איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?
196 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15301
חוץ פון מענטשליכקייט און מאראל לערנט ער גארנישט אויס, און זיין שטוב היינט איז טאקע גאר א קילע שטוב, מען דוסקאסירט די לעצטיגע מאוויס ביים יו"ט טיש, מיט די איידעמער און שנירן אינאיינעם, מען זאגט נישט קיין תורה
אזא עולם התיקון!!!
דער עולם פלאצט פאר קנאה...
אונזער ידיד פונעם בריוו, האט מיר געשיקט אן אנטווארט ארויפצילייגן
***
הרב מעקסוועל,
איך בין דער וואס האט געשריבן דעם בר מצווה בריוול און איך וויל דיר עס אביסל פארשטיין געבן.
איידער איך הייב אן וויל איך מיר אנטשולדיגען פארן דיך ארויס נעמען פון די כלים. איך האף אז דיינע כלים זענען געבליבן גאנץ און די האסט שוין געטראפן דיין וועג צוריק אין די כלים.
יעצט לאמיך דיר עס אביסל צולייגן. ווי עצי שטים האט שוין געשריבן, האב איך געשריבן דעם בריוו ווען איך האב נאך געלעבט א פאלש לעבן מיט מיין ווייב. דעמאלט איז נישט שייך געווען עפעס צו טוהן, ווייל דאס וואלט גורם געווען גרויסע מחלוקת ביי מיר אין שטוב, וואס פון דעם וואלטן מיינע קינדער געווען די קרבנות.
די דארפסט עפעס פארשטיין. מער פון ווילן אז מיינע קינדער זאלן אויסוואקסן ווי מיר, וויל איך אז זיי זאלן אויסוואקסן נארמאלע געזונטע מענטשן וואס זענען צופרידן מיטן לעבן. אויב וואלט איך עפעס געטוהן יענע צייט, וואלטן מיינע קינדער געווארן קינדער פון עלטערן וואס האבן זיך געגעט און וואס האבן א טאטע וואס איז או טי די. אזא קינד האט כמעט נישט קיין שאנסן אין די קאמיאנעטי. סקולס וואלטן זיך געווארפן מיט די קינדער. ווען זיי וואלטן שוין יא געווען אין א סקול, וואלטן זיי געווען צווייטע-קלאס בירגער.
אין אונזער סאסייעטי איז מען נישט מוחל אויף גארנישט. אויב ביזסטו א קינד פון א כלי קודש אדער א קינד פון א בעלבעטישער איד, טוב לך בעולם הזה. אויב ביזסטו נישט איינס פון די צוויי, איז אחת דתך. א קינד פון ארימע, געגעטע אדער נישט פרומע עלטערן קענען נאר חלומ'ען פון געווינען גורלות אין חדר און ווערן אנגענומען אין א ישיבה גרינגערהייט. ווער רעדט נאך פון טוהן א נארמאלען שידוך. אזאלעכע קינדער דארפן חתונה האבן מיט מוכה שחין.
איך האב נישט געוואלט אז מיינע קינדער זאלן דאס אדורכגיין. איך האב געוואלט אז אזוי ווי זיי גייען סיי ווי אויפוואקסן אין דעם סיסטעם, זאלן זיי זיין קינדער פון א שיינע משפחה, ווי דער גאס זעהט אז טאטע און מאמע לעבן צוזאמען. דער פאקט אז טאטע און מאמע האבן נישט קיין שום מין רילעשאנשיפ, גייט דאך פאר קיינעם נישט אן. דער עיקר איז אז דער משפחה זעהט אויס שיין און פיין.
איז וואס זענען געווען מיינע ברירות? איך האב געוואלט אז מיינע קינדער זאלן זיין נארמאלע מענטשן אין די סאסייעטי ווי זיי לעבן. אלעס וואס איך האב געקענט טוהן איז זיך עסן פון צער און שרייבן בריוו צו מיינע קינדער ווי איך געב מיך אויס מיינע געפילן, בריוו וואס זיי גייען נישטאמאל זעהן.
לאמיר גיין אביסל ווייטער. ווען מיין ווייב מיט מיר זענען שוין געווען אויף איין פעידזש, זענען שוין די קינדער געווען גרעסערע קינדער. נעמען א טין עדזישער און אים/איר זאגן אז אלעס וואס מ'האט זיי געלערנט ביז היינט איז פאלש, קען זיי אראפנעמען פון זונען. דער צוק איז שוין אוועקגעפארן. עס איז שוין נישט שייך צו טוהן גארנישט.
ווייל דער געזונט און צופרידענהייט פון מיינע קינדער זענען אסאך וויכטיגער ווי זייער רעליגיעזע גלייבונגן. מ'קען זיין א פרומער איד און זיין צופרידן, און מ'קען זיין א פרייער איד און לעבן א פארפייניגט לעבן. וכן להיפך.
איך האב געלאזט עצי שטים דא ארויף לייגן מיין בריוו ווייל איך האלט אז מענטשן דא אויף קאווע שטיבל קענען האבן א נוצן דערפון. אויב האט איר נישט קיין וועג ארויס, מאכט אייך צו די אויגן און נעמט אן בתמימות די לאקשן וואס מ'פארקויפט ענק!
איך רעד נישט בדווקא פאר די וואס זענען באהאלטענע כופרים. איך רעד אפילו פון די מערהייט קאווע שטיבל מיטגלידער, וואס זענען גלויביגע, אבער זענען נישט צופרידן מיטן סיסטעם.
זיצן און האקן אויפן סיסטעם ברענגט נישט גארנישט, חוץ הארץ עסעניש. אויב קענסטו נישט האבן דיין ווייב אויף דיין זייט, פארוואס זאלסטו טראכטן און זעהן זאכן וואס גייט דיר מאכן דאס לעבן שווער? אויב דיין ווייב לעבט דעם סיסטעם לעבן, וואס ברענגט דיר דאס אז די ווייסט אז דער סיסטעם איז מלא פעלערן? אויב קענסטו נישט אוועקגיין פונעם סיסטעם, פארוואס זאלסטו נישט מיטגיין מיטן סיסטעם?
קוק אויף די אידן אויף איי וועלט. זיי לעבן אינעם באקס צופרידענהייט. מ'קייט איבער שטותים, מ'ווייקט זיך אין נארישקייטן, מ'גייט צו טישן, מ'קוקט חיימא, מ'ווערט אינספייערט פון הצלה, מ'לעבט פון געוואוינהייט, מ'פארט אויפן באן און מ'קוקט נישט ארויס פונעם פעסטער.
ווייל זיין א נאַר איז דאס בעסטע מתנה פון הימל. כי ברב חכמה, רב כעס, ויוסיף דעת, יוסיף מכאוב.
אז די קוקסט אויף די לעצטע פאר שורות אין מיין בריוו וועסטו זעהן ווי איך שרייב אז לכוארה וועט מיין זון בלייבן פרום, און איך בין מתפלל אז ער זאל בלייבן מיט זיין תמימות און זיך נישט עפענען די אויגן. ווייל זיין א פוסח על שתי הסעיפים איז דאס ערגסטע וואס עס קען זיין. מען האט נישט קיין נארמאלען לעבן.
לעבן איין לעבן בשעת מ'גלייבט גאר עפעס אנדערש עסט אויף א מענטש לעבעדיגערהייט.
איך וואלט געלייגט א טשעלענדזש פארן עולם דא: ווייסט דיין ווייב אז די שרייבסט אויף קאווע שטיבל?
אויב נישט, לעבסטו א דאבל לייף. א לעבן ווי די דארפסט דיך באהאלטן פון דעם מענטש וואס דארף צו זיין דיין נאענטסטע מענטש אויף דער וועלט. דאס איז נישט קיין נארמאלע לעבן.
אויב דיין ווייב ווייסט נישט פון דיין קאווע שטיבל אקטיוויטעטן, וואלט איך דיך געראטן צו פארמאכן קאווע שטיבל פאר א וויילע און די זאלסט דיך נעמען ארבעטן אויף דיין שלום בית. הער אויף פראבירן פארעכטן דעם סיסטעם, און הייב אן פארעכטן דיין אייגענעם סיסטעם אינדערהיים.
והבן כי קצרתי במקום שצריך להאריך.
איך בין נייגעריג צו ער האט געזאגט thank you hashem אז זיין ווייב איז אויף איין פעידז מיט עים he is really lucky...
Re: איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?
ווייל מען קען יא אויפקלערן טינעידש קינדער אן זיי אראפ פירן פון זינען, נעם זיי ארויס פון דעם צעדרייטן אינדוקטרינאציע סיסטעם און לייג זיי אריין אין אן Education System (אן אלגעמיינע ארטאדאקסישע ישיבה מיט לימודי חול) און גארנישט וועט פאסירן, און ווען זיי ווערן עלטער האבן זיי די מעגליכקייט צו אויסוועלן זייער לעבנסוועג פאר זיך.
עצי שטיםאיך שמועס לעצטנס פריוואט מיט איינער פון חבירים הידידים פון שטיבל, ער איז נישט אזא אפטע שרייבער, אבער קומט אריין פון צייט צו צייט און לאזט איבער שטיקלעך דברים כדברונות, מען קען זען אז ער איז א שטארקע געלערנטער און אינטעליגענטע מענטש,
דורך עפעס א סייעתא דשמיה האב איך מיך פינקט באקאנט געמאכט מיט אים, אלעס אנליין פארשטייט זיך, און איך שמועס מיט אים שוין פאר א שטיק צייט, בתוך הדברים איז אויסגעקומען אז ער מיט זיין ווייב זענען פריי אינגאנצן, אבער אויסערליך גייט ער נאך מיט די גאנצע לבוש, שיקט זיינע קינדער אין די היימישע מוסדות, און קויפט אפשר אפילו מפטיר יונה יום כיפור אויף א זאטע מאגן...
[emoji98]
📎 1.jpg
במשנתו פונעם איטאליענישער פילאזאף און פייטן דזשיאקאַמאָ ליאָפּאַרדי.
נאך א דוגמה פון איינער וואס איז פשוט געווארן צו קליג פונעם אינטערנעט, און געליטן די קאנסעקווענסן.
די באקאנטע
שפיצל שטרימפקינד
(פריידא ויזל)
דא האסטו צוגעברענגט אין שטיבל ווי זי פארציילט איר
ארגינעלע געשיכטע
און דא האסטו די פרייז וואס עס האט איר
נעבעך געקאסטמשה לייב לילינבלום שרייבט אין זיין אָטאָבּיאָגראַפיע ״
חטאת נעורים״:
כל ימי עברו בהבל ותהו, לא היה לי בם ענג מפני שאויר מלא עפוש ורוח קטב של זקני בית-המדרש הקיפני תמיד, וכמעט שלא נשאר לי זכרון נעים מימי ילדותי. אף-על-פי כן, גם מלבד מקרה הקיץ של שנת תרכ“ט היה לי ענג רב בשעה שהתנשאה רוחי למרום בתפלה והודיה. מתנגד אני בחנוכי, ותפלתי בכלל לא הצטיינה בהתלהבות כתפלת החסידים, אף-על-פי-כן פעמים שנתעוררה בי דביקות נלהבה בתפלתי וביחוד בתפלות ראש השנה ויום הכפורים, שאין ערוך לענג לבי שהיה לי באמירתי תפלת “ובכן תן פחדך” “ובכן יתקדש שמך”, פיוטים ידועים ושיר היחוד המעוררים לב אוהב ה' באופן נעלה מאד. ליודעים ענג זה אינני צריך לתאר אותו ולאינם יודעים אותו הנני מגיד כי הפוגע את אהובתו אחרי שכלו בדמעות עיניו לה וברוב שמחתו יחטפנה בזרועותיו וילחצנה אל לבו בכל להט רגשות האהבה, הוא לא יחוש תנועת הלב יותר נעימה וסוערת ממה שאוהב ה' מרגיש באמירת תפלות ופיוטים כאלה. ומה אני עתה? לבי קר, יבש היה כעץ, אחת היא לי יום השבת, יום הכפורים, חג הפסח, תענית אסתר ויום חול, ואי-אפשר לי שיהיה לי עתה ענג רוחני כעין שהיה לי בימים כאלה, כשם שאי אפשר לי שאהיה בן עשרים שנה, או שתהיינה לי שלש עינים, וגם פאעזיע כל-שהיא אבדה ונכרתה מלבי! אותו הקורא, שמעודו לא היה לבו קרוב אל ה' לא יבין כלל את דברי אלה, וישתומם על איש שכמותי, האומר שמוחו ולבו נתרוקנו מכל דמיון שבעולם – שהוא מזכיר באנחה התנשאות רוח של הבל שבאה על-ידי איזו תפלה או פיוט; אבל מה אעשה ויודע אני שהתנשאות הרוח הזו נתנה לי, ונותנת עוד עתה לאחרים, ענג שאין לשער ולתאר אותו, וסוף סוף אין ענג והתנשאות רוח אלא בדמיון, ואין דמיון אלא הבל, ומה לי אם תענוגי והתנשאות רוחי באו לי בתמונה הבלית זו או בתמונה הבלית אחרת? סוף סוף היה לי ענג רם שלא אוכל להרגיש עתה אפילו חלק אחד מששים רבוא שבו! בראשית שנת תרל”ב, אחרי שבאה לי עזרה מלחץ גדול ובאתי אל המנוחה, נקרה לי פעם אחת בליל רוח וגשם לשכב ער על משכבי. שמתי אל לבי כי טוב חלקי מאד, שהרי כמה אנשים לנים עתה מבלי מחסה, ואני – לחמי נתן ומנוחתי טובה. פתאום נתמלא לבי
רגשי תודה… אך לא היה לי לפני מי להציקם ונשארתי שוטה בעיני עצמי. פעמים שאני חפץ לשכוח את דעותי כרגע ולהתמכר באותו רגע אל דמיון נעים כעין שהיה לי בהיותי קרוב לה', ופתאום יחרידני קול: “שובו בנים שובבים חוץ מאחר, שידע כבודי!” כן הוא, אך בנים שובבים שכל פעולותיהם הם עושים על פי תשוקת לבם, ומוחם איננו יודע מאומה – אך הם יכולים לשוב, ולא איש שאיננו שובב ורק ידיעתו נשתנית… בכל לבי חפץ אני לפעמים שאשיג אָפיום כזה שישכרני וילהיב דמיוני לאיזה רגעים, להאמין ולהתפעל כמו שהיה עושה דמיוני מעצמו לפני איזה שנים; אך היש אָפיום כזה?! הנה לבי כקרח הנורא, וקרירות כפור שולטת בו עתה תדיר מבלי כל חליפות, ומה מר מצב כזה לאיש שהיה בתחלה נלהב כמוני… אפשר שאם הייתי ממלא את מוחי במדעים מחלטים, או שהייתי עשיר שיכול ליהנות מן העולם הזה לא הייתי מרגיש את חסרון הדמיון ההוא, מפני שהייתי מתענג על המציאות שהבינותי לי; אבל אני איני אלא “עם הארץ עני הכופר בכל רגש של דמיון ואמונת נעם” וחסרוני לא יוכל להמנות בדבר אחר. האין זה רושם המקדיר את החיים עד זיבולא בתריתא? זוהי אחרית שכרוני ודמיוני שבאו לי בסבת ההשכלה הכאאָסית שנפלתי עליה על-ידי חנוכי הרע.
. . .
“אבל הרי אתה מודה שגם תענוגות לבך על-ידי איזו רגשות דתיות וגם חשיבותך בעיני עצמך לא היו בשעתן אלא פרי דמיונך הנתעה, וכי באמת הכל הבל, ולמה ירע לך אם החלפת את הדמיון הנתעה באמת מחלטת?” – ישאלני הקורא המבין.
– אמת היא שבתחלה היה לי דמיון תחת האמת, הריני משיב תשובתי, אבל אני לא ידעתי בו אז שאינו אלא דמיון, והיה חשוב ומקובל אצלי כמו האמת המרה שאני מכיר עתה, ובזה טובים היו לי הימים הראשונים, שהמקובל אצלי אז לדבר אמת הביא לי גם נעימות, תחת שהמקובל אצלי עכשו לדבר אמת לא הביא לי אלא קרירות קרח ובטול ערכי! ומה ירתע לבי אם בשעה שתציקני קרירותי והקרח הנורא שבלבי יהיה עלי למשא כבד אשיב אל לבי: “הלא על כי אין אלהי בקרבי מצאוני הרעות האלה!” (דברים ל“א י”ז). ובאמת לא על הדמיון עצמו שפג מלבבי אני מצטער, שהרי סוף סוף אינו אלא דמיון, אבל על זה אצטער: על שהדמיון נקלט במוחי ולבבי ונארג בגידי ובאברי בימי עלומי כל כך, עד שהעדרו עתה עשאני לכלי ריק וכאדם שנטלה הרגשתו ממנו!
Ignorance is bliss
שמן למאור
ביז איך האב געליינט אט די מעשה,
אמאל זענען די חסידים פון ר' מענדעלע רימאנאווער זיך צוזאמגענומען פאר א וויכטיגע מיטינג, און ארויפגעברענגט א שטארקע שאלה, מיר שוועבן אלע פרייטאג צינאכטס אין די עולמות העליונים, מיר שפירן קלאר דעם הייליגן לעכטיגן קדושת שבת, מען שפירט ווי די נפש און די רוח מיטן נשמה יתירה מאכן זיך באקוועם אינעם וואכנדיגן גוף, און ברענגען אריין מיט זיך דעם הייליגן שבת גייסט.. אבער.. איין מינוט!! אפשר איז דאס אלעס דמיון...? אפשר לעבן אונז אונטער א פאנטאזיע, און אונז זענען גארנישט אנדערש ווי די מענטשן אינעם משוגעים הויז וואס שפירן אויך ווי די רוחות שפאצירן אריין אין זיי...
האט מען מחליט געווען, מען גייט מאכן א פראבע. מען וועט איבערדעקן די ביה"מ מיט די ווייסע טישטעכער, מען וועט אנטון די שטריימל און בעקיטשע, אנהייבן מיט א ברען הודו, דערנאך מנחה מיטן ערב שבת'דיגע נוסח, און דאן וועט מען מיט א ברען אנהייבן קבלת שבת מיטן לכה דודי, און ונראה מה יהיה...
אומר ועושה מען האט זיך אנגעגרייט צום פראבע, און אין א גרינעם דינסטאג האבן די חסידים געפראוועט די הייליגע תפילות פון שבת קודש....און... יא!! זיי האבן אלע "געשפירט" דעם קדושת שבת פונקט ווי זיי פלעגן "שפירן" יעדע שבת!!!
מיט א טרויער זענען זיי אריין צום רבי'ן און פארגעלייגן זייערע טענות, הלמאי די גאנצע זאך איז פוסטע איינרעדענישן, מען קען שפירן "קדושת שבת" אין די וואכן אויך.
האט זיי די רבי געזאגט, זארגט ענק נישט, די בגדי שבת האבן א כח אריינצוברענגען די קדושת שבת אפילו אינמיטן די וואך!!!!!
האבן זיי טאקע אפגעקויפט דעם תירוץ פון זייער רבין?? איין באשעפער ווייסט, אבער איך האב מחליט געווען צו מאכן די פראבע מיט בגדי חול!!! וואס וועט זיין די תירוץ דעמאלסט?
וועגען פילן א טעם אין דאווענען און לערנען.
די וועג ווי אזוי איך פיל איז, עס איז ריטעאלן און מנהגים וואס געבען פלעזשער און הנאה. ענדליך צו די נעטיוו אמעריקענס מיט די פעדערן אויפן קאפ פויקענדיג זייערע ניגונים. !And I'm enjoying it
📎 2.jpg
דר. דוד וואלפּערט. 😃
(ועיין כאן.)
ס'איז אויך באקאנט וואס דער ביאלאגיסט דר. דזשאַן העלדעין האט (אפשר) געזאגט (לגבי קין סעלעקשאן) אז עפ"י ביאלאגיע/עוואלוציע וואלט ער גערן אראפגעלייגט זיין לעבן פאר 2 צי מער ברודערס,און 8 צי מער קאזינס (וויבאלד זיי צוזאמען האבן בערך 50% צי מער פון זיינע דזשיִנס וואס קענען ווייטער אָנגיין)... איך ברענג דא אראפ נאך א מעסעדזש פון
דעם זעלבן שרייבער. ער האט עס מיר געשיקט אין ענגליש, איך האב עס איבערגעזעצט אויף אידיש.
***
מיין טייערע תפילין:
שלום עליכם, אונז האבן זיך שוין נישט געטראפן פאר א שיינע שטיק צייט, און איך פארשטיי די קנאה וואס די האסט מעגליך אויף די אנדערע פאר תפילין וואס ליגן נעבן דיר אין ביהמ"ד. נאך אלעמען, זיי ווערן ארויסגענומען און אנגעטון יעדן טאג, זיי ווערן געקישט און געטראגן, בשעת דו זיצט זיך אזוי איינזאם אינעם זעקל ווארטנדיג פאר אביסעלע אויפמערקזאמקייט.
לאמיר זיך צוזאמען פראבירן צו דערמאנען ווען אונז האבן זיך געשיידט. דו געדענקסט אודאי די אמאליגע טעג ווען איך פלעג דיר ליבן און מכבד זיין יעדן טאג. איך בין געווען פריילעך דיר צו טראגן אלע טעג פאר א דריי פערטל שעה, בשעת'ן דאווענען מיטן מנין. איך האב געפילט דערהויבן, הייליג און ווערטפול, פארברענגענדיג צייט מיט דיר. אבער, עווענטועל האסטו פארלוירן דיין חשובות ביי מיר. איך האב אנגעהויבן צו האבן קשיות מיט ספיקות, און איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך ניץ אויס מיין טייערע צייט יעדן טאג צו בינדען לעדערנע שטריק און דאווענען. דיין צייט איז גענידערט געווארן צו א שנעלע צוואנציג מינוט. דאן, האב איך אינגאנצן אויפגעהערט צו דאווענען מיט מנין און אונז פלעגן נאר פארברענגען אינאיינעם פאר צען מינוט א טאג. צום סוף פלעג איך דיר נאר אנטון ממש פאר א מינוט צוויי צו זאגן שמע מיט די פרשיות, און עס פלעגט געווענליך ווערן אריינגעשטיפט סוף טאג אלס א לעצט מינוטיגע זאך פארן שקיעה.
וויפול איך האב נאר פראבירט צו האבן דעם געפיל צו דיר איז עס מיר נישט געגאנגען. דאך האב איך אלץ זיכער געמאכט נישט צו פארגעסן פון דיר, און איך פלעג דיר טראגן פאר אפאר סקונדעס א טאג. עס איז פשוט אריינגעבאקן אין מיר. א טאג אהן דיר איז געווען אומדערהערט, עפעס וואס קען פשוט נישט פאסירן, פינטל. אהן דיר וואלט איך חלילה געווארן א קרקפתא דלא מנח תפילין, רח"ל.
איין טאג האט דאס אומגלויבליכע פאסירט. עס איז געווען גאר ביזי אין אפיס און איך האב פשוט פארגעסן פון דיר ביז עס איז געווארן גאר שפעט. ווען איך האב זיך ענדליך דערמאנט פון דיר, איז שוין געווען נאך די שקיעה. עס איז געווען די ערשטע טאג זייט מיין בר מצוה וואס איך האב דיר נישט אנגעטון. איך בין געווען צובראכן און ערשיטערט. איך האב עס נישט געקענט גלייבן. א טאג אהן תפילין?! עס קען פשוט נישט זיין!
פון יענע טאג און ווייטער האבן זיך זאכן אנגעהויבן צו דערקייקלען שנעל. איך האב דיר נאכאלטס פראבירט אריינצושטיפן יעדן טאג, אבער נאך אפאר חדשים האב איך אונגאנצן אויפגעהערט צו קערן פאר דיר. זייט דעמאלטס באקומסטו נאר מיין אויפמערקזאמקייט ביי ספעציעלע צייטן. טעג וואס איך טראג מיינע קינדער צו שול, ווי למשל פורים, איך טו וואס זיי ערווארטן פון זייער טאטע. יא, איך טו אהן תפילין. איך קען דאך זיי נישט לאזן אהיימגיין און פארציילן פאר מאמי אז טאטי לייגט נישט קיין תפילין. מיין ווייב איז גראדע א גרויסע חסיד דיינע, און דאס נישט פארברענגען צייט מיט דיר איז א דרך קצרה צו א גט.
איך ווייס. דו ביסט בכלל נישט צופרידן פון די פינעף מאל א יאר וואס איך גיב דיר מיין אטענשאן. אבער איך קען זיך נישט העלפן. איך בין געענדיגט מיט דיר. דיין באדייט צו מיר האט זיך געטוישט, דאס איז די מציאות, סארי. אבער וויין נישט מיין טייערע תפילין, די ביסט נישט פארלוירן אויף אייביג. קוק, איך האב נישט פארלאזן מיין חרדישע געמיינדע, איך לעב א דאפלטע לעבן. קיינער אויפן וועלט ווייסט נישט אז איך בין שוין מער נישט גלויביג, און ווען איך בין צעווישן די עולם שפיל איך ווי די זעלבע פרומע אינגערמאן וואס איך בין אלעמאל געווען. עס איז גאר א ווייטאגליכע שפיל, אבער קיין סאך ברירות האב איך ממילא נישט.
ווען איך גיי שטארבן גייען מיינע קינדער דיר ירש'ענען. און היות זיי זענען א חלק פון די געמיינדע, וועלן מיינע תפילין זיין פון די גאר חשובע ירושה חפצים. די לאקי זון וועט באקומען טאטי'ס הייליגע תפילין. ער וועט דיר מסתמה טראגן מיט גרויס שטאלץ און געפיל יעדן איינציגסן טאג, אבער ווער ווייסט, דו וועסט מעגליך מוזן ווארטן א שיינע פאר יאר פאר דעם. און מעגליך אז מיין זון וועט לעבן די זעלבע באהאלטענע דאפלטע לעבן ווי איך.
סאו ביז דאן, ווארט נאר איינגעלייגט מיט געדילט אויף דיין מקום קבוע, ביז מען וועט מיר פערמאנאנט אוועקלייגן אויף מיין אייביגן מקום קבוע.
אנאנים, דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט. קיין לכתחילה איז עס קיינמאל נישט. אבער נישט אלעמאל זענען די אפציעס צו גוט. אמאל דערזעט מען זיך פסח פלוצלינג מיטן פרעצל אין די האנט אהן קיין געהעריגע מהלך וויאזוי פטור צו ווערן דערפון. אזוי ווי אונזער שרייבער
האט זיך דא מסביר געווען.גזירה שמא ימצא גלוסקא יפה ויתן דעתו עליה..
[ציטאט אראפגענומען]
איך שטים צו אין טעאריע, אין די זעלבע צייט איז עס נישט די בעסטע צושטעל. ערשטנס, סתם צו ברענגען די פארקערטע פערספעקטיוו, איך קען מיך זעהן זיין סענטימענטאל צו מיין אלטע שטאט אפילו אויב איך וואלט מיך פון דארט אוועקגעצויגן פון מיין אייגענעם ווילן, ס'איז א סארט נאטור. אבער דא רעדט מען פון זיך אוועקברעכן פון פונדעמאנטאליזם און ליטערליזם צו זיין אינדיפענדענט אין מוח, און אין שיטות. אלעס מיט די ענקזייעטי פון ווערן אויסגעשפיגן פון די אייגענע פאמיליע. ס'איז אינגאצן א צווייטע דערהער. פון וואו ווייס איך? ווייל אז דו וועסט נאכזוכן וועסטו געפינען ווי דער עקס מארמאן און
עקס סייענטאליגסט סטראגעלט אויך מיט די ענינים. ווען זיי האבן שוין אפגעלאזט!
איך האב אויך וואס צו דן זיין יענעם, איך קום מיר נישט דא באווייזן אז איך בין העכער דעם, אבער ווען מ'פיטערט א מענטש גילט און פחד פון די יונגט אז מ'מוז און מ'מוז און מ'מוז, דעוועלאפט מען א שטאלקהאום סינדראם.
דאס קען מעגליך קומען פון טראמאו, איך בין נישט קיין דאקטער, אבער אזוי זאגט מיין שכל. אדער קען עס קומען פון א gap אין די לאו ביז די הן. האסט א השגה וויפיל מענטשן וואלטן שוין לאנג פארלאזט אלסדינג, זיי ווייסן נאר נישט וואס זיי האלטן יא? נאר וואס זיי האלטן נישט? נישט יעדער האט די געדולד זיך צו נעמען דורכאקערן היטשענס און העריס נאר ווייל מ'האט אים אויפגעסעט אויף א path פון די ויואל משה און די ויגד יעקב. אבער די מענטשן ווילן אויך פרייהייט, שרייבט מען בריוו.
מיינסט יעדע היי סקול מיידל וואס מארשירט אין איראן די טעג ווייסט וואס טוט מיט זיך? זי ווייסט איין זאך, די הידזשאב פארברען איך! יהיה מש'פריקן יהיה...
דר. רעיגען פּענאלוּנאָ
דערציילט איבער דאס קארעספּאנדענס צווישן דזשאַן לאַק און דעמעריס מאשאם:
Locke called her his governess and praised her brilliance. ‘It’s not so,’ she coyly replied. She enjoyed his attention, how his persistent philosophical questions revealed his confidence in her mind, but she also found it anxiety-inducing. She described these moments as ‘Fitts’ that made her sick, sending her to bed for hours to recover, and which she linked to the pressure to perform brought on by Locke’s enquiries: ‘I almost wish sometimes that I were Dumb’
הרב דר. משה רט
שרייבט בנוגע די צוויי ערכים חשובים וואס מ׳קוקט ארויף, חכמה און תמימות, און ווי אזוי זיי זענען מנוגד איינע צום אנדערן. א קינד, וכן כמה מבוגרים וואס זענען נישט קיינע חכמים, האבן תמימות ופשטות וואס ברענגען זיי סיפוק ואושר. משא״כ דער חכם וואס פארשטייט מער די וועלט באשר היא, און דאס קאמפּלעקסיטי און רע בתוכה; ער פארלירט דאס innocence. ער שרייבט:
אני יכול להעיד על עצמי, שאחד הדברים שגורמים לי לקנא לפעמים ביהודים המשתייכים לציבור החרדי והחסידי, הוא התמימות הרבה המצויה אצל חלק מהם. האמונה שלהם תמימה, פשוטה, ישרה, בלי פילוסופיות והתחכמויות, בלי סימפוזיונים ודיונים מסובכים. ואצל אלה מהם שמתבדלים מחשיפה לתרבות הכללית, קיימת תמימות גם במובנים רחבים יותר. גם במקרים נוספים שראיתי, התמימות היחסית בקרב דתיים וחרדים, עוררה התפעלות והערכה רבה מצידם של חילוניים. למרבה הצער, גם אצל מגזרים אלו הולכת התמימות האמיתית ונעשית נדירה יותר ויותר.
ער זאגט אז מ׳דארף טאקע זעהן צו האבן ווי מער א השוואה צווישן די צוויי.
שמן למאוראיך שמועס לעצטנס פריוואט מיט איינער פון חבירים הידידים פון שטיבל, ער איז נישט אזא אפטע שרייבער, אבער קומט אריין פון צייט צו צייט און לאזט איבער שטיקלעך דברים כדברונות, מען קען זען אז ער איז א שטארקע געלערנטער און אינטעליגענטע מענטש,
דורך עפעס א סייעתא דשמיה האב איך מיך פינקט באקאנט געמאכט מיט אים, אלעס אנליין פארשטייט זיך, און איך שמועס מיט אים שוין פאר א שטיק צייט, בתוך הדברים איז אויסגעקומען אז ער מיט זיין ווייב זענען פריי אינגאנצן, אבער אויסערליך גייט ער נאך מיט די גאנצע לבוש, שיקט זיינע קינדער אין די היימישע מוסדות, און קויפט אפשר אפילו מפטיר יונה יום כיפור אויף א זאטע מאגן...
נאך פון דעם אויבנדערמאנטע שרייבער, לכבוד פסח:
Mah Nishtanu - What's Different?
As a child, one of the most joyful events for me was the seder. The whole setting, the family gathering, the topics that were discussed, everything. God was my hero, His holiness inspired me, His miracles were my favorite stories. The seder was all about that.
But so much is different now, I have changed so much.
My views of God changed. My appreciation of religion changed. My admiration of my father changed. My feelings toward my mother changed. Everything changed.
Nowadays, when I sit at the seder, and I'm the one who is supposed to tell my kids about believing in God, to teach them Amunah, I'm speechless. I can't tell them what to beleive in. Actually, I do have a lot to say to them, but I can't becuase my hands are tied.
The seder, the time when you're supposed to tell your kids what you believe in and what they should believe in, has become a nightmare. I sit there and watch those sweet innocent kids ready to buy whatever is sold to them. I so want to tell them what I believe to be the truth, I want to direct them down a different path, a path of freedom, choice, and opportunity. For me, right now, this is not possible, and it is the most heartreaking feeling anyone can ever have, trust me on that.
So much has changed, so much is different.
It's strange that Pesach, the day we celebrate Zman Chiresini - the time of freedom, is the day that i feel most enslaved. We have no freedom of speech. It's also ironic that on the day of freedom we are the most captive by purposeless rules and regulations, hundreds of them.די תגובה האט מיר ארויפגעברענגט נישט גוטע געפילן, און קוקנדיג אויף צוריק כאפ איך מיר עס איז די זעלבע מעשה וואס האט מיר שוין געמאכט פילן אזוי אינעם עבר.
וואס זאל איך זאגן? ביסט א גרויסע רחמנות אין די מצב וואס דו ביסט, די גרעסטע רחמנות איז די עבדות וואס דו האסט ביי דיר אליין. טו א טובה פאר דיר און דיינע דורות, און גיי פאר העלפ. אויב גייסטו שוין פאר העלפ, זאג איך דיר דו האסט נאך א לאנגע וועג צו גיין.
איך האף זאלסט אויפגעראכטן ווערן און אנקומען צו דיין גאולה פרטית, און איך און דו ווייסן אז קיין אנדערע גאולה (תרתי משמע) וועסטו נישט זען.
יעקב מעקסוועלדי תגובה האט מיר ארויפגעברענגט נישט גוטע געפילן, און קוקנדיג אויף צוריק כאפ איך מיר עס איז די זעלבע מעשה וואס האט מיר שוין געמאכט פילן אזוי אינעם עבר.
וואס זאל איך זאגן? ביסט א גרויסע רחמנות אין די מצב וואס דו ביסט, די גרעסטע רחמנות איז די עבדות וואס דו האסט ביי דיר אליין. טו א טובה פאר דיר און דיינע דורות, און גיי פאר העלפ. אויב גייסטו שוין פאר העלפ, זאג איך דיר דו האסט נאך א לאנגע וועג צו גיין.
איך האף זאלסט אויפגעראכטן ווערן און אנקומען צו דיין גאולה פרטית, און איך און דו ווייסן אז קיין אנדערע גאולה (תרתי משמע) וועסטו נישט זען.
ווי שוין טאקע געשריבן אויבן, האט ער דאס געשריבן מיט יארן צוריק. היינט איז ער שוין אין א בעסערע מצב, מיט זיין ווייב אויפן זעלבן בלעטל ווי אים.
איך ברענגט עס נאר נאך, ווייל די מצב זעלבסט וואס ער איז דאן געווען אין, איז נאכאלטס אקטועל. טאקע נישט פאר אים, אבער פאר צענדליגע צו הונדרעטע אנדערע חרדים אנוסים.
יעקב מעקסוועלדי תגובה האט מיר ארויפגעברענגט נישט גוטע געפילן, און קוקנדיג אויף צוריק כאפ איך מיר עס איז די זעלבע מעשה וואס האט מיר שוין געמאכט פילן אזוי אינעם עבר.
וואס זאל איך זאגן? ביסט א גרויסע רחמנות אין די מצב וואס דו ביסט, די גרעסטע רחמנות איז די עבדות וואס דו האסט ביי דיר אליין. טו א טובה פאר דיר און דיינע דורות, און גיי פאר העלפ. אויב גייסטו שוין פאר העלפ, זאג איך דיר דו האסט נאך א לאנגע וועג צו גיין.
איך האף זאלסט אויפגעראכטן ווערן און אנקומען צו דיין גאולה פרטית, און איך און דו ווייסן אז קיין אנדערע גאולה (תרתי משמע) וועסטו נישט זען.
וואס קען "העלפ" העלפן וויזוי קען א פסיכילאג איינעם אויפקלערן און מסביר זיין אז סאיז יא דא א גאט און יודישקייט איז יא אמת פאר א מענטש וואס גלייבט נישט?
איך מיין ס'עכט נישט דא וואס צו טון
קען איינער א גיטע שרייבער אראפלייגן אזא "למעשה" ארטיקל וויזוי א יונגערמאן קען ווייטער פאנקצינירן און האבן נערווען צו שרייען ביי הלל פסח נאכן דאווענען (נאר א משל) ווען ער האלט אז אלעס איז....
שפילער
קען איינער א גיטע שרייבער אראפלייגן אזא "למעשה" ארטיקל וויזוי א יונגערמאן קען ווייטער פאנקצינירן און האבן נערווען צו שרייען ביי הלל פסח נאכן דאווענען (נאר א משל) ווען ער האלט אז אלעס איז....
האסט אנגערירט א האקעלע נקודה,
איך ווייס נישט פארוואס אבער די צייט איז ממש מיין ערגסטע מינוטן פון יאר, אפילו ערגער פון נעילה
שטייענדיג אזוי אין בית מדרש פסח ביינאכט, טויט הונגעריג, וויסענדיג אז פאר 6 שעה ארום איז נישט דא וואס אין מויל צו נעמען, און די בעל תפילה, ער האט די וועלטס צייט, די הלל דינערט אפ,
עפעס פילט זיך אזא פרישקייט אין די לופט וואס בלאזט אריין אין די מענטש אזא מין נערוועזקייט, (אזוי ווי א ארעסטאנט פילט אויפן וועג צו תפיסה)
בקיצור. קאשמארן!!
שפילער
וואס קען "העלפ" העלפן וויזוי קען א פסיכילאג איינעם אויפקלערן און מסביר זיין אז סאיז יא דא א גאט און יודישקייט איז יא אמת פאר א מענטש וואס גלייבט נישט?
איך מיין ס'עכט נישט דא וואס צו טון.
100 פראצענט, א טעראפיסט קען נישט און זאל נישט אריינרעדן אין וואס א מענטש זאל יא אדער נישט גלייבן.
א טעראפיסט קען יא העלפן טרעפן א בעסערע מהלך החיים אין וועלכע מצב מען איז.
יעקב מעקסוועל שפילער
וואס קען "העלפ" העלפן וויזוי קען א פסיכילאג איינעם אויפקלערן און מסביר זיין אז סאיז יא דא א גאט און יודישקייט איז יא אמת פאר א מענטש וואס גלייבט נישט?
איך מיין ס'עכט נישט דא וואס צו טון.
100 פראצענט, א טעראפיסט קען נישט און זאל נישט אריינרעדן אין וואס א מענטש זאל יא אדער נישט גלייבן.
א טעראפיסט קען יא העלפן טרעפן א בעסערע מהלך החיים אין וועלכע מצב מען איז.
דהיינו? ער זאל עים פושען איבערצולאזן אלעס און ווערן otd?
עס איז אינטרעסאנט וואס דר. בּורהוס פרעדעריק סקינער
ברענגט צו פון ערעסמוס:
Erasmus in his In Praise of Folly pointed out that one cannot begin with reason. The life of reason is no doubt admirable, but there would be nothing to be reasonable about if it were not for the effect of food, s*x, and other basic reinforcers — the things Erasmus called folly
די יסוד פון אויף וואס חכמה זאל חל זיין זענען די צרכים וואס מ'דארף.
און ווי דר. מיכאל סאָגרוּ
זאגט לגבי די ווערק:
he says, "the besetting folly of intellectuals; it's hard to really say where to start, because they have such big heads. First of all, they think that what they're doing is tremendously important, but on the other hand no one reads their books. The reason why no one reads their books is because what they're doing really isn't important. They'll spend years in the library growing old and pale, splitting hairs and doing research and cogitating. And the reason they'll do all these important things, is that so two other pale and old people over the course of the next hundred years will read their book and think very highly of it. This, they're convinced, is the most important thing in the universe. And what could be a greater example of folly"
מי אניעס איז אינטרעסאנט וואס דר. בּורהוס פרעדעריק סקינער
ברענגט צו פון ערעסמוס:
Erasmus in his In Praise of Folly pointed out that one cannot begin with reason. The life of reason is no doubt admirable, but there would be nothing to be reasonable about if it were not for the effect of food, s*x, and other basic reinforcers — the things Erasmus called folly
די יסוד פון אויף וואס חכמה זאל חל זיין זענען די צרכים וואס מ'דארף.
און ווי דר. מיכאל סאָגרוּ
זאגט לגבי די ווערק:
he says, "the besetting folly of intellectuals; it's hard to really say where to start, because they have such big heads. First of all, they think that what they're doing is tremendously important, but on the other hand no one reads their books. The reason why no one reads their books is because what they're doing really isn't important. They'll spend years in the library growing old and pale, splitting hairs and doing research and cogitating. And the reason they'll do all these important things, is that so two other pale and old people over the course of the next hundred years will read their book and think very highly of it. This, they're convinced, is the most important thing in the universe. And what could be a greater example of folly"
שיק עס אריבער צו רביה”ק...
שפילער יעקב מעקסוועלדי תגובה האט מיר ארויפגעברענגט נישט גוטע געפילן, און קוקנדיג אויף צוריק כאפ איך מיר עס איז די זעלבע מעשה וואס האט מיר שוין געמאכט פילן אזוי אינעם עבר.
וואס זאל איך זאגן? ביסט א גרויסע רחמנות אין די מצב וואס דו ביסט, די גרעסטע רחמנות איז די עבדות וואס דו האסט ביי דיר אליין. טו א טובה פאר דיר און דיינע דורות, און גיי פאר העלפ. אויב גייסטו שוין פאר העלפ, זאג איך דיר דו האסט נאך א לאנגע וועג צו גיין.
איך האף זאלסט אויפגעראכטן ווערן און אנקומען צו דיין גאולה פרטית, און איך און דו ווייסן אז קיין אנדערע גאולה (תרתי משמע) וועסטו נישט זען.
וואס קען "העלפ" העלפן וויזוי קען א פסיכילאג איינעם אויפקלערן און מסביר זיין אז סאיז יא דא א גאט און יודישקייט איז יא אמת פאר א מענטש וואס גלייבט נישט?
איך מיין ס'עכט נישט דא וואס צו טון
קען איינער א גיטע שרייבער אראפלייגן אזא "למעשה" ארטיקל וויזוי א יונגערמאן קען ווייטער פאנקצינירן און האבן נערווען צו שרייען ביי הלל פסח נאכן דאווענען (נאר א משל) ווען ער האלט אז אלעס איז....
איך האב א חבר.... (דער זעלבען חבר פון שמן למאור וואס וויל וויסן צי מען מעיג ניצן א פאון אין שבת.......) וואס איז אריבער די זעלבע זאך.
די בעסטע וועג ארויס איז שלום מאכן מיטן מצב, פרוביר דיך נישט צי צווינגען צי גלייבן ווייל ס'גייט נישט גיין, ס'וועט נאר בעקפייערן, ווי מער די וועסט זיך פרובירן צי משכנע זיין צו גלייבן אלץ מער וועלן די פירכא'ס ארויסטאנצן.
יעצט פרוביר גלייבן מיט אמונה פשוטה פרוביר צי זיין א פויער, א פשוטע מענטש וואס גלייבט....... פארוואס זאלסטו גלייבן פרעגסטו? פאר די זעלבע סיבה וואס געוויסע מאכן יאגע, אדער מאכן בריטהינג טהעראפי, אדער גייען אויף א פסייקעדעליק טריפ. אמונה פשוטה איז א דראג וואס בארואיגט די נפש, ס'שווער צו מאכן די סוויטש ווייל מען קימט צוריק א גאנצע צייט אז למעשה..........., איז די ערשטע פאר מאל וועסטו דיך אליין פארענטפערען אז למעשה מאכט דיך דאס צופרידן גייסטו מיט דעים, ביז נאך אפאר מאל ווערט עס שוין מצוות אנשים מלומדה.
למעשה מיינט נישט אז די דארפסט יעצט גיין פול פורס חרדי אלל טהע וועי, טעסט די וואסערן, פרוביר אויס ווי ווייט רעכטס אדער לינקס ארבעט די בעסטע פאר דיר (אזוי ווי א פסיכיאטער וואס פארגרעסערט און פארקלענערט די דאוזע ביז ער טרעפט די ריכטיגע מאס) ביז די טרעפסט דיין "גאלדי-לאקס-זאון"
חדשיםשיק עס אריבער צו רביה”ק...
יא יא... 😂
עס איז מן הראוי לציין אז
דאס אליין איז דאך א
פילאזאפישע סטעיטמענט. סיי ערעסמוס, און סיי דר. מיכאל סאָגרוּ
(ואפילו דר. סקינער; די בוך זיינער דא איז איבער די פילאזאפיע פון בּיהעיוויאריזם), זענען פילאזאפן. און ווי איך האב
דא צוגעברענגט פון אריסטו, וועט דעריבער דאס'ן אפפרעגן די געדאנק פון פילאזאפיע בכלליות, אטאמאטיש מיטברענגען דעם שוברו בצדו - עס איז בהכרח א לאגישע
קאנסעקווענטשיא מיראַבּיליס.
***
ומענין לענין באותו ענין,
שרייבן דר. וויליאם אָדאַנעהוּ און דר. ריטשערד קיטשענער אז
בּיהעיוויאריזם, וואס (ווי-נישט) באטראכט די התנהגות פון א מענטש כעין ווי די התנהגות ביי א בהמה אלס פועל ונפעל, האט געהאט א הצלחה דייקא אין אמעריקע מכח איר אנטי-אינטעלעקטשועליזם:
the United States and Great Britain had the positive economic conditions that would allow citizens to be able to pursue psychology and philosophy. A country needs relative affluence to be able to support researchers, teachers, and students in pursuing this avenue of questions. However, beyond these economic prerequisites, certain American values and historical contingencies have contributed to behaviorisms' American character and American residence. These include: the American view of the plasticity of the individual; its optimism and utopian world view; its rural, agrarian character, which involves the necessity of understanding, handling, and even training animals; its value placed on mechanical skills (necessary in conducting animal research); its capitalism; its pragmatism (emphasizing the cash value of ideas); its anti-intellectualism (as opposed to more scholastic paradigms such as psychoanalysis); its emphasis upon simple, direct communication. However, this is not to say that all aspects of behaviorism were agreeable to the American values. Certainly behaviorism's determinism is an exception. However, some of these components of the American culture and some of the corresponding characteristics of the behaviorisms make for a more comfortable relationship
📎 IMG_4892.jpeg
דר. דזשעימס פּרעסטאן ענדרוּ. א פילאזאף. א נייעם דערהער אין ״כשם שקיבלתי שכר על הדרישה כך אני מקבל שכר על הפרישה״…
אפאר שורות וואס איך האב אפגעשריבן, ארויסצואוויזן מיטלייד, און מיטצופילן מיטן אשת חיל פון א ידיד מיינער וואס איז ארויסגעקומען פונעם קלאזעט און זיך אנטפלעקט פאר זיין ווייב אלס אן אפיקורס ל"ע.
***
טייערע ווייבל איך פיל דיין צער, איך פארשטיי דיר זייער גוט, איך וויין מיט מיט דיר, ס'נישט קיין פשוטע דורכגאנג.
זייט דו ביסט געווען א קליינע מיידל אין סקול האט מען דיר אריינגעהאקט אין קאפ אז דער בעסטע זאך וואס דו וועסט נאר קענען עררייכן אין לעבן איז צו חתונה האבן מיט א מאן א תלמוד חכם, איינער וואס ווען זיין אז דערהויבענע איד א בן תורה. דו וועסט אים שטיצן און צוזאמען מיט אים אויפבויען א בית נאמן בישראל, און אין דעם זכות וועסטו זוכה זיין צו זיצן נעבן אים אין גן עדן.
די יארן זענען דורכגעלאפן, און די ביסט טאקע א כלה געווארן צו א גאר חשובן בחור, פון די סאמע בעסטע בחורים אין ישיבה, ממש די גרעסטע מתמיד פון שטאט. איבעראל וואו דו ביסט געגאנגען האסטו געהערט מורא'דיגע גוטע גריסן אויף דיין צוקומפטיגן מאן, האסט זיך געשפירט אינעם זיבעטן הימל, דיין לעבנס וואונטש איז דיר מקויים געווארן.
וואס דו האסט אבער נישט אינאכט גענומען איז, אז טאקע די זעלבע פאקטאר וואס מאכט דיין חתן ארויסשטיין פון צוויישן די אנדערע בחורים, דאס איז טאקע דער זעלבע פאקטאר וואס וועט דיר צוריקקומען און בייסן שפעטער אין לעבן.
בשעת אלע זיינע חברים זענען געווען ביזי מיט די געווענליכע שטותים וואס ישיבה בחורים זענען פארנומען מיט, איז ער געווען ביזי מיט גאר עפעס אנדערש. ער איז נישט קיין פלאכע בחור, ער האט א גוט קעפל אויפן פלייצע, ער פארשטייט אז ער איז דא אויף עפעס א ציל, און ער פארשטייט אז די אמת איז א מחייב.
בשעת דער עולם קאלעצט ארום, מען פארברענגט, מען לאכט, מען שטיפט ביז שפעט אין די נאכט אריין, האט דיין חתן זיך שוין לאנג געלייגט, ער האט א געהעריגן סדר היום, ער שטייט אויף פרי, ער לערנט א בלאט גמרא פארן דאווענען, ער האט א סדר אין תניא, ער שטעלט זיך דאווענען מיט א געשמאק, און פירט אן דעם טאג וויאזוי עס דארף צו זיין.
הלואי ווען עס קען ווען אזוי אנהאלטן אויף אייביג. ווי געשמאק וואלט דאס געווען... די חורבן איז אבער אז מען בלייבט נישט סטאק אין ישיבה פאר אייביג. עס קומט א טאג וואס די באריגאדע אויפן חכמה ווערט אראפגענומען, קיינער שטייט אים שוין נישט אין וועג פון ווייטער נישטערן פארן אמת, און ווי נאטורליך וועט עס אים ציען.
די ערשטע תקופה נאכן חתונה איז טאקע געווען א נחת, דיין מאן האט נאך ווייטער געטראסקעט אין לערנען אין כולל, ווי נישט ווי איז דאס נאך געווען זיין לעבן, אבער... נישט לאנג האט געדויערט און דו האסט געזען אז זאכן טוישן זיך. געוויסע מאדנע ביכער זענען אנגעקומען אינדערהיים... דיין מאן קוקט אזעלכע סארטן זאכן וואס ס'איז 'נישט אויסגעהאלטן'...
דיין מאן איז קלאר נישט די זעלבע ווי אמאל, זאכן טוישן זיך פון אלע זייטן, אבער דו ווייסט אליין נישט וויאזוי דאס ארויסצוברענגען, וואס פינקטליך האט זיך דא געטוישט...
און דאן איז די שלעכטע טאג אנגעקומען, מעגליך די ערגסטע טאג פון דיין לעבן. דיין מאן האט אראפגעלאזט דעם אטאם-באמבע, ער איז דיר מגלה אז ער גלייבט שוין נישט אין תורת משה, ער צווייפלט אין גאט ברוך הוא, ער איז אן אפיקורס רח"ל.
ווי ווייטאגליך..., דיין גאנצע חלום איז פארשוואונדן אין אן אויגנבליק, די ביטערע מציאות פראסקעט אין פנים... א נייע קאפיטל הייבט זיך אן אין לעבן... ווער ווייסט וואו עס וועט זיך ענדיגן.
איך קען גארנישט טון מער ווי מיטוויינען. מיין הארץ צוגייט פאר צער...
מיין הארץ צוגייט פאר צער צו ליינען וויאזוי נאך א הערצעלע צוגייט פאר צער צווישן די פילצאליגע פאר’צער’ט צוגאנגענע הערצעלעך. ליידער נאך א סאמע בעסטע בחור איז זיך מגלה אז ער איז אן אפיקורס רח”ל מהאי דעתא. איך קען ניטאמאל מיטפיעלן מיט די צער פון דאס טייערע ווייבעלע. איך ווייס נישט וואספארא עפעקט אזא בריוו האט אויף איר, צו עס איז פאזיטיוו, נעגאטיוו אדער פאסיוו. איין זאך איז זיכער, ביודעי ומכירי, אז עס הערשט א צומישטקייט. די קשיא, וויאזוי קען די סאמע גרעסטע מתמיד אנקומען צו אזא מצב, אינדערצייט וואס עס פאלט ניטאמאל איין פאר די גרעסטע קל? עס גייט נישט אריין אין קאפ וואס איז די לאגיק אז דאס האט געקענט פאסירן. די מחשבות ברענגט א אומזיכערקייט און א נישט גלויבן אין די פאקטישע טרוקענע מציאות.
די בריוו ווארפט א געוואלדיגע קלארקייט וואס דא האט פאסירט. נאך מער, וואס דו מיינסט אז עס איז כרחוק מזרח ממערב, זענען גאר נאנטע ברודערס. כי בצל החכמ”ה בצל הכס”ף, ווער עס איז קלוג דער גלוסט. און מיט’ן עסן קומט די אפעטיט. וכל הגדול מחבירו, יצרו גדול הימנו. די ס”מ פארלייגט זיך במקום המקודש ביותר. ועוד ועוד. איינמאל עס איז דא א קלארקייט קען מען עס געהעריג פראסעסן. ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ומחה ה’ דמעה מעל כל פנים, ובא לציון גואל.
איך טראכט פון א מעגליכע פתח פאר נחמה פאר די ווייבל, נעמליך זי זאל ליינען איבער אידן אזוי ווי רבינו הרמב"ם, און דערנאך געבן א קלער: ווען דער רמב"ם וואלט היינט געלעבט וואלט ער דען נישט געטוהן פונקטליך די זעלבע ווי מיין טייערע מאן?
!!!
צקון לחשאיך טראכט פון א מעגליכע פתח פאר נחמה פאר די ווייבל, נעמליך זי זאל ליינען איבער אידן אזוי ווי רבינו הרמב"ם, און דערנאך געבן א קלער: ווען דער רמב"ם וואלט היינט געלעבט וואלט ער דען נישט געטוהן פונקטליך די זעלבע ווי מיין טייערע מאן?
!!!
איך גלייב נישט די רמב"ם וואלט עס געטון אבער
וואס דארפסטו גיין ביזן רמב"ם , אברהם אבינו! אברהם אבינו איז געווען די גרעסטע כופר
די קשיא, וויאזוי קען די סאמע גרעסטע מתמיד אנקומען צו אזא מצב, אינדערצייט וואס עס פאלט ניטאמאל איין פאר די גרעסטע קל? עס גייט נישט אריין אין קאפ וואס איז די לאגיק אז דאס האט געקענט פאסירן. די מחשבות ברענגט א אומזיכערקייט און א נישט גלויבן אין די פאקטישע טרוקענע מציאות.
קשיא מעיקרא ליתא דאס וואס ער איז א מציון אין ישיבה האט קיין שייכות מיט אמונה בה׳ ובתורתו צוטוהן, דאס קומט פון א בלויזע רייץ צו הצלחה כבוד און זיך ארויסשטעקן מיט קאפ העכער פון יעדעם, די ראשי ישיבות זענען מקדש די שאיפות און רייטען אויפן בחור מיט דעם, אבער באמת האבן נישט מער ווי אויפגעפלאקרט זיין נאטורליכע רייץ צו זיין א גרויסע דאקטער, און ישיבה מיינט ער נעבעך אז אנצוקומען צו זיין ארויסגעקוקטע ציל (הצלחה וכבוד) דארף ער מוותר זיין אויף עוה״ז און שפעטער געפינט ער אויס לא דובים ולא יער, משא״כ די בינוני האט זיך געמוזט דיוועלאפען מער א טיפערע קשר צו תורה, און די תמימותדיגע מציון כאפט נישט די צווייטע חלק עד יום מותו.
איך רעד חלילה נישט פון א געוויסע פאל ספעציפיש נאר דאס ענין בכללות.
רוחין חדתין די קשיא, וויאזוי קען די סאמע גרעסטע מתמיד אנקומען צו אזא מצב, אינדערצייט וואס עס פאלט ניטאמאל איין פאר די גרעסטע קל? עס גייט נישט אריין אין קאפ וואס איז די לאגיק אז דאס האט געקענט פאסירן. די מחשבות ברענגט א אומזיכערקייט און א נישט גלויבן אין די פאקטישע טרוקענע מציאות.
קשיא מעיקרא ליתא דאס וואס ער איז א מציון אין ישיבה האט קיין שייכות מיט אמונה בה׳ ובתורתו צוטוהן, דאס קומט פון א בלויזע רייץ צו הצלחה כבוד און זיך ארויסשטעקן מיט קאפ העכער פון יעדעם, די ראשי ישיבות זענען מקדש די שאיפות און רייטען אויפן בחור מיט דעם, אבער באמת האבן נישט מער ווי אויפגעפלאקרט זיין נאטורליכע רייץ צו זיין א גרויסע דאקטער, און ישיבה מיינט ער נעבעך אז אנצוקומען צו זיין ארויסגעקוקטע ציל (הצלחה וכבוד) דארף ער מוותר זיין אויף עוה״ז און שפעטער געפינט ער אויס לא דובים ולא יער, משא״כ די בינוני האט זיך געמוזט דיוועלאפען מער א טיפערע קשר צו תורה, און די תמימותדיגע מציון כאפט נישט די צווייטע חלק עד יום מותו.
דו ביסט נאכגעגאנגען אויב אייביג איז אזוי? אדער דו האפסט/שטעלסט דיך פאר?
אייביג? ניין. און סאיב זיכער ד״א עפעס וואס שטיפט אים ארויס, אבער וואס איך זאג איז אז די התמדה פון ישיבה מאכט בכלל נישט די וועג ווייטער פון ווערען אן אפיקורס (ווען ס׳איז געבויט אויף יסודות הנ״ל) נאר נענטער.
יעדע וואס איז אמאל געווען א בחור (זיכער אויב א מציון) און געקוקט מיט א ניכטערן בליק ווייסט עס
רוחין חדתין די קשיא, וויאזוי קען די סאמע גרעסטע מתמיד אנקומען צו אזא מצב, אינדערצייט וואס עס פאלט ניטאמאל איין פאר די גרעסטע קל? עס גייט נישט אריין אין קאפ וואס איז די לאגיק אז דאס האט געקענט פאסירן. די מחשבות ברענגט א אומזיכערקייט און א נישט גלויבן אין די פאקטישע טרוקענע מציאות.
קשיא מעיקרא ליתא דאס וואס ער איז א מציון אין ישיבה האט קיין שייכות מיט אמונה בה׳ ובתורתו צוטוהן, דאס קומט פון א בלויזע רייץ צו הצלחה כבוד און זיך ארויסשטעקן מיט קאפ העכער פון יעדעם, די ראשי ישיבות זענען מקדש די שאיפות און רייטען אויפן בחור מיט דעם, אבער באמת האבן נישט מער ווי אויפגעפלאקרט זיין נאטורליכע רייץ צו זיין א גרויסע דאקטער, און ישיבה מיינט ער נעבעך אז אנצוקומען צו זיין ארויסגעקוקטע ציל (הצלחה וכבוד) דארף ער מוותר זיין אויף עוה״ז און שפעטער געפינט ער אויס לא דובים ולא יער, משא״כ די בינוני האט זיך געמוזט דיוועלאפען מער א טיפערע קשר צו תורה, און די תמימותדיגע מציון כאפט נישט די צווייטע חלק עד יום מותו.
איך רעד חלילה נישט פון א געוויסע פאל ספעציפיש נאר דאס ענין בכללות.
עס איז זייער א ברייטע רבי’שע נאסע ליילעך געווארפן מיט קראפט אויף טויזענטע בחורים אויפאיינמאל. אינדערצייט וואס דאס איז ניטאמאל די דיון. אונז רעד מיר באופן וואס דער מתמיד שווימט אין חכמה און איז אויסגעקאכט מיט אן אמת’ע אהבת ה’ ותורתו. מיט די צייט געשעט דאס וואס שמן האט אזוי (ביטער...) געשמאק אראפגעלייגט. דאס איז געווענליך עפעס וואס הייבט די אויגנברעמען און ברענגט א אומקלארקייט אין די מציאות הדברים.
רוחין חדתין די קשיא, וויאזוי קען די סאמע גרעסטע מתמיד אנקומען צו אזא מצב, אינדערצייט וואס עס פאלט ניטאמאל איין פאר די גרעסטע קל? עס גייט נישט אריין אין קאפ וואס איז די לאגיק אז דאס האט געקענט פאסירן. די מחשבות ברענגט א אומזיכערקייט און א נישט גלויבן אין די פאקטישע טרוקענע מציאות.
קשיא מעיקרא ליתא דאס וואס ער איז א מציון אין ישיבה האט קיין שייכות מיט אמונה בה׳ ובתורתו צוטוהן, דאס קומט פון א בלויזע רייץ צו הצלחה כבוד און זיך ארויסשטעקן מיט קאפ העכער פון יעדעם, די ראשי ישיבות זענען מקדש די שאיפות און רייטען אויפן בחור מיט דעם, אבער באמת האבן נישט מער ווי אויפגעפלאקרט זיין נאטורליכע רייץ צו זיין א גרויסע דאקטער, און ישיבה מיינט ער נעבעך אז אנצוקומען צו זיין ארויסגעקוקטע ציל (הצלחה וכבוד) דארף ער מוותר זיין אויף עוה״ז און שפעטער געפינט ער אויס לא דובים ולא יער, משא״כ די בינוני האט זיך געמוזט דיוועלאפען מער א טיפערע קשר צו תורה, און די תמימותדיגע מציון כאפט נישט די צווייטע חלק עד יום מותו.
איך רעד חלילה נישט פון א געוויסע פאל ספעציפיש נאר דאס ענין בכללות.
נישט דאס איז וואס געשעט צו די סארט בחורים. איך רעד דא פון א מציון וואס ווערט אן אפיקורס, נישט אז ער איז מחליט אפצולאזן כולל און ווערן א מוצלח אין ביזנעס.
דער מציון וואס ווערט אן אפיקורס טוט עס נישט פאר איגו, כבוד, הצלחה אדער שטיין העכער ווי א צווייטן. זיך דערקלערן כופר ברענגט נישט קיין איינע פון די זאכן, ובפרט אז ער האלט עס בסוד פון די וועלט. עס איז א סטראגל וואס קיינער וויל נישט אנקומען דערצו.
וואס געשעט יא דא איז, אז מען האט א קלוגער קאפ וואס -אנדערש ווי רוב מענטשן, איז דער אמת אים מחייב, עס אינטערסירט אים, עס נאגט אים זיין מוח. אין ישיבה האלט ער אז אידישקייט איז דער אמת, גייט ער נאכדעם עד הסוף. ער האט נישט קיין עקסעס צו ביכער, אינטערנעט און וועבזייטלעך צו קענען ריכטיג שטודירן די נושאים עד הסוף, באגניגט ער זיך מיט די ספרים וואס איז תחת ידו, און ער פארענטפערט די קשיות מיט די רעגלמעסיגע תירוצים.
עס קומט אבער צו א פוינט וואס דאס איז נישט גענוג, ער מוז שוין גיין צום נעקסטן שטאפל. אלס בחור גייט ער זיך נישט וואגן צו גיין אין א לייברערי און נישטערן טיפע פראגעס, ווייל עס קען אים קאסטן א שידוך, וכ' וכ' און נאך אלעם איז דאך אידישקייט אמת לדעתו... ער דארף עס נאר מברר זיין על בוריו... עס לוינט זיך נישט איינצושטעלן. נאך אלעם, דער אמת לויפט נישט אוועק.
אבער נאכן חתונה, עס קומט א געלעגנהייט, און ער הייבט אן צו נישטערן, און ער אנטפלעקט אז דער אמת איז אנדערש ווי דאס וואס ער האט געמיינט, און היות דער אמת איז גאר שטארק ביי אים האט ער נישט קיין ברירה נאר צו גיין דערמיט.
ס'איז גארנישט אזוי געשמאק, רוב גייען אריין מיטן דעת און האפענונג אז עס וועט זיך אויסשטעלן אז אידישקייט איז יא אמת. נאך אלעם האט מען דאך אריינגעהאקט אין קאפ אלע יארן אז אידישקייט האט גארנישט וואס צו באהאלטן און ס'איז דא גוטע תשובות אויף אלע קשיות. נו... הייבט ער אן צו נישטערן על דעת דעם... און ער ווערט געוואויר אז ס'נישט ממש אזוי, זיין מוח טראגט אים צו אנדערע מסקנות ווי דאס וואס ער איז ערצויגן געווארן דערמיט... און קיין סאך ברירות האט ער נישט. מען קען נישט אויסמעקן וויסנשאפט און ידיעות פון קאפ, מען קען פאפן די מענטשהייט, אבער די דעת טוישט זיך נישט, און די ווייב באמערקט עס פריער אדער שפעטער.
רוחין חדתיןאייביג? ניין. און ס'איז זיכער דא עפעס וואס שטופט אים ארויס, אבער וואס איך זאג איז אז די התמדה פון ישיבה מאכט בכלל נישט די וועג ווייטער פון ווערען אן אפיקורס (ווען ס'איז געבויט אויף יסודות הנ"ל) נאר נענטער.
יעדע וואס איז אמאל געווען א בחור (זיכער אויב א מצוין) און געקוקט מיט א ניכטערן בליק ווייסט עס
אבי גערעדט, wishful thinking, איך בין געוועהן פון די גרויסע מתמידים/עובדים אין ישיבה (מצוין אפשר נישט ווייל מיט די סדרי הישיבה האב איך מיך גאנץ ווייניג געקימערט), די זעלבע זאך וואס האט מיך דעמאלטס געשטופט צו לערנען גמרא חסידישע ספרים מיט וואטעווער (נעמליך, איך באגענוג מיך נישט מיט'ן עסן קוגל מיט הערינג און זיך הייבן דעם עגא מיט'ן אתה בחרתנו) שטופט מיך היינט צו לערנען/טוהן אנדערע זאכן וואס זאלן נישט אויסגערעדט זיין.
איך האב נישט געמיינט אראפ צורייסען דעם אפיקורס, (אויב איז דאס וואס שטערט ענק) נאר די מהלך החינוך.
ווי שוין פריהר געשריבן האב נישט געצילט אויפן סיבת האפיקורסות, נאר אויף דעם אז די התמדה פארדעם מיינט גארנישט.
זיכער אז א בחור א מתמיד האט באזוך אין מוח אויך מער אמת׳ע סיבות פארוואס צו לערנען, אבער מ׳רעדט דאך וואס ליגט אינעם אונטעגרינט.
לגבי דעם אפיקורס וואס דו רעדסט וואלט איך עס נישט אנגעהאנגען אין זיין א עבד נאמן צום אמת נאר ענדערש וויל ער פילן זיכער מיט וואס ער טוט.
די זעלבע זאך וואס האט מיך דעמאלטס געשטופט צו לערנען גמרא חסידישע ספרים מיט וואטעווער (נעמליך, איך באגענוג מיך נישט מיט׳ן עסן קוגל מיט הערינג און זיך הייבן דעם עגא מיט׳ן אתה בחרתנו) שטופט מיך היינט צו לערנען/טוהן אנדערע זאכן וואס זאלן נישט אויסגערעדט זיין.
זאגסטיך אז דו גלייבסט נישט אין ספרי חסידות?!
Re: איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?
וואו זעהסטו דאס? זאלסט מיר אנטשולדיגן אבער דאס איז א פארום פאר אידיש רעדנדע…
וואס איך האב געמיינט צו זאגן איז אז די פראבלעם פון חב״ד איז נישט אז א ווארט פונעם קאזניצער מגיד האט ביי זיי א חשיבות ווי דעם קרעטשניפער׳ס א ווארט, אזוי דארף צו זיין, זייער פראבלעם איז אבער אז משיח׳ס א ווארט פאלט נישט אריין אינעם זעלבן קאטעגאריע
איך בין דיר מלמד זכות אז דו ווייסט נישט ווער האט געמאכט די ספר עבודת ישראל.
רלב״ג משלי ב׳ י״ט. ובזה האופן תהיה התאווה סבה לטעות בעניני התבונה, כי היא תמשיך האדם לקיים הדעת אשר לא ינעול הדלת בפניה מהתנהגות לפי התאווה, והמשל, כי האיש רב התאווה יבחר לקיים שאין יתברך יודע דבר באלו השפלים, שאינו משגיח בהם,. איינער וואס איז זיך מתעלם פון אט די נגיעה האט נאך א וויטער וועג אנציקומען צום אמת.
Re: איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?
רוחין חדתין וואס איך האב געמיינט צו זאגן איז אז די פראבלעם פון חב״ד איז נישט אז א ווארט פונעם קאזניצער מגיד האט ביי זיי א חשיבות ווי דעם קרעטשניפער׳ס א ווארט, אזוי דארף צו זיין, זייער פראבלעם איז אבער אז משיח׳ס א ווארט פאלט נישט אריין אינעם זעלבן קאטעגאריע
איך בין דיר מלמד זכות אז דו ווייסט נישט ווער האט געמאכט די ספר עבודת ישראל.
און איך בין מלמד זכות אויף דיר אז דו ווייסט נישט ווער קרעטשניפער רבי איז געוועהן, הגם דאס איז שוין אסאך שווערער ווייל דו האסט יעדע מעגליכקייט זיך גיין נאכצופרעגן ביי די מענטשן וואס געדענקען איהם נאך.
ברוך שפינוזה רוחין חדתין וואס איך האב געמיינט צו זאגן איז אז די פראבלעם פון חב״ד איז נישט אז א ווארט פונעם קאזניצער מגיד האט ביי זיי א חשיבות ווי דעם קרעטשניפער׳ס א ווארט, אזוי דארף צו זיין, זייער פראבלעם איז אבער אז משיח׳ס א ווארט פאלט נישט אריין אינעם זעלבן קאטעגאריע
איך בין דיר מלמד זכות אז דו ווייסט נישט ווער האט געמאכט די ספר עבודת ישראל.
און איך בין מלמד זכות אויף דיר אז דו ווייסט נישט ווער קרעטשניפער רבי איז געוועהן, הגם דאס איז שוין אסאך שווערער ווייל דו האסט יעדע מעגליכקייט זיך גיין נאכצופרעגן ביי די מענטשן וואס געדענקען איהם נאך.
נו, אפשר דערצייל פארן עולם ווער קרעטשניפע רבי איז געווען. א פרייליכען פורים. ס׳דאך כ״ג סיוון היינט.
כ'האף אז דו פארשטייסט אז איך גיי מיך נישט גיין אויס'טענה'ן מיט אן אפיקורוס, מילא ווען דו זאגסט ווען עפעס זאכליך וואלט איך געהאט א נסיון זיך ארומצו'טענה'ן, אבל אין אדם חוטא ולא לו.
על מה יצא הקצף? אתמהה!!
עס קען זיין אז איך קען זיך נישט אינגאנצן אידענטיפיצירן מיטן שווערעקייט, איך בין אין ישיבה, שוין נישט געווען אזוי פאלגזאם. איך האב געהאט א חבר פון מיין פריעסטן יוגנט, מיט וועמען איך האב געשמועסט און פארברענגט און דורכגעטוהן קאנטראווערסיאלע טעמעס. (איי טייער חבר, פילייכט געפינטסטו זיך יעצט דא?) אבער איך וויל פארט צולייגן א געדאנק.
אמונה-צווייפלענישן זענען איינס פון די שווערסטע גייסטישע פלאגענישן. זיך וואקלען און קווענקלען צו עס איז דא בכלל א גאט, הערט איינער אויס מיינע תפילות, קוקט יענער אויף מיין זייט אדער איז דאס אלעס בלויז פאנטאזיע, די פרוכט פון היסטאריע׳ס בעסטער אילוזיעס.
איך געדענק אלס אינגער בחור שטיין אין זיך וואונדערן. צו דען גלייבן עלטערע אין די אלע זאכן וואס מען רעדט אונז איין? צו דען זענען זיי הונדערט פראצענט איבערצייגט אין די ווארהייט דערפון? אבער דאן בין איך אליין געווארן דער עלטערע און איך זע איין אז ווי קאמפליצירט און מיסטריעז איך האב געמיינט אז דער זאך איז אין מיין יוגנט, איז עס פילפאכיג א גרעסערע רעטעניש.
דאס מיינט נאכנישט אז איך וועל שוין קיינמאל מער נישט בייוואוינען דער שמחה וועלכע ווערט געגעבן פאר דער וואס איז זוכה צו התרת הספיקות, ווייל ביז יעצט בין איך געווען אין א שטענדיגע קווענקלניש, איז אלעס אמת אדער פאנטאזיע, אבער יעצט, ווייס איך מיט א וודאי אז עס איז א ספק. אזוי קומט עס, קיינער איז נישט זיכער, עס איז נישט קריסטאל קלאר. עס איז פארוואלקענט, דאס איז איר נאטירליכע קאליר. דאס אליין איז שוין גענוג אפצוטוהן פון מיך, מיינע פארפלאגטע ספקות פון מיין הארץ וועלכע זיצן אויף איר ווי א שווערער שטיין.
יעדער רעליגיע מוטשעט זיך דערמיט אויף איין וועג אדער אויף אן אנדערן. דאס איז טאקע דער סיבה פארוואס אזוי פיל אנדערע רעליגיעס און גלויביגע סעקטעס גלייבן און ווארטן פאר דעם לאנג ערווארטעטן אויסלייזער וועלכע וועט זיך אנטפלעקן און אויפווייזן אין פארנט פון דעם גאנצן וועלט, די גערעכטיגקייט פון דער אנגעגעבענע רעליגיע.
אין די שפורדלדיגע מוסלאמענע לענדער, א שטייגער ווי סעודיה און דובאי איז אנגענומען אז מען האלט יעצט ביים סאמען שפיץ, דער תיקון השלם. גאט שמייכלט צו אונז, ווייזט אונז דערמיט אז ער איז דא און הויערט העכער אונז, אונז צו פארגוטיגן. ער האט אונז געוויזן, נאך אזוי פיל שווערע יארן, אז מוחמד איז גערעכט געווען, איסלאם איז דער איינציגסטע ערפאלגרייכע רעליגיע. פאר א דורכשניטלכע בירגער פעלט גארנישט, ער האט רעלאטיוו אלעס וואס ער דארף. זיי ווארטן נישט אויף איינער פון דרויסן וואס זאל באשטעטיגן זייערע לעבנסשטייגער אדער איבערצייגן פאר דעם גאנצן וועלט זייערע ווארהייט, זיי האלטן אז דאס איז קליפ קלאר און דאס איז אלעס צו פארדאנקען זייערע אומגעהויערע הצלחות און עררייכונגען וועלכע זיי האבן בייגעוואוינט די לעצטע פופציג צו זעכציג יאר. זיי לעבן אין זייערע שענסטע צייטן וועלכע וועלן פאר יארן אין דער צוקונפט גענוצט ווערן אלס דער פארגלייכנוגס עפאכע צו רעליגיעזע סוקסעס.
דער פראבלעם איז אבער אז אין דער הצלחה ליגט זייערע גרוב. זיי ווערן נישט טרענירט צו טראכטן, עפענען דאס קאפ און נוצן ראציאנאלע מיטלען דורכצוטוהן די פונדאמענטן פון רעליגיע. זיי פאלגן נאך, שאלות קומען בכלל נישט ארויף אויף זייערע געוויסן.
אנדערש איז אבער ביי אונז אידן וועלכע האבן דורכאויס די לאנגע גלות אנטוויקלט א שטארקע געפיל צו אבסטראקט רעליגיע און טראנסצאנדאנטישע גאטהייט. מיר האבן באוויזן צו אנפילן ענדלאזע שיפלאדן מיט טיפע דיאלאגן און שריפטן איבער די ווארצלען און זייערע אפצווייגן. איר מוזט נישט זיין איינשטימיג מיט אלעס וואס עס שלאגט פאר אבער דאך זענען זיי דארטן פאר דער וואס וויל זיי.
דער המון טראכט נישט. גייט נאך אין דער טינקל, פאלגט נאך פינגער אונטער פערשט און פאר דער המון איז דאס גענוג, מען ברויכט נישט מער. ווידער טיף-טראכטער באגעניגן זיך נישט דערמיט, זיי ווילן וויסן, שטודירן, דערגיין, אנאליזירן און פארשן. פאר אזעלכע איז נישט דא קיין אויסוועג, זיי וועלן ענדגילטיג נאכקומען זייערע הארץ גליסטעניש וועלכע וועגט איבער דער אינסטינקט פון נאכפאלגן.
איז עס געשמאקע צו זיין א נאר? יא, אבער א חכם קען א נאר זיין אויך, ווידער א נאר קען קיין חכם נישט זיין.
שמן למאוראיי איי איי... ס'געווען אמאל גוטע צייטן.. פאר די קעפעלע מיינע האט זיך געעפנט, פאר איך בין קאליע געווארן פון די אינטערנעט, פאר איך האב מיך אויפגעקלערט מיט קאווע שטיבל ארטיקלען... איי איי איי, די דאווענען האט געהאט א טעם, מען האט געשפירט קדישת שבת, יעדע מצוה וואס איך האב געטון, האב איך ממש געפילט ווי די באשעפער שטייט נעבן מיר מיט די גאנצע פמליא של מעלה, און שעפן פיל נחת און תענוג פון מיר, און שלינגען מיט דורשט יעדעס ווארט פונעם דאווענען וואס קומט נאר ארויס פון מיין מויל...
ע"פ רוב איז די פראבלעם די שאק צי דעם סיסטעם וואס איז דער גורם צו די שבירת הכלים.
איך געדענק ליינען אן אינטערוויא פין איינע פין די סקווערע OTD
(איך געדענק נישט אויף די מינוט זיין נאמען) ווי ער לייגט אראפ ווי זיין נפילה האט זיך אנגעפאנגען הערן ביינאכט קערעס-ליווע אדער באב גרענד אויף 770AM.
ס'איז נישט די פשט דאס דער בחור ווייסט יעצט עפעס וואס אנדערע וואס זענען אויך אזוי קליג ווי אים ווייסן פשוט נישט.
ער טרעפט זיך אין ק"ש און דער און יענער זאגט נאך ממשנתו פין "חוקרים" אדער עפעס אן אנדערע קליפ פין ווייסעך וועם
(ער קען יענעם ביים נאמען און ער רופט אים זיין רבי, און אנדערע ארום אים ווייסן אויך פון דעם שוטה צו זאגן) און אונזער בחור פילט זיך עפעס "איין מינוט, דא איז דאך דא עפעס - וואס מיינסטו איך בין עפעס אינטער שטעליג?!"
ס'נעמט נישט לאנג און ער קרוינט זיך אויך אלס חכם און הייבט אן שרייבן לאנגע תגובות און זאמעלט אן לייקס וכו'.