☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16997

מייסטערווערק » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:57 pm

· #559596
ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
דער אשכול איז געווידמעט פאר קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ציבעך און צערעמאניעס (סייקעדעליקס ביים היימישער ציבור)

צקון לחש » זונטאג אפריל 28, 2024 11:00 am

· #560138
Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
געוואלדיגע און העכסט אינפארמאטיווע ארטיקל, ווי עס פאסט פאר רבינו הגדול @יידל זי"ע

(א קליינע באקאנטע טעות האב איך באמערקט: פחים קטנים במקום פכים קטנים, איך בין טאקע נישט אונטער דעם איינפלוס ליידער...)

אלפא » זונטאג אפריל 28, 2024 11:23 am

· #560144
Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
[ציטאט אראפגענומען]
ווער איז דער 'ער'? און וואס זענען די נימוקים?

צקון לחש » זונטאג אפריל 28, 2024 11:31 am

· #560149
Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
אה, אזויווי ציגערעטן

מי אני » זונטאג אפריל 28, 2024 12:01 pm

· #560155
דאס איז וואס דער אגרות משה (יו״ד ח״ג סימן לה) שרייבט לגבי רייכערן קאַנאַבּיס: 📎 IMG_7228.jpeg הרב דר. ברוך פינקעלשטיין טענה׳ט אז זיינע סיבות לאסור זענען ל״ד מאסגעבענד פאר די סארט סאָבּסטענצעס (ועיין כאן).

‏לגבי פירן א פסח סדר זייענדיג אויף סייקעדעליקס, האב איך דאך צוגעברענגט פון דר. בנימין שׁענאן אז מראה הסנה של משרע״ה האט געקענט זיין א געדאנק פון דורך א סייקעדעליק טריפּ. און דער רדב״ז ברענגט טאקע צו במשנה תורה הל׳ כלאים (פ״ה הי״ט) ״אבל עלי הקנבוס הנקרא קנב אוכלין אותו במצרים ומשכר ואומרים שהוא משמח״ ע״ש…
צקון לחש #
א קליינע באקאנטע טעות האב איך באמערקט: פחים קטנים במקום פכים קטנים, איך בין טאקע נישט אונטער דעם איינפלוס ליידער...
איך האב פארשטאנען אז דאס איז א מכוונ׳דיגער מליצה אז דער מענטש ווערט באפרייט פון די נעצן אין זיין נפש אין וועלכע ער פיהלט געפאנגען.

יאסל ראקאווער » זונטאג אפריל 28, 2024 12:54 pm

· #560173
Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
https://www.nytimes.com/2024/04/19/nyregion/mushrooms-psychedelics-religion-jews.html

איך ווייסט נישט צו דער מייסטער איז משפיע דארט אבער זיין ארטיקל איז ממש צייטגייסט מיט די טיימס פון פאריגע וואך

מי אני » זונטאג אפריל 28, 2024 1:20 pm

· #560177
‏דא האב איך צוגעברענגט די שטודיע וואס זיי ברענגען צו, וואו זיי שאצן אז רוב אמעריקאנער שטעט וועלן לעגאליזירן סייקעדעליקס צווישן 2034 און 2037. זיי גלייכן צו די דרך דערין צום לעגאלן דרך וואס קאַנאַבּיס האט גענומען צו ווערן לעגאליזירט אין אסאך שטעט.

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג אפריל 28, 2024 5:05 pm

· #560199
Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
[ציטאט אראפגענומען]

ער רעדט נישט דארט פון די סארט סממני רפואה וואס דער ׳מייסטערווערק׳ ארטיקל באציט זיך... און ס׳פשוט די חילוק פון רעקריעשענאל דראג׳ס ביז מעדעצין לרפואה.

שעפטאל » זונטאג אפריל 28, 2024 6:07 pm

· #560204
Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
אויב די תשובה פון ר' משה האט שייכות צו אייוואסקא
בְּתוֹךְ עַמִּי #
ער רעדט נישט דארט פון די סארט סממני רפואה וואס דער ׳מייסטערווערק׳ ארטיקל באציט זיך... און ס׳פשוט די חילוק פון רעקריעשענאל דראג׳ס ביז מעדעצין לרפואה.
ז"ל התשובה (שהביא חכם הרזים לעיל)
הנה בדבר אשר התחילו איזה בחורים מהישיבה לעשן חשיש (מעראוואנא), פשוט שהוא דבר אסור מכמה עיקרי דינים שבתורה

חדא שהוא מקלקל ומכלה את הגוף,

כ'ווייס נישט אויב מארכיוואנע איז מקלקל דעם גוף. אבער אייוואסקא זיכער נישט, ס'רייניגט און היילט אויס דעם גוף

ואף אם נמצאו אנשים בריאים שלא מזיק להם כל כך אבל מקלקל הוא את הדעת ואינם יכולים להבין דבר לאשורו שזה עוד יותר חמור שלבד שמונע עצמו מלמוד התורה כראוי הוא מניעה גם מתפלה וממצות התורה שעשיה בלא דעת הראוי הוא כלא קיימם.

פון מיין עקספיריענס ביי אייוואסקא קען אמאל זיין אפאר טעג וואס כ'האב נישט די כוחות זיך צו פארטיפן אין סוגיות לעומקן.
אבער תפילה, און מצות בלי דעת הראוי? אדרבה. ס'עפענט די הארץ און די תפילה ומצות קענען געטוהן ווערן דוקא בדעת הראוי.

ועוד שהוא גורם תאוה גדולה אשר הוא יותר מתאות אכילה וכדומה הצריכים להאדם לחיותו ויש שלא יוכלו לצמצם ולהעביר תאותם, והוא איסור החמור שנאמר בבן סורר ומורה על תאוה היותר גדולה שיש לו לאכילה אף שהוא לאכילת כשרות, וכ”ש שאסור להביא עצמו לתאוה גדולה עוד יותר ולדבר שליכא שום צורך להאדם בזה שהוא אסור, ואף שלמלקות נימא שאין עונשין מן הדין מ”מ לאיסורא ודאי עובר על לאו זה ואיכא גם הטעם דאיכא בבן סורר ומורה שסופו שילסטם את הבריות כדאיתא בסנהדרין בפ’ בן סורר (ס”ח ע”ב).

ס'שוואכט אפ תאות אכילה. (עמאושנול עיטינג)

ועוד שהאב והאם של אלו שמעשנין זה מצטערים מאד אשר עוברין על מצות כבוד אב ואם.

כ'מיין ס'איז דא התירים אויף דעם. (די טאטע קען נישט אפהאלטן זיין זוהן פון זיך היילן) זאל מען פרעגן דעם דיין וואס האט שוין געטרינקן..

ועוד איכא איסור העשה דקדושים תהיו כפירוש הרמב”ן בחומש. וגם הם גורמים לאיסורים הרבה אחרים לבד זה,

כ'קען נאר שיערן מיין עקספיריענס להיפך גמור, גרויסע חיזוק אין שמירת התורה והמצות. (נאך שטיק צייט טריפן.)

סוף דבר הוא פשוט וברור שהוא מאיסורים חמורים וצריך להשתדל בכל היכולת להעביר טומאה זו מכל בני ישראל ובפרט מאלו שלומדין בישיבות. והנני ידידו מוקירו, משה פיינשטיין. עכ"ל.

שטייצעך כ'קום נישט מצד הלכה, נאר פון די מציאות הדברים כפי ידיעתי.
אויב איינער ווייסט אנדערש פון פערזענדליכע עקספיריענס זאל ער זיך ביטע אנרופן.

--

יישר כח יידל פארן הערליכען ארטיקל!!!

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 29, 2024 1:01 pm

· #560207
Re:
מי אני #

הרב דר. ברוך פינקעלשטיין טענה׳ט אז זיינע סיבות לאסור זענען ל״ד מאסגעבענד פאר די סארט סאָבּסטענצעס (ועיין כאן).
איך האב דורכגעלייענט פינקלשטין'ס תשובה. "ולעניית דעתי" איז ער א גרויסע פאץ און א דיסהאנעסט אינטעלעקטועל. נאר כ'בין אים דן לכף זכות אז ער וויל איבערמאכן דעם באדייט פון אן איסור תורה צוהאבן דעם זעלבן באדייט ווי א געזעץ מדיני. ס'קוקט אויס ווי ס'פארט אין אר"י, יענע ריכטונג עניוועי. מ'דארף לייענען אזא טוויסטעד פינקלשטין כדי צו עפרישיעיטן ר' משה'ס ראציאנאליטעט.

קהל'ס נער » דינסטאג אפריל 30, 2024 9:51 pm

· #560211
Re: Re:
טאמבל סאס #
מי אני #

הרב דר. ברוך פינקעלשטיין טענה׳ט אז זיינע סיבות לאסור זענען ל״ד מאסגעבענד פאר די סארט סאָבּסטענצעס (ועיין כאן).
איך האב דורכגעלייענט פינקלשטין'ס תשובה. "ולעניית דעתי" איז ער א גרויסע פאץ און א דיסהאנעסט אינטעלעקטועל. נאר כ'בין אים דן לכף זכות אז ער וויל איבערמאכן דעם באדייט פון אן איסור תורה צוהאבן דעם זעלבן באדייט ווי א געזעץ מדיני. ס'קוקט אויס ווי ס'פארט אין אר"י, יענע ריכטונג עניוועי. מ'דארף לייענען אזא טוויסטעד פינקלשטין כדי צו עפרישיעיטן ר' משה'ס ראציאנאליטעט.
איך קען נישט דעם דר׳ פינקעלשטיין צי ער איז א פאץ צי נישט, אבער פון ר׳ משה׳ס תשובה זעהט מען קלאר אז ער זיכט סתם צי אסר׳ן, נוסח התאחדות, עכ״כ אז ער האט געדארפט צוקומען צי כיבוד אב ואם צי אסר׳ן מאריחוואנה.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך מאי 1, 2024 12:28 am

· #560232
Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
[ציטאט אראפגענומען]

דער טעמע פאדערט לכאורה אן אריכות, אבער אין אין איין ווארט פון מיין פערזענליכע און ווי אויך ערשט האנטיגע עקספיריענס איז ווייל פאר א געטרינקענער איז זייער שווער צו פארדרייען דעם קאפ. מ׳ווערט זייער וואכזאם איבער וואס מ׳וויל באמת וכו׳ און מ׳ווערט קאנפידענט עס אויסצופירן למעשה...

נפה » זונטאג מאי 5, 2024 12:13 am

· #560663
Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
איך האב הנאה געהאט צו זען אז עוד @יידל חי
צוויי הערות,
איך מיין אז די צייטונגען און מאגאזינען רעדן אלע פון די טרענטס למיניהם און יידל'ס ווערטער
די טרענדס ביים עולם איבער דאקטעריי, מעדיצין, אלטערנאטיווע הייל מיטלען, וואקסינען, פרויען געזונט, עמאציאנעלע געזונט און אזוי ווייטער
אפי' מער פון וויפיל מען דארף, די איינציגסטער חלק פון וואס זיי פארהוילן זיך איז די חלק פון אינטערנעט און סאשעיל מידיא און דאס גלייכן ובדברי יידל
אין אן אוניווערס וואו קיינער קוקט נישט קיין מאוויס, פארט נישט וואקאציאנירן אין קאנקון, עסט נישט אין רעזערוו קאט, פאלגט נישט נאך ״אביסל״ סטעטוס, שיקט נישט ארום חיימא׳ס ווידעאס, ליינט נישט אייוועלט, ווער רעדט נאך קאווע שטיבל.
וואס די סיבה דערפאר איז פשוט ווייל עס איז דאך "טריף פסול" איי יעדער טוט עס האט שוין דער מלמד געפענט אין כתה ג' אז דער גיהנם איז גענוג גרויס (חוץ אויב דא איז דער גיהנם).

וההערה השנית ווען יידל געבט די קרעדיט פאר די וואס האבן אריינגעברענגט די באוויסטזיניקייט צו מענטל העלט אירע פראבלעמען און לעזונגען לאזט ער אויס די פרומע אויסגאבע "מעלות" וואס אנדערש ווי די אנדערע וואס וויפיל זיי וועלן שרייבן וועט עס נאכאלס זיין א נושא פון די "אויפגעקלערטע" משא"כ איין "חזק" אדער סתם אן ארטיקל אין די מעלות וואו זיי רעפערן צו היימישע טערעפיסטן "כשר'ט" סיי די מושג פון גיין צו א טערעפיסט און סיי די געדאנק אז איינער וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש איז ווייטער כשר.

איבער די איבריגע חלק פון די ארטיקל וועל איך נישט קאמאנטירן צוליב מיין אומבאקאנטשאפט מיט די נושא.

כספי » זונטאג מאי 5, 2024 12:15 pm

· #560712
Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
אזוי ווי כ'האב געשריבן האב איך שטארקע הנאה געהאט פון דעם אינפארמאטיוון ארטיקל, עקסטערע הנאה געווען פון די זיסע לשונות ווי: "כאטש וואס דאס וועט זיכער פירן צו סדרים וואס אלע סדרים פון אלע עמי-הארץ דורכאויס אונזער היסטאריע הינטער וועמענ’ס פענסטער מ׳האט זיך געשטעלט כדי מיטצוהאלטן די תמימות און ריינקייט, קענען זיך דערפאר פארשטעקן…" (אויב מ'וועט אריינמישן אין די מצות פון די מינע), וכדו'.
בעיקר איז געווען א חיזוק אז 'עוד @יידל חי', ולואי זאלן נאך אסאך אקטועלע ארטיקלען אונז דערקוויקן.
אזוי ווי @נפה האט שוין געשריבן האט ער אויסגעלאזט 'מעלות', וואס איז דאכט זיך געווען די ערשטע אויסגאבע וואס האט אריינגעברענגט די נושא ביים היימישן ציבור.

אלפא » מיטוואך מאי 8, 2024 4:11 am

· #561260
Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
לעיזער קרויס אין זיין שיעור פתיחה פארן נייעם זמן, זאגט ער ער פלאנט צו רעדן איבער עדיקשאן ביים היימישן עולם.
עדיקשאן צו שיכרות ביי געוויסע,
עדיקשאן צו מארכיוואנא,
עדיקשאן צו שראומס א.ד.ג. און צו פליען הויך כלשונו..

עס קומט פרישע צייטן אויף קולמע. איינער גייט אדרעסירן דאס וואס יעדער טראכט.

ער זאגט נאר ער האט עס נישט געוואלט אדרעסירן ביז היינט אזויווי די גמ' דילעמע צו מ'זאל אויסזאגן די שווינדלערייען פון גנבים ווייל אנדערע קענען זיך אפלערנען דערפון, למעשה זאגט ער גייט ער מיטן זעלבן צוגאנג ווי די גמ' אז 'צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם' אבער ער גייט פראבירן צו זיין פארזיכטיג...

עמדו וראו.

נחום הסופר » דינסטאג מאי 28, 2024 3:55 pm

· #563534
Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
בְּתוֹךְ עַמִּי #
[ציטאט אראפגענומען]

ער רעדט נישט דארט פון די סארט סממני רפואה וואס דער ׳מייסטערווערק׳ ארטיקל באציט זיך... און ס׳פשוט די חילוק פון רעקריעשענאל דראג׳ס ביז מעדעצין לרפואה.
ער רעדט דארט פון אייוואסקא

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג מאי 28, 2024 4:44 pm

· #563539
Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
נחום הסופר #
בְּתוֹךְ עַמִּי #
[ציטאט אראפגענומען]

ער רעדט נישט דארט פון די סארט סממני רפואה וואס דער ׳מייסטערווערק׳ ארטיקל באציט זיך... און ס׳פשוט די חילוק פון רעקריעשענאל דראג׳ס ביז מעדעצין לרפואה.
ער רעדט דארט פון אייוואסקא

קענסט עס ביטע אהערברענגען? לאמיר צוזאמען דורכטוהן די נושא...

מי אני » מוצ"ש יוני 1, 2024 11:00 pm

· #563966
כידוע זאגט מען אויף סייקעדעליק טריפּס אז דורכדעם "זעהט מען (כביכול) ג-ט" און עס איז (דומה צו) א רעליגיעזע עקספּיריענס. האב איך געקלערט אז אין פרקי היכלות רבתי שטייט:📎 פרקי היכלות 1.jpg והיינו, אז הגם עס פעהלט אויס צו זיין גאר מזוכך לראות פני ה' במרכבתו כביכול, איז דאך דא אַן ענין פון אויסלערנען די מעכאניזם דערפון פאר מענטשן, וואס אנדערש וועט קיינער נישט צוקומען דערצו און עס וועט פארגעסן ווערן. און שפעטער בפרק חי שטייט ווי הקב"ה לעכצט דערפאר כביכול:📎 פרקי היכלות 2.jpg ונמצא מזה אז עס קען יא זיין אַן ענין פון נעמען סייקעדעליקס להגיע למדריגה זו, און האפענטליך וועט נישט זיין קיין ענין פון (חגיגה יד:) הציץ ונפגע ח"ו.

ומי יתן כל עם ה' נביאים (במדבר יא כט). (ועיין להלן שם בפרקי היכלות פ"ל.)

כרם זית » זונטאג יוני 2, 2024 12:20 am

· #563974
Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
אויב עס איז eatables איז זיכער נישטא קיין פראבלעם פון הציץ ונפגע...

מי אני » זונטאג יוני 2, 2024 12:44 am

· #563976
כרם זית #
אויב עס איז edibles איז זיכער נישטא קיין פראבלעם פון הציץ ונפגע...
פארקערט. די גמרא זאגט דאך דארט בחגיגה ״בן זומא הציץ ונפגע ועליו הכתוב אומר (משלי כה טז) דבש מצאת אכול דייך פן תשבענו והקאתו״ ע״ש…

כרם זית » זונטאג יוני 2, 2024 1:01 am

· #563977
Re: ציבעך און צערעמאניעס (מייסטערווערק)
און טאקע ביי סייקעדעליקס זאגט מען אז די ערשטע פאר מאל מען נעמט עס דארף מען זיך רעכענען אז מען גייט ברעכן...

מי אני » פרייטאג יוני 14, 2024 5:38 pm

· #564931
דאס איז אַן ארטיקל אין "שטעטל" איבער סייקעדעליקס בתוך דעם היימישן ציבור כהיום. (די שרייבערין ברענגט צו סברת דר. בנימין שענאן, וועלכעס איך האב פריער צוגעצייכענט.)