☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שש מדות בכופרים

שש מדות בכופרים

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4306

יידל » מיטוואך יולי 17, 2013 10:18 pm

· #134356
שש מדות בכופרים
צוויי פארשער פון די טענעסיער אוניווערזיטעט האבן באשלאסן צו קאטאגאריזירן די פארשידענע סארטן כופרים וואס זענען דא. יעדער ווייסט אז נישט א יעדע גלויביגער איז פונעם זעלבן טייג געקנאטן. עס זענען פארהאן אלע מיני סארטן פון די חוקרים ביז די בעלי קבלה, פון די פריילעכע ברסלב'ע ביז די טרויעריגע סטאלינ'ע. די שאלה וואס די צוויי פארשער האבן פרובירט געוואויר צו ווערן איז, צו קען מען אטעאיסטן און אומ-גלויביגע אויך אריינלייגן אין פארשידענע קאטאגאריעס, אדער צו זענען זיי אלע צינישע סקעפטיקער וואס דארפן פאר איעדן פארציילן אז זיי לאכן פון כל הקודש. פון 59 אינטערוויוס איז זיי אויסגעקומען זיך אנצוטרעפן אין 6 סארטן אומגלויביגע. די צוויי פארשער זענען מודה אז עס איז שייך צו גיין פיל טיפער ווי דאס. "אין 30 יאר, וועט מען אפשר צעטיילן אומגלויבן אין 32 טיפן". אבער במושכל ראשון, זענען די זעקס, די הויפט קאטאגאריעס אין וועלכע כופרים פאלן אריין. די שטודיע איז באריכטעט געווארן אויף CNN'ס גלויבונגען בלאג.

אט זענען די זעקס קאטאגאריעס:

1) אינטעלעקטואלער אטעאיסט/אגנאסטיק
אן אינטעלעקטואלער מענטש וואס זוכט אינפארמאציע אין אינטעלעקטואלע געדאנקן און ידיעות איבער אומגלויבן. די סארט גלייכט צו דעבאטירן און זיך טענה'ן, בפרט אויף אינטערנעט סייטס. געווענליך זענען די סארט גוט באקאנט אין ביכער און ארטיקלן איבער רעליגיע און אטעאיזם, און וועלן תמיד רעפערענצן די ארטיקלן.

2) אקטיוויסט (כמו-מיסיאנער)

דער אקטיוויסט איז נישט צעפרידן מיט זיין כפירה. ער וויל פארציילן יעדן איינעם איבער עס און ער האלט אז די מענטשהייט וועט שטיין בעסער אן גיין רעליגיע און דערפאר וויל ער משפיע זיין אויף ווי מער מענטשן. די סארט מענטשן זענען געווענליך פארנומען מיט פאליטישע ענינים וועלכע רירן צו צו רעליגיע ווי לדוגמא געי רעכטן, פעמעניזם וכדו'.

3) מבקש (אגנאסטיק)
דער מבקש איז נישט זיכער צו גאט עקזעסטירט אדער נישט, אבער ער האט אן אפענעם קאפ צו די מעגליכקייט אז גאט עקזעסטירט, און האלט אז א מענטש'ס מוח איז צו קורץ צו זיך דערגרינטעווען צום אבסאלוטן אמת. לויט די צוויי פארשער טוען מבקשים נישט האלטן קיין שטארקע אידיאלאגישע פאזיציעס און טוען אלץ טראכטן אז אולי זענען זיי נישט גערעכט. די פארשער ערקלערן אויך אז דאס איז נישט פשט אז די גרופע איז צעמישט. עס איז פשוט אז זיי זענען דוגל אין אומזיכערקייט בשיטה.

4) אנטי-טעאיסט
דער אנטי טעאיסט איז נישט בלויז א נישט גלויביגער, נאר ער איז געווענליך א שונא דת. זיי קוקן אן יעדע רעליגעזער אינדיווידואל ווי א שוטה אדער אן אומוויסנדער, און זיי האלטן אז כופרים זענען קלוגער און מער פארגעשריטן ווי גלויביגע. אנטי-טעאיסטן זענען געווענליך גאר outspoken איבער זייער כפירה, און זיי זענען פארנומען מיט זיך טענה'ן מיט מאמינים און חוזק מאכן פון זיי.

5) נישט-טעאיסט
די קלענסטע גרופע פון אלע זעקס זענען די נישט טעאיסטן. דאס זענען מענטשן וואס זענען נישט פאראינטערעסירט, נישט אין רעליגיע און נישט אין אנטירעליגיע. ביי די מענטשן שפילט דאס שאלה פון יא גלויבן אדער נישט גלויבן גאר א קליינע ראלע, אויב בכלל. די מענטשן קוקן זיך געווענליך נישט אן ווי אומגלויביגע, אבער צו די זעלבע צייט גלייבן זיי געווענליך נישט אין גארנישט, נאר לעבן זייער לעבן ווי כאילו רעליגיע וואלט נישט עקזעסטירט.

6) ריטואלער אטעאיסט
דער ריטואלער אטעאיסט גלייבט נישט אין גארנישט, אבער זיי האלטן דאך אז עס איז דא געוויסע מעלות צו רעליעגעזע טראדיציעס און ארגעניזירטע רעליגיעס. די מענטשן זענען אפט ספיריטואל גענויגט און זיי טרעפן זיך דאס פלאץ אין א רעליעגעזע סטרוקטור. זיי קוקן אן רעליגיע ווי פילאזאפישע תורות איבער די שאלת השאלות - וויאזוי טרעפט מען צופרידנקייט אין לעבן. די מענטשן קענען גייען אין רעליעגעזע בתי תפלה, זיי האלטן מיט רעליעגעזע צערעמאניעס, זיי מאכן מעדיטאציע, פראקטיצירן יאגא, אדער האלטן זיי מיט רעליעגעזע ימים טובים. פאר פילע פון די גרופע, איז זייער זיך אנהאלטן מיט טראדיציע א פאמיליע עסק. פאר אנדערע איז עס א פערזענליכע געפיל אדער רעספעקט וואס זיי האבן פאר די רעליעגעזע טראדיציע.

כבדרך אגב האב איך געטראכט וויאזוי די 6 קאטאגאריעס קענען אפטייטשן היימישע אידן, נישט חלילה כופרים, נאר א.ג. אויפגעקלערטע אידן; קאווע שטיבל אידן; מצוות אנשים מלומדה'דיגע אידן; א.א.וו.

לעיקוואד » מיטוואך יולי 17, 2013 10:38 pm

· #134359
ייש"כ יידל פאר'ן איבערטייטשן דער אינטרעסאנטער ארטיקל.
לכאורה די חלוקה וואס ער האט געמאכט איז מער זעקס אנדערע טיפ מענטשען, וויאזוי עס שטעלט זיך פונקט אויס ביי כופרים. עס איז נישט קיין חלוקה צווישען מיני כופרים בעצם אדער וויפיל אמונה ער האט וכו', נאר מער זעקס וועגן וויאזוי מענטשען פירען זיך לגבי זייערע גלויבינגען און דעות, דאס רעכנט איין למשל פאליטישע דעות, אופגעקלערטע דעות, רעליגעזע דעות, וכו'.

ווי אויך איז דאס נישט דווקט זעקס עקסטערע וועגן, עס קען זיין למשל איינער א נומער 3+ 6, אדער כל מיני אנדערע צירופים.

הוגה » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:18 am

· #134443
כלעיקוואד, עס ווענדט זיך לכאורה אין די נאטורן פונעם מענטש, און עס זענען דא מענטשן וואס זענען נוטה צו איין סארט גרופע לפי זייער נאטור אבער זייער מיזוג פון אנדערע נאטורן וועט זיי שטעלן אין אן אנדערע גרופע פון צייט צו צייט.

יידל, good job! מיר ווארטן אויף די צווייטע טייל, כ'עקספעקט אז ס'וועט זיין שמאלציג.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:32 pm

· #134573
כ'מיין אז מען קען נעמען די זעקס קאטעגאריעס ווי זיי שטייען און גייען, און ערזעצן "אטעאיסט" מיט "גלויביגער", און אלעס וועט ווייטער שיין שטימען...

און ווי @לעיקוואד זאגט: ביי אנשי שלומינו איז דאס עסק אינגאנצן אנדערש. ס'הייבט זיך אן מיט דעם וואס פשוט "כופר" טראגט אנדערע משמעות'ן פאר פארשידענע מענטשן.

אליצפן » פרייטאג יולי 19, 2013 1:09 am

· #134736
כ'האבאמאל געהערט א טיף ווארט.
דער חילוק צווישן אונז מיט אטעיסטן איז גארנישט אזוי גרויס ווי מיר מיינען. אונז גלייבן אז פון אלע 240 רעליגיעס זענען 239 שקר, דער אטעיסט סך הכל זאגט אז פון צווישן 240 רעליגיעס זענען 240 נישט אמת... ודו''ק וק''ל

איחוד פעלד » פרייטאג יולי 19, 2013 1:04 pm

· #134829
אליצפן
כ'האבאמאל געהערט א טיף ווארט.
דער חילוק צווישן אונז מיט אטעיסטן איז גארנישט אזוי גרויס ווי מיר מיינען. אונז גלייבן אז פון אלע 240 רעליגיעס זענען 239 שקר, דער אטעיסט סך הכל זאגט אז פון צווישן 240 רעליגיעס זענען 240 נישט אמת... ודו''ק וק''ל


גאר טיף.

דער מקור איז פין דער מעשה פין דער חסיד מיט דער מתנגד, ווען דער מתנגד האט געטענה'ט אז דער חילוק איז אז ער גלייבט נאר אין איין רבי ווייניגער פין דער חסיד.

לגבי גלויבונגען איז דער ווארט נישט ריכטיג, ווייל דער נקודה איז אז אלע גלויבונגען האבען א צד השוה אז מען גלייבט אז עס איז דא א כח עליון וואס קאנטראלירט. און דער אטיעסט גלייבט נישט אז עס איז דא א כח עליון.

MickyMouse » פרייטאג יולי 19, 2013 1:37 pm

· #134838
[ציטאט אראפגענומען]


אזוי ווי די זאגסט, די זעקס מידות איז אויך שייך ביי גלייבן, נישט נאר ביי נישט גלייבן. און אינטערסאנט ווי דאס ווייזט ווי דאס גאנצע גלייבן איז א סימפטאם פון די אייגענע מידות און נישט אן אינטעלעקטועל/עזדוקעטעד דיסיזשאן.

פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג יולי 19, 2013 2:25 pm

· #134848
@אנאנים כ'האב טאקע דאס געמיינט, אז אטעאיזם איז מיט גארנישט קלוגער אדער סאפיסטיקירטער ווי אמונה. (און דאס איז נאר לשיטתם. לענ"ד, נעמט כפירה בה' זיך מער פון פוילקייט אדער עם הארצות. א סך פון אונז גלייבן טאקע אן קיין קשיות און חכמות; אבער אמונה בעצם, אז דער מענטש זאל גלייבן, פאדערט פשוט ביטול כלפי עפעס וואס איז גרעסער ווי אים. אמונה בכלל, ווי א מושג, איז א הכרח.)

מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:41 pm

· #436106
מ׳קען אפשר אריינשטעלן די קאטעגאריעס אין שטאפלען אויף דעם טעאיסטישן ספעקטרום וואס דאווקינס לייגט אראפ בנוגע א מענטשן׳ס זיכערקייט אין טעאיזם/אטעאיזם. דהיינו, די מער ״שארפערע״ אטעאיסטס נידעריגער אויפ׳ן ספעקטרום ווי די ״מער מעסיגע״ וכו׳. (די זעלבע קען מען טוהן מיט די לעומת׳דיגע ערווענטע קאטעגאריעס פון מאמינים; די ״שארפערע/מער אויסגעשפראכענע״ העכער אויפ׳ן ספעקטרום.)

מי אני » מיטוואך יולי 15, 2020 7:48 pm

· #454625
שש מדות בכופרים
מענין לענין באותו ענין, הומאריסטיש לגבי ״כפירה״ בוכער:
📎 IMG_7203.jpg

פארוואס? » מיטוואך יולי 15, 2020 8:57 pm

· #454630
מי אני
מענין לענין באותו ענין, הומאריסטיש לגבי ״כפירה״ בוכער:
📎 IMG_7203.jpg

וואס וואלט געווען א דוגמא פאר נומער 10?

במדבר » מיטוואך יולי 15, 2020 9:07 pm

· #454634
פארוואס?
מי אני
מענין לענין באותו ענין, הומאריסטיש לגבי ״כפירה״ בוכער:
📎 IMG_7203.jpg

וואס וואלט געווען א דוגמא פאר נומער 10?


בראשית ברא אלוהים את השמים ואת הארץ (געניסעס א.א)

מי אני » מיטוואך יולי 15, 2020 9:18 pm

· #454636
שש מדות בכופרים
קומט מען שוין צוריק פול סירקל... 😉

ווי אזוי איך פארשטיי איז די ליסטע טאקע געזאגט געווארן טאָנג-אין-טשיִק/הומאריסטיש. ס׳איז פון הרב דר. נתן סליפקין׳ס ברודער׳ס בלאג, נאַטדיגדולהדור, בנוגע די איסור אויף זיינע בוכער. מ׳קען אבער אפשר אויך זאגן אז דאס איז מרמז(?) צו דעם אז ביי די אטעאיסטן וואס זענען שטארקע ליבעראלן איז א בוך וואס שטימט נישט מיט 100% מיט די פראגרעסיוו ״wokeness״, צייטגייסט, און דאגמאס גייען זיי ״אסר׳ן״ און סענשׁורן.

‏ובענין כל זה איבער די סאביעקטיווע דאגמאטישקייט וכו׳ וכל המסתעף ביי דעם אין היינטיגע ליבעראליזם, איז כדי אויסצוהערן דר. סעם העריס אין דעם. ער איז א גראדע א שטארקע אטעאיסט כידוע. דא מאכט טאקע אן אטעאיסט א קשר צווישן דעם אין דעם דאגמאטישן מהלך פון היינטיגע חרדיזם.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 11:55 am

· #484176
מי אני: אונז זעמיר דאך פילאזאפן. קען איך עס א ביסל בעסער און לייכטער דיפיינען. #10 דארף זיין א בוק פאר מאמינים. ווייל אונז ווייסן דאך דעם כלל אין מאטעמאטיקס אז 2 נעגאטיווע נומערן ברענגען א רעזולטאט פון פאזיטיוו. אויב די אטעאיסטן זאגן אז דאס איז הערעטיק...מוז עס בע"כ זיין פון אמונה...!

דאס איז אנ'אנדער פרינציפ פון ..."אין מועט אחר מועט אלא לרבות"...אדער קאנווערסלי. ..."אין ריבוי אחר ריבוי אלא למעט"... די 2'טע עקוועישן איז פרוף אז דאס איז אנ'אנדער פרינציפ אינגאנצן פון די פריערד'יגע איבער 2 נעגאטיווע נומערן...! והמבין יבין. אדער . צו פאראפראזירן.."והיון מבין"...לאל. אויך ווי מהר"א קר"י שליט"א איז רגיל צו זאגן במתק לשונו הק'..."ווער ס'פארשטייט, פארשטייט...! האט בערל בעל עגלה מוסיף געווען נופך משלו..."און ווער נישט. קען איך איהם גארנישט העלפן...!