יהא זכרו ברוך
2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
[ציטאט אראפגענומען]
a picture please
איך געדענק אים פון אלץ בחור, ער'ט געוואוינט אין ב"פ ערגעץ ביי די נידריגע עוועניוס 11 12, דאכט זיך ער'ט חתונה געהאט קיין מאנסי. בד"ה.
איז ער געווען א car s driver?
BLOOMINGBURG NYYuki a'h
נישט צום גלייבן! יוקי איז מער נישט דא. עס טוט גוט וויי
[ציטאט אראפגענומען]
כ'האב מיך געכאפט אז מען לעבט נישט פאר אייביג.... איך ווייס נישט פארוואס פונקט ביי דעם נפטר. אבער סאיז שרעקעדיג...
דער דריטער ראש הקהל פון מהר"א אין 3 חדשים
ברוך דיין האמת!
פאריגע וואך מאנטיג איז נפטר געווארן אין וויליאמסבורג גאר א חשיבער איד ער האט געהייסען הרב החסיד הישיש ר׳ שמואל זאב פריעדמאן ע״ה אין עלטער פין כמעט 100 יאר! (איך בין נישט זיכער)
מען פלעיגט איהם אויך געריפן בלשון חיבה ר׳ וואלף,
עס פאסט נישט אין איז נישט אנגענעים אז מ׳דארף בכלל מעורר זיין אויף אזא זאך, פארוואס האט מען נישט דערמאנט דא דעים נפטר אפילו מיט א ווארט, עס ווערט באלד 2 וואכן פינעם הסתלקות! קומט זיך איהם נישט לכל הפחות אזוי פיל ווי יעדער אנדערער?
עס וואלט כדאי געווען איהם אפציגעבן דעם כבוד אחרון!
שלום וברכה, הרב שלום וברכה. ווער פונקטלעך איז דער "מ'" - "מ'וואלט געדארפט דערמאנען" וכו' - דא איז נישט א נייעס אגענטור ווי באצאלטע מענטשען ארבעטן צו באריכטן די נייעס. דא איז יעדער פאר זיך דער אייגענע "מ'". האסט עפעס צו באריכטען וואס איז נייעס? באריכט עס! ווארט נישט אויף כבוד. דא איז יעדער א מאן דאמר בזכות עצמו. ויהא בואך לשלום וברכה...
יהא זכרם ברוך.
@שלום וברכה, אויף וועמען האסטו טענות? פארוואס דארף משה אדער יאנקל שרייבן ענדערש ווי דיר? זענען דען פאראן באשטימטע שרייבערס אין שטיבל וועלכע באשרייבן יעדן נפטר? ווער אימער עס הערט אדער האט שייכות צו א נפטר קען נעמען דעם פעדער און באשרייבן! אויב עפעס איז די קשיא אויף דיר, אי מלכא אנא, עד השתא אמאי לא אתית, פארוואס האסטו נישט געשריבן כמעט 2 וואכן איבער אזא חשוב'ן איד (וועמען איך האט ניטעמאל געקענט).
--
פישעלע האקט ענליך
גראדע רעדט מען דערפון באריכות נפלא אין צימעס. דער ארט וואו ס'געהערט דעם שמועס.
ברוך דיין אמת: 2 בחורים חסידים פון הרב בערלאנד וואס האבן געוויילט אין האלאנד זענען נפטר געווארען פון א קאר עקסידענט
ברוך דיין האמת: הרב מנשה שטערן ז"ל פון לאנדאן.
📎 IMG-20141211-WA019.jpg
איינער ווייסט עפעס מער איבער דעם צעטיל??? עפעס נישט קיין קלייניגקייט! ר' יענקעלע פון פשעווארסק זאגט אז ער גייט זיצן מיט אים אין גן עדן! ווי פארשאפט מען זיך אזעלכע צוזאגן?
📎 IMG-20141211-WA020.jpg
מה טיבו של פיתקא זו? מה הפשט?! וועלכע מצוה האט ער געטוהן? וואס איז איהם איינגעפאלן צו בעטן אזא צעטל? מה פתרון תעלומה זאת? א פארצייטישע רבי'שע מעשה דאס.
איינער זאגט מיר היינט אז אויב ער ווייסט ווען דערפון בפאר וואלט ער פארשאפט אזא כתב פון ר' מנשה וואלט ער געזעצן די צווייטע נאך ר' יענקלה..
מערקט ווי דער אויבעשטער חלק איז גאנץ א אנדערע כתב ,קוקט אויס ווי ר' מנשה האט עס אפגעשריבן און ר' יענקלה האט נאר אונטעגעשריבן (און צוגעלייגט די ווארט פשעווארסק אויבן).
אינטרעסאנט צו באמערקן א אינטרעסאנטן עפיזאד, רבי משנה איז געוווען גאר א הייסער חסיד (אויב מ'קען עס אזוי רופן) פון דושינסקיא רבי'ן, שוין אפאר וואכן וואס דער רבי שטופט זיין נסיעה קיין ניו יארק וועגן פארשידענע סיבות, ווען ער האט געזאגט פאר זיינע מקוברים אז אין יעדן פאל אויף צוריק פון ניו יארק קיין אר"י מאכט מען א סטאפ אין לאנדאן אויף א טאג כדי צו קענען באזוכן רבי מנשה, יענע וואך איז דער דושינסקיא רבי געפארן קיין ניו יארק און געמאכט א טיקעט אויף צוריק דורך לאנדאן מיט'ן ציל צו באזוכן רבי מנשה, נעכטן אידערפרי איז דער רבי אנגעקומען קיין לאנדאן ווען נאך אין אייערפארט איז ער געוואר דעווארן אז רבי משנה איז נפטר געווארן, דער רבי איז געווען אויף די לוויה מספיד געעוון בקול בוכים, און באגלייט ביז'ן בית החיים, דערנאך מנחם אבל געווען די קינדער און געפארן צוריק קיין אר"י.
📎 ההיסטוריון_יהושע_מונדשיין.jpg
מונדשיין
[ציטאט אראפגענומען]
💡 💡 💡
איך מיין אז דאס איז דע סקולענע פ"ר טאטע ?
ברוך שאמראיך מיין אז דאס איז דע סקולענע פ"ר טאטע ?
פ"ר פורים רב???
איז נישט דער שטיינבערג פורים רב
<a class="postlink" href="http://m.forward.com/articles/212228/sacvan-bercovitch-translator-of-sholem-aleichem-di/">http://m.forward.com/articles/212228/sa ... eichem-di/</a>
בד"ה ר' שאול קאהן פון וויליאמסבורג
שאולי איז געוועין א קאנטראקטאר, א שותף יארן לאנג מיט זיין ברידר להבחל"ח זאנוול קאהן.
די צוויי זענען א מוסטער פון איידעלקייט, גרויסע בעלי צדקה, גאר איידעלע ביזנעס לייט, א דאווענען ווי שאולי פלעיגט אראפ לייגן וועט זיך כלל ישראל נאר קענען בעינקען, איבער געלאזט א שטיב מיט קינדער, עטליכע חתונה געמאכט, אבער האט נאך קינדער אין שטוב, יהא זכרו ברוך.
פליקערשאולי איז געוועין א קאנטראקטאר, א שותף יארן לאנג מיט זיין ברידר להבחל"ח זאנוול קאהן.
די צוויי זענען א מוסטער פון איידעלקייט, גרויסע בעלי צדקה, גאר איידעלע ביזנעס לייט, א דאווענען ווי שאולי פלעיגט אראפ לייגן וועט זיך כלל ישראל נאר קענען בעינקען, איבער געלאזט א שטיב מיט קינדער, עטליכע חתונה געמאכט, אבער האט נאך קינדער אין שטוב, יהא זכרו ברוך.
העריסאן עוו. און העיווארד לינטש?
דער שכןפליקערשאולי איז געוועין א קאנטראקטאר, א שותף יארן לאנג מיט זיין ברידר להבחל"ח זאנוול קאהן.
די צוויי זענען א מוסטער פון איידעלקייט, גרויסע בעלי צדקה, גאר איידעלע ביזנעס לייט, א דאווענען ווי שאולי פלעיגט אראפ לייגן וועט זיך כלל ישראל נאר קענען בעינקען, איבער געלאזט א שטיב מיט קינדער, עטליכע חתונה געמאכט, אבער האט נאך קינדער אין שטוב, יהא זכרו ברוך.
העריסאן עוו. און העיווארד לינטש?
באמת נישט די פלאץ מספד צו זיין די גאנצע משפחה, אבער ווען מ'האט געזען די 3 ברודערס צוזאמען מיט אזא איידעלקייט, האט דאס ארויסגערפען א חידוש. וכתר שם טוב..
דער שכןפליקערשאולי איז געוועין א קאנטראקטאר, א שותף יארן לאנג מיט זיין ברידר להבחל"ח זאנוול קאהן.
די צוויי זענען א מוסטער פון איידעלקייט, גרויסע בעלי צדקה, גאר איידעלע ביזנעס לייט, א דאווענען ווי שאולי פלעיגט אראפ לייגן וועט זיך כלל ישראל נאר קענען בעינקען, איבער געלאזט א שטיב מיט קינדער, עטליכע חתונה געמאכט, אבער האט נאך קינדער אין שטוב, יהא זכרו ברוך.
העריסאן עוו. און העיווארד לינטש?
יא
פליקערדער שכןפליקערשאולי איז געוועין א קאנטראקטאר, א שותף יארן לאנג מיט זיין ברידר להבחל"ח זאנוול קאהן.
די צוויי זענען א מוסטער פון איידעלקייט, גרויסע בעלי צדקה, גאר איידעלע ביזנעס לייט, א דאווענען ווי שאולי פלעיגט אראפ לייגן וועט זיך כלל ישראל נאר קענען בעינקען, איבער געלאזט א שטיב מיט קינדער, עטליכע חתונה געמאכט, אבער האט נאך קינדער אין שטוב, יהא זכרו ברוך.
העריסאן עוו. און העיווארד לינטש?
יא
איידעם אין פראנקרייך אויב מאכעך נישט קיין טעות.
א נובעלער מענטש געווען! פיינע מענטשן. זיין בני בית איז נישט סתם! זייער חשוב׳ע מענטשן! מ׳פארשטייט נישט באשעפער׳ס וועגן. עס טוט וויי.
זאל שוין מקויים ווערן דער בלע המות לנצח ומחה ה׳ דמעה מעל כל פנים!! גענוג געווען.
ער האט אויסגעהויעכט די נשמה אינמיטן מנחה אין פשעווארסקער בית מדרש,
ער איז געווען א חידוש פון א בעל חסד אהן קיין ארגענעזאציע בהצנא לכת זיך איבערגעגעבן בלב ונפש פאר אנדערע יודן איך פערצופאל קען אפאר משפחות פאר וועם ער האט זיך אוועקגעגעבן יומם ולילה אהן זייער וויסן און ער האט ניטאמאל געוואוסט אז איך האלט מיט! אין זיין שטוב האט זיך געגאסען חסדת ער, דאס ווייב, די קינדער.
יהא זכרו ברוך ! זכר צדיק לברכה!
chusidער האט אויסגעהויעכט די נשמה אינמיטן מנחה אין פשעווארסקער בית מדרש,
ער איז געווען א חידוש פון א בעל חסד אהן קיין ארגענעזאציע בהצנא לכת זיך איבערגעגעבן בלב ונפש פאר אנדערע יודן איך פערצופאל קען אפאר משפחות פאר וועם ער האט זיך אוועקגעגעבן יומם ולילה אהן זייער וויסן און ער האט ניטאמאל געוואוסט אז איך האלט מיט! אין זיין שטוב האט זיך געגאסען חסדת ער, דאס ווייב, די קינדער.
יהא זכרו ברוך ! זכר צדיק לברכה!
וואס איז געווען? נישט געזונט געווען. אדער אן עקסידענט, ל"ע?...ער האט נאך אויסגעזעען ווי א יונגערמאן...!
נישט נאר אויסגעזען נאר איז נאך געווען פריש אין מונטער מיט זיין צדקה וחסד,
אינמיטן סעודה ג' געכאפט א הארץ אטאקע, קיין סימנים פארדעם בכלל,
ער האט פאריגע וואך געהאט רעגולער פיבער וועלכע איז א נארמאלע זאך אין זיכער אין די יעצטיגע סעזאן, אבער איז שוין פין דעם אויך געזינט געווען.
איבערגעלאזט אין שטיב א צאל קינדער די אינגסטער ארים צען.
קאסטנער
אינמיטן סעודה ג' געכאפט א הארץ אטאקע, קיין סימנים פארדעם בכלל,
ער וועט שוין מוזן הערען די שובבים תורה פון יענע זייט.
איז ער געוועזען אין פיל-באב קאנטרי, א דיקליכער יוד??
נעכטן איז אוועק הרב שמעון אברהם גרינפעלד ע״ה רב דקהל סעמיהאלי און ב״ב, ער איז אוועק פון יענע מעשה און ער איז געווען די לעצטע פאר חדשים און אמעריקע פאר טריעטמענטס, און ער איז דא אוועק.
Kool manאיז ער געוועזען אין פיל-באב קאנטרי, א דיקליכער יוד??
היא הוא
שכויעח הרב קאסטנער, כ'אב שוין געהערט אז ס'איז ער, איך קען נישט גלייבען! אזא איש החסד, א לב טוב נישט צו גלייבען!
ס'ערשטע מאהל כ'אב איהם געזעהן אין מנחה עריע אויפען וועג צו קאנטרי, כ'אב איהם געפרעגט צו ער האט פלאץ ביז מאנטיסעלא, האט ער געזאגט ער איז פוהל מיט פאסאנזשירען, אפאהר מינוט שפעטער האט ער מיך אויפגעזוכט און געזאגט אז ער האט געמאכט א מיסטעיק, ער האט יא פלאץ, איך גיי מיט איהם צו זיין מיני ווען, ער האט שוין געהאט דארטען אריינגעקוועטשט צוויי קאפעלס מיט בעיביס, און ער האט זעכער געמאכט צו קוועטשען אהער און אהין ביז ס'יז געווארען פלאץ פאר מיר, נאכען אונהייבען פארען פרעגט ער מיך וואו איך דארף גיין, זאג איך איהם פונקטליך וואו אין מאנטיסעלא, אקעי פיין, ער פאהרט טאקע נישט אוי ווייט פון דארט, [זיינע פאסאנזשירען האבען זיך שטיל צעלאכט ווכן ער'ט עס געזאגט], פארען אראפשטייגען פרעג איך איהם אין וועלכע קאנטרי ער איז, זאגט ער אין 'פיל באב, נישט ווייט פון דא', [גאנץ ווייט, ערגעץ אין פאללסבורג] האב איך געזעהן אז ער איז ארויס א ריזיגע שטרעקע ספעשעל פאר מיר, א ווילד פרעמדע מענטש, כ'אב איהם פארגעהאלטען, האט ער געזאט ער'ט נישט געקענט לאזען א יוד ביינאכט אין מנחה עירע,
נ.ב. פארענדיג האט איך אויסגעפינען אז די קאפעלס אין קאר זענען געוועזען פרעמדע, נישט זיינע קינדער, און ווען ער ענדיגט אויסטיילען שבת פעקלעך ליל שישי לאזט ער זיך ארויס אין קאנטרי, קיינמאהל נישט ליידיג, שטענדיג מיט פאסאזשירען, און אזוי גערען
איך בין צושוידערט אויף אזא פארלוסט, יהי זכרו ברוך!
חסד שבחסד
שאול יחזקאל ע"ה..איז געווען א גאון אין חסד ..אויסגעטראפען אלע מינע פאטענטען ווי מען קען א טובה טוהן א יוד...איך האב געאערט פין א חושבער רב וואס איז נאנט געווען מיט אים...אז אין געוויסע תקופות פלעגט ער ווען עס האט זיך געמאכט א שווערער וועטער שניי רעגען פארטאגס שעות פלעגט ער אויפשטיין דריי פיר פארטאגס ...אין ארום קורסירן דיע וויליאמסבורגער גאסען מיט זיין קאר...אין ווען ער האט דרזען ערגעץ א יודיש קינד אים גלייך אבגעשטעלט אין גאפערט א רייד אהיים אדער גאר שוין צים שול ווי יענער איז געווען אינטרוועגנס..אין דרנאך זיך צוריק אראפגלייגט זיין זעקעל ביינער משלים זיין דעם חסרון השינה עס איז פשוט נישט בגרייפבאר די השגות פין דעם צדיק ר שאול יחזקאל ז"ל ..אויך ארום געפארען טיילן פאר יודישע קינדער שבת פעקלעך...לך השם הצדקה ולנו בושת הפנים....טיישט דער אמרי בינה פין ביאלה זי"ע לך השם הצדקה ..פאר זיך נעמט השי"ת אוועק זיינע צדיקים.ולנו בושת הפנים אין אונז לאזט איר איבער מיט פאשעמטע פנימער....מי יתן לנו תמורתו
זלאטשובער רבי זיע"א איז אוועק
[ציטאט אראפגענומען]
ברוך דיין האמת. ווען?... איך האב געלערנט מיט איהם אין ישיבה...!
זיין עלטערער ברודער, להבחל"ח הרב הצדיק ר' אברהם הכהן קאהן, איז דער בארימטער מוהל און אויסצאלער פון ברית'ן פאר מענטשן ועלכע זענען נישט ביכולת, פינאנציעל. ער לערנט אויך טעגליך שיעורים פארטאגס און דאוונט וותיקין...!
[quote]
זיין עלטערער ברודער, להבחל"ח הרב הצדיק ר' אברהם הכהן קאהן, איז דער בארימטער מוהל און אויסצאלער פון ברית'ן פאר מענטשן ועלכע זענען נישט ביכולת, פינאנציעל. ער לערנט אויך טעגליך שיעורים פארטאגס און דאוונט וותיקין...![quote]
דער וואס איז געווען באשריבן אינעם מאמענט אויסגאבע פרשת ויחי
שמואל דוד'ס ברידער?
chusidשמואל דוד'ס ברידער?
נייו! נישט ר' שמואל דוד'ס ברידער, ער איז א זין פון הישיש רב יוסף מאיר מארקאוויטש נ"י, פון ווילימסבורג
קאסטנערזיין עלטערער ברודער, להבחל"ח הרב הצדיק ר' אברהם הכהן קאהן, איז דער בארימטער מוהל און אויסצאלער פון ברית'ן פאר מענטשן ועלכע זענען נישט ביכולת, פינאנציעל. ער לערנט אויך טעגליך שיעורים פארטאגס און דאוונט וותיקין...!
דער וואס איז געווען באשריבן אינעם מאמענט אויסגאבע פרשת ויחי
קאסטנער:...יא...!
אין ארץ הקודש איז נפטר געווארן הרב מרדכי שמואל אשכנזי ז"ל, רב פון כפר חב"ד פאר פערציג יאהר.
📎 nf_2918_279105.jpg
[ציטאט אראפגענומען]
וויי ווער איז דאס ביטע
איז ער אפשר געווען א שטיקל טוען ביי דין תורות?
פון וואס איז ער אוועק?
נעבעך אזוי יונג.
פליקער[ציטאט אראפגענומען]
וויי ווער איז דאס ביטע

עפעס די יאר גאנג שטימט נישט מיט די פיקטשער
מען האט געטראפן ביי אים יענע מעשה בערך א חודש צוריק