☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

טעפל » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:48 am

· #182630
ער האט איין איינציגע איידעם ר' מיכל ראזענבערג פון מאנטריאל (אזוי האב איך געזעהן אין המודיע היינט) א איד א גביר פאר זיך אליינס.

שושן פורים » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:51 am

· #182632
48

שטילע אינגערמאן » מאנטאג פעברואר 10, 2014 12:40 pm

· #182651
סתם נארישקיייטן, קיין פרוטה נישט איבער געלאסט פאר באבוב,
זיין איידעם וועט צו באקומען צו זיין ביליאן וואס ער פארמאגט שוין, נאך א נישטיגע 20 מיליאן,

שעפטל » דינסטאג פעברואר 11, 2014 2:52 pm

· #182979
מוצאי שבת איז נפטר געווארן הרבנית הישישה רחל לאה טייטלבוים ע"ה אשת הרב אלחנן חיים ז"ל, אין טיפן עלטער פון 93 יאר

די רביצין האט איבערגעלאזט:
בנה הרב יוסף, אב"ד נעפלעמיץ - בארא פארק (חתן הרה"צ ר' ישראל אברהם שטיין ז"ל אב"ד פאלטיטשאן)
בנה הרב יחזקאל, אב"ד קלאסנא ודומ"ץ ביהמ"ד סאטמאר-קליימער (הגז"ל) (חתן הגה"צ ר' שלמה יו"ט ליפא פאללאק ז"ל, אב"ד לאנדסבערג)
בנה הרב ארי' לייביש, דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה ד'סאטמאר-וומב"ג (מהר"א) ודומ"ץ קרית ויואל משה ד'סאטמאר-מאנטיסעלאו (חתן הגה"צ ר' מנחם מענדל וואגשאהל שליט"א, אב"ד שינאווא במאנסי)
בנה הרב שמואל, (חתן ביי ר' שלום לויפער)
הרב יקתואל, (חתן הגה"צ ר' יצחק מאשקאוויטש שליט"א, אב"ד נייטרא-וומב"ג)
הרב יעקב, רב קהל תולדות אברהם יצחק במאנסי (חתןהאדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א)
בתה אשת הרב זלמן לייב פילאפף, מו"ץ התאחדות הרבנים, ודומ"ץ ביהמ"ד סאטמאר-בניני זופניק (הגז"ל) (בן הגה"צ ר' יונה ז"ל, ר"מ מתיבתא תו"י ד'סאטמאר-קרית יואל)
בתה אשת הרב זושא כ"ץ, (בן הרב יוסף ז"ל)
בתה אשת הרב משה ראטה, דומ"ץ אנאנים (בן הגה"צ ר' יחזקאל שליט"א, אב"ד אנאנים)

אויך האט זי פארלוירן א טאכטער - אשת הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א, אב"ד שאץ-מאנסי

---

שכח פאר @בעל הבית פארן פארעכטן

גאלד » דינסטאג פעברואר 11, 2014 2:55 pm

· #182980
דער נפטרת זעלבסט מקור מחצבתה?

בעל הבית » דינסטאג פעברואר 11, 2014 2:58 pm

· #182981
שעפטל
מוצאי שבת איז נפטר געווארן הרבנית הישישה רחל לאה טייטלבוים ע"ה אשת הרב אלחנן חיים ז"ל, אין טיפן עלטער פון 93 יאר

די רביצין האט איבערגעלאזט:
בנה הרב יוסף, אב"ד נעפלעמיץ - בארא פארק (חתן הרה"צ ר' ישראל אברהם שטיין ז"ל אב"ד פאלטיטשאן)
בנה הרב יחזקאל, אב"ד קלאסנא ודומ"ץ ביהמ"ד סאטמאר-קליימער (הגז"ל) (חתן הגה"צ ר' שלמה יו"ט ליפא פאללאק ז"ל, אב"ד לאנדסבערג)
בנה הרב ארי' לייביש, דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה ד'סאטמאר-וומב"ג (מהר"א) ודומ"ץ קרית ויואל משה ד'סאטמאר-מאנטיסעלאו (חתן הגה"צ ר' מנחם מענדל וואגשאהל שליט"א, אב"ד שינאווא במאנסי)
בנה הרב שמואל, ראה"כ מעוררי שחר (חתן ביי ר' שלום לויפער) נישט דער שמואל איז די ראה''כ
הרב יקתואל, (חתן הגה"צ ר' יצחק מאשקאוויטש שליט"א, אב"ד נייטרא-וומב"ג)
הרב יעקב, (חתן ???) האדמור מתולדות אברהם יצחק
בתה אשת הרב זלמן לייב פילאפף, מו"ץ התאחדות הרבנים, ודומ"ץ ביהמ"ד סאטמאר-בניני זופניק (הגז"ל) (בן הגה"צ ר' יונה ז"ל, ר"מ מתיבתא תו"י ד'סאטמאר-קרית יואל)
בתה אשת הרב זושא כ"ץ, (בן הרב יוסף ז"ל)
בתה אשת הרב משה ראטה, דומ"ץ אנאנים (בן הגה"צ ר' יחזקאל שליט"א, אב"ד אנאנים)

אויך האט זי פארלוירן א טאכטער - אשת הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א, אב"ד שאץ-מאנסי

שעפטל » דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:12 pm

· #182984
גאלד
דער נפטרת זעלבסט מקור מחצבתה?

איר פאטער האט געהייסן ר' זאב ברוך ווערצבערגער.
די טאטע פון ר' משה חיים פון מאנטריאל

גאלד » דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:21 pm

· #182985
שעפטל
גאלד
דער נפטרת זעלבסט מקור מחצבתה?

איר פאטער האט געהייסן ר' זאב ברוך ווערצבערגער.
די טאטע פון ר' משה חיים פון מאנטריאל

שכוח, שעפטל

שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:26 pm

· #186504
ברוך דיין האמת:
א אינגע פרוי, מרת דבורה פילאפף ע"ה, אשת ר' משה אהרן הי"ו, בת ר' נפתלי (תולי) גראס.

לוי' 4:00pm ביים סאטמאר'ן ביהמ"ד אויף הופפער סט.

signout » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:12 pm

· #186629
שעפטל
ברוך דיין האמת:
א אינגע פרוי, מרת דבורה פילאפף ע"ה, אשת ר' משה אהרן הי"ו, בת ר' נפתלי (תולי) גראס.

לוי' 4:00pm ביים סאטמאר'ן ביהמ"ד אויף הופפער סט.

בד''ה, נישט געווען געזינט? קינדער אין שטוב?

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:40 pm

· #186642
ניין אויף ביידע

שרייבער » מאנטאג מערץ 3, 2014 10:29 am

· #188043
בד"ה, הרה"ג ר' ישעי' צבי בראווער ז"ל מוויליאמסבורג מח"ס שומע תפלה

מ גפני » מאנטאג מערץ 3, 2014 10:31 am

· #188044
שרייבער
בד"ה, הרה"ג ר' ישעי' צבי בראווער ז"ל מוויליאמסבורג מח"ס שומע תפלה

וואסי געשען? אזוי יונג נעבעך

זלמן זאפיר » מאנטאג מערץ 3, 2014 11:34 am

· #188056
האט יא איבער געלאזט קינדער אין שטוב
האט א טאכטער א כלה

א יוד א גאון עצום א מתמיד עצום ארויס געגעבן שטארקע ספרים אויף תפילה

זכותו הגדול יגן עלינו

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 3, 2014 11:39 am

· #188059
מ גפני
שרייבער
בד"ה, הרה"ג ר' ישעי' צבי בראווער ז"ל מוויליאמסבורג מח"ס שומע תפלה

וואסי געשען? אזוי יונג נעבעך

61 יאר אלט, אויך מח"ס עולת נדבה.
לויה 1:00 אזייגער ביי ראדני.
יהא זכרו ברוך

(@זלמן זאפיר קיינער האט נישט געזאגט אז נישט)

signout » מאנטאג מערץ 3, 2014 2:07 pm

· #188123
@SatmarHQ
BDH: Hrhc"h R' Shaya Tzvi ben R' Avrum Burech Braver U"h (61 year WB ) Levaya 1:00pm Bihm"d Hg' WB, on way to new Chelka of KY Bihc"h.

10:39am · 3 Mar 14 · Twitter for iPhone

@SatmarLive
BDH: Levaya of Harav Shaya Tzvi B"R Avrum Burich Braver U"h (61,W) will be 1:00pm at Bm"d Dinev -Wallabout St. Going to KY Biec"h.

12:08pm · 3 Mar 14 · txt

דער שכן » מאנטאג מערץ 3, 2014 2:10 pm

· #188124

שעפטל » מאנטאג מערץ 3, 2014 2:12 pm

· #188126
די לוי' איז פארגעקומען ביים ביהמ"ד דינוב אין וויליאמסבורג.

און דער גאון קומט למנחתו אינעם ביה"ח דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל

signout » מאנטאג מערץ 3, 2014 2:14 pm

· #188127
קוקט אויס ווי יעדער וויל עלי יניח צדיק את ראשי

sefish » מאנטאג מערץ 3, 2014 2:14 pm

· #188128
ער האט געוואלט מ'זאל אים לייגן אין ביה"ח דקיט"ל. ער האט דאס געבטן זיינע קינדער. אויך די מאמע האט אזוי געזאגט. אבער איין קינד דער באקאנטער ארויני בראווער האט געסטראשעט מיט קאורט, ס'געווען ממש געשלעגן אין טשאפעל. און ער האט אויסגעפירט ער גייט ליגן אינעם אלטן ביה"ח און די לויה איז אויך נישט אין ראדני.

signout » מאנטאג מערץ 3, 2014 2:15 pm

· #188129
דער שכן
Satmar Head Quarters at 1039am: BDH: Hrhc"h R' Shaya Tzvi ben R' Avrum Burech Braver U"h (61 year WB) Levaya 1:00pm Bihm"d Hg' Rodney WB, on way to new Chelka of KY Bihc"h.

Satmar headquarters 140pm: Bizoyon Talmid Chuchem IBizoyen Hames! Due to threat from Ahroini Yoel Braver to bring His fathers body to court, the Family moved to Levaya to Dinev Bihm"d on Wallabout and will go to Old Chelka in KY.

פארוואס דארף ער אזוי נעריש פארציילן אז ער האט פארלוירן? דאס קוקט אויס אזוי לאזעריש

signout » מאנטאג מערץ 3, 2014 2:17 pm

· #188130
sefish
ער האט געוואלט מ'זאל אים לייגן אין ביה"ח דקיט"ל. ער האט דאס געבטן זיינע קינדער. אויך די מאמע האט אזוי געזאגט. אבער איין קינד דער באקאנטער ארויני בראווער האט געסטראשעט מיט קאורט, ס'געווען ממש געשלעגן אין טשאפעל. און ער האט אויסגעפירט ער גייט ליגן אינעם אלטן ביה"ח און די לויה איז אויך נישט אין ראדני.

געהערט אביסל אנדערש: ער האט געוואלט מ'זאל אים לייגן אין ביה"ח דקיט"ל. ער האט דאס געבטן זיינע קינדער. אויך די מאמע האט אזוי געזאגט. אבער איין שמש דער באקאנטער מתים סעילסמאן האט געוואלט כאפען, ס'געווען ממש געשלעגן אין טשאפעל. און למעשה האט די משפחה אויסגעפירט ער גייט ליגן אינעם אלטן ביה"ח און די לויה איז אויך נישט אין ראדני.

blauvelt » מאנטאג מערץ 3, 2014 2:17 pm

· #188131
i dont understand why satmarhq writes about a private family fight even if they think he went against the nifters wishes
its not somethig that the whole olam should be told i think its at the least not menchlech

שרייבער » מאנטאג מערץ 3, 2014 2:51 pm

· #188139
די ערשטע זאך וואס דו פארשטייסט נישט דארט?

נאר באמת, ער וויל יעדער זאל וויסן וואסערע לאזער ער איז, און ווי שטארק זיי שעלטן

זלמן זאפיר » מאנטאג מערץ 3, 2014 3:46 pm

· #188148
ס'איז נישט צים גלייבן ווי שמוציג אין געמיין יונגאטשעס מישן זיך אריין ביי א פריוואטע לווי'
דער יוד האט קלאר געזאגט אז ער לאזט עס איבער פאר די קינדער, אין די קינדער האבן געמאכט א וואט צווישן זיך, אין זיי האבן באשלאסן אז מען לייגט אים אין די ארגינעלע סאטמארע בית החיים

קומען אן די זאלי'ס אין שיקן ארום שמוציגע מעסזישעס אין א צייט פין אזא טראגעדיע אין טיילן איין פאר די ציבראכענע משפחה ווי אים צי לייגן
די משפחה האט זיך געוויינט צי זיי אז זיי זאלן אפלאזן די חשוב'ן נפטר אבער מיט פארשטפאטע אויערן האבן זיך די יונגאטשן אנגעהויבן צי שלאגן ביי די טהרה אז מען זאל זיי געבן דעם נפטר

זיי האבן געזעהן אז מיט די משפחה קומט מען אין ערגעץ נישט אן האבן די זאלי'ס אנגעהויבן ארום שיקן ווילדע אין פארלוירענע מעסיזשעס
אין באשלודיגן די גאנצע וועלט אז זיי האבן פארלוירן דעם חשוב'ן נפטר

דער שכן » מאנטאג מערץ 3, 2014 4:26 pm

· #188155
זלמן זאפיר

דו מיינסט מ׳קען דא גלייבן א ווארט? איך בין ברור כשמש אז די מעשה איז געגאנגען עפעס אנדערש. נאר אוודאי דערציילן דערציילסטו וויאזוי דו ווילסט עס זאל האבן געווען אז דו זאלסט האבן סחורה אויף די חברה וואו דו באלאנגסט נישט. יא, יא.

גאלד » מאנטאג מערץ 3, 2014 4:37 pm

· #188157
ביי די זאליס, יעדע מת געבט זיי חיות

נאטרוליסט » מאנטאג מערץ 3, 2014 4:45 pm

· #188159
signout
דער שכן
Satmar Head Quarters at 1039am: BDH: Hrhc"h R' Shaya Tzvi ben R' Avrum Burech Braver U"h (61 year WB) Levaya 1:00pm Bihm"d Hg' Rodney WB, on way to new Chelka of KY Bihc"h.

Satmar headquarters 140pm: Bizoyon Talmid Chuchem IBizoyen Hames! Due to threat from Ahroini Yoel Braver to bring His fathers body to court, the Family moved to Levaya to Dinev Bihm"d on Wallabout and will go to Old Chelka in KY.

פארוואס דארף ער אזוי נעריש פארציילן אז ער האט פארלוירן? דאס קוקט אויס אזוי לאזעריש

דער נפטר האט זוכה געווען צו ווערן אנגערופן תלמיד חכם דור SATMARHQ - ווייל זיי האבן געמיינט אז ער גייט ליגן ביי זיי...

יש קונה עולמו במינוט אחת... (דיסקילעמער: דער נפטר איז געווען אן אמת'ער גאון און ירא אלים, דאס איז נאר צו רעפלעקטירן די טיטלען וואס זיי פארגינען פלוצלינג)

זלמן זאפיר » מאנטאג מערץ 3, 2014 4:55 pm

· #188164
איינער ווייסט פארוואס מהרז"ל האט זיך נישט גענימען די מי צי קומען צי די לווי' ?

פליקער » מאנטאג מערץ 3, 2014 4:57 pm

· #188165
ער קימט נאר ווי מען ווילקאמט אים, נישט ווי איינער וויל אים זעין מיט איטליכע ציין ווייניגער

נאר,,פרייליך » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:00 pm

· #188167
די ניו יארקער אידנטום און יהדות וויליאמסבורג בפרט האט פארלוירען א דיאמאנט וואס טרעפט זיך זעלטן ווי, דער יוד האט בהצנע לכת זיך געווארפען מיט מבהיל'דיגע גאונות ובקיאות בתורה, ער האט פארפאסט גאר הערליכע חבורים, יהא זכרו ברוך

א ווייטאג אז שמוציגע פאליטיק ווערט אויסגעניצט ביי א פריוואטער ימי אבל פון אן ערשיטערטער משפחה.

שעפטל » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:02 pm

· #188169
שרייבער
בד"ה, הרה"ג ר' ישעי' צבי בראווער ז"ל מוויליאמסבורג מח"ס שומע תפלה

ביים שרייבן זיינע גאונישע ספרים

📎 IMG-20140303-WA067.jpg

נאר,,פרייליך » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:08 pm

· #188173
מ גפני
שרייבער
בד"ה, הרה"ג ר' ישעי' צבי בראווער ז"ל מוויליאמסבורג מח"ס שומע תפלה

וואסי געשען? אזוי יונג נעבעך

ער איז לאנגע יארען נישט געזינט געווען ובפרט לעצטענס איז זיין מצב געווען גאר ענג, אוי ס'כאפט א טרייסעל זיך דעראנענדיג די בילד פון דעם גאון ווען ער איז געזעסן אין זיין אוצר הספרים וואס ער האט מחמת חביבות התורה''ק פארמאגט שווערע צענדליגער טויזענטער סארט ספרים
אוי! מי יתן לנו תמורתו.

מען ברויך נאך ר''ח אראנדזשירען דא הספדים על האי שופרא דבלע בארעא בדמי ימיו.

דער שכן » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:15 pm

· #188178
נאטרוליסט
signout
דער שכן
Satmar Head Quarters at 1039am: BDH: Hrhc"h R' Shaya Tzvi ben R' Avrum Burech Braver U"h (61 year WB) Levaya 1:00pm Bihm"d Hg' Rodney WB, on way to new Chelka of KY Bihc"h.

Satmar headquarters 140pm: Bizoyon Talmid Chuchem IBizoyen Hames! Due to threat from Ahroini Yoel Braver to bring His fathers body to court, the Family moved to Levaya to Dinev Bihm"d on Wallabout and will go to Old Chelka in KY.

פארוואס דארף ער אזוי נעריש פארציילן אז ער האט פארלוירן? דאס קוקט אויס אזוי לאזעריש

דער נפטר האט זוכה געווען צו ווערן אנגערופן תלמיד חכם דור SATMARHQ - ווייל זיי האבן געמיינט אז ער גייט ליגן ביי זיי...

יש קונה עולמו במינוט אחת... (דיסקילעמער: דער נפטר איז געווען אן אמת'ער גאון און ירא אלים, דאס איז נאר צו רעפלעקטירן די טיטלען וואס זיי פארגינען פלוצלינג)

״זיי״ האבן פאר דעם געזאגט אז ער איז נישט א ״תלמיד חכם דור״??

אויס מענטש » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:19 pm

· #188181
א טייערע איד הפלאדיגע ספרים און חריפות נעבעך א שאד אז ער דארף אנקומען צו נאר,, פרייליך זאל זאגן אויף אים א גוט ווארט באמת א שאד

נאר,,פרייליך » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:26 pm

· #188186
אויס מענטש
א טייערע איד הפלאדיגע ספרים און חריפות נעבעך א שאד אז ער דארף אנקומען צו נאר,, פרייליך זאל זאגן אויף אים א גוט ווארט באמת א שאד

פאר אריבער צוואנציג יאר צוריק האב'ך אסאך פארבראכט מיט דעם יוד, קען זיין ביי דיר הייסט דאס בארעדט, אבער ער איז א שטארקער מעריץ געוועזען פאר פרייליכ'ל.

אויס מענטש » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:40 pm

· #188190
נאר,,פרייליך
אויס מענטש
א טייערע איד הפלאדיגע ספרים און חריפות נעבעך א שאד אז ער דארף אנקומען צו נאר,, פרייליך זאל זאגן אויף אים א גוט ווארט באמת א שאד

פאר אריבער צוואנציג יאר צוריק האב'ך אסאך פארבראכט מיט דעם יוד, קען זיין ביי דיר הייסט דאס בארעדט, אבער ער איז א שטארקער מעריץ געוועזען פאר פרייליכ'ל.

🙂
אלץ בית שמש ? אדער אלץ מעריץ מהרא ?
😃
אזא אמת ווי אלע דיינע פאקטן 

אויס מענטש » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:42 pm

· #188191
ווער זענען זיינע קינדער?

נאר,,פרייליך » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:49 pm

· #188193
...

מ. גליקמאן » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:49 pm

· #188196
וואס פשט אז די אשכול איז אזוי פארשמירט מיט ברוינע אפפאל און פערזענליכע אטאקעס? סטאפט ביטע!

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:49 pm

· #188197
טעפל
ער האט איין איינציגע איידעם ר' מיכל ראזענבערג פון מאנטריאל (אזוי האב איך געזעהן אין המודיע היינט) א איד א גביר פאר זיך אליינס.

שני יוסף בן שמעון איכא. ס'איז דא צוויי אידן (קאזינ'ס) וועלכע הייסן מעכיל ראזנבערג. איינער איז דער גביר בהא' הידוע. דער צווייטער איז א שטלער, בעל,בתי'שער אינגערמאן וועלכער שטייט ווייט פון פובליסיטי. 😕 😕 😕 😎 😂 😠 😮 😃 🙂 😉 😮

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 3, 2014 5:53 pm

· #188199
בנו האברך ר' יוסף זאב בראווער מספיד
📎 IMG-20140303-WA0044.jpg

I'm back » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:17 pm

· #188213
נאר,,פרייליך
אויס מענטש
א טייערע איד הפלאדיגע ספרים און חריפות נעבעך א שאד אז ער דארף אנקומען צו נאר,, פרייליך זאל זאגן אויף אים א גוט ווארט באמת א שאד

פאר אריבער צוואנציג יאר צוריק האב'ך אסאך פארבראכט מיט דעם יוד, קען זיין ביי דיר הייסט דאס בארעדט, אבער ער איז א שטארקער מעריץ געוועזען פאר פרייליכ'ל.

איך האב דער נפטר נישט געקענט, אבער פון דיין ווערטער זעט אויס אז ער איז געווען א שטארק צוגעלאזענע מענטש.
ער האט זיך צוגעהערט און מחזק געווען כל צרוע וכל זב...

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:22 pm

· #188220
שוין אריין אין צימעס אשכול

דער שכן » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:59 pm

· #188237
גאלד
ביי די זאליס, יעדע מת געבט זיי חיות

דו האבסט פארגעסן צו צילייגן ביי די זאליס אזויווי ביי די ארויניס, יעדע מת געבט זיי חיות..

עקטשועלי דא זאגט מען דאך אז די זאליס עסען זיך. טא, וויזוי זאגסטו אז ס׳גיט זע חיות? נישט אז די זאליס רעיגן זיך דא??

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 4, 2014 12:57 am

· #188320
רבותי לאן הגענו?
אביסל כבוד המת, און אפשר אביסל כבוד החיים אינדערזייט?! אפשר דאך?

ביטע זיך האלטן צום נושא און נישט רעדן מער קיין אות פאליטיק.
מכאן ואילך יעדע פאליטיק תגובה וועט פארמעקט ווערן, לע"נ הנפטר ע"ה. תנצב"ה.

אויס מענטש » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:17 am

· #188333
ווי גייט עס פארמעקט ווערן?
איבעראל חוץ צימעס
אדער נאר דא?
הלואי איבעראל ווייל איז נישט גייט מען איה ענטפערן די פערדן ברוח נדיבה
כיד ה' לטובה על כל בר דעת. גענוג געווען  !!

דער שכן » דינסטאג מערץ 4, 2014 5:10 am

· #188335
אויס מענטש
ווי גייט עס פארמעקט ווערן?
איבעראל חוץ צימעס
אדער נאר דא?
הלואי איבעראל ווייל איז נישט גייט מען איה ענטפערן די פערדן ברוח נדיבה
כיד ה' לטובה על כל בר דעת. גענוג געווען  !!

כ׳זעה. איך זעה ביזט ממש אויס מענטש. כ׳זעה. בריח ניחוח וברכה נדיבה.

זאל זיין גוט פאר גאנץ כלל ישרא׳. ומחה ה׳ דמעה מעל כל פנים. וואס טוט זיך אויב מ׳איז פריילעך און מען לאכט און ס׳קומט טרערען פון געלעכטער?... הא?!

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 4, 2014 8:39 am

· #188347
סאטמאר hq איז אן אפיציעלע טוויטער אקאונט און ווערט געפירט דורך יוסעלע פליעט.
לדעתי לדעתי האט ער פורץ געווען אלע גבולים נעכטן, מיט'ן זיך אריינשטעקן די נאניע אין א פריוואטער משפחה געפעכט און מבזה געווען א משפחה חשובה בישראל.
עס איז א חרפה און א בושה, עס וואלט קיינמאל נישט געמעגט געשען וידוע מר' עמרם בלוי אז ביי לוייות פירט מען נישט קיין פאליטיק.
און אין יואב'ס שפראך: א פליענדע שם של ארבע דער.

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 4, 2014 8:49 am

· #188349
תנצב"ה
📎 0764548ט5546770.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45