יהא זכרו ברוך
2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בארא פארק - בד״ה: חיים בראנד ז״ל, א עלטערע איינזאמע איד׳ל, א באקאנטער פנים אין שומרי שבת שוהל און אויף די דרייצענטע עוועניו.
שכנים וועלכע האבן אים נישט געזעהן פאר עטליכע טעג, האבן גערופן הצלה צו זיין דירה. אבער ליידער איז ער געפינען געווארן נישט בין החיים.
חסד של אמת געפינען זיך אויפן סצענע און פארזיכערן כבוד המת.
אויב איינער האט אינפארמאציע אויב ער האט משפחה זאל זיך ביטע פארבינדן מיט חסד של אמת
718-436-2121
📎 IMG-20150908-WA0090.jpg
כ'האב אים נישט געקאנט, אבער ער האט א זיסע תמימות'דיגע חן אויף זיין פנים.
זאל ער רוען אין ליכטיגן גן עדן.
א טיפיקעל פארצייטישע ל"ו צדיק
ליפאבארא פארק - בד״ה: חיים בראנד ז״ל, א עלטערע איינזאמע איד׳ל, א באקאנטער פנים אין שומרי שבת שוהל און אויף די דרייצענטע עוועניו.
שכנים וועלכע האבן אים נישט געזעהן פאר עטליכע טעג, האבן גערופן הצלה צו זיין דירה. אבער ליידער איז ער געפינען געווארן נישט בין החיים.
חסד של אמת געפינען זיך אויפן סצענע און פארזיכערן כבוד המת.
אויב איינער האט אינפארמאציע אויב ער האט משפחה זאל זיך ביטע פארבינדן מיט חסד של אמת
718-436-2121
יויש מיין הארץ צוגייט, איז נישט פאראן קיין שום פראגראם פאר אזאנע מענטשן וואס האבן קיינעם נישט?
מיט אביסל קעיר אין אנשטאלט אדער מיט א געהילף וואלט ער נאך געווען צווישן אינז און הנאה געהאט צו שיסן ברויט פאר די טויבעלעך...
איך האב א שרעקליכע געפיל צו אזאנע מענטשן, עלנדע, היימלאזע, און ענליך דערצו.
נעבעך.
היינט איז נפטר געווארן גאר א טייערער איד. ר' הערשל שפייזער פון בארא פארק (ומלפנים ב'וויליאמסבורג). ר' הערשל איז געבוירן אין אמעריקא אבער איז געווארן מקושר אין הרה"ק ר' יוחנן מ'סטאלין ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקא. ר' הערשל איז דאן אלס בחור אריין לערנען אין זיין ישיבה און האט זוכה געווען צו ווערן זיין הויז בחור און משמש בקודש.
ר' הערשל איז געווארן אזוי נאנט און מקושר צו זיין הייליגן רבי'ן, אז ווען דער רבי איז געווארן גאר שוואך האט ער דווקא געוואלט אויפגעבן דאס גבאות, ווייל ער האט מורא געהאט אז היות דער רבי איז נישט אזוי געזונט דארף מען דאך זיין גאר שטארק נזהר וויאזוי אים צו באדינען אז ער זאל אים חלילה נישט בטעות וויי טון מיט עפעס, און דעריבער האט ער מורא געהאט ווייטער צו באדינען דעם רבי'ן. אבער דער רבי האט נישט מסכים געווען און האט ניטש געלאזט, ער האט דוקא געוואלט און געבעטן אז דוקא ר' הערשל זאל אים באדינען ווייל ער ווייסט גוט וויאזוי אים צו מאכן שפירן גוט.
ר' הערשל איז געווען דער וואס האט זיך איבערגעגעבן פאר אים בלב ונפש און האט אוועק געגעבן פון דאס ביסן פון זיין מויל און געקויפט שיינע כלים פון זילבער פאר זיין רבי'ן ווייל ער האט געהאלטן אז דאס איז דער כבוד פון א רבי'ן. און זיין רבי האט אים טאקע זייער מחבב געווען.
ר' הערשל איז אריבער א שווער לעבן און זיך אסאך אנגעליטן אבער איז אלעמאל געוואן בצהלת פנים מיט א שמייכל און א גוט ווארט און אלעמאל נאר געזוכט דאס גוטס אין יעדן איינעם.
די לעצטע שטיק צייט האט ער זיך נישט געשפירט בקו הבריאות. ער האט נעבעך געליטן פון די ביטערע מעשה אויפן מח. און היינט האט ער צוריק געקערט זיין נשמה צום באשעפער, ווי זיין רבי ווארט אים זיכער אפ דארט אויבן בגן עדן העליון אז ער זאל אים דארט ווידער באדינען.
יהא זכרו ברוך.
בד"ה הרה"ג רבי מרדכי דוד קאהן ז"ל ר"מ מתיבתא קר"י
ר' ישעי' וואלף לעוו לאנגיעריגע סאטמארער ראש הקהל אין לאנדאן בכלל געווען א באוואוסטער פיגור אין לאנדאן
מהר"א'ס קהלה האט פארלוירן א שיינע פאר פרעזענליכקייטן לעצטע שטיק צייט
ווער נאך חוץ די צוויי?
ר' ישעי וואלף
📎 IMG-20150925-WA0011.jpg
סאדאם חוסעיןווער נאך חוץ די צוויי?
נישט לאנג צוריק פארלוירן הרה"ג ר' לייבוש ט"ב ז"ל הרה"ג ר' אלי' סימאן ז"ל און יעצט הרה"ג ר' מרדכי דוד ז"ל
די אלע דריי און ווי אויך ר' ישעי' וואלף זענען געווען סאטמאר רבי'ס יבדל לחיים פרעזענליכע ידידים וואס זענען געגאנגען אין פייער פאר אים
אגב די דריי הנ"ל זענען אלע געווען אויסערגעווענליכע מתמידים בתורה און תורה מתוך הדחק ממש גדולי תורה עובדי ד' ממש במסירות נפש און יעדער פאר זיך זיך געפירט דערהויבן שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשי' אבער דער ר' מרדכי דוד פעלט זיך אויס א עקסטערע באשרייבונג ער איז געווען ממש א צדיק אינגאנצן אפגעשיידט פון דער וועלט עוד חזון למועד
ווי אלט איז געווען ר' מרדכי דוד קאהן?
הדד בן בדדווי אלט איז געווען ר' מרדכי דוד קאהן?
אזוי זאגט מען אז ער איז געווען 81 אבער ער איז געבוירן ר"ח אלול תרצ"ה [מפי עצמו] סא לויט דעם איז ער נאר 80
קען מען ביטע האבן אביסעל מער פרטים ווער דער בחור איז און וואס האט פאסירט מיט אים ר"ל?
געווען נישט געזונט מיט יענע מחלה א אינג וויזניץ בחור.
📎 IMG-20151012-WA0009.jpg
ר' פנחס יהודא כ"ץ פון בארא פארק, טאטע פון הגאון ר' יששכר כץ שליט"א
פאוסט פון זיין זון ר' יששכר:Abba returned his beautiful soul to its Maker. He died this afternoon surrounded by family and loved ones.
צדיק תמים היה, את האלקים התהלך!
אלקי!
נשמה שנתת בו טהורה היתה. אתה בראתה, אתה יצרתה, אתה נפחתה בו, ואתה שמרתה בקרבו,
ועתה החלטת ליטלה ממנו ולהחזירה לך.
על כל זמן שהנשמה היתה בקרבו מודה אני לפניך ה' אלקי.
ברוך אתה ה' דיין האמת
תהא נשמת אבי מורי, פנחס יהודה בן יוסף, צרורה בצרור החיים, בגן עדן תהא מנוחתה.
חסיד, דאס איז א ערענסטע אשכול, ביטע ברענג נישט אריין ליצנות דא
[ציטאט אראפגענומען]
יעצט, בעולם האמת, וועט ער זעהן אביסל א ברייטערע בילד, און שעפען נחת.
א געשמאקע איד, א ברייטן קאפ.
@אנאנים
איר האט אפשר א בילד פונעם מנוח ר' פנחס לייב ע"ה?
Re: יהא זכרו ברוך
📎 uploadfromtaptalk1444965455897.jpg
וואס האט ער שוין געזאגט ביים הספד וואס האט יעדן אזוי שטארק אויפגערעגט
Re: יהא זכרו ברוך
Re: יהא זכרו ברוך
shem-tovוואס האט ער שוין געזאגט ביים הספד וואס האט יעדן אזוי שטארק אויפגערעגט
גערעט האט ער גראדע זייער שיין ס’איז ווי אזוי ער האט גערעט, אנא הוט מיט א ספרדישע הברה אין ענגליש. פארשעמט און ווי געטוהן זיין טאטע נישט ביזן לעצטע מינוט נאר אריין געכאפט נאכן טויט אויך. רוב היימישע האבן ניטאמאל פארשטאנען וואס ער רעדט. ווייל ער ניצט הויכע סאפיטיקירטע ענגליש.
Re: יהא זכרו ברוך
ווי איך האב געהערט שעפשען פון דער עולם איז געווען א גרויס אויפברויז ביים ציבור אין אן אומפארשטיינדע חידוש ביים לויה אז די קינדער גאר פונעם נפטר זענען די וואס האבן זיך אנגענומען אויף יששכר וואס שטייט און שפעט און שפייט דעם טאטע אין פנים אריין און נישט צוגעלאזט אנדערע וואס האבן יא מוחה געווען פאר כבוד המת.
ער האט גערעדט אין ענגליש? שרעקליך! און נישט סתם אן ענגליש, נאר א הויך-קאליבאר סאפיסטיקירטע ענגליש. שומו שמים. אזעלכע בזיונות צו מאכן פאר א טאטע וואס זיין גוף איז ווארים. רבותי, גראו אפ! הערטס אויף צו רעדן ווי קליינע קינדער. וואלט איך אים געראטן דאס צו טון? זיכער נישט. אבער ער האט קיינעם נישט פארשעמט אדער ב'עוולה'ט. סך הכל האט ער געמאכט דער טיפישע חרדי מיט בעיבישע דאגות פילן אביסל אומבאקוועם. נו, זאלן זיי גיין נעמען די פילן. זיין טאטע איז דאך שוין אויף דעם עולם האמת. אזוי גלייבן מיר דאך. נישט אזוי? נו, איר מיינט אז אויף דער עולם האמת איז אויך א נפקא מינה צו מען טראגט א רעקל און צו מען רעדט אין ענגליש?
.
הוגהער האט גערעדט אין ענגליש? שרעקליך! און נישט סתם אן ענגליש, נאר א הויך-קאליבאר סאפיסטיקירטע ענגליש. שומו שמים. אזעלכע בזיונות צו מאכן פאר א טאטע וואס זיין גוף איז ווארים. רבותי, גראו אפ! הערטס אויף צו רעדן ווי קליינע קינדער. וואלט איך אים געראטן דאס צו טון? זיכער נישט. אבער ער האט קיינעם נישט פארשעמט אדער ב'עוולה'ט. סך הכל האט ער געמאכט דער טיפישע חרדי מיט בעיבישע דאגות פילן אביסל אומבאקוועם. נו, זאלן זיי גיין נעמען די פילן. זיין טאטע איז דאך שוין אויף דעם עולם האמת. אזוי גלייבן מיר דאך. נישט אזוי? נו, איר מיינט אז אויף דער עולם האמת איז אויך א נפקא מינה צו מען טראגט א רעקל און צו מען רעדט אין ענגליש?
.
קיינער האט נישט קיין טענות..יעדער פארשטייט גאנץ גוט. נאר עפעס א קרוב איז דא געקומען מיט א שטיקל חשבן.. דיסרעגארד...
Re: יהא זכרו ברוך
ווי לעיקוואוד האט שוין אמאל ארויס געברענגט, די עכטע סיבה פארוואס ביי חרדים איז דא מער אומטאלעראנץ, איז וויבאלד די או טי די'ס (אוו די עקזעקט דרך זייערע עלטערן וואלטן זיי געוואלט זען גיין, לקולא אדער לחומרא, נישט קיין נפק"מ. סיי וועלכע אופן וואס עס באדערט זייערע עלטערן. אפשר איז דא געוויסע ביי וועמען טוישן פון דעמאקראט צו רעפובליקאנער טריגערט א ענליכע רעאקציע; ס'איז ממש נישט קיין חילוק אין וועלכע אספעקט מ'איז off ) זענען אליינס אויך חרדים, און פירן זיך נישט אויף נארמאל און מיט פארשטענדעניש צו זייער פריערדיגע סביבה. דער באקאנטער כלל "ווען אין רוים טו ווי די רוימער" קענען זיי דאך נישט.
אזוי ווערט נולד א מצב אז ווען א גוי'אישער פאליטישאן קומט צו אונז, וועט ער זיך אנטון א קאפל צומאל (כאטש קיינער דארף עס נישט און איז נישט אינטערעסירט דערין) און א היימישער וועט קומען רעדן אויף ענגליש ביי א לויה און טרעטן אויף אנאנים'ס הינעראויגן.
גערעכט, דעת תורה. פארדעם וואלט איך אים געראטן עס נישט צו טון. אבער פון דארט ביזן מבזה זיין און בעוולה'ן זיין טאטע/משפחה? פליז! ווען ער ווערט ווען א ליובאביטשער און ער קומט מיט זיין קנייטש און פראק, און ער זאגט נאך א ווארט פון די רבי מה"מ, וואלסטו אויך אזוי געזאגט? דער וואס קען נישט טאלערירן אנדערע סארט אידן זאל גיין לערנען אביסל מסילת ישרים און אויפהערן וויינען אזויפיל.
.
Re: יהא זכרו ברוך
איך ווייס נישט וואס שש וואלט געזאגט אין אזא פאל, אבער איך קען הונדערטער משפחות וואס ליובאוויטש וואלט געווען פונקט אזוי - אדער נאכמער - געפערליך ווי רעדן אין ענגליש. בכלל איז נישט שש פערזענליך די אישו, ער קען רעדן פון די גאנצע סביבה
[ציטאט אראפגענומען]
כ'וואלט אים געזאגט, "המקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים. זאלסט מער נישט וויסן פון קיין צער".
.
Re: יהא זכרו ברוך
ווילאנג ער ברענגט נישט פון ןיואל משה אז מזרחי זענען טריף זעה איך נישט דער פראבלעם
אקעי.
איך כאפ שוין דא די זאך.
דא איז דא צוויי פאכיגע אומטאלעראנץ.
מה כל הרעש פון שש'ן איבער די ענגלישע הספד.
מה כל הרעש פון הוגה'ן אויף ששנס רעש אויפן ענגלישען הספד.
ביידע זענען בעביס.
דער וואס האלט ענגליש איז געווען א בזיון.
און אויך דער וואס האלט, אז דער וואס זאגט אז ענגליש איז געווען א בזיון איז א בעבי. איז איינס.
כ'מיין. שש זאל מיר מוחל זיין, א ענגלישע הספד טראגט נישט מיט זיך קיין חטא אדער בזיון, אדרבה, וואס איז די באדייט פון א הספד? דבר נפש החי, לנפש המת, נא ווען מען האלט שוין דארט, איז שוין ביהאנד, עס מאכט שוין נישט אויס קיין שפראך אדער אויסדרוקען.
הוגה זאל מיר מוחל זיין און נישט זיין אזוי קעפעלדיג, די ווייסט פונקטליך פארוואס ער האט עס געזאגט אויף ענגליש.
און שוין.
כמיין אז סאיז דא וויכטיגערס פון דעם.
Re: יהא זכרו ברוך
סאיז דא א ענין פון כבוד המת וואס הייסט מכבד זיין דעם רצון פונעם מת וואס ער האט געהאט ביים לעבן פונקט ווי א צוואה דארף מען האלטן אפי׳ יעצט איז ער שוין אויפן עולם האמת און ער האלט אנדערש .
און כבוד הצבור קומסט אין א פלאץ און נאכדערצו איינער וואס פארשטייט דער פלאץ שטעל דיך צו , און אז מגייט נישט דארט קיין אינטערהעמד שטעל זיך צו עלית בקרתא הלך בנימוסה .
האשה החשובה מרת הינדא חנה ראטטענבערג ע"ה
אשת הרב י-הוסף ראטטענבערג פון בארא פארק א זוהן פון ר' מיכל ע"ה
טאכטער פון הרה"ג ר' יצחק חיים זעלטענרייך טשאקעווע רב
אוועק נעבעך פון יענע מעשה נאך נישט חתונה געמאכט קיין איין קינד
ברוך דיין האמת
mevakeshווילאנג ער ברענגט נישט פון ןיואל משה אז מזרחי זענען טריף זעה איך נישט דער פראבלעם
מבקש: ווי ס'זעהט אויס האט דער עולם דא אין קאווע שטיבל נישט געהערט די לעצטע נייעס אז דער מוסד הרב קוק האט איבערגעדרוקט דעם ויואל משה מיט א פירוש אויף אידיש און אונגאריש... 😂 🙄
איך זעה אז דער עולם דא (חוץ ירא שמים) כאפט נישט די נקודה וואס אנאנים וויל ארויסברענגען. מילא פון די שטארק אויפגעקלערטע, אימפולסיווע אינטעלעקטואלן און פילאזאפן רעדן מיר פשוטי עם און בעלי עגלות דאך נישט. אפשר קענען זיי אויפווייזן זייער קאלעדזש דעגרי...? נאר דאס דערמאנט מיר א מעשה וואס כ'האב מיט יארן צוריק געליינט אין דאס אידישע ליכט. אז אין א שטעטל איז געווען א מענטש וועם מ'האט גערופן ... "מנשה פילאזאף"... פון וואס איז באשטאנען זיין פילאזאפישע און אויפגעקלערטע חכמה...?!... אז ער האט אדורכגעליינט אנדערטהאלבן אפיקורסי'שע ביכלעך...! אזוי אויך אונזער רעזידענט טיף-טראכטער טוט אויטאמאטיש און אימפולסיוו רעאגירן צו א יעדע נייעס וואו איינער האט מוחה געווען אויף אן ענגלישע דרשה... ר' טיף-טראכטער, מיט אייער גאנצע חכמה און אויפגעקלערטקייט דארפט איהר אנקומען צו א פשוט'ן בעל עגלה וועלכער פארשטייט צו גארנישט מער ווי איינשפאנען און אויסשפאנען די פערד, און זיי געבן צו עסן, אז ער זאל אייך מסביר זיין וואס די נקודה איז דא...?! דער פראבלעם (לפי שיטת אנאנים) איז נישט די ענגלישע דרשה, אדער וויאזוי דר. כ"ץ איז געווען אנגעטון...! נאר פון וואו ער קומט. און וואס איז געווען דער רצון פון זיין טאטן און זיידע. און דאס (די ספיטש אין ענגליש און קומען אן א רעקל און הוט) האט געשריגן בזיון המת און חוצפה אקעיגן דעם נארוואס פארשטארבענעם טאטן...!
נ.ב.: שלעכט זענען די צייטן ווען אן אומוואוסנדער בעל עגלה וועלכער פארשטייט נאר צו פערד... (אלו דברי ה'טיף דענקער שלנו.) דארף קומען אויפקלערן און מסביר זיין א פשוט'ע זאך פאר דעם אויפגעקלערטן פארשוין .. (מלשון... דתא. אחד מעשרת בני המן) וואס א יעדער בר בי רב דחד יומא פארשטייט... 🙄
אנאנים: ראה תגובתי לעיל: אויב דו באמערקסט איז די צייט אפשניט פון דיין תגובה און מיינ'ס אפגערוקט מיט א צען מינוט. דער אמת לאמיתו איז אזוי ווי ביי יעקב און עשיו. איך האב אנגעהויבן שרייבן מיין תגובה א ביסל פריער.. נאר איך בין געגאנגען מאכן א קאווע אינמיטן. אבער בעיקר האביך מיך אדרעסירט צו דעם רעזידענט טיעף-דענקער, וועלכער האטזיך אויסגעדרוקט מער ווי איינמאל, ווען איך האב ארויסגעזאגט עפעס א מיינונג איבער א געוויסן ענין...אז איך אלס אלטער בעל עגלה זאלל גיין פאשען די פערד. צו וואס איך פארשטיי. אבער נישט אריינרעדן אין הויך פילאזאפיע. און וועלן אריינדרינגען אין די עקסקלוסיווע ליגע פון די טיעף- דענקערס און פילאזאפן... 😂 🙄
לית דין בר נשהאשה החשובה מרת הינדא חנה ראטטענבערג ע"ה
אשת הרב י-הוסף ראטטענבערג פון בארא פארק א זוהן פון ר' מיכל ע"ה
טאכטער פון הרה"ג ר' יצחק חיים זעלטענרייך טשאקעווע רב
אוועק נעבעך פון יענע מעשה נאך נישט חתונה געמאכט קיין איין קינד
ברוך דיין האמת
תיקון טעות. ר'מיכל שליט'א
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת
רבי משה יוסף שווארטץ
ב"ר ליפא
מלמד קרית יואל
Re: יהא זכרו ברוך
בד״ה, א פיינער איד געוועזן, איך געדענק אים נאך פון חדר.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: יהא זכרו ברוך
בד״ה ר׳ בנציון שליסיל ע״ה פין בפ איידעם פין ר׳ שמואל קרויס ז״ל
אנאנים: ער פלעגט ארום פארן איבער גאנץ בארא פארק מיט זיין בייק. נאר כ'האב איהם שוין לעצטנס נישט געזעהן. ר'איז געווען א זיסער איד. האט געהאט אינטרעסאנטע מעשיות און אבזערוואציעס....בד"ה.
Re: יהא זכרו ברוך
הלך לעולמו, יצחק נבון הנשיא החמישי של מדינת ישראל
ישראליהלך לעולמו, יצחק נבון הנשיא החמישי של מדינת ישראל
בד"ה: היה נשיא הראשון הספרדי של מדינת ישראל. פרופסור יצחק נבון...!
Re: יהא זכרו ברוך
BDH: Vito Lopez📎 ImageUploadedByTapatalk1447165402.132274.jpg
סביב העולם: איך האב א קשיא אדער א שאלה. כ'ווייס אליינס נישט. פארוואס האט דער פארשטארבענער, געוועזענער אסעמבלימאן וויטא לאפעז פארדינט דערמאנט צו ווערן אין דעם ..."יהא זכרו ברוך" קאלום. מילא, אין נ.י. טיימס אביטשוערי סעקשן פארשטיי איך. אבער פארוואס,..."ברוך?"...נאר ס'קען זיין אז ער האט געטון טובות פאר אידן אין זיין מאכטפולע פאזיציע. אדער האט צוריקגעהאלטן די שונאי ישראל און אנטיסעמיטן פון טון שלעכטס פאר אידן. אדער שעדיגן זייערע אינטערעסן. דאמאלס פארדינט ער זיך יא דערמאנט צו ווערן לברכה. איינער פון די יודעי דבר קען דאס מברר זיין. איך ווארט צו הערן דעם ענטפער...!
יצחק נבון, וויטא לאפעז, וואו אהין איז דער אשכול פארקראכן?
אז דעיל קארנעגיס בוק איז געווארן א ספר אין ספרים סטאר איז שוין לאפעז אויך א שיינער יוד.