א גוט יאהר ר' שמן למאור,
קודם כל וויל איך זיך אנטשילדיגן ברבים, איך האב חס ושלום נישט געוואלט פוגע זיין אין דיך אדער אין דיין רעקאמענדאציעס, און בדרך כלל האב איך זייער הנאה פון דעם אשכול בכלל און פון דיינע רעקאמאנדאציעס בפרט. לאמיך פרובירן אייך צו ענטפערן פאראגראף ביי פאראגראף.
שמן למאורפישל, מיינע אנדערע רעקאמענדאציעס האסטו שוין געזען? פארוואס ביסטו פונקט געגאנגען צו מיין לעצטע? איך בין מודה אז דאס איז די שוואכסטע פון אלע אנדערע וואס איך האב געברענגט... איך האב עס טאקע נישט געברענגט ביז יעצט נאר נאך וואס @צאמגעדרייט האט זיך געבעטן פאר סחורה. אבער איך האב עס דאך געברענגט צוליב די אינטערסאנטקייט פון די פרשה ארום דעם מאווי, און בכלל איז די מאווי נישט אזוי אוועקצומאכן.
דער אמת איז אז איך האב נאכנישט עסיפעט צו זעהן אלע דיינע רעקאמענדאציעס (אבער איך האב זיי ארויף געלייגט אויף מיין ליסטע זיי צו זעהן) איך האב נאר געזעהן Ex Machina (און Titanic וואס די האסט דערמאנט בדרך אגב) און איך האב זייער זייער הנאה געהאט פון עס. זעה קומענדיגע פאראגראף פאר מיינע פאזיטיווע הערות.
שמן למאור(אויב האסטו שוין געזען מיינע אנדערע, און יא הנאה געהאט, דאן מעגסטו קודם שרייבן אזא לאנגע תגובה מיט א שכח פאר דו שרייבסט קריטיק... 😉 )
דו ביסט 100% גערעכט, איך וואלט געדארפט קודם שרייבן א תגובה ווי שטארק איך האב הנאה געהאט פון דיין אנדערע רעקאמעדאציעס איידער איך שרייב קריטיג. כ'האף ס'איז נאכנישט צו שפעט איז לאמיר יעצט אנהייבן.
Ex Machina
איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם פילם, עס האט מיר געברענגט צו אריינקלערן וואס א ריעלעינשפיפ מיט א צווייטן איז בעצם; ווייל אינ'אמת'ן האבן ראבאטן נישט קיין געפיהלן, זייער מוח איז צוזאמגעשטעלט פון חשבונות וואס א פראגראממער האט פאראויס געשריבן, און אויב קען א פראגראממער הייסן דעם ראבאט 'נאכצומאכן' די געפיהלן פון א מענטש דאן קענען מענטשן פאלן אין ליבע מיט א דומם... איז וואס איז באמת געפיהלן? איז עס נאר א דרויסענדיגע זאך לגבי די אנדערע מענטש? Caleb האט דאך ממש אנטוויקלט געפיהלן פאר א ראבאט (וואס ווען דו טראכסט א מינוט איז עס נישט מער ווי אפאר קאמפיוטער טשיפס...)
און בכלל די מעשה איז זייער שיין צוזאם געשטעלט און ספיצעיל די ענדע וואס לאזט איבער גאר אסאך פלאץ פאר שפעקולאציעס וואס חוה האט געהאלטן די גאנצע צייט און פארוואס זי האט געטוהן וואס זי האט געטוהן צום סוף.
Titanic
פאר דעם קען מען שרייבן אן אשכול פאר זיך!
Titanic איז א פילם וואס איז געוואלדיג פון אלע aspects, די מעשה, די עקטן, די ראמאנס, די visual effects, די costumes, און דאס וואס זיי האבן איבער געשפילט ממש וואס האט טאקע פאסירט אויף יענע שרעקידיגע נאכט און עס אזיו שיין אריינגעפלאכטן אין א פיקטיווע ראמאנס געשיכטע.
עס ברענגט גאר שטארק ארויס ווי אזוי א דריטע קלאס בירגער האט געטוישט די לעבן פון א דעפרעסטע מיידל פון א גאר רייכע משפחה וואס איז געוועהן אריינגעצווינגען אין שידוך.
די ענדע איז אויך געוואלדיג וואס דאס גיבט דיך נאסטאלגישע געפיהלן.
די פאלענדע פיר האב איך נאכנישט געזעהן, אבער איך וועל בל"נ שרייבן מיין פידבעק נאך וואס איך קוק עס.
Enemy at The Gates
The Shawshank Redemption
The Day After Tomorrow
Geostorm
שמן למאורדי דריי פונקטן זענען תנאים פאר יענע אשכול, @תוהו האט עס נאר אהערגעברענגט אלס חיבת הקודש, ס'נישט ממש קיין תנאי אין דעם אשכול.
איך וואלט געשטעלט די תנאי אנדערש. אסאך מאל הער איך פון א גוטע מאווי.. איך הייב עס אן צו קוקן. און עס איז ממש באורינג. און אפילו נאכן קוקן די גאנצע זאך פיל איך ווי איך האב סתם גע'הרג'ט צייט, נישט קיין הומאר, נישט קיין גוטע עקשן, נישט קיין גוטע מעשה, ס'איז נישט ווערט די צייט וואס איך האב אויסגעגעבן דערויף. די אמת איז אז על טעם וריח וכ' און וואס איז אינטערסאנט פאר איינעם קען זיין לאנגווייליג פאר א צווייטן, אבער דאך שטעל איך נאר ארויף מאוויס וואס איך בין געווען ציפרידן נאכן קוקן אז איך האב זיי געזען.
עס זענען דא אזעלכע מענטשן, וואס אויב איז די מעשה נישט 100% רעאליסטיש, דאן איז עס שוין נישט אינטערסאנט פאר זיי, (מיין ווייב איז אזוי) פאר זיי וועט mission impossible אדער fast & furious מאוויס זיין א וועיסט פון צייט. ביי מיר איז עס נישט קיין תנאי, ווילאנג די מעשה איז ציענד, אינטערסאנט, אדער הומאריסטיש מעג עס זיין דמיונות, עס מוז נישט קלעבן מיט די מציאות, די עיקר איז אז עס איז אינטערסאנט.
איך הער וואס די זאגסט, און וואלט געזאגט מער די סיבה פארוואס איך האב עס נישט ליב געהאט איז ווייל איך האב געהאט אן expectation פון אן ערענסטע פילם, און למעשה איז דאס איין גרויסע קאמעדי, נישט אז איך האב נישט ליב קאמעדי, אבער איך מיין אז דא איז עס איבערגעטריבן פון נעמען אזא ערענסטע און חשוב'ע אקציע און גאמאכט איין שטיק ליצנות דערפון. נישט אז איך האב א פראלעם מיט מאכן ליצנות פון ערנסטע אקציעס, ס'מער די expectation וואס איך האב געהאט וואס איך האב ערווארטעט, קען זיין אז אויב וואלט איך געוואוסט פארדעם אז דאס איז ריין קאמעדי וואלט איך געהאלטן אנדרעש.
שמן למאורדעם ספעציפישן מאווי איז סיי הומאריסטיש, סיי עקשן, און עס גיבט אויך א טיפערע בליק אריין אינעם סארט לעבן וואס קים יאנג אן לעבט, ווען פון איין זייט איז ער טאקע ביי זיך א מושל בכיפה און האט אלע תעניגים וואס ער דארף נאר, אבער מצד שני האט ער נישט קיין אמת'ע פריינד. אוודאי איז די מעשה נישט רעאליסטיש, דיינע טענות זענען ריכטיגע, און די גאנצע מושג פון מאכן קים וויינען אויף טעלעוויזיע איז אויך א מאדנע געדאנק. דאך האב איך געזעצן געשפאנט און אינטערטעינט בשעת'ן קוקן די מאווי. די האסט טאקע טענות אז עס איז נישט קיין רעאליסטישע מעשה, איך בין אבער נייגעריג אויב די ביסט געווען אינטערטעינד, אדער די האסט געפילט ווי עס איז בכלל נישט אינטערסאנט פאר דיר, עס איז א חילוק.
איך וועל מודה זיין, איך האב נישט געפיהלט bored בכלל, פארקערט איך בין געוועהן געשפאנט און אינטערטעינד ביזן סוף, אבער נאכן קוקן האב יא גפיהלט ווי איך האב גע'הרג'ט מיין צייט, איך בין נישט ארויס מיט גארנישט נאכן קוקען די פילם אנדרעש ווי אנדערע פילמס וואס איך האב ליב.
און די געדאנק לגבי וויאזוי קים יאנג און לעבט, האב איך נישט related קיין סאך ווייל איך האב געפיהלט ווי די גאנצע זאך איז איבער געטריבן און קען נישט עכט געשעהן, מילא זייל לייף סטייל און דילעמעס וויאזוי ס'איז אפגעשפילט אין די פילם זאגט נישט גארנישט.
שמן למאוראיך וואלט דאס געשטעלט אלס די תנאי צו ברענגען דא א מאווי, אויב האסטו געפילט במשך די גאנצע צייט אז די ווערט אינטערגעהאלטן, עס איז געווען ציענד און געשמאק צו קוקן, דאן זאל מען עס מיטטיילן מיט די חברים הידידים דא.
וואס האלט די עולם?
איך פערזענליך וואלט יא געבליבן מיט די דריי תנאים וואס @Movie Club האט גשריבן פאראיאהר, אבער איך מיין זאל גיין מיט וואס @תוהו ובוהו די פותח האשכול האלט ס'איז ריכטיג, אדער אפשר איז כדי צו נעמען א vote אויף דעם....
אגב,
שמן למאורכאטש איינער האט הנאה פון מיינע רעקאמענדאציעס...
נאך איינער?
איך האף אז איך האב יוצא געוועהן מיט דעם, But keep it up, I really appreciate your recommendations! איך וועל פרובירן צו זיין מער פאזאטיוו אינעם צוקונפט. און נאכאמאל א גרויסע יישר כח פאר דיינע רעקאמעדאציעס!
הצלחה!