איך זע נישט פארוואס דו מישט דא אריין די נושא פון בחירה, גראדע פארשטיי איך נישט וויאזוי א מענטש האט בכלל א בחירה, ווי שוין אויסגעשמועסט באריכות אין די אשכול.
פארוואס האב איך געברענגט דווקא די קליפ? ווייל דאס איז מיר געלעגן אין קאפ. פארוואס איז מיר דאס געלעגן אין קאפ? ווייל דאס האב איך געקוקט לעצטנס. פארוואס האב איך דאס געקוקט לעצטנס? ווייל דאס האט מיין יוטוב מיר ארויפגעברענגט, און די קעפל האט זיך געהערט אינטערסאנט האב איך געדריקט אויף דעם... פארוואס האב איך מיך נישט צוריקגעהאלטן פון נישט קוקן? ווייל כ'האב דאך נישט געוויסט פארן קוקן וואס ער גייט זאגן... איי האסט דאך געוויסט אז אפשר קען עס זיין קעגן אמונה? אבער מיין מוח האט מיר געהייסן יא קוקן...
אלענפאלס, כ'זע נישט פארוואס דו מישט דא אריין בחירה, דאס דארף מען דן זיין במקומו הראוי, די עיקר נושא דא איז - בחירה צו נישט, אז למעשה ווערט מען נשפע פון וואס מען זעט, און אויב זעט מען קליפס פון כפירה (מחמת איזה סיבה שהוא) דאן האט עס אן השפעה און עס פארוואלקט די דזשאדזשמענט?
אויף דעם האב איך שוין אויבן געשריבן א לענגערע תגובה אז מען דארף טאקע קוקן זאכן פון אלע צדדים. כ'וועל דיר אויסזאגן א סוד, איך קוק גענוג און נאך אמונה קליפס! סיי אידישע, סיי קריסטליכע, אפילו מוסלמענע, ועוד! כ'האב שוין אפילו געקוקט דעבאטעס ווי דער מאמין איז ארויס מיט דעם געהויבענעם קאפ קעגן דעם אטעאיסט, א שטייגער ווי דעם באקאנטן לענגערן דעבאטע פון וויליעם לעין קרעיג קעגן קריסטעפער היטשנס וואס לדעתי איז קרעיג אסאך שטערקער אריינגעקומען.
כמובן אז איינער וואס זיכט אמת דארף קוקן אויף די סברות אליינס און נישט ווער איז אריינגעקומען שטערקער, און דאס פראבירט מען טאקע צו טון נאכן קוקן קליפס פון ביידע צדדים, נאר אויף דיין שאלה אז לכאורה ווערט מען נשפע פון די זייטיגע זאכן, אויף דעם איז די תשובה אז מען קוקט גענוג פון ביידע זייטן אויף צו באלענצירן די זייטיגע אינפלאוענס.
אויסצוקלארן: פארוואס האב איך דווקא געברענגט א קליפ וואס צייגט די צד הכפירה אויף די נושא? ווייל עס איז מיר נישט געלעגן א קורצע קליפ וואס צייגן אט די נקודה מצד המאמינים. זהו.