☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9601
בלאט: 1 2

וכדומה.. » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:23 am

· #301425
זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
די צוואנציג יאר וואס איך בין אויפגעוואקסען ביי מיינע עלטערן אינדערהיים האב איך קיינמאל נישט געזעהן מיין טאטע דערלאנגען א קיש אדער אפילו א האג פאר מיין מאמע, גראדע געשלאגן האבן זיי זיך אויך נישט אין פארנט פון די קינדער קיינמאל, אזויפיל מענטשליכקייט האבן זיי נאך יא געהאט,

אבער איך פרעג בכלליות אויף אונזער היימישע קולטור, פארוואס זאל א קינד נישט זעהן ווי אזוי זיינע עלטערן ווייזען ארויס ליבשאפט און שעצע איינער פארן אנדערען און געבן זיך א קיש. דאס אז א קיש איז איינע פון די שטערקסטע וועגן ארויסצווייזען אהבה און חיבה דארף איך נישט מחדש זיין, פילע פסוקים אין תנ"ך ווייזען דאס, און יעדע נארמאלע מענטש וואקסט אויף מיט דעם אינסטינקט.

די שטערקסטע געפיל פון סעקיורעטי און רואיגקייט פאר א קינד איז ווען ער זעהט זיינע עלטערען זיך ליב האבן און שעצן איינער דעם אנדערען. דאס איז זייער געזונט פאר קינדער ס'געט זיי קאנפידענס און בכלל לערנט זיי דאס אויס וואס געבן ליבשאפט מיינט, און ווען זיי ווערן עלטער וועלן זיי אטאמאטיש אויך אזוי טוהן און וויסן וויזוי דאס צו טוהן מיט די אייגענע ווייבער/מענער, און סוועט נישט זיין עפעס א ווילד פרעמדע זאך וואס די כלה טיטשער לערנט אויס און מען רילעיט בכלל נישט דערצו.

פארשטייט זיך איך רעד נישט פון קיין אינטימישע פראנצויזישע קישעריי וואס שמעקט שוין יא פון אנדערע זאכן ווי איידער ליבשאפט. אבער סתם א קיש אויפן פנים צו אפילו אויפן מויל אדער א האג פונקט אזוי ווי מגעט פאר די קינדער, פארוואס פאר די ווייב פלוצלינג האט מען מורא דאס צו טוהן??

ביי די גויים, אפילו ביי די גאר פרומע און קאנסערוועטיווע וואו מען היט אז די קינדער זאלן נישט וויסן גארנישט און נישט קריגן קיין שום סעקס עדשוקעישן איז פארט א קיש פאר די ווייב פארנט פון די קינדער הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, און פארוואס דען נישט? איך זעה נישט קיין שום פראבלעם דערמיט.

בקיצור, אנשטאט סזאל זיין אז ווייזן ליבשאפט און געבן א קיש טוט מען פארנט פון די קינדער, און זיך קריגען קריגט מען זיך נאר ביינאכט אין א פארשפארטע בעדרום, טוה מיר אונז פונקט פארקערט, שלאגען שלאגט מען זיך יא פאר זיי, אבער א קיש? נאאא.. דאס איז נאר ביינאכט אין א פארשפארטע בעדרום.

רבותי, איז צייט צו טוישן און ארומדרייען די טיש די אנדערע זייט.

ליפא » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:53 am

· #301434
וכדומה..

ביי די גויים, אפילו ביי די גאר פרומע און קאנסערוועטיווע וואו מען היט אז די קינדער זאלן נישט וויסן גארנישט און נישט קריגן קיין שום סעקס עדשוקעישן איז פארט א קיש פאר די ווייב פארנט פון די קינדער הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן.

ביי אידן אויך. נאר זיי וואוינען נישט אין ווילי,בפ.

וכדומה.. » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:54 am

· #301435
אנאנים, איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט, לאמיר זאגן ס'דא אזא זאך ווי ווייזען ליבשאפט דורך זאגן דברי תורה שבת, איז אבער פארוואס זאלסטו א קיש נישט געבן?

גוי'איש?? דאס איז די פראבלעם וואס איך פרוביר ארויסברענגן פארוואס קוק מיר אונז אן א קוש גוי'איש? און ווי א אומאיידעלע זאך? דאס איז נישט די וועג וויזוי ס'ברויך זיין.

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:01 pm

· #301439
#סארקאסטיש אלערט

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:06 pm

· #301443
די פרומע וועלן דיר ענטפערען, היות ס'דא געוויסע אומשטענדן וואס א קוש איז פארבאטן, האט מען זיך מונע געווען דערפון לעולם ועד סלה נצח.
אבער דר'אמת איז, דו האסט א טעות אינעם גאנצען מושג פון אהבת אשתו, דר'עיקר איז אז מ'ציעט אויף קינדער וואס זיי וועלן ווייטער אויפציען קינדער, זי איז נאר א כלי המכשיר. דו וואלסט געקושט דיין קאר וואס העלפט דיך אנקומען פון דא ביז דארט?

געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:13 pm

· #301444
עס איז זיכער אז לכה"פ וויפיל קריגעריי די קינדער האלטן מיט, אזוי פיל ליבשאפט דארפן זיי מיטהאלטן, יעצט, ביי מיר טאקע קושט מען נישט בפניהם כדי זיי זאלן נישט קענען רעכענען ווען טאטי מעג אנרירן מאמי און ווען נישט, אבער אונז זאגן בפה מלא איינער פארן צווייטן אז מען האט זיך ליב.

מבקר » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:17 pm

· #301445
געוואלדיג
עס איז זיכער אז לכה"פ וויפיל קריגעריי די קינדער האלטן מיט, אזוי פיל ליבשאפט דארפן זיי מיטהאלטן, יעצט, ביי מיר טאקע קושט מען נישט בפניהם כדי זיי זאלן נישט קענען רעכענען ווען טאטי מעג אנרירן מאמי און ווען נישט, אבער אונז זאגן בפה מלא איינער פארן צווייטן אז מען האט זיך ליב.

און דעס איז נישט אסור בימי טהרתה?

געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:19 pm

· #301446
מיינסט אוודאי בימי טומאתה, אוודאי יא אסור, אבער דאס איז שוין שווערער צו באמערקן,

קאך_לעפל » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:20 pm

· #301447
כדי צו פארשטיין די סיגיא לעומקה, פאדערט זיך קודם א הקדמה...

וואס איז דער באדייט פון א קוש? וואס האט א קוש צו טאן מיט אהבה? איז דען א קוש דאס איינציגסטע מיטל מיט וואס ארויס ווייזען ליבשאפט?

אין די תורה הק' שטייט עטליכע מאל דאס ענין פון נשיקה.

ווען יעקב איז אריין געקומען נעמען די ברכות פון יצחק, שטייט קלאר אז יעקב האט געקושט זיין אלטען בלינדען טאטען יצחק.
ווען יעקב האט זיך געטראפן מיט רחל אין פעלד צום ערשטען מאל, ביים ברינען אונטער חרן שטייט קלאר אז יעקב האט געקושט רחל מיט הייסע בכיות.
ווען יעקב האט זיך צום ערשט געטראפן מיטן פאפער פעטער לבן שטייט אז זיי האבן זיך צוזאמגעקישט.
ווען דער האריגער באבערדעלטער עשיו האט זיך באגעגענט מיט יעקב שטייט אויך אז זיי האבן זיך צוזאמגעקישט (טאקע מיט פינטליך אויפן וישקיהו).

איז אזוי:

דאס ענין פון קישען האט עטליכע באדייטען, הכנעה, צייכען פון פרידען, פחד, כבוד, און אהבה, אמת טאקע אז אין רוב פעלער באניצט מען זיך מיטן ענין פון נשיקה, ארויסצוווייזען דאס שטורימישע אהבה געפילן וואס ברויזד אין הארצן טיפן.

אבער דער מציאות איז אז עס זענען פארהאן נאך וועגן ארויסצוווייזען אהבה, א שטייגער ווי זיך העלפן אינער דעם צווייטען, און מכבד זיין איינעם דעם צווייטען, און רעספעקטירן איינעם דעם צווייטען.

ווען עס קומט צום ווייב, איז זיכער אז מען דארף איר ארויסווייזען דאס מאקסמום אהבה וואס איז נאר שייך, (נישט בלויז ארויסווייזען, נאר מען דארף איר טאקע ליב האבן מיט א הערצליכע אהבה) אבער אויב קען געבוירן ווערן ביי די קינדער פייגליך אין מוח, דירכן צוזען ווי דער פאטער און מיטער צוקישען זיך, דאן וואס פעלט אויס ארויסצוווייזען די אהבה דייקא מיטן ענין פון קישען? וואס האט צייט שפעטער אונטער שלאס און ריגל? פול ענדערש ווייז ארויס די אהבה מיטן רעספעקטירן דאס ווייב, און איר ארויסהעלפן מיט אלעם וואס איז נאר שייך, אז די קינדער זאלן זען ווי אזוי צוויי טויבעלעך וואס האבן זיך באמת ליב, פירן זיך אויף איינעם צום צווייטען. וואס איז אין יעדענספאלס אויך אן אויפן פון ארויסווייזען די טיפער ליבשאפט, און שפעטער שפאר דיך איין מיט איר אין צימער, און ווארף אוועק די שליסלען...

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:22 pm

· #301449
א קוש איז טאקע א שיינע זאך, פיל שענער איז ווייזן רעספעקט בכל עת מצוא. ווען א קינד פרעגט א שאלה פון די טאטע קען ער זאגן, גיי פרעג מאמי, מאמי איז זייער קלוג. אדער קען מען זאגן פאר די קינדער ווען זיי קריגן זיך, לאמיר זיך אפלערנען פון מאמי'ס גוטע מדות. מאמי שערט אלעמאל מיט ענק, לאמיך זעהן אויב איר קענט אויך האבן די גוטע מדות פון מאמי. וכדומה. דאס ברענגט שלום בית און חינוך אויף איינמאל.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:37 pm

· #301458
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דו מיינסט עס ערנסט...? ווייל מיינע סארקאזם דיטעקטארס האבן זיך אנגעצינדן און צופיפן אויף די העכסטע טענער...!

שלום על ישראל » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:38 pm

· #301459
געוואלדיג
עס איז זיכער אז לכה"פ וויפיל קריגעריי די קינדער האלטן מיט, אזוי פיל ליבשאפט דארפן זיי מיטהאלטן

קאך_לעפל
דאס ענין פון קישען האט עטליכע באדייטען, הכנעה, צייכען פון פרידען, פחד, כבוד, און אהבה, אמת טאקע אז אין רוב פעלער באניצט מען זיך מיטן ענין פון נשיקה, ארויסצוווייזען דאס שטורימישע אהבה געפילן וואס ברויזד אין הארצן טיפן.

אבער דער מציאות איז אז עס זענען פארהאן נאך וועגן ארויסצוווייזען אהבה, א שטייגער ווי זיך העלפן אינער דעם צווייטען, און מכבד זיין איינעם דעם צווייטען, און רעספעקטירן איינעם דעם צווייטען.

ווען עס קומט צום ווייב, איז זיכער אז מען דארף איר ארויסווייזען דאס מאקסמום אהבה וואס איז נאר שייך, (נישט בלויז ארויסווייזען, נאר מען דארף איר טאקע ליב האבן מיט א הערצליכע אהבה) אבער אויב קען געבוירן ווערן ביי די קינדער פייגליך אין מוח, דירכן צוזען ווי דער פאטער און מיטער צוקישען זיך, דאן וואס פעלט אויס ארויסצוווייזען די אהבה דייקא מיטן ענין פון קישען? וואס האט צייט שפעטער אונטער שלאס און ריגל? פול ענדערש ווייז ארויס די אהבה מיטן רעספעקטירן דאס ווייב, און איר ארויסהעלפן מיט אלעם וואס איז נאר שייך, אז די קינדער זאלן זען ווי אזוי צוויי טויבעלעך וואס האבן זיך באמת ליב, פירן זיך אויף איינעם צום צווייטען. וואס איז אין יעדענספאלס אויך אן אויפן פון ארויסווייזען די טיפער ליבשאפט, און שפעטער שפאר דיך איין מיט איר אין צימער, און ווארף אוועק די שליסלען...

דאס איז טאקע די עיקר נחיצות. קיש אהער, קיש א בער... די עיקר איז נישט אז די קינדער זאלן מיטהאלטן כאטש אזויפיעל ליעבשאפט, וויפיעל קריגערי, נאר אז ס'זאל זיין אזויפיעל ליעבשאפט, וויפיעל קריגערי (ועוד, ועוד). די קינדער האלטן עניוועי אלעס מיט.

בן אדם » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:40 pm

· #301460
געוואלדיג
מיינסט אוודאי בימי טומאתה, אוודאי יא אסור, אבער דאס איז שוין שווערער צו באמערקן,

מ'דארף אפשר נישט זאגן איך האב דיך ליב וכדו' אבער דאס איז זיכער אז מ'דארף אפילו דעמאלטס וויייזען ליבשאפט און פארנט פון די קינדער, און זאגן אזעלכע זאכן ווי: קוקטס, עטס האטס די בעסטע מאמע, וועגן...... און איך האב זי אזוי ליב, וכדברי מורנו רוטע וואנצעס שליט"א. אפילו און פארנט פון זי, דאס האט מיט חינוך און נישט מיט חיבה.

( און אויב עס ברענגט דיך געמישטע געפילען דאן זיי דיך מייעץ מיט א דר.)

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:44 pm

· #301461
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
זה מלאכותי

דולה ומשקה » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:06 pm

· #301473
וישק יעקב יעקב לרחל איז געוועהן פארענט פון אלע אנדערע פאסטוכער. פשוט.
צו איז געוועהן דארט קינדער שטייט נישט, אבער אז רבקה איז געוועהן דריי יאר אלט ביי איר באגעגענישט מיט אליעזר, קען מען ארויס לערנען אז יא קינדער האבן זיך געדרייט ארום דעם ברונעם.

מבקר » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:08 pm

· #301476
מען זאגט נאך פון צדיקים אז דאס וואס יעקב האט געוויינט יעמאלט, איז וועגן דעם וואס מענטשען וועלן נאך אפלערנען פאלש פשט אונעם קיש זיינע.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:17 pm

· #301480
געוואלדיג
מיינסט אוודאי בימי טומאתה, אוודאי יא אסור, אבער דאס איז שוין שווערער צו באמערקן,

געוואלדיג: מזיגת הכוס און אנדערע גינוני אהבה איז אסור. אבער זאגן ..."איי לאוו יו"...מייניך איז נישט. ס'נאר סתם גערעדט... 😳 😮

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:19 pm

· #301481
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
פאר מתן תורה.

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:19 pm

· #301482
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
מבקר
מען זאגט נאך פון צדיקים אז דאס וואס יעקב האט געוויינט יעמאלט, איז וועגן דעם וואס מענטשען וועלן נאך אפלערנען פאלש פשט אונעם קיש זיינע.

ער האט געוויינט ווייל מוועט עס לערנען כפשוטו.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:20 pm

· #301483
מבקר
מען זאגט נאך פון צדיקים אז דאס וואס יעקב האט געוויינט יעמאלט, איז וועגן דעם וואס מענטשען וועלן נאך אפלערנען פאלש פשט אונעם קיש זיינע.

יא: איך בין אויך איינער וואס לערנט אפ פאלש פשט... 🙄

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:24 pm

· #301485
דולה ומשקה
וישק יעקב יעקב לרחל איז געוועהן פארענט פון אלע אנדערע פאסטוכער. פשוט.
צו איז געוועהן דארט קינדער שטייט נישט, אבער אז רבקה איז געוועהן דריי יאר אלט ביי איר באגעגענישט מיט אליעזר, קען מען ארויס לערנען אז יא קינדער האבן זיך געדרייט ארום דעם ברונעם.

און רבקה אמנו האט שוין ביי די דריי יאר פארשטאנען וואס ס'מיינט צו זיין א כלה און באקומען דזשולערי...?!

ארבעס » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:29 pm

· #301498
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז זיין פראגע. פארוואס ריפט איר א קיש גויעש???
אין תורה שטייט אסאך מאהל וישק

ארבעס » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:32 pm

· #301499
איך האב אמאל געהערט נאך זאגען פין הרב דאקטער טווערסקי שליטא איז דא א באקאנטע שמיעס ווי ער טענה׳ט אז דאס איז א גרויסע פראבלעם ביי אינז.

בן אדם » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:02 pm

· #301504
אוודאי, אין חסידישע ספרים ווערט דאך שוין דערמאנט דער ענין נשיקין קדישין.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:05 pm

· #301505
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דאס גיט חומר למחשבה. נאר איך מיין אז דאס האט צו טון מיט אכשר דרא'דיגקייט. וואו איינער וויל איבערשטייגן דעם צווייטנ'ס משוגעת'ן. ווייל די מלחמה איבערלעבער דור (אונזערע עלטערן און זיידעס/באבעס) זענען געווען גאנץ נארמאל. און זיי האבן נישט גורס געווען די היינטיגע פאררוקטע אכשר דרא'דיגע, פאררוקטע זאכן...!

יעקב מענטש » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:22 pm

· #301508
איז קושן די אהבה אליינס ? אדער נאר א וועג וויאזוי אויסצודרוקן די אהבה,?
איך מיין אז ס'איז די צווייטע,

די ריכטיגע וועג וואזוי מ'האט ליעב איינעם, איז נישט מיט'ן טוהן זאגן, אדער טוהן מעשים [וואס טראגט אזוי פיל געוויכט ווי זאגן ] פון אהבה, נאר די אמתע אהבה קומט ארויס ווען מ'האט מיטגעפיעל מיט יענעם, דו העלפסט ארויס אינדערהיים כדברי וואנצעס,
א גוטע דוגמא איז די אלע שוואכע אידן, וואס קענען זינגען הקב"ה אנחנו אוהבים אותך אינמיטן גאס פאר 24 שעה רצופות, אבער האט א קנאפע שייכות מיט תורה ומצוות וואס דער אייבערשטער פארלאנגט פון אונז צו טוהן.

האב עכטע אהבה, און די אלע אויסערליכע זאכן זענען איבעריג, דיין קינד וועט אסאך מער ארויסנעמען ווען ער וועט זעהן די רעספעקט וואס דו גיבסט אפ פאר דיין ווייב, ווי דו העלפסט איר אא"וו, ווי ווען דו זאלסט איר האגן יעדע נאכט ביי סאפער און נישט צולייגן קיין פינגער אין קאלט וואסער אינדערהיים,

אונטערשטע שורה, נישט פארמישן דעם עיקר מיט עפעס וואס איך ווייס אפי' נישט צו ס'איז א טפל

שלום על ישראל » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:25 pm

· #301509
יעקב מענטש

איז אמירת שמו"ע די ריכטיגע תפילה? ניין. עבודה שבלב זו תפילה. נאר וואס דען? מחמת קוצר ה'אטענשאן-שפאן, אנטלויפן די מחשבות, און די איינציגסטער וועג צו פארזיכערן א ריכטיגע תפילה, איז אז מען זאגט ארויס די ווערטער מיטן מויל. נארישע חצוניות, אבער פארט א מיטל. וכן באהבה.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:37 pm

· #301512
שלום על ישראל: עפעס האט זיך צופיפן ביי מיר. כ'ווייס נישט אויב ס'איז דער סארקאזם דיטעקטאר אדער דער תמימות און נאאיוויטעט פייפער. ווייל אוועקצומאכן די תפילת שמו"ע וועלכע די אנשי כנה"ג האבן מתקן געווען אז ס'איז נאר א טפל, איז פונקט אזוי ווי א פאר תמימים זאגן אז דער ----י---ל וועגט איבער דעם שולחן ערוך און די גמרא...!

Kool man » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:49 pm

· #301517
כדברי רויטע וואנצעס, ועוד, מ'זעהט ביי אוה"ע ווי זיי קושען זיך און הערען נישט אויף צו ווייזען ליבשאפט, ווען מ'ווייסט אז אינערליך קענען זיי זיך רייסען ביי די קעפ אגאנצען טאג, פיהל פון די מנשקים ומנשקות הרג'ענען זיך צומאהל איינער דעהם אנדערען, און אלע נשיקות ווערען צואינען ווי א זייפען בלאז, איך האב געזעהן ביי מיינע עלטערען שעצונג, קערינג און שערינג און געפיהל, ווען מיין מאמע האט זיך צובראכען א פיס איז מיין טאטע איר געשטאנען ארויסהעלפען און אהיימגעקומען פריער איר צו שטיין ביי די האנט, ווען מיין טאטע האט געדארפט עסען האט ער געפרעהגט מיין מאמע צו זי האט שוין געגעסען, אא"וו, און די זעלביקע פון מיין מאמע צו די טאטע, ס'יז געווארען ביי אונז איינגעפלאנצט אז די טאטע מאמע האבען גרויס אהבה, און מיט דעהם זעמיר אויפגעוואקסען, א קוש וואלט נישט געהאט קיין גוטען עפעקט

שלום על ישראל » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:05 pm

· #301527
berlbalaguleh
שלום על ישראל: עפעס האט זיך צופיפן ביי מיר. כ'ווייס נישט אויב ס'איז דער סארקאזם דיטעקטאר אדער דער תמימות און נאאיוויטעט פייפער. ווייל אוועקצומאכן די תפילת שמו"ע וועלכע די אנשי כנה"ג האבן מתקן געווען אז ס'איז נאר א טפל, איז פונקט אזוי ווי א פאר תמימים זאגן אז דער ----י---ל וועגט איבער דעם שולחן ערוך און די גמרא...!

די נאאיוויטעט ליגט ביי אייך. ווער מאכט אוועק די תפילת שמו"ע? מיין נקודה איז זייער קלאר: די די אנשי כנה"ג האבן עס מתקן געווען ווייל מחשבות פליען אהין און אהער, און מ'דארף עס ארויסברענגען בפועל. די זעלבע מיט ליבשאפט. כדי אנצוהאלטן א שטארקע בונד, פעהלט זיך אויס עס צו ארויסברענגן בפועל.

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:28 pm

· #301535
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
[ציטאט אראפגענומען]

אויף וויפיל כ'האב געליינט / געזען / געהערט איז דאס נישט געווען די נארמע אין ערגעץ, ביי 'טראדיציאנאלע' אידן (ד.ה. לאו דוקא מדקדקים בקלה כבחמורה נאר נאכנישט מאדערן געשטימט. אירעלעוואנט די מאס שמירת תומ"צ).

ליבי אומר לי אז דאס צייגן ברבים אהבה בין איש לאשתו איז א מאדערנע זאך, א אפנויג פון 'טראדיציאנאלע' קאנסערוואטיווע ווערטן און רעליגיעזע מנהגים. כ'וואלט זיך געטרויט צו זאגן (ביז מ'וועט מיר אפווענדן) אז ביי גוים איז דאס אויך נישט געווען די נארמע ביז די מאדערנע תקופה.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:38 pm

· #301538
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: אז מ'רעדט שוין. די מלמדים וועלכע לערנען ראשית חכמה און קב הישר (די שרעקעדיגע חלקים, וואו ס'רעדט זיך פון שאול תחתית און כף הקלע) מיט קליינע קינדער דארף מען מעביר זיין. מיין רבי האט דאס געלערנט אין קלאס. און איך און מיינע חברים האבן ביי ריסעס געשפיעלט אז אונז זענען מלאכי חבלה און מ'ווארפט איינעם אין כף הקלע. אונז זענען געווען זייער שטארק דזשעלעס אויף די מלאכי חבלה...! אבער ס'איז דא קינדער וועלכע האבן נייט-מעירס און ווערן זייער שטארק דערשראקן...!

לאשיצער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:36 pm

· #301567
דעת תורה
ליבי אומר לי אז דאס צייגן ברבים אהבה בין איש לאשתו איז א מאדערנע זאך, א אפנויג פון 'טראדיציאנאלע' קאנסערוואטיווע ווערטן און רעליגיעזע מנהגים. כ'וואלט זיך געטרויט צו זאגן (ביז מ'וועט מיר אפווענדן) אז ביי גוים איז דאס אויך נישט געווען די נארמע ביז די מאדערנע תקופה.

דאכט זיך אז דו ביסט גערעכט. אויך ביי גויים איז דא א הייסע אנגייענדע דיסקוסיע איבער דעם ענין זיך קושן בפרהסיא (זע לדוגמא דעם ארטיקל פון צוריק מיט דרייסיג יאר)

שלום על ישראל » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:54 pm

· #301577
ס'א גרויסע חילוק פון קושן בפרהסיא, אין פארענט פון פרעמדע, און פאר די אייגענע קינדער.

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:59 pm

· #301580
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
השתא דאתית להכי אז קושען איז א דבר צנוע , קען פארנט פון קינדער אויך זיין א חסרון אין צניעות ,והנח להם לישראל.

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 8:22 pm

· #301606
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
📎 ImageUploadedByTapatalk1442794943.707654.jpg

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 8:22 pm

· #301607
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
<a class="postlink" href="http://collections.yadvashem.org/photosarchive/he/5611623_6494768.html">http://collections.yadvashem.org/photos ... 94768.html</a>

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 8:43 pm

· #301611
ירא שמים: די סצענע וועלכע איז אראפגעמאלן אויפ'ן פאסט קארטל איז דאך פון פרייטיג צו נאכטס. אפשר ראש השנה שחל להיות בשבת. נו, ס'שטייט דאך אזוי אין אתקינו סעודתא פון אר"י הק'. ..."יחבק לה בעלה, וביסודא דילה, דעביד נייחא לה, יהא כתיש כתישין...!
(נאך א מזל ס'איז אויף אראמיש, און די קינדער פארשטייען עס נישט, האפנטליך...)

ברסלבער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 9:49 pm

· #301624
זייער א שטארקע נקודה, @וכדומה.

ווי דער עולם זאגט שוין איז לאו דוקא די ווארט קיש. די ווארט איז ארויסציווייזן אהבה ואחוה, וואס דאס איז די געזונטסטע זאך פאר די קינדער.
אויף צו קענען געבן א קיש אין פארענט פון די קינדער, דארף מען קודם טוישן די גאנצע מענטאליטעט ביים היימישן ציבור, אזוי אז דער קינד זאל דאס נישט אנקוקן ווי די טאטע מאמע זענען אראפ פון זינען, וואס דאס אליין קען אים שאטן.

מאנכע פירן זיך צו שיקן מעסיזשעס צו די מאמע, אז זי איז דאס אדער יענץ וכדו'. דאס איז דאס ערגסטע זאך וואס מען קען טון מיט א קינד, אים צו נוצן אלס שטעקן קעגן די ווייב. אבער מדה טובה מרובה, מען קען שיקן א מעסיזש מיט א קינד אז דאס קינד זאל איבערגעבן פאר די מאמע אז מען האט איר זייער ליב, און אז זי איז די בעסטע וכו'. וכן אני נוהג.

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:19 pm

· #301628
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
ברסלבר וואס פונקטליך איז ראנג מיט אונזער ממענטאליטעט ? דאס זיך נישט קושען איז א ענין פון צניעות , און ליבשאפט ארויסווייזען קען מען אננדעם אויך איז וואס איז די פראבלעם ?!

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:23 pm

· #301630
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
[ציטאט אראפגענומען]

דיסלייק
ראובן ספאסט נישט פאר דיר .

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:24 pm

· #301631
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
berlbalaguleh
ירא שמים: די סצענע וועלכע איז אראפגעמאלן אויפ'ן פאסט קארטל איז דאך פון פרייטיג צו נאכטס. אפשר ראש השנה שחל להיות בשבת. נו, ס'שטייט דאך אזוי אין אתקינו סעודתא פון אר"י הק'. ..."יחבק לה בעלה, וביסודא דילה, דעביד נייחא לה, יהא כתיש כתישין...!
(נאך א מזל ס'איז אויף אראמיש, און די קינדער פארשטייען עס נישט, האפנטליך...)

פארדעם טאר מען נישט לערנען קבלה פאר די פערציג ! בוסט שוין פערציג ?

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:22 pm

· #301644
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
וואו זוי וויסטו ?

יהושע חיים » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:00 am

· #301650
רמ"א סימן כ"א
יש אומרים דאין לנהוג אפילו עם אשתו בדברים של חיבה, כגון לעיין ברישיה אם יש לו כינים, בפני אחרים

מקען זיך דינגען פשט אין דעם רמ"א און ווייטער און פשט פון די בית שמואל
אחר כנים כצ"ל וכ"כ בדרישה, אפי' יושב ואין מונח בחיקה אסור כן משמע מתשו' רשב"א סימן אלף קפ"ח וכ' בט"ז וז"ל ונראה דיש חילוק בזה דעיון לחוד אין נכון בפני אחרים באשתו משום הרואה יבא לידי הרהור דנזכר קירוב שלהם ע"י תשמיש אבל בבתו ואחותו ונכדו שאין כאן זכרון תשמיש מותר בפני אחרים אבל שכיבה בחיקה פשיט' דאסור אפילו שלא בפני אחרים ובשאר עריות אפילו בפנויה אסור אפי' עיון בראשו לחוד כנלע"ד עכ"ל

לאמער טאקע הערן ווי אזוי דער עולם לערנט פשט

ירח בן יומו » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 9:16 am

· #301678
ביי אונזערע קרייזן איז די גאנצע געדאנק פון קישן "מאדנע" (נאר די ווייב בחדרי חדרים, ווען? סתם אזוי?), ביי אנדערע איז א אנגענומענע זאך אפילו ביי חברים אז מ'טרעפט זיך קושט מען זיך, ביי אחינו בבני ספרד אויף ביידע באקן, איך קען נישט פינקטליך ד מנהגים דארט אבער אזוי גייט עס, ביי די ליטווישע אפילו די ערליכע מ'גייט אויף א שמחה קושט מען די חתן און מחותנים, קוים מ'זעט עס ביי א טאטע און א זיידע.

די קישן איז ביי אונז זייער צוריק געהאלטן, לבי אומר לי אז א קיש א נישט נאר א וועג פון ווייזן פאר יענעם ליבשאפט, נאר עס איז א תאוה ווי אלע תאוות, און דאס איז סיבה פארוואס מ'האט דאס איינגעצוימט שטארק.

שלום על ישראל » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 9:24 am

· #301679
פלענטי חסידים קישן לעבעדיג.

ירח בן יומו » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:47 am

· #301684
לעבעדיג? ס'שטייט הארבע זאכן אויף קישן א טויטע.
וועמען קישן די חסידים אזוי "לעבעדעיג"? (אויסער דעם רבי'ן'ס האנט?)

רוסישער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 11:57 am

· #301689

ירא שמים » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:05 pm

· #301691
Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו
כהאב נישט געטראפן דעם מאמר דארט.

שלום על ישראל » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:07 pm

· #301692
ירח בן יומו
ביי אונזערע קרייזן איז די גאנצע געדאנק פון קישן "מאדנע" (נאר די ווייב בחדרי חדרים, ווען? סתם אזוי?), ביי אנדערע איז א אנגענומענע זאך אפילו ביי חברים אז מ'טרעפט זיך קושט מען זיך, ביי אחינו בבני ספרד אויף ביידע באקן, איך קען נישט פינקטליך ד מנהגים דארט אבער אזוי גייט עס, ביי די ליטווישע אפילו די ערליכע מ'גייט אויף א שמחה קושט מען די חתן און מחותנים, קוים מ'זעט עס ביי א טאטע און א זיידע.

ירח בן יומו
לעבעדיג? ס'שטייט הארע זאכן אויף קישן א טויטע.
וועמען קישן די חסידים אזוי "לעבעדעיג"? (אויסער דעם רבי'ן'ס האנט?)

דו האסט געזאגט אז ביי אונז קושט מען זיך נישט ווען חברים טרעפן זיך, שמחות וכדו', און דאס טוט מען אין אסאך חסידישע משפחות און קרייזן.
בלאט: 1 2