☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

אוהב דעת » פרייטאג מאי 1, 2015 6:05 pm

· #271791
Re: יהא זכרו ברוך
בעלזע מאנסי האט יעצט געשיקט א ריקארדיג אז יעקב דוד קלאר גייט רעדן צו די עלטערן 6:30
די נובמבר איז 605-475-2335
Access code 534481 #

בעל מדות » פרייטאג מאי 1, 2015 6:08 pm

· #271794
לקראת שבת לכו ונלכה כי הוא מקור הברכה; מיט געמישטע געפילן טרעט כלל ישראל אריין אינעם הייליגן שבת, דער בא שבת בא מנוחה איז אצינד א זאך אויף וואס אידישע קינדער נויטיגען זיך זייער, נאכן איבערלעבן א וואך פון פיינפולע הארצרייסנדע טראגעדיעס. פיצינקע אומוויסנדע עופה'ליך האבן פארלוירן זייער ליבליכער פאסטוך, א אינגע מוטער האט אויסגעהויכט איר נשמה אזוי פלוצלונג, בעת אירע שעפעלעך ווארטן אין זייער וויגעלע אויף דעם טעגליכן הארציגע גוט מארגן, אין באגלייטונג פון א מוטערליכע גלעט וועלכע גוט דעם געפיל און רוהיגקייט אז עס קומט א פרידליכן טאג, אבער היינט איז דער שטימע פארשטילט געווארן... א בית המקדש מעט פריש חרוב געווארן, בלויז טרערן, געוויין, קענען עטוואס פארשטיין געבן וואס ווירקליך עס האט דא פאסירט, נעמליך, יתומים'ליך וועלכע בענקן נאך זייער מאמע... עטליכע שטונדן שפעטער א 3-מאנאטיג נשמה'ליך שיידט זיך פון זיינע נארוואס געווארענע באגלייטער, און קערט זיך צוריק צו רוה אונטערן כסא הכבוד, פארענדיגט איר פליכט אין אזא קורצע זמן, קוים וואס אידישע קינדער אריענטירן זיך פון די צוויי טיפע וואונדן, ווערט עס נאכגעפאלגט מיט די פטירה פון א טייערן איד אין לאנדאן וועלכע איז נפטר געווארן פריצייטיג איבערלאזנדיג אלס און אלעמען ערשיטערט... דער זייגער שפאנט, און דער בלוטיגער שווערד פאלגט נאך מיט איר שוידערליכע גאלאפ, צוויי קינדער ווערן אפגעפירט אין שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד נאכן ארויספאלן פון פענסטער... 24-שטונדן פון שטורמישע טרערן-דורכגעווייקטע קאפיטלען, געשיכטעס וועלכע האלטן נאך אינמיטן פאסירן, בעת די העלדן פון די געשיכטע, די פארצווייפלטע עלטערן, פארקלעמטע פאמיליע מיטגלידער, און די ערשיטערטע כלל ישראל, זענען נאך אין סאמע ברען פון די אנטוויקלונגען, א געשיכטע וועלכע ווערט האר-אויפשטעלנד און דראמאטישער ביי די מאמענט, מיט די אומאנגענעמע ווייטאגליכע טראגעדיע אייניגע שטונדן פאר כניסת השבת אין דער עיר התורה מאנסי, חברים ידידים מאכן זיך א חשבון הנפש, מען דיסקוסירט, מען קוקט צוריק, מען וויקלט אויף מעגליכע אורזאכן וועלכע האבן געקענט פירן צו וואס האט ליידער פאסירט...
איינגעהילט אין שאק, אין שאטן פון טרויער, קלעם, און געוויין צומישעניש, טוט דער עם קשה עורף שטייף ערקלערן, ניין פאר עצבות, ניין פאר שולד-געפילן, און רופט אויס הויעך, טראץ די אויגן זענען נאך הייס-באנעצט פון טרערן, טאטע מיר הערן דיין רוף, טאטע מיר שפירן דיין גלעט, רבש"ע טראצדעם וואס מיר האבן שוין געזאגט די זעלבע נעכטן, פארט זאגן מיר עס איבער, און מיט א שטערקערע אהבה און פארכטיגע ליבשאפט צו דיר, מיר וועלן ביישטיין די נסיונות, ארויסנעמען לעקציעס, זיך שטארקן דארט ווי מיר זענען שוואך און פארמיידן ווייטערדיגע פאטאליטעטן אויפן גלות-מזבח וועלעכע קאכט און זידט ליידער אומאויפהערליך פון אומשולדיגע קרבנות אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר.

כי הוא מקור הברכה, מיר וועלן מקבל פנים זיין דעם שבת קודש מיט א שטערקערע אמונה, חיזוק און אהבה אינעם שבת המלכה, שבת קודש וועלכע ברענגט מנוחה, ישיעות, נאנטשאפט צו אונזער ליבליכער פאטער אין הימל, זאל שוין ברענגען דעם ענדגילטיגער טרייסט מיטן ערשיינונג פונעם הימלישן געטליכן סצענע ווי דער עני רוכב על החמור, קיין ירושלים אונזער פארזיכערטער היים, בקרוב בימינו.

א פרייליכע ליבע שב"ק.

שמעון וואלף » פרייטאג מאי 1, 2015 7:17 pm

· #271816
מעג מען וויסן א נאמען?

ישמעאל הכהן » פרייטאג מאי 1, 2015 7:18 pm

· #271817
כ'מיין האכהייזער

petergrifin » פרייטאג מאי 1, 2015 7:22 pm

· #271818
יואב
וואס ווייסן מיר איבער די גוים? אייביג ווען מ'ברויך פארריכטן עפעס ביינוז איז מען ביזי זאגן וואס טוטצעך ביי די גוים. דעמאלט דערמאנט מען זיך אז ס'עקזיסטירן אנדערע מענטשן און פעלקער אויף דער וועלט.


מען איז ביזי מיט די גוים? ס״ה האב איך געמײנט ארויס ציברענגן אז קינדער זענען קינדער אלל אװער.


פ*ק דע גוים.


דעס איז טאקע דעם אשר קרך. 😎

די גוים זאלן קעיר נעמען פון זייערע פראבלעמען, און אונז זאלן פאר העווען דעמן סעיק קעיר נעמען פון אונזער ש*ט. גענוג מיט אונזער פארדארבענעם חינוך! אונז ברויכמער טון #למעשה.


קײנער זוכט זײ נישט מחנך צו זײן.

petergrifin » פרייטאג מאי 1, 2015 7:23 pm

· #271819
chusid
petergrifin
@chusid

איך בין אויך דורך געגאנגען דער סיסטעם און איך האב עס א דורך געלעבט. און יא וויפיל מיינע קלעס מעיטס האבן מיך ג'רודפט איז מיין מנהל געווען א שטיקל נאצי. אבער דאך שריי נישט סיסטעם. קינדער זענען אלעמאל דא פארשידענע וואס די מידות אדער געפילן זענען נאך נישט ווי עס ברויך. (טייל בלייבן אזוי ליידער מיט די שלעכטס אגאנץ לעבן). בוליס אין די קלאס איז דא איבעראל להבדיל ביי די גויים אויך ענד ביג טיים. לגבי מלמדים אן טרעינינג האסטו א שארקע פוינט און ס'איז א לאנגע נושא פאר זיך.

און דו האלטסט אז די צווייטע נקודה איז נישט א ריזיגע פאקטאר אינעם פראבלעם? קלאר ווי טאג אז יא!


100%.

petergrifin » פרייטאג מאי 1, 2015 7:24 pm

· #271820
יואב
petergrifin
@chusid

איך בין אויך דורך געגאנגען דער סיסטעם און איך האב עס א דורך געלעבט.

לאקי יו!


איך בין נאכאלץ אלײנס סורפרײזט! 😉

איך אויך » מוצ"ש מאי 2, 2015 10:07 pm

· #271826
אוי א שרעקליכע וואך. עס גייט ארום א מעסעדש אז ער האט זיך ל''ע מתאבד געווען נאך וואס מען האט לעצטענס ווידער געטראפן יענע מעשה ביי עם (ער איז יונגערהייט געווען קראנק און זיך ארויסגעדרייט) ,דאס האט עם געמאכט שרעקליך דעפרעסט.

ווייסעך נישט צו דאס איז אמת אבער לאמיר ווארטן מיט די באשולדינגן ביז עס קלארט זיך אויס.

chusid » מוצ"ש מאי 2, 2015 10:12 pm

· #271829
<a class="postlink" href="http://m.ch10.co.il/news/163193/#.VUWDnoHD_qA">http://m.ch10.co.il/news/163193/#.VUWDnoHD_qA</a>

יין שרף » מוצ"ש מאי 2, 2015 10:17 pm

· #271830
ווי האט נאר די פשעווארסקער געזאגט? יאך האב עס געהערט פון א איש נאמן וואס האט עס געהערט פון יענער וואס האט עס געהערט פון א באקאנטן ליגענער...
פלאפעלט פלעין נאך מאנסי.קאם וואס האט גארנישט וועריפייד, און איז מלא טעותים.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש מאי 2, 2015 10:23 pm

· #271832
מאנסי.קאם האט שוין אראפגענומען און זיך אנטשולדיגט.

געוואלדיג » מוצ"ש מאי 2, 2015 11:39 pm

· #271859
די הארץ רייסט שטיקער ביי אזעלעכע טראגעדיעס, ליידער נישט די ערשטע מאל וואס מען הערט אזאנס, אוי אוי ווי קען מען דאס אדורך טראגן וואס טראכט מען וואס זאגט מען אין אומר ואין דברים, איך אליין בין א מחנך אין א געוויסע מוסד, און כאטש אז נישט ביי אונזער מוסד איז דאס געשעהן אבער פארט איז דאס מעורר צו א חשבון הנפש, צו טוה איך גענוג צו געבן אהבה פאר די קינדער, צו פילן טאקע די קינדער אז איך בין דא פאר זיי, צו ווייסן זיי טאקע וויפיל איך זארג מיך פאר זיי, צו זארג איך מיך טאקע גענוג פאר זיי, וואלט חלילה ביי אונז נישט געקענט געשעהן אזא מעשה, איך ווייס נישט, איך בין זייער צובראכן און עס איז צייט פאר א חשבון הנפש פאר מיר און פאר אלע מחנכים.

מיט א צובראכענע הארץ
געוואלדיג

chusid » זונטאג מאי 3, 2015 12:04 am

· #271871
געוואלדיג
די הארץ רייסט שטיקער ביי אזעלעכע טראגעדיעס, ליידער נישט די ערשטע מאל וואס מען הערט אזאנס, אוי אוי ווי קען מען דאס אדורך טראגן וואס טראכט מען וואס זאגט מען אין אומר ואין דברים, איך אליין בין א מחנך אין א געוויסע מוסד, און כאטש אז נישט ביי אונזער מוסד איז דאס געשעהן אבער פארט איז דאס מעורר צו א חשבון הנפש, צו טוה איך גענוג צו געבן אהבה פאר די קינדער, צו פילן טאקע די קינדער אז איך בין דא פאר זיי, צו ווייסן זיי טאקע וויפיל איך זארג מיך פאר זיי, צו זארג איך מיך טאקע גענוג פאר זיי, וואלט חלילה ביי אונז נישט געקענט געשעהן אזא מעשה, איך ווייס נישט, איך בין זייער צובראכן און עס איז צייט פאר א חשבון הנפש פאר מיר און פאר אלע מחנכים.

מיט א צובראכענע הארץ
געוואלדיג

אויב ביסטו אין א חרדישן מוסד דאן קען איך דיר ארויסנעמען פון דיינע ספיקות-- הגם דו פערזענטליך פראבירסט מן הסתם צו טוען גוטס אבער אין ( כמעט )יעדע חרדישע מוסד אין די טרייסטעיט עריע קומט פאר פשיעות במזיד אנטקעגן קינדער. זייטס מוחל- קומטס נישט ארויס יעצט ווי די בת היענות און זיך ווינדערן...........

א איד » זונטאג מאי 3, 2015 12:17 am

· #271875
Re: יהא זכרו ברוך
געהערט היינט אז מען האט עם מאלעסטעד?
איך לייג עס ארויף פשוט ווייל קיינער האט עס נאכנישט אויפגעברענגט.
באט איי דאוט אז דאס איז עס.

שמעון וואלף » זונטאג מאי 3, 2015 12:40 am

· #271878
ס'פעלט נישט אויס צו זאגן אז די האסט עס געהערט ווייל אין די היינטיגע צייטן ווען יעדער איז אזוי אבסעסט מיט מאלעסטעישן, איז עס דורכגעלאפן ביי יעדן אין קאפ.

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג מאי 3, 2015 1:17 am

· #271888
שרעקליך!!

וואס הייסט אז ער האט זיך גענומען דער לעבן
ווי אזוי האט מען איהם געטראפן אין ווי איז דאס געשעהן?.?

חקרן » זונטאג מאי 3, 2015 1:51 am

· #271897
שמעון וואלף
ס'פעלט נישט אויס צו זאגן אז די האסט עס געהערט ווייל אין די היינטיגע צייטן ווען יעדער איז אזוי אבסעסט מיט מאלעסטעישן, איז עס דורכגעלאפן ביי יעדן אין קאפ.


ס'איז דער גרינגסטער וועג דאס ארויפצואווארפן אויף די ענינים. ממ"נ, אויב וועט נתברר ווערן אז דער בחור האט עווער אין זיין היסטאריע געהאט אמאל קדושה פראבלעמען (אזוי ווי א גרויסער פראצענט פון בחורים) העט דאך נחום שפרינגען אז איינס מיט איינס איז צוויי און עולם גולם וועט נאכשפרינגען און גלויבן. ווידער טאמער נישט, נו, ווייסט מען דאך נישט דערפון, אבער לא ראינו אינו ראיה, עס איז פאראן א גרויסער חשש אז יא, והראיה - די צייטונגען שרייבן בפירוש 'התעללו בו רגשית' (גיי קוק אויף נחום'ס בלאג), אז מען לערנט אפ דעם טיפן באדייט פון אן אפענער צייטונג שרייבער, זעט מען קלאר אז עס איז געווען עפעס מיט אים, און אויב טרעפט מען עס נישט, איז דאס נאך איינע פון די פילע מיליאנען הוכחות אז די קאמיונטי באהאלט אונטערן קארפעט - א פארטיגע ארטיקל פאר שמריהו'ן.

סא, נחום איז דא ממ"נ געדעקט.

לכבוד שבת קודש » זונטאג מאי 3, 2015 2:32 am

· #271911
(אראפגענומען כבקשת חברינו היק')

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 3, 2015 2:34 am

· #271912
פארוואס ביסטו אפילו מעתיק??

Kool man » זונטאג מאי 3, 2015 12:10 pm

· #271974
צו די וואס האבען ליב אייביג צו שרייען סיסטעם סיסטעם, להווי ידוע אז בוליאינג איז א פיהל גרעסערע פראבלעהם ביי די נישט יודישע געמיינדע, און דארט גייט עס אלל דע וועי, א גרויסע ראטע פון סואיסיידס ביי יונגע צוליב בוליאינג, ביטע סטאפ מיט די פי עס פון סיסטעם, הערטץ אויף צו זיין אבסעסד

יואב » זונטאג מאי 3, 2015 12:40 pm

· #271980
יואב
וואס ווייסן מיר איבער די גוים? אייביג ווען מ'ברויך פארריכטן עפעס ביינוז איז מען ביזי זאגן וואס טוטצעך ביי די גוים. דעמאלט דערמאנט מען זיך אז ס'עקזיסטירן אנדערע מענטשן און פעלקער אויף דער וועלט. פ*ק דע גוים. די גוים זאלן קעיר נעמען פון זייערע פראבלעמען, און אונז זאלן פאר העווען דעמן סעיק קעיר נעמען פון אונזער ש*ט. גענוג מיט אונזער פארדארבענעם חינוך! אונז ברויכמער טון #למעשה.

אחד העם » זונטאג מאי 3, 2015 1:02 pm

· #271989
איך בין ערשיטערט!
סלייגט זיך מיר נישט אן, בעסער געזאגט, סווילט זיך מיר נישט גלייבען אז מען נעמט זיך דאס לעבן סתם פון ווערן געטשעפעט.

יואב » זונטאג מאי 3, 2015 1:05 pm

· #271990
 למעשה ווי ס'שטעלט זיך ארויס האט ער טאקע גענומען ס'טויט, נישט דאס לעבן.

מילכיג » זונטאג מאי 3, 2015 4:15 pm

· #272033
יואב
 למעשה ווי ס'שטעלט זיך ארויס האט ער טאקע גענומען ס'טויט, נישט דאס לעבן.

וואס הייסט אז ס'האט זיך אויסגעשטעלט?

חקרן » זונטאג מאי 3, 2015 4:47 pm

· #272046
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2015/05/16.html">http://bshch.blogspot.com/2015/05/16.html</a>

<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2015/05/16_3.html">http://bshch.blogspot.com/2015/05/16_3.html</a>

<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2015/05/blog-post_79.html">http://bshch.blogspot.com/2015/05/blog-post_79.html</a>

דוכט זיך אז נחום האלט אויך אינמיטן ארויפלייגן אן עמערזשנסי אויף נומער 100

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 3, 2015 5:04 pm

· #272051
GB קלאדינג איז פארמאכט צוליב א שבעה ביי די ביערמאן משפחה.

חקרן » זונטאג מאי 3, 2015 8:27 pm

· #272147
שרייבט מיר יעצט א ויז'ניצע חסיד, אז זיין רבי האט מגיב געווען אויף די מעשה 'ולא נודע מי הכהו', ומי יעמוד בסוד......

chaims » זונטאג מאי 3, 2015 8:39 pm

· #272149
Re: יהא זכרו ברוך
חקרן
שרייבט מיר יעצט א ויז'ניצע חסיד, אז זיין רבי האט מגיב געווען אויף די מעשה 'ולא נודע מי הכהו', ומי יעמוד בסוד......

און פאר אונז שוטים ווילסטו מרחיב זיין?

חקרן » זונטאג מאי 3, 2015 8:43 pm

· #272152
איך האב נישט וואס מרחיב צו זיין, איך ווייס נישט וואס דאס מיינט.

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג מאי 3, 2015 9:04 pm

· #272162
חקרן
http://bshch.blogspot.com/2015/05/16.html

<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2015/05/16_3.html">http://bshch.blogspot.com/2015/05/16_3.html</a>

<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2015/05/blog-post_79.html">http://bshch.blogspot.com/2015/05/blog-post_79.html</a>

דוכט זיך אז נחום האלט אויך אינמיטן ארויפלייגן אן עמערזשנסי אויף נומער 100


הוילע דמיונות

יין שרף » זונטאג מאי 3, 2015 9:07 pm

· #272163
וויאזוי ווייסטו???

לכבוד שבת קודש » זונטאג מאי 3, 2015 9:20 pm

· #272177
ווייסט איינער דעם פילן נאמען פון דעם בחור, צו לערנען לעילוי נשמתו?

יין שרף » זונטאג מאי 3, 2015 9:22 pm

· #272178
הבה"ח יוסף יואל בן יבלחט"א הר"ר אברהם גוטקינד האכהייזער ע"ה

petergrifin » זונטאג מאי 3, 2015 9:35 pm

· #272193
חקרן
http://bshch.blogspot.com/2015/05/16.html

<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2015/05/16_3.html">http://bshch.blogspot.com/2015/05/16_3.html</a>

<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2015/05/blog-post_79.html">http://bshch.blogspot.com/2015/05/blog-post_79.html</a>

דוכט זיך אז נחום האלט אויך אינמיטן ארויפלייגן אן עמערזשנסי אויף נומער 100


אויב זײ װײסן אזוי פיל פארװאס שרײבען זײ נישט א נאמען?
זאלן זײ מודיע זײן איעדען װעט מען כאטש װיסן.

יין שרף » זונטאג מאי 3, 2015 9:48 pm

· #272208
עס גייט פאר א שטילע - אבער גרונטליכע - אויספארשונג!

petergrifin » זונטאג מאי 3, 2015 10:16 pm

· #272220
@ײן שרף דו מײנסט עס ערנסט אדער מײן דיטעקטער ארבײט נישט? שומו שמים.

חאצקעל שניידער » זונטאג מאי 3, 2015 10:26 pm

· #272222
Re: יהא זכרו ברוך
יין שרף
עס גייט פאר א שטילע - אבער גרונטליכע - אויספארשונג!

פון די פאליציי?

שמעקעדיג » זונטאג מאי 3, 2015 10:36 pm

· #272227
וואס איז שומו שמים? איז עס דען אומגעראכטן?

berlbalaguleh » זונטאג מאי 3, 2015 10:55 pm

· #272235
א איד
געהערט היינט אז מען האט עם מאלעסטעד?
איך לייג עס ארויף פשוט ווייל קיינער האט עס נאכנישט אויפגעברענגט.
באט איי דאוט אז דאס איז עס.

נחום וועט זיכער אזוי זאגן...! נישט אז עמיצער האט איהם געפרעגט...!

חאצקעל שניידער » זונטאג מאי 3, 2015 11:19 pm

· #272242
Re: יהא זכרו ברוך
כהאב געזעהן אין זיין טוויטער נאכברענגען פון שאולזאן , אינטערסאנט ער קען נישט אליין באקן ער דארף קויפן פון א אנדערע בעקעריי?

petergrifin » זונטאג מאי 3, 2015 11:33 pm

· #272246
שמעקעדיג
וואס איז שומו שמים? איז עס דען אומגעראכטן?


אז דו ערװארטס אז ס׳גײט געשען איז טאקע צרות. דער װעג שאולזאהן׳ס בלאג לײגט עס אראפ
קען מען מײנען אז ס׳איז אן אפציעלע פאליסי צו האבן מאלעסטערס אז ס׳איז עפעדעמיק דארט.
פארדעם האביך געשריבען שומו שמים.

װען איך בין געװען א אינגע בחור האט זיך געהויבען די פאטראלען אין די בעיסמענטס און אלע
האלװעיס פון שול און חדר װאו קײנער האט זיך כמעט נישט געדרײט. איך װײס נישט װאס טוט
זיך אין מאנסי.

יין שרף » מאנטאג מאי 4, 2015 12:01 am

· #272252
!I'm very very serious

הוגה » מאנטאג מאי 4, 2015 12:03 am

· #272254
petergrifin
װען איך בין געװען א אינגע בחור האט זיך געהויבען די פאטראלען אין די בעיסמענטס און אלע האלװעיס פון שול און חדר װאו קײנער האט זיך כמעט נישט געדרײט. איך װײס נישט װאס טוט זיך אין מאנסי.


פון די פרטים וואס דו גיבסט זעהט אויס אז דו רעדסט ספעציפיש פון באבוב אין ב"פ. דארט זענען די שינויים לטובה איינגעפירט געווארן אין נ"ו, נאכדעם וואס א צוועלף יעריגע יונגעל האט זיך ל"ע גענומען דאס לעבן אין באדע צימער פון זיין היים, ווייל ער איז נאכאנאנד מאלעסטיד געווארן דורך א היימישע. סאונדס פעמיליער?


.

petergrifin » מאנטאג מאי 4, 2015 12:12 am

· #272256
Re: יהא זכרו ברוך
יא!

petergrifin » מאנטאג מאי 4, 2015 12:14 am

· #272257
Re: יהא זכרו ברוך

חקרן » מאנטאג מאי 4, 2015 12:46 am

· #272260
סא, הוגה, דו ביסט שוין קאנווינצט?

הדד בן בדד » מאנטאג מאי 4, 2015 7:38 pm

· #272519
אוהב דעת
בעלזע מאנסי האט יעצט געשיקט א ריקארדיג אז יעקב דוד קלאר גייט רעדן צו די עלטערן 6:30
די נובמבר איז 605-475-2335
Access code 534481 #


איי קענט בעליוו איט, דעם אפגעריסענעם באס דרייווער וואס האט שוין כמה אידישע קינדער אראפגעפירט לטמיון גייט מען ברענגען צו רעדן פאר די עלטערן. דאס ווייזט נאכאמאל וויפיל זיי פארשטייען צו חינוך. שעים אן די מוסדות.

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 4, 2015 7:42 pm

· #272522
Re: יהא זכרו ברוך
איז דא עפעס נייעס מאיז עפעס געוואר געווארן?

chaims » מאנטאג מאי 4, 2015 7:56 pm

· #272525
Re: יהא זכרו ברוך
הדד בן בדד
אוהב דעת
בעלזע מאנסי האט יעצט געשיקט א ריקארדיג אז יעקב דוד קלאר גייט רעדן צו די עלטערן 6:30
די נובמבר איז 605-475-2335
Access code 534481 #


איי קענט בעליוו איט, דעם אפגעריסענעם באס דרייווער וואס האט שוין כמה אידישע קינדער אראפגעפירט לטמיון גייט מען ברענגען צו רעדן פאר די עלטערן. דאס ווייזט נאכאמאל וויפיל זיי פארשטייען צו חינוך. שעים אן די מוסדות.

?????

הוגה » מאנטאג מאי 4, 2015 7:57 pm

· #272526
באס דרייווער? What are you talking about? ער איז די grief counselor פון חי לייפליין. מלפנים מלמד תשב"ר פאפא מאנסי.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45