☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

היסטאריקער » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:00 pm

· #113413
היסטאריקער
ער איז געווען א איידעם ביים בעל תורת יקתויא־ל מדיערעש זצ״ל

זיין חתונה איז געווען די לעצטע וואס רביה״ק מסאטמאר זי״ע איז געגאנגען צו די חופה פאר סידור קידושין,

דערנאך האט מען געברענגט די חופות צו זיין הויז, והסיבה ידוע

שעפטל » דאנערשטאג מאי 9, 2013 5:29 pm

· #113542
קאווע טרינקער
שעפטל
האשה החשובה הישישה מרת מערץ, אשת מוה"ר משה לייב ז"ל

קיינמאל נישט גע'הערט פון אזא נאמען. פרויען אן נעמען? אריין אין אכשר דרא

נא שוין האט זי געהייסן שרה

זר זהב » מוצ"ש מאי 25, 2013 11:24 pm

· #117775
בד״ה הגה״צ רבי משה יאזאפאוויטש, 90 יאר געווען.

קאווע טרינקער » מוצ"ש מאי 25, 2013 11:30 pm

· #117777
ברוך דיין האמת.

איין לויה האט ער שוין געהאט נאך אין די צייטן פון רבי'ן. ואכמ"ל.

איבערגעלאזט א זוהן א תלמיד חכם אין מאנסי.

זר זהב » זונטאג מאי 26, 2013 12:40 am

· #117807
די לויה קומט פאר יעצט איינס אזייגער ״אין״ ראדני ביהמד!

וועט קומען לקבורה אינעם ביה״ח דקהל יטב לב אין קר״י

דענקער » זונטאג מאי 26, 2013 12:43 am

· #117809
קאווע טרינקער


איבערגעלאזט א זוהן א תלמיד חכם אין מאנסי.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/80765">viewtopic.php?p=80765#p80765</a><!-- l -->

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 27, 2013 9:20 am

· #118352
די עלצטע רביצין...
שעניצא רביצין, 105!

אביגדור » מאנטאג מאי 27, 2013 9:31 am

· #118355
קאווע טרינקער
די עלצטע רביצין...
שעניצא רביצין, 105!

הרבנית ווייסבלום.

אביגדור » מאנטאג מאי 27, 2013 9:32 am

· #118356
בייטש'ע רביצין היילפרין, נעכטן געוועהן די לויה.

ברעט מענינג » מאנטאג מאי 27, 2013 11:10 am

· #118397
בד"ה ר' נחום דאנציגער ע"ה

שעפטל » מאנטאג מאי 27, 2013 12:10 pm

· #118423
ברעט מענינג
בד"ה ר' נחום דאנציגער ע"ה

לעבט נאך. זייט ווייטער מתפלל פאר נחום בן טויבא לרפו"ש

שעפטל » מאנטאג מאי 27, 2013 1:00 pm

· #118445
היינט איז נפטר געווארען האשה הישישה מרת בילא ריכטער ע"ה אשת ר' משה ריכטער ע"ה די מוטער פון יבלח"ט ר' אברהם און ר' יעקב ריכטער (מיידל קעמפ)

זי פלעגט יארן אויסוואשען די טלית פון בעל דברי יואל זי"ע. אויכעט האט זי גענייט א קיטל פארן רבי'ן ז"ל און די קינדער פארבארגען עס יעדעס יאר פאר די הייליגע טעג פאר כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א.
📎 IMG-20130527-WA015.jpg
📎 IMG-20130527-WA014.jpg
די לוי' איז ביים סאטמאר'ן שוהל אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג, מ'טראגט איר קיין סאטמאר'ן חלקה אינען ניו דזשערסי ביה"ח.

ר' יעקב מאכט חתונה אן אייניקל די וואך.

גאלד » מאנטאג מאי 27, 2013 3:17 pm

· #118547
..
📎 Screen.jpg

זר זהב » מאנטאג מאי 27, 2013 3:19 pm

· #118550
👍 👍 👍

רפואה שלימה!!

blauvelt » דינסטאג מאי 28, 2013 1:16 pm

· #118844
oy vey what happened to reb nuchem danzinger was he sick

גאלד » דינסטאג מאי 28, 2013 1:34 pm

· #118856
סטראוק לא עלינו, פלוצלינג פאריגע וואך,

קרעקער » דינסטאג מאי 28, 2013 1:40 pm

· #118861
אפשר קומט נאך באלד נאך א טעקסט פון עם?
לייג עם כאטש אריין די כלי אין גרוב ער זאל קענען מעסעדזשען און האבען וואס צו טוהן מיט די צייט דארט

זר זהב » דינסטאג מאי 28, 2013 3:42 pm

· #118913
יענע מעסעדזש איז נישט געווען פון אים

מאראנצןזאפט » פרייטאג מאי 31, 2013 11:09 am

· #119928
שווער זיך צוזאמצוקלויבן, עס פליסן די טרערן, אבער דער אלעמען באליבטן ר' שלמה יוסף איז טראגיש און גרויזאם פלוצים פארשניטן געווארן אין יונגן עלטער פון עטליכע צוואנציג יאר.
ר' שלמה יוסף, מיר וועלן זיך שטענדיג בענקען נאך דיר. כאטש מיר האבן זיך שוין נישט געזען פאר יארן, מיר האבן געוואוינט אין אנדערע קאנטינענטן האט אבער א הארץ געשפירט א הארץ.
דיין בריליאנטענעם באנעמונג צווישן די חברים, צו אלעמען אלעמאל, האט דיך אזוי באליבט געמאכט. אזעלכע גאלדענע מדות טובות, געלערנט מיט שוואכערע, שטענדיג א ליבליכן שמייכל, א טרעפליך הומאריסטישן ווארט, און אן אויפגעלייגטע גיסטע.
א הערליך בליענדע רויזעלע האט זיך השי"ת אויסדערוועלט, גזירה הוא מלפני ואין להרהר אחרי'.
אן עולה תמימה גאנץ אן א פעלער. א זעלטנהייט פון א גוטע נשמה.
דיין פארשטענדליכקייט, דיין געשמאקקייט, וועט אונז שטענדיג נאגן. מיר וועלן נאך דיר לעכצן, און דיין וועזנהייט וועט עקזיסטירן אין אונזערע הערצער אויף שטענדיג, וזכרו לא ימוש מאתנו לעד.
זכר צדיק לברכה, ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

שרייבער » פרייטאג מאי 31, 2013 11:55 am

· #119949
אפשר זיינט איר זיך מסביר פון וועם איר רעדט

לבי במזרח » פרייטאג מאי 31, 2013 1:07 pm

· #119973
R'Moshe Goldman from Boro Park unfortunately passed away, the levaya was yesterday. He was a a Serete chosid, a real tayere yid, was 62 years, he nebech got sick with cancer about a year ago and held strong till his final days. He left behind a nice family wife and several sons and daughters. Just finnished Sheva Brochos for a grand child the day before. BD"H. Besoros Tovos.

היסטאריקער » פרייטאג מאי 31, 2013 1:26 pm

· #119984
שרייבער
אפשר זיינט איר זיך מסביר פון וועם איר רעדט


ר' שלמה יוסף בערגער (27ׂׂׂ) איידעם פון ר' אליעזר לעוו (ברי"ז) מחסידי סאטמאר פון לאנדאן, איז נישט אויפגעשטאנען אינדערפרי. עפעס האט ער געהאט א טשעסט אינפעקטשאן אין דאס האט גורם געווען דאס ערגסטע.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו

שעפעלע » זונטאג יוני 2, 2013 4:15 pm

· #120423
היסטאריקער
שרייבער
אפשר זיינט איר זיך מסביר פון וועם איר רעדט


ר' שלמה יוסף בערגער (27ׂׂׂ) איידעם פון ר' אליעזר לעוו (ברי"ז) מחסידי סאטמאר פון לאנדאן, איז נישט אויפגעשטאנען אינדערפרי. עפעס האט ער געהאט א טשעסט אינפעקטשאן אין דאס האט גורם געווען דאס ערגסטע.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו

ר שלמה יוסף ז"ל (25 יאר) א תכשיט פון א אינגערמאן מלא חן לויט ווי איך הער גרייט מען זי אין סאטמארן קהלה אין לאנדאן צו לאזן שרייבן א ס"ת לעילוי נשמתו פאר איינע פון די סאטמארע בתי מדרשים יהא זכרו ברוך

שרייבער » זונטאג יוני 2, 2013 7:04 pm

· #120507
וועמענס זון?

שעפטל » מאנטאג יוני 3, 2013 12:07 pm

· #120731
שרייבער
וועמענס זון?

ר' בנימין אליעזר

שעפטל » מאנטאג יוני 3, 2013 12:11 pm

· #120736
בד"ה
הרבנית מלכה מייזליש ע"ה (85) אשת יבלחט"א הגה"צ אב"ד ווייטצען שליט"א.
לוי' 1:30 ביים ווייטצענע שוהל 549 בעדפארד עוו. וועט קומען למנוחתה אין סאטמארע חלקה אינעם ניו דזשערסי ביה"ח.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 10, 2013 9:04 am

· #123513
דער אשכול שלאפט.

אביגדור » מאנטאג יוני 10, 2013 9:11 am

· #123518
ברוך השם. כה יהיה וכה יוסיף.

outspoken » מאנטאג יוני 10, 2013 9:33 am

· #123522
אמר המשורר (פיוט גלגל המזלות) איגע להצליח ולא אוכל, כי עותוני כוכבי שמי, לו אהיה סוחר תכריכין לא יגועון אישים בכל ימי.(רבי אברהם אֶבּן עזרא)

אביגדור » מאנטאג יוני 10, 2013 10:08 am

· #123533
outspoken
אמר המשורר (פיוט גלגל המזלות) איגע להצליח ולא אוכל, כי עותוני כוכבי שמי, לו אהיה סוחר תכריכין לא יגועון אישים בכל ימי.(רבי אברהם אֶבּן עזרא)

ער שרייבט אז ווען ער האנדעלט ווען מיט לעכט וואלט דער זון נישט אונטערגעגאנגן...

ימי קדם » דינסטאג יוני 11, 2013 2:49 am

· #123864
אויף איינע פון די תלמידי בעש''ט (אויב איינער ווייסט ווער, און א קראנטע מקור, ביטע זייט מיר מזכה דערמיט) וואס פון הימל האט מען געוואלט ער זאל ווערן א רבי, האט מען צוגעפירט אז מיט וואס ער האט געהאנדעלט האט ער נישט מצליח, איז ער געגאנגען האנדלען מיט תכריכים, איז אין זיין שטאט פאר א שטיק צייט קיינער געשטארבען....

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 11, 2013 9:36 am

· #123883
בעל שמירת שבת כהלכתה, זצ"ל

outspoken » דינסטאג יוני 11, 2013 12:15 pm

· #123931
BORO PARK: BDE - The Oldest Jewish Woman Chava Rivka Kozak (113) has passed away this morning in Hospital, Levaya 12:30 at Shomrei Hachomos.

היימישער ליטוואק » דינסטאג יוני 11, 2013 5:06 pm

· #124038
קאווע טרינקער
בעל שמירת שבת כהלכתה, זצ"ל

זכיתי ללמוד תורה ממנו. מי יתן לנו תמורתו 😢 😢 😢
א שטיקל אפהאנדלונג לגבי דער געוואלדיגער ספר שמירת שבת כהלכתה.
מו"ר רב נויבירט ז"ל הכ"מ האט אויך מחבר גווען ספרים אויף אנדרע נושאים, טהרת המשפחה, שמיטה ועוד.

יידל » דינסטאג יוני 11, 2013 5:07 pm

· #124039
אויך א ספר אויף חינוך, כמדומה.

זר זהב » מאנטאג יוני 17, 2013 6:26 pm

· #125585
פריידא הייקינד, די מוטער פון ר' בערל הייקינד. 95 יאר.

ניו יארק » מאנטאג יוני 17, 2013 8:02 pm

· #125605
בד"א,
ווי גייט מען איר לייגען? אין גוש קטיף?

זר זהב » מאנטאג יוני 17, 2013 8:03 pm

· #125606
אפשר אונטער'ן כותל

sefish » פרייטאג יוני 21, 2013 12:39 am

· #126977
אוי אוי ברוך דיין האמת האברך מיכאל פריעד (מעכי) ב'ר עוזר . א מיגעמאכטע נשמה פון געבורט מיט הארץ פעלער. היינט צוריקגעגעבן ריינע נשמה לאדון כל

📎 fried.jpg

קינות גירושין » פרייטאג יוני 21, 2013 1:19 am

· #126984
אוי מעכי, כהער נישט אויף צו וויינען, בוזט דאך אזא פיין קינד געווען, לעצטענץ איז דיין ווייב אוועק, אוי ווי, אייביג מיט א שמייכעל א גאלדענע הארץ, אוי וועל איך מיך בענקען , מפלעג מיר אזוי געשמאק פארברענגן

ער האט זיך צוקלאפט די הענט אפאר חדשים צוריק און זייט דעמאלטץ האט ער געהאט פארבלעמען
מארגען צופרי וועל איך מיר געזעגענען
די לוי וועט גיין פון ראדני סט 

boxcover » פרייטאג יוני 21, 2013 7:09 am

· #127007
sefish
אוי אוי ברוך דיין האמת האברך מיכאל פריעד (מעכי) ב'ר עוזר . א מיגעמאכטע נשמה פון געבורט מיט הארץ פעלער. היינט צוריקגעגעבן ריינע נשמה לאדון כל

בד״ה. שוין געווען די לוויה?

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 21, 2013 8:38 am

· #127011
בד"ה. שאקינג!
איך האב אים נישט געקענט. מעג איך האבן מער פרטים?
ווי אלט? פון וואס איז זיין ווייב אוועק?

כ'האב שוין נישט קיין כח צו אידישע צרות. איך האף עס קומט א איינגענעמע זומער...

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 21, 2013 8:54 am

· #127012
שוין ווייטער, שמעקעדיג....
דאס האט גארנישט מיטן זוממער.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 21, 2013 11:07 am

· #127024
נעבעך. זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן, אינאיינעם מיט זיין צדיקת'ל, און זיין א מליץ יושר פאר אונז צעבראכענע אידן אויפן עולם התחתון.

קינות גירושין » פרייטאג יוני 21, 2013 11:22 am

· #127028
אוי מעכי ס'לאזט זיך נישט פארגעסן פון דיר קיין רגע, דיין גאלדען הארץ, אייביג האסטו געטאן פאר יענעם, געלעבט פאר א צווייטע איד, האסט מקבל געווען דיינע ווייטאג מיט ליבשאפט, כאטש ס'איז אייביג געווען והיה חייך תלויים מנגד, האסטו גערעדט מיט א שמייכעל, זיך געהאלטן שטארק, ביזט געווען א לייף סעמפעל פאר דאס מענטשהייט, וויאזוי צו דילען מיט פראבלעמס,

וויפיל דו האסט אלס צוזאם געטון פאר הצלה, וואס 10 אנדערע קענען נישט, קיינמאל נישט געבעטן דערפאר עפעס,

עניוועי, דיינע פרענדס גייען שרייבען פאר דיר א ס"ת, ס'וועט ליגען אין הצלה גאראדזש, אזוי וועט מען דיר אייביג געדענקען!

פרישער » פרייטאג יוני 21, 2013 12:22 pm

· #127038
א הספד פין זיין חבר
מיט גרויס צער און עגמת נפש נעמען מיר אויף די ביטערע בשורה, אונזער טייערע חבר מעכי פריעד איז נישט דא מער מיט אינז בין החיים, עס טיט וויי ביים הארצען, מעכי זיסער וויזוי וועלן מיר דאס אויסהאלטען, דו ביסט דאך געווען אזא שטיק חיות צווישען די חבורה, מיר האבען אין דיר געפינען אלעס וואס מיר האבען געזוכט, מיר האבען פון דיר געשעפט חיזוק, מיר האבען פון דיר געזויגען חיות, ווי נאר אונזערע אויגען האבען זיך באגעגנט זענען מיר עלעקטערזירט געווארן פון דיין אזוי באליבטע שמייכעל, מיר האבען דיר אזוי געשעצט אלע יארען, ווייל מיר האבען אין דיר געפינען אזא חן און ליבשאפט, וואס מיר וועלן זיך אזוי בענקען, הוי אבד חסיד מן הארץ, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה, ווי קענען מיר פארגעסען די זיסע לעכטיגע טעג ווען מיר האבען אזוי שיין פארברענגט, קיין מאל איז נישט געווען ביי דיר אז מיר זענען געווען איינזאם אין דיין אנוועזענהייט, אלע מאל איז געווען פון וואס צו שמועסן, מיר זענען אפילו אין די שווערע טעג ווען מיר האבען פארברענגט אין שפיטאל צונעזאם, האבען מיר געזען שרעקליכע נומערן אויפן מאשין, אבער מיטן פאציענט האט דאס נישט געשטימט, אזוי גוטמוטיג, אזוי אויפגעלייגט, אזא שטארקייט וואס דו ביזט געווען באשאנקען איז נישט געווען צו גלייבען ווען נישט מיר זעהען דאס מיט די אייגענע אויגען.

איכה ישבה בדד, ווי קענען מיר פארגעסען ווען נישט לאנג צוריק האסטו נעבעך באערדיגט דיין אשת נעורים, א שטיין האט געקענט צוגיין ווען מיר האבען מיטגעהאלטען, ווי דו קיקסט צו ווי זי הויעכט אויס די נשמה, מיר די בני חבורה האבען מטכס עצה געווען ווי אזוי מיר זאלען זיכער מאכען דיין אויסערליכע שוואך הארץ זאל דאס איבערטראגן, ווי ערשטוינט זענען מיר געווארן ווען דו האסט איינגעטוישט דיין לב בשר צו א הארץ פון א לייב, זיך געשטארקט איבער אלעמען און געבליבען שמייכלען און פריילעך אזוי ווי בעפאר, יעדען איינעם האסטו אריין געבלאזן א ליבשאפט צו לעבען, א ליבשאפט צו טוען א טובה פאר א יוד.

ווי קענען מיר פארגעסען די איבערגעגעבנקייט, מיט וויפיל איבערמענטשליכע כוחות דו ביזט געווען באשאנקען צו מאכען זיכער די הייליגע ארגענעזאציא מיט וואס דו ביזט געווען באאויפטראגט זאל זיין מסודר, מיר האבען זיך געשפיגעלט אין דיין פונקטלעכקייט מיט די געוואלדיגע כשרונות פון ארגאנעזירטקייט מיט א מייסטערהאפטע פונקטלעכקייט, אפילו אין די שווערסטע צייטען האסטו נישט פארפעלט די קלענסטע דעטאל, מיר געדענקען ווען פון דיין בעטל, ממש על ערש דוי, ביזטו געזעצען מיטן לעפטאפ און פארארבייט מעשים צו מאכען זיכער אלעס איז אין ארדענונג, ווי האט זיך אריין געקוועטשט אזא ריזיגען הייליג הארץ אין אזא גאלדענע געהויבענע נשמה, מיר קענען נישט צוזיך קומען פון אונזער גרויסע פארלוסט, ווי אזוי קענען מיר ארויס רייסן די בריח התיכון וואס איז מבריח מן הקצה אל הקצה בתוך כל אחד ואחד, דו האסט אזוי שיין צוזאמענגעהאלטן די גאנצע חברייא קדישא,

העיר רבתי עם יושב כאלמנה, א טאג איז נישט פארביי אין א משך פון פינף יאר זייט מעכי ע"ה האט מייסד געווען און זיך אינטערגענומען צו מאכען זיכער אז צוויי אינגעלייט זאלען זיין על המשמר על כל צרה שלא תבוא, יעדען טאג האסטו געזוכט און גענישטערט ביז יגיע כפיך כי תאכל, בארואיגט האסטו זיך נאר נאך וואס די טעקסט מעסעדש איז ארויס אז צוויי מעמבערס וועלן קאווערען. וויפיל לעבען'ס זענען לכבוד דיר געראטעוועט געווארן, וויפיל צער און עגמת נפש איינגעשפארט פאר צענדליגע אדער גאר הונדערטע משפחות,

מעכי, אשריך בעולם הזה קענען מיר מער נישט זאגען ווייל דו ביזט מער נישט מיט אונז, אבער וטוב לך לעולם הבא איז ביי אונז גארנישט קיין ספק, די אלע מצוות און מעשים טובים וועלען דיר אקעגן קומען, די אלע דערפרייטע הערצער, די אלע מענטשען וועם דו האסט כסדר מקרב געווען און מחזק געווען, דעי אלע מעשים איז אפגעשריבען אויבען אין שמים, און וועלן דיך באגלייטען ארויף אין די היכלות הקדושות בין הגדולים וצדיקים, און די זכותים וועלען דיר ביישטיין עד קץ הימין,

אז איך רעד שוין פין די הערליכע מעשים פין מעכי ע"ה, ווי קען שטיין גלייכגילטיג און איבערהיפען זיין משפחה החשובה, איך קען נישט און איך פלאן נישט, איך וועל דא דערמאנען זיינע חשובע עלטערן, עס איז נישט צו באגרייפען וואס זיי זענען אדורך אין די כ"ח יארן, זיי מיט אלע ברידער און שוועסטער האבען נישט מסיח דעת געווען קיין רגע נישט, אלע מאל נאר זיך געזארגט ווי אזוי קען מען מאכען עטוואס גרינגער די מצב, אלץ געטראכט וואס נאך קען מען פאר מעכי'ן מאכען גרינגער, זאל דער אייבישטער זיי העלפען, אז די זכותים זאל זיי ביישטיין, זיי זאלען קענען געפינען א טרייסט אין די שווערע מצבים, מיר זאלען קענען זיך שטארקן און זיך צוזאמנעמען און טוען לטובת נשמתו הטהורה, המקום ינחם אותם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים, מיר אלע זאלען מער נישט וויסען פון קיין צער, און מיר וועלן אי"ה טוען לטובת נשמתו מיט עפעס א זאכליכע זאך.

און איך וויל טאקע מגלה זיין אז עס ווירבעלט א פלאן און מען וועט עס מגלה זיין אפיציעל לכאורה ביי די לווייה אדער ביי די נעקסטע עפענטליכע געלעגנהייט, אז מיר חברים נעמען זיך אונטער צו שרייבען א ספר תורה לעילוי נשמתו, און דאס וועט טאקע בלייבען א דבר נצחי לטובת נשמתו, און זיין טאקע ונתתי בביתי ובחומתי יד ושם טוב מבנים ובנות, היות ער האט נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא, און די ספר תורה לעילוי נשמתו וועט בלייבען אין אונזער שיהל אויף פען סטריט גאראדש, ווי מעכי ע"ה האט געדאווענט מנחה טעגליך. און די זכות זאלען מיר אלע זוכה זיין בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.

קרעדיט: הצלה צעפ גרופע

דענקער » פרייטאג יוני 21, 2013 12:35 pm

· #127041
קינות גירושין
עניוועי, דיינע פרענדס גייען שרייבען פאר דיר א ס"ת, ס'וועט ליגען אין הצלה גאראדזש, אזוי וועט מען דיר אייביג געדענקען!

מען דאווענט דארט?

פרישער » פרייטאג יוני 21, 2013 12:42 pm

· #127044
יא מען דאווענט מנחה מעריב יעדן טאג

שחרית אויך אסאך,

ווען סעט זיין די ספר תורה וועט מען זיכער דאוואנען מער

זר זהב » פרייטאג יוני 21, 2013 1:25 pm

· #127057
by rav shechter.jpg

קינות גירושין » פרייטאג יוני 21, 2013 4:16 pm

· #127125
ווער איז דער איד מיט די ווייסע קעפ וואס מעכי האט אזא הכנעה ?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45