יהא זכרו ברוך
2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
ברוך דיין האמת: האברך החשוב ר' אלתר יואל קלאר ע"ה 29 יאר פון וויליאמסבורג, סאטמאר ביקור חולים עסקן, בן ר' חיים מרדכי (בית הספר).
די לוי' וועט ארויס 9 אזייגער פון קאשוי ביהמ"ד אויף 207 ראסס סט. אין וויליאמסבורג, וועט געקומען למנוחתו אין ביה"ח דקיט"ל ד'סאטמאר אין קרית יואל.
ער האט איבערגעלאזט קינדער
ער איז געוועין א קאלעקטאר פאר ביקור חולים ביקור חולים.
ער איז געוועין זייער א שטארקע קאלעקטאר, דהיינו ער האט געטיען זיין ארבייט בנאמנות, ער איז אנגעקימען צי יעדע אידישע שמחה, נישט קיין נפקא מינה ווי מינדערוויכטיג עס איז געוועין, אלע מאל איז ער געוועין מיט זיין ביקור חולים ביך, ער האט אסאך געלט ציזאם געשטעלט, ממש מיט זיינע לעצטע כוחות.
,,,,
יא ער האט געהאט א שטיב מיט קינדער
לב טוב, נקי כפיים, עניו, ואיש תמים. יהא זכרו ברוך.
אוי נעבעך, בד"ה, ביי יעדע חתונה פלעג איך אים זען, נישט געוואוסט אז ער איז עס, נישט געוואוסט ער איז אזוי יונג, אויפן פנים האט ער אויסגעקוקט עלטער
ה' יאמר לצרותינו די
ער איז געווען פון די נעלבין ואינם עולבין. ער האט נישט כבוד געהאט פון זיין צדקה קאלעקטן, ער איז אנגעקומען אין יעדע שמחה האלל! איך האב אים איינמאל געזען זיך צוריקדרייען צו א טיש וואו עטליכע אינגעלייט האבן זיך אונטערגעשמייכלט און געזען ווי ער נעמט עס אריין מיט א שטילשווייגעניש און געגאנגען ווייטער מיט ענערגיע. זי"ע!
נעכטען ביי די לוי' האט הרב אבראהאם ארויסגעברענגט אז פון זיינע שאלות לגבי ממונות, או''ח ,יו''ד און חינוך האט מען געזען זיין גרויס ירא שמים, אוי מי יתן תמורתו.
ער האט איבערגעלאזט א שטוב מיט 5 קינדערלעך.
פון איינעם האב איך געהערט אז ער האט אנגעהויבן צו גיין נאך געלט פאר ביקור חולים נאכדעם וואס ער איז דיאגנאזירט געווארן מיט יענע מעשה פאר אפאר יאר צוריק און האצעך ארויסגעדרייט דערפון.
בדה נפטר געווארן בילא חי כץ אשתר מאיר זאב פון קר״י אין בלויזען עלטער פון 53. יאר
בד"ה אין בארא פארק איז נפטר געווארן הגה"ח ר' אברהם חיים שפיטצער ז"ל אב"ד אור חיים
ווי אלט?
ז"ל
📎 בביקור-אצל-הגאון-רבי-אברהם-חיים-שפיצר-רב-קהילת-אור-החיים-2.jpg
דער שפיצער וואס גיבט שיעורים אין לוח הציבור איז זיין זוהן?
דער לוי' האלט שוין אן קרוב צו צוויי שעה, אין ס'גייט נאך אלץ
אזוי גרויס איז ער געווען?
יא ער איז געווען גאר א טייערער איד.
א מתמיד עצום געווען, ער האט פארגעלערנט טעגליך שיעורים אין זיין בית המדרש פון נאך שחרית ביז מנחה ברציפות בלי הפסק (פארשטייט זיך נישט איין לאנגע שיעור, נאר 6-7).
ער איז געווען א שוואגער מיט: הגה״צ ר׳ שמעלקא טויבענפעלד זצ״ל אב״ד חרדים מאנסי. הגה״צ ר׳ שמואל אונסדארפער זצ״ל חותנו של האדמו״ר מצאנז נתניה שליט״א. הגה״ח ר׳ יוסף שטייכעל זצ״ל הנקרא רבי יאשע בעלזער. הגה״ח ר׳ עזריאל לעווי זצ״ל ממונטריאל.
זכר צדיק לברכה
באב גרענט
😞
ברוך דיין האמת! 😞
מי הוא זה ואיזה הוא? ומה טיבו?
א שטיקל אפהאנדלונג ביטע.
איך האב געוואט מאכן א אשכול אויף באב גרענט אבער איך האב איינגעזען אז ס'וואלט געווען א שווערע טעסק. אים צו באשרייבן דארף מען האב צייט און געדולד און אסאך היסטאריע פאקטן. ער איז געווען א יחיד במינו, דער קעניג פון טאלק ראדיא.
אפשר
@berlbalaguleh קען עפעס שרייבן איבער גרענט. די עלטערע דור האב מיטגעלעבט מיט גרענט
כ'האב אמאל געהערט פון באב גרענט ווי ער שילדערט אז מ'האט אים געברענגט צום סאטמאר רב'ס חנוכה ליכט צינדן, און אז סאטמאר רב האט געזאגט אז אים קען מען הערן.
ווייסט אפשר איינער מער דעטאלן ?
שווער צו גלייבן ער זאל דאס האבן געזאגט. דאס איז אמת אז ער איז געווען ביי סאטמאר רב צו הערן זיין שיטה אויף ציונות. די רביצין האט אים געגעבן א טור אין הויז.
איך האב עס געהערט פון זיין אייגן מויל אויף א שאו
אה איז עפעס אנדערש. זיכער האט ער עס געזאגט פאר גרענט ארויסצואוויזן הכרת הטוב. גרענט איז געווען א אידן פריינט
אין ישיבה בימי בחרותי זענען די טוילעטס פיל געווארן כחצות היום מיטצוהאלטן דעם שוי פונעם קאנסערוואטיווער פרעדיגער לימבאו, די זעלבע סטאטוס האט גרענט געהאט ביים פריערדיגן דור, ס'איז נאר נישט געווען די פארטעיבל ראדיו'ס ווי היינט.
ס'איז אבער הימל און ערד צווישן די צוויי. גרענט האט נישט געהאט אזא אגענדע און איז בכלל נישט געווען סאציאל קאנסערוואטיוו
אה"נ, אבער די בחורים האבן דאס נישט צוגעהערט ווייל זיי האבן געוויסט וואס זיי ווילן הערן , נאר דאס איז פשוט געווען עוועליובעל פאר זיי, און אסאך זענען אלס רעזולטאט געפאלן א קרבן צו די קאנסערוואטיווע אידיעלאגיע.
📎 Cappture.JPG
יהא זכרו ברוך ?? ברוך דיין קרעפלאך!! 😛
עטליכע פון זײנע מימרות
"!Its sick out there and its getting sicker"
"!Someone has to say these things and it has got to be me"
"!Get off my phone you skunk"
"!I gotta get outta of here"
"!Straight ahead everybody, straight ahead"
petergrifinעטליכע פון זײנע מימרות
"!Its sick out there and its getting sicker"
"!Someone has to say these things and it has got to be me"
"!Get off my phone you skunk"
"!I gotta get outta of here"
"!Straight ahead everybody, straight ahead"
you are a fake foney fraud you jerk!
נהורא נפישאכ'האב אמאל געהערט פון באב גרענט ווי ער שילדערט אז מ'האט אים געברענגט צום סאטמאר רב'ס חנוכה ליכט צינדן, און אז סאטמאר רב האט געזאגט אז אים קען מען הערן.
ווייסט אפשר איינער מער דעטאלן ?
איך געדענק ווען ער איז געקומען, אויך האב איך אים געהערט עס פארציילן עס אויף די ראדיא און פערזענליך ביי א שומרים דינער
דער רבי האט אים נישט אויף גענומען נאר די רעבעצין, ער איז געווען זייער גיט מיט ר׳ וואלף נאיוויטש און ער האט אים געברענגט
ברוך שאמרpetergrifinעטליכע פון זײנע מימרות
"!Its sick out there and its getting sicker"
"!Someone has to say these things and it has got to be me"
"!Get off my phone you skunk"
"!I gotta get outta of here"
"!Straight ahead everybody, straight ahead"
you are a fake foney fraud you jerk!
YOU JERK האט ער נישט געזאגט
petergrifinעטליכע פון זײנע מימרות
"!Its sick out there and its getting sicker"
"!Someone has to say these things and it has got to be me"
"!Get off my phone you skunk"
"!I gotta get outta of here"
"!Straight ahead everybody, straight ahead"
וויאזוי קען מען פארגעסן פון...
"!Your influence counts — use it"
Bob Grant, legendary New York talk radio pioneer, dead at 84
Read more: <a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/entertainment/tv-movies/radio-icon-bob-grant-dead-84-article-1.1564561#ixzz2pHhtpWF1">http://www.nydailynews.com/entertainmen ... z2pHhtpWF1</a>
האבען מיר איין נוסח אז דער רבי האט מיט עם געשמועסט בנוגע זיין שיטה און זאגאר געהאט א טור פון זיין הויז מיט די רעבעצין און א צווייטע נוסח אז דער רבי האט עם בכלל נישט אויפגענומן נאר די רעבעצין. היאך יתקיימו שניהם?
דאס האב איך פון עם געהערט דערציילן וועגען זיין וויזיט צים סאטמארער רבי'ן זי"ע, ווען ר' וואלף נויאוויטש ע"ה האט עם געברענגט צום רבי'ן (שוין אין דע נישט געזינטע יעהרן) האט באב גרענט געגריסט "שאלום" פארן רבי'ן, האט דער רבי עם אנגעקיט מיט שארפע בליקען אז ער האט עם דארעך געשטאכען מיט דע שארפע בליקען, דאס וואס באב גרענט האט דערציילט, ער האט געוואלט ארויסברענגען ווער דע רבי איז געווען, בד"וו איז פון עם דא אסאך צי דערציילען ווי שטארק ער האט זיך אהנגענימען פאר יודין, ער פלעגט צי באקימען קללות נמרצות פאר דעם, אבער ער האט זיך נישט דערשראקען,
הרה"ג ר' אפרים גרינבלאט זצ"ל
קאווע טרינקערהרה"ג ר' אפרים גרינבלאט זצ"ל
מחבר ספר רבבות אפרים? אויב געדענק איך גוט האט ער לעצטענס געהאט א אינטערוויו אין איינער פון די היברעיאישע מאגאזינען, דארטן זאגט ער אז ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל אויף דער עלטער.
ער האט ארויסגעגעבן ספרי שאלות ותשובות לרחצה, אויף אלע מקצועות.
מה חייליה? וואס איז געוועהן זיין ספעשעלטי, ווייסט איינער?
בד״ה
ר' יודא שאול מענדלאוויטש ע״ה חתן ר' משה הענדלער 65 יאר
פישל'ע העררינגקאווע טרינקערהרה"ג ר' אפרים גרינבלאט זצ"ל
מחבר ספר רבבות אפרים? אויב געדענק איך גוט האט ער לעצטענס געהאט א אינטערוויו אין איינער פון די היברעיאישע מאגאזינען, דארטן זאגט ער אז ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל אויף דער עלטער.
ער האט ארויסגעגעבן ספרי שאלות ותשובות לרחצה, אויף אלע מקצועות.
מה חייליה? וואס איז געוועהן זיין ספעשעלטי, ווייסט איינער?
הרב
גיל סטודענט חברותא/תלמיד, באוויינט אים
דא.
א 19יעריגע כלה שאשע לובין איז געשטארבן אין ארץ ישראל א וואך נאך די שידוךאנגעבליך פון הארץ אטאקע
ברוך דיין האמת: הרה"ח הישיש ר' משה הכהן פראנצויז ז"ל (93 יאר, וויליאמסבורג, פראצויז בעקעריי) מותיקי חסידי סאטמאר. און לאנג יעריגער בעל תפילה אין ביהמ"ד עצי חיים ד'סיגוט וויליאמסבורג
📎 IMG-20140127-WA014.jpg
לוי' פארענט פון סיגוט'ע בית המדרש אין ווילאמסבורג, אום 10 אזייגער, און בערך 12:00 ביים ביה"ח אין קרית יואל.
איבערגעלאזט:
בנו ר' אברהם יצחק
בנו ר' דוד
בתו מרת גאטליב
בתו אשת ר' מענדל איידליס
בתו אשת ר' אליעזר שמואל נאה
.
48 אדער 45
זזעעםזאיצטעט געהערט פון איינעם אז לא דין ולא יער.