☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » פארוואס גלייבסטו?

פארוואס גלייבסטו?

205 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4049
בלאט: 1 2 3 4 5

שאלתיאל » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:29 pm

· #533639
אלפא
שאלתיאל
איך ווייס נישט צו ''דער'' קלוגסטע אבער ס'איז זיכער אז ער איז זייער געלערנט און א אינטעלעקטואל + האט אסאך אינטעגריטי, נישט פארהאן אסאך אזעלכע מאמינים.
וואס יא, לדעתי האט ער ווייניג עמאציאנאלע אינטעליגענציע.
ער פארשטייט לכאו' בעסער צו א גוט שטיקל בשר ווי צו א שיינע סימפאניע אדער ארט בכלליות.. ער מאכט כסדר אוועק סאציאלע סייענסן וכדו'.
קלאר אזוי. ער זאגט אסאך מאל אז ער איז א קאלטע ליטוואק

אלפא » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 6:38 pm

· #533668
מיין פערזענליכע (ערשטע) רעאקציע צום דעבאטע איז געווען, אז עס זעט מיר אויס למעשה אומראציאנאל צו גלייבן אין ג-ט - אביבי האט מיר געוואונען (בנוסף די אשכול פון @מי אני)
וואס יא, איך האלט נאכאלץ אז משום מה איז ראציאנאל פאר איינעם צו גלייבן אין אזאנע אומראציאנאלע זאכן!

דהיינו, די טענה אז ג-ט עקזיסטירט קען איך נישט ממש פעסט שטעלן (אפגערעדט די נאכפאלגענדע חיובים..) אבער איך האלט נישט אז איך דארף אויפהערן גלייבן אפי' אויב איך בין קאנוויסד (-וואס איך בין אויך נישט) אז עס איז אן האוקס, מיר אלע לעבן אין פאנטאזיע ווען עס איז ווערד די פרייז! איך האלט עס איז דזשאסטיפייד פאר זיך, פון א פסיכאלאגישן פערספעקטיוו..

הבהרה: איך בין נישט אויסגעקאכט אין פילאזאפיע אדער עפיסטאמאלאגיע צו דעפינירן בכלל 'רציאנאל', אליבא דאמת בין איך בכלל נישט קלאר אין די נפ"מ צווישן א ראציאנאלע מיינונג און א דזשאסטיפייד בעליף - אויב עס איז דא. דאס אלעס איז נאר מיין גאט-אינסטינקט פאר וועמען עס מאכט אויס..

מי אני » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:00 pm

· #533676
איך לינק טאקע צו אין יענעם אשכול (בתוך דעם ציטאט פונעם ראי״ה איבער הרגש ושכל) צום מימרא פון קירקעגארד אז ״טאמער א מענטש וואלט זיך אויפגעפירט גענצליך ראציאנאל, וואלט ער אזוי נישט מיטגעשטימט מיט׳ן געזעלשאפט, אז מ׳וואלט אים באטראכט ווי משוגע.״ וממילא, אז גיין מיט ראציאנאל עד הסוף, איז אליינס איראציאנאל!

וכן היא בנידון דידן. וואס רעליגיע ו״אמונה״ באדייטן פאר׳ן מענטש, וואס דאס קומט אראפ לבסוף צו ווי אזוי ער איז זיך ווילענדיג מתנהג עפ״י דתיה, איז נישט אזוי ווייט וואס איז ביי אים אויפגעוואוזן בשכלו אלס ״ראציאנאל״. ס׳איז וואס קומט אים אראפ אלס ״געפיהל״, וואס איז ל"ד אלס ראציאנאל (וידוע המימרא של בּלעיס פּאַסקאַל אז "דאס הארץ האט אירע סיבות פון וואס שכל/ריִזען ווייסט גארנישט"). און דאס איז, לאחרי הכל, צו ענטפערן כותרת האשכול, ״פארוואס ער גלייבט״. און ווי געשריבן אין מיין אשכול, איז דאס וואס איז גורם, ווי וויליאם דזשעימס רופט דאס, זיין ״ליעפּ אָוו פעיט״.

מי אני » מאנטאג מערץ 18, 2024 5:57 pm

· #555360
דר. קענעט סיִסקין שרייבט במשנתו של קאנט:
Although generations of skeptics applauded Kant for arguing that none of the traditional proofs for the existence of God are valid, Kant is not a skeptic when it comes to God. As he says in the preface to the second edition of the Critique of Pure Reason (Bxxx), his purpose in denying knowledge is to make room for faith (Glaube). Granted, this is not a leap of faith à la Kierkegaard but a rational faith founded on what he took to be our basic moral sense. Simply put, religion is not like geometry. If a person turns to God, it should be the outcome of a choice rather than a deduction. In regard to his own choice, Kant says near the end of the Critique of Pure Reason (A828/B850) that nothing can shake his belief in the existence of God and a future life because to do so would undermine his moral principles and render him “abhorrent in my own eyes.” These are hardly the words of a skeptic
עס איז אויך מן הראוי לציין צו וואס הרב דר. יעקב צבי [יונתן] זאקס ז״ל שרייבט:
For Judaism, the search for religious certainty through science or metaphysics is not merely fallacious but ultimately pagan. To suppose that God is scientifically provable is to identify God with what is observable, and this for Judaism is idolatry

מי אני » מיטוואך אפריל 3, 2024 11:24 am

· #557422
The Solipsist
לגבי סאליפּסיזם האט דר. טרוי דזשאלימאָר פארפאסט די פאעזיע (עס נוצט ענדזשעמבּמענט):
The Solipsist

Don't be misled
that sea-song you hear
when the shell's at your ear?
It's all in your head

That primordial tide
the slurp and salt-slosh
of the brain's briny wash
is on the inside

Truth be told, the whole place
everything that the eye
can take in, to the sky
and beyond into space

lives inside of your skull
When you set your sad head
down on Procrustes' bed
you lay down the whole

universe. You recline
on the pillow: the cosmos
grows dim. The soft ghost
in the squishy machine

which the world is, retires
Someday it will expire
Then all will go silent
and dark. For the moment

however, the black-
ness is just temporary
The planet you carry
will shortly swing back

from the far nether regions
And life will continue
but only within you
Which raises a question

that comes up again and again
as to why
God would make ear and eye
to face outward, not in?
בלאט: 1 2 3 4 5