☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

פאליטיקאנט » מוצ"ש מאי 9, 2020 10:16 pm

· #448185
זעקעל
קען איינער דא צוזאם שטעלן א ליסטע פון אלע חרדישע נפטרים ביז איצטעט וואס זענען געפאלן פון קאראנע רח״ל
📎 list.pdf

שבת אחים » דינסטאג מאי 12, 2020 11:05 am

· #448450
יהודי פשוט
שבת אחים
איך האב דאס געזעהן היינט אויף אייוועלט. איך בין אינטרעסירט צוהערן מעהר פרטים וועגן דעם נפטר און זיין פאמילע.
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם איד און איך ווייס גארנישט וועגן אים אויסער אז זיין פאטער פלעגט וואוינען אין ב״פ און געדאווענט אין די בייטשער שול. און אז דער נפטר מיט זיינע קינדער האבן זיך געצויגן צו די די פייוו-טאונס. אויב איינער ווייסט מעהר פרטים ביטע זיך פארבינדען אין אישי.
א דאנק.



נפטר הרבני הנגיד מו"ה משה צבי לייפער [לויפער] 87 שנה נולד שבעה עשר בתמוז תרצ"ג בן הרב ברוך יוסף

[ ואמר שבחן א"ע ששה עשר פעמים אצל הרה"ק בעל עטרת ישועה זי"ע - והלך ליקח היתר הוראה אצל הגאון מהרש"ם מברעזשאן - הסתופף הרבה בצל בעל אהבת ישראל שקירבו מאד ונתן לו מטה לישן בבית חדר הספרים שלו - ואמר שלא היה יכול לישון שהרבי למד שם כל הלילה ואח"ז אמר להרבי שאינו יכול לישון אז נתן המטה בחדר אחר ]

בן הגה"צ משה צבי אחיו של הגה"צ רבי בעריש לויפער זצ"ל דומ"ץ דזיקוב -- רבי משה צבי היה כותב התורות של בעל אמרי נועם מדזיקוב זי"ע והיה מלמד הפרטי של בני הרה"ק בעל אמרי נועם זצ"ל ולמד בחברותא עם בעל אהבת ישראל מוויזשניץ זצ"ל אחר נישואיו בדזיקוב ]

רבי ברוך יוסף נפטר ה אייר תשל"ד והובא למנוחות
בבית דוד חברת שארית ישראל בעלמאנט לאנג איילענד - מו"ה משה צבי הובא למנוחות בהר הזיתים
אגב הרב ברוך יוסף היה חתנו של הרב לוי יצחק פרענקל מדינוב נכד הבני יששכר זי"ע


שטימט עפעס נישט אזוי גוט די מעשה, זיי שרייבן אז ער איז געבוירן אין יאר תרצ"ג, און ער האט זיך מסתופף געוועהן בצילו פונעם אהבת ישראל, וועלכע איז אוועק תרצ"ו, ווען דער נפטר איז נאכנישט אלט געוועהן קיין 3 יאר...





זיין טאטע האט זיך געדרייט ביים אהבת ישראל און זיין זיידע איז געוועהן די אהבת ישראל׳ס חברותא אלץ יונגערמאן ווען די אהבת ישראל האט נאך געוואוינט ביי זיין שווער אין דזיקוב.

שבת אחים » זונטאג מאי 31, 2020 2:43 am

· #449900
הרה״ח ר׳ אשר לעמיל הירש בן ר׳ דוד ז״ל-מאנסי. 59. מחסידי וויזניץ-מאנסי.

ר׳ לעמיל איז געוועהן די קעכער פון די וויזניצער ישיבה און די מוסדות פאר יאהרן לאנג. זיין ווייב איז אוועק אפאר יאהר צוריק. ער לאזט ליידער איבער א שטוב מיט עטליכע קינדער קייליכיגע יתומים רח״ל.

זאל דער אייבישטער דער אבי היתומים זיך מרחם זיין.

ער איז קראנק געווארן מיט די קאראנאוויירוס און געוועהן אין קריטישע מצב די לעצטע פאר וואכן.

א יונגע מענטש נאכנישט קיין זעכציג אפילו.

שבת אחים » מוצ"ש יוני 20, 2020 11:39 pm

· #452284
הרה״ח הישיש ר׳ יעקב (יענקל) ניימאן בן ר׳ צבי ז״ל- וויליאמסבורג. 85. מחסידי מאנסי-וויזניץ.

זיין ווייב איז אוועק אפאר וואכן צוריק פון קאראנא רח״ל.

לאזט איבער איין זוהן אין בארא פארק ר׳ הערשל און א איידעם אין וויליאמסבורג ר׳ משה דוד פערל.
און זיין איינציגסטער ברודער הרה״ג ר׳ אברהם ניסן ניימאן שליט״א- דומ״ץ וויזניץ מאנסי.

געוועהן גאר א געשמאקער פריינטליכער איד.

יהי זיכרו ברוך.

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 23, 2020 1:55 pm

· #454986
די גרעסטע וויזניצער חסיד וואס איך האב געקענט פערזענליך.

א גאון בתורה ובחסידות. מ׳האט געזאגט אויף אים אז ווען מ׳האט גערעדט מיט אים אין חסידות האט מען נישט געחלומט אז ער קען לערנען, און ווען מ׳האט גערעדט מיט אים אין לערנען האט מען נישט געחלומט אז ער קען חסידות.

אסאך קונה געוועהן פון אים.

אפשר עפענען א באזונדערע אשכול איבער אים.

גלה כבוד מישראל: בד"ה הגה"צ רבי אליעזר דוד פרידמן זצ"ל 91 מגדולי וחשובי תלמידי רביה"ק מ׳וויזניץ זי"ע ויבדלחט"א מרן רבינו שליט"א
אב״ד מכנובקא בעלזא לונדון


א פייערדיגע חסיד פונעם אמרי חיים זצ״ל, פון זיינע גרעסטע און חשובסטע תלמידים. זיינע קינדער זענען מאנסי-וויזניצער חסידים.

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 23, 2020 2:21 pm

· #454997
ק/פ

בבית החולים שיבא בתל השומר, נפטר לבית עולמו בשיבה טובה הגאון הצדיק המשפיע רבי אליעזר דוד פרידמן זצ"ל, זקן רבני ויז'ניץ וזקן המשפיעים בדורנו, שהסתלק לבית עולמו בגיל 91.

הגרא"ד זצ"ל היה מגדולי מעתיקי השמועה של האדמו"ר בעל ה'אמרי חיים' מויז'ניץ זצ"ל, אליו היה קשור בכל נימי נפשו. לאחמ"כ היה מקושר לבניו האדמו"רים בעל ה'ישועות משה' מויז'ניץ זצ"ל והאדמו"ר בעל ה'תורת מרדכי' מויז'ניץ זצ"ל מונסי. חסידי ויז'ניץ יודעים לספר כי אחרי הסתלקותו של הרבי בעל ה'ישועות משה' מויז'ניץ זצ"ל, היה הראשון שנתן את הקויטל הראשון ליבלחט"א האדמו"ר מויז'ניץ.

תלמידי חיברו את הספרים 'מפי ספרים וסופרים' על כל ספרי החסידות, על התורה ועוד, ספריו הם מהמבוקשים בעולם החסידות, בהיותו משפיע גדול ממעתיקי השמועה, שקיבל מכל גדולי הדורות הקודמים והעביר את דבריהם בדרשות שהועלו על סדרת הספרים.

במשך שנים שימש כגאב"ד מלבורן באוסטרליה ולאחר מכן שימש עשרות בשנים כרב בית המדרש של חסידי מכנובקא בעלזא בלונדון עד לפני כחמש שנים, אז עלה להתגורר בארץ הקודש אצל חתנו הגה"ח רבי יהושע ליברמן לאחר שנחלש.

במהלך הלילה האחרון סבל מקשיי נשימה חמורים והובהל לבית החולים.

מסע הלוויה ייצא בשעה 23:00 מבית חתנו ברחוב ברטנורא 10 בב"ב,
דרך ביהמ"ד מכנובקא בעלזא וביהמ"ד של חסידי ויז'ניץ, לבית החיים בטבריה, שם ייטמן.

מנחם ציון » דאנערשטאג יולי 23, 2020 2:28 pm

· #454998
ער איז נאך געווען א תלמיד\חסיד פונעם דמשק נאך. ניין?

שבת אחים » פרייטאג יולי 24, 2020 11:50 am

· #455072
מנחם ציון
ער איז נאך געווען א תלמיד\חסיד פונעם דמשק נאך. ניין?


נישט ממש.
לויט ווי איך האב געהערט האט זיין פאטער וואס איז געוועהן א שטיקל מונקאטשער האט נאך געהאט שייכות צו וויזניץ אינדערהיים, פלעגט פארן צומאל קיין גרויסווארדיין צום אהבת ישראל און שפעטער צום אמרי חיים אויף ימים טובים. אבער איז נישט געוועהן קיין פולשטענדיגער וויזניצער חסיד.

ר׳ אליעזר דוד איז געווארן א פולשטענדיגער וויזניצער נאכן קריג. ער איז אריינגעצויגן געווארן דורך ש״ב הרה״ח ר׳ איטשע דוד רעזעמאוויטש ז״ל משב״ק האמרי חיים זצ״ל ומחבר ספר ״ימים מקדם״.

ר׳ איטשע דוד האט אריינגעשלעפט א גאנצע גרופע פון זיינע חברים קיין וויזניץ.
די קבוצה איז באשטאנען פון:

הרב ר׳ משה בער בעק
הרה״ג ר׳ אברהם צבי בעק
הרב ר׳ חייא דאוודאוויטש
הרב ר׳ יצחק דאוודאוויטש
הרה״צ ר׳ דוד לייב שווארץ
וכו׳
און דאכצעך הרב אורי טייטלבוים אויך.

מנחם ציון » פרייטאג יולי 24, 2020 11:59 am

· #455074
סא פאר ר' איטשע דוד'ן קומט זיך די קרעדיט פון די מרידה.....

שבת אחים » פרייטאג יולי 24, 2020 12:03 pm

· #455075
מנחם ציון
סא פאר ר' איטשע דוד'ן קומט זיך די קרעדיט פון די מרידה.....



ס׳גייט אסאך טיעפער פון דעם.

זיי האבן געוואלט אריינגיין צום אמרי חיים און פארלייגן זייערע טענות. אבער ר׳ איטשע דוד איז דעמאלטס געוועהן ״בעלבאוס״ אין וויזניץ- און ער האט זיי בשום אופן נישט אריינגעלאזט.

נישט אלע פון די קבוצה זענען מורדים נאר איינער ר׳ משה בער בעק. די אנדערע זענען געבליבן (זייערע קינדער) הייסער וויזניצער.

ר׳ אברהם הערש בעק׳ס אלע קינדער און אייניקלעך גייען מיט די הוט אויף די רעכטע זייט און זענען פולשטענדיגער וויזניצער חסידים מיט אלע צוגעהערן.

מנחם ציון » פרייטאג יולי 24, 2020 12:34 pm

· #455077
ר' דוד לייב שווארץ איז אויך געווען דעמאלטס אין הייס וואסער אביסל

שבת אחים » פרייטאג יולי 24, 2020 1:21 pm

· #455086
מנחם ציון
ר' דוד לייב שווארץ איז אויך געווען דעמאלטס אין הייס וואסער אביסל


ער איז נישט ממש געוועהן פון די מורדים. נאר נאנטע פריינד געוועהן מיט רוב פון זיי. ער האט קיינמאל נישט פארלאזט וויזניץ. מ׳האט אים ארויסגעשיקט און ער האט זיך נישט געהאלטן ביים רוקן.

א גרויס חלק מורדים זענען צוריקגעקומען קיין וויזניץ. בעיקר די מורדים וואס האבן געשטאמט פון וויזניץ אינדערהיים. ווי הרה״ג ר׳ מאטל שטיין מפאליטשאן, הרה״ג ר׳ יהושע ווערצבערגער ז״ל די בתים מאכער פון ירושלים. הרה״ג ר׳ עזרא וויזעל (ער נישט ממש צוריקגעקומען, אבער זיך איבערגעבעטן און האט א שייכות צו וויזניץ)

מיין טאטע פארציילט מיר אז הרב יהושע באנדא פון וויליאמסבורג ווען מ׳האט אים ארויסגעווארפן פון וויזניץ פלעגט ער קומען ביי שאלישידעס אויפן דאך פונעם בנין איז געוועהן א קליין פענסטערל און פון דארט פלעגט ער מיטהאלטן די תורה פון די אמ״ח יעדע וואך...

שמעי' » זונטאג יולי 26, 2020 3:39 am

· #455119
Re: יהא זכרו ברוך
איך האב אמאל געהערט אז מ'האט געוואלט ווארפען ר' דוד לייב, און די אמרי חיים האט געזאגט אז אויב מ'ווארפט אים גייט ער מיט.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 30, 2020 4:43 pm

· #455561
הרה״ח ר׳ יעקב דוד ניימאן ז״ל אייגענטומער פון ניימאן׳ס פיש אין מאנסי. ער איז געוועהן פון די ״עשרה ראשונים״ זיך ארויסצוציען קיין מאנסי מיט ר׳ מאטעלע זצ״ל צוזאמען מיט זיין פאטער הרה״ח ר׳ שלמה ז״ל און זיינע ברידער הרה״ח ר׳ ברוך ז״ל און הרה״ח ר׳ גרשון נ״י.

ר׳ יענקל דוד איז געוועהן פון די נענטסטע מענטשען צו ר׳ מאטעלע זי״ע.
ער איז א אייניקל פון די באוואוסטע וויזניצער חסיד הרבני ר׳ אברהם ניסן ניימאן פון מיטעל-ווישעווע. זייערע עלטערן האבן אימיגרירט קיין אמעריקע אסאך פארן קריג און די גאנצע פארצווייגטע ניימאן משפחה איז געבליבן ביי אידישקייט און חסידות אפילו אין די דאן טריפנע אמעריקע. און זיי האבן אויפגעבויעט מוסדות וויזניץ-מאנסי אין אמעריקע.


ק/פ פון אייוועלט



הרב החסיד ר' יעקב דוד ניימאן בן החסיד ר'
שלמה ע"ה מחשובי חסידי וויזניץ - מאנסי

געווען א סימבאל פון א ריכטיגער איש תם וישר וירא אלוקים, מיט זיין ערליכקייט,
געווען דער בעה"ב פון ניימאנ'ס פיש אין מאנסי,
געווען אינדערפרי פון די עשרה ראשונים אין ביהמ"ד, ווי שיין איז געווען צו זעהן ווי ער פלעיגט פארטאגס זיצן מיטן גמרא און מיטן "חק" און פארעכטן די טעותים פונעם אלטען דרוק פונעם חק לישראל,
געווען א שייף עייל ושייף נפיק...
חבל על דאבדין, ער איז געווען א יחיד במינו
ער האט איבערגעלאזט א הערליכע דור ישרים יבורך

זיינע זוהן זענען:
ר' ישראל
ר' פישל (upstate produce)
ר' חיים מאיר - מאנטריאל
ר' יצחק

זיינע איידעמער:
ר' אהרן נחמן אזרילעוויטש
ר' מרדכי יודא אבערלאנדער
ר' יעקב אהרן ווערצבערגער (משב״ק)
ר' יצחק גאלאנדויער
ר' יחזקאל פארקאש
ר' חיים מאיר ציג
ר' יעקב יוסף באב"ד
ר' ישעי' לאקס

קורקלענד » דאנערשטאג יולי 30, 2020 5:48 pm

· #455567
שבת אחים דרייט זיך שוין אויף אייוועלט.......

שבת אחים » פרייטאג יולי 31, 2020 10:09 am

· #455603
קורקלענד
שבת אחים דרייט זיך שוין אויף אייוועלט.......


כהאב מיך נאך געדרייט אויף אייוועלט דאכצעך נאך פאר כהאב מיך געדרייט אויף ק״ש.

כלבאשבוע » פרייטאג אוגוסט 7, 2020 10:13 am

· #456053
הרב עדין שטיינזלץ זכרונו לברכה

📎 D605560B-2D60-486E-9407-0EF85569A5F3.jpeg

<a class="postlink" href="https://twitter.com/modeitsch/status/1291709194870165504?s=21">https://twitter.com/modeitsch/status/12 ... 65504?s=21</a>

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 3:31 pm

· #456213
שבת אחים
הרה״ח ר׳ יעקב דוד ניימאן ז״ל אייגענטומער פון ניימאן׳ס פיש אין מאנסי.



די נפטר ר׳ יעקב דוד איז א זוהן פון די באוואוסטע פייערדיגע וויזניצער חסיד ר׳ שלמה ניימאן.

ווען די אמרי חיים מיטן טשימפער רב האבן געפלאנט ארויף צוברענגען די ארון פון די אהבת ישראל פון רומעניע וואס איז דאן געוועהן אינטער א קאמוניסטישע רעזשים. האט די אמרי חיים נאר געטראסט אז ר׳ שלמה ניימאן זאל אראפפארן און ברענגן דעם ארון.
וכך הוה.

ר׳ שלמה איז געוועהן די זוהן פון די באוואוסטע וויזניצער חסיד ר׳ ברוך. כ׳האב אמאל געהערט די מעשה פון הרבני הנגיד הישיש ר׳ פנחס ניימאן (ראה״ק וויזניץ ווילימסבורג)

די פעטער ר׳ ברוך האט אימיגרירט קיין אמעריקע נאך אזוי פרי ווי אין 1905. ער פלעגט אפשפארן געלט יעדע וואך און פאר א יום טוב פלעגט ער שיקן קיין רומעניע פארן אהבת ישראל די געלט אז ער זאל האבן פון וואו צו טיילן פאר די ארימעלייט. איינמאל האט ער געשיקט פארן אהבת ישראל די סומע פון $500 וואס איז דאן געוועהן א אסטראנאמישע סומע. ווער האט געהאט $500 אין רומעניע?

די אהבת ישראל האט אים צוריקגעשיקט א ווארימער בריוו ווי ער באדאנקט זיך זייער פאר אים און ער איז אים מבטיח ״עולם הבא״ גאר!

ר׳ ברוך האט געשריבן אין זיין צוואה אז מ׳זאל אים באגראבן מיט די בריוו. און ער האט עס באהאלטן אין א סעיף.

ווען ער איז נפטר געווארן. האט מען געפענט די סעיף און מהאט נישט געטראפן די בריוו. מ׳האט עס געזוכט פאר אפאר שעה און מ׳האט עס בשום אופן נישט געטראפן. קיינער ווייסט נישט וואו עס איז פארלוירן געווארן עד היום הזה.

מנחם ציון » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 3:43 pm

· #456215
סא למעשה האט ער עולם הבא?

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 4:04 pm

· #456217
מנחם ציון
סא למעשה האט ער עולם הבא?


דאס ווייס איך דאך נישט. עכ״פ ווילאנג ער האט געלעבט האט ער געגעלייבט אז ער גייט אנקומען סוכ״ס צו א גוטע פלאץ.

דאס איז נישט שלעכט!

איך קען אסאך אידן וואס האבן מורא צו שטארבן ווייל זיי האבן מורא פון די גיהונים.

Chuchem » זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:15 pm

· #457377
<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/1130838?utm_source=whatsapp&utm_medium=link">https://www.bhol.co.il/news/1130838?utm ... edium=link</a>

איז דעס ד"צ מאסקויטש זיידע?

שבת אחים » מאנטאג אפריל 5, 2021 5:34 pm

· #469259
הגה״צ הישיש ר׳ מנחם מענדל שנעבאלג זצ״ל. -גאב״ד מאנטשעסטער במשך יובל שנים. ער איז געוועהן 100 יאהר אלט.
בן הגה״צ ר׳ דוד צבי שנעבאלג זצ״ל- דומ״ץ וויזניץ.

פון די גרעסטע תלמידים פון די הייליגער “דמשק אליעזר” פון וויזניץ. ער האט ארויסגעגעבן די ספר “דמשק אליעזר”.
און פון די גרעסטע חסידים פון די הייליגער “אמרי חיים” מ’וויזניץ.

זיינע קינדער

הגה״צ ר׳ משה- וויליאמסבורג- אדמו״ר מטשערנאוויץ
הגה״צ ר׳ חיים פייבל- מאנסי- אב”ד חרדים
הגה״צ ר׳ ישראל- ב״פ- אב״ד באלחוב
הגה״צ ר׳ פנחס- לאנדאן- ר״מ בישיבת וויזניץ
הגה״צ ר׳ אייזיק- וויליאמסבורג- אב״ד בעלזא מאכניווקא.

און צוויי איידעמער.

ער האט געשטאמט פון די גזע פון זידיטשוב און פון די באר מים חיים פון טשערנאוויץ.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 5, 2021 6:13 pm

· #469262
שבת אחים: ייש"כ. מיין טאטע ע"ה האט מיר פארציילט א מעשה מיט'ן אמרי חיים. אונז האמיר דאמאלס געוואוינט אין צפת. דער הייליגער אמרי חיים פלעגט א יעדעס יאר אום זומער פארן קיין צפת אויף אפרוה. ר'איז דארט געווען א פאר וואכן.

איין טאג איז מיין טאטע און מיין מאמע געשטאנען ביים באס סטאפ און געווארט צו נעמען מיין יונגערן ברודער צום דאקטער ווייל ר'איז שטארק נישט געזונט געווען. (פון נעמען א טעקסי אדער קאר סערוויס האט מען ניטאמאל געחלומ'ט.) דער אמרי חיים איז פונקט דאמאלס דארט אדורכגעגאנגען. האט ער זיך אפגעשטעלט און נאכגעפרעגט אויב מ'גייט מיט דעם קינד צו א דאקטער. און ר'האט אנגעווינטשן א רפואה שלימה. ווען מיין טאטע האטציך געוואונדערט פון וואו די רבי האט געוואוסט האט ער געענטפערט מיט א פשטות. ער זעהט ווי א קאפל שטייען מיט זייער בעיבי און ווארטן פאר'ן באס האט ער פארשטאנען אז מ'פארט צום דאקטער...!

שבת אחים » פרייטאג אפריל 16, 2021 2:16 am

· #470238
הנגיד ר׳ אפרים פישל (פישי) בן ר׳ יעקב דוד ניימאן פון מאנסי. מחסידי וויזניץ. בעה״ב פון upstate produce.
א יונגע מענטש אוועק ליידער אינמיטן די יאהר פון זיין חשובען טאטען. געליטן פון יענע מעשה ל”ע.

קוים א וואך נאך זיין יוגענט פריינד ר׳ אנטשיל בן ר׳ יחזקאל בער לאקס פון הצלה ב”פ, מחסידי וויזניץ. איז אוועק פון יענע מעשה ביי 55 יאהר אלט.

איך קען נישט גלייבן אז פישי לעבט שוין נישט! אזא איידעלע נאבעלע מענטש. אלץ מיט א שמייכל. ווער האט אים געקענט?



זיינע קינדער:
בנו ר' ברוך הי"ו
בנו ר' שלמה הי"ו
בנו ר' ישראל הי"ו
בנו הב' יצחק אייזיק נ"י
חתנו ר' חנני' פערל הי"ו
חתנו ר' יהושע פיש הי"ו
חתנו ר' דוד מרדכי לוריא הי"ו
ועוד
זיינע ברידער:
ר' ישראל ניימאן הי"ו
ר' יצחק ניימאן הי"ו
שוואגער'ס:
יעקב אהרן ווערצבערגער
אהרן נחמן איזרילאוויטש
מרדכי יודא אבערלענדער
יחזקא' פארקאש
חיים מאיר ציג
ישעי' לאקס
יעקב יוסף באב"ד
יצחק גאלאנדויער
אהרן צבי לעבאוויטש

תרמב » פרייטאג אפריל 16, 2021 3:45 am

· #470240
שבת אחים דו האלטסט אין איין מעלדן וויזניצע נפטרים, פון די לעצטע פאר בלעטער קען זיך דאכטן אז נאר אין וויזניץ שטארבט מען.

שבת אחים » פרייטאג אפריל 16, 2021 7:12 am

· #470243
תרמב
שבת אחים דו האלטסט אין איין מעלדן וויזניצע נפטרים, פון די לעצטע פאר בלעטער קען זיך דאכטן אז נאר אין וויזניץ שטארבט מען.


איך מעלדט ניטאמאל קיין דריטל פון די וויזניצער נפטרים. ליידער.
איך מעלדט נפטרים פון מענטשען וואס איך קען. דו קענסט מעלדן נפטרים פון דיין קהילה. נאר אויב דו ביסט אין די זעלבע ביזנעס ווי מיר פון נישט האבן וואס צו טוהן מיט די צייט. שטייצעך 🙂

נישט אז וויזניץ שטארבן אסאך מענטשען. נאר פארקערט וויזניץ האט אסאך מענטשען ממילא פון אסאך מענטשען מאכט זיך אז אפאר שטארבן.

וויזניץ (אלע דינאמאנציעס צוזאמען) זאגט וויקיפידע איז היינטיגע צייטן די דריטע גרעסטע חסידות אויף די וועלט נאך סאטמאר און חב”ד. (איך בין נישט זיכער, סאיז לכאורה אמת, אבער עכ”פ אזוי שרייבן זיי)

תרמב » פרייטאג אפריל 16, 2021 3:10 pm

· #470312
די בעלזא חברה רייסן זיך ביי די קעפ מיט וויזניץ ווער ס’איז גרעסער און לכבוד דעם ווער ס’זאל זיין פריער אויף די ליסטע פון אגודת ישראל, אבער ווען מ’רעדט פון וויזניץ רעכנסטו לכאורה סערעט אויך, און אפשר אפילו תולדות אברהם יצחק און טשערנאוויץ.

שבת אחים » מוצ"ש אפריל 17, 2021 9:01 pm

· #470352
תרמב
די בעלזא חברה רייסן זיך ביי די קעפ מיט וויזניץ ווער ס’איז גרעסער און לכבוד דעם ווער ס’זאל זיין פריער אויף די ליסטע פון אגודת ישראל, אבער ווען מ’רעדט פון וויזניץ רעכנסטו לכאורה סערעט אויך, און אפשר אפילו תולדות אברהם יצחק און טשערנאוויץ.



וויקיפידיע רעכנט אלע וויזניצער חסידות צוזאמען. אלע טייטלבוים׳ס רביס רעכענען זיי פאר סאטמאר און אלע האגער׳ס פאר וויזניץ. תולדות אברהם יצחק איז נישט קיין האגער. סערט יא.

לויט זייער חשבון איז דאס די ערשטע צעהן חסידות.

1)סאטמאר (מוהר”א, מהרז”ל, בני יואל)
2)חב”ד
3)וויזניץ (ב”ב, מאנסי, מרכז, סערט)
4)גור
5)ברסלב
6)בעלזא
7)באבוב (באבוב, באבוב 45)
8)צאנז קלויזנבורג (ארה”ק, ארה”ב)
9)סקווירא
10)תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק

אויך די מחלוקה צווישן בעלזא און וויזניץ איז נאר וויפל מענשטען זיי האבן אין ארץ ישראל. דאס רעכענט אויף די גאנצע וועלט.

אזוי האבן זיי געשריבן בערך א יאהר צוריק. קען זיין יעצט האט שוין סקווירא איבער געוואקסן וויזניץ.... 😂

נחום הסופר » זונטאג אפריל 18, 2021 7:41 am

· #470472
שמואל שלום שלמה
ער איז געווען אן אמעריקאנער יענקי וואס איז געפארן לערנען אויף ויזניץ ביי ר' גדליה נאדל. פון אנהויב האט ער נישט געהאלטן ביים לערנען און ס'האט שוין געהאלטן דערביי אז מ'האט אים געוואלט ווארפן פון וויזניץ. ער איז עפעס געוואויר געווארן דערפון און ער האט זיך גענומען צום לערנען ועלה ונתעלה און ער איז געווארן א מתמיד עצום און ביז א קורצע צייט פאררעכנט געווארן פון די אריות שבחבורה. ווי באוויסט זענען טאקע אט די אריות שבחבורה געווען די וואס האבן אנגעפירט מיט די מרידה. ר' אליעזר דוד איז אויך געווען פון די מורדים/נדחים. (עס איז אינטערעסאנט אמצוצייכענען אז די אלע וואס זענען געווען פון די מורדים האבן געהאט שפעטער צרות, איינער מער איינער ווייניגער, ס'האט אבער אויף קיינעם פון זיי נישט איבערגעהיפט. אבער ווער ס'האט געקענט ר' אליעזר דוד ווייסט אז ער האט די אלע צרות מקבלגעווען באהבה.)
שפעטער איז ר' אליעזר דוד אנגעקומען קיין מאנטריאל ווי ער האט זיך באהאפטען צו טאהשער רבי שליט"א. ר' אליעזר דוד איז געווארן א מגיד שיעור אין ישיבת טאהש. אין די שפעטערע יארן ווער ר' אילעזר דוד איז געווארן א מתנגד, האט ער געשריבן מיט ווייטאג אז ס'איז א טעות פון מענטשן צו ווערן מרביצי תורה אין חסידישע ישיבות ווייל די תכלית פון די ישיבה איז נישט הרבצת תורה נאר להגדיל הפארטיי.
ר' אליעזר דוד'ס ספר אויף משניות כלים "חשב האפוד" איז איינע פון די שטערקסטע ישיבישע ספרים אויף כלים. זיין ספר אויף די מ"ח קניני תורה איז ווי ער האט געשריבן די אלע קאנטריווערסיאלע זאכן. איך האב אים אמאלגעטראפן ביי א שמחה האב איך אים געפרעגט צו איך קען קויפן "חשב האפוד" אויף די מ"ח קנינים, האט ער מיר געזאגט בענוות חן "פאר די האסט נישט דורכגעלערנט "חשב האפוד" אויף כלים זאלסטו נישט לערנען "חשב האפוד" אויף די מ"ח קנינים..." יהא זכרו ברוך.


דברי הספד פון הרב מוואדריזש
<a class="postlink" href="https://www.kolhalashon.com/new/Media/PlayShiur.aspx?FileName=307586">https://www.kolhalashon.com/new/Media/P ... ame=307586</a>

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 18, 2021 8:51 pm

· #470572
נחום הסופר: דו מעגסט שרייבן אויף ר' אליעזר דוד פאל זיינע זיסע ווערטלעך. און וואספארא גרויסער גאון און בעל ענווה ר'איז. דער פאקט בלייבט אז ר'איז אויך געווען א גרויסער בעל מחלוקת. דו זעהסט דאך ער האטציך נישט געקענט האלטן אפילו אין טאהש. וואס דער טאהשער רבי זצוק"ל האט איהם נאר אריינגענומען ווייל ר'איז געווען א גרויסער צדיק. כאטש דער שכל האט דיקטירט פארקערט. אזוי ווי דער אלטער סקווערער רבי, זצ"ל. וועלכער האט איהם נישט געוואלט לאזן איבערנעכטיגן אפילו איין נאכט. ווייל ר'איז געווען אזא געפערליכער מענטש. אזוי ווי איינער וואס האט אן אנשטעקיגע מחלה, רח"ל...!

טיכטיגער » דאנערשטאג יולי 15, 2021 6:41 pm

· #477728
בד"ה דער בארימטער ליבאוויטשער חוזר און משפיע הרב ר' יואל כהן ז"ל, איז נפטר געווארן אין עלטער פון איין-און-ניינציג יאר

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג יולי 15, 2021 7:08 pm

· #477730
אבידה שאין לו תמורה במלוא מובן המילה.

א שווערע פארלוסט פאר ליובאוויטש בפרט.

אינגערמאנטשיקל » פרייטאג יולי 23, 2021 12:18 am

· #478214
געזעהן בעפאר א שטארקע מעשה אויף רבי יואל זצ"ל:

א דאקטער האט איהם אמאל געפרעגט איידער א מעדיצינישע פראצעדור: ביזטו אלערגיק צו עפעס?

האט רבי יואל שארף געענטפערט: יא, צו טיפשות.

.

די צווייטע גענעראל אין חב"ד וואס איז נתבקש געווארן צום ישיבה של מעלה אין די לעצטע עטוואס מער פון א יאר, נאך רבי לייבל ז"ל.

מורינו ורבנו » פרייטאג יולי 23, 2021 12:26 am

· #478216
ס'איז מיר אויסגעקומען עטליכע מאל צו שמועסן באריכה מיט ר' יואל'ן. ער איז געווען אן אייזערנעם קאפ, לית מאן דפליג, ווי אויך א ווארעמע חסידי'שע נשמה. מאידך גיסא, טרייבט מען אסאך איבער ארום אים. ער האט געהאט אסאך תמימות אין זיך, אויסער חב"ד האט ער גארנישט געקענט. ער האט נישט פארשטאנען צו די דרויסנדיגע וועלט און אויך נישט צו די תורה'דיגע דרויסנדיגע און חסידי'שע וועלט. רוב פון די מעשיות וואס מען דערציילט אויף אים איז פאבריצירט. דער ליובאוויטשער רבי האט אים זייער ליב געהאט, ווייל ער האט געמאכט א מענטש פון זיינע תורות. ער איז געווען דער פאסיגער מענטש אויף יענעם ארט, און דאס האט מען געדארפט דארט. אין אנדערע פלעצער וואלט ער נישט געווען קיין גרויסע רבותא. קיין מנהיג איז ער זיכער נישט געווען, און אין די צייט וואס חב"ד האט געדארפט האבן איינער וואס זאל נעמען די לייצעס אין די הענט און צוזאמענהאלטן דאס בינטעלע, האט ער דאס נישט געקענט באווייזן און ער האט מסתמא אפילו נישט פראבירט. אבער פארט... א גרויסן קאפ און א חסידי'שער איד.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 23, 2021 6:37 am

· #478228
מורינו ורבנו: דיינע שבחים אויף ר' יואל כהן איז ווי די גמ' דרוקט זיך אויס..."אלי' וקוץ בה"...!

ס'וואלט שוין בעסער געווען ווען דו געסט אינגאנצן נישט קיין שבחים...!

ר' יואל כהן זצ"ל איז געווען אויף זיין באשטימטע פאזיציע (צי אליינס וואלונטירט אדער געווארן ממונה דורך הרמ"מ נ"ע. דארט האט ער געטויגט גאר שטארק. דאס ביסטו אויך מודה. פארוואס ארויסהייבן די נעגאטיווע זייט.

מ'קען אפשר זאגן דעם מאמר פון די גמ'..."מתוך שבחו בא לידי גנותו"...!

שבת אחים » זונטאג יולי 25, 2021 10:57 pm

· #478321
די באקאנטער קאמעדיען רבי יעקב משה מזא”ה ז”ל באוואוסט אלץ “דזשעקי מעיסאן”
בן הרה”ג הרבני רבי אלי' מרדכי הכהן מזא”ה ז"ל.

געקומען פון א פרומע שטוב, א רבנישע שטוב. ער אליינס איז געוועהן א רב פאר א קורצע צייט. און איז דערנאך געווארן פון די גרעסטער קאמאדיענס אין די וועלט.


זיין אייגענארטיגע קאמעדיע סטייל און סאציאל-קריטיסיזם האט אפגעשפיגלט די אמעריקאנע איד און די אידישע קולטור אין אמעריקע.

לכאורה פון די ערשטע אט”ד’ס אין די חרדישע וועלט נאכן קריג.

moneyminded » מאנטאג יולי 26, 2021 12:23 am

· #478324
Re: יהא זכרו ברוך
berlbalaguleh
מורינו ורבנו: דיינע שבחים אויף ר' יואל כהן איז ווי די גמ' דרוקט זיך אויס..."אלי' וקוץ בה"...!

ס'וואלט שוין בעסער געווען ווען דו געסט אינגאנצן נישט קיין שבחים...!

ר' יואל כהן זצ"ל איז געווען אויף זיין באשטימטע פאזיציע (צי אליינס וואלונטירט אדער געווארן ממונה דורך הרמ"מ נ"ע. דארט האט ער געטויגט גאר שטארק. דאס ביסטו אויך מודה. פארוואס ארויסהייבן די נעגאטיווע זייט.

מ'קען אפשר זאגן דעם מאמר פון די גמ'..."מתוך שבחו בא לידי גנותו"...!
איך זע נישט די גנאי , דאס איז חב"ד , אויסער משיח און די רבי ווייסן זיי נישט גארנישט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 26, 2021 6:25 am

· #478332
שבת אחים
די באקאנטער קאמעדיען רבי יעקב משה מזא”ה ז”ל באוואוסט אלץ “דזשעקי מעיסאן”
בן הרה”ג הרבני רבי אלי' מרדכי הכהן מזא”ה ז"ל.

געקומען פון א פרומע שטוב, א רבנישע שטוב. ער אליינס איז געוועהן א רב פאר א קורצע צייט. און איז דערנאך געווארן פון די גרעסטער קאמאדיענס אין די וועלט.


זיין אייגענארטיגע קאמעדיע סטייל און סאציאל-קריטיסיזם האט אפגעשפיגלט די אמעריקאנע איד און די אידישע קולטור אין אמעריקע.

לכאורה פון די ערשטע אט”ד’ס אין די חרדישע וועלט נאכן קריג.

שבת אחים: יא. ער האט געהאט גאטס. ווען דינקינס איז געלאפן פאר מעיאר פון נ.י. סיטי. און א יעדער האט (נאך) געמיינט אז ער איז די זאך. האט דזשעקי מעיסאן איהם מגדיר געווען אלס..."א פענסי שווארצער מיט א מאסטעש"...! די שחורים און ליבעראלע אידן זענען געווען געפערליך בייז אויף איהם. זיי האבן געלייגט פרעשור אז ער זאלל חוזר זיין. און זיך אנטשולדיגן. אבער האט זיך אויסגעלאכט פון זיי.

ס'איז טאקע געווען סופו מוכיח על תחילתו. ס'האטציך ארויסגעשטעלט, ביי די קאמפיין פון די שווארצע אקטיוויסטן, אזוי ווי שארפטאן, ימ"ש אקעגן די קארעאנער גראסערי. און שפעטער ביי די ראיאטן אין קראונהייטס אז ער איז געווען גארנישט מער ווי א פוסטער, אויפגעבלאזענער זאק. וואס האט געצויגן צו זיינע שווארצע (קרימינאלע) ברודערס...!

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 2, 2021 4:17 pm

· #478746
דו מיינסט עס ערנסט...?! מאך זיכער: דער איך האב איהם גוט געקענט....ווי אלט איז ער געווען...?! ר' גרשון ניימאן. ער איז דאך נאך געווען א יונגערמאן...! בד"ה

מפיל קינד » מאנטאג אוגוסט 2, 2021 7:02 pm

· #478763
א אינגערמאן גאר?! אלץ געמיינט ער איז נאך א בחור.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 3, 2021 6:13 am

· #478797
מפיל קינד: איך האב וואס מוסיף צו זיין אויף דעם. ווייל איך האב איהם (גוט) געקענט פערזענליך.נו, שוין. בגן עדן תהא מנוחתו. ר'איז געווען א גרויסער תלמיד חכם...!

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 4, 2021 12:37 am

· #478852
מאך זיכער
berlbalaguleh
דו מיינסט עס ערנסט...?! מאך זיכער: דער איך האב איהם גוט געקענט....ווי אלט איז ער געווען...?! ר' גרשון ניימאן. ער איז דאך נאך געווען א יונגערמאן...! בד"ה

ר' גרשון איז געווען א דריי און אכציגער יונגערמאן, ער איז אוועק פון יענע מחלה ל"ע

מאך זיכער: דאמאלס איז עס אן אנ'דער ר' גרשון ניימאן, ע"ה. ווייל דער אריגינאלער איז זיכער געווען זיין פעטער...!

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 7:46 pm

· #479969
.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 7:46 pm

· #479970
מאך זיכער
ר' גרשון ניימאן ע"ה פון מאנסי. ס'איבריגע זאל שבת אחים דערציילן.


מקען שרייבן א גאנצער בוך אויף אזא ווארימע, פארצייטישע תמימותדיגער-חסידישער איד און אזא איש החסד ווי הרה”ח ר’ גרשון בן הרה”ח הנכבד, המפואר ר׳ שלמה ניימאן ז”ל פון מאנסי

און בכלל קען מען אסאך שרייבן וועגן די גאנצע משפחת ניימאן (אייניקלעך פון הרבני החסיד ר’ אברהם ניסן ניימאן פון מיטעל-ווישעווע- מגדולי חסידי וויזניץ)
זיי זענען געוועהן ממש פון די געציילטע ערליכער, היימישע, חסידישע אידן דא אין אמעריקע פארן קריג וואס האבן זיך נישט אוועקגערירט פון די מסורה. סאיז געוועהן א גרויסע חידוש אין יענע צייטן.

זייער געטריישאפט און שייכות צו וויזניץ איז ממש נישט צום באשרייבן. זיי האבן אויפגעשטעלט די וויזניצער מוסדות דא אין אמעריקע. זיי זענען געוועהן פון די ערשטע צעהן מענטשען זיך אריבערצוציען פון ברוקלין קיין מאנסי מיט די תורת מרדכי.

אבער למעשה לויט ווי איך פארשטיי זענען ענק שוין אלע נמאס ומאוס פון מיינע מעשיות.
איינער האט געשריבן דא מיט אפאר חדשים צוריק אז איך בין פשוט אבסעסט מיט וויזניץ.

איך האב געטראכט פאר א לאנגע צייט צי ער האט רעכט.

אבער למעשה מיין איך אז די טייטש פון אבסעסיע מיינט א משוגעת ווי למשל איינער וואס וואשט זיך איבער די הענט טויזנט מאל ווייל ער האט עפעס א פאביע. אין אנדערע ווערטער אז איך וואלט געוועהן א וויזניצער חסיד פון ר’ מענדל פון מרכז און איך וואלט געזאגט מודה אני פאר די הייליגע רבי יעדען צופרי דעמאלטס פארשטיי איך עס. אבער נישט איינער וואס קאכט זיך אין אזעלכע Superhumans ווי די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער וואס יעדער אין די גאנצע אידישע וועלט האט מודה געוועהן אז די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער האבן נאר געטוהן גוטס. און געלייגט יענעם פאר זיך. און סאיז ווערט איבערצוזאגן זייערע מאמרים און זייערע תורת און גייען אין זייערע וועגן.


און לאמיר זאגן איך האב יא אן אבסעסיע צו דעם.

אלעס אויף די וועלט איז אבסעסיעס!

איינער איז פארנומען זיין גאנץ לעבן צו שטודירן די לעבן פון דזשארזש וואשינגטאן. און אבסעסט מיט יעדע ווארט וואס ער האט געזאגט. איינער איז אבסעסט מיט אלע נייע מאדעס פון קארס און קען זיך אויס מיט יעדע דיטעיל, און פונקטליך וויאזוי יעדע קאר ווערט געבויעט. און וואספארא נייע משוגעתן ס’קומט ארויס מארגן.
איינער איז אבסעסט מיט קריכן אויף הויכע אייזבערג, ווי די רוח זאגט א גוטע נאכט. און זיך איינשטעלן זייער לעבן. איינער איז אבסעסט מיט Fungi און קריכט שוין אין וועלדער די לעצטע דרייסיג יאהר טרעפן נייע ספישעס פון מאשרומס וואס דאס גייט ברענגן רפואה פאר קענסער און ממש ראטעווען הומענטי. דער אנדערער איז אבסעסט מיט ספורטס און האלט מיט פונקטליך יעדער געים, און יעדער אינטערוויו פאר די געים און נאך די געים- און אפילו די שפילער זאגן בדרך כלל פאר די מידיעא די זעלבע אויסגעדראשענע פזמון נאכמאל און נאכמאל- “היינט האבן מיר טאקע פארלוירן אבער מארגן וועלן מיר נאכמאל ארויסגעקומען און אונז וועלן געבן אונזער בעסטער שאט, אונז וועלן שפילן מיט אחדות”... בלא בלא בלא... און דער נער הערט צו די זעלבע שטותים יעדען טאג כאילו דאס איז עפעס מוראדיג וויכטיג און קלוגע רייד, און אויף דעם שטייט ממש די וועלט.

נאכדעם איז דא מוראדיגע חשובע אבסעסיס ווי “ווידעא געימס” און “גאנס” מענטשען וואס לעבן ממש אויף אז דו ווייזט זיי עפעס א אלטע רעוואלווער פון די צייטן פון אחשוורוש.
און זיי האבן א קאלעקציע פון דריי טויזנט פון די “על חרבך תחיה’ס” און קענען קוים ווארטן אז די וויקענד זאל שוין קומען, ווען זיי גייען אויף א “ספעציעלע מיסיע” מיט זייערע אנדערע אומציוויליזרטע רעדנעקס שיסן הערשן- נישט עס צו עסען אדער צוגעבן פאר מענטשען אין אפריקע וואס שטארבן פאר הונגער... בכלל נישט! פשוט ווייל איך בין א מענטש און דו ביסט א חי׳ און איך בין מענטש וואס האט נישט בעסערס וואס צוטוהן אין די סאוט ווי שיסן הערשן פאר Fun...

און לאמיר נישט רעדן וועגן זייער אבסעיס מיט זייער רעליגיע און זייער נביא שקר יאשקע. ווי האט נאר דזשארזש קארלין געזאגט

"People I Can Do Without: Anyone who mentions Jesus more than 300 times in a two minute conversation."

אלעס איז אבסעסיעס. דער ברעסלעווער איז אבסעסט מיט רבי נחמן. דער גורער מיט די בית ישראל. די חבדסקער מיט די לעצטער רבי. די סאטמערער מיט רבי יואליש, דער בעלזער מיט די היינטיגער רב. דער איד אין וויליאמסבורג וואס גייט שוין 65 יאהר מיט די זעלבע מצה שטריימל אין דעשער ביהמ”ד צו שאלשישידעס עסען “וויינבערגער הערינגס”- ווייל “וויינבערגערס איז פארט די בעסטע”. איז אויך אן אבסעסיע.

אן אבסעסיעס איז נישטא קיין סיבה צולעבן... אן אבסעסיעס איז נישטא גארנישט! נישטא קיין חתונה...

איך קען כאטש מסביר זיין מיין אבסעסיע פאר יעדען איינעם מיט לאגיק און זיי אויפווייזן אז די איידיעס פון די אהבת ישראל האט געהאלפן פאר צענדליגער טויזנטער אידן אינדערהיים. און סאיז ווערט אנצוהאלטן. און דאס אויסלערנען פאר די קומענדיגע דור.

איין זאך בין איך יא מודה. נישט אין יעדע אשכול דארף מען רעדן פון די נושא. דאס גייט שוין יא אריין בגדר אבסעסיע! און איך האב טאקע רובא דרובא געשריבן אין א באזונדערע אשכול. און ווער ס׳וויל נישט הערן דערוועגן זאל טאקע נישט אריינגיין דארט. איך צוווינג נישט קיינעם מיך אויסצוהערן. קיינמאל נישט!





עניוועי כבין אריינגעקומען דא אין דעם אשכול ווייל איך האב געוואלט שרייבן אז הרה”ח רבי אורי טייטלבוים- שיכון וויזניץ בני ברק- משב”ק האמרי חיים איז נפטר געווארן.

ער האט איבערגעלאזט א שטוב מיט קינדער און אייניקלעך. צווישן זיי איז באוואוסט ר’ הערשי טייטלבוים פון צפת. א אפענער שטוב פאר יעדען איינעם. א גרויסע מכניס אורח. ווי אויך האט ער דא אין בארא פארק צוויי זוהן. הרה”ח ר’ שמואל דוד- א געטרייע הצלה מעמבער יאהרן לאנג. און ר’ חיים מאיר טייטלבוים (איך גלייך די נאמען...) ווי אויך האט ער א איידעם אין בארא פארק זיידא-א נעפיו פון הרה”ג ר’ יענקל זיידא-דומ”ץ וויזניץ וויליאמסבורג.

בעל דרשן » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 12:34 am

· #482164
דעם יום טוב איז אוועק הרב טנדלר איידעם ביים פוסק הדור רבי משה פיינשטיין

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 1:08 am

· #482168
בעל דרשן: ס'ווערט דערציילט אז ביי די לויה פון הגאון הצדיק ר' משה פיינשטיין זצ"ל האטציך אויפגעשטעלט הרב טענדלער צו זאגן א הספד. (אין ענגליש). זיין פתיחה איז געווען ווי פאלגנד..."מיין שווער האט געמאכט 2 טעותים אין זיין לעבן"...! דער גאנצער עולם האטציך אנגערופן (תוך כדי דיבור)..." דעם ערשטן טעות וואס דיין שווער האט געמאכט איז, אז ער האט דיך גענומען פאר אן איידעם"...! לאל

בעל דרשן » דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 12:28 pm

· #482179
איינער קען אריינקומען אביסל מער איבער אט די פיגור

בעל דרשן » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 10:18 am

· #483041
אין ארץ ישראל איז היינט נפטר געווארן הגאון הגדול רבי אברהם ארלנגר זצ"ל מראשי ישיבות קול תורה בעל מחבר ספרי ברכת אברהם מגדולי מרביצי תורה בדור

היכי דמי » מאנטאג אקטאבער 18, 2021 3:31 pm

· #483475
פון אידיש24:
בד"ה: ביטערע בשורה פון ענגלאנד איבער די פטירה פון דאס קליין מיידל אלטע פיקסלער ע"ה: דער היינטיגער טאג י"ב חשון תשפ"ב צייכענט אפ די ענדע פון א שטורעמישע און טראגישע קאפיטאל וואס האט איינגעהילט כלל ישראל פון אלע עקן וועלט אין א פרואוו צו ראטעווען דאס קינד, עסקנים האבן געהאט איינגעשפאנט דיפלאמאטן פון אמעריקא וועלכע האבן געדרוקט פון אלע זייטן מען זאל איר לאזן ברענגן קיין אמעריקא פאר באהאנדלונגן, ווי אויך האט מען אנגעטראגן צו טראגן דאס קינד קיין ארץ ישראל פאר באהאנדלונגן, אבער די שערי שמים זענען ליידער געווען פארשלאסן און די הארטנעקיגע געזונטהייט באאמטע אין ענגלאנד האבן זיך נישט געבראכן. שנשמע ונשבשר בשורות טובות.

בן נון » מאנטאג אקטאבער 18, 2021 6:30 pm

· #483485
די גאנצע פרשה איז ווערד א אשכול פאר זיך
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45