☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

יעלה ויבא » זונטאג אפריל 17, 2016 1:12 pm

· #329531
Re: יהא זכרו ברוך
📎 uploadfromtaptalk1460913107221.jpg

lead, follow, or get out of the way

דער שכן » מאנטאג אפריל 18, 2016 3:21 am

· #329672
שמעון וואלף
בד"ה

א פרייליכע אידל געווען. אויך א שטיקל ת"ח און פלעגט פארלערנען א שיעור אין ביהמ"ד מונקאטש.

פלעגט פירן די אפיס פון מוסדות מונקאטש אין די גוטע צייטן (וד"ל). שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין א"י פאר עטליכע יאר ווי ער האט געפירט די "שרי ישראל" האטעל און דערנאך זיך צוריקגעקערט קיין נ. י.


זיך אוועקגעגעבן אסאך פאר מונקאטש יענע צייטן. ער איז געווען א בר נש, א מענטש צום טיש, א געוויסע פערזענליכקייט.
זכרונו לברכה.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 10:22 am

· #330389
הגה''צ ר' חיים ישעי' קעניג זצ''ל אב''ד יאקע

דער שכן » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 2:04 pm

· #330417
בד״ה, ר׳ מרדכי ענגעל ע״ה
ר׳ מרדכי ענגעל ע״ה. נעכטן געווען די לוי׳ אין לייקוואד.

איינער געדענקט אים נאך פון 112 ליע עוו.?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 4:06 pm

· #330437
Re: יהא זכרו ברוך
ווער איז געווען זיין שוואגער אין לעיקוואוד?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 27, 2016 7:02 pm

· #330830
מיכל קארפונקעל.

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 27, 2016 7:04 pm

· #330832
ונבנתה העיר
מיכל קארפונקעל.

וכל בית חיים יהושע יבכו את השריפה

אוהב ספרים » מיטוואך אפריל 27, 2016 8:06 pm

· #330840
קאווע טרינקער
ונבנתה העיר
מיכל קארפונקעל.

וכל בית חיים יהושע יבכו את השריפה


וואס עפעס דוקא זיי

און וואס איז מיט מאטעסדארף אדער בעלזא וכו'

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 1:10 am

· #330882
קענסט אויך צולייגן סאטמאר וומ"ס (געגעבן א שיינע נדבה פאר די נייע שול, בעד/ראסס) און סאטמאר מאנסי רח"ש (געגעבן פאר די שול.
אגב, געווען אמאל א באשרייבונג איבער די עשירות פון די קארפינקל ברודער

איך הער אז מ'האט געפירט דעם נפטר קיין ישראל מיט א פריוואטע פליגער כדי מ'זאל נאך קענען מקבר זיין פאר יום טוב

ליפא » מוצ"ש מאי 14, 2016 10:48 pm

· #332979
ר' פנחס ישעיה קארנבלי ז''ל בן צ''ג' בעל מחבר פון עטליכע ביכער אויפן שואה

📎 IMG_20160514_224431.jpg

יואליש » מוצ"ש מאי 14, 2016 10:59 pm

· #332982
איין בוך, "דער טאטע האט געהייסן לויפן", א ביאגראפיע פון זיין איבערלעבעניש אין מאנקא טאבאר, טויטן מארש, די פי לאגער ביז ארויף קיין ישראל. ס'איז איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש און עברית. ער האט אויך געדריקט א ליקוט פון ווערטלעך עה"ת.

געווען א וואוילער, פרייליכע, לעבעדיגע חסידיש איד עד זיבולא בתרייתא.

נעגעל וואסער » זונטאג מאי 15, 2016 4:44 am

· #333004
Re: יהא זכרו ברוך
איהם פערזענליך געקענט.
אזא נאבעלע איד געווען, שטענדיג א גוט ווארט מיט א שמייכעל אויפן פנים.
יהא זכרו ברוך.

לינק צו בחדרי נייעס

אביתר פריעדמאן » זונטאג מאי 15, 2016 1:09 pm

· #333049
פריש איז נישט גענוג אים אראפצומאלען, איין זאך זיכער סדא גענוג יונגע מענטשען וואס ווואלטען זיך געמעגט גיין לערנען פון זיין פרישקייט און זיין מונטער יעדע מינוט פון טאג
יהא זכרו ברוך

מאן דאמר » דינסטאג מאי 17, 2016 12:55 pm

· #333355
בד״ה
צוויי היימישע אידן דערטראנקן אין מיאמי
נאך דריי אין א שווערע צושטאנד
איינער פון זיי א גרויסע פערזענליכקייט
די משפחה איז נאכנישט אינפארמירט, ממילא וועל איך נישט שרייבן קיין נעמען

יעלה ויבא » זונטאג מאי 22, 2016 7:58 am

· #333947
Re: יהא זכרו ברוך
בד"ה ר' טוביה קליין ע"ה (67)
געהאט א פרוכט סטאר אויף 18th ave.
לויה 10:30 פין מונקאטשער בית מדרש

lead, follow, or get out of the way

שמעון וואלף » זונטאג מאי 22, 2016 9:09 am

· #333950
זיך נעבך ארומגעמיטשעט די לעצטע שטיק צייט.
ער איז געווען א בעל בשר און פארלוירן אסאך וואג אפאר יאר צוריק. געהערט האב איך אז די לינגען האבן אים נישט געטויגט לעצטענס.

ער האט געהאנדעלט זייער ערליך און געווען א מוסטער פון אן ארענטליכע בעל הבית. כ'דערמאן מיך ווען ער האט נאך געהאט דאס געשעפט האט מען געוויסט אז ער האט די בעסטע פרוכט אין טאון. ער האט טאקע זיך געלאזט באצאלן און געווען טייערער ווי אנדערע אבער ער האט דעליווערט קוואלעטי סחורה.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 22, 2016 10:44 am

· #333962
יעלה ויבא
בד"ה ר' טוביה קליין ע"ה (67)
געהאט א פרוכט סטאר אויף 18th ave.
לויה 10:30 פין מונקאטשער בית מדרש

lead, follow, or get out of the way

יעלה ויבוא: ס'קען נישט זיין. גיב איהם צו לכה"פ 10 יאר. ווען איך האב חתונה געהאט (41 יאר צוריק) האט ער שוין געהאט א האלב ווייסע בארד.

יעלה ויבא » זונטאג מאי 22, 2016 11:51 am

· #333968
Re: יהא זכרו ברוך
כ׳וואלט געקענט באשטיין נאך 60 מאהר אדער ליידער איז ער נישט געוועין מער פין 67

lead, follow, or get out of the way

berlbalaguleh » זונטאג מאי 22, 2016 11:54 am

· #333969
יעלה ויבא
כ׳וואלט געקענט באשטיין נאך 60 מאהר אדער ליידער איז ער נישט געוועין מער פין 67

lead, follow, or get out of the way

שוין. זאלל זיין. ער איז דאך שוין נפטר געווארן. זאלל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן. יהא זכרו ברוך...!

גאלד » זונטאג מאי 22, 2016 1:24 pm

· #333978
יעלה ויבא
בד"ה ר' טוביה קליין ע"ה (67)
געהאט א פרוכט סטאר אויף 18th ave.
לויה 10:30 פין מונקאטשער בית מדרש



אוי וויי! בד"ה!

גוט געקענט, באמת א טאיערע איד, געהאט זיין מקום קבוע אונטערן באלעמער אין ביהמ"ד, נישט געשמועסט, געצויגן א געוויסער רעספעקט ביי אלע אנ"ש חסידי מונקאטש,

אוי א חבל, מונקאטש האט לעצטנס פארלוין פון אירע שענסטע אידן, ר' שמחה, יעצט ר' טובי'

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 1, 2016 2:02 pm

· #335735
בד"ה הרבנית אשת הרב יחזקאל ראזענבוים אב"ד קרעטשניף וומ"ס (בן אדמו"ר ר' זיידל), בת הרב מאיר שנעבאלג אב"ד האניפאלי, נפטר געווארן אין יונגן עלטער פון 35 יאר נאכן נישט זיין געזינט א שטיק צייט, איבערלאזענדיג 4 יתומים'לעך.

די ווייטאג איז זייער גרויס ספעציעל פאר איר מאן וואס זיין מאמע איז אויך אוועק יונגערהייט פון די ביטערע מחלה. לוי' גייט איצט ארויס פון קרעטשניף ביהמ"ד אויף הופפער סט.

ויה"ר אז מ'זאל מער נישט וויסן פון קיין שלעכטס

א איד » מיטוואך יוני 1, 2016 5:56 pm

· #335804
לוי' דיטעילס?

lazar » מיטוואך יוני 1, 2016 6:02 pm

· #335806
א איד
לוי' דיטעילס?

זי איז שוין באגראבן

געוואלדיג » מיטוואך יוני 1, 2016 6:03 pm

· #335807
האט נישט געהייסן אז מען טראגט איהר קיין א"י?

א איד » מיטוואך יוני 1, 2016 6:12 pm

· #335809
lazar
א איד
לוי' דיטעילס?

זי איז שוין באגראבן

ווי? איז ר' זיידל געווען ביי די לוי'? איז דא בילדער פון די לווי'?

ליפא » מיטוואך יוני 1, 2016 8:17 pm

· #335841
נעבעך א קינד אין ווילי געפאלן פון א פענסטער בד''ה.

ליפא » מיטוואך יוני 1, 2016 10:12 pm

· #335871
שמעון וואלף
בד"ה הרבנית אשת הרב יחזקאל ראזענבוים אב"ד קרעטשניף וומ"ס (בן אדמו"ר ר' זיידל), בת הרב מאיר שנעבאלג אב"ד האניפאלי, נפטר געווארן אין יונגן עלטער פון 35 יאר נאכן נישט זיין געזינט א שטיק צייט, איבערלאזענדיג 4 יתומים'לעך.

די ווייטאג איז זייער גרויס ספעציעל פאר איר מאן וואס זיין מאמע איז אויך אוועק יונגערהייט פון די ביטערע מחלה. לוי' גייט איצט ארויס פון קרעטשניף ביהמ"ד אויף הופפער סט.

ויה"ר אז מ'זאל מער נישט וויסן פון קיין שלעכטס

ביטער נעבעך
📎 IMG_20160601_221112.jpg

אברך משי » מיטוואך יוני 8, 2016 2:15 pm

· #337221
דער מיט די לאנגע גרויע בארד אויף די רעכטע זייט איז די פאטער פון נפטרת?

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 8, 2016 3:04 pm

· #337230
יא
הגה"צ אב"ד האניפאלי

ליפא » מוצ"ש יולי 2, 2016 10:35 pm

· #339875
📎 803730640_14881.jpg

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יולי 26, 2016 2:28 pm

· #343593
בד"ה

ביליג » דינסטאג יולי 26, 2016 2:52 pm

· #343595
Re: יהא זכרו ברוך
שמועה רחוקה !

א איד » דינסטאג יולי 26, 2016 6:07 pm

· #343621
Re: יהא זכרו ברוך
ס'איז נאך אין די שלושים

65th » דינסטאג יולי 26, 2016 6:26 pm

· #343626
Re: יהא זכרו ברוך
מקסיקו: המילארדר מרקוס כץ ז"ל הלך לעולמו
לאחר 90 שנים של פעילות נמרצת למען עם ישראל ותקומתו, הלך הבוקר הנגיד המפורסם לעולמו, כשבני משפחתו סובבים את מיטתו
משה ויסברג 23:15 26/07/2016


מרדכי דוד (מרקוס) כץ ז
מרדכי דוד (מרקוס) כץ ז"ל. צילום: בחדרי חרדים
ברוך דיין האמת - בקליפורניה נפטר הבוקר (ג') שעון ארה"ב המיליארדר ד"ר מרדכי דוד (מרקוס) כץ ז"ל, מראשי הקהילה היהודית במקסיקו ומגדולי תומכי מדינת ישראל, מי שהקים מפעלים רבים לתורה ולציונות, כשהוא בן 90 בפטירתו.

בתקופה האחרונה נחלש מאוד והמשיך בשגרת חייו, אך הבוקר נפטר בפתאומיות כאשר בני משפחתו קוראים עמו את פסוקי הוידוי.

כץ נולד ב- 1917 בפולין וניצל בעור שיניו מציפורני הנאצים ימ"ש ועלה לישראל כנער צעיר בגפו. בישראל התאחד עם הוריו וירד עמם למקסיקו, שם החל לעסוק במסחר, עשה חיל בעסקים והפך לאחד מעשירי הקהילה היהודית במקסיקו.

בבעלותו של כץ היו חברות תעופה, חברות לייצור פלסטיק. במשך כל השנים שמר על קשרים קרובים עם ראשי ונשיאי מדינת ישראל, תמך בהם בעצה, סייע כספית למדינה ואף היה ממייסדי התעשייה האווירית.

מרקוס הקים לזכר אמו ע"ה את "פרס כץ" במסגרתו חילק פרסים לעשרות רבנים וגדולי תורה שעסקו בפתרונות הלכתיים להתפתחות הטכנולוגיה כדוגמת הגר"י נויבירט זצ"ל הגרא"י ולדנברג זצ"ל הגרז"נ גולדברג מכון 'צומת'.

מרקוס ז"ל היה מצאצאי הרבי בעל ה'דברי חיים' מצאנז זיע"א ותרם מיליוני דולרים למוסדות החינוך של חסידות באבוב בניו יורק וזכה לקרבה מצד אדמו"רי בית באבוב.

ל'בחדרי חרדים' נודע כי בחודשים האחרונים עמל הסופר שלמה קוק יחד עם מרקוס כץ ז"ל על עריכת ספרו האוטוביוגרפי הכולל עדויות נדירות על שנותיה הראשונות של המדינה ועל פעילותו ושיחותיו עם גדולי התורה ומנהיגי המדינה.

ארונו יגיע לישראל והלוויתו תתקיים ביום חמישי בירושלים

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.


Sent from my iPhone using Tapatalk

לבלר » זונטאג אוגוסט 28, 2016 1:17 am

· #347462
Re: יהא זכרו ברוך
Orthodox Jewish 'Law & Order 'actor Steven Hill dies at 94

<a class="postlink" href="http://m.jpost.com/Diaspora/Orthodox-Jewish-Law-and-Order-actor-Steven-Hill-dies-at-94-466134#article=6017Rjc4REM3N0I4MEQwQzFCMUFEQzc4MjdGQkVCMDhGREM=">http://m.jpost.com/Diaspora/Orthodox-Je ... VCMDhGREM=</a>

לַבְלָר היה אדם שידע קרוא וכתוב

ליפא » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 12:44 pm

· #347811
ברוך דיין האמת
מו"ה פייוויל ווייס ע"ה - ק"י
לא הניח אחריו זש''ק

עפעס דערציילט מען א מעשה וועגן אים און נאך תלמידים מיט'ן רבי'ן.
אינטערעסאנט אז ער איז נפטר כו אב

ליפא » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 12:59 pm

· #347812
הרה”ח ר’ פייבל ווייס ז”ל ווערט געזען מיט’ן ביבער-הוט ווי ער פירט ארויס די מטה פון מרן רבינו קודש הקדשים מסאטמאר זי”ע, אין יענעם ביטערן זונטאג פרשת שופטים, כ”ו אב תשל”ט, אין קרית יואל

📎 IMG_20160830_125801.jpg

פליקער » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 1:09 pm

· #347815
ליפא
הרה”ח ר’ פייבל ווייס ז”ל ווערט געזען מיט’ן ביבער-הוט ווי ער פירט ארויס די מטה פון מרן רבינו קודש הקדשים מסאטמאר זי”ע, אין יענעם ביטערן זונטאג פרשת שופטים, כ”ו אב תשל”ט, אין קרית יואל

שיינע טאג צום נפטר'ן, אבער קומט נישט צו צי לעבען כ"ו אב

ליפא » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 1:13 pm

· #347816
זאג עס פאר די וואס האבן געלעבט יענעם ביטערן טאג כו אב 'לט, אדער כו אב 'נא...

ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 8:31 pm

· #348972
ר' יוסי פאלאק

ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 8:57 pm

· #348973
📎 IMG_20160908_205656.jpg

ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 10:04 pm

· #348976
Yossi Polock was 58

Had no kids of his own but we were all like kids to him.

Went with a shtreimel so was married at a short period.

Was always a sick person had asthma and other illnesses.

His father was Reb Aron Pollock from the most Hasidic Rabbis in Satmar A Shoichet.

Yossi was the most beloved person in Williamsburg used to throw candy from his bus while driving for us all the kids and call us cute knick names.

May his blessed memory be an inspiration to all of us to love and cherish others - even though he had the most unfortunate life than all of us - full of pain and sorrow but always with a boisterous smile to cheer up others.

תנצב"ה

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 10:29 pm

· #348978
בד"ה

ליפא » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:25 pm

· #349554
ליפא
ברוך דיין האמת
מו"ה פייוויל ווייס ע"ה - ק"י
לא הניח אחריו זש''ק

עפעס דערציילט מען א מעשה וועגן אים און נאך תלמידים מיט'ן רבי'ן.
אינטערעסאנט אז ער איז נפטר כו אב

הוא היה אומר ''ס'וועט קומען א טאג וואס מ'וועט שוין מעגן טון אלעס אבער איך וועל שוין קיין כח נישט האבן.''

ציבעלע-קיגל » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:08 pm

· #351281
ברוך דיין האמת

שמעון פרס ע"ה

יעלה ויבא » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 5:40 am

· #351872
Re: יהא זכרו ברוך
בד"ה הרה"ח ר׳ בנימין וויליגער ז"ל



lead, follow, or get out of the way

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 6:01 am

· #351873
יעלה ויבוא: ווי אלט געווען...?

מיר'ער בחור » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 6:19 am

· #351874
הרה"ח ר' יוסף בנימין בן הרה"ג ר' מרדכי ע"ה , געווען נאך ביים מנחת אלעזר, ביים ריי"צ פון ליובאוויטש , אין א תלמיד פונעם קלויזענבורג'ער רב , יהא זכרו ברוך.

יעלה ויבא » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 7:15 am

· #351877
Re: יהא זכרו ברוך
berlbalaguleh
יעלה ויבוא: ווי אלט געווען...?

95

lead, follow, or get out of the way

mevakesh » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 8:09 am

· #351879
Re: יהא זכרו ברוך
יעלה ויבא
berlbalaguleh
יעלה ויבוא: ווי אלט געווען...?

95

lead, follow, or get out of the way

דיין חתימה קומט ארויס זייער גראב דא...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45