחת 'בני ישראל'), דאן געווארן טראנספארמירט אין א רעליגיע (- מעמד הר סיני), און אפי' נאך בעפאר האבן זיך שוין צוגעכאפט פרעמדע (-ערב רב) וועלכע אונטערהאקט נישט בהחלט די 'ראסע' פאקטאר, און שפעטער איז צוגעקומען די 'לאנד' חלק וועלכע האט אויך צוגעלייגט זיינע צוויי צענט צום 'אידישקייט' קארטל, און איז נאכן חורבן געווארן אביסל (-בכוונה) פארמינערט, וואס דאס אלעס פארבט היבש א קאלירפולע בילד פון וויאזוי אידישקייט איז געווארן אנגעקוקט און וואס עס באדייט צו זיין א 'איד' - אן דארפן צולייגן שטיקלעך צום פאזל.
הכלל, הלכה'דיג איז נאר דא די 'רעליגיעזע' קרייעטיריע, בנוסף צום פאקט אז מ'קען זיך נישט אפזאגן דערפון ווילאנג מ'האט א מוטערליכע פארבינדונג צום 'רעליגיע'.. וכמובן פאר דרויסענדיגע צו הלכה מאכט דאס נישט דוקא אויס...

חומר למחשבה איז עס בכל אופן...

ברוך שפינוזה » מוצ"ש פעברואר 17, 2024 8:53 pm

· #550005
ערשטנס זאג פאר'ן אייוועלט שרייבער דארט אז ער זאל זיך גיין לערנען ענגליש, דאס וואס ער רופט דארט "ראסע" הייסט אין ענגליש אן "ethnicity", עטנישע גרופע אין אידיש. און יא, אידן זענען אן עטנישע גרופע, און צו יעדע עטנישע גרופע קען מען זיך אנשליסן. ווען א דייטש הייבט זיך אויף און ציעט זיך קיין פראנקרייך, לערנט זיך רעדן א פליסיגע פראנצויזיש, הייראט א פראנצויזישע פרוי און האט מיט איר קינדער, מיט די צייט פאנגט ער אן טראכטן ווי א פראנצויז, זיך אויפפירן ווי א פראנצויז, זיין גאנצע הלוך ילך שרייט פראנצויז, ביי דעם פוינט איז ער שוין לויט אלע שיטות א פולשטענדיגע פראנצויז.

ביי אידן איז די זעלבע זאך, נאר וואס, אידן האבן אין זיך די בריסקע נערוון גענע וואס דארף פונקטליך אפמעסטן יעדע זאך עד הסוף. אידן לויפן ארום געפערליך פאר'דאגה'ט און פרעגן איינעם דעם צווייטן "ווען קומט שבת אריין?", מ'דארף וויסן פונקטליך אויפ'ן סעקונדע ווען ס'ווערט די טראנזישען צווישן ערב פסח צו ליל התקדש חג, מורא'דיג וויכטיג. דער קריסט האט אנדערע דאגות, ער דארף זייער וויכטיג וויסן צו יאשקע איז געוועהן האלב גאט און האלב מענטש אדער די גאנצע זאך איז געוועהן איין גרויסע גאט-מענטש ביינעזאם, צו אפשר האט ער בכלל געהאט צוויי באזונדערע נאטורן איינס גאט און די צווייטע מענטש. דאס איז די דאגות פונעם קריסט, אבער ווען איסטער פאנגט זיך אן און ווען קראצמעך ענדיגט זיך און אז מ'דארף זיך אונטעריאגן ווייל דער זונטאג קומט שוין אט אט אריין ביז געציילטע מינוטן און די פייפער גייט זיך צופייפן מיט פארטייבענדע קולות אנצוזאגן דעם עולם אז דער זונטאג קודש האט זיך אנגעפאנגען בשטו"מ דיזע דאגות האט ער נישט.

די זעלבע זאך מיט'ן זיך אנשליסן אין אן עטנישע גרופע. דער איד קען נישט אנגיין מיט'ן לעבן אויב וועט ער נישט וויסן ווען ס'האט חל געוועהן די דין "איד", כ'מיין, ווען וועט מען וואונטשן מזל טוב פאר'ן פרישן גר צדק? האט מען אוועקגעשטעלט א ליניע, מל ולא טבל כאילו לא מל, די סעקונדע וואס ער קומט ארויס פון די וואסער האט חל געווען די דין איד און מ'דארף זיך גיין זוכן אן אנדערן שבת גוי. דער גוי דארף נישט וויסן ווען איז געוועהן די פונקטליכע ספליט-סעקאנד וואס ביז דאן איז דער דייטש געוועהן א דייטש און פון דעמאלטס און ווייטער איז חל אויף איהם די דין פראנצויז, ס'פעלט איהם פשוט נישט אויס צו וויסן, דערפאר ווייסט מען טאקע נישט...

אלפא » מיטוואך יולי 3, 2024 9:48 am

· #567043
Re: דא?! וואוינט א איד
פאלגענד איז א פרישע שמועס פון אלעקס אקאנאר מיט ראביי דוד וואלפ:

Rabbi David Wolpe איז אן אנגעזעענע קאנסערוואטיווע ראביי, ער האט שוין דעבאטירט און געפירט שמועסן מיט אזעלכע ווי סאם הארריס, ריטשערד דאוקינס, קריסטאפער היטשעס, און סטיווען פינקער.
יעצט איז ער ארויף אויף אלעקס' ליניע צו דיסקוסירן 'אידישקייט'.

עס איז זייער א רייכע שמועס, אבער בעיקר האב איך הנאה געהאט פון די וועג וויאזוי ער איז מגדיר אידישקייט אין אנפאנג.
נאך וואס אלעקס פרעגט אים די באקאנטע שאלה 'וואס איז דאס אידישקייט' - א נאציאנאלע פאלק? א רעליגיע? אן עטנישע גרופע? טענה'ט ער אז די אלע קאנצעפטן זענען מאדערנע הגדרות און אידישקייט פרידעיט זיי אלע, ער זאגט אז די נענסטע analogy צו פארשטיין אידישקייט איז 'א פאמיליע'.
מ'קען אריינקומען דערצו פון אינדרויסן, מ'קען טעכניש ארויסגיין אבער למעשה ווערט מען קיינמאל נישט אפגעריסן, און נישט קיין חילוק די בעליפס און וועליוס פונעם מענטש וועט ער אייביג פארבלייבן א חלק פון זיין משפחה.

ער צונעמט אסאך אינטרעסאנטע שטריכן בתוך הדברים, א שטייגער ווי, ווען די קאנצעפט פון 'ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא' איז געווארן סטענדערדייזד. און אז ביז די צייטן פון עזרא פלעגט מען בפשטות גיין 'לבית אבותם' - נאכן טאטעס זייט איבערן אידישן יחוס (מ'האט פראקטיש גערעדט געדארפט איינשפאנען פרויען פון אינדרויסן צו אידישקייט..) נאר דאן האט מען גענומען די 'מאמע'ס זייט' אלס סטאנדארט - לכאו' ווייל עס איז זיכערע. ער רעדט איבער דעם אז מיר זענען די 'אויסדערוועלטע פאלק' - ווי עס איז נישט קיין סאך אנדערש פון סיי וועלכע פאלק וואס זעט פאר זיך אן אייגנארטיגע מיסיע. א.א.וו.

ווען אלעקס פרעגט אים (כדרכו) איבער די אומעטישע חלקים פון די תורה און איבער די סוגיות ווי בריאת העולם, ענטפערט ער אז ער פערזענליך גלייבט נישט אין די תורה ליטערעלי, ער האלט אז עס איז געשריבן דורך מענטשן (דורכאויס א לענגערע תקופה) און זיי האבן פראבירט דאס בעסטע צו פארשטיין וואס ג-ט וויל און טעותים זענען נישט אויסגעשלאסן. אין ג-ט אליין גלייבט ער יא שטארק, ער האלט אז די תורה איז 'דעוויינלי אינספייערד', ווי אויך האבן זיי א גאנצע דיסקוסיע איבער די ווארהייט פון עולם הבא און תחיית המתים (איך האב עס דערמאנט דא).

בשייכות מיין טעזע אין אנהייב פון די אשכול האב איך מיר געפריידט אז ער זאגט זייער ענליך, ער האלט אז 'גיור' איז ווייניגער א פראצעדור פון אננעמען אמונות אדער מצוות (הגם עס איז אויך וויכטיג לדעתו), און עס איז מער דאס אננעמען צו 'זיין א טייל' מיטן אידישן פאלק/משפחה אין מיטטיילן דעם זעלבן דעסטיני..
ער איז עס שיין מדייק אין די פסוק ביי רות, ווי זי זאגט צו ערשט 'עמך עמי' און נאר דאן 'ואלוקיך אלוקי', שיינענדיג אז די ערשטע איז דאס עיקר.

yesiknow » מיטוואך יולי 3, 2024 10:18 am

· #567047
Re: דא?! וואוינט א איד
ברוך שפינוזה #
אידן האבן אין זיך די בריסקע נערוון גענע וואס דארף פונקטליך אפמעסטן יעדע זאך עד הסוף. אידן לויפן ארום געפערליך פאר'דאגה'ט און פרעגן איינעם דעם צווייטן "ווען קומט שבת אריין?", מ'דארף וויסן פונקטליך אויפ'ן סעקונדע ווען ס'ווערט די טראנזישען צווישן ערב פסח צו ליל התקדש חג, מורא'דיג וויכטיג. דער קריסט האט אנדערע דאגות, ער דארף זייער וויכטיג וויסן צו יאשקע איז געוועהן האלב גאט און האלב מענטש אדער די גאנצע זאך איז געוועהן איין גרויסע גאט-מענטש ביינעזאם, צו אפשר האט ער בכלל געהאט צוויי באזונדערע נאטורן איינס גאט און די צווייטע מענטש. דאס איז די דאגות פונעם קריסט, אבער ווען איסטער פאנגט זיך אן און ווען קראצמעך ענדיגט זיך און אז מ'דארף זיך אונטעריאגן ווייל דער זונטאג קומט שוין אט אט אריין ביז געציילטע מינוטן און די פייפער גייט זיך צופייפן מיט פארטייבענדע קולות אנצוזאגן דעם עולם אז דער זונטאג קודש האט זיך אנגעפאנגען בשטו"מ דיזע דאגות האט ער נישט.

די זעלבע זאך מיט'ן זיך אנשליסן אין אן עטנישע גרופע. דער איד קען נישט אנגיין מיט'ן לעבן אויב וועט ער נישט וויסן ווען ס'האט חל געוועהן די דין "איד", כ'מיין, ווען וועט מען וואונטשן מזל טוב פאר'ן פרישן גר צדק? האט מען אוועקגעשטעלט א ליניע, מל ולא טבל כאילו לא מל, די סעקונדע וואס ער קומט ארויס פון די וואסער האט חל געווען די דין איד און מ'דארף זיך גיין זוכן אן אנדערן שבת גוי. דער גוי דארף נישט וויסן ווען איז געוועהן די פונקטליכע ספליט-סעקאנד וואס ביז דאן איז דער דייטש געוועהן א דייטש און פון דעמאלטס און ווייטער איז חל אויף איהם די דין פראנצויז, ס'פעלט איהם פשוט נישט אויס צו וויסן, דערפאר ווייסט מען טאקע נישט...

אויב די ספעיס שאטעל פארט ארויף א מילי סעקאנד פריער אדער שפעטער אדער א מיליאנסטעל אנדערע דירעקציע ווי געפלאנט קען עס זיין פאטאל, ואידך פירושא זיך גמור.

די וועלט האלט זיך נאר ווייל עס דרייט זיך פונקטליך די ספיד אין פלאץ וכו' וכו'.