☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

מ גפני » מיטוואך יולי 16, 2014 10:11 am

· #212095
ווייסט איינער ווער זי איז? פון וועלכע משפחה? שטאט? אד"ג

טשולענט » דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:17 am

· #212282
הר"ר משה ישראל כהן ע"ה פון מאנסי.

אראפגעקלאפט געווארן דורך א פרוי, ביים אריבערגיין די גאס פארנט פון סאטמאר ביהמ"ד אין מאנסי.

פלעגט האבן די ספרים סטאר אינעם אלטן סאטמאר חרדים שוהל.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:06 am

· #212289
כהן.
זיין טאכטער איז ''מעלות''

גאנצל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:42 am

· #212312
אוי א טיפע קרעכץ איבער די אבידה פון אזא סארט איד ווי הרב ר' משה ישראל ז"ל

עס פעלט זיך אויס א לענגערע הערכה איבער דעם טייערן נפש יקרה איש מורם מעם משכמו ולמעלה גבוה מקיים געווען דעם שויתי ד' לנגדי תמיד בכל עת ובכל שעה מ'האט געזען אימת יוצרו עליו בכל דרכיך דעהו א געהויבענע התנהגות איידלע נשמה נישט געטשעפעט א פליג אויפ'ן וואנט נישט געהאט בעולמו נאר די ד' אמות של הלכה נישט געוואוסט פון זיין גאנצן ארום נאר די תורה והלכותי' בכל פרטי' געהאט דעם זעלבען סדר היום טאג טעגליך לעבוד את בוראו עוסק געווען אין ניפוץ ציצית לשמה געגאנגען אין די דרכים פון זיין גרויסן טאטן ר' יענקעלע דער מוסר נפשו לד' בעוז ובגבורה מקבל געווען פון זיינע רבי'ס וואס צו טון מיט א תמימות און אזוי האט ער געטון זיין תפקיד אויף די וועלט שטילערהייט אן קיינעם אויסזאגן

אויף אים זאגט זיך ריכטיג די ווערטער אבידה שאין לו תמורתו יהא זכרו ברוך

דאס איז א קורצע הערכה איבער דעם געהויבענעם איד יהא זכרו ברוך וועל מיר נאך צוריק קומען אין א געלעגענהייט פארצוזעצן

אחלק_שלל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:45 pm

· #212374
אוי א פחד !
ר' משה ישראל ע"ה איז געווען א גאר נאנטער חבר מיט ר' מאטל ווייס ע"ה אין ירושלים בשנים קדמוניות.

רחב רחב » דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:06 pm

· #212380
א הערליך בילד פון הרב משה ישראל כהן ז"ל ווי ער איז מקדש שם שמים מיטן איבערגעבן די קלארע דעת תורת בנוגע ציונות פאר דענמאלטיגן איראנער פרעזידענט אחמדיניזשאד ירום הודו
📎 mahmoud and jews2[1]MYK.jpg 📎 imageMYK2035[1].jpg

הירשל ציג » דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:20 pm

· #212384
רחב רחב
א הערליך בילד פון הרב משה ישראל כהן ז"ל ווי ער איז מקדש שם שמים מיטן איבערגעבן די קלארע דעת תורת בנוגע ציונות פאר דענמאלטיגן איראנער פרעזידענט אחמדיניזשאד ירום הודו


זעהט אויס האסטעך פארבלאנדזשעט, אייוועלט איז יענע וועג

בר דעת » דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:26 pm

· #212386
עס ווארט אים זיכער אפ אפאר ווירגינס אויבן פארן זיין נאנט מיט איסלאמישע פירער\איידיעס

איך אויך » דאנערשטאג יולי 17, 2014 7:04 pm

· #212440
געווען ערגעץ א קריקאטור אז צוליב די פארמערטע דימענד זענען נאר געבליבן בתולים אנשטאט בתולות.

גאנצל » פרייטאג יולי 18, 2014 12:07 pm

· #212521
בר דעת
עס ווארט אים זיכער אפ אפאר ווירגינס אויבן פארן זיין נאנט מיט איסלאמישע פירער\איידיעס

נא נא אינמיטן די שבעה

דער שכן » פרייטאג יולי 18, 2014 12:14 pm

· #212523
גאנצל
בר דעת
עס ווארט אים זיכער אפ אפאר ווירגינס אויבן פארן זיין נאנט מיט איסלאמישע פירער\איידיעס

נא נא אינמיטן די שבעה


שוין געדארפט ביי די לווי׳ זאגען אשמנו.....נאך פאר די שבעה.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 20, 2014 4:34 am

· #212642
שלום עליכם ר' רחב רחב: איר זענט אפשר א קרוב מיט א חשוב'ע פרוי מיט'ן זעלבן נאמען. זי האט געוואוינט ביי די מויער אין אלטשטאט יריחו. וואס איהר באשעפטיגונג (חוץ פון האבן א רעסטאראנט וואו זי האט געגעיבן צו עסן פאר חשוב'ע אידן.) איז געוועין קענמען נישט ארויסשרייבן מפני התקנות כאן בקאווע שטיבל יר"ה... 🙄 😂 🙄 😂 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮

יין שרף » זונטאג יולי 20, 2014 2:50 pm

· #212695
לידיעה בעלמא רש"י זאגט אז זי האט געהאט א רעסטאראנט. דאס מיינט אשה זונה...

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך יולי 23, 2014 10:45 pm

· #213353
בד״ה מרת געלבשטיין בת ר׳ שלמה יעקב מערץ
אשת ר יואל געלבשטיין
איבערגעלאזט א שטוב פול מיט קינדער עלטסטע 15 יונגסטע 2

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך יולי 23, 2014 10:52 pm

· #213355
לוויה
image.jpg

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:27 am

· #213379
מ'בעהט אלע אשכולות איבער בערל פרידמאן זאל שוין גיין אין צימעס. אדער אייוועלט.

כוכב » דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:30 am

· #213381
@שעפטל אלערט.
מיר ווארטן פאר א פאר ווערטער פון פאסיגע דברי הערכה.

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:35 am

· #213384
ברוך דיין האמת: הבחור החשוב יוסף ארי' באכנער ע"ה, בן הרה"ח ר' שלום ניסן הי"ו, ממצייני ישיבה גדולה אין קווינס.

ער געהאט נעבעך פון די 8 יאר אין קאפ א געוואוקס, מ'האט עס געהאלטן בסוד עפ"י צוואת זיין זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל לעצטנס איז ער צאמגעפאלן נעבעך, און זיך שטארק געמיטשעט די לעצטע שטיק צייט.

די לוי' וועט פארקומען 10:00 ביים ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סט. און 1:30 אין קווינס קעמפ

ברעט מענינג » דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:08 am

· #213386
נעבעך ווי אלט איז ער געווען?

קענער » דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:39 am

· #213396
שעפטל


ער געהאט נעבעך פון די 8 יאר אין קאפ א געוואוקס, מ'האט עס געהאלטן בסוד עפ"י צוואת זיין זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל

לעלוב? וועלכע לעלוב? ווי אזוי לעלוב?

גאנצל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 12:15 pm

· #213454
@שעפטל מיר רופן צו אייך צו אפגעבן די כבוד האחרון און אראפגעבן דברי הערכה איבערן ראש הקהל ד'סאטמאר (לעצטע פאר יאר ביי מהר"א) און איש סודו ויד ימינו פון רבינו הד"י זי"ע-- הרה"ח ר' בערל פרי"מ ז"ל וואס שבק נפש לכל חי

משבק » דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:13 pm

· #213465
א בילד פון באכנער בחור האט איינער?

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:42 pm

· #213477
אלץ קינד ביי זיין עלטער זיידע פון לעלוב

📎 IMG-20140724-WA0039.jpg

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:27 pm

· #213509
בד''ה ר' וואלף בן ר' יצחק אהרן פערלשטיין פון בארא פארק

משבק » דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:30 pm

· #213512
וואס גייט פאר היינט ?

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:34 pm

· #213513
בד"ה:
אשת ר' משה צבי לעבאוויטש ע"ה פון וויליאמסבורג

מאמע פון:
ר' יושע פאליק, קרית יואל
ר' ישראל, מאנסי
ר' בעריש, מאנסי
ר' מענדל, בארא פארק
ר' יצחק ע"ה, וויליאמסבורג (אוועק תשנ"ז זייענדיג אלט 44 יאר)
אשת ר' אברהם ביקעל, קרית יואל

גאנצל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:12 pm

· #213533
מיר דוכט זיך אז דו מישסט דא צוויי משפחות

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:41 pm

· #213692
ברוך דיין האמת: הרבנית מרת דבורה רחל ניימאן ע"ה
אלמנת הגה"צ המפורסם רבי יעקב יצחק ניימאן זצ"ל, אב"ד מחזיקי הדת בעלזא ב'מאנטריאל

זי האט נעבעך נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק

יהא זכרה ברוך

משבק » מוצ"ש יולי 26, 2014 11:00 pm

· #213825
אין וויליאמסבורג איז נפטר געווארן הגה"צ ר מאיר וועבערמאן ז"ל א געהויבענער איד געוועזן

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 27, 2014 1:18 am

· #213844
משבק
אין וויליאמסבורג איז נפטר געווארן הגה"צ ר מאיר וועבערמאן ז"ל א געהויבענער איד געוועזן

א געהויבענע איד?!
א ראש למלאכים!

petergrifin » זונטאג יולי 27, 2014 1:33 am

· #213848
בד״ה׃ ר׳ אשר חײם װײס ע׳׳ה איז אװעק ערב שבת שפעט נאכמיטאג. די לװיה װערט פארקומען
זונטאג צופרי 10:00 @ 14th ave and 49th st (באבוב).

פלעין יודיש » זונטאג יולי 27, 2014 7:00 am

· #213870
משבק
אין וויליאמסבורג איז נפטר געווארן הגה"צ ר מאיר וועבערמאן ז"ל א געהויבענער איד געוועזן

שייכות מיט נחמיה?

דריידל » זונטאג יולי 27, 2014 8:58 am

· #213873
פעטער

שעפטל » מאנטאג יולי 28, 2014 10:51 am

· #214129
נעכטן איז נפטר געווארן האשה הישישה מרת שרה (בת ר' אברהם אפרים) בערגער ע"ה, אלמנת הרה"ח ר' אשר לעמיל ע"ה, פון וויליאמסבורג, אין עלטער פון 98 יאר.

די לוי' איז געווען ביים סאטמאר'ען ביהמ"ד הגדול אויף הופפער סט. אין וויליאמסבורג, און דערנאך ביים ביה"ח דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל, ווי זי איז געקומען למנוחתה.

זי האט איבערגעלאזט דריי זון:
הר"ר דוד שלמה, מלמד תשב"ר בקר"י.
מוה"ר יצחק מאיר, וומ"ס
מוה"ר שאול, וומ"ס

הרב_שלום » מאנטאג יולי 28, 2014 4:40 pm

· #214218
ר מאיר'ס פאטער איז געקומען קיין אמעריקע אלס קינד ער איז מן הסתם געווען די עלטצטע ווילאמסבורג געבוירענע
ער האט איבערגעלאזט צוויי זוהן הר"ר מרדעי וואלף און ר' אלי איין איידעם גבריאל משה מעזעי דריי ברידערס ר' יודל געווען פון די גרויסע שוויצערס אין מאנסי ר משה פאטער פון נחמי און פנחס אהרן וואוינט אין פלארידע זיידע פון די זינגער בעני פריעדמאן שוועסטערס ווייס איך נישט

דריידל » מאנטאג יולי 28, 2014 10:59 pm

· #214299
איך וויסן אז ס'איז דא א גרויסע רב אין פלארידא רב וועבערמאן. ער איז געווען (אפשר נאכאלץ) א טשעפלען ביי די ארטיגע פאליציי. איך האב אמאל געדארפט רעדן מיט אים איבערגעלאזט און מקוה וואס ער האט דארט געבויעט.
הייסט אז ער איז געווען א ברידער פאר ר' מאיר?

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 11:56 am

· #215354
בד"ה: מרת דרעזיל ע"ה (בת ר' מרדכי אליעזר) אשת הרה"ח ר' ישראל מאיר גליק (קליין)‏
‏
לוי' יעצט ביים קיוויאשד'ע שוהל אויף פענן סט. אין וויליאמסבורג. 

איבערגעלאזט:‏
בנה ר' מרדכי אליעזר, וומ"ס 
בנה ר' משה חיים , וומ"ס
בתה אשת ר' יחזקאל צבי מענדלאוויטש, וומ"ס 
בתה אשת ר' זושא לעווי, וומ"ס 
בתה אשת ר' אהרן מתתי' מערמעלשטיין, קר"י

אויליגער » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 1:46 am

· #215635
היינט נפטר געווארן הרה"ח ר' נתן נטע ראטענבערג ע"ה מזקני חסידי שאפראן


איבערגעלאזט די חשובע קינדער

ר' יעקב אלי'
ר' שמואל
ר' שמעון ישראל
ר' אברהם
ר' ניסן משה
אשת ר' שמואל מערמעלשטיין
אשת ר' אהרן יוסף ווייזער
אשת ר' ישעי' מרדכי בלייך

מודה אני » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 5:06 am

· #215642
בד"ה רבי דוד הויער ז"ל

ברוך שאמר » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 9:21 am

· #215645
מען האט איהם שוין נעכטן באגראבן

ראש הישיבה » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 4:41 pm

· #217300
הרב מרדכי צבי סאסנע איז געווען א איד א תלמוד חכם. ער איז געווען א ווארימע איד. יושב ראש ועד להרמת קרן התורה. פלעגט ארויס געבן קונטרסים בענין רעדן ביים דאווענען. אמן יהש"ר בכל כוחו. ועוד. ער פלעגט ארום גיין נאך געלט און מאכן אפילס פאר יד לאחים.
ער האט מיר אלע מאל עושה רושם געווען ווי א חשובע איד
איך מיין אז אלס קינד בין איך געגאנגען אין קעמפ צוזאמען מיט איינער פון זיינע קינדער פאר איין זימער
יהא זכרו ברוך

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:54 pm

· #217368
ראש הישיבה
הרב מרדכי צבי סאסנע איז געווען א איד א תלמוד חכם. ער איז געווען א ווארימע איד. יושב ראש ועד להרמת קרן התורה. פלעגט ארויס געבן קונטרסים בענין רעדן ביים דאווענען. אמן יהש"ר בכל כוחו. ועוד. ער פלעגט ארום גיין נאך געלט און מאכן אפילס פאר יד לאחים.
ער האט מיר אלע מאל עושה רושם געווען ווי א חשובע איד
איך מיין אז אלס קינד בין איך געגאנגען אין קעמפ צוזאמען מיט איינער פון זיינע קינדער פאר איין זימער
יהא זכרו ברוך

איך האב איהם גוט געקענט. געוועין א טייערע איד. נאר איין קליינע הערה: איך מיין אז א חוץ וואס ער איז געוועין דער יושב ראש פון וועד להרמת קרן התורה איז ער אויך דארט געוועין דער גבאי, שמש, ש"ץ, ראש הישיבה און משגיח. ווייל ער איז געוועין דער מייסד און איינציגער מעמבער פון דעם ועד. איך האב שטארק הנאה געהאט פון זיינע ארטיקלען אין "דער איד". יהא זכרו ברוך... 😃 🙂 😉 😮

ערליכער איד » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 11:10 pm

· #217962
אשת ר' יואל יעקב מייזליש (35)שאפראנער רב זון,

איז ער דער וואס געט ארויס דעי משמרת חומותינו?

אהבת ישראל » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:52 am

· #218030
נעבעך
יא...נעבעך בד"ה 7 קליינע יתומים השם ירחם

לאליפאפ » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 7:33 am

· #218041
ערליכער איד
אשת ר' יואל יעקב מייזליש (35)שאפראנער רב זון,

איז ער דער וואס געט ארויס דעי משמרת חומותינו?

יא, ער איז דאס. (איידעם ביי שמואל שלמה שפיטץ שוואגער פון רז"ל). באשעפער גענוג.

ווייט פיש » זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:35 pm

· #218349
שוידערליכע נייעס
לא ישמע עוד שוד ושבר....

כוכב » זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:50 pm

· #218351
דו קענסט אויפהערן מיט דיין משוגעת צו לינקען יעדע מינוט צו קרעטשמע כאילו אונטער דעם לינק ליגט באהאלטן ווייס איך וואס פאר א שטיקער אינפארמאציע?!
ווילסט פראמאטון קרעטשמע? טו עס אויף א קלוגערן אופן נישט מיט מיסלידינג לינקס וואס מאכט סתם נערוועז.

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:28 pm

· #218366
סמאכט מיר אוכט שטארק נערוועיז.
מיט דעם אלעם,איך מיין אז א גבאי דארף רעדן רואיגער מיט מער סבלנות און כבוד הבריות,און נישט אזוי דירעקט אטאקירען א ניק.
וואס א גבאי טוהט,געט א שטימונג אויף די פלאץ,איך מיין אז יעדער וויל דא א רואיג ווינקעל,
אלץ גבאי קענסט דיך שיקען יענעם פריוואט ווען די האסט א פראבלעם,און די קענסט אפילו מעקן אויב האלטסטו סאיז קעגן א תקנה.

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:31 pm

· #218370
סאו דעם חודש וואס ער איז גבאי טאר ער נישט רעדן קיין דברים של טעם ושכל צו א נודניקירנדן ניק?

כוכב » זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:22 pm

· #218385
דא איז נישט אייוועלט און א גבאי איז א ציווילע בירגער מיט אלע פריוויליגיעס וואס א פשוטע ציווילע ניק האט.
בכל אופן האב איך אים נישט פערזענליך אטאקירט נאר בבחינת יתמו חטאים ולא כו'.
אלנפאלס, ווען א מענטש שפילט זיך ארום מיט יו. אר. על. און קאודס צו לינקען צו דריי אהאלב ווערטער פון אן אומגעצייטיגטע סייט, אנשטאט קאפיען יענע שטיקל אינפורמציה, שרייט עס אבסורדיזם אז א טויבער קען הערן.
אגב דאגב, מארגן ווער איך אויס גבאי...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45