☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

סביב העולם » דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 10:39 pm

· #308368
Re: יהא זכרו ברוך
berlbalaguleh
סביב העולם: איך האב א קשיא אדער א שאלה. כ'ווייס אליינס נישט. פארוואס האט דער פארשטארבענער, געוועזענער אסעמבלימאן וויטא לאפעז פארדינט דערמאנט צו ווערן אין דעם ..."יהא זכרו ברוך" קאלום. מילא, אין נ.י. טיימס אביטשוערי סעקשן פארשטיי איך. אבער פארוואס,..."ברוך?"...נאר ס'קען זיין אז ער האט געטון טובות פאר אידן אין זיין מאכטפולע פאזיציע. אדער האט צוריקגעהאלטן די שונאי ישראל און אנטיסעמיטן פון טון שלעכטס פאר אידן. אדער שעדיגן זייערע אינטערעסן. דאמאלס פארדינט ער זיך יא דערמאנט צו ווערן לברכה. איינער פון די יודעי דבר קען דאס מברר זיין. איך ווארט צו הערן דעם ענטפער...!
איך ה

גערעכט איך האב עם נישט געמיינט צי באברך׳ן איך האב נאר אויפגעזיכט די ערשטע אשקול וואס רעט פין טוטע האב איך עס דא דערמאנט

איל לגבי די בד״ה איך האב געק״פ די מעסעדש פין וואטס עפפ

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:32 am

· #308405
סביב העולם
berlbalaguleh
סביב העולם: איך האב א קשיא אדער א שאלה. כ'ווייס אליינס נישט. פארוואס האט דער פארשטארבענער, געוועזענער אסעמבלימאן וויטא לאפעז פארדינט דערמאנט צו ווערן אין דעם ..."יהא זכרו ברוך" קאלום. מילא, אין נ.י. טיימס אביטשוערי סעקשן פארשטיי איך. אבער פארוואס,..."ברוך?"...נאר ס'קען זיין אז ער האט געטון טובות פאר אידן אין זיין מאכטפולע פאזיציע. אדער האט צוריקגעהאלטן די שונאי ישראל און אנטיסעמיטן פון טון שלעכטס פאר אידן. אדער שעדיגן זייערע אינטערעסן. דאמאלס פארדינט ער זיך יא דערמאנט צו ווערן לברכה. איינער פון די יודעי דבר קען דאס מברר זיין. איך ווארט צו הערן דעם ענטפער...!
איך ה

גערעכט איך האב עם נישט געמיינט צי באברך׳ן איך האב נאר אויפגעזיכט די ערשטע אשקול וואס רעט פין טוטע האב איך עס דא דערמאנט

איל לגבי די בד״ה איך האב געק״פ די מעסעדש פין וואטס עפפ

סביב העולם: ייש"כ. אבער איך בין נאכאלץ נייגעריג צו וויסן אויב ער (וויטא לאפעז) האט געטון טובות פאר אידן. ווייל איך האב געהערט שמועות לכאן ולכאן. אויב איינער קען דאס מברר זיין וועל איך איהם שטארק דאנקבאר זיין...!

פליקער » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:36 am

· #308406
Re: יהא זכרו ברוך
ר' נחום מאשקאוויטש ע"ה

א עלטערער גאר פייערדיגער איד, נהנה געוועין מיגיעה כפיו כל ימיו, ער איז דער פון וועים אלע קינדער פלעיגן גנב'נן קענדי'ס ביי זיין באוויסע געוועלב מאשקאוויטש קענדי לענד, גאר א ליבלעכער מאן געוועין, ביז ממש לעצטענס איז ער נאך געקומען אין שיל, פון די לעצט געבליבענע וואס האבן נאך געטראגן אויף זיך די טרויגע כתובת קעקע, וואס דאס איז באוויסט אלס די איזי פעס צים גן עדן, ער איז געוועין און די הויעכע נייציגער יארן, געוועין פול ביים זינען ביזן לעצטען טאג, ער פלעיג קוקן די מלאך המוות אין די אויגן בלי שום פחד, און טראץ פילע מאל איז ער שיעור אימגעקומען דורך פארשידענע קרעינק, האט ער זיך כסדר באוויזן ארויס צי דרייען און ציריק אהיים קומען געזינטערהייט.

איבער געלאזט א שטוב יראים ושלמים איינער די דיין און טאש בעל מחבר פון עטליכע ספרים געדריקט און אידיש, אבער די שטאלץ פון די משפחה איז דער וועלטס גרעסטער בעל מכניס אורח הלוא הוא הרב ברוך מאשקאוויטש, לפי דעתי איינע פון די עמודי העולם, זיין מידה פון הכנסת אורחים איז ממש נישט צים באגרייפן בימינו דא אין וויליאמסבורג, און ער איז ווערט צי ווערן באשריבן דורך די אנשי השם שרייבער'ס, ר' נחום איז טאקע איינגעשטאנען ביי אים בתוך שאר אורחי פורחי בישראל.

יהא זכרו ברוך

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 11:27 am

· #308415
האמיר אים גוט געקענט, ר' נחומ'ען. געשמאקע זכרונות פון זיין קענדי סטאר (דער נאמען קענדי-לענד מיינעך איז געווען שווארץ, נעבן סוכי'ס גראסערי, ניין?)
ער פלעגט טאקע לעצטנס איינשטיין און דאווענען מיט זיין זון ר' ברוך יבלחט"א,
שטארק נזהר געווען בקדושת ביהמ"ד, ער האט געהאט אן אמת'ע חן פון אן אמאליגן זיסן צוגעלאזענעם איד.
זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן.

לית דין בר נש » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:59 am

· #310671
מי זה האברך אשר זעליג ריגלער ע"ה וואס איז דער נאכט אוועק?

Chuchem » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 3:55 pm

· #310721
קומט פון א באבובער משפחה
ער איז א גרוש
פלעגט צוזאםשטעלען ארדערס אין krm

סיבה פון טויט not determined
איינער מיט אינפא?

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 7:45 am

· #311760
ר' משה ווייס, די טאטע פון די באקאנטע ווייס ברודער, ר' אשר, ר' בערל ועוד

א איד » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:07 pm

· #311792
Re: יהא זכרו ברוך
באקאנט?

mevakesh » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:26 pm

· #311808
Re: יהא זכרו ברוך
א איד
באקאנט?

ביי יודען אינדערויסען פון מאנרא....

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 2:26 pm

· #311823
@קאווע טרינקער האט ערגעץ א אשכול איבער די משפחה.

געוואלדיג » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 3:08 pm

· #311826

shem-tov » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:35 pm

· #312075
בד"ה. זייער ביטערע נייעס א יונג בחור'ל ב"ר חיים ראלניצקי נ"י פון קרית יואל איז נעבעך נישט אויפגעשטאנען היינט. איינער האט עפעס דיטעילס פון די לווי'

ליפא » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:44 pm

· #312077
This is story from reliable source.
The bocher 16 yr name Shimon Rolnitzky son of Chaim from KJ Pharmacy was learning in a Yeshiva in Monsey and was living with a Monsey family and many times staying there Shabbos too. This Friday night after Kiddush he said he isn't well and went to the basement where his room was. After Seuda the lady went to take stroller from basement and heard movements (meaning he was still alive then). He usually gets up early and goes himself to shul, but he wasn't there today. So when the guy came home he went down to check why he didn't come to shul he found him dead in his bed. Called Hatzalah but was cold already. Police and ME were called and after two hours found no evidence suggesting foul play and left.
Was a very smart and sweet kid. Ate in my home shabbos and we had good time.
Lavaya tonight in KJ. BD"H

גר ותושב » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:55 pm

· #312081
Re: יהא זכרו ברוך
שמועה רעה שמעתי אז ער האט זיך גענומען דאס לעיבן

יעלה ויבא » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 11:02 pm

· #312090
Re: יהא זכרו ברוך
איך האב געווארט אז א חכם זאל ארויסלאזען אזא שמועה.
#פרעדיקטיבל

chusid » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 11:47 pm

· #312094
יעלה ויבא
איך האב געווארט אז א חכם זאל ארויסלאזען אזא שמועה.
#פרעדיקטיבל

כאב עס געהערט פון באגלייבטע מקורות, הגם איך קען נישט באשטעטיגען פאר 100%

petergrifin » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 12:28 am

· #312097
לאזט די שמועות פאר נחום.

הרב_שלום » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 1:39 am

· #312105
איז ער געווען 100%

גר ותושב » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 1:48 am

· #312107
Re: יהא זכרו ברוך
הרב_שלום
איז ער געווען 100%

ווער?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 6:49 am

· #312124
Re: יהא זכרו ברוך
וואס טוט זיך דא? ס'איז נישט דא קיין גבאי אויסצומעקען אזעלכע געמיינע תגובות?

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 8:25 am

· #312126
~

גר ותושב » מוצ"ש דעצעמבער 19, 2015 7:27 pm

· #313010
Re: יהא זכרו ברוך
NY: BD'E Rabbi Tzvi Dov Abraham Z"l, Bardichov Rebbe of Monsey, passed away over shabbos at age 78, Levaya tonight..BT

שבת אחים » מוצ"ש דעצעמבער 19, 2015 7:41 pm

· #313012
גר ותושב
NY: BD'E Rabbi Tzvi Dov Abraham Z"l, Bardichov Rebbe of Monsey, passed away over shabbos at age 78, Levaya tonight..BT

בד״ה, זיין טאכטער פערל אבראהם איז לכאורה געוועהן די ערשטע היימישע אט״ד נאך די מלחמה (פאר סאיז בכלל געוועהן אזא טערמין) און א באוואוסטע שרייבערין איבער חסידים, זי שרייבט אין איר בוך בתוכם וועגן וויזניץ און ר׳ מאטעלע, איך האב נאך געהערט איבער איר אלץ קינד. יהי זכרו ברוך.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש דעצעמבער 19, 2015 7:54 pm

· #313014
Re: יהא זכרו ברוך
איז ער נישט דער אב"ד פון דער 'לשכת הגזית' וואס האט גע'ארבעט מיט געשטעטנער'ס בי"ד צו העלפען מענער?

בעל הבית » מוצ"ש דעצעמבער 19, 2015 9:55 pm

· #313027
ליצנות

Kool man » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 2:26 pm

· #313150
ער האט געהאט די ביהמ"ד אויף ריטא? וואס איז געוועהן מיט איהם, איז ער נישט געזונט געוועהן?

געוואלדיג » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 3:13 pm

· #313164
זיין ביהמ"ד אויף ריטא, געכפאט פרייטיג 4 הארץ אטאקעס און נפטר געווארן פרייטאג צו נאכטס.

בנישראל » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 3:35 pm

· #313168
Re: יהא זכרו ברוך
N


Sent from my iPhone using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 4, 2016 12:09 pm

· #315934
ר' יעקב (יאנקל) שטערן, ע"ה: נעכטן, זונטאג איז געווען די לוויה. ער האט געהאט א שטיקל שייכות מיט מונקאטש. געווען דער בעה"ב/שותף אין..."דאללאר" קאר רענטל...!
די לעצטע 3 יאר האט ער געליטן אויף יענע מחלה, ל"ע. אבער ער איז ארומגעגאנגען. נישט געווען אין שפיטאל ביז לעצטנס.
געווען חתונה געהאט בזיוווג שני. געהאט עטליכע קינדער בזוו"ר אויך...!
ער איז געווען א פראמינענטער ביזנעסמאן און חשוב'ער בעל צדקה...!

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:28 am

· #316082
בד״ה פיינע איד געוועהן

Kool man » מיטוואך יאנואר 6, 2016 5:07 pm

· #316334
א פרייליכער און איידעלער יוד געוועהן, נישט אפגעזאקט קיין טובה פאר קיינער, תנצבה

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 1:58 am

· #316423
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: אנטשולדיגט. וואו קומט אריין זיין כפירה דא אהער...?!
שוואכער קראצמעך סיזן געווען ביי ענק...? לויט ווי כ'הער איז עס געווען גאנץ ביזי, ב"ה...! צו מ'האט געמאכט געלט אויך ווייסיך שוין נישט... לאמיר האפן אז יא. מעגסט פארגינען פאר א צווייטן... 😂 🙄

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 2:54 am

· #316425
[ציטאט אראפגענומען]

אינטערסאנט אז די פרייע פארוועטס ניצט אויך די אויסדרוקן ווי בד״ה און תנצב״ה וואס איז א פיגור אף ספיטש ביי זיי און זיי ניצן עס על אף זיי גלייבן אין דעם א רעטעך! כהאב נישט געוואוסט אז די פרומע זענען בעל בתים אויף געוויסע ווערטער און אויסדרוקן, גיט צו וויסן נעקסט טיים ווען איך פלאן צי שרייבן אזעלכע טערמינען ווי "בלי נדר" און "ב"ה" וועל איך דיר שיקן א אישי און די וועסט מיר געבן א גאנצע "ראון דאון" מיט וועלכע ווערטער איך מעג זיך באניצן. יישר כח למפרע

דער שכן » מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:13 am

· #316921
berlbalaguleh
ר' יעקב (יאנקל) שטערן, ע"ה: נעכטן, זונטאג איז געווען די לוויה. ער האט געהאט א שטיקל שייכות מיט מונקאטש. געווען דער בעה"ב/שותף אין..."דאללאר" קאר רענטל...!
די לעצטע 3 יאר האט ער געליטן אויף יענע מחלה, ל"ע. אבער ער איז ארומגעגאנגען. נישט געווען אין שפיטאל ביז לעצטנס.
געווען חתונה געהאט בזיוווג שני. געהאט עטליכע קינדער בזוו"ר אויך...!
ער איז געווען א פראמינענטער ביזנעסמאן און חשוב'ער בעל צדקה...!


ווי אלט איז ער געווען? כ׳מיין אז די פאקטן זענען נישט ריכטיג. ביי וועם איז ער געווען א איידעם די גאנץ ערשטע מאהל?

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:44 am

· #316925
איך מיין אז דער ר' יאנקל שטערן וועם דו האסט געקענט איז טאקע נישט געווען קיין בעל-בתישער יונגערמאן און קיין ביזנעסמאן, נאר א משמש/מקווה איד/אתרוג סוחר/שדכן/בדחן/ספרים פאקער/סכך און הושענות פארקויפער און שמות זאמלער. און ער איז אויכעט נישט געווען חתונה געהאט בזיווג ראשון (גראד אנגעהויבן בזיווג שני...) אבער דער וועם איך האב געקענט איז יא געווען...!

ערנסט גערעדט: זיין שווער בזיווג ראשון האביך נישט געקענט. נאר איך קען די משפחה. פאר מער פרטים דארפסטו דיך ווענדן צו הרב חיים'קע שאולזון. ער פראדוצירט א שמוץ בלעטל. איך, ב"ה נישט...!

דער שכן » מאנטאג יאנואר 11, 2016 8:11 pm

· #317018
נישט געהאט חתונה בזווג ראשון מיט אייניקל פון הרב הצדיק המקובל הישיש ר׳ חיים פסח פעטמאנן זצ״ל?

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 11, 2016 10:27 pm

· #317052
כדאמרן. ס'געווען אנ'אנדער ר' יאנקל שטערן. מיין ר' יאנקל'ס שווער בזיווג ראשון האט געהייסן דייטש...!

ליפא » פרייטאג יאנואר 15, 2016 9:37 am

· #317601
📎 IMG_20160115_093556.jpg

התם ומתמם עם תמימים » פרייטאג יאנואר 15, 2016 9:50 am

· #317602
דאכט זיך מיר אז ער האט געהייסן ברוין אין איז געוועהן א בחור ליידער

וואס איז געוועהן איצטער מיט איהם

רופא מפורסם » זונטאג יאנואר 17, 2016 4:21 pm

· #317779
זיין טאטע איז געווען ר' משה ברוין ע"ה א בעל תפילה אין קלויזענבורג אויף ליע עוועניו
ער איז געווען אין די זעכציגער יארן.
הב' אברהם יעקב ב"ר יצחק משה ע"ה

פידלער » זונטאג יאנואר 17, 2016 5:00 pm

· #317788
דער שכן
נישט געהאט חתונה בזווג ראשון מיט אייניקל פון הרב הצדיק המקובל הישיש ר׳ חיים פסח פעטמאנן זצ״ל?


ניין. זיין ברודער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 20, 2016 11:18 am

· #318213
Re: יהא זכרו ברוך
אוי, איז ער געווען א זאך. א ברודער פון להבחל"ח הרב יעקב גרינוואלד פון מאנסי/ירושלים, מח"ס עצות והדרכות

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

א איד » מיטוואך יאנואר 20, 2016 12:28 pm

· #318219
Re: יהא זכרו ברוך
איינער ווייסט פרטים וועגן די לוי' פון ראני גרינוואלד

הוגה » מיטוואך יאנואר 20, 2016 1:55 pm

· #318231
א רירענדע בריוו וואס דער נפטר ע"ה האט פארגעליינט פאריאר ביי אן אסיפה איבער מאלעסטעישאן פריווענטשען. ווארענונג, גרייט אייך צו צו וויינען. ער איז געווען א שטארקע אקטיוויסט אין דער נושא, וויווי אויך האט ער פאר לאנגע יארן געהאט א מוסד פאר troubled teenaged מיידלעך. יהא זכרו ברוך.


.

Chasidishmashpia » דינסטאג פעברואר 9, 2016 6:05 am

· #320787
רבי חזקי גריסגוט (46) מלונדון. הארץ אטאקע.
רבי עובדיה רומפלר (70) מלונדון. מחלה הידועה

לית דין בר נש » דינסטאג פעברואר 9, 2016 2:49 pm

· #320827
Chasidishmashpia
רבי חזקי גריסגוט (46) מלונדון. הארץ אטאקע.

א ברודער פון אלי' גריסגאט?

בעל הבית » דינסטאג פעברואר 9, 2016 2:51 pm

· #320828
brothers son

shem-tov » מיטוואך פעברואר 10, 2016 10:42 am

· #320932
הרב גרשון טענעבוים דער דשואיש פרעס שרייבער

Chasidishmashpia » מיטוואך פעברואר 10, 2016 12:52 pm

· #320950
לית דין בר נש
Chasidishmashpia
רבי חזקי גריסגוט (46) מלונדון. הארץ אטאקע.

א ברודער פון אלי' גריסגאט?

א נעפיו, א זון פון הערשי

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 10, 2016 2:16 pm

· #320955
shem-tov
הרב גרשון טענעבוים דער דשואיש פרעס שרייבער


געווען סאך סאך מער ווי א צייטונג שרייבער. אלץ קינד און אלץ בחור האב איך שטארק געגליכנט זיין קאלום "מחברת" ספעציעל ווען ער האט באשריבן חסידישע נייעס. אסאך מאל איז געווען זייער אינטערעסאנט צו זעהן ווי א דרויסענדיגע קוקט אויף אונז. נישט זייענדיג צו באהאווענט מיט די חסידישע התנהגות האבן זיינע ארטירלן אפט ארויפגעברענגט א שמייכלעך. צ.ב.ש. ווען די צוויי וויזניצע ברידער האבן זיך געטראפן נאך אן אפשניט פון אכצן יאר, האט ער געשריבן אז צוליב זייער פארנימענע סקעדשועל האבן זיי זיך נישט געקענט זעהן די אלע יארן.

רב טענענבוים איז געווען פון די פירענדע רבנים אין "איגוד הרבנים" און בכלל געווען פון די גרויסע עסקנים פאר'ן יהדות החרדית.

יהא זכרו ברוך
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45