אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12600
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
לתשומת לב אז הרב כץ האט נאך נישט געענטפערט קיין איינער פון מיין תגובות, אחוץ מיט פערזענליכע אטאקעס. און דאס איז טאקע פארבונדען מיט דעם וואס ער פארדאמט פערזענליכע אטאקעס, כידוע אז ווען מ׳הערט איינער רעדען שטארק וועגען ארנטליכקייט אין ביזנעס, דארף מען גוט וואטשען די קעשענעס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יששכר כץ״ופשוט הוא״ בוא לא נגזים. אולי, כן; פשוט, בוודאי לא.
שליח ציבור צריך שיהיה הגון ואיזהו הגון 1. שיהא ריקן מעבירות, 2. ושלא יצא עליו שם רע אפילו בילדותו, 3. ושיהיה עניו, 4. ומרוצה לעם, 5. ויש לו נעימה, 6. וקולו ערב, 7. ורגיל לקרות תורה נביאים וכתובים: (שו"ע או"ח נ"ג)
וויאזוי לערנט איר פשט אין דעם? איר ווילט מיר זאגן אז איך קען נישט יוצא זיין הבדלה פון מיין שווער זז"ג...?
אוי. על כגון דא נאמר סיפור זה:
פעם אחת נקרא רבי יהונתן אייבשיץ לביתו של מושל המחוז, שביקשו לחוות דעתו בשאלה מה עדיף ממה: הטבע או כושר יצירתו של האדם? באותו מעמד היה גם הכומר המקומי שהביע דעתו שמעשי אנוש עדיפים על יצירת הטבע. הוא גם הביא סימוכין לדבריו מהשולחן הניצב לפניהם. הן בעבר לא היה זה אלא בול עץ חסר צורה ויופי, והנה בעזרת כשרונו של האדם ומלאכת כפיו הוא הפך להיות לשולחן מלכים, הדור ביופיו ומרשים בצורתו.
(מסתבר שאילו היה מתעורר דיון כזה בימינו ניתן היה להוסיף עוד כהנה וכהנה דוגמאות מתחום ההתפתחויות הטכנולוגיות המרשימות, מהמירוץ אל החלל, ממערכות המחשבים המדהימות, הישגים היכולים להזין את גאוותו של האדם על כשרונותיו הברוכים, והעלולים לפתותו להאמין כי יכולתו היא בלתי מוגבלת).
לעומתו טען רבי יהונתן, שאמנם האדם מסוגל לפעול בטבע ולהגיע להישגים מרשימים, אולם אחרי ככלות הכל, הטבע אינו משתנה. גם על השולחן המהודר חלים הכללים החלים על העץ, שכן גם הוא עלול להינזק בשריפה. למרות כל כשרונות האדם לא אחת הוא ניצב אין אונים מול איתני הטבע.
לאור חילוקי הדיעות הקוטביים שנתגלו, נתן המושל לשני הצדדים שהות של חודש ימים, כדי שכל אחד מהם ייערך כראוי, כדי להוכיח ולשכנע בצידקת טיעוניו.
מסופר שרבי יהונתן חזר לתלמודו, והענין נשכח ממנו כליל. באחד הימים בהיותו שקוע בסוגיה סבוכה, הופיע עכבר שניתר אל תוך קופסת הטבק שעמדה פתוחה על השולחן, מיהר רבי יהונתן לסגור את המכסה, וכך נפטר מאותו מיטרד. אלא שאז בדיוק הגיעו לביתו שליחים שהיו אמורים להביא עימם את הרב, שכן הגיע מועד הוכחת הטענות. סגר רבי יהונתן את הגמרא, לבש את מעילו, שם בכיס את קופסת הטבק ויצא לבית המושל.
כשהגיע לשם הוכנס לטרקלין רחב ידים בו נערכה סעודה מפוארת לרבי השלטון, כאשר במרוצת המיפגש אמורות היו להינתן הוכחותיו של כל אחד מן הצדדים להצדקת טיעוניו.
לפתע הושלך הס באולם, בפתח ניצב מלצר לבוש בקפידא, כשהוא נושא מגש עמוס כוסות בדולח מלאות יין. הקהל שהתבונן ב"מלצר" זה החל להריע ממושכות, משום שהתברר שלא היה זה אלא חתול, שאולף להלך על רגליו האחוריות ולשמש כמלצר. הכומר בחר בדרך זו להוכיח את צדקת גישתו. כך הוכחה עליונות האדם על הטבע, ללא אומר ודברים נוספים.
מיד באותו רגע שלף רבי יהונתן את קופסת הטבק מכיס מעילו ושחרר מתוכה את העכברון הכלוא. בין רגע פרצה באולם מהומה רבתי, החתול - ה"מלצר" השליך "מידיו" את המגש, הכוסות התנפצו והיין נשפך לכל עבר, ויצא לדלוק אחר העכברון שנוא נפשו, כשהוא מדלג על פני השולחנות, מקלקל את הכיבוד ומותיר את האורחים נדהמים.
כהרף עין, ללא צורך בהוכחות נוספות התברר כי רבי יהונתן צדק בגירסתו - למרות מאמצי אנוש, הטבע נותר באיתנו.
ליטוואק, לאמיר פרובירן נאך איינמאל: זאג דיינע קריטק בלי זלזול, ישר ולעניין, און איך וועל פרובירן דיר ענטפערען. אבער אנע קלישעס. אויף דער וטייל איך האב באמת נישט קיין אנונג וואס דיינע טענות זענען.
דווקא די טענות, דיין אנאליזע אינטרעסירט מיך נישט.
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
די אשכול איז נישט אויף סיי וועלכע הלכה, נאר אויף הרב כ"ץ. מין תגובות דא זענען דוקא לענין, ווייל זיי זאגען מיין מיינונג אויף הרב כ"ץ. א צווייטע האלט אים פאר א לץ, איך האלט אים פאר פשוט א קליינע מענטשעלע. און דאס איז דא די נושא.
אבער לשיטותך, ווארט מען נאך אויף אן ענטפער. נישט עכט, איך גלויב נישט אז עפעס זאכליך קומט באלד. אפשר גייט מען טאקע, מיט גראדע פנימ׳ער, ארום רעדען מיגו להוציא אויף א דופן לענין שבת, ווייל מ׳טאר דאך קיין ליצנות נישט מאכען. דערנאך קען מען אריבער גייען צו בורר אויף שבת למ"ד אין ברירה בתולה בדעת עצמו.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אויב אזוי זאל מען טוישן דאס קעפל פונעם אשכול, ושלום על ישראל.
I failed but I still deserve credit for trying-I tried really hard, against the advice of smart people who I trust. Honest to the Ribono Shel Olam, I have no clue what you’re saying, I can’t put two words together. .
Still, have a good and wonderful shabbos, Litvak.
יהודי פשוטדי הייליגע מונקאטש'ער רב זי"ע איז אמאל געוועהן אויף א באזוך ביי ר' מאיר שפירא זצ"ל און ר' מאיר האט כנהוג מכבד געוועהן מונקאטש'ער רב מיט א בעכער וויין, דער מונקאטש'ער רב האט געריקט דעם בעכער אין א זייט און געזאגט: איך וועל דען ביי אייך טרינקען וויין?! ס'איז דאך נסך...
ס'איז אריבער אפאר מינוט און מונקאטש'ער רב האט צוריק געריקט דעם בעכער און געטרונקען פון די וויין, ווען ר' מאיר האט דאס געזעהן האט ער געפרעגט פונעם מונקאטש'ער רב וואס איז פשט פון דעם? ממ"נ איז עס נסך פארוואס האט ער עס געטרונקען? איז עס נישט נסך פארוואס האט ער עס אוועק געריקט? האט די מונקאטש'ער רב גע'ענפערט, איך וועל אייך זאגן די חילוק צווישן מיר און אייך, ביי אייך איז יעדע זאך אין די וועלט קודם מותר, כשר וכדו', נאכדעם אז מ'ווערט געוואור אז ס'איז נישט ווארפט מען עס אוועק, ביי מיר איז פונקט פארקערט, יעדע זאך וואס קומט צו מיר אן איז קודם אסור, טריפה וכדו', דערנאך אויב הער איך אז ס'איז יא גוט נעם איך עס צוריק.
כ'האב געזען די שבת א גוט ווארט בשם די בוהושער פון תל אביב. הלא אם תיטיב, שאת - וועסטו קענען פארטראגן אלעמען. ואם לאו, לפתח חטאת רובץ - וועסטו איבעראל זען שלעכטס. ודפח"ח.
ליינענדיג ר' יששכר'ס אינטערוויאו דעם שבת מוז איך מודה זיין אז מיין אינקלאדן ר' יששכר אינעם מאדערן אראטדאקסיע קרייז איז געווען א טעות. ער איז סך הכל א מאדערן חסיד ווי ער אליין איז זיך מגדיר אינעם ארטיקעל.
מיין תגובה לגבי די מאדרען ארטאדאקסיע שטראם אין אלגעמיין איז נאך אלץ קאי וקיים, און ווי עס קוקט אויס האט ר' יששכר אנגענומען זייער צוגאנאג נאר לגבי גלייך בארעכטונגען פאר נשים בזמנינו. און ר' יששכר'ס ווערטער אין די ארטיקל:
"דעם איינציגן זין אין וועלעכע איך האב מיט געטוישט אין הלכה, איז ווען עס קומט צו געוויסע ווירדן ווי איך האלט מען דארף זיך רעכענן מיט זיי, צום ביישפיל איך וויל אז הלכה זאל זיין וואס ווייניגער באקריווענד וכו' איך גיי נישט זאגן אז מען קען איגנארירן הלכה נאר אז מען קען אויסקלארן געוויסע מיספארשטענדענישן, בלייבענדיג אין די ראמען פון הלכה"
און אנדערע ווערטער מען מען טרעפן די לאפ האללס אין הלכה, ווען עס קומט צו זיך צושטעלן צו די היינטיגע ווירדן לגבי פרויען, מאדערן ארטאדאקסיע טוט אס מיט אלע היינטיגע ווירדן ספעציעל מיטן ווירד פון זיך צושטעלן צום היינטיגן קולטור אין געזעלשאפט, און חסידים טוען עס מיטן דאוונען שפעט און זיך נישט צושטעלן צום גזעלשאפט ווי מלמדו אומנות וכו'.
אספקלריה איר זאגט דאך אזוי גיט,
באלד וועט מען נאך שמיסען אין די אפען ארטאדאקסי אז עפעס א מיידעל איז ליידער אראפ פון וועג און אויפגעהערט לייגען תפילין ה"י
עטץ קענטס מיך מסביר זיין וואס איז אזוי גליקלעך מיט די שווארצע לעדערנע קעסטלעך אז די פרויען פגר'ן פאר דעם?
ר' יששכר ווייסט דאך דעם אמת אז די טיפסטע שטיקעל גמרא איז גרינגער ווי די גרינגסטע שטיקעל פיזיקס, איז וואס איז די גליק אז מהאט זוכה געווען פרויען קענען זיך שוין אויכעט פארפלאנטערען אין די סוגיות הש"ס?
וואס איז די גרויסע גליק אז מגייט אויפרייסען די מיידלעך פון שלאף מיט פארקלעבטע אויגען צו זאגען סליחות יעדען פארטאגס?
אפשר מאך מיר א טויש, כ'בין מוותר אויף מיין א' סליחות און זאלען די פרויען אונז אלע איבערנעמען.
זיי קענען אויך נעמען די לאנגע ראש השנה מוסף און די זעקסטע הקפה
יששכר כץהספר הכי טוב על הנושא; על אף שאני חולק על מסקנתו. הוא מסכים עם לייקווד
<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/Gender-Equality-Prayer-Jewish-Law/dp/965524198X">https://www.amazon.com/Gender-Equality- ... 965524198X</a>
יש לי את הספר אך עוד לא עיינתי בו בעיון.
להעיר, אז טראץ דעם וואס ר' יששכר רעדט טאקע צוליב דעם אז מען מעג קושן די קינדער אין בית מדרש, איז אין ריאליטעיט נאכאלץ נישט באמת מעגליך אז ביידע דזשענדערס זאלן זיך משתתף זיין אייניג אין בית מדרש, בשעת מ'רעדט פון היימישע גרויסע משפחות. ווי איינער האט מיר געזאגט יום טוב, נו זייער פיין אלע ווייבער וועלן קומען אין שול דאווענען, און ווער וועט צוגרייטען די סעודה..? יא אוודאי פעמיניזם לויטעט אז די מענער זאלן העלפן קאכן אויך, מיר רעדן אבער דא פון דער ריאליטעיט.
דאכציך אז בפועל ממש איז נישטא אין די אלע פעמיניסטישע מניינים קיין איין עלטערע מבוסס'דיגע גרויסע משפחה, עס איז על פי רוב סטודענטען און סטודענטקעס תלמידי ותלמידות הישיבות והכוללים ווען מען האט צייט אויף דעם... בפועל ווען די משפחה ווערט גרעסער (אפילו נישט פופצן קינדער אויפן חסידישער נוסח, פינף איז אויך גענוג) איז דאס נישט מעגליך און די חלוקת העבודה ווערט נאטורליך. קוים וואס דער טאטע האט צייט גיין אין בית מדרש זאל די מאמע שוין אויך גיין..?
ממילא די אלע חקירות זענען באמת נישט נוגע אין ווילאמסבורג, נישט צוליב אידיאלאגישע סיבות נאר מער צוליב פראקטישע סיבות. אפשר דארף מען משנה זיין סדרי עולם אבער דאס איז שוין אן אנדערע פראייעקט..
לעיקוואד
די פארשטייסט נישט.
קודם איז מען זיי מחייב צו דאווענען און לערנען, און נאכדעם איז מען מתיר פריה ורביה, ווייל עס שטערט פין עבודת השם.
פון פרו ורבו האט שוין ר' ישמעאל בן אלישע גע'פטר'ט: תניא אמר רבי ישמעאל בן אלישע מיום שפשטה מלכות הרשעה שגוזרת עלינו גזירות רעות וקשות ומבטלת ממנו תורה ומצות ואין מנחת אותנו ליכנס לשבוע הבן ואמרי לה לישוע הבן דין הוא שנגזור על עצמנו שלא לישא אשה ולהוליד בנים ונמצא זרעו של אברהם אבינו כלה מאליו אלא הנח להם לישראל מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין: (ב"ב ס:)
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
גאנץ פמיניזם איז נישט מעגליך אין די וועלט, און עס עגזיסטירט טאקע בעיקר אין געדאנק נישט למעשה.
עס האט פיל אויפגעטון אין געוויסע געביטען, אבער די וועלט אנערקענט נאך שטארק די אונטערשיידען צווישען די געשלעכטען און דער וואס וויל זיין א גוטע מענטש, פירט זיך מיט א מאן לויט די מענערישע נאטור און מיט א פרוי לויט די פרויערישע נאטור, און ער לאזט נישט די גלויבונג פון גלייכבארעכטונגען צו פארדרייען די פאקט אז זיי זענען אנדערש.
דאס זיך פירען אנדערש צו א פרוי איז צומאל אן אויסדרוק פון דערדרוקען די ׳שוואכע געשלעכט׳, אבער עס איז אויך אפט א הכנעה צו פאקטען וואס די אויגען זען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
צו יששכר כץ היות איר זענט א היימיש קינד א בן לגדולים גלערינט אין סאטמאר וואס איר זענט פארקראכען צו די אפען ארטאדאקס האב איך מיך פארשאפט די ארטיקעל פון אייער איבערלעבעניש אין סאטמאר ביז די היינטיגע טאג, עס שטייט והייתם נקיים, איך בין נישט קיין וועקער ליינער, איך בין אקעגין די וועקער מכמה וכמה טעמים הידועים והכמוסים עמדי, אבער דיין ארטיקעל האב איך יא אדורכגעליינט!
איך מוז זאגען איך האב ליב דיין ארטיקעל עס פרישט מיך אויף א סך פון די יוגענט, חס ושלום איך בין נישט מסכים מיט אפען ארטאדאקס, אז נאוומינסקע רבי שליט"א האלט אז איר זענט פארקראכען מה נעני אנן אבתרי' זענט איר לשיטת סאטמאר רחמנא ליצלן אין שאול תחתית,
וואס בארויגט מיך אז די האסט נישט קיין שנאה צו דיין עבר, די האסט נישט קיין פאדריס אויף דיין יוגענט, האב איך האפענוג אז די וועסט דיך אויסטשוכענען פון די עדה הרעה הזאת! איך האב דיך א סך וואס צו זאגען, איך בין יעצט נאר מתחיל, א וודאי איז דאס נישט א וועג פון מקרב זיין און באשרייען און באפאלען, אבער היות איר זענט נישט וואקעלדיג איר זענט שוין ליידער מוחלט אייער שטעלונג און מיינוג, דארף איך נישט צו גיין מיט כללי קירוב, און די אמת מוז מען זאגען אן קיינע חשבונות,
אפען ארטאדאקס איז נישט ערליך נישט ריכטיג עס איז זייער נאנט צו קאנסערוויטיוו, אפען ארטאדאקס מאכט אייגענע אפמאכען וואס איז אקעגין די תורה אקעגין די מסורה וואס דאס רירט אן יסודות פון קדושת ישראל,
למשל די אליינס שעמסט דיך נישט צו זאגען א קל וחומר מה דאך די חסידים מאכען טוישעניגען מיט זמן תפלה וואס איז אקעגין די הלכה וועגען א איינרעדעניש פון חולי מעיים, ממילא מעג מען חתונה האבען די זעלבע מין, וואס איז אטקעגין אפענע פסוקי תורה! אדער אויפנעמען פרויען רבנים מיט שררות מיט עליות וואס איז אקעגין מסורת ישראל מאז היות ישראל לגוי, ווער רעד נאך וואס דאס רייסט אראף סעיפים שו"ע במחי יד מיט א היקש אז מאיז משנה ווייל מהאט אנגעהויבען צו מאכען א מיידעל שולע נאכען קריג, סנישטא קיינע ווערטער צו דיין קרימקייט און פארפירעניש וואס איז אקעגין יעדע נארמאלע דעת תורה ,
נאכאמאל ישששכר עס קימט דיך קרעדיט ווייל די ביסט נישט אויפגערגט! די ביסט נישט פארביסען, אבער די ביסט זייער קרים און א גרויס רחמנות אויף דיר, שכוח פאר די שיינע זכרונות פון דיינע מלמדים פון דיין טאטען אוי ווי זיס איז די טאהשע מעשה פון מהר"א ט"ב אבער ווי געזאגגט מוועט נאך צוריק קומען צו ארויסברענגען די פאלטשקייט פון דיין שלעכטע וועג וואס איז אקעגין די תורה מסורה הלכה ולד' הישועה אז די זכות פון דיינע גרויסע זיידעס זאלסט תשובה טהון און צוריק קומען צו דיין שורש
ימים ידברוזענט איר לשיטת סאטמאר רחמנא ליצלן אין שאול תחתית
גוט געזאגט וואויל געזאגט, ולעומתם משבחים ואומרים, אז לשיטתנו זענט איר רחמנא ליצלן אין שאול תחתית...
דער טראל גייט נישט ענטפערן.
צו אלע חשובע ענטפערער! איך האב נישט די ארטיקעל און פארענט פון מיר יעצט, לייענענדיג זיין ארטיקעל האב איך קלאר געזעהן אז דער יששכר באציט זיך אויף די שינוים פון די חסידים און הלכה ווי דאוונען נאך זמן תפלה און מאכען מיידעל שולעס וואס דאס ניצט ער אלטס ראי' אז מקען צופאסען הלכה לויט די רוח הזמן והתקופה, וואס דאס איז מופרך מעיקרא, בנוגע די חסידישע ענינים מיט הלכה איז א באזינדערע שמיעס וואס פאדערט א לאנגע ארטיקעל וואס את"ל עס איז א עוולה נגד הלכה ווי קומט דאס צו די גאנצע פעמיניסטישע רוח וואס איז נגד יסודות הדת? און והשנית כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים וואס איז בפירוש נגד הלכה! און א תלמיד וותיק דאכט זיך הרב שעכטער אפשר הרב וויליג וואס זענען די גרעסטע תלמידים האבען מודה געווען אז דאס איז שטארק שילדיג וואס איז ארויסגעקימען די פארפאלטע חובבי תורה וואס זיי זענען נענטער צו קאנסערוויטיוו ווי צו ארטאדאקס און זיי זענען מודה אז דאס געווען א טעות פון זייער גרויסען רבין וואס קומט זיי קרעדיט דעראויף צו זיין מודה על האמת, מיר האפען אז יששכר וועט תשובה טוען און צוריק דרייען זיינע פארקרומטע און פארדארבענע פלפולים של הבל נגד יסודי הדת! ווי אנערקענען מושחתים פון די חטאי דור המביל וואס די תורה הק' איז נתונה מסיני ולא ישונה קיין זיז כל דהוא! און פרויען רבנית רחמנא ליצלן וואס מען קען נישט מתיר זיין אויף קיין שום וועג! און ווייטער די גאנצע פרויען עליות מיט די פאלטשע רחמנית אז זיי ווילען זיין נאנט צום בוכ"ע, זיי ווילען נישט נאר אויסרייסען די תורה נערישע מענטשען מיט קרומע השקפות טרעפען זיי א אוזן קשבת! מיר זענען מתפלל אז וידעו תועי רוח בינה און צוריק קימען צים חיק אבותם און תשובה טוען און זיין מזכי הרבים נישט חלילה פארקערט!
ימים ידברוכהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים
זאג נאר, די דריי הונדערט תנאים וואס האבן געלערנט תורה מיט נשים כמבואר במסכת פסחים דף סב: זענען אויך פסול ביי דיר?! זיי וויסן אז ס'איז שוין דורכגעבאכן געווארן נאך אין די צייטן פון די משנה, כמבואר במסכת סוטה דף כ.
רביה''ק זי''עימים ידברוכהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים
זאג נאר, די דריי הונדערט תנאים וואס האבן געלערנט תורה מיט נשים כמבואר במסכת פסחים דף סב: זענען אויך פסול ביי דיר?! זיי וויסן אז ס'איז שוין דורכגעבאכן געווארן נאך אין די צייטן פון די משנה, כמבואר במסכת סוטה דף כ.
אינטערסאנט! אז דער רמב"ם און רבי יוסף קארו האבן נישט געוואוסט דערפון? (גמרא סוטה כא. רמב"ם הלכות תלמוד תורה. שו"ע יו"ד רמו ו.) זיי "פסקנ'ן" אז מ'טאר נישט, און רוב היתירם פון די גדולי ישראל אין די לעצטערע דורות איז נישט געווען צו סתם איגנארירן א אפענע סעיף אין שו"ע, נאר מיט היתירים לצורך הדחק וכו'
טאקע אינטערעסאנט.
לעצטענס ביי זיין אושפיזין מאנטאג נאכט, האט ראביי כץ עפעס פארפירט. איינער ווייסט די פרטים?
[ציטאט אראפגענומען]
און איך כ'האב ליידער אפי' נישט קיין חבר וואס האט די וועקער, מיר עס צו פארבארגען אז איך זאל עס קאנען ליינען.
אבער איך פארשטיי נישט מה כל הרעש? דאס איז דאך קלאר ווי די טאג ומובן לכל בר דעת בינוני -שכל התורה המצויה אתה בידינו הנתונה על ידי משה רבינו- איז שטארק רעפארמירט געווארען במשך די דורות, און ס'דא דערצו הונדערטער אז נישט טויזענטער ראיות שאין כאן מקומו להאריך כגון עירוב וכל מיני תקנת חז"ל [בין מה שהוסיפו ובין מה שגרעו לצורך] וחדר"ג וכו' וכן לאחרונה היתר עיסקא\שייטלעך וכו' וכו'.
נאר וואזשע דען? די שאלה איז די באלאנס, וויפיל? וואס? ווען? און ווי? סך הכל איז דער וויכוח ביז ווי מדראעט די ליין.
(גראדע אויב שרייבט ער אלס ראי', חסידים'ס שוואכע חשיבות צו זמן תפילה איז נישט ממש די ענין, ווייל ס'איז נישט אז מ'האט זיך אוועק געזעצט און געזאגט היינטיגע צייטן דארף מען זיך נישט אזוי פארלייגען אויף זמן תפלה... נאר ס'איז מער א נאכלעסיגקייט דוכט זיך...)
<a class="postlink" href="http://click1.e.forward.com/qffyympwwrgtrrbytvfqbthqcmtvffmfgqvrmpdmwhsnw_orktfkzrqdtwlrflqzff.html">http://click1.e.forward.com/qffyympwwrg ... lqzff.html</a>
רבי יששכר כ״ץ נעמט די פעדער אין האנט אריין אין שרייבט אן ארטיקל אין זיין אמאליגע שפראך ״אידיש״, אויפן סאטמאר רב זצ״ל, ווי ער ברענגט ארויס אז די רבי איז געווען מלא סתירות.., ווער עס קען פארטיידיגן די רבי תבוא עליו ברכה.
אין כאן לא קשיא ולא תירוץ, מ'דארף ניטאמאל זיין א בריסקער צו קענען מחלק זיין.
ווען ער זאגט סתירה'דיג מיינט ער נישט צוזאגן די מין סתירה וואס אינז האבן געהאט אין גמרא. ער ברענגט ארויס ווי אזוי מען קען אנקוקען די רבי'ס עקסטרעמע געפילען אדער שיטות, וואס איז אסאך מאל מן הקצה אל הקצה.
דער מענטש איז טאקע אזא בהמה?! ווייל ער האט ליעב געהאט זיין ווייב און טעכטער, איז עס א סתירה אז ער זאל פסקנ'ן לחומרא לגבי ווייבער?! אזוי ווי דער חפץ חיים האט געזאגט, "פונקט ווי צו חכמת התורה איז נישט דא קיין שיעור, אזוי אויך איז נישט דא קיין שיעור אין עמהארצות".
דער איז א געזונטער עם הארץ, אפילו אין זיין אייגענע גארטען איז ער בכלל נישט באהאווענט.
איך זעה נישט וויאזוי פון בהמה ביזטו אנגעקומען צו עם הארץ, איך קען אסאך תלמידי חכמים בהמות, ביי יעדעם גיבט זיך אנדערש ארויס זיין בהמה'שאפט געוואנדן אין זיין כאראקטער/אגענדע/פארטיי/וכו'. כ'וואלט געזאגט אז ס'איז ענדערש א בחינה פון השוחד יעוור פקחים, אדער א בחינה פון אמונות הכרחיות.
מיר איז ענדערש שווער, פון ווי ווייסט יששכר כץ אזדער רבי ז''ל האט פיל ליב געהאט זיין ערשטע ווייב?
אויב דער אמעריקאנער שרייבער ראלף וואלדא עמערסאָן האט רעכט אַז סתירות’דיגע רעיונות איז דער צייכן פון אַ גרויסן מוח, איז ר’ יואליש געווען א גאון עצום. ער איז געווען אַ פּעקל פון סתירות.
ניתי ונחזי
ער איז געווען א חסידישער רבי, אָבער אויך גאָר א גרויסער תלמיד חכם (אן אויסערגעוויינליכע קאמבינאציע).
בימיו איז געווען אסאך אזעלכע. דאס איז אזא פעלער ווי אלע דיינע פראזן.
ער האט ליב געהאט חסידישע ליטעראַטור, אָבער האט געהאסט חסידישע מעשיות. (ער האָט זייער נישט ליב געהאט די חסידישע לעגענדעס. ער האָט זיי געהאלטן פאר לעכערלעך און געגלייבט אז רוב פון זיי זענען אויסדריקליכע שקרים.)
ער איז געווען אן איש אמת וואס האט פיינט געהאט שקר. עכ"פ זאכן וואס ער האט אנגעקוקט אלס שקר, צביעות וכדו'.
ער האָט אויסגעזען חסידיש, אָבער גראַוויטירט צו די ליטוואַקעס. ער האט געהאט גרויס יראת הכבוד פארן לעיקוואודער ראש ישיבה ר’ אהרון קאָטלער, אָבער גאר ווייניג געדולד פֿאַר זיינע חסידישע קאלעגעס, די בעלזער און סקווערער רבי.
ווייניג געדולד פאר בעלזא?! ער האט פאר אים געהאט גרויס כבוד, און שפעטער איז געווען מיינונגס פארשידנהייטן. געדולד איז אלץ געווען.
לגבי סקווער האט איר רעכט, והסיבה ווייל ער האט געליבט אמת, כנ"ל.
ער האָט זיך אידענטיפֿיצירט מיט דער ליטווישער פשטנות’דיגער טעאָלאָגיע, אָבער האָט זיך שטארק אראפגעריסן פון זייער מעטאָדאָלאָגיע פון לערנען גמרא. ער האָט געהאט גאר ווייניג רעספעקט פאר ר’ חיים בריסקער און ר’ שמעון שקאפף, די פּיאָניערן פון דער ליטווישער דרך הלימוד.
סתם שקר. זיין הערצה צו בריסקער רב הגרי"ז איז ידוע לכל. ער האט געהאט רעספעקט פאר אלע גדולי תורה אפי' ליטווישע.
ער האט פאנאטיש געהיטן הלכה, אָבער קיין מאָל זינט ער איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע האָט ער אנגעיאגט צו דאווענען שחרית בזמנו. ער איז געווען אַבסעסיוו וועגן היגיענע און פארבראכט שעה’ן יעדן צופרי אין בית הכבוד, ריינינדיג דאס גוף. ווען ער האט געענדיגט איז שוין געווען לאנג נאך זמן תפילה.
זיין הכנה לתפילה איז ביי אים געווען מער פון אלעם, ער האט זיך מוסר נפש געווען אויף דעם ביים קריג, געפאסט וואכן און אוועקגעגעבן זיין ביס פון מויל פאר א גוף נקי. טאקע א שטיקל פלא, אבער ווייט פון צו זיין א סתירה אדער פעלער.
ער האט געהאט גרויס כבוד פאר זיין פֿאָטער, וואס איז זעלטן געווען אין שטוב, אָבער איז געווען פיל נענטער צו זיין מוטער וואס האט אים געהיט ווי דאס אויג אין קאפ.
אויך א סקאנדאל?
ער האט פיל מחשיב געווען קדושת ארץ ישראל אבער שטארק מזלזל געווען אין מדינת ישראל.
גענוי ווי דער הייליגער חזון איש, בריסקער רב וכו'. קדושת הארץ איז נישט נגד התורה און מדינת ישראל יא.
ער איז געווען זייער געטרייַ צו די פרויען אין זיין לעבן. אַלע זענען געשטארבן יונגערהייט, בחייו. (אַ ווייב וואס ער האט פיל ליב געהאט און דריי טעכטער), אָבער אין דער זעלביקער צייט האט ער אנגענומען אַ ראַדיקאַלער הלכה’דיג שטעלונג כלפי פרויען.
אזא ראדיקאלע שטעלונג ווי למשל גור אדער סלאנים? ער איז געווען שארף קעגן אזעלכע שטעלונגען.
ער האט שטענדיג געמוסרט וועגען קדושה אבער מיט דער צייט איז עס געווארן אַן אבסעסיע, ווארענדיג נאכאנאד קעגן נעגאַטיוויע סעקסואלע געדאנקן און אומאיידעלע פריצות’דיגע מעשים.
לא זכיתי להבין.
ער איז געווען ליבליך און ווייך רובֿ פון די צייט, אָבער טייל מאָל איז ער געווען מחלוקת’דיג און פארביסען; ברוגז און געפערליך קריטיש פון אנדערע מענטשן.
אויך משה רבינו איז געווען בייז און פארביסן געוויסע זמנים ווען ער האט געהאלטן אז אידן טוען זאכן נגד התורה. אויב מען מעג זיי פארגלייכן.
ער האט אלעמאל ארויסגעברענגט שטאַרקע געפילן אין די וואס האבען געמאכט זיין באקאנטשאפט: די וועמען ער איז געפעלן האבן אים ממש געליבט און די וואס האבן נישט געהאלטן פון אים האבן אים מורא’דיג פארהאסט, טיילמאל מיט א טיפער און פארביסענער שנאה.
א סתירה פון זיינע שונאים, נישט פון אים.
בקיצור: אן עכטער גדול הדור אבער מיט א סך פעלערן.
וועלכע פעלערן?
סיידן מיר טראַכטן אַז א גדול מיט פילע חסרונות איז מער נישט קיין גדול. אט איז די פילאסאפישע דילעמא: ווען א צדיק האט פערזענליכע שוואכקייטן, הערט ער אויף צו זיין אַ צדיק?
אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
דאס ארגסטע איז וואס ער שרייבט בזה״ל: ״פיל מענטשן גלויבן אז ער איז געווען איינער פון די גרעסטע צדיקים פון אונדזער דור, בשעת אנדערע האלטן אז ער איז געווען ממש דאס פארקערטע״ עכ״ל, ווער פונקליך האלט אז סאקמאר רב איז נישט געווען א צדיק? על כגון דא נאמר חכמים הזהרו בדבריכם!, און שכוח פאר רבי איסר פארן מאכן אויס סתירה..
Sent from my iPhone using Tapatalk
חוקר ודורשדאס ארגסטע איז וואס ער שרייבט בזה״ל: ״פיל מענטשן גלויבן אז ער איז געווען איינער פון די גרעסטע צדיקים פון אונדזער דור, בשעת אנדערע האלטן אז ער איז געווען ממש דאס פארקערטע״ עכ״ל, ווער פונקליך האלט אז סאקמאר רב איז נישט געווען א צדיק? על כגון דא נאמר חכמים הזהרו בדבריכם!, און שכוח פאר רבי איסר פארן מאכן אויס סתירה..
לכאורה מיינט ער די תשובה אין בני בנים (ח"ב סימן לד בסופו) ע"ש (ס'איז א משהו שארף). ער זאגט נישט בפירוש אין די (געדרוקטע) תשובה אז ער מיינט דעם סאטמאר רב זצ"ל, אבער עס איז שטארק משמע אזוי (מיט די טענה אז "אותו גדול" האט פוגע געווען בכבודו פון הרב קוק זצ"ל, ועוד). און אפילו דארט זאגט ער "ואין זה פגיעה בצדקתו כי אטו ... לא היה גאון וצדיק" ע"ש. (די תשובה איז סתם אזוי אינטרעסאנט מכח דעם דיון, אין אנהויב תשובה, בנוגע דעם תיור
זצ"ל בכלל.)
אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
הרב יהודה הנקין שרייבט טאקע אין די תשובה (די שאלה איז געווען צו מען דארף שרייבען אויף סאטמאר רב ״הגאון״ צו ״זצ״ל״, היות עס ווערט מבואר אין זיין כתבים אז די שואל און רוב אידן פון די וועלט זענען נידון כאפיקורסים) בשם זיין זיידע הגרי״א הנקין בזה״ל: אילו היה חי בזמן הבית היה נדון כזקן ממרא. עכ״ל, נעמט דאס נישט אוועק פון סאטמאר רב׳ס צדקות, ווייל מען רעדט דא נישט פון א פאל וואס די רבי האט נישט געוואלט מקבל זיין א פסק פון די בית דין הגדול, און איך קוק אן די ווערטער די זעלבע וועג איך קוק אן די ווערטער פון סאטמאר רב אויף הרב קוק, ודי למבין.
אז מען רעדט שוין פון די תשובה, דער באקאנטער חוקר מלך שפירא האט לעצטענס ארויסגעגעבן א ספר ״אגרות מלכי רבנן״ תשובות פון רבנים ואנשים חשובים אויף שאלות וואס ער האט זיי געשוקט, איז אין סימן נ״א ברענגט ער די תשובה און יא ער איז געווען די שואל! (אין שו״ת בני בנים שטייט נישט ווער די שואל איז), און ער שרייבט צו אן הערה בזה״ל: נער הייתי כשכתבתי אל הרב, ולא ידעתי שאע״פ שהאדמו״ר זצ״ל השתמש בלשונות חריפות כלפי אלה שמודים ב״כפירה״ וה״עבודה זרה״ של הציונות, אין זה אומר שהחזיק כל מי שחלק עליו בזה כאפיקורסות פשוטו כמשמעו. עכ״ל.
דא שרייבט העניך אויך וועגן דעם געדאנק. (א חלק דערפון איז געדרוקט אלס א בריוו צום וועקער 12.)
.
<a class="postlink" href="https://eretzacheret.org/%D7%90%D7%95%D7%A8%D7%AA%D7%95%D7%93%D7%95%D7%A7%D7%A1%D7%99-%D7%9C%D7%92%D7%9E%D7%A8%D7%99-%D7%95%D7%9E%D7%95%D7%93%D7%A8%D7%A0%D7%99-%D7%9C%D7%92%D7%9E%D7%A8%D7%99/">https://eretzacheret.org/%D7%90%D7%95%D ... %A8%D7%99/</a>
דף היומי מיט רבי יששכר כ״ץ
רבי יששכר כ״ץ האט אויפגעמאכט א טוויטער אקאונט לכבוד די נייע מחזור פון דף היומי ווי ער שרייבט יעדן טאג אונטערסאנטע ענינים וואס האט שייכות צום דף. דא האט איר א לינק: <a class="postlink" href="https://twitter.com/DoseYomi">https://twitter.com/DoseYomi</a>
איך וויל דא עפענטליך הייס באדאנקען, דער המיוחד שבעם ר' יששכר כ''ץ: דיין גאלדענע הארץ, רייכע ערפארונג, און קליגע עצות, העלפט א'סך ארויס מיין חבר וואס איך האב רעפעריט צו דיר.
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
יאפ, לכבוד אזעלכע אידן וואו הרב כ"ץ האלטן זיך אסאך אידן ביי אטענטישע אידישקייט און ווען נישט זיינע גוטע עצות, הדרכות אוו הוראות וואלטן זיי שוין ליידער לאנג געווען אראפ פנעם וועג, כה לחי!
במדבראיך וויל דא עפענטליך הייס באדאנקען, דער המיוחד שבעם ר' יששכר כ''ץ: דיין גאלדענע הארץ, רייכע ערפארונג, און קליגע עצות, העלפט א'סך ארויס מיין חבר וואס איך האב רעפעריט צו דיר.
לגבי דאס וואס הרב יששכר שליט״א האט דערמאנט בנוגע די אונטערליגענדע סאביעקטיווע פסיכאלאגיע וואס ליגט אונטער א פוסק׳ס מסקנא וכו׳:
📎 2E9E7106-A0A0-443D-8524-B9EF9BDC1A5F.pngפון
די בוך פון הרב דר. משה סאקאל (בפרק יז).
איך האב נישט געטראפן דעם שטיקל אין קדושת לוי. אין ליקוטים אויף תהלים, לגבי מחלוקת ב״ש וב״ה בענין חסד וגבורה וענין הפסק לע״ל, זאגט ער נישט דאס.
📎 7056EDA8-4EB2-4A27-829C-347239234C8A.jpegובדברי ר׳ ישראל סאלאנטער זצ״ל (ב
ספר תבונה ח״א).
ר' יששכר דערמאנט אין וועקער אז YU האט אים גערופן זיין אנטייל פון א פאנעל איבער חסידים, ווייסט איינער אויב דאס איז דא עוועליבל ערגעץ צו קוקן?
פונקט האב איך מיך אנגעשטויסן אין דעם קליפ און דער מיטעלסטע ראביי פון די פאנעל איז די ראש ישיבה אין ישיבת חובבי תורה (די זעלבע פלאץ ווי ר' יששכר כ''ץ איז איינגעשטעלט) האב איך מיר דערמאנט פון יענעם אנעקדאט וואס הרב כ"ץ האט דערמאנט.
Watch "FOOTSTEPS panel - Vilification/Romanticization" on YouTube
<a class="postlink" href="https://youtu.be/S46MisjaWDI">https://youtu.be/S46MisjaWDI</a>
סאנטיאגאפונקט האב איך מיך אנגעשטויסן אין דעם קליפ און דער מיטעלסטע ראביי פון די פאנעל איז די ראש ישיבה אין ישיבת חובבי תורה (די זעלבע פלאץ ווי ר' יששכר כ''ץ איז איינגעשטעלט) האב איך מיר דערמאנט פון יענעם אנעקדאט וואס הרב כ"ץ האט דערמאנט.
Watch "FOOTSTEPS panel - Vilification/Romanticization" on YouTube
<a class="postlink" href="https://youtu.be/S46MisjaWDI">https://youtu.be/S46MisjaWDI</a>
די מאדירעיטאר איז רבי יששכר'ס זון. הרב אינגבער האב איך שוין געטראפן עטליכע מאל און ער האט מיר שטארק אימפרעסד.
.
הוגהסאנטיאגאפונקט האב איך מיך אנגעשטויסן אין דעם קליפ און דער מיטעלסטע ראביי פון די פאנעל איז די ראש ישיבה אין ישיבת חובבי תורה (די זעלבע פלאץ ווי ר' יששכר כ''ץ איז איינגעשטעלט) האב איך מיר דערמאנט פון יענעם אנעקדאט וואס הרב כ"ץ האט דערמאנט.
Watch "FOOTSTEPS panel - Vilification/Romanticization" on YouTube
<a class="postlink" href="https://youtu.be/S46MisjaWDI">https://youtu.be/S46MisjaWDI</a>
די מאדירעיטאר איז רבי יששכר'ס זון. הרב אינגבער האב איך שוין געטראפן עטליכע מאל און ער האט מיר שטארק אימפרעסד.
Wow מיינסט עס ערנסט? ער קוקט נישט אויס פראוד דערמיט, ער באהאלט עס אינעם שמועס, טראצדעם וואס זיין זוהן איז א שטודירטער און האט א PHD אין דאקטעריי. ער אלס ליבעראלער וואלט עס געמעגט ערגעצוואו דערמאנען אין וועקער ווען מ'האט אים געפרעגט איבער עדזושקעישן. איך האף זיי האבן א קשר.
דער אונגבער האט מיך אויך זייער intrigued ער האט זייער א שטארקע כאראקטער, איינער ווייסט מער איבער זיין עבר? ער דערמאנט אז ער איז אויך א געוועזענער חסיד.
ס'האט מיך מורא'דיג באנומען ווי דער קאנסערוואטיווע ראביי האט ארויסגעברענגט די פוינט אז ביים כותל איז דא ווייניגער דייווערסיטי ווי אין פוילן... איך עגרי נישט מיט איר אויף השקפה, אבער די פאקט אז מ'שפייט א מענטש אין פנים נאר ווייל יענער איז אויפגעצויגן אנדערש ווי דיר איז הארצרייסנד, פון וואס זי זאגט האט זי נישט געזעהן עפעס אנדערש אלע יארן, און דאס איז וואס זי איז געפראוגעמט אז א איד איז, איז וואס איז זי נעבעך שולדיג? פארוואס טאר מען נישט מחנך זיין די קינדער אז אזוי ווי אונז זענען חסידים זענען דא מאדערנע, און קאנסערוואטיווע וכו' און אונז פירן זיך וויאזוי אונז פירן זיך.. סתם לעבן אין דינייעל? מ'דארף זיך אויסלערנען צו ריספעקטן אנדערע דינאמינאציעס, אויב נישט, פון דארט ביז ראסיזם איז נישט קיין ווייטן שפרונג...
בנוגע דאס געדאנק אז יעדע פוסק קומט צו צו פסק׳ענען, לאיסור או להיתר להקל או להחמיר, מכח זיינע אייגענע תכונות הנפש, איז דאס וואס מ׳זאגט אויף הרב חיים הירשנזון זצ״ל (בעל שו״ת מלכי בקודש):
📎 2C6203A4-2EC6-4BF1-9FCC-DD4F34E2A456.jpeg
יעדער פסק'נט לויט זיין תכונות הנפש, נישט יעדער איז עס מודה.
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
היסטאריעיעדער פסק'נט לויט זיין תכונות הנפש, נישט יעדער איז עס מודה.
כ'האב עס שוין געזעהן פון פריערדיגע וואס טענה'נן אזוי. דאכצעך מיר אין איינע פון די מפרשים אין פרקי אבות.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
פריידא וויזעל וועקער #17 מיט א שמיעס מיט הרב ישכר כ"ץ וועקער #14 וועגן די סאטמאר רבי מיט די שיטה הקדושה
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
וועמענס זוהן איז ער?
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
טיפער #
וועמענס זוהן איז ער?
ר' פנחס לייב ע"ה