קורקלענדיא. איינער דא קען אייך נאך.
ווען גייט צושטאנד קומען דער שלום פלאן?...
קורקלענדיא. איינער דא קען אייך נאך.
חתן בחורמ׳קען אויך נעמען חיזוק אין דעם וואס ארטור שׁאָפּענהאוער האט געזאגט:געוואלדיג! אלץ אן אינטראווערט וואס האט אויך די Affliction פון פארפאסן סאשיעל קלוס, וויל איך דיר דאנקן פאר'ן קוראזש עס ארויסצוברענגען און פובליק. איך בין אנציקט ווייל וויאזוי ס'זעהט אויס קוקסטו עס בכלל נישט אן ווי א פעלער, נאר פארקערט די נוצט עס אויס זיך צו אנזאפען מיט חכמה. א געוואלדיגע אויפטו!
שמעקעדיגקורקלענדיא. איינער דא קען אייך נאך.
ווען גייט צושטאנד קומען דער שלום פלאן?...
מאך זיכער
אזויווי איר זאגט אז איר זענט נישט סאצעאל קענען מיר נישט בעטן אז איר זאלט יא עפענען אשכולות און צייגן אייערע קענטעניסן, אבער פונעם אינטערוויו זעט אויס אז שריפטליך קענט איר זיך יא ארויסברענגען און דייקא גאר קלאר, דעריבער אויב קענט איר פרובירן אז מיר פשוט'ע מענטשן זאלן מער פארשטיין די קאנסעפטס וואס איר זענט מסביר מיטן שרייבן א טראפ קלארערע שפראך אז מיר זאלן אויך קענען טרונקען פון אייער מעיין החכמה.
א ריזיגן יישר כח.
מי אניחתן בחורמ׳קען אויך נעמען חיזוק אין דעם וואס ארטור שׁאָפּענהאוער האט געזאגט:געוואלדיג! אלץ אן אינטראווערט וואס האט אויך די Affliction פון פארפאסן סאשיעל קלוס, וויל איך דיר דאנקן פאר'ן קוראזש עס ארויסצוברענגען און פובליק. איך בין אנציקט ווייל וויאזוי ס'זעהט אויס קוקסטו עס בכלל נישט אן ווי א פעלער, נאר פארקערט די נוצט עס אויס זיך צו אנזאפען מיט חכמה. א געוואלדיגע אויפטו!
A high degree of intellect tends to make a man unsocial.
אגב, ער האט אויך געהאט געזאגט:
Almost all of our sorrows spring out of our relations with other people.
מי אנילגבי דער חרדי׳שער געזעלשאפט באופן כללי איז פון מיין פערספעקטיוו זע איך אן אינטערעסאנטע פאראדאקס. פון איין זייט, פון א מעקרא לעוועל פערספעקטיוו, ציהט עס מער רעכטס, וכמבואר באריכות בספרי שמואל היילמאן ועוד, והחוש מוכיחו והמפורסם אינו צריך ראיה, אבער פון די אנדערע זייט, פון א מייקרא פערספעקטיוו ציהט עס מער לינקס. (איך וואלט געפרעגט א לעגיטימע פראגע צי, צי די אלטע טעמעס פון קאווע שטיבל זענען נאך היינט אזוי קאנטראווערסיאל?)
א דוגמא פון די פראצענט ״אויפגעקלערטע״, דאס הייסט לאו דוקא עכטע אינטעלעקטואלס; ווי אזוי דער טערמין ווערט גענוצט בסתם, אדער ״קילע״ וואס מ'זעט היינט אין דער היימישער געזעלשאפט וואס איך גלייב האט זיך געהעכערט.
דאס האט אויך א פרעצעדענט אין סאציאלאגיע, אז ווען א גרופע וואקסט פאלט די קאנפארמיטעט. למעשה ווייס איך נישט וויאזוי צו פאראייניגן די אינטערעסאנטע טענשאן.
כוכבחברה, כ'האב עס געמאכט אויף די לייקס ראנגען ליסטע.
אינגערמאנטשיקלאפשר האט דער גאון הגאונים מי אני באוויזן דאס אומגלויבליכע צוריקברענגען די גאלדענע עפאכע פונעם שטיבל? אדער גאר קאראנע?
מי אני חזק ואמץ, תורתך וחכמתך מגן לנו, הוא מאירת עינינו!
הוגהא גאר אינטרעסאנטע (ווייכע) סייענס-פיקשין מיניסיריס וואס גייט (אויך) אריין אין די געדאנק פון דעטערמעניזם/בחירה חופשית (ווי אויך די מאלטי-ווערס המסתעף ממנה) איז דעווס אויף הוּלוּ פון אלעקס גארלאנד (וועלכער איז, אזוי ווי איך האב פריער געזאגט, גאר א גוטע און טיפע שרייבער).
וועסטווארלד איז א טיפע פילעזאפישע סייענס פיקשען שאו וואס איז מייסטערפול אראפ געלייגט מיט א ציענדע מעשה וואס גרייכט די גרעניצן פון בלי הגבלה, אין סוף, שכר ועונש, ריאליטי, אלוהות ועוד. שטארק רעקאמענדירט. (דיסקלעימער, כ'האב נאך נישט געזען די יעצטיגע דריטע סעזאן.)
כוכבוואס איז די אינטערעסאנטסטע אשכול וואס האסט שוין געטראפן אין קאווע שטיבל?
מי אניווי אויך גלייב איך אז עס קען מעלה זיין א חיוך על שפתי פון מענטשן, ובפרט פאר׳ן פותח האשכול וואס זעהט אז מ׳מאכט זיך צו טוהן פון זיינע ווערטער.
מי אניאויב נעמט מען אן אז ס׳איז אזוי, דעמאלטס איז עפ״י טרענסיטיוויטי (כעין שיעבודא דר׳ נתן) ביסטו שוין אויך אטאמאטיש מקנא פראפעסארן.
פאליטיקאנט←לייבל←מי אני←פראפעסארן
∵
פאליטיקאנט←פראפעסארן
אין לאגיק רופט זיך דאס א היפאטעטישע סילאגיזם (דא גענוצט צוויי מאל).
[דא וועט די ״←״ באדייטן די קנאה.]
שוין גארנישט קיין ״גארנישט״... (און אז מ'דערמאנט לאגיק איז דאס וואס מ'רופט א דאבל-נעגאטיוו וואס ווערט פארוואנדלט אין א פאזיטיוו.) ובפרט טאמער נעמט מען אין אכט און אריין אין חשבון דיינע תגובות און קענטעניסן דא אין שטיבל (בפרט בעניני טעכנאלאגיע).
רביה''ק זי''עאיך האב אויך בערך אזא סארט מנהג, ווען איך טרעף עפעס וואס איך וויל נישט פארגעסן (בעיקר יוטיובס...) פרוביר איך עס אריינצוקוועטשן ערגעץ אין קאוועשטיבל אזוי וועל איך עס קענען טרעפן אין צייט פון נויט, ס'איז פיל גרינגער צו טרעפן עפעס אין מיינע פאר טויזענט תגובות אויף קאוועשטיבל ווי זיך צו גיין דערמאנען וואו איך האב עס געזעהן דאס ערשטע מאל.
כוכבעס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז עס איז דא א יאפאנעזע טערמין, צוּנדאָקוּ, וואס באדייט פארשאפן ביכער אויף כדי צו ליינען אבער עס זאמעלט זיך אן און מען קען נישט עספיען און אָניאָגן אָנצוקומען צו זיי.וואס איז דאס לעצטע בוך וואס איר האט דורכגעליינט אדער איר האט ביי אייער נאכט שאפע?
לאמיר אייך פרעגן אן אפענע שאלה:
איר שפירט זיך נישט שלעכט מיט אייער אידענטיטעט? - איר זענט אן עולם מלא (לויט אייערע תגובות), פול מיט תוכן און מיט געפיל, אבער איר נוצט אויס אייערע כשרונות אויף שטותים און הבלים, זורע אל הקוצים.
עס פאלט אייך קיינמאל נישט ביי א מחשבה'לע פון אנגסט און ווייטאג, ווי ליה לשופריה דבלע בארעיה?
...
אנטשולדיגט פאר די אפענע שאלה - איך גלויב אז איר זענט עס מער מחשיב דער וועג...
מי אניאיך לערן יעדן טאג גפ״ת און הלכה
און האט מיר געבעהטן נישט צו שרייבן זאכן וואס זענען פּראוואקירענד. (איך האב זיין רשות דאס צו ציטירן.)שוין וואכן וואס איינער האלט מיך אין איין שיקן לינקס צו דיינע תגובות אז דאס איז כפירה און יענץ איז כפירה וכו' וכו'.