☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

129 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14560
בלאט: 1 2 3

מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 1:51 pm

· #480965
יא יא. האט מיר אויך אביסל דערמאנט פון די סיפור: 📎 רימון.jpg
(פון דא.)

מצפצף » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 7:19 pm

· #481083
מי אני
יא יא. האט מיר אויך אביסל דערמאנט פון די סיפור: 📎 רימון.jpg
(פון דא.)

זייער א שיינע מעשה.
ווער זאגט אז עס דארף זיין אמת אויך...

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 10:55 pm

· #481101
Memento
📎 029BA4FD-7CDB-473E-9770-18BFFA36AB37.jpeg
א טרילער פילם פון קריסטאפער נאָלען. די נאראטיוו אויסשטעל פונעם פילם ארבעט אויף צוריקצווועגס פון די פּוֺינט-אָוו-וויוּ פונעם פּראטאגאניסט. והיינו, די פּלאַט באציהט זיך ארום א מענטש וואס זוכט דער מערדער פון זיין ווייב וואס דאן איז ער אליין פארוואונדעט געווארן וואס האט גורם געווען אז זייט דעמאלטס קען ער שוין מער נישט פארמולירן קיינע לאנג-טערמיניגע זכרונות. ער געדענקט נאר זאכן פאר א קורצע וויילע און נעמט בילדער כדי דאס צו געדענקען.

א גאר קונצליך, ארטיסטישע, און עקלעימד פילם. מען קען עס זעהן דא.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 11:03 pm

· #481102
Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס
פון מיינע בעסטע פילמען, די עקטינג איז נישט מורא'דיג אבער די אויסשטעל פונעם מעשה איז גאונות.
רוב 'נאולען' מאוויס קענען ווערן ארויפגעלייגט דא אינעם קלאב (Inception, Tenet, Interstellar).

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 4:31 pm

· #481178
ענדליך נעכטן בין איך אנגעקומען צו קוקן די פילם The two popes וואס @מי אני האט רעקאמענדירט, וואס זאל איך זאגן, כ׳האב א שיינע פאר טרערן פארגאסן, כ׳האב מיך שוין לאנג נישט אזוי געטראפן אין א פילם, אפילו אין שטיסל האב איך מיך נישט אזוי געטראפן ווי דא. אנגעפאנגען מיט׳ן וויכוח אין אנפאנג, דער sore loser דשאוקער צום סוף ״אויף אלעם האסטו אן ענטפער!״ 😂, ווי אויך די פאקט אז ווי שטארק זיי האבן נישט ליעב מיין צוגאנג און מהלך הפסק אבער ווען זיי דארפן וויכטיג א היתר אדער סתם הדרכה און זיי פילן ווי זיי טאפן א וואנט קומען זיי זיך בוקן צו מיר 😳. און ווען איך פארליר די געדולד זיך צו שלאגן און איך באשליס זיך אפצופעקלען און פערטיג זענען זיי, מיינע קעגנער לכאורה, די וואס איבערצייגן מיך צו בלייבן און נישט אויפגעבן די קאמף, זיי ווילן מיר אויסלערנען די קליינע אותיות און איך זאל עס נוצן צו שטופן די וואגן אין מיין ריכטונג. כ׳האב קיינמאל נישט פארשטאנען וויאזוי דאס ארבעט, אויב האלטן זיי אז מ׳דארף טאקע א טויש פארוואס קענען זיי נישט זיין די וואס ברענגען עס? זעהט אבער אויס אז אזוי ארבעט די וועלט, וסדנא דארעא חד הוא. א מענטש ווערט אזוי צוגעוואוינט צו א סיסטעם אז ס׳איז איהם שווער צו טוישן טראץ וואס ער ווייסט אז ס׳איז ריכטיג. ווי אויך איז מיר זייער געפעלן די פראזע ״I didn't compromise, I just changed", איך זאג נאכמער, נישט נאר וואס איך האב נישט קאמפראמייזד, איך האב מיך ניטאמאל געטוישט, איך האב אלץ געזוכט דעם אמת און איך זוך עס ווייטער, ס׳האט זיך גארנישט געטוישט, סך הכל האב איך אמאל געמיינט אז דער אמת ליגט אין איין פלאץ און היינט ווייס איך אז דער אמת ליגט אין אן אנדערן פלאץ, און באמת זענען זיי אויך מודה דערצו נאר זיי קענען זיך נישט ברענגען לידי מעשה ווייל זיי זענען אזוי סטאק, כאמור.

#myLife

און אנבאלאנגט וואס רבי בנימין פרענקלין האט געזאגט פריער וועגן גלויביגע רעפארמיסטן, ס׳דא א גרויסע חילוק צווישן די אמונה פון א קאנסערוואטיוו און די אמונה פון א רעפארמיסט. לאמיר נעמען לא תרצח פאר א ביישפיל, א קאנסערוואטיוו גלייבט (אפיציעל) אינעם בוך, וואס ס׳וועט שטיין דאס וועט ער גלייבן (פארשטייט זיך נאר ווען ס׳שטימט מיט זיין השקפה), ער גלייבט נישט אז מ׳טאר נישט הארגענען, ער גלייבט אינעם לא תרצח, פארשטייסט די חילוק? און דערפאר טאקע ווערט דער לא תרצח א דין אזא אפילו when it defeats its own porpose. דער רעפארמיסט ווידער איז פארקערט, ער גלייבט נישט אינעם לא תרצח, ער גלייבט אז מ׳טאר נישט הארגענען, די גאנצע לא תרצח אין וואס ער גלייבט איז נאר ווילאנג ס׳איז אינעם רוח פון ״נישט הארגענען״, און דערפאר קען זיך עס טאקע טוישן לויט די אומשטענדן, אפשר דורכ׳ן נישט מאכן abortion ״הארגעסטו״ די מאמע? מ׳דארף יעדע פאל עקסטער אין באטראכט נעמען.

די ביישפיל פונעם פילם איז וועגן גירושין, דער קאנסערוואטיוו גלייבט אז גירושין איז שלעכט ווייל ס׳שטייט אינעם בוך אז יאשקע האט געזאגט אז גירושין איז שלעכט. איי אויב גלייבסטו אז גירושין איז א שלעכטע זאך איז דאך מבטל זיין קידושין למפרע פונקט אזוי שלעכט? דארף מען צוטיילן כדלעיל, ער גלייבט נישט אז גירושין איז שלעכט, ער גלייבט אינעם פסוק וואס זאגט אז גירושין איז שלעכט, מבטל זיין קידושין האט נישט דעם דין ווייל ס׳שטייט נישט אין פסוק ממילא איז עס בסדר. דער רעפארמיסט ווידער גלייבט אז גירושין איז שלעכט ווייל ער גלייבט אז ס׳איז שלעכט, איז אויב די קירכע האט גע׳פסק׳נט אז מ׳קען מבטל זיין קידושין למפרע מוז זיין אז גירושין איז פונקט אזוי בסדר און מ׳מוז זאגן אז דער פסוק האט עפעס אנדערש געמיינט.

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 1:20 pm

· #481899
רביה''ק זי''ע


און אנבאלאנגט וואס רבי בנימין פרענקלין האט געזאגט פריער וועגן גלויביגע רעפארמיסטן, ס׳דא א גרויסע חילוק צווישן די אמונה פון א קאנסערוואטיוו און די אמונה פון א רעפארמיסט. לאמיר נעמען לא תרצח פאר א ביישפיל, א קאנסערוואטיוו גלייבט (אפיציעל) אינעם בוך, וואס ס׳וועט שטיין דאס וועט ער גלייבן (פארשטייט זיך נאר ווען ס׳שטימט מיט זיין השקפה), ער גלייבט נישט אז מ׳טאר נישט הארגענען, ער גלייבט אינעם לא תרצח, פארשטייסט די חילוק? און דערפאר טאקע ווערט דער לא תרצח א דין אזא אפילו when it defeats its own porpose. דער רעפארמיסט ווידער איז פארקערט, ער גלייבט נישט אינעם לא תרצח, ער גלייבט אז מ׳טאר נישט הארגענען, די גאנצע לא תרצח אין וואס ער גלייבט איז נאר ווילאנג ס׳איז אינעם רוח פון ״נישט הארגענען״, און דערפאר קען זיך עס טאקע טוישן לויט די אומשטענדן, אפשר דורכ׳ן נישט מאכן abortion ״הארגעסטו״ די מאמע? מ׳דארף יעדע פאל עקסטער אין באטראכט נעמען.

די ביישפיל פונעם פילם איז וועגן גירושין, דער קאנסערוואטיוו גלייבט אז גירושין איז שלעכט ווייל ס׳שטייט אינעם בוך אז יאשקע האט געזאגט אז גירושין איז שלעכט. איי אויב גלייבסטו אז גירושין איז א שלעכטע זאך איז דאך מבטל זיין קידושין למפרע פונקט אזוי שלעכט? דארף מען צוטיילן כדלעיל, ער גלייבט נישט אז גירושין איז שלעכט, ער גלייבט אינעם פסוק וואס זאגט אז גירושין איז שלעכט, מבטל זיין קידושין האט נישט דעם דין ווייל ס׳שטייט נישט אין פסוק ממילא איז עס בסדר. דער רעפארמיסט ווידער גלייבט אז גירושין איז שלעכט ווייל ער גלייבט אז ס׳איז שלעכט, איז אויב די קירכע האט גע׳פסק׳נט אז מ׳קען מבטל זיין קידושין למפרע מוז זיין אז גירושין איז פונקט אזוי בסדר און מ׳מוז זאגן אז דער פסוק האט עפעס אנדערש געמיינט.


רביה"ק זייער צו דער זאך, בכלל אז מען רעדט שוין וועל איך מיך באדאנקען פאר אייער אנדערע תגובות עס איז אייביג א געשמאק צו ליינען, צום פינטעל, און עפ"ר שפירט זיך פון אייער תגובות אז אמת נר לרגליך, דער באשעפער זאל העלפן אז דער רבי זאל מאריך ימים זיין על ממלכתו.
יעצט צום ענין, ווי אזוי לערנסט אפ די מהלך פון א קריסטליכע (אדער אידישע) רעפארמיסט בנוגע א הומו סעקסואל, און אנדערע ווערטער וואס טוען זיי ווען די עצם רוח פונעם פארלאנג איז נישט OK לויט די היינטיגע סטאנדארטן אין מאראל.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 1:57 pm

· #481904
א. ס׳זעהט מיר אויס ווי ס׳הערשט דא א מיספארשטענדעניש, כ׳האב חס ושלום קיינמאל נישט געזאגט אז א טויש אין מאראלישע סטאנדארטן איז א תירוץ צו טוישן די תורה, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. די ביישפיל וואס כ׳האב גענוצט פון לא תרצח איז נישט א טויש אין סטאנדארטן חס ושלום, די סטאנדארטן פון הבא להרגך השכם והורגו און מיתת בית דין זאגן אז לא תרצח איז נישט קיין דין אזא פון נישט אפשטעלן דאס הארץ קלאפן פון א מענטש אפילו אויב ער איז טויט (אן עובר האט דאך א דין ווי א מת כידוע. הגם אן עובר האט ניטאמאל די דין פון א טויטער מענטש ווייל עובר ירך אמו, וועט מען דארפן זאגן אז זיי לערנען אפ די דין אזא אז מ׳טאר נישט אפשטעלן דאס קלאפן פון א הארץ וואס ליגט אין א מענטש [די מאמע]. איי וואס וועט זיין די איסור אין די ערשטע 6 וואכן ווען די עובר האט ניטאמאל קיין הארץ, וועט מען מוזן זאגן אז די דין פון לא תרצח איז אז מ׳טאר נישט אפ׳הרג׳נען צעלן פון א מענטש וואס קענען ווערן א הארץ, א חידוש. יעדנפאלס, ארויסנעמען דאס הארץ פון א לעבעדיגער מענטש און אריינלייגן אין א צווייטער מענטש און לאזן דעם ערשטן מענטש אפשטארבן איז לכאורה מותר לכתחילה לויט די וואס לערנען אפ אז לא תרצח איז אזא דין אזא ווייל דו שטעלסט נישט אפ זיין הארצקלאפן, איי דאס לצנות איז גרויס) נאר ס׳איז אן ענין פון זוכן דאס בעסטע פאר די מענטשהייט, הפלה אין אסאך פעלער איז בעסער פאר דאס מענטשהייט קען דאס אויך אריינגיין אין דעם ענין. ווייטער גירושין איז לכאורה יא א טויש אין סטאנדארטן, אבער דאס ליגט אויפ׳ן קאטוילישע קירכע צו פארענטפערן ווייל זיי האבן מתיר געווען ביטול קידושין למפרע וואס לויט די סטאנדארט וואס די פסוק שטעלט אוועק (אז ס׳איז גורם זנות) איז עס די זעלבע זאך, סך הכל וואס די רעפארמיסטן זאגן אז אויב האסטו שוין יא געמאכט א טויש אין סטאנדארטן כאטש מאך נישט דערפון א חוכא ואיטלולא און זיי שוין אינגאנצן מתיר גירושין.

ב. דו פרעגסט כאילו פאר די אמאליגע סטאנדארטן איז די איסור אויף משכב זכור יא געווען ok, ס׳ליגט אין די הענט פון די רעליגיעזע פירער צו באשליסן צו זיי ווילן אנהאלטן דעם איסור צו זיי ווילן עס אפלאזן פונקט ווי זיי האבן אפגעלאזט נאך הונדערטער זאכן וואס האט זיי נישט געשמעקט כמבואר אצלנו כמה פעמים, אבער טויש פון מאראלישע סטאנדארטן איז נישט קיין תירוץ, איינס ווייל ס׳איז לכאורה היסטאריש נישט ריכטיג, און צווייטנס ווייל מאראל דארף זיך צושטעלן צו די תורה, נישט פארקערט.

תוהו ובוהו » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 3:44 am

· #482747
Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס
Noah
📎 Noah_Poster_2014.jpg
לכבוד פרשת השבוע
באזירט אויפן סיפור התנ''ך פונעם מבול, מיט אסאך טוויסטס און מאדערנע חומר למחשבה.

גאר גוטע עקטינג, און זייער אינטערסאנט אראפגעלייגט.

מען קען עס זעהן דא.

Nanach » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 5:51 am

· #482750
תוהו ובוהו
Noah
📎 Noah_Poster_2014.jpg
לכבוד פרשת השבוע
באזירט אויפן סיפור התנ''ך פונעם מבול, מיט אסאך טוויסטס און מאדערנע חומר למחשבה.

גאר גוטע עקטינג, און זייער אינטערסאנט אראפגעלייגט.

מען קען עס זעהן דא.

אויך עוועילעבל אויף פריים

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 7:41 am

· #482751
<a class="postlink" href="/post/430582">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 6f#p430582</a>

תוהו ובוהו » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 1:58 pm

· #482769
Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס
מי אני
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=430582&sid=b696df9d9b215caec4126d0e3a1cf26f#p430582


אופס!
נישט געוואוסט אז ס'שוין געווען דא..

די פילם האט אסאך טעאלאגישע חידושים וואס האט מיר געכאפט..

אנגעהויבן מיטן פארום פון נבואה וואס איז מער אזא 'חלום בלא דברים בטלים', נענטער צו 'דיבוק במושכלות', ווי צו דעם טראדיציאנאלן מיסטערישע דיקע מענערישע שטימע פון גאט אינעם געווענליכן ביבליקען פילם.

אזוי אויך (ענליך צו וואס דו שרייבסט דארט), דעם אומקלארן ציווי וואס קומט אפיר פונעם נבואה, וואס לאזט איבער רוב ''נבואה'' צום ספעציפישן נביא ווי אזוי ער וועט עס אפלערנען.

ביזן מאדערנעם -האלב דעטערמעניסטישען- בליק וואס נח קומט צו, און פארשטייט אז ער במקום דעם דור המבול וואלט זיך ווארשיינדליך אויפגעפירט די זעלבע, און ווי ער זאגט צו זיין ווייב ''צו באשיצן אונזערע קינדער וואלטן מיר דען נישט געהרג'ט?!'' און ווי איראניש אז למעשה טוט ער טאקע דאס ווען ער פירט למעשה נישט אויס דעם ציווי השם (ווי ער פארשטייט עס) צוליב ליבשאפט, (דאס זיסטע איז נאך ווי ער קויפט דערנאך אפ זיין שנור'ס טעאלאגישע הסברים למפרע, פ''וו ער האט יא מקיים געווען דעם ציווי השם).

ווי אויך איז די כאראקטער פון 'תובל קין' א געוואלדיגע, ווי א פרוסטרירטן מאמין קומט צום החלטה אז גאט איז נישט צום האבן, און אז גאט וועט שוין נישט רעדן צו אים, און גייט אריין אין אזא 'survival mode' און ווארפט אוועק טעאלאגיע בכלל.

אזוי אויך חם'ס פארלוירנקייט, זייענדיג אין א משפחה וואס ווייסט 'גענוי' דעם רצון השם, אבער פאר אים ארבעט דאס נישט ביז ער גייט אט''ד.

הוגה » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 3:59 pm

· #482775
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די דאקומענטערי The Social Dilemma. עס איז זייער פראפעשינאל געמאכט, א סאך חומר למחשבה, סיי בנוגע ביג טעק, סאשעל מידיע וכדומה, און סיי בנוגע אזעלכע פילאזאפישע ענינים ווי דעטירמעניזם וכדומה.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 10:05 pm

· #482800
צוויי ביאגראפיע מאוויס פון גרויסע פראפעסארן וואס האט מיך געכאפט:

A Beautiful Mind
די געשיכטע פון פראפעסאר John Nash וועלכע איז אויפגעקומען מיט די "נעש עקוויליבריום".
ער האט געליטן פון 'פאראנויד סקיצאפרעניע'.

די פילם האט א גאר שטארקע מוסר השכל.
📎 A_Beautiful_Mind_Poster.jpg

The Imitation Game
די געשיכטע פון Alan Turing וועלכע ווערט פאררעכנט ווי די גרונדער פון "קאמפיוטער סייענס".
עס רעדט זיך בעיקר פון זיין מאשין וועלכע האט געבראכן די עניגמע ביים צווייטן וועלט קריג, אבער ענדיגט זיך מיט זיין זעלבסטמארד נאכן ליידן איבער א יאר ך פון 'הארמאנעל טעראפיע' וועלכע די בריטישע גאווערנמענט האט ארויפגעצווינגן אויף עם פארן זיין 'געי'!

די פילם האט אויך גאנץ א שטארקע השפעה לטוב.
📎 81b+G+RIkkL._SL1500_.jpg

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 10:54 pm

· #482806
בנוגע The Imitation Game רירט עס אויך אָן, אין דעם וואס זיי דארפן אפמאכן וועמען יא צו לאזן געזינקען ווערן דורך די דייטשן כדי זיי זאלן נישט געוואויר ווערן אז זיי האבן געבראכן דעם עניגמע קוֺיד, צו דעם טראַליִ פראבלעם.

תרמב » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 10:53 am

· #483139
איך האלט אינמיטן קוקן די פילם איבער די מבול, סאיז זייער איטערסאנט, איין אינטערסאנטע קרישקע האב איך באמערקט, אז די שפיל מיט די בענדלעך וואס מ’נעמט אראפ פון די מצה באקסעס, קומט נאך פון מתושלח’ס צייטן..........

תוהו ובוהו » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 2:47 pm

· #483148
Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס
תרמב
איך האלט אינמיטן קוקן די פילם איבער די מבול, סאיז זייער איטערסאנט, איין אינטערסאנטע קרישקע האב איך באמערקט, אז די שפיל מיט די בענדלעך וואס מ’נעמט אראפ פון די מצה באקסעס, קומט נאך פון מתושלח’ס צייטן..........
מדברי גוגל זז''ג:
''Cat's Cradle is one of the oldest games in human history''

moody » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 3:21 pm

· #483149
וויפיל דארף מען זאגן אז אונז חרדים האבן די ארגינעלע מסורה 😂

תוהו ובוהו » מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:21 pm

· #487828
מי אני
Gone Girl
📎 FF0B5203-D304-40C3-BF6D-4DD8B24D9236.jpeg

ייש"כ פארן ברענגן.
ערשט יעצט געזעהן, זייער הנאה געהאט, גוטע עקט פון איר און א יוניק סקריפט.
---
און אז מ'רעדט שוין איז כדאי צוריק אנצוהייבן דאס וועכענטליכע פילם פארשלאג זיך צו קענען דערווארעמען אין די הייליגע ווינטער נעכט.

@נייגעריגער @מי אני וכל מי שרוצה ליטול את השם..

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:48 pm

· #487833
The Last Duel

📎 The_Last_Duel_poster.jpg

דירעקטירט דורך רידלי סקאַט.

דאס דראמאטאזירט דאס (כמעט) לעצטעס מאל בימי הביניים (בשנת 1386 למספרם) וואס מ'האט געמאכט אן אפיציעלן משפט אין פראנקרייך בהסכמת המלוכה צווישן צוויי שרים וואס "ג-ט וועט אפמאכן ווער עס איז גערעכט" דורך דעם וואס זיי וועלן זיך שלאגן, א דיוּל, ביז'ן טויט. דאס איז געווען ווען זשאן דע קערוּזש האט באשולדיגט זיין געוועזענער חבר זשאק לעגרי אין האבן מאנס געווען זיין ווייב מארגאריִט. עס צייגט די פאליטישע אונטערגרונט פון ווי אזוי זשאן האט זיך סתם געהאט געפילט באקריוודעט מעיקרא און דאס אויפבוי דערצו פון אלעמענ'ס פּערספּעקטיוו. דאס ברענגט שטארק ארויס די מיסאַדזשעני און נידעריגע סאציאלע שטאנד פון פרויען בימים ההם (לדעתי איז מאַרגאַריִט די איינציגסטע סימפּאטעטישע כאראקטער).

{ווארענונג: עס פארמאגט גראפישע סצענעס.}

מ'קען עס זעהן דא. (מ'דארף, ווי אלעמאל ביי די סארט סייטס, אפבאכט געבן פון און וויסן אז עס זענען דא דארט פּאַפּ-אָפּס.)

איך אויך » מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 11:52 pm

· #487835
דערמאנט מיר פון The Last Samurai וואס איך וואלט אויך רעקאמאנדירט צו וואטשן.

צקון לחש » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 3:08 am

· #488493
בשורה טובה
<a class="postlink" href="https://www.sratim.tv/">https://www.sratim.tv/</a>

חתימת זקן » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 4:13 pm

· #488561
מי אני
The Last Duel

📎 The_Last_Duel_poster.jpg

דירעקטירט דורך רידלי סקאַט.

דאס דראמאטאזירט דאס (כמעט) לעצטעס מאל בימי הביניים (בשנת 1386 למספרם) וואס מ'האט געמאכט אן אפיציעלן משפט אין פראנקרייך בהסכמת המלוכה צווישן צוויי שרים וואס "ג-ט וועט אפמאכן ווער עס איז גערעכט" דורך דעם וואס זיי וועלן זיך שלאגן, א דיוּל, ביז'ן טויט. דאס איז געווען ווען זשאן דע קערוּזש האט באשולדיגט זיין געוועזענער חבר זשאק לעגרי אין האבן מאנס געווען זיין ווייב מארגאריִט. עס צייגט די פאליטישע אונטערגרונט פון ווי אזוי זשאן האט זיך סתם געהאט געפילט באקריוודעט מעיקרא און דאס אויפבוי דערצו פון אלעמענ'ס פּערספּעקטיוו. דאס ברענגט שטארק ארויס די מיסאַדזשעני און נידעריגע סאציאלע שטאנד פון פרויען בימים ההם (לדעתי איז מאַרגאַריִט די איינציגסטע סימפּאטעטישע כאראקטער).

{ווארענונג: עס פארמאגט גראפישע סצענעס.}

מ'קען עס זעהן דא. (מ'דארף, ווי אלעמאל ביי די סארט סייטס, אפבאכט געבן פון און וויסן אז עס זענען דא דארט פּאַפּ-אָפּס.)


דאס איז אויף דער רשימה פון פּרעזידענט בּאַראַק אָבּאַמאַ׳ס בּאַליבּסטע פילמען אין 2021.

The Power of the Dog איז אויך אויף זיין רשימה און עס ווערט אויסגערימט דורך קינאָ קריטיקירער, איך האָבּ עס געזעהן אויף נעטפליקס און גראַדע איר נישט אַזוי געגליכן, די קינאָמאטאַגראַפיע איז הערליך, אפילו אָטעם פאַרכאַפּנד, נאר די געשיכטע איז עטוואָס לאַנגווייליג, מעגליך אז מען ברויך איר זעהן עטליכע מאל מאָל אויפצווויקלן די פילע שיכטן.

איך האבּ ערשט יעצט געזען דעם איטאַליענישער פילם Ancora più bello, אַ ראָמאַנטיש קאָמעדיע אויך בּנימצא אויף נעטפליקס אינטערן ענגלישער נאמען Still Out of My League, עס איז מיר היבּש געפאָלן. עס דערציילט וועגן די ראָמאַנטישע בּאַציונגען פון אַן איטאַליעניש מיידל וואס ליידט אויף סיסטיק פיבּראָסיס און אירע שטובּ פריינד. כאָטש עס איז געצילט פֿאַר׳ן יינגער דור, פאַרמאָגט עס דאך די אויטענטישע ליבּליכקייט פון ראָמאַנטיש איטאַליענישע און פראַנצויזישע קינאָ, עפּעס וואָס איז שטארק זעלטן, ספּעציעל אין היינטיגע אַמעריקאנישע פילמען.
📎 IMG_7891.JPG

מי אני » מוצ"ש יאנואר 8, 2022 11:25 pm

· #491042
King Richard

📎 king-richard-poster-excl.jpg

דאס דראמאטיזירט ווי אזוי ריטשערד וויליאמס (געשפילט דורך וויל סמיט) צוזאמען מיט זיין ווייב בּרענדי האבן אויפגעצויגן און טרענירט מיט א געוואלדיגע איבערגעבענקייט זייערע צוויי טעכטער וויִנוס און סעריִנא צו ווערן פון די בעסטע טעניס שפילערס אין די וועלט. דאס איז על אף אז זיי זענען געווען ארים און געוואוינט אין קאַמפּטאן.

מ'קען דאס זעהן דא (מ'דארף גאר אפבאכט געבן פון פּאַפּ-אָפּס - ווי אלעמאל ביי די סארט סייטס).

תוהו ובוהו » מוצ"ש מערץ 5, 2022 11:50 pm

· #496083
Doubt
📎 MV5BYWFjZmE2NGYtNGIzYi00Nzc2LTlhZWMtMTNkOTBkOTQ0MTJmXkEyXkFqcGdeQXVyMTkzODUwNzk@._V1_.jpg

א געוואלדיגע אייגנארטיגע פילם (באארבעט פון טעאטער), האקעלע נושאים בארירט פון פארשידענע פערספעקטיווען, (פענאמענאלע אקטיארן ווי מערל סטריפ און פיליפ האפמאן).

מ'קען עס זעהן דא און אויף עמעזאן פריים.

מי אני » מאנטאג אפריל 1, 2024 3:48 pm

· #557131
Shogun
בשנות נעורי האבן איך צוזאמען מיט מיין ברודער געזעהן גאר אסאך האנג קאנג פילמס: (כמעט) אלע דזשעקי טשען, דזשעט לי, דאַני יען, דזשאַן וואוּ, און טסוּאי האַרק פילמס (מיט אסאך אנדערע). דאס האט מיר געגעבן א בליק אריין אין צו די אמאליגע כינעזע קולטור, און פון דארט צו דאס ברייטערע אזיאנע קולטור על הכלל. האבענדיג גענומען א 35 מ״ג קאַנאַבּיס עדיבּל האב איך געוואטשט די ערשטע עפּיזאָד פונעם שׁוֺיגאָן סעריע. דאס איז א היסטארישע פיקציע, באזירט אויף זשאן קלעוועל׳ס בוך, סעט אין יאר 1600 למספרם אין feudal יאפּאן בימי הסאַמוריי (אגב, איך רעקאמענדיר שטארק די סעריע). די סעריע ברענגט שטארק ארויס די שטארקע האַנאַר קולטור ביי די יאפאנעזער באותה תקופה, און וויאזוי זיי האבן געפירט זייער לעבן און פאליטיק.

ביים סוף פונעם ערשטן עפּיזאָד ברענגט א כאראקטער דראמאטיש ארויס (וואס ווערט צום סוף א וואויסאָווער) די אימפּרעסיוו ציוויליזאציע פון די יאפּאנאזער דעמאלטס, און מיט דעם ענדיגט זיך עס. עס הייבט אָן שפילן דעמאלטס די סאַוּנדטרעק פארפאסט דורך עטיקוס ראָס. ער נוצט דערין די סארט כלי זמר וועלכע איך האב געהערט בשני נעורותי אויף אזיאנער מוזיק אין אַן עפּיק אופן. עס האט מיר א געוואלד געכאפט און צוריקגעשלעפט מיט א גאר שטארקע נאסטאלגיע, און מיר ארויסגעברענגט די כח וואס ער וויל מ׳זאל שפירן אין די סצענע איבער די יאפּאנעזישע ציוויליזאציע. 📎 IMG_7060.jpeg אגב, דער עטיקוס ראָס, צוזאמען מיט טרענט רעזנאר, האבן געמאכט די קאָווער פון לעד זעפּעלין׳ס האַרד ראַק אימיגראנט ניגון, ביים אָנהויב טייטל סיִקווענס פון דוד פינטשער׳ס די מיידל מיט׳ן דרעגאן טעטוּ פילם. עס ווערט אויך גענוצט אינעם טרעילאר פונעם פילם. דאס כאפט אויך מורא׳דיג אראפ די אעסטעטיק פונעם גאנצן פילם. שטארק רעקאמענדירט (וגם לרבות די שוועדישע ווערסיע). עס איז איבער א מערדער מיסטעריע פון אפאר דורות, און וועלכעס א טראָבּעלד, אבער resourceful, קאמפּיוטער העקער און אַן אינוועסטיגעיטאר קומען זיך צאם.📎 IMG_7061.jpeg

כלבאשבוע » מיטוואך מאי 22, 2024 11:30 am

· #562948
Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס
דאכט זיך אז סאיז נאך נישט דערמאנט געווארן דא אין שטיבל, די מאווי The Believer איז באזירט אויף א שטוינענדע אמתע געשיכטע און איז מוראדיג נוגע בפרט בימים אלו ווען אנטיסעמיטיזם איבער די וועלט פארשפרייט זיך בעיקר מתוך אחב״י השם ירחם

שטארק רעקאמאנדירט פאר יעדן וועמען סאינטערסירט א אינטעלעקטואלע בליק אויף אנטיסעמיטיזם, Ryan Gosling עקטינג און די סקריפט איז מייסטערהאפטיג
📎 Believerposter.jpg

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:55 pm

· #563108
Re:
מי אני #
The Last Duel

The_Last_Duel_poster.jpg

דירעקטירט דורך רידלי סקאַט.

דאס דראמאטאזירט דאס (כמעט) לעצטעס מאל בימי הביניים (בשנת 1386 למספרם) וואס מ'האט געמאכט אן אפיציעלן משפט אין פראנקרייך בהסכמת המלוכה צווישן צוויי שרים וואס "ג-ט וועט אפמאכן ווער עס איז גערעכט" דורך דעם וואס זיי וועלן זיך שלאגן, א דיוּל, ביז'ן טויט. דאס איז געווען ווען זשאן דע קערוּזש האט באשולדיגט זיין געוועזענער חבר זשאק לעגרי אין האבן מאנס געווען זיין ווייב מארגאריִט. עס צייגט די פאליטישע אונטערגרונט פון ווי אזוי זשאן האט זיך סתם געהאט געפילט באקריוודעט מעיקרא און דאס אויפבוי דערצו פון אלעמענ'ס פּערספּעקטיוו. דאס ברענגט שטארק ארויס די מיסאַדזשעני און נידעריגע סאציאלע שטאנד פון פרויען בימים ההם (לדעתי איז מאַרגאַריִט די איינציגסטע סימפּאטעטישע כאראקטער).

{ווארענונג: עס פארמאגט גראפישע סצענעס.}

מ'קען עס זעהן דא. (מ'דארף, ווי אלעמאל ביי די סארט סייטס, אפבאכט געבן פון און וויסן אז עס זענען דא דארט פּאַפּ-אָפּס.)
@מי אני
אדאנק פאר די רעקאמעדאציע, כהאב עס יעצט געענדיגט,
איך פיל מיר ווי און פערצענטע יאר הונדרעט, איך פיעל די שמעק פון די פערדן, די היץ פון די קוימענעס, די לעקטער און שטוב איז פארוואנדעלט געווארן און די דיקע וואקסענע ליכט,

דער רידלי האט אראפגעברענגט פראנקרייך אויפן סקרין,
די פאוער פון האנאר, די פרענטש מענטאליטעט פון די מיטל אלטער..

די פערפארמענס, איז עפעס שלא מעלמא הדין, שוין לאנג נישט געזעהן אזאנס

מי אני, לייק פאר די רעקאמעדאציע


לינק צו וואטשן אויף טעלעגרעם, אנע עדס

https://t.me/MOVIE_GEEKSs/5042

מי אני » זונטאג מאי 26, 2024 1:46 pm

· #563305
תוכנ'דיגע עקשאן סטאָנט פילמס
The Fall Guy 📎 fall_guy_xlg.jpg איך האב באמת נישט עקספּעקטעד צו אזוי הנאה האבן פון דעם עקשאן-קאמעדי. די פילם איז מיר געווען ממש א חידוש, ווי עס עס איז לגמרי מעטא, און סעלף-עוועיר איבער ווי אָווער-די-טאַפּ אפילו נישט סייענס-פיקשאן פילמס זענען.

עס איז איבער א סטאָנטמען פאר עקשאן פילמס וואס ווערט אריינגעשלעפט אין א קאנספּירעסי. די פילם ברענגט ארויס וויאזוי (עכ"פ כנראה) גרויסע האליוואד עקשאן פראדאקשענס ווערן געמאכט, אבער די גאנצע מעשה אליינס איז אין א יוניווערס פון אַן עקשאן מאווי מענטאליטעט מיט אַן אָווער-די-טאַפּ קאנספּירעסי. עס מאכט בפירוש חוזק פון זיך אליינס, אבער איז נאך אלס פולי ענדזשויעבּל ווי א געהעריגע עקשאן מאווי מיט א גאר הויכע פּראַדאָקשען וועליוּ מיט א געוואלד היי-אקטעין סטאָנטס.

פאר ווער אימער עס איז נאר אויפגעוואקסן אלס בחור הנאה האבענדיג פון עקשאן מאוויס וואטשענדיג זיי, איז דאס ממש א מאָסט-סי! דאס איז בפרט אז כהיום איז ער אַן ערוואקסענער וואס ווערט נישט ממש איבערגענומען פון ווילדע סתם עקשאן, אבער דאך האט עס דאס איז גרויסן! (דאס איז בפרט פאר די וואס האבן געוואטשט די עקשאן פילמס מיט א מער 80'ס סארט איין עיקר עקשאן היראָ און פּראטעגאניסט. דאס ווערט זייער גוט ארויסגעברענגט מיט יאָנגבּלאָד'ס אייזערנע קאָווער (בפרט פון 1:05-2:41) פון די שיר אהבה פון קיס פון 1979.)

דאס איז דירעקעקטירט דורך דוד לייטש וועלכער איז אליין געווען א סטאָנטמען און סטאָנט קאָארדינעיטאר.

דא קען מען דאס זעהן.


Bullet Train 📎 bullet_train_ver4.jpg אז מ'רעדט שוין האט לייטש אויך דערעקטירט בּולעט טרעין, וועלכעס איז אַן עקשאן קאמעדיע איבער א לעיערד סיפור וואו א שלי'מזל'דיגער אונטערוועלטניק ווערט אריינגעמישט אין א קאנספּיראציע צווישן געדינגענע מערדער, בשעת א דזשאַבּ אויף אויפצופּיקן א טאשקע אויף א טרעין אין יאפאן. שטארק מומלץ!

דא קען מען עס זעהן.


Atomic Blonde
📎 atomic_blonde.jpg אויך האט ער דירעקטירט די קוואליטעט עקשאן פילם אטאמישע בּלאנד איבער שפיאנען אין בערלין בשעת די קאלטע קריג. (אזהרה: שוין מער גראפיש ווי די פריערדיגע.)

דא קען מען דאס זעהן. (די סצענע דערין איז פון די מערסטע קונטסליכע עקשאן סצענעס וואס איך האב נאר אמאל געזעהן. אַן אינטענס עקשאן סצענע פון 10 מינוט, כנראה געפילמד אין איין שאס. ענליך צו אלפאנסא קואראן'ס סצענעס אין קינדער פון מענטשן און אין גראוויטעט.)


Extraction 1 & Extraction 2 📎 extraction_netflix.jpg 📎 extraction_two_ver3.jpg און אז מ'רעדט שוין האט דער סטאָנט קאָאָרדינעיטאר סעם האַרגרעיוו דירעקטירט די צוויי אינטענסע קוואליטעט עקשאן סטאָנט פילמס עקסטרעקשאן 1 און עקסטרעקשאן 2. דאס איז איבער א דערביטערטע מערסענערי וואס ווערט געדינגען צו ארויסראטעווען אינעם ערשטן א אינגל פון באנגלאדעש, און אינעם צווייטן זיין גרושה'ס משפחה פון תפיסה אין דזשדארדזשיע (נעבן רוסלאנד).

זיי ביידע האבן אויך לאנגע עקסטענדעד שאטס פון אינטענס עקשאן סיקווענסעס. גאר שטארק מומלץ!

דא און דא.

מי אני » מיטוואך יוני 26, 2024 10:34 pm

· #566459
מעד מעקס
מעד מעקס

דר. דזשאָרדזש מילער האט דירעקטירט זייט 1979 5 פילמס אין די מעד מעקס סעריע. די סעטינג דערפון איז אין א פּאָסט-עפּאַקעליפּטיק אסטראליע, וואו מענטשליכע ציוויליזאציע איז צאמגעפאלן, און דאס גאנצע קאנטינענט איז פארוואנדעלט געווארן אין א רעידיאָעקטיוו מדבר שממה. דאס האט גורם געווען אז די מענטשן וואס זענען פארבליבן, זוכן צו פשוט צו סורווייוון ווייטער בכל אופן שהוא, און דעריבער פארלירן א גרויס חלק פון זייער הומעניטי; ווי אויך האבן אסאך מענטשן סתם אזוי קלענערע אדער גרעסערע מיוטעישאנס מחמת די רעידיאָעקטיוויטי. עס גרופירן זיך באנדעס וואס ראבעווען און רצח׳ענען זיך אויף די ביסל ריסאָרסעס וואס זענען פארבליבן.

די פּראטעגאניסט פונעם אלגעמיינע סעריע איז מעקס ראקעטינסקי, וועלכע איז געווען א פאליציאנט פאר ציוויליזאציע איז גענצליך צאמגעפאלן, און האט פארלוירן אינעם ערשטן פילם, זיין ווייב און קינד צו א באנדע. די ערשטע דריי פילמס, מעד מעקס, די רוֺיד קעמפער, און מעד מעקס נאך טאָנדערדוֺים, זענען באזירט ארום זיינע אוואנטורעס אין אט דעם וועיסטלענד. זיי זענען שטארקע פילמס (בפרט די רוֺיד קעמפער).

אבל על של עתה באתי. די לעצטע צוויי פילמס אינעם סעריע, די פערטע און פיפטע (אין 2015 און 2024), באציהען זיך שוין מער צו א צווייטע פּראטעגאניסט, א פרוי מיט׳ן נאמען פוּריאָסאַ. זי קומט און איז פארכאפט געווארן פון דאס לעצט פארבליבענע עדן און סטאבילע געזעלשאפט אין אסטראליע, וועלכע די איינוואוינער האבן געהאלטן איר מקום בסוד, מורא האבענדיג פון ווערן אטאקירט פון דרויסענדע דאס צו באקומען. איך וואלט ממליץ געווען צו וואטשן צום ערשט פוּריִאָסאַ (הגם עס איז ארויסגעקומען שפעטער) און דערנאך מעד מעקס: פוּרי רוֺיד, וועלכע הייבט זיך אָן גראד וואו פוּריִאָסאַ ענדיגט זיך. מ׳פיהלט מורא׳דיג מיט מיט די פוּריִאָסאַ כאראקטער, איר כי גנב גנבתי מארץ אמי, און איר אַדיסי אויף אָנצוקומען צוריק אהיים, ואפילו נאך יארן. עס האט אסאך עמאָשׁענאל וואג. ווי אויך וואו זי ווערט גאר די האפענונג פאר א בעסערן עתיד פאר דאס מענטשהייט (כמובן אז עס האט פעמיניסט קלאנגען לגבי די חורבן וואס פּאטריארכי קען אָנמאכן). 📎 Furiosa.jpg 📎 Fury Road.jpg מילער שפילט זיך ארום מיט וויאזוי זאכן וואלטן געווען אין אזא פאל במציאות וכדומה, און וויאזוי די אויסשטעל פון נייע קליינע געזעלשאפטן און גרופעס וועלכע וואקסן ארויס וואלטן אויסגעזעהן (ובפרט אז מילער מאכט דאס אויסזעהן, דורך א וואויס-אָווער נערעיטאר אין רוב פילמס, אז די סיפורים איבער די כאראקטערס ווערן פארציילט יארן שפעטער דורך איבערלעבערס אינעם פּאָסט-עפּאַקעליפּטיק וועלט, אלס לעדגענדעס). אבער אז מ׳געבט זיך איבער צו מילער׳ס וויזיע פון דעם פּאָסט-עפּאַקעליפּטיק סעטינג וואס ער שטעלט און מאלט אראפ, איז עס א טיפע ענגעידזשינג עקספּיריענס. די וועג וויאזוי ער דירעקטירט פרענעטיק דרייוון עקשאן סיִקווענסעס און סטאָנטס, מיט גאר ברייטע וויסטאַ שׁאַטס איז אבנארמאל (מ׳רעדט דא פון אַן ערך פון א פּראַדאָקשען וועליוּ פון $150 מיליאן פּער פילם). ער צייגט ווי דאס מידיאום פון סינעמאַ קען אלס נעמען. עס איז אַן עקספּיריענס ממש. (איך הא׳מיך גע׳ישוב׳ט צי איך זאל דאס רעקאמענדירן דא, זייענדיג אז דאס איז א פרעמדע גאנער פאר אסאך מענטשן. אבער זיי זענען שטארקע קוואליטעט עקשאן פילמס, און פון אַן אַרטיסטישן זין אויך.)

‏דא און דא קען מען זיי זעהן. (ביים צווייטן לינק זענען דא פריער די ערשטע דריי פילמס.)

כמובן אז די פילמס האבן פילאזאפישע געדאנקען דארונטער, איבער פאליטישע פילאזאפיע, סאציאלאגיע, עטיקס און מענטשליכע נאטור וכו׳. ועיין כאן.

Where must we go ... we who wander this Wasteland, in search of our better selves?
בלאט: 1 2 3