כרם זית
@אישתשבי דער יעב"ץ גייט מיט די מהלך אז ער האט געווילט אפנערן, אבער ער האט געהאט די רעכט דערצו ווי די גמרא געבט די עצה אויף הרוצה שיתקבלו דבריו יתלן באילן מאסק... כמיין גדול. און דער חת"ס דרוקט זיך אויס אויף די יעב"ץ, ׳דבר גדול דיבר הנביא׳.
בנוגע די ווייב זיינע, מיין אז די ביסט זיך טועה וויבאלד עס איז דא אן עדות פון א תלמיד הרמב"ן אז ער האט גערעדט מיט איר נאכן טויט (זיי האבן זיך נישט געגט), און זי האט מיט א פשטות געזאגט אז איר מאן האט עס געשריבן
קען זיין די יעבץ זאגט אזוי, כאטש לפי זכרוני האלט דער יעבץ אז עס איז דא שטיקלעך וואס זענען יא אמת, און הוספות פין שפעטער וואס זענען געמישט. און אפילו אויב ער האלט אזוי, קען זיין אז ער האט נישט מודה געוועהן צו דער רעיון אין קבלה פין זיך מתדבק זיין אין א נשמה און איבערזאגען זאכען פין א נשמה, וואס דאס איז דער פראבלעם מיט היינטיגע יהדות אויך, אז עס איז א געמישעכץ פין אמונות אהן מודה זיין אז עס קען זיין עטליכע אמונות וואס זענען אמת, והדברים ארוכים.
דער יעבץ האט בעיקר געבאדערט אז עולם גולם גלייבט אין דער זוהר אזויווי גמרא, און דאס האט ער געוואלט אויסרייסען, די ידענים בדורו האבען מן הסתם שוין געוויסט וואס ער שרייבט בנוגע די זוהר, ער האט נישט אנטדעקט א באמבע דא.
וואס איז די טעות בנוגע זיין ווייב?
איך ווייס פין די גאנצע מעשה אין יוחסין, דער מעשה איז לפי זכרוני אפגעפרעגט פין די חוקרים, אפשר איז א שמץ דערפין אמת, אבער עס איז נישט דא א ספר וואס דארט שטייט איינער און זאגט אז ער האט גערעדט מיט זיין ווייב, עס איז מעשה וואס קומט פין א כתב יד ישן נושן וואס דער כתב יד האט נאר דער מעשה. און אנדערע חלקים פין די מעשה זענען מיין איך נישט וועריפייד, למשל אז רמד"ל האט געשריבען דער זוהר צו מאכען געלט, ווייל ער האט פאקויפט בלעטלעך דערפין, ביינאכט האט ער געשריבען און באטאג פארקויפט, און דער עיקר קשיא איז ווער האט צוזאמען גענומען די כתבים? בקיצור דער גאנצע מעשה זעהט אויס צו זיין א גרעסערע פאבריקאציע ווי דער טענה אז דער גאנצע זוהר איז פאבריקעיטעט.