☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » קאסט-בענעפיט פון אינטערמערידזש וחתנות פון א תורה'דיגן שטאנדפונקט

קאסט-בענעפיט פון אינטערמערידזש וחתנות פון א תורה'דיגן שטאנדפונקט

106 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14732
בלאט: 1 2 3

מי אני » מאנטאג יולי 19, 2021 2:06 pm

· #477941
קאסט-בענעפיט פון אינטערמערידזש וחתנות פון א תורה'דיגן שטאנדפונקט
מען קען לכאורה באטראכטן די תורה'ס פראבלעם מיט'ן אסר'ן (דברים ז ג-ד) לא תתחתן בם מטעם "כי יסור את בנך מאחרי ועבדו אלהים אחרים" משתי אופנים:

1). די ספּאַוּס וועט גורם זיין להטותו מהתורה לע"ז, ועיין בחינוך מצוה תכ"ז.

2). וויבאלד די דורות פארלירן דאדורך דעם יוּניִק "ישראל" אידענטיטעט, ואפשר דכן משמע ברמב"ם בהלכות איסורי ביאה פי"ב ה"ח ובסמ"ג לאו קי"ב ע"ש.

ט"ב דהאי שתא (טאקע אין די וואך פון פר' ואתחנן וואו עס שטייט די איסור פון לא תתחתן) האב איך באגעגענט די מדרש אין איכ"ר (א, נו):
‏
כי אתה עשית וגו'. משל למלך שנשא למטרונה אמר לה אל תשיחי עם חברותיך ולא תשאילי מהן ואל תשאילי להן. לימים כעס עליה המלך וטרדה חוץ לפלטין וחזרה על כל שכנותיה ולא קבלו אותה וחזרת לפלטין. אמר לה המלך אקשית אפיך. אמרה המטרונה למלך, אדוני אילולי הייתי משאילה להן ושואלת מהן מנא והוה עבידתי גבה או עבידתה גבי לא הוון מקבלין לי? כך אמר הקדוש ברוך הוא לישראל אקשיתון אפיכון. אמרו לפניו, רבון העולמים לא כתבת בתורתך (דברים ז, ג) ולא תתחתן בם בתך לא תתן לבנו ובתו לא תקח לבנך. אילולי הוינן משאלין להון ונסבון מינהון ואינון מינן, והוית ברתיה גבי או ברתי גביה, לא הוו מקבלים לי? הוי כי אתה עשית.

עפ"י די מדרש קומט אויס דערפון אז בעצם מסברא פארשטייט מען פון א קאסמאפּאליטען מבט אז איסור חתנות אלס די צווייטע טעם, עכ"פ פאר זיך אליין, איז יצא שכרו בהפסדו. הגם אויף דעם קען מען זאגן אז ס'איז פשוט א מקוננ'דיגע ליטערערי דיווייס פון זיך אפרעדן אויף די חלק הרע וואס קומט ארויס פון זיין א יוּניִק עם ונבחר בכלל. והיינו, ס'איז נאך אלס יצא הפסדו בשכרו אבער פארט קומט ארויס דערפון א היזק.

ולגבי דעם ערשטן טעם ווערט אויך נולד דעם באקאנטן מאירי (בכמה מקומות) אז כהיום איז נישט דא דעם מושג פון עוע"ז פון וואס די תורה וחז"ל האבן גערעדט און געמיינט. הגם, מ'קען זאגן אז די טעם איז נישט אזוי ווייט פון אז מ'גייט דינען ע"ז דייקא ווי איידער אז מ'גייט נישט היטן די תורה בכלליות (ואפשר להעמיסו בהחזקוני על הפסוק). דאס טוהט סתם אזוי צאמלייגן די צוויי טעמים ווייל ווי דער רס"ג זאגט כידוע (האמונות והדעות מאמר ג' ספ"ז) "אין אומתינו אומה אלא בתורותיה". ובסתם זאגט דאך דער רמב"ם אין הלכות מלכים פי"א ה"ג, און טאקע אינעם קאנטעקסט פון [הבחנת] משיח ולעת"ל וואס דאן וועט דאך זיין עזיבת ע"ז (עכ"פ נאך דעם), "שהתורה הזאת אין חוקיה ומשפטיה משתנים לעולם ולעולמים".

מי אני » מאנטאג יולי 19, 2021 2:08 pm

· #477942
📎 B1568ACB-C77E-4EA0-845A-5AB2A6852937.jpeg
דאס איז פון די ארטאדאקסישע כתב מחאה קעגן דעם רעפארם קאנפערענץ/ראבינער פארזאמלונג אין ברוינשווייג [בּרונסוויק] וואס האט, צווישן אנדערע, מתיר געווען חתנות, עפ״י נאפאליאן׳ס סנהדרין, טאמער קען מען עפ״י חוקי המדינה אויפציען די קינדער אידיש.

מי אני » מאנטאג יולי 19, 2021 2:09 pm

· #477944
‏דא טוהט פּוּ ריִסערטש אביסל דורך די תוצאות פון חתנות כהיום פאר אידישקייט ואידענטיטי (הן לטב והן לביש) עפ״י די סטעטיסטיקס.

ומענין לענין באותו ענין, הגם עס איז נישט דירעקט נוגע פאר ארטאדאקסיע, איז אבער די פראגמאטישע סטעיטמענט פון די קאנסערוואטיוון בנוגע די אישׁוּ אולי נוצליך פאר ארטאדאקסן וואס מוטשן זיך מיט נושרים און אט״ד.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 19, 2021 4:15 pm

· #477953
מי אני: ייש"כ פאר בארירן דעם טאפיק.

איך ווילל מאכן דא 3 באמערקונגען: 1) א הומאריסטישע. אמאל האט מען געזאגט אז א מיקס'ד מערידזש הייסט ווען א ליטוואק האט חתונה מיט אן אונגארישע אדער גאליציאנער/ין...!

2) די פרייע איזראעליס ווען זיי וויללן באשרייבן אז אן איזראעלי (יוד) האט חתונה געהאט מיט א שיקסע שרייבן זיי דאס מיט א סאניטייז'ד לשון..."הוא נישא למקומית"...!

פונקט אזוי ווי (אין די פרייע צייטונגען, ידיעות און מעריב) ווען זיי וויללן שרייבן די ליסט פון נישט כשר'ע רעסטאראנטן, וועלכע סערווירן טריפות און שקצים ורמשים. זאגן זיי עס מיט א סאניטייז'ד לשון..."פירות ים"...!
3)
דער חת"ם סופר בשעתו האט טאקע (ברוח קדשו וברוב חכמתו) צוריקגעוויזן די איינלאדנונג פון א געוויסן רב וועלכער האט אויפ'ן באפעל פון נאפאליאן געוואלט פאררופן א קאנפערענץ פון 71 רבנים. דער חת"ם סופר האט פארשטאנען אז קיין גוטס וועט פון דעם נישט ארויסקומען. ואכמ"ל...(ראה אשכול של "נאפליאן באנאפארטע)"...!

וואלווי » מאנטאג יולי 19, 2021 4:59 pm

· #477960
@מי אני

כ'פרוביר צו פארשטיין פארוואס אפי' איינע פון די צוויי טעמים פאר איסור חתונות זאלן זיין גילטיג.

א) אויב ס'האט צו טוהן מיט אראפפירן מדרך התורה ואמונה צו עבודה זרה, וואס וועט זיין מיט א שיקסע וואס האט אן אמת'ע הערצה צו גאט, אן עבו"ז, פארוואס זאל דאס זיין א פראבלעם? אדרבה, זי קען נאך גאר זיין א חיזוק פאר אמונה. אזוי ווייזט טאקע א גרויסע חלק פון היינטיגע רעליגיעזע וועלט, אז אמונה אין גאט האט קנאפ צו טוהן מיט עסטעבלישד רעליגיע. אדרבה, רעליגיע איז אסאך מאלַ גאר א שטער פאר אמונה ווייל מ'פארטוישט אמת מיט שקר.

ב) יוניק איידענטיטי. וואס פאר א נוצן האט יוניק איידענטיטי בכלל? איז רעליגיע א פאליטישע פארטיי? איז עס א קהילה אדער חסידות? טאמער איין מענטש קען ברענגען אז א צווייטער זאל זיין א בעסערע מענטש, עכ"פ ווען ס'איז באמת צוויי גוטע וואוילע מענטשן, ווער דארף איידענטיטי? די מעסטער דארף זיין מענטשליכע מענטשן, ווייל נאר פון אזעלכע קומט ארויס גוטס.

צו זאגן אז אונזער איידענטיטי ווערט פרעזערווד דורך זיין א מעמבער אין די פאלק איז די ערשטע סטעפ פון איגנארענס. פעלט דען יודן וואס פירן אראפ אנדערע יודן פון יודישן וועג? פעלט דען קאפלס וואס האבן אראפגעפירט איינער דעם צווייטן? וואס זענען זיי געבליבן מיט, נאר מיט אן איידענטיטי אבער אן מענטשליכקייט און מאראלס.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 19, 2021 5:18 pm

· #477964
מאכסט איין טעות רבי וואלווי, יא, עסטעבלישד רעליגיע איז גארנישט מער ווי א פאליטישע פארטיי צו געבן אידענטיעט פאר די נאראנים, ס׳האט מיר מאראלן גארנישט אייגעשטויסן אויב עפעס פארקערט.

אישתישבי » מאנטאג יולי 19, 2021 5:26 pm

· #477965
מי אני
מען קען לכאורה באטראכטען די תורה׳ס פראבלעם מיט׳ן אסר׳ן (דברים ז ג-ד) לא תתחתן בם מטעם ״כי יסור את בנך מאחרי ועבדו אלהים אחרים״ משתי אופנים:

1). די ספּאַוּס וועט גורם זיין להטותו מהתורה לע״ז, ועיין בחינוך מצוה תכז.

2). וויבאלד די דורות פארלירן דאדורך דעם יוּניִק ״ישראל״ אידענטיטעט, ואפשר דכן משמע ברמב״ם בהלכות איסורי ביאה פי״ב ה״ח ובסמ״ג לאו קיב ע״ש.

ט״ב דהאי שתא (טאקע אין די וואך פון פ׳ ואתחנן וואו עס שטייט די איסור פון לא תתחתן) האב איך באגעגענט די מדרש אין איכ״ר (א נו):
‏
כי אתה עשית וגו׳. משל למלך שנשא למטרונה אמר לה אל תשיחי עם חברותיך ולא תשאילי מהן ואל תשאילי להן. לימים כעס עליה המלך וטרדה חוץ לפלטין וחזרה על כל שכנותיה ולא קבלו אותה וחזרת לפלטין. אמר לה המלך אקשית אפיך. אמרה המטרונה למלך, אדוני אילולי הייתי משאילה להן ושואלת מהן מנא והוה עבידתי גבה או עבידתה גבי לא הוון מקבלין לי? כך אמר הקדוש ברוך הוא לישראל אקשיתון אפיכון. אמרו לפניו, רבון העולמים לא כתבת בתורתך (דברים ז ג) ולא תתחתן בם בתך לא תתן לבנו ובתו לא תקח לבנך. אילולי הוינן משאלין להון ונסבון מינהון ואינון מינן, והוית ברתיה גבי או ברתי גביה, לא הוו מקבלים לי? הוי כי אתה עשית.

עפ״י די מדרש קומט אויס דערפון אז בעצם מסברא פארשטייט מען פון א קאסמאפּאליטען מבט אז איסור חתנות אלס די צווייטע טעם, עכ״פ פאר זיך אליין, איז יצא שכרו בהפסדו. הגם אויף דעם קען מען זאגן אז ס׳איז פשוט א מקוננ׳דיגע ליטערערי דיווייס פון זיך אפרעדן אויף די חלק הרע וואס קומט ארויס פון זיין א יוּניִק עם ונבחר בכלל. והיינו, ס׳איז נאך אלס יצא הפסדו בשכרו אבער פארט קומט ארויס דערפון א היזק.

ולגבי דעם ערשטן טעם ווערט אויך נולד דעם באקאנטן מאירי (בכמה מקומות) אז כהיום איז נישט דא דעם מושג פון עוע״ז פון וואס די תורה וחז״ל האבן גערעדט און געמיינט. הגם, מ׳קען זאגן אז די טעם איז נישט אזוי ווייט פון אז מ׳גייט דינען ע״ז דייקא ווי איידער אז מ׳גייט נישט היטן די תורה בכלליות (ואפשר להעמיסו בהחזקוני על הפסוק). דאס טוהט סתם אזוי צאמלייגן די צוויי טעמים ווייל ווי דער רס״ג זאגט כידוע (האמונות והדעות מאמר ג ספ״ז) ״אין אומתינו אומה אלא בתורותיה״. ובסתם זאגט דאך דער רמב״ם אין הלכות מלכים פי״א ה״ג, און טאקע אינעם קאנטעקסט פון [הבחנת] משיח ולע״ל וואס דאן וועט דאך זיין עזיבת ע״ז (עכ״פ נאך דעם), ״שהתורה הזאת אין חוקיה ומשפטיה משתנים לעולם ולעולמים״.


אין דיין מדרש זעה איך נישט קיין "הפסד" בכלל, פרעג יעדער א.ט.ד וויפיל ער האט זיך געמוטשעט צו ווערען א מענטש, ער קען זאגן דער זעלבע זאך, אילו הוות וכו'. זיי קומען נישט צוריק אזויווי דער מטרונא אין דער משל, וצריך טעם למה..... אבער דאס איז דער לכתחילה'דיגע כוונה פין חריידיזים, אויפציען די קינדער אז מען זאל האבן קופערנע ווערעם צו טוהן עבירות. עס איז אינטרעסאנט אז דער מדרש ברענגט ארויס חריידיזים.

ווי אויך, דיינע צוויי טעמים זענען איינס, ווייל דער תורה שרייבט עבודה זרה, און ער מיינט דער אפפארען וואס איז געוועהן דעמאלס, און דער פועל יוצא וועט זיין אז עס וועט מער נישט זיין קיין צעטל קטן אינגעלייט, וואס דאס איז דיין צווייטע טעם.

וואלווי » מאנטאג יולי 19, 2021 5:34 pm

· #477966
רביה''ק זי''ע
מאכסט איין טעות רבי וואלווי, יא, עסטעבלישד רעליגיע איז גארנישט מער ווי א פאליטישע פארטיי צו געבן אידענטיעט פאר די נאראנים, ס׳האט מיר מאראלן גארנישט אייגעשטויסן אויב עפעס פארקערט.


ווער זאגט ס'האט מיט מאראלס?

אדרבה, איך טענה פארקערט

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 19, 2021 5:42 pm

· #477967
גערעכט. כ׳מיין צו זאגן אז פונדאמענטאליסטישע רעליגיעזע מענטשן קימערן זיך אפיציעל נישט מיט מאראלן און מענטשליכקייט, זיי איז אריין א משוגעת אין קאפ צו ״האלטן די אידענטיטעט״ און אויף דעם מזבח וועט מען מקריב זיין די ווייב און קינדער, געזונט און געלט, און זיי האלטן זיך שטאלץ דערמיט (אזויווי דער באבובער וואס איז שטאלץ צו זיין א באבובער, דו קוקסט איהם אן ווי א פסיכאפאט וואס דארף פילן אזוי גרויס ווי א בלעק ענד ווייט קוקי אבער ער אין זיינע אויגן איז על גג העולם). האסטו געטראפן א מענטשליכע פרוי, who cares. זי איז א רעפאבליקען, זי גייט מיט א לעיס טאפ שייטל, זי גייט צום כותל, זי דינט קרישנה אנשטאט הוי״ה, זי איז נישט קיין אייניקל בת אחר בת פון יעקב אבינו (כאילו אונז זעמער יא, אבער שוין...), זי איז נישט פון אונזערע, זאל זי גיין אין דער ערד אריין.

אישתישבי » מאנטאג יולי 19, 2021 6:01 pm

· #477970
רביה''ק זי''ע
גערעכט. כ׳מיין צו זאגן אז פונדאמענטאליסטישע רעליגיעזע מענטשן קימערן זיך אפיציעל נישט מיט מאראלן און מענטשליכקייט, זיי איז אריין א משוגעת אין קאפ צו ״האלטן די אידענטיטעט״ און אויף דעם מזבח וועט מען מקריב זיין די ווייב און קינדער, געזונט און געלט, און זיי האלטן זיך שטאלץ דערמיט (אזויווי דער באבובער וואס איז שטאלץ צו זיין א באבובער, דו קוקסט איהם אן ווי א פסיכאפאט וואס דארף פילן אזוי גרויס ווי א בלעק ענד ווייט קוקי אבער ער אין זיינע אויגן איז על גג העולם). האסטו געטראפן א מענטשליכע פרוי, who cares. זי איז א רעפאבליקען, זי גייט מיט א לעיס טאפ שייטל, זי גייט צום כותל, זי דינט קרישנה אנשטאט הוי״ה, זי איז נישט קיין אייניקל בת אחר בת פון יעקב אבינו (כאילו אונז זעמער יא, אבער שוין...), זי איז נישט פון אונזערע, זאל זי גיין אין דער ערד אריין.


דערמאנסט מיר פין א שיקסע וואס האט מיר געפרעגט וואס איז פשט אז מען טאר נישט חתונה האבן מיט איינער וואס האט דער זעלבער נאמען ווי דער מאמע, ובלשון קדשה
So you love this girl and you can't marry her because she doesn't have the right name?

מי אני » מאנטאג יולי 19, 2021 6:43 pm

· #477971
וואלווי
כ'פרוביר צו פארשטיין פארוואס אפי' איינע פון די צוויי טעמים פאר איסור חתונות זאלן זיין גילטיג.

א) אויב ס'האט צו טוהן מיט אראפפירן מדרך התורה ואמונה צו עבודה זרה, וואס וועט זיין מיט א שיקסע וואס האט אן אמת'ע הערצה צו גאט, אן עבו"ז, פארוואס זאל דאס זיין א פראבלעם? אדרבה, זי קען נאך גאר זיין א חיזוק פאר אמונה. אזוי ווייזט טאקע א גרויסע חלק פון היינטיגע רעליגיעזע וועלט, אז אמונה אין גאט האט קנאפ צו טוהן מיט עסטעבלישד רעליגיע. אדרבה, רעליגיע איז אסאך מאלַ גאר א שטער פאר אמונה ווייל מ'פארטוישט אמת מיט שקר.

ב) יוניק איידענטיטי. וואס פאר א נוצן האט יוניק איידענטיטי בכלל? איז רעליגיע א פאליטישע פארטיי? איז עס א קהילה אדער חסידות? טאמער איין מענטש קען ברענגען אז א צווייטער זאל זיין א בעסערע מענטש, עכ"פ ווען ס'איז באמת צוויי גוטע וואוילע מענטשן, ווער דארף איידענטיטי? די מעסטער דארף זיין מענטשליכע מענטשן, ווייל נאר פון אזעלכע קומט ארויס גוטס.

איה"נ. איך זוך צו פארטייטשן די טעם וואס די תורה אליין געבט דערצו, "כי יסור את בנך מאחרי ועבדו אלהים אחרים", עפ"י הראשונים. און ווי איך ברענג ארויס איז ווי אזוי פאסט מען דאס טאקע צו לזמנינו? מען קען טאקע אולי זאגן אז כהיום איז די טעם טאקע בטל געווארן, דעם ערשטן דרך אינעם טעם אלס'ן דרך המאירי וכדומה און די צווייטע דרך אלס אלגעמיינע קאסמאפּאליטעניזם ואנטי-טרייבעליזם וואס מ'ווייסט איז א (מאראלישע) מעלה וכדבריך, אבער מ'דארף דאס נאך אלס אנהאלטן אפילו טעמו הכתוב כבר בטל, אזוי ווי די צוגעצייכענטע רמב"ם לסיום פונעם ערשטן תגובה וואס איז דאך עפ"י זיין ניינטן עיקר אמונה.
אישתישבי
ווי אויך, דיינע צוויי טעמים זענען איינס, ווייל דער תורה שרייבט עבודה זרה, און ער מיינט דער אפפארען וואס איז געוועהן דעמאלס, און דער פועל יוצא וועט זיין אז עס וועט מער נישט זיין קיין צעטל קטן אינגעלייט, וואס דאס איז דיין צווייטע טעם.

רמזתי זה אין מיינע ווערטער וואס דו האסט ציטירט:
מי אני
הגם, מ'קען זאגן אז די טעם איז נישט אזוי ווייט פון אז מ'גייט דינען ע"ז דייקא ווי איידער אז מ'גייט נישט היטן די תורה בכלליות (ואפשר להעמיסו בהחזקוני על הפסוק). דאס טוהט סתם אזוי צאמלייגן די צוויי טעמים ווייל ווי דער רס"ג זאגט כידוע (האמונות והדעות מאמר ג' ספ"ז) "אין אומתינו אומה אלא בתורותיה".

דער רס"ג טאקע נוצט די געדאנק דארט אין אנהויב פרק אויף צו טענה'ן פאר נצחיות התורה ומצוותיה: וויבאלד עם ישראל האט א הבטחה צו פארבלייבן אן "אומה" לנצח, מוז ע"כ זיין אז תורותיה זענען אויך נצחיים וויבאלד דאס איז וואס געבט זיי שם "אומה".

ואגב, דער מו"נ (ח"ב פכ"ט) זאגט ענליך:
והוא אמרו אחר זה (ישעיה סו כב) כי כאשר השמים החדשים והארץ החדשה אשר אני עושה עומדים לפני נאום ה' כן יעמוד זרעכם ושמכם. כי פעמים ישאר הזרע ולא ישאר השם כמו שתמצא אומות רבות אין ספק שהם מזרע פרס או יון אלא שלא יודעו בשם מיוחד אבל כללה אותם אומה אחרת. וזה גם כן אצלי הערה על נצחות התורה אשר בעבורה יש לנו שם מיוחד.

פון זיי איז משמע אז דאס אז די אומה האט נאר א שם "אומה" בתורותיה ושמירתן טוישט זיך נישט קיינמאל. דאס איז וויבאלד זיי נוצן דאס דאך נאך אלס א ראיה אויף נצחיות ואי-השתנות התורה. אויב זאל זיך די "אין אומתינו אומה וכו'" זיין שייך זיך צו טוישן דאן פאלט דאך אוועק די ראיה לנצחיות התורה וואס זיי בויען דערפון - ס'איז דאך יא שייך אז מ'זאל פארבלייבן בשם "עם" לנצח אף אם התורה אינה נצחית און מ'היט דאס נישט.

ולגבי טעם איסור חיתון, אין די פרקים על טעמי המצות אינעם מורה, שרייבט ער (ח"ג פמ"ט): "ואיסור חיתון הגוים כבר נכתב טעמו בתורה ולקחת מבנותיו לבניך וגו'".

היסטאריע » דינסטאג יולי 20, 2021 5:15 am

· #477993
ולפי זה יש לומר אז די רעפארמער האבן "איבערקליגט" דער סיסטעם דורך מאכן אז מען איז א איד סיי ווען איינער פין די עלטערען איז א איד (הגם אסאך גייען אדורך גיור לחומרא, ווי למשל זו). ממילא וועלען די קינדער בלייבען אידן אפילו ווען מען האט חתונה מיט גוים.

ווי אויך, איז שווער, טאמער די טעם האיסור זאל זיין ווייל די קינדער וועלען נישט זיין אידען, וואלט א אידישע מיידל געמעגט חתונה האבן מיט א גוי.

מי אני » דינסטאג יולי 20, 2021 5:41 am

· #477994
עפ״י די צווייטע דרך איז עס נישט אז די קינד גייט נישט זיין ״טעקניקעלי ולהלכה״ א איד; ס׳איז פשוט אז ס׳וועט נתבולל ווערן און פארלירן דעם ״זהות״ ישראל אפגעזעהן פון וואס עס איז ״באמת״. און אזוי ווי דער שפתי חכמים זאגט דארט אויפ׳ן פסוק וז״ל, ״אבל בן בנך הבא מן הכותית אינו קרוי בנך ומשום הכי לא הקפידה התורה עליו מפני שכבר מוסר הוא״ עכ״ל ע״ש. והיינו, אז דער ״כי יסור את בנך״ גייט ארויף אלס א נתינת טעם האיסור אויף ״בתך לא תתן לבנו״ וואו דאס קינד האט נאך יא אפילו ״באמת״ דעם דין ישראל אבער ער גייט ״ווערן״ מוסר ונתבולל עי״ז ולמעשה פארלירן דעם זהות ישראל, וכ״ש אויף ״בתו לא תקח לבנך״ וואו מ׳איז דערנאך שוין ניטאמאל מקפיד אויפ׳ן קינד שכבר מוסר הוא לגמרי אפילו ״באמת״.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 20, 2021 7:25 am

· #477995
וואלווי
רביה''ק זי''ע
מאכסט איין טעות רבי וואלווי, יא, עסטעבלישד רעליגיע איז גארנישט מער ווי א פאליטישע פארטיי צו געבן אידענטיעט פאר די נאראנים, ס׳האט מיר מאראלן גארנישט אייגעשטויסן אויב עפעס פארקערט.


ווער זאגט ס'האט מיט מאראלס?

אדרבה, איך טענה פארקערט

וואלווי: איך בין מסכים מיט דיר. נאר נישט ביי דעפינישן. נאר דער פאקטא...!

פירוש: אז ארגאניזירטע רעליגיע איז נישט אין פרינציפ קיין שטער צו מאראלס. נאר אין מציאות קומט אזוי אויס. אזוי ווי א יעדע ארגאניזירטע מאוומענט. וואס אפילו ווען ס'הייבט אן קען עס זיין מיט די גרעסטע און שענסטע אידעאלן. אבער מיט די צייט ווערט עס קארופטירט...!

יאסל ראקאווער » דינסטאג יולי 20, 2021 7:44 am

· #477997
שקויעך @מי אני פאר דיינע אשכולות און קאמענטארן

איך האב א דאפעלטע שאלה, א פרייע איד מעג חתונה האבן, אדער בעסער געפרעגט, מעג האבן קינדער? די קינד גייט נישט זיין צו אידיש.

וואס איז מיט א מאן וואס קען נישט האבן קיין קינדער רח"ל, ער מעג גיין וואוינען מיט א נישט אידישע?

מי אני » דינסטאג יולי 20, 2021 9:07 am

· #478000
קודם כל דארף מען אין אכט נעמען אז דאס איז בעיקר אויף די צווייטע טעם. והיינו, לפי דעם ערשטן טעם איז די פראבלעם אין אים אליין אויך; די ספּאַוּס וועט אים מסיר זיין און דאס זאגט דער חינוך. נאר ביי די קינדער איז די טעם נאך מער בולט ושייך.

ולפי די צווייטע טעם, וואס איז דאך די מובן הפשוט ווען מ׳פרעגט איינעם (ואפילו א פרייער) ״וואס איז די פראבלעם מיט אינטערמערידזש?״, איז במושכל ראשון דאס נאר בולט ושייך ביי די קינדער הנולדים מזה. איך האב דאס געוואלט אריינלערנען אינעם רמב״ם אבער זיין לשון דארט איז, ״דבר זה גורם להדבק בעכו"ם שהבדילנו הקב״ה מהם ולשוב מאחרי ה׳ ולמעול בו״ ע״כ ע״ש. די ״להדבק בעכו״ם״ וואס ער זאגט קען מיינען לעבוד ע״ז [״עכו״ם = ״עבודת כוכבים ומזלות״] און דעם ערשטן טעם, אדער קען דאס מיינען דעם צווייטן טעם ״להדבק בעכו״ם שהבדילנו הקב״ה מהם״ מיינענדיג די ״אומות העכו״ם״ [״עכו״ם = ״עובדי כוכבים ומזלות״]. (עס איז סתם אזוי משמע ווי ער שטעלט צאם די צוויי טעמים - ״ולשוב מאחרי ה׳ ולמעול בו״.) אבער ער דערמאנט נישט די קינדער דייקא. והיינו, אז מ׳קען אולי באטראכטן אפילו ממבט טעם השני אז דער הייראטער אליין ווערט שוין נבלל און פארלירט זיין אידענטיטעט הישראלי, הגם עס איז טאקע שווערער צו זאגן.

איז יעצט לגבי א פרייער איד קען מען בכלל זאגן אז די שאלה הייבט זיך עכט נישט אָן. והיינו, ״וואס איז די תורה מצווה פאר איינער וואס איז ספעציפיש נישט דתי און האלט איר נישט ביים פאלגען, ספעציפיש פאר אים אליין וואס צו טוהן אין אזא פאל וואס קומט מעיקרא און אינגאנצן צושטאנד טאקע מכח׳ן זיין איר נישט וועלן פאלגען; מותר או אסור?״ אתמהה. די ״היתר/איסור״ האט בכלל נישט וואו חל צו זיין אויפ׳ן סאביעקט דערפון. ס׳איז ענליך צום פראגע ״אויב ער איז שוין סיי-ווי-סיי פריי מעג ער עפ״י תורה הייראטן א גויטע?״ עס איז נאך שוואכער ווי סתם אזוי צו זאגן ״חוטא נשכר״ ווייל די איסור/היתר דא קען נישט חל זיין אויפ׳ן סאבּיעקט דערפון מעיקרא כנ״ל.

מ׳קען אבער רעפארמיולירן דיין שאלה אז וואס איז די תורה מצווה פאר א דתי אינדרויסן צי ער זאל דאס רעקאגנייזן? איז אויב איז די נישואין וכו׳ געווען כדת היטן זיי דאך יא בעצם די תורה, און אויב נישט טוהט ער דאס טאקע נישט רעקאגנייזן. זאגן אז זיי האבן דאס געטוהן כדת אבער פון דארט און ווייטער ציען זיי אויף די קינדער ווי גוים, זענען זיי דאך אזוי ווי עני אנדערע ישראל שהמירו און איך זעה נישט ס׳זאל יעצט מאכן א חילוק למפרע אין דאס רעקאגנישאן פאר׳ן דתי אינדרויסן.

אדער קען מען זאגן בסתם אז ווי לאנג ס׳איז מיט א איד איז לא פלוג: נישט קיין חילוק אויב ס׳איז דתי צי נישט. די סברא דארונטער קען זיין אזא סארט ״ממקור טהור מחצבתם״ און אז זיי זענען נאך אין דעם פאָלד אויף אזויפיל וממילא איז ״נאך דא האפענונג״. משא״כ עם גוי/ה.

ולגבי איינער וואס קען נישט האבן קיין קינדער הא׳מיר שוין אויבן ארויסגעברענגט אז ס׳מוז נישט זיין דייקא וועגן די קינדער. (מ׳רירט אפשר סתם אזוי אָן צו די תורה׳ס עטיטוּד לגבי אזא איינער ביי דעם איסור פון כרות שפכה ופצוע דכה, ועיין טעם האיסור במו״נ ח״ג פמ״ט לעומת טעמו של החינוך במצוה תקנט. דער חינוך זאגט טאקע אז מיט זיין טעם איז מער פארשטענדליך פארוואס מ׳אסר׳ט נאר א סריס בידי אדם.) ווי אויך קען גילטיג זיין דעם לא פלוג הנ״ל, הגם דארט איז די פאָקוס מער אויף די קינדער וואס איז נישט שייך אין דעם פאל.

מי אני » דינסטאג יולי 20, 2021 2:03 pm

· #478005
ואגב כידוע איז בכלל, עפ״י רוב, כהיום ווערט ״אידישע אידענטיטעט״ גערעכענט אלס אפגעזונדערט פון ״אידישקייט/דת״. לדוגמא:
📎 8E69A69D-850D-4C59-AFFB-7C1595E485EB.jpeg
דאס איז אבער נישט באמת נוגע צום קאנטעקסט וואס דער רס״ג ורמב״ם מיינען דא און טוהן דאס דעפינירן ומגדיר זיין - זיי שטעלן דאס יא צאם אלס איינס.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 12:41 pm

· #487336
וואלווי
@מי אני

כ'פרוביר צו פארשטיין פארוואס אפי' איינע פון די צוויי טעמים פאר איסור חתונות זאלן זיין גילטיג.

א) אויב ס'האט צוטוהן מיט אראפ פירן מדרך התורה ואמונה צו עבודה זרה, וואס וועט זיין מיט א שיקסע וואס האט אן אמת'ע הערצה צו גאט, אן עבו"ז, פארוואס זאל דאס זיין א פראבלעם? אדרבה, זי קען נאך גאר זיין א חיזוק פאר אמונה. אזוי ווייזט טאקע א גרויסע חלק פון היינטיגע רעליגיעזע וועלט, אז אמונה אין גאט האט קנאפ צוטוהן מיט עסטעבלישד רעליגיע. אדרבה, רעליגיע איז אסאך מאלַ גאר א שטער פאר אמונה ווייל מ'פארטוישט אמת מיט שקר.

ב) יוניק איידענטיטי. וואס פאר א ניץ האט יוניק איידענטיטי בכלל? איז רעליגיע א פאליטישע פארטיי? איז עס א קהילה אדער חסידות? טאמער איין מענטש קען ברענגען אז א צווייטער זאל זיין א בעסערע מענטש, עכ"פ ווען ס'איז באמת צוויי גוטע וואוילע מענטשען, ווער דארף איידענטיטי. די מעסטער דארף זיין מענטשליכע מענטשען, ווייל נאר פון א אזעלעכע קומט ארויס גוטס.

צו זאגען אז אונזער איידענטיטי ווערט פרעזערווד דורך זיין א מעמבער אין די פאלק איז די ערשטע סטעפ פון איגנארינס. פעלט דען יודען וואס פירן אראפ אנדערע יודען פון יודישען וועג? פעלט דען קאפאלס וואס האבן אראפ געפירט איינע דעם צווייטען? וואס זענען זיי געבליבן מיט, נאר מיט אן איידענטיטי אבער אן מענטשליכקייט און מאראלס.

וואלווי: דו דערמאנסט מיך פון א מעשה וואס כ'האב אמאל געליינט (אפשר חיים גראדע?) און ס'איז אפילו דא א דזשאוק איבער דעם. ומעשה שהיה אז א אידישער בחור, א זון פון אן אנגעזעהענעם סוחר אין די שטאט וילנא האט אפגעלאזט דעם שידוך מיט א אידיש מיידל, און האט חתונה געהאט מיט א שיקסע. שפעטער ווען די (געוועזענע) גוי'אישע ווייב האט געזעהן אז איהר מאן איז שטארק נאכגעלאזט אין אידישקייט. ער דאוונט נישט. און עסט נישט קיין כשר'ס און האלט נישט שבת, האט זי איהם געזאגט מוסר. און שטארק געמוטשעט אז ער זאלל זיך פארבעסערן. ווען ער האטציך אפגערעדט פאר זיין טאטע אז ער האלט עס שוין נישט אויס. די ווייב מוטשעט איהם זייער שטארק. האט איהם דער טאטע געזאגט..."זעה, איך האב דיך געווארנט אז דו זאלסט נישט חתונה האבן מיט א שיקסע. דו גייסט נאר האבן צרות פון איהר"...!

מי אני » דינסטאג מערץ 8, 2022 12:28 pm

· #496187
עס זענען דא חוקרים/מבקרים וואס האלטן אז מגילת רות איז נתחבר געווארן בתקופת הפרסיים נגד די געדאנק פון ספר עזרא קעגן חתנות. הגם דארט אין עזרא האבן זיי זיך למעשה נישט מתערב געווען לזהות היהודי ממש, משא״כ ברות. ווי אויך איז ״זהות״ יהודי בכלל דעמאלטס געווען מער וואקעלדיג בעת תקופת עזרא וואו עס איז נאך נישט געווען געהעריג דעם עם ישראל בארצם, משא״כ ווען בעת ווען רות איז (שפעטער) נתחבר געווארן און אין די תקופה וואס עס פארציילט איבער.

אין נחמיה ווערט טאקע דערמאנט (פרק יג) ביידע טעמים קעגן חתנות. צב״ש (שם כג-כד) גם בימים ההם ראיתי את היהודים השיבו נשים אשדודיות עמוניות מואביות ובניהם חצי מדבר אשדודית ואינם מכירים לדבר יהודית וכלשון עם ועם - דאס איז מער דעם זהות ואידענטיטעט פראבלעם. און דערנאך דערמאנט ער שלמה המלך ונשיו הנכריות שהטו וסרו את לבבו.

דר. מנחם קעלנער וויל מאכן א שטיקל חילוק וואו ספר עזרא/נחמיה גייט מיט א מער סארט ״כוזרי׳דיגע״ מהלך, וואו עס איז ממש דא אַן אינהערענט חילוק [אין די ״האַרדוועיר״ ממש] צווישן דעם איד און דער גוי וואס אפילו גירות קען נישט גענצליך איבערקומען (בעפאר א לגמרי׳דיגע התבוללות לאחר כמה דורות). דאס קען מען צב״ש זעהן פונעם פסוק (עזרא ט ב) כי נשאו מבנתיהם להם ולבניהם והתערבו זרע הקדש בעמי הארצות. משא״כ מגילת רות גייט מיט א מער סארט ״רמב״ם׳יסטישע״ מהלך וואו די חילוק פונעם איד מיט׳ן גוי איז פשוט בדעותיו ובמעשיו; נישט מער [נאר אינעם ״סאָפטוועיר״]. וממילא אויב נעמט מען אָן דעות ומעשה יהודי איז מען א יהודי.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 8, 2022 1:45 pm

· #496190
מי אני: די שטערקסטע עקזעמפל פון פערפעקטע גירות איז געווען רות אליינס. זי האט געזאגט צו איהר שוויגער (און צום אידישן פאלק) באשר תלכי אלך. ובאשר תליני אלין. אבער פון איהר אויפפיהרונג איז נאכנישט מוכרח אז א יעדער איינציגער גר אדער גיורת האלט אזוי שטארק ביי אידישקייט. דאס איז טאקע אן אידעאל. אבער נישט טיפיקל...!

מי אני » דינסטאג מערץ 8, 2022 2:55 pm

· #496200
עס זענען אויך דא חוקרים וואס זאגן אז מעשה תמר עם יהודה האט מען געקענט אפלערנען וואו עס איז להדיא קעגן חתנות (וכאשת יהודה בת שוע הכנעני, אבל עיין בפסחים נ.) און אז תמר איז נישט געווען מהעמים (ועיין בתיב״ע שם לח ו שהיתה בתו של שם) ולכן זכתה לצאת ממנה המלכות, אדער אז מגילת רות האט דאס אליינס געוואלט אנדערש מפרש זיין מיט דעם אז זי איז גאר יא געווען מהעמים און, אזוי ווי רות, האט זי דאך זוכה געווען לצאת ממנה המלכות.

מי אני » דינסטאג מערץ 8, 2022 2:56 pm

· #496201
דאס איז וואס דר. יונתן מאַגאָנעט שרייבט בנוגע מגילת אסתר וואס רירט דאך אויך אָן אויף חתנות (און איז סעט נישט לאנג פאר תקופת עזרא):
Esther raised embarrassing problems for the rabbis. How could a nice Jewish girl like Esther marry a Gentile king? One rabbi proposed the use of a doppelgänger who replaced her in the marital bed. How did she maintain normal Jewish religious practices, such as eating kosher food, while in the palace? They did credit her with inventing an ingenious method to enable her to keep track of when it was Shabbat – she named her seven serving girls after the days of the week, so always knew what to do when it was the turn of the girl called Shabbat. There is an odd, and decidedly anachronistic, modern reflection on such concerns in the beautiful Sabbath prayer from the musical Fiddler on the Roof

May you be like Ruth and like Esther

May you be deserving of praise

Strengthen them, O Lord

And keep them from the strangers’ ways

These words do not follow the traditional language for blessing daughters which wishes them to be like the matriarchs Sarah, Rebecca, Rachel and Leah. For Jewish life in Czarist Russia at the turn of the twentieth century, where Fiddler on the Roof is set, such a change would have been shocking, because these alternative names represent two highly problematic situations for that traditional society. After all, Ruth was a convert to Judaism and Esther married out! However, for the writers and composer of the musical living in today’s United States, with considerable Jewish assimilation to ‘the strangers’ ways’ and a high level of intermarriage, Ruth and Esther may indeed have become exemplary role models

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 8, 2022 8:03 pm

· #496214
מי אני: דזשאסט פאר דהע רעקארד. די טעאטער שפיל פידלער אן דהע רוף איז נישט אריגינאל געמאכט געווארן אין אמעריקע. די אריגינאלע שפיל שטאמט פון פוילן/רוסלאנד. אין די מיטל 20'ער יארן. ס'איז נאר איבערגעזעצט געווארן אין ענגליש. און דאהי אין אמעריקע האט עס געזעהן אן אויסערגעוויינליכע הצלחה...!

כרם זית » דינסטאג מערץ 8, 2022 11:15 pm

· #496218
Re: קאסט-בענעפיט פון אינטערמערידזש וחתנות פון א תורה׳דיגן שט
על פי דרש (כדרך @מי אני...) קען מען זאגן אז דאס האט דער גואל געטענה'ט ''פֶּן-אַשְׁחִית, אֶת-נַחֲלָתִי''. אויב נעם איך אן אז רות איז א איד כדברי הרמב''ם ודלא כהכזורי, דאן איז א''י אויך נישט 'בעצם' בעסער פון שאר ארצות, ממילא וועט מיין נחלה פארלירן איר ווערט אין מיינע אויגן...

מי אני » דינסטאג מערץ 8, 2022 11:41 pm

· #496226
זייער שיין! ס׳איז טאקע ידוע אז מ׳דרש׳ענט דערויף אויפ׳ן ״פן אשחית את נחלתי״ אז דער גואל האט אָנגענומען אַן עקסטרעמע איסור פון חתנות - ער האט גע׳אסר׳ט מואבית אויך פונקט אזוי ווי א מואבי ואפילו לאחר גיור (עיין ברש״י שם).

‏דא הא׳מיר טאקע אראפגעברענגט פון הרב דר. נתן סליפקין ווי אזוי ער איז מסביר ״קדושת״ הארץ במשנתו של הרמב״ם.

מי אני » מיטוואך מערץ 9, 2022 12:32 pm

· #496255
דר. מיכאל סעטלוֺי זאגט אז עזרא׳ס קאמפיין קעגן חתנות איז געווען קעגן דעם וואס די שובי בבל בימי ששבצר וזרובבל האבן חתונה געהאט מיט די בני יהודה וואס זענען פארבליבן אין א״י אשר לא הגלו לבבל בעת החורבן (אזא סארט טיילונג…) - דאס מיינט ״עם הארץ״ אין ספר עזרא (דלא כרש״י ושאר המפורשים בפרק ד. בבבל האט זיך מער פארמירט דאס מאַנאָטעאיזם פון יהדות און דעריבער זענען זיי געווען קעגן די הנשארים בא״י וואס האבן נאך אָנגעהאלטן הענאָטעאיזם וכדומה. דעריבער באציהט זיך עזרא וכו׳ צו זיי אז זיי פירן זיך אויף ״אזוי ווי״ [כתועבותיהם] העמים הסובבים אותם.

ער זאגט אויך אז אנדערש ווי די צוויי טעמים קעגן חתנות הנ״ל, וואס באציהען זיך נאר צום פראבלעם פונעם תוצאה דערפון, איז זיין פראבלעם דערמיט, וואס איז געווען ״כוזרי׳ש״ כנ״ל, געווען אז דאס עצם נישואין איז א פראבלעם ווייל די ״זרע קודש״ גייט במעי נכרית (אדער ״כמו״ נכרית כנ״ל).

‏לויט די מהלך אז די פראבלעם פון חתנות איז מכח דאס אידענטיטעט וזהות, איז לפי הנ״ל, אז זיי זענען בעצם (אריגינעל) געווען מעם ישראל, דאס געגאנגען אזוי ווייט אז מ׳האט זיי גענצליך אויסגעשלאסען פון עם/כלל ישראל, נאך מער ווי לדוגמת ה״טיילונג״ בין הארטאדאקסן ונעאלאגן. אדער קען מען זאגן אז זיי האבן רעטראָדזשעקטעד דעם פראבלעם נאך פריער: אז אטע זייער חתנות עם העמים האט פון זיי טאקע צוגענומען דאס זהות וואס מפני זה כהיום בימי עזרא איז שוין א פראבלעם חתנות מיט זיי מכח דעם אז דאדורך גייען די עולים פארלירן דעם זהות היהודי. און אויך דאדורך האבן זיי פארלוירן דעם אינהערענט ״כוזרי׳שע״ געדאנק פון ״זרע קודש״. אונז טרעפן מיר טאקע ענליך צו דעם געדאנק בדברי חז״ל בפרק עשרה יוחסין (קידושין סט: אמר ר״א לא עלה עזרא מבבל עד שעשאה כסולת נקיה ועלה, ואפילו א״י, דורות שפעטער, איז כעיסה לבבל ע״ש. והגם דארט איז די געדאנק לגבי פסולי נישואין בעיקר בתוך בני ישראל [חללי גירי חרורי ממזרי], איז אבער די געדאנק דערין לגבי מבורר׳דיגיטלי יוחסין וואס גייט טאקע צוזאמען מיט דעם ״כוזרי׳שע״ געדאנק פון ״זרע קודש״.

לגבי וואס אונז מ׳האט דערמאנט לגבי חלק חסרון הגירות שהיתה בימי עזרא זאגט טאקע דער רלב״ג (עזרא ט ב) ״ידמה שנשאום בגויתן שאם לא היה כן לא היה אסור בדבר בכל הגוים שזכר כי אם ב[נקיבות ]מצרי״ ע״כ.

מי אני » מוצ"ש מערץ 12, 2022 9:30 pm

· #496441
וואס ר׳ צדוק הכהן מלובלין זצ״ל שרייבט בפוקד עקרים (אות ה):
📎 2278ACD0-C1FF-49A4-B00B-6D07A9320977.jpeg
ער גייט אריין דארט באריכות עפ״י חסידות בהא דרצה שמשון הגיבור בנשים פלישתים. ער גייט אויך אריין באריכות בהא דנלקחה אסתר באונס לאחשורש און אז די בני בניו של המן שלמדו תורה בבני ברק איז דורך דעם וואס בנות ישראל זענען נתאנס געווארן ע״י זרעו ע״ש.

מי אני » מיטוואך מערץ 16, 2022 11:27 am

· #496605
ובנוגע די געדאנק אז עזרא האט פארעכענט די אידן אשר לא נגלו ונשארו בארץ במשך גלות בבל ווי גוים גמורים, זעה׳מיר אביסל ענליכס צו דעם אפילו ממבט התלמוד לענין העשרת השבטים. די גמרא זאגט ביבמות יז. לגבי החשש להינשא מהעכו״ם במקומות מיוחדים אז אפשר זענען זיי מהעשרת השבטים ומבנותיהן וואס ווערט יא גערעכענט ווי א ישראל וממילא אולי הוא פסול וכו׳. זאגט דארט שמואל:
לא זזו משם [באותו הדור] עד שעשאום עובדי כוכבים גמורים שנאמר (הושע ה ז) בה' בגדו כי בנים זרים ילדו.

דער קרן אורה וואונדערט זיך אויף דעם און זאגט אז אפשר איז עס נאר לגבי זייערע קידושין דכל דמקדש אדעתא דרבנן מקדש. אבער ער זאגט אז עס איז נישט משמע אזוי.
📎 BB74227A-E85A-4CBC-861E-2580131F35FA.jpeg
דער דברות משה פרעגט אויך ענליך. און ער זאגט אז דאס וואס מ׳זעהט אינעם מאירי אז ״ומכאן היה רבותי חוככין לומר שכל משומד בזה״ז גוי גמור הוא״ (ועיין באבהע״ז סימן מד סעיף ט) איז אולי א טעות וליכא חזקה על ספרים שיצאו מקרוב שלא ראו אותן חכמי הדורות שלפנינו ע״ש.

אונז טרעפן מיר אויך לגבי כותים בחולין ו. לא זזו משם עד שעשאום עובדי כוכבים גמורים איז אבער מחמת חומרא דקידושין איז מען יא חושש לקידושיו שם באבהע״ז סימן מד סעיף י. און דער ב״ש דארט בס״ק יג זאגט אז ביי א כותי איז עס נאר לחומרא משא״כ ביי די עשרת השבטים ביבמות הנ״ל וואו עס איז געווען לגמרי ואפילו לקולא ע״ש.

דער חת״ס שרייבט אין או״ח סימן לט אויפ׳ן מג״א ס״ק ד:
ונראה לפענ״ד שיש כח בכלל ישראל להוציא המורדים מכלל האומה ויחזרו לגוים גמורים אף להקל
און ער זאגט אז דאס וואס מ׳טרעפט טאקע ביי עזרא׳ס כינוס נגד חתנות אז ווער עס וועט נישט קומען דערצו (עזרא י ח) יחרם כל רכושו והוא יבדל מקהל הגולה, איז אויך געווען להוציאו מכלל ישראל לגמרי ע״ש.

מי אני » מיטוואך מערץ 16, 2022 4:43 pm

· #496619
דאס איז וואס ר' אברהם סבע שרייבט אין זיין פירוש על מגילת אסתר אשכול הכופר: 📎 אשכול הכופר.jpg

מי אני » דינסטאג מערץ 22, 2022 4:02 pm

· #496853
מי אני
2). וויבאלד די דורות פארלירן דאדורך דעם יוּניִק ״ישראל״ אידענטיטעט, ואפשר דכן משמע ברמב״ם בהלכות איסורי ביאה פי״ב ה״ח ובסמ״ג לאו קיב ע״ש.

ולכאורה אפשר להעמיסו ג״כ בהא דפסק הרמב״ם שם בה״א כר״ש נגד הרבנן בקידושין סח: דהלאו קאי על כל העמים בגיותן, דדריש טעמא דקרא ותיבות ״כי יסור״ מרבה אף ״כל המסירים״ הגם דאינם מסירים כ״כ כמו השבעה אומות שאינן עוע״ז אלא מנהג אבותיהם בידיהם (חולין יג:). וע״ש בכסף משנה.

מי אני » מאנטאג אפריל 4, 2022 12:49 pm

· #497473
הרב שמואל משה רובינשטיין ז״ל שרייבט אין זיין הרמב״ם והאגדה אז מ׳האט מייחס געווען אל עזרא הסופר תקנות וואס פארבעסערן די מצב הנשים וויבאלד ער איז געווען דער וואס האט אזוי מתריס געווען קעגן חתנות און האט געוואלט אז מ׳זאל חתונה האבן און פארבלייבן מיט נשים ישראליות. 📎 A4BC0C5D-5538-4521-9BC4-A5BA40AEBAC0.jpeg

רשכבהג » דינסטאג אפריל 5, 2022 8:40 am

· #497535
.

מי אני » מיטוואך אפריל 6, 2022 3:30 pm

· #497697
דאס איז וואס הרב דר. מלך שפירא שרייבט:
📎 69F5F860-F782-463C-8C98-4C7018E35B76.jpeg

מי אני » מוצ"ש מאי 7, 2022 10:36 pm

· #499555
הגרש"ז אויערבאך זצ"ל האט געזאגט אז דאס'ן זוכן קולות ביי קאמערשאל בישול עכו"ם איז וואס איז גורם אז עס איז איינגעריסן חתנות ביי אידן (כעין דעם שפריכווארט ״ווען א איד טוט זיך אויס זיין שטריימל אין קראקא, שמד'ט זיך א איד אין בערלין״): 📎 הליכות שלמה.jpg במושכל ראשון איז די גזירה שגזרו על פתן ושמנן משום יינן ועל יינן משום בנותיהן, מכח א ראציאנאלן טעם אז מ'זאל נישט האבן אזוי ווייט קירבה מיט גוים וואס דאס ברענגט צו דאס'ן זיך מתחתן זיין מיט זיי. וכמו שכתב הטור ביו"ד סימן קיב:
וכל אלו הדברים [פת של גוים ושלקות ומשקים וחלב וגבינה שלהם] אסרו משום חתנות, פירוש שלא יבוא להתחתן בהן, שכל אלו מושכין לב האדם ואם יתקרב אליהם באחד מאלו יבוא להתחתן בם.
דא, בדברי הגרש"ז אויערבאך זצ"ל וואו די קונים האבן נישט די סארט קירבה, איז דאס אבער מער מכח א דבר סגולי.

דער גאלדענער אדלער » מוצ"ש מאי 7, 2022 11:35 pm

· #499556
Re: קאסט-בענעפיט פון אינטערמערידזש וחתנות פון א תורה׳דיגן שט
מי אני
הגרש"ז אויערבאך זצ"ל האט געזאגט אז דאס'ן זוכן קולות ביי קאמערשאל בישול עכו"ם איז וואס איז גורם אז עס איז איינגעריסן חתנות ביי אידן (כעין דעם שפריכווארט ״ווען א איד טוט זיך אויס זיין שטריימל אין קראקא, שמד'ט זיך א איד אין בערלין״): 📎 הליכות שלמה.jpgהליכות שלמה.jpg במושכל ראשון איז די גזירה שגזרו על פתן ושמנן משום יינן ועל יינן משום בנותיהן, מכח א ראציאנאלן טעם אז מ'זאל נישט האבן אזוי ווייט קירבה מיט גוים וואס דאס ברענגט צו דאס'ן זיך מתחתן זיין מיט זיי. וכמו שכתב הטור ביו"ד סימן קיב:
וכל אלו הדברים [פת של גוים ושלקות ומשקים וחלב וגבינה שלהם] אסרו משום חתנות, פירוש שלא יבוא להתחתן בהן, שכל אלו מושכין לב האדם ואם יתקרב אליהם באחד מאלו יבוא להתחתן בם.
דא, בדברי הגרש"ז אויערבאך זצ"ל וואו די קונים האבן נישט די סארט קירבה, איז דאס אבער מער מכח א דבר סגולי.
כ'פארשטיי נישט וואס ער שרייבט דארט בתוך הדברים,

"הנה בדורותינו נתרבו נשואי התערובות ר"ל, בפרט בארה"ב, באופן שלא היה מעולם בכלל ישראל"

אין אונגערן אדער אין אנדערע יוראפעישע לענדער ארום די צייט פון די צוויי וועלט מלחמות איז דען נישט געווען תערובי נישואין אויף אזא הויכע שטאפל פראצענט ווייז?? און וואס ער שרייבט בפרט בארה"ב, כ'מיין אז אין אנדערע לענדער ווי צב"ש אוסטרליה היינצוטאגס איז פארהאן אסאך א גרעסערע נומבער פון אסימילאציע ווי פון אמעריקע

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

מי אני » פרייטאג יוני 17, 2022 7:46 pm

· #502457
📎 2602E1BE-456F-454A-BBF8-A6FEF8485AFB.jpeg במשנתו של משה הס.

מי אני » מוצ"ש אוגוסט 13, 2022 11:01 pm

· #506329
דר. דניאל הורוויץ (א רעפארמער איד) שרייבט א פּערזענליכע אנעקדאט (אין די קאנטעקסט פון אַן אנאליז איבער די פילם A Serious Man וועלכע איז אַן עקזיסטענשאל אלעגאריע איבער דאס פתרון כמו שאלת ספר איוב):
Years later my fiancée and I are in San Francisco and want to get married by a rabbi. Thirteen rabbis refuse us: this one is on study leave in Israel; this one requires that we pay up and join the congregation first (I recall his words on the telephone were: "Our life events are restricted to congregation members"); this one specializes in intermarriages and wants extra cash for a crash course in Judaism as part of the marriage deal, and won't reduce the cost after we explain that between the two of us we've done two lifetimes of Hebrew school and Jewish learning. Most won't marry us because one of us has been married before (to a Jew) and the rabbis require a GET which we won't get. Finally a clever woman rabbi, kinder and gentler than the rest, and smarter, says: “Let's play a game, when you were married was it under a proper canopy [Chupah], did you read out this, sing that, no, you didn't then you were never married and do not need a GET, I will marry you.” And so she did. Judaism can be a headache but its capacity for reasoning is marvelous; it can't finally help you (promising neither salvation nor explanation), but it can at least find a way to get you married, and without a GET

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 5:53 pm

· #506744
דר. לאָרי פּיִרס שרייבט אז די אידן אין בבל האבן זיך געהאט מתחתן געווען מיט די בבליים און זענען (כידוע) געווען איינגעגלידערט אין די בבלי׳שע/פרס׳ישע געזעלשאפט. (און אט די חתנות טוהט מגילת אסתר אפשפיגלען.) זי זאגט אז עזרא ונחמיה האבן דאס געוואלט אויסרייסן אין א״י, וואו זיי האבן געהאט מער אטאריטעט, וואס זיי האבן נישט געקענט טוהן אין בבל. (זי דערמאנט אויך אז א סיבה פון זייער קעגנערשאפט צו חתנות איז מעגליך געווען אויך מכח עקאנאמישע זארגן אז די נכסים פון די יהודים זאלן נישט נאכדעם ווערן גע׳ירש׳נט דורך די ווייבער׳ס משפחות.)

דוד שריפטליך » זונטאג אוגוסט 21, 2022 3:54 am

· #506862
מי אני
וואס ר׳ צדוק הכהן מלובלין זצ״ל שרייבט בפוקד עקרים (אות ה): 📎 2278ACD0-C1FF-49A4-B00B-6D07A9320977.jpeg2278ACD0-C1FF-49A4-B00B-6D07A9320977.jpeg ער גייט אריין דארט באריכות עפ״י חסידות בהא דרצה שמשון הגיבור בנשים פלישתים. ער גייט אויך אריין באריכות בהא דנלקחה אסתר באונס לאחשורש און אז די בני בניו של המן שלמדו תורה בבני ברק איז דורך דעם וואס בנות ישראל זענען נתאנס געווארן ע״י זרעו ע״ש.
אינטרעסאנט איך האב געהערט הרב שמואל ניימאן שליט"א דאס ערווענען ביי א שיעור

מי אני » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 10:36 pm

· #508408
דאס איז וואס דר. ראובן הערש האט געשריבן בנוגע דעם אז עס זענען געווען נאכ'ן קריג אן overrepresentation פון אידן אין מאטעמאטיקס: 📎 1.jpg

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2022 8:34 pm

· #510207
לגבי אידישע אידענטיטעט ברענגט צו דר. איִען שפירא [45:35-45:52] פון דר. אלעסדעיר מעקינטייר אז א חלק פון וואס עס באדייט צו זיין א איד, איז זיך טענה׳ן וואס באדייט צו זיין א איד.

מתבודד » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 11:13 am

· #510261
האמיר א פרישע בליק אויף די אידישע אידענטיטעט, פון הרב עדו פכטר:
אדרבה, הייתי מחריף טענה זו וטוען שמתגייר המתכוון לקיים אורח חיים חרדי מתבדל (כמובן, לא כולם כאלה; יש שכן מעורבים בחברה היהודית-ישראלית), אין גיורו תקף. כפי שבעבר, הנחת המוצא של תהליך הגיור היתה שהמתגייר מעוניין לקבל על עצמו מצוות, כיום הנחת המוצא היא שהוא מעוניין להצטרף לישות הפוליטית ששמה 'עם ישראל'. לכן, בסיס הגיור צריך להיות מוכנות ורצון להיות מעורב באופן קונסטרוקטיבי בחברה היהודית הישראלית. גיוס לצבא, לדוגמה, הוא בעיני תנאי בסיסי לכך.
ווייס איך נישט וואס א גוי פון ניו יארק אדער בראזיל וואס וויל זיך מגייר זיין דארף צו טון...

צוגעברענגט פון די אשכול

טאמבל סאס » זונטאג אקטאבער 16, 2022 8:20 am

· #510298
מי אני
‏דא טוהט פּוּ ריִסערטש אביסל דורך די תוצאות פון חתנות כהיום פאר אידישקייט ואידענטיטי (הן לטב והן לביש) עפ״י די סטעטיסטיקס.
פון דיין לינק:
With those cautions in mind, here’s a walk through some of our data on intermarriage, including some new analysis that goes beyond the chapter on intermarriage in our original report. (We would like to thank several academic researchers, including Theodore Sasson of Brandeis University, Steven M. Cohen of Hebrew Union Collegeand NYU Wagner , and Bruce Phillips of Hebrew Union College and the University of Southern California, for suggesting fruitful avenues of additional analysis.)
לאמיר געדענקען אז דער כהן איז דער זעלבער מאן דהו וואס האט קעגן זיך אלעגעישנס פון יארן פון סעקושעל הארעססמענט קעגן זיינע פרויען קאלעגעס און סובּורדינעיטס. פון וויקי:
Following the allegations of sexual harassment against Cohen, three scholars of American Jewish history co-authored an article in The Forward, in which they proposed a link between Cohen's alleged sexual pattern of misogynistic behavior and the conclusions of some of his sociological studies focused on the "continuity crisis." Namely, the authors Kate Rosenblatt, Ronit Stahl, and Lila Corwin Berman wrote, "Most troubling about the data-driven mode of Jewish continuity conversations are its patriarchal, misogynistic, and anachronistic assumptions about what is good for the Jews. We learn that single women, queer people, unwed parents, and childless individuals or couples are all problems. And we learn that the Jewish community, should it want to survive, must step into the role of calling out and regulating those problems. Jewish communal leaders, in turn, learn [from the studies conducted by Cohen] that the continuity crisis — and its prescriptions about how to regulate primarily women, their bodies, and their sexuality — has its own productive energy that can be harnessed to convince donors to open their pocketbooks and support the very research and programs that prove that the crisis exists."[9]

The cultural critic Rokhl Kafrissen has further concluded that "Cohen saw himself as an authority figure and thus entitled to the private lives and bodies of his female colleagues and subordinates, just as he saw himself entitled to dictate policy and control the fertility of American Jewish women. It becomes very hard to disentangle the sexism of an abuser from the patriarchal agenda he spent decades pushing."[10]

טאמבל סאס » זונטאג אקטאבער 16, 2022 9:07 am

· #510299
מי אני
ואגב כידוע איז בכלל, עפ״י רוב, כהיום ווערט ״אידישע אידענטיטעט״ גערעכענט אלס אפגעזונדערט פון ״אידישקייט/דת״. לדוגמא: 📎 8E69A69D-850D-4C59-AFFB-7C1595E485EB.jpeg8E69A69D-850D-4C59-AFFB-7C1595E485EB.jpeg דאס איז אבער נישט באמת נוגע צום קאנטעקסט וואס דער רס״ג ורמב״ם מיינען דא און טוהן דאס דעפינירן ומגדיר זיין - זיי שטעלן דאס יא צאם אלס איינס.
וואס סמאוקט ער? כ'בין נאך מסכים מיט דעם אז אפי' היינט זענען מסתמא נאך רוב אידן ליבעראל, געלערנט און עמפירעסיסטס אבער "נאט רעלידזשעס", אין די סענס/טייטש וואס רוב מענטשן פארשטייען דער ווארט "רעלידזשעס" צו מיינען, איז שטותים גערעדט?! כמעט יעדער וואס איז נאר "דזשואיש" אויף א קולטשערל אדער עטנישע אופן וועט דאס "קוואליפיצירן" עז סאָטש, ווען דו פרעגסט אים צו ער ער איז דזשואיש. מענטשן, אידן האבן נאכנישט פארגעסן די טעריפייאינג אלד מען פון די אלד טעסטאמענט.

מי אני » זונטאג אקטאבער 16, 2022 2:30 pm

· #510306
מ'זעהט אז אידן זענען מער לייקלי ווי גוים נישט צו גלייבן אין ג-ט. ווי פּוּ זאגט (אין 2020-2021 - שוין נאך 2018 ווען נתגלה קלונו של דר. סטיווען כהן און ער איז לכאורה נישט געווען אינוואַלווד; אפילו אין די קליינע capacity ווי אין 2013):
There are even bigger gaps when it comes to belief in God. About a quarter of Jews (26%) say they believe in God as described in the Bible, compared with more than half of U.S. adults overall (56%) and eight-in-ten Christians. Jews are more likely than U.S. adults overall (50% vs. 33%) to say they believe in some other spiritual force or higher power, but not in God as described in the Bible. Jewish adults also are twice as likely as the general public to say they do not believe in any kind of higher power or spiritual force in the universe (22% vs. 10%)
אגב, אין זייער 2013 שטודיע זאגן זיי אז 62% פון אידן טענה'ן אז אידישע אידענטיטעט איז מיוסד אויף אפשטאם און קולטור ווי איידער רעליגיע (ואפילו ביי רעליגיעזע אידן זאגן דאס 55%). און צוויי דריטל האלטן אז עס פעהלט נישט אויס צו גלייבן אין ג-ט צו ווערן פארעכענט אלס איד [אידענטיטעט].

דא צייכענט דער מאטעמאטיקער דר. הערבּ סילווערמאן צו א סורוועי פון העריס אינטערעקטיוו (איך קען נישט טרעפן די אריגינעלע) וואס צייגט אויך אז עס איז מער מצוי אז א איד זאל זיין אַן אטעאיסט ווי איידער א גוי (הגם עס איז ביחס צו קריסטן). ער צייכענט צו אז ס'איז אביסל פאראדאקסיש אז פּוּ האט געצייגט אז אמעריקאנער באטראכטן מער ווארעם אידן און מער קאלט אטעאיסטן.

עס דערמאנט פון וואס איך האב געהאט צוגעצייכענט פון דר. דוד ביאלע וואס ער טענה׳ט טאקע אז סעקולעריזם, זיין אינדעפּענדענט פון סקריפּטשור, און זיך ארויסדרייען פון עסטעבּלישד דאקטרינעס, איז אינהערענט ממש אין יהדות רבנית, און איז וואס די רעפארמער משכילים ודכוותייהו זענען באאיינפלוסט געווארן פון און האבן זיך באנוצט מיט (עכ״פ בלא יודעים). די געדאנק קען גיין ווייטער ווי סעקולעריזם צו אטעאיזם ממש. כי עם קשה עורף הוא.

טאמבל סאס » דינסטאג אקטאבער 18, 2022 4:38 pm

· #510312
מי אני
‏דא טוהט פּוּ ריִסערטש אביסל דורך די תוצאות פון חתנות כהיום פאר אידישקייט ואידענטיטי (הן לטב והן לביש) עפ״י די סטעטיסטיקס.
אויך פון דיין לינק:
But our survey finds that Jewish women are slightly more likely to be intermarried than Jewish men. Among the married Jewish women surveyed, 47% say they have a non-Jewish spouse. Among the married Jewish men, 41% say they have a non-Jewish spouse.
אוי וויי. אבי איך האב געמיינט אז די ישיבות פראדעצירן בעסערע וואַרע ווי די יוניווערסיטיס.. :אומגלויבליך:

כ'מיין עפעס א מעזשור מוז מען דאך האבן...

מי אני » דינסטאג אקטאבער 18, 2022 9:24 pm

· #510316
מ׳קען אולי היפאטיזירן/קלערן אז דאס איז ווייל ממבט ההלכה איז פארט עטוואס בעסער לגבי אידישע אידענטיטעט ווען א אידענע הייראט א גוי, ווי ווען זכרים האבן חתונה מיט גויטעס, מכח דעם ווייל די אידענע׳ס קינד ווערט נאך גערעכענט ווי א איד (פסול). ואולי מכח דעם איז אלס דאך געווען א(ן עטוואס) שטערקערע דגוש אויף דעם אז אידן זכרים זאלן נישט הייראטן קיינע נשים נכריות ווי פארקערט, וואס האט פועל געווען צו די פענאמענאן.

וידוע די באקאנטע סצענע אין Fiddler on the Roof, וואו טביה׳ס טאכטער חוה וויל הייראטן א גוי. דאס קען ער נישט מסכים זיין צו, ווי איידער ווען אַן אנדערע טאכטער זיינער וויל הייראטן א אידישע משכיל פון וועמען ער איז בעצם אויך נישט צופרידן. ואגב, אין שלום עליכם'ס אריגינעלער טביה דער מילכער קומט חוה נאכדעם צוריק צו אים ווען דער צאר איז זיי מגרש פונעם דארף. ער לאזט דאס אפען צי טביה איז איר מוחל. 📎 1.jpg 📎 2.jpg

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 19, 2022 5:39 pm

· #510346
מי אני: דו האסט מיר (ממש) אויסגעכאפט די ווערטער. ווייל ווען א אידיש מיידל האט חתונה מיט א גוי זענען די קינדער עפ"י הלכה נאך פאררעכנט אלס אידן. משא"כ ווען א אידישער בחור האט חתונה מיט א שיקסע, זענען די קינדער גויים גמורים.

דער געוועזענער הויפט גלח פון ניו יארק, קארדינאל א'קאננער איז געווען עפ"י הלכה א איד. ווייל זיין מאמע, א טאכטער פון א שוחט האט חתונה געהאט צו אן איירישן גוי, א'קאננער. ער האט זיך בארימט אז ער האט געקענט לשה"ק אויך. ער האט אמאל געמאכט א מי שברך פאר די אנדערע וואוילע פרי מעיאר יודל איציק בן ארון לייב, קאטש. האט ער איהם געפרעגט וויאזוי ער זאלל עס זאגן אין ענגליש אדער לשה"ק.

אויך אין אונגארן איז דער (געוועזענער) הויפט פון די אנטי-סעמיטישע, פאשיסטישע פארטיי געווען א איד עפ"י הלכה. זיין באבע האט געהייסן קליין. נאר זי האט חתונה געהאט צו א גוי. ער האט רעזיגנירט פון זיין פאליטישן אמט און ער איז געווארן אן ערליכער איד.

ועוד. ס'איז דא נאך אן ענגל וואס מ'האט נישט דיסקוסירט דא. איך וואלט נישט געוואלט (דורך חתונה האבן צו א גוי'טע) אז מיינע קינדער זאללן האבן די טיפיקל גוי'אישע צורה.

איך האב געקענט איינעם א פארשוין וואס ער האט געזאגט אז ער איז א איד. ער האט אבער אויסגעזעהן ווי אן אוקראינישער גוי. ער האט זיך טאקע געגעבן א שיינעם אידישן נאמען. ער האט גערעדט אידיש און אונגאריש. זיך אויפגעפיהרט ווי א גוי אויך. מסתמא איז ער געווען א נאצי-העלפער דורכאויס די צווייטע וועלט מלחמה. מסתמא געהרג'ט אידן אויך.

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 10:12 pm

· #511107
אין די לעקציע זאגט דר. קריסטיִן העיס לגבי עזרא און אידישע אידענטיטעט וטעם לאיסור חתנות:
The prohibition of marriage with any foreigner is a great innovation on Ezra's part, and it's one that, as we shall see, was not universally accepted at all. The high incidence of intermarriage is perhaps indicated by the fact that it took several months to identify all those who had intermarried and to send away their spouses and their children. Even priests were among those who didn't view intermarriage per se as a violation of the covenant

Ezra’s interpretation of Mosaic prescriptions about marriage is an expansive one. The Torah does prohibit intermarriage with the native Canaanites at the time of the conquest, the rationale being that they would lead Israelites into abhorrent pagan practices, child sacrifices, and so on. But of course it's actually not a complete prohibition - there is actually a legal provision for how to go about marrying a captive Canaanite woman; so it's not a completely unqualified prohibition to begin with

The Torah then also prohibits intermarriage with certain, very specific foreigners, Moabites and Ammonites, specifically because of their cruel treatment of the Israelites during their trek from Egypt to the Promised Land. Egyptians are prohibited only to the third generation. But there's no prohibition against marriage with other foreigners - a Phoenician, an Arab - so long as they enter into the covenant of Yahweh, as long as they don't lead the Israelite partner into the worship of other gods. The rationale for intermarriage prohibitions in the Pentateuch are always behavioral, they're always moral. If this person will lead you astray to abhorrent practices that is prohibited. But marriage into the group is not prohibited. Indeed, Israel's kings married foreign women regularly. Many of the kings of Israel were themselves offspring of these foreign women. They were still fully Israelite. Israelite identity passed through the male line

But Ezra who is protective of Israel's religious identity, is zealous for the Lord, is wary of God's wrath - he's interpreting and promulgating these prohibitions in such a way as to create a general ban on intermarriage of any kind. Israel mustn't make the same mistake twice. Israelite identity is now made contingent in Ezra's view on the status of both the mother and the father. One is only an Israelite if one has both an Israelite mother and an Israelite father. Both must be of the "holy seed." This is a phrase which is being coined now in Ezra's time and is now serving as a rationale for the ban on intermarriage. It's not that a person is prohibited because they will lead you astray to the worship of other gods. That's something that can be corrected if the person in fact enters into the religious community of Israel. The rationale is that they just simply are not of holy seed and there's nothing that you can do to change that, so this becomes a permanent and universal ban

So that's the first very important thing that Ezra tries to do: the dissolution of marriage with foreign spouses and to establish a blanket universal ban on intermarriage, to make Israelite identity dependent on the native Israelite status of both mother and father
די חוקרים נעמען אָן אז די אידן/"העם הארץ" וואס זענען פארבליבן האבן געלייגט א דגוש אויף אברהם און דאס איז באגנוגענד אז דעריבער זאל דאס לאנד זיין זייערס, משא"כ די בני הגולה העולי בבל האבן געלייגט א דגוש אויף משה ותורתו און דאס איז וואס געבט בעלות אויפ'ן לאנד.

זי ברענגט ארויס אז ער האט אוועקגעשטעלט אין יענע תקופה אז די אידענטיטעט פונעם גרופע פאר אנדערע איז געווען בשמירת שבת, מילה, ואיסור חתנות.

אינעם נעקסטן לעקציע דערמאנט זי דעם אויבנדערמאנטן טעזע אז מגילת רות איז געשריבן געווארן אלס א קאנטער-רעאקציע צום איסור חתנות פון דעמאלטס. זי זאגט דארט:
The acceptance of foreigners is well documented in post-exilic Judaism, despite Ezra's polemical efforts to exclude foreigners from the community. It's important to remember that Ezra's reforms never became normative for the entire community. Post-exilic, and later Rabbinic Judaism, never adopted the purely genealogical definition of Jewish identity. They allowed for the phenomenon of conversion and marriage into the covenant by persons of foreign birth who accepted the God of Israel; a possibility that Ezra completely forecloses. Ezra's extreme views were popular among sectarian groups, so Ezra and exclusivism is championed, for example, in writings that are found at Qumram. It exerted some influence on early Christian bans on marriage, absolute bans on marriage between believers and unbelievers
אין די נעקסטע לעקציע זאגט זי לגבי אידישע אידענטיטעט במגילת אסתר:
There are some very important and striking themes in the story. First, there's the ethnic element of Jewish identity, rather than religious, that comes to the fore in the book of Esther. The presentation is secular, the Jews are described as a people, an ethnos. Esther is fully assimilated to her gentile environment

מי אני » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:05 pm

· #512351
דר. אלכסנדר ראָפע טענה'ט אז מעשה פון אליעזר ורבקה ווי אונז האבן עס כהיום איז אויסגעשטעלט געווארן בימי עזרא ונחמיה, וואס האבן געוואלט אינפארסירן איסור חתנות, ולכן האבן זיי געלייגט א דגוש דערויף אז רבקה איז ממשפחת אברהם. און ווי דר. דוד פרענקל שרייבט:
a major concern of the final editors of Genesis 24 was to emphasize that Rebecca and Laban, the father of Leah and Rachel, were all part of Abraham’s extended family

The expectation that Israelite men must marry only women of non-foreign extraction comes from this late period. And it was in this period that the figure of Abraham came to the fore as a national symbol of paradigmatic import. By presenting Rebecca as Abraham’s great niece, Isaac’s marriage is not to a foreign woman, and Jacob is “Jewish” on both sides

In the original story, however, as preserved in the unedited fragment (vv. 53–65), the narrator presented Rebecca’s family members as simply “her brother(s) and her mother.” To the author of the ancient tradition, the lineage of Rebecca and her parents was of no interest at all
ולגבי די חילוק בין עזרה-נחמיה ומגילת רות שרייבן דר. יעקב רייט און דר. תמרה כהן אשכנזי:
The marriage unions at issue in Ezra-Nehemiah are very different (in truth, the issues in Ezra and Nehemiah are themselves different from each other — Ezra is concerned with holy "seed"). What enrages Nehemiah is that the non-Judahite women are not undergoing transformations similar to Ruth’s. Nehemiah’s main concern is not the women per se, but their children, specifically that they are estranged from their culture

Nehemiah emphasizes that the offspring from these mixed unions “could not speak Judahite.” (The term “Judahite” is probably more than just a language; it is arguably akin to what we would call culture, as in “the kids don’t even speak Jewish.”) If the women were integrated fully into Judahite society, this would not have been a problem

The social conditions of Ruth are much different from those in Ezra-Nehemiah. Ezra-Nehemiah describes the constitution of Judah after destruction. The province is in the throes of re-consolidating from disparate, competing clans into a community with a common vision. Its inhabitants are in the process of figuring out what it means to be Judahite. The efforts of Judah’s men to establish their prestige by marrying women from illustrious foreign families undermined these consolidation efforts.

In Ruth, conversely, Judah is an already established society for which the marriage of someone who wishes to integrate herself fully into this society does not pose a problem. In order to underscore the very different social situations, the authors of Ruth, likely writing after Ezra-Nehemiah, at a time when Judah was more firmly established, set their story in an epoch of Israel’s early history (“during the days of the Judges” Ruth 1:1)
דר. דוד גלאט-גלעד זאגט אז עזרא ונחמיה האבן פארטייטשט און אויסגעברייטערט דעם איסור "לא יבאו בקהל ה'", וואס האט מעיקרא באדייט אז זיי קענען נישט זיין אזעלכע סארט סיטיזענס וואס נעמען אנטייל אין געזעלשאפטליכע צאמקומענישן וכו', צו באדייטן חתנות עמהם אויך.

***

ס'איז אויך סתם אזוי אינטרעסאנט ווי לשונו של הרמב"ם באיסור חתנות בספר המצות לאו נב איז "שהזהרנו מלהתחתן בכופרים" ע"ש.
בלאט: 1 2 3