דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #11069
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11069
איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון די אשכול, איך בין אנציקט און גאר געבינדען צי זיינע וועכענטליכע ארטיקלעך, קאווענענט, און פארמאג זיין הגדה של פסח און אויך זאג איך נאך זיינע זאכן, ווען איך קען, פארשטייט זיך בשמי.. ווייל ווער קאן אים דען, פון היינט וועט זיך עס טוישן,
זייער זייער שיין. איך רוף אים ר׳ יונתן אייבשיץ בדורינו.
אזוי אין איינאטעם שרייבן א קלאסישער ארטיקל מיט א פאלקס מעשה מיט סקולענער רבי....

א גאר געוואלדיגער ארטיקל, שש, הגם כ'האב א שטיקל נגיעה.
הערליך שיינער ארטיקעל הגם איך בין אויך נוגע בדבר (נישט אלס לובאביטש)
I love you
@אנאנים
@אנאנים
הערליכע ארטיקל @שש! ס'דערקענט זיך די עבודה רבה אין דעם.
איך האב אסאך געהערט פון איהם אבער קיינמאל נישט עכט געוויסט וואס פאר א היימישע שפראך ער רעדט. איך האב געזעהן אויף יוטוב זיין שיעור וואס ער האט געזאגט דעם פארגאנגענעם סוכות אויף קהלת און ער האט מיר זייער אינספיירד. טיפזיניגע געדאנקען, הערליך אראפגעלייגט און מלא תוכן. טעמו וראו כי טוב!
איך האב עס איבערגעזאגט און שטוב און זי האט עס זייער געגליכן.
ווי קעמען זעהן אדער ליינען אלע זיינע לעקציעס?

[ציטאט אראפגענומען]
טעות, וצ"ל "לא בשם האל".
זייער שיין באשריבן, עס דערקענט זיך אז עס איז אריין דערין א געוואלדיגע ארבעט.
עס איז נאך דא עטליכע וויכטיגע אספעקטן איבער דעם פיגור וואס דארפן באהאנדלט ווערן.
בעצם, מיין וואונדער איבער דעם מענטש איז נישט נאר די מארקעטינג ווי אזוי ער דעליווערט די אידישע רעליגיע (אדער רעליגיע בכלל) אין א קלוגע וועג. נאר מער באוואונדער איך די נאמנות צו זיין מהלך וואס ער טראגט, שטעלנדיג צוזאם א בילד פון תורה-טריי און אהבת-הבריות ביינאזעם.

זייער שיין באשריבען!
אבער איך מערק דא א כלליות'דיגע פראבלעם אין ק"ש. יעדער איינער וואס מ'באשרייבט, ועורט שוין פאררשכבה"ג'ט פאר זיין פאר מעלות. אנשטאט'ס ארויסברענגען די מעלות פאר זיך, ווערט שוין דער גאנצע מענטש פארוואנדעלט פאר א 'גדול בתורה' וכו'. איך האב עס שוין געזען ביי אנדערע וואס צוליעב געוויסע מעלות זייערע, זענען זיי אויסגערימט ביז גאר אויף אלע געביטען אין תורה.
אין דער אלגעמיין, מיינט א גדול בתורה א גדול אין תורה שבע"פ, א גדול אין גמרא תוספות, אין טוש"ע וכו'. הרב זאקס איז אן עם הארץ מופלג אין די זאכען. ער האט געלערנט סמיכה, און ביי מאנכע איז דאס גענוג צו הייסען א גדול בתורה. זיין וויסענשאפט אין אידישע פילוסופיה, ווען ס'איז פון א גרונטליכע אפלערנען פון די ספרי המקור, וואלט געווען טאקע וויכטיג. נאר איך בין נישט זיכער ס'איז אזוי. ער איז געגאנגען שטודירען פילוזופיה אין קאלעדזש, דארט האבען זיי קורסעס אין פארשידענע פילוזופיה'ס, כולל אידישע. פון דארט ווערט מען קיין גרויסע ת"ח אין תורת הפילוזופיה. דאס דארף, פונקט ווי אלע לערנען הצלחות, זיך אריינלייגען אין די תורה, מיט אלע קנייני התורה. ער האט דאס קיינמאל נישט געוויזען.
געווענדליך אויך מיינט דער טיטעל 'גדול בתורה' אלס אן אוטאריטעט אין תורה. א מענטש וואס זיין מיינונג האט א געוויכט ביי די וואס טוהן אין די זאכען. פונקט ווי א גרויסע דאקטאר איז נישט דער וואס א סאך מענטשען גייען צו איהם, נאר דער וואס אנדערע דאקטוירים רעדען זיך דורך מיט איהם, אזוי אויך דער גדול בתורה טיטל. נישט וויפיל בחורים גייען צו זיין שיעור, נאר וויפיהל תלמידי חכמים פרעגען זיך נאך ביי איהם זייער שאלות אין לערנען און הלכה. הרב זאקס איז טאקע דער פארשוין? איינער האט עס באוויזען? ער האט געשריבען ביכער פאר די גאס, אבער פאר הויכגעשעצטע אידישע פילוזופען איז ער א מ"ד? נישט מער ווי דער ראביי אויפ'ן ראדיא זונטאג איז א מ"ד אויף הלכה, און דער דאקטאר אויפ'ן ראדיא איז אין מעדיצין. פאר די גאס איז גוט, אבער אויפ'ן אמת איז גאנץ שוואך.
יא, ער איז א נואם בחסד עליון, ער רעדט קלאר און גלויבט קלאר. ער איז א פיינע אמבאסאדאר פאר תורה געטריי אידישקייט, פיהל בעסער ווי זיין פארגייער וואס איז געווען מער רעכט ווי איהם. ער טוט א געוואלדיגע ארבעט אין דער וועלט. און דאס קען מען אויסרימען טאקע. אבער גדול בתורה איז ווייט פון באשטעטיגט.
דאס אז פיהל מער אידישע אפשטאמיגע קינדער באקומען א אידישע חינוך אין ענגלאנד היינט האט גאנץ ווייניג צו טוהן מיט איהם. דער וואס ווייסט אביסל וואס טוט זיך ווייסט פון אליעזר (בענדזשאמין) פערל צו זאגען, ער ווייסט וואס איז געווען מיט דזשאן מעידזשער און נאך זאכען. ער איז פארצופאל געווען רב הראשי אין בריטניה אין יענער צייטען.

ביסט כשר גערעכט אבער ווייסט דאך וויזוי זאכן ארבייטן אויף ק''ש, ווייל ר' זאקס האט זיך געוואגט צו טרעפן מיטן ראש הטומאה דער פויבסט און איז פאניע בראט מיט קארדינאלן קומט עם שוין א רשכבה''ג.
פון די אנדערע זייט קען נישט אוועמאכן די קרעדיט וואס עס קומט זיך עם. לדוגמה פון דער רב הראשי 'רעוורענד' הערמאן אדלער האבען פרומע רבנים און פרומע אידן געהאט אויסצושטיין ציפקע צרות. פונקט היינט געליינט אין א אינטרעסאנטע ספר הזכרונות אז דער תור הזהב פון די רבנות הראשית באנגליה איז געווען בימי הרב הערץ זצ''ל וואס איז געווען א מיזוג נדיר צווישן ביידע וועלטן.

ליטוואק דו האסט בעיקר איין טענה אז דו זעהסט נישט זיין קענען הלכה וואס איך הער
אבער פון דא ביז זאגן אז ער איז א עם הארץ מופלג איז א שטיקל שפרונג
און לגבי מחשבה אפגעזעהן ווי ער האט געלערענט און צו מען קען ווערן דארט א למדן ווען מען קוקט אריין אין זיינע ספרים זעהט מען א גאר אויסגעקאכטקייט אין ספרי יסוד אין יהדות
הגם ער איז מער פונעם רמבםס חדר ווי פונעם כוזרי'ס חדר

איך אויך
פון די אנדערע זייט קען נישט אוועמאכן די קרעדיט וואס עס קומט זיך עם. לדוגמה פון דער רב הראשי 'רעוורענד' הערמאן אדלער האבען פרומע רבנים און פרומע אידן געהאט אויסצושטיין ציפקע צרות. פונקט היינט געליינט אין א אינטרעסאנטע ספר הזכרונות אז דער תור הזהב פון די רבנות הראשית באנגליה איז געווען בימי הרב הערץ זצ''ל וואס איז געווען א מיזוג נדיר צווישן ביידע וועלטן.
מאיר בר אילן אין זיינע זכרונות דערמאנט ער דעם רב הערמאן אדלער און טרייבט ליצנות פון איהם ווי ער פרובירט צו ווייזן אז ער קען לערנען און ווי ער האט נאך קיינמאל געטוהן א טובה פאר א מענטש עיי'"ש ותמצא נחת
איך האב געהערט נאכזאגן פון אים אז היינט האט רב סאקס שוין אביסעלע געטוישט זיין מיינונג איבער ליובאוויטש, באצייכענענדיג זיי אלס "טאטאליטעריאנס"
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
יעצט אפגעליינט דעם הערליכן אשכול. אנאנים, איינס און א גוטס!
אבער אויב די ביאגראפיע איז שיין באשריבען געווארען, איז אבער דער זאקס זעלבסט גארנישט קיין אזא תנא קמא, און אפילו נישט אזא תנא בתרא, ווי דו ווילסט עם אראפלייגען. טאקע א שיינע חוקר און פילאסאף, אבער פון דא ביז א תלמוד חכם איז פאלג מיר א גאנג. איך זוך נאך זיין ערשטע ספר פון שאלות ותשובות אדער סתם לומדות און הלכה. ער האט זיכער הוראה, אבער דאס איז נישט זיין שטארקע פונקט מילד גערעט.
מער פון דעם גלייך איך נישט זיינע שיטות וואס דו האסט דא אויסגע'משל'ט. סאיז טאקע זייער פאפולער כהיום אין אונזער לינקע ענווייראמענט מיט גאלאבאלע שטרעבונגען פון פאראייניגען א וועלט, סאיז פיל מער פאפוליסטיש ווי איבערקייען אלטע ווארע, אבער פאפוליסטיש מיינט נישט אמת'דיג (והא ראי, קוק אן אונזער פאפוליסטישע פרעזידענט טראמפ). זיין אגענדע פון כלל ישראל'ס זיין א אור לגויים איז זייער זיס ביי א דרשה, אבער ביטער כמו גאל אויב מנעמט עס אן אלץ פאקטישער ציל אין לעבן. עס איז טאקע איין ריכטיגע נקודה וואס ווערט געברענגט מיט צענדליגע אנדערע נקודות בהשקפת היהדות, אבער איז זיכער נישט קיין הויפט ציל, און איז קיינמאל נישט געווען דער צענטער פון אידישען גלויבען.
מיר האבן א נ"ך, און נאר איין מאל זעהן מיר אז יונה הנביא איז געגאנגען זיין א אור לגויים (און אפילו ער איז געווען אומבאקוועם דערמיט). אין גמרא געפונען מיר גארנישט מער פון תיקון עצמי וכלל ישראל, אור לגוים? א פייג און א גרוגרת. "לתקן עולם במלכות שד"י" איז פונקט גוט פאר א תפילה אין עלינו, אבער נישט קיין וועג וויאזוי מיר האבן געלעבט און געטראכט די לעצטע 2000 יאר און גלות. אבסעלוט נישט. סאיז גוט פאר אונזער וועלט נאכן רענאסענס ווען מיר לעבן מיט אלע געשמאקע ליבעראלע ווערדן, דעמאלס קומט מען זיך פיין שמעקן מיט אזעלכע ארגומענטען.
און פון דא צו זיין נארישסטע ווארט, אז די תורה שטייט נישט העכער אנדערע רעליגיעס, וואס וויאזוי דו זאלסט נאר דרייען זיינע ווערטער זעט מען די טיפשות פון זיכן צו טאנצען אויף צוויי חתונות אויף איינמאל. דאס איז א ווילד פרעמדע ליבעראלע השקפה, פון ווי ער איז יונק אלע זיינע יונווערסאלע געדאנקען, און ער פעקעזשט עס שיין אין רמב"ם אא"וו, אבער אין רמב"ם זעלבסט וועט מען נישט טרעפן אזעלכע ארגומענטען, ווייל ער איז געווען א שטאלצער איד וואס האט געזאגט קלאר זיין מעלה אלץ איד.
איך בין להדיא קיין מתנגד צום ליבואוויטשער רבי רמ"מ, אבער זיין הייסע אדיקות אין עם, און די דריי שטאפלדיגע מעשה וואס האט עם פארגלייבט אין ליבוואטיש, מאכט מיר טראכטען אז ער איז פשוט נישט גענוג היימיש געווען צו כאפן די נואנסן פון ארטאדאקסישע אידישעקייט, נישט בעבר אין זייער השקפה און נישט בהווה מיטן אנקוקן א גדול בישראל. ער איז נישט געווארען פארגאפט פון ליבאוויטשער רבי'ס לומדות אדער אפילו שיחה, נאר פון אויסערליכע זיטען וואס האבן עם טאקע געמאכט פאר א וועלטס פירער אבער נישט דאס האט עם געמאכט אלס גדול "בישראל". דאס איז טיפיקל התפעלות פון א טאם-דיק-ענד-הערי, אדער א נישט היימישע קאלידש גרעדואירטער, וואס פאלט אריין אין א נייע וועלט.
און פון דארט, פון זיין אומבאקאנטקייט מיט מסורה'דיגע השקפה און אנקוקען א זאך, פון דארט קומט זיין מעכטיגע פילאסאפיע. טאקע פון קאנט און ניטשע, שיין פארפאקט אין רמב"ם.
איך נעם נישט אוועק זיין פקחות, ת"ח שאפט, פילאסאפיע, אויסגעקאכטקייט בספרי חקירה, עסקנות, און אלע גוטע זיטען. פריוואט, האב איך אפילו ליב אויסצוהערן זיינע צוקער זיסע דרשות, נאר די בילד זאל ערגענץ ווערן אן פאלן פאר דעם הערליכען גלאנץ זיינעם.

Happy birthday
?English or Hebrew
בן אדם?English or Hebrew
Spanish
שבת אחיםבן אדם?English or Hebrew
Spanish
דו פארשטייסט נישט וואס איך פרעג?
פייערדיגער דרשה פון הרב יונתן זאקס וואו ער רעדט איבער די נושא פון אנטיסעמיטיזם, און איבער די עתיד פון כלל ישראל. ער שמועסט אויס די נקודה פון כלל ישראל, די נקודה פון זיין דיפרענט און בלעדי. מורא'דיג באלערנד.
דער בוך פון וואס הרב סאקס דערמאנט אין זיין דרשה:

Jew in the City
Yesterday at 2:52pm ·
That moment when you're interviewing Lord Rabbi Jonathan Sacks and you ask "How do we fight back at extremism in Judaism while also spreading the beauty and meaning of a life of Torah and mitzvos?"
And he says, "Allison, you and I will keep at what we're doing."

<a class="postlink" href="http://www.torahcafe.com/rabbi-lord-jonathan-sacks/would-the-world-be-better-with-less-religion-video_98288ddd7.html">http://www.torahcafe.com/rabbi-lord-jon ... 8ddd7.html</a>
ברוך דיין האמת!
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
---------
במאמר המוסגר, כ'האב דא אמאל געשריבן א תגובה וואו כ'האב אביסל פארמינערט זיין דמות.
טראצדעם וואס געוויסע פונקטן מיינע זענען ריכטיג, מוז איך מודה זיין אז כ'האב היבש געטוישט מיין מיינונג אויף אים דורכאויס די לעצטע יאר צוויי, א זאך וואס יעדער וואלט געטון נאכן אדורכלייענען זיינע הערליכע, וויכטיגע און פונדאמענטאלע ספרים. ער איז פון די איינציגסטע היימישע דענקער וואס געבן א געשמאק אין אידישקייט צוזאמען מיט א התפכחות און לעבנדיג אינעם "היינט" און נישט פארקראכן אין אלטע אומאקטועלע געדאנקנסגאנגען. ער איז געוויס פון די איינציגסטע דענקער וואס אדרעסירן היינט צוטאגיגע פראבלעמען, שיטות און אנשויאונגען, און געבט אן אלטערנאטיווע בליק איבער אידישקייט בפרט און רעליגיע בכלל.

און איך האב נאכנישט געטוישט מיין מיינונג איבער איהם. מיין פראבלעם מיט איהם, און ווי אויך אלע אנדערע אפאלאגעטיקער ווי איהם, איז אז זיי פירן נישט אויס זייערע ארגומענטן, און ווען יא קלעבט עס נישט צום מסקנא צו וואס זיי קומען צו. ער קומט מיר ווייזן אז בודהא'ס תורהס שטייט אין גמרא, מילא איז וואס? וועגן דעם זאל איך מיך צוריקהאלטן פון צורייסן טישוס אום שבת? און אויב איז בודהא די זאך פארוואס זאל מען איהם גיין אויפזוכן אין די גמרא, פארוואס נישט ענדערש גיין צו בודהיזם אליינס? די אלע אפאלאגעטישע מהלכים זענען פונקט גוט פאר איינער וואס איז סטאק אין די אידישע רעליגיע און ס'פאסט איהם נישט מודה צו זיין אז ער איז נאר דא וויל ער איז סטאק. נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, ס'דארף נאר קומען מיט א דיסקלעימער, נישט אז מ'זאל מאכן אן איינדרוק כאילו מ'זוכט דא דעם אמת און נאר דעם אמת ווען ס'נישט אזוי. ווען ער זאגט ווען קלאר "אידישקייט איז נישט מער לעגעטים ווי אלע אנדערע רעליגיעס, אידישקייט אזויווי אלע רעליגיעס איז א געמיש פון אמת און שטותים, און איך קום נאר ארויסברענגען די שיינע און אמת'ע חלקים פון אידישקייט.", וואלט ער געוועזן מיין העלד.
רביה"ק זי"ע: איך בין ענדערש נוטה מסכים צו זיין מיט ארי נוהם'ס אפשאצונג פון הרב יונתן זאקס. (ראה תגובה אחת למעלה). נאר דער פאקט אז ער האט געזוכט (און געטראפן) א רמז פון בודהא'ס טעאריע אין די גמ' מיינט נאכנישט אז ער האט געגעבן דערפאר א חשיבות. ווייל דער פאקט בלייבט אז נאך אלע חקירות און פילאזאפישע געדאנקען בלייבט די תורה מן השמים סיי די שבכתב און סיי די שבעל פה די ערשטע סיי אין זמן און סיי אין היסטארישע וויכטיגקייט. אפגעזעהן פון דעם פאקט וואס ס'זענען געווען פאראללעל קולטורן און חכמות. אזוי ווי האמוראבי'ס געזעצן אדער די חכמת יוונית. וועלכע האבן פארפיהרט געוויסע אזוי גערופענע היסטאריקער צו זאגן אז די תורה האט ח"ו נאכקאפירט זייערע געדאנקען...!
דאס האט זיך ארויסגעוויזן מיט די צייט. אז די אלע זייטיגע חכמות און קולטורן זענען אוועקגעפאללן ביי די זייט. און נאר די תורה איז געבליבן אין צענטער.
פארשטייצעך אז דאס אויבנדערמאנט איז נישט געזאגט געווארן פאר די שוואכע מוחות און פעסוודא-אינעטלעקטואלן (אונז ווייס מיר ווער זיי זענען) וועלכע וועללן אדאפטירן א יעדן פרעמדן און גוי'אישן געדאנק איבער דעם היסטארישן חשיבות פון תורה מן השמיים. ווייל זיי האבן אין בעסטן פאל ספיקות איבער די היסטארישע חשיבות פון די תורה...!

געטראפן א שיינעם פארטרעט בילד פונעם רב ז"ל גענומען דורך דער קעניגליכער פאטאגראפירער טשארלס גרין
מעמד הספד איצט אויף יוטיוב לרגל די שלושים
<a class="postlink" href="https://youtu.be/uKzbxNhFgmg">https://youtu.be/uKzbxNhFgmg</a>

1). אז ס׳איז דא ״געטליכקייט״, מיינענדיג דאס גרונט פונעם בריאה און דעם פּרינציפּ פונעם יקום
2). אז די ״גרונט״ איז טרענסענדענט און איבעראל ובתוך אלס
3). אז עס איז מעגליך פאר מענטשן צו קענען צוקומען (עכ״פ אויף עפעס א פארנעם) לדביקות ולאהבה מיט דעם גרונט
4). אז צו צוקומען צו אט די דביקות איז תכלית האדם
5). אז עס איז דא עפעס א געזעץ צי דרך וואס מ׳דארף אויספאלגן אויף צוצוקומען צו אט די דביקות
(וידוע מש״כ הרמב״ם בסוף פרק יא מהל׳ מלכים.)
[ציטאט אראפגענומען]
דאס גייט צוזאמען מיט די געדאנק פון פּירעניעל פילאזאפיע/יוּניווערסאליזם וואס נעמט אָן אז אלע רעליגיעס בעולם ציען צו איין זעלבע [מיסטישע] אמת. און ווי דער פילאזאף אלדוס האָקסלי האט געשריבן איז די ״אמת״ מיוסד אויף 5 יסודות:1). אז ס׳איז דא ״געטליכקייט״, מיינענדיג דאס גרונט פונעם בריאה און דעם פּרינציפּ פונעם יקום
2). אז די ״גרונט״ איז טרענסענדענט און איבעראל ובתוך אלס
3). אז עס איז מעגליך פאר מענטשן צו קענען צוקומען (עכ״פ אויף עפעס א פארנעם) לדביקות ולאהבה מיט דעם גרונט
4). אז צו צוקומען צו אט די דביקות איז תכלית האדם
5). אז עס איז דא עפעס א געזעץ צי דרך וואס מ׳דארף אויספאלגן אויף צוצוקומען צו אט די דביקות
(וידוע מש״כ הרמב״ם בסוף פרק יא מהל׳ מלכים.)
רביה''ק זי''ערביה"ק זי"ע: (דבר אל המתים). אידישקייט איז נישט א געמיש פון אמת און שטותים. די שטותים זענען נישט אידישקייט. דאס איז אן אנזאמלונג פון שטותים דורך פאררוקטע מענטשן. אויך. די אידישע רעליגיע שטייט יא העכער פון אלע אנדערע רעליגיעס. ווייל זיי (הויפטזעכליך קריסטענטום און איסלאם) זענען דעריוואטיווס פון אידישקייט. די אריגינאלע קריסטן זענען געווען אידן. וועלכע האבן פראקטיצירט די סארט אידישקייט וואס זייער רבי און משיח, ישו האט זיי געלערנט. דאס נישט איינהאלטן דעם פארבאט פון די תורה אויף עסן חזיר. אדער אוועקלייגן א קריסמעס בוים אום יאנואר האבן די תלמידים פון ישו הנוצרי איינגעפיהרט נאך זיין טויט. ווייל זיי האבן געוואלט צוציען די גוי'אישע געצנדינערס צו זייער נייע רעליגיע. אפילו די קריסטליכע פיהרערס זענען מודה אז דער קריסמעס בוים איז א געצנדינערישע טראדיציע. די זעלבע (און אפשר נאכמער) איז ביי איסלאם. זיי האבן באזירט זייער נייע און פארבעסער'טע רעליגיע אויף אידישקייט...!און איך האב נאכנישט געטוישט מיין מיינונג איבער איהם. מיין פראבלעם מיט איהם, און ווי אויך אלע אנדערע אפאלאגעטיקער ווי איהם, איז אז זיי פירן נישט אויס זייערע ארגומענטן, און ווען יא קלעבט עס נישט צום מסקנא צו וואס זיי קומען צו. ער קומט מיר ווייזן אז בודהא'ס תורהס שטייט אין גמרא, מילא איז וואס? וועגן דעם זאל איך מיך צוריקהאלטן פון צורייסן טישוס אום שבת? און אויב איז בודהא די זאך פארוואס זאל מען איהם גיין אויפזוכן אין די גמרא, פארוואס נישט ענדערש גיין צו בודהיזם אליינס? די אלע אפאלאגעטישע מהלכים זענען פונקט גוט פאר איינער וואס איז סטאק אין די אידישע רעליגיע און ס'פאסט איהם נישט מודה צו זיין אז ער איז נאר דא וויל ער איז סטאק. נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, ס'דארף נאר קומען מיט א דיסקלעימער, נישט אז מ'זאל מאכן אן איינדרוק כאילו מ'זוכט דא דעם אמת און נאר דעם אמת ווען ס'נישט אזוי. ווען ער זאגט ווען קלאר "אידישקייט איז נישט מער לעגעטים ווי אלע אנדערע רעליגיעס, אידישקייט אזויווי אלע רעליגיעס איז א געמיש פון אמת און שטותים, און איך קום נאר ארויסברענגען די שיינע און אמת'ע חלקים פון אידישקייט.", וואלט ער געוועזן מיין העלד.
berlbalagulehעס איז גארנישט קיין דובר אל המתים ווייל חז״ל פארציילן אונז אז רביה״ק פלעגט אראפ קומען צו קידוש לאחר מותו. אויך דא ביי אונז האט שוין כמה פעמים פאסירט אז רביה״ק האט אריינשפאצירט בהקיץ צו געבן א לייק פאר איינעם.רביה''ק זי''ערביה"ק זי"ע: (דבר אל המתים). אידישקייט איז נישט א געמיש פון אמת און שטותים. די שטותים זענען נישט אידישקייט. דאס איז אן אנזאמלונג פון שטותים דורך פאררוקטע מענטשן. אויך. די אידישע רעליגיע שטייט יא העכער פון אלע אנדערע רעליגיעס. ווייל זיי (הויפטזעכליך קריסטענטום און איסלאם) זענען דעריוואטיווס פון אידישקייט. די אריגינאלע קריסטן זענען געווען אידן. וועלכע האבן פראקטיצירט די סארט אידישקייט וואס זייער רבי און משיח, ישו האט זיי געלערנט. דאס נישט איינהאלטן דעם פארבאט פון די תורה אויף עסן חזיר. אדער אוועקלייגן א קריסמעס בוים אום יאנואר האבן די תלמידים פון ישו הנוצרי איינגעפיהרט נאך זיין טויט. ווייל זיי האבן געוואלט צוציען די גוי'אישע געצנדינערס צו זייער נייע רעליגיע. אפילו די קריסטליכע פיהרערס זענען מודה אז דער קריסמעס בוים איז א געצנדינערישע טראדיציע. די זעלבע (און אפשר נאכמער) איז ביי איסלאם. זיי האבן באזירט זייער נייע און פארבעסער'טע רעליגיע אויף אידישקייט...!און איך האב נאכנישט געטוישט מיין מיינונג איבער איהם. מיין פראבלעם מיט איהם, און ווי אויך אלע אנדערע אפאלאגעטיקער ווי איהם, איז אז זיי פירן נישט אויס זייערע ארגומענטן, און ווען יא קלעבט עס נישט צום מסקנא צו וואס זיי קומען צו. ער קומט מיר ווייזן אז בודהא'ס תורהס שטייט אין גמרא, מילא איז וואס? וועגן דעם זאל איך מיך צוריקהאלטן פון צורייסן טישוס אום שבת? און אויב איז בודהא די זאך פארוואס זאל מען איהם גיין אויפזוכן אין די גמרא, פארוואס נישט ענדערש גיין צו בודהיזם אליינס? די אלע אפאלאגעטישע מהלכים זענען פונקט גוט פאר איינער וואס איז סטאק אין די אידישע רעליגיע און ס'פאסט איהם נישט מודה צו זיין אז ער איז נאר דא וויל ער איז סטאק. נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, ס'דארף נאר קומען מיט א דיסקלעימער, נישט אז מ'זאל מאכן אן איינדרוק כאילו מ'זוכט דא דעם אמת און נאר דעם אמת ווען ס'נישט אזוי. ווען ער זאגט ווען קלאר "אידישקייט איז נישט מער לעגעטים ווי אלע אנדערע רעליגיעס, אידישקייט אזויווי אלע רעליגיעס איז א געמיש פון אמת און שטותים, און איך קום נאר ארויסברענגען די שיינע און אמת'ע חלקים פון אידישקייט.", וואלט ער געוועזן מיין העלד.
במשנתו של זשאַן בּאדין.
ר' נתנאל בירבי פיומי, דער פאטער פון ר' יעקב צו וועמען דער רמב"ם האט געשיקט זיין איגרת תימן, האט געשריבן אין זיין גן השכלים:
הרב דר. מלך שפירא שרייבט:לכן על כל אומה להתנהג במה שהגיע לה ובא לידה ותלך אחרי נביאיה וכהניה וראשיה, ולא נשאר אף אחד בלי תורה, שהכל מא-ל אחד ואליו וחוזרים, והכל מתפללים אליו ופונים אליו.
The clearest support for Sacks' position is provided by R. Netanel ben al-Fayyumi (twelfth century), who maintains that "God sent different prophets to the various nations of the world with legislations suited to the particular temperament of each individual nation." Although Sacks is motivated by a post-modern vision, the medieval R. Netanel also claimed that God's truth was not encompassed by Judaism alone. According to R. Netanel, various religions are to be viewed by their adherents, and correctly so, as sanctified
טאמבל סאסוואס עפעס? מ'מעג וויסן פרטים? אדער ס'שוין אפאר יאר פארלאפען און ס'שוין נישט נוגע?איך האב געהערט נאכזאגן פון אים אז היינט האט רב סאקס שוין אביסעלע געטוישט זיין מיינונג איבער ליובאוויטש, באצייכענענדיג זיי אלס "טאטאליטעריאנס"
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
ארי נוהםאיז ער געווען א קאוויד קרבן?ברוך דיין האמת!
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
---------
במאמר המוסגר, כ'האב דא אמאל געשריבן א תגובה וואו כ'האב אביסל פארמינערט זיין דמות.
טראצדעם וואס געוויסע פונקטן מיינע זענען ריכטיג, מוז איך מודה זיין אז כ'האב היבש געטוישט מיין מיינונג אויף אים דורכאויס די לעצטע יאר צוויי, א זאך וואס יעדער וואלט געטון נאכן אדורכלייענען זיינע הערליכע, וויכטיגע און פונדאמענטאלע ספרים. ער איז פון די איינציגסטע היימישע דענקער וואס געבן א געשמאק אין אידישקייט צוזאמען מיט א התפכחות און לעבנדיג אינעם "היינט" און נישט פארקראכן אין אלטע אומאקטועלע געדאנקנסגאנגען. ער איז געוויס פון די איינציגסטע דענקער וואס אדרעסירן היינט צוטאגיגע פראבלעמען, שיטות און אנשויאונגען, און געבט אן אלטערנאטיווע בליק איבער אידישקייט בפרט און רעליגיע בכלל.
כ'פארשטיי אז ער איז נישט געווען געזונט פארדעם, אבער האט קאוויד געמאכט דעם מכה בפטיש?
ליימדארפעריענע מעשהארי נוהםאיז ער געווען א קאוויד קרבן?ברוך דיין האמת!

די צייט ווען ער איז אוועק איז געווען זייער א שווערע תקופה. די אויפקום פון ביידן, און אלעס דערמיט...
און בכלל א שטארקע קלאפ סיי אין חו''ל און סיי אין ישראל, און ס'האט זיכער אויסגעפעלט אזא גיבור הרוח ווי ער צו אויסשרייען זיינע טיפזיניגע רייד.

איך גלייב נישט אז הרב זאקס האט אנגעקוקט די אויפקום פון ביידן אלס א שווערע תקופה..
הרב זאקס האט געזאגט; בלשונו החכם. אויף דעם בכלל, אז יודען פירן און מישן די פאליטיק אין די גאסן.
‘‘’I’m afraid American Jewry is making a big, big, big mistake.’ "איך האָב מורא, אַז אַמעריקאַנער ייִדנטום מאַכט אַ גרויסן, גרויסן גרויסן טעות"
ער האט געמיינט צו זאגן, אז ס'גענוג וואס יודען זענען אלץ אטאמאטיש אריינגעמישט אין יעדע זאך, דארף מען נאך מישן דעם טאפ - און שטעכן די וועלט ביי דעם, וואס איז ווייט פון א ווערטל.

בשעתו - ווען אט יענע וועקער איז ערשינען - האב איך געהאט דעם באשרייבונג, און ס'מיר פארלוירן געגאנגען.מעגליך צו ארויסלייגן דא אויף פידיעף וכדומה - ביטטע?
מי אניוויבאלד הרב זאקס האט געוואונען מיין צוטרוי אין זיין השקפה, אז ס'איז פאר מיר גוט. האב איך גענישטערט אין מיינע געדאנקן צו פארשטיין וואס ער האט געמיינט מיט דעם אויסדרוק.[ציטאט אראפגענומען]דאס גייט צוזאמען מיט די געדאנק פון פּירעניעל פילאזאפיע/יוּניווערסאליזם וואס נעמט אָן אז אלע רעליגיעס בעולם ציען צו איין זעלבע [מיסטישע] אמת. און ווי דער פילאזאף אלדוס האָקסלי האט געשריבן איז די ״אמת״ מיוסד אויף 5 יסודות:
1). אז ס׳איז דא ״געטליכקייט״, מיינענדיג דאס גרונט פונעם בריאה און דעם פּרינציפּ פונעם יקום
2). אז די ״גרונט״ איז טרענסענדענט און איבעראל ובתוך אלס
3). אז עס איז מעגליך פאר מענטשן צו קענען צוקומען (עכ״פ אויף עפעס א פארנעם) לדביקות ולאהבה מיט דעם גרונט
4). אז צו צוקומען צו אט די דביקות איז תכלית האדם
5). אז עס איז דא עפעס א געזעץ צי דרך וואס מ׳דארף אויספאלגן אויף צוצוקומען צו אט די דביקות
(וידוע מש״כ הרמב״ם בסוף פרק יא מהל׳ מלכים.)
און יעצט איז מיר איינגעפאלן פשט; ער האט לכאורה געמיינט צו זאגן דעם געדאנק, אז ביז משיח'ס התגלות איז 'אין השם שלם' און ס'נאכנישט דא קיין מאנאפאל פונעם יודישער אמונה איבערן גאנצער וועלט - איבער אלע פעלקער און ראסן.
דאס איז די מציאות, אז מלכות שמים איז נישט אנגענומען נאך ביי אלע, וואס אויף דעם גאולה ווארטן מיר, אז יתגדל ויתקדש בכל העולמות שמו יתברך לעד ולנצחים.
איך האב געפונען בחינם אנליין א סעמפל פונעם הגדה של פסח - במשנת הרב זאקס; און כ'בין אזוי נתפעל געווארן ממש כמים קרים על נפש עייפה, ווי ער געבט אזויפיל פרישע חומר למחשבה, אז ס'איז א מחיה.
דערפאר האב איך באשטעלט דעם 'הגדה' זיינע און ס'איז היינט אנגעקומען. איך בין שוין גרייט צום סדר...

ליימדארפערlink?איך האב געפונען בחינם אנליין א סעמפל פונעם הגדה של פסח - במשנת הרב זאקס; און כ'בין אזוי נתפעל געווארן ממש כמים קרים על נפש עייפה, ווי ער געבט אזויפיל פרישע חומר למחשבה, אז ס'איז א מחיה.
דערפאר האב איך באשטעלט דעם 'הגדה' זיינע און ס'איז היינט אנגעקומען. איך בין שוין גרייט צום סדר...
לינק צום דוגמה
https://media.rabbisacks.org/20220405165358/Pages-1-36-of-Haggada.pdf
לינק צו באשטעלן פון ישראל קיין ניו יורק
https://geulabook.com/en-us/products/%D7%94%D7%92%D7%93%D7%94-%D7%A9%D7%9C-%D7%A4%D7%A1%D7%97-%D7%94%D7%A8%D7%91-%D7%99%D7%95%D7%A0%D7%AA%D7%9F-%D7%96%D7%A7%D7%A1-%D7%A2%D7%91%D7%A8%D7%99%D7%AA-%D7%A4%D7%A1%D7%97-%D7%A2%D7%9C-%D7%A9%D7%95%D7%9D-%D7%9E%D7%94?_pos=4&_sid=ea2814c58&_ss=r

איך האב געקויפט די ענגלישע ווערסיע לעצטע יאר, און געהאט א תענוג גדול.
מורים ורבותים, אפשר זענען דא ווער ס'וויל אנהייבן איבערשרייבן זיינע סחורה אויף יודיש אויך?
איך וואלט שטארק געהאלפן דערמיט.
שנית, ווער ס'קען מיר געבן א פידיעף פון די וועקער וואס שרייבט פון אים, וועל איך יענעם דאנקן און בענטשן.

דר. רפאל דזשאספּע שרייבט במשנתו של הרמ״ד:
Mendelssohn argues that Judaism adds no dogmas, no eternal truths necessary for salvation, to the basic rational truths of natural religion, namely the existence of God, providential reward and punishment, and the immortality of the human soul, on the grounds that these truths must be rationally accessible to all humans in all times and all places, and cannot be revealed
Mendelssohn's theory establishes the basis for two modern corollaries that are basic pillars of the Enlightenment ideology of religious toleration. First, since all positive religions, with their diverse theoretical doctrines and ritual practices, share a common, universal rational basis and morality, the state can and must tolerate diversity and be neutral in religious areas. Second, since the truths essential for human happiness are rationally accessible to all, there is no basis for claiming exclusivity of salvation. A different and more positive relationship among religions is therefore not only practically possible, in terms of political toleration, but also theoretically desirable, in terms of pluralism