☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

שבת אחים » דינסטאג מאי 2, 2017 12:10 pm

· #369689
זיין ווייב ציפורה זז״ג די יונגסטע טאכטער פון ר׳ חיים מארי׳ל איז אראפ פון דרך, פאר יאהרן לאנג האבן זיי געוואוינט אין א קיבוץ און אפענערהייט נישט געהאלטן קיין שבת, זייערע קינדער זענען פרומע, און אויף דער עלטער האבן זיי צוריקגעדרייט די זייגער, ער האט זיך אנגעטוהן א גרויסע ספאודיק וכו׳... עכ״פ פון אינדורסן זענען זיי געווארן בעלי תשובה. וואס טוט זיך אינעווענדיג ווייסט איין איינציגער גאט...

דובר משרים » דינסטאג מאי 2, 2017 3:01 pm

· #369708
אפגעזען וואס ער איז געווען אין די אינגע יארן, האט ער אבער אויף די שפעטערע יארן געקענט איינפאקען אסאך גרעסערע פון עם. חבל על דאבדין! זי"ע

תנחום » דינסטאג מאי 2, 2017 3:17 pm

· #369711
ווען כ'בין געוועהן אין אר"י נישט צו לאנג צוריק בינעך ארויף צום רבי'ן ער האט האט מיר ווארעם אויפגענומען כ'האב אויך געהאט מיט איר א לאנגע שמועס. זי איז פריש און מונטער. געהערט פון איר גאר אינטרעסאנטע ערשט-האנטיגער עפיזאדן וואס ווערט נישט דערציילט...

שבת אחים » דינסטאג מאי 2, 2017 4:25 pm

· #369717
דובר משרים
אפגעזען וואס ער איז געווען אין די אינגע יארן, האט ער אבער אויף די שפעטערע יארן געקענט איינפאקען אסאך גרעסערע פון עם. חבל על דאבדין! זי"ע


דהיינו? וואס האט ער פארקויפט? אדרבה פארצייל.

שבת אחים » דינסטאג מאי 2, 2017 4:26 pm

· #369718
תנחום
ווען כ'בין געוועהן אין אר"י נישט צו לאנג צוריק בינעך ארויף צום רבי'ן ער האט האט מיר ווארעם אויפגענומען כ'האב אויך געהאט מיט איר א לאנגע שמועס. זי איז פריש און מונטער. געהערט פון איר גאר אינטרעסאנטע ערשט-האנטיגער עפיזאדן וואס ווערט נישט דערציילט...


שעמטס ענק נישט, פארציילטס די מעשיות.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 3, 2017 12:57 am

· #369749
אין די פאריאריגע (תשע"ו) פסח אויסגאבע האט די משפחה געהאט א לענגערן באריכט איבער דעם פאשקאנער רבי'ן, און זיין רביצין, ציפורה. די טאכטער פון אמרי חיים. זיי האבן בכלל נישט געשריבן איבער זייער נישט שמירת שבת, אפילו וואוינענדיג אין קיבוץ. און אז ציפורה'לע האט געקענט איבער זינגען די שטיקלעך פון דאווענען פון ר"ה-יו"כ ביים זיידן דעם אהבת ישראל...! און אז ער האט געפיהרט טיש. און אז אלע מזרחי איינוואוינערס זענען געקומען צום טיש...!

שבת אחים » מיטוואך מאי 3, 2017 1:40 am

· #369753
berlbalaguleh
אין די פאריאריגע (תשע"ו) פסח אויסגאבע האט די משפחה געהאט א לענגערן באריכט איבער דעם פאשקאנער רבי'ן, און זיין רביצין, ציפורה. די טאכטער פון אמרי חיים. זיי האבן בכלל נישט געשריבן איבער זייער נישט שמירת שבת, אפילו וואוינענדיג אין קיבוץ. און אז ציפורה'לע האט געקענט איבער זינגען די שטיקלעך פון דאווענען פון ר"ה-יו"כ ביים זיידן דעם אהבת ישראל...! און אז ער האט געפיהרט טיש. און אז אלע מזרחי איינוואוינערס זענען געקומען צום טיש...!


זיכער וועלן זיי נישט שרייבן אין די ׳משפחה׳ אז זיי האבן נישט געהאלטן קיין שבת, האסט געהאלטן אז יא???

זי איז זייער א געשמאקע קלוגע פרוי, זי קען טאקע זינגען וויזניצע נוסח און ניגונים, אפאר פון מיינע חברים פלעגן איר באזוכן, זי איז געוועהן זייער העפליך צו זיי און איז גאר א געשמאקע chiller, אפילו ר׳ מאטעלע וואס איז נישט קיין גרויסע שמועסער, האט איינמאל גערעדט צו איר א שיינע פאר שעה אליינס אין איר שטוב ווען ער האט באזוכט אין ארץ ישראל מיט בערך 22 יאהר צוריק.

איז מעגליך אויפצוזוכן די משפחה ארטיקל? ווי קען מען עס ליינען?

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 3, 2017 1:00 pm

· #369782
שבת אחים. דו קענסט דיך ווענדן צו די אפיס פון משפחה (עברית). און אנגעבן דעם דאטום פון די קאפיעס וואס דו זוכסט...! הצלחה...!

וואלווי » מיטוואך מאי 3, 2017 6:28 pm

· #369808
אדער קען ער אימעלען <!-- e --><a href="mailto:mhager@viznitzmonsey.org">mhager@viznitzmonsey.org</a><!-- e --> און בעטען א טרענסקריפט פון די chilled שמועס 22 יאר צירוק...

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 4, 2017 12:54 am

· #369844
וואלווי
אדער קען ער אימעלען <!-- e --><a href="mailto:mhager@viznitzmonsey.org">mhager@viznitzmonsey.org</a><!-- e --> און בעטען א טרענסקריפט פון די chilled שמועס 22 יאר צירוק...


דער עם העגער האט א פילטער מיינסטו? 😂

קלוגע יודל » דאנערשטאג מאי 4, 2017 1:25 am

· #369848
Re: יהא זכרו ברוך
תנחום
ווען כ'בין געוועהן אין אר"י נישט צו לאנג צוריק בינעך ארויף צום רבי'ן ער האט האט מיר ווארעם אויפגענומען כ'האב אויך געהאט מיט איר א לאנגע שמועס. זי איז פריש און מונטער. געהערט פון איר גאר אינטרעסאנטע ערשט-האנטיגער עפיזאדן וואס ווערט נישט דערציילט...

זי קאלעכט שוין אין גרויסן

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מאי 29, 2017 10:14 am

· #372807
בד"ה ר' פישל הערשקאוויטש ז"ל

איש את רעהו » פרייטאג יוני 16, 2017 6:29 pm

· #375535
בד"ה
רבי יושע עקשטיין ע"ה
די לוי' גייט באלד ארויס אין די בית החיים בקרית יואל

געוואלדיג » זונטאג יוני 18, 2017 9:18 am

· #375579
בד״ה
ר׳ מנחם דאווידאוויש ז״ל
פון ירושלים, בעל קורא וסופר מומחה, יעדער סופר נוצט זיין תיקון קוראים צו איבער שרייבן פון דעם די ס״ת.

א איד » זונטאג יוני 18, 2017 5:29 pm

· #375639
Re: יהא זכרו ברוך
ווי אלט איז ער געווען?

יעלה ויבא » מוצ"ש יוני 24, 2017 10:44 pm

· #376713
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת
בליל שבת קודש נלב״ע הרה״ג ר׳ עזרי׳ זושא פאללמאן זצ״ל
ראש הישיבה של המתיבתא דבאבוב.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות

lead, follow, or get out of the way!

יעלה ויבא » מוצ"ש יוני 24, 2017 10:47 pm

· #376714
Re: יהא זכרו ברוך
בד"ה האשה החשובה אשת הרה"ג ר' אלתר יחזקאל הוירוויץ ז"ל דומ"ץ ווין.

lead, follow, or get out of the way!

איסר האטלקי » מוצ"ש יוני 24, 2017 11:58 pm

· #376722
יעלה ויבא
בד"ה האשה החשובה אשת הרה"ג ר' אלתר יחזקאל הוירוויץ ז"ל דומ"ץ ווין.

lead, follow, or get out of the way!

מאמע פון ראש ישיבת באבוב און חדב"ן ממונקאטש?

יעלה ויבא » זונטאג יוני 25, 2017 12:06 am

· #376727
Re: יהא זכרו ברוך
יא.

lead, follow, or get out of the way!

ציבעלע-קיגל » זונטאג יוני 25, 2017 12:12 am

· #376728
בד"ה

איש את רעהו » זונטאג יוני 25, 2017 10:00 am

· #376739
בד"ה
בילד📎 0B32A09BFFF64EE7853689FE00DF9D75.jpg

איסר האטלקי » מאנטאג יוני 26, 2017 1:57 pm

· #376830
בד"ה. נישט אז עס איז נוגע צום עצם טראגעדיע, אבער א טייערע נשמה איז ער פארט געווען.
א מורא'דיגער איידלקייט פון א אינגערמאן. א פארלוסט פאר אלע זיינע ידידים און באקאנטע, און פארן גאנצן שטאט.

וויפיל קינדער איבערגעלאזט?

איש את רעהו » מאנטאג יוני 26, 2017 2:17 pm

· #376832
בד"ה
אלט געווען 36 יאר
..
די מגייסי לצבא בישראל כיכר השבת וחביריו ווייסן גענוי פ"וו עס קומט פאר די נפטר..

וואלווי » מאנטאג יוני 26, 2017 2:33 pm

· #376834
איש את רעהו
בד"ה
אלט געווען 36 יאר
..
די מגייסי לצבא בישראל כיכר השבת וחביריו ווייסן גענוי פ"וו עס קומט פאר די נפטר..


SHUT UP

diff » מאנטאג יוני 26, 2017 7:07 pm

· #376873
זיי שטאמען פון דעם רב מטעם, ווייט פון קנאים
When Rabbi Weinberger died suddenly in 1925, there was a serious disagreement as to who will replace him. This conflict became so serious that
the government had to interfere by appointing a lawyer, Roter, from Bratislava to run the congregation. The turmoil did not quiet down even after Rabbi Hillel Weinberger was appointed as chief Rabbi.
Those who did not agree with the choice quit the congregation in 1927 and organized themselves as a separate congregation, Adat Israel. The dayan Rabbi Asher Anshel Katz was chosen as their Rabbi and a separate synagogue was built. Since then there were two yeshivas, each run by one of the Rabbis. In 1929 they built a Beth Midrash, a Talmud Torah and an elementary Jewish school.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 26, 2017 7:38 pm

· #376876
Diff: Those names that you mention have a very familiar ring. Rabbi Hillel Weinberger and Rabbi Asher Anshel Katz are mentioned in the Jewish world of political news in 2017. Almost on a daily basis. History (and historic names) has an interesting way of repeating itself...!

איש את רעהו » מאנטאג יוני 26, 2017 9:09 pm

· #376896
וואלווי
איש את רעהו
בד"ה
אלט געווען 36 יאר
..
די מגייסי לצבא בישראל כיכר השבת וחביריו ווייסן גענוי פ"וו עס קומט פאר די נפטר..



SHUT UP


אז זיי שרייבן בלי בושה, נארישע און נידערטרעכטיגע ווערטער, מעג מען זיי פארדאמען.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 26, 2017 11:00 pm

· #376913
[ציטאט אראפגענומען]

מער אויפגעטוהן ווי גאנץ עוז והדר

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 28, 2017 11:11 pm

· #377163
[ציטאט אראפגענומען]


יאפ, די זוממער האט זיך ניטאמאל אנגעהויבן און דא הערט מען אז דער בעלזער בחור האט זיך פלוצלינג אויפגעוועקט און רעדט כאחד האדם! יא. א נס בזכות תפילת רבים.

זוממער ווי ווינטער איז דא גוטע נייעס אויך.
@שמעקעדיג

בן אדם » מאנטאג יולי 3, 2017 8:49 pm

· #377675
[ציטאט אראפגענומען]

א שיין סיפור'ל

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 3, 2017 10:27 pm

· #377687
בן אדם: יהא זכרו ברוך. אבער מיין שאלה איז אויב ער האט נאך געקענט ארויפגיין די סטעפס פונ'ם עראפלאן. נאכ'ן אויסטרינקען א גאנץ פלעשל בראנפן...!

יין שרף » דינסטאג יולי 4, 2017 2:26 pm

· #377809
אויב איז ער געוועזן שר החיצון אין באבוב, דאן האט ער געקויפט א קליין באטעלע..

כלבאשבוע » מוצ"ש יולי 8, 2017 9:57 pm

· #378294
ארז שלמה אלברנס הנודע כרב העלבראנץ מלב טהור
<a class="postlink" href="https://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4986438,00.html">https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 38,00.html</a>

ברוך שאמר » מאנטאג יולי 17, 2017 8:13 am

· #379258
פון טאש קימט א מודעה אז נפטר ר'יוסף פארשווינסקי

diff » מאנטאג יולי 17, 2017 8:21 am

· #379259
תפילתו בוקע רקיעים בהשתפכות הנפש

ברוך שאמר » מאנטאג יולי 17, 2017 8:30 am

· #379260
diff
תפילתו בוקע רקיעים בהשתפכות הנפש

א בילד ביטע

diff » מאנטאג יולי 17, 2017 8:34 am

· #379261
מיט דער בארד אדער אן. כהאב קיין איינס
<a class="postlink" href="https://www.google.com/search?q=joseph+prushinowski&rlz=1C1AOHY_enUS748US748&oq=prushinovski&aqs=chrome.1.69i57j0.12555j0j7&sourceid=chrome&ie=UTF-8">https://www.google.com/search?q=joseph+ ... e&ie=UTF-8</a>
<a class="postlink" href="https://www.google.co.il/#q=%D7%A4%D7%A8%D7%95%D7%A9%D7%99%D7%A0%D7%95%D7%91%D7%A1%D7%A7%D7%99+%D7%99%D7%95%D7%A1%D7%A3">https://www.google.co.il/#q=%D7%A4%D7%A ... 7%A1%D7%A3</a>

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 17, 2017 11:05 am

· #379268
ברוך שאמר
פון טאש קימט א מודעה אז נפטר ר'יוסף פארשווינסקי

ברוך שאמר:...ר' יוסף פרושינאווסקי...כצ"ל...!

diff » מאנטאג יולי 17, 2017 11:25 am

· #379272
ר בערל פארצייל עפעס מער

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 17, 2017 11:35 am

· #379274
דיףף: פרעגט רש"י. מאי סלקא דעתך אז איך ווייס עפעס מער צו פארציילן...! אלא תנא הכי קתני...ווען איך האב געוואוינט אין מאנטריאל, קענעדע האט ער זיך א סאך געדרייט אין ביהמ"ד וואו מיין ראש ישיבה האט געלערנט. ר'האט געדאוונט מיט גרויס כונה און געמאכט קולות ביים דאווענען. דער עיקר איז. ער האט מקפיד געווען ארויסצוזאגן די ווערטער, ספעציעל ביי קריאת שמע מיט גרויס פונקטליכקייט. אויב א ווארט איז נישט ארויסגעקומען צו זיין צופרידנהייט האט ער עס איבערגעזאגט עטליכע מאל ביז ס'איז ארויסגעקומען חד וחלק. א יעדער (אפילו די צייטונגען) האט געוואוסט אז ער איז א גרויסער ירא שמים...נאכדעים האט ער געמופט קיין טאש, יצ"ו...איך האב נאר געליינט פרעסע באריכטן פון צייט צו צייט פון זיינע קונצן. וויאזוי ער האט זיך ארויסגעשמוגלט פאר די אויגן פון די פאליציי. ווען זיי זענען געשטאנען און געווארט אז ער זאלל ארויסקומען פון זיין הויז. ער האט אדורכשפאצירט אין פראנט פו זייערע אויגן פארשטעלט פאר אן אלטע פרוי, מיט א שטעקן...!

איך אויך » מאנטאג יולי 17, 2017 9:02 pm

· #379380
.

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 17, 2017 9:06 pm

· #379382
דו פרעגסט און דו שעלטס איידער דו באקומסט א תשובה?
Shame on you

איך אויך » מאנטאג יולי 17, 2017 9:15 pm

· #379383
.

סמבטיון » מאנטאג יולי 17, 2017 11:52 pm

· #379392
איך אויך , אויב איך מעג דיר מעורר זיין, מען רעד נישט אזוי ווען א יוד שטארבט.
איך געדענק אלטס בחור איז געווען באשריבן אזדי עפ בי איי האט געווארט ביי זיין טיהר און איינע פון זיינע בנים האבן אים ארויסגעטראגן אין א גארבידזש בעג אין פראנט פוןן זייערע אויגן און א פאר שעה שפעטער האט ער זיך ארויס געשליכעט פונעם זאק..

איך אויך » דינסטאג יולי 18, 2017 11:42 am

· #379420
על פי בקשת א ניק וואס זאגט ער איז מבני משפחתו נעם איך עס אראפ.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 18, 2017 12:41 pm

· #379425
איך אויך: בדרך כלל ביניך מסכים מיט דיינע מיינונגען. און דא האלט איך אויך אז דו האסט א שטארקע נקודה. ווייל ס'זעהט אויס ווי דער עולם געט א הסכמה שבשתיקה ( מדשתקי רבנן, וכו'). ספעציעל א מענטש וואס פון איין זייט האט ער געמאכט א רושם ווי א גרויסער ירא שמים. (איך האלט פערזענליך אז די דעמאנסטראציעס פון יראת שמים זענען יא געווען אמת'דיג. איי די טונקלע זייט פון זיין פערזענליכקייט. צו דעם דארף מען צו זיין א פסיכאלאג אדער א פסיכיאטאר דאס מסביר צו זיין.) און ער איז געגאנגען און ער האט באשווינדלט (כמעט) א יעדן איינעם מיט וועם ער איז געקומען אין ביזנעס קאנטאקט. וואס צומאל האט דאס אויך גורם געווען א חילול ה. איך רעד שוין נישט פון די אומגעהויערע פינאנציעלע שאדנס וועלכע האבן באטראפן א סאך יחידים און רבים.

אעפ"כ איז פארהאן אמאל א בחינה פון ..."וידום אהרן"...א יעדער ווייסט דעם אמת. אבער מ'האלט זיך דאך צוריק אין געוויסע פעלער פון ארויסזאגן דאס וואס איז פארשטענדליך פאר א יעדן איינעם. פארשטייצעך. ס'איז דא געוויסע פעלער וואו ס'איז כמעט נישטא קיין לימוד זכות. און די מימרא פון ..."אחרי מות קדושים"... איז נישט שייך. אבער אין דעם פאל מייניך איז עס יא. למשל. עפעס א שטיקל לימוד זכות אויף איהם האביך יא. (נישט אז דאס בארעכטיגט נישט ריכטיגע מעשים.) אז ער איז אויפגעוואקסן אין גרויס ארימקייט און דחקות. און ער איז געווען בבחינת אביון. ווי רש"י הק איז מסביר דעם חילוק פון אן עני ביז אן אביון. דער אביון גלוסט אייביג צו זאכן וואס ער קען נישט צוקומען. און זיין נשמה גייט איהם שיער אויס פאר די אלע זאכן וואס פעלן איהם...!

diff » דינסטאג יולי 18, 2017 1:24 pm

· #379429
זיכט מען דא גערעכטיקייט אדער איז מען אנגעווייטאגט פ"וו מקען נישט אליין באווייז וואס ערט געקענט. וואס טוט מען אליין און וואס וואלט מען אלס געטון ווען מוואלט געקענט. מאיז כסדר מכבד גבירים לאחרם אפי מווייסט מיט וועמענס געלט זיי האבן אנגעהויבן

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 18, 2017 3:01 pm

· #379440
דיףף: מזל טוב צו דיין 1000'סטע תגובה. דו ארבעטס זיך ארויף דא אין קאווע שטיבל, ב"ה. יה"ר שתעלה מעלה מעלה על במתי התורה והיראה. כה יתן ה' וכה יוסיף.

ביטע זאג מיר וואו איך קען פארשאפן פון די מיני געלט מיט וואס די אלע עשירים (לויט ווי דו ביסט אינפארמירט) האבן אנגעהויבן. אזוי אז ווען איך וועל אי"ה זיין 103 יאר אלט וועל איך שוין זיין א שטיקל עושר. און ביי די 117 1/2 וועל איך מיר שוין קענען ערלויבן א בכבוד'יגע פלאץ אין א נוירסינג האום. אפשר זיין דער בעה"ב פון א נוירסינג האום אדער 2. (אהה. כ'האב פארגעסן אז ס'איז שוין נאך פרשת בערגמאן...)...!

מיר'ער בחור » פרייטאג יולי 21, 2017 8:25 am

· #379781
כ"ק אדמו"ר מזוועיהל יוניאן סיטי זצ"ל
ברוך דיין האמת.
מיט גרויס צער און טרויער האבן חסידי וידידי בית צאנז קלויזנבורג - זוועיהל פון איבער די גארער וועלט אויפגענומען היינט צופרי די ביטערע בשורה אז נצחו אראלים את המצוקים און ליידער האט הגאון הצדיק כ"ק מרן אדמו"ר רבי שלמה בן מרדכי זכר צדיק לברכה צוריקגעקערט נשמתו ליוצרו לדאבון לבנו.

די לויה וועט פארקומען אין בית המדרש הגדול אין יוניאן סיטי ארום 11:30.

ויהי רצון שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

מיר'ער בחור » מוצ"ש יולי 22, 2017 11:46 pm

· #379901
די מיטה פארט ארויס יעצט מוצ"ש פון JFK קיין ארץ ישראל ווי די לויה וועט פארקומען מארגן זונטאג ארום 7:30 פארנאכטס אין בית המדרש הגדול צאנז אויפ'ן וועג צום הר הזיתים ווי די רבי זצ"ל וועט קומען לקבורה לעבן קברי אבותיו.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45