☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

געוואלדיג » זונטאג מערץ 29, 2015 3:43 am

· #262491
נישט זיכער אז קיין מופתים זענען נישט געווען אבער ער האט זיכער גוט געבאקן.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 29, 2015 4:59 am

· #262493
פרייוויליג
ער פארציילט א מעשה אז די רבי איז אמאל געפארן ערב שבת און געהאט קפיצות הדרך. די רבי האט געהייסן פארן אין די פארקערטע ריכטונג און די וועג האט גענומען זייער זייער שנעל. (ממש ווי די קארעטע פון בעל שם איז געפלויגן) די אמת איז להד״מ, איך ווייס עמיצער וואס איז געווען אנוועזענד און די קאר איז פשוט געפארן אויפן שאלדער.

פרייוויליג: איך האב אויך א מעשה וואס מ'וועט קענען אריינלייגן אין ספר "מושיען של מדינת ישראל"...בדידי הווה עובדא. איך בין אמאל פרייטיג נאכמיטאג אין זומער ארויסגעפארן אויפ'ן וועג צו די קאנטרי. כ'האב גענומען איינעם פון מיין משפחה צו זיין ביי א רבי'ן אויף שבת. אינמיטן וועג האט זיך געמאכט זייער א גרויסער טרעפיק. און כ'האב געזעהן איז וועל נישט אנקומען אויף שבת צו די קאנטרי. האביך געמאכט א בואי בשלום. איך האב געספידט כמו שכתוב, (מיט 70+). כ'האב באגעגענט א פאר סטעיט טרופערס אינמיטן וועג. און קיינער האט מיך נישט אפגעשטעלט. ביי סטעטן איילענד האט זיך געמאכט זייער א שטארקער טרעפיק אויפ'ן וועג קיין ברוקלין. ביניך געפארן אויפ'ן שאולדער ביז צום סוף. איך בין אנגעקומען אהיים ביים זמן הדלקת הנרות. דאס איז מיין פערזענליכער נס פון קפיצת הדרך. דער נס איז אז די פאליס האבן מיך נישט געסטאפט...אפשר אין זכות פון שבת...!

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 29, 2015 9:23 am

· #262502
בערעלע, ווען נעמסטי אויף? איך וויל מיך קוויטלן ביי דיר. קען מען דיר שיקן א קוויטל אין אישי?

בעצם, דאס וואס פרייוויליג שרייבט אז מ'זאל נישט גלייבן די מעשיות פון סאטמאר רב ווייל ער איז נישט געווען קיין בעל מופת, איז אבי גערעדט. ביי יעדע מענטש מאכט זיך אמאל א מופת, (אפילו ביי די ציונים, עיין ערך מלחמת ששת הימים) סא פארוואס קען נישט זיין אז ס'האט זיך פערצופאל געמאכט ביים סאטמאר רב אויך?

נאר דאס יא. די מעשיות וואס גייען אויף די מהלך אז ער האט צוגעזאגט וכדומה, דאס איז שקר, ווייל דאס איז קיינמאל נישט געווען זיין שפראך.

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג מערץ 29, 2015 10:07 am

· #262508
סתם אזוי זענען די סאטמערע חסידים באוויסט מיט זייערע שיינע געבעקס אויף דער רבי'ן זי''ע
אין דער פלא איז אז דבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו חסידיו

ער פלעגט דאך אזוי שטארק אוועק מאכן מעשיות וואס האט נישט געהאט א מקור אין דא קומען דער חסידים אפיר מיט מעשיות שלא היה ולא נברא לא דובים ולא יער וכו'

למדן » זונטאג מערץ 29, 2015 10:43 am

· #262509
אויף וועם ער האט געוואלט האט ער יא געגלייבט כידוע, איז נישט אזוי שווער אז זיינע חסידים פארציילן אויף וועם זיי ווילן גלייבן.

פרייוויליג » זונטאג מערץ 29, 2015 11:23 am

· #262513
שמעון וואלף
בערעלע, ווען נעמסטי אויף? איך וויל מיך קוויטלן ביי דיר. קען מען דיר שיקן א קוויטל אין אישי?

בעצם, דאס וואס פרייוויליג שרייבט אז מ'זאל נישט גלייבן די מעשיות פון סאטמאר רב ווייל ער איז נישט געווען קיין בעל מופת, איז אבי גערעדט. ביי יעדע מענטש מאכט זיך אמאל א מופת, (אפילו ביי די ציונים, עיין ערך מלחמת ששת הימים) סא פארוואס קען נישט זיין אז ס'האט זיך פערצופאל געמאכט ביים סאטמאר רב אויך?

נאר דאס יא. די מעשיות וואס גייען אויף די מהלך אז ער האט צוגעזאגט וכדומה, דאס איז שקר, ווייל דאס איז קיינמאל נישט געווען זיין שפראך.

מען זאגט 'בעל מופת' אויף די ריבנוצער, און אויף רבי ישעי'לע מקערעסטיר. נישט אויף איינעם וואס האט געהאט אפאר מופתים דא דארט. וקל להבין.

געוואלדיג » זונטאג מערץ 29, 2015 1:25 pm

· #262543
סארי איך בין נישט קיין סאטמאר חסיד אבער עס איז געווען מער ווי דא דארט.

ישמעאל הכהן » זונטאג מערץ 29, 2015 5:27 pm

· #262585
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/199095/2015/03/29/kiryas-joel-ny-noted-historian-definitive-authority-on-satmar-passes-away-at-63/">http://www.vosizneias.com/199095/2015/0 ... way-at-63/</a>

איך אויך » זונטאג מערץ 29, 2015 5:33 pm

· #262589
איך זעה ער האט געטראגן א רבניש היטל ,פארוואס?

שבת אחים » זונטאג מערץ 29, 2015 7:03 pm

· #262600
איך אויך
איך זעה ער האט געטראגן א רבניש היטל ,פארוואס?



פארוואס נישט ? מ׳דארף נישט האבן עפעס א ספעצילע פערמיט אדער לייסענס צו טראגן רבישע קליידער, מ׳פארקופט עס פאר יעדען וואס באַצאָלט דערפאַר

ישמעאל הכהן » זונטאג מערץ 29, 2015 7:33 pm

· #262604
📎 gelbman-3-725x483.jpg

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 29, 2015 8:56 pm

· #262621
שמעון וואלף
בערעלע, ווען נעמסטי אויף? איך וויל מיך קוויטלן ביי דיר. קען מען דיר שיקן א קוויטל אין אישי?

בעצם, דאס וואס פרייוויליג שרייבט אז מ'זאל נישט גלייבן די מעשיות פון סאטמאר רב ווייל ער איז נישט געווען קיין בעל מופת, איז אבי גערעדט. ביי יעדע מענטש מאכט זיך אמאל א מופת, (אפילו ביי די ציונים, עיין ערך מלחמת ששת הימים) סא פארוואס קען נישט זיין אז ס'האט זיך פערצופאל געמאכט ביים סאטמאר רב אויך?

נאר דאס יא. די מעשיות וואס גייען אויף די מהלך אז ער האט צוגעזאגט וכדומה, דאס איז שקר, ווייל דאס איז קיינמאל נישט געווען זיין שפראך.

שמעון וואלף: דו קענסט מיר אריינשיקן א הונדערטער בייגעלייגט צום קוויטל, אנליין. אדער אין פעקס. די אנליין אדרעסס איז ...moishezichmich@g-mail.com...
לגבי די גוזמאות און פאנטאזיעס און געבאקענע מעשיות פון הייליגן ספר מושיען של ישראל. ער הרה"ח ר' משה יעקב געלבמאן ע"ה, איז נישט דער איינציגסטער. למשל הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו (אפשר לא עלינו) ברענגט אויכעט אזאלכע נארישע, לעכערליכע און אויספאנטאזירטע מעשיות. אפילו סתירה'דיגע מעשיות ברענגט ער. ווי למשל. אויף איין פלאץ ברענגט ער אז די רבי זי"ע האט פאר די מלחמה צוזאמגעשטעלט מיליאנען אויף די געלט פון יענע מדינה. ער האט געריסן ביי גבירים און צוזאמגעשטעלט שווערע געלטער. און לאידך גיסא ברענגט ער א מעשה אז די רבי זי"ע האט נישט געקענט ציילן און רעכענען...אז ווען מ'האט געבויעט די ערשטע סאטמארע מקוה (נאך וואס מ'האט זיך צוקריגט מיט צעלימער רב זצ"ל) איז די רבי זי"ע אליינס געזיצן וואו דער עולם האט געברענגט געלט. און ער האט געשריבן רעסיטס. ביי סוף טאג האט מען געזעהן אז אין רעסיט ביכל איז פארשריבן זייער א סאך געלט. א סאך מער ווי ס'איז געווען. האבן זיי באמערקט אז די רבי האט געשריבן שטאטס $18 האט ער געשריבן $81...איינס פון די צוויי מעשיות איז שקר. אדער האט ער נישט אנגעזאמלט קיין מיליאנען פאר די מלחמה. אדער איז די מעשה מיט די רעסיטס שקר...!... 🙄

שבת אחים » מאנטאג אפריל 6, 2015 12:02 am

· #264216
אוי וויי ! כ׳האב אים גוט געקענט , וואס איז געוועהן מיט אים ?

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:54 am

· #264245
שבת אחים
אוי וויי ! כ׳האב אים גוט געקענט , וואס איז געוועהן מיט אים ?

זיך ארום געמיטשעט מיט די מעשה די לעצטע יאר צייט

פליקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 11:49 am

· #264296
א שטיקל צייט ציריק איז געוועין דא א אחד מבני חבורה אלערט אויף יענקי, קען מען שוין וויסן וועלכע ניק יענקי איז געוועין, און דאן אים געהעריג באוויינען.
לויט ווי איך הער אויפ אים איז ער געוועין גאר א באליבטער מאן, איך האב אים פערזעינליך נישט געקענט, אבער איך האב פיל חברים וואס דרייען זיך ארים שבירים מיט די נאז דרום זייט, אבער אולי איז ער געוועין דא א באליבטער ניק, וואלט איך געבעיטן מען זאל עס מגלה זיין.

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:33 pm

· #264317
ניין. מ'זאל נישט מגלה זיין.

בעל מדות » מאנטאג אפריל 6, 2015 4:36 pm

· #264368
דאס הארץ שוידערט פון טרייסל און אנגסט ווען די ביטערע בשורה קשה פון איין שטיק מרור אז א טאטע פון אינגע קינדער ר' יעקב הכהן כ"ץ איז ליידער אוועק נאכן זיך צוזאמליידן פון א שווער פעקל און זיין קראנק אויף א שווערע פארנעם.

ווי קען מען הערן אזעלכע בשורות? ווי קענען די אויערן אויסהערן אזאנע ווייעדיגע מעלדונגען? עס וויל זיך לויפן ערגעץ ווייט אין א צווייטע פלאנעט ווי דארט עקזיסטירט נישט דער שווערד פונעם מלאך המוות, עס וויל זיך אוועקווארפן דער פעדער אין א מוצאי יום טוב ווי איין שבר ברענגט נאך און טרערן גליטשן זיך אויף די בעקעלעך אהן א מינוט פון קענען קומען צו זיך.

עס איז אוועק א איד, א באליבטע מענטש, א טאטע פון קליינע קינדער, א מענטש וועלכע'ס האנט ברויכן גענוצט ווערן צו אונטערפירן א חתן אונטערן חופה אין א צייט ארום, א נגיד וועלכע האט פארמאגט און געשאנקען פאר צדקה מער וויפיל עס לאזט זיך גלייבן, א "בעל מדות" וואס האט פארמאגט גאלדענע געפילן צו א צווייטע איד, איינער וועלכע האט דערפריידט אנדערע מיט זיין אומבאשרייבליכער צוגעלאזנקייט.

עס שרייבט זיך נישט, און פליסט נישט קיין ווערטער, מיין צימישטן מח ווארפט זיך אהן קיין סדר, און עס וויל זיך נאר ארויסשטופן הייסע שנירלעך פון די שערי דמעות, מען וויל מיטוויינען מיט די יונגע קול'כלעך וועלכע שרייען מיט ווייטאג צום כסא הכבוד דעם איינעם ציפעדיגן ...פארוואס? מען וויל פארגיסן טרערן, און קלאגן, מקונן זיין, און זיפצן, מען וויל שפאלטן הימלען מיט הייזעריגע שטום בענדער און ארויפקוקן מיט אומקלארע ראיה באנעצט מיט וואסער צו די שווארצע הומלען און איינרייסן מיט די גרעסטע כוחות פאר בעסערע צייטן ביי אידישע קינדער, די ערד האט שוין גענוג איינגעזאפט און נאר זי קען עדות זיין צום רבונו של עולם אז עס איז ביטער די מצב.

ערד!..ערד?! פארוואס לאזטו צו אז אין דיינע גרעניצן זאלן אזויפיל ווייטאג אריינגיין? שליס דיך אהן אינעם ווייטגרייכענדע שאגה פון די יתומים וואס זייער וועלט האט זיך פארשלאסן מיט א מאנסטערישע פינסטערקייט און ענטפער אמן אויף זייער ערשטע קדיש ביים מיטה פון זייער באליבטע פאטער.

די פיס טופענען, די הערצער זענען פארקלעמט, מענטשן זענען פארזאמלט ביים לויה צו אפגעבן כבוד האחרון, טרערן גיסט זיך ווי א קוואל וואס מען קען נישט אפשטעלן, די התרגשות און ציפעדיגע סצענע לאזט זיכער נישט צורוה די גאנצע פעמליא של מעלה.

מיר ווענדן זיך צום רבונו של עולם מיטן לעצטן ביסל ערנערגיע און וויינען אז "עליה השלם כל הקרבנות כולם" ער זאל אפווישן די טרערן וועלכע קומען אהן אפשטעל, ער זאל שוין מאכן א ענדע צו צרות ביי כלל ישראל, און פארשטייט זיך געבן די כוחות פאר די פריש געווארענע יתומים צו קענען איבערטראגן די ביטערע ליידן.

זאל דער נפטר זיין א גוטע בעטער און ער זאל איינרייסן ביים בית דין של מעלה פאר גוטע יארן און נאר פריידן ביי די בני המשפחה און גאנץ כלל ישראל אמן נצח סלה ועד.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

chusid » מאנטאג אפריל 6, 2015 5:38 pm

· #264379
הרב ישכר כץ שרייבט היינט אויף פעיסבוק וועגן זיין קאזין:

Ysoscher Katz
Cousin Yanky (40) died yesterday, the second day of Pesach, killed by cancer, a violent and indiscriminate illness.

Yanky's life was off to a rough start. He was a Satmar teenage bum, difficult and rebellious. He would get into trouble quite often, either doing something wrong or behaving inappropriately. Someone was always either angry at him or upset with him. It was a hard-knock life. He went around this world constantly feeling rejected and ignored. He became a stiff and rough-edged young man.

Then luck shined its kind rays on him. He was set up in his early twenties with a nice demure Satmar girl. She immediately fell in love with him. Her sweet love was strong and potent, it cracked his defensive armor and penetrated his stiffened heart. Yanky was transformed.

The rough-edged Yanky was gone, replaced by a sweet teddy bear of a man who was a loving husband to his gorgeous wife, a doting father to his five sons and a generous friend to his neighbors and community.

He also went on to become a successful businessman who used his good fortune to make the world nicer for the needy and kinder for the less fortunate.

Now he is gone. Time to say thank you and goodbye.

Yanky, I have no doubt that God will send your bruised and cancer ridden soul straight to Gan Eden so that the healing can begin. I know exactly what is going to happen once you get there. You will walk into a room filled with Rabbis and Rebetzins, all of them hunched over an ancient manuscript, debating the intricacies of some obscure verse. With your irreverent streak, you will ignore the setting and mischievously crack one of your subversive jokes. I have no doubt that the whole room will light up, laughing uproariously.

God, please be good to this young man. He tried so hard to make it up for you the last twenty years, You decided not to give him a chance, You took him back-prematurely.

Ribono Shel Olam, he is in Your custody now. Please make sure they know to cherish him up there. Do not let them repeat the mistake we made down here when we undervalued the aesthetic of his adorable soul. You owe it to him.

Cousin, Chay Raizy, thank you for enabling us to enjoy a version of your husband Yanky we were oblivious to for the first twenty years of his life. It is a shame that twenty years later his beautiful soul was violently taken from us by this vicious malady.

Finally, goodbye sweet cousin and friend : תנוח בשלום על משכבך.

פליקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 5:58 pm

· #264385
ווער איז דער שרכר כ"ץ

פארוואס פאדערט זיך אז אין פעיסבוק זאלן זיך וואשן זייני חטאות נעורים.
ווער האט אים געפרעיגט, מסתם איז ער דער באם פון וועים ער רעדט

יין שרף » מאנטאג אפריל 6, 2015 6:43 pm

· #264393
ואתא כלבא ונשך ל׳שונרא׳...

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 6:51 pm

· #264395
מתוך גנותו בא לשבחו

פליקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 7:17 pm

· #264396
פארוואס איז עס שיין צי שרייבן אויף א קאזען וואס איז שוין נישטא סארא באם ער איז געוועין, ווי שלעכט ער האט אלע מאל געשפירט, און ווי ער איז געוועין פיל מיט האס, ביז ער האט געפינען בלע בלע, עס איז נישט שיין ארויפציברעינגען אלטע חטאים ווען ער ווערט געדעינקט אלס א זעלטענע ליבליכער מאן, ופשוט הוא.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 6, 2015 7:21 pm

· #264397
ישכר האט פאלוירן מיין רעספעקט, כ'פליקער. אויך למאי נפקא מינא אז זיין ווייב איז gorgeous? אה ער רעדט פון אירע מידות מסתמא, אקעי.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 6, 2015 7:57 pm

· #264406
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים:דאס שיינקייט פון זיין שרייבן ווערט פארלוירן אין די השפלות מיט וואס ער באגיסט איהם. דערמאנען זיין יוגנטליכע נישט גלענצנדע פארגאנגענהייט האט אבסאלוט נישט אויסגעפעלט כדי ארויס צו הייבן די מעלות פון דעם נפטר.
ס'כאפט זיך אריין א פארדאכט אז ראביי יששכר כ"ץ האט געהאט עפעס אלטע חשבונות מיט זיין פארשטארבענעם קאזין...נאר יעצט איז נישט געווען די ריכטיגע צייט דאס ארויסצוברענגען...!

יין שרף » מאנטאג אפריל 6, 2015 8:21 pm

· #264411
מתוך גנותו בא לידי שבחת אשתו?
הודו לה׳איך בין נישט געווארן אזא ״אויפגעקלערטע״ מיט ׳מענערס׳. אם אין דעת הבדלה מנין וואס צו רעדן ביי אן עניווירסטי פארטי און וואס ביי א לויה... והה״ד אתא כלבא ונשך ל׳שונרא׳

פידלער » מאנטאג אפריל 6, 2015 8:27 pm

· #264412
[ציטאט אראפגענומען]


You gotta be kidding me! Is there a single line that isn't cliché-ridden? The writing is absolutely awful. And I'm not even commenting on the content. I'm seriously disappointed

ביבער » מאנטאג אפריל 6, 2015 8:52 pm

· #264416
ער שרייבט עס פאר'ן מאדערן ארטאדאקס עולם, פאר זייער מענטאליטי מאכט עס א רושם ווי מ'זעהט פון די קאמענטס.

פידלער » מאנטאג אפריל 6, 2015 8:57 pm

· #264418
ביבער
ער שרייבט עס פאר'ן מאדערן ארטאדאקס עולם, פאר זייער מענטאליטי מאכט עס א רושם ווי מ'זעהט פון די קאמענטס.


That's not an excuse. Just because they are morons doesn't mean he has to stoop to their level. He's smarter than that

ביבער » מאנטאג אפריל 6, 2015 9:08 pm

· #264424
פארוואס זענען זיי מאראן'ס? ביי זיי איז נישט קיין בושה צו האבן א שווערע עבר, עס-לאנג ער איז עס איבערקומען און געפירט דערנאך א סוקסעספול לייף, די סארט עקס בושות און קאוועראפס איז נישטא מיין איך נאר ביי קלאוז ניט קאמיוניטיס.

הרב_שלום » מאנטאג אפריל 6, 2015 9:52 pm

· #264434
א.bum מיינט א געטרייע איבערגעגעבענע מענטש

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 6, 2015 10:27 pm

· #264443
בעל מדות


מיר ווענדן זיך צום רבונו של עולם מיטן לעצטן ביסל ערנערגיע און וויינען אז "עליה השלם כל הקרבנות כולם" ער זאל אפווישן די טרערן וועלכע קומען אהן אפשטעל, ער זאל שוין מאכן א ענדע צו צרות ביי כלל ישראל, און פארשטייט זיך געבן די כוחות פאר די פריש געווארענע יתומים צו קענען איבערטראגן די ביטערע ליידן.


דיין ארטיקל איז זייער הארציג אבער ביי דעם שטיקל האסטי נאכגעשריבן א וועלט'ס טעות. עליה השלם כל הקרבנות כולם מיינט אז אויף דעם קרבן (תמיד של שחר) זאל מען מקריב זיין אלע אנדערע קרבנות.

ס'זעהט זיך אן אז די האסט נישט געלערענט חומש רש"י פאריגע וואך:

וערך עליה העלה: עולת תמיד היא תקדים:
חלבי השלמים: אם יביאו שם שלמים. ורבותינו למדו מכאן עליה, על עולת הבוקר השלם כל הקרבנות כולם. מכאן שלא יהא דבר מאוחר לתמיד של בין הערבים:

אל תפתח פה לשטן

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 6, 2015 10:37 pm

· #264448
שמעון וואלף:במחכת"ה איז עס דאך יא דער ריכטיגער פשט. כאטשיג אומדירעקט. אבער די כוונה פון רש"י הק' איז דאך געווען, אזוי ווי ער איז מפרש אז נאך דעם קרבן תמיד של בין הערביים זאלל מען מער נישט מקריב זיין גארנישט...!

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 6, 2015 10:50 pm

· #264454
בערעלע, וואס מיינט אל תפתח פה לשטן?

פליקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 10:54 pm

· #264455
אל תפתח שה לפטון

ישמעאל הכהן » מאנטאג אפריל 6, 2015 11:56 pm

· #264471
שמעון וואלף
בעל מדות


מיר ווענדן זיך צום רבונו של עולם מיטן לעצטן ביסל ערנערגיע און וויינען אז "עליה השלם כל הקרבנות כולם" ער זאל אפווישן די טרערן וועלכע קומען אהן אפשטעל, ער זאל שוין מאכן א ענדע צו צרות ביי כלל ישראל, און פארשטייט זיך געבן די כוחות פאר די פריש געווארענע יתומים צו קענען איבערטראגן די ביטערע ליידן.


דיין ארטיקל איז זייער הארציג

ס'נישט זיין ארטיקל, סאיז פון וואטסעפפ. (באקומען נאך נעכטן)

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 7, 2015 12:14 am

· #264476
שמעון וואלף
בערעלע, וואס מיינט אל תפתח פה לשטן?

יא: אבער אונזער ויכוח גייט אין פשט פון "עליה השלם כל הקרבנות כולם" :...אין דעם פרט ביניך א ליטוואק. דער פשט מוז שטימען. אפילו די וועלט זאלל זיך איבערקערן... 😂 🙄 😮

ישמעאל הכהן » דינסטאג אפריל 7, 2015 2:07 pm

· #264560
<a class="postlink" href="http://tabletmag.com/scroll/190062/remembering-the-satmar-movements-chronicler">http://tabletmag.com/scroll/190062/reme ... chronicler</a>

פלעין יודיש » דינסטאג אפריל 7, 2015 6:00 pm

· #264622
שמעון וואלף
בעל מדות


מיר ווענדן זיך צום רבונו של עולם מיטן לעצטן ביסל ערנערגיע און וויינען אז "עליה השלם כל הקרבנות כולם" ער זאל אפווישן די טרערן וועלכע קומען אהן אפשטעל, ער זאל שוין מאכן א ענדע צו צרות ביי כלל ישראל, און פארשטייט זיך געבן די כוחות פאר די פריש געווארענע יתומים צו קענען איבערטראגן די ביטערע ליידן.


דיין ארטיקל איז זייער הארציג אבער ביי דעם שטיקל האסטי נאכגעשריבן א וועלט'ס טעות. עליה השלם כל הקרבנות כולם מיינט אז אויף דעם קרבן (תמיד של שחר) זאל מען מקריב זיין אלע אנדערע קרבנות.

ס'זעהט זיך אן אז די האסט נישט געלערענט חומש רש"י פאריגע וואך:

וערך עליה העלה: עולת תמיד היא תקדים:
חלבי השלמים: אם יביאו שם שלמים. ורבותינו למדו מכאן עליה, על עולת הבוקר השלם כל הקרבנות כולם. מכאן שלא יהא דבר מאוחר לתמיד של בין הערבים:

אל תפתח פה לשטן


אבער קול מבשר ניצט דאך דאס אלעמאל.....

הדד בן בדד » מיטוואך אפריל 8, 2015 1:42 am

· #264762
פרייוויליג
ער פארציילט א מעשה אז די רבי איז אמאל געפארן ערב שבת און געהאט קפיצות הדרך. די רבי האט געהייסן פארן אין די פארקערטע ריכטונג און די וועג האט גענומען זייער זייער שנעל. (ממש ווי די קארעטע פון בעל שם איז געפלויגן) די אמת איז להד״מ, איך ווייס עמיצער וואס איז געווען אנוועזענד און די קאר איז פשוט געפארן אויפן שאלדער.


איך בין זייער א פיצי חסיד פון שלמה יאנקל... אבער איך האב אליינס געהערט די מעשה פון ר' הערש מיילעך ווערצבערגער. עס איז געווען ווען סאטמאר רב איז געווען אין שעראן ספרינגס און ער פלעגט ערב שבת גיין אין א מקוה ערגעץ ווייט, און איין פרייטאג איז ער געגאנגען נאך שפעטער און זיך פארזוימט נאכן מקוה, עס איז שוין נישט געווען גענוג צייט אנצוקומען צוריק מיט די טרעפיק וואס איז געווען דארט פרייטאג.

אויפן וועג, האט דער רבי געפרעגט דעם דרייווער, ר' הערש מיילעך'ן: פארוואס פארסטו נישט אויף די אנדערע זייט, דארט איז דאך נישט דא קיין קארס. האט ער געזאגט: יענע זייט איז פאר די וואס פארן די אנדערע וועג. אבער דער רבי האט אים דריי מאל איבערגעפרעגט די זעלבע שאלה, האט ער פארשטאנען וואס ער האט צו טוהן און ער איז אריין אין די אנדערע לעין (פון די אנקאמינג טרעפיק) און אזוי אפגעפארן עטליכע מייל ביז ער איז אנגעקומען צוריק ממש אין צייט. און די גאנצע צייט וואס ער איז געפארן פארקערט איז קיין איין קאר נישט געקומען דארט.

זייגער » מיטוואך אפריל 8, 2015 2:07 am

· #264767
ווייס איך שוין פון נאך איינער וואס מען קען נישט גלייבן.

שמערל » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 12:04 pm

· #265108
Re: יהא זכרו ברוך
איינער יצחק לעווי [emoji79]

קינד_אן_קייט » מוצ"ש אפריל 11, 2015 8:51 pm

· #265249
הרב חיים גריינמן ז״ל, תלמיד החזון איש.

ברוך שאמר » מוצ"ש אפריל 11, 2015 10:01 pm

· #265260
איינער פין טענקער ב"ה אין בארא פארק ?'

א איד » זונטאג אפריל 12, 2015 3:28 am

· #265322
יהא זכרו ברוך
דאס יאר גייען גרויסע רבנים איינס נאך איינס, דער אויבירשטער זאל זיך שוין מרחם זיין

א איד » מאנטאג אפריל 13, 2015 1:53 am

· #265561
Re: יהא זכרו ברוך
וועלכע רידער איז דאס?
האט דאס עפעס מיט די קרעשניפע רידערס?

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:02 am

· #265594
הגאון ר' יהודה ארי' טרגר זצ''ל ראש ישיבת עץ חיים ווילרייק אנטווערפן אין עלטער פין 81 יאהר
איידעם פין הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ''ל

פלעין יודיש » מיטוואך אפריל 15, 2015 5:13 pm

· #266372
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א מנחם אבל בבית ר' יאנקי כ"ץ ז"ל
📎 1.jpg

📎 2.jpg

📎 3.jpg

Chasidishmashpia » מיטוואך אפריל 15, 2015 6:41 pm

· #266407
הבחור החשוב משה יצחק גרינפעלד ע"ה מלונדון שטבע בהלעי"ק בן תשע עשרה במותו, בן הרב הצדיק ר חיים יעקב שנפטר לפני כמה שנים

טאביק » מיטוואך אפריל 15, 2015 6:51 pm

· #266410
בחדרי חרדים:
הבחור משה יצחק גרינפלד ז"ל נולד לאביו הרה"צ רבי חיים יעקב‏ גרינפלד ז"ל שנפטר לפני מספר שנים מהמחלה והיה מחשובי חסידי סאטמר בלונדון, והיה מנהל בית הספר בנות ירושלים בעיר.

המנוח למד בישיבת סאטמר בקווינס.

אחותו נפטרה לפני מספר שנים מהמחלה
וזה הסיפור הטראגי השלישי במשפחה.
נאך א משפחה טראגעדיע רח"ל
שנשמע ונתבשר רק בשורות טובות

Chasidishmashpia » מיטוואך אפריל 15, 2015 7:20 pm

· #266415
אגב: לא ידוע לי על אחותו שנפטרה, היה לו נעפיו (בן אחיו) ילד קטן שנפטר מהמחלה, וכנראה שזהו מקור הטעות בהחדשות.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45