☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » וואו איז אונזער גוט געבענטשט יאר?

וואו איז אונזער גוט געבענטשט יאר?

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15600

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 2:01 am

· #510364
וואו איז אונזער גוט געבענטשט יאר?
די פארנומענע יו"ט סיזאן איז פאראיבער, און מען קערט זיך שוין צוריק צום 'נארמאלן' לעבן. מען גייט צוריק צום חיי יום יום און מען טרעט אריין אינעם פרישן לאנגן ווינטער, אנגעפילט מיט השפעות און ישועות ורפואות וואס מען האט זיך אנגעזאמלט און אויסגעבעטן צום נייעם יאר. יעצט איז די צייט וואס מען קעשט ארויס אויף "הלכה למעשה" דאס וואס מען האט אזוי פיל משקיע געווען אין די הייליגע טעג. די אלע טרערן וואס מען האט פארגאסן ראש השנה און יום כיפור קומען יעצט צוניץ פאר'ן נייעם לאנגן קאלטן ווינטער. אבער די קשיא שרייט מיט הויכע קולות...

מען האט זיך ארויסגעשלעפט א' סליחות פרי פארטאגס פון בעט, דערנאך די נאכפאלגנדע טעג און וואכן האט מען מרבה געווען מיט תפלה, תהלים, תשובה ותיקון המעשים, געשלאגן כפרות, געגאנגען תשליך, יו נעים איט... און דאס אלעס טוט מען דאך ווי תמימות'דיגע אידן מאמינים בני מאמינים אז דאס וועט אונז ברענגען א גוטע יאר, א שנה טובה ומתוקה, א גוט געבענטשט יאר..

נו... וואלט מען דאך געדארפט זען די תוצאות דערפון 'למעשה'! אין תל אביב ווי דער עולם האט פארפאפן דעם א' סליחות, בשעת אונז האבן געוויינט שמע קולינו, אדער אין הרצליה ווי בשעת אונז האבן געשריגן אבינו מלכינו כתבינו בספר חיים טובים, כתבינו בספר פרנסה וכלכלה, זענען זיי געזעצן אויסגעצויגן אויפן ים, און געהוליעט אין רעסטוראנטן, וואלטן מיר געדארפט זען ביי זיי אסאך קראנקע, ארעמע, קינדערלאזע, פאר'צרה'טע חברה.. נישט אזוי?
און ביי אונז... וואלט דאך געדארפט זיין געלט מיט שידוכים מיט וואס מען דארף נאר.

און לאמיר גיין נאך ווייטער... אין די פארפרומטע קרית יואל אדער סקווירא ווי דער עולם שטייט אויף און זאגט תהילים מיט אסאך א גרעסערע ערנסטקייט, און האלטן זיך צו די אלע הייליגע טראדיציעס וואס ברענגען דעם "גוט יאר" וואלטן די פראצענטן פון עשירים און געזונט פרנסה נחת געדארפט זיין פילפאכיג מער ווי די קילערע געגנטן ווי עירמאנט אדער טאמס ריווער ווי דארטן זאגט מען דאך סליחות ביינאכט מיט א גיטאר נאכ'ן בארביקוי...
צו דען גייט דער פארפרומטער אינגערמאן יום כיפור זיין קיטל איבערן בעקיטשע פאר אומזינסט? ער טוט עס דאך אז דעם בספר חיים ברכה ושלום ופרנסה טובה וגזירות טובות ישועות ונחמות זאל טאקע ווערן גוט נזכר ונכתב לפניך...
אויב איז אמת אז מיט תשובה, תפילה, וצדקה איז מען מעביר את רוע הגזירה, און מיטן אויסזאגן דריי מאל תהילים דורך די היילגע טעג ברענגט מען א גוט יאר, דאן וואלט מען געדארפט קענען מאכן א געהעריגע שטודיע און זען די תוצאות... ווי מער תהילים א קאמיוניטי זאגט אלס א בעסערע יאר האבן זיי...

יעצט איך רעד דא להדיא נישט פון קיין יחידים! אויף דעם קען מען זאגן דעם אלעמען באקאנטן און באליבטן תירוץ פון "צדיק ורע לו האט שוין משה רבינו נישט פארשטאנען"... נו אז ער פארשטייט נישט וויאזוי ווילסטו יא פארשטיין... (כאילו דאס איז עפעס א תירוץ) אויף א יחיד וואס לייגט אראפ א ימים נוראים ווי עס דארף צו זיין און ער ליידט דערנאך א שווערע יאר קען מען דאך דרייען מיטן פינגער און זאגן פריערדיגע גלגול תירוצים ועוד, ושערי תירוצים לא ננעלו.
אבער וואס וועסטו ענטפערן אויפן כלל? יעדער מיט א צווייטן תירוץ? אויף דעם זאגט אונז שוין אקאמס רעזאר אז מען טוט נישט אזוי...

אדער ווי מען קען עס אין די ליטווישע וועלט, אז די גמרא זאגט אז מען הייסט א שוטה אויב מען טוט די אלע דריי זאכן פון יוצא יחידי בלילה, קורע כסותו, און לן בבית הקברות, אבער אויף איין זאך אליין הייסט מען נאכנישט קיין שוטה ווייל מען קען נאך טרעפן א תירוץ פארוואס ער איז נארמאל און דאך האט ער אזוי געטון. נו שטעלט זיך די קשיא, און אז ער טוט אלע דריי זאכן איז ער אפשר נאכאלץ נארמאל נאר ער האט דריי אנדערע תירוצים פארוואס ער טוט יעדע זאך? ענטפערט ר' חיים די באקאנטע יסוד, אז מען ענטפערט ענדערש איין תירוץ וואס פארענטפערט אלע קשיות, ווי איידער ענטפערן אויף יעדע קשיא א צווייטן תירוץ...

פארציילט מיר א חבר אז ער איז צוגעגאנגען צו זיין רבי'ס גבאי דעם יאר מיט א גרויסן יישר כח, פרעגט אים די גבאי, וואס איז? האט ער אים געענטפערט, יעדעס יאר פלעג איך שטיין שעות לאנג אין די שורה אריינצוגיין מיט א קוויטל צום רבי'ן לקראת די ימים נוראים. עס איז נישט אנגעקומען גרינג.. עס איז געווען הייס און צעשטופט, און גענומען זייער לאנג.. אבער וואס טוט מען נישט פאר א גוט יאר... מען מוז דאך אויספועל'ן א גוט יאר ביים רבין...
איז אבער געקומען די יאר פון קאראנא און וויפיל איך האב מיך איינגעבעטן ביי אייך אז איך וויל אריינגיין צום רבי'ן פאר א קוויטל האסטו מיר אפגעווארפן מיט'ן טענה אז די רבי נעמט נישט קיינעם אויף. און בלית ברירה האב איך געמוזט אויסלאזן דעם קוויטל... און... די יאר איז אדורך פונקט ווי אלע אנדערע יארן!!! ולא נודע כי "לא" באו אל קרבנה...
סאו שכח פאר'ן מיר אויפקלערן אז די גאנצע שטיפעניש ביים רבי'ן איז איבריג... דאס יאר גיי איך שוין נישט אריין... און די יאר וועט מיר פונקט אזוי גוט זיין אהן דעם...

דער אמת איז אז רביה"ק האט שוין דא געשריבן ענליך צו אונזער נושא דא.. וכדרכו גענומען די כפירה'דיגן מהלך אז ס'העלפט טאקע נישט... אבער איך אלס א מאמין וויל יא הערן אויב איינער האט א צעפרינדשטעלנדע הסבר.

לסיכום. מיר אידן גלייבן אז אלעס וואס מיר טוען פועל'ט אויס פאר אונז א גוט יאר. און לפי דעם אויב טוט מען ווייניגער, וואלט געדארפט זיין א ערגערע יאר, הכל לפי וואס מען האט געטון. איז אפילו אויב ביים יחיד קען מען זיך ארויסדרייען... וואס וועט מען זאגן אויפ'ן כלל? פארוואס זעט מען נישט די תוצאות פון די גאנצע הארעוואניע פונעם ימים נוראים זיך אויסשפילן אויפן למעשה'דיגן סדר היום?

ביטע ענטפערן צום ענין ווייל די קשיא באדערט מיר זייער שטארק.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 5:21 am

· #510367
Re: וואו איז אונזער גוט געבענטשט יאר?
כ'ווייס נישט, איך בין נישט אויפגעשטאנען פארטאגס און נישט געשלאגן כפרות און נישט געזאגט תהילים און נישט געשריגן אבינו מלכינו כתבינו בספר חיים טובים כתבינו בספר פרנסה וכלכלה, און נישט געגאנגען תשליך.
אבער יא געפויערט און יא געגרילט און יא געזיצן ביים וואסער וכו'

כ'הייב אן צו האבן ספיקות אין אמונה אויף דיר @שמן למאור, ווי איז מיין געלט אזויווי די עירמאנט'ע אידן? לאל

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 8:05 am

· #510371
שמן למאור
דער אמת איז אז רביה"ק האט שוין דא געשריבן
ענדליך צו אונזער נושא דא.. וכדרכו גענומען די כפירה'דיגן מהלך אז ס'העלפט טאקע נישט... אבער איך אלס א מאמין וויל יא הערן אויב איינער האט א צעפרינדשטעלנדע הסבר.
און אויב קיינער וועט נישט האבן קיין (צעפרידן-שטעלנדע) הסבר, וועסטו זיך טויפן צו רביה"ק'שעס פילעזאפיע?

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 8:30 am

· #510372
דא (אינעם אשכול איבער צדיק ורע לו רשע וטוב לו) האב איך געשריבן:
מי אני
לגבי יוה״כ האט די קולטור און עַם אוועקגעשטעלט א טאג פאר אינערליכע חשבון הנפש און introspection אויף צו ווערן א בעסערע מענטש - די געדאנק פון ״תשובה״. דאס לשלעצמה האט נישט בעצם דייקא מיט הקב״ה, ובפרט ווען מ׳ראציאנאליזירט די מצות עשה ול״ת ווי ווייט מ׳קען, וכדרכו של הרמב״ם אינעם צווייטן האלב פון ח״ג בהמו״נ, שהן לשלימות האדם ואפילו פון א פילאזאפישן מבט. און מ׳האט אוועקגעשטעלט אז מ׳זאל אין דעם טאג פאַסטן ושאר הפעולות דערצו לשכנע חומריותו של האדם און דאס דארף (עכ״פ אָנגעבליך) צוצוהעלפן דערצו צו אט די אינטראָספּעקשאן וחשבון הנפש, ועיין בחינוך מצוה שיג. (דער רמב״ם בריש פ״ה מהלכות תענית זאגט טאקע אז די אלע שארי צומות מחמת החורבן זענען דאך אויך מחמת לעורר לתשובה ע״ש.)

דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס איך האב געשריבן אינעם צווייטן ארטיקל איבער הפשט אין וואס דער רמב״ם מיינט אין אָנהויב הל׳ תענית: די געדאנק איז נישט אז הקב״ה ״שטראפט״ וכדומה דירעקט מחמת עבירות, נאר אז מחמת די עבירות איז מען פשוט נכרת פונעם דרך החכמה, וואס דאס קומט שוין אטאמאטיש מיט מיט רעות אויף אַן אומדירעקטן ״נאטורליכן״ דרך און פארנעם. מ׳קען דאס אולי געבן נאך א קנייטש ווייטער. והיינו, ווייל ווי געזאגט ליגט אין דעם אויך די געדאנק פון אמונות הכרחיות פאר די חלושי שכל. מיינענדיג, דאס׳ן זאגן/גלייבן אז עס קומט ״דירעקט״ אלס אַן ״עונש״ במובן הפשוט מאת הקב״ה און אז ״ער וועט ממש ברענגען נאך שלעכטס בפועל אויב מ׳פארבעסערט זיך נישט״, איז מחמת די חלושי שכל וואס וועלן אָן דעם נישט האבן די מאטיוואציע צו פרובירן און זוכן זיך צו פארבעסערן (וכעין די וואס האלטן נאך ביי די ערשטע שטאפל פון קאהלבערג׳ס שטאפלען פון מאראלישע אנטוויקלונג). ולכן איז דא אויך שטעלט מען דאס אוועק אזוי ווי א סארט ״as if״ און אמונה הכרחית ווי הקב״ה איז ״דן״ דעם מענטש און ״משפט״ אים כדי אויף וואס אים צו פארשרייבן אויפ׳ן יאר. דאס איז אלס פשוט כדי מער ממחיש צו זיין דעם גאנצן ambience און אטמאספערע פון הכנעה וכדי צו ברענגען דעם מענטש צו די introspection וחשבון הנפש. און די גאנצע ״as if״ און מצב קען העלפן און פועל זיין אפילו פאר׳ן חכם אויך צו דעם מטרה.

און צו ציטירן נאכאמאל דאס וואס איך האב צוגעברענגט פונעם ר״ן ממרסיי אין זיין מעשה נסים (פ״ט):
מי אני
ער זאגט אויך אז די געדאנק פון משפט בימים הנוראים איז בעיקר להכניע לבבו ולעשות חשבון הנפש בפרט אין א זמן וואס עס קען זיין ירום לבבו מחמת זמן הקציר. און די משפט פון ״נכתבים ונחתמים״ איז לגבי דעם וואס ווערט ממילא נמשך בדרך כלל בטבע על הצדיקים מחמת ישרם ורשעים מחמת חטאם. (און די עצמו של יוה״כ איז מכפר מיינט אז ער ווערט נאכגעשלעפט בההתעוררות פון וואס רוב טוהן טאקע תשובה באותו היום.)
דאס איז כעין כל הנ״ל, והוא הדרך הראציאנאלי של הרמב״ם. און טאקע דארט אין ח"ג פל"ו, וואו דער אפודי איז טאקע מסביר דעם געדאנק ביי צעקה בצרה מחמת ענין אמונה הכרחית, שרייבט דער רמב"ם אויך:
ומבואר הוא שהתשובה גם כן מזה הכלל, רצוני לומר מן הדעות אשר לא יסודר מציאות אנשי התורה אלא בהאמין אותם, שאי אפשר לשום אדם שלא יחטא ויפשע אם שיסכול בדעת שיבחרהו או מדה והיא בלתי נבחרת באמת או לתגבורת תאוה או כעס. ולו האמין האדם שלא יוכל לתקן זה המעות לעולם היה מתמיד על טעותו ואפשר שהיה מוסיף במריו אחר שלא נשארה לו תחבולה. אך עם אמונת התשובה יתקן וישוב לטוב שבענינים ויותר שלם ממה שהיה קודם שיחטא. ולזה רבו המעשים המקיימים זה הדעת האמיתי המועיל מאד, רצוני לומר הוידויין והקרבנות על השגגות וכן על קצת הזדונות והתעניות. והענין הכולל לתשובה מכל חטא - לסור ממנו. זאת היא תכלית זה הדעת. ואלו כולם תועלתם מבוארת.
דאס איז ממש לשון של אמונה הכרחית.

וזיכרון אחד עולה גם ליום הזיכרון של ר״ה. און ווי מ׳זעהט טאקע ווי דער רמב״ם זאגט בהל׳ תשובה פ״ג ה״ה אין די געדאנק און סימבאלישקייט פון תקיעת שופר שהוא לעורר לתשובה ע״ש (ובזה אפשר ליישב, עכ״פ מקצת, תמיהתו של @יאיר). און די זעלבע געדאנק קען מען נוצן פאר די כלליות׳דיגע געדאנק פון, למשל, התפלות והפיוטים בהימים נוראים וכל המסתעף: די געדאנק איז די ambience און אטמאספערע וואס דאס אלעס דארף צו ברענגען צו כדי להגיע אל המטרה של חשבון הנפש.
הרב דר. נתן סליפקין זאגט אויך ענליך אז דאס איז מכח אמונה הכרחית און לערענט דאס אריין אין א מאירי.

ואגב, האב איך אויך אין יענעם אשכול צוגעצייכענט אז עמפּיריש/סייענטיפיש, ווען מען פירט דורך קאנטראלירטע שטודיעס דערין, זעהט מען נישט עכט אז תפילה זאל האבן אַן עפעקט בפועל לישועה. (אבער ווי איך האב געשריבן אינעם ערשטן ארטיקל און דורכאויס דעם אשכול איז מטרת התפילה פשוט הכנעה והתקשרות וכדומה. נישט מער.)

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 8:49 am

· #510373
שמן למאור, גאנץ פיין, הגם אביסל שטעכעדיג, כדרכך...

דערמאנט מיר מיין אשכול וואס איך האב געשריבן יארן צוריק, און איך פלעג עס ארויפברענגען יעדע אנהייב יאר.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=4652

צקון לחש » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 9:49 am

· #510374
מסכת ברכות דף לב:
א"ר אלעזר מיום שחרב בית המקדש נפסקה חומת ברזל בין ישראל לאביהם שבשמים
און אלץ כמים פנים אל פנים וואלטן מיר שוין טאקע געדארפט אויפהערן מיט דעם ברעטשענען בו בעת וואס ה' "שלאפט".

מאנטריאל » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:01 am

· #510375
די הייליגע טעג איז נישט וועגן א גשמיות'דיגע יאר, עס איז אלעס אבאוט קאנעקטן צום המלך און יום כיפור און סוכות עס איז א ספערוטואל זאך, אגב בעט מען שוין פאר די אלע זאכן, מען שטייט נישט אויף פרי סליחות וועגן א גוט יאר, ליידער אסאך מענטשן יא, אבער אין מקור איז עס נישט פאר דעם, און עס איז נאריש.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 11:31 am

· #510381
סארי מאנטריאל, מיין מחזור און מיין סליחות זענען שארף מחולק מיט דיין שיטה (וואס איז, אגב, לעצטענס געווארן די שיטה פון זייער אסאך מענטשן וואס "פארשטייען" בעסער ווי יעדן).

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 11:32 am

· #510382
מי אני, אויב זעט מען נישט אז תפילה און תהילים וכדומה העלפן בכלליות, דאן וואס איז די פוינט פון זאגן און בעטן? סתם אריינצוגיין אין א מצב פון חשבון הנפש? וואס האב איך דערפון?
אז איך ליג קראנק אין בעט און איך רייס איין אבינו מלכנו שלח רפואה שלימה לחולי עמך, אבער עס טוט נישט גארנישט אויף צו ברענגען א רפואה, דאן וואס איז די פוינט?

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 11:36 am

· #510383
שמעקעדיג
עצי שיטים, גאנץ פיין, הגם אביסל שטעכעדיג, כדרכך...

דערמאנט מיר מיין אשכול וואס איך האב געשריבן יארן צוריק, און איך פלעג עס ארויפברענגען יעדע אנהייב יאר.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=4652
זייער א שיינע אשכול דארטן. עס שמועסט טאקע אויס די זעלבע שאלה, נאר די לייגסט עס מער אראפ אויף אן אויפן פון א גלות אידל מיט אן אראפגעבויגענעם קאפ וואס איז זיך מתחנן כבן המתחטא כלפי אביו, און לייגט פאר זיינע קוועטשענישן, אבער דארף נישט קיין תריצים... כדרכך...

היסטאריע » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 11:40 am

· #510384
האסט א זכיה צו קענען דאווענען, פרעג נישט וואס די פארדינסט, פרעג פארוואס האב איך די זכיה.

עס זעהט אויס אז די ביסט יא א מאמין אין באשעפער, פרעגסט נאר וואס די פארדינסט.

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 11:44 am

· #510385
צוזאמגעדרייט
עצי שטים
דער אמת איז אז רביה"ק האט שוין דא געשריבן
ענדליך צו אונזער נושא דא.. וכדרכו גענומען די כפירה'דיגן מהלך אז ס'העלפט טאקע נישט... אבער איך אלס א מאמין וויל יא הערן אויב איינער האט א צעפרינדשטעלנדע הסבר.
און אויב קיינער וועט נישט האבן קיין (צעפרידן-שטעלנדע) הסבר, וועסטו זיך טויפן צו רביה"ק'שעס פילעזאפיע?
מען טויפט זיך נישט אזוי שנעל... אבער דאס איז זיכער אז אלס א מאמין אבער אויך א סקעפטיק האבן די קשיות א השפעה אויף מיר למעשה.

למשל היי יאר בין איך אויפגעשטאנען שפעט ערב יום כיפור און איך האב אויסגעלאזט די מנהג פון כפרות שלאגן דעם יאר. איי די עבירות וועלן מיר נישט אריבערגיין צום הינדל..?! און... ווער ווייסט וואס...!
אבער מיט אזעליכע קשיות מיט ספיקות אין קאפ, האב איך געטראכט.. זאל שוין זיין אזוי... גיי איך טאקע זען א חילוק אין מיין יאר?!? גייט די לעק פון כפרות שלאגן אויסקלאפן פאקטיש אויפן קומענדיגע יאר? אויב נישט דאן פארוואס זיך אנשטרענגען? (ובפרט אז מען קען זיך תולה זיין אונעם מחבר)

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 11:46 am

· #510386
היסטאריע
האסט א זכיה צו קענען דאווענען, פרעג נישט וואס די פארדינסט, פרעג פארוואס האב איך די זכיה.

עס זעהט אויס אז די ביסט יא א מאמין אין באשעפער, פרעגסט נאר וואס די פארדינסט.
אז עס טוט גארנישט אויף, דאן מוחל טובות אויף די געוואלדיגע זכיה.
איך וועל ענדערש אויפגעבן אויף די מורא'דיגע זכיה, אויב די קענסט דעליווערן רעזולטאטן.

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 11:58 am

· #510387
עצי שטים
מי אני, אויב זעט מען נישט אז תפילה און תהילים וכדומה העלפן בכלליות, דאן וואס איז די פוינט פון זאגן און בעטן? סתם אריינצוגיין אין א מצב פון חשבון הנפש? וואס האב איך דערפון?
אז איך ליג קראנק אין בעט און איך רייס איין אבינו מלכנו שלח רפואה שלימה לחולי עמך, אבער עס טוט נישט גארנישט אויף צו ברענגען א רפואה, דאן וואס איז די פוינט?
די שאלה באציהט זיך לכאורה צום ״לשון״ התפילה ווי איידער תפילה פּער סע. מיינענדיג, אויב פארשטייט מען די געדאנק פון מטרת ״תפילה״ אלס א סארט כעין מעדיטעישאן כדי צוצוקומען צו דביקות, התקשרות, און טרענסענדענס צום [העגעליען] ״אַבּסאַלוּט״ און געדאנק פון ״ג-ט״ (און נישט מער), ובימים נוראים אלס א מטרה לחשבון הנפש, און דאס מעלה דערפון, דאן ווערט נולד די קשיא אז אויב אזוי פארוואס איז קביעת לשון התפילה אין א פארעם פון געבעהט פון הב הב? איז אבער די געדאנק דערין אז די imagery דערפון פון דאס אלעס איז מער ממחיש צום מענטש דעם געדאנק פון ״העכערס״ צו וועלכעס ער וויל זיך מקשר זיין (למשל ביי א חולה איז עס כעין ווען מען פאַסט און דעמאלטס איז דאך דא מער די הכנעת האדם צום "העכערס"), וכעין מארטין בּוּבּער׳ס געדאנק פונעם ״איך און דו״ רילעישאנשיפּ אין דעם אלעם. ועיין במה שכתבתי באשכול זו.

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 12:25 pm

· #510388

איך זע אז די נעמסט אהן פאר א פשטות אז תפילה העלפט נישט אויף למעשה, אנדערש ווי גאר אסאך נעמען אהן.
וא"כ פארוואס זאל איך בעטן? וואו קומט יעצט אריין דביקות והתקשרות? (אדער סגילות, מנהגים, וכ')

אז איך ליג קראנק אין בעט און איך ווארט אויף א רפואה, אדער אז איך האב נישט קיין פרנסה, דאן פארוואס איז יעצט א צייט צו זאגן תהילים און בעטן? פארוואס איז יעצט וויכטיג התקשרות אין דביקות? איך דארף יעצט זיין ביזי צו רעדן מיט גוטע דאקטורים און מיט פיינענטשעל עקספערטן וויאזוי צו פארבעסערן מיין מצב אויף למעשה. פארוואס זיין ביזי מיט תפילה, דביקות, התקשרות, וואס וועט גארנישט טוישן מיין מצב צום בעסערן?

ווען אימער אידן רעדן וועגן א פראבלעם און וועגן די עצות וואס צו טון למעשה וועגן דעם, זאגט מען "די ערשטע און וויכטיגסטע זאך איז תפילה"... ווייל זיי גלייבן אז עס וועט פוילן און טוישן די מציאות בפועל ממש. אבער לפי וואס די שרייבסט האט דאך תפילה נישט קיין זינען?

שאלתיאל » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 12:58 pm

· #510389
ישיעיהו לייבוביץ פלעגט שטענדיג זאגן ''אלוקים הוא לא קופת חולים'' (אגב, דער ציטאט איז אויסעגקריצט געווארן דורך אן אלמוני אויפן צוים פראנט פון זיין הויז אין ירושלים) דהיינו, דאווענען איז נישט דער וועג וויאזוי אונז קוקן עס אן אלס א צערעמאניע ווי מען קומט זיך אויסבעטן ביים דערבארעמהארציגן פאטער אין הימל ער זאל אונז פארזארגן מיט אלעם גוטס, לייבוביץ פלעגט טענה'ן אז דאס איז א מענטאלישע שוואכקייט פונעם מענטש און פארן זעלבן געלט קען ער גיין צו א פסיכאלאג, עס איז נישט עבודת השם נאר עבודת עצמו. לויט אים איז דאווענען נישט א זאך וואס דער מענטש פאדערט נאר ווערט געפאדערט, עס איז א חוב וואס ליגט אויפן איד. (ס'קומט אויס לדידו אז ס'איז נישט קיין נפק"מ וואס מ'זאגט נאר דער צעם קיום החוב פון דאווענען דאס איז דער עיקר).
זיין מהלך איבער תפילה קוקט טאקע אויס זייער רעוואלוציאנעריש און קעגן די אינטואציע און קעגן וויאזוי אונז זענען געווארן ערצויגן און ס'שווער עס צו אקצעפטירן. ס'נעמט ארויס 'די לופט פונעם באלאן', ס'נעמט דער מושג 'תפילה' וואס איז אזוי פארהייליגט און איז באגלייט מיט אזויפיל טרערן, עמאציעס, האפענונגען, פארבינדוגנען, מיסטיקע און וואס דו ווילסט נישט נאר און רעדוצירט עס צו א טרוקענע הלכה'דיגע חוב.

זעה דא
http://www.leibowitz.co.il/leibarticles.asp?id=1

http://www.leibowitz.co.il/ebook.asp?id=27

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 1:12 pm

· #510390
עצי שטים
איך זע אז די נעמסט אהן פאר א פשטות אז תפילה העלפט נישט אויף למעשה, אנדערש ווי גאר אסאך נעמען אהן.
וא"כ פארוואס זאל איך בעטן? וואו קומט יעצט אריין דביקות והתקשרות? (אדער סגילות, מנהגים, וכ')

אז איך ליג קראנק אין בעט און איך ווארט אויף א רפואה, אדער אז איך האב נישט קיין פרנסה, דאן פארוואס איז יעצט א צייט צו זאגן תהילים און בעטן? פארוואס איז יעצט וויכטיג התקשרות אין דביקות? איך דארף יעצט זיין ביזי צו רעדן מיט גוטע דאקטורים און מיט פיינענטשעל עקספערטן וויאזוי צו פארבעסערן מיין מצב אויף למעשה. פארוואס זיין ביזי מיט תפילה, דביקות, התקשרות, וואס וועט גארנישט טוישן מיין מצב צום בעסערן?

ווען אימער אידן רעדן וועגן א פראבלעם און וועגן די עצות וואס צו טון למעשה וועגן דעם, זאגט מען "די ערשטע און וויכטיגסטע זאך איז תפילה"... ווייל זיי גלייבן אז עס וועט פוילן און טוישן די מציאות בפועל ממש. אבער לפי וואס די שרייבסט האט דאך תפילה נישט קיין זינען?
עס איז axiomatic ביהדות וברעליגיע בכלליות אז טרענסענדענס והתקשרות (במחשבה וכו׳) צום געדאנק פון ״ג-ט״ איז א דבר טוב. העק, עס איז די אָלטימעט דבר טוב און די point און תכלית פון רעליגיע און א רעליגיעזע לעבן בכלל! יעצט, אויב איז תפילה א מיטל דערצו, איז דאך דאס די point ומטרה פון דאווענען און נישט לרכוש דבר גשמי מה, און אפילו ווען מ׳זאל אָננעמען און האבן עמפּירישע באווייזן אז תפילה העלפט יא פאר דברים גשמיים. והשתא דאתית להכי, איז ווען א מענטש איז אין א מצב פון הכנעה אישית, וואס דעמאלטס קען ער דאך עטשיִוון די דביקות שהיא מטרת התפילה בכלל (און דאס איז דאך די point פון פאסטן בימי תענית וכנ״ל), צי דורכ׳ן זיך אליין אריינלייגן אין די מצב (ע״י תענית וכדומה) צי מחוצה לו (חולי ל״ע), דאן איז דאך א שעת הכושר צו עטשיִוון די דביקות צו וואס תפילה איז א מיטל.

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 1:20 pm

· #510391
איך בין זייער אנטוישט אז מען באסט מיין באלאן.. איך האב ערווארטעט תירוצים וואס לאזן די הנחה אז תפילה העלפט למעשה, און דאך נעמט קער פונעם פראבלעם אז אונז זעהן עס נישט.
אז נישט איז נישט...

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 1:54 pm

· #510393
איך בין מיט שמן למאור, ער פרעגט לאגישע שאלות און מען פארענטפערט עס מיט העכערע אבסטראקט ענינים, שיינע טייטשן און הייליגע געדאנקען...

איך טענה דאס שוין יארן! אודאי איז תפלה דער עיקר וועג ווי אזוי זיך צו מדבק זיין מיט השי"ת, און ווי די ספרים טייטשן אז תפלה איז מלשון נפתולי אלקים נפתלתי וואס איז א ל' חיבור, אבער מאי אהני לן? פארוואס בעט מען זיך אויס יעדן טאג און בפרט אין די הייליגע טעג?

יעדער פארשטייט אודאי אז עס איז נישט פשוט, עס גייט נישט אז מען בעהט און מען ווערט תיכף געהאלפן (הגם לכאורה וואלט עס יא געדארפט זיין אזוי...), ווי א דרשן האט אמאל געזאגט אז דאס וואלט אוועקגענומען די בחירה פון יעדע מענטש, א מענטש וואלט געטון וואס ער וויל, און ווען ער האט א אישו לויפט ער צום תהלימ'ל און ווערט תיכף געהאלפן בכל משאלות לבו, ממש א מחי', ניין? אלע שקצים און רשעים וואלטן דאס געטון.... אקעי, איך פארשטיי עס איז נישט א פולקאמע אינסטענט סגולה, אבער ממש נישט צו זעהן קיין שום חילוק? די טעג און די חדשים פון די נייע יאר זענען פונקט ווי בעפאר די הייליגע טעג?

גראדע וואונדער איך זיך וואס קיינער האט נישט געענטפערט פאר שמן למאור (מסתמא אויף אייוועלט וואלט מען אים שוין דאס געענטפערט) זאג נאר, דיינע קבלות טובות פון די הייליגע טעג האסטו יא מקיים געווען? אדער דו ביסט געווארן א חוזר לסורך, און אלעס צוריק צום אלטן... אויב אזוי, וואס ווילסטו פון באשעפער? איך האב שוין אסאך געהערט די סארט תשובות. אבער אויב איז דאס די ריכטיגע תירוץ, קומט אריין די שאלה פון שמן למאור (און פון יעדן איינעם) וואס טוט זיך מיט די מענטשן פון תל אביב און הרצליה... 😛 זיי האבן זיך בכלל נישט מקבל געווען, ניטאמאל א רצון האבן זיי געהאט....

עכ"פ איך פאר אביסל אוועק, אבער די נקודה איז אז די קשיא שרייעט, מיר זענען מחנך אונזערע קינדער, און אונז אליין, אז תפלה איז די בעסטע עצה און איינציגסטע ריכטיגע מיטל, דאקטוירים זענען נאר שלוחים וכו' וכו', אבער למעשה זעען מיר נישט מיט די פליישיגע אויגן ווי תפלה דעליווערט, כאטש מיר גלייבן באמונה שלימה אז עפעס טוט עס אויף און קיין איין תפלה אדער טרער גייט נישט לאיבוד.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 1:59 pm

· #510394
שמן למאור
איך בין זייער אנטוישט אז מען באסט מיין באלאן.. איך האב ערווארטעט תירוצים וואס לאזן די הנחה אז תפילה העלפט למעשה, און דאך נעמט קער פונעם פראבלעם אז אונז זעהן עס נישט.
אז נישט איז נישט...
- קַוֵּה אֶל ה'- האסט מתפלל געווען צום באשעפער און מ'האט דיר נישט געענטפערט

- חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ- שטארק דיין הארץ!

- וְקַוֵּה אֶל ה'- און זיי נאכאמאל מתפלל צום באשעפער (וחוזר חלילה)

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 2:40 pm

· #510396
איך האב מיך דערמאנט נאך א געדאנק וואס איך האב געהאט בדעה אריינצולייגן אינעם ארטיקל, אבער עס איז מיר ארויס פון קאפ. וועל איך עס דא משלים זיין.

איך געדענק אלס בחור אין ישיבה האט איינע פון מיינע מגידי שיעור געוואלט ממחיש זיין די ערנסקייט פון די הייליגע טעג און ווי די יום הדין איז 'ממש עכט' האט ער געזאגט אזוי; דער עושר קומט אריין אין ביהמ"ד און ער בעט זיך אויס "באשעפער.. פליז.. לאז עס וויאזוי עס איז.. טאטש נישט.. עס איז גוט געווען ביז אהער, לאז די אינקאם ווייטער פליסן ווי ביז אהער" אבער ער כאפט נישט אז מען איז אים פריש דן כאילו ער איז א ארעמאן און מען גיבט אים א פרישע עשירות! נאך ראש השנה איז ער א פרישע עושר! א נייע גבער אין שטאט! און די זעלבע איז ביי יעדעם מיט זיין געזינט פרנסה נחת וכדומה!!

און איך האב אזוי געטראכט צו מיר.. זייער אינטערסאנט! איך זע נישט ווי נאך ראש השנה קומען פליצלונג ארויף פרישע גבירים. און איך זע אויך נישט ווי עשירים פארלירן פליצלינג די הויזן... אלעס פארט ווייטער כאילו ס'נישט אריבער קיין משפט בכלל. אויב איז עס א נייע 'פרישע' פסק דין, דאן וואס זענען די אדס אז די פסק פון 'יעדעם' איז געווען אז אלעס בלייבט די זעלבע...?!

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 2:43 pm

· #510397
Re: וואו איז אונזער גוט געבענטשט יאר?
דער וואס וויל נישט זעהן, זעהט טאקע נישט.

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 2:48 pm

· #510399
שמעקעדיג, האסט עס גוט ארויסגעברענגט. איך זיך די "אייוועלט" תריצים, דערווייל באקום איך קאווע שטיבל תריצים...

די פראבלעם איז נאר, אז אויף אייוועלט וואלט אזא אשכול געפלויגן אין די ערשטע מינוט, אפילו דיין ווערסיע.

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 2:50 pm

· #510400
צוזאמגעדרייט
דער וואס וויל נישט זעהן, זעהט טאקע נישט.
וואס זעסטו פינקטליך?
איך מיין אז אפילו די וואס פראבירן שטארק צו זען, זעהן גארנישט. אדרבה זאג מיר. זענען די שפיטעלער אין תל אביב מער אנגעפילט ווי אין ירושלים? מוטשענען זיך די פרייע עולם מער מיט פרנסה ווי די פרימע?

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 2:58 pm

· #510401
שמעקעדיג
עס גייט נישט אז מען בעהט און מען ווערט תיכף געהאלפן (הגם לכאורה וואלט עס יא געדארפט זיין אזוי...), ווי א דרשן האט אמאל געזאגט אז דאס וואלט אוועקגענומען די בחירה פון יעדע מענטש, א מענטש וואלט געטון וואס ער וויל, און ווען ער האט א אישו לויפט ער צום תהלימ'ל און ווערט תיכף געהאלפן בכל משאלות לבו, ממש א מחי', ניין?
איך פארשטיי נישט ממש וואס די זאגסט דא. וואס האט איינס מיטן צווייטן? תפילה קען העלפן אינסטינטלי, און דאך וועלן רשעים באקומען זייער עונש אויף 'יענע וועלט'
אפילו אויב איינער מאכט זיך א חשבון אז ער וועט טון וואס ער וויל און דאן מתפלל זיין אז אלעס זאל אים גיין גוט, ווארט אים דאך נאכאלטס אפ דעם הייסן פייער אויף יענע וועלט!

אדרבה אויב וואלט תפילה געווען אזא קלארע זאך אז עס העלפט, וואלט מען דאך געזען די אפענע יד השם, און מען וואלט געציטערט פון די גיהנם.

שאלתיאל » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 5:32 pm

· #510408
איך באופן אישי, גלייב יא (בעיסד אויף ערציאונג, אינטואיציע ומאמרי חז"ל וכדומה) אז ווען כ'דאווען שטיי איך פאר גאט און ער הערט מיין געבעט, נאר וואס דען איך פראביר נישט בויען קיין עקספעקטעשאנס בעיסד אויף סיי וואס ווייל איך פארשטיי אז סוכ"ס זענען די ''רולס אוו דעי געים'' ווייט פון זיין אויפגעדעקט פאר אונז. ס'שטייט טאקע אסאך זאכן און כ'פראוו טון ווי ווייט מעגליך אבער כ'רעד מיך נישט איין אז כ'האב ארויס פונקטליך די מהלכים דארט אויבן און כ'קען יעצט עקספעקטן זאכן סטייל 'געשאקעלט כפרות +תשליך +געגעסן סימנים - געגעסן ניס = געזונט נחת און פרנסה'' וכדומה.
אין תורה שטייט דאך 'כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך' און נאך אסאך הבטחות וואס מ'זעט נישט עכט ווי ס'ווערט מקויים סאו עקספעקט איך נישט באזירט אויף אנדערע זאכן אויך נישט, זיכער נישט אויף ר' חיים קנייבסקי'ס ''געב צדקה פאר וועדת הרבנים און וועסט לעבן לאנג, גוטע קינדער און מקבל זיין פני שכינה''- סטייל סגולות און הבטחות מיט וואס אונז זענען משופע ב"ה לרוב. (''צוברעך דיין סמארטפאן/רעד נישט ביים דאווענען/זאג תיקון הכללי און וועסט זיך איינהאנדלען א פריוואטע סניגור וועלכע וועט שתדל'ן ביי גאט און זיכער מאכן זאלסט ארויסגיין ריין'' ..)

בקיצור כ'פראביר שפילן די געים ווי ווייט מעגליך לויט די רולס אבער כ'ווייס אז די מאווס פון דער אנדערע שפילער כביכול וכו' וועט קיינמאל נישט זיין פארשטענדליך אדער פאראויסעגעזהן פון פאראויס.

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 5:57 pm

· #510409
סאו דו טוסט עס בעיסיקלי אלס טראדיציע אויס. ביסט א מסורתי... אבער דו גלייבסט נישט קיין כי הוא זה דערינען...

בנוגע דאס וואס דו ברענגסט איבער דעם כבד את אביך ואת אמך האבן שוין חז"ל געזען דעם פראבלעם דערמיט. זעט מען דען אז די וואס זענען מכבד די עלטערן לעבן לענגער ווי די וואס זענען נישט מכבד די עלטערן?

אדער ווי די גמרא לייגט עס אראפ: בכבוד אב ואם כתיב "למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך", בשילוח הקן כתיב "למען ייטב לך והארכת ימים"; הרי שאמר לו אביו: עלה לבירה והבא לי גוזלות! ועלה, ושלח את האם ולקח את הבנים, ובחזרתו נפל ומת, היכן אריכות ימיו של זה? והיכן טובתו של זה?
אלא: למען יאריכון ימיך - בעולם שכולו ארוך, ולמען ייטב לך - לעולם שכולו טוב."

און ווי די גמרא זאגט דארטן האט די אמורא קלאר געזען אזא מעשה מיט די אייגענע אויגן!!! איינער איז מקיים אין איין שאס "ביידע" מצות וואס די תורה גיבט אויף דעם אריכות ימים... און... אויפן וועג צוריק פאלט ער אראפ א טויטער!?!?!

אחר איז גענצליך אפגעפארן צוליב דעם קשיא! אבער ר' יעקב האט געוויסט וויאזוי עס צו פארענטפערן, אז עס מיינט טאקע נאר אויף יענע וועלט....! נישטא קיין אריכות ימים אויף די וועלט פאר כיבוד אב ואם...

די חורבן איז אז ר' יעקב לשיטתו וואס האלט שכר מצוה בהאי עלמא ליכא אבער וואס טוען די אנדערע שיטות מיט א קלארע מעשה? און אפילו לר' יעקב.. וואס איז מיט תפילה? אויך נאר אויף יענע וועלט? מען בעט רפאנו, ברך עלינו וכו' פאר יענע וועלט?... אפשר..

שאלתיאל » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 6:05 pm

· #510410
איך גלייב יא (למאי נפק"מ אויף וואס דער אמונה איז באזירט, למעשה גלייב איך) נאר איך פראביר נישט בויען דערויף גארנישט ווען ס'קומט צו די סארט זאכן פון הבטחות-שכר-סגולות וכדומיהן. איך רעד מיך נישט איין אז כ'האב ארויס פונקטליך ווי ס'ארבעט דער סיסטעם אויבן (ווי דו זעסט טאקע ביי כבד את אביך מיינט עס טאקע נישט כפשוטו און גיי ווייס וואס ס'מיינט ערגעץ אנדערש)

מתבודד » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 6:18 pm

· #510411
פאר איך מיר אויף ניינציג מייל א שעה אראפ די פאליסעידס, אינעם קאר באמבערט די נייעסטע סינגל אויפן העכסטן און די אינטש אפענע פענסטער ציט ארויס די רויעך פון מיין ציגאר... בקיצור, די וועלט איז מיינס.

ביז.... יאפ, ביז די שפיגל דערציילט מיר וועגן די בלויע-און-רויטע לייטס וואס דרויען אויפ’ן ערגסטן. די שטרענגע אפיציר פרעגט מיר צו איך ווייס פארוואס ער שטעלט מיר אפ. איך שענק אים צוריק א תמימות’דיג בליק און ער זאגט מיר אז ער האט אויף זיין ראדאר ווי כ’פאר אויף 96 מפ”ש. 41 העכער’ן ספיד לימיט.
די וועלט פאלט מיר איין! מיין פרנסה איז שטארק אנגעוואנדן אין מיין לייסענס און מיט אלע פריערדיגע פוינט’ס קען איך אט איינהאנדלען א בייק. מיט מיין גרעסטע הכנעה’דיגסטע טאן איך קען נאר אנשטעלן פאנג איך זיך אן צו בעטן ווי א גזלן ער זאל מיר פריי לאזן. איך שוין נישט קיין ווערטער און בין אפי’ שוקל צו כ’זאל נישט אפשר ארויסשטופן אפאר טרערעלעך...

אט דאס איז תפילה.
ווען איך, פשוט’ע בשר ודם, וואס קען יעדע רגע ווערן אריבערגעפארן דורך א טראק, אדער געשאסן דורך א טעראריסט, איך בין נישט פארזיכערט מיט מיין נעקסטע מינוט פון לעבן, שטעלט זיך פארן מלך וואס איך ווייס אז ער, און נאר ער איז אחראי פארן גאנצן יקום, שטייגט מיין הכנעה ביז’ן פילן ווי א.... הילפסלאזער בשר ודם!
מיין אטאמאטישער ריספאנס איז זיך אנפאנגן בעטן ביי דער וואס איז אין טשארזש, געב מיר לעבן! געב מיר געזונט, פרנסה וכו’. צו ער גייט מיר נאכגעבן ווייס איך נישט. אבער קיין אנדערע ברירה האב איך נישט...

פאליטיקאנט » מוצ"ש אקטאבער 22, 2022 11:59 pm

· #510473
Re: וואו איז אונזער גוט געבענטשט יאר?
מתבודד

יא יא, דאס איז די געדאנק אונטער דעם, די שאלה איז נאר צו די זיך בעטן העלפט למעשה.

שמן למאור » זונטאג אקטאבער 23, 2022 12:31 am

· #510475
מתבודד: איך בין גראדע נישט די סארט טיפ וואס וויינט זיך אויס צום פאליסמאן אז ער זאל 'דאס מאל' רחמנות האבן און בלויז געבן א ווארענונג. אבער איך קען פארשטיין די וואס בעטן זיך יא, ווייל עס מאכט זיך אמאל אז די פאליס גיבט נאך און געבט טאקע נישט קיין טיקעט.
אבער אויב וואלט מען קלאר געוויסט מיט סייענטיפישע שטודיעס אז בעטן העלפט ממש קיינמאל נישט, דאן וואלט בכלל נישט געהאט קיין פשט זיך איינצובעטן.

טמיר » זונטאג אקטאבער 23, 2022 1:20 am

· #510481
Re: וואו איז אונזער גוט געבענטשט יאר?
ייש"כ עצי פארן ארויפברענגען אן ענין וואס באדערט מיך (און מסתמא אסאך אנדערע) פאר יארן.

דער אמת איז אז די ראשונים שוין פרעגן אן ענליכע קשיא, וואס איז די פשט פון תפילה? אויב ה' האט איינגעזען אז אז דאס איז גוט פאר דיר אדער כפרת עוונות, וויאזוי קענסטו דאס טוישן סתם מיט בעטן? (כל האומר הקבה וותרן וכו')

איך בין שוין לאנג געקומען צי די מסקנה אויף 100% אזוי ווי מי אני און נאך האבן שוין דערמאנט, אז איה"נ תפילה איז נישט קיין טול צי טוישן גארנישט, עס איז בלויז אן עבודה פון א איד זיך צי מתחנן זיין צי ה' פאר אלע געברויכן כעבדא קמי מרי, צי "ווייזן" אז מיר זענען אנגעוויזן אויף עם. ענליך צי די רמבן "בריותיך אנחנו".

ווען איך זעה די צעטלעך פון מען דארף "איינרייסן" פאר דעם און יענעם קען איך מיך נישט איינהאלטן פון אונטערשמייכלן. נעבעך (אויף מיך)

טמיר » זונטאג אקטאבער 23, 2022 1:26 am

· #510483
Re: וואו איז אונזער גוט געבענטשט יאר?
כ"ווייס נישט אויב עס איז דא אויף דעם סתירות פון חז"ל. דאס אז געוויסע מענטשן האבן מתפלל געווען און עס האט געהאלפן איז נישט קיין סתירה, עס איז א נס וואס דער תנא אדער אמורא האט באוויזן (אזויווי אלישע האט געטון מיט'ן שטעקן, די זעלבע קען מען טון מיט דיבורים). דא רעדט מען צי די חפצא פון תפילה קען אויפטון. און אנדערע ווערטער, אויב איינער קען נישט מאכן געזונט מיט א פאטשיילע קען ער אויך נישט מיט תפילה. עס האט מיט די גברא נישט די חפצי.

אבער אודאי איז דא סתירות צי דעם פון שפעטערדיגע, איך ווייס נישט פונקטליך צי ראשונים אדער אחרונים אדער תלמידי בע"ש. ס'איז נישט משנה, קיינער קען זיך קריגן מיט די מציאות

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 23, 2022 1:38 am

· #510486
מתבודד
ביז די שפיגל דערציילט מיר וועגן די בלויע-און-רויטע לייטס וואס דראען אויפ’ן ערגסטן. דער שטרענגער אפיציר פרעגט מיר צו איך ווייס פארוואס ער שטעלט מיר אפ...
איז דו פארגלייכסט דעם רבש"ע צו א שטרענגע פאליסמאן וואס וויל דיר באשטראפן? אדער ווי א אבינו אב הרחמן המרחם?

מתבודד » זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:26 am

· #510487
אם כבנים רחמינו כרחם אב על בנים ואם כעבדים עינינו לך תלויות....

די נקודה בלייבט איינס און די זעלבע, נאכ’ן קומען צום הבנה אז ער איז דער וואס איז מחליט אויף מיין שיקזאל, און כ’ווייס אז ער הערט מיר אויס, בעט איך אים.

די געפיל קענסטו אריינפילן וויאזוי די ווילסט, ס’איז ביידע אמת במילא, מצד שני די גאנצע חיוב התפילה אידאך נאר צו קאנעקטן מענטש מיט גאט א”כ טו עס לפי די תוצאות פון דיין התבוננות יענעם טאג פאר’ן דאווענען.

נ.ב. דאס איז די סיבה פארוואס קודם איז מען משבח, און ערשט ביי שמו”ע בעט מען פאר זיך, ווייל ביי נאו האט מען זיך שוין מתבונן געווען אין גדלות הבורא וכו’, קומט מען אן צו בעטן פאר אייגענע צרכים.

לסיומא, איך בעט ווייל ער וויל כ’זאל בעטן, ווייל ער וויל כ’זאל קאנעקטן, ווען איך קאנעקט בעט איך שוין במילא.
איך גלייב אז ער הערט מיך אויס, כ’גלייב אז מיין תפילה מאכט א חילוק, (דוגמת תפילת מרע”ה שלא סיים התפילות ע’’כ לא נענה). איך ווייס ”נישט” אויב ער גייט מיך נאכגעבן. ער קען מיר ענטפערן ”ניין” פונקט ווי ער קען ענטפערן יא!

(באקאנטע מח’ צווישן ר’ ישראל סאלאנטער און חזו”א בנוגע בטחון, למעשה האבן ווייניג געהאלטן אז מ’קען ’צווינגן’ הקב”ה נאר ענדערש אז ס’טוט ”עפעס” אויף)

מרדכי מרדכי » מאנטאג אקטאבער 24, 2022 10:35 am

· #510568
@שמן למאור אויף דעם האט שוין א גדול געזאגט "דו האסט נישט קשיות, דו האסט תירוצים"
מען טאר דיך נישט ענטפערן ביסט אן אפיקורס.
למעשה איז מיך שווער די זעלבע זאכן
אמאל האט מיך א מגיד שיעור דערציילט וועגן די וויכטיגקייט פון דאווענען, אמאל איז געווען א קראנקע איד וואס איז געגאנגן צו א מקובל זיך אויסבעטן און דער מקובל האט עם אנגעשריגן "וואס קומסטו צו מיר לויף אריין אין בית מדרש ביים ארון קודש און שריי צום באשעפער" און אזוי האט ער געטוהן. למעשה איז יענער אוועק. האב איך עם געפרעגט זעסט אז עס האט נישט געהאלפן

שמן למאור » מאנטאג אקטאבער 24, 2022 11:01 am

· #510572
ח"ו, איך בין נישט קיין אפיקורס! איך בין נישט קיין OTD, איך בין טיף אינעם סיסטעם, מיטן היט און רעקל און פיאות, ס'קען אפילו זיין אז דו שטייסט נעבן מיר ביים דאווענען...

איך האב נישט קיין תירוצים, ווייל ווי געשריבן בין איך נישט עובר אויף קיין עבירות (עכ"פ במזיד נישט מער ווי דיר) וואס איך דארף אויף זיי תירוצים. אויב עפעס זיך איך תירוצים צו בארעכטיגן מיין 'יעצטיגע' פרומע לעבנסשטייגער. איך זיך צו לעבן א לעבן וואס מאכט אויך סענס פאר מיר.

מתבודד » מאנטאג אקטאבער 24, 2022 6:43 pm

· #510596
ווי אויך א תירוץ פאר’ן נישט שלאגן כפרות תשפ"ג...

כ’קען קוים ווארטן צו הערן די תיקונים וואס זענען געשען פונעם נישט שלאגן.

ערשטע תיקון איז עפענען אטע די אשכול!

שמן למאור » מאנטאג אקטאבער 24, 2022 6:53 pm

· #510599
מתבודד
ווי אויך א תירוץ פאר’ן נישט שלאגן כפרות תשפ"ג...

כ’קען קוים ווארטן צו הערן די תיקונים וואס זענען געשען פונעם נישט שלאגן.

ערשטע תיקון איז עפענען אטע די אשכול!
אויף דעם האב איך דאך שוין געשריבן מיין תירוץ...
כפרות שלאגן איז א מנהג, נישט קיין דאורייתא און אפילו נישט קיין דרבנן.

מתבודד » מאנטאג אקטאבער 24, 2022 6:59 pm

· #510600
ניתי ספר הקדוש ונחזה
למשל היי יאר בין איך אויפגעשטאנען שפעט ערב יום כיפור און איך האב אויסגעלאזט די מנהג פון כפרות שלאגן דעם יאר. איי די עבירות וועלן מיר נישט אריבערגיין צום הינדל..?! און... ווער ווייסט וואס...!
אבער מיט אזעליכע קשיות מיט ספיקות אין קאפ, האב איך געטראכט.. זאל שוין זיין אזוי... גיי איך טאקע זען א חילוק אין מיין יאר?!? גייט די לעק פון כפרות שלאגן אויסקלאפן פאקטיש אויפן קומענדיגע יאר? אויב נישט דאן פארוואס זיך אנשטרענגען? (ובפרט אז מען קען זיך תולה זיין אונעם מחבר)
וואס איז די עיקר און וואס איז די טפל?..
נ.ב. כ’האב אויך נישט געשלאגן כפרות. פליז ווער ניש אפענדעט...

שמן למאור » מאנטאג אקטאבער 24, 2022 8:31 pm

· #510605
זה וזה גורם...

קוק.. פון א קשיא גייט מען נאכנישט עובר זיין קיין דאורייתות..

שלג זהב » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 9:35 pm

· #537653
Re:
שמן למאור #
למשל היי יאר בין איך אויפגעשטאנען שפעט ערב יום כיפור און איך האב אויסגעלאזט די מנהג פון כפרות שלאגן דעם יאר. איי די עבירות וועלן מיר נישט אריבערגיין צום הינדל..?! און... ווער ווייסט וואס...!
אבער מיט אזעליכע קשיות מיט ספיקות אין קאפ, האב איך געטראכט.. זאל שוין זיין אזוי... גיי איך טאקע זען א חילוק אין מיין יאר?!? גייט די לעק פון כפרות שלאגן אויסקלאפן פאקטיש אויפן קומענדיגע יאר? אויב נישט דאן פארוואס זיך אנשטרענגען? (ובפרט אז מען קען זיך תולה זיין אונעם מחבר)
נו וואס זענען די ריזאלטס?
ביי מיר לויפן שוין די שטודיעס די לעצטע פאר יאר אן זעהן קיין שום חילוקים, אבער כפרות האב איך נאך אנגעהאלטן (דערווייל), נאך אלעם פארדינט כאטש איינער פון מיין $10 צדקה, אבער פון די אנדערע סימנים האט דאך קיינער נישט הנאה..

שמן למאור » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:20 am

· #537658
Re: Re:
שלג זהב #

כ'האב נישט געזען קיין שום חילוק ווי א יאר פאר דעם...

און טאקע היי יאר האט מען לכתחילה אויסגעלאזט כפרות שלאגן.