☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:33 am

· #43530
בד"ה!

אויף וועלכע הצלה קליפ שפילט ער? ביטע ברענגט א לינק.

אייגענארטיג » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:48 am

· #43538
שמעקעדיג
און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)

אנטשולדיגט

אייגענארטיג » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:53 am

· #43541

באמת » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 11:18 am

· #43550
ער איז אויפגעשטאנען היינט צופרי, זיך נישט גוט געשפירט און געגאנגען צום רייד-עיד פארמעסי דא אויף מאנהעטן עוועניו. דארט איז ער צוזאמגעפאלן ווי די FDNY-EMS האט אים אריינגעפירט צום שכינית'דיגן וואדהאל שפיטאל ווי ער איז ליידער נפטר געווארן.

די לווי' וועט פארקומען אי"ה 1:00 פארנט פון ביהמ"ד דעשש אויף ראסס סט

(קרעדיט אייוועלט)

gehlungen » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 11:21 am

· #43552
שמואל הלוי
בד"ה!

אויף וועלכע הצלה קליפ שפילט ער? ביטע ברענגט א לינק.

Whose son in law was he ??

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:55 pm

· #43585
הער איך יעצט פון אברהם יושע שמש אז יצחק מרדכי בראך האט אים פריער אריינגגעקאלט אז שלמה שמש איז געשטארבען...

וויצן געלייגט אין א זייט!
אוי משה יושע! משה יושע! אומגלויבלעך אז דו האסט אונז פארלאזט! דיין שמייכל און גוט ווארט וועלן מיר אבער אייביג געדענקן! סיי ווען האסט געטראפן א איד האסטו אייביג ארויפגעברענגט א שמייכל אויף זיינע לעפצן. כ'רעד שוין נישט טאמער האסטו געוויסט אז יענער גייט דורך שווערע צייטן, האסטו זיכער געמאכט אז בשעת ער איז מיט דיר פארגעסט ער פון זיינע צרות, און נאך קענען לאכן ביים איבערדערציילן וואס דו האסט אים געזאגט!
וויפיל אידן ובפרט חולי ישראל האבן זיך מחי' געווען מיט דיינע שפילן? וויפיל אידן האבן געפילט אז דו ביזסט זייער נאנסטע חבר? וויפיל אידן האסטו פשוט אויסגעצאלט זייערע טיקעטס ביי די פלעיס ווי די האסט גע'עקט פשוט אז זיי זאלן פילן אז דו האסט זיי אינזינען געהאט און האסט פלעין נישט געקענט שפילן נאר אז זיי זענען דארט?

זאלן די זכותים אים ביישטיין און די צובראכענע משפחה און דערשטיטערטע חברים און גוטע פריינד זאלן ווייטער קענען שמייכלן. ובלע המות לנצח אמן

משה יושע אין גוטע צייטן ביים משמח זיין: (מיט זיינע שותפים ר' מרדכי הערש הערשקאוויטש און ר' זלמן לייב (שכח שמואל הלוי...) סאנדל)
📎 משה יושע אין שפיטאל....jpg 📎 משה יושע אין אמבולאנס1....jpg 📎 ביים קויפן די בוק פאר די הצלה קאודס....jpg 📎 ביים וואכט נאכט פון שתפו לדבר מצוה פעסטע רב.jpg

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:01 pm

· #43590
שעפטל
און ר' ... סאנדל

ר' זלמן לייב סאנדל הייסט ער.

אךשמח » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 3:50 pm

· #43683
איך זיץ יעצט אין מיין האנדע און הער דעם הארציגן טעיפ פון שלומי דאסקאל, איך הער ווי מיט זיין נעימות'דיגע שטימע הייבט אן דעם 'צור כל העולמים' און יוסי גרין ברומט אונטער און צומאלט מיין הארץ אויף שטיקער. פון מיינע אויגן רינען חוצפה'דיג הייסע זאלציגע עמערס. איך קען נישט קומען צו זיך. מיין גוטער ידיד (מיין ידיד? יעדער האט געשפירט ווי דו ביסט זיין נאנטער פריינט) ר' משה יושע איז נישטא!!

דיינע זיסע הומאריסטישע ווערטלעך האבן דערפרייט אזויפיל אידן. דיינע ידיעות אין אלעמען און בפרט היסטאריע וועט מיר זיין אן אייביגער פארלוסט.

די בילדער וואס דו האסט מיר געשיקט וואס האט אזוי קלאסיש אפגעשפיגלט די סדרה פון די וואך האב איך מיר אוועקגעלייגט און וועט דינען אלס א דערמאנונג פון דעם טייערן איד וואס מיר האבן פארמאגט.

הוי, דער 'צדיק בכל הדורות' האט מיר געשטראפט. שאק כוואליעס לויפן מיר אדורך נאכאנאנד. נעכטן האט מען דיר געזען געזונט און פריש מיטן אייגנארטיגן שמייכל און יעצט פירט מען דיר צו דיין אייביגער רו.

שווער וועט זיין זיך צו טרייסטן נאך אזא איד.

איך מיש אוועק דעם עמאציאנעל טרייבנדער ניגון. א הילכיגער 'הוא יגאל אותנו בקרוב' שאלט ארויס. מיינע מחשבות דרייען זיך ארויף אויף א צווייטע ליניע.

משה שיע איז שוין נישט דא. ער האט שוין נישט קיין פיין אדער יסורים. די וואס בלייבן דא אויף דער וועלט וועלן זיך נאך דארפן פיל מוטשען און ארבעטן שווער איבערצוקומען די שטרויכלונגען און ווי דו ווייסט גוט זענען די מניעות פון א געלונגענער מענטש אנצוקומען ערגעץ אין אונזער היימישער וועלטל גאר שווער און געווענליך אוממעגליך.

אוי ווי עס ציפט. אבער מיר זענען נאך דא. מיר קענען נאך פארבעסערן. מיר קענען זיך אפשאקלען פון אונזערע שלעכטע מעשים. מען לעבט נישט שטענדיג. ווער איז זיכער אז ער וועט אויסדינען א הונדערט יאר?

אבי גערעדט » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 3:57 pm

· #43684
אךשמח הארציג ביז גאר, ווי אייביג

ידען » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 6:39 pm

· #43755
ווער געדענקט?

(בנוסח אונגאריש). ווייסטע וואס? לאז אפ מיין בארד, לאזעך אפ דיין בארד...

קלאר » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:48 pm

· #44035
ידען
שמעקעדיג
און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)

צאמגעשטעלט.


פארוואס טאקע פארדינט נישט אזא יוד א באזונדערע אשכול?
העכסטנס לייגן א לינק דא

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:05 pm

· #44047
קלאר
ידען
שמעקעדיג
און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)

צאמגעשטעלט.


פארוואס טאקע פארדינט נישט אזא יוד א באזונדערע אשכול?
העכסטנס לייגן א לינק דא

ווילסט נישט אז פאר יעדע וואלע ערליכע איד זאל מען עפענען דא א אשכול, ערגעץ דארף זיין א סטאפ

חכם מחוכם » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:15 pm

· #44053
ידען
ווער געדענקט?

(בנוסח אונגאריש). ווייסטע וואס? לאז אפ מיין בארד, לאזעך אפ דיין בארד...


איך רעד דאך פונעם הויז......ן, איי משה יושע, מי יתן לנו תמורתך

קלאר » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:25 pm

· #44065
[ציטאט אראפגענומען]


איז ער נישט זיין מ''מ אלס באס דיספעטשער אין סאטמאר 76?

ידען » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:43 am

· #46821
איינער האט פריער אראפגעקלאפט צוויי פרויען אויף בעדפארד און איינע איז געשטארבען נאך א שעה אין שפיטאל. (אפשר ביי דעם האט קול מבשר יא געמאכט א וויינענדיגע קול)

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:49 am

· #46823
ידען
איינער האט פריער אראפגעקלאפט צוויי פרויען אויף בעדפארד און איינע איז געשטארבען נאך א שעה אין שפיטאל. (אפשר ביי דעם האט קול מבשר יא געמאכט א וויינענדיגע קול)

מרת הינדל גיטל כ"ץ
93 יאר

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 8:22 am

· #46844
אוי געוואלד. לאמיר אלע שרייען הויך צוזאמען:
תכלה שנה וקללותיה!!

ידען » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 8:25 am

· #46845
<a class="postlink" href="http://nypost.com/p/news/local/brooklyn/holocaust_survivor_struck_and_killed_oqY7aPoqKOvSTxkP9YjmFP">http://nypost.com/p/news/local/brooklyn ... TxkP9YjmFP</a>

ידען » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 8:40 am

· #46847
<a class="postlink" href="http://www.mycentraljersey.com/article/20120915/NJNEWS/309150032?gcheck=1&nclick_check=1">http://www.mycentraljersey.com/article/ ... ck_check=1</a>

אייגענארטיג » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 8:48 am

· #46848
[ציטאט אראפגענומען]


די הארץ רייסט, וואו מ'גייט הערט מען פון מענטשן דעם זעלבן פזמון.

ליידער די שאק איז נישט נאר פאר אירע קרובים, נאר אפי' די אייגענע קינדער זענען ערשט געוואר געווארן צוויי דריי וואכן צוריק אז די מאמע זייערע ליידט נעבעך פון די ביטערע מחלה.

הוי! ווען אלע וואסערן וואלטן געווען טרערן וואלט מען נישט גענוג געקענט וויינען אויף אזא טראגעדיע!

די לוי' האט אויסגעקוקט שרעקליך, די טרערן, בכיות, קולות וברקים עד לב השמים.

די יודעי דבר זאגן אז אזא לוי' איז דאס ערשטע אין די היסטאריע.

מ'האט שוין ליידער געהערט א יונגע מאמע גייט אוועק;

מ'האט שוין ליידער געהערט אז איינער פארלאזט די וועלט פלוצלינג;

מ'האט שוין ליידער געהערט אז עס ווערן נפטר צוויי קינדער פון די זעלבע משפחה;

מ'האט שוין ליידער געהערט אז א מאמע לאזט איבער א יונג קינד פון 10 חדשים;

אבער אלעס אינאיינעם, הוי!!!!!

ווי איז דא די כוחות דאס אריבערצוטראגן......

ווי אזוי קען א טאטע אזוי אנגיין ווען ער זעט זיין צווייטע טאכטער געזעגענט זיך, איבערלאזענדיג א שטוב מיט פיצלעך, נאר צוויי חתונה געהאט און איין חתן אין שטוב.....

זאל זי זיין א גוטע בעטער!

a1b2 » זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:37 am

· #46853
די טרערן הערן זיך נישט אויף גיסן
עס איז אבער גאר א קליינע צרה אקעגן וואס ס'ווארט אפ אויף איר מאן פון די ביטערע מינוט און צו די קינדער, ה' ירחם.
די שאק איז מער ווי דער עולם מיינט דא, זי איז שוין געווען מער ווייניגער אקעי
זי האט געהאט א פעסישער שבת און פון א טעות פון דעם דאקטער איז זי אומגערישט נישט אויפגשטאנען.

למה ה' תעמוד ברחוק תעלים לעתות בצרה,
ה' הקיצה אל תזנח לנצח, למה פניך תסתיר,
זאל שוין די גלעזלע פון טרערן זיך איבערגיסן
שערי דמעות לא ננעלו

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 9:02 pm

· #46934
איך זעה אין נייעס אז א יונג קינד פון 14 חדשים פון מאנסי האט זיך דערטראנקען ראש השנה אין א טוילעט אין בארא פארק? איינער אלטמאן? ה' ישמר! תחל שנה וברכותיה?
עני דיטעילס, איינער?

חכם מחוכם » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:06 am

· #46989
הבה"ח בנימין זאב ברוין ע"ה, ב"ר שמשון, געוואוינט אין וויליאמסבורג, געלערענט אין סאטמאר-קווינס, אוועקגעריסן געווארן אין אינגן עלטער פון 19 יאהר, נאכן ווערן דיאגנאזירט א וואך צוריק מיט יענע מעשה, אוי באשעפער, ווי זעמיר, די טייכן זענען פול מיט טרערן, מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

אוי טאטי » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 9:30 am

· #47007
הוי! באשעפער וואס וועט דא זיין?!

א גאנצע נאכט פרובירט איינצושלאפן, אבער עס גייט נישט, די אלץ פרייליכע פנים פון בנימין זאב ע"ה וויל נישט אוועק גיין,
איך ווייס נישט וויפיל דא האבן אים געקענט, אבער פרעגטס ענק נאך ביי זיינע חברים, א בחור ווי ער איז געווען טרעפט מען נישט קיין סאך.
אלץ געהאט א שמייכל אויף זיין פנים, אלץ געהאט א גוט ווארט צו זאגן, א טובה פאר א צווייטן איז ביי איהם געווען פון דאס וויכטיגסטע.

פון נעכטן נאכט נאכן זמן ווען די שרעקליכע בשורה איז אנגעקומען, האבן חברים איבעראל גלייך אנגעהויבן איינרייסן, אין וויליאמסבורג איז געווען עטליכע מנינים תהלים, אין קרית יואל ביים ציון איז געווען א מנין, אבער פון אויבן איז געווען אנדערש באשערט!
זאל דער אויבערשטער העלפן ער זאל זיין א גוטע מליץ יושר פאר אונז אלע, און זאל שוין דאס גאנצע איבריגע יאר זיין א פרייליך יאר, מיט נאר גוטע און פרייליכע בשורות, און א שנת גאולה וישועה!

a1b2 » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 9:44 am

· #47010
בד"ה מרים קאהן, אשת רבני המדד בערש, 63
וואס איז געווען מיט איר?

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:21 pm

· #47051
חכם מחוכם
הבה"ח בנימין זאב ברוין ע"ה, ב"ר שמשון, געוואוינט אין וויליאמסבורג, געלערענט אין סאטמאר-קווינס, אוועקגעריסן געווארן אין אינגן עלטער פון 19 יאהר, נאכן ווערן דיאגנאזירט א וואך צוריק מיט יענע מעשה, אוי באשעפער, ווי זעמיר, די טייכן זענען פול מיט טרערן, מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

ער איז געווען געזונט און שטארק, ערשט די ערב ר''ה נאך א שטארקע קאפ ווייטאג איז ער אויפ'ן ראט פון די היגע דאקטער אריינגעפלויגן אין שפיטאל וואו ער איז נעבעך דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה, און נאכ'ן נעמען קימא האט ער געכאפט אן הארץ אטאקע, פון וואס ער האט ליידער אויסגעהויכט די נשמה.

דאס איז שוין גאר טראגיש

הדד בן בדד » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:16 am

· #47329
אייגענארטיג, לייג צו צו די ליסטע,

אז איר שוועסטער האט יארן לאנג געווארט אויף א קינד, און ענדליך האט איר דער אויבערשטער געהאלפן און זי האט געהאט א קינד, האט זי עס נעבעך איבערגעלאזן אזוי אינגערהייט אן קיין מאמע, און די שוועסטער האט אריינגענומען דאס קליין קינד ווי א אייגנס, און יעצט האט דאס קינד פארלוירן די מאמע צום צווייטן מאל. יא, ליידער הערט מען נישט אזוינס אזוי אפט (ב"ה) אזויפיל צרות זיך צאמשטעלן אין איין ביטערע טראגעדיע.

ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:20 am

· #48105
ר' שמואל ברוך פרידמאן
באקומען אין אישי פון א חבר דא וואס היט אויף זיין גילוי
אין בין עס מצטט אזוי ווי שטייט און גייט


ר' שמואל ברוך פרידמאן

שמואל ברוך.... שמואל ברוך.... ס'איז יעצט דאס ערשטע מאהל וואס כ'דראף רופען דיין נאמען צוויי מאהל... ס'האט נאך קיינמאל נישט פארסירט; ביסט אלץ געווען א בחינה פון "טרם יקראו ואני אענה"... אז דו ענטפערסט נישט מיין רוף, בהכרח אז דו ביסט מער נישט דא. אוי וויי, ס'קען נישט זיין!!! אוממעגליך, 8 קינדער זיכען זייער טאטע... ואין עונה...
שמואל ברוך, ס'איז שווער דיך צו באשריייבן.
אז כ'וועל זאגן ביסט געווען א "עסקן" וועלן מענטשען מיינען: ביסט געווען אויף'ן טעלעפאון און "ערלעדיגט" ענינים מיט די הויכע פענסטערס.
אז כ'וועל זאגן אז דו האסט נישט געקענט צוקוקען ווי איינער רעדט ביים דאווענען וועלן מענטשען מיינען: האסט געהאט שונאים, האסט געהאט רשעות אין-זיך.
אז כ'וועל זאגן ביסט געווען אן "עכטע גוטע מענטש", וועלן מענטשען מיינען: ביסט געווען אזא נער'עלע, מ'האט דיך געקענט אויסנוצען.
אז כ'וועל זאגן ביסט אלץ געווען גרייט פאר יענעם, וועלן מענטשען מיינען: האסט געהאט אסאך צייט און געלט, און נישט געהאט וואס צו טוהן מיטן טאג.

סאו, וואס קען מען זאגן?
שמואל ברוך, ביסט געווען א "בעל מידות" א "ירא שמים" א "בר-דעת".
וועלעכע מעלה איז נישט בכלל דעם?
שמואל ברוך, ביסטו געווען דבוק אין צדיקים, און איך מיין די אמאליגע סארט דביקות, א דביקות וואס מ'זוכט נישט צו פארציילען פאר קיינעם, נאר בינו לבין רבו.

שמואל ברוך, ביסט געווען "א גארנישט" אין דיינע אויגן.
יעצט אז דו ביסט מער נישט דא וועלען מיר אלע זעהן ביסט געווען "אלעס".

אוי שמואל ברוך, ווער וועט מיך פארשטיין???? ווי טרעף איך דו ריכטיגע ווערטער?
שמואל ברוך, כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז איינע פון דיינע קינדער אינדערהיים זענען אדאפטירט! און נישט קיין משפחה-מיטגעליד, נאר פשוט האט געזעהן אן "עד" אין די צייטונג אז מ'זוכט א ווארימע היים פאר א אידיש קינד! יא, אזויווי איר הערט.
שמואל ברוך, פון וואו האסטו געוואוסט אז ס'איז טאקע נישטא אזא ווארימע טאטע ווי דו אליינס!?

שמואל ברוך: ביסט געווען א "עניו" א צדיק, א חסיד, אן ערליכע יוד.
א באטעמ'טע איד, יעדער האט מיט דיר געקענט רעדן. אבער נישט אלעס... מ'האט געוואוסט אז מיט שמואל ברוך קען מען נישט רעדן לשון הרע, אדער א שמץ פון ליצנות.

שמואל ברוך דו מאכסט מיך וויינען

טראכט » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:38 am

· #48113
ווער איז געווען "שמואל ברוך"? ווען איז ער אוועק?

a1b2 » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:23 pm

· #48195
בדה רבני הנגיד יוסף אשכנזי פין מאנסי 58
יענע מעשה

פערינא » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:39 pm

· #48201
שמואל ברוך פריעדמאן, א אינגערמאן ארום 40 קוים חתונה געמאכט די ערשטע פון 8 קינדערלאך

א זון פון BH בעיטער העילט פריעדמאן

געהאט א עניורוזים און אןועק פלוצלינג

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:42 pm

· #48203
געוואלד געשריגן! בד"א. וואו האט ער געוואוינט?

gehlungen » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:20 pm

· #48228
זר זהב
געוואלד געשריגן! בד"א. וואו האט ער געוואוינט?

In boro park I think he was a Bobover

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:59 pm

· #48452
gehlungen
זר זהב
געוואלד געשריגן! בד"א. וואו האט ער געוואוינט?

In boro park I think he was a Bobover

נישט קיין באבובער
גע'הערט קיין אמונת ישראל / טשערנאביל

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 2:16 pm

· #48466
אייגענטומער פון לערנער שטריימלעך איז אוועק, געווען נישט געזונט.
67 יאר.

לאדיך אפ » מוצ"ש אקטאבער 6, 2012 8:46 pm

· #49499
אברהמי ראענבערגער, 9 יעריג יונגעל אוועק פון יענע מחלה

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 6, 2012 11:00 pm

· #49506
אוי געוואלד. וועמענס זון? וואו וואוינען זיי? ווען גייט זיין די לויה? גיב פרטים.
ומחה השם דמעה מעל כל פנים אמן.

לאדיך אפ » זונטאג אקטאבער 7, 2012 9:25 am

· #49544
זיי וואוינען אין ווילימסבורג. טאטע איז א חסיד בעלזא-מחנובקא. די לויה איז געווען ערב שבת 9 אזייגער אינדערפרי.

דעינעש » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:06 am

· #49604
הוי..
BDH: Levaya of Mrs. Leah Indig (42) B"R Naftula Nuta(Rottenberg), Eishes HuAsken R' Naftula Moshe Indig shlit"a, will be on 1:00pm at Bhm"d Hg' WB (Hooper St.) to KY Bh"ch.

ושנשמע ונתבשר בשורות טובות

יידל » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 12:05 pm

· #49610
יענע מחלה.

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:25 am

· #50028
יידל
יענע מחלה.

זיך נעבעך ביטער ארומגעמיטשעט די לעצטע דריי יאר.

זאל זי זיין א מליצה ישרה פאר איר גאנצע משפחה און ספעציעל פאר איר מאן הרה"ח ר" נפתלי משה הי"ו מראשי העסקנים ביהדות החרדית בכלל ובק"ק סאטמאר (מהר"א) בפרט

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:30 am

· #50031
בד"ה: הרה"ח ר' חיים ארי' ב"ר שלמה דוב (חיים לייב) ווידער ע"ה פון וויליאמסבורג 79 יאר (S&W Cleaners)

פאטער פון משמח אלקים ואנשים הרה"ח ר' שמואל הי"ו רעדאקטאר פון "דער בלאט"

שמואל הלוי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:34 am

· #50033
און זיידע פון ר' זלמן ווידער בעל קול מבשר.

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:37 am

· #50036
שעפטל
בד"ה: הרה"ח ר' חיים לייב ווידער ע"ה פון וויליאמסבורג (S&W Cleaners)

פאטער פון משמח אלקים ואנשים הרה"ח ר' שמואל הי"ו רעדאקטאר פון "דער בלאט"

אויך די פאטער פון ר' אברהם יעקב, ר' יחזקאל, ר' שלום יונתן, ר' שלמה דוב,

שווער פון ר' אברהם ישעי' קאהן און ר' זלמן לייב סטראלאוויטש

שמואל הלוי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:39 am

· #50037
שמואל הלוי
און זיידע פון ר' זלמן ווידער בעל קול מבשר.

אינטערסאנט אז 'קול מבשר' מעלדט עס נאכנישט.

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:03 pm

· #50052
שמואל הלוי
שמואל הלוי
און זיידע פון ר' זלמן ווידער בעל קול מבשר.

אינטערסאנט אז 'קול מבשר' מעלדט עס נאכנישט.

זעהט אויס ער האט נאר ליעב 'יענעמ'ס צרות.

דעינעש » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:39 pm

· #50081
ער איז זיכער פארנומען עם כבוד האחרון למען זקינו ע"ה, יבלחטוא"ו.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:41 pm

· #50085
חס ושלום.
א איד האט ליב אידישע צרות?
אפילו פאר א וויץ פאסט עס נישט.

אפשר איז ער פארנומען צוצוהעלפן אין די משפחה וואס מען דארף.

--
דעינעש האקט ענליך. ברוך שכיוונתי.

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:42 pm

· #50089
אקעי, איך צו צוריק.

שמואל הלוי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:59 pm

· #50140
ענדליך האט ער עס געמאלדן אום 1:00 (אנדערהאלבן שעה שפעטער פון דא)
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45