ווער בין איך?
79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2850
ווער בין איך?
שלום עליכם! דאס בין איך, לולקע-ציבעך. לאמיר זיך באקענען. פאר איר נעמט זיך רעדן וועגן זיך, וואלט געווען יושר אז איך זאל זיך קודם פאָרשטעלן. (נאך אלעם, בין איך דאך דער וואס האט אייך געגעבן דעם "שלום עליכם", נישט פארקערט!)
איך, לולקע-ציבעך, בין א מענטש. אבער "מענטש" אליין זאגט דאך גארנישט -- עס זענען דאך פאראן א זעקס ביליאן פון דעם מין. אקעי, גערעכט: איך בין א איד. נאך אלץ נישט גענוג. איר זענט ווייטער גערעכט: איך בין א חסידישער איד. אבער דאס איז נאך אלץ נישט גענוג. "מענטש-איד-חסידישער איד" -- דאס איז נאך אלץ א שם הכולל פאר לכה"פ טויזנטער מענטשן. איר ווילט דאך וויסן ווער "איך" בין. וועל איך אייך זאגן: איך בין א חסידישער איד וואס באלאנגט צו יענעם-און-יענעם קרייז (נישט די זייט -- איך בין פון דעם אנדערן צד). איך בין מיטלמעסיג אין הויך און וואג. כ'האב טונקעלע האר און עטוואס-טונקעלע הויט. כ'טראג קאנטעקט-לענסעס. (גלעזער גייען אויף די נערוון.) מיין בארד איז אביסל אריינגעדרייט. (זי איז לעולם לענגער ווי זי זעט אויס.) איך טראג א ווייס העמד (רעכטס אויף לינקס) און א פאר שווארצע הויזן. (ס'איז נישט מיין סוט הויזן -- יענע ניץ איך נאר פאר שמחות און אנדערע אזעלכע ספעציעלע געלעגנהייטן.)
בטבע בין איך א שעמעוודיגער, א שטיקל כעסן, נישט קיין שלעכטער -- הגם אויך נישט קיין מורא'דיג-פיינהארציגער. איך גלייך סטעיק (מיט פאטעיטא סאלאט צו דער זייט). בדיעבד קען איך פארדייען א גוט שטיקל מילכיגס אויך. איך האב ליב שווארצע קאווע. טיי איז נאר על כל צרה שלא תבוא, אין פאל פון א פארקילאכטס. איך בין א "פען" פון ליפא. מיכאל איז נישט שלעכט. מרדכי איז גאר גוט! איך בין א "מעטס פען". (וואס איז די גדולה מיט די "יענקיס"?)
פאר פרנסה טו איך אין אינשורענס. (מיין ספעציאליטעט איז לייף אינשורענס, אבער איך טו אויך אינוועסטמענס און אביסל קאמערשאל אינשורענס, דא און דארט.) איך בין אן אישורענס אגענט. כ'האב א שטיקל שותף, אבער יענער טוט בעיקר די אפיס ארבעט. איך בין מער אויפ'ן ראוד.
אבער, איך פארשטיי אז איר זענט נישט צופרידן פון מיין מענה לשון אין די לעצטע דריי פאראגראפן. איר פרובירט דאך צו פארשטיין ווער איך בין. דערווייל האב איך אייך נאר געזאגט וויאזוי איך זע אויס, וואס איך טו, וואספארא בגדים איך טראג; כ'האב אייך דערציילט וועגן מיין עסן-געשמאק און עטליכע פון מיינע נטיות. אבער די אלע זאכן זענען צוגאבן און צוגעהערן וועגן מיר. ווער בין אבער איך אליין? די פראגע שטייט דערווייל און ווארט אויף אן ענטפער.
דעם אמת געזאגט, בין איך אליין נישט קלאר אין דעם. איר זענט נישט דער ערשטער וואס שטעלט מיר די פראגע, ווער איך בין. איך אליין האב שוין א שיין-ביסל געטראכט דערוועגן. דערווייל אבער בין איך נישט זיכער אז איך האב א קלארן ענטפער, אפילו פאר זיך אליין.
אמאל האב איך געמיינט אז איך בין -- פשוט איך: מיין גוף, מיין מוח, מיינע געפילן, מיינע זכרונות, און נאך אזעלכע זאכן און אייגנשאפטן. פאר א לאנגער צייט האב איך זיך אזוי ארומגעדרייט זיכער און קלאר. ווען איך האב אבער אנגעהויבן אריינטראכטן אביסל טיפער, האב איך איינגעזען אז ס'איז נישט אזוי פשוט. און איך וועל אייך מסביר זיין פארוואס ס'איז מער קאמפליצירט ווי עס זעט אויבנאויף אויס.
מיין גוף, וואס זעט טאקע אויס ווי איין גרויסער "שטיק", איז באמת צוזאמגעשטעלט פון צעלן, טריליאנען צעלן. די צעלן האלטן אין איין אפשטארבן און נייע ווערן געבוירן אויף זייער פלאץ. ווען א צעל שטארבט, מיינט עס אין אנדערע ווערטער אז יענער טייל גוף איז געשטארבן. ווען זיין פלאץ ווערט ערפילט מיט א נייעם צעל, מיינט עס דאך אז יענער חלק גוף איז יעצט פריש געבוירן געווארן. צעלן האלטן אין איין שטארבן און געבוירן ווערן דורכאויס דעם גאנצן לעבן פון א מענטש. עס געדויערט ארום 10 יאר ביז אלע צעלן פונעם גאנצן גוף ווערן ערזעצט מיט נייע צעלן. דאס הייסט, אז יעדע צען יאר טרעף איך זיך מיט א נייעם גוף. דאס מאטעריאל פון וואס מיין גוף איז צוזאמגעשטעלט איז אינגאנצן ניי. מיין גוף איז דורכאויס די צען יאר ביסלעכווייז אפגעשטארבן. נישטא פון אים קיין זכר. דער גוף וואס איך האב יעצט, איז שפאגל ניי. (די נייע שיך האב איך געקויפט טאקע לכבוד דער שמחה. פאריגע וואך האט זיך געענדיגט א פרישער צען-יאר מחזור.)
איז, איך, וואס לעבט שוין ארום 25 יאר, בין נישט דער גוף. דער קערפער איז "מיינס". איך בין אבער נישט ער און ער איז נישט איך. מיר זענען טאקע זייער נאענט פארבינדן -- איך קען בשום אופן נישט עקזיסטירן אן מיין גוף; איז ער אבער פארט נישט איך. ער איז מיינס. "איך" בין דער, צו וועמען דער גוף באלאנגט.
מיין מוח? דאס זעט שוין אויס אביסל נאענטער צום אמת. מיינע מחשבות און הרגשים, מיין נערוו-סיסטעם און אלע קערפער-פונקציעס ווערן דירעקטירט און קאנטראלירט דורכ'ן מוח. מסתמא ליגט דער הונט טאקע דא באגראבן. (העי, לולקע: מען האט דיך געכאפט! קענסט שוין ארויסקריכן פון דיין מוח-באהאלטעניש.)
האב איך אבער א שטיקל -- נישט ממש א פירכא, אבער יא א שטיקל קשיא. וואס וועט זיין, אויב איך וועל חלילה זייער קראנק ווערן אין ארום 20 יאר פון יעצט. מען זאגט אז די מעדיצינישע טעכנאלאגיע וועט דעמאלט זיין אזוי פארגעשריטן, אז מען וועט קענען דורכפירן מוח-איבערפלאנצונגען, פונקט מען טוט היינט מיט'ן הארץ און אנדערע ארגאנען. וועט א גרופע עקספערטן מיר געבן א נייעם מוח. (באקומען פון אן אנאנימען ארגאן-ביישטייערער -- א צדיק פון א מענטש!) וועל איך דעמאלט זיין "איך", אדער וועל "איך" דעמאלט זיין יענער, פון וועמען דער מוח שטאמט?
לאמיר עס נעמען א שטאפל ווייטער. לאמיר זאגן אז די טעכנאלאגיע וועט דעמאלט זיין אזוי סאפיסטיקירט, אז זי וועט געבן א מעגליכקייט אז דעם גאנצער תוכן פון מיין מוח -- מיינע געפילן, פרעפערענצן, זכרונות, נטיות, הכל בכל מכל -- זאל ווערן אראפגענומען אויף א הארד דרייוו, און שפעטער, ווען דער נייער מוח ווערט אריינגעשטעלט אין מיין קאפ, וועט דאס גאנצע פעקל אינפארמאציע אריינגעפיטערט ווערן אינעם נייעם מוח. ווער וועל איך זיין דעמאלט: וועל איך זיין מיין "נייער" מוח? דער אלט-נייער תוכן פון מיינע ביידע מוחות?
און ווער וועל איך זיין דורכאויס די 12 שטונדן וואס די אפעראציע וועט געדויערן? דער מוח וועט זיך דעמאלט געפינען אין א ספעציעלער מאשין אין דעם צימער אין וועלכן איך וועל ליגן בשעת דער אפעראציע. וועל "איך" דעמאלט זיין אין דער מאשין? אין ערגעץ נישט? ערגעץ אינדערצווישן?
און אז מיר פאנטאזירן שוין יא אזוי באלעבאטיש, פארוואס זיך דא אפשטעלן? לאמיר זיך אויס'משל'ן אז דורכאויס דער אפעראציע איז מיין קערפער צוגעטשעפעט צו דער מאשין וואו מיין מוח ליגט יעצט. עס ציען זיך דראטן פון דער מאשין ביז מיין קאפ, און איך קען אזוי ארום ווייטער פונקציאנירן -- ענליך צום אופן ווי מען טוט עס ביי א הארץ אפעראציע, אז דער מענטש ווערט דורכאויס דער אפעראציע דערהאלטן ביים לעבן מיט א מאשין וואס ערפילט די ראלע פונעם הארץ. וואו און ווער וועל איך דעמאלט זיין: קערפער אדער מוח שבתוך מאשין?
און אויב וועל איך זיך אויפוועקן אינמיטן דער אפעראציע (די היינטצייטיגע איינשלעף-מעדיצינען זענען ווערט א רעטעך! אין 2013 וואלט אזוינס קיינמאל נישט געשען.) און א קוק געבן אויפ'ן מוח אין דער מאשין. וועט עס זיין מיין קערפער קוקן אויף מיר? איך אויף זיך אליין? א שותפות'דיגע קוקעריי אין וועלכן איך/יענץ נעמען ביידע א גלייכן חלק?
לכאורה בין איך נישט דער מוח. פונקט ווי מיט'ן קערפער, איז דער מוח "מיין" מוח. מיין מוח איז מיר טייער און וויכטיג ביז גאר. איך קען אים אבער נישט געבן דעם טיטל, "איך".
פונעם פריערדיגן חשבון קענען מיר אויך קומען צו דער מסקנא אז איך בין נישט מיינע זכרונות, געפילן און נטיות. זכרונות קענען מיר פארמעקן און פארגעסן, געפילן קען מען קאנטראלירן, און נטיות לאזן זיך בייטן. אויב זיי זענען בייגעוודיג און נישט אבסעלוט, קענען זיי דאך נישט זיין איך -- ווייל איך בלייב דאך עקזיסטירן אפילו די זכרונות ווערן נעלם און די נטיות, געביטן אויף אנדערע.
כ'האב א גוף, א מוח, נטיות, זכרונות, פרעפערענצן, אייגנשאפטן א באנק-קאנטע און חובות, א שול וואו איך דאווען, א חסידות צו וועלכן איך באלאנג. דאס זענען אבער אלעס "מיינס", זאכן וואס באלאנגען צו מיר, וואס זענען טייל פון מיין וועזן. ווער איז אבער דער "איך", צו וועמען דאס אלעס באלאנגט?
פארשטייט איר מיר, מיינע ליבע פריינט. איך וויל זיך באמת פאר אייך פארשטעלן, אבער איך קען נישט! וואס זאל איך טאן? זייט נישט ברוגז און גיט מיר דעם "עליכם שלום", אפילו מיר בלייבן פרעמדע. איר זעט דאך אז איך וויל, כ'האב פרובירט. וואס זאל איך טאן אז עס גייט נישט...
א דאנק פאר דיין שיינע ארטיקל, כ'מיין דו וואטשט צופיל סייענס פיקשן פילמס..
ווער זאגט סדא אן איך. די ביסט א קאמבענעשן פון אסאך חלקים.
ווער איז די וועטשטעבל סעלעד? די טאמעטעס ? די לעטעס ? די קאקאמבערס?
קענסט ארויסנעמען יעדע איינס סוועט נאך אלץ בלייבן א סעלעד.
Are you a life insurance agent?
<!-- w --><a class="postlink" href="/topic/2267">www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=25&t=2267</a><!-- w -->
יישר כוח פאר די מראה מקומות.
[ציטאט אראפגענומען]
דאס זעלבסוויסן אז מ'עקזיסטירט איז, ווי דו זאגסט, אן אנדייטונג פאר דעם איך. דאס אז איך בין זעלבסבאוואוסטזיניג דערציילט מיר אז "איך" עקזיסטיר. עס זאגט מיר אבער נישט אויס דעם סוד ווער איך בין. וואס איז דאס די זאך, צו וועלכער דאס זעלבסוויסן באציט זיך?
[ציטאט אראפגענומען]
נו, וועלן מיר זען. דערווייל בלייבט די פראגע אומפארענטפערט. איך ווייס זיכער נישט דעם תירוץ. כ'בין נישט דער גרויסער מר בר רב אשי, און די וויסנשאפטליכע ווערטער און טערמינען זענען מיר פרעמד. איך פרעג מיין שאלה אויף מאמע לשון, אין פשוט'ע ווערטער, אזוי ווי איך טראכט עס. איז פאראן דערויף אן ענטפער וואס איך זאל פארשטיין?
נולד מאוחרווער זאגט סדא אן איך. די ביסט א קאמבענעשן פון אסאך חלקים.
ווער איז די וועטשטעבל סעלעד? די טאמעטעס ? די לעטעס ? די קאקאמבערס?
קענסט ארויסנעמען יעדע איינס סוועט נאך אלץ בלייבן א סעלעד.
אן אינטערעסאנטע נקודה. דער צושטעל געפעלט מיר. אבער פיל איך אז ס'איז נישט קיין אויסגעהאלטענער פארגלייך, ווייל איך פיל אז ביים יסוד בין איך איין. איך פארמאג טאקע א סך אייגנשאפטן און צוטשעפענישן. אבער דער "איך" פילט זיך יחידיש, איין, איינציג. יתכן אז ווען דער סאלאט וואלט געקענט מיט אונז קאמוניקירן, וואלט ער גערעדט פון זיך בלשון רבים: מיר זענען א געלונגענער סאלאט! פארזוכט נאר -- איר וועט באלד בעטן נאך!...
ידעןAre you a life insurance agent?
<a class="postlink" href="/topic/2267">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=25&t=2267</a>
ניין. דאס איז פשוט געקומען כדי לטשטש את האוזן 😃
[ציטאט אראפגענומען]
כעין זה איז דער ווארט פון ראגאטשאווער (אפשר לגבי 'ציבור לא מת'), אז דער היינטיגער ציבור איז דער זעלבער ווי בשעת מתן תורה, נאר במשך הזמן פאלן ארויס און קומען אריין אנדערע יחידים.
עס איז נאר 'כעין זה', ווייל ער מיינט לכאורה צו זאגן אז 'ציבור' אין איהר עצם דעפענישן מיינט דאס, אנדערש ווי א שיף אדער א זאק.
[ציטאט אראפגענומען]
א יישר כוח פאר דיינע באמיאונגען צו דערקלערן די זאכן אויף א פשוט'ער מדריגה. איך בין אבער נאך אלץ נישט קלאר. דער "איך" מוז נישט זיין אנטאפעוודיג (געפילן זענען אויך נישט). אבער עפעס איז ער דאך! "זעלבסוויסן"? ווער איז דער וואס ווייסט? ווער און וואס רעפלעקטירט -- און אויף וועמען?
איך פארשטיי אז מיין "איך" קען זיין א "תוצאה פון דעם צוזאמענארבעט פון די מעכאנישע טיילן פון דעם מח". דאס שילדערט אבער א פראצעס, נישט קיין *וועזן*.
"נשמה"? מה זו? 😃. שפאס אין א זייט: "נשמה" זאגט די זעלבע זאך ווי איך (שוין ווייטער דער "איך"!) נאר אין איין ווארט: עפעס וואס כ'ווייס נישט וואס און ווען; אבער דאס איז דאס ווארט וואס דו זאלסט ניצן, אויב ווילסטו רעדן וועגן דעם ענין און אנדערע מענטשן זאלן האבן ס'מידסטע אנונג וועגן וואס דו רעדסט.
וועלכע?
?huh
ונבנתה העיר[ציטאט אראפגענומען]
כעין זה איז דער ווארט פון ראגאטשאווער (אפשר לגבי 'ציבור לא מת'), אז דער היינטיגער ציבור איז דער זעלבער ווי בשעת מתן תורה, נאר במשך הזמן פאלן ארויס און קומען אריין אנדערע יחידים.
עס איז נאר 'כעין זה', ווייל ער מיינט לכאורה צו זאגן אז 'ציבור' אין איהר עצם דעפענישן מיינט דאס, אנדערש ווי א שיף אדער א זאק.
למעשה איז עס א בפי' גמרא, אין מס' שבת דף קי"ב ע"ב שטייט אזוי:
אמר ליה ר' יוחנן: רבי, שנית לנו: סנדל [וואס איז געווען טמא מדרס] שנפסקה אחת מאזניו ותיקנה, טמא מדרס [ווייל מיט איין אוזן האט עס האט נאכנישט פארלוירן דעם שם מנעל אז די טומאה זאל בטל ווערן], נפסקה שניה ותיקנה טהור מן המדרס אבל טמא מגע מדרס, ואמרינן לך, מאי שנא ראשונה [אז עס בלייבט טמא], דהא קיימא שניה [און ממילא האט עס נאכנישט פארלוירן די שם כלי], שניה נמי מתקנה ראשונה? ואמרת לן עליה, פנים חדשות באו לכאן, הכא נמי פנים חדשות באו לכאן, קרי עליה: לית דין בר אינש, זאגט רש"י: אלא מלאך.
דר"א, דער חת"ס [עה"ת פרשת פקודי] פרעגט, אין די ימי המילואים זענען אהרן ובניו געווען מחויב צו זיצן פתח אוהל מועד יום ולילה, איז ווי אזוי האט משה געקענט צונעמען די משכן דריי מאל א טאג? פארענטפערט ער עס מיט די גמ', אז משה האט אויפגעהויבן און צוריק געלייגט יעדע קרש עקסטער, קומט אויס אז די משכן איז געשטאנען די גאנצע צייט, און אעפי"כ ווען ער האט גענדיגט אראפלייגן די לעצטע קרש איז פנים חדשות באו לכאן.
און דאס מיינט די גמרא קרי עלי' לית דין בר אינש אלא מלאך, אז דאס גייט אויך נישט בין רגע, נאר ער האט זיך מזכך געווען אבר אבר, ביז פנים חדשות באו לכאן.
לולקע, פאר איך קען דיר ענטפערן דארף איך קודם וויסן וואס דו האסט געפרעגט. וואס איז דיין שאלה? א געמיש פון עלעקטערישע כוואליעס וואס שיקן מעסעדזשעס וואס מאכן אז עס זאלן ארויפקומען אותיות אויף דעם סקרין? אויב וועלן מיר דאס איבערזעצן אויף ענגליש און די אותיות וועלן אויסזען אנדערש, וועט זיך די שאלה טוישן? אויב דו וועסט מיר איבערזאגן די שאלה אויף אויסנווייניג, צו איז דאס דער זעלבער שאלה וואס דו האסט געשריבן, אדער גאר א צווייטע זאך?
יאירלולקע, פאר איך קען דיר ענטפערן דארף איך קודם וויסן וואס דו האסט געפרעגט. וואס איז דיין שאלה? א געמיש פון עלעקטערישע כוואליעס וואס שיקן מעסעדזשעס וואס מאכן אז עס זאלן ארויפקומען אותיות אויף דעם סקרין? אויב וועלן מיר דאס איבערזעצן אויף ענגליש און די אותיות וועלן אויסזען אנדערש, וועט זיך די שאלה טוישן? אויב דו וועסט מיר איבערזאגן די שאלה אויף אויסנווייניג, צו איז דאס דער זעלבער שאלה וואס דו האסט געשריבן, אדער גאר א צווייטע זאך?
איך פארשטיי נישט די קשיא.
לולקע-ציבעךיאירלולקע, פאר איך קען דיר ענטפערן דארף איך קודם וויסן וואס דו האסט געפרעגט. וואס איז דיין שאלה? א געמיש פון עלעקטערישע כוואליעס וואס שיקן מעסעדזשעס וואס מאכן אז עס זאלן ארויפקומען אותיות אויף דעם סקרין? אויב וועלן מיר דאס איבערזעצן אויף ענגליש און די אותיות וועלן אויסזען אנדערש, וועט זיך די שאלה טוישן? אויב דו וועסט מיר איבערזאגן די שאלה אויף אויסנווייניג, צו איז דאס דער זעלבער שאלה וואס דו האסט געשריבן, אדער גאר א צווייטע זאך?
איך פארשטיי נישט די קשיא.
איך אויך נישט. מיינט ער מדמה זיין א מענטש צי קאמפיוטער?
לולקע-ציבעךיאירלולקע, פאר איך קען דיר ענטפערן דארף איך קודם וויסן וואס דו האסט געפרעגט. וואס איז דיין שאלה? א געמיש פון עלעקטערישע כוואליעס וואס שיקן מעסעדזשעס וואס מאכן אז עס זאלן ארויפקומען אותיות אויף דעם סקרין? אויב וועלן מיר דאס איבערזעצן אויף ענגליש און די אותיות וועלן אויסזען אנדערש, וועט זיך די שאלה טוישן? אויב דו וועסט מיר איבערזאגן די שאלה אויף אויסנווייניג, צו איז דאס דער זעלבער שאלה וואס דו האסט געשריבן, אדער גאר א צווייטע זאך?
איך פארשטיי נישט די קשיא.
קודם כל, ס'איז נישט קיין קשיא, ס'איז א שאלה 😉.
מיין שאלה איז אזוי, דו האסט אפגעשריבן א לאנגע טעקסט פון אותיות און ווערטער, און פון דעם סימבאל צום סוף פארשטיי איך אז דאס איז א שאלה. יעצט, ווען איינער וועט דיר פרעגן, זיי מיר קלאר מסביר פון וואס באשטייט די שאלה, וואס איז דער תוכן דערפון, צו וועסטו אים ענטפערן אז עס באשטייט פון זיבעציג אלף'ס, פינף און צוואנציג ענדע נון'ס, און פינף און פופציג למ"ד'ס אא"ו? אויב יא, דעמאלט דארף אויסקומען אז ווען דו זעצט איבער די שאלה אויף ענגליש איז דאס גאר א צווייטע שאלה, ווייל עס האט מער נישט די אותיות וואס דו האסט אויסגערעכנט.
אויב דו פארשטייסט נאך אלס נישט, פרעג איבער, שעם דיך נישט 😉.
זאגסט דאך זייער גוט! די שאלה (שקויעך פאר'ן פאררעכטן) קען מען שטעלן לגבי יעדער זאך, נישט נאר אויף א מענטש, אויף זיך אליין. דו זאגסט אז ווען עמיצער שרייבט עפעס אפ, ווי צ"ב איך מיט מיין "ווער בין איך" מענה לשון, קען מען פרעגן די זעלבע זאך. דער תוכן פון דער אפגעשריבענער דרשה איז דאך נישט די אותיות, ווערטער, אדער שפראך -- ווייל מען קען די זעלבע זאך דאך שרייבן מיט אנדערערליי אותיות, אין אנדערע ווערטער, און אויף אן אנדערער שפראך. מוז דאך זיין אז דער מעסעדזש וואס דאס געשרייבאכטס אנטהאלט באשטייט פון עפעס מער ווי דעם טעקסט.
אפשר קען מען זאגן, אז מיט א טעקסט אז דער יסודות'דיגער עצם די "אינפארמאציע" וואס ער אנטהאלט?
יאירקודם כל, ס'איז נישט קיין קשיא, ס'איז א שאלה 😉.
מיין שאלה איז אזוי, דו האסט אפגעשריבן א לאנגע טעקסט פון אותיות און ווערטער, און פון דעם סימבאל צום סוף פארשטיי איך אז דאס איז א שאלה. יעצט, ווען איינער וועט דיר פרעגן, זיי מיר קלאר מסביר פון וואס באשטייט די שאלה, וואס איז דער תוכן דערפון, צו וועסטו אים ענטפערן אז עס באשטייט פון זיבעציג אלף'ס, פינף און צוואנציג ענדע נון'ס, און פינף און פופציג למ"ד'ס אא"ו? אויב יא, דעמאלט דארף אויסקומען אז ווען דו זעצט איבער די שאלה אויף ענגליש איז דאס גאר א צווייטע שאלה, ווייל עס האט מער נישט די אותיות וואס דו האסט אויסגערעכנט.
אויב דו פארשטייסט נאך אלס נישט, פרעג איבער, שעם דיך נישט 😉.
לאמיך מקיים זיין דעם לא הבישן למד.
סא דו פרעגסט צוריק ווי א איד. וואס איז למעשה די ענטפער?
ווער בין איך? בעסער געזאגט ווער ביסטו?
א צוזאמשטעל פון א סאך חלקים?
לולקע-ציבעךזאגסט דאך זייער גוט! די שאלה (שקויעך פאר'ן פאררעכטן) קען מען שטעלן לגבי יעדער זאך, נישט נאר אויף א מענטש, אויף זיך אליין. דו זאגסט אז ווען עמיצער שרייבט עפעס אפ, ווי צ"ב איך מיט מיין "ווער בין איך" מענה לשון, קען מען פרעגן די זעלבע זאך. דער תוכן פון דער אפגעשריבענער דרשה איז דאך נישט די אותיות, ווערטער, אדער שפראך -- ווייל מען קען די זעלבע זאך דאך שרייבן מיט אנדערערליי אותיות, אין אנדערע ווערטער, און אויף אן אנדערער שפראך. מוז דאך זיין אז דער מעסעדזש וואס דאס געשרייבאכטס אנטהאלט באשטייט פון עפעס מער ווי דעם טעקסט.
אפשר קען מען זאגן, אז מיט א טעקסט אז דער יסודות'דיגער עצם די "אינפארמאציע" וואס ער אנטהאלט?
ביסטו דאך גארנישט בעסער ווי יאנקל וואס האט געענטפערט אז א מענטש איז א נשמה...
נולד מאוחרלאמיך מקיים זיין דעם לא הבישן למד.
סא די פרעגסט צוריק ווי א איד. וואס איז למעשה די ענטפער?
ווער בין איך? בעסער געזאגט ווער בוסטו?
א ציזאמשטעל פון א סאך חלקים?
דער קורצער ענטפער איז, ניין. א ווארט איז נישט א צוזאמענשטעלט פון עטליכע אותיות, עס איז א נייער מושג וואס רופט זיך א "ווארט". א געדאנק וואס ווערט געשילדערט אין ווערטער איז נישט אסאך ווערטער, ס'איז א נייער מושג. דער מענטש איז נישט קיין צוזאמענשטעל פון כעמישע און ביאלאגישע באשטאנדטיילן, ער איז א "מענטש". מען קען אזוי מגדיר זיין יעדער מושג אויף דער וועלט, פון גרויסע פלאנעטן ביז מיקראסקאפישע אטאמען, ועד בכלל. אויב ביסטו א מאטעריאליסט, וועסטו פארשטענדליך האבן א שטיקל פראבלעם דאס צו אננעמען. אבער מיר זענען דאך אידן, גלייבן מיר דאך סייווי אין גדרים און מושגים, זאכן וואס מען קען נישט אנטאפן און נישט זען. אויב מיר ווילן זיין אמת'ע מאטעריאליסטן, האב איך מורא אז דער גאנצער וועלט וועט זיין אומפארשטענדליך, נישט קאמפרעהענסיוו, גדר'לאז, א גרויסע געמיש פון געמישאכץ וואס איז נישט אמת און נישט פאלש. מיר פארלירן אונזער גאנצער סייענטיפישער כוח, אויף וואס מאטעריאליזם כאפט זיך אן מיט אלע כוחות, און עס ווייזט זיך ארויס אז דער גאנצער יסוד איז נישטא, און הענס, אויך נישט דער בנין.
ביטע זיי נישט ברוגז אויב דו פארשטייסט נישט פונקטליך וואס איך מיין, דו ביסט מסתמא נישט דער איינציגסטער. איך האלט נאך אינמיטן מסדר זיין די געדאנקען אין מוח און די גבולים זענען נאך אביסל מטושטש. 😉.
יאירלולקע-ציבעךזאגסט דאך זייער גוט! די שאלה (שקויעך פאר'ן פאררעכטן) קען מען שטעלן לגבי יעדער זאך, נישט נאר אויף א מענטש, אויף זיך אליין. דו זאגסט אז ווען עמיצער שרייבט עפעס אפ, ווי צ"ב איך מיט מיין "ווער בין איך" מענה לשון, קען מען פרעגן די זעלבע זאך. דער תוכן פון דער אפגעשריבענער דרשה איז דאך נישט די אותיות, ווערטער, אדער שפראך -- ווייל מען קען די זעלבע זאך דאך שרייבן מיט אנדערערליי אותיות, אין אנדערע ווערטער, און אויף אן אנדערער שפראך. מוז דאך זיין אז דער מעסעדזש וואס דאס געשרייבאכטס אנטהאלט באשטייט פון עפעס מער ווי דעם טעקסט.
אפשר קען מען זאגן, אז מיט א טעקסט אז דער יסודות'דיגער עצם די "אינפארמאציע" וואס ער אנטהאלט?
ביסטו דאך גארנישט בעסער ווי יאנקל וואס האט געענטפערט אז א מענטש איז א נשמה...
קען זיין. "אינפארמאציע" איז עפעס. וואס איז דאס אבער "נשמה"?
[ציטאט אראפגענומען]
דו ביזט גערעכט. אויף ווי ווייט מיר ווייסן היינט, באשטייען אלע פונקציעס פונעם מוח פון א נעץ "נוראנס". נוראנס זענען מוח-צעלן, און זיי קאמוניקירן צווישן זיך דורך כעמישע און עלעקטרישע סיגנאלן. דער דורכשניטליכער מענטשליכער מוח פארמאגט ארום צען ביליאן נוראנס, וואס זענען פארבינדן צווישן זיך ווי א נעץ פון הייוועיס.
די פארבינדונגען טוישן זיך אבער. אין לויף פון א מענטש'ס לעבן, האלטן די נוראנס אין איין בייטן זייערע קשרים. נוראנס קענען אפהאקן זייער פארבינדונג און אויך מאכן נייע קאנעקשאנס. שטודיעס ווייזן אז א מענטש קען קאנטראלירן די נוראן פארבינדונגען מיט בלויז זיין מחשבה. אויב עמיצער טראכט גענוג לאנג פון עפעס, אדער ער ברענגט זיך אריין אין א געוויסער גוסטע, וועלן די נוראנס מאדיפיצירן זייערע קעגנזייטיגע קאנעקשאנס.
במילא, הגם דו האסט ריכטיג באצייכנט דעם פראצעס פון מוח, איז אבער לכאורה דער כעמישער פראצעס אינעם מוח נאר א תוצאה פון עפעס נאך טיפערס.
פשוט-קאמפליצירט,
דו האסט ארויסגעברענגט א וויכטיגע נקודה, אבער איך זע נישט פארוואס מען זאל נישט קענען ציען די שאלה ווייטער. ווער זאגט אז די מחשבה איז שוין יא עפעס א רוחניות'דיגע זאך, אפשר איז עס אליין בלויז א רעזולטאט פון כעמישע פראצעדורן וואס אפעקטירן די ניוראנס?
ווען מען רעדט פון קאנשעסנעס, ווערט שוין די שאלה מער קאמפליצירט ווי פשוט, ווייל מיר קענען נישט אנדייטן גענוי וואס דאס איז און ווי אזוי עס קומט צושטאנד, וואלט מען עס לכאורה נישט געקענט סתם זיך ארויסדרייען אז ס'איז א כעמישע רעאקציע. דער מאטעריאליסט קען נאכאלס זאגן אז איינע פון די פונקציעס אין מוח איז אז דער מענטש זאל פילן 'כאילו' ער איז א זאך פאר זיך, כאטש מיר פארשטייען דאס נישט פונקטליך, אבער איך מיין אז דאס איז זייער א נארישער תירוץ.
נאך א נקודה, איך זע נישט פארוואס מאטעריאליזם זאל אויסשטיין פאר א טעסט צו זען אויב מ'קען פראדוצירן קאנשעסנעס אין די קומענדיגע יארן. אפילו אויב מ'קען נישט, מיינט דאס נאכנישט אז ס'איז נישט מעגליך. ס'איז דא אסאך זאכן וואס ווינסשאפטלער קענען נישט טון, כאטש טעארעטיש איז עס מעגליך, אזוי ווי למשל צוריקגיין אין צייט. די וויסנשאפטלער קענען נישט, און וועלן לכאורה קיינמאל נישט קענען, באשאפן א פשוט'ער קערנדל וואס מען קען איינפלאנצן אין דער ערד און ס'זאל ארויסוואקסן א בוים. אבער משום איזה סיבה וועלן אלע רעליגיעזע און ספיריטואליסטן זיך אפשטעלן ביים מענטש און ווייזן מיט'ן פינגער: הע, קענסט דאס באשאפן? ניין, הא? כ'האב דיר געזאגט אז דער מענטש איז 'עפעס אנדערש'!
פארוואס טראכסטו אז מ'גייט נישט קענען באשאפן א קערל?
פרעג מיך נישט פארוואס איך האלט אז א מענטש נישט.
נולד מאוחרפארוואס טראכסטו אז מ'גייט נישט קענען באשאפן א קערל?
פרעג מיך נישט פארוואס איך האלט אז א מענטש נישט.
אז דו פארלאנגסט פון מיר איך זאל דיר נישט פרעגן געוויסע זאכן, מעג איך אויך פארלאנגען פון דיר 😉.
צומח חי מדבר איז די זעלבע מדרגה לגבי סייענטיסט זאלן דאס באשאפן?
מיין פוינט איז אז פונקט ווי דו גלייבסט נישט אז סייענטיסטן גייען קענען באשאפן א מענטש כאטש דו קענסט עס נישט אויפווייזן שווארץ אויף ווייס, אזוי אויך גלייב איך נישט אז זיי גייען קענען באשאפן אן איינצלנער קערנדל כאטש איך קען עס נישט אויפווייזן, און וויבאלד קיינער פון אונז גייט נישט קענען אויפווייזן אז זיין שטעלונג איז גערעכט איז א שאד זיך צו טענה'ן.
יאירדו האסט ארויסגעברענגט א וויכטיגע נקודה, אבער איך זע נישט פארוואס מען זאל נישט קענען ציען די שאלה ווייטער. ווער זאגט אז די מחשבה איז שוין יא עפעס א רוחניות'דיגע זאך, אפשר איז עס אליין בלויז א רעזולטאט פון כעמישע פראצעדורן וואס אפעקטירן די ניוראנס?
אה"נ. מען קען טאקע אזוי שפעקולירן. אבער אזוי לאנג ווי מען ווייסט נישט, בלייבט לולקע א בן בלי אידענטיטעט, נעבעך.
יאירווען מען רעדט פון קאנשעסנעס, ווערט שוין די שאלה מער קאמפליצירט ווי פשוט, ווייל מיר קענען נישט אנדייטן גענוי וואס דאס איז און ווי אזוי עס קומט צושטאנד, וואלט מען עס לכאורה נישט געקענט סתם זיך ארויסדרייען אז ס'איז א כעמישע רעאקציע. דער מאטעריאליסט קען נאכאלס זאגן אז איינע פון די פונקציעס אין מוח איז אז דער מענטש זאל פילן 'כאילו' ער איז א זאך פאר זיך, כאטש מיר פארשטייען דאס נישט פונקטליך, אבער איך מיין אז דאס איז זייער א נארישער תירוץ.
איך מיין אויך אזוי. דעם מאטעריאליסט'ס טענה איז זייער פחדנ'יש. ס'איז א פענסי וועג פון זאגן: כ'האב נישט קיין השגה.
נאריש? אפשר. דאס וועלן מיר דאך עווענטואל געוואויר ווערן. אבער פחדניש? פארוואס עפעס? וואס איז מער פחד'ניש - צו זאגן אז עס איז א פונקציע פון מוח וואס מיר קענען אויספיגערן (און אויב/ווען דאס וועט פאסירן וועט מען קיינען היילען/צוריקהאלטן/פארשטאטערן אלצהיימערס/דעמענשיע וכו'), אדער צו זאגן אז עס איז א כוח רוחני בלתי ניתן להשיגו וועלכע מיר פארשטייען נישט און וועלן קיינמאל נישט פארשטיין?
יידלנאריש? אפשר. דאס וועלן מיר דאך עווענטואל געוואויר ווערן. אבער פחדניש? פארוואס עפעס? וואס איז מער פחד'ניש - צו זאגן אז עס איז א פונקציע פון מוח וואס מיר קענען אויספיגערן (און אויב/ווען דאס וועט פאסירן וועט מען קיינען היילען/צוריקהאלטן/פארשטאטערן אלצהיימערס/דעמענשיע וכו'), אדער צו זאגן אז עס איז א כוח רוחני בלתי ניתן להשיגו וועלכע מיר פארשטייען נישט און וועלן קיינמאל נישט פארשטיין?
מיט "פחדניש" מיין איך אזא זיך ארויסדרייען פון קאנפראנטירן אן אישו אויס מורא אז ער וועט זיך טרעפן מיט א מסקנא וואס ער וויל פאר יעדן פרייז אויסמיידן.
איך בין זיכער אז די וויסנשאפט וועט נאך מאכן א סך פראגרעס אין איר הבנה פונעם מוח און זיינע פונקציעס. און איך זאג נישט אז דער מוח איז "בלתי ניתן להשיגו". איך מיין נאר אז זעלבסט-הכרה איז עפעס אן אנדער מין סוג מציאות ווי דעם אויסקום פון א כעמישן פראצעדור. (אזוי זאגט מיין כעמיש-פראדוצירטע אינטואיציע 🙄
כ'האב פארשטאנען אז דאס מיינסט. און איך ווידערהאלט מיין טענה אז זאגן אז זעלבסט הכרה איז דוקא יא א כעמישע פראצעדור איז נישט פחד'ניש, וויבאלד עס איז falsifiable. עס איז א טעזע וואס זאגט פאר פרעדיקציעס און אויב די פרעדיקציעס שטעלן זיך ארויס צו זיין נישט ריכטיג וועט יעדער מודה זיין אז זעלבסט-הכרה איז א כוח רוחני וואס איז נישט מלובש אין גשמי. (לעצטנס האט אבאמא געמאלדן אז מ'גייט פינאנסירן א פראעיקט צו מאפירן די מוח, גענוי ווי מ'האט געטון מיט ד.נ.א.. און די טאג וואס די פראיעקט וועט פארענדיגט ווערן, וועלן מיר וויסן צו קאנשעסנעס פארמאגט א לאקאציע אינערהאלב די פיזישע מוח אדער נישט).
משא"כ די טענה אז זעלבסט הכרה איז עפעס אן אנדער מין מציאות און איז נישט בלויז א כעמישן פראצעדור, איז דירעקט יא א פחדנישע טענה (נישט אז דאס מאכט עס אומריכטיג), וויבאלד עס אנטלויפט פון זיך ספראווען מיט א מסקנא אז קאנשעסנעס איז עפעס וואס מיר קענען פארשטיין און מסביר זיין וויאזוי דאס פארמירט זיך, און פרובירט ארויסצושטופן דעם פראצעדור פון מענטשליכער פארשטאנד (גענוי ווי די וואס האבן פרובירט ארויסצושטופן דעם שכל בכלל פון מענטשליכער פארשטאנד, עד שבאו הנוראלאגיסטן וחזרו והכניסוהו).
יידלכ'האב פארשטאנען אז דאס מיינסט. און איך ווידערהאלט מיין טענה אז זאגן אז זעלבסט הכרה איז דוקא יא א כעמישע פראצעדור איז נישט פחד'ניש, וויבאלד עס איז falsifiable. עס איז א טעזע וואס זאגט פאר פרעדיקציעס און אויב די פרעדיקציעס שטעלן זיך ארויס צו זיין נישט ריכטיג וועט יעדער מודה זיין אז זעלבסט-הכרה איז א כוח רוחני וואס איז נישט מלובש אין גשמי. (לעצטנס האט אבאמא געמאלדן אז מ'גייט פינאנסירן א פראעיקט צו מאפירן די מוח, גענוי ווי מ'האט געטון מיט ד.נ.א.. און די טאג וואס די פראיעקט וועט פארענדיגט ווערן, וועלן מיר וויסן צו קאנשעסנעס פארמאגט א לאקאציע אינערהאלב די פיזישע מוח אדער נישט).
איך הער. ס'איז אבער פארט נישט אינגאנצן אזוי. ווען מאטעריאליסטן וואלטן דערקלערט מיט א זיכערקייט אז קאנשאסנעס איז די תוצאה פון א כעמישן פראצעדור, דעמאלט קען עס באשטעטיגט אדער אפגעווארפן ווערן. אבער נישט דאס זאגט דער מאטעריאליסט, נאר אז רוחני איז עס זיכער נישט; וואס ס'איז יא, וועלן מיר געוואויר ווערן: אפשר א כעמישער פראצעדור, אפשר גאר עפעס אנדערש. דאס מיינט, אז אזוי לאנג ווי די וויסנשאפט ווייסט *נישט* וואס קאנשאנסעס איז, איז ער גערעכט... דאס איז פונקט אזוי פאנאטיש ווי בלינדע אמונה.
פון דער אנדערער זייט: עס זענען פארט פאראן -- נישט באווייזן, נאר אנדייטונגען אז קאנשעסנאס זיצט נישט אינעם מוח. איין אזא אנדייטונג וואס כ'האב געזען מיט א צייט צוריק איז, אז דער מוח פארמאגט נישט גענוג פיזיש פלאץ פאר אלע זכרונות, אינפארמאציע און פונקציעס וואס ער פירט דורך. דער "סערווער" איז צו קליין פאר אזוי פיל שטיקלעך דאטא. (איר געדענקט ווען "קאווע שטיבל" איז נעבעך געווען אין א קאומא מיט א פאר חדשים צוריק?) פאראן אזעלכע וואס שפעקולירן אז דער מוח פונקציאנירט ווי גוגל: אלעס ווערט ארויפגעלאדנט אינעם "קלאוד". ס'איז פאראן, זאגט די השערה, א סערווער ערגעץ וואו, און דער מוח איז פארבינדן אהין.
יידלמשא"כ די טענה אז זעלבסט הכרה איז עפעס אן אנדער מין מציאות און איז נישט בלויז א כעמישן פראצעדור, איז דירעקט יא א פחדנישע טענה (נישט אז דאס מאכט עס אומריכטיג), וויבאלד עס אנטלויפט פון זיך ספראווען מיט א מסקנא אז קאנשעסנעס איז עפעס וואס מיר קענען פארשטיין און מסביר זיין וויאזוי דאס פארמירט זיך, און פרובירט ארויסצושטופן דעם פראצעדור פון מענטשליכער פארשטאנד (גענוי ווי די וואס האבן פרובירט ארויסצושטופן דעם שכל בכלל פון מענטשליכער פארשטאנד, עד שבאו הנוראלאגיסטן וחזרו והכניסוהו).
אויב איז קאנשאסנעס נישט קיין אנדייטונג אויף העכערס, ווערט דאס לעבן סך גרינגער. אזויפיל פראבלעמען און נישטס פאלן אוועק!
אביסל א נארישע שאלה אהער אבער אז מ' רעדט פון איך, נשמה, מוח, זכרון, דעטע, נטיות וכדו' און מוח טרענספלענט וואס מ' גייט קענען מאכן אין יאהרן ארום, גייט דער מענטש צוריק האבן זיין דעטע? (אדער גייט ער האבן די פון די מענטש וואס ער האט באקומעןדעם מח..)
ווערט די דעטע בכלל געסטארעדזשט אין מח אדער נישט?
פשוט-קאמפליצירט
איך הער. ס'איז אבער פארט נישט אינגאנצן אזוי. ווען מאטעריאליסטן וואלטן דערקלערט מיט א זיכערקייט אז קאנשאסנעס איז די תוצאה פון א כעמישן פראצעדור, דעמאלט קען עס באשטעטיגט אדער אפגעווארפן ווערן. אבער נישט דאס זאגט דער מאטעריאליסט, נאר אז רוחני איז עס זיכער נישט; וואס ס'איז יא, וועלן מיר געוואויר ווערן: אפשר א כעמישער פראצעדור, אפשר גאר עפעס אנדערש. דאס מיינט, אז אזוי לאנג ווי די וויסנשאפט ווייסט *נישט* וואס קאנשאנסעס איז, איז ער גערעכט... דאס איז פונקט אזוי פאנאטיש ווי בלינדע אמונה.
פון אזא אומראציאנאלער מאטעריאליסט רעד איך נישט. איך רעד פון א מאטעריאליסט וואס טענה'ט אז עס איז מסתבר אז מיר וועלן טרעפן דעם לאקאציע פון קאנשעסנעס אינעם מוח גופא און נישט אין עפעס א אומזעהבארן אומדערשפירבארן 'קלאוד'. עס איז מסתבר אבער נישט מוכרח. פארוואס איז עס מסתבר? לאמיר זיך נאר דערמאנען וויאזוי די מצב האט אויסגעקוקט בעפאר ניוראסייענס. דעמאלטס האבן אלע געהאלטן זיכער אז דאס עצם מחשבה (נישט נאר קאנשעס) איז עפעס וואס איז סטאנציאנירט אינעם 'קלאוד'. ביז ניוראסייענס איז געקומען און האט פארטריבן די איידיעליסטן (אזוי הייסן די אנטי-מאטעריאליסטן?) צום ווינקל פון צימער ווי קאנשעס געפילט זיך. וועלן די אידיאליסטן צום סוף גענצליך פארטריבן ווערן? די מאטעריאלסטן זאגן אז אזוי איז מסתבר.
פשוט-קאמפליצירט
פון דער אנדערער זייט: עס זענען פארט פאראן -- נישט באווייזן, נאר אנדייטונגען אז קאנשעסנאס זיצט נישט אינעם מוח. איין אזא אנדייטונג וואס כ'האב געזען מיט א צייט צוריק איז, אז דער מוח פארמאגט נישט גענוג פיזיש פלאץ פאר אלע זכרונות, אינפארמאציע און פונקציעס וואס ער פירט דורך. דער "סערווער" איז צו קליין פאר אזוי פיל שטיקלעך דאטא. (איר געדענקט ווען "קאווע שטיבל" איז נעבעך געווען אין א קאומא מיט א פאר חדשים צוריק?) פאראן אזעלכע וואס שפעקולירן אז דער מוח פונקציאנירט ווי גוגל: אלעס ווערט ארויפגעלאדנט אינעם "קלאוד". ס'איז פאראן, זאגט די השערה, א סערווער ערגעץ וואו, און דער מוח איז פארבינדן אהין.
דאס איז מיר א חידוש. דוכט זיך מיר אז
ס'איז גאנץ קלאר אז דער מענטשליכער מוח קען יא ענטהאלטן אזויפיל דאטא. אזוי צו אזוי, דו ווייסט דאך פונקט אזוי גוט ווי מיר אז גענוי ווי עס איז דא אנדייטונגען אז קאנשעסנעס איז אויסערן מוח זענען דא פונקט אזויפיל אנדייטונגען אז קאנשעסנעס ליגט דירעקט יא אינעם מוח. איין אזא אנדייטונג איז די פאקט אז מענטשן קענען פארלירן -דורך א קלאפ אין מוח - זייער זעלבסט-הכרה אן פארלירן זייער הכרה.
פשוט-קאמפליצירטיידלמשא"כ די טענה אז זעלבסט הכרה איז עפעס אן אנדער מין מציאות און איז נישט בלויז א כעמישן פראצעדור, איז דירעקט יא א פחדנישע טענה (נישט אז דאס מאכט עס אומריכטיג), וויבאלד עס אנטלויפט פון זיך ספראווען מיט א מסקנא אז קאנשעסנעס איז עפעס וואס מיר קענען פארשטיין און מסביר זיין וויאזוי דאס פארמירט זיך, און פרובירט ארויסצושטופן דעם פראצעדור פון מענטשליכער פארשטאנד (גענוי ווי די וואס האבן פרובירט ארויסצושטופן דעם שכל בכלל פון מענטשליכער פארשטאנד, עד שבאו הנוראלאגיסטן וחזרו והכניסוהו).
אויב איז קאנשאסנעס נישט קיין אנדייטונג אויף העכערס, ווערט דאס לעבן סך גרינגער. אזויפיל פראבלעמען און נישטס פאלן אוועק!
איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו זאגסט. זע, איך בין א מאטעריאליסט (אדער ריכטיגער, א פיזיקאליסט), אבער דאך האלט איך אז קאנשעסנעס איז אן אנדייטונג אויף עפעס העכערס. ענליך צו וואס הג"ר שמשון רפאל הירש האט געשריבן אויף עוואלוציע אז דאס איז נאר א ריאה צום שעפערישן חכמה פון גאט'ס באשאף, זאג איך אויף קאנשעסנעס. אט איז וואס הרב הירש האט געשריבן:
Even if this notion were ever to gain complete acceptance by the scientific world, Jewish thought, unlike the reasoning of the high priest of that nation [Thomas Huxley], would nonetheless never summon us to revere a still extant representative of this primal form as the supposed ancestor of us all. Rather, Judaism in that case would call upon its adherents to give even greater reverence than ever before to the one, sole God Who, in His boundless creative wisdom and eternal omnipotence, needed to bring into existence no more than one single, amorphous nucleus, and one single law of “adaptation and heredity” in order to bring forth, from what seemed chaos but was in fact a very definite order, the infinite variety of species we know today, each with its unique characteristics that sets it apart from all other creatures. (“The Educational Value of Judaism,” Collected Writings, vol. VII, p. 264)
אין אן ענליכן מהלך וואלט איך געזאגט אז אפילו אויב ס'וועט אמאל אויפגעוויזן ווערן אז קאנשענסנעס זיצט זיך באקוועם אינעם מוח, וועל איך נתפעל ווערן פון דעם באשעפער'ס געוואלדיגע חכמה אז ער האט אזא בריאה נפלאה ווי קאנשעסנעס געקענט אריינלייגן אין א פשוט'ן כעמישן פראצעדור! איך זע בכלל נישט די סתירה פון זאגן אז דער נפש איז תופס א פיזישער פלאץ און איז נאך אלץ עפעס העכערס.
יידלפון אזא אומראציאנאלער מאטעריאליסט רעד איך נישט. איך רעד פון א מאטעריאליסט וואס טענה'ט אז עס איז מסתבר אז מיר וועלן טרעפן דעם לאקאציע פון קאנשעסנעס אינעם מוח גופא און נישט אין עפעס א אומזעהבארן אומדערשפירבארן 'קלאוד'. עס איז מסתבר אבער נישט מוכרח. פארוואס איז עס מסתבר? לאמיר זיך נאר דערמאנען וויאזוי די מצב האט אויסגעקוקט בעפאר ניוראסייענס. דעמאלטס האבן אלע געהאלטן זיכער אז דאס עצם מחשבה (נישט נאר קאנשעס) איז עפעס וואס איז סטאנציאנירט אינעם 'קלאוד'. ביז ניוראסייענס איז געקומען און האט פארטריבן די איידיעליסטן (אזוי הייסן די אנטי-מאטעריאליסטן?) צום ווינקל פון צימער ווי קאנשעס געפילט זיך. וועלן די אידיאליסטן צום סוף גענצליך פארטריבן ווערן? די מאטעריאלסטן זאגן אז אזוי איז מסתבר.
אוקעי. דעמאלט בין איך אויך (אין א געוויסן זין) א מאטעריאליסט. איך האב ליב צו פארשטיין פארוואס און וויאזוי. איך גלייב אז אלעס האט א פארוואס און וויאזוי. איך מיין נאר אז דער שכל איז נישט ביכולת צו פארשטיין יעדן פארוואס און וויאזוי.
איך פארשטיי דיין נקודה. פארט, ניוראסייענס איז מסביר וואס *געשעט* אין מוח ווען ער טראכט. איך קען נאך אלץ נישט משלים זיין אז א מחשבה *באשטייט בעצם* פון עלעקטרישע פולסן פון נערוו צו נערוו. מיין נישט משלים זיין מיינט, פארשטייט זיך, גארנישט. און ס'איז זייער מעגליך אן איבערבלייבעניש פון מיין יארן-לאנגער "ידיעה" אז מחשבה איז עפעס מער דקות'דיג. נאר איך האב שוין באוויזן אפצואווארפן א סך הנחות קדומות ביי זיך אין קאפ. מחשבה און קאנשאסנאס זענען עפעס פאר'עקשנ'ט אויף נישט צום רירן.
יידלדאס איז מיר א חידוש. דוכט זיך מיר אז
ס'איז גאנץ קלאר אז דער מענטשליכער מוח קען יא ענטהאלטן אזויפיל דאטא. אזוי צו אזוי, דו ווייסט דאך פונקט אזוי גוט ווי מיר אז גענוי ווי עס איז דא אנדייטונגען אז קאנשעסנעס איז אויסערן מוח זענען דא פונקט אזויפיל אנדייטונגען אז קאנשעסנעס ליגט דירעקט יא אינעם מוח. איין אזא אנדייטונג איז די פאקט אז מענטשן קענען פארלירן -דורך א קלאפ אין מוח - זייער זעלבסט-הכרה אן פארלירן זייער הכרה.
דער ארטיקל באזירט זיין אויספיר אויף וואס מיר ווייסן וועגן דעם מוח. דאס הייסט אזוי: מיר זעען אז אן אקטיוויטעט אינעם מוח מיינט נוראן-קאמוניקאציע. מיר ווייסן בערך וויפיל נוראנס און מעגליכע נוראן פארבינדונגען זענען פאראן; קענען מיר לויט דעם אויסרעכענען בערך וויפיל אינפארמאציע גייט אריין אין מוח. דאס איז גוט אויב די נוראנס זענען די אייגנטליכע מחשבה מאטעריאל. וואס איך האב געזאגט איז, אז מיר ווייסן אין אלגעמיין וויפיל פלאץ א שטיקל דאטא פארנעמט. און לויט דעם חשבון קומט אויס, אז דער מוח האט נישט גענוג פלאץ. (פארשטייט זיך אז די הנחה איז אמת נאר אויב די נוראנס זענען טאקע נישט די מחשבות, נאר אן אנדייטונג אז עפעס טוט זיך.)
זיכער זענען פאראן אנדייטונגען אז קאנשאסנאס זיצט אין מוח. עס זענען פאראן סך מער סברות און באווייזן אז קאנשאסנאס זיצט אין מוח, ווי אז נישט. מיין הנחה אז נישט איז באזירט מער אויף הרגש ווי הארטע באווייזן. און איך בין צופרידן צו טרעפן באווייזן וואס שטיצן מיינע הרגשים -- אזוי לאנג ווי ס'איז נישט קלאר אויף פארקערט. דיין אנדייטונג וועגן דעם "קלאפ אין מוח" איז אבער ווייט נישט קיין הכרח. דאס איז קלאר אז דער מוח איז דעם מענטש'ס געצייג מיט וועלכן ער באניצט זיך מיט קאנשאסנאס. אויב דער פּייפּ ווערט צעבראכן, וועט דאס וואסער נישט אנקומען.
[quote="יידל"]איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו זאגסט. זע, איך בין א מאטעריאליסט (אדער ריכטיגער, א פיזיקאליסט), אבער דאך האלט איך אז קאנשעסנעס איז אן אנדייטונג אויף עפעס העכערס. ענליך צו וואס הג"ר שמשון רפאל הירש האט געשריבן אויף עוואלוציע אז דאס איז נאר א ריאה צום שעפערישן חכמה פון גאט'ס באשאף, זאג איך אויף קאנשעסנעס.[quote]
גערעכט. איך האב שלעכט פארשטאנען דיין משמעות פון מאטעריאליסט, כנ"ל.
אקעי, איך הער פון ווי דו קומסט. נאר איין נקודה: דו שרייבסט אז מיין אנדייטונג איז ווייט נישט קיין הכרח. ביזט 100% גערעכט. ווי ווייט איך ווייס (איך ווייס גראדע ווייניג) איז נישטא קיין ראיה מוכרחת צו קיין איין צד.
יידלאקעי, איך הער פון ווי דו קומסט. נאר איין נקודה: דו שרייבסט אז מיין אנדייטונג איז ווייט נישט קיין הכרח. ביזט 100% גערעכט. ווי ווייט איך ווייס (איך ווייס גראדע ווייניג) איז נישטא קיין ראיה מוכרחת צו קיין איין צד.
מיט דעם אלעם -- די סברה זאגט אז דו ביזט גערעכט. מיין כעמיש-געטריבענער מוח קען אבער דערמיט נישט משלים זיין. ער וויל פארט גלייבן אז ער איז מער ווי ער אליין קען באנעמען 🙂
יידל, אויב דיין הבנה אין קאנשעסנעס איז ריכטיג, קומט אויס אז דער 'מענטש' איז נישט באמת א געוויסער 'איך', נאר דער מענטש האט א געוויסע תכונה פון קאנשעסנעס וואס מאכט אים טראכטן כאילו ער וואלט געווען אן 'איך'. לויט דיר איז קאנשעסנעס גארנישט אנדערש ווי דער עלעקטראמעגנעטיזם כוח פון אן אטאם. עס איז בסך הכל א געוויסע תכונה, אבער נישט אז עס איז באמת דא אן איך. ממילא, אויף לולקע'ס שאלה, ווער בין איך, וואלסטו געענטפערט, ס'איז נישטא קיין איך און ס'איז נישטא קיין דו. בסך הכל איז דא א געוויסע מאשין וואס רופט זיך מענטש, וואס ער פראדוצירט געוויסע כוחות, און איינע פון זיינע כוחות איז אז ער זאל פילן כאילו עס איז דא עפעס אן 'איך' באהאלטן אין זיין גוף, און דאס ברענגט אים ער זאל וועלן דערגיין וואס דאס איז.
למעשה, ווי יעדער קען מעיד זיין, פילט יעדער מענטש אז עס איז באמת יא דא אן 'איך'. קיינער זאגט נישט, די אויגן פון מיין גוף האבן געזען א שטראל, מען זאגט, איך האב געזען א שטראל. און נישט נאר מען דרוקט זיך אזוי אויס אין שפראך, נאר מען פילט עס טאג טעגליך. יעדער מענטש פילט אז 'ער' נוצט זיינע אויגן. 'ער' נוצט זיין מחשבה, 'ער' איז א מאטעריאליסט/דעטערמיניסט/אגודיסט. אבער באמת נארט ער זיך (ס'הייסט, נישט ער, נאר דער מאשין וואס ער רופט 'ער') צוליב די תכונה פון קאנשעסנעס וואס מאכט אים דמיונ'ען אז ס'איז דא אן 'ער'. אין אנדערע ווערטער, מיר לעבן אין שיינע דמיונות אז ס'איז דא אן 'איך', בעת באמת איז דער גאנצער 'איך' פשוט נאך א תכונה אינ'ם מענטש אזוי ווי דער תכונה פון שלינגען שפייעכץ. יעצט וועסטו מיר דארפן מסביר זיין פארוואס עס קען נישט זיין אז פונקט ווי דער איך איז א דמיון אזוי אויך איז אונזער גאנצער עקזיסטענץ א דמיון.
יאיר, כ'בין נישט מסכים צו וואס דו זאגסט. *וויאזוי* קאנשעסנעס ארבעט, האט נישט קיין שייכות מיט *וואס* קאנשעסנעס מיינט. אפילו אויב קאנשעסנעס איז א דירעקטע רעזולטאט פון כעמישע פארבינדוגען אין מוח, איז דער 'איך' נישט קיין דמיון נאר א ריכטיגער איך, וואס באציעט זיך צו אלעס וואס דער מוח אינדעטיפיצירט אלס 'איך'.
ממי שאמרו, כ'פארשטיי נישט דיין קושיא. מענטשן הייבן אן רעדן א שפראך וואס זיי האבן קיינמאל פריער נישט געקענט? כ'האב נאכקיינמאל נישט געהערט פון אזא זאך. אדרבא, לויט דיך פארוואס ווען א מענטש כאפט א קלאפ אין מוח (אין איין געוויסע ספאט) פארלירט ער דעם געפיל אז עס איז דא א 'איך', כאטש ער איז נאך אלס ביי זיך? ער עסט און טרונקט אבער ער איז אזוי ווי א בהמה. פארוואס האט דער קלאפ אין קאפ משפיע געווען אויף זיין קאנשעסנעס וואס איז בעצם א העכער זאך?
פארגעסט נישט אז איך האלט אז א מענטש האט א נשמה, כ'האלט נאר אז דער באשעפער ברוב חכמתו האט דאס מלבש געווען אין דעם מוח ("הטבע" בגימטריא "אלקים" כידוע). כ'זע נישט פארוואס זאגן אז קאנדעסנעס איז אין מוח נישט אויסער איר = דער מענטש איז סך הכל א מאשין.
איך האב אמאל געהערט אז די קשיא האט א בחור אריינגעפרעגט ביים שיעור פונעם טעלזן ראש ישיבה, ווער איז דער וואס טענה'ט אז דער טלית איז כולו שלי? און וועמען מיינט ער דא דער אני? וואס איז דאס דער "איך" וואס האט די בעלות אויפ'ן טלית, גאנץ א לומד'ישע קשיא...
דער ראש ישיבה האט אים געענטפערט: איר האט א קאפ, און איך האב א קאפ, פארדרייט אייער קאפ און נישט מיינס, און דאס איז דער אני!
יאיר קענסט מסביר זיין די חיליק פון אן אמתע איך ביז א נישט אמתע איך אן ניצן דימיון פאר די נישט אמת'ע איך?
איך כאפ נישט וואס הייסט אמת'ע איך. אויב די מויל וואס רעדט , אויגן וואס זעען , זענען מחובר צים מוח וואס איז קאנטשעס,וואס איז נישט אמת מיט אזא איך?
יידל פארוואס דארפסט מודה זיין אז קאנשעס איז א העכרע זאך, אויב סאיז א פאנקשען פינעם מוח ? און וואס לייגט דע נשמה צי צים פאנקשען פונעם מענטש?
יידל("הטבע" בגימטריא "אלקים" כידוע).
הטבע בגי' אלוקים, אדער אלוקים בגי' הטבע?... 😃
[וואו איז לעיקוואד'ס שפינאזא'ס גאט?].
שוין נישטא שפינאזע'ס גאט, מיין גאט דיין גאט, לילקע ציבעך האט שוין אלעס מבטל געווען, ס'דא איין גאט, און יעדער האט זיך זיין צימצום.
נולד מאוחריידל פארוואס דארפסט מודה זיין אז קאנשעס איז א העכרע זאך, אויב סאיז א פאנקשען פינעם מוח ? און וואס לייגט דע נשמה צי צים פאנקשען פונעם מענטש?
איך דארף נישט 'מודה' זיין. איך האלט אז עס איז מער מסתבר צו זאגן אז עס איז דא עפעס העכער דערין. דאס מיינט אבער נישט אז די העכערס ארבעט דורך כעמישע רעאקציעס. רוחני איז מלובש בגשמי.
[ציטאט אראפגענומען]
אדער וואס דער היפנאטיזירער וויל ער זאל זאגן. ווייל זיין מח און רצון פאללן אונטער די קאנטראל פונ'ם היפנאטיזירער.
יידליאיר, כ'בין נישט מסכים צו וואס דו זאגסט. *וויאזוי* קאנשעסנעס ארבעט, האט נישט קיין שייכות מיט *וואס* קאנשעסנעס מיינט. אפילו אויב קאנשעסנעס איז א דירעקטע רעזולטאט פון כעמישע פארבינדוגען אין מוח, איז דער 'איך' נישט קיין דמיון נאר א ריכטיגער איך, וואס באציעט זיך צו אלעס וואס דער מוח אינדעטיפיצירט אלס 'איך'.
ר' יידל, עס טוט מיר לייד דיר צו מודיע זיין אז דו הויבסט נישט אן צו זיין א מאטעריאליסט, מיר זאגן ביידע די זעלבע זאך אין אנדערע ווערטער 🙂.
פונדעסטוועגן, זע איך אין דיינע פריערדיגע תגובות זאצן וואס קומען יא פון מאטעריאליזם, בין איך שוין אינגאנצן צומישט וואס דיין שטעלונג איז אין דעם ענין 😕.
נולד מאוחריאיר קענסט מסביר זיין די חיליק פון אן אמתע איך ביז א נישט אמתע איך אן ניצן דימיון פאר די נישט אמת'ע איך?
איך כאפ נישט וואס הייסט אמת'ע איך. אויב די מויל וואס רעדט , אויגן וואס זעען , זענען מחובר צים מוח וואס איז קאנטשעס,וואס איז נישט אמת מיט אזא איך?
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט. דער מאטעריאליסט האלט אז דער מוח האט א תכונה וואס מיר רופן קאנשעסנעס, וואס איז נישט אנדערש ווי סיי וועלכע תכונה פון יעדע סארט מאטעריאל אויף דער וועלט, עס איז גארנישט ספעציעל דערמיט. דאס מיינט א פאלשע 'איך'.
לולקע-ציבעךיאירלולקע-ציבעךזאגסט דאך זייער גוט! די שאלה (שקויעך פאר'ן פאררעכטן) קען מען שטעלן לגבי יעדער זאך, נישט נאר אויף א מענטש, אויף זיך אליין. דו זאגסט אז ווען עמיצער שרייבט עפעס אפ, ווי צ"ב איך מיט מיין "ווער בין איך" מענה לשון, קען מען פרעגן די זעלבע זאך. דער תוכן פון דער אפגעשריבענער דרשה איז דאך נישט די אותיות, ווערטער, אדער שפראך -- ווייל מען קען די זעלבע זאך דאך שרייבן מיט אנדערערליי אותיות, אין אנדערע ווערטער, און אויף אן אנדערער שפראך. מוז דאך זיין אז דער מעסעדזש וואס דאס געשרייבאכטס אנטהאלט באשטייט פון עפעס מער ווי דעם טעקסט.
אפשר קען מען זאגן, אז מיט א טעקסט אז דער יסודות'דיגער עצם די "אינפארמאציע" וואס ער אנטהאלט?
ביסטו דאך גארנישט בעסער ווי יאנקל וואס האט געענטפערט אז א מענטש איז א נשמה...
קען זיין. "אינפארמאציע" איז עפעס. וואס איז דאס אבער "נשמה"?
אויב פארשטייסט נישט וואס נשמה איז און וויאזוי סמאכט דעם איך קענסטו פרעגן אויף יעדע זאך פונעם גאנצען יקום.
למשל
פארוואס איז די סאלאט געזאלצן
ווייל סהאט זאלץ
פארוואס מאכט זאלץ געזאלצן
ווייל סהאט קלארייד
פארוואס מאכט קלארייד א געזאלצענע טעם וכו. וכו. ביז מקומט אן צו ״גאט האט אזוי געוואלט״(ביי אונז יודן)
די נעקסטע שאלה איז ............................יא!
דעריבער אויב הרב יאנקל שליטא האט מסביר געווען -אויפן צד אז דער איך איז נישט קיין גשמיותדיגער- אז סאיז עפעס א העכערער נישט ממשותדיגער כח איז דער בעסטער הסבר נאכדעם..נשמה.
פארשטייט זיך ווייל גאט וויל אזוי....
יאירנולד מאוחריאיר קענסט מסביר זיין די חיליק פון אן אמתע איך ביז א נישט אמתע איך אן ניצן דימיון פאר די נישט אמת'ע איך?
איך כאפ נישט וואס הייסט אמת'ע איך. אויב די מויל וואס רעדט , אויגן וואס זעען , זענען מחובר צים מוח וואס איז קאנטשעס,וואס איז נישט אמת מיט אזא איך?
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט. דער מאטעריאליסט האלט אז דער מוח האט א תכונה וואס מיר רופן קאנשעסנעס, וואס איז נישט אנדערש ווי סיי וועלכע תכונה פון יעדע סארט מאטעריאל אויף דער וועלט, עס איז גארנישט ספעציעל דערמיט. דאס מיינט א פאלשע 'איך'.
דאס איז א נאנ-סיקוויטער. פארוואס איז דאס אז עס איז נישט 'ספעציעל', גורם אז עס זאל זיין פאלש? א קאמפיוטער איז נישט מער ווי עלעקטראנישע סיגנאלן. וועסטו זאגן אז דערפאר איז נישטא אזא מציאות ווי דער קאמפיוטער, עס איז נישט מער ווי א דמיון עס איז סך הכל א צוזאמווארפעניש פון אייזן און פלאסטיק?
בכלל, דאס אז דער באשעפער נוצט די מאטעריאלן פונעם בריאה צו פארמירן די נשמה/נפש מאכט דעם נשמה/נפש אויס 'ספעציעל'? פונקט פארקערט, אזוי ווי כ'האב געברענט בשם הרב ש"ר הירש אויף עוואלוציע, קען מען נתפעל ווערן פון גאט'ס שעפערישן באשאף אז מיט די זעלבע פאר עלעמענטן האט ער באשאפן סיי וואסער און זאמד, און סיי דעם נשמה שבמוח!
איז די דעה פון מאטעריאליסטן-וויסנשאפטלער שטייט פאר א טעסט אדער די דעה פון די ספיריטואליסטן?
איך פערזענליך קלער אז ביידע שטייען נישט פאר א טעסט, ווייל אפילו אויב מ'וועט יא באווייזן צו באשאפן א מענטש, ווער זאגט אז גאט האט מחליט געווען צו אריינלייגן באוואוסטזיין דוקא אין א מאשין פון פלייש און בלוט, אפשר איז ער אויך גרייט צו אינוועסטירן אין פלאסטיק און סיליקאן?
יידלדאס איז א נאנ-סיקוויטער. פארוואס איז דאס אז עס איז נישט 'ספעציעל', גורם אז עס זאל זיין פאלש? א קאמפיוטער איז נישט מער ווי עלעקטראנישע סיגנאלן. וועסטו זאגן אז דערפאר איז נישטא אזא מציאות ווי דער קאמפיוטער, עס איז נישט מער ווי א דמיון עס איז סך הכל א צוזאמווארפעניש פון אייזן און פלאסטיק?
נאכאמאל, כ'האב נישט געזאגט אז קאנשעסנעס איז פאלש, נאר אז דער
איך איז פאלש. דאס וואס דער מענטש פילט ווי 'ער' נוצט זיין שכל איז א פשוטער דמיון, ווייל קאנשעסנעס איז נישט מער ווי א תכונה אינ'ם מענטשליכן גוף. אזוי ווי דו וועסט נישט זאגן אז דער קאמפיוטער נוצט די סיליקאן צו אויסרעכענען חשבונות, נאר ענדערש אז דער תכונה פון אזא סארט סיליקאן איז אז עס קען אויסרעכענען חשבונות. (גראדע אויף דעם קען מען אויך מחולק זיין, אבער קודם לאמיר סעטלען דעם מענטש).