☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » בית מדרש עיון למחשבה

בית מדרש עיון למחשבה

116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12629
בלאט: 1 2 3

מי אני » זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 9:23 am

· #509787
אין די שיעור [פון 47:42] זאגט ר׳ יצחק אז בנוסח התפילה לייגט מען בדרך כלל צו צו די געדאנק פון ״מלכותו״ אדער ״רצון״ אדער ״אהבה״. האב איך געקלערט אז איך האב אויבן צוגעברענגט דער חת״ס בתורת משה בסוף פ׳ וישלח אז אות ת׳ קען ווערן פאררעכענט ווי צורת אותיות ״דן״ אדער צורת אותיות ״חי״ ע״ש. יעצט, די חילוק צווישן מספר ת׳ ומספר ״דן״ איז מספר ״רצון״. ואפשר לומר דזהו הרמז: אז ״מלכותו״, וואס דאס איז דאך די געדאנק פון ר״ה במלכיות און דאן איז דא די ענין פון דן ודין, קומט צוזאמען מיט ״רצון״ וואס דאס איז די חילוק בין מספר אות ת׳ ומספר אותיות ״דן״ וואס איז צורת אות ת׳ כנ״ל, און דאן בעהט מען דאך כתבינו לחיים וואס דאס איז די צורה באות ת׳ וואס אונז ווילן.

ועוד יותר, די חילוק צווישן מספר ״רצון״ ומספר ״אהבה״, וואס ביידע גייען צוזאמען מיט ״מלכותו״ וענין ר״ה כנ״ל, איז מספר ״שלג״. און דאס טרעפט מען דאך ביי סליחת חטא (ישעיה א חי) אם יהיו חטאיכם כשנים כשלג ילבינו. און אונז טרעפן בתענית ג: אמר רבא מעלי תלגא לטורי כחמשה מטרי לארעא ע״ש, והיינו אז שלג על ההרים איז אזוי ווי 5 מאל גשם על הארץ. אז מ׳לייגט צו מספר 5 צו ״אהבה״ איז דאך דאס מספר ״חי״ וואס דאס איז דאך די צורת האותיות באות ת׳ וואס מ׳זוכט ביום הדין של ר״ה שממליכין אותו ית׳ וואס איז אויך מרומז באות ת׳. (די חילוק צווישן 5 מאל ״דן״ און 5 מאל ״חי״, איז 10 מאל ״חי״, ולרמז על עשרת ימי תשובה שמתפללין זכרינו לחיים.)

מי אני » פרייטאג אקטאבער 7, 2022 8:22 am

· #510083
אין די שיעור ברענגט ר׳ יצחק צו [פון 16:28] די געדאנק פון ר׳ בונם מפשיסחא אז א ״געלונגענע״ יוה״כ איז וואו עס איז נישט געווען קיין שינוי ביים מענטש, און ער איז געבליבן במנוחה ביים שטאנד, מרישא לסיפא. האב איך געקלערט לפי דאס וואס איך האב געזאגט עפ״י התניא (פכ״ה) אז די געדאנק פון תשובה ארבעט מכח למעלה מן הזמן, און דער רמב״ם בהקדמה טו בריש ח״ב ממו״נ ברענגט אראפ פון אריסטו אז זמן איז נמשך אחר שינוי בתנועה ע״ש. ולכן איז א געלונגענע יוה״כ, שמטרתו הוא התשובה, א טאג וואו עס איז נישט געווען דערין קיין שינוי און מ׳איז געבליבן במנוחה היפך התנועה ושינוי שבה, וואס דאן קומט דאך זמן נישט אפיר (וויבאלד עס איז דאך נאר א פועל יוצא פון תנועה ושינוי) וואס דאדורך ארבעט תשובה וכהתניא.

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 4:34 pm

· #512460
אין אָנהויב פון די שיעור גייט ר׳ יצחק אריין אין א וויכוח דערין אז אויב מ׳טוהט באדייט דאס אז מ׳קען/ווייסט. די קאנטרעפּאזיטיוו דערפון איז טאקע אז אויב מ׳קען/ווייסט נישט באדייט דאס אז מ׳טוהט נישט.

‏דאס רירט אויך אָן אויף קאנט׳ס באקאנטע געדאנק אין עטיקס אז אויב מ׳דארף טוהן עפעס באדייט דאס אטאמאטיש אז מ׳קען.

ולגבי די געדאנק פון סירקולעריטי, הא׳מיר צוגעברענגט פון הרב דר. מיכאל אברהם אז בעצם איז יעדעס טענה סירקולער.

מ׳רירט אויך אָן אויפ׳ן געדאנק פון עפּיסטעמיק יוּמיליטי ותכלית הידיעה וכו׳.

‏ווי אויך רירט מען אָן אויף זיגמונד פרויד׳ס געדאנק פון די איד, די איִגאָ, און די סוּפּעראיִגאָ.

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 5:59 pm

· #513394
לגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין אָנהויב פון דעם שיעור לגבי דעם רמב״ם און פיזיקס, און ווי אזוי וויבאלד דאס איז שווער הייבט מען אָן פאר׳ן תלמיד מיט א גרינגערע סארט ״ליגענט״ דערין, זאגט דער פיזיקער דר. דוד טאַנג:
we tell this lie when we’re in high school — physics is all about telling lies when you’re young and realizing that things are a bit more complicated as you grow older
ואגב, דא זאגט דר. מנחם קעלנער:
were Maimonides to address us today, my best guess is that he would not tell us to read contemporary philosophers, but to study physics
ווי אויך רירט מען אָן אינעם שיעור אויפ׳ן באקאנטן געדאנק פון אינסטרומענטעליזם אין די פילאזאפיע פון סייענס, און ווי אזוי די דגוש איז אויף ווי אזוי דאס שטימט מיט די מאטעמאטישע וכו׳ מאדעלן, ווי איידער חקירות איבער די ״עכטקייט״ דערפון פון א מעטאפיזישע פּערספּעקטיוו. און ווי דער פיזיקער דר. דוד מערמין האט געזאגט (לגבי קוואנטום פיזיקס):
Shut up and calculate

ולגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין די שיעור [34:00-34:36] לגבי ההשוואה באיזה אופן בין השכל והא-ל, הא׳מיר דא צוגעברענגט וואס ר׳ יוסף אבן כספי שרייבט אין זיין משכיות כסף, ״כי השכל הוא האל והאל הוא השכל״.

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:41 pm

· #514398
מי אני
לגבי וואס ר׳ יצחק זאגט דא לגבי מדרשים [7:00-7:40] איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס דר. דוב ווייס ברענגט צו: 📎 7BE6E4B7-C307-43E4-B344-0CE2D3389854.jpeg7BE6E4B7-C307-43E4-B344-0CE2D3389854.jpeg
דא זאגט דר. קריסטיִן העיס:
I am quite convinced that some of these midrashim were theatre. I can't prove this, but if this wasn't meant to be preformed, I don't know what is
***

אין אנהויב די שיעור דערמאנט ר' יצחק די געדאנק אז די פעלדער אין אקאדעמיע וואו מ'שטודירט, צב"ש, רעליגיע, מיסטיסיזם, טעאלאגיע וכדומה אין די הומעניטיס, ווערן פארוואנדעלט אין צו "די היסטאריע פון" מיסטיסיזם, די "די היסטאריע פון" טעאלאגיע אא"וו. דאס איז אין איינקלאנג מיט העגעל'ס געדאנק אז ״פילאזאפיע איז די היסטאריע פון פילאזאפיע״.

מי אני » פרייטאג אפריל 28, 2023 7:16 pm

· #523256
אין די שיעור זאגט ר' יצחק אז די געדאנק פון "אשה" איז בישיבה, וכעין וואס מ'טרעפט ביי נדות (בראשית לא לה) כי לא אוכל לקום מפניך כי דרך נשים לי, משא"כ ביי ענין "איש". כ'האב געקלערט אז לפי"ז קען מען זאגן אז דעריבער איז דא ביי ברהמ"ז די ענין פון ישיבה, וכדאיתא בתוד"ה והלכתא בברכות נא: ע"ש, וויבאלד ביי ברהמ"ז טרעפט מען בחולין פז. דעם געדאנק פון מ' זהובים וואס דאס איז ווערט וועגן ברכותיה ע"ש. און די מספר מ' בשנים איז דאך ביי בינה וכידוע מאבות פ"ה מכ"א, וואס בינה איז דאך ביי אַן "אשה" ביותר וכידוע מנדה מה: ולכן איז ביי ברהמ"ז שמרמז לזה דא דעם ענין פון דייקא ישיבה.

און מיט דעם קען מען אויך זאגן אז אברהם איז געזעצן ביי פתח האוהל כחום היום פאר ער האט גערופן די מלאכים, ופירש"י שם (חי א) בקש לעמוד אמר לו הקב"ה שב ואני אעמוד ואתה סימן לבניך וכו' ע"ש. והיינו דוקא בישיבה. ואולי ווייל דעמאלטס איז טאקע געקומען צו אים די בשורה על לידת יצחק, והסימן לזה שפירסה שרה נדה וכדפירש"י שם להלן בפסוק ח עפ"י הגמרא בב"מ פז., און די סימן איז געווען ווייל ווי די פסוק זאגט (שם יא) אז בטבע האט זיך עס שוין געהאט אויפגעהערט צו קומען צו איר ביז דעמאלטס. ולכן איז אברהם דוקא געזעצן, ווייל דאס איז דאך די ענין ביי אשה ונדה.

לעיקוואד » מאנטאג מאי 15, 2023 10:39 pm

· #524722
50 אלפים קמפיין ערב שבועות תשפ"ג

שאלתיאל » דינסטאג מאי 16, 2023 6:19 pm

· #524849
זעה איך ארטור גרין האט ביישטייערט. כבוד.

טאמבל סאס » מאנטאג פעברואר 5, 2024 9:31 am

· #548183
Re: בית מדרש עיון למחשבה
קוקט ווער ס'דא געווען לייענען. 📎 לייקווד.png

וואלווי » מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:37 am

· #549272
Re: בית מדרש עיון למחשבה
[ציטאט אראפגענומען]
לידיעה בעלמא, די חילוק פון חכמה בינה דעת איז פשוט דריי אנדערע זאכן מיט דריי אנדערע אפטייטשן, אבער דאך מענין לענין באותו עניו. פונקט ווי עוזר מושיע ומגן, וואס זענען ענדליך און גרופ'ד צוזאמען, אבער דאך דריי אנדערע ווערטער מיט דריי אנדערע אפטייטש. חכמה איז "קלוגשאפט" דהיינו די בליץ פון א דבר חכמה, בינה איז "פארשטאנד" דהיינו מבין דבר מתוך דבר, און דעת איז "וויסנשאפט" דהיינו אפליקעישאן ווי אזוי מ'ניצט די חכמה בינה. (עפעס אזוי...). עוזר איז הילף, מושיע איז ראטעווען, מגן איז באשיצן. די זעלבע חב"ד איז דריי אנדערע זאכן וואס האבן סך הכל א שטיקל שייכות אין ענין.

נאכדעם קען מען שוין אריינטייטשן ע"ד פרדס בכמה אופנים אזוי ווי האסט שיין אריין געטייטשט, טאקע ווייל ס'איז דריי אנדערע זאכן, און וועגען דעם איז מעגליך אויך דא א פלאץ מחלק צו זיין חכמה כעס, דעת מכאוב, צווישן אלע אנדערע חילוקים.

לעצם וואס די שרייבסט א נפק"מ צווישען אימאשינעל און סאשעל אינטעלידזשענס, איז כדי צו וויסן אז די אלע מידות/ספירת זענען דזשענעראל מידות וואס ווערט גענוצט ביי פארשידענע הגדרות צוגלייך, אימאשינעל און סאשעל, רוחניות און גשמיות. פונקט ווי חסד קען זיין ברוחניות ובגשמיות, אזוי אויך איז חסד סיי סאשעל און סיי עמאצינאל, סיי פאר זיך קען מען טוהן חסד און סיי פאר יענעם, סיי פיזיש און סיי מחשבה. אזוי אויך חב"ד קען זיין ברוחניות ובגשמיות, זיך מיט יענעם. די אלע מידות זענען נאצל פון באשעפער דהיינו עולם האצילות, אזוי גייט עס אראפ אלע לעוועלס ביז עולם עשיה פיזיש, איבער אלע מצבים, און אלעס איז נוגע איבעראל.

מי אני » מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:52 am

· #549273
דער מלבי״ם (וועלכער האט ווי באקאנט געהאלטן אז עס זענען נישטא בלשה״ק של תנ״ך גלייכע סינאנימס מיט׳ן ממש זעלבן באדייט) שרייבט במשלי (א ב):
חכמה – כל המתואר בשם ״חכמה״ צריך שתהיינה באותו הענין שני דרכים הפוכים זה מזה נמצאים במציאות קיים, ואז יתואר הדרך האחד מהן בתואר חכמה והדרך ההפוך לו יתואר בתואר סכלות. אבל אם אין בענין ההוא רק דרך אחד ואין דרך אחר הפוך ממנו נמצא במציאות, לא יפול עליו לשון חכמה, אבל הוא תחת סוג הבינה והדעת והשכל.

בינה – הוא כח הנטוע בנפש העובר בכל הדברים שהם חוצה לו להשיגם ולהבינם, ומובדל מכח החכמה שהוא אוסף חקי החכמה מחוצה לו ומביאם בנפש לציירם ולשמרם, ובבינה מבין בדברים שנופל עליהם שם אמת ושקר, וכן להבין מליצות עמוקות וחידות ודברים סתומים, ולהבין עניני החכמה, שהגם שא״א למצוא חקי החכמה בבינתו כנ״ל, אפשר להבינם אחר שקבלם מאדון החכמה, וכח הבינה יוליד היקשים ותולדות להוציא דבר מדבר בכל המדעים אשר השיגה נפשו בין ע״י החושים בין ע״י המושכלות ראשונות או בכל הענינים שהתחקו בה, ירכיבם בכח בינתו זה על זה ויוציא דבר מדבר.
און דארט בפסוק ד:
דעת – נופל על כל דבר שמתברר לאדם בידיעה ברורה והוא מה שיתברר ע״י החושים, או ע״י מושכלות ראשונות, כמו שהכל גדול מן החלק וכדומה, או ע״י מופת השכל, וכן תהיה לאדם ידיעה ברורה בדבר שנקבע בלבו כך ע״י ראיות רבות, או גם האמונה שנקבעה בלבו לאמת ברור, כמו אמונות התורה שנתבררה באותו המעמד הגדול בנבואה ובאותות ובמופתים, ועפ״ז יצוייר דעת גם בחקי החכמה
(ואולי קען מען דאס נוצן להשוות הגמרא בנדה מה: דיש לאשה בינה יתירה, עם זה שיש לה דעת קלה בשבת לג: ועוד מקומות בש״ס.)

והשב ישראל לנויהם » מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:14 pm

· #549299
Re:
מי אני #
דער מלבי״ם (וועלכער האט ווי באקאנט געהאלטן אז עס זענען נישטא בלשה״ק של תנ״ך גלייכע סינאנימס מיט׳ן ממש זעלבן באדייט) שרייבט במשלי (א ב):
חכמה – כל המתואר בשם ״חכמה״ צריך שתהיינה באותו הענין שני דרכים הפוכים זה מזה נמצאים במציאות קיים, ואז יתואר הדרך האחד מהן בתואר חכמה והדרך ההפוך לו יתואר בתואר סכלות. אבל אם אין בענין ההוא רק דרך אחד ואין דרך אחר הפוך ממנו נמצא במציאות, לא יפול עליו לשון חכמה, אבל הוא תחת סוג הבינה והדעת והשכל.

בינה – הוא כח הנטוע בנפש העובר בכל הדברים שהם חוצה לו להשיגם ולהבינם, ומובדל מכח החכמה שהוא אוסף חקי החכמה מחוצה לו ומביאם בנפש לציירם ולשמרם, ובבינה מבין בדברים שנופל עליהם שם אמת ושקר, וכן להבין מליצות עמוקות וחידות ודברים סתומים, ולהבין עניני החכמה, שהגם שא״א למצוא חקי החכמה בבינתו כנ״ל, אפשר להבינם אחר שקבלם מאדון החכמה, וכח הבינה יוליד היקשים ותולדות להוציא דבר מדבר בכל המדעים אשר השיגה נפשו בין ע״י החושים בין ע״י המושכלות ראשונות או בכל הענינים שהתחקו בה, ירכיבם בכח בינתו זה על זה ויוציא דבר מדבר.
און דארט בפסוק ד:
דעת – נופל על כל דבר שמתברר לאדם בידיעה ברורה והוא מה שיתברר ע״י החושים, או ע״י מושכלות ראשונות, כמו שהכל גדול מן החלק וכדומה, או ע״י מופת השכל, וכן תהיה לאדם ידיעה ברורה בדבר שנקבע בלבו כך ע״י ראיות רבות, או גם האמונה שנקבעה בלבו לאמת ברור, כמו אמונות התורה שנתבררה באותו המעמד הגדול בנבואה ובאותות ובמופתים, ועפ״ז יצוייר דעת גם בחקי החכמה
(ואולי קען מען דאס נוצן להשוות הגמרא בנדה מה: דיש לאשה בינה יתירה, עם זה שיש לה דעת קלה בשבת לג: ועוד מקומות בש״ס.)
און זוהר ווערט געברענגט אז חכמה דא מוחא, בינא דא ליבא, דעת הוא הכולל והמיזוג של שניהם, והוא הכח להוציא את הדברים/מושכלות מכח אל הפועל.

ספרים טייטשען מיט דעם המקדש את אשה ע''מ שאני צדיק גמור הרי''ז מקודשת שמא הרהר תשובה בדעתו. והקשיא ידועה דלכ' איך ומה חשוב החשיבה וההרהור לרגע קל עד שמכח זה מתהפך מרשע להצדיק גמור?
נאר דייקו חז''ל בלשונם שמא הרהר ב'דעתו', און דעת איז די מיזוג פון מח ולב און אזא טיפע הרהור תשובה וואס איז בדעתו, כולל שניהם, אפשר להפך את האדם מרשע להצדיק גמור.

עכ''פ דעת איז די באלאנס פון די צוויי מידות וספירות וואס דורך דעם איז ער עס מוציא מכח אל הפועל, כידוע אז די מקור פון דעת הוא פעולת החיבור כמ''ד והאדם ידע, און דארט רעדט מען בכלל נישט פון א ענין שכלי אלא ההכרח שענינו להוציא מכח אל הפועל הדברים מחשבות ומושכלות שקיבץ.

יעצט פארשטייט זיך אליינס אז טאמער וועט און די מיזוג זיין איינס מער פונעם צווייטען אן קיין באלאנס השווה וועט די דעת נישט האבען אזא שטארקע כח צו קענען שטיין און אויספירען זאכען שבנפשו.

וזהו נשים יש להם בינה יתירה, דאס הייסט א איבריגע מאס פארשטאנד אזוי ווי די גמ' זאגט טאקע נשים מכרת באורחין יותר מבאיש, און די בינה יתירה איז טאקע צו בויען איר שטוב כמ''ד חכמת נשים בנתה ביתה.
אבל דא עקא וויבאלד זיי האבען א איבריגע מאס פון בינה דא ליבא איז זייער באלאנס נישט שווה, ולכן לפעמים עולה רגשות ליבם ומעבירתן על דעתן, וזהו נשים דעתן קלות, זייער דעת איז זייער לייכט און קען זיך גרינג איבער רעדן כידוע די מעשה פון די גמ' ווי זי האט זיך נתפתה געוועהן לדבר עבירה.

מיט דעם אז די מידת דעת איז די כח צו לעבען און ארויסברענגען און שטיין אויף די זאכען וואס ער האט געלערנט, איז מובן אז עס קענען זיין קינדער וואס זענען קלוגער און חכמה ובינה פון עלטערע, נאר וואס עס פעלט זיי איז כח הדעת וואס דאס באקומט מען ביי די בר מצוה וואס זיי ווערען דעמאלסט א בעל דעה.

אלפא » מיטוואך מאי 1, 2024 11:20 am

· #560261
Re: בית מדרש עיון למחשבה
האב איך הנאה געהאט צו טרעפן ר' יצחק'ס נאמען אין די פסח מאמענט - ווען יואל אשר לאבין אין אן אינטערוויו רעדט פון אים (גרויסע זאכן) זייענדיג זיין פארמיטאג חברותא..

מי אני » מאנטאג יוני 10, 2024 6:09 pm

· #564803
ר׳ יצחק פרעגט אין די שיעור, אז דער רמב״ם שרייבט אין זיין הקדמה לפרקי אבות אז ער גייט צוברענגען דיעות מהפילוסופים ושמע את האמת ממי שאמרה. און הגם דאס זעהט אויס ווי א שכל׳דיגע זאך, ווארום אויב איז עס אמת דאן איז דאך נישט קיין נפק״מ ווער עס איז דער וואס האט דאס געזאגט, איז דאס אבער נישט פשוט. דאס איז ווייל כמובן גייט קיינער נישט טענה׳ן אז אויב א גוי האט געזאגט עפעס וואס איז טאקע אמת, אז מ׳זאל דאס נישט מקבל זיין. עס איז נאר אז וויבאלד שכל האנושי איז דאך מוגבל, דאן זייענדיג אז עס קומט פון אַן איש מושחת וכו׳, איז אפילו אז עס זעהט אויס אמת, מוז אבער זיין אז עפעס פראבלעמאטיש איז טמון בתוכה וואס איך קען נישט זעהן. און דאס איז בפרט ביי עניני מדות ומס׳ אבות, וואס איז ממש וויאזוי א מענטש זאל פירן זיין לעבן ונוגע לה״איש״ ממש: טאמער איז דער בעל המאמר א מושחת וכדומה, דאן ווי איז שייך מקבל צו זיין פון אים עפעס בעניני מדות, הגם עס זעהט אויס אמת? ״אמת״ אין די נושא איז מקושר צו וואס דער מענטש איז. עס איז כעין נעמען פינאנציעלע הדרכה, וואס זעהט טאקע אויס אמת, פון איינער וואס האלט אבער אין איין אָנזעצן. און ׳מילא ווען דער רמב״ם זאגט אז זאלסט מקבל זיין די אמת וואס ער זאגט אויף זיין אטאריטעט, זייענדיג אז ער האט דאס דורכגעטוהן און מנפה געווען, דאן איז די מאמר ״אמת״ וואס ער זאגט מקושר צו אים יעצט. אבער נישט דאס זאגט ער - ער זאגט אז דאס קומט פון די פילוסוף און מ׳זאל דאס מקבל זיין מפני אמתת עצמו.

ולכן ווערט עס אביסל סירקיולאר שווער: מ׳דארף אָנהייבן לערנען ״אמת״ בעניני מדות פון א גוטע מענטש נישט קיין חילוק א איד צי א גוי, און דאס איז וואס ״שמע את האמת ממי שאמרה״ אין די קאנטעקסט. אבער וויאזוי ווייסט מען אז יענער איז א ״גוטע מענטש״? ווייל מ׳הייבט אָן פון אַן אמת בזה איבער וואס איז ״גוט״/עטיש און וויאזוי יענער פירט זיך. אבער דאן איז דאך נישט שייך זיך צו לערנען עטיקס פונעם גוטן מענטש, ולישמע את האמת ממנו כנ״ל, זייענדיג אז איך דארף שוין צוקומען פון פריער צו דעפינירן ״גוט״/עטיש.

ואולי קען מען קלערן אז דער רמב״ם, זייענדיג אַן אריסטאטעליען, איז געגאנגען בעקבות אריסטו׳ס מהלך פון ווירטוּ עטיקס. והיינו, אז עס איז טאקע נישטא קיין סיסטעם בעטיקס לפרטותיה, רק אדם מאראלי על הכלל. (ובפרט אז להרמב״ם איז נישט זיכער אז ס׳איז בכלל שייך ״אמת״ על דבר עטיקס.) אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט מעגליך און שייך אראפצושטעלן עטישע פּריסעפּטס פון וויאזוי מ׳זאל טוהן אין ״אזא-און-אזא״ פאל און אזוי אין ״אזי-און-אזי״ פאל. דער סעידזש ואדם המושלם בתכונתו וחכמתו בכלל גייט טוהן וואס איז עטיש ריכטיג אין א פרטיות׳דיגן פאל, מחמת שלימות נפשו על הכלל; נישט ווייל ער האט סעט ארויס וואס פונקטליך צו טוהן אין די-און-די פאל פרטי.

ועכ״פ נמצא מזה אז לאריסטו (ולהרמב״ם) וואו איך הייב אָן בעניני עטיקס, איז יא אלעמאל ביי דעם איש מושלם וחכם. און וויאזוי ווייס איך אז ער איז אַן איש מושלם בעניני עטיקס ומדות? דאס איז נישט פון דעם אז איך זעה אז ער איז מושלם בעניני מדות אויף וויאזוי זיך עטיש אומצוגיין אין פרטיות׳דיגע פעלער, נאר פון זיין זיין אַן איש חכם על הכלל. (ועיין במו״נ ח״ג פנ״ד אז להרמב״ם איז נישט שייך אַן איש חכם בעניני מעטאפיזיקס וכדומה, וואס איז נישט מושלם שוין מקודם בעניני מדות. אבל עיין בדברי דר. מנחם קעלנער, וג״כ כאן בענין עטיקס פּראפעסארס בזמנינו.)

cictim » זונטאג יוני 16, 2024 3:28 am

· #564997
Re: בית מדרש עיון למחשבה
@מי אני @לעיקוואד בפשטות איז די פשט אזוי ווי יראת שמים גייט נישט אן תורה, און תורה גייט נישט אן יראת שמים, מיט וועלכע מ'הייבט נאר אן וועט זיין א נידריגע מדריגה, און איינס ברענגט צו די העכערע מדריגה פון תורה צו יראת שמים און פון יראת שמים צו תורה כידוע. די זעלבע איז שייך ביי אמונה מיט חכמה, אמונה אן חכמה איז פתי יאמין לכל דבר, און חכמה אן אמונה האט נישט קיין גבולות פון רע, ווי הייבט מען אן? איינס ברענגט די אנדערע - יעדע שלב צו א העכערע מדרידגה כנלע"ד פשוט.

מי אני » פרייטאג יולי 26, 2024 7:51 pm

· #568877
אין די שיעור רירט ר׳ יצחק א משהו אָן צו דעם סקעפּטיקעל פראבלעם פון די קרייטעריאן. א וועג פון באטראכטן די פראבלעם איז אז אין עפיסטעמאלאגיע איז דא צוויי פראגעס:

1). וואס ווייסן מיר?

2). וויאזוי ווייסן מיר?

די פראבלעם איז אז כדי צו ענטפערן 1 דארף מען שוין פון פריער האבן א תירוץ אויף/צו 2, און כדי צו ענטפערן 2 דארף מען שוין פון פריער האבן א תירוץ אויף/צו 1.

‏דאס איז אביסל ענליך צו סעיר׳ס פּאראדאקס אין קאמפיוטער סייענס. דאס זאגט אז כדי א קאמפיוטער זאל קענען דערקענען אותיות געשריבן אין כתב יד, וואו איין אות גייט אריין אינעם צווייטן, פעהלט אויס פאר עס עס צום ערשט צו צוטיילן די אותיות אינעם ווארט. אבער עס קען נישט ווערן צוטיילט אָנעם דאס האבן דערקענט די אותיות פון פארדעם.

ער רירט אויך אָן צו די געדאנק פון שׁעיפּינג בתוך בּיהעיוויאריזם. דאס איז ווען מ׳הייבט אָן מיט עפעס א קליינע בּיהעיוויאר, און צוביסלעך טוהט מען דאס פארעמען נענטער און נענטער (דורך ריענפאָרסמענט און נאר מחזק זיין נענטערע און נענטערע בּיהעיווארס) צום ענדגילטיגן בּיהעיוויאר וואס מ׳וויל. דאס ארבעט בעסער ווען דער מדובר האט עפעס א קליינע בּיהעיוויאר מעיקרא וועלכע מ׳קען ארבעטן מיט און האט עפעס עפעס א קשר מיט׳ן ענדגילטיגן בּיהעיוויאר; עס איז שייך עווענטועל אָנצוקומען אהין. משא״כ ווען דער מענטש האט בכלל נישט א סארט בּיהעיוויאר במקצת וועלכע קען געפארעמט ווערן צו דעם ענדגילטיגן בּיהעיוויאר וואס מ׳זוכט.

‏(ועיין קצת כעי״ז, אין א נעגאטיוון DRA אדער DRL פארמאט, לגבי קרבנות במו״נ ח״ג פל״ב. דאס קען זיין נאך א דוגמא פון ABA בהרמב״ם.)

וכן הוא הכא לגבי דעם אז עס איז אסאך שווערער צו טוישן פלוצלינג פון איין זאך צו א צווייטע, ווי איידער טוישן צוביסלעך פון אַן עקזיסטירינדע קאנצעפּט און בּיהעיוויאר וואס דער מענטש פארמאגט שוין, צו עפעס אביסל אנדערש.

ולגבי דעם מעכאניזם וויאזוי און פארוואס א טעקסט ווערט ״הייליג״ און ״אָנגענומען״ בכלל ישראל, צי דורך די פּעדיגרי פונעם מחבר צי דורך די מחשבה וכו׳ דערין, איז דאס טעקניקעלי די געדאנק פון אם בקשת ליחנק היתלה באילן גדול. דהיינו, ווייל בעצם פעהלט אויס קבלת הכלל אז עפעס זאל ווערן גערעכענט ״הייליג״ אצלה. ולכן, איז די הצעה אז אפילו מ׳האט באמת גאר גוטע רעיונות פאר זיך, פעהלט אבער אויס דאס תולה צו זיין באדם גדול כדי דאס זאל זיין א פאקטאר אין נתקבל ווערן בהציבור.
בלאט: 1 2 3