☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

בעל דרשן » מאנטאג אקטאבער 18, 2021 10:57 pm

· #483502
א שרעקליכע מעשה

ששון ושמחה » מוצ"ש יאנואר 15, 2022 10:35 pm

· #491710
בד״ה

הרב החסיד הישיש רבי שמשון שימשאוויטש ז״ל מזקני חסידי וויזניץ , בארא פארק

די לעצטע יאהרן איז עס אסאך מאל געזעצן אין סאטמאר 53 און דערציילט זיינע מלחמה איבערלעבענישן. ווער ס'האט געהאט שכל האט אריינגעכאפט....
📎 IMG_20220115_223234_341.jpg

אינגערמאנטשיקל » זונטאג יאנואר 16, 2022 10:45 am

· #491751
בד"ה - הגאון החסיד רבי לוי (לעי•ווי) וויזניצער זצ"ל מחשובי חסידי ויז'ניץ במונסי, בן 83.

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 17, 2022 10:25 am

· #491805
ר’ ישראל יונגער-בארא פארק. מחסידי וויזניץ-מאנסי, הויז בחור ביים תורת מרדכי זצ”ל. בלויז 49 יאהר אלט. נאך נעכטן אריין אין ארבעט. געכאפט פלוצלינג א מאסיווע הארץ אטאקע נעכטן נאכט. איבערגעלאזט א שטוב מיט קינדער. שרעקליך!

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:43 pm

· #491899
ליידער, א ביטערע מעשה.
איך האב אים גוט געקענט. שרעקליכע טראגעדיע!

ששון ושמחה » מאנטאג יאנואר 24, 2022 8:27 am

· #492616
הר"ר ברוך יהודה לעבאוויטש ז"ל עלצטע זוהן פון אדמו''ר מניקלשבורג ליידער נפטר געווארן פון קאראנא

ששון ושמחה » מאנטאג יאנואר 24, 2022 8:35 am

· #492617
.
📎 IMG_20220124_083526_135.jpg

שבת אחים » זונטאג יאנואר 30, 2022 8:42 am

· #493395
הבחור שמשון (שימשי) ע”ה בן ר׳ נפתלי נ”י זארגער -בארא פארק. 36.

פלוצלינג אווועק.

שבת אחים » זונטאג יאנואר 30, 2022 1:24 pm

· #493440
שבת אחים
הבחור שמשון (שימשי) ע”ה בן ר׳ נפתלי נ”י זארגער -בארא פארק. 36.

פלוצלינג אווועק.


געוועהן די מענעדזעשר פון ברעדבעררי Breadberry סופערמארקעט אין ב”פ ביז ממש לעצטענס.

קאמארנער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:09 am

· #493542
אסתר פאלארד ע"ה, פרוי פון דער באקאנטע געוועזענע איזראעלי שפיאן יונתן פאלארד וואס איז קוים צוריק באפרייט געווארן פון די אמעריקאנער טורמע נאכן שמאכטן 30 יאר.

בענבען » דינסטאג פעברואר 1, 2022 1:09 am

· #493762
שבת אחים
הבחור שמשון (שימשי) ע”ה בן ר׳ נפתלי נ”י זארגער -בארא פארק. 36.

פלוצלינג אווועק.

<a class="postlink" href="https://charidy.com/stfs">https://charidy.com/stfs</a>

בענבען » דינסטאג פעברואר 1, 2022 1:10 am

· #493763
א שוידער האט אונז אלע ארומגענומען הערנדיג די ביטערע בשורה פונעם פלוצלונג'דיגע פטירה פון אונזער חבר הב' שמשי זארגער ע"ה.

שמשי'ס שמייכל וועט אונז אייביג בלייבן אין זכרון, אבער ליידער האט ער נישט זוכה געווען צו גיין אונטער די חופה, און איבערצולאזן א שם ושארית אויף דעם וועלט. מיר קענען נישט לאזן זיין זכרון פארגעסן ווערן.

לאמיר זיך צוזאמנעמען, און שרייבן א ספר תורה לעילו נשמתו, און פאראייביגן זיין נאמען לזכרון בהיכל ה'. לאמיר ברענגען א טרייסט פאר זיין צעבראכענע משפחה, וועלכע זאלן זיך קענען מחזק זיין מיטן ספר תורה על שמו.

לאמיר פארזיכערן אז עס וועט געשטעלט ווערן א חופה לזכרו וואו מען וועט קענען טאנצן בשמחת התורה, וואס דאס וועט ערזעצן שמשי'ס חופה וואס איז ליידער נישט צושטאנד געקומען.

יעצט ווען זיין קבר איז נאך פריש, ווען דער וואונד איז נאך רוי, ווען די טרערן זענען נאך נאס, לאמיר אויפטרייבן די נויטיגע סכומים צו קענען מקיים זיין דעם ועתה כתבו לכם את השירה הזאת.

נעמט א חלק אין דעם הייליגן ספר תורה, טוט עס פאר שמשי'ס נשמה, טוט עס פאר זיינע פארווייטאגטע עלטערן, טוט עס פאר זיין פאר'צער'טע נשמה!

ובזכות זה זאלט איר געבענטשט ווערט בכל הברכות הכתובות בתורה.

קורקלענד » דינסטאג פעברואר 1, 2022 9:55 am

· #493799
.
📎 IMG-20220130-WA0002.jpg

היכי דמי » דינסטאג פעברואר 1, 2022 10:26 am

· #493802
א פחד.

זיין פנים איז מיר קענטליך, קען טאקע זיין פון ברעדבערי.

הער איך אז עס איז זעלבסט געפלאנטע אקציע ליידער. אסאך סועסיידס לעצטענס.

סמבטיון » דינסטאג פעברואר 1, 2022 9:40 pm

· #493887
דיין סאמע לעצטע שטיקל ביאגרפיע פעלט נישט אויס, עס איז געניג ווייטאגליך אזוי אויך. שכויעך

איך אויך » מיטוואך פעברואר 2, 2022 11:15 am

· #493902
גערעכט, לאמיר ווייטער שטופן זאכן אונטער דעם קארפעט. עס האט פיין געארבייט פאר אזא זעכציג-זיבעציג יאר.

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 2, 2022 11:21 am

· #493903
איך אויך
גערעכט, לאמיר ווייטער שטופן זאכן אונטער דעם קארפעט. עס האט פיין געארבייט פאר אזא זעכציג-זיבעציג יאר.

ס'דא א חיליק צווישן שטיפן זאכן אינטערן קארפעט, און אויספראקן א יחיד ברבים, ניין?

איך אויך » מיטוואך פעברואר 2, 2022 11:26 am

· #493904
איעדע רבים-סאסייעטי איז צאמגעשטעלט פון איטליכע יחידים.

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 2, 2022 12:07 pm

· #493907
איך אויך
איעדע רבים-סאסייעטי איז צאמגעשטעלט פון איטליכע יחידים.


פארשטייט זיך

ס'דא א פלאץ ווי מעו אדרעסירט פראבלעימען און דארט טאקע דארף מען רעדן פון דעים אבער מען דארף נישט אויספראקן קיין מענטשן, למשל אזוי, ברשות........מורי ורבותי אינזער קאמיוניטי האט א ערנסטע פראבלעים, און די לעצטע יאר איז געוועין כך וכך סוסיידס, בקיצור מען זיכט א לעיזונג.
אבער סתם נעמען א יחיד אלץ קורבן איז נישט יושר.

איך בין טוטאלי מיט דיר אז מען דארף אדרעסיאן די סוסייד פראבלעים אין אונזער קאמיוניטי, אונז האבן שוין גמ"חן פאר אויב איינער האט פארגעסען פעמפערס פאר זיין בעיבי אין א ראש חודש וואס געפאלט אויף ניטל, אבער דא גארנישט, פארוואס ווייל ס'איז גרינגער צי האבן א גמ"ח ווי צי אדרעסירן ערנסטע פראבלעימען.
יעצט וועט איינער זאגן קריינא דאיגרתא איהי ליהוי פרונקא, העל איך געיבן מיינע צוויי סענס, נישט אויסשליסן איינעם פין געזעלשאפט פארן זינד פין האבן א טשופ, שערן די בארד, צי אנדערע נארישקייטן.....
אינז ווייס מיר דאך או חברותא או מיתותא, ומחה ה' דמעה מעל כל פנים

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 2, 2022 11:52 pm

· #494010
קהל'ס נער: דו ביסט גערעכט. בדרך כלל. אבער א מענטש גייט נישט גלייך נאכדעים וואס עפעס א בהמה זאגט איהם אז ער איז א שייגעץ ווייל ער האט א טשופ און ער דזשאמפט אראפ פון דאך. נאר אויב איינער איז שוין ממילא דיפרעס'ד, קען ער קומען צו דעם, ח"ו.

ומעשה שהיה. איינער א יונגערמאן וועלכער האט גענימען א סאך מעדיצינען, האט מיר פארציילט 2 מאל אז ער האט א רייכן ברודער. און ער האט ארויסגעשלפט געלט פון זיין ברודער מיט סטראשען אז ער גייט זיך (ח"ו) הרג'נען. ער האט זיך טאקע געקויפט א (שיין) הויז. אבער צום סוף האט ער (ל"ע) געטון די מעשה. ס'זענען געווען א סאך סיבות צו דעם. די נקודה איז אז רובא דרובא פון די וועלכע טוען די מעשה (זעלבסטמארד) זענען דיפרעסס'ד...!

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 12:11 am

· #494014
נו, פיר אויס ר' בערל? פארוואס זענען זיי דיפרעסד?? קיינער ווערט נישט געבוירן דיפרעסד! און דיפרעסד וואס ברענגט סואיסייד איז נישט סתם דיפרעסד, נאר אסאך מער פון דעם. ווען א מענטש מאכט אפ צוטוהן אזא זאך ווי זיך ענדיגן, קומט עס פון גאר אסאך פעין וואס דער מענטש קען מער נישט אויסהאלטן און זוכט דעם וועג ארויס.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 5:08 pm

· #494064
דער גאלדענער אדלער: וואס די סיבה פון זייער דיפרעסיע איז, דארף מען טאקע אויסגעפונען. און מ'דארף די מענטשן העלפן. צי מיט טעראפי. צי מיט מעדיצין. די עיקר איז, אז מ'טאר קיינמאל נישט זאגן א ווארט פון ייאוש פאר א צווייטן. ווייל מ'קען נישט וויסן צי דאס איז דער מכה בפטיש אז דער מענטש זאלל זיך (ח"ו) נעמען דאס לעבן...!

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 7, 2022 11:07 am

· #494340
דער גאלדענער אדלער
נו, פיר אויס ר' בערל? פארוואס זענען זיי דיפרעסד?? קיינער ווערט נישט געבוירן דיפרעסד! און דיפרעסד וואס ברענגט סואיסייד איז נישט סתם דיפרעסד, נאר אסאך מער פון דעם. ווען א מענטש מאכט אפ צוטוהן אזא זאך ווי זיך ענדיגן, קומט עס פון גאר אסאך פעין וואס דער מענטש קען מער נישט אויסהאלטן און זוכט דעם וועג ארויס.


פון וואנעט נעמט איר אז קיינער ווערט נישט געבוירן מיט דיפרעסיע?


לויט די די היינטיגע חכמים איז פארהאנען פארשידענע ערליי דיפרעסיעס, בתוכם:


1)דיפרעסיע פון געבורט וואס לויפט אין די דזשענעטיקס- Clinical depression
2) דיפרעסיע וואס געשעהט ווען זאכן גייען נישט גוט אין לעבן- Situational depression
3)טראומע, ספעציעל אויב עפעס איז געשעהן אלץ קינד

The depression gene

A British research team isolated a gene that appears to be prevalent in multiple family members with depression. The chromosome 3p25-26 was found in more than 800 families with recurrent depression.

Scientists believe that as many as 40 percent of those with depression can trace it to a genetic link. Environmental and other factors may make up the other 60 percent.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 7, 2022 4:01 pm

· #494376
שבת אחים: זייט איך האב אויסגעפונען אז אונז זעמיר (אפשר?) קרובים געב איך דיר א סאך מער לייקס. ווען דו ביסט גערעכט...!

שמן למאור » מיטוואך פעברואר 9, 2022 12:35 am

· #494530
עס קומט ליידער אריין שווערע נייעס אז די חתן פון יואלי לעבאוויטש (פעסטע רבי) איז ליידער אוועק אין א קאר עקסידענט אין פלארידא
איינער מיט מער פרטים?

כלבאשבוע » מיטוואך פעברואר 9, 2022 12:42 am

· #494533
נישט פלארידע, אין ארץ ישראל

די חתונה האט געדארפט זיין יעצט נאך פורים, ער איז געווען געזונט און פריש און זיך געגרייט צוריק צוקומען קיין אמעריקא, נעבעך אנגעהויבן היסן בלוט און די לונגען זענען צאמגעפאלן אין שפיטאל

א טראגעדיע ר״ל, ויה״ר שלא נשמע עוד שוד ושבר

שלמה המלך » מיטוואך פעברואר 9, 2022 1:31 am

· #494539
ווער איז אוועק היינט אין א ווערהויז אין ווילי?

שבת אחים » מיטוואך פעברואר 9, 2022 3:50 am

· #494542
די חתן איז משפחה מיט ר׳ עמרם גרויזינגער פון ב״פ מחסידי מונקאטש? זיין זוהן איז ער זיכער נישט ווייל זיי שרייבן אויף אייוועלט בן ר׳ הערשל.

יעלה ויבא » מיטוואך פעברואר 9, 2022 7:08 am

· #494547
ניין. עמרם הייסט ראזינגער, נישט גראזינגער.

ששון ושמחה » מיטוואך פעברואר 9, 2022 7:25 am

· #494549
שבת אחים
די חתן איז משפחה מיט ר׳ עמרם גרויזינגער פון ב״פ מחסידי מונקאטש? זיין זוהן איז ער זיכער נישט ווייל זיי שרייבן אויף אייוועלט בן ר׳ הערשל.

דער זיידע איז הרה"ח ר' משה גראזינגער פון בארא פארק, מחסידי וויען

יָדוֹרָש » מיטוואך פעברואר 9, 2022 7:54 am

· #494552
📎 Screenshot_20220209-075314.png
שלמה המלך
ווער איז אוועק היינט אין א ווערהויז אין ווילי?

ששון ושמחה » מיטוואך פעברואר 9, 2022 8:48 am

· #494559
לויט ככר השבת איז די חתן אוועק פון קאראנא
<a class="postlink" href="https://mobile.kikar.co.il/article/411968">https://mobile.kikar.co.il/article/411968</a>

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 9, 2022 9:13 am

· #494561
ס'א פחד וואס גייט דא פאר לעצטנס. דער מלאך המוות האט זיך צולאזט מיט א גרויזאמקייט.

משנכנס אדר מרבין בשמחה? עהעם....

רבש"ע רחמנות ביטע!

מאנטריאל » מיטוואך פעברואר 9, 2022 1:35 pm

· #494598
שלמה המלך
ווער איז אוועק היינט אין א ווערהויז אין ווילי?

איז ער טאקע אוועק פון אראפפאלן אדער איינער האט מער אינפא? ווייל איך האב געהערט נחום ראזענבערג האט צוזאגן עפעס אויף דעם, בין איך צומישט

ליפא » מיטוואך פעברואר 9, 2022 3:14 pm

· #494612
שבת אחים
די חתן איז משפחה מיט ר׳ עמרם גרויזינגער פון ב״פ מחסידי מונקאטש? זיין זוהן איז ער זיכער נישט ווייל זיי שרייבן אויף אייוועלט בן ר׳ הערשל.

אין דער איד שטייט מחסידי גור

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 9, 2022 5:36 pm

· #494624
יעלה ויבא
ניין. עמרם הייסט ראזינגער, נישט גראזינגער.

יעלה ויבא: דו ביסט גערעכט. איך קען די משפחה. א סאך מענטשן מאכן דעם טעות. ווייל דער נאמען (ראזינגער) איז זייער א זעלטנער נאמען. און ס'קלינגט ווי גראזינגער...!

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 9, 2022 10:47 pm

· #494651
איך האב יעצט געהערט (און געזעהן) א קליפ פון די עצרת זיכרון וואס מ'האט אפגעהאלטן אין ארץ ישראל לזיכרו פון דעם ניקלשבורגער רבי שליט"א'ס זון ר' ברוך יודא לעבאוויטש ז"ל. צוערשט האט גערעדט דער טאטע דער רבי אליין. ער האט גערעדט זייער עמאשיאנעל. נאכדעם האט גערעדט דער ברודער פון נפטר הרב ר' יואל(י) שליט"א. ער האט געזאגט זייער הארציגע דיבורים. דער תמצית איז געווען אז אונז אלע קענמיר זיך אפלערנען פון די מידות טובות, ווי ביטחון און לימוד זכות. און אהבת ארץ ישראל פון דעם נפטר.

דער ניקלשבורגער רבי שליט"א זאלל אודאי מאריך ימים זיין. נאר ער (יואלי) זעהט אויס צו זיין דער ריכטיגער ממלא מקום. וואס איז ראוי לאותה איצטלא. זיין דרשה איז געווען זייער שטארק אינספיירינג. נאך איהם האט גערעדט הרה"צ ר' אלימלך (מיילעך) בידרמן שליט"א. ער האט גערעדט אן צעטלעך און נאוטס. אין עטליכע 20 מינוט האט ער צוזאמגעווארפן מאמרי חז"ל פון ש"ס ומדרשים. וספרי מוסר וחסידות. אלעס פון אויסנווייניג. כמונח בקופסא דמי. נאך איהם האט גערעדט הרה"צ ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א. אויך זייער גוט. מיט זיכרונות פון די אלטע ירושלימ'ער אידן.

ווער ס'קען צוברענגען א לינק כדי לזכות את הרבים, איז תבוא עליו ברכה...!

עסקן בדברים » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 12:33 pm

· #494683
berlbalaguleh

ווער ס'קען צוברענגען א לינק כדי לזכות את הרבים, איז תבוא עליו ברכה...!

<a class="postlink" href="https://youtu.be/N4_-nApu2d4">https://youtu.be/N4_-nApu2d4</a>

בענבען » זונטאג פעברואר 13, 2022 4:26 pm

· #494879
הבחור קלמן סופר ע"ה וויליאמסבורג 23
סנאומאביל עקסידענט
ומחה ד' דמעה

שבת אחים » זונטאג פעברואר 13, 2022 4:57 pm

· #494882
בענבען
הבחור קלמן סופר ע"ה וויליאמסבורג 23
סנאומאביל עקסידענט
ומחה ד' דמעה


א שרעקליכע אומגליק! נישט צום גלייבן.

אים גוט געקענט פערזענליך. אייביג געוועהן פרייליך. א גוט הארץ. ממש גערעדט מיט אים צוויי וואכן צוריק. איך האב נאך געלערעט מיט זיין טאטען אין ישיבה אלץ בחור.


זיי הייסן נישט באמת סופר. נאר סופיאן, זיי זענען ספרדישע אידן וואס זענען געווארן חסידים. זיין פאטער האט זיך געטוישט די נאמען צו סופר.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2022 1:45 pm

· #496846
הנגיד המרומם ר׳ חיים משה בן הרבני הנגיד הנכבד ר׳ אפרים פישל פעלדמאן. לאנדאן. 86.
ראה”ק ואיש אמונים של רבותה”ק מוויזניץ. חתן הנגיד המרומם ר׳ געציל בערגער ז”ל

רבי חיים משה האט געשטאמט פון איינע פון די חשובסטע משפחות אין גאנץ מארמארוש און מזרח אייראפע. די באוואוסטע גאון רבי ישראל משה פעלדמאן אב״ד דראגמירעשט, מגדולי חסידי וויזניץ און זיין זוהן די באוואוסטע גאון, נגיד, און איש ציבורי רבי אפרים פישל פעלדמאן בעהמח״ס ידות אפרים, דגל אפרים, חתן הגאון הנגיד רבי יהודא עביר ראזענבערג מביטשקוב, מגדולי חסידי וויזניץ ר׳ פישל און זיין שווער זענען געוועהן א שם דבר אין גאנץ מארמארוש.

די לעצטע סאדיגורער רבי וואס איז לעצטענס אוועק איז געוועהן א איידעם ביי הנגיד רבי חיים משה, די היינטיגע סאדיגורער רביס זענען זיינע אייניקלעך.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג מערץ 22, 2022 1:59 pm

· #496849
יהא זכרו ברוך, אויך זיין געלט.
וואס איז דאס "המרומם"? ווען ווערט איינער פאררעכנט ווי סתם א "הנגיד" און ביי וויפיל געלט קומט צו די טיטול "המרומם"??

יין שרף » דינסטאג מערץ 22, 2022 2:50 pm

· #496850
דער גאלדענער אדלער
יהא זכרו ברוך, אויך זיין געלט.
וואס איז דאס "המרומם" ווען ווערט איינער פאררעכנט ווי סתם א "הנגיד" און ביי וויפיל געלט קומט צו די טיטול "המרומם"??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

המרומם ווענד זיך שוין וואס מען האט געטוהן מיט די געלט..

יין שרף » דינסטאג מערץ 22, 2022 3:57 pm

· #496852
דער גאלדענער אדלער
יהא זכרו ברוך, אויך זיין געלט.
וואס איז דאס "המרומם" ווען ווערט איינער פאררעכנט ווי סתם א "הנגיד" און ביי וויפיל געלט קומט צו די טיטול "המרומם"??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

Check out the header...
📎 IMG_20220322_155140_688.jpg

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מערץ 22, 2022 5:53 pm

· #496858
שבת אחים
בענבען
הבחור קלמן סופר ע"ה וויליאמסבורג 23
סנאומאביל עקסידענט
ומחה ד' דמעה


א שרעקליכע אומגליק! נישט צום גלייבן.

אים גוט געקענט פערזענליך. אייביג געוועהן פרייליך. א גוט הארץ. ממש גערעדט מיט אים צוויי וואכן צוריק. איך האב נאך געלערעט מיט זיין טאטען אין ישיבה אלץ בחור.


זיי הייסן נישט באמת סופר. נאר סופיאן, זיי זענען ספרדישע אידן וואס זענען געווארן חסידים. זיין פאטער האט זיך געטוישט די נאמען צו סופר.


וועלעכע ישיבה האסטו געלערט מיט אים, איז ער נישט קיין סאטמארער תלמוד?

Chasidishmashpia » זונטאג יולי 3, 2022 5:36 pm

· #503485
הרה"ג רבי יעקב דוד דאמב זצ"ל
אב"ד תהילות יואל לונדון
די לעצטע בילד לעצטע וואך מאנטיג קרח תשפ"ב ביי א הכנסת ספר תורה לע"נ הרב אברהם פינטער זצ"ל
📎 Screenshot_20220703-162302_Drive.jpg

Chasidishmashpia » מאנטאג יולי 4, 2022 3:49 am

· #503528
מודעת אבל
ביהמ"ד תהילות יואל
📎 Screenshot_20220704-084614_Telegram.jpg

כלבאשבוע » דאנערשטאג יולי 7, 2022 2:33 pm

· #503796
ר׳ יעקב (הנקרא סאנני) קאהאן ז״ל

https://www.youtube.com/watch?v=-EaR5x3Mh6M

Chasidishmashpia » מאנטאג יולי 25, 2022 3:47 am

· #504945
הרב רבי יוסל בעכער ז"ל
פון לונדון 75 ל"ע געליטן פון די מחלה די לעצטע פאר יאר. אסאך געטון פאר יהדות תימן.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 25, 2022 11:07 pm

· #505027
אויך געווען פון די שטערקסטע נטורי קרתא מענטשן. אויב ער האט זיך געקושט מיט די אראבערס (זכרים) ווייס איך נישט. אבער געווען א זיסער איד. ער פלעגט אפט קומען קיין ניו יארק. צו שתדל'ן פאר יהדות תימן... יהא זיכרו ברוך...!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45