יהא זכרו ברוך
2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
ר' יאנקל מאשקאוויטש ז"ל
איי א זיסע אידל
פון א גוטע חוש צו יומער און ווי ער איז געקומען האט ער געמאכט יעדעם פרייליך און גוטמוטיג
אייביג מיט א גוט ווארט אין מויל
Re: יהא זכרו ברוך
לאמיך פון אים עפעס נאכזאגן. איך בין געווען א בחור'ל און געדאוונט אין רשב"ם וואו יענק'ל פלעגט צו דונערן ביי די שפעטע מנינים. עס איז געווען ארום די יארן ווען מ'האט געגרונדערט דער ש"ס פארטיי. א וויכוח האט אויסגעבראכן אין ביהמ"ד, דאכט זיך מיר איבער תחנון או משהו כזה, יענקל האט נישט געוואלט זאגן און אנדערע האבן יא געוואלט.
רופט זיך יענק'ל אן צו א ספרדישער איד, אתה יודע רק ש"ס, קבלה אתה לא יודע...
כאטש ער האט זיך געדרייט אין בעלז איז ער געווען א שוואכער חסיד. ער האט איין ברודער יוסף עמרם וואס איז גאר א שטארקער בעלזער אינעווייניגער און נאך א ברודער (וואלווי?) וועם מ'האט ארויסגעווארפן. איך מיין אז יענק'ל איז געווען נאנט מיט אהרן מרדכי רוטנער והמבין יבין.
א פארשפעטיגט ברוך דיין האמת: מרדכי אריה מאזעס, ע"ה...!
איך האב היינט אויסגעפונען אז ער איז אוועק מיט בערך 9 וואכן צוריק.
איך האב איהם צום ערשטן מאל דערקענט מיט בערך 45 יאר צוריק. ער האט געוואוינט בשכינות, און געדאוונט (ווען ס'איז אויסגעקומען) אין גראסווארדיין ביהמ"ד.אויף די 10'טע עוועניו.
ער איז געווען זייער א זיסער איד. מ'קען זאגן אויף איהם אז ר'איז געווען א משמח אלוקים ואנשים...! ער האט אייביג געהאט א גוט ווערטל. און ר'איז ארומגעגאנגען מיט א שמייכל. אין יענע צייט (תשל"ד) האט דער איידעם פונ'ם גראסווארדיינ'ער רב, הרב בערל גאנץ ז"ל פארגעלערנט א שיעור אין משנה ברורה א יעדן שבת נאכ'ן דאווענען. מ'האט געגעבן א קליינעם קידוש און מ'האט געלערנט דעם שיעור. און אונזער הרב מרדכי אריה (המכונה לייבי) האטציך צוגעזעצט צום שיעור גלייך ווען ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד. האטציך איינער א לץ אנגערופן..."ער לערנט פאר'ן דאווענען"...!
אין אנהייב איז ער געווען א פעינטינג קאנטראקטאר. שפעטער (מיט בערך 25 יאר צוריק) האט ער אויפגעמאכט א ליקער און וויין געשעפט. נאכדעם האט ער עס פארקויפט. אבער ער איז געבליבן דארט צו מענעדזשן די ביזנעס. ווייל ער איז געווען א גרויסער מומחה אין אלערליי ליקערס און וויינען...!
ער פלעגט זיצן בפתח האוהל. ביי די אריינגאנג צום וויין געשפט. אבער לעצטנס האביך איהם נישט געזעהן. ווען כ'האב געפרעגט דעם יונגערמאן דעם איצטיגן בעה"ב וואו ער איז. זאגט ער מיר אז ער איז נפטר געווארן מיט בערך 9 וואכן צוריק...!
יהא זיכרו ברוך...!
ווען איך וועלל האבן א פיקטשער פון איהם, וועלל איך עס, בלי"נ ארויפלייגן...!
berlbalagulehשפעטער (מיט בערך 25 יאר צוריק) האט ער אויפגעמאכט א ליקער און וויין געשעפט.
ער פלעגט זיצן בפתח האוהל. ביי די אריינגאנג צום וויין געשפט.
13/55?
נקודת אמת: יא. זיכער. א ייש"כ פאר זיך אנרופן. אויב ד ביסט אמאל אריינגעגאנגען אין יענע געשעפט האסטו איהם זיכער געקענט...!
איך האב געזאגט פאר עטליכע (מעגליכע) קאסטומערס אז ער איז א גרויסער מומחה ווייל ער האט שוין טועם געווען פון אלע וויינען און בראנפנס...!
ערנסט גערעדט. ער איז געווען א לב טוב. און ער האטציך געפרייט ווען ער קען טון א טובה פאר א איד...!
צפור בודדלאמיך פון אים עפעס נאכזאגן. איך בין געווען א בחור'ל און געדאוונט אין רשב"ם וואו יענק'ל פלעגט צו דונערן ביי די שפעטע מנינים. עס איז געווען ארום די יארן ווען מ'האט געגרונדערט דער ש"ס פארטיי. א וויכוח האט אויסגעבראכן אין ביהמ"ד, דאכט זיך מיר איבער תחנון או משהו כזה, יענקל האט נישט געוואלט זאגן און אנדערע האבן יא געוואלט.
רופט זיך יענק'ל אן צו א ספרדישער איד, אתה יודע רק ש"ס, קבלה אתה לא יודע...
כאטש ער האט זיך געדרייט אין בעלז איז ער געווען א שוואכער חסיד. ער האט איין ברודער יוסף עמרם וואס איז גאר א שטארקער בעלזער אינעווייניגער און נאך א ברודער (וואלווי?) וועם מ'האט ארויסגעווארפן. איך מיין אז יענק'ל איז געווען נאנט מיט אהרן מרדכי רוטנער והמבין יבין.
אין ווי דרייען זיך זיינע קינדער היינט?
א גרויסע לוי מספידים חשובים האבען ארויסגברענגט עטליכע שטארקע נקידות פון הרב גרינבערג,
א' א עניו
ב' א ירא שמים
ג א ת"ח
ד' א בעל מידות
ה' מרביץ תורה
קען איינער א תלמיד מער ארויסברענגען די גדלות פון אט דער נפטר?
איך בין זיינס א תלמיד, איך קען נישט אָנצייגן ספעציעל די אויבנדערמאנטע זאכן אז עס קלעבט מער אויף איהם ווי רוב חרידישע אידן זיין יאר גאַנג חוץ אפשר מרביץ תורה ווייל למעשה האט ער אנגעפירט א קארפאראציע, וואס דארט איז תורה געווען די זאך וואס מען האט געטוהן רוב צייט פון טאג, און ער איז געווען די אחראית דעראויף. איך אלס תלמיד האט סיי די 4 יאר וואס איך האב דארט געלערנט און סיי נאך וואס איך בין געגאנגען צו ישיבה גדולה איהם אנגעקוקט ווי א פירער פון א קארפאראציע.
איין זאך בין איך איהם יא מעריץ אז ער האט אנגעהאלטן די דרך הלימוד אביסל וואס ר' עזריאל טויבער (פון וועם ער האט אפגעקויפט די ישיבה) האט איינגעפירט. דאס איז די בלעטער חלק, עס איז געווען א גאנצע א שטארקע דגוש צו זיך פארהערן אויף אויסנווענדיג די בלעטער וואס מען האט געלערנט אגאנץ יאר פּלאס די בלעטער פון די יארן פאר דעם. דאס הייסט אז סוף שיעור ד' פלעגט מען זיך פארהערן איבער 400 בלאט אויסנווענדיג. און אנדערע ווערטער עס איז געווען ווינט פון בקיאות.
ווער זענען געווען די מספידים, און ווען האט זיך די לוי' אנגעהויבן, און וועלכע בית בחיים האט מען איהם געלייגט?
ר' אשר זעליג ז"ל
אלס א תלמוד פון ישיבה שער אפרים אין די בראשית יארן [נ' יארן} האב איך איהם קענען געלערנט מיט עטליכע שטריכען וואס דארף ווערן ארויסגעברענגט
1)נישט געווען א 'באגי-מען' - און נישט גענוצט זיין מאכט צו פייניגען בחורים,
2)זיך געזארגט פאר די תלמידים, איך ווייס פון א בחור וואס איז נישט געוזנט געווען און ער איז אריבערגעקומען צום בחור אין שטוב צו לערנען מיט איהם,
Re: יהא זכרו ברוך
ליל ששי פרשת בא תשע"ט איז אוועק פלוצלונג אין מאנסי הרב י. הערמאן. ער איז געווען א יעקישע איד, וואס האט זיך אריין געלייגט מיט עטליכע דרייסיג יאר צוריק (אדער מער) אין די סוגיא פון חדש. מיט די יארען פלעגט ער דרוקן יערליך א קונטרס, אדער דריי קונטרסים במשך די מאנאטען, מיט די אינפארמאציע וואס א מענטש דארף נזהר צו זיין אויף חדש. ער פלעגט געוואויר ווערן ווען די נייע תבואה איז אנגעקומן פון די מעהלער צום פאבריק, און נאכגעפארשט די דאטום אויף יעדער פראדוקט ווען עס איז פאבריצירט געווארען (לויט די סעלל ביי דאטום), אזוי האט מען זיך געקענט דערוויסן וואס טוט זיך
איך געדענק מיט צוואנציג יאר צוריק אין סט. פאלסבערג אין די דעמאלסדיגע קליינע גראסערי, ווי די כולל ווייבער פלעגן איינקויפען מיט די קונטרס אין האנט, נאכצופארשן די דאטום אויף יעדער פראדוקט אז עס זאל קלאפן. און שפעטער בין איך, אדער מיין ווייב, דער אין קרעמל מיט די קונטרס (אויף פי.די.ף. אויף מיין סמארטפאון) וואס קוקט די קונטרס ביים איינקויפן. ער האט גארנישט געמאכט דערפון און אנגעהאלטן די זאך, פראפעסיאנאל און פארצייטיש אינאיינעם, און געהאלפן אסאך אידען צו קענן עסן במשך די ווינטער מאנאטען.
יהא זכרו ברוך
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
שמחהלע קאפשטיקאלס א תלמוד פון ישיבה שער אפרים אין די בראשית יארן [נ' יארן} האב איך איהם קענען געלערנט מיט עטליכע שטריכען וואס דארף ווערן ארויסגעברענגט
1)נישט געווען א 'באגי-מען' - און נישט גענוצט זיין מאכט צו פייניגען בחורים,
2)זיך געזארגט פאר די תלמידים, איך ווייס פון א בחור וואס איז נישט געוזנט געווען און ער איז אריבערגעקומען צום בחור אין שטוב צו לערנען מיט איהם,
שמחה'לע קאפשטיק" ייש"כ. פאר ארויסברענגען די שטריכן פון הרב גרינבערגער ז"ל אין אזא גוטן ליכט. איך האב ליעב ווען מ'באשרייבט א נפטר. אז מזאלל ארויסברענגען זיינע גוטע נקודות בחייו. אפילו אויב ער האט געהאט א פאר נעגאטיווע פונקטן. (ווער האט דען נישט?!) איז דא נישט די צייט און דאס פלאץ דאס ארויסצוברענגען. ווייל ווען מ'לייענט איבער די גוטע זייט פון א נפטר ברענגט דאס א התעוררות ביי א מענטש.. משא"כ די נעגאטיווע זאכן ברענגען נאר א געפיהל פון ביטערניש...! מ'מעג ברענגען א פאר הומאריסטישע עפיזאדן פון דעם נפטר'ס לעבן. נאר נישט אזעלכע וועלכע טוען איהם אראפקלאפן...!
ליטוואק פון בודאפעסטליל ששי פרשת בא תשע"ט איז אוועק פלוצלונג אין מאנסי הרב י. הערמאן. ער איז געווען א יעקישע איד, וואס האט זיך אריין געלייגט מיט עטליכע דרייסיג יאר צוריק (אדער מער) אין די סוגיא פון חדש. מיט די יארען פלעגט ער דרוקן יערליך א קונטרס, אדער דריי קונטרסים במשך די מאנאטען, מיט די אינפארמאציע וואס א מענטש דארף נזהר צו זיין אויף חדש. ער פלעגט געוואויר ווערן ווען די נייע תבואה איז אנגעקומן פון די מעהלער צום פאבריק, און נאכגעפארשט די דאטום אויף יעדער פראדוקט ווען עס איז פאבריצירט געווארען (לויט די סעלל ביי דאטום), אזוי האט מען זיך געקענט דערוויסן וואס טוט זיך
איך געדענק מיט צוואנציג יאר צוריק אין סט. פאלסבערג אין די דעמאלסדיגע קליינע גראסערי, ווי די כולל ווייבער פלעגן איינקויפען מיט די קונטרס אין האנט, נאכצופארשן די דאטום אויף יעדער פראדוקט אז עס זאל קלאפן. און שפעטער בין איך, אדער מיין ווייב, דער אין קרעמל מיט די קונטרס (אויף פי.די.ף. אויף מיין סמארטפאון) וואס קוקט די קונטרס ביים איינקויפן. ער האט גארנישט געמאכט דערפון און אנגעהאלטן די זאך, פראפעסיאנאל און פארצייטיש אינאיינעם, און געהאלפן אסאך אידען צו קענן עסן במשך די ווינטער מאנאטען.
יהא זכרו ברוך
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
(<a class="postlink" href="https://yoshon.com/sdm_downloads/the-final-guide-to-chodosh-2018-19/amp/">https://yoshon.com/sdm_downloads/the-fi ... 18-19/amp/</a> )
דזשעק בּאָגעל, מיסד פון 'די ווענגאַרד גרופּע'.
קורקלענדדזשעק בּאָגעל, מיסד פון 'די ווענגאַרד גרופּע'.
יהא זכרו טארעח!

ר׳ אלקנה אוויטש ז״ל
האט געוואוינט אין וויליאמסבורג פאר א שטיקל צייט. שווער פון הגאון הגדול רבי משה שאול קליין, דומ"ץ בי"ד זכרון מאיר, ראב"ד בד"ץ ויז'ניץ ורב שכונת אור החיים בני ברק.
ק/פ
ברוך דיין האמת: בשיכון ויז'ניץ נפטר הערב לבית עולמו הרה"ח ר' אלקנה אוביץ (אָוויטש) זצ"ל מזקני וחשובי חסידי ויז'ניץ, ששימש בשנים עברו כמשגיח רוחני בישיבת ויז'ניץ רבות בשנים והוא בן 84 בפטירתו.
המנוח זצ"ל מדמויות ההוד בחסידות ויז'ניץ שלמד בבחרותו בישיבת מאור הגולה ברומא, ולאחר מכן בארץ הקודש, נודע כמתמיד עצום ויגע בתורה.
בהגיעו לפרקו שדכו האדמו"ר מויז'ניץ בעל ה'ישועות משה' זצ"ל עם רעייתו מרת מרים בריינדל אוביץ ע"ה, בתו של הרה"צ רבי ישעיהו יוסף הלוי בעק זצ"ל.
ל'בחדרי חרדים' נודע כי ביום ט"ו מנחם אב תשי"ג התקיימה שמחת הנישואין של רבי אלקנה בקרית ויז'ניץ. הסעודה נערכה בחדר האוכל של הישיבה. באותו היום נחגגו שתי חתונות של תלמידי הישיבה: חתונת הרה"ח רבי אלקנה היתה בקרית ויז'ניץ, וחתונתו של הרה"ח ר' ברוך ולצר ז"ל היתה בירושלים. הרבי ה"אמרי חיים" שלח את חתנו הרה"צ רבי נפתלי חיים אדלר זצ"ל שישתתף בחתונה בירושלים, ואילו לחתונה בויז'ניץ השאיר את בנו בעל ה'ישועות משה' זי"ע.
לימים סיפרו, שלאחר הנישואין לא הספיקה ידם לקנות לחם ואכלו אז פעמיים ביום ענבים. רבי אלקנה זצ"ל ישב שעות על גבי שעות והגה בתורה. חמש מסגרות לימוד היו לו במשך היום, בהם היה משתתף ויגע בתורה. הוא למד בכולל וואלוזי'ן ובכולל נובהרדוק ומשכורתו הגיעה רק כדי פת לחם ואשכול ענבים.
לאחר כמה שנים ביקש האדמו"ר ה'אמרי חיים' זי"ע מרבי אלקנה שיבוא לשמש כמשגיח בישיבה ומאז מילא את תפקידו בנאמנות, והיה קרוב מאד לרבי ה'אמרי חיים' ולבנו שהיה אז ראש הישיבה הרבי בעל ה'ישועות משה' זי"ע.
בשנת תשמ"ה עבר לגור בארה"ב, במטרה שיוכלו לעזור לילדים שיושבים ועוסקים בתורה להרחיב נפשם שלא יהיו להם דאגות וטרדות פרנסה.
הותיר אחריו משפחה מפוארת ומבורכת, בניו וחתניו רבנן ותלמידיהון. בניו: הרה"ח רבי אליהו יצחק אייזיק מאנטוורפן, הרה"ח רבי משה יהודה מבורו פארק. חתניו: הגאון הגדול רבי משה שאול קליין, דומ"ץ בי"ד זכרון מאיר, ראב"ד בד"ץ ויז'ניץ ורב שכונת אור החיים בני ברק. הגאון רבי צבי הירש ויז'ניצר, רב חסידי ויז'ניץ וחבר בד"ץ רבני הקריות אשדוד. הרה"ג רבי ברוך שטרן והרה"ג רבי יוסף דסקל מקרית ויז'ניץ בני ברק. נכדים, נינים ובני נינים, דור ישרים מבורך ההולכים בדרך התורה והחסידות.
מסע ההלוויה יתקיים מחר (שלישי) בשעה 11:00 בבוקר מקרית ויז'ניץ בבני ברק.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
ר' יהושע זאב מליעזש ז"ל ב"ר חיים מסארוואש זצ"ל
אחיו של הרב משאפראן שליט"א
בד"א, הרב שלמה ברעסלויער זצ"ל, רב דביהמ"ד בית תפלה מאנסי.
איך האב אים נישט געקענט, אבער זיין זון הרב דוד פון סט. פאלסבערג איז א קדוש עליון, א זעלטענע ת"ח און עובד ה'. דער נפטר איז געווען, זייט די מעשה ביש צוועלף מיט א האלב יאר צוריק, א שבר כלי ממש. ער איז קיינמאל נישט געקומען צו זיך מרוב צער פון די אונס וואס איז נגרם על ידו. צובראכן און צושמעטערט האט ער ענדליך אויסגעהויכט זיין נשמה.
ליטוואק: געב מער פרטים פאר די מענטשן וועלכע זענען נייגעריג צו וויסן איבע די מעשה אונס שנגרם על ידו...!
ריכטיג: אינטרעסאנט אז דער משה פינקל איז גארנישט געווען אזוי שטארק צוטרייסלט. לויט ווי איך בין אינפארמירט וואוינט ער היינט אין ארץ ישראל. און ר'איז גאנץ א שיינער איד. (אזוי האלט ער זיך). נאך די אלע מכלומר'שטע תיקוני תשובה וואס ער איז אדורך...! די הויפט איז אז ער האט אנגעבליך אוועקגעגעבן דאס גאנצע געלט וואס ער האט פארדינט פון די נבילות וטריפות מיט וואס ער האט פאר יארן מכשיל געווען דעם עולם...בכל אופן. דער אייבישטער שיקט איהם אן אי מעיל וואו ער באדאנקט זיך שטארק פאר זיינע מעשי הצדקה. גם אנו מצטרפין לברכות יישר כוחכם של קודשא בריך הוא ושכינתיה...!
וואס האט פינקל פארלוירען פון זיין מעשה? ער איז פטור געווארען פון זיין משפחה, געטראפען א נייעם ווייב און א נייעם לעבן, און שמועות קורסירען אז ער האט אוועק געגעבן די געלט........
ער איז גערן גרייט פאר די שמועות.
איך מיין אז איך אויף זיין פלאץ וואלט נישט געקענט לעבן בשלום מיט זיך. אדער וואלט איך (ח"ו) קאמיטטעד סואיסייד. אדער אנטלאפן ערגעץ קיין אפריקע אדער בראזיל. און געטוישט מיין נאמען. אויב כ'האב געהייסן יודא וועלל איך פון יעצט אן הייסן פייוול. אויך געטוישט מיין לבוש. די ערשטע זאך וואס איך וואלט געטון, איז אפשערן מיך מיט א טריפל זירא (אויכעט איינס פון די תיקוני תשובה). געלאזט וואקסן לאנגע, צופלויגענע, אומ-געוואשענע פיאות. אנגעטון א רעכטס אויף לינקס העמד. און נישט געטוישט זאקן און ר"ת גאטשעס מער ווי איין מאל אין 2 וואכן. ארויסגעווארפן אלע שמעקעדיגע זייפן און שעמפו'ס, רח"ל. נישט געפוצט די ציין. ביז דער פיסק סרח'עט און די ציין ווערן פארפוילט...!
משה פינקל איז עטליכע נאכן אנקומען קיין ארץ ישראל געווארן א משגיח כשרות אין א האטעל. א מאנסיער איד וועמען איך קען פערזענליך האט אים דארט געטראפן און געווארנט אז מ'זאל אים ארויסווארפן פון דארט.
נישט לאנג נאכדעם איז ארומגעגאנגען שמועות אז ער לעבט מער נישט כי לקח אותו בעצמו, דאס קען איך נישט באשטעטיגן, אבער זינט דאן הערט מען נישט פון אים.
Re: יהא זכרו ברוך
ער האט זיך געדרייט אין לאנדאן אויך.
ווארשיינדליך רעדט זיך דא פון א סאסיאפאטה, וואס קען מאניפיולירן יעדעם, און האט נישט קיין קאנשענס ווען ער זאגט ליגענט. אנדערש איז אוממעגליך דאס אריין צו נעמן אין קאפ.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: יהא זכרו ברוך
אום שבת איז אוועק איינער פון די נאנטע תלמידים פון דער חזון איש, ה"ה הרב חצקל ברטלר זצ"ל. מ׳גייט אים מסתמא באשרייבן אין די צייטונגן, אבער אויף אוצה"ח, האט דער ניק וואס האט זיך באקרוינט אלס דער ׳נוטר הכרמים׳ ארויף געלייגט אזא מגילה.
התבקשתי להעלות את הדברים המצו"ב, ואני עושה את המבוקש בלא שום הבעת עמדה או התערבות במה שנכתב.
אין אומרים בפני המת אלא דבריו.
בצער רב נתקבל הידיעה הקשה על פטירתו של אחד מגדולי גאוני ושקדני דורינו הגאון הגדול רבי יחזקא'ל ברעטלער זצ"ל, מתלמידי מרן החזון איש זלה"ה.
פעם אחת זכיתי לשהות בקרבתו של הג"ר יחזקאל זלה"ה בבני ברק, שנסתלק היום לעולמו.
הדבר היה בשנת תשע"ג לפ"ק, כאשר עסקתי לברר בנושא הבחירות האסורות והחוב קדוש, והפרסומים שהפיצו כסדר על כל גדולי ישראל שחייבו השתתפות בבחירות הטמאות. ובתוכם נתערבב שמו של גאון ישראל החזון איש ז"ל.
הענין היה לוטה בערפל.
מצד אחד שמעתי שהחזו"א ז"ל אמר לרבינו הק' ז"ל בשיחתו הידיעה שהוא עומד אתו עמו בשיטתו בנוגע המדינה הציונות, וגם קבלתי שיחה שדיבר רבינו על הספינה בדרך חזרתו מארה"ב בשנת תשי"ב בנוגע מה שהחזו"א אמר לו בענינים אלו, מה שכולם מורים שהיה דעת תורה ברורה דברים בירורים לאסור הבחירות. ומצד שני הפיצו כסדר שמועות בשם החזו"א לחייב השתתפות בהבחירות.
הס' מקאטאוויץ עד ה' באייר העלה כמה חידושים בענין זה, אבל סוכ"ס זה ספר מחקר ולא עדות חיה.
הרה"ח ר' יקותיאל יצחק הלוי שישא שליט"א אמר לי אז "אם תרצה לשמוע ישירות דעת החזו"א, יש תלמיד גדול בבני ברק רבי יחזקאל ברעטלער שמו, הוא שמע ממנו דיבורים קילורין לעינים, וכדאי לשמוע אותם מפיו".
כאשר באותן הימים קבלתי הזמנה להופיע בארה"ק לצורך דרשה ביום כ"א כסלו, קבלתי ההזמנה תיכף ומיד, כי מחשבתי היה להגיע לרבי יחזקאל.
הייתי אז בארה"ק בערך יום וחצי, עיקר העסק היה בירושלים, אבל נסעתי במיוחד לבני ברק, זה היה ביום ג' וישב תשע"ג, נצמדתי אצל דלת ביתו, יחד עם הרה"ח ר' שלום אליעזר ראטטער שליט"א שהיה לו קרבות עמו, וציפינו על ההזדמנות, הוא היה קודם בלוי' של הג"ר עמרם זאקס ז"ל ראש ישיבה סלאבאדקא, וכאשר חזר מיד נתיישב ללמוד עם שלשה מבניו, אה, זה היה מחזה לא מעלמא הדין... (כפי זכרוני היה טרוד עם איזה מרדכי במס' סוכה).
צר לי שהפרעתי אותו מלימודו, זה לא היה נח לו, וגם היה נראה שהוא לא היה רגיל לישב ולספר על עצמו ועל רבותיו, הנוכחים בחדר לא הראו הרבה חשיבות לשיחתינו, שאלתי אותו אז על כמה ענינים, ביניהם על הרשימות מהג"ר מתתיהו דייוויס ז"ל בשם החזו"א, מה שהגר"ח קנייבסקי שליט"א כבר אישרן בכת"י, דברים קיצוניים עד מאד בעניני קנאות, הוא לא ידע ולא שמע מזה.
אבל כאשר שאלתי אותו על ענין הבחירות אמר לי מפורשות כדברים האלו בזה"ל:
"יא, ער האט געזאגט אז מ'קען אסר'ן בחירות, זיי זענען דאך ערליכע אידן דארט, ווער וועט פאלגן? ממילא האט ער נישט גע'אסר'ט".
"ער אליין איז נישט געגאנגען צו בחירות, ער האט געזאגט שיש סיבה לאלו שהולכים לבחירות שיראו שיש אסאך אידן.
אמר גם "פון מיין זייט זאלן זיי בלייבן אינדערהיים".
אמרתי זאת פעם למנחם פרוש האט ער זיך דערשראקן. אמרתי לו שמצד החזו"א הוא יכול להשאר בביתו, אמר זאת עליהם, על חברי הכנסת, אני מחותן עם מנחם.
כאשר גמר לומר לי הדיבורים האלו, שאלו אותו בניו בעברית שוב על מה שסיפר כעת, היה נראה שהם לא שמעו זאת ממנו מעולם, והוא אמר להם בעברית: "לפי דברי החזון איש מי שישמע לו לא ילך בעצם כלל להבחירות, רק מכיון שלא ישמעו לו לכן אמר הסברא שיש תועלת בהליכה ג"כ?".
"אזוי האט ער געזאגט "דאס זענען דאך ערליכע אידן, אבער ווער וועט פאלגן". ולחברי הכנסת אמר 'בלייב אינדערהיים'.
עכ"ל.
הדברים האלו שמעתי מפיו יחד עם רש"א הנ"ל, וזה היה במעמד בניו שהיו שם בחדר.
מה שלמדתי מדברים אלו ברור, שהוא לא חייב את הבחירות בשום אופן, וגם היה דעתו לאסור הבחירות, רק מכיון שהרגיש שלא יהיה מי שיציית לדבריו לכן מצא גם לימוד זכות לאלו שכן הולכים שריבוי המצביעים לכה"פ מראה שיש ציבור שרוצים לשמור תורה ומצוות בארה"ק.
(אני יודע שיהי' מי שיקפוץ על הדברים, וישאל וינסו להפריכם, אבל אני מצטט אך ורק לשונות שאמר מילה במילה, וכמובן שלא היה לו כל נגיעה וכבר פרסמתי דברים אלו תיכף ומיד בחיים חיותו, לא כאלו שלא העיזו להפריך קרוב לעשרים שנה את הס' מקאטוביץ ועד ה' באייר, ורק אחרי פטירת המחבר הם קופצים עליו בכל מיני בזיונות, כאילו שיש בזה גבורה להפריך את הארי המת, כאשר אין ביכלתו לגונן על עצמו).
ואשר על כן, הנני מרגיש חובה לנפשי, לפרסם שוב הדברים האלו, והם תואמים את הדברים שמעיד הארי החי לאיוש"ט הגאון הגדול משיירי כנה"ג רבי אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבה הרמה שהיה שלוחו לחזק את העדה החרדית באיסור הבחירות.
העיקר, לומר שהחזון איש חייב את ההשתתפות לבחירות, זה שקר, זה נגד דעת תורתו, ואין ספק שמצערים את הצדיק כאשר אומרים בשמו הוראות שלא החזיק כן, ואף נראה מאד שהיה דעתו להיפך.
לעילו נשמת הגאון רבי רפאל אביגדור יחזקאל ב"ר עזריאל זכרונו לברכה.
דארט האבן געוויסע ניקס פראבלעמן מיט די אידיש, אבער די הבל שבו איז ניכר צו יעדעם
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
קוקט אויס אז שמואל שלמה טעלער איז די שרייבער
בד"ה
הרה"ח ר' חיים ארי' ראזענבערג ז''ל
מחשובי חסידי וויזניץ
ליטוואק פון בודאפעסטאום שבת איז אוועק איינער פון די נאנטע תלמידים פון דער חזון איש, ה"ה הרב חצקל ברטלר זצ"ל. מ׳גייט אים מסתמא באשרייבן אין די צייטונגן, אבער אויף אוצה"ח, האט דער ניק וואס האט זיך באקרוינט אלס דער ׳נוטר הכרמים׳ ארויף געלייגט אזא מגילה.
התבקשתי להעלות את הדברים המצו"ב, ואני עושה את המבוקש בלא שום הבעת עמדה או התערבות במה שנכתב.
אין אומרים בפני המת אלא דבריו.
בצער רב נתקבל הידיעה הקשה על פטירתו של אחד מגדולי גאוני ושקדני דורינו הגאון הגדול רבי יחזקא'ל ברעטלער זצ"ל, מתלמידי מרן החזון איש זלה"ה.
פעם אחת זכיתי לשהות בקרבתו של הג"ר יחזקאל זלה"ה בבני ברק, שנסתלק היום לעולמו.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
הרב ברעטלער שטאמט פון א עכטע וויזניצער משפחה פון אינדערהיים. און איז קרובים צו די וויזניצער ברעטלערס.
התם ומתמם עם תמימיםהרה"ח ר' חיים ארי' ראזענבערג ז''ל
מחשובי חסידי וויזניץ
ער איז געוועהן א זוהן פון ר׳ יעקב ראזנבערג ראה״ק וויזניץ וויליאמסבורג. א ברודער מיט ר׳ יצחק דוד ע״ה פון מאנסי ר׳ אפרים פון וויליאמסבורג און ר׳ אלי׳ ר׳ מאטי פון ב״פ און נאך אפאר ברודער.
איידעם פון ר׳ יעקל ראזענפעלד ממאנסי זז״ג- משב״ק האור אמת מוויזניץ זצ״ל
זיין זוהן הגאון ר׳ הערשל איז דיין אין מרכז-ויזניץ.
ק/פ
ברוך דיין האמת:
הגיעה הבשורה הקשה על פטירתו של הרה"ח רבי חיים אריה רוזנברג ז"ל,
מחשובי חסידי ויזניץ וראש הקהל של חסידי ויז'ניץ בשכונת וילאמסבורג בברוקלין
ומי שכיהן כמנהל משרדי המוסדות בארה"ב, והוא בגיל 73 בפטירתו.
המנוח ז"ל היה איש חסיד תם וישר.
היה מקושר בעבותות אהבה לאדמו"ר בעל ה'ישועות משה' מויז'ניץ זיע"א והיה יד ימינו.
עליו סמך הרבי זצ"ל את ידו בענייני הכלל ובענייני הפרט.
המנוח ר' חיים אריה ז"ל היה מהמיוחדים שבחבורה שהרבו לדבר ולהעביר לדור הבא זיכרונות וסיפורי צדיקים מחסידי קמאי.
זכה והעמיד משפחה לתפארת,
בנו בכורו מגדולי תומכי תורה , הנגיד ר' ברוך משה ממונטריאל , ושאר בני המשפחה, בנים וחתנים נכדים ונינים שהולכים בדרך התורה והחסידות, לתפארת בית אבותם.
מסע הלוויה יוצא הבוקר, ערב שבת קודש פרשת שמיני - פרה בשעה 1130 מבית המדרש ' ויז'ניץ' בשכונת מונסי .
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
הגרמי"ל לנדא זצ"ל רבה של בני ברק
בד"ה
די קאפיטל פון אב"ד בני ברק איז לכאורה געשלאסן. די ליטאים האבן ביז איצט אויך נישט איינערקענט אין זיין רבנות אבער ביי די חסידים איז ער איבעראל געווען רעספעקטירט בעיקר צוליב די שטיצע פון הרב וואזנר ז"ל. ס'גלייבט זיך נישט אז מ'וועט זיך דארט קענען פאראייניגן און אויפנעמען א ממלא מקום.
ונזכה ונחי' ונראה
לכאורה וועלן אויפגענומען ווערן א וועד הרבנים וואס וועט רעפעזענטירן אלע קהילות העיר.
אין בני ברק בשעת הלוי'ה האט דער ראש העיר הרה"ג ר' אברהם רובינשטיין שליט"א (פארוועזענער מזכיר מועצת גדולי התורה - דגל התורה)
אויסגערופן געווארן אז ס'ווערן אויפגענומען 2 רבנים.
1. זיין זוהן ר' חיים יצחק אייזיק לנדא, (פלעגט וואוינען אין צפת"ו ביז איצטער, א ליובאוויטשער, א שטיקל מבין אין כשרות, דער רב ז"ל האט איהם לעצטנס מועיד געוועהן צו ממשיך זיין די מערכת כשרות)
2. הגאון ר' שבח צבי רוזנבלט שליט"א מראשי בד"ץ שארית ישראל.
נאך די פטירה פון הג"ר יעקב לאנדא זצ"ל רב ואב"ד בני ברק, וואס האט געשריבן אין זיין צוואה אז מ'זאל שטעלן זיין זוהן צו ממשיך דרכו זיין.
בשעת הלוויה האט דער יענטסמאהל-דיגע ראש העיר ר' משה אירנשטיין (א גערער חסיד) אויסגערופן אז הג"ר משה יהודא ליב וועט זיין מרא דאתרא.
ווי ס'ווערט געפסק'נט אין שולחן ערוך בפשיטות ווען א רב וואס שטארבט און ער לאזט איבער א זוהן וואס איז ראוי, אפי' אויב ס'איז פארהאן עמיצער וואס איז ראוי ממנו,
מדיני ירושה מוז מען עם ממנה זיין, פארשטייטזיך אז די חסידישע רביים ורבנים אין שטאט האבן איהם געשטיצט, והצטרף עמהם הג"ר חיים שאול גריינימן זצ"ל
משא"כ רב שך פון פוניבז' האט פארשטייטזיך מחמת אהבתו לחסידי ליובאוויטש וכבר אמרו חז"ל כי האהבה מקלקלת את השורה, האט פארשטאנען אז אט דער זוהן (הגרמי"ל) איז אינגאנצן נישט ראוי.
און רב שך האט געוואלט מ'זאל אויפנעמען ר' נסים קארעליץ לרפו"ש זאל ווערן רב אין שטאט. און אזויווי בשעת הלויה איז אויפגענומען געווארן הגרמי"ל,
האט רב שך נישט מכיר געוועהן אין דעם מינוי און ער האט געהייסן עפענען יענטסמאהל די בד"ץ 'שארית-ישראל'.
אפילו היינט נאך פטירת הגרמי"ל האט דער היינטיגער 'יתד' געשריבן כדלהלן:
"הגאון רבי משה יהודה ליב לנדא זצ"ל, בנו של הגאון רבי יעקב לנדא זצוק"ל רב אב"ד בני ברק, שעמד בראש מערכת הכשרות שהקים אביו זצוק"ל".
איך האב געזעהן און איך האב געוואלט ברעכן, אבער שוין, יד החסידים על העליונה, אויכעט אין די מערכת כשרות, ס'איז ניט פארהאן קיין 1 ערנסטע ליטוואק וואס האלט ניט פון רב לנדא'ס הכשר.
(אפאר פאליטיקאנטן יא, ס'האט זיך געדרייט א דזאוק, אז בשעת coca-cola האבן אנגעהויבן ארויף-לייגן די סטעמפל פון הגרמי"ל לאנדא זצ"ל
איז געוועהן אסאך ליטוואקעס וואס האבן אויפגעהערט צו דאס טרינקען, הגם פאר דעם האבן זיי זיך פארלאזט אויפן ou, אדער א ליסטע
וואס האט דאס מתיר געוועהן אן א השגחה, אבער אויף רב לנדא קען מען זיך ניט פארלאזן...)
מצד שני איך קען ניט קיין 1 ערנסטע נישט ליטוואק וואס פארלאזט-זיך אויפ'ן 'שארית-ישראל' כשרות-סיסטעם.
בפרט נאך גרויסע שערוריות וואס איז נתפרסם געווארן אין די בראשית יאהרן פון זייער כשרות, אבער שוין.
הכלל,
בסימן טוב ובמזל טוב זענען אויפגענומען געווארן 2 רבנים, דער זוהן וואס גייט פיהרן מערכת הכשרות (און אפשר אויך די עירובין, און מקוואות)
און ר' שבח וואס גייט אנפירן די אנדערע ענייני הרבנות והדיינות בעיר.
ביז א האלבע יאהר צוריק איז געוועהן אויך א תימנע'ר רב הג"ר שלמה קורח זצ"ל וואס האט זיך אויך געהאלטן אין א געוויסע זיהן אלטס מרא דאתרא.
שוין. והאמת והשלום אהבו.
שמעון וואלףקוקט אויס אז שמואל שלמה טעלער איז די שרייבער
כ'מוטשע מיך נאך אז דער חזו"א זאל מיר זיין א בינדינדע אויטאריטעט זאל איך נאך נעמען אויף מיר וואס שמואל שלמה פארטייטשט וואס א תלמיד פון חזו"א פארטייטשט וואס דער חזו"א האט זיך אמאל אויסגעדרוקט בתוך שיחה?? זענען די מענטשן אינגאנצן פארריקט?
בשנת תשמ"ו, הלך לעולמו הגר"י לנדא זצ"ל, רב העיר בני ברק. מאז פרצה לה המחלוקת העזה בין הרבנים הליטאים לבנו וממשיך דרכו הגאון רבי משה יהודה לייב לנדא זצ"ל.
היות ורוב החנויות בעיר בני ברק היו בכשרות הרב לנדא, הוקם גוף הכשרות 'שארית ישראל', כאשר בראשה עמד הרב חיים שאול קרליץ ז"ל. המהלך - נתפס כהכרזה על התנתקות של הליטאים מהחסידים.
הבוקר (א') חושף אתר 'כיכר השבת', כי מנהיג הציבור הליטאי הרב שטיינמן ז"ל, דיבר בשבחו של הרב לנדא, שעמד בראש מערך הכשרות שייצגה את ציבור החסידים, למרות המתיחות.
בווידאו שפורסם, נראה הרב שטיינמן משוחח עם הרב בן ציון הכהן קוק, ראש בית ההוראה הכללי ירושלים - על שורה של שאלות בנושאי כשרות.
לצפייה בווידאו - לחצו כאן!
הרב קוק מספר כי "כמה מתלמידיו שמקפידים לא להכניס לביתם מוצרים בכשרות של הרב לנדא". בתגובה לכך, עונה הרב שטיינמן תשובה מפתיעה ונחרצת: "ההכשרים שלו הכי טובים! הוא בן אדם מוכשר מאד. ההשגחה שלו טובה".
בהמשך דבריו, חושף הרב שטיינמן זצ"ל, כי מורו ורבו ה'חזון איש' זיע"א, הכיר את הבן הצעיר 'משה לנדא' וסמך עליו לא פחות משסמך על אביו.
<a class="postlink" href="http://www.col.org.il/show_news.rtx?fromAdmin=yes&artID=117334">http://www.col.org.il/show_news.rtx?fro ... tID=117334</a>
Re: יהא זכרו ברוך
עס איז לייכט צו רעדן לאחר המעשה. יעצט וואס יעדער געניסט פון דעם אז חב"ד איז מחוץ למחנה, קען מען באוויינען דאס ׳שלא ימחה שבט מישראל׳. זאלען אלע מויל מאכערס געבן זייער טעכטער חתונה צו האבען מיט א ליובאוויטשער חסיד, טאמער זיי האלטען טאקע אז עס איז נישט קיין פראבלעם. אגודת ישראל האט געשפילט כאילו זיי נעמן זיך אן פאר׳ן כבוד פון דער ליובאוויטשער רבי, אבער למעשה האט מען נאר איהם געשטיצט אויף נישט צו גיין מיט הרב שך. נישט אין שלימות הארץ, נישט אין מיהו יהודי און נישט אין חסידות.
ווען רמי"ל לאנדא איז דער איין און איינציגסטע רב אין בני ברק, וואלטען זאכען אנדערש אויסגעקוקט. יעצט האט ער געהאט א גאר פיינע מערכת הכשרות, אבער זיין איינפלוס אלס ליובאוויטשער חסיד איז געווארען שטארק איינגעצוימט. נישט אנדערש ווי דער עדה החרדית אין ירושלים, וואס זייער מערכת הכשרות איז געלונגען און זייער ׳שיטות׳ זענען צום שפאט.
און דאס אז הרב שבח רוזנבלט גייט יעצט דארט אריין דארף זיין הימל שרייענדיגע נייעס. וואסי פשט אין דעם?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטעס איז לייכט צו רעדן לאחר המעשה. יעצט וואס יעדער געניסט פון דעם אז חב"ד איז מחוץ למחנה, קען מען באוויינען דאס ׳שלא ימחה שבט מישראל׳. זאלען אלע מויל מאכערס געבן זייער טעכטער חתונה צו האבען מיט א ליובאוויטשער חסיד, טאמער זיי האלטען טאקע אז עס איז נישט קיין פראבלעם. אגודת ישראל האט געשפילט כאילו זיי נעמן זיך אן פאר׳ן כבוד פון דער ליובאוויטשער רבי, אבער למעשה האט מען נאר איהם געשטיצט אויף נישט צו גיין מיט הרב שך. נישט אין שלימות הארץ, נישט אין מיהו יהודי און נישט אין חסידות.
ווען רמי"ל לאנדא איז דער איין און איינציגסטע רב אין בני ברק, וואלטען זאכען אנדערש אויסגעקוקט. יעצט האט ער געהאט א גאר פיינע מערכת הכשרות, אבער זיין איינפלוס אלס ליובאוויטשער חסיד איז געווארען שטארק איינגעצוימט. נישט אנדערש ווי דער עדה החרדית אין ירושלים, וואס זייער מערכת הכשרות איז געלונגען און זייער ׳שיטות׳ זענען צום שפאט.
און דאס אז הרב שבח רוזנבלט גייט יעצט דארט אריין דארף זיין הימל שרייענדיגע נייעס. וואסי פשט אין דעם?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
למעשה איז הרב לאנדא געווען פון די מערסט אנגענומענע רבנים אין די וועלט, נאו מעטטער וואס להבדיל דער ''רב'' שך האט געוואלט.
Re: יהא זכרו ברוך
אוודאי אוודאי. זיין תשובות ווערן געלערנט אין יעדער ביהמ"ד, יעדער רב וואס האט געהאט א שאלה סיי וואו אין דער וועלט, האט געשיקט צו איהם, מ׳האט איהם גערופען צו דרשנ׳ן ביי יעדער גרויסע מעמד, יעדער יונגערמאן וואס האט געלערנט הוראה איז געגאנגען צו איהם פאר שימוש, קיינער רירט זיך נישט פון א פסק זיינער.
ממש ווי דו זאגסט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטאוודאי אוודאי. זיין תשובות ווערן געלערנט אין יעדער ביהמ"ד, יעדער רב וואס האט געהאט א שאלה סיי וואו אין דער וועלט, האט געשיקט צו איהם, מ׳האט איהם גערופען צו דרשנ׳ן ביי יעדער גרויסע מעמד, יעדער יונגערמאן וואס האט געלערנט הוראה איז געגאנגען צו איהם פאר שימוש, קיינער רירט זיך נישט פון א פסק זיינער.
ממש ווי דו זאגסט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יא, אשרינו אז מיר האבן געלעבט אין זיין דור!
ליטוואק פון בודאפעסטאוודאי אוודאי. זיין תשובות ווערן געלערנט אין יעדער ביהמ"ד, יעדער רב וואס האט געהאט א שאלה סיי וואו אין דער וועלט, האט געשיקט צו איהם, מ׳האט איהם גערופען צו דרשנ׳ן ביי יעדער גרויסע מעמד, יעדער יונגערמאן וואס האט געלערנט הוראה איז געגאנגען צו איהם פאר שימוש, קיינער רירט זיך נישט פון א פסק זיינער.
ממש ווי דו זאגסט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יא, די תשובות ווערען טאקע געלערנט איבעראל אזוי ווי די אבי העזרי...
חת"ם סופר: ייש"כ. ס'האט מיר באמת געברענגט טרערן. טרערן פון שמחה. אז אונז האמיר אזעלכע טייערע אידן ווי הרב ר' יואל ראטה שליט"א וואס ברענגט אריין אהבת התורה ואהבת השי"ת אין די אידישע קינדער. און אונז מאכן פון עיקר א טפל. און פון טפל אן עיקר...!
מ'קען זעהן די שמחה אויפ'ן פנים פון דעם טייערן, געליטענעם בחור'ל. ווען ער איז מסיים די גמרא. און ער זאגט קדיש דרבנן. איך וואלט געזאגט אויף ר' יואל ראטה שליט"א דעם מאמר פון רביה"ק..."יש קונה עולמו בשעה אחת"...נאר ער טוט עס א יעדן טאג פון זיין לעבן. ער הייבט אויף און איז מחזק אידישע קינדער...!
דער טייערער בחור'ל שמעון זאלל האבן א לעכטיגן גן עדן. אין זכות פון די תורה וואס ער האט געלערנט מתוך צער...תנצב"ה...!
נעכטן אוועק א חשובע פרוי בערך ארום 90 יאר אלט, מרת בת שבע גוטמאן פון וויליאמסבורג, מאמע פון ר' יודל, ר' חיים קלמן, ר' משה דוד וכו'.
יארן צוריק געהאט א געשעפט אויף לי עוועניו אינאיינעם מיט איר מאן ר' יצחק, Everything Plus.
יהי זכרה ברוך
ברוך דיין אמת
הרה"ח ברוך יודא שניצלער ז"ל 😮
יין שרףהרה"ח ברוך יודא שניצלער ז"ל 😮
ברוך דיין האמת
הלויה של הרב החסיד רבי ברוך יהודה ב״ר משולם זושא שניצלער ע״ה
תהיה היום בלילה בשעה 11:15
לפני בית המדרש סאטמאר ראדני
ומחה השם דמעה מעל כל פנים
והחי יתן אל לבו
יין שרףיין שרףהרה"ח ברוך יודא שניצלער ז"ל 😮
ברוך דיין האמת
הלויה של הרב החסיד רבי ברוך יהודה ב״ר משולם זושא שניצלער ע״ה
תהיה היום בלילה בשעה 11:15
לפני בית המדרש סאטמאר ראדני
ומחה השם דמעה מעל כל פנים
והחי יתן אל לבו
Updated
אוי שרעקדיג
וואס איז געשעהן מיט ר' ברוך יהודה ?
איך האב נאר גערעדט מיט איהם לעצט וואך...
אויס געזעהן זעהר פריש...
Re: יהא זכרו ברוך
התם ומתמם עם תמימיםאוי שרעקדיג
וואס איז געשעהן מיט ר' ברוך יהודה ?
איך האב נאר גערעדט מיט איהם לעצט וואך...
אויס געזעהן זעהר פריש...
הארץ אטאקע פרייטאג צונאכטס ל״ע
איך פלעג אים טרעפן אין קאנטרי גיין נאך געלט. אזוי גוט אויפגעלייגט געווען יעדע צייט. יעדעם געמאכט פילן ווי ער איז זיין בעסט פרענד. ווען מ'האט אים געזאגט א ווערטל האט ער אזוי געלאכט כאילו ס'איז די בעסטע זשאוק, דער עיקר צו מאכן יענעם פילן גוט.
ווי נעמט מען אזעלכע צדיקים
עם
הרה״ח הישיש ר׳ יודא עביר ראזנבערג ז״ל מוויליאמסבורג. 93 מזקני וחשובי חסידי וויזניץ-מאנסי.
ר׳ יודל עביר שטאמט פון די פארצווייגטע וויזניצער ראזנבערג משפחה וואס שטאמען פון ביטשקוב און זענען אייניקלעך פון די צוואת אבא הרה״ח ר׳ אברהם ברוך ראזענבערג און פון די באוואוסטע וויזניצער חסיד ר׳ יודל עביר פון די גרויסע חסידים פון די אהבת ישראל זי״ע.
ער איז כל ימיו געגעאנגען נאך געלט פאר וויזניצער מוסדות פון וויליאמסבורג און נישט גענומען קיין פרוטה. פלעגט אויסהאלטן יתומים און אלמנות בהצנע לכת.
אויפגעשטעלט א הערליכע דור.
הרה״ח ר׳ נחום-ווילימסבורג,
הרה״ח ר׳ שלום- מאנסי (פון ראפא טייערס אויף פארק עוועניא)
הרה״ח ר׳ מנחם מענדל- ב״פ יו״ר חסד של אמת
הרה״ח ר׳ יצחק- מאנסי
הרה״ג ר׳ ישראל- דומ״ץ וויזניץ וויליאמסבורג
הרה״ח ר׳ יחיאל אלטר-מאנסי
הרה״ח ר׳ יעקב יוסף-מאנסי
זיינע איידעמער איז ר׳ שלמה מעהרינג, ר׳ יוסף וויינבערגער, הרב עמרם גרויז ז״ל מחסידי בעלזא.
ער איז געוועהן א פעטער פאר נחום פון די האטליין
יהי זכרו ברוך
Re: יהא זכרו ברוך
C/P
מוראדיגע מוסר השכל וואס איך זעה
היינט, אזויפיל אידען זענען אין שאק באוויינען א אידל וואס האט סך הכל געגריסט יעדעם מיט א שמייכל... נישט געווען קיין עושר גארנישט געגעבן פאר קיינעם.. נאך אפילו גענומען ... אין יעדער באוויינט אים
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת. רבי יהודה עביר ראזענבערג ז״ל
אביו של הרב מענדל ראזענבערג
ראש חסד של אמת


Sent from my LGLS991 using Tapatalk