☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?

סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?

157 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12026
בלאט: 1 2 3 4

חסיד פון ליטא » מאנטאג פעברואר 12, 2018 8:35 pm

· #395474
Re: סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?
איך קלער אז מיט אביסל מאראוואנע קען מען איבעראל אנקומען

הקטן » מאנטאג פעברואר 12, 2018 11:05 pm

· #395499
און מיט LSD וועסטו אויך ווערן "ענלייטענט" אזש ביז צי hallucinations - רוף דאס דער קלימאקס פין לעבן - ממש נערוואנה

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 13, 2018 4:04 am

· #395526
מאריוואנע און lsd און אלע אנדערע Psychedelic drugs קענען טאקע טוישן דעם מענטש און פאר געוויסע קען עס אפילו אביסל אויסקלארן דעם מוח למחצה ולשליש. ווי אויך איז דא א קליינע טשאנס אז ס׳זאל מאכן א נעגיטיווע אפעקט.

מקען אבער נישט אנקומען צו קיין אמתע שמחה מיט א סובסטאנץ. ווייל ווען די גוף געוויינט זיך צו צודעם הערט עס אויף צו ווירקן און מהאט מעהר גארנישט דערפון. ווי אויך קען זיין אז מארגן אדער איבערמארגן וועט מען דאס נישט קענען מעהר אפפאדערן, אדער מ׳וועט מעהר נישט קענען באקומען די דראג מאיזה סיבה שיהי׳ אלזא זאגט בודהא אז די מוח אויף א מענטש׳ס קאפ בלייבט דאך אייביג מיט אים (ווילאנג מ׳לעבט) און אז איינער וועט זיך פראגראמען זיין מוח אז ער דארף גארנישט כדאי צוזיין פרייליך און צופרידן, און אז זיי וועלן איינזעהן דעם אמת און אננעמען די טרוקענע פאקטן אז א מענטש׳ס לעבן איז נאר א פרוזדור-א צייטווייליגע דורכגאנג. וועלן זיי נאטירלעך זיין בשמחה אן קיין שום הילף פון קיין מעדיקעישאן אדער דראגס. וואס מעהר מ׳פראגרעמט אריין אינעם געוויסן צוזיין א מסתפק במיעוט איז זייער גרינג פאר יענעם אנצוקומען צו אמתע שמחת החיים. איזהו עשיר השמח בחלקו...

פשוט וישוט.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 13, 2018 4:46 am

· #395527
חסיד פון ליטא
איך קלער אז מיט אביסל מאראוואנע קען מען איבעראל אנקומען


איך בין נישט אזוי זיכער.

איין זאך איז יא זיכער מאריוורנא + מוזיק איז מעין עולם הבא... ממש א מתנה פון גאט. אזוי זאגן די וואס רייכערן/ stoners. אבער מטאר ח״ו נישט רעדן הויך דערוועגן ווייל די אומצוויליזירטע רעכטע ריפובליקאנער שלענג ווי דער קליינער אפגעפליקטער שוטה, דער מידיזשעט דזשעף סעשאנס וועט פארמשפטן דריי יאר טורמע נאר פארן רעדן דערוועגן! אלזא לאמיר בעסער רעדן וועגן גאנס. וויפל שיסערס האסטו?

וואלווי » דינסטאג פעברואר 13, 2018 1:12 pm

· #395538
כפל

וואלווי » דינסטאג פעברואר 13, 2018 1:14 pm

· #395539
שבת אחים
חסיד פון ליטא
איך קלער אז מיט אביסל מאראוואנע קען מען איבעראל אנקומען


איך בין נישט אזוי זיכער.

אנקומען, קען מען אנקומען, די שאלה איז נאר מי יקום במקום קדשו, ס'וועפט אויס, א שאד ס'לעסט נישט לענגער. כ'האב אמאל געלייענט אין זלמן שעכטער'ס אוטוביוגרפיה וי ער דערסקרייבט זיין ערשטע עקספעריענס מיט LSD, ער האט דעמאלטס געלייעגט תפילין און געזען ווי שלענג קריכען ארום זיין ארעם...

שבת אחים

איין זאך איז יא זיכער מאריוורנא + מוזיק איז מעין עולם הבא... ממש א מתנה פון גאט. אזוי זאגן די וואס רייכערן/ stoners. אבער מטאר ח״ו נישט רעדן הויך דערוועגן ווייל די אומצוויליזירטע רעכטע ריפובליקאנער שלענג ווי דער קליינער אפגעפליקטער שוטה, דער מידיזשעט דזשעף סעשאנס וועט פארמשפטן דריי יאר טורמע נאר פארן רעדן דערוועגן! אלזא לאמיר בעסער רעדן וועגן גאנס. וויפל שיסערס האסטו?

איין טיטול אויף דזשעף סעשאנס האסטו אויס געלאזט, ער איז אן אלטער ראסיסט, היינט "פארגעסט" פון דעם.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 13, 2018 4:20 pm

· #395564
[quote="וואלווי"]
שבת אחים
חסיד פון ליטא
איך קלער אז מיט אביסל מאראוואנע קען מען איבעראל אנקומען


איך בין נישט אזוי זיכער.

אנקומען, קען מען אנקומען, די שאלה איז נאר מי יקום במקום קדשו, ס'וועפט אויס, א שאד ס'לעסט נישט לענגער. כ'האב אמאל געלייענט אין זלמן שעכטער'ס אוטוביוגרפיה וי ער דערסקרייבט זיין ערשטע עקספעריענס מיט LSD, ער האט דעמאלטס געלייעגט תפילין און געזען ווי שלענג קריכען ארום זיין ארעם...

[quote[/quote].[/quote]

דאס איז דאך אבער נישט קיין ריעלעטי? דאס איז דאך פארקערט פונעם אמת און פון בודהיזים?

איך קען גענוג און נאך (אפשר הונדרעט) מענטשען וואס האבן גענומען LSD, איך זעה נאכנישט אז זיי זענען ערגעץ אנגעקומען ווייטער אין לעבן! , קען ׳אייביגע שמחה׳ קען מען נישט קונה זיין מיט דעם. וואס פאר פארגלייך צו בודהיזם איז דאס?

איך בין געוועהן ביי אפאר אזעלעכע פעסטיווילס ווי רוב חברה נעמען LSD, סאיז א מוראדיגע עקספירענס-נישטא וואס צורעדן, מקען זעהן אלע קאלירן אין לעבן וואס מהאט קיינמאל נישט געזעהן. און עס קען זיין זייער אסאך FUN, אבער סהאט גאנץ ווייניג צוטוהן מיטן אמת און מיט די מציאות.

די רבי דזשאורזש קארלין האט זייער געהאלטן דערפון, ער האט געהאלטן אז סקלארט אויס די מוח. ער און אסאך אנדערע האלטן אז דאס איז די ׳עץ הדעת׳.

איך קען איינער (א געוועזנער בעלזער) וואס האט גענומען די סחורה,פארטאגס איז ער אראפגעלאפן גאנץ קאוני-איילענד עוועניא ווייל א טיגאר לויפט אים נאך.

א צווייטן האט זיך גאר געדאכט אז די פראנקפוטער וואס ער האט געגעסן נעכטן לויפט אים נאך ווי ער גייט... 😂 באמת!

א דריטן האט זיך געשוואוירן אז ער האט א דריטע אויג און געוויזן פאר יעדעם זיין דריטע אויג..!

אלעס איז גוט פאר איינמאל, אפשר צוויי מאל, סקען זיין זייער א גיטע און אינטערסאנטע עקספירענס אבער ווי קומט דאס צו צו בודהיזם און נירוואנע וואס דאס איז אייביגקייט?

נישט קיין פארגלייך!

וואלווי » דינסטאג פעברואר 13, 2018 4:47 pm

· #395567
שבת אחים

דאס איז דאך אבער נישט קיין ריעלעטי? דאס איז דאך פארקערט פונעם אמת און פון בודהיזים?


דאס איז קלאר אזוי, איך קריג זיך נישט מיט די מציאות, כ'האב נאר געשריבן לשם שמועס בעלמא. די גאנצע LSD ביזנעס איז געקומען צום שפיץ אין די יארן פון די קאנטער-קולטור רעוואלוציע, ווען ס'האט געהרעשט א צומישעניש און די דור האט געזוכט אין וואס נאר מ'קען זיך אנכאפען. היינט וואס זאכען זענען מער ציוויליזירט, איז מער געבליבן די רוח פון אמת אין תורת בודהיזם.

אפילו דזארדזש קארלין האט שפעטער'דיגע יארן מער נאכגעלאזט פון די אלע זאכען. אגב ס'איז אינטערסאנט צו זען ווי אזוי דער אדם גדול האט זיך דעוועלאפט לויט די יארן. נאך אינטערסאנטער איז צו הערן דברות קודש נאכ'ן לייענען זיין פאסט-הומאס אוטוביוגרפי און פארשטיין וואס מ'הערט אין די קאנטעקסט פון זיין תקופה אין לעבן דעמאלטס.

נאך א גרויסע חילוק פון די צוויי, חוץ פערמענענט ווס. טעמפ, אדער אמת ווס. דמיון, איז אויך קלארקייט ווס. העיז-דעיז.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 6, 2018 12:34 pm

· #396904
הקטן
does-meditation-carry-a-risk-of-harmful-side-effects?

meditation-harm-good-experts-think


ברוך, איך האב נישט געטראפן קיין בעסער אשכול


Why Buddhism is True: The Science and Philosophy of Meditation and Enlightenment Hardcover – August 8, 2017
<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/Why-Buddhism-True-Philosophy-Enlightenment/dp/1439195455">https://www.amazon.com/Why-Buddhism-Tru ... 1439195455</a>


Why Buddhism is true
Robert Wright on the wisdom of mindfulness meditation
<a class="postlink" href="https://www.vox.com/science-and-health/2017/8/23/16179044/buddhism-meditation-mindfulness-robert-wright-interview">https://www.vox.com/science-and-health/ ... -interview</a>

הקטן » דינסטאג מערץ 6, 2018 5:27 pm

· #396925
שבת איך בין נישט זיכער איך ווייס וואס דו ווילסט מיט דעם בוך
אלס וואס ס'שטייט אין די בוך קען זיין אמת און אויך די סטאדי וואס איך האב געברענגט
ואם אתה מאמין שמעדעטעשן יכול לתקן תאמין גם כן שיכול לקלל
אויב קען א מענטש טוישן זיין state of mind (און ער קען) דארך מעדעטשען קען ער אויך מאכן א חרבן, דארך דעם, און די סטאדי מאכט דאס קלאר.
איך קען אריינגיין מער בפרטיות אויב איז איינער אינטערעסירט


אפאר נקידות וועגן דעם בוך
א. דער בוך מאכט קלאר: וואלטן אינזער זיידעס געווען באדאיסטן וואלט דער וועלט קיינמאל נישט גקענט געשען דארך נעטראל-סעלעקשן
דער שרייבער איז באגייסטערט פין באדע ווייל באדע לייגט זייער גוט אראפ די "קראנקע" מהלך המחשבה איידער אינלייטמענט - און לויט דער שרייבער האט אויסגעפעלט די סארט מהלך המחשבה צי טרייבן נעטראל סעלעקשן - דאס מיינט אז די קראנקע איז מער פיט?!?
א פוינט קען פינקט אזוי געמאכט ווערן פארקערט, די ענלייטענט נבראים האבן מער מעגליכקייט צי סערווייווען (בקיצר אסך שטותים באהאלטן אינטער די שלייער פין עלעגענציע)

ב. כמעט אלע געדאנקען וואס ער שרייבט און נאמען פין באדע שטייט אויך אין דיין אייגענע טרעדישען
ג. אויב דו זאלסט איבעראל וואו דער שרייבער שרייבט "נעטראל סעלעקשן" טוישן און אויסבעסערן און שרייבן "דיזיינער", שטימט א ידעס ווארט וואס ער זאגט פינקט אזוי, און נאך בעסער.
ד. דער שרייבר איז רילאקטענט, אבער האט נישט קיין ברירה, איז מיז אננעמען א מעטע-פיזשישע וועלט - חאטש ס'איז ריין נישט סיייענטיפיש

שבת אחים » דינסטאג מערץ 6, 2018 6:09 pm

· #396927
ווען דו שרייבסט באדע, מיינסטו אוואדי צוזאגן בודהא? איא?


מיין טראדישן איז נישט געבויעט אויף מעדיאטציע און צומאכן די מענשט זעלבסט צופרידן און פרייליך, נאר די יסוד איז צומאכן דעם אייבערשטען פרייליך און אים צו דינען.

וואס איז יא דא אין מיין רעליגע וואס איז ענדליך צו בודהא איז פרקי אבות און מוסר וואס איז לכאורה גענומען געווארן פון דעמאלטסדיגע פילאספערס וואס האבן עס גענומען פון בודהיזם.

הקטן » דינסטאג מערץ 6, 2018 7:08 pm

· #396929
האנדל דיר איין Jewish-Meditation-Practical-Aryeh-Kaplan
ער האט אן אנדער ספר איך געדענק נישט יעצט דעם נאמען, וואס ער ווייזט דארט אויף פין זייער אסך מקורת אין תנ"ך און שפעטר אז מעדעטאצע איז געווען א גרויס חלק און עבדות השם און אין די עבודה פין די אבות און די נביאים - ער שרייבט אז די ערשטע דורות חסידות האט דאס אביסל ציריק געברענגעט אבער דערנאך וואס דאס איז געווארן א ציל פאר די משכילום חוזק צי מאכן איז דאס פארשלאפן געווארן.
ער שרייבט:

“All references to Jewish meditation vanished from mainstream Jewish literature about 150 years ago… even in Chasidic literature, where meditation initially played a central role. Because of this anti mystical trend, even Kabbalistic works published after 1840 show a surprising lack of even the slightest mention of meditation”





אדער לערן דארך פרקים אין המספיק לעובדי השם פין אברהם בן הרמב"ם וואו ער ווייזט אויך אז דאס איז געווען אייביג די עבודה ביי כלל ישראל.
דער בעל חובת התלמידים שרייבט אויך זייער אסך דערוועגן

מנחם אקשטיין - פארן קריג

צי דיין טראדישן איז צומאכן די מענשט זעלבסט צופרידן און פרייליך אדער די יסוד איז צומאכן דעם אייבערשטען פרייליך?
דער בעל מסילות ישרים זעט אויס ווייזט עפעס וועגן דיין טראדישן וואס דו ווייסט נישט
והנה, מה שהורונו חז"ל הוא: שהאדם לא נברא אלא להתענג על ה' וליהנות מזיו שכינתו,
פארוואס?
שזהו התענוג האמיתי והעידון הגדול בכל העידונים שיכולים להימצא.
נאר וואס?
ומקום העידון הזה באמת הוא העולם הבא, כי הוא הנברא בהכנה המצטרכת לדבר הזה. אך הדרך כדי להגיע אל מחוז חפצנו זה הוא זה העולם. והוא מה שאמרו ז"ל (אבות ד, ו):
"העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא".

אלס אלס איז נאר וועגן דער מענטש
ואם תצדק מה תתן לו

אבער ווער ווייזט, דאס איז דאך לכאורה גענומען געווארן פון דעמאלטסדיגע פילאספערס וואס האבן עס גענומען פון בודהיזם
וואו נישט וואו איז דער קאנסעפט פין א יענער וועלט וואס איז פארמ-לעס דא אין באדע אויך
און ווער ס'איז "דערגרייכט" דארף נישט נאכאמאל אראפקימען -

גיי ווייס פאר וועם ער טוט א טובה מיט ווערן ענלייטענט ווען אלס וואס איז דא איז גארנישט מיט גארנישט (אבער דאס איז א שמוס פאר זיך)

ברוך שפינוזה » דינסטאג מערץ 6, 2018 8:55 pm

· #396935
איך בין שוין געווען א בודהיסט לאנג פאר איך האב געוואוסט פון בודהיזם צו זאגן, ס'איז געקומען פון לערנען מוסר און חסידות און פון אסאך התבוננות.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מערץ 6, 2018 9:06 pm

· #396937
ח

שבת אחים » דינסטאג מערץ 6, 2018 10:10 pm

· #396938
הקטן. אוי ביסטו גוט... יעדער וואס זאגט ווי דיר נעמסטו אלעס אן אלץ אמת אפילו ס׳מאכט נישט קיין טראפ סענס און סאיז קלאר נישט די מציאות און ווייט פונעם אמת.

למשל אז מעדיטאציע קומט פון די אבות... 😂 😂 די נביאים 🙄 😂 בשעת סווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ אין תנ״ך 😮 אויב אבער איינער האט געשריבן עפעס א בוך און קראצט צאם מקורות פון אינטער דער ערד אז מעדיטאציע און ענלייטענמענט שטאמט פון אידן געבויעט אויף ״חסידישע תורות״. און ער זאגט נאך אז סקומט פון חסידים גאר,
בשעת קיינער ווייסט נישט צוזאגן דערפון, און בשעת חסידיזים איז פארגעקומען 2200 יאר נאך בודהא...! טאנצטסטו שוין אז ״סאיז אונזער״ איינפאל. משא״כ עוואלציע דורך נאטירליכע סעלעקציע וואס ממש יעדע סייענטיסט אויף די וועלט נעמט אן אלץ א טרוקנע פאקט, ווייל די עוודיענס פאר דעם איז קליפ און קלאר, און סאיז דא טויזנטער פאסילס וואס באשטעטיגן עס. פלאוס DNA. פלאוס לאגיק.
איז עס נישט אמת...! אזוי ארבעט דיין ברעין.

און ווער ס׳זאגט אנדערש ווי דיר איז פשוט בייעסט????

יעצט, לויט דיין שרייבן זעה איך אז דו הייבטס בכלל נישט אן צו וויסן וואס בודהיזם איז. און אויף וואס זייערע יסודות איז געבויט. און דו הייבסט נישט אן צו וויסן וואס אידישקייט איז... קענסט צוריקגיין קראצן דיין פוס אין די קאלטע בור 😳

הקטן » מיטוואך מערץ 7, 2018 11:16 am

· #396969
ברוך שפינוזה
איך בין שוין געווען א בודהיסט לאנג פאר איך האב געוואוסט פון בודהיזם צו זאגן, ס'איז געקומען פון לערנען מוסר און חסידות און פון אסאך התבוננות.

איין קליין הערה אויב איך מעג.
און די צייט וואס תורת הבודה זאגט פארן מענטש זיך מתבונון זיין אין "אין עוד" לייגט תורת אמת צי איין ווארט - מלבדו

Meditation In The Bible - Aryeh Kaplan
איז דער ספר וואס איך האב נעכטען נישט געדענקט זיין נאמען


געב א קוק דא וואו דער מיטעלר רבי פין חב"ד ברענגט ארויס וואו ביטול איז דער וועג און דער איינציגער וועג צוציקימען צי Ecstasy
Tract-Ecstasy-Dobh-Baer-Lubavitch


His thesis in the Tract on Ecstasy is that those who decry ecstasy are wrong, and that there is no such thing as a de-personalised state of contemplation in which the self does not feel anything. On the contrary, the power and validity of contemplation was to be observed in the degree of ecstasy it induced. Drawing a distinction between authentic and unauthentic ecstasy, Dobh Baer refutes the charge that because ecstasy involves self-awareness it is therefore a betrayal of Habad teaching, and in the Tract on Ecstasy provides a penetrating analysis of the degrees of true ecstasy. The Tract was originally written c.1814, and this book is based on a manuscript copy, probably written by Samuel, Dobh Baer's chief scribe and copyist. The reader cannot fail to hear through these pages the voice of one who was an adept, to use his own terminology, in listening to 'the words of the living God'.








אויב מיינט איר ער איז אראפ פין וועג, שטעלט זיך אויס, ער איז קיינמאל נישט געווען אויפן וועג, טא נא פאלט אף היז אן

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מערץ 7, 2018 12:48 pm

· #396983
[quote="

ברוך שפינוזה » מיטוואך מערץ 7, 2018 12:49 pm

· #396984
הקטן
ברוך שפינוזה
איך בין שוין געווען א בודהיסט לאנג פאר איך האב געוואוסט פון בודהיזם צו זאגן, ס'איז געקומען פון לערנען מוסר און חסידות און פון אסאך התבוננות.

איין קליין הערה אויב איך מעג.
און די צייט וואס תורת הבודה זאגט פארן מענטש זיך מתבונון זיין אין "אין עוד" לייגט תורת אמת צי איין ווארט - מלבדו

[/size]

וואס ווילסטו ארויסברענגען מיט דעם?

שבת אחים » מיטוואך מערץ 7, 2018 7:00 pm

· #397014
סאיז א שאד די שפייעכץ צו רעדן מיט אים. ער קריכט אויף די גראדע ווענט.

הקטן » מיטוואך מערץ 7, 2018 7:06 pm

· #397015
נאך נישט געליינט אבער קוקט אויס אינטערעסאנט
Zvi-Leshem-Dissertation

וואלווי » מיטוואך מערץ 7, 2018 10:16 pm

· #397027
הקטן
נאך נישט געליינט אבער קוקט אויס אינטערעסאנט
Zvi-Leshem-Dissertation


שוין געליינט אמאל, אינטערסאנט טאקע. חוץ מזה, איז אינטערסאנט די ליסט פון סארסעס צום סוף.

ליינטס הערה 798 אויף page 239 ...

כ'בין אנגעקומען צו דעם ווען כ'האב אמאל געזוכט אינפארמאציע איינמאל פאר אלע מאל אויף ר' מנחם עקשטיין פון תנאי הנפש לתורת החסידות (ער ווערט אראפגעברענגט דארט צום סוף), און געקלאפט א וואנט. קיינער ווייסט נישא עפעס עקסטער וועגען דער מענטש.

אז איינער ווייסט, ספיק אפ פליז.

הקטן » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 12:19 pm

· #397108
איינע פין די לינקס וואס איך האב געברענגט שרייבט, געבויט גג על גג, אז ס'מיז זיין אז ער איז נשפע געווארן פין מעזמער און היפנאסעס.
עקשטיין זעלבסט שרייבט אז ער האט גארנישט גענימען פין פרעמדע מקורת
פארקערט, ער שרבייט אז דאס וואס מען איז היינט מחדש אז א מענטש האט א כח מיט זיין מחשבה אויף א צווייטן איז א זאך וואס דער וועלט קימט יעצט אויף דערמיט, איז עפעס וואס אינזער מקורת שרייבן דאס שוין פין לאנג - די קאנסעפט פין כמים הפנים לפנים. ער ברענגט פין רבין ר' מיילך (יארצייט) וואו דער צדיק האט אן השפעה אויף די מחשבה פין זיינע חסידים - דער אמת איז אז דאס שטייט טאקע איבעראל

דער עצם מושיג אז ס'איז דא א כח וואס לאזט זיך נישט מעסטען מיט די 5 חושים, פאטשט אין פנים מעטערעליסטישע-סייענס און אויף וויפיל רעכט זיי האבן איבער "אמת"

בנוגע תנאי הנפש:
לדעתי איז ער אסך נאנטער צי zen buddhism אווא צי מעזמער
סיי וואו ער וויל דיך ברענגען - זיין איינס מיט די וועלט
און סיי די מהלך אוא אזוי - גיידעד אימעזערי
אבער וואו געשריבן פריער, און די צייט וואס די באדע מאכט דיך איינס מיט גארנישט מאכט דיך חסידות איינס מיט אין-סוף

און יא, ביידע פארשפרעכן אז ביטול וועט דיך ברענגן די שפיץ פין תענוג

אויב געדענק איך גוט איז גיידעד אימעדשרי נישט א חלק פין טאלס וואס איז געווארן געניצט דארך די ערשטע פייענירן פין היפנאסעס, היפנאסעס פאר עריקסען איז געווען אסך מער דירעקט


וואלווי

כ'בין אנגעקומען צו דעם ווען כ'האב אמאל געזוכט אינפארמאציע איינמאל פאר אלע מאל אויף ר' מנחם עקשטיין פון תנאי הנפש לתורת החסידות (ער ווערט אראפגעברענגט דארט צום סוף), און געקלאפט א וואנט. קיינער ווייסט נישא עפעס עקסטער וועגען דער מענטש.
אז איינער ווייסט, ספיק אפ פליז.

אלס וואס איך ווייס איז אז ער איז געווען א דזיקעבער חסיד און האקט אויף די משכילים, דאס ווייסטו מן הסתם אויך

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 15, 2018 1:17 pm

· #399839
שבת אחים
גיי זאג זיי א פשוטע היסטארישע פאקט אז די בודהיסטן האבן די לעצטע 2 טויזנט יאר געהארגט און גערצחט און געפייניגט די ווייניגסטע פון אלע אנדערע פעלקער...!

זארג זיך נישט זיי האבן אויך גענוג בלוט אויף די הענט, עיין ערך kamikaze.

וואלווי » זונטאג אפריל 15, 2018 1:47 pm

· #399847
ס'איז אבער נישט געווען א חלק פון די רעליגיע, מער א קולטורע געדאנק.

מי אני » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 10:17 pm

· #435491
סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?
אפאר הערות אויפ׳ן אשכול:

1). ווי איך פארשטיי וויל הקטן (אויף p. 1) ארויסברענגען זיין פונקט פון א ((הארטע) דעטערמעניסטיק) ריין עוואלוציאנערישע פערספעקטיוו (אזא סארט ״ולטעמיך״). דהיינו, ווייל אויב דעפינירט מען אכזריות אלס סייקאפעטי (עכ״פ צו עפעס אן עקסטענט), דעמאלטס קען מען טענה׳ן אז פונקט אזוי ווי דער פרעדעטאר/טורף ארבעט פשוט מכח זיין עוואלווד נאטור/אינסטינקט פון טורף זיין לשם סארווייוועל און דעריבער איז ער נישט שולדיג, כן הוא דער אכזר/סייקאפעט, וואס איז אויך דא א סברא צו זאגן אז עס האט זיך פארמירט מכח עוואלושאן (אין קאנטראסט צו מאראליטעט, וואס האט זיך אויך פארמולירט מחמת עוואלושאן).
📎 IMG_5414.JPG
וואלווי׳ס טענה אויף צוריק ארבעט (פילאזאפיש) אז אונז מענטשן האבן יא בחירה [פרי וויל] משא״כ דער בע״ח (עכ״פ אינ׳ם קאנטעקסט קעגן א מענטש).

2). עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז בנוגע דאס וואס שבת אחים האט געזאגט לגבי די רחמנות וואס מיר האבן מער צו מענטשן (בפרט צו אונזערע קינדער) ווי איידער אנדערע בע״ח וויבאלד מיר האבן גענעס אין אייניג מיט זיי, מיט די הנחה פארענטפערט מען אלטרואיזם וואס מיר זעהן ביי בע״ח; דהיינו, קין סעלעקשאן.

דאס זעהט מען בפרט ביי אינזעקטן וואס זענען העפלאדייפלויד. למשל, ביי ענטס און ביס (ווי אויך אנדערע אינסעקטן) זענען די מלכה און נקיבות דייפלויד (עס האט סעטס פון צוויי צוויי קראמאסאמס, אזוי ווי ביי אונז), משא״כ די זכרים זענען העפלויד; האבן נאר איין. קומט דאך אויס אז איין [נקיבה] נמלה באקומט פון איר טאטע אלע זיינע קראמאסאמס און פון איר מאמע האלב. גייט זי האבן אין אייניג מיט אירע שוועסטערס 75% פון אירע גענעס (מ׳רעדט אז זיי האבן אלע די זעלבע טאטע). משא״כ אויב זי האט קינדער [נקיבות] האט זי נאר אייניג מיט זיי 50% גענעס. דעריבער וועט זי זיך מער מוסר נפש זיין פאר די פיטנעס פון די קאלאני [וואס זענען בעיקר די נקיבות/שוועסטערס], ווי איידער זיך מטפל מיט זיך אליין (האבן אייגענע קינדער וכו׳), ווייל זי איז גענעטיקעלי מער נאנט צו זיי ווי אירע אייגענע קינדער.

3). די קליפ ברענגט גוט ארויס די סיבות וואס זענען ערווענט געווארן פאר׳ן נישט עסן פלייש: <a class="postlink" href="https://youtu.be/NxvQPzrg2Wg">https://youtu.be/NxvQPzrg2Wg</a>.

4). הקטן, בנוגע נירוואנא, רירט אן די באקאנטע פאראדאקס פון תאוה, וואס איז איינע פון די מקומות מחשבה אין בודהיזם. נעמליך, אויב ״וויל״ איך גארנישט ״וועלן״, ״וויל״ איך דאך למעשה עפעס.

5). הגם מ׳קען צוקלעבן קאמיקאזי צו (זען) בודהיזם, איז עס נאר אימדירעקט; ס׳איז לכאורה מער מכח די שינטא רעליגיע פון יאפאן.

מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:15 pm

· #436103
6). בכלל אויף דעם געדאנק פון נירוואנא קען מען אפשר זעהן א פאראלעל דערין מיט אפיקורוס'ס געדאנק פון קאטעסטעמאטישע תענוג (אין אן אמת'ן און אייביגן פארמאט און דאס אויפגעבן פון קינעטישע תענוג).

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:21 am

· #436110
איינער וואס קען נישט אפטייטשן די זאץ "nirvana is peace" - פון די פיר יסודות (אדער אמונות) פון בודהיזם - האט בכלל נישט וואס אריינצורעדן אין דעם נושא.

מי אני » זונטאג דעצעמבער 29, 2019 2:49 pm

· #440453
סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?
מי אני

2). עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז בנוגע דאס וואס שבת אחים האט געזאגט לגבי די רחמנות וואס מיר האבן מער צו מענטשן (בפרט צו אונזערע קינדער) ווי איידער אנדערע בע״ח וויבאלד מיר האבן גענעס אין אייניג מיט זיי, מיט די הנחה פארענטפערט מען אלטרואיזם וואס מיר זעהן ביי בע״ח; דהיינו, קין סעלעקשאן.

דאס זעהט מען בפרט ביי אינזעקטן וואס זענען העפלאדייפלויד. למשל, ביי ענטס און ביס (ווי אויך אנדערע אינסעקטן) זענען די מלכה און נקיבות דייפלויד (עס האט סעטס פון צוויי צוויי קראמאסאמס, אזוי ווי ביי אונז), משא״כ די זכרים זענען העפלויד; האבן נאר איין. קומט דאך אויס אז איין [נקיבה] נמלה באקומט פון איר טאטע אלע זיינע קראמאסאמס און פון איר מאמע האלב. גייט זי האבן אין אייניג מיט אירע שוועסטערס 75% פון אירע גענעס (מ׳רעדט אז זיי האבן אלע די זעלבע טאטע). משא״כ אויב זי האט קינדער [נקיבות] האט זי נאר אייניג מיט זיי 50% גענעס. דעריבער וועט זי זיך מער מוסר נפש זיין פאר די פיטנעס פון די קאלאני [וואס זענען בעיקר די נקיבות/שוועסטערס], ווי איידער זיך מטפל מיט זיך אליין (האבן אייגענע קינדער וכו׳), ווייל זי איז גענעטיקעלי מער נאנט צו זיי ווי אירע אייגענע קינדער.

אין דעם ענין (הגם נישט מכח דזשענעטיקס כמובן...) איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען דאס לשון פון הג״ר יוסף ענגיל אין בית האוצר (ח״א כלל נ׳) וז״ל, הנה מתבאר מדבריו ז״ל [המהר״ל בבאר הגולה, באר ו׳] דקורבת אחוה היא הקורבה היותר גדולה מכל שאר הקורבות ואפילו מקורבת אב עם בנו ובתו עכ״ל.

(ווי אויך קען זיין מערקווידיג צוצוצייכענען דאס לשון פונ׳ם חיד״א אין ברית עולם אויף דעם וואס די פסוק זאגט (בראשית לא מו) ויאמר יעקב לאחיו לקטו אבנים ופירש״י הם בניו, וז״ל למדנו שיעקב אבינו ע״ה היה מחשיב את בניו כאחיו וכן ראוי לאב שיחשיב בניו גדולים כמו אחיו ובזה יהיו שקטים ושאננים ע״כ.)

מי אני » מיטוואך מערץ 25, 2020 10:24 pm

· #444305
סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?
אין דעם האב איך געטראכט אז רש״י זאגט (איכה ד א) אז די פערטע פרק פון מגילת איכה (וואס איז אריגינעל געווען די דריטע) איז א קינה אויף הריגת יאשיהו ע״ש. יעצט, יהויקים בנו האט דאס פארברענט אל האש אשר אל ״האח״ (ירמיה לו כג). קען מען מיט דעם אפשר מרמז זיין ווייל נאך אים [נאך זיין זוהן יהויכין] האבן זיינע ברודערס איבערגענומען די מלוכה. וממילא בא הרמז ווען ער האט פארברענט די מגילה וואס איז א קינה (אויך) אויף זיין פאטער, האט ער דאס פארברענט אל ״האח״, ווייל קשר האחוה קען זיין שטערקער ווי קשר הבן להאב וכו׳.

נאך מער קען מען אפשר זאגן אין דעם אז דאס אז אחוה קען צומאל זיין שטערקער זעהט מען דאך ביי געוויסע שרצים וואס ביי אחוה האבן זיי אין אייניג 75% משא״כ ביי הולדה נאר 50% וכנ״ל. דאס הייסט אז (קשר) הולדה האט נאר צווי דריטל אזויפיל ווי (קשר) אחוה.

יעצט, וויבאלד יהויקים האט דאס פארברענט האט ירמיה הנביא נאכדעם דאס איבערגעשריבן און צוגעלייגט פרק ג, וואו אלע אלפא ביתין ווערן איבערגע׳חזר׳ט דריי מאל (איכ״ר פתיחתא כח, הובא ברש״י שם בירמיה לו לב ע״ש). די גמרא זאגט (שבת כ.) אז די ״אח״ אויף וואס ער האט דאס פארברענט מיינט ערבה ע״ש (ברש״י). און ווי באקאנט נעמט מען למצות ערבה בלולב 2 ערבות (או״ח סימן תרנא סעיף א). ווען מען שטעלט די מספר ערבות למצוה [2] אויף וויפיל ס׳איז צוגעקומען צו מגילת איכה מחמת שריפתו של יהויקים על הערבה [3] (וואס האט געוואוזען א פחיתה אין קשר הבן להאב וכנ״ל) איז דאס 2/3, וואס דאס טרעפט מען ביי שרצים אז די קשר ההולדה איז נאר אזוי שטארק (וממילא שוואכער) קעגן דאס קשר האחוה. (או יאמר אז די שיעור לולב איז גרעסער ווי די שיעור ערבה א שליש מלבר, דהיינו שיעור ערבה היא ג טפחים ושיעור לולב היא ד טפחים (שם סימן תרנ סעיף א). און דאס וואס קשר האחוה ביי שרצים איז שטערקער ווי קשר ההולדה בדזשענעטיקס איז אויך א שליש מלבר כנ״ל.)

*

מיט דעם קען מען אויך אפשר אביסל זאגן אז אין פרק שירה (פ״ו) שטייט אז שרצים אומרים (תהלים קמט ב) ישמח ישראל בעושיו בני ציון יגילו במלכם. אלים שבשרצים אומרים (שם קכח ג) אשתך כגפן פוריה בירכתי ביתך בניך כשתילי זיתים סביב לשלחניך ע״כ. והיינו הרמז אז ״אלים שבשרצים״ מיינט די ראָדענטס, ליזערדס וכדומה; נישט קיינע אינזעקטן. און דאס איז די רמז אז נאר איינמאל מ׳גייט ארויס פונ׳ם כלל פון געהעריגע שרצים [אינזעקטן], וואס ביי זיי טרעפט מען מער דעם ענין פון גדולת קשר האחוה על הולדה בדזשענעטיקס וכנ״ל, דעמאלטס קען מען זאגן די פסוק פון אשתך כגפן וגו׳ בניך כשתילי זיתים; דעמאלטס קען מען אנהייבן זאגן מער אויף קשר ההולדה (לעומת האחוה).

מי אני » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 7:25 pm

· #446620
Re: סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?
‏
מי אני

4). הקטן, בנוגע נירוואנא, רירט אן די באקאנטע פאראדאקס פון תאוה, וואס איז איינע פון די מקומות מחשבה אין בודהיזם. נעמליך, אויב ״וויל״ איך גארנישט ״וועלן״, ״וויל״ איך דאך למעשה עפעס.

📎 IMG_6818.jpg

דאס איז בתוך משנתו של ארטור שׁאָפּענהאוער. דאס איז אז ער האט געהאלטן אז ס׳דא אן אינעיט סארט כאאטישן ״רצון״ אינ׳ם בריאה בעצם וואס איז מאחד אלעס. די עבודה פון א מענטש איז צו וועלן צוקומען צו דעם אריגינעלן ״רצון״ און אוועקגיין פון די אייגענע רצוניות׳ן קעגן אנדערע וכדומה, וואס קומט נאר אפיר מכח די חילוקים אין די ״רצון״ האחד וואס דאס קומט אפיר מכח די וועג ווי אזוי אונז פּערסיוון דאס אלעס. ועיין כאן.

ואולי קען מען דאס אביסל משלב זיין און צופאסן צו אונז צו פארענטפערן די פאראדאקס. דהיינו, אז דאס ״ווילן״ פון נישט ווילן איז א העכערע סארט יוניווערסאלע אמת׳ע ווילן און אנדערש פון יעדע אנדערע סארט ווילן (ואולי נישט נאר אין מדריגה נאר אפילו במין).

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 8:19 pm

· #446621
מי אני: אבער דארט וואו דער נפש פון א מענטש איז געזונט, האט ער א נאטורליכן וויללן און דראנג צו לעבן. אויב נישט , ח"ו האט ער נישט קיין וויללן צו לעבן. איז ער סואיסיידעל. אדער קומט עס פון א פיזיאלאגישן אומ-באלאנס. אדער פון א גייסטיגן אומ-באלאנס ווי דיפרעסיע...!

ווי גייט נאר דאס ווערטל ביי אונז דאקטוירים...Mens sana in corpore sano...!...די טייטש פון דעם זאץ לאז איך איבער פאר אונזערע פסעוודא-אינטעלעקטואללן. מיט וואס אונז זעמיר געבענטשט דא אין קאווע שטיבל. פארשטייצעך אז דו ביסט דא נישט אריינגערעכנט...!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 8:37 pm

· #446624
berlbalaguleh
מי אני: אבער דארט וואו דער נפש פון א מענטש איז געזונט, האט ער א נאטורליכן וויללן און דראנג צו לעבן. אויב נישט , ח"ו האט ער נישט קיין וויללן צו לעבן. איז ער סואיסיידעל. אדער קומט עס פון א פיזיאלאגישן אומ-באלאנס. אדער פון א גייסטיגן אומ-באלאנס ווי דיפרעסיע...!

האסט עפעס הוכחות דערצו אדער דו האסט אפגעמאכט אז אזוי עס און פערטיג?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 9:02 pm

· #446629
רביה"ק זי"ע: דו ווילסט אז איך זאלל דיר ארויפלייגן א פאר משוגעים אויפ'ן טיש...! ליין די סטאטיסטיקס...דו ווייסט גאנץ גוט וואו מ'דארף נאכקוקן...איך בין צו פויל (פוילקייט איז א פיזישע אדער גייסטיגע מחלה?!)) אנצו ווייזן און ברענגען לינקס און רעפערענצן...!

מי אני » דינסטאג אפריל 28, 2020 7:43 am

· #446901
Re: סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?
📎 IMG_6832.jpg
במשנתו של ניטשע.

cictim » פרייטאג מאי 15, 2020 10:24 am

· #448678
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=fg4GdDhyALg&t=545s">https://www.youtube.com/watch?v=fg4GdDhyALg&t=545s</a>

הקטן » פרייטאג מאי 15, 2020 10:42 am

· #448680
@cictim ס'דארף דא צי זיין שמיסען בנוגע באדיאיזעם
זיין "וואס" איז "פארוואס" איז זייער קלאר אום צום זאך

ס'אינערסאנט, אויב פרעגט מען נאר "וואס" קימט מען צי אן אנדערע מסקנה וואו ווען מען פרעגט דעם "פארוואס"

מי אני » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:48 am

· #458743
בנוגע אכילת בשר שרייבט דער ספר העיקרים (מאמר ג פט״ו):
‏
ואפילו מה שהתיר מהם [מאכילת בשר בע״ח] לא דברה תורה אלא כנגד יצר הרע, כמו שהתיר להם יפת תואר על זה הדרך, וכן אמרו רבותינו ז״ל כי תאוה נפשך לאכול בשר, למדה תורה דרך ארץ שלא יאכל אדם בשר אלא לתאבון, הנה גלו בפירוש שאכילת הבשר לא הותר אלא על צד ההכרח, ועל כן נאסר בתחלת היצירה עם היותו מזון טוב לסבה שזכרנו בתחלת הפרק, כמו שהיין אף על פי שהוא מזון טוב ומותר לאדם יקרא הכתוב את הנזיר הפורש ממנו קדוש

ולהבדיל, האט פּאָרפירי גע׳טענה׳ט אז דאס דארף צו זיין אסור, און איינע פון זיינע טענות איז מכח דעם אז זיי האבן אויך עפעס עפעס א נפש שכלי אין זיך. ואגב, האט להבדיל דער תפארת יהונתן געשריבן (פ׳ נח) אז דאס איז די סיבה אז פאר׳ן מבול לא התיר להם אכילת בשר. דאס איז וויבאלד פאר׳ן מבול האבן בע״ח יא געהאט דעת נאר ווייניגער ווי דעם מענטש. און וויבאלד השחיתו את דרכם בדור המבול האבן זיי דאס פארלוירן דערנאך, וממילא התיר הקב״ה את אכילתם ע״ש. ואגב, מעניין דבעת בניית המשכן היה ג״כ דעת וחכמה בבע״ח שם כדאיתא בשמו״ר (מח ה). ואולי דלכן לא התיר אז אכילת בשר רק ע״י קרבן, המראה על היתרון לאדם כשאינו כ״כ במעלה על הבהמה, וכדעתו של קרבנת הבל וכדרך בעל העיקרים בפרק הנ״ל, ורק כשמקריבים להקב״ה רק אז נשלם יתרו עליהן ומותר לאכלן, דבאותו זמן לא היה יתרון לאדם כ״כ על הבהמה בסתם וכדברי התפארת יהונתן בקודם המבול.

***

ובנוגע נישט וועלן גארנישט:
📎 87B573AA-4FF3-422E-9474-37DD08B637D3.jpeg
במשנתה של מארגוריִט פּאָרעט. דאס רירט אויך אן אויף דעם מימרא פון סקראט.

מי אני » זונטאג אקטאבער 11, 2020 11:39 pm

· #460042
📎 B1505521-0EDD-4248-B4E5-28EE48BA7DF4.jpeg
‏צוגעברענגט אין קנקן א׳ (פון ר׳ יוסף נחמיה הכהן קוואדראט).

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:34 am

· #460406
<a class="postlink" href="https://www.thetorah.com/article/did-god-originally-intend-the-world-to-be-vegetarian">https://www.thetorah.com/article/did-go ... vegetarian</a>

מי אני » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 2:34 pm

· #461472
דער אסטראלישער פילאזאף דר. פּיִטער זינגער און דר. ריטשערד ריידער האבן געקוֺינט דעם טערמין פון ספּיִשׁיסיזם דערפאר. ער טענה׳ט, עפ״ די ענגלישע פילאזאף ירמיה בּענטאם, אז יעדע זאך וואס קען ליידן און שפירן צער האט אינטערעסן. וממילא פאלט דאס אונטער די דיסקוסיע פון זיך רעכענען מיט אינטערעסן. און אויב אזוי, אפילו עס האט נישט א ראציאנאלן קעפּעסיטי דארף מען דאס גיבן די רעכטן לויט אירע אינטערעסן און א סארט עקוואליטי, פונקט אזוי ווי מ׳פארשטייט אז מ׳דארף מאראליש גיבן עקוואליטי פאר איינער וואס איז ל״ע אינטעלעקטשועלי דיסעיבּעלד וכדומה, און דער פיקח איז נישט בעצם ״מער״ פון אים פון א מאראלישע עקוואליטי שטאנדפונקט.

‏אולי קען מען זאגן דערצו א סארט תירוץ כעין די טאלעראנץ פּאראדאקס. דהיינו, אז איה״נ זיי האבן אינטערעסן וואס בעצם וואלט מען זיך געדארפט רעכענען מיט דעם/זיי, אבער וויבאלד ביי (עכ"פ רוב פון) די מין/סוג ״בעל חי״ בכלליות איז בעצם נישט דא די געדאנק פון זיך רעכענען מיט א צווייטן[ מין]׳ס אינטערעסן, קומט דאס דעריבער נישט אריין אונטער דעם רובריק פון זיך דארפן רעכענען דערמיט (אויב די מין/פאר די מין וואס האט נישט די קעפעסיטי). מיינענדיג אז נאר א מין וואס פארשטייט מאראל און האט די יכולת זיך צוצושטעלן דערצו אויף פארקערט און פון זיך אליין, קען מען זיך רעכענען דערצו פון אונז בענין מאראל. אולי.

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 2, 2020 5:10 pm

· #461915
‏
מי אני
4). הקטן, בנוגע נירוואנא, רירט אן די באקאנטע פאראדאקס פון תאוה, וואס איז איינע פון די מקומות מחשבה אין בודהיזם. נעמליך, אויב ״וויל״ איך גארנישט ״וועלן״, ״וויל״ איך דאך למעשה עפעס.

דער בּוּדהאַ האט בנוגע זיין לעהרע געמאכט א משל אז ווען מ׳דארף אריבערגיין א טייך מאכט מען א רעפט דאס אריבערצוגיין. אבער איינמאל מ׳איז שוין אריבער געגאנגען ווערט דאס נאר אן עיכוב ארומצושלעפן און מ׳דארף דאס אפלאזן. דאס זעלבע איז מיט זיין לעהרע אליין; אז איינמאל מ׳איז שוין אנגעקומען צו ״ענלייטענמענט״ דארף מען דאס אפלאזן.

מ׳לערענט דאס אפ אויף די געדאנק פון א רצון נישט צו האבן רצוניות׳ן. אז מ׳הייבט אן מיט טאקע די רצון אבער נאר אלס אן אנהויב צוצוקומען צו אי-רצון, וואס איינמאל מ׳איז שוין דארט איז מען דאס משליך.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 2, 2020 5:38 pm

· #461919
למעשה גערעדט איז די עצם נירוואנה פאראדאקס סתם א קאפ פארדרייעניש, דער בודהא האט נישט געזאגט אז מ'זאל גארנישט וועלן, וואס ער האט יא געזאגט איז אז מ'זאל נישט וועלן "האבן" (acquire) זאכן. ער האט גע'טענה'ט אז קונה זיין און האבן זאכן מאכט נישט א מענטש צופרידן נאר פונקט פארקערט, פטור ווערן פון איבעריגע זאכן (גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע) איז וואס מאכט צופרידן. אין אנדערע רעליגיעס איז די תכלית הנרצה צו "באקומען" אדער "משיג זיין" "עפעס", זאל עס זיין ש"י עולמות, ע"ב בתולות, א חופה מיט בריליאנטן, שור הבר מיט'ן לויתן, וכו', אין בודדהיזם איז די אלע זאכן נישט דא, די תכלית הנרצה איז פשוט צו זיין מיט זיך אליינס און אויפצוגעבן אלע איבעריגע באגאשזן וואס מ'טראגט ארום מיט זיך. דער בודהא האט גע'טענה'ט אז מענטשן לויפן צו די אלע סארטן אמונות און imagery ווייל זיי פרובירן אוועקצולויפן פון זיך, זיי קענען נישט זיין בשלום מיט זיך אליינס, און א גרויסע טייל פון זיין לערע איז אויסצולערנען די מענטש וויאזוי צו לעבן בשלום מיט זיך. לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום, די גרעסטע ברכה איז זיין בשלום מיט זיך אליינס און נישט דארפן גארנישט מער. און אויף דעם האט דער בודהא געזאגט: "וואס איז גן עדן (nirvana)?" שלום! הדא הוא דכתיב, " nirvana is peace".

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 4, 2020 3:18 pm

· #462057
גערעכט. אבער אין די קאנטעקסט קען מען עס אנקוקען ווי מ׳האט א רצון צו ״האבן״ דאס [דערגרייכונג פון] אי-רצוניות צו האבן זאכן. ווי אויך איז זיין צווייטע נאבעלע אמת [סאַמוּדאַיאַ] (וממילא זיין דריטע [ניראָדהאַ] אז מ׳דארף פטור ווערן דערפון) אז צער קומט צושטאנד פון ״טאַנהאַ״, וואס דאס טייטשט מען אלס ״desire״ אדער ״צובאהאפטענקייט״; דאס איז לכאורה עצם ״רצון״. פארשטייט זיך טאקע אז די ״האבן״ איז די סאבּיעקט פונעם ״רצון״ אויף וואס עס איז חל.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 4, 2020 3:22 pm

· #462059
אויב מ'וויל זיך דוקא נאריש מאכן און זיך ארומשפילן מיט זיינע ווערטער צו פארמולירן א שטרוימאן קען מען עס אזוי אנקוקן, די שאלה איז נאר פארוואס זאל מען עס טוהן?

מי אני » זונטאג נאוועמבער 8, 2020 8:35 pm

· #462291
דער אינדיאנער פילאזאף קוּמאַרילאַ בּהאַטאַ (פונעם מיִמאַמסאַ חדר) האט געפרעגט אז אויב דער בּוּדהאַ איז צוגעקומען צו מדריגת נירוואַנאַ וואו ער האט נישט קיין שום רצוניות/עטעטשמענטס, דעמאלטס פארוואס האט ער אויסגעלערענט זיין לעהרע? עס באדייט אז ער האט געהאט א רצון/עטעטשמענט דאס צו טוהן.

***

וויצן בתוך די לעהרעס פון בּודהיזם:
📎 6CAFFB26-2F77-4458-B783-F3135DDEBC1A.jpeg
📎 031285CF-34DD-4E64-A776-CC8D663AB247.jpeg

מי אני » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 12:16 pm

· #483854
לגבי עסן בשר בע״ח איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס דער עיקרים זאגט (מאמר ג פט״ו):
‏
כי מלבד מה שיש בהריגת הבעלי חיים אכזריות חֵמה, ושטף אף, ולימוד תכונה רעה אל האדם לשפוך דם חינם, עוד יוליד אכילת בשר קצת הבעלי חיים עובי ועכירות ואטימות בנפש... כשנתנה תורה לישראל, שכבר נמחה זה הדעת מן העולם, אסר להם קצת הבעלי חיים המולידים עובי ועכירות בנפש. ואפילו מה שהתיר להם, לא דברה תורה אלא כנגד יצר הרע, כמו שהתיר להם יפת תואר על זה הדרך. הנה גילו בפירוש, שאכילת הבשר לא הותר אלא על צד ההכרח, ועל כן נאסר בתחילת היצירה עם היותו מזון טוב, לסיבה שזכרנו בתחילת הפרק. כמו שהיין, אף על פי שהוא מזון טוב ומותר לאדם, יקרא הכתוב את הנזיר הפורש ממנו קדוש.

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 8:31 am

· #484735
📎 Da Vinci.jpg

מיין אמת » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 2:05 am

· #485712
Re: סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?
ברוך שפינוזה
ישר כח פאר די הערליכע שיעור אין ארטיפישל סעלעקשן, אבער דו האסט זיך בכלל נישט באצויגן צו מיין טענה. קען זיין אז דו וואוינסט אויסער'ן שטאט ווי דארט באהאנדלט מען די שטוב באשעפענישן פיל מער מענטשליך ווי אין שטאט וואו זיי זענען איינגעשפארט אדער איינגעבינדן 24/7.
אין וואס איז יושר אז אינז מענטשען זענען איינגעשפארט פאר 24/7 אין די סיטיס ? ומה שאתה מתרץ כאן, מתרץ כאן אה

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 8:02 pm

· #487675
Whatever my own practice may be, I have no doubt that it is part of the destiny of the human race, in its gradual improvement, to leave off eating animals, as surely the savage tribes have left off eating each other when they came in contact with the more civilized

Henry David Thoreau

מי אני » דינסטאג אקטאבער 18, 2022 11:07 pm

· #510318
דער פילאזאף פּראפעסאר ניק זאנגוויל טענה'ט אז עס איז גאר א גוטע מאראלישע זאך אז מ'עסט בע"ח. דאס איז ווייל נאר דאדורך האבן די סארט בע"ח א גוטע לעבן עד השחיטה (אזא סארט "לכך נוצרת" וואס דער פאַרמער שטעלט אויף זיי). כמובן, איז די ארגומענט נאר גילטיג לגבי די סארט פאַרעמס וואו זיי לעבן א גוטע לעבן עד הסוף, און נישט די סארט פעקטאָרי פאַרמס וואו זיי לעבן ליידער א חיי צער. ואיה"נ אז די סארט פאַרמס זענען די רוב כהיום, איז אבער דאס וואס מ'דארף טוישן ול"ד דאס עסן בע"ח בכלל. הרב דר. נתן סליפקין זאגט ענליך לגבי פעקטאָרי פאַרמס פון א תורה'דיגן פּערספּעקטיוו וצעב"ח. ער מאכט אויך אַן ענליכן ארגומענט לגבי צולאזן יאגד, עכ"פ אויף א societal לעוועל (און נישט אז דער אינדיווידואל זאל דאס טוהן, ועיין במ"א באו"ח סימן שטז ס"ק ה), וויבאלד דאס ברענגט בענעפיטן פאר די בע"ח על הכלל כולו.

ולגבי די פראבלעם פון שלעכטס ביחס צו די צער פון בע"ח, שרייבט פּראפעסאר זאנגוויל דארט:
The ‘problem of evil’ is a standard problem for belief in God’s existence, and the usual focus is on human suffering. But the suffering of wild animals should also be a major headache for God, and perhaps more of a headache than human suffering. Why would an all-good, all-knowing and all-powerful god make animals suffer so much? The nature and extent of animal suffering makes an even more compelling argument against God’s existence because the usual replies in the human case, especially the appeal to the value of free will, are not available for animals. If there is a good god, we might well wonder why such bloody horror was unleashed on these creatures

Human beings are in fact a rare light in the darkness of the animal kingdom when we nurture some animals in order to eat them. Many domesticated animals are bred and raised for food in conditions that should be the envy of wild animals. The daily life of some of the animals we eat is almost like a spa! If vegetarians and vegans are the natural enemies of domesticated animals, carnivorous human beings are their natural friends. Indeed, in nurturing and caring for animals that we raise for food or other purposes, human beings seem to do better than God
ולגבי די חילוק בין מין האדם ובע"ח בנוגע די טראַלי פראבלעם שרייבט ער:
More fundamentally, human beings have rights of a kind that animals lack. Having rights does not just mean that the lives of human beings and animals matter – of course they do. It means something more specific, which implies that it would be wrong to kill and eat human beings against their will, even if the practice were to benefit them. So, for example, when one human being innocently goes for a hospital checkup, a doctor should not cut them open for the purpose of harvesting their organs for transplants that will save the lives of five other human beings. But a veterinary surgeon may, I believe, cut open one innocent ownerless dog who wanders in off the street to save five other ownerless dogs. In that sense, animals do not have ‘rights’. These rights mark a moral line between human beings and animals
און דאס איז מכח דעם ווייל ביים מין האדם איז דא דעם כח השכל און reason. ועפי"ז קען דאס אפשר געבן א טעם פארוואס עסן חזיר איז אסור, ווי ער שרייבט:
The exceptions among the animals that we breed to eat are pigs, whose surprisingly adept operation of computer joysticks demonstrates cognitive flexibility that may indicate reasoning
בלאט: 1 2 3 4