מי אנימוח שליטדי ווייסט וויפיל מענטשען עס קריגן זיך פשט אין א שטיקל שייקספיר?
אמאל געליינט אז א פראפעסאר האט געגעבן א טעסט אז מען האט געדארפט מסביר זיין א שטיקל פאעטרי. א סטודענט וואס האט באקומען אן X אויף זיין הסבר האט זיך נישט געפוילט אין געשריבן א בריוו צום פייטן בכבודו ובעצמו [משמע אז מען לערנט אין קאלעדזש לעבעדיגע פייטנים'ס ווערק]. דער פייטן האט געגעבן גערעכט פארן סטודענט. דער פראפעסאר האט זיך נישט גערירט. טענעהדיג אז קען זיין דער פייטן האט טאקע געוואלט זאגען דאס. אבער מיין הבנה איז אז די משמעות איז אנדערש.
נו, שוין איינמאל א מחלוקה אין הלכות פאעטרי.
כהמעשה הידוע "איי ר' משה, ניט אזעי לערענט מען אפעט א רמב"ם"
סאיז דא א בית יוסף אין חושן משפט איך געדענק נישט יעצט אויף די רגע ווי, ער שרייבט דארט בנוגע א סתירת הרמב"ם פון פירוש המשניות, שרייבט ער אין הכי נמי אז ער האט נאכדעם צירוק געצויגן פון דאס וואס ער פסקנט דארט, אבער איינמאל ער האט אזוי געפסקנט איז אזוי די הלכה, און אפילו נאכדעם שרייבט ער אנדערש, טוישט זיך נישט די הלכה.
כך מונח בזכרוני.