☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » אייניקל פון רמב״ם פון וועמען איר האט נאך קיינמאל נישט געהערט

אייניקל פון רמב״ם פון וועמען איר האט נאך קיינמאל נישט געהערט

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14851

קויפער » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 4:33 pm

· #481973
אייניקל פון רמב״ם פון וועמען איר האט נאך קיינמאל נישט געהערט
ר׳ משה מיימון, א לעיקוואדער אינגערמאן און א מלמד אין מאנסי, האט אין די לעצטע צוויי יאר ארויסגעגעבן פון פריש דעם פירוש התורה (על ספרי בראשית-שמות) לרבינו אברהם בן הרמב״ם, א חיבור וואס איז געווען כאבן שאין לה הופכין פאר הונדערטער יארן, מיט געוואלדיגע ביאורים און הגהות וועלכע עפענען צום ערשטן מאל אויף א טויער לתורתו פונעם רמב״ם׳ס באליבטען זון.

📎 1184002_1_1024x.jpg

📎 1184004_1_800x.jpg

דער לעיקוואדער ר׳ משה, איז זיך מתייחס אלץ בן אחר בן צום נשר הגדול מכולם, דער רמב״ם אליין!

📎 Farkas1.jpg

ווען וועלט איז וועלט, וואלט אזא חיבור אויפגעשאקעלט דעם עולם הספרים און געווארן אויפגענומען מיט פרייד און עקסטאז דורך שוחרי תורה ולומדיה.

ספעציעל יעצט אין יו״ט סעזאן ווען די מאגאזינען פאסקעווען זיך צו באשרייבן רשכבה״ג׳ס און קריכען אויף גראדע ווענט אפיר צו קראצן סעמי אינטערעסאנטע פיגורן, וואלט מען ווען, לאגיש גערעדט, געדארפט זען דעם רמב״ם׳ס אייניקל פון לעיקוואד פיגורירן מיט פראמינענץ אויף די דעקלעך און אין ארטיקלען, אבער אנשטאט איז דא א קול דממה דקה.

די סיבה פאר די שטומע שטילקייט שטעקט אינעם אזויגערופענעם דאגמע וואס זוכט צו דערשטיקן יעדעס ברעקל פון אינטעלעקט און וועלכער האט געשאפן א מציאות אז אפילו בלויז זיך ארויסצושטעלן אלץ מפיץ תורתו של רבינו אברהם בן הרמב״ם איז שוין אויך אפגעפרעגט און פארלאנגט היינט אומגעהויערע קוראזש.

ר׳ משה מיימון נ״י, אלץ אייניקל, קען זיך דאס אבער יא ערלויבן און עס קומט זיך אז זיין טייערע ווערק זאל ווערן אנערקענט.

מער איבער ר׳ משה און דיין חיבור דא:
<a class="postlink" href="https://jewishreviewofbooks.com/jewish-history/11590/a-maimonides-in-monsey/">https://jewishreviewofbooks.com/jewish- ... in-monsey/</a>

קויפט דעם חיבור אנליין דא:
<a class="postlink" href="https://rb.gy/gnqotv">https://rb.gy/gnqotv</a>

ישעיה » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 5:02 pm

· #481974
גראדע איז ר' אברהם מער "ווארעם" ווי זיין טאטע

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 6:08 pm

· #481982
מיט וואס איז דא אנדערש וואו המספיק לעובדי השם

פארוואס ברענגסטו נישט אראפ אפאר גיטע שטיקלעך פינעם ספר וואס דארף ווען יעצט שאקלן וועלטען, ווען וועלט איז וועלט?
מיר קיקט אויס די אשכול וואו א אינפאמערשעל

קויפער » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 6:58 pm

· #481983
הקטן
מיט וואס איז דא אנדערש וואו המספיק לעובדי השם

טאקע, ר׳ משה האט דאס אויך איבערגעארבעט.

📎 1184003_1_1100x.jpg

זעה דא:
<a class="postlink" href="https://judaicaplaza.com/products/1184003">https://judaicaplaza.com/products/1184003</a>

הקטן
פארוואס ברענגסטו נישט אראפ אפאר גיטע שטיקלעך פינעם ספר וואס דארף ווען יעצט שאקלן וועלטען, ווען וועלט איז וועלט?
מיר קיקט אויס די אשכול וואו א אינפאמערשעל

רוף עס וויאזוי דו ווילסט אבער איך האב פון ר׳ משה׳ן נישט געהערט איידער דעם ארטיקל אויף Jewish Review of Books וואס איז ערשט יעצט ערשינען, דו יא?

צו מיר שפירט זיך עס כאילו ער איז באיקאטירט אין די היימישע קרייזן, וממ״נ, אויב איז דאס בכוונה משום דאגמע איז דאך מצוה לפרסם, אויב שלא בכוונה פארדינט ער דאך ווייטער ערליך דעקונג, ולזה כוונתי.

Nanach » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 9:30 pm

· #481989
קען איינער אריין קומען וואספארא סארט פירוש דאס איז?
דרשות, אדער פשט? רש"י סטייל פשט אדער אבן עזרא סטייל אדער עפעס אינמיטן? ער גייט אריין אין דין ודברים ווען ער קריגט זיך אויף אנדערע רמב”ן סטייל?
איך וועל זייער דאנקבאר זיין אויב איינער קען אריין קומען קלאר

אמת וצדק » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 10:21 pm

· #481990
דא קען מען הערן א שמועס מיט רבי משה ווי ער רעדט ארום איבער רבי אברהם בן הרמב״ם אין זיינע ספרים.

רבי משה רעדט ארום - אינעם מבוא אויפן ספר ״מאמר על הדרשות ועל האגדות״ - בנוגע דעם דרך פונעם רמב״ם אינעם זוהן, איבער דרשות חז״ל, און ער שרייבט דארט: אף שהרמב״ם ביאר עניינים אלו בכתביו.. בכל זאת לא עלה בידו להשלים את התכנית שהתווה לעצמו לחבר חיבור מיוחד.. ואמנם כבר מראשית דברי רבינו במאמרו זה גילה דעתו שראה בכתיבת המאמר המשך פעילתו הרוחנית של הרמב״ם..יש לדעת שהאסכולה זו אומנה על ברכי גאוני בבל בתקופה שבה שגשגה תרבותה של ממשלת ישמעאל ואתה עמה חכמת יון..לעומתם בארצות ממלכת אדום..מצאה קן לה שיטת בית מדרשם של חכמי אשכנז..אף אם נבחר דרך אחרת לעצמנו, שומה עלינו לעמול בבירור מקחם כדי להבין את דעותיהם ושיטותיהם, שהרי גם מהם ומתורתם יתד ופינה לכל קדשי האומה והאמונה הצרופה.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 5:53 am

· #482010
ס'איז סתם אינטרעסאנט צו וויסן ווער זענען געווען די זיידעס פון נאכ'ן בן הרמב"ם ביז'ן היינטיגן הרב ר' משה.

נאך איז אינטרעסאנט צו וויסן. אויב הרב ר' משה פארט א יעדן טאג אריין קיין לעיקוואוד און צוריק אהיים קיין מאנסי...?!

מנחם ציון » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 11:15 am

· #482023
ממשה עד משה לא קם כמשה

אויסגעהאלטן » פרייטאג אקטאבער 1, 2021 2:05 pm

· #482285
איינער ווייסט וועלכע סטארס אין ב"פ פארקויפן עס?

כלבאשבוע » זונטאג אקטאבער 3, 2021 3:02 am

· #482352
אויסגעהאלטן
איינער ווייסט וועלכע סטארס אין ב"פ פארקויפן עס?

טריי מאזנים

קאצקער » זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:04 pm

· #533428
ישעיה
גראדע איז ר' אברהם מער "ווארעם" ווי זיין טאטע
קלאר אזוי, לערן נאר א שטיקל המספיק, ס'פילט זיך ווי א חסידיש ספר, אגב, בעפאר ר"א בן הר"מ איז געווארן נשיא אין מצרים על מקום אביו איז געןןעזן א חבורה פין חסידים ופרושים וואס קהל האט געאסרט און ווען ער האט איבערגענומען דאס בענקל האט ער זיך עמטליך אנגעשלאסן מיט זיי, כן ראיתי כמדומה בהקדמה לספר של נינו רבינו דוד הנגיד אחרון לנשואי מצרים, מיט דעם אלעם נעמט ער זיך אהן גאר שטארק פארן פאטער כידוע במכ' לר' דניאל הבבלי

שאלתיאל » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:36 am

· #533470
Re: אייניקל פון רמב״ם פון וועמען איר האט נאך קיינמאל נישט גע
קאצקער
ישעיה
גראדע איז ר' אברהם מער "ווארעם" ווי זיין טאטע
קלאר אזוי, לערן נאר א שטיקל המספיק, ס'פילט זיך ווי א חסידיש ספר, אגב, בעפאר ר"א בן הר"מ איז געווארן נשיא אין מצרים על מקום אביו איז געןןעזן א חבורה פין חסידים ופרושים וואס קהל האט געאסרט און ווען ער האט איבערגענומען דאס בענקל האט ער זיך עמטליך אנגעשלאסן מיט זיי, כן ראיתי כמדומה בהקדמה לספר של נינו רבינו דוד הנגיד אחרון לנשואי מצרים, מיט דעם אלעם נעמט ער זיך אהן גאר שטארק פארן פאטער כידוע במכ' לר' דניאל הבבלי
דו מיינסט מן הסתם די קהילה פון חסידי מצרים וואס ער מיט זיינע צאצאים זענען געשטאנען אין שפיץ.
איך וואונדער מיך אסאך מאל ווי אזוי איז דער עפל געפאלען אזוי ווייט פונעם בוים און ווי קומט צו אזא הארטנעקיגע רעשענאליסט ווי דער רמב"ם אזא מיסטיש גענויגטע זון. איך קלער אויב ס'איז עס געקומען אלץ קאנטער-רעאקציע צו די עקסטרעמע ראציאנאליזם פונעם פאטער אדער איז דער פאטער אינאמת'ן געווען מער מיסטיש ווי ער שטעלט זיך ארויס אין זיינע ספרים (וואס דאס האט ר' אברהם כמדומה פראבירט טענה'ן)

קאצקער » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:34 am

· #533472
שאלתיאל

אין באקאנטן בריוו פון רמב"ם צו ר' אברהם איז משמע אז דער ר"מ האט געגליכן אזא מהלך

שאלתיאל » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 12:15 pm

· #533474

וועלכע בריוו?

Sent from my SM-A546E using Tapatalk

כרם זית » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 2:09 pm

· #533481
@שאלתיאל בנוגע דיין שאלה ווי אזוי עס קומט ארויס פון דער רמב''ם אזא זון? כ'מיין אז דער רמב''ם וואלט בעצם נישט געהאט קיין פראבלעם מיט זיין מעשה חסידות ווילאנג במחשבה גלייבט ער אין זיינע פילוסאפישע שיטות. דאס מוז נישט זיין קיין סתירה, והא ראיה דער 'חובת הלבבות' איז געווען א פילוסאף און דאך געווען א חסיד.

בכלל מוז נישט זיין אז דער רמב''ם האט געהאלטן אז זיין זון איז ראוי פאר די אלע אמונה אמתיות. עס איז דא ערגעץ (נישט געקענט טרעפן יעצט) וואו ר''א דערציילט ווי אזוי זיין טאטע האט אים מסביר געווען די סוגיא פון זוגות, וואס איז בפשטות אנדערש ווי דער רמב''ם אליין האט געהאלטן. הוה אומר, דער רמב''ם האט מורה געווען אמונה הכרחית פאר זיין אייגנע זון אן געהאלטן (עכ''פ אין יענע שמועס) אז ער איז נישט ראוי פאר די אמונה אמתי.

עס איז דא א בריוו וואו דער רמב''ם שרייבט אז ר''א איז זיין איינציג'סטע טרייסט, אבער כ'זע נישט אז ער זאל דארט רעדן פון זיין חסידות. @קאצקער וועלכע בריוו מיינסטו?

או אינו » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 2:46 pm

· #533482
Re: אייניקל פון רמב״ם פון וועמען איר האט נאך קיינמאל נישט גע
וואס מיינסטו מיטן ווארט חסיד ?

שאלתיאל » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 2:56 pm

· #533483
כרם זית
@שאלתיאל בנוגע דיין שאלה ווי אזוי עס קומט ארויס פון דער רמב''ם אזא זון? כ'מיין אז דער רמב''ם וואלט בעצם נישט געהאט קיין פראבלעם מיט זיין מעשה חסידות ווילאנג במחשבה גלייבט ער אין זיינע פילוסאפישע שיטות. דאס מוז נישט זיין קיין סתירה, והא ראיה דער 'חובת הלבבות' איז געווען א פילוסאף און דאך געווען א חסיד.

בכלל מוז נישט זיין אז דער רמב''ם האט געהאלטן אז זיין זון איז ראוי פאר די אלע אמונה אמתיות. עס איז דא ערגעץ (נישט געקענט טרעפן יעצט) וואו ר''א דערציילט ווי אזוי זיין טאטע האט אים מסביר געווען די סוגיא פון זוגות, וואס איז בפשטות אנדערש ווי דער רמב''ם אליין האט געהאלטן. הוה אומר, דער רמב''ם האט מורה געווען אמונה הכרחית פאר זיין אייגנע זון אן געהאלטן (עכ''פ אין יענע שמועס) אז ער איז נישט ראוי פאר די אמונה אמתי.

עס איז דא א בריוו וואו דער רמב''ם שרייבט אז ר''א איז זיין איינציג'סטע טרייסט, אבער כ'זע נישט אז ער זאל דארט רעדן פון זיין חסידות. @קאצקער וועלכע בריוו מיינסטו?
איך רעד נישט פון זיינע מעשים נאר פון זיינע שיטות און השקפה וואס ליגן אונטער דעם

כרם זית » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 3:00 pm

· #533484
ר''א האט נאר געהאלטן מיסטיקע אויף ווי פיל עס האט געשטימט מיט זיין טאטע'ס השקפה. מנהגים האט ער יא איינגעפירט נייע, אויף דעם האב איך געשריבן אז דער רמב''ם וואלט עס לכאורה נישט אנגעגאנגען.

שאלתיאל » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 3:17 pm

· #533485
כרם זית
ר''א האט נאר געהאלטן מיסטיקע אויף ווי פיל עס האט געשטימט מיט זיין טאטע'ס השקפה. מנהגים האט ער יא איינגעפירט נייע, אויף דעם האב איך געשריבן אז דער רמב''ם וואלט עס לכאורה נישט אנגעגאנגען.
ביטע זיי מסביר וואס דו מיינסט אז ס'האט געשטימט.
זיין גאנצע וועג פון עבודת השם, עבודת הלב, פולחן, דבקות וכדומה איז דאך נישט רעלעווענט בכלל לאור זיין טאטעס פילאסאפיע

קאצקער » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 3:59 pm

· #533487
כרם זית
@שאלתיאל בנוגע דיין שאלה ווי אזוי עס קומט ארויס פון דער רמב''ם אזא זון? כ'מיין אז דער רמב''ם וואלט בעצם נישט געהאט קיין פראבלעם מיט זיין מעשה חסידות ווילאנג במחשבה גלייבט ער אין זיינע פילוסאפישע שיטות. דאס מוז נישט זיין קיין סתירה, והא ראיה דער 'חובת הלבבות' איז געווען א פילוסאף און דאך געווען א חסיד.

בכלל מוז נישט זיין אז דער רמב''ם האט געהאלטן אז זיין זון איז ראוי פאר די אלע אמונה אמתיות. עס איז דא ערגעץ (נישט געקענט טרעפן יעצט) וואו ר''א דערציילט ווי אזוי זיין טאטע האט אים מסביר געווען די סוגיא פון זוגות, וואס איז בפשטות אנדערש ווי דער רמב''ם אליין האט געהאלטן. הוה אומר, דער רמב''ם האט מורה געווען אמונה הכרחית פאר זיין אייגנע זון אן געהאלטן (עכ''פ אין יענע שמועס) אז ער איז נישט ראוי פאר די אמונה אמתי.

עס איז דא א בריוו וואו דער רמב''ם שרייבט אז ר''א איז זיין איינציג'סטע טרייסט, אבער כ'זע נישט אז ער זאל דארט רעדן פון זיין חסידות. @קאצקער וועלכע בריוו מיינסטו?
לגבי דער חובה"ל, הגם שניהם בסגנון אחד נתנבאו איז לא דמיא הא להא, די דאזיגע סטיל איז פשוט די מהלך פון שרייבן אין יענע דורות (נישט די לשון, אבן תיבון האט מתרגם געווען חובה"ל און המספיק איז ערשט געטייטשט געוואן נאן קריג כמדומה לי, כ'רעד פון די סגנון), משא"כ או תוכן זענען זיי ווייט כממזרח למערב, אין רמב"ם איז נישט דא קיין שום התנגדות צים חובה"ל.
לגבי די בריוו, איך ציטיר דא אלס פון זכרון מילא קען זיין אז כ'בין זיך טועה ואל יתלה אלא בי.

קאצקער » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 4:03 pm

· #533488
כרם זית
ר''א האט נאר געהאלטן מיסטיקע אויף ווי פיל עס האט געשטימט מיט זיין טאטע'ס השקפה. מנהגים האט ער יא איינגעפירט נייע, אויף דעם האב איך געשריבן אז דער רמב''ם וואלט עס לכאורה נישט אנגעגאנגען.
פון המספיק איז נישט קיין ראיה אז ר"א איז נישט געגאנגען בהשקפה אין שפאן מיטן טאטן, זיין חיבור איז באמת פיל גרעסער און רובו ככולו איז פארלארן געגאנגען כידוע.

כרם זית » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 4:36 pm

· #533489
@שאלתיאל איך זאג נישט אז עס מיז זיין אזוי, ס'קען זיין אז ר''א האט אפגענויגט פון זיין טאטע'ס פילאסאפיע ווי אויבן דערמאנט, אבער עס זענען דא וואס טענה'ן אז עס איז נישט קיין סתירה.

האסט נישט ארויסגעשריבן וועלכע חלק פון זיין עבודת ה' איז אנדערש ווי זיין טאטע'ס, כ'שטעל זיך פאר אז די מיינסט די פרישות וואס דער רמב''ם מאכט אוועק און הייסט נעמען די דרך האמצעות (שמונה פרקים פ''ד). אויף דעם זענען דא וואס טענה'ן (ספר המספיק מהדורת פלדהם מבוא ע''י הרב יעקב וינסלברג) אז דער רמב''ם אליין שרייבט אז חסידים מעגן זיך אביסל אוועקריקן פון די שביל הזהב, און אפילו זיך אינגאנצן אוועקריקן איז אויסגעהאלטן על פי דרך רפואה, ע''ש.

בנוגע תכלית החיים וואס לויט ר''א איז עס דביקות און קרבת אלקים ('פגיעה' בלשונו) און לויט דער רמב''ם איז עס ידיעת אלוקים, טענהט ער אויך אז אז סאיז נישט קיין סתירה ושניהם משלימים זה את זה. כ'בין נישט אזא בקי במשנתו של הרמב''ם און כ'וואלט זיך געפרייד צו הערן פון די בקיאים כדגמת @מי אני. אגב, דא איז געווען א שטיקל שמועס איבער ר''א והר''מ.

שאלתיאל » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 4:50 pm

· #533490
לויט דער רמב"ם איז רעלעוואנט די נושא פון דביקות, תשוקה אדער עבודת הלב? איז בכלל שייך עפעס א רילעשענשיפ/נאנטקייט/ עבודה מיט די גאט מיט די תוארים שליליים וואס דער רמב"ם לייגט אראפ? איך פרעג מחמת חוסר ידיעה

כרם זית » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 4:54 pm

· #533491
כ'ווייס אויך נישט. זאלן די ידענים אביסל ארויסהעלפן.

שאלתיאל » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 5:02 pm

· #533493
אגב, איך האב לעצטנס געליינט זייער א שיינע ארטיקל איבער ר' אברהם אין ראם פון צווי ארטיקלען איבער די אידישע-סופישע באוועגונג אין אקדמות דזשורנאל, כ'לייג עס דא ארויף
📎 גבולות המפגש בין יהדות רבנית למיסטיקה המוסלמית.pdf

מי אני » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 5:54 pm

· #533497
דר. דוד בּלומענטאל טענה'ט (עפ"י פּראפעסאר דזשארדזשעס וואַזשדאַ) אז דער רמב"ם איז נישט געווען דער "אָלטראַ" ראציאנאליסט ווי מ'לייגט אים אלס אראפ. ער טענה'ט, ועפ"י מש"כ במו"נ ח"ג פנ"א, אז דער רמב"ם'ס דרך איז, לבסוף, געוועזן א "פילאזאפישע מיסטיסיזם" און "פגיעה" מיט'ן טראנאסדענטעל אבסאלוט; א "פּאָסט-קאגניטיוו חסידות". (און אפילו אין דעם זענען דא צוויי מדריגות, איינס העכער ווי דאס אנדערע, וואו מ'לאזט שוין גענצליך אפ דאס ראציאנאלע שורש און עס איז לגמרי העכער לשון). ווי ער שרייבט:
Maimonides had an exoteric teaching of rational intellectualism and an esoteric teaching of post-cognitive piety. The former was for the educated elite and the latter was for the upper range of that elite, the selected few
אין אנדערע ווערטער, אפילו די "ראדיקאלע" ראציאנאלע אפטייטש בדבריו, איז לבסוף נאר עקזאטעריש פאר די וואס זענען נישט יורד לעומק דבריו, לעומת זיין "פילאזאפישע מיסטיסיזם" וועלכע איז עסאטעריש און באהאלטן פאר די וואס זענען יא יורד.

דא איז ער מסביר די היסטארישע סיבות אין פארוואס מ'האט אלס גענומען דעם רמב"ם אלס א סמל פון אומבויזאמע אינטעלעקטשואלע ראציאנאליזם אין רעליגיע:
There are, in my opinion, three reasons for this. First, the followers of Maimonides in southern France and Spain interpreted him in the spirit of the extreme rationalism of Ibn Rushd (Averroes) which denied the possibility of trans-rational experience. This tradition was followed by modern philosophers who sought to adopt a world of empirical, rational truth and to avoid a world of mythical, mystical truth. Second, the critics of Maimonides in southern France and Spain strove mightily to combat the rationalist implications of Maimonides' philosophy and to affirm the theurgic meaning of the commandments and, indeed, of Jewish spirituality, thus also separating philosophical and mystical truth

Third, Jews in the modern world, beginning with Graetz and continuing through the Jewish Enlightenment, regarded Jewish mysticism as something "medieval," as a burden to be disposed of as one entered the modern world of rationalism and assumed membership in modern society. Thus, even after Scholem made the study of Jewish mystical texts scientific, and hence respectable, scholars of Jewish mysticism continued to distance themselves from describing and analyzing the mystical experiences that stand behind such texts. They created meticulous textual studies and analytic works but, until recently, there has been no true acknowledgement of the deeply spiritual experiences of God that underlie mystical texts. Perhaps, it is as the psychoanalyst, Viktor Frankl, is reported to have said, 'A person's spiritual experiences are among the most intimate components of one's personality and not every person is willing, or able, to talk about that dimension of his or her identity.' Modern academics who do speak of live religious experience have been largely religious themselves and, in the world of modern scientific Jewish studies, these people have been suspect precisely because of their personal commitments

Instead, modern Jewish scholars and thinkers turned to Maimonides as the very epitome of rationalism. The Ibn Rushd approach which emphasized consistency and logic while deprecating mystical experience enabled modem Jewish intellectuals to shape the image of Maimonides into a rationalist to be admired, studied, and followed; a thinker who foreshadowed modern rationalism and the modern scientific spirit. Modern Jewish intellectuals, to put it clearly, made a cultural hero of Maimonides. He became a kind of "Jewish Kant." The less professionally trained followed the lead of the intellectuals and also claimed Maimonides as a model and hero of enlightened modem life. One might say that, in the zeal to join modernity and its intellectual and social liberation, modern Jewish thought made a golden calf of Maimonides, honoring his rationalism and ignoring his mysticism
קומט דאך אויס אז מ'האט געמאכט פונעם רמב"ם אַן ע"ז... 😮

ברוך שפינוזה » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 6:00 pm

· #533498
וואס אנבאלאנגט דעם רמב"ם VS זיין זוהן ר' אברהם, דער רמב"ם איז נישט באמת געוועהן קיין פילאזאף ווי מאנכע אויפגעקלערטע קוקן איהם אן וואס ס'האט איהם ממש געקרענקט די פילאזאפיע אזש ער האט נישט געקענט פארשטיין וויאזוי מענטשן קענען גלייבן אין שדים, סך הכל איז ער געוועהן אן ארטאדאקסישער רב וואס איז געוועהן אפאר טריט פאראויס פון זיינע קאלעגע רבנים און ער האט איינגעזעהן אז פאר די קיום האידישקייט פון יענעם דור דארף מען שטופן אן אגענדע פון פילאזאפיע, ווען ער וואלט געהאלטן אז פאר די קיום פון אידישקייט דארף מען שטופן א וואגן פון מיסטיקע וואלט ער געשריבן דעם מורה הנבוכים אין פעיוואר פון מיסטיקע.

משל למה הדבר דומה, ווען א היינטיגער מאדערן-ארטאדאקס רב (איך רעד פון אנערקענטע "גדולים" פון די עסטעבלישמענט וואס לפי דעתם טראגן אן אחריות אנצוהאלטן "אידישקייט", נישט פריוואטע לצים ווי הגאון רבי גדליה נאדעל און ר' נתן סליפקין) שרייבט א ספר צ.ב. אויפצואווייזן אז נישט נאר וואס אבולוציה קען שטימען מיט די תורה נאר דאס איז ממש וואס די תורה האט געמיינט, אדער ער שרייבט א ספר אויפצואווייזן פארוואס דווקא נאר לויט ביקורת המקרא דארף מען היטן דעם שולחן ערוך, פארשטייט יעדער אז ווען איינער קומט טויזענט יאר שפעטער און זאגט אז פון דעם ספר איז געדרונגען אז רב פלוני האט געהאלטן אז creationism איז כפירה האט ער ממש נישט גערעדט צום זאך. ס'נישט די אבולוציה וואס קרענקט איהם נאר די "אידישקייט" וואס קרענקט איהם, נאר גראדע האט זיך פונקט אויסגעשטעלט אז לויט'ן דעמאלטסדיגן צייטגייסט האט מען אזוי געדארפט צו שרייבן.

קאצקער » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 6:58 pm

· #533502
ברוך שפינוזה

נישט ריכטיג צי שרייבן אזוי, דו גדולי הדור בכל מקומות מושבותיהם זענען אלע געשטאנען לפי ערך דו עמך אידן, דו"ק ותשח (עד"מ ווען ר' אבא מרי האט געשתלט פאר א חרם אויפן מורה אין פראווידענס האט ער זיך אנגעשטויסן אין גרויס קענגערשאפט, די אנשי המקום האבן פשוט נישט געהאלטן בים אויסהערן, וכ"ה די גדולי המקום כידוע אפילו זיי האבן געזען בחוש די חורבן פון חכמות חיצוניות כמו שהאריך במיתוק לשונו מן"ר מימון שליט"א אין וועקער)

ברוך שפינוזה » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 2:14 am

· #533527
@קאצקער: מיט וואס פונקטליך דינגסטו זיך מיט מיר?

וואס אנבאלאנגט דאס "אנהאלטן אידישקייט" איבער וואס כ'האב פריער ארומגערעדט וואס איז נאר נוגע פאר מנהיגים (דער אבן עזרא צ.ב., זייענדיג א פריוואטער מענטש, האט לכאורה נישט געהאט דעם אישו אזוי ווייט) איז דא נאך א זייט דערצו וואס קען יא צומאל זיין אן אישו פון פריוואטע מענטשן. מ'זעהט אסאך ווי געוויסע ניקים דא אין שטיבל רעגן זיך אויף "די רבנים" וואס טוען געוויסע זאכן וואס זענען לויט זיי נישט אויסגעהאלטן, און זיי ברענגען ארויס אז די רבנים'ס זיך עקש'ן דערויף וועט נאר האבן די פארקערטע אפפעקט און דערווייטערן די יוגנט פון "אידישקייט". ד.ה. אוודאי זענען דא פון די סארט קנאות'דיגע ניקים וואס האלטן אז צ.ב. פרויען זיך גאלן די קאפ איז בעצם קיין געוואונטשענע מנהג, אדער אז אסר'ן פשוטו של מקרא און/אדער ביקורת המקרא איז אין אוו איטסעלף אן עוולה, אבער דאס מאכן דערפון א תורה שלמה און זיך שלאגן דערויף בראש כל חוצות קומט נישט פון זייער קנאות פאר היומעניזם אדער וואטעווער, ס'קומט פשוט פון זייער קנאות פאר "אידישקייט" וואס לפי דעתם זענען דיזע זאכן קאנטערפראדוקטיוו פאר "אידישקייט". און זעלבסטפארשטענדליך אז איינמאל מ'האט אוועקגעשטעלט אז צ.ב. אסר'ן פשוטו של מקרא איז הרס הדת און מ'פילעוועט דערין גענוג לאנג פאנגט מען אן אנצוקוקן די אוסרים ווי מהרסי הדת מינים און אפיקורסים, און פון דארט ביז זיי עמטליך באטיטלען אלץ אפיקורסים א.ד.ג. איז א קאצנשפרונג. אזוי קוק איך אויך אן דעם רמב"ם'ס כפירה טעאלאגיע קעגן מיסטיסיזם, אז דו אלץ א רב פרעדיגסט אמונה אין שדים און דאס איז גורם אז די אויפגעקלערטע זאלן זיך אינגאנצן אפשאקלען פון "אידישקייט" ביזטו א מהרס הדת און אלץ רעזולטאט א כופר וכו', לאז שוין אפ די שדים פאר א גוט יאר און נעם זיך צו די וויכטיגע אישוס וואס זענען יא פראדוקטיוו פאר "אידישקייט". שפעטער האבן זיך די סופיס אנגערוקט קיין מצרים און כדי צו ווערן קיהל און שטויסן אין "אידישקייט" האט מען שוין נישט געדארפט ווערן קיין פילאזאף, מ'האט פונקט אזוי געקענט ווערן א סופי און שמועסן מיט שדים... אזוי איז די גאנצע מלחמה פונעם רמב"ם קעגן מיסטיסיזם געווארן אירעלעוואנט, איז געגאנגען ר' אברהם און געקליבן וואס האט איהם געשמעקט.

שאלתיאל » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 8:21 am

· #533535
Re: אייניקל פון רמב״ם פון וועמען איר האט נאך קיינמאל נישט גע
ברוך, אינטערסאנטע טעזע וואס דו זאגסט דא. הפוך על הפוך. בעצם דער רמב"ם האט געשפילט א דאפעלטע שפיל, ער האט געשטיפט זיין פילאזאפיע וואס ער האט ספעציעל פאבריצירט פאר די משכילים און גלייכצייטיג עס באהאלטן פון די המון עם. וואס האט ער אליין געהאלטן? אדער ער האט ציניש געטריפט אויף ביידע צוזאמען..

למשל, ווען דער רמב"ם רעדט פון אמונות הכרחיות וואס מיינט ער? ער מיינט די פילאזאפישע אמיתות וואס ער באהאלט פון די המון עם אדער די אמיתות פון די המון עם וואס ער באהאלט פון די משכילים?

ברוך שפינוזה » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 2:25 pm

· #533550
Re: אייניקל פון רמב״ם פון וועמען איר האט נאך קיינמאל נישט גע
פאר א גוי וואלט עס אפשר אויסגעזעהן ווי הפוך על הפוך, מיר חרדישע אידן זענען דאך אבער אויפגעוואקסן מיט אזא צוגאנג… דאס איז נישט קיין אויסטרעף פון מנשה פילאפ, אויך נישט פונעם חתם סופר, דער רמב״ם און רס״ג זענען אויך נישט געוועהן די מחדשים דערפון.