☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אשכול אן א טיטל #10977

אשכול אן א טיטל #10977

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10977
בלאט: 1 2

— » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:45 am

· #351296

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

יעלה ויבא » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:22 am

· #351308
דאס פאדערט אסאך מער וויא א לייק.
מען דארף דאס אויפהענגען אויף א גרויסע ליילעך אויף די דרייצענטער ave.
בפרט היינטיגע טעג ווען אזויפיל יונגווארג פאלען אוועק אין די עלטערן עסען זיך אויף כאילו עס האט עפעס מיט זיי.

lead, follow, or get out of the way

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 9:37 am

· #351312
א גרויסע יישר כח פארן אראפ ברענגן דער הערליכע פרי הארץ, א יעדע איינציגסטע שורה איז פול מיט אוצרות ומטמונים. דאס וואס דו צייכנסט צו צו זיין מהלך איבער בחירה:

[ציטאט אראפגענומען]


וויל איך צוצייכענען די זעלבע געדאנק וואס איך האב פונקט געזעהן דעם אנדערע טאג אין צדקת הצדיק אות קל"ט. דארט גייט ער מיט זיין מהלך אז דער איינציגסטע בחירה וואס א מענטש האט באמת איז צו מתפלל זיין פאר סיעתא דשמיא ברוחניות (פאר יראת שמים, כמליצת שש). וז"ל, ולמדו רז"ל תפילה צריכה חיזוק. והיינו שאע"פ שעי"ז בא לנחלה (בעבודת השם), וא"כ דבר זה שתלוי בידיעת הש"י איך שייך בחירה? לכך לימדו דגם זה צריך השתדלות.

דער שמועס דארף אבער ווייטער גיין צו די נעקסטע שטאפלן. ערשטענס (שש האט שוין אנגערירט דער נקודה), אויב איז אלעס פון אויבן, פארוואס זאל א מענטש בכלל פרובירן צו זיין ערליך און טון מצוות? אלעס איז דאך סייווי פון באשעפער און אויב די באשעפער וויל אז איך זאל נישט עסן דער שטיקל חזיר וואס איך גיי יצעט אריינלייגן אין מיין מויל וועט די באשעפער מאכן אז איך זאל עס נישט עסן. פארוואס זאל איך שאקלן לולב? אויב די באשעפער וואלט עכט געוואלט אז איך זאל שאקלן לולב וואלט ער שוין געמאכט אז איך זאל שאקלן. וואס איז דער דרייוו צו צו טון מצוות און זיך היטן פון עבירות?

דער ענטפער בקיצור ובפשטות בלי שום הסברה איז אז איה"נ, דער דרייוו - אויב איינער האט עס - קומט פון די באשעפער, פיריאד! עס פעלט אויס א לענגערע הסבר וואס איך האב יעצט נישט די צייט דערפאר, ואי"ה (pun intended) לכשיהיה לי פנאי וועל איך שרייבן א לענגערע הסבר/מערכה בענין זה במשנת רבי צדוק.

די נעקסטע זאך וואס מען דארף פארשטיין איז דער "אתערותא דלתתא" וואס די פרי הארץ שרייבט אז דאס איז די בחירה פונעם מענטש. הייסט די באשעפער האט נישט קיין דעה אויף דער אתערותא דלתתא? אויב א מענטש וויל מאכן דער אתערותא דלתתא און די באשעפער וויל עס נישט קען זיך די באשעפער שטעלן אויפן קאפ? איז דאס דען שייך? איך האב שוין געפרעגט אויף דער נושא אין מיין אשכול אויף אתערותא דלתתא און איך וועל דא ציטירן די שורות וואס זענען נוגע, עיי"ש פאר א מער באריכות'דיגע שמועס.

הוגה
...אויך ווייסט מען אז כדי צו באקומען די אתערותא דלעילא פעלט אויס אן אתערותא דלתתא. (אויסער שבת וואס איז א מתנה פון די אייבישטער.) בפשטות מיינט עס אז די מענטש בעצם האט אליינס נישט די כח משיג צו זיין די מדריגות אן די כח און הילף פונעם אייבישטער. אבער כדי ער זאל זיין ווערד צו באקומען דער כח פון די באשעפער מוז ער קודם אליינס טון א פעולה מצד עצמו צו מאכן אן אתערותא דלתתא.

די ערשטע זאך וואס הא מיר אלץ געבאדערט איז ווער גיבט דען די מענטש די כח צו מאכן דער אתערותא דלתתא? ווער האט אים געמאכט טראכטן און בכלל וועלן באקומען די אתערותא דלעילא? איז דען שייך אז די מענטש זאל קענען מיט דעם איבערקלוגן די סיסטעם? דער נושא איז שוין עטליכע מאל ארויף געברענגט געווארן דא אין שטיבל אבער עס פארלאנגט זיך אן עטוואס קלארע הסבר. זענען די ענינים נאר געזאגט געווארן על דרך משל לסבר את האזן?


איידער איך לאז מיך ארויס על המחיה ועל הכלכלה וויל איך נאר היילייטן איין וויכטיגע נקודה. דער המון עם קען נאך מקבל זיין און פארדייען דער געדאנק אז אלע אונזער עבודת השם איז א מתנה פון דער אייבישטער. מען מוז אבער אריינעמען אין קאפ און געדענקן אז די עבירות און דורכפעלער זענען אויך זיינס און נישט אונזערס, ועל זה בנוי יסודות החסידות.


.

mevakesh » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:02 am

· #351315
ישר כוח הרב שש פארן ארויפברענגען אזא פונדאמענטאלע נושא בכלל און די שארפע ווערטער פון רבי מענדעלע בפרט
איך וויל נאר מעיר זיין אפאר הערות
קודם כל די יסוד אז דער בחירה פונעם מענטש איז נאר אין גאר א דקותדיגער נקודה איז לכאורה א פשוטע יסוד
דער מענטש דארף זיך פשוט אויפוועקען צו דער מציאות הפנימית און ווען ער טוט דאס איז דאס זיין בחירה און די איבעריגע איז שוין א מתנה מן השמים אזוי ווי די גמרא זאגט אלמלא הקב"ה עוזרו אינו יכול לו
דער עיקר חידוש אין זיינע ווערטער איז דאס אז אז דער איתעריתא דלעילא איז נישט געוואנדען לויט וויפיהל ער האט געטוהן
נאך אן הערה ווי איך פארשטיי פארענטפערט עס גארנישט אויף די סתירה פון בחירה און ידיעה ווייל עס איז למעשה נאך אלס דא דער נקודה ווי דער מענטש מאכט זיין בחירה על אף דער ידיעה

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:47 am

· #351322
יעלה ויבא
דאס פאדערט אסאך מער וויא א לייק.
מען דארף דאס אויפהענגען אויף א גרויסע ליילעך אויף די דרייצענטער ave.
בפרט היינטיגע טעג ווען אזויפיל יונגווארג פאלען אוועק אין די עלטערן עסען זיך אויף כאילו עס האט עפעס מיט זיי.
lead, follow, or get out of the way


מיר קליינע מענטשלך עסען זיך אויף ווען מען באקימט א טיקעט און עס העלפט אינז ווייניג מיט זאגן פאר זיך "אלעס איז עני וועי באשערט"
איז פארוואס מיינסטו אז א גרויסע ליילעך זאל מאכן די זאך?

אויב מיר פארקן ביי א פאמפ פארשטייסטו אז דער מענטש מעג נעמען ריספאנסעבילעטי פאר זיינע מעשים, איז פארוואס מעגן נישט עלטערן נעמען ריספאנסעבילעטי אויף זייער קינדער ערציאנג
אמת זייער אסך מאל זענען זיי בכלל נישט שילדיג - און דער קינד אליין האט אויך זיין אייגענע בחירה, דאס זאגט אבער נישט אז עלטערן געבן גארנישט צי צים קינד.

פרייוויליג » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 4:57 pm

· #351385
יעלה ויבא
דאס פאדערט אסאך מער וויא א לייק.
מען דארף דאס אויפהענגען אויף א גרויסע ליילעך אויף די דרייצענטער ave.
בפרט היינטיגע טעג ווען אזויפיל יונגווארג פאלען אוועק אין די עלטערן עסען זיך אויף כאילו עס האט עפעס מיט זיי.

lead, follow, or get out of the way

ח"ו, אזעלכע רייד הענגט מען נישט אויף. עס איז זייער דקות'דיג און עס קען צוקלאפן און אויפהייבן אין דער זעלבע צייט. מענטשן קענען אנהייבן צו זינדיגן ע"ד זה. ולאו כל מוחא סבל דא.

ייש"כ אנאנים. זייער אינטערסאנט. דאס איז די זעלבע געדאנק אז די חטא עץ הדעת מיט די עגל האבן געמוזט פאסירן. אדם הראשון האט כמעט נישט געהאט קיין בחירה, און אזוי אויך די אידן ביים עגל. מיט די שניט פארשטייט מען דאס אביסל.

הגם די רייד זענען עמוק עמוק, אבער דארף דינען אלס א שטארקע חיזוק פארן מענטש. אז נאכן דורכפאלן מיט אן עבירה זאל מען נישט זיין געפאלן.

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 5:43 pm

· #351391
באמת שטארק הנאה געהאט, שש. כ'האב געוואוסט אז פרי הארץ איז א 'ספר', זיך אבער קיינמאל אריינגעלייגט צו זען וואס דאס איז, מיט אזעלכע פנינים שזור אין זיינע רייד - אפגערעדט.

נאך אלע חידושים און מעשיות האט מיר די מערסטע געכאפט ביים הארץ דעם שטיקל:

גם אהבתו גם יראתו, הלוא ה' זו. כי מי האוהב אם לא חי ה' המתפשט בנפשו, ואת מי אוהב לה' ומה היא האהבה, הלא היא המחצבת מעצמות אלקית, המתפשט ומתקשר ומתאחד בעולם השפל ומתצמצם בעולם קטן - הוא האדם (תיקו"ז תיקון ע'). ובכל מקום שהוא עומד - בתוכו ית' הוא עומד, כי הוא מקומו של עולם, סובב כל עלמין וממלא כל עלמין.

הפך והפך בה.

[ציטאט אראפגענומען]


עפעס א פרוידיען סליפ, הא?....

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 9:57 pm

· #351413
[ציטאט אראפגענומען]

וויאזוי פטרט זוך אט די קליינע מחשבה פון דיטערמעניזם פראבלעם?

קאצקע ציקער » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:30 pm

· #351415
ייש"כ אנאנים. די זעלבע פחד וואס האט דיר אנגעכאפט כאפט מיר יעצט אויך אן! זעמיר טאקע פלענע פאפיטס?

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:39 pm

· #351417
אפאר נקידות למחשבה

א. פין א ריין דיטערמעניזעם שטאנדפאנקט איז קיין חיליק נישט פין א קליין בחירה'לע צי א גרויסער

ב. דער קליין בחירה איז פינקט אזוי שווער וואו דער גרויסער בחירה וואס מיר זענען געווינט צי טראכטן דערפין

ג. דעסלער'ס נקדות הבחירה טוט גארנישט נאר ער ריקט דער נקידה אוואו דער בחירה איז - מה לי דארט מה לי דא, ס'מינימייזט גארנישט

ד. ווען מען רעד פין "נאר א קליינער בחירה", זאל דאס זיין נקידות הבחירה פין הרב דעסלער צי דעם אתערותא דלתתא פין דעם וויטעפסקער מיז דאס נישט מייענען אז דער בחירה איז נאר דא א קארצער זמן אין דער נאך פארט שוין דער מענטש אויף אויטו פיילעט - סך הכול טוישט דאס דער מקום וואו דער מענטש האט בחירה

דער מענטש האט אידער רגע זיין בחירה אויף זיך אהער שטעלן מיט זיין אתערותא-דלתתא און זיין א כלי פאר דער אתערותא-דלעילא.
דער זעלבער איז מיט תפילה וואס הוגה האט ציגעברענגט דער עבודה פין דער מענטש איז צי אנערקענען דעם אמת א יעדער רגע אז ער איז תלי ביד השם און בעטן אויף סיעתא דשמיא, כי זה כל האדם.

ה. מאכן דעם אתערותא-דלתתא, אדער זיך עפענען צי סיעתא דשמיא און מתפלל זיין On a moment-to-moment basis זענען אלע פארעמס פין דעם זעלבן נקידות הבחירה ארויסגעברענגט מיט אן אנדער שפראך און אנדערע אותיות

קאצקע ציקער » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:43 pm

· #351418
האט מען שוין אמאל גערעדט דא אין שטיבל ר'אביגדור מיללער'ס מהלך אין ידיעה און בחירה איך וואלט זייער נייגעריג געווען זיין מהלך דערין. @אנאנים ביסט דא?

ונבנתה העיר » מוצ"ש אקטאבער 22, 2016 9:24 pm

· #352808
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/130371">viewtopic.php?p=130371#p130371</a><!-- l -->

נארמאלער » דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 3:51 pm

· #353340
לגבי בחירה פארוואס נישט טראכטען גראד
ווען ווי פארן קיין גאטומאלא צים רבין. רעכטס, פליצלונג דער זעט ער זיך לינקס. וואס טוט ער ער דרייט זיך אויס פארט גענוי ווי ער וויל.אדער אויסגעוועלט
סאו בחירה וואס איז שייך צים מענטש איז סימפעל אויסציוועלען אין זיך האלטען צי דים אפילו מטרעפט זיך לינקס

ארי נוהם » דינסטאג מערץ 7, 2017 9:34 pm

· #364831
שש, א גרויסן יישר כח פאר די לענגערע אבזערוואציע איבערן חסידישן גאנג אין ידיעה ובחירה.

אבער הגם דיינע רייד זענען זייער שיין, זעט מיר אויס אז דו האסט פארפעלט די אמתע חסידישע מהלך, און @הוגה איז גערעכט.

נישט לאנג צוריק איז מיר אויסגעקומען צו אקערן אפאר שטיקלעך בעל שם טוב, בעיקר אין כתר שם טוב, ווי ער רעדט דירעקט וועגן די יסוד פון ידיעה ובחירה, און סקומט ארויס קלאר אז א מענטש האט בעצם נישט קיין בחירה. כגעדענק נישט כרגע קיין פינקליכע מראה מקום, אבער סאיז ברור אז דאס זענען זיינע ווערטער, מער פון איין מאל!

מי אני » זונטאג אקטאבער 27, 2019 9:51 am

· #437538
מיט דעם אז דער ענין פון ״בחירה״ קומט לערנען אויף דעם געדאנק פון אהבת ישראל, ווייל למעשה יעדע איד׳ס מעשים ווערט למעשה געפירט פון הקב״ה וככל הנ״ל, קען מען אפשר טייטשן אז דאס איז די רמז אינ׳ם המשך הכתובים (דברים ל יט-כ) ובחרת בחיים אתה וזרעך ״לאהבה״ (את ה׳ אלקיך) וגו׳. דהיינו, אז וויבאלד די בחירה איז בעצם קליין [אתערותא דלתתא] נגד הידיעה און אלעס למעשה ווערט געפירט פון ה׳ אלקיך, דעריבער דארף די הכרה צוברענגען צו שטארקן דעם ״לאהבה״ צו יעדן איד (וואס איז א חלק אלוק ממעל/מאת ה׳ אלקיך).

*

דאס צושטעל צום שאך שפיל איז מורא׳דיג אין פלאץ לדעתי, וויבאלד כידוע קען מען טעארעטיש ״סאלווען שאך״ [וויסן מה יהא בסופו נישט צו פארלירען] (אויב איז דא א פערפעקט שפיל); וכעין ענין ידיעתו של הקב״ה כביכול. (הגם דארט איז עס (עכ״פ אויך) מכח ווייל די אינטערעקשאנס זענען נישט אויף די זעלבע צייט און איינס נאכן צווייטן (פערפעקט אינפארמאציע), משא״כ לכאורה בנידון דידן.)

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 27, 2019 7:54 pm

· #437547
איך פארשטיי נישט די המשך פון די צוויי זאכען. טאמער די אלע עבירות קענען גאר זיין פארגעשריבען מלמעלה, פארוואס איז פונקט די גיאות פון דער עובד ארויס פון די בילד? פארוואס איז זיין עבירה פון גיאות מער ווי די חילול שבת פון דער פושע ישראל? אפשר איז ער פונקט אזוי אומשולדיג?

דאס איז איין מאל פשוט אז ערגעץ שטעלט זיך אפ די בחירה און הייבט אן די הנהגה פון דער בורא. ער האט נישט געלאזט אז דער נברא דער מענטש זאל אונטערברענגן די גאנצע בריאה, ער שטעלט עס אפ באצייטענס, וכדברי הדעת התבונות שפירסם הזמר המפורסם דדי גראוכר. און דאס איז די טייטש אין פסוק 'אם לא ביד חזקה ובחמה שפוכה אמלוך עליכם'. און די גרעניצן דערפון זענען נישט קלאר אין די תורה אדער ש"ס. נאר אזויפיל ווייסען מיר אז אן עק איז דא.

או דאס איז טאקע געבויט אויף די סוד הצמצום, וויפיל האט דער אויבישטער געלאזט פאר זיין געגענער, וויפיל פון די בריאה קען דער נברא לייקענען. און כבר מלתי אמורה, אז רוב השקפה שאלות דריין זיך ארום די נקודה, ווי איז גאט געווען ביים האלאקאוסט איז אויך א שאלה פון צמצום. ביי אונז איז אנגענומען אז צמצום איז כפשוטו, ד.ה. אז דער אובישטער האט באשאפען א וועלט, כמבואר בקרא. אנדערע זאגען אז עס איז נישט כפשוטו און דער אויבישטער האט נישט באשאפען קיין וועלט, ודברי הפסוק צריכים עיון (אין די נושא דרייט זיך מיין קאפ אהין און צוריק, אמאל בין איך איבערגעצייגט אז עס מוז זיין כפשוטו, און אמאל קען איך דערהערן דער וואס זאגט אז עס איז נישט כפשוטו. אז עס קען נישט זיין כפשוטו איז מיר קיינמאל נישט אין קאפ אריין געקומען, ואולי עוד חזון למועד)

אבער איין זאך מוז געזאגט ווערן. רוב די נושא איז נישט למעשה. טאמער די גאנצע בחירה איז א 'קליינע פונקט', הייסט'ס אז די קליינע פונקט איז גארנישט אזוי קליין, נאר לכך נוצרת, דער גאנצע בריאה פון א מענטש איז נאר כדי צו טון די פיצעלע בחירה. פונקט ווי דער וואס ארבעט אין א פאבריק און ער דארף ציען איין שרויף. יא, עס איז א קליינע ארבעט, אבער ווען עס ווערט נישט געטון, צופאלט די גאנצע זאך.

איך מוז לויפען, אבער עס איז נאך דא וואס צו רעדן אויפצוווייזען אז יעדער מוז מודה זיין אין א חלק פון די אנדערע צד, ממילא קען מען נישט רעדן דערפון בלויז פון איין שטאנדפונקט.

קל וחומר » מאנטאג אקטאבער 28, 2019 7:55 pm

· #437581
הרב ליטוואק, מנא לך אז גיאות פונעם עובד איז ערגער? און טאמער וועסטו מיך טרעפן איינער וואס האט אזוי געזאגט, האט יענער נישט געהאט קיין בחירה צו זאגן אנדערש.

פינטעלע איד » מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:33 am

· #441507
יעצט געליינט די ערשטע מאמר פון @שש, איך פארשטיי נישט די גרויסע בער מיט דעם פרי הארץ.

מען האט דא היבש ארויסגענומען די ווערטער פון קאנטעקסט צו פארקלענערן די בחירה צו עפעס א זייטיגע נקודה, ווען בסך הכל זאגט ער צווי פשוט'ע זאכן.

א'. אז די כח צי מאכן די בחירה האט ער נאר ווייל ער האט עס באקומען פון אויבן, און אן דעם וואלט ער נישט געקענט זיך אליין אנטראגן א טובה צו טוהן דעם אייבערשטן.

ב'. אז בחירה האט נישט קיין שום תוצאה און ס'ליגט נאר אין דעם מענטש'ס פאקטישע פעולה. און ס'איז דאך פשוט אז אפילו פון א סייענטיפשע שטאנדפונקט (אן ידיעה) איז די באשלוס פון א מענטש נאר אויף צו עקטן, און אלעס נאכדעם קומט נאך בדרך קאוז און עפעקט, ממילה איז פשוט אין די ידיעה וועלט אז וואו נאר ס'פאלט ארויס פון בחירה ליגט עס בלויז אין גאט'ס הענט. אבער דער מענטש האט פול קאנטראל אויף ''אלע'' זיינע פעולות די גאנצע צייט.

און דאס ווייסט דאך אויך יעדע חדר אינגל אז שכר באקומט מען פארן טוהן נישט אויפטוהן, און חישב לעשות מצוה ונאנס וכו'. ער קומט נאר צולייגן מען זאל זיך נישט איינרעדן אז ביי אהבה ויראה האט די פעולה יא א מוכרח'דיגע תוצאה, נאר ס'איז אזוי ווי יעדע זאך וואס די קענסט נאר טוהן די פעולה אליין. (ועיין און די ערשטע פאר פרקים פון יסוד העבודה אז די קיום מצוות 'ואהבת' איז נאר מיט די עבודה וואס ברעגנט צו אהבה, נישט מיט די תוצאה)

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 15, 2020 1:44 pm

· #441530

א'. אז די כח צי מאכן די בחירה האט ער נאר ווייל ער האט עס באקומען פון אויבן, און אן דעם וואלט ער נישט געקענט זיך אליין אנטראגן א טובה צו טוהן דעם אייבערשטן.



מיינסט צו זאגן
א. אז מען באקומט איינמאל פאר א גאנץ לעבן א כח הבחירה, אדער
ב. יעדעס מאל מען דארף מאכן א בחירה קומט עס פריש פין אויווען. און נישט אייביג קומט עס.

הקטן » מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:48 pm

· #441549
קיינער זאגט נישט אז א מענטש קען אייביג און אויף א יעדער זאך בוחר זיין, ס'איז דא זאכן וואס דער מענטש איז געציווינגען
דערנאך איז דא זאכן וואס ער "פיקיט" און נישט ער "דשאסט"

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:01 pm

· #441553
אויב "קיינער" זאגט נישט אז מען קען אייביג בוחר זיין, וואס איז די קשיא פין ואני אקשה את לב פרעה? מען מוז אייביג קענען בוחר זיין?

אלא מאי, דער אנגענומענער פשוטער מהלך איז אז אויף יעדער נסיון איז דא בחירה. (איז נישטא מימרות אז דער אויבערשטער ברענגט נישט קיין נסיון וואס מען קען זיך נישט מתגבר זיין).

דער פרי הארץ האלט אבער, אז בחירה איז בכלל נישט קיין טבע, פארטראכט בטבע איז נישטא קיין בחירה בכלל, נאר דער חידוש איז גאר אז צומאל גיט דער אויבערשטער א מתנה פאר א מענטש צו האבן בחירה.

טאמער איינער זעהט נישט דער חידוש, זאל ער קוקען בעסער.

פינטעלע איד » מיטוואך יאנואר 15, 2020 6:13 pm

· #441560
אישתישבי

א'. אז די כח צי מאכן די בחירה האט ער נאר ווייל ער האט עס באקומען פון אויבן, און אן דעם וואלט ער נישט געקענט זיך אליין אנטראגן א טובה צו טוהן דעם אייבערשטן.



מיינסט צו זאגן
א. אז מען באקומט איינמאל פאר א גאנץ לעבן א כח הבחירה, אדער
ב. יעדעס מאל מען דארף מאכן א בחירה קומט עס פריש פין אויווען. און נישט אייביג קומט עס.


איך זעה נישט דעם חילוק לגבי כח הבחירה צו עס איז איין גרויסע חתיכה אדער עקסטערע שטיקלעך. און בכלל אונז אידן וואס ווייסן אז ס'איז נישט "עזב ה' את הארץ" איז יעדע זאך אין די בריאה א כח וואס קומט פריש פון אויבן.

און דאס אז נישט אייביג קומט עס שטייט נישט דארט לויט ביידע וועגן.

פינטעלע איד » מיטוואך יאנואר 15, 2020 6:21 pm

· #441561
אישתישבי

דער פרי הארץ האלט אבער, אז בחירה איז בכלל נישט קיין טבע, פארטראכט בטבע איז נישטא קיין בחירה בכלל, נאר דער חידוש איז גאר אז צומאל גיט דער אויבערשטער א מתנה פאר א מענטש צו האבן בחירה.

טאמער איינער זעהט נישט דער חידוש, זאל ער קוקען בעסער.


פארשטייט זיך. פונקט וואו קיין שום זאך איז נישט קיין טבע.

דער "צומאל" זעה איך נישט דארט.
דאס קען זיין אז די MENU וואס ער באקומט צו אויסקלויבן פון איז אנדערש ביי יעדן. ביי איינעם איז עס אין נידריג'רע זאכן און ביי א צווייטן העכער, אבער די עבודה פון מאכן דעם choice איז די זעלבע ביי ביידן.

אישתישבי » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 7:23 am

· #441609


און דאס אז נישט אייביג קומט עס שטייט נישט דארט



קוק בעסער. אוודאי שטייט עס.

פינטעלע איד » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 4:10 pm

· #441661
@הקטן קום אריין קלאר וואס די מיינסט מיט פיקען און טשאסען. עפעס א גוטע שטיקל באהאלטסטו דארט.

פינטעלע איד » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 4:25 pm

· #441664
@אישתשבי, אויב מיינסטו דעם שטיקל,

עקר ושרש הכל, שאין ביכלת האדם בעצמו לעשות שום מעשה וחשבון מצות ומעש"ט ולהדבק בדרכי השי"ת, כי אם על ידו ית', הבורא מאורי האש ההבתו ויראתו על פניו. ואם כה יאמר - לא חפצתי בך, כל אילי נביות לא יועילו לו לקדש עצמו, וכי מה יועיל גבר עם א-ל (עי' איוב כב, ב), אם יצדק מה יפעל לו (עיי"ש לה, ז), ובאיזה אפן תחול עליו קדשת ה' ודבקותו -אין זה כי אם רחמיו על כל מעשיו (תהלים קמה, ט), וחסד א-ל, כמאמר (תהלים סב, יד): ולך ה' חסד כי אתה תשלם לאיש כמעשהו.


ער פיהרט אבער אויס "אין זה כי אם רחמיו על כל מעשיו" דאס הייסט ער גיבט טאקע ברוב רחמיו דעם כח פארן מענטש.

הקטן » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 11:23 pm

· #441689
אישתישבי
אויב "קיינער" זאגט נישט אז מען קען אייביג בוחר זיין, וואס איז די קשיא פין ואני אקשה את לב פרעה? מען מוז אייביג קענען בוחר זיין?

פינקט פארקערט, פין דארט זעט מען די זעלבע זאך, נישט אייביג קען מען בוחר זיין, ער האט געהאט א הכבדת הלב
די קשיא איז פארוואס קימט אים דאן אן עונש

זיכער קען דער מענטש נישט אויף זיך אליין זאגן ביי א געוויסע שוועריקייט אז דאס דאס קען איך נישט, און איך האב אויף דעם נישט קיין בחירה
און די פאל וואס דער מענטש קען טאקע נישט איז דער נסיון נישט ממש די זאך, אמאל איז דאס וואו אזוי וועט ער ראגירען נאכן דארכפאלן וכד'

דאס איז ער פשט און די אלע לא היה... ראוי לאותו מעשה אלא...
דאס איז דברים פשיטים

הקטן » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 11:46 pm

· #441691
פינטעלע איד
@הקטן קום אריין קלאר וואס די מיינסט מיט פיקען און טשאסען. עפעס א גוטע שטיקל באהאלטסטו דארט.

קימט נישט אזוי ווייט דא אריין, איך האב דאס נאר געשריבן לשלמות הענין
בקיצר:

נישט א ידער מעשה האט דער מענטש בחירה
אויב איך ווארף דיר עפעס לעבן דיין אויגן מיזטו פארמאכן דיין אויגן
אויב רעג איך דיך זייער זייער אויף און דו האסט נישט ביז אהער געארבעט אויף דיינע מידות וועסטו זאגן א מיסע ווארט וכו'
איך האב נישט קיין בחירה מארגן נישט צי לייגן תפילן

נישט א יעדער selection איז בחירה
"טראכט פין א נאמבער פין איינס ביז 10" איז נישט די process פין בחירה

Default action איז נישט אייביג בחירה
מיין עסען א טשאלענט און דער פרייער עסען א העם-בערגער איז נישט ווייל איך האב בוחר געווען און כשר אדער ער האט בוחר געווען טריפה

אישתישבי » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 11:59 pm

· #441693
הקטן
אישתישבי
אויב "קיינער" זאגט נישט אז מען קען אייביג בוחר זיין, וואס איז די קשיא פין ואני אקשה את לב פרעה? מען מוז אייביג קענען בוחר זיין?

פינקט פארקערט, פין דארט זעט מען די זעלבע זאך, נישט אייביג קען מען בוחר זיין, ער האט געהאט א הכבדת הלב
די קשיא איז פארוואס קימט אים דאן אן עונש

זיכער קען דער מענטש נישט אויף זיך אליין זאגן ביי א געוויסע שוועריקייט אז דאס דאס קען איך נישט, און איך האב אויף דעם נישט קיין בחירה
און די פאל וואס דער מענטש קען טאקע נישט איז דער נסיון נישט ממש די זאך, אמאל איז דאס וואו אזוי וועט ער ראגירען נאכן דארכפאלן וכד'

דאס איז ער פשט און די אלע לא היה... ראוי לאותו מעשה אלא...
דאס איז דברים פשיטים


די ראשונים וואס פרעגן דאס, פרעגן נישט מצד דער עונש, דער עונש איז געווען אפשר אויף משעבד זיין א גאנצע צייט, דער קשיא איז פין דאס וואס דער אויבערשטער נעמט אוועק דער בחירה, און לויט דער רמב"ם מיסודו של אריסטו פארלירט מען קיינמאל נישט דער בחירה. לויט דער פרי הארץ אז בחירה קומט און גייט אהן א חשבון וואס אונז פארשטייען, הייבט זיך דער קשיא נישט אהן.

אויב די טרעפסט ראשונים, בעלי בחירה, וואס פרעגן פין דער עונש, ווייז מיר.

אישתישבי » פרייטאג יאנואר 17, 2020 12:11 am

· #441695
פינטעלע איד
@אישתשבי, אויב מיינסטו דעם שטיקל,

עקר ושרש הכל, שאין ביכלת האדם בעצמו לעשות שום מעשה וחשבון מצות ומעש"ט ולהדבק בדרכי השי"ת, כי אם על ידו ית', הבורא מאורי האש ההבתו ויראתו על פניו. ואם כה יאמר - לא חפצתי בך, כל אילי נביות לא יועילו לו לקדש עצמו, וכי מה יועיל גבר עם א-ל (עי' איוב כב, ב), אם יצדק מה יפעל לו (עיי"ש לה, ז), ובאיזה אפן תחול עליו קדשת ה' ודבקותו -אין זה כי אם רחמיו על כל מעשיו (תהלים קמה, ט), וחסד א-ל, כמאמר (תהלים סב, יד): ולך ה' חסד כי אתה תשלם לאיש כמעשהו.


ער פיהרט אבער אויס "אין זה כי אם רחמיו על כל מעשיו" דאס הייסט ער גיבט טאקע ברוב רחמיו דעם כח פארן מענטש.



זאגן אז ער דער פרי הארץ מיינט וואס די זאגסט איז נגד השכל. ער זאגט איינמאל און נאכאמאל, און דער שטיקעל וואס די ברענגסט דא, און אין די אנדערע שטיקלעך געברענגט אנהייב, אז א מענטש טוט נישט מצוות און עבירות מצד בחירתו נאר אלעס איז פין אויבערשטער.

עס ווילט זיך אויסשרייען צו אייך, וויאזוי קענסט די פארדרייען א פרי הארץ אזוי? כלומר, דער פרי הארץ האלט אויך אז א מענטש האט בחירה אויף אלעס, נאר מיט איין נקודה זאגט ער, אז דער בחירה קומט אויך פין הימעל. קשיא א' דערַ אבסורד פין דעם, איז עס יא דער מענטש אדער נישט? קשיא ב', וואס איז דער אויפטוה, ועוד טויזענט קשיות. והעיקר אז ער זאגט גענוג אין דער שטיקעל און אין דער גאנצער ספר וואס מען זעהט אז ער האלט אז א מענטש אליין האט בחירה אמאהל אמאהל, און ער ווייסט אפילו נישט ווען ער האט עס, און אפילו דער בחירה האלט ער נאר כדי מיישב צו זיין דער פסוק פין ובחרת בחיים, ווען נישט, כלומר זיין שיטה אין מציאות איז, אז א מענטש האט נישט גארנישט, און אלעס זיינע בחירות זענען דעטערמענד פין אויווען. ממש ווי די דעטרימיסטען.

און ער איז נישט דער איינציגסטער, דאס איז דער דרך הבעל שםַ טוב און דער מגיד און זיינע תלמידים. שפעטער ווען חסידות איז מאדערניזירט געווארען איז אוועק געפאלן די יסוד, ווייל כמובן קען עס ברענגן קלות.

הקטן » פרייטאג יאנואר 17, 2020 12:18 am

· #441696
אישתישבי

און ער איז נישט דער איינציגסטער, דאס איז דער דרך הבעל שםַ טוב און דער מגיד און זיינע תלמידים. שפעטער ווען חסידות איז מאדערניזירט געווארען איז אוועק געפאלן די יסוד, ווייל כמובן קען עס ברענגן .

וואו אזוי קען דאס ברענגען קלות אויב דער מענטש האט בכלל נישט קיין בחירה ?!?

אויף א ידער מאמר וואס דו ווילסט אריין קוועטשן נישט קיין בחירה קענסטו טרעפן און זעלבן ספר קלאר, יא בחירה, תשובה, תיקון המעשים וכו'

פינטעלע איד » פרייטאג יאנואר 17, 2020 2:24 am

· #441698
איך ווייס נישט וואס די דארפסט גיין ביז'ן פרי הארץ, אז די ווילסט שטארק קענסטו עס אפי' זעהן אין גמרא "ואלמלא הקב"ה עוזרו אין יכול לו".

איז ביטע ווייז מיר א שטיקעל וואו ער זאגט דאס קלאר.
אגב זיין תלמיד דער בעל התניא (וואס שרייבט אין די הקדמה אז דער ספר איז אסאך מיוסד אויף די בריוון פון ר' מענדעלע וויטעפסקער) שרייבט אזוי און פרק י''ד
והנה מדת הבינוני היא מדת כל אדם ואחריה כל אדם ימשוך שכל אדם יכול להיות בינוני בכל עת ובכל שעה.

און א בינוני מיינט איינער וואס טוט נישט קיין שום איסור קל כמבאור בפרק א'
וא"כ ע"כ הבינוני אין בו אפי' עון ביטול תורה.


בנוגע קשיא א'. מען גיבט אים פון הימל די בחירה, און נאכדעם וואס ער האט עס קען ערטוהן דערמיט וואס ער וויל.
קשיא ב'. פארשטיי איך נישט.
ועוד טויזענט קשיות. כ'האב טויזענט תירוצים, איז לאמיר גיין איינס ביי איינס.

מי אני » פרייטאג יאנואר 17, 2020 7:19 am

· #441701
אישתישבי
הקטן
אישתישבי
אויב "קיינער" זאגט נישט אז מען קען אייביג בוחר זיין, וואס איז די קשיא פין ואני אקשה את לב פרעה? מען מוז אייביג קענען בוחר זיין?

פינקט פארקערט, פין דארט זעט מען די זעלבע זאך, נישט אייביג קען מען בוחר זיין, ער האט געהאט א הכבדת הלב
די קשיא איז פארוואס קימט אים דאן אן עונש

זיכער קען דער מענטש נישט אויף זיך אליין זאגן ביי א געוויסע שוועריקייט אז דאס דאס קען איך נישט, און איך האב אויף דעם נישט קיין בחירה
און די פאל וואס דער מענטש קען טאקע נישט איז דער נסיון נישט ממש די זאך, אמאל איז דאס וואו אזוי וועט ער ראגירען נאכן דארכפאלן וכד'

דאס איז ער פשט און די אלע לא היה... ראוי לאותו מעשה אלא...
דאס איז דברים פשיטים


די ראשונים וואס פרעגן דאס, פרעגן נישט מצד דער עונש, דער עונש איז געווען אפשר אויף משעבד זיין א גאנצע צייט, דער קשיא איז פין דאס וואס דער אויבערשטער נעמט אוועק דער בחירה, און לויט דער רמב"ם מיסודו של אריסטו פארלירט מען קיינמאל נישט דער בחירה. לויט דער פרי הארץ אז בחירה קומט און גייט אהן א חשבון וואס אונז פארשטייען, הייבט זיך דער קשיא נישט אהן.

אויב די טרעפסט ראשונים, בעלי בחירה, וואס פרעגן פין דער עונש, ווייז מיר.

דער רמב״ם אין פ״ח פון די שמונה פרקים פארענטפערט און זאגט טאקע אז דאס צונעמען די בחירה פון פרעה איז אליינס געווען א חלק פונ׳ם עונש פאר זיינע רוע מעשים פון פריער בבחירתו. ווייל אן דעם האלט ער דאך אז עס איז אלעמאל דא בחירה חופשית ע״ש. ער זאגט דאס אויך אין הל׳ תשובה (ו ג) ע״ש.

איך פארשטיי אז דאס האסטו געזוכט.

אישתישבי » פרייטאג יאנואר 17, 2020 7:42 am

· #441702
הקטן
אישתישבי

און ער איז נישט דער איינציגסטער, דאס איז דער דרך הבעל שםַ טוב און דער מגיד און זיינע תלמידים. שפעטער ווען חסידות איז מאדערניזירט געווארען איז אוועק געפאלן די יסוד, ווייל כמובן קען עס ברענגן .

וואו אזוי קען דאס ברענגען קלות אויב דער מענטש האט בכלל נישט קיין בחירה ?!?

אויף א ידער מאמר וואס דו ווילסט אריין קוועטשן נישט קיין בחירה קענסטו טרעפן און זעלבן ספר קלאר, יא בחירה, תשובה, תיקון המעשים וכו'


א גאונישע קשיא!! א גאונישע תירוץ וואלט געוועהן, אז עס קומט טאקע פין אויווען, און די מאדערניזירע האבן טאקע נאר געמיינט וכו'. אבער עס גייט טיפער פין דעם, און דאס טאקע זאגט דער פרי הארץ בנדי כבשי וכו'.

אישתישבי » פרייטאג יאנואר 17, 2020 7:52 am

· #441704
מי אני
אישתישבי
הקטן
אישתישבי
אויב "קיינער" זאגט נישט אז מען קען אייביג בוחר זיין, וואס איז די קשיא פין ואני אקשה את לב פרעה? מען מוז אייביג קענען בוחר זיין?

פינקט פארקערט, פין דארט זעט מען די זעלבע זאך, נישט אייביג קען מען בוחר זיין, ער האט געהאט א הכבדת הלב
די קשיא איז פארוואס קימט אים דאן אן עונש

זיכער קען דער מענטש נישט אויף זיך אליין זאגן ביי א געוויסע שוועריקייט אז דאס דאס קען איך נישט, און איך האב אויף דעם נישט קיין בחירה
און די פאל וואס דער מענטש קען טאקע נישט איז דער נסיון נישט ממש די זאך, אמאל איז דאס וואו אזוי וועט ער ראגירען נאכן דארכפאלן וכד'

דאס איז ער פשט און די אלע לא היה... ראוי לאותו מעשה אלא...
דאס איז דברים פשיטים


די ראשונים וואס פרעגן דאס, פרעגן נישט מצד דער עונש, דער עונש איז געווען אפשר אויף משעבד זיין א גאנצע צייט, דער קשיא איז פין דאס וואס דער אויבערשטער נעמט אוועק דער בחירה, און לויט דער רמב"ם מיסודו של אריסטו פארלירט מען קיינמאל נישט דער בחירה. לויט דער פרי הארץ אז בחירה קומט און גייט אהן א חשבון וואס אונז פארשטייען, הייבט זיך דער קשיא נישט אהן.

אויב די טרעפסט ראשונים, בעלי בחירה, וואס פרעגן פין דער עונש, ווייז מיר.

דער רמב״ם אין פ״ח פון די שמונה פרקים פארענטפערט און זאגט טאקע אז דאס צונעמען די בחירה פון פרעה איז אליינס געווען א חלק פונ׳ם עונש פאר זיינע רוע מעשים פון פריער בבחירתו. ווייל אן דעם האלט ער דאך אז עס איז אלעמאל דא בחירה חופשית ע״ש.

איך פארשטיי אז דאס האסטו געזוכט.


ישר כח.

נישט ממש דאס, נאר אז דער קשיא פין פרעה איז וויאזוי האט ער געקענט באקומען א עונש אויף דעם וואס ער האט געטוהן ווען ער האט נישט געהאט קיין בחירה. למעשה זעה איך דער רמבם שמועסט טאקע אויס דארט דער נקודה, אז דער עונש איז געוועהן אויף פריער, און צונעמען דער בחירה איז געוועהן א חילוק פין דער עונש כדי ער זאל קענען באקומען זיין ענדגילטיגער עונש אויף האלטען די אידן ביז דעמאלטס.

איז דער חילוק פין רמב"ם און דער פרי הארץ איז, אז לויט דער רמבם האט מען לכתחילה א בחירה אייביג, חוץ ווען דער אויבערשטער נעמט עס צו אלץ עונש, ווי צ.ב.ש פרעה און סיחון, און לויט דער פרי הארץ האט מען לכתחילה נישט קיין בחירה חוץ ווען דער אויבערשטער גיבט עס.

הקטן » פרייטאג יאנואר 17, 2020 11:03 am

· #441713
אישתישבי
הקטן
אישתישבי

און ער איז נישט דער איינציגסטער, דאס איז דער דרך הבעל שםַ טוב און דער מגיד און זיינע תלמידים. שפעטער ווען חסידות איז מאדערניזירט געווארען איז אוועק געפאלן די יסוד, ווייל כמובן קען עס ברענגן .

וואו אזוי קען דאס ברענגען קלות אויב דער מענטש האט בכלל נישט קיין בחירה ?!?

אויף א ידער מאמר וואס דו ווילסט אריין קוועטשן נישט קיין בחירה קענסטו טרעפן און זעלבן ספר קלאר, יא בחירה, תשובה, תיקון המעשים וכו'


א גאונישע קשיא!! א גאונישע תירוץ וואלט געוועהן, אז עס קומט טאקע פין אויווען, און די מאדערניזירע האבן טאקע נאר געמיינט וכו'. אבער עס גייט טיפער פין דעם, און דאס טאקע זאגט דער פרי הארץ בנדי כבשי וכו'.

די פאבלעם פין קלות איז אייביג געווען - פארוואס האט מען דאס ציגעלאזט
אויב די השגחה האט פארשטאנען אז מען מיז מאדענעזירען, און באהאלטען דער אמת, וואו אזוי קענסטו קימען דאס מגלה זיין, בחירה???,

די טיפער פין דעם האב איך נישט פארשטאנען, דו יא?
קענסט דאס מסביר זיין, פליז

הקטן » פרייטאג יאנואר 17, 2020 11:17 am

· #441714
אישתישבי
הקטן
אישתישבי
אויב "קיינער" זאגט נישט אז מען קען אייביג בוחר זיין, וואס איז די קשיא פין ואני אקשה את לב פרעה? מען מוז אייביג קענען בוחר זיין?

פינקט פארקערט, פין דארט זעט מען די זעלבע זאך, נישט אייביג קען מען בוחר זיין, ער האט געהאט א הכבדת הלב
די קשיא איז פארוואס קימט אים דאן אן עונש

זיכער קען דער מענטש נישט אויף זיך אליין זאגן ביי א געוויסע שוועריקייט אז דאס דאס קען איך נישט, און איך האב אויף דעם נישט קיין בחירה
און די פאל וואס דער מענטש קען טאקע נישט איז דער נסיון נישט ממש די זאך, אמאל איז דאס וואו אזוי וועט ער ראגירען נאכן דארכפאלן וכד'

דאס איז ער פשט און די אלע לא היה... ראוי לאותו מעשה אלא...
דאס איז דברים פשיטים


די ראשונים וואס פרעגן דאס, פרעגן נישט מצד דער עונש, דער עונש איז געווען אפשר אויף משעבד זיין א גאנצע צייט, דער קשיא איז פין דאס וואס דער אויבערשטער נעמט אוועק דער בחירה, און לויט דער רמב"ם מיסודו של אריסטו פארלירט מען קיינמאל נישט דער בחירה. לויט דער פרי הארץ אז בחירה קומט און גייט אהן א חשבון וואס אונז פארשטייען, הייבט זיך דער קשיא נישט אהן.

אויב די טרעפסט ראשונים, בעלי בחירה, וואס פרעגן פין דער עונש, ווייז מיר.

נאר דאס פרעגט מען!



ומה זה שאמר: "וחזקתי את לב פרעה" (שמות יד, ד), ואחר כך ענשו ואבדו? יש מקום לדבר בו ויצא מזה עיקר גדול.
לכך התבונן אל דברי בעניין הזה, ושים לבך אליהם, והשוום אל דברי אחרים, ובחר לך הטוב. וזאת: שפרעה וסיעתו, אילו לא היה להם אלא חטא זה, שלא שילחו את ישראל, היה הדבר מוקשה בלא ספק. שהרי כבר מנעם שישלחו – כמו שאמר: "כי אני הכבדתי את לבו ואת לב עבדיו" וגו' (שמות י, א) – ואחר זה ידרוש ממנו שישלחם, והוא אנוס שלא לשלח. ואחר כך מענישו, הואיל ואינו משלחם, ומאבדו ומאבד סיעתו! זה כביכול עוול!!!


והוא אמרו: "ולא אבה סיחון מלך חשבון העברנו בו, כי הקשה ה' אלוהיך את רוחו ואימץ את לבבו" וגו' (דברים ב, ל). ונתקשו בזה כל המפרשים, הואיל וחשבו שסיחון נענש על שלא הניח את ישראל עבור בארצו. ואמרו: "כיצד נענש והוא אנוס?"

דאס, און נאר דאס, שטערט כל המפרשים

און די רמב"ם זאגט אז ס'איז "קאמען פרעקטיס", אז א מענטש זאל און געוויסע פעלער נישט האבן קיין בחירה, און ער איז OK דערמיט וואו לאנג ס'איז נישט דא קיין עונש דערפאר (ער רעכענט אויס איין סיבה אלס עונש)
יש שהאלוהים מעניש האדם בזה שימנעהו מבחירת פועל מה. ויודע הוא זאת ואינו יכול למשוך נפשו ולהשיבה אל אותה בחירה.


וכבר גילה האלוהים ביד ישעיה, שהוא יתברך מעניש לפעמים כמה מן הממרים בזה שמונע מהם את התשובה, ואינו נותן להם לבחור בה,

אישתישבי » פרייטאג יאנואר 17, 2020 2:13 pm

· #441728
הקטן
זיי מיר געזונט, ביסט מעתיק האלבע שטיקלעך.
טרעף דיר א צווייטע מיט וועמען זיך צו טענה'ן.

און דעם שטיקעל וואס די ביסט יא מעתיק, זעהסטו קלאר אז ער שמועסט אויס אז עס איז נישט קיין קשיא.
און לאמיר זאגן עס איז יא א קשיא איז וואס?
טוישט עס פשט אין פרי הארץ? כאפסט דיך אהן אים זייטיגע זאכן צו פארפירען דער עיקר שמועס.

פשט אין פרי הארץ איז נישט ווי אזוי די זאגסט. פעריאד.

אישתישבי » פרייטאג יאנואר 17, 2020 2:28 pm

· #441729

אויב די השגחה האט פארשטאנען אז מען מיז מאדענעזירען, און באהאלטען דער אמת, וואו אזוי קענסטו קימען דאס מגלה זיין, בחירה???,


די מיינסט ערענסט דער קשיא?
פרייטאג נאכמיטאג קומט באלט דער מקוה איד און שרייט קינדער ארויס. און בשעת ביסט דא, ביטע קאטען נישט.

הקטן » מוצ"ש יאנואר 18, 2020 8:50 pm

· #441746
אישתישבי

פשט אין פרי הארץ איז נישט ווי אזוי די זאגסט. פעריאד.

וואו אזוי זאג איך?!?
איך האב ביז יעצט ערגעץ נישט געשריבן וואס איז יא אדער נישט פשט אין פרי הארץ.

-------

איך ווייס נישט וואס דו ביסט אזוי ברוגז, דא האסטו וואס דו האסט געשריבן:
אישתישבי

די ראשונים וואס פרעגן דאס, פרעגן נישט מצד דער עונש
...
אויב די טרעפסט ראשונים, בעלי בחירה, וואס פרעגן פין דער עונש, ווייז מיר.

האסט געבעטן א מקור, אין איך האב דיר געברענגט, איינס און נאך און נאך
קוק אריין אין רמב"ן וועסטו זען ער באווארענט זיך נאר אויף עונש


אגב, דאס און נאר דאס פרעגט מען, קוקט נאך
ושלחתי את ידי והכיתי את מצרים בכל נפלאתי אשר אעשה בקרבו ואחרי כן ישלח אתכם

פרעגט איינער וואס טוט זיך מיט בחירה all the time?!?

ונתתי את חן העם הזה בעיני מצרים והיה כי תלכון לא תלכו ריקם


פרעגט איינער וואס טוט זיך מיט בחירה all the time?!?
ס'איז פשוט

-----

ציריק צים פרי הארץ:
איך זעה בכלל נישט דארט וואס דו טרייסט אריין צי קוועטשען
זיינע תלמידים, און אנדערע האבן אויך נישט געזען דארט וואס דו ביסט זוכה צי זען

ס'איז דא שטיקלעך אין פרי הארץ וואס ברענגט ארויס קלאר בחירה פינקט וואו אין די אלטע חומשים
דא האסטו איינס

ויקח קרח שלקח מקח רע לעצמו, הנה אמרו רז"ל באבות "כל מחלוקת כו', איזה מחלוקת שהיא לשם שמים כו', ואיזה מחלוקת כו', זו מחלוקת קרח וכל עדתו" (אבות ה, יז),
הענין הוא, ידוע שעיקר כוונת בריאת העולם, הוא עד שיגיע בהשתלשלות למקום הבחירה ברע או בטוב, אשר ברא את האדם ישר לדעתו מאוס ברע ובחור בטוב,
וכבוד ה' מלא כל הנבראים מגבוה על גבוהים עד השלשול קטן שבים אפילו הקליפות, כמאמר "ואתה מחיה את כולם" (נחמיה ט, ו), כי צורך העולם בהם,
ועיקר מעשה האדם להוציא יקר מזולל, בסוד "ומלכותו בכל משלה" (תהלים קג, יט), להכרית הקוצים ובחור בחיים בכל אשר יפנה ישכיל ובכל דרכיו ידעהו, מה זה ועל מה זה כי הקרה ה' לפניו, ומי ברא אלה, הלא ה' זו המהווה כל הויות ומחיה אותם, הסובב וממלא אותם, ומי נתן לשכוי בינה בין בדברים ועצה ודעת טוב ורע, ועתה למה ירע לבבו להתדבק ברע, יחליפנו וימיר אותו רע בטוב הגנוז בתוכו המחיה אותו שהוא חי החיים.
ובזה נפש אדוניו ישיב לבעליו בהוציא יקר מזולל, להקריב קרבן להוי"ה אשה ריח ניחוח, נחת רוח לפניו שאמר ונעשה רצונו, כי רצונו בבריאת העולם הי' דוקא בגשמי, שיהיה מלא כל הארץ כבודו גם-כן במקום שיש בחירה, להוציא יקר מזולל שהם הקליפות. וזהו "אשה ריח ניחוח לה'"

די טבע הבריאה איז גאר בחירה!!! און דאס איז גאר דער עיקר כוונת בריאת העולם

אבער אז מען איז זוכה צי זען טיפערס שרייבט מען דאס
אישתישבי

דער פרי הארץ האלט אבער, אז בחירה איז בכלל נישט קיין טבע, פארטראכט בטבע איז נישטא קיין בחירה בכלל, נאר דער חידוש איז גאר אז צומאל גיט דער אויבערשטער א מתנה פאר א מענטש צו האבן בחירה.
טאמער איינער זעהט נישט דער חידוש, זאל ער קוקען בעסער.





ב.ד.וו. פין דיין גאונישע תירוץ וואס די האסט געטרייט צי ענעפרען, זעט זיך אן דו האסט בכלל נישט פארשטאנען וואס איך האב געפרעגט, אבער ס'גיט אזוי

הקטן » מאנטאג יאנואר 20, 2020 7:08 pm

· #441833
אישתישבי

איז דער חילוק פין רמב"ם און דער פרי הארץ איז, אז לויט דער רמבם האט מען לכתחילה א בחירה אייביג, חוץ ווען דער אויבערשטער נעמט עס צו אלץ עונש, ווי צ.ב.ש פרעה און סיחון, און לויט דער פרי הארץ האט מען לכתחילה נישט קיין בחירה חוץ ווען דער אויבערשטער גיבט עס.

ער מיינט ציזאגן ס'איז דא א default
די פרי הארץ האלט די default איז "נישט בחירה". (וויפיל מאל די דיפאלט ווערט געבראכן לויט די רמב"ם אדער די פרי הארץ ווייסט נאר איין טאטע אין הימעל)
די פראבלעם איז נאר מיט די תורת לאקשען אז די שטיקעל פרי הארץ וואס מען ברענגט דא אויב פין אנפאנג זאל זיך דאכטען אז דאס איז וואס ער האלט, זעט מען שפעטער ממש פארקערט! נאר אויב גאט וועט זאגן "לא חפצתי בך" נאר דאן וועט די מענטש נישט מצליח זיין מיט זיין מעשים
א מענטש קען זיך הייליגען און גאט, אויב ער וויל, קען דאס וויטאען! ווייסט פארוואס? ווייל גאט איז שטערקער

עקר ושרש הכל, שאין ביכלת האדם בעצמו לעשות שום מעשה וחשבון מצות ומעש"ט ולהדבק בדרכי השי"ת, כי אם על ידו ית', הבורא מאורי האש ההבתו ויראתו על פניו.
ואם כה יאמר - "לא חפצתי בך", כל אילי נביות לא יועילו לו לקדש עצמו,
וכי מה יועיל גבר עם א-ל (עי' איוב כב, ב), אם יצדק מה יפעל לו

איך בין שוין צימישט וואס האלט דער רמב"ם און וואס האלט אריסטו

מי אני » מאנטאג יאנואר 27, 2020 1:23 pm

· #442142
מ׳קען אפשר זאגן נאך אביסל א קנייטש אין דעם. דהיינו, ווי דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג זאגט איז די ״ניין״ חלק וואס קומט ארויס פונ׳ם ״גארנישט״ כדי צו שאפן דעם ״זעלבסט״ פונ׳ם מענטש, זיין בחירה. די חלק ה״יא״ איז זיין כאראקטער. ער זאגט אז וואס וויל דאס ווילן? איז וויבאלד ביים מענטש זענען די חלקים, וממילא די בחירה, פיניט זוכט די בחירה דאס ״זעלבסט׳נס״ כאראקטער [די חלק ה״יא״], וואס דורך דעם קומט אויס אז די בחירה אליין אלס אן ענטיטי מאכט אן אקט פון מרידה/התרסה [defiance]. און דורך די אקט קומט זיך צאם די בחירה [די ״ניין״] מיט׳ן כאראקטער [די ״יא״], און דורך דעם ווערט דאס די/אן ״און״; דאס ״זעלבסט״ פונ׳ם מענטש. יעצט, די חלק ה״ניין״ ארויס פונ׳ם ״גארנישט״ פונ׳ם (אנהויב) קאנסעפשן פונ׳ם מענטש, זיין בחירה כנ״ל, איז לעומת די חלק ה״ניין״ ביי דעם קאנסעפשן פון ״ג-ט״ וואס דאס איז זיין כח ויכולת [פרייהייט]. און דאס ציהט אויך צום עצם עססענס פון ג-ט ב״ה [לשבר את האוזן, וויבאלד ער איז דאך אחדות הגמור, ועצמותו ויכולתו אחת] וואס דאס איז די ״יא״ דערביי, אבער דאך אנדערש ווי די בחירה און כאראקטער ביים מענטש, וויבאלד ביי ״ג-ט״ איז דאס אלעס אינפיניט משא״כ ביים ״זעלבסט״ פונ׳ם מענטש וכנ״ל. איז לעומת זה איז די זעלבע איז ביי די בחירה פון א מענטש, זיין ״ניין״, ציהט צו זיין כאראקטער וכנ״ל, וואס דאס איז זיין ״יא״ וכנ״ל. עס קומט אויס דערפון מכל הנ״ל אז דאס (ענין) מרידה פונ׳ם מענטש וכנ״ל דאס גיבט אים זיין קאנסעפשן פון ״זעלבסט״ און זיין ״און״, וואס די זעלבע מהלך, ביי די קאנסעפשן פון ״ג-ט״, ברענגט צו צו דאס קאנסעפשן פון ״ג-ט״ (און מיט דעם זאגט ער איז די בחינה (בראשית ג כב) הן האדם היה כאחד ממנו לדעת טוב ורע), עכת״ד ע״ש באריכות ובעמקות מאד.

מיט דעם קען מען אפשר אביסל טיפער זאגן אז דאס איז וואס די דרך אין חסידות איז מרמז אז בחירת האדם איז דאך אנגעוואוזען בכל עת אינ׳ם יכולת ורצון פון הקב״ה. והיינו, וויבאלד דאס גאנצע [עקזיסטענשל] מציאות פונ׳ם ״זעלבסט״ פונ׳ם מענטש קומט נאר צושטאנד דורך די ״ניין״ (ארויס) פונ׳ם ״גארנישט״ וואס דאס איז די בחירה, וואס לעומת וכנגד זה ביי די קאנצעפט פון ״ג-ט״ איז די ״ניין״ דערפון זיין יכולת כביכול.

ואם כנים אנחנו בזה קען מען מיט דעם אפשר (אביסל מדחיק זיין און) טייטשן אביסל (קהלת ז יד) ביום טובה היה בטוב וביום רעה ראה, דהיינו אינ׳ם ענין פון הבדל בין טוב לרע וואס דאס איז דורך בחירת האדם (ע״ש ברש״י). און די פסוק איז דערנאך ממשיך, גם את זה לעומת זה עשה האלקים, דהיינו די לעומת פון די בחירה, דהיינו די ״ניין״ פונ׳ם מענטש וואס שאפט זיין הויות און זיין ״זעלבסט״, איז ״לעומת זה״ דאס וואס מאכט ביי אונז די קאנצעפט פון ״ג-ט״ [״עשה האלקים״] איז זיין יכולת וממילא וועגן דעם בלייבט דאס אן אינטעגראלע חלק בתוך בחירתו וכנ״ל. און די פסוק איז ממשיך, על דברת ״שלא״ ימצא האדם אחריו מאומה, ווייל דאס איז ביי די קאנסעפשן פון ״ג-ט״ לעומת הבחירה דהיינו די ״ניין״ [״שלא״] וואס קומט ארויס פונ׳ם ״גארנישט״ [״מאומה״].

מיט דעם אלעם קען מען אויך אפשר מרמז זיין אז דאס איז וואס די גמרא (סנהדרין סג.) זאגט אז (לר׳ יוחנן) די אות ו׳ אין העלוך ביים חטא העגל האט עס אביסל ממתיק געווען ע״ש. ולענינינו קען מען אפשר זאגן אז די רמז דערפון איז אז בשעת׳ן חטא העגל וואס איז געווען אן ענין פון א התרסה אינ׳ם עצם קאנצעפט פון ״ג-ט״, איז מען מרמז צום אות ו׳ וואס דאס איז ״און״ ולרמז אז דורכ׳ן ענין פון התרסה פונ׳ם בחירה, דעם ״ניין״, דורך דעם קומט דאס צאם מיט׳ן כאראקטאר, דעם ״יא״, און דאדורך ווערט דאס ״זעלבסט״, די ״און״, פונ׳ם מענטש מעיקרא; וואס די זעלבע פראצעדור ארבעט ביים קאנצעפט פון ״ג-ט״ בכלל.

געדאנקן. ואם שגיתי (או קיצצתי) ה׳ הטוב [״ג-ט״, און אזוי ווי ראזענצווייג איז מסביר אין די כעין השוואה, אז ביי ג-ט מיינט ״צו זיין גוט״ צו טוהן גוט, און ביי מענטשן צו ווילן גוט] יכפר.

**

אז מ׳האט דא דערמאנט קהלת פון שלמה המלך ע״ה בנוגע בחירה וידיעת/יכולת הקב״ה און אז @אנאנים האט פארגליכן די גאנצע ענין צו שאך, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז עס איז דא א (לכאורה אפאקריפעל) מדרש (בית המדרש ח״ו פון אהרן ילינק) וואס זאגט אז שלמה המלך איז דער וואס איז אויפגעקומען מיט׳ן שאך שפיל.

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 11:21 am

· #442921
📎 IMG_6578.jpg
דאס קען (להבדיל) מרמז זיין צו דעם גאנצן שמועס דא. דהיינו, אז אונזער בחירה חופשית, הגם עס איז טאקע חופש, איז אבער א קאנסטענט מתנה פונ׳ם באשעפער ווען ער איז כביכול מסכים וככל הנ״ל; עס איז נישט לגמרי ״פריי״ אין אלע אומשטענדן און מ׳באקומט עס נישט/מ׳נעמט עס נישט דייקא ווען מ׳״וויל״.

‏(ובסתם בפשטות מיינט דא אז דאס האבן בחירה חופשית האט א פרייז, בנוגע די פראבלעם פון שלעכטס, אויף די חלק השלעכטס וואס קומט פון מענטשן, וואס דאס גייט הקב״ה נישט אוועקנעמען וכו׳ ומכח זייער בחירה. ועיין במו״נ ח״ג פי״ב במין השני.)

די קאנטעקסט דא איז בנוגע א סענשענס ובחירה חופשית וואס עי איי, ברואים וואס מענטשן האבן באשאפן (פאר (צומאל בארבארישע) תענוגים), האבן באקומען. וממבט יהדות אפשר לחלק בין הא דברואים מעולמות אחרים אין להם בחירה לברואים הללו ודוק.


‏(אפשר וויל מען מיט די חלק פון ״וועסט״ אויך מרמז זיין אז די מושג פון בחירה חופשית אין אלגעמיין איז שטארק געבויט אויף יסודתם פון די תורה ולהבדיל פלספת יון (עיין בח׳ פרקים להרמב״ם פ״ח), וואס פון זיי שטייען/שטאמען א געוואלד פונ׳ם ״מערב׳דיגן״/וועסטערן פיליזאפיע און קולטור וכו׳; די ״מערב וועלט״.)

‏איך האף אז די תגובה מיט׳ן פאסטער ׳עט מיר אנקומען פריי אן אפצאל...

הקטן » דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 12:24 pm

· #442940
מי אני

‏איך האף אז די תגובה מיט׳ן פאסטער ׳עט מיר אנקומען פריי אן אפצאל...

דו האסט דאס שוין באצאלט מיט "צייט"

הדסים » זונטאג מערץ 29, 2020 4:07 pm

· #444600
דער סקווירא רבינ'ס זון ר' יעקב יוסף האט געזאגט א שמועס אויפן טעלעפאון בעניני דיומא. די עיקר נקודה מיט וואס ער האט אנגעפאנגן איז געווען די שמועס, א מענטש זאל נישט זיין געפאלן ווען ער האט שוועריקייטן אין אמונה, ווייל דאס אליין איז אויך משמים. ער האט דערמאנט ר' מענדעלע וויטעפסקער אין שופטים.

מי אני » דינסטאג אפריל 14, 2020 3:15 pm

· #445901
📎 IMG_6801.png
דאס רירט אויך אן צום שמועס בנוגע סליקת אפשרות הבחירה. עס איז אינטרעסאנט לאור המצב. איך וואלט געראטן סתם אזוי צו ליינען די גאנצע פּוֺיסט דא. צום פונקט, עז יוּזשעל.

מי אני » מוצ"ש אפריל 25, 2020 10:27 pm

· #446694
מי אני

דאס צושטעל צום שאך שפיל איז מורא׳דיג אין פלאץ לדעתי, וויבאלד כידוע קען מען טעארעטיש ״סאלווען שאך״ [וויסן מה יהא בסופו נישט צו פארלירען] (אויב איז דא א פערפעקט שפיל); וכעין ענין ידיעתו של הקב״ה כביכול. (הגם דארט איז עס (עכ״פ אויך) מכח ווייל די אינטערעקשאנס זענען נישט אויף די זעלבע צייט און איינס נאכן צווייטן (פערפעקט אינפארמאציע), משא״כ לכאורה בנידון דידן.)
ס׳איז אינטרעסאנט אבער דער כוזרי בתוך זיין מהלך בנוגע בחירה חופשית (מאמר ה סוף אות כ), ווען ער איז מסביר אז אלעס גייט בעצם צו מהקב״ה ע״י סיבות אמצעיות, איז משמע אז ער נוצט דאס אז בעצם קען מען סאלווען דאס שאך שפיל און דאדורך וויסן די סיבות אמצעיות אויף כדי צו געוואונען ע״ש.

מי אני » זונטאג מאי 10, 2020 12:18 am

· #448207
איך האב געקלערט בדרך זה אין דעם גאנצן שמועס אז עס איז באקאנט די פסיכאלאגישע פראבלעם פון אָווערטשוֺיס. דאס איז אז צופיהל אויסוואלן אין וואס בוחר זיין קען גורם זיין פאר׳ן מענטש א מענטאל שוועריקייט צו בוחר זיין (עכ״פ ווען די אויסוואלן זענען מער-ווייניגער אייניג אין זייערע מעלות/חסרונות סך הכל). דעריבער קען מען אפשר זאגן א קנייטש אין דעם גאנצן חסידי׳שן שמועס דערין דא, אז אפילו מ׳האט אונז איבערגעלאזט בחירה, האט הקב״ה דאס דאך קאנטראלירט, ״דעטערמינד״, און געלימיטעד פאר אונז אונזערע אויסוואלן אין דעם. אפשר.

הדסים » זונטאג מאי 10, 2020 2:41 am

· #448221
אזוי ווי עפל, קענסט האבן די אייפאון אדער אייפאון פראו, אויב געבט מען צופיל אפציעס ווייסט שוין נישט דער מענטש וואס צו טון...

די פראבלעם איז, די גאצע אויפטו פון די מארקעטינג צוגאנג איז דער מענטש ווערט נישט איבערגעשטרענגט פון אזויפיל אפציעס. אבער אויב מיינט ער אז ער האט יא אלע אפציעס, מה הועילו חכמים..?

מי אני » זונטאג מאי 10, 2020 9:19 am

· #448235
דאס רירט אן אין (דעם ענליכן) פרעדקין׳ס פּאראדאקס. דאס לויטעט אז ווי מער ענליך צוויי אויסוואלן זענען [למשל אן אייפוֺין אדער אייפוֺין פּרוֺי] אלס שווערער וועט זיין בוחר צו זיין צווישן זיי, הגם די ענדגילטיגע טשוֺיס מאכט נישט אויס אזוי. ולענינינו קען מען זאגן אז דעריבער האט מען עס געלימעטעד מקצה אל הקצה: רע או טוב.
בלאט: 1 2