☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

היסטאריקער » מיטוואך יולי 25, 2012 12:38 pm

· #28425
שמיטה
לויט צעטלעך וואס איך האב געזעהן זענען די וואך נפטר געווארן
הרבנית ממישקאלץ ע"ה, און
הרבנית מטעטש ע"ה (שוויגער פון הרב ישעי' יענקל'ע פארטיגול לרפו"ש)

אויך שוויגער פון האדמו״ר מפאפא שליט״א

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 5:57 pm

· #31285
ברוך דיין אמת
ביטערע נייעס. ר' בעריש ענגלענדער ב"ר אייליש פון לאנדאן דערטראנקען ביים נעמען א טבילה אין די רעזארט אפרוה שטאט וואו ער איז נארוואס אנגעקומען מיט נאך 50 אידן צו וויילן פאר די 2 וואכן האלידעי.

דאס איז דער דריטער וואסער אומגליק אין לאנדאן אינעם לעצטן יאר. - לאנדאנער רב האט גע'חלש'ט הערענדיג די בשורה לא טובה.

<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/101651">http://www.jdn.co.il/news/101651</a>

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 6:00 pm

· #31286
בד"ה

אינעם טאג וואס ר' חיים ברייש איז אוועק, האט ר' מרדכי גענוט געהאט פארשריבן ביי יענעם טאג אז א בעל נפש זאל זיך אפהאלטן פון גיין צום טייך, איז היינט אויך דא פארשריבן דארט עפעס?

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 6:01 pm

· #31287
זר זהב
דאס איז דער דריטער וואסער אומגליק אין לאנדאן אינעם לעצטן יאר

חוץ ר' חיים ברייש און ר' בעריש ענגלענדער, ווער נאך?

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 6:18 pm

· #31291
לפני שנה בדיוק ערב שבת נחמו טבע הרה"ח רבי יעקב מאיר ליפשיץ ז"ל מחסידי מחנובקא במקוה טהרה בלונדון,

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 6:19 pm

· #31292
אה דאס איז שוין אביסל א צווייטע מעשה, אבער ביי ר' חיים און ר' בעריש איז זייער ענליך.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 7:12 pm

· #31310
דארט איז געווען א רעגולערע מקוה?

blauvelt » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:21 pm

· #32534
BDH: R' Avrum Meir Yakov Weiser (60yr KY) ben R' Sender Lipa U"h.

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:25 pm

· #32539
ברוך דיין אמת!

וואס איז געשען? הארץ אטאקע? (איך ווייס אז ער איז געווען א הארץ ליידענדער מענטש)

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:35 pm

· #32545
מו"ה ר' אברהם מאיר יעקב ווייזער ע''ה (מסתמה בשעת'ן אויספירן א שידוך...)
לוי' 7:15 פאר'ן ביהמ"ד הגדול קרית יואל, אויפן וועג צום ביה"ח קר"י
📎 ר' אברהם מאיר יעקב ווייזער ע''ה.jpg

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:37 pm

· #32549
עטליכע וואכן צוריק (הארט פאר די דריי וואכן) האט ער חתונה געמאכט א קינד

הדד בן בדד » זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:42 pm

· #36946
ער האט זיך בכלל געהאלטן נאנט קיין סאטמאר, און איינער פון זיינע זוהן איז גבאי אין סאטמאר (רז"ל) ביהמ"ד סאוט 8, פארדעם האט מען אים געלייגט דארט.

געפילטע פיש » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:52 pm

· #39577
ניעל ארמסטראנג זי"ע

שמואל הלוי » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:07 pm

· #39581
אין מאנסי איז דעם שבת נפטר געווארן העסקן ר' יעקב הורוויץ ז"ל.

שמואל הלוי » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:17 pm

· #39584
געפילטע פיש
ניעל ארמסטראנג

קוקט אויס ווי די לבנה קלאגט אויף די ביטערע אבידה. די לבנה איז פארכמורעט, און מיר האבן נישט געקענט מאכן קידוש לבנה.

gehlungen » מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:57 pm

· #39597
שמואל הלוי
אין מאנסי איז דעם שבת נפטר געווארן העסקן ר' יעקב הורוויץ ז"ל.

Picture please

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:08 am

· #39600
שמואל הלוי
אין מאנסי איז דעם שבת נפטר געווארן העסקן ר' יעקב הורוויץ ז"ל.

א שרעקליכע אבידה פאר מאנסי. פון די גרעסטע עסקנים אין שטאט. אומצאליגע אידן ארויסגעהאלפן.
לוויה איז 12 אזייגער מוצש״ק.
יהא זכרו ברוך!

שמואל הלוי » זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:37 am

· #39609
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס זאל עס נישט אמת זיין? קלערסט אז יענער שרייבט ליגנט?

gehlungen » זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:50 am

· #39611
שמואל הלוי
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס זאל עס נישט אמת זיין? קלערסט אז יענער שרייבט ליגנט?

He didn't mean if its true he meant to say that the tragedy is even worse for the family

שמואל הלוי » זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:12 am

· #39618
gehlungen
שמואל הלוי
אין מאנסי איז דעם שבת נפטר געווארן העסקן ר' יעקב הורוויץ ז"ל.

Picture please

קרעדיט "פארדינט" פון איי וועלט

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:54 am

· #39631
דער צווייטער בילד קוקט עפעס נישט אויס ווי אים.

הדד בן בדד » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:07 am

· #39634
עס קוקט נישט אויס ווי ער ווייל עס איז נישט ער.

שרייבער » זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:58 am

· #39652
[ציטאט אראפגענומען]

יא ער מאכט חתונה די וואך

וואוינט אין ב.פ.? » זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:47 pm

· #39669
ער מאכט חתונה היינט נאכט

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:00 pm

· #39694
שרעקליך. וואספארא פנים האט א חתונה ווען דער מחותן קען נישט זיין דארט.
דאס מיינט שבר על שבר.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:30 pm

· #39730
מיט די בגדי שבת?
און וואס איז מיטן טאנצן מצוה טאנץ מיט די ערשטע טאכטער?

ריק סאנטורעם » זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:38 pm

· #39809
ער גייט מיט בגדי שבת און פאפאטש און ער קען נאר זיין ביי די חופה אין מצוה טאנץ האלבוועגס (ער איז אינדרויסן אין א שטיבעל א גאנץ חתונה)

שרייבער » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:09 am

· #40337
בד"ה ר' אלימלך אשכנזי גאב"ד מעלבוירן זצ"ל

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:43 am

· #40349
שרייבער
בד"ה ר' אלימלך אשכנזי גאב"ד מעלבוירן זצ"ל

כ'האב שוין דאס פארשטאנען צווישען די שורות פון קול מבשר נעכטען נאכט.

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:55 am

· #40355
ברוך דיין אמת!

נאך א צווייגעלע פונעם אלטן דור הישן איז ליידער אפגעשניטן געווארן, און נישט סתם א צווייגעלע, נאר א הערליכע שיינע.

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:00 am

· #40360
טראסט מיך, די וועלט וועט ווייטער אנגיין
אן קיין שינוים,

ס'קען נאר צוקומען אפאר רבי'ס.

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:05 am

· #40362
קאווע; ביטע אביסל רעספעקט פאר אן עלטערער רב, זאג כאטש ברוך דיין אמת. אזוי גלייכגילטיג זיין? אז דו קענסט זיך נישט צוריקהאלטן דאן בעסער שרייב גארנישט.

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:15 am

· #40368
שמואל הלוי
קאווע; ביטע אביסל רעספעקט פאר אן עלטערער רב, זאג כאטש ברוך דיין אמת. אזוי גלייכגילטיג זיין? אז דו קענסט זיך נישט צוריקהאלטן דאן בעסער שרייב גארנישט.

גערעכט, בפרט אז ס'איז דיינס א קרוב

ברוך דיין האמת.
געווען א תלמיד חכם.
תלמיד מהר"ם שפירא
ועוד

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:19 am

· #40370
קאווע טרינקער
גערעכט, בפרט אז ס'איז דיינס א קרוב

גארנישט מער קרוב צו מיר ווי צו דיר, ת"ח שמת הכל קרוביו.

קלאר » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:58 pm

· #40561
אוי, ר' אלימלך איז שוין נישטו
אזא טייערע איד
א זקן שקנה חכמה
חבל על דאבדין

משה רוקח » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2012 8:58 pm

· #41977
בד"ה. ר' ישעי' דוד בייער ז"ל, לאנגיעריגע מנהל פון ישיבה בית דוד אין מאנסי.

וואוינט אין ב.פ.? » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2012 10:59 pm

· #42001
משה רוקח
בד"ה. ר' ישעי' דוד בייער ז"ל, לאנגיעריגע מנהל פון ישיבה בית דוד אין מאנסי.

אזוי?? ער האט לעצטער וואך מוצ''ש מספיד געווען ר' יענקל הורוויץ וואס איז געשען מיט אים?

שמעקעדיג » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2012 11:58 pm

· #42012
מען שמועסט אז ער איז געווען זייער צובראכן צוליב די לויה פון הורוויץ. ער האט נאך די לויה געכאפט א מאסיווע הארץ אטאקע, און א גאנצע וואך געשוועבט צווישן לעבן און טויט. מען האט איינגעריסן, געהאנגען צעטלעך אין די שולן, אבער שערי שמים זענען געווען פארשלאסן, און באלד גייט זיין די לויה.
זאל מען הערן גוטע בשורות. תכלה שנה וקללותיה.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 12:02 am

· #42014
ווי אינג איז ער געווען?

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:29 am

· #42036
דוכט זיך 77.

לאדיך אפ » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 9:18 am

· #43486
ר' משה יושע פליישמאן (שלמה'לע שמש פון די פלעיס) איז אוועק פון א מעסיוו הארץ אטאקע.

מ גפני » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 9:21 am

· #43487
לאדיך אפ
ר' משה יושע פליישמאן (שלמה'לע שמש פון די פלעיס) איז אוועק פון א מעסיוו הארץ אטאקע.


ווי אלט איז ער געווען?

לאדיך אפ » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 9:32 am

· #43490
45 יאר אלט.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 9:59 am

· #43503
ברוך דיין האמת!
אזוי יונג???
לעצטענס גייען אזויפיל יונגע מענטשן אועק. ס'כאפט א פחד!
אלעס געווען אנגעשריבן לעצטע יאר ר"ה.!!

א זיס אידל געווען. מי יתן לנו תמורתו......

עסקן » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:00 am

· #43504
ברוך דין האמת: הרה"ח ר' משה יהושע פליישמאן ע"ה
ברוך דיין האמת: מיט שווערע געפילן נעמט יעדער אויף די שרעקליכע פלוצים'דיגע בשורה אז הרה"ח משמח אלקים ואנשים ר' משה יהושע פליישמאן ע"ה, מחשובי חסידי סאטמאר, איז פלוצלונג אוועק אין עלטער פון 45 יאר נאכן ליידן א שווערע הארץ אטאקע, ווער ס'האט מער אפדעיטס זאל ביטע ארויפלייגן. און א ביישרייבונג איבער דער פערזאן וואלט אויך כדי געווען, נאכדערצו יעצט ווען עס איז חודש אלול אין דער עולם האט געכאפט א שטיקל התעוררות, שנשמע ונתבשר בשורות טובות!

שרייבער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:05 am

· #43506
וואס האט דאס מיט צימעס?

גאלד » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:19 am

· #43518
גערעכט פארוואס אין צימעס, און א בילד ביטע?

אייגענארטיג » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:26 am

· #43522
משה יושע פליישמאן ע"ה
בד"ה

א יונגע ענערזשעריק עקטאר אויף די הצלה קליפ פלוצלינג אוועק.

ווייסט איינער מער פרטים

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:26 am

· #43523
און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)

ידען » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:27 am

· #43524
שמעקעדיג
און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)

צאמגעשטעלט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45