☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מאראל אהן רעליגיע

מאראל אהן רעליגיע

116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #804
בלאט: 1 2 3

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 7:48 pm

· #42246
דאס הייסט circular reasoning, דו האלטסט אז וואס די תורה זאגט איז בעל כרחך מאראליש, אויב אזוי מוז מאראל קומען פון די תורה, און אן דעם איז נישטא קיין מאראל.

חוץ משה קענסטו טוישן די נאמען פונעם אשכול, דו רעדסט נישט פון 'מאראל און רעליגיע', נאר פון מאראל און דיין רעליגיע, דיין תורה, און דיין ווערסיע דערפון.

No_name » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 8:49 pm

· #42259
אויב אזוי רוף דעם אשכול ״מאראל אן אידישקייט״ נישט מאראל אן רעליגיע.

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 9:32 pm

· #42277
ידען
מאראל איז וואס דער מענטש פארשטייט אליין אזוי דארף מען זיך פירן אדער מאראל איז וואס א רעליגיע האט אויסגעטרעטן פארן מענטש?

וואס זאל באמת מאכן א מענטש זיך אויפירן ערליך מאראליש אויב נישט עפעס א העכערע באפעל?

פארוואס זאל איך נישט טוהן מיאוסע זאכן אויפן גאס אדער פאר מענטשן אויב נישט א גייסטליכע באפעל (טאקע בושה, אבער ווער האט עס אריינגעלייגט אויב נישט די געטליכקייט?)

למשל גנבענען. פארוואס זאל איך נישט בארויבן א צווייטן ווען נישט רעליגיע? פארשטייט זיך איך רעד ווען מע איז זיכער אז קיינער זעהט נישט.

פארדעם גנב'ט מען טאקע פין גוים ווייל עס איז רעליגיעז אויסגעהאלטען.....

איך מיז מחולק זיין מיט רוב מגיבים אין דעם אשכול.

אויב מען האלט פין רעליגיע איז נישטא א זאך ווי מאראל.
ווייל רעליגיע איז נישט מאראליש, נעם אויסהרגנען די שבע אומות אדער עמלק אנשים נשים וטף.
עס איז אדער אדער. אדער ביסטו רעליגיעז אדער ביסטו מאראל לויט דיין אייגינע שכל.
פארשטייט זיך אז אהן רעליגיע איז נישטא קיין בונד וואס איז מחייב צו זיין מאראליש, משא"כ מיט א רעליגיע קען מען איינעם מחייב זיין צו זיין מאראליש, אבער עד כעת איז נישטא קיין רעליגע וואס איז מקפיד צו זיין מאראליש.

אנעים זמירות » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:30 pm

· #42529
כ'האב געשריבען א לענגערע הודעה נאר עס איז נישט דורך און געווארען אפגעמעקט. אלזא בקיצור, מאראלען וואס יעדער איינער קען אליין אויסקלערן זענען באדייטונגלאז, ווייל וואס איינער האלט פאר אויפשטענדיג האלט דער צווייטע פאר געמיין (אן עקסטרעמע ביישפיל איז די דייטשע מאראלען וואס האבען פארלאנגט זיי זאלען מארדען אלע אונטערמענטשען, אינדערצייט וואס ביי אנדערע הייסטן דאס גרויזאמקייט).

דער מושג מאראלען האט בלויז א משמעות ווען עס זאלען זיין אזעלכע מאראלען וואס זענען אבסאלוט. די זענען נאר יעניגע וועלכע זענען מושרש געווארען אינעם בריאה דורכען באשעפער פונעם וועלט.
(ועי' רע"ב על המשנה משה קבל תורה מסיני.)

לגבי דער וואס האט געשריבען אויף פארשידענע מצוות דאס זיי זענען נישט מאראל, דאס איז א געפערליכע חוצפה און איז גובל מיט אפיקורסות (און אפשר מער ווי גובל). ווילסטו זאגען אז מיט דיין נישטיגען שכל פארשטייטסו בעסער ווי כביכול וואס איז אויפריכטיג? האנוש מאלוק יצדק אם מעושהו יטהר גבר? ישתקע הדבר ואל יאמר.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:39 pm

· #42579
ער מיינט צו זאגן אז ס'איז נישט לויט די מענטשליכע שכל מאראל.
אויב האלסטו אז ווען דער באשעפער הייסט הרג'ענען גאנצע פעלקער איז דאס נארמאל, דאן האף איך אז דו ביסט נישט ברוגז אויף (להבדיל) די אראבערס וועלכע פאלגן זייער אללא אכבאר.

קלוג און יונג » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 1:29 am

· #42948
כ'מיין ס'איז וויכטיג נאכאמאל צו שרייבן א נקודה וואס איך האב שוין אביסל געשריבן אין דעם אשכול.
די גאנצע שמועס איז נאר טעארעטיש, ווייל אין פאקט איז (כמעט) נישט דא אזא זאך "פארשטייט זיך איך רעד אויב קיינער זעט נישט", ווייל ס'איז אייביג דא א שאנס פון א קאנסעקווענץ. אפשר מיינסטו אז קיינער זעהט נישט, אבער עכט זעהט איינער. אפשר זעט קיינער נישט אבער דו ווילסט דיך נישט צוגעוויינען צו גנב'ענען ווייל אן אנדערס מאל וועט איינער יא זעהן אדער געוואויר ווערן.
בקיצור, אונז טו מיר אלעס פאר פערסאנעל חשבונות, שטערקער צו שוואכער, און ווייט נישט פאר מאראל. די ביסל מאראל וואס מיר האבן איז אויך אלטימעטלי א פערזענליכע חשבון לענ"ד.

במילא אויב ענדזשויט עטץ טעארעטיקעל דיסקאשענס, צו ס'איז בכלל שייך אזא זאך ווי מאראל אהן פערזענליכע חשבונות(און/אדער רעליגיע-וואס איז אויך פערזענליך) דאן ענדזשוי. אבער אויב ווילט עטץ מיט דעם שטופן רעליגיע, ווי למשל זאגן קוק ס'מוז זיין רעליגיע ווייל אויב נישט וועט קיינער זיך נישט אויפפירן עטיקעל און יעדער וועט טוהן צו יעדן מה שלבו חפץ, דאן זענט איר ראנג! די וועלט וואלט אויסגעקוקט בערך די זעלבע. ס'איז אלעס שכר ועונש, די דיפערענץ איז נאר וועלכע שכר און וועלכע עונש.

אנעים זמירות » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:15 am

· #43039
יונגע, שיין געזאגט אבער מען האט דיר שוין אויסגעכאפט מיט א צוויי דריי יאר.

הוי מתפלל בשלומה של מלכות שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו

נולד מאוחר » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:49 pm

· #43378
אנעים, איך וויל פארשטיין וואס מיינט מאראל וואס זענען אבסאלוט און מושרש אין די בריאה דורך גאט?
בעצם איז נישט דא אזא זאך ווי גוט און שלעכט פאר מענטשהייט?
בעפאר דער אייבערשטער האט משריש געווען, איז ראטעווען א מענטשנ'ס לעבן און הרג'ענען א מענטש געווען די זעלבע זאך?

קלוג און יונג » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:56 am

· #43434
אנעים זמירות
לגבי דער וואס האט געשריבען אויף פארשידענע מצוות דאס זיי זענען נישט מאראל, דאס איז א געפערליכע חוצפה און איז גובל מיט אפיקורסות (און אפשר מער ווי גובל). ווילסטו זאגען אז מיט דיין נישטיגען שכל פארשטייטסו בעסער ווי כביכול וואס איז אויפריכטיג? האנוש מאלוק יצדק אם מעושהו יטהר גבר? ישתקע הדבר ואל יאמר.

זיין "נישטיגען שכל" האט ער באקומען פונעם זעלבן באשעפער וואס האט געגעבן די מצוות פון וואס די רעדסט.
אז ער גיט נישטיגע שכל, וואס מאכט דיך טראכטען אז די מצוות וואס ער געבט זענען נישט נישטיג.
שכל וואס דער אייבישטער האט אריינגעלייגט אין א מענטש איז די יסוד ווי אלעס הייבט זיך אהן, און איז ווייט נישט נישטיג. אויב די מאכסט אוועק שכל, דאן סטאפ שרייבן זאצען און סקריבעל סתם. טאנץ נישט אויף צוויי חתונות, טרייסט צו מסביר זיין זאכען מיט -לכאורה- שכל, און ווען די ווערסט סטאק און קענסט נישט עפעס פארענטפערן מאכסטו אוועק שכל, מוח, מחשבה. איינער האט גענוצט זיין קאפ וואס גאט האט אים געגעבן צו טראכטען, און ס'איז אים שווער געווארען עפעס. ווי אזוי קען דער אייבישטער הייסען טון די און די מצוה, ס'איז נישט עטיקל.
האסט א תירוץ? אויב נישט זיך...

אנעים זמירות » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:30 am

· #43528
קלוג און יונג

בעזה"י וועל איך פראבירען מחלק צו זיין דעם ענין אויף קלענערע טיילען כדי איך זאל בעסער קענען ארויסברענגען מַיין מיין און כדי עס זאל זיין גרינגער שפעטער מתוכח צו זיין אויף א געוויסען פרט.

קודם וויל איך איבער'חחזר'ן וואס איך האב שוין פריער ערווענט דאס אויב מאראלען זענען געוואנדען אין יעדעם'ס מחשבה און יעדער קען ערפונדען די אייגענע מאראלען, איז דער גאנצע קאנצעפט באדייטענלאז. איך האלט אס עס איז אוממארליש צו הרג'ענען מענטשען אבי, און די דייטשען האבען געהאלטען אז עס איז דייקא יא מאראליש און עטיש צו אויסראטען די נידעריגע קלאסען. זייערע מהלך איז געוועהן געבויט אויף די רייד פונעם חוקר ניטצשע. נו, קען דען איינער זאגען - אדער בעסער געזאגט, האט דען איינער די רעכט צו זאגען - אז זיינע מאראלען זענען די ריכטיגע און די פון די דייטשען ימ"ש זענען פאלש? דאס איז אן עקסטרעמע ביישפיל אבער עס ברענגט גוט ארויס די זאך.

ע"כ מוזען מיר קומען צום החלטה דאס אויב איז בכלל פארהאנען אזא זאך ווי מאראלען מוזען זיי קומען פון א העכערען ארט וואס איז למעלה משכל אנושי, און קיינער קען אויף זיי נישט קריגען (ווייל נאכאמאל, אויב קען מען יא חולק זיין, איז שוין קיין איין מאראל נישט מער אויסגעהאלטען פון א צווייטע). דאס האב איך פריער גערופען אבסאלוטע מאראלען, דהיינו אמת לאמיתו און נישט געוואנדען און דעת בני אדם.

אצינד, דאס וואס דו פרעגסט וואס איז שלעכט מיט נוצען דעם שכל און געפיהל וואס השי"ת האט געשאנקען אויף צו פרעגען מאראלישע קשיות אויף די מצוות, איז דער תירוץ בקיצור 'אונזערע שכל איז נישטיג', ויחלק לכמה סעיפים:

1. שטעל דיך פאר ווען דער גרויסע שאך-שפילער קאספארוב לערנט אויס פאר א יונגען תלמיד וויאזוי צו שפילען, און יענער איז אצינד בערך א 1200'דערטער (קאספארוב איז איבער 2850). ווען דער תלמיד קוקט צו ווי זיין רבי שפילט שאך און ער פארשטייט נישט פארוואס ער האט אהין גערוקט זיין לויפער, איז גאנץ נארמאל דער תלמיד זאל זאגען, "אפשר קענסטו מיר מסביר זיין דיין חשבון דערביי, ווייל איך הייב נישט אהן צו פארשטיין."
ווען ער זאגט אבער, "לויט ווי איך פארשטיי האט קאספארוב אצינד פארשפילט," איז ער א שוטה וגס הרוח. "לויט ווי איך פארשטיי..." - דו פארשטייסט דען? אין דעם געביט פון שאך האסטו בכלל א פארשטאנד קעגן קאספארוב? טראכסטו דען נישט אז ער פארשטייט אויך וואס דו פארשטייסט נאר ער זעהט גאר טיעפער?
לענינינו, ווען איינער זאל לערנען דעם חינוך משרשי המצוה וכו', אדער אנדערע ראשונים וואס לערנען טעמים אין די מצוות, מה טוב ומה נעים. אבער צו זאגען דאס ער "פארשטייט" אז א געוויסע מצוה איז נישט אויסגעהאלטען איז ער דאך בלויז א שוטה רשע וגס הרוח. דער קליינע מענטש מיט זיין גאר קורץ-זיכטיגע בליק פארשטייט דען מער ווי דער בורא וואס האט איהם באשאפען, און נאך ביליאנע ווי איהם וואס מאנכע פון זיי זענען פיהלפאכיג גרעסערע חכמים ווי אונזערע מדובר? וואספארא שוויות האט דען זיין שכל קעגן דעם שכל הנעלם מכל רעיון, עילת העילת וואס האט באשאפען דער גאנצע בריאה פון חכמה און געפיהל?
מילא ווען דער מענטש זאגט ער פארשטייט נישט די חוקי התורה, איז ער דאך נישט מער ווי גערעכט, אבער צו זאגען אז ער פארשטייט פארקערט, מאן דכר שמיה?
אויף דעם פאסט זייער גוט דעם פסוק וואס איך האב געברענגט האנוש מאלוק יצדק.

2. לא'מיר גיין נאך ווייטער און זאגען אז דער באשעפער האט יא אריינגעגעבען אינעם מענטש די יכולת משיג צו זיין דעתו יתברך (הנגלה לנו, וכעין די אבות האבען משיג געוועהן כל התורה). דאס וועט אבער נאר זיין אזוי ווילאנג דער מח איז גענצליך ריין און מוכשר דערצו. עס איז א דוגמא ווי א קאר פירמעס וואס טוהן זיך אויפהאלטען אז זייערע קאר קען פארען 80 מייל פ\געלאן. שטייט אבער אלץ צוגעשריבען אין קליינע אותיות אז דאס איז נאר אונטער ideal conditions.
ווען אונזערע קעפ און גופים זענען אנגעזאפט מיט תאוות העוה"ז, נגיעות און אייגענע רצונות איז בכלל נישט מעגליך צו נוצען דעם ריכטיגען דעת וואס השי"ת האט אונז באשאנקען.

עס איז נאך דא צו שרייבען גענוג נאר איך ווער שוין אביסעל מיד, וועל איך זיך דא אפשטעלן און דערווייל זעהן וואס איר זאגט דערויף.

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:47 am

· #43856
דאס אז די דייטשן האבן געמאכ א פאטאלן טעות אין מאראלען איז נישט קיין ראיה אז מאראלען מיז קומען פון גאט. גלייך ווי און סייענס מאכט מען טעותים, אלא מאי נאר אויב גאט זאגט אונדז גרעוועטי ווייסען מיר דערוועגעןו?
סאיז זייער מסתבר אז א לאנד נעמט זיל ציזאם און אלע מענטשען מאכן אפ אדער רוב, אז און די לאנד אויב איינער גנבעט לייגט מען עם אין תפיסה האט עס די הלכה פון מאראל.
מצער זיין זיין א צווייטע מענטש דארף מען נישט קיין גאט זאל אונז זאגן אז סאיז נישט גוטע זאך פאר א סאסייעטי.

אנעים זמירות » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:21 am

· #43902
נולד מאוחר

זאלסטו מיר זיין געבענטשט, you missed the point! (צו-מאל זאגט זיך עס בעסער אין ענגליש).

פון וואנעט האסטו דעם כח און רעכט מחליט צו זיין אז די דייטשען האבען געהאט א פאטאלען טעות אין מאראלען? אויב זענען מאראלען א דבר המסור ללב און יעדער איינער קען באשליסען דערינען ווי איהם געפעלט, טא פאר וואס קענען די דייטשען נישט באשליסען אז עס איז מאראליש צו הרג'ענען די 'אונטערמענטשען'. אפשר זענען זיי גאר גערעכט? קענסט ס"ה אויפקומען מיטא פארקערטע טענה, אבער האסט נישט קיין אויטאריטעט צו באשליסען אז דו ביזט גערעכט.

אין אמת'ן אריין מוז מען נישט גיין אזוי ווייט ווי די דייטשען ימ"ש, נאר אויף יעדן אישו איז פארהאנען לכה"פ א דעה אזוי און א דעה פארקערט. דו האלסט אפשר אז עס איז מאראליש נישט צו גנב'ענען, יענער האלט אז פון א פריוואטען מענטש איז טאקע נישט אויסגעהאלטען, אבער פון וואלמארט וכדו' מעג מען און דארף מען יא (ווייל זיי טוהן אונטערדרוקען לאקאלע קלייטען), און א דריטע האלט גאר אז דער גאנצע קאנצעפט פון אייגענטום איז נישט מאראליש.

לפי זה פארלירט דער גאנצע געדאנק פון מאראלען יעדן משמעות.

ס'איינציגסטע אופן וויאזוי עס קענען זיין מאראלען וועלכע זענען 100% אמת לאמיתם, איז טאמער דער באשעפער פון דער וועלט צייגט אהן מיט וואספארא שטייגער דער וועלט וועט זיך פירען עצהי"ט, און דאס ווייסט ער מכח דעם וואס ער האט דיזיינד דעם וועלט.

[לפי האמת ווערט ערקלערט הסתכל באורייתא וברא עלמא, דאס היות אין די תורה שטייט אז צ.ב.ש. הרג'ענען און גנב'ענען איז שלעכט, האט דער באשעפער באשאפען אזא סארט וועלט וואו די זאכען טוהן שאטען. טאמער וואלט אין תורה געשטאנען אז מען מוז הרג'ענען וואלט די בריאה געוועהן אויף דעם שטייגער. נמצא אז דער לא תגנוב פון א יוד איז נישט 'עטיש' אדער 'מאראליש', נאר קדושה.]

קול גדול » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 9:57 pm

· #44245

די רעליגיעזער מאראליטעט איז אנגעוויזן אויף א גאט, דאס הייסט אז אלעס וואס גאט באפעלט וועט זיין מאראליש, איז דערפאר אז גאט הייסט מחה תמחה את זכר עמלק אדער ווי די פאל פון אברהם צו שעכטן זיין זון יצחק, וועט דאס זיין גוט און מאראליש. משא”כ די הומאניסטישע עטיק שטעלט דעם מענטש אויפן שפיץ, אז ס’איז אוממאראליש צו באגיין א געויסע אקט איז עס אוממאראליש נישט קיין חילוק וואס א גאט האלט.

דעריבער איז דעם כלל הזהב פון דעלך סני לחברך לא תעביד א בעסערע מאראל פון א עטיק וואס איז אנגעוויזן אויף א גאט.

אנעים זמירות » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 9:21 am

· #44369
קול גדול

די רעליגיעזער מאראליטעט איז אנגעוויזן אויף א גאט, דאס הייסט אז אלעס וואס גאט באפעלט וועט זיין מאראליש, איז דערפאר אז גאט הייסט מחה תמחה את זכר עמלק אדער ווי די פאל פון אברהם צו שעכטן זיין זון יצחק, וועט דאס זיין גוט און מאראליש. משא”כ די הומאניסטישע עטיק שטעלט דעם מענטש אויפן שפיץ, אז ס’איז אוממאראליש צו באגיין א געויסע אקט איז עס אוממאראליש נישט קיין חילוק וואס א גאט האלט.

ווייל די מענטשען פארשטיין בעסער? הס מלהזכיר.

דעריבער איז דעם כלל הזהב פון דעלך סני לחברך לא תעביד א בעסערע מאראל פון א עטיק וואס איז אנגעוויזן אויף א גאט.

ווער איז חברך? וואס איז אויב פאר איין 'חבר' וועט זיין בעסער אויב איך וועל הרג'ענען א צווייטע? אפשר איז בעסער פאר 'חברך' טאמער מען טוט אויסראטען די נידעריגע ראסען? וואס איז אויב איך האלט עס וועט טויגען פאר 'חברך' טאמער איך באראבעווע וואלמארט? ועוד כהנה וכהנה.

דער מאראליטעט וואס קומט פון רבש"ע איז קראנט ווייל דאס קומט פונעם designer פונעם וועלט, וואס ער ווייסט זיכער בעסער ווי יעדע צווייטע וויאזוי דער וועלט מוז זיך פירען.

קול גדול » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 11:27 am

· #44391
אנעים זמירות

ווייל די מענטשען פארשטיין בעסער? הס מלהזכיר.

פאקטיש זען מיר אז יא, היינטיגע צייטן לעבן מענטשן אסאך בעסער מיט חירות און דעמאקראטיע ווי אמאל, און דאס איז אלץ צוליב די מענטשליכע ליבעראלע ווירדן פון פרייהייט פאר יעדן, נישט ווי אמאל ווי מען פלעגט זיין אונטערגעדרוקט דורך די רעליגיעזע פאנאטיקער.

ווער איז חברך? וואס איז אויב פאר איין 'חבר' וועט זיין בעסער אויב איך וועל הרג'ענען א צווייטע? אפשר איז בעסער פאר 'חברך' טאמער מען טוט אויסראטען די נידעריגע ראסען? וואס איז אויב איך האלט עס וועט טויגען פאר 'חברך' טאמער איך באראבעווע וואלמארט? ועוד כהנה וכהנה.

איך בין זיכער אז הלל האט נישט דווקא געמיינט א חבר נאר יעדן מענטש, נישט ווי די ואהבת לרעך כמוך וואס מ'טיישט אריין רעך בתורה ובמצוות, אין ענגליש איד די Golden Rule
One should not treat others in ways that one would not like to be treated
די אלע זאכן וואס דו דערמאנסט דא שטעלן זיך קעגן די פרינציפ נישט צו שעדיגן אנדערע מענטשן דעריבער קען דאס נישט ווערן אנגערופן קיין מאראל.

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:28 am

· #46228
אנעים זמירות
כ'האב געשריבען א לענגערע הודעה נאר עס איז נישט דורך און געווארען אפגעמעקט. אלזא בקיצור, מאראלען וואס יעדער איינער קען אליין אויסקלערן זענען באדייטונגלאז, ווייל וואס איינער האלט פאר אויפשטענדיג האלט דער צווייטע פאר געמיין (אן עקסטרעמע ביישפיל איז די דייטשע מאראלען וואס האבען פארלאנגט זיי זאלען מארדען אלע אונטערמענטשען, אינדערצייט וואס ביי אנדערע הייסטן דאס גרויזאמקייט).

דער מושג מאראלען האט בלויז א משמעות ווען עס זאלען זיין אזעלכע מאראלען וואס זענען אבסאלוט. די זענען נאר יעניגע וועלכע זענען מושרש געווארען אינעם בריאה דורכען באשעפער פונעם וועלט.
(ועי' רע"ב על המשנה משה קבל תורה מסיני.)

לגבי דער וואס האט געשריבען אויף פארשידענע מצוות דאס זיי זענען נישט מאראל, דאס איז א געפערליכע חוצפה און איז גובל מיט אפיקורסות (און אפשר מער ווי גובל). ווילסטו זאגען אז מיט דיין נישטיגען שכל פארשטייטסו בעסער ווי כביכול וואס איז אויפריכטיג? האנוש מאלוק יצדק אם מעושהו יטהר גבר? ישתקע הדבר ואל יאמר.

למעשה האט אונז גאט זייער ווייניג מגלה וואס איז מאראליש, מיר מוזן צוקומען צו מענטשען'ס מיינונג און שכל, יעדע פסוק אין פרשת משפטים איז א מחלוקה אין תלמוד.

הציץ ונפגע » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 7:53 pm

· #52856
אינטערעסאנטע ארטיקל איבער מאהראל אהן רעליגיע פון הרב גיל סטודענט <a class="postlink" href="http://www.jewishideasdaily.com/5170/features/one-step-ethics/">http://www.jewishideasdaily.com/5170/fe ... ep-ethics/</a>

נולד מאוחר » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:49 pm

· #52880
[ציטאט אראפגענומען]

כ'פארשטיי נישט אז חז"ל האבן א לימוד אז מ'דארף שפייזען ביז זעקס יאר, איז דאס דו חיוב. איי דו שפירסט אנדערש ווער זאגט דיין שפיער איז עפעס ווערט.

MickyMouse » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:55 pm

· #142461
מיינע 2 סענץ.

איך האלט אז עס איז וויכטיג אריין צומישען די לעגאלע שטאנדפונקט אין די סאבדזשעקט.
הוי מתפלל בשלומה של מלכות, ווייל ווען נישט זיי, איש את רעהו חיים בלאו. (However it's spelled).
ווי עס זעט אויס איז רעליגיע אליין אדער מאראל אליין נישט גענוג.

מיר אסאך מצוות וואס איז טאטאל מארעליש געשטימט, און ווי די רמב״ן זאגט טאקע, מען זאל נישט גנב׳נען ווייל עס איז נישט מאראליש, נישט ווייל עס איז א לאו.

פון די אנדערע זייט זעען מיר גענוג אום מאראלישע זאכען וואס די תורה איז מחייב אדער מתיר. וואס אין א וועג איז היינט נישט שייך ווייל מען לעבט אין א מדינה וואס ערלויבט נישט צי הארגענען איינעם וואס שלאפט מיט א בהמה. (אפילו עס איז אום לעגאל). נאר א משל פארשטייט זיך, עס זענען דא גענוג און נאך משלים. אדער גנבות עכום וואס איז מותר (אויך נישט לעגאל).

ווען נישט רעליגיע ווענדט זיך אסאך אויפן מענטש אפצימאכען אויב עפעס איז מאראל אדער נישט, דארט קומט לעגאל אריין צי העלפן אפמאכען ווי דער מענטש איז נישט זיכער. פארשטייט זיך אז אמאל אויב איז אויס הארגענען א פאלק לעגאל, איז אויך נישט גוט. אבער מען קען זאגן אז בשעת מלחמה איז אנדערש ווי מען זעט ביי די אידן און (להבדיל) ביי די דייטשן.

געווענליך גייט עס האנט ביי האנט, די תורה איז זייער מאראליש געשטימט. אבער נישט אלץ, נעם אשת איש וואס איז פון די הארבסטע אין (כמעט) אלע רעליגיעס, אבער איז לעגאל. און קען אפילו זיין מאראל אקעי ווען די מאן לאזט.

אסאך מצוות וואס זענען נישט בין אדם לחבירו איז געווענליך נישט שייך צי זיין אין די דיסקאשען פון אום מאראליש.
נישט עסן בליט פון א בהמה אדער אבר מן החי און נאך איז אפשר יא אום מאראליש פאר די בהמה, ווי אויך גדי בחלב אמו. אבער בשר בחלב? טריפה, ועוד, זיכער נישט.

קאמענטס? איך וועל אפשר שרייבן נאך שפעטער.

שליח » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:27 pm

· #143467
אין חת"ס (או"ח סי' רח) שטייט אז ווען די תורה וואלט נישט געגעבן געווארן (און בעפאר מתן תורה) וואלט געווען דינין ונימוסים וכל מלך במשפט יעמיד ארץ, און יעצט אז די תורה איז יא געגעבן געווארן מיינט נישט אז דאס וואס זי דערמאנט נישט (ווי היזק שאינו ניכר) איז מותר געווארן חלילה, נאר ס'איז נישט בכלל משפטי התורה און דער מלך והסנהדרין דארפן זעהן לפי המקום והזמן ואין להתורה עסק בזה.
אין אהל משה (לראמ"ה, סי' קלח) שטייט אז דער חיוב אויסצופירן וואס מ'זאגט צו (און יענער איז זיך סומך דעת) איז נאכמער יסודות'דיג ווי חיובי התורה, ואדרבא די חיובי התורה בויען זיך אויף דעם, וזאת היא תורת האדם בכל תהלוכותיו בתבל. וכעי"ז באבנ"ז יו"ד סי' שו.

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:58 am

· #144584
קופי, מ'דארף דיר אויפנעמען אלץ אפציעלע נאראטאר פאר קאווע שטיבל, מיט אזא הקדמה פון סיכום אויף יעדע תגובה לייענט זיך עס אינגאנצען אנדערש.

לעיקוואד » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:58 am

· #144598
אנאנים, דיין הבחנה וועגן דער נפש היפה וואס ווערט געבוירען אין טארע בארע איז זייער ריכטיג און געשמאק.

נאר אן הערה שאולי יש בה משהו. אין גמרא געפינט מען כמ"פ דער מושג 'פטור מדיני אדם חייב מדיני שמיים" דאס איז דאך גאר אן אינטרעסאנטער אויסדרוק, דער 'דיני אדם' וואס מ'רעדט דא איז דרך דיני התורה מן השמים, ווידער דער דיני שמיים הייסט דאך זאכען וואס שטייט נישט אין די תורה, ווען עס שטייט ווען איז מען דאך חייב מדיני אדם . איז וואסי פשט פון דער מושג? קען דאס זיין א מקור פאר פשוט'ע מענטשליכע מוסר וואס איז מחייב אמאל אז איינער איז מחוייב צו צאלן אפילו אז מדיני התורה איז נישט מוכרח אזוי, און אויב אזוי הייסט עס די גמרא רופט מענטשליכע מארעליטעיט 'דיני שמיים", א העכערע ביטוי ווי גדרי דיני התורה וואס הייסען נאר בגדר "דיני אדם"

מעגליך, אדער איך רעד סתם שטותים?

יאיר » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:37 pm

· #144658
לעיקוואד

רבינו מנחם המאירי
"כל שכתבנו עליו כאן שהוא חייב בדיני שמים, פירושו שהוא חייב בו בהישבון, הא לענין איסור אף מה שהוא פטור בו מדיני שמים איסור מיהא יש בו, אלא שלענין הישבון נאמרה. ומכאן כתבו גדולי הדורות, שכל שנאמר עליו חייב בדיני שמים פסול הוא לעדות עד שישיב. והדברים נראין, שמאחר שהוא חייב להשיב, תורת גזלה חלה עליו עד שישיב." (מאירי ב"ק נה).

ווי מען זעט אין מאירי איז דיני שמים א געהעריגער חיוב (אנדערע זענען מחולק), און אפילו עפעס וואס איז נאך נידריגער ווי דיני שמים איז פונדעסטוועגן נאכאלס שייך אן איסור. דער געדאנק אז עס איז שייך א חיוב אפילו אויף עפעס וואס אין דיני ממונות קען מען נישט מחייב זיין טרעפט מען דורכאויס ש"ס, ווי למשל כופין על מדת סדום, ועובדא דהנהו שקולאי דתברי חביתא דחמרי, ב"מ פג. דאס איז באמת א שטיקל לאגישע סתירה, ווייל איינמאל מ'איז מחייב לפנים משורת הדין, ווערט עס דאך אויטאמאטיש דער דין אליין. וכבר העירו בזה.
[quote="דער רמב"ן"]" 'ועשית הישר והטוב בעיני ה' '...ולרבותינו בזה מדרש יפה, אמרו: זו פשרה ולפנים משורת הדין. והכוונה בזה, כי מתחלה אמר שתשמור חקותיו ועדותיו אשר צוך, ועתה יאמר גם באשר לא צוך תן דעתך לעשות הטוב והישר בעיניו, כי הוא אוהב הטוב והישר. וזה ענין גדול, לפי שאי אפשר להזכיר בתורה כל הנהגות האדם עם שכניו ורעיו וכל משאו ומתנו ותקוני הישוב והמדינות כלם, אבל אחרי שהזכיר מהם הרבה, כגון 'לא תלך רכיל' , 'לא תקום ולא תטור', 'ולא תעמוד על דם רעך', 'לא תקלל חרש', 'מפני שיבה תקום', וכיוצא בהן, חזר לומר בדרך כלל שיעשה הטוב והישר בכל דבר, עד שיכנס בזה הפשרה ולפנים משורת הדין, וכגון מה שהזכירו בדינא דבר מצרא (ב"מ קח.), ואפילו מה שאמרו (יומא פו.) פרקו נאה ודבורו בנחת עם הבריות, עד שיקרא בכל ענין תם וישר" (רמב"ן דברים ו', יח)[/quote]

הוגה » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:55 pm

· #145000
@אנאנים, איך זעה נישט וואו עס איז מיר געבליבן מוסיף צו זיין, דבריך קילורין לעיניים. איך וועל ווייטער אנעמען מיין טבעיות'דיגע קו האמצעי. רעליגיע איז נישט מחייב מאראל און אנטי רעליגיע איז נישט מחייב אדער אפילו מרבה אוממאראליטעט. די אלע וואס פרעגן קשיות מכאן ומכאן און ברענגן ראיות פון ספעציפישע פעלער ווי מען טרעפט מאראליעט אדער אוממאראליטעט, מוזן געדענקן צוויי כללים. 1) וואס זענען די סטאטיסטיקס? וויפיל פראצענט פון די אומרעליגיעזע מענטשן איבער די גאנצע וועלט זענען געווען דייטשן? וויפיל פראצענט פון רעליגיעזע מענטשן איבער די וועלט זענען געווען קנאים, קרייץ ציגלער וכדומה? רעכן צוזאם די נומערן פון ביידע זייטן און ערשט דערנאך קען מען משווה זיין אחד לשני און ארויסקומען מיט עטוואס א קלארערע בילד. 2) מאראליטעט איז א רעלאטיווע מושג, ממילא איז שווער צו זאגן ווער איז מאראל און וואס ברענגט אדער שטערט מאראליטעט. וואס זעהט אויס ביי דיר אוממאראל קען אולי זיין די מערסטע מאראלער זאך אין די וועלט. לדוגמא, לאזן גיין נאקעט אין די גאס איז געוויס אוממאראל ביי רעליגיעזע מענטשן, אבער ליבעראלער מענטשן קענען אולי דיר אויפווייזן אז רעסטריקטען מענטשן און זיי דיקטירן ווי אזוי צו גיין אין די גאס איז גאר אוממאראל. דאס איז א גאר עקסטרעמע דוגמא, איך וועל געבן נאך צוויי דוגמאות צו ווייזן די פארשידנארטיגע בליק און פארשטאנד איבער וואס איז מאראל און וואס נישט.

די ערשטע דוגמא איז געוואנדן אין מקום. אין אמעריקא אויב איינער איז מפיח ברבים איז ער א חזיר און אן עקלדיגע מענטש. און אויב איינער sneezed ברבים איז עס אקצעפטבאר, קיינער טראכט גארנישט דערוועגן אויסער זאגן bless you. אין די כינעזער קולטורן איז פונקט פארקערט. מפיח זיין איז אקצעפטבאר און ניסן איז א נידעריגער זאך צו טון ברבים.

די צווייטע דוגמא איז געוואנדן אין זמן. עס איז קלאר סיי מן התורה און סיי פון היסטאריע אז זייער אסאך זאכן וואס זענען אוממאראל היינט זענען יא געווען מאראל אמאל, אדער פונקט פארקערט. מן השכל נעמט למשל slavery אדער די פאקט אז בועל זיין א פניה קטנה ווס. א אשת איש גדולה. ומן התורה קוקט אויף אלע תקנות וואס די חכמים האבן געמאכט צו אקאמאדירן די נייע מציאות׳ן.

שוין, איך ווייס אליינס נישט צו וואס איך וויל דא צוקומען. גוטע מענטשן וועלן זיין מאראל אפגעזעהן אויב זיי זענען גלויביגער און האבן א תורה צו נישט. שלעכטע מענטשן וועלן זיין אוממאראל אפגעזעהן צו זיי זענען אידן, קריסטן, מוסלמער צו אטעאיסטן.

יאיר
רבינו מנחם המאירי
"כל שכתבנו עליו כאן שהוא חייב בדיני שמים, פירושו שהוא חייב בו בהישבון, הא לענין איסור אף מה שהוא פטור בו מדיני שמים איסור מיהא יש בו, אלא שלענין הישבון נאמרה. ומכאן כתבו גדולי הדורות, שכל שנאמר עליו חייב בדיני שמים פסול הוא לעדות עד שישיב. והדברים נראין, שמאחר שהוא חייב להשיב, תורת גזלה חלה עליו עד שישיב." (מאירי ב"ק נה).

דאס דערמאנט מיר ווען איינער פון מיינע רביס האט געגעבן א שיעור אין די קאנטריווערסיאלע נושא פון טעות/גזילת עכו"ם, האט ער צוגעענדיגט אזוי: "אפילו ווען עס איז יא מותר צו גנב'נען זאלט איר אלעמאל געדענקן אז איר זענט ווייטער א פאלנע גנב און איר זענט ווייטער א פאפער!"

.

פעדער » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 4:56 pm

· #149830
שטודיע: רעליגיע אין ריכטונג פון אויסשטארבונג אין ניין מדינות. אסטראליע, עסטרייך, קאנאדע, טשעך רעפובליק, פינלאנד, אירלאנד, די נידערלאנד, ניו זילאנד, און שווייץ.
<a class="postlink" href="http://www.bbc.co.uk/news/science-environment-12811197">http://www.bbc.co.uk/news/science-environment-12811197</a>
נאך
<a class="postlink" href="http://blogs.telegraph.co.uk/news/edwest/100029971/atheism-is-doomed-the-contraceptive-pill-is-secularisms-cyanide-tablet/">http://blogs.telegraph.co.uk/news/edwes ... de-tablet/</a>
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=0Rqw4krMOug">http://www.youtube.com/watch?v=0Rqw4krMOug</a>

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 12, 2014 5:35 pm

· #183303
הוגה
אין אמעריקא אויב איינער איז מפיח ברבים איז ער א חזיר און אן עקלדיגע מענטש. און אויב איינער sneezed ברבים איז עס אקצעפטבאר, קיינער טראכט גארנישט דערוועגן אויסער זאגן bless you. אין די כינעזער קולטורן איז פונקט פארקערט. מפיח זיין איז אקצעפטבאר און ניסן איז א נידעריגער זאך צו טון ברבים.
.[/justify]

שו”ע הרב:

שבהשמעת קול עיטוש שלמטה אין בו איסור כלל משום צניעות (אלא שהיא חרפה ובושה לרוב בני אדם ומי שאינו מקפיד אינו מקפיד וכן בימי חכמי התלמוד [עיין סי' ק"ג ובתרומת הדשן סימן ט"ז] לא היו מקפידין על זה).

מי אני » דאנערשטאג מאי 9, 2019 9:30 pm

· #430071
Re: מאראל אהן רעליגיע
אפאר הערות אויף דעם אשכול:

1). דר. דאווקינס אין זיין בוך The G-d Delusion טענה׳ט אויך אז אין די מער סעקולארע אטעיסט מדינות און ערטער איז מען מער מאראליש [לויט די Normative אפטייטש פון מאראליש; די נושא פונ׳ם אשכול] ווי אין די מער רעליגיעזע מקומות (איך ווייס אז ס׳אויך דא שטודיעס וואס צייגן אז רעליגיעזע מענטשן זענען יא מער מאראליש). ווי אויך ברענגט ער אראפ אנדערע טענות וואס זענען דא ערווענט געווארן, בנוגע די טענה אז רעליגיע [emoji3594] מאראלן.

2). דר. דעננעט, אין זיין בוך Darwin’s Dangerous Idea (מער צום סוף), געט אן עוואלוציאנישן הסבר פאר די אויפשטייג פון מאראלן אין דעם מענטשן׳ס באוואוסטזיין. (אגב, אן ענליכען סאציאלע עוואלוציאנערישן סיבה געט דר. בערינג אן פאר די innate געפיל פונ׳ם מענטש צו רעליגיע און די אובערנאטירליך.)

3). עס ווערט ערווענט אז פארוואס זאל איינער נישט גנב׳נען וכו׳ ווען ער ווייסט אז קיינער זעהט נישט און ער וועט נישט באשטראפט ווערן. עס דארף באהויפטעט ווערן אז דאס איז דעם ערשטען שטאפל פון דר. קאהלבערג׳ס דריי (שהן זעקס) שטאפלען פון מאראלישע אנטוויקלונג. <a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Lawrence_Kohlberg's_stages_of_moral_development?wprov=sfti1">https://en.wikipedia.org/wiki/Lawrence_ ... prov=sfti1</a> און איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין שטיבל <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10286">viewtopic.php?f=47&t=10286</a><!-- l -->

4). די שמועס רירט אויך אן אויף די Euthyphro Dilemma; צו ווייל ג-ט האט באפוילן עפעס איז עס גוט/ריכטיג, אדער ווייל עס איז גוט/ריכטיג האט עס ג-ט באפוילן. <a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Euthyphro_dilemma?wprov=sfti1">https://en.wikipedia.org/wiki/Euthyphro ... prov=sfti1</a>

אגב, דאס וואס מען פרעגט (צווייטע page) צו אן ג-ט׳ס ציווי וואלט מען נישט גע׳גנב׳עט, איז אפשר משמע אין קידושין לא. אז די סארט מצות שכליית וואלט מען מקיים געווען אפילו אן ג-ט׳ס ציווי (איך ווייס וואס רש״י דארט זאגט, וע״ש במהרש״א). אויך איז כדאי צוצוצייכענען די הקדמה פון דור רביעי אז ס׳דא מאראלישע מענטשליכע זאכן וואס מ׳פארשטייט אליין וואס די תורה האט נישט געדארפט אסר׳ן.

5). הגם איך בין מסכים מיט יואליש, בין איך אבער נישט זיכער אז די אלטרואיזם פון חיות איז א ראיה לנידון דידן (ערשטע page פונ׳ם אשכול). ווייל ווי ערווענט אין די וויקיפדיה ארטיקל צוגעצייכענט (און אזוי אויך אין די Introductory Biology course אין college; עכ״פ די בוך וואס איך האב געליינט), איז דא עוואלוציענישע, ד.ה. ביאלאגישע, הסברים פאר זייער אלטרואיסטישע אויפפירונג. אין אנדערע ווערטער, כעין סעלפישע סיבות דאס צו טוהן (איך פארשטיי אז די ״סעלף״ פונ׳ם בעל חי פארדינט גארנישט דערפון, אדרבה ער פארלירט), וואס דאס נעמט אוועק פון די מאראלישע חלק פונ׳ם אלטרואיזם (חוץ אויב מען גייט זאגן אז דאס בארואיגן דעם אייגענעם געוויסן נאכ׳ן טוהן דעם אלטרואיסטישן אקט, איז אויך/פונקט אזוי א בחינה פון סעלפישקייט).

Sent from my iPhone using Tapatalk

מי אני » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 7:25 am

· #437593
מאראל אהן רעליגיע
6). הרב סאלאווייטשיק זצ״ל, אין זיין מאמר ובקשתם משם, איז אויך נוטה צו דעם אז רעליגיע פעהלט אויס כדי קובע צו זיין מאראל ע״ש.

7). די סארט שמועסן רירן בכלל אן אויף דעם געדאנק פון מאראלישע ריעליזם/רעלעטעוויטיזם (ווי אויך אפשר מאראלישע קאגניטיוויזם).

שבת אחים » מיטוואך אקטאבער 30, 2019 3:42 pm

· #437691
מי אני סאיז כדאי זאלסט אריינקוקן אין On the Basis of Morality
פון שאפענהויער.

”Compassion is the basis of morality”

On the Basis of Morality (German: Ueber die Grundlage der Moral, 1840) is one of Arthur Schopenhauer's major works in ethics, in which he argues that morality stems from compassion. Schopenhauer begins with a criticism of Kant's Groundwork of the Metaphysic of Morals, which Schopenhauer considered to be the clearest explanation of Kant's foundation of ethics.
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/On_the_Basis_of_Morality">https://en.wikipedia.org/wiki/On_the_Basis_of_Morality</a>

דא האט איר א PDF פון די ביכל (איבערגעזעצט אויף ענגליש)

The Basis of Morality
<a class="postlink" href="https://antilogicalism.com/wp-content/uploads/2017/07/the_basis_of_morality.pdf">https://antilogicalism.com/wp-content/u ... rality.pdf</a>

מי אני » זונטאג דעצעמבער 1, 2019 9:32 pm

· #439411
Re: מאראל אהן רעליגיע
איך גלייב מ׳קען אפשר צושטעלן דערצו צו די שמועס די חילוק וואס דער רמב״ם מאכט אין פ״ו פון די שמונה פרקים. דהיינו, אז פאר די מצות שכליות, וואס אפילו מ׳זאל ווען נישט האבן באפוילן געווארן דערויף וואלטן מיר זיי מקיים געווען [Normative], איז איינער וואס ציהט אפילו נישט דערצו און דארף זיך נישט גובר זיין דערויף איז חשוב׳ער פון איינער וואס דארף זיך יא, הגם דער צווייטער איז עס למעשה מקיים. משא״כ לגבי די מצות וואס זענען חוקים [Descriptive], וואס אן אונזער באפוילן ווערן דערויף וואלטן מיר דאס נישט געטוהן, איז איינער וואס ציהט צו טוהן פארקערט און איז זיך גובר איז חשוב׳ער פון איינער וואס ציהט ניטאמאל עובר צו זיין דערויף ע״ש.

הדסים » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 1:14 am

· #439508
מי אני

5). הגם איך בין מסכים מיט יואליש, בין איך אבער נישט זיכער אז די אלטרואיזם פון חיות איז א ראיה לנידון דידן (ערשטע page פונ׳ם אשכול). ווייל ווי ערווענט אין די וויקיפדיה ארטיקל צוגעצייכענט (און אזוי אויך אין די Introductory Biology course אין college; עכ״פ די בוך וואס איך האב געליינט), איז דא עוואלוציענישע, ד.ה. ביאלאגישע, הסברים פאר זייער אלטרואיסטישע אויפפירונג. אין אנדערע ווערטער, כעין סעלפישע סיבות דאס צו טוהן (איך פארשטיי אז די ״סעלף״ פונ׳ם בעל חי פארדינט גארנישט דערפון, אדרבה ער פארלירט), וואס דאס נעמט אוועק פון די מאראלישע חלק פונ׳ם אלטרואיזם (חוץ אויב מען גייט זאגן אז דאס בארואיגן דעם אייגענעם געוויסן נאכ׳ן טוהן דעם אלטרואיסטישן אקט, איז אויך/פונקט אזוי א בחינה פון סעלפישקייט).

לויט ווי עס זעט מיר אויס איז דא פארשידינע הסברים אויף דעם, אבער איך פארשטיי עס נישט. קענסט ביטע מסביר זיין?

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 6:56 am

· #439514
מאראל אהן רעליגיע
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/435491">viewtopic.php?p=435491#p435491</a><!-- l -->

זעה הערה 2).

הדסים » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 12:14 pm

· #439520
שיין, אבער איז נישט דא אויך פעלער ווי מען זעט אלטיריזם צו ווייטערע דזינס? איך מיין אז ביי מענטשן זעט מען עס (און איך וואלט גאוואלט א סברא וואס שטימט ביי יעדעם קאנסיסטענט), חוץ מזה, איז עס נישט אויך דא ביי בע"ח?

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 3:04 pm

· #439522
אין קין סעלעקשאן/ביאלאגישע אלטרואיזם [וואס ווערט דעפינירט אלס דאס וואס פארמינערט די ביאלאגישע פיטנעס (פון צו רעפרודעצירן און סורווייווען וכו׳) פונ׳ם געבער און פארמערט די פיטנעס פונ׳ם באקומער, און וואו מ׳קוקט נישט אויפ׳ן (קאנשעס) מאראלישן אספעקט] איז דא העמילטאן׳ס רול/געזעץ (ע״ש דער בריטישער ביאלאגיסט דר. וויליאם דאנאלד העמילטאן). עס לויטעט אז די סארט אלטרואיזם וועט ארבעטן לויט א מאטעמאטישער פארמולאציע. דהיינו, אז אויב נעמט מען די פראבעביליטי פון דעם אז ביידע זאלן (ביי רענדאם) האבן די זעלבע דזשין פונ׳ם זעלבן מקור און מ׳מאלטיפלייד דאס ביי די קוואנטיטעטיוו פיטנעס עדווענטעדזש (דורך די עוורעדזש נומער פון קינדער) וואס די באקומער פונ׳ם אקט האט באקומען, וועט דאס זיין מער פונ׳ם קוואנטיטעטיוו נומער פון די פיטנעס וואס די געבער האט פארלוירן.

הדסים » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 3:46 pm

· #439523
עס מאכט סענס וואס דו זאגסט, אבער איך מיין אז עס איז דא פעלער וואס קענען נישט ווערן פארענטפערט אויף דעם וועג. איך וועל פראבירן צו זוכן שפעטער.

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 4:58 pm

· #439526
איך מיין אז מ׳מישט דא אויס צוויי זאכן וואס קען זיין ס׳האט נישט קיין שייכות איינע מיטן צווייטן.

קין סעלעקציע און hamilton’s law האט גארנישט מיט אולטריזים נאר סאיז א בלינדע Force of nature וואס ארבעט לטובת די virus.
מ׳קען עס קלאר זעהן ביי אסאך בע״ח ווי בינען. און אז א מאמע וועט זיין גרייט זיך צו הארגענען לטובת די קינדער און פאר די בענעפיט פון די דשינס. דארווין און דאוקינס ברענגן אסאך ביישפילן צווישן פארשידנע אנדערע בע״ח.

משא״כ אולטריזים פון אונז מענטשען און פארשידנע בע״ח שטאמט פון compassion וואס איז אריינגבויעט אין די DNA. וואס א העכערע conscious די בעל חי׳ האט וועט ער האבן א בעסערע פארשטאנד און געפיהל צו יענעמס צער.

אזוי פארשטיי איך עס.

די קשיא איז נאר וואס פארא טובה האט די דזשין פון בלינדע אולטריזים און compassion צו א צווייטע בע״ח? פארדעם טאקע ווילן אסאך איינזעצן אז compassion איז אויך סוכ״ס גוט פאר די דזשינס. (וואס איז א שוואכע תירוץ) ווידער אנדערע זאגן אז ס׳שטאמט בלויז פון ריינע consciousness. און סאיז טאקע נישט פאר די בענעפיט פון די organisms נאר פון טיעפע פארשטאנד קען מען אנקומען צו פארשטיין אנדערע. און איז טאקע נישט קיין בענעפיט פאר די דזשינס. אסאך פילאסאפערס ווי ניטשע האבן געהאלטן איז געוויסע רחמנות פון מענטשן איז א שוואכקייט. דאס איז געוועהן איינע פון די זאכן מיט וואס ער האט געהאלטן אנדערש פון זיין רבי ארטור שאפענהויער. און די נאציס האבן גענוצט די פילאסאפיע פון ניטשע אז רחמנות האבן אויף אנדערע איז אין געוויסע פעללער א שוואכקייט.

הדסים » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 1:56 pm

· #439589
פארוואס זאגסטו מען מישט אויס, דאס איז דאך די זעלבע זאך.

אפשר קען מען טאקע פארענטפערן, אז די זעלטענע פעלער וואס מען זעט אלטיריזם ביי בע"ח, איז א זאך וואס איז פשוט געשען לעצטנס (רעלאטיוו). און מיט די צייט וועט עס טאקע נישט בלייבן.

דארף מען נאר חוקר זיין אויב ביי מענטשן זענען די גוטע שוין אזוי שטארק אז זיי וועלן מנצח זיין, (דהיינו, עס איז דא אזויפיל גוטע, אז דאס וואס ער געבט אוועק פון זיך איז נישט גורם אז די גוטע זאלן ווער ווייניגער), אדער אפשר וועלן אונז צום סוף אויך נאר בלייבן מיט די סעלפיש.

*די ווארט "גוטע" האב איך גענוצט וויאזוי איך האב געוואלט...

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 2:51 pm

· #439600
הדסים

וואס איז די זעלבע זאך?

קין סעלעקציע מיט consciousness, פארשטיין יענעמס צער איז די זעלבע זאך?

אינטערסאנט וואס דו זאגסט (אויב איך פארשטיי גוט וואס דו זאגסט) האב איך אויך שוין אסאך מאל געטראכט די זעלבע.

דו גוטסקייט און אולטריזים פון איינציגע פעלער אין בע״ח איז נישט קיין סכנה פאר די גאנצע specie און די חסד וואס זיי טוהן צומאל באדראט נישט זייער קיום.

דאס זאגסטו?

הדסים » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 3:09 pm

· #439601
נישט דאס זאג איך, אפילו די משפחה וועט האבן א קיום, וועט די גוטסקייט נישט האבן א קיום. איך טראכט נאר, אז אויב זעט מען אז עס איז א זעלטענע זאך, קען מען אפשר זאגן אז עס גייט טאקע נישט זיין דא פאר לאנג טערם. אונז זעען פשוט א פענאמען וואס מאכט זיך פון צייט צו צייט.

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 3:23 pm

· #439603
הדסים
נישט דאס זאג איך, אפילו די משפחה וועט האבן א קיום, וועט די גוטסקייט נישט האבן א קיום. איך טראכט נאר, אז אויב זעט מען אז עס איז א זעלטענע זאך, קען מען אפשר זאגן אז עס גייט טאקע נישט זיין דא פאר לאנג טערם. אונז זעען פשוט א פענאמען וואס מאכט זיך פון צייט צו צייט.

איך הער. איה״נ גוטסקייט ביי בע״ח איז זייער רענדאם און בלייבט נישט לדורות. אבער מ׳זעהט דאך אין געציילטע בע״ח גוטסקייט וואס גייט ווייטער אן און ווערט אפילו איבערגעגעבן פון איין דור צום צווייטן. למשל די באנאבא מאנקי וואס איז די מערסטע ענדליך צו הומאנס.

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 3:30 pm

· #439605
די שימפאנזיע מאנקיס וואס זענען געווענטליך ברוטאל. קענען אויך זיין גוט און טוהן אמאל א חסד אויב סאיז איינער פון זייער אייגענע גרופע. למשל אז א מאמע שטארבט און די קינד איז געבליבן א יתום וועט אין געוויסע פעללער וועט אים א צווייטע שימפאנזיע אדאפטירן און זיך זארגן פאר אים פונקט ווי א אייגען קינד. אין איין פאלל האט אפילו די אנפירער פון די גרופע, דער גרויסער פריץ גענומען די עול פון אויפוואקסן דעם יתומל, און אפילו געלאזט רייטן אויף זיין רוקן וואו ער גייט. א זאך וואס געווענטליך טוהן נאר מאמעס פאר אייגענע קינדער. סייענטיסן האבן געשטוינט ווען זיי האבן דאס געזעהן.

דאס איז אבער א חלק פון גוטסקייט וואס איז גוט פאר די דזשין, און פאר די גרופע. סאיז אויך דא אסאך מאל וואס מ׳האט געזעהן א באנאבא העלפן א פייגל.

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 3:43 pm

· #439606
אין אמתן קומט אלעס פון סעלפישקייט. אפילו העלפן א צווייטן און רחמנות האבן אויף יענעם קומט אויך ווייל מ׳האט זיך ליב און יענער וויל זיך אליינס מאכן פילן גוט וועט ער טוהן א חסד צו באפרידיגן זיינע אייגענע געפיהלן.

א טאטע האט ליב זיינע קינדער ווייל סאיז זיינע קינדער...
א קינד וואס איז נישט זיינס האט ער נישט אזוי שטארק ליב! וואס ווייטער סאיז פון אים און פון זיינע דזשענעטיקס אלץ ווייניגער וועט ער רחמנות האבן אויף דעם קינד.

טראכט גוט טיעף וועסטו זעהן אלעס שטאמט פון קודם זיך אליינס ליב האבן.

סאיז נאר דא מענטשען וואס האבן זיך זייער שטארק ליב און סאיז דא מענטשען וואס זענען נישט אזוי פארכאפט אין זעלבסט-ליבשאפט. אבער יעדע בע״ח איז סעלפיש סוכ״ס. און אלעס וואס אונז מענטשען טוהן איז וועגן אונז האבן זיך אליינס ליב אפילו חסד!

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 3:49 pm

· #439608
מאראל אהן רעליגיע
אט דאס ממש זאגט דער חובת הלבבות אין די פתיחה צו זיין שער עבודת האלוקים ע״ש.

*

אין די ענין פון א תורה׳דיגן/חסידי׳שן פערספעקטיוו פון בע״ח וואס טוהן חסד.

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 7:04 pm

· #440300
מאראל אהן רעליגיע
מי אני
אפאר הערות אויף דעם אשכול:

1). דר. דאווקינס אין זיין בוך The G-d Delusion טענה׳ט אויך אז אין די מער סעקולארע אטעיסט מדינות און ערטער איז מען מער מאראליש [לויט די Normative אפטייטש פון מאראליש; די נושא פונ׳ם אשכול] ווי אין די מער רעליגיעזע מקומות (איך ווייס אז ס׳אויך דא שטודיעס וואס צייגן אז רעליגיעזע מענטשן זענען יא מער מאראליש). ווי אויך ברענגט ער אראפ אנדערע טענות וואס זענען דא ערווענט געווארן, בנוגע די טענה אז רעליגיע [emoji3594] מאראלן.

2). דר. דעננעט, אין זיין בוך Darwin’s Dangerous Idea (מער צום סוף), געט אן עוואלוציאנישן הסבר פאר די אויפשטייג פון מאראלן אין דעם מענטשן׳ס באוואוסטזיין. (אגב, אן ענליכען סאציאלע עוואלוציאנערישן סיבה געט דר. בערינג אן פאר די innate געפיל פונ׳ם מענטש צו רעליגיע און די אובערנאטירליך.)

3). עס ווערט ערווענט אז פארוואס זאל איינער נישט גנב׳נען וכו׳ ווען ער ווייסט אז קיינער זעהט נישט און ער וועט נישט באשטראפט ווערן. עס דארף באהויפטעט ווערן אז דאס איז דעם ערשטען שטאפל פון דר. קאהלבערג׳ס דריי (שהן זעקס) שטאפלען פון מאראלישע אנטוויקלונג. <a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Lawrence_Kohlberg's_stages_of_moral_development?wprov=sfti1">https://en.wikipedia.org/wiki/Lawrence_ ... prov=sfti1</a> און איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין שטיבל <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10286">viewtopic.php?f=47&t=10286</a><!-- l -->

4). די שמועס רירט אויך אן אויף די Euthyphro Dilemma; צו ווייל ג-ט האט באפוילן עפעס איז עס גוט/ריכטיג, אדער ווייל עס איז גוט/ריכטיג האט עס ג-ט באפוילן. <a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Euthyphro_dilemma?wprov=sfti1">https://en.wikipedia.org/wiki/Euthyphro ... prov=sfti1</a>

אגב, דאס וואס מען פרעגט (צווייטע page) צו אן ג-ט׳ס ציווי וואלט מען נישט גע׳גנב׳עט, איז אפשר משמע אין קידושין לא. אז די סארט מצות שכליית וואלט מען מקיים געווען אפילו אן ג-ט׳ס ציווי (איך ווייס וואס רש״י דארט זאגט, וע״ש במהרש״א). אויך איז כדאי צוצוצייכענען די הקדמה פון דור רביעי אז ס׳דא מאראלישע מענטשליכע זאכן וואס מ׳פארשטייט אליין וואס די תורה האט נישט געדארפט אסר׳ן.

5). הגם איך בין מסכים מיט יואליש, בין איך אבער נישט זיכער אז די אלטרואיזם פון חיות איז א ראיה לנידון דידן (ערשטע page פונ׳ם אשכול). ווייל ווי ערווענט אין די וויקיפדיה ארטיקל צוגעצייכענט (און אזוי אויך אין די Introductory Biology course אין college; עכ״פ די בוך וואס איך האב געליינט), איז דא עוואלוציענישע, ד.ה. ביאלאגישע, הסברים פאר זייער אלטרואיסטישע אויפפירונג. אין אנדערע ווערטער, כעין סעלפישע סיבות דאס צו טוהן (איך פארשטיי אז די ״סעלף״ פונ׳ם בעל חי פארדינט גארנישט דערפון, אדרבה ער פארלירט), וואס דאס נעמט אוועק פון די מאראלישע חלק פונ׳ם אלטרואיזם (חוץ אויב מען גייט זאגן אז דאס בארואיגן דעם אייגענעם געוויסן נאכ׳ן טוהן דעם אלטרואיסטישן אקט, איז אויך/פונקט אזוי א בחינה פון סעלפישקייט).

Sent from my iPhone using Tapatalk

מי אני
6). הרב סאלאווייטשיק זצ״ל, אין זיין מאמר ובקשתם משם, איז אויך נוטה צו דעם אז רעליגיע פעהלט אויס כדי קובע צו זיין מאראל ע״ש.

7). די סארט שמועסן רירן בכלל אן אויף דעם געדאנק פון מאראלישע ריעליזם/רעלעטעוויטיזם (ווי אויך אפשר מאראלישע קאגניטיוויזם).

בנוגע די שמועס איז דא די ארגומענט פון מאראליטעט וואס טענה׳ט אז דאס (אויב מ׳נעמט אן) אז עס איז דא אן אבדזשעקטיווע מאראליטעט איז מוכיח אויף די מציאות פון ג-ט און אז ער איז דער מקור דערצו. דאס איז אויך נכלל בתוך די טראנסאדענטעל ארגומענט פאר ג-ט וואס זאגט אז עס קען נישט זיין קיין מאראליטעט אדער לאגיק און וויסנשאפט אן ג-ט [ווייל ער שטעלט אפ דעם אינפיניט רעגרעס; און פון וואו ווייסטו דאס? און פון וואו... (ולגבי דעם אז ג-ט טוהט אפשטעלן די אינפיניט רעגרעס עיין בכעי״ז במו״נ ח״א פס״ט.)]. (דר. מיכאל לו מארטין האט גע׳טענה׳ט אז מ׳קען אויסדרייען די טראנסאדענטעל ארגומענט אויף פארקערט און זאגן אז די מושגים פון לאגיק וכו׳ ווייזן אויף פארקערט.)

דאס איז אונטער די מהלך/פעלד אין (בעיקר קריסטליכע) טעאלאגיע, פריסאפאזישענעל אפאלאגעטיקס/פריסאפאזישענעליזם, וואס נעמט אן (צווישן אנדערע) אז מ׳מוז אננעמען דאס עקזיסטענץ פון ג-ט און די תורה מעיקרא, ווייל אן די תורה האט דאס אלעס נישט קיין האפט און עס איז בכלל נישט שייך צו דן צו זיין און טראכטן במח ובשכל וכו׳. (כל הנ״ל קען ליידן פון צירקולער ריזענינג וכו׳).

*

דער שרייבער ארטור קלארק האט געשריבן אז ״איינע פון די גרויסע טראגעדיעס פון דאס מענטשהייט איז אז מאראליטעט איז געווארן געהיידזשעקט דורך רעליגיע״.

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 9:13 am

· #440479
מאראל אהן רעליגיע
מענין לענין באותו ענין, אינ׳ם סוגיא פון פאסקאל׳ס געוועט זענען דא די וואס טענה׳ן אז אפילו מ׳זאל שוין אננעמען אז פאסקאל איז גערעכט און מ׳דארף וועטן פאר ג-ט מכח ״ראציאנאל״, איז אבער מעגליך אז מכח ״מאראל״ קען מען נישט. דאס איז ווייל גלויבן אין עפעס אן עווידענס און פשוט אלס פראקטישקייט, ווי אויך דאס אז ג-ט גיבט כביכול עפעס נעגאטיוו (עכ״פ דאס נישט געבן די נצחיות׳דיגע צופרידנהייט) פאר די אומגלויבערס, פשוט פאר׳ן נישט גלייבן, קען אנגעקוקט ווערן ווי אומאראל.

טראכטכמוני » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 10:14 am

· #440482
Re: מאראל אהן רעליגיע
די מינוט די נעמסט אן rationally אז די דארפסט פאלגן ג-ט פאלט אוועק אלע ׳מאראל׳ ווארום מאראל אליין ווערט באשטימט דורך דעם ג-ט.

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 2:27 pm

· #440507
מאראל אהן רעליגיע
מ׳קען זאגן אז דאס גייט אליבא הדוגלים במאראל ריעליזם און אין דעם הארן פונ׳ם יוטיפרוי דילעמא וואס זאגט אז ווייל מאראל איז גוט האט עס ג-ט באפוילן; עס איז אן אנטאלאגישע מציאות (so to speak) לכשלעצמו (ווי ערווענט פריער אינ׳ם אשכול). (לסבר קען מען עס אפשר א משהו צושטעלן און ממשיל זיין צו דעם אז ס׳איז ענליך צו דאס וואס מ׳פארשטייט אז איינמאל ראציאנאל איז אים מכריח אנצונעמען דעם טשויס פון דעם געוועט, מיינט עס אבער נישט אז יעצט וועט ער אננעמען אז אן ג-ט האבן נישט ראציאנאל און לאגיק קיין שום האפט מעיקרא וכעין פריסאפאזישיניליזם.)

מ׳קען אפשר זאגן נאך טיפער אז מ׳רעדט דאך דא אז ער ״גלייבט״ אין ג-ט נאר מכח דעם געוועט [ווייל ס׳לוינט זיך אים] - נישט מכח ווייל ער איז איבערגעצייגט אין דעם אויף קיין שום אופן. יעצט, קען אויסקומען אז אפילו אונז זאלן מיר זאגן אז מאראל און איר גאנצע מושג איז כל כל כולו לגמרי תלוי אין ג-ט און אין זיין ווילן כביכול, קען מען נאך אלס זאגן אז די -ג-ט אליין, אפילו ״ס׳לוינט זיך״ עפ״י ראציאנאל אנצונעמען זיין עקזיסטענץ, וואלט ער אליין כביכול נישט געוואלט אז מ׳זאל אננעמען זיין עקזיסטענץ אויף אזא מהלך שלא עפ״י הכרה כלל וואס (קען באטראכט ווערן, בכלל צו מכח תוצאותיו וכו׳, אז עס) איז אומאראליש, וממילא ״לוינט״ זיך עס אים [די געוועט כדי צו באקומען די שכר] שוין נישט. וואלטעיר האט געזאגט ענליך לגבי די געוועט.

טראכטכמוני » מיטוואך יאנואר 1, 2020 10:08 am

· #440667

טאמער איז די סארט ״בלית ברירה׳דיגע״ גלויבן נישט ווערד גארנישט כלפי ג-ט מוז זיין אז די צד השני פון דעם געוועט איז ׳יא צו גלייבן באמונה שלימה׳ ווארום אויב גלייבט ער נישט אזא סארט געגלייבעכץ איז דאך טייטש אז ער ״גלייבט נישט״ [די לעוועל פון גלייבן וואס פאדערט זיך מטעם דעם געוועט] ממילא איז ער ווייטער אויף די לאזינג סייד פון דעם געוועט.

א״כ אפי׳ ווען מ׳רעדט פון איינער וואס גלייבט ׳נאר וועגן דעם געוועט׳, מוז עס אטאמאטיש טייטשן אז - טאקע מכח דער געוועט - גלייבט ער ׳באמונה שלימה׳ (און אויב איז עס נישט באמונה שלימה הייסט דאס אז ער האט גענומן דעם ערשטן צד אין דער געוועט דהיינו נישט גלייבן).

מי אני » מיטוואך יאנואר 1, 2020 2:03 pm

· #440707
מאראל אהן רעליגיע
איה״נ.

די געוועט הייבט זיך אן אז מ׳מוז ״וועטן״ פאר ג-ט; אדער אויף יא אדער אויף נישט. דערנאך טענה׳ט עס, אז עפ״י יוטיליטי געינס פארדינט מען מער און עס לוינט זיך צו וועטן ״פאר״ ג-ט ווי איידער נישט. און אויב די ראציאנאלע זאך צו טוהן איז צו מאקסימירן די אייגענע יוטיליטי, דעמאלטס דארף מען פון א ראציאנאלישן שטאנדפונקט וועטן ״פאר״ ג-ט.

וואו אונז האלטן מיר יעצט טוהן מיר דעפינירן ״וועטן פאר ג-ט״ ווי גלייבן אין אים באמונה שלימה [לכאורה מיינט מען הכרה פנימית - אמת׳דיג], ווייל אויב נישט איז דאך יתכן לומר אז די אלע יוטיליטי געינס גייען נישט אן וכנ״ל בדבריך (דאס איז א חלק פונ׳ם מאראלישן טענה דערקעגן צו צוגיין אזוי מעיקרא וכנ״ל). דאס ערוועקט אבער צוויי נקודות:

1). אויב מ׳האט (עני סארט) הכרה פנימית פעהלט דאך נישט אויס די גאנצע געוועט מעיקרא [וואס גייט אן וואס עס ״לוינט זיך״? דער אמת איז דער אמת].

2). אז אויף דעם קען מען דאך ווייטער פרעגן, ווי אזוי איז שייך צו זאגן פאר איינעם, ״גלייב״ (באמונה שלימה), פשוט ווייל עס לוינט זיך דיר ראציאנאליש כנ״ל, בלי הכרה פנימית כל שהוא ורק מתוך יוטיליטי געינס (וכעין דאס וואס מ׳פרעגט [עיין בקובץ מאמרים להרב אלחנן וואסערמאן זצ״ל] אויפ׳ן מצוה (לויט׳ן רמב״ם) פון אמונה)?

אויף דעם זענען טאקע דא די וואס ענטפערן, מיוסד אויף וואס פאסקאל אליין שרייבט דארט, אז חדא מתורצת בירך חבירתה. דהיינו, אז די געוועט סברא ברענגט דערצו/זאגט אז מ׳זאל, עפ״י ראציאנאל, אנהייבן טוהן מעשים וואס ״ברענגען״ להכרה פנימית (וכעין דאס וואס מ׳ענטפערט אויף די קשיא פון מצות אמונה) פשוט ווייל עס לוינט זיך. און אפילו מ׳וועט מעגליך נישט אנקומען דערצו, איז דאס ״פרובירן״ אליין גענוג אויף צו באקומען די יוטיליטי געינס. דאס איז אזא סארט קנייטש אין דעם געדאנק פון מתוך שלא לשמה בא לשמה: מעיקרא הייבט זיך דאס אלעס אן אלס א ״שלא לשמה״ - א פשוט׳ן ראציאנאלישן חשבון פון אזא סארט err on the side of caution. אבער דאס אליין מוז דערנאך כולל זיין אויף פרובירן אנצוקומען צו ריכטיגע אמונה, ״לשמה״, וככל הנ״ל; די קלאוז פון ״לשמה״ ליגט אין די ״שלא לשמה״ מעיקרא. ‏(דאמר רב יהודה אמר רב לעולם יעסוק אדם בתורה ומצות אף על פי שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה (פסחים נ ע״ב). ״יעסוק אדם״ עולה ״כפאסקל״... א״י אז דער מסילת ישרים (פט״ז) זאגט אז ״טהרה״ [במדות] מיינט אז מ׳טוהט לשמה ע״ש. ״כל טהור״ גימטריא ״פסקל״... א״י אז דער חינוך אין די הקדמה זאגט אז עס זענען דא 270 מצות וואס א איד איז מחוייב צו טוהן אן דעם וואס עס זאל זיין א סיבה דערצו (וואס וואלט אים געקענט פטר׳ן, כגון מצות מעקה לגג ווען ער האט נישט קיין הויז). ״פסקל״ איז גימטריא 270, ווייל די איידיע פון זיין געוועט איז צו טוהן די [מצות] מעשים אנצוקומען צו הכרת הבורא וככל הנ״ל...)

מי אני » זונטאג יאנואר 12, 2020 4:28 pm

· #441332
Re: מאראל אהן רעליגיע
ס׳איז משמע פון וויליאם דזשעימס לגבי די געוועט, אין זיין The Will to Believe, אז איינמאל מ׳נעמט די ״ליעפ״ מחמת פראגמאטישקייט וועט אמונה ממש אטאמאטיש נאכפאלגן.
בלאט: 1 2 3