סיפורי צדיקים
187 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11203
נײגעריגער
דער געדאנק אז פאר געװיסע מענשן װעט עס באמת זיין לטובתם צו זיין אונטערטעניג, ("נאטורליכע קנעכט" װי איר זענט מדגיש), איז לדעתי נישט אינגאנצן מופרך.
די פירכא איז אז די אלע וואס קומען אויף מיט די סארט שיטות וועט עס אלץ זיין אויף א צווייטן, ס'נאך קיינעם נישט איינגעפאלן אז ער איז דער וואס דארף זיין אונטערטעניג
איך מיין אז במציאות זענט איר אינגאנצן נישט גערעכט, ספּעציעל באַם ביישפּיל װאס כ'האב געברענגט. וביודעי ומכּירי קא אמינא.
אבער אפי' לו יהא אז ס'זאל זיין הוכחות אז ס'איז שטענדיג דעם משתלט'ס געדאנק, א זאך װאס איז זייער שװער אויפצואװייזן אין פּראקטיק, װעל איך נאכאלץ זאגן אז שיעבוד מרצון קען זיין מאראליש אויסגעהאלטן.
שטייצעך אז דאס איז אלעס נאר טעארעטיש, ובפרט אין די מערב װעלט װי יעדע סארט קנעכטשאפט איז אומלעגאל
כ'האב נישט געזאגט אז ס'נישט מאראליש אויסגעהאלטן, ביי מיר איז מאראל די גאלדען רול און פארשטייט זיך אז אויב דער באוועלטיגטער וויל דאס איז עס מאראליש, כ'האב נאר ארויסגעברענגט די לצנות פון די סארט און ענליכע שיטות. די ביישפיל וואס דו ברענגסט קומט נישט ממש אהער, אונז רעדן מיר דא פון שיטות אז "אזוי קומט עס", דו רעדסט פון מענטשן וואס האלטן נישט אז "ס'קומט אזוי" נאר זיי האבן פשוט ליעב די געפיל דערפון, ס'נישט קיין שכל זאך נאר א געפיל זאך, און אויף געפילן איז נישט שייך צו פילאזאפירן, ער האט עס ליעב און דאס איז עס.
עס איז דא א גירסא אז דער סטאָאיק פילאזאף קרייסיפּוס איז געשטארבן ווען ער האט געזעהן א חמור עסן זיינע פייגן. ער האט זיך אנגערופן צו זיין עבד אז מ׳זאל דאס גיבן וויין צו טרינקן צו העלפן אראפוואשן די פייגן, און ער׳ט אזוי געלאכט דערפון אזש ער׳ט זיך נישט געקענט כאפן דאס אטעם און איז געשטארבן. אסור לאדם שימלא שחוק פיו בעולם הזה (ברכות לא.).
Re: סיפורי צדיקים
דאס איז וואס די מתנגדים דערציילן, חסידים ווייסן איבערצוגעבן אז מ'האט געזען ער מיינט עפעס העכערס, און ער האט אהינגעצויגן ויצאה נשמות בטהרה.
מי אניעס איז דא א גירסא אז דער סטאָאיק פילאזאף קרייסיפּוס איז געשטארבן ווען ער האט געזעהן א חמור עסן זיינע פייגן. ער האט זיך אנגערופן צו זיין עבד אז מ׳זאל דאס גיבן וויין צו טרינקן צו העלפן אראפוואשן די פייגן, און ער׳ט אזוי געלאכט דערפון אזש ער׳ט זיך נישט געקענט כאפן דאס אטעם און איז געשטארבן. אסור לאדם שימלא שחוק פיו בעולם הזה (ברכות לא.).
וואס איז אזוי פאני?
קען זיין אז ער האט גערעדט אראמיש, און מען האט געזאגט חמרא לחמרא.
רביה''ק זי''ענײגעריגער
דער געדאנק אז פאר געװיסע מענשן װעט עס באמת זיין לטובתם צו זיין אונטערטעניג, ("נאטורליכע קנעכט" װי איר זענט מדגיש), איז לדעתי נישט אינגאנצן מופרך.
די פירכא איז אז די אלע וואס קומען אויף מיט די סארט שיטות וועט עס אלץ זיין אויף א צווייטן, ס'נאך קיינעם נישט איינגעפאלן אז ער איז דער וואס דארף זיין אונטערטעניג
בדרך כלל חסידים פון א רבין, זענען זיך מרצונם הטוב, מכניע פאר דעם רבין, אויף א געוויסע שליטה, [למחצה ולשליש ולרביע סיי בנוגע די רצון און סיי בנוגע די שליטה].
מ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.
אפלטון פארציילט אין זיין
פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.
מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״.
אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם.מי אנימ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.
אפלטון פארציילט אין זיין
פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.
מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען זייי צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״.
אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם.
כ'גיי יעצט סאונדן ווי
@מי אני זעלבסט, מיטן צולייגן א הוכחה פונקט ווי זיין שטייגער, און דערצו מקשר זיין די דריי מעשיות וואס ער זעלבסט ברענגט אראפ, און זיי ביידע מיט א שטיקל גמרא...
די גמרא זאגט אז ווען א מענטש האט חתונה געהאט, במערבא אמרו מצא או מוצא, מצא דכתיב מצא איש מצא טוב, מוצא דכתיב ומוצא אני מר ממות את האשה.
פרעגן אלע מפרשים, פארוואס האט מען דאס געפרעגט פון א מענטש וואס האט אקארשט חתונה געהאט? אויב פאלט ער אריין מיט א מרשעת צעוואס צולייגן זאלץ אויף די וואונדן?
נאך איז שווער, פארוואס האבן זיי עס געזאגט? "במערבא אמרו". אזא זאך איז א פראגע: "מצא או מוצא"?!
אבער לויט די דריי מעשיות פון מי אני שטימט עס זייער גוט.
סאקראטעס האט געזאגט אז מ'זאל ממה נפשך חתונה האבן, ווייל אויב ס'איז א גוטע ווייב הרי טוב, און אז נישט קען מען ווערן א פילאזאף.
עוד אמר, אז אויב מ'באוויינט דאס טויט איז מען אזויווי א פרוי, און דאס האט אים געבאדערט מער פונעם פאקט אז ער גייט זעלבסט שטארבן.
צוגעקומען צו דעם הכרה איז ער נאר, דורכדעם וואס ער זעלבסט איז געווען א פילאזאף, און דערפאר האט ער אנגעקוקט די וועלט און דאס לעבן בכלל מיט פילאזאפישע אויגן.
און טאקע וויבאלד ער האט זעלבסט געהאט א שלעכטע ווייב, ומעשה בגרף של רעי, האט עס אים נישט צופיל געבאדערט, וויבאלד ער האט באטראכט די וועלט פילאזאפישערהייט, און דערפאר האט זיך אפילו געלוינט חתונה צו האבן מיט איר, און ווי זיין אייגענעם הגדרה אבער חתונה האבן.
אצינד שטימט זייער גוט, אז במערבא "אמרו" מצא או מוצא, זיי האבן נישט געפרעגט נאר געזאגט, אז אפגעזען וואספארא ווייב ער האט לוינט זיך אים די חתונה, ווייל אויב האט ער א גוטע ווייב, איז דאך "מצא איש מצא טוב", און אויב האט ער א שלעכטע ווייב, דעמאלט איז דאך מוצא אני מר ממות את האשה, און דאס טויט אליינס איז דאך נישט אזוי שרעקליך ווי דאס באוויינען די טויט, וויבאלד נאכן זיין א פילאזאף קימערט מען זיך נישט קיין סאך מיט דעם, און אויב אזוי - גיי ווער א פילאזאף וועט דיר נישט שטערן די פאקט אז דו ביסט אריינגעפאלן מיט א "מוצא".
ודפח"ח.
מי אנימ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״.
אוי איז דאס א גוטס, און ס'לאו דוקא אמת לגבי פילאזאפיע, ס'איז ביי יעדע זאך אזוי, איך האב מקובל אז מייסטנס פון די מענטשן וואס זוכן סיפוק אין זייטיגע שטותים קומט עס ווייל זיי באקומען נישט די אטענשאן אין שטוב, דוק ותשכח.
ארי נוהםמי אנימ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.
אפלטון פארציילט אין זיין
פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.
מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען זייי צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״.
אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם.
כ'גיי יעצט סאונדן ווי
@מי אני זעלבסט, מיטן צולייגן א הוכחה פונקט ווי זיין שטייגער, און דערצו מקשר זיין די דריי מעשיות וואס ער זעלבסט ברענגט אראפ, און זיי ביידע מיט א שטיקל גמרא...
די גמרא זאגט אז ווען א מענטש האט חתונה געהאט, במערבא אמרו מצא או מוצא, מצא דכתיב מצא איש מצא טוב, מוצא דכתיב ומוצא אני מר ממות את האשה.
פרעגן אלע מפרשים, פארוואס האט מען דאס געפרעגט פון א מענטש וואס האט אקארשט חתונה געהאט? אויב פאלט ער אריין מיט א מרשעת צעוואס צולייגן זאלץ אויף די וואונדן?
נאך איז שווער, פארוואס האבן זיי עס געזאגט? "במערבא אמרו". אזא זאך איז א פראגע: "מצא או מוצא"?!
אבער לויט די דריי מעשיות פון מי אני שטימט עס זייער גוט.
סאקראטעס האט געזאגט אז מ'זאל ממה נפשך חתונה האבן, ווייל אויב ס'איז א גוטע ווייב הרי טוב, און אז נישט קען מען ווערן א פילאזאף.
עוד אמר, אז אויב מ'באוויינט דאס טויט איז מען אזויווי א פרוי, און דאס האט אים געבאדערט מער פונעם פאקט אז ער גייט זעלבסט שטארבן.
צוגעקומען צו דעם הכרה איז ער נאר, דורכדעם וואס ער זעלבסט איז געווען א פילאזאף, און דערפאר האט ער אנגעקוקט די וועלט און דאס לעבן בכלל מיט פילאזאפישע אויגן.
און טאקע וויבאלד ער האט זעלבסט געהאט א שלעכטע ווייב, ומעשה בגרף של רעי, האט עס אים נישט צופיל געבאדערט, וויבאלד ער האט באטראכט די וועלט פילאזאפישערהייט, און דערפאר האט זיך אפילו געלוינט חתונה צו האבן מיט איר, און ווי זיין אייגענעם הגדרה אבער חתונה האבן.
אצינד שטימט זייער גוט, אז במערבא "אמרו" מצא או מוצא, זיי האבן נישט געפרעגט נאר געזאגט, אז אפגעזען וואספארא ווייב ער האט לוינט זיך אים די חתונה, ווייל אויב האט ער א גוטע ווייב, איז דאך "מצא איש מצא טוב", און אויב האט ער א שלעכטע ווייב, דעמאלט איז דאך מוצא אני מר ממות את האשה, און דאס טויט אליינס איז דאך נישט אזוי שרעקליך ווי דאס באוויינען די טויט, וויבאלד נאכן זיין א פילאזאף קימערט מען זיך נישט קיין סאך מיט דעם, און אויב אזוי - גיי ווער א פילאזאף וועט דיר נישט שטערן די פאקט אז דו ביסט אריינגעפאלן מיט א "מוצא".
ודפח"ח.
ובפשטות לויט דער מעשה אז ער האט נישט געוואלט רעדן מיט זיין ווייב פאר זיין טויט, איז אויך אלץ דער פסוק ומוצא אני מר ממות את האשה, צו וואס זאל ער רעדן מיט איר און האבן טאפעלטע עגמת נפש.
Re: סיפורי צדיקים
ולפי״ז ווי מ׳האט דאס אלעס אריינגעטייטשט אין דעם מצא או מוצא קען מען אפשר זאגן אז די חילוק צווישן ״מצא״ און ״מ
וצא״ איז אינעם אות ו׳. והנה עס ווערט גע׳פסק׳נט (או״ח סימן שח סעיף לו) אז לגבי מוקצה בשבת והוצאת הגרף של רעי אין עושין גרף של רעי לכתחלה שיבא לידי כך ע״ש. ולפי״ז קען מען זאגן אז דאס איז די רמז אין דעם וואס מ׳לייגט צו ביים שלעכטן ווייב דעם ו׳ לרמז ולהוציא מענין שבת, יום הז׳, אז מ׳קען
יא חתונה האבן אזוי מענין גרף של רעי אויף אים (ח״ו) לכתחלה.
מיט דעם קען מען סתם אזוי אביסל טייטשן (ישעיה נא יד) מהר צעה להפתח ולא ימות לשחת ולא יחסר לחמו. והיינו, ווייל אפילו מ׳גיסט אן מיט צואה דאך ״ולא יחסר לחמו״ זאל ער זעהן חתונה צו האבן אשר אשתו של אדם נקרא ״לחמו״ (רש״י בראשית לט
ו). אין דאס איז די ״ולא ימות לשחת״ וואס ביי ״מוצא״ איז עס מר ממות ח״ו.
און אז מ'איז שוין מקשר די אות ו' מיט די ששת ימי המעשה, איז ווי אונז הא'מיר
דא אראפגעברענגט אז פילון האט געהאט געזאגט אז די 6 ימי המעשה זענען מרמז צו דעם אז 6 איז א
פערפעקט נומער, ווייל אירע דיווייזארס 1,2,3 זענען עולה צו 6. אונז זעה'מיר אין שבת קד. אז מ'טייטשט א',ב',ג' [1,2,3] אלף בינה גמול ע"ש. ולענינינו אז ו' שהיא 6 איז מרמז להחילוק בין אשה טוב לרעה, ובפרט בענין ששת ימי המעשה וואס דארט איז עס אלס רמז צו די דיווייזארס פון א',ב',ג', וואס דאס איז די רמז אז אדער איז זי א "גומל טוב" און אז נישט 'עט זיין "אלף בינה" בענין חכמה ופילאזאפיע.
ואפשר להוסיף נופח, אױב דער אות ו' איז א שלעכטער ווייב, איז דער ז' דער גוטער ווייב, און אויף דעם שטייט "ושבת וכסית את צאתך" אז טאמער האסטו א שבת, א ז', א גוטער ווייב, דעמאלס קענסטו צודעקן די צואה, דארפסט נישט א גרף של רעי, קענסט הנאה האבן פין דיין ווייב.
ועוד יש לומר אויף דער פסוק, פריער ווערט געברענגט דער ענין פין חמת מלא צואה, אז טאמער מען האט א תאווה זאל מען זיך ממשיל זיין ווי א פרוי איז א קריגעל צואה.
ושבת, אױב האסטו א גוטע ווייב, און וועסטו האבן שלום בית, זאגען דאך די ברעסלבער אז מען זינדיגט נישט, וכסית את צאתך, וועסטו נישט דארפען ניצען דער טריק פין חמת מלא צואה.
ועי"ל, ושבת, אױב מען איז מקיים עונת שבת אגאנצע וואך, וכסית את צאתך, כלעיל, דארף מען נישט ניצען דער טריק פין חמת מלא צואה.
זייער באלערענדע אשכול.
ווען דער גרויסער מאטאמאטיקער Leonhard Euler האט פארלוירן די ראיה, האט ער רעאגירט מיט א זעלטענע גבורת הנפש און פשטות,
"Now I will have fewer distractions"
און איז ווייטער אנגעגאנגן מיט די עבודת הקודש.
בשעת מיתתו אמרו עליו, אז ער האט אויפגעהערט צו אטעמען און רעכענען אין די זעלבע סעקונדע.
ממרום שלח אשזייער באלערענדע אשכול.
ווען דער גרויסער מאטאמאטיקער Leonhard Euler האט פארלוירן די ראיה, האט ער רעאגירט מיט א זעלטענע גבורת הנפש און פשטות,
"Now I will have fewer distractions"
און איז ווייטער אנגעגאנגן מיט די עבודת הקודש.
בשעת מיתתו אמרו עליו, אז ער האט אויפגעהערט צו אטעמען און רעכענען אין די זעלבע סעקונדע.
נייס טו סי יו.
א מאן האט געהאט געזאגט צום שרייבערין קריסטיִן דע פּיִזאן אז ״ס׳פאסט נישט פאר א פרוי צו זיין קליג וויבאלד דאס איז אזוי זעלטן״. האט זי צוריק געענטפערט אז ״ס׳פאסט נאך ווייניגער פאר א מאן צו זיין א נאַר וויבאלד דאס איז אזוי אפט.״
דאס גיבט אפשר א שטיקל קנייטש צום אמאלגאם פון (אבות א ה) אל ״תרבה״ שיחה עם האשה, און (משלי יז כח) גם אויל מחריש חכם יחשב. והיינו, אז מ׳זאל זיך נישט האלטן גרויס און רעדן מיט אן אשה חכמה איבער׳ן ״ריבוי״ אדער מיעוט פון חכמים אינעם מין. ווייל אין אזא פאל נאכ׳ן קאָם-אָפּענס זעהט מען שוין אויס בעסער מיט׳ן האבן געשוואוגן...
Re: סיפורי צדיקים
אין אן אנדערע
אשכול האט @הוגה געשריבן
הוגה
ביי די פרשה פון 'מי יהודי' האט בן גוריון געשוקט צו די גרעסטע אידישע דענקער איבער די וועלט אז זיי זאלן אים שרייבן וואס ביי זיי די ענטפער צו די מי יהודי שאלה איז. איינער פון די וואס ער האט געפרעגט איז געווען הרב שטיינזאלץ. ביי א געוויסע געלעגנהייט ווען הרב שטיינזאלץ איז געווען אין נו יארק האט דער רבי אים געפרעגט וואס ער האט געענטפערט פאר בן גוריון. האט ער געזאגט, "איך האב געענטפערט אז איך בין א חסיד פונעם רבי און די רבי האלט כך וכך". האט אים דער רבי ווייטער געפרעגט, "און וואס האלט איר זעלבסט?" האט ער געענטפערט אז עס איז נישט נוגע וואס ער האלט ווייל ער האט א רבי און ער איז מבטל זיין דעת פארן רבי. אבער דער רבי האט אים ווייטער געדרוקט אז ער זאל אים זאגן וואס ער וואלט געענטפערט ווען ער האט ווען נישט א רבי. האט ער מסביר געווען פארן רבי זיין אייגענע שיטה וואס איז געווען אנדערש פונעם רבינ'ס אבער ער האט באלד צוגעענדיגט אז יעצט אז ער ווייסט אז די רבי האלט אנדערש מוז זיין אז ער איז נישט גערעכט. האט אים דער רבי געזאגט מיט א שמייכל, "אן עכטע חסיד פארמאגט ניטאמאל אן אייגענע דעה".
זייער ענליך האט 'עמי קאני בערעט' אלץ געענטפערט יעצט ביי די סענאט פארהערונגען איבער איר דעה אויף געוויסע באקאנטע סופרים קאורט פסקים, "יעצט אז עס איז שוין גע'פסק'נט געווארן (דורך אזעלכע גדולים ווי די פריערדיגע ריכטערן), מאכט מיין דעה בכלל נישט אויס און איך בין אונטערגעבויגן צו זייערע פסקים".
מ׳פלעגט אפט קנס׳ענען גאלילעיאו גאלילעי פאר׳ן נישט גיין מיט די גאַוּן קלייד וואס די לעהרערס פלעגן דארפן טראגן אין די יוניווערזיטעטן. האט ער געשריבן א גאנצע פיוט אלס א סאטייר אז דאס שטערט פון משתין זיין און פון צו גיין אין בתי זונה. ווי אויך האט ער זיך דארט בכלליות געשטעלט כאילו ער טענה׳ט קעגן דעם גאנצן געדאנק פון דעם אז מ׳דארף גיין באקליידעט בכלל און אז מ׳וואלט מער געקענט דערקענען דאס עצם חשיבות פון א מענטש ווען מענטשן וואלטן ווען געגאנגען נאקעט; קעגן דעם געדאנק פון מאני מכבדותא. (ועיין במו״נ ח״ג פ״ח.)
דער אינדיאנער הינדוּ פילאזאף אַדיִ שׁאַנקאַראַ(טשאַריאַ) איז געווען פון די מייסדים פונעם
אַדוואַינטאַ וועדאַנטאַ חדר. דאס האט אנגענומען אן
אנטי-ריעליסט פאזיציע אז דאס גאנצע רעאליטעט איז אן אילוזיע און נאר
בּראַחמאַן, וואס איז דער אונטערליגענדער מקור פאר אלס איז ״עכט״; אלעס אנדערש, ובנוסף
דעם זעלבסט [אַטמאַן], זענען אילוזיעס וכעין מאַניפעסטעישאנס דערפון.
איינמאל האט ער געטראפן א מענטש אויף די גאס וואס איז געווען פון א נידעריגערע קלאס/
קעסט און דעריבער האט ער אים נישט געוואלט צורירן אלס׳ן זיין זיין ״טמא״. האט אים דער מענטש געפרעגט אז לשיטתו איז דאך דאס, די חילוק אין קלאס וכו׳ צווישן זיי צוויי, נאר אן אילוזיע.
דער אינדיאנער ..."משיח".../פילאזאף גאנדהי איז דאך אויך געווען א סעקסועלער פערווערט און וויסטער אנטיסעמיט. ער איז אייביג געגאנגען לויז באקליידעט און האלב נאקעט...!
מ׳פארציילט אויפ׳ן פילאזאף סעקונדוס דער שטילער אן ענליכע מעשה צו דאס וואס להבדיל רש״י זאגט אויף מעשה דברוריא בע״ז חי: דהיינו, אז ער׳ז אוועקגעגאנגען לערנען און ווען ער׳ז צוריקגעקומען בחתימת זקן האט מען אים נישט דערקענט. ער האט געוואלט אויספּרואוון דאס צו נשים דעתן קלות עליהן איז וויבאלד מ׳האט אים נישט דערקענט איז ער געגאנגען מפתה זיין זיין מאמע. זי איז איבערגערעדט געווארן פון אים און ווען ער האט איר אויסגעזאגט ווער ער איז האט זי זיך מחמת רוב בושה געהאנגען.
סעקונדוס האט באשולדיגט זיין רעדן אין די טראגעדיע און זייט דעמאלטס האט ער אונטערגענומען אויף זיך א שבועה של תענית דיבור נישט צו רעדן. הערענדיג פון דעם פילאזאף האט אים אדריאנוס קיסר גערופן צו זיך און אים געסטראשעט אז ער גייט אים הרג׳ענען טאמער ער ענטפערט אים נישט, אבער ער האט פארט נישט געבראכן זיין שבועה. ער איז נאר גרייט געווען צו שרייבן ענטפערס. זעהענדיג דאס האט אדריאנוס נאכגעלאזט.
מי אנימ׳פלעגט אפט קנס׳ענען גאלילעיאו גאלילעי פאר׳ן נישט גיין מיט די גאַוּן קלייד וואס די לעהרערס פלעגן דארפן טראגן אין די יוניווערזיטעטן. האט ער געשריבן א גאנצע פיוט אלס א סאטייר אז דאס שטערט פון משתין זיין און פון צו גיין אין בתי זונה. ווי אויך האט ער זיך דארט בכלליות געשטעלט כאילו ער טענה׳ט קעגן דעם גאנצן געדאנק פון דעם אז מ׳דארף גיין באקליידעט בכלל און אז מ׳וואלט מער געקענט דערקענען דאס עצם חשיבות פון א מענטש ווען מענטשן וואלטן ווען געגאנגען נאקעט; קעגן דעם געדאנק פון מאני מכבדותא. (ועיין במו״נ ח״ג פ״ח.)
ווי אדם הראשון פאר די חטא.
נו, ווי באקאנט האט דאך גאלילעיאו זיך אנגענומען פאר קאפּערניקוס און זיין
היִליִאוסענטריק מאדעל. עפי״ז האט מען דאך א נאמען געגיבן דעם געדאנק אז דער מין האדם בעולמינו
איז נישט עפעס א ספעציעלער אבזערווער פונעם יוּניווערס, די
קאפּערניקען פרינציפ. איז לעומת זה האט ער יא מרמז געווען צו אדה״ר פאר׳ן חטא, צו מעלת שלימות האדם, למתק זה...
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9853">viewtopic.php?f=47&t=9853</a><!-- l -->
***
ווען דער עטיאפּיען פילאזאף זעראַ יאַקוּבּ איז געווען אמאל צוגאסט ביי איינעם האט ער אים געפרעגט איבער א מיידל דארט וועמען ער האט געוואלט הייראטן. זי איז געווען דאס דינסט פונעם גאסטגעבער און ער האט אים געזאגט אז ער גיבט איר אווער פאר אים און זי איז יעצט דיין דינסט. האט ער געזאגט אז א א מאן און ווייב זענען שוה און ס׳פעהלט אויס ונשאלה את פיה און אזוי האט ער טאקע געטוהן.
ס׳דא א קאנטראווערסיע צו ער האט בכלל עקזיסטירט און צו זיינע ווערק זענען זיופים פון א שפעטערדיגן; דער וואס האט זיי געפונען. אפאר פון די טענות אויף זייער ווארהייט איז אביסל ענליך צום דעבאטע איבער׳ן זוהר.***
דר. רודיגער סאפראנסקי דערציילט אין זיין
בוך אז דער דייטשער פייטן און פילאזאף פרידריך שילער פלעגט האלטן פארפוילטע עפלעך אין זיין דעסק, טענה'נדיג אז זייער ריח העלפט אים שרייבן. פון די איינציגסטע וועמען די ריח האט נישט געשטערט איז געווען זיין חבר דער באקאנטער שרייבער יאהאן גאטה.
📎 8B3BB437-DFC7-47D6-ABAD-47258E5FE814.png
זשאן בּורידען
דער איטאליענער הומעניסט רענאסאנס פילאזאף מארסיליאו פיטשינו האט דאס געהאלטן פאר א רמז אז אפלטון איז געשטארבן אויף זיין געבורטסטאג (וכעין, להבדיל, משרע״ה בקידושין לח.) און געווען 81 וואס איז א סקווער נומער [9²] (אונז טרעפן מיר גראדע אויך ביי משרע״ה, בנדרים לב., אז ״אף״ [81] פון אף וחימה, איז יא איבערגעבליבן...)
***
📎 DB68B96F-8E69-4204-A22E-A8E931E900FF.jpeg
***
היפּארטשיע פון מאראנעיא די סיניק האט אמאל געשטעלט אזא סארט סאפיסטישע טענה צו טעאדארוס דער כופר. זי האט אים געזאגט אז ״עפעס וואס טעאדארוס מעג טוהן מעג זי אויך טוהן. טעאדארוס מעג זיך אליין שלאגן וממילא מעג זי אים אויך שלאגן״. טעאדארוס האט גארנישט געענטפערט נאר ארויפגעשלעפט איר קלייד: אז זי מעג מעג ער אויך.
זי האט זיך נישט באליידיגט.
*
היפּארטשיע האט געהאט אויפגעגיבן אויף עשירות צו חתונה האבן מיט קרעיטיס און לעבן א סיניק פילאזאפישן אייניגע לעבן מיט אים אויפ׳ן גאס. זי האט אנגעהאט מענערישע סארט בגדים און אפילו געטוהן חיי אישית ברבים מיט איר מאן.
איר מאן קרעיטיס ווען ער האט זיך צום ערשט געהאט געטראפן מיט אירע עלטערן, האבן זיי אים געבעהטן איר אפצורעדן פון חתונה האבן מיט אים, וואס זי האט געזאגט אז טאמער טוהט זי דאס נישט וועט זי באגיין זעלבסטמארד. ער האט זיך אויסגעטוהן נאקעט און געזאגט, ״דאס בין איך און דאס איז מיין פארמעגן.״ [אלס׳ן געדאנק פון זיין רייכטום קעגן זייערס.]
*
טעאדארוס האט איר געהאט געפרעגט פארוואס זי האט אויפגעגיבן דעם פלך פון פרויען. זי האט אים טאקע געענטפערט אז פילאזאפיע וחכמה איז וויכטיגער. ועיין, להבדיל, ביומא סו:
📎 Descartes.jpg
***
דער מאטעמאטיקער יעקב בּראנאווסקי האט פארציילט אז ער׳ט זיך אמאל גע׳טענה׳ט מיט דזשאן וואן-ניומאן. אינמיטן די נאכט האט ער איינגעזעהן אז וואן-ניומאן איז גערעכט. האט ער אים גערופן אינדערפרי אים דאס צו זאגן. האט אים וואן-ניומאן געזאגט, ״האסט מיר אויפגעוועקט מיר צו זאגן אז איך בין גערעכט? ביטע ווארט ביז איך בין נישט גערעכט.״
בּערטראנד ראססעל האט געהאט געזאגט אויף וואן-ניומאן אז ער האט שוין א תירוץ צו זיינס א קשיא פאר ראססעל פארשטייט אפילו די קשיא.
דער מאטעמאטיקער דזשארדזש פּאָליאַ האט פארציילט אז ער האט אמאל געגיבן א שיעור ביי וועלכעס דזשאן וואן ניומאן האט זיך באטייליגט זייענדיג א סטודענט. אינמיטן שיעור איז ער געקומען צו א געוויסן (כעין) טעארעם און דערמאנט אז דאס איז שווער און נאך נישט אויפגעוואוזן. 5 מינוט שפעטער האט דזשאן אויפגעהויבן זיין האנט, געגאנגען צום בּאָרד און אפגעשריבן א פּרוּף דערויף. זייט דעמאלטס, האט פּאָליאַ געזאגט, האט ער מורא באקומען פון דעם דזשאן.
***
איינמאל האט דער קאמפיוטער סייענטיסט דר. גונטער האָטץ זיך אויסגעדרוקט אויף עפעס א פראבלעם אז דער וואס אנטשיידט דאס קומט זיך אים/איר א PhD. א שטיק צייט שפעטער איז צוגעקומען צו אים וואלפגאנג פּאָל און אים געוואוזן אז ער האט אנטשיידט א חלק [לעממאַ] דערין. ער האט אים נאכדעם געפרעגט צו ער געדענקט וואס ער האט געזאגט בנוגע דעם פראבלעם און א דאקטאראט. ווען ער האט אים געזאגט אז יא, האט ער אים געוואוזן א טעזע פון 38 זייטן וואו ער אנטשיידט דאס. ער האט טאקע באקומען דעם דאקטאראט.
ער איז געווען 22 יאר אלט דעמאלטס. ווען איינער האט געפרעגט האָטץ איבער פּאָל האט ער געענטפערט אז ער איז די בעסטע אין זיין יארגאנג גרופע. פּאָל איז געווען דער איינציגסטער אין זיין יארגאנג גרופע אזוי אינג...
דער מאטעמאטיקער און פילאזאף דר. אלפרעד נאָרט ווייטהעד איז אמאל אריינגעקומען פרי אין קלאס צו געבן זיין שיעור. קיינער איז נאך נישט דארט געווען און ער האט זיך גענומען ארבעטן אויפ׳ן בּאָרד אויף א מאטעמאטישע פראבלעם וואס ער האט געהאט. צוביסלעך זענען די תלמידים אנגעקומען, אבער ער איז געווען אינגאנצן אריינגעטוהן אינעם ארבעט/פראבלעם און זיי נישט באמערקט. אזוי האט ער געארבעט דערויף די גאנצע צייט און די תלמידים האבן אים נישט געשטערט. עס איז אזוי דורכגעגאנגען די גאנצע זמן און די תלמידים זענען ארויס בשעת ווייטהעד איז נאך אלס פארטוהן. צום סוף האט זיך ווייטהעד אויסגעדרייט און זעהענדיג אז קיינער איז נישט דארט און די זמן איז שוין דורך איז ער אהיים געגאנגן. ער האט אינדערהיים פארציילט פאר זיין ווייב אז עס איז אינטרעסאנט אבער קיין איין סטודענט איז נישט געקומען צום שיעור היינט...
***
דער מאטעמאטיקער דר. ראבערט ליִ מור איז אמאל אריינגעקומען אין קלאס און די תלמידים זענען געווען צולאזט. ער האט ארויסגענומען א רעוואלווער, דאס געלייגט אויפ'ן טיש, און פארגעלערענט כאילו לא היה. די תלמידים האבן זיך איינגעשטילט.
ער איז גראדע געווען א ראסיסט.
***
דער מאטעמאטיקער דר. דזשארדזש דאנציג אבל סטודענט איז אמאל אנגעקומען שפעט אין קלאס ווען קיינער איז שוין נישט דארט געווען. ער האט געזעהן געשריבן צוויי סטאטיסטישע/מאטעמאטישע פראבלעמען אויפ׳ן בּאָרד. קלערענדיג אז זיי זענען געגעבן געווארן פאר היימארבעט האט ער זיי אפגעשריבן און דאס צוריקגעברענגט דעם נעקסטן טאג. זיין פּראפעסאר האט אים דערנאך געזאגט אז דאס זענען געוועזן צוויי אפענע שווערע פראבלעמען אין מאטעמאטיקס וואס מ׳האט נאך נישט געהאט אנטשיידט און ער האט דאס באוואוזן.
מי אני
דער מאטעמאטיקער דר. ראבערט ליִ מור איז אמאל אריינגעקומען אין קלאס און די תלמידים זענען געווען צולאזט. ער האט ארויסגענומען א רעוואלווער, דאס געלייגט אויפ'ן טיש, און פארגעלערענט כאילו לא היה. די תלמידים האבן זיך איינגעשטילט.
כל מי שאינו עוסק בתורה ידקר בחרב זו?
זייענדיג א ראסיסט האט ער געוואלט אז זיין דור זאל קענען מאכן חילוקים בין וואס איז ״טמא לטהור״ אין זיינע אויגן... 😉
***
ווען דער מאטעמאטיקער קורט גאדעל האט עמיגרירט קיין אמעריקע איז אויף כדי צו ווערן א בירגער האט ער געמוזט האבן איינער וואס נעמט זיך אן פאר זיין כאראקטער און דורכגיין אן אינטערוויו. איינשטיין איז געווען דער וואס האט זיך אנגענומען פאר אים און איז אראפ מיט אים צום אינטערוויו. ביים אינטערוויו האט דער אפיציר געזאגט ווי געוואלדיג עס איז אז אמעריקע איז נישט און קען נישט ווערן א דיקטעיטארשיפּ. האט זיך גאדעל אנגערופן אז עפ״י א געוויסע לוּפּהאָל אין די קאנסטיטושאן איז עס יא מעגליך. איינשטיין האט שנעל אוועקגעדרייט דעם שמועס...
Re: סיפורי צדיקים
@מי אני די אלע מעשהלעך זענען טאַקע אמתע מעשיות, אָדער בלויז אזוי ווי אונזערע היימישע מעשיות וואס מען דארף גלייבן אז עס קען זיין אמת?
מ׳דארף אזוי שטארק גלייבן אז ס׳וואלט געקענט זיין אמת אז די חקירה צו ס׳איז טאקע היסטאריש געשעהן זאל זיין איררעלעוואנט.
אונטער חכם@מי אני די אלע מעשהלעך זענען טאַקע אמתע מעשיות, אָדער בלויז אזוי ווי אונזערע היימישע מעשיות וואס מען דארף גלייבן אז עס קען זיין אמת?
א חלק פון די מעשיות בנוגע מאטעמאטיקערס זענען טאקע עפּאקריפאל/אורבאן לעגענדעס; למשל, גאדעל אדער איינשטיין האבן (ווי ווייט מ׳ווייסט) למעשה נישט פארציילט וואס איז פארגעגאנגען ביים אינטערוויו.
די מעשיות איבער די גריכישע פילאזאפן קומען בעיקר פונעם בוך ״דאס לעבן און מיינונגען פון חשובע פילאזאפן״ פון דייאדזשיניס לייערטיאוס.
דאס אלעס דערמאנט פונעם אנעקדאט (אהעם... ״מעשה״...) פון הרב שטיינמאן זצ״ל צוגעברענגט אין וועקער 12
📎 F763EBDF-59B4-47DB-AD32-2BF0009954C6.jpegRe: סיפורי צדיקים
די מעשה מיט איינשטיין און גאדעל גייט רואיג אריין אין כלל פון מעשיות וואס איך גלייב אז עס קען זיין אמת, מיין קטני אמונה איז מער אויף אזעלכע מעשיות ווי דעם [emoji3596]
מי אני
דער מאטעמאטיקער דר. דזשארדזש דאנציג אבל סטודענט איז אמאל אנגעקומען שפעט אין קלאס ווען קיינער איז שוין נישט דארט געווען. ער האט געזעהן געשריבן צוויי סטאטיסטישע/מאטעמאטישע פראבלעמען אויפ׳ן בּאָרד. קלערענדיג אז זיי זענען געגעבן געווארן פאר היימארבעט האט ער זיי אפגעשריבן און דאס צוריקגעברענגט דעם נעקסטן טאג. זיין פּראפעסאר האט אים דערנאך געזאגט אז דאס זענען געוועזן צוויי אפענע שווערע פראבלעמען אין מאטעמאטיקס וואס מ׳האט נאך נישט געהאט אנטשיידט און ער האט דאס באוואוזן.
דאס איז גראדע אן
אמת׳ע מעשה.
דער איטאליענישע רענעסאנס מאטעמאטיקער דזשעראָלאַמאָ קארדאנוֺ האט פאראויסגעזאגט זיין יום המיתה עפ״י אסטראלאגיע. זעהענדיג אז די טאג איז אנגעקומען און ער איז געזונט און שטארק האט ער געטרינקען סם און אזוי געשטארבן.
ער איז געבוירן טראץ דעם וואס זיין מאמע האט געטרינקען סמים כדי אים מפיל צו זיין.
*
דער איטאליענישע רענעסאנס מאטעמאטיקער ניקאלוֺ פאָנטאַנוֺ טארטאגליא האט אמאל אנטשיידט א מאטעמאטישן פראבלעם. קארדאנוֺ האט אים געבעהטן אז ער זאל אים דאס לאזן דרוקן אין זיין בוך אבער ער האט נישט געלאזט, ווייל ער האט געווארט דאס צו דרוקן אין זיין אייגענעם בוך. נאך דעם וואס קארדאנוֺ האט אים געגעבן אסאך מתנות האט פאָנטאַנוֺ מסכים געווען על תנאי אז קארדאנוֺ ווארט צו ביז פאָנטאַנוֺ דרוקט עס ערשט. קארדאנוֺ האט מסכים געווען און געשוואוירן דערויף.
קארדאנוֺ האט אבער נאכדעם געהערט אז דער מאטעמאטיקער סיפּיִאָנע דעל פערוֺ האט דאס אויך אנטשיידט און פאר זיין שטארבן האט ער דאס איבערגעגעבן לתלמידו אַנטאָניאוֺ פיִאָר. נאכ׳ן ווערן איבערגערעדט האט דאס פיִאָר אויסגעזאגט פאר קארדאנוֺ. קארדאנוֺ האט דערנאך עס געדרוקט און גע׳טענה׳ט אז וויבאלד א צווייטער האט דאס שוין אנטשיידט איז ער באפרייט משבועתו.
דאס דערמאנט אביסל פון סעיר׳ס געזעץ.*
דער ניקאלוֺ פאָנטאַנוֺ טארטאגליא ווען ער איז געווען א קינד האט אים א פראנצויזישער סאלדאט, בשעת׳ן קריג פון די ליִג פון קאמבּראי, געשניטן אדורך זיין מויל און אים געלאזט פאר טויט. ער האט זיך ערהוילט אבער וועגן דעם געבליבן א כבד פה. דעריבער האט מען אים גערופן ״טארטאגליא״ וואס מיינט ״שטאלפערער״ אין איטאליעניש. ער האי זיך אלס געלאזט וואקסן א בארד צו באהאלטן זיין וואונד.
זיין מאמע נאכ׳ן טויט פון זיין טאטע איז געווען אזוי אָרים אז זי האט נישט געהאט קיין געלט צו צאלן פאר א לערער זאל אים אויסלערנען דאס גאנצע אלפאבּעט אלס קינד. האט ער זיך דאס איבעריגע אליין אויסגעלערענט.
***
עפ״י פיזיקס ווען איינער פארט, למשל, 60 מפ״ש טוהט די חלק פונעם רעדל וואס רירט אן די ערד האבן א [פאראויס] וועלאסיטי פון 0. דאס איז וויבאלד די
נוֺי-סליפּ קאנדישאן (וואס בעצם איז נאר ביי ״פלוּאידס״ אבער האלט ביי ראָבּער/גומי פון רעדלעך זייענדיג אן
עמאָרפאָס סאליד אן קיין שטארקע קריסטאליין סטרוקטור) זאגט אז די חלק וואס רירט אן די גבול, אין אונזער פאל די ערד, האבן די זעלבע וועלאסיטי, און אונז ווייסן אז די ערד האט א וועלאסיטי פון 0. עפי״ז קומט אויס אז די עקסעל פונעם רעדל, וואס האט א וועלאסיטי פון 60 מפ״ש, האט אן עוורידזש פון די 2 פונקטן אויפ׳ן רעדל וואס זענען זו לעומת זו וואס די עקסעל איז אינדערמיט פון זיי צוויי. וממילא אויב האט די אונטערשטע פונקט א וועלאסיטי פון 0 מפ״ש האט די אויבערשטע, וואס איז דירעקט לעומתה, א וועלאסיטי פון 120 מפ״ש, וואס די עוורידזש פון זיי ביידע צוזאמען איז 60 מפ״ש. דער מאטעמאטיקער און פיזיקער דר. דניאל קלייטמאן האט זיך אמאל פרובירט ארויסצודרייען פון א טיקעט מיט׳ן זאגן אז די רעידאַר פונעם פאליציי האט אויפגעכאפט די חלק פונעם רעדל וואס איז געגאנגען צי שנעל. ס׳האט נישט געארבעט.
דער דר. קלייטמאן איז א חלק אין א גרופע פון מאטעמאטיקערס וואס געבן ארויס פאפירן אפטמאל צוזאמען אונטער א פיקטיוון נאמען פון ״ג. וו. פּעק״, וכעין
ניקאלאס בּורבּאקי.
(ס׳דא אנדערע אזעלכע גרופעס אונטער איין פיקטיווע נאמען, כעין ״ארטור בּעס״, ״דזשאן רעינוואָטער״ [וואס האט זיך אנגעהויבן אלס א שפיצל פון סטודענטן], און ״בּלענק דעקארט״.)פארוואס האט זיך דער אסטראנאמער זיך גענומען דאס לעבן? ס'האט אים געבאדערט אז ער גייט געפראווד ווערן ראונג? אדער ער איז געווען אזוי זיכער מיט זיך אז ער איז גערעכט אז ער האט געוואוסט אז ער גייט סייווי שטארבן ביי דע ענד אוף זע דעי?
די אמת איז אז יעדער קען זיך מאכן א חשבון ווען מ'גייט שטארבן, און טאמער מ'זעהט אז ס'ארבעט זיך נישט אויס קען מען זיך נעמען דאס לעבן, און נאך בלייבן גערעכט אויך.
מי אנידער איטאליענער הומעניסט רענאסאנס פילאזאף מארסיליאו פיטשינו האט דאס געהאלטן פאר א רמז אז אפלטון איז געשטארבן אויף זיין געבורטסטאג (וכעין, להבדיל, משרע״ה בקידושין לח.) און געווען 81 וואס איז א סקווער נומער [9²] (אונז טרעפן מיר גראדע אויך ביי משרע״ה, בנדרים לב., אז ״אף״ [81] פון אף וחימה, איז יא איבערגעבליבן...)
***
📎 DB68B96F-8E69-4204-A22E-A8E931E900FF.jpeg
***
היפּארטשיע פון מאראנעיא די סיניק האט אמאל געשטעלט אזא סארט סאפיסטישע טענה צו טעאדארוס דער כופר. זי האט אים געזאגט אז ״עפעס וואס טעאדארוס מעג טוהן מעג זי אויך טוהן. טעאדארוס מעג זיך אליין שלאגן וממילא מעג זי אים אויך שלאגן״. טעאדארוס האט גארנישט געענטפערט נאר ארויפגעשלעפט איר קלייד: אז זי מעג מעג ער אויך.
זי האט זיך נישט באליידיגט.
*
היפּארטשיע האט געהאט אויפגעגיבן אויף עשירות צו חתונה האבן מיט קרעיטיס און לעבן א סיניק פילאזאפישן אייניגע לעבן מיט אים אויפ׳ן גאס. זי האט אנגעהאט מענערישע סארט בגדים און אפילו געטוהן חיי אישית ברבים מיט איר מאן.
איר מאן קרעיטיס ווען ער האט זיך צום ערשט געהאט געטראפן מיט אירע עלטערן, האבן זיי אים געבעהטן איר אפצורעדן פון חתונה האבן מיט אים, וואס זי האט געזאגט אז טאמער טוהט זי דאס נישט וועט זי באגיין זעלבסטמארד. ער האט זיך אויסגעטוהן נאקעט און געזאגט, ״דאס בין איך און דאס איז מיין פארמעגן.״ [אלס׳ן געדאנק פון זיין רייכטום קעגן זייערס.]
*
טעאדארוס האט איר געהאט געפרעגט פארוואס זי האט אויפגעגיבן דעם פלך פון פרויען. זי האט אים טאקע געענטפערט אז פילאזאפיע וחכמה איז וויכטיגער. ועיין, להבדיל, ביומא סו:
כי מדי דברי בו זכור אזכרנו...
היפּערטשיאַ, איז געווען די ערשטע פרוי וואס מיר ווייסן אז זי האט זיך עמטליך באשעפטיגט מיט פילאזאפיע. זי האט זיך אנגעקערט מיט די ציניקס באוועגונג. די ציניקעס האבן געהאלטן אז קאלטור, רעליגיע, און געזעלשאפט, באשרענקט דאס זעלבסט-באפרידיגונג פון דאס מענטש. א מענטש וועט זיך אפהאלטן צו טאן זאכן אדער צו לעבן ווי גענוי זיין הארץ באגערט, צוליב קאלטור, רעליגיע, און געזעלשאפט, אד''ג. און דאס איז נישט ריכטיג! און דורך פראקטעצירן א איינגארטיגער הכנות-לאזע לעבנס שטייגער קען מען דאס עטוואס איבערקומען. זיי האבן געלעבט ווי די חיות און בהמות אין וואלד, זיי האבן דורך געפירט זייער מערסט אינטימעטע באשעפטונגען א שטייגער ווי הכנות און געשלעכט, אין די ברייטע עפענטליכקייט און אן קיין שום שאנדע. און באדייט, זיי האבן א גאנץ לעבן געלעבט הכנה-לאז מיטן ציל צו צוקומען צו א אומבאגרעניצטע פרייהייט און זעלבסט-באפרידיגונג.
זי האט אמאל געהאט די פאלגענדע ווערטער אויסטויש מיט טעאדארוס דער אטעאיסט.
אויב ס'איז ערלויבט פאר טעאדארוס צו טאן א געוויסע זאך, דאן איז דאס אויך ערלויבט פאר היפּערטשיאַ. און טעאדארוס איז ערלויבט זיך זעלבסט צו פראסקענען, דאן איז אויך ערלויבט פאר היפּערטשיאַ אים צו פראסקענען!
טעאדארוס האט דערהערט איר ארגומענט, און אין רעאקציע האט זיך דערנענטערט צו איר און ער האט אנגעהויבן צו איר אנטקליידן! און צו זיין וואונדער האט היפּערטשיאַ זיך גארנישט געשעמט צו שטיין נאקעט און אנטבלויזט פאר די גאנצע געמיינדע. האט טעאדארוס הויך געפרעגט, ווער איז די פרוי וואס האט פארלאזט דאס שפין נאדל? האט זי גענטפערט דאס בין איך! צי געפעלט אייך נישט אז צו אנטשטאט צו פארווערן די צייט מיט שפינען פארווער איך עס מיט פילאזאפיע? (ווי הער מי אני האט געשריבן)
דער געלערענטער טעאדארוס איז געבליבן שטיין מיטן צונג אינדרויסן פאר א פרוי. דאס איז געווען א באדייטענעם געווינס פאר די אנטי פעמיניסטישע באוועגונג אין די גריכיש-פילאזאפישער וועלט.
דער פראנצויזישער חכם גערבּערט פון אָרילעק, וואס איז צום סוף געווארן פויבסט סילוועסטער II, איז בעצם געווען דער ערשטער אין אייראפע זיך צו באנוצן מיט די אראבישע נומערן סיסטעם (פאר פיבּאָנאַטשי האט דאס אריינגעברענגט אין פארשפרייט אין אייראפע א 200 יאר שפעטער); אונזער סיסטעם פון שרייבן נומערן. דאס האט אים געלאזט אזוי שנעל רעכענען, שנעלער ווי דורך די רוימישע נומערן גענוצט אין אלגעמיין אין יענע תקופה, אז מ׳האט געזאגט אויף אים אז דער טייוול זאגט אים דאס אלעס אויס.
***
דער ביזנעסמאן און ארכיאלאג היינריך שלימאן האט זיך זייער שנעל געקענט אויסלערנען שפראכן. ער פלעגט רעדן צו זיך אליין גאנצעטע דיאלאגן אין דאס נייע שפראך און דינגען איינעם זאל דארט זיצן און אים אויסהערן.
מי אנייעקב טראכטענבערג [א אידישע מאטעמאטיקער], כדי צו באשעפטיגן און אונטערהאלטן זיין מח בשעת׳ן זיין א העפטלינג ביי די נאציס אין קאנצענטראציע לאגער, איז אויפגעקומען מיט דעם
טראכטענבערג סיסטעם פון רעכענען אריטמעטיק אין קאפ.
עדוארד זעקענדארף האט אויך אויפגעוואוזן
זיין טעארעם בעת׳ן זיין א געפאנגענער ביי די דייטשן. ווי אויך האט זשאן לערעי האט אויך מחדש געווען ספּעקטראל סיִקווענסעס אין אלגעברא און טאפּאלאגיע בעת׳ן זיין א געפאנגענער ביי זיי. אויך האט דער פראנצויזישער מוזיקער אליוויער מעסיען געמאכט זיין בארימטע
קאָרטעט פאר די ענד פון צייט מיט די פיר עוועילעבּל אינסטרומענטן אינעם קאנצענטראציע לאגער.
***
📎 John Stuart Mill.jpgדזשאן סטוערט מיל.
***
דער דייטשער פילאזאף היינריך דזשעקאָבּי האט זיך אמאל געטראפן מיט׳ן פילאזאף גאטהאלד אפרים לעסינג (א חבר פון משה מענדעלסאן). דזשעקאָבּי איז געווען קעגן דאס ארויסהייבן פון ״ראציאנאל״ העכער אלעם פונעם ענלייטענמענט און האט זיך אויך געהאט גע׳טענה׳ט מיט אים איבער שפינאזיזם. ער האט אים דעמאלטס געזאגט אז לעסינג, אלס שטייפע פילאזאף, טוהט וואָקן אויף זיין קאפ מיט די פיס אין די לופטן, און ער האט אים געבעהטן צו מאכן א טאמבל סאס זיך צוריק אויפצושטעלן ווי א נארמאלע מענטש. לעסינג האט אים געענטפערט אז ער׳ס שוין צי אלט צו מאכן א טאמבל סאס...
פון די שמועס איז ארויסגעוואקסן די ״פּאנטעאיזם דעבאטע״ צווישן דזשעקאָבּי און מענדעלסאן, צי דאס איז אין איינקלאנג מיט עיטיאיזם אדער נישט והמסתעף.
***
דזשוּליוּס סאָמנער מילער איז געווען אן אמעריקאנער פיזיקער וואס האט געהאט א טעלעוויזיע שׁוֺי אין אוסטראליע איבער סייענס. ער האט אמאל פרובירט צו צייגן דערויף אז א פאפירענע שטרוי קען דורכלעכערען א רויע קארטאפל אויב פּינטשט מען איין זייט פונעם שטרוי וממילא ווערט די לופט דערין קאמפּרעסט און ווערט אזוי ווי א פּיסטאן/פּלאָנדזשער. ס׳האט נישט געארבעט און ער׳ט זיך אנגערופן הויך, ״אוסטראלישע שטרויען זענען נישט ווערט גארנישט״. דעם נעקסטן טאג ווען ער איז אנגעקומען אין זיין אפיס האט ער געטראפן טויזענטער שטרויען וואס מ׳האט אים געשיקט מיט א בייגעלייגטן צעטל, ״אפשר וועט איינע פון די זיין גוט פאר וואס דו דארפסט״. ער האט זיך אויסגעדרוקט, ״א שאד כ׳האב נישט געזאגט אז אוסטראלישע קארטאפל איז נישט ווערט גארנישט, ווייל דעמאלטס וואלט איך געהאט די גאנצע מארקעט פון קארטאפל אין אוסטראליע״.
מי אני
אגב, דער פאול ערדאש אליין האט נאר געלעבט פאר מאטעמאטיק. ער האט כמעט נישט פארמאגט קיין חפצים און פלעגט וואנדערן צוזאמצוארבעטן פון איין מאטעמאטישן חכם צו א צווייטן (צו וועמען ער פלעגט קומען און זאגן ״מיין מח איז אפען״. אזא כעין בחינה להבדיל, הריני כבן עזאי, אויף צוזאמצוארבייטן...), און לעבן ״ארויס פון רענצל״. ער פלעגט זאגן אז איינער וואס האט אויפגעהערט טוהן מאטעמאטיק איז ״געשטארבן״, בשעת איינער וואס איז טאקע געשטארבן איז ״אוועק״. (צווישן אסאך אנדערע אינטרעסאנטע קוריאזע מימרות.)
דער פּאָול ערדוּש (Paul Erdős), 1913 – 1996, פאַרדיענט זיך אװדאי א באַזונדערן אשכול אין אנשי שם, פון איינער װאס איז ראוי דערצו
כ'האב נישט לאנג צוריק געזעהן א דאָקומענטאַרער פילם איבער עהם מיטן נאָמען N Is a Number, זייער אינטערעסאַנט װי ער האָט זיך ממש אװעקגעגעבן פאַר די חכמה, צוגעזאָגט די געלטער װאָס ער האָט פאַרדינט פון לעקציעס פאַר סטודענטן װאָס װעלן לייזן מאַטעמאַטישע פּראָבלעמען. א געװאַלדיגער מסתפּק במועט.
ער איז געװען אַ פּרוש, (עי-סעקסשועל לכאו'), װי ער איז אליין מעיד אויף זיך האָט ער נישט געהאַט תאװת המשגל
געשריבן איבער 15 הונדערט מאַטעמאַטישע אַרטיקלען, רוב בשותפות. ס'איז היינט אַ גרויסער יחוס אויב איינער קען זאָגן אז ער האט געשריבן א פּאַפּיר מיט איינער װאס האט געשריבן מיט עהם למעלה בקודש, גערופן די Erdős number
אַן אונגערישער איד, באַם קריג איז ער געװען אין אמעריקע זייענדיג אָנגעשטעלט אין פּרינסטאָן, נאָר זיין מוטער האָט איבערגעלעבט
כ'בין נישט זיכער, אבער ס'קען זיין אז ער איז געװען פון
"די מארשינס״ [בני מאדים], װאָס מי אני דערמאנט אויבן
מי אני
אין יענע תקופה, ביים צווייטן וועלט מלחמה, זענען געווען אסאך מאטעמאטישע, פיזישע וכו׳ גאונים וואס האבן אימיגרירט פון אונגארן צו אמעריקע (ובתוכם דער דזשאן וואן ניומאן). ווען מ׳האט געפרעגט דעם אידישן-אונגארישן פיזיקער לעא סזילארד פארוואס מען זעהט נישט קיין אינטעליגענטע ברואים פון אנדערע פלאנעטן, האט ער גע׳ענטפערט, ״זיי זענען שוין דא צווישן אונז - מ׳רופט זיי נאר אונגארישע״. מ׳האט זיי דעריבער גערופן ״די מארשינס״ [בני מאדים]. דאס איז געגאנגען אין איינקלאנג מיט דעם אז זיי האבן גערעדט א שפראך וואס מ׳פארשטייט נישט, גערעדט ענגליש מיט א שטארקע אקסענט, און געקומען פון בערך די זעלבע ראיאן אין אונגארן.
(גראדע זענען דא אויף די לבנה און מארס קרעיטערס וואס מ׳האט א נאמען געגעבן נאך א חלק פון זיי.)
*
מענין לענין באותו ענין, ווען די נאציס האבן ארויסגעווארפן פון די אוניווירזיטעט פון גאטטינגען די אידישע מאטעמאטיקער, האט בערנהארד רוסט, די נאצישע מיניסטער פון ערציאונג/עדוקעישן, געפרעגט די באקאנטע דייטשע מאטעמאטיקער דוד הילבערט, ״צו די מאטעמאטישע אינסטיטוט האט טאקע אזוי געליטען דורך דעם וואס די אידן זענען שוין נישט דארט?״ האט הילבערט גע׳ענטפערט, ״געליטען?! עס עקזיסטירט שוין נישט!״
מי אנימ׳פלעגט אפט קנס׳ענען גאלילעיאו גאלילעי פאר׳ן נישט גיין מיט די גאַוּן קלייד וואס די לעהרערס פלעגן דארפן טראגן אין די יוניווערזיטעטן. האט ער געשריבן א גאנצע פיוט אלס א סאטייר אז דאס שטערט פון משתין זיין און פון צו גיין אין בתי זונה. ווי אויך האט ער זיך דארט בכלליות געשטעלט כאילו ער טענה׳ט קעגן דעם גאנצן געדאנק פון דעם אז מ׳דארף גיין באקליידעט בכלל און אז מ׳וואלט מער געקענט דערקענען דאס עצם חשיבות פון א מענטש ווען מענטשן וואלטן ווען געגאנגען נאקעט; קעגן דעם געדאנק פון מאני מכבדותא. (ועיין במו״נ ח״ג פ״ח.)
📎 D03E85AD-F6D9-4BFE-A162-7259D031EBBB.jpeg 😃
***
📎 78DE20A4-EB3C-4850-86C7-439BEBD4B891.jpegיאָהאַן פאַוּלהאַבּער.
***
דאס ביסל געלט וואס פּאָל ערדאס האט יא געמאכט פלעגט ער אפט אוועקגעבן פאר צרכי מאטעמאטיקס. ער האט איינמאל אוועקגעגעבן $1,000 פאר דר. גלען וויטניִ אלס סטודענט כדי ער זאל קענען פארזעצן מיט זיינע שטודיעס אין הארווארד. יארן שפעטער ווען וויטניִ האט שוין געהאט זיין דאקטאראט און מצליח געווען אין פינאנץ האט ער אים דאס געוואלט צוריקצאלן. ערדאס האט דאס אפגעזאגט און אים געזאגט ער זאל דאס צאלן אויף צו העלפן אנדערע בנוגע מאטעמאטיקס. צום סוף האט וויטניִ שטארק עוסק געווען אין מייסד זיין דאס מוזעאום פאר מאטעמאטיקס אין מאנהעטן.
מ׳פארציילט אז ווען די טאנצער איסידאָראַ דאָנקען, וועלכע איז געווען א יפת תואר ויפת מראה, האט זיך געטראפן מיט׳ן פראנצויזישן פייטן וחכם אנאטאל פרענס האט זי אים געזאגט אז טאמער וואלטן זיי געהייראט וואלטן די קינדער געווען געלונגען, ווארום זיי וואלטן געהאט דעם טאטע׳נס חכמה און די מאמע׳ס שיינקייט. האט ער אבער געענטפערט אז ער האט מורא אז זיי וואלטן געהאט דעם טאטע׳נס שיינקייט און די מאמע׳ס חכמה...
דעם ווארט פארציילט מען אויף אסאך, קען זיין ער איז געווען דער ערשטער.
די מאטעמאטיקערטע מאַריִאַ גאַעטאַנאַ אַגנעסי האט געקענט רעדן איטאליעניש און פראנצויזיש ביי די 5 יאר. ביי די 11 יאר האט זי שוין אויך געקענט רעדן שפאניש, גריכיש, לשה״ק, דייטש, און לאטייניש. זי איז קראנק געווארן ביי די 12 יאר פון גרויס התמדה. אין איר פאטער׳ס שטוב פלעגן זיך די חכמים פון בּאָלאָניאַ צאמקומען צו שמועסן. ביי די 15 יאר האט האט זי זיי דארט אונטערגעהאלטן שמועסענדיג פון שווערע פילאזאפישע נושאים.
מי אנימ׳פארציילט אז ווען די טאנצער איסידאָראַ דאָנקען, וועלכע איז געווען א יפת תואר ויפת מראה, האט זיך געטראפן מיט׳ן פראנצויזישן פייטן וחכם אנאטאל פרענס האט זי אים געזאגט אז טאמער וואלטן זיי געהייראט וואלטן די קינדער געווען געלונגען, ווארום זיי וואלטן געהאט דעם טאטע׳נס חכמה און די מאמע׳ס שיינקייט. האט ער אבער געענטפערט אז ער האט מורא אז זיי וואלטן געהאט דעם טאטע׳נס שיינקייט און די מאמע׳ס חכמה...
מי אני: ס'איז דא אזא קלאסישע (אידישע) מעשה'לע. אז א געוויסער רב, האט געהאט א זון אן עילוי.נאר ער איז געווען פיזיש זייער שוואך. וואו מ'האט געקוקט אויף איהם האט ער אוועקגעחלש'ט. ענדליך האט ער געטון א שידוך מיט איהם. מיט די טאכטער פון א פראסטן מענטש. א געזונטער פויער. און די טאכטער איז אויך געווען פיזיש שטארק. נאר א קנאפע חכמת. א יעדער האטציך געוואונדערט אויפ'ן רב פארוואס ער האט געטון אזא שידוך. שפעטער איז ביי זיי געבוירן א קינד. דאס קינד איז געווען פיזיש זייער שוואך. און א קנאפער חכם. האט איינמאל דער זיידע זיך אפגערעדט פון זיין ביטערניש. זאגנדיג..."ווען איך האב געטון דעם שידוך האביך געהאפט אז דאס קינד וועט האבן די מאמע'ס כח און דעם טאטנ'ס מח. דערווייל זעה איך פארקערט. אז ער האט די מאמע'ס מח און דעם טאטנ'ס כח"...לאל...!
איך האב עס געליינט (מיט א לאנגע צייט צוריק) אין א זיס ספר וואס איז שוין (ליידער) נישט בנמצא. ס'האט געהייסן .."דער אידישער אוצר"...דארט איז געווען איבער הונדערט גוטע ווערטלעך. שיינע, באטעמ'טע דזשאוקס און אינטרעסאנטע מעשיות...! א שאד אז ס'איז פארשוואונדן פון מארק. אויב איינער האט נאך א קאפיע פון דעם וואלט כדאי געווען דאס איבערצודריקן...!
berlbalagulehמי אנימ׳פארציילט אז ווען די טאנצער איסידאָראַ דאָנקען, וועלכע איז געווען א יפת תואר ויפת מראה, האט זיך געטראפן מיט׳ן פראנצויזישן פייטן וחכם אנאטאל פרענס האט זי אים געזאגט אז טאמער וואלטן זיי געהייראט וואלטן די קינדער געווען געלונגען, ווארום זיי וואלטן געהאט דעם טאטע׳נס חכמה און די מאמע׳ס שיינקייט. האט ער אבער געענטפערט אז ער האט מורא אז זיי וואלטן געהאט דעם טאטע׳נס שיינקייט און די מאמע׳ס חכמה...
מי אני: ס'איז דא אזא קלאסישע (אידישע) מעשה'לע. אז א געוויסער רב, האט געהאט א זון אן עילוי.נאר ער איז געווען פיזיש זייער שוואך. וואו מ'האט געקוקט אויף איהם האט ער אוועקגעחלש'ט. ענדליך האט ער געטון א שידוך מיט איהם. מיט די טאכטער פון א פראסטן מענטש. א געזונטער פויער. און די טאכטער איז אויך געווען פיזיש שטארק. נאר א קנאפע חכמת. א יעדער האטציך געוואונדערט אויפ'ן רב פארוואס ער האט געטון אזא שידוך. שפעטער איז ביי זיי געבוירן א קינד. דאס קינד איז געווען פיזיש זייער שוואך. און א קנאפער חכם. האט איינמאל דער זיידע זיך אפגערעדט פון זיין ביטערניש. זאגנדיג..."ווען איך האב געטון דעם שידוך האביך געהאפט אז דאס קינד וועט האבן די מאמע'ס כח און דעם טאטנ'ס מח. דערווייל זעה איך פארקערט. אז ער האט די מאמע'ס מח און דעם טאטנ'ס כח"...לאל...!
איך האב עס געליינט (מיט א לאנגע צייט צוריק) אין א זיס ספר וואס איז שוין (ליידער) נישט בנמצא. ס'האט געהייסן .."דער אידישער אוצר"...דארט איז געווען איבער הונדערט גוטע ווערטלעך. שיינע, באטעמ'טע דזשאוקס און אינטרעסאנטע מעשיות...! א שאד אז ס'איז פארשוואונדן פון מארק. אויב איינער האט נאך א קאפיע פון דעם וואלט כדאי געווען דאס איבערצודריקן...!
איך האב עס אין מיין שטוב.
נישט איינס, נאר צוויי (געכאפט איינס אין פינטערס אינדרויסן פאר א דאלער...)
ארי נוהם: יא. דו ביסט גערעכט. פינטער'ס איז דאס ריכטיגע פלאץ צו טרעפן אזעלכע, און אנדערע ספרים, אנטיקן און יקרי המציאות...!
איך בין א חסיד פון סטאר. נאר נישט פון זיין יעצטיגן בעה"ב. ווייל איך קען איהם (ליידער) צו גוט...! הגם זיין טאטע איז געווען א וואוילער איד. און זיין זיידע, נאך וועם ער הייסט (די מאמע'ס טאטע) האט געמוזט זיין עפעס ספעשל. ווייל זי, די רביצין פינטער אשת ר' קלמן, ע"ה איז א גוואלדיגע ידענית. הגם זי האט שוין ליידער אלצהיימער'ס.
אין די אלטע גוטע צייטן פלעג איך אפט אריינגיין אין סטאר. און כ'האב געהערט ווי זי איז זיך מפלפל מיט כולל יונגעלייט איבער פארשידענע ספרים. איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן אז א אידענע זאלל ארויסווייזן אזויפיהל בקיאות אין ספרים און זייער תוכן ווי זי...!