☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

Chasidishmashpia » דינסטאג אקטאבער 11, 2022 11:17 pm

· #510144
הגה"צ רבי אברהם יהושע ערלאנגער זצ"ל
היינט איז אוועק אין לונדון דער עמוד החסד הרה"צ רבי אברהם יהושע ערלאנגער זצ"ל אין עלטער פון 75 יאר.
📎 Screenshot_20221012-040925_WhatsApp.jpg

Chasidishmashpia » פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 10:37 am

· #512721
דיין הגאון רבי חנוך ערנטרוי זצ"ל
נעכטן איז נפטר געווארן הגאון רבי חנוך ערנטרוי זצ"ל
ראב"ד פון לונדון בית דין אין עלטער פון 90 יאר.
געווען א איידעם לבית שטערנבוך המפורסם
📎 Screenshot_20221125-000032_Drive.jpg

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:03 am

· #514643
קאווע טרינקער
GB קלאדינג איז פארמאכט צוליב א שבעה ביי די ביערמאן משפחה.
איצט זענען זיי ווידער פארמאכט צוליב די פטירה פונעם בעה"ב. ס'איז ווערד ארויסצוברענגן וואס דאס מיינט היינטיגע צייטן ווען יעדער טרעפט וועגן זיך וויאזוי צו מתיר זיין ווען ס'רירט אן די קעשענע. יעצט האלטן סיי אינמיטן א סעיל און די קאמפעטישאן ריקט סחורה אבער אז דע הלכה זאג פארמאכן, זיכט מען נישט קיין חכמות. א GB ארבייטער האט מיר געזאגט אז זיי ווערן באצאלט געהעריג כאטש זיי זענען פארמאכט.

יהא זכרו ברוך

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 2:08 am

· #514648
שמעון וואלף
קאווע טרינקער
GB קלאדינג איז פארמאכט צוליב א שבעה ביי די ביערמאן משפחה.
איצט זענען זיי ווידער פארמאכט צוליב די פטירה פונעם בעה"ב. ס'איז ווערד ארויסצוברענגן וואס דאס מיינט היינטיגע צייטן ווען יעדער טרעפט וועגן זיך וויאזוי צו מתיר זיין ווען ס'רירט אן די קעשענע. יעצט האלטן סיי אינמיטן א סעיל און די קאמפעטישאן ריקט סחורה אבער אז דע הלכה זאג פארמאכן, זיכט מען נישט קיין חכמות. א GB ארבייטער האט מיר געזאגט אז זיי ווערן באצאלט געהעריג כאטש זיי זענען פארמאכט.

יהא זכרו ברוך
דערמאנטס מיך איינע פון מיינע דזשאב אינטערוויוס טיט זיך אויף די מל"ב (מיועד להיות באלעבוס) ביי אינז ארבעט מען נישט חול המועד נישטא קיין מעישות נישטא קיין תירוצים, פרעיג איך עים צי מען ווערט אויך באצאלט פאר חול המועד, זאגט ער ניין, ענטפער איך עים "גרויסע קנאקער ביסט א מענטש מיט א שיטה ביי דיר ארבעט מען נישט חול המועד, פארוואס מיינסטו אז כ'וואלט געארבעט חול המועד אן ווערן באצאלט?" 😂 😂 😂 😂 😂

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 6:06 pm

· #516304
בד”ה הרה”ח ר’ יעקב (יענקל) בן רבי מרדכי קליין ז”ל- מאנסי, מחסידי וויזניץ. ברודער פון הנגיד רבי פנחס - ראש הקהל וויזניץ מאנסי. 69 יאהר אלט.

אברהם » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 3:50 am

· #517499
עפעס א ביטער שריפה בגלילות קרית יואל איינער מיט פרטים?

שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 24, 2023 8:00 am

· #517572
שמעקעדיג
ס'א פחד וואס גייט דא פאר לעצטנס. דער מלאך המוות האט זיך צולאזט מיט א גרויזאמקייט.

משנכנס אדר מרבין בשמחה? עהעם....

רבש"ע רחמנות ביטע!
א יאר צוריק האב איך דאס געשריבן... ועדיין לא נושענו.

פאלאצ'ינטא » מיטוואך מערץ 1, 2023 3:40 pm

· #517757
בד"ה
הצדיק רבי דוד בוסו זצ"ל 92
איידעם פון הצדיק באבא סאלי זצ"ל
📎 whatsapp-image-2023-03-01-at-154424.jpg

שאלתיאל » מאנטאג מערץ 6, 2023 12:25 pm

· #518110
פרופ' שלום רוזברג ז"ל ראש החוג למחשבת ישראל איו אוניברסיטה העברית פון די חשוב'ע הוגי דעות אין א"י. געווען א תלמיד פון מר שושני.

גוצא » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 12:35 am

· #518220
חיים טאפאל, 1935-2023.

צום מערסטענס באקאנט אלץ טובי׳ דער מילכער אויף Fiddler on the Roof, ווי א מייסטער האט ער אראפגעשפילט דעם דארפס איד מיט אלע קנייטשן און ניואנסן, זכרונו לברכה.
📎 EF5A2D0E-85AC-4944-A2EE-DE011E423C4A.jpeg

ליימדארפער » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 8:06 am

· #518247
גוצא
חיים טאפאל, 1935-2023.

צום מערסטענס באקאנט אלץ טובי׳ דער מילכער אויף Fiddler on the Roof, ווי א מייסטער האט ער אראפגעשפילט דעם דארפס איד מיט אלע קנייטשן און ניואנסן, זכרונו לברכה.
כ'מיין ער פארדינט א אשכול פאר זיך...
סאלאח שאבאתי

גוצא » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 9:59 am

· #518264
ליימדארפער
גוצא
חיים טאפאל, 1935-2023.

צום מערסטענס באקאנט אלץ טובי׳ דער מילכער אויף Fiddler on the Roof, ווי א מייסטער האט ער אראפגעשפילט דעם דארפס איד מיט אלע קנייטשן און ניואנסן, זכרונו לברכה.
כ'מיין ער פארדינט א אשכול פאר זיך...
סאלאח שאבאתי
הונדערט פראצענט.

קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא, הרב @ליימדארפער איר זענט מכובד, זייט מהנה דעם עולם.

ליימדארפער » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 10:15 pm

· #518333
ווי הייב איך אן?
ער האט ארויסגעגעבן א אפציעלע ביכל פון זיין לעבן. חיים מספר על טופול, איך האב עס שוין אויסגעליינט, און ס'איז היבש אינטערעסאנט.
אויך איז ער געווען א מאלעווער, זייער געלונגענע בילדער האט ער געמאלן.

דא האט איר א גוט שטיקל 'חיים טופול'... נישט אויפ'ן בינע.
https://www.youtube.com/watch?v=fHqdGHVGFAg

פארווע חסיד » פרייטאג מערץ 10, 2023 10:56 am

· #518375
גוצא
חיים טאפאל, 1935-2023.

צום מערסטענס באקאנט אלץ טובי׳ דער מילכער אויף Fiddler on the Roof, ווי א מייסטער האט ער אראפגעשפילט דעם דארפס איד מיט אלע קנייטשן און ניואנסן, זכרונו לברכה.
ווי קען איך זעהן די פילם (בחנם)?

חמלה גדולה » פרייטאג מערץ 10, 2023 1:25 pm

· #518384

שמעון וואלף » פרייטאג אפריל 14, 2023 3:23 am

· #521141
בד"ה, ר' חיים יודל גאלדשטיין.

די עלטערע בתוכינו געדענקן אודאי ווי זיין נאמען האט אבגעהילכט און סימבאלעזירט א סוקסעספולע חסידישע ביזנעסמאן.

איך דערמאן זיך די שטיפעריי ביי זיין טיר אויף 55 אים פורים. און ווי יעדע דריטע מענטש וואס מ'האט געפרעגט ווי ער ארבעט איז געווען די אנטווארט: 47 סטריט פאטא.

די לעצטערע יארן איז ער געווארן אדוק אין ר' מאטל זילבער מ'סטיטשין

יהא זכרו ברוך

שמעון וואלף » זונטאג אפריל 16, 2023 3:37 am

· #521248
[ציטאט אראפגענומען]
בד"ה

אויף אייוועלט באוויינט מען אים ווי א רשכבה"ג. ס'איז צו ערווארטן דארט עטליכע מוסר פארציעס (תרתי משמע) היתכן מ'קען נתעורר ווערן פון איינער וואס איז נישט געגאנגן מיט ווייסע זאקן.

איי מיכאל, טייערער. איך געדענק אלץ בחור ווי די האסט מיך געמאכט אזוי גוט שפירן ווען איך האב דיך געגריסט ביי א חתונה פארענט פון מיינע חברים און די האסט אזוי שטארק צוריק געשמייכעלט כאילו מ'זעמיר בעסט פרענדס. און פאקט, איז אונזער גאנצע קשר געווען אז צוויי חדשים פריער האסטי געזינגן ביי מיין קאזינ'ס חתונה און איך האב באטראכט וויאזוי די פערפארמסט.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יוני 6, 2023 10:24 pm

· #527455
Re: יהא זכרו ברוך
[ציטאט אראפגענומען]
בד"ה.
כ'האב עם גוט געקענט! גאר א פיינער מענטש געווען.
יהא זכרו ברוך.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

ששון ושמחה » זונטאג יולי 9, 2023 12:42 am

· #531007
שרעקליכע טראגעדיע אין צעהלימע קעמפ, קינד פון 12 יאהר אלט ליידער נפטר געווארן.

מ'קען הערן דיטעילס אויף צעהלימע האטליין
425-436-6309
Access 745879

אלע צוזאמען » זונטאג יולי 9, 2023 9:57 am

· #531024
ששון ושמחה
שרעקליכע טראגעדיע אין צעהלימע קעמפ, קינד פון 12 יאהר אלט ליידער נפטר געווארן.

מ'קען הערן דיטעילס אויף צעהלימע האטליין
425-436-6309
Access 745879
ר''ל, עלטערן שיקן אפ א קינד אין קעמפ, און ברענגן צירוק דאס קינד אין אן ארון, שודערליך.

אלבערט איינשטיין » זונטאג יולי 9, 2023 5:28 pm

· #531063
Re: יהא זכרו ברוך
בד״ה א יוד פון מאנסי אברהם ניימאן. א זוהן פון ברוך ניימאן ע״ה פון די וויזניצע ניימאן משפחה.
אסאך געמוטשעט נעבעך.

שבת אחים פארצייל עפעס וועגן איהם

יין שרף » זונטאג יולי 9, 2023 5:32 pm

· #531064
אלבערט איינשטיין
בד״ה א יוד פון מאנסי אברהם ניימאן. א זוהן פון ברוך ניימאן ע״ה פון די וויזניצע ניימאן משפחה.
אסאך געמוטשעט נעבעך.

שבת אחים פארצייל עפעס וועגן איהם

בד"א.
א גרויס חלק פון די משפחה האבן נעבעך אסאך מיטגעמאכט.
@שבת אחים קום אריין קלאר.

אלבערט איינשטיין » זונטאג יולי 9, 2023 5:36 pm

· #531065
Re: יהא זכרו ברוך
ווערט פארציילט אז די וויזניצער רבי ז״ל פלעגט זאגן פאר די טאטע ברוך ניימאן (א ברייט ביינערדיגע וויזניצער פויער געוועןון די גרויסע שלעגערס ביי סקולענע רבי׳ס לוה. און מיט די מאנסיי טרעילס באסעס) אז ער זאל ארויס ווארפן איינער פון די זוהן פון שטוב ווייל ער האט נישט געטויגט. און די טאטע ברוך האט נישט געפאלט. ווי א טאטע וואס האט ליעב א קינד. יארן שפעטער פלעגט ער וויינען פארוואס ער האט נישט געפאלגט דעם רבין.

יעקב מענטש » מאנטאג אוגוסט 7, 2023 1:45 pm

· #533066
[ציטאט אראפגענומען]
א גאון אין חסד אויף א זעלטענעם פארנעם.

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:03 pm

· #542104
Re: יהא זכרו ברוך
וואס דארף מען טוהן אדער וויפייל געלט דארף מען פארמאגן צו הייסן א טפסר?
און איז איז סאטמאר אדער וויזניץ אויך דא טפסרים, אדער דאס מאכט מען בלויז אין באבוב?

מן הסתם » מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 9:40 pm

· #542139
Re: יהא זכרו ברוך
ר' ארי' ב"ר נחמי' עסטרייכער לונדון

בעל דרשן » מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 10:12 pm

· #542142
Re: יהא זכרו ברוך
[ציטאט אראפגענומען]
א שטארקע תומך אין באבוב
ער איז געווען פון די רייכסטע אידן אין בארא פארק און האט געהאט שכל וואס צו טיען מיט זיין געלט אויפגעשטעלט הערליכע בנינים זאלן אים די אלע גוטע מעשים באגלייטן

לעמעלע » מאנטאג אפריל 8, 2024 5:53 pm

· #558339
Re: יהא זכרו ברוך
[ציטאט אראפגענומען]
השם ישמר.

צוויי בחור'ליך אינעם זעלבן ביה"ח אין איין וואך.

משום עוון ביטול תורה בנים קטנים מתים.

שוין, האמיר שוין געלערנט היינט עפעס..

Chasidishmashpia » פרייטאג מאי 10, 2024 5:15 am

· #561574
Re: יהא זכרו ברוך
האדמור מביאלא לוגאנו ז"ל

פאלאצ'ינטא » פרייטאג מאי 10, 2024 7:47 am

· #561579
Re: יהא זכרו ברוך
Chasidishmashpia #
האדמור מביאלא לוגאנו ז"ל
ברוך דיין האמת

היימלינד » זונטאג מאי 12, 2024 3:04 pm

· #561759
Re: יהא זכרו ברוך
Chasidishmashpia #
האדמור מביאלא לוגאנו ז"ל
איך פראביר אביסעל צו פארשטיין די גאנצע פרשה, אויב איך געדענק גוט האב איך דא געליינט מיט עטליכע יאר צוריק א לאנדגע אשכול איבער די מחלוקת - אבער בעיקר פון זיין זייט.

די תמהיות זענען:
1. וואס איז פשט אז רובא דמונכר פון די חסידים זענען אריבער צו איהם בזמן וואס ער איז געווען די אינגסטע און א חלק פון די עלטערע ברודער האבען אויך אנגעהויבען צו פירען אדער אביסעל שפעטער [עטליכע חסידים אויך באקאנטע אין חשובע זענען יא געגאנגען צום עלסטען פון ב"ב, אבער רוב נישט]

2. וויאזוי האט זיך די חסידות געהאלטען שטארק און צוזאמען פאר אזויפיל יארען בזמן וואס ער איז געווען א רב אין לוגאנו אין גארנישט געטוען פאר די חסידות רוב יאר, ער איז געווען אוועליבעל 1 שעה א טאג פאר שאלות און הזכרות אויף די טלפון, געווען אין אר"י ר"ה ויו"כ, חנוכה, אמאל אויף סוף שבט ביים טאטענס הילולא, און שבועות, דעטס אלל!

3. אפילו ווען ער האט שוין אנגעהויבען זיך צו צוען קיין א"י איז ער געווען ווייניג מיט די עולם - ער האט פארברענגט אסאך צייט אין צפת.

סוף טוב הכל טוב » זונטאג מאי 12, 2024 6:36 pm

· #561787
Re: יהא זכרו ברוך
היימלינד #

2 און 3 זענען די תירוץ פאר 1.

בעל דרשן » זונטאג מאי 12, 2024 7:52 pm

· #561796
Re: יהא זכרו ברוך
די בני ברק איז נישט געווען די עלסטע מיין איך
איך מיין די עלטער איז געווען על הסדר
ביאלא פישיסחיא
ביאלא רמת אהרן
ביאלא בני ברק
ביאלא לוגונו

בעל דרשן » זונטאג מאי 12, 2024 7:53 pm

· #561797
Re: יהא זכרו ברוך
ווייסט מען שוין ווער עס נעמט איבער ?

בעל דרשן » זונטאג מאי 12, 2024 7:55 pm

· #561798
Re: יהא זכרו ברוך
הממשיך של האדמו"ר מביאלה זצ"ל: בנו הרב יצחק יוסף דוב, חתן האדמו"ר מקופיטשניץ שליט"א
נתי קאליש

האט אמתקייט ?

Chasidishmashpia » מאנטאג מאי 13, 2024 9:13 am

· #561858
Re: יהא זכרו ברוך
סוף טוב הכל טוב #
היימלינד #
Chasidishmashpia #
האדמור מביאלא לוגאנו ז"ל
איך פראביר אביסעל צו פארשטיין די גאנצע פרשה, אויב איך געדענק גוט האב איך דא געליינט מיט עטליכע יאר צוריק א לאנדגע אשכול איבער די מחלוקת - אבער בעיקר פון זיין זייט.

די תמהיות זענען:
1. וואס איז פשט אז רובא דמונכר פון די חסידים זענען אריבער צו איהם בזמן וואס ער איז געווען די אינגסטע און א חלק פון די עלטערע ברודער האבען אויך אנגעהויבען צו פירען אדער אביסעל שפעטער [עטליכע חסידים אויך באקאנטע אין חשובע זענען יא געגאנגען צום עלסטען פון ב"ב, אבער רוב נישט]

2. וויאזוי האט זיך די חסידות געהאלטען שטארק און צוזאמען פאר אזויפיל יארען בזמן וואס ער איז געווען א רב אין לוגאנו אין גארנישט געטוען פאר די חסידות רוב יאר, ער איז געווען אוועליבעל 1 שעה א טאג פאר שאלות און הזכרות אויף די טלפון, געווען אין אר"י ר"ה ויו"כ, חנוכה, אמאל אויף סוף שבט ביים טאטענס הילולא, און שבועות, דעטס אלל!

3. אפילו ווען ער האט שוין אנגעהויבען זיך צו צוען קיין א"י איז ער געווען ווייניג מיט די עולם - ער האט פארברענגט אסאך צייט אין צפת.
2 און 3 זענען די תירוץ פאר 1.
זיי מסביר די תירוץ פליז

היימלינד » מאנטאג מאי 13, 2024 10:29 am

· #561871
Re: יהא זכרו ברוך
בעל דרשן #
די בני ברק איז נישט געווען די עלסטע מיין איך
איך מיין די עלטער איז געווען על הסדר
ביאלא פישיסחיא
ביאלא רמת אהרן
ביאלא בני ברק
ביאלא לוגונו
נכון, אבער ב"ב און רמ"א זענען געווען ברוגז און צוקריגט מיט לוגאנו, עטליכע חשובע חסידים זענען אריבער צו ב"ב אבער רוב נישט, והוא פלא
דאס אז ער איז געווען ראש ישיבה האט געמאכט די אינגע עולם זאל איהם שעצען אזוי ווי ביים נתיבות שלום? האט די וואוינען ווייט געהאט שייכות אזוי ווי אין לעלוב ?
עפעס איז מאדנע מיט די גאנצע מעשה

אגב די עלסטע האט איהם יא געשטיצט אדער עכ"פ נישט געווען צוקריגט

היימלינד » מאנטאג מאי 13, 2024 10:30 am

· #561872
Re: יהא זכרו ברוך
סוף טוב הכל טוב #
2 און 3 זענען די תירוץ פאר 1.

לא הבנתי
זאגסט אז ווייל ער איז געווען ווייט איז ער געווארן רבי? נישט מסתבר.
ואפילו את"ל אז יא, ענטפערט עס נישט וויאזוי עס האט זיך געהאלטן אזוי שטארק בו בעת וואס ער איז געווען אפגעהאקט רוב יאר, נאכמער פון סטאלין [זיין שטיף איידעם].

בעל דרשן » מאנטאג מאי 13, 2024 5:56 pm

· #561967
Re: יהא זכרו ברוך
אין די צוואה שטייט אז די פערטע זון זאל איבערנעמען

Chasidishmashpia » מיטוואך מאי 15, 2024 3:32 am

· #562284
Re: יהא זכרו ברוך
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45