☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יהא זכרו ברוך

יהא זכרו ברוך

2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 30, 2015 1:43 pm

· #250960
איז ער דער "אטיק" וואו אלעקסאנדערער בחורים פלעגן רייכענענן אין ארץ ישראל?

שמעון וואלף » פרייטאג יאנואר 30, 2015 2:38 pm

· #250970
ניין, זיין ברידער ר' מנדל

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 1, 2015 5:05 pm

· #251127
ברוך דיין האמת: הרה"ח ר' יוסף שמואל בהרב ר' משה ע"ה שטיינמעץ. נפטר געווארן היינט אינדערפריה. נאכדעם וואס ער איז צוזאמגעפאלן פרייטיג צו נאכטס ביי ספינקא רבי'ס טיש/שבע ברכות. ער איז אריין אין קארדיאק ארעסט. פון וואס ער האט זיך שוין נישט ערהוילט. ער איז געווען 66 יאר אלט.
ער האט געדאוונט אין ספינקא 56סטר. ביז עטליכע יאר צוריק, ווען ער האט אוועקגעמופט. נאכדעם געדאוונט און מיטגעהאלטן די טישן פון כ"ק אדמו"ר מצאנז-קלויזנבורג שליט"א.

ער האט אמאל געארבעט ביי "איצקאוויטש", ע"ה. איך זאג ע"ה ווייל די פירמע איז אונטערגעגאנגען און עקזיסטירט שוין מער נישט. ער איז דארט געווען דער שיפינג מענעדזשער. ער האט דירעקטעד די אנפילונג פון אלע זייערע טראקס, וועלכע זענען געפארן אין אלע גראסעריס איבער אלע שטעט אין די יו.עס.עי.

די לעצטע עטליכע יארן האט ער געארבעט ביי "מיללער'ס" אויף 13טע עוועניו.
ר'איז געווען א שטילער מענטש. און אן איידעלער. ער האט א יעדן אויפגענומען בסבר פנים יפות. ער פלעגט קומען צו מיר אויף די סעודות שבת ויו"ט. זייענדיג אן עלנדער מענטש. ער האט זיך באטייליגט אין אלע מיינע שמחות, און זיך געשפירט ווי א נאנטער מחותן...!

יהא זכרו ברוך... 😞

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 1, 2015 5:16 pm

· #251131
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אלע אידן, און בפרט פאר זיין ידיד ר' בערל שליט"א, זאל ער זיך מיען דו זאלסט דא קענען פארברענגען צו לאנגע געזונטע נחת'דיגע יארן, און דערלעבן משיח.

דער שכן » זונטאג פעברואר 1, 2015 5:20 pm

· #251133
א בילד, ביטע.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 1, 2015 5:22 pm

· #251134
איך וועל בל"נ זוכן. און איך האף צו געפונען, בעז"ה. ער איז נישט געווען א מענטש וועלכער האט ליעב געהאט צו זיין אין די ספאטלייט...!

קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 1, 2015 5:41 pm

· #251137
אז ער האט געארבעט ביי סופר דרייצן איז זעכער דא א בילד פון עים

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 1, 2015 5:47 pm

· #251138
ער האט נישט געארבעט אין זייער מעין סטאר. נאר אקעיגן איבער. נעקסט דאר צו לאנדא'ס ווייטאמין'ס...מיללער'ס האט עס איבערגענימען ווען די גאלדשטיין'ס זענען ארויס פון ביזנעס...!

לית דין בר נש » זונטאג פעברואר 1, 2015 6:15 pm

· #251139
ער האט יא געארבעט אין די מעין סטאר א שטיק צייט ער פלעגט צוזאם שטעלן ארדערס
איך האב אסאך געשמועסט מיט אים נאך לעצטע וואך האב איך פארברענגט מיט אים אשטיק צייט

יעלה ויבא » זונטאג פעברואר 1, 2015 7:47 pm

· #251163
BDH: Levaya of Hrhc"h R' Duvid Levy Zicherman (father of Harbuni R' Volf) tonite 9pm @BM Nanash 210 Division, then to K"Y

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 1, 2015 8:20 pm

· #251170
שמעקעדיג
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אלע אידן, און בפרט פאר זיין ידיד ר' בערל שליט"א, זאל ער זיך מיען דו זאלסט דא קענען פארברענגען צו לאנגע געזונטע נחת'דיגע יארן, און דערלעבן משיח.



אמן.....!

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 1, 2015 8:33 pm

· #251177
יעלה ויבא
BDH: Levaya of Hrhc"h R' Duvid Levy Zicherman (father of Harbuni R' Volf) tonite 9pm @BM Nanash 210 Division, then to K"Y

סליחה, ער האט נאך קינדער, אפשר טאקע נישט אזוי רייך ווי הרה"ג ר' וואלף, אבער ביום המיתה שטייט דאך אין מלוין לו לאדם, לא כסף.. וכו'.

דער שכן » זונטאג פעברואר 1, 2015 10:36 pm

· #251206
לית דין בר נש
ער האט יא געארבעט אין די מעין סטאר א שטיק צייט ער פלעגט צוזאם שטעלן ארדערס
איך האב אסאך געשמועסט מיט אים נאך לעצטע וואך האב איך פארברענגט מיט אים אשטיק צייט


זיין מאמע מיט מרס איצקאוויטש גראסערי זענען געווען שוועסטערס.

ווער געדענקט נאך די אויסגעריבענע לעדעלע ווי זענען געווען אלע געלטער אנשטאט א ראדזשיסטער? קודם פלעגט צו זיצן מיסטער איצקאוויטש, שפעטער די מיסיס.

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג פעברואר 8, 2015 8:42 pm

· #252392
הרה''ח ר' שמואל בער גוטליב ז''ל פין די חשובע קלויזנבורגער חסידים
א מוהל מומחה פאר לאנגע יארן

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 9, 2015 3:38 pm

· #252642
התם ומתמם עם תמימים
הרה''ח ר' שמואל בער גוטליב ז''ל פין די חשובע קלויזנבורגער חסידים
א מוהל מומחה פאר לאנגע יארן

כ'זוך נישט סתם אזוי צו נאכקאפירן ארטיקלען, בפרט פון אייוועלט, אבער צוליב די מוסר השכל דערפון וויל איך מהנה זיין אונזערע חברים דא פון אן ארטיקל געשריבן דורך זאלץוואסער אין אייוועלט:

אויסער וואס איך בין שוין יארן מקנא דעם יוד'ס התמדת התורה, האב איך א אינטערסאנטע געשיכטע מיטגעהאלטן אין נאנאשער ביהמ"ד מיט אים.

איך פלעג אסאך זיצן אין נאנאש, מ'האמיר דארט געהאט אין א געוויסע תקופה חברותות, מער פאר ביינאכט, ווי ליל שישי, וכדו', און אויבן (ווער ס'געדענקט נאך נאנאש אין די בראשית יארן, דעם ווייבער שול דיינינגרום) פלעגן זיצן די צוויי תלמידי חכמים מובהקים הרב חיים הלל היללער שליט"א, פון וועם איך האב ב"ה אסאך געלערנט, און פיהל מער (וואס איך וואלט ווען געקענט לערנען פון אים) נישט געלערנט. מיט זיין חברותא הרב בנימין זאב הערשקאוויטש שליט"א. די צוויי פלעגן דארט אפפראווענען די נעכט הויך אויפן קול, און ר' בנימין זאב מיט "רויך אויפן קול". אזוי אז ס'האט זיך געגלוסט צו זיצן דארט.

אמאל אמאל האט זיך געמאכט אז ווען ס'געווען א יומא דפגרא, ווי למשל בין הזמנים וכו' פלעגן מיר דארט זיצן אויך איבערן טאג, צוליב די געוויסע אייגנארטיגקייטן פון דעם פלאץ.

יעדן טאג 1:00 פלעגט זיין א מנין מנחה, צו וועלכן עס פלעגן קומען אלע אלטע אידן. היינטיגע צייטן ווען מ'בארופט זיך אויף עידזשעס, איז עס געווען לכאורה די עידזש פון תרפ"ט אין מונקאטש...

צווישן די אידן איז נעבעך געווען פארשידנס, געווען אזוינע וואס זענען געווען ווארימע חסיד'ישע און תלמידי חכמים, און אויך איז געווען אזוינע אויף וועם מ'האט דערקענט דעם כל זמן שמזקינים אויפן אומבאקוועמען שטייגער. מיר האבן רעספעקטירט יעדן עקסטער וויסנדיג אז זיי קומען נעבעך פון גאר א שווערן יוגנט, נאר אלץ געטראכט, וואס וועלן מיר ענטפערן ווען מיר וועלן זיין אלט, און האפנטליך נישט דורכגיין קיין קריג? ווען א יונגער אייניקל וועט מיר פרעגן א פשוט'ן מחבר, און איך וועל נישט וויסן, וואס וועל איך זאגן? די באבע איז שולדיג???

אלנפאלס פלעגט 12:00 אזייגער שוין אנקומען א טשערעדע מיט אלטע-עידזש זיידעס, און זיך אראפזעצן ביים אפענעם סידור אויפגעמישט ביי וידבר, מ'פלעגט זיך איינער דעם צווייטן אונטערזאגן דעם פעידזש נומער וואו צו מישן, און מאנכע פלעגן ארויפלייגן דעם גראבן פינגער און טייטלען אויפן ו' פון וידבר, אוואו דער מלמד וואלט געשטאנען מיט א קאנטשיק און געהיטן.

איז דאך אבער נאך 12 און דער מנין איז אום איינזע, פלעג מען אזוי מיט די פינגער איינגעשטעקט און דעם בריל אויפן שפיץ נוניע אנהייבן פארפירן א שמועס איבער די דברים העומדים על הפרק, און ביי דעם פרק וואו די אידן האבן געהאלטן איז ע"פ רוב געווען דאקטאריי און פאציענטעריי, מ'פלעגט זיך פארציילן עובדות פון היינט און פון נעכטן, וואס דער דאקטאר האט געראטן, און וואס מ'האט אים געענטפערט, ווער מיט חוצפה און ווער מיט עזות, און ווי אויך מיט געוויסע פחד פון זיין פסק.

דער שמועס פלעגט אנהאלטן גאנצע 59 מינוט אויפן זייגער, ווען פלוצלינג האט דער גרויסער מעשענער וואנט-זייגער געשלאגן איינס זירא זירא, און פלוצלינג ווי א ווינט האט זיך אנגעהויבן א געיעג, נו! נא! וידבר! מ'דארפמער א נייע בעל תפילה, קיינמאל נישט צייטליך, וכו'. מיט כעס און חימה האט זיך געטון דארט אויף טיש און אויף אויסגעריבענע בענק.

מ'האט אפגעדאוונט א מנחה פארן באשעפער, געיאגט און געזאגט (נישט אויסגעלאזט קיין ווערטער, און ביים אריבערמישן למשל אויב האט מען געהאלטן ביי תקע בשופר, און גדול איז שוין געווען אויפן נעקסטן פעידזש, אבער דער אינטערשטער חלק פון סידור איז דאך שוין געווען א צופיל געמישטער, האט א אידל געקענט שטיין און גלעטן דעם בלעטל ביז ער האט ארויסבאקומען א קלארן שופר, כדי נישט טועה צו זיין, און נאר דעמאלס אריבערגעמישט זעהן וואס קומט היינט פאר אויפן צווייטן זייט בלאט. #בכל יום כחדשים)

איין טאג, נאך מנחה, ווען דער עולם פון די עלטערע כיתה האט זיך צוריק געזעצט שוין רואיגער נאכן האבן געענדיגט דעם וויכטיגן טעסק פון דאווענען, און צוריק אריין אין די דיסקוסיעס וואו מ'האט געהאלטן (שטייצעך נאר די וואס האבן נאך געדענקט. ווען נישט האט מען אנעהויבן א פרישן שמועס) שטעלט זיך אויף אונזער חשובער תלמיד חכם הרב גאטליעב ע"ה און קלאפט אויפן טיש...

אלע אויערן זענען געוואנדן צו אים, עס איז נישט זיין שטייגער אריינצורעדן אין די נושאים וואס מ'דיסקוסירט, און אלע אלטע אידן האבן שנעל שטילערהייט אנגעשטעלט די ברילן אויף 90 דעגרי שיעף ארויף זייטיג קיין דרום, נישט צו פארפאסן א מינוט פון דעם אינטערסאנטן עפיזאד.

הרב גאטליעב נעמט זיך זאגן בערך אזוי: "מיינע טייערע חברים. וואס גייט דא פאר מיט אייך? מיר אלע שמעקן שוין פון בית החיים, און מיר האלטן נענטער ווי ווייטער, און אנשטאט זיך צו זעצן לערנען, אדער אויב קען מען נישט לערנען כאטש זיצן און זאגן תהלים א גאנצן טאג, זיצט מען און מ'פארברענגט אין די פארקס. איר שעמט אייך נישט? ווואס וועט איר ענטפערן אויף יענע וועלט? ווער ווייסט ווי לאנג אונז זענען מיר נאך דא? פארברענגט נישט די פאר טעג וואס איר האט נאך מיט שטותים און הבלים! נעמט אפיר א ספר, א גמרא, א תהלים, און טוט וואס איר קענט זיך צו גרייטן צום יום הדין."

וואס קען איך זאגן? וואס זאל איך זאגן? דאס פלאץ האט אויסגעזעהן באמבאדירט. אלע זענען געזעצן נעבעך אראפגעלאזט די קעפ, און מאנכע האבן זיך אונטערגעשליכעצט מיט טרערן נעבעך. דאס הארץ איז מיר אויסגעגאנגען פאר די אידן וואס זענען נעבעך אזויפיל דורך אין לעבן, און דא כאפן זיי אריין ברבים אז מין פסק, און זיי שפירן נישט פאר וויכטיג זיך צו פארענטפערן נאר פארבייגן די קעפ און וויינען, און קלערן, און טראכטן, און ווער ווייסט וואס לויפט דורך אין די מוחות זייערע.

הרב גאטליעב האט זיך צוריקגעזעצט צו זיין טישל אויף וועלכן ער האט פארענדיגט שוין דעמאלס 13 מאל ש"ס, און ווייטער הויך אויפן קול אנגעהויבן לערנען, און אויף די אנדערע זייט שוהל האבן זיך די אידעלעך צוביסלעך ארויסגעשארט פון ביהמ"ד על השטעקן ועל המשענה, און מיט דעם האט זיך עס געענדיגט. עכ"פ איך האב געמיינט אזוי.

איין אידל איז געבליבן אין ביהמ"ד א גאר בא'חנ'טער אידל, פוהל מיט לעבהאפט, און נעבעך אויך פון די וואס האבן ביי די מלחמה יארן ווען געזאלט זיצן אין ביהמ"ד אין ישיבה, און אזוי ארום געבליבן א גרויסער ע"ה. און דער אידל האט זיך צוגעשארט צו אונזער חברותא און זיך גענומען רעדן אביסל פון הארצן. און דאס איז געווען אוואו א האמער אויף א האק, ממש איך בין ארויס צעשויבערט יענעם טאג, און נישט געוואוסט וואס ערשט צו טוהן.

דער אידל האט זיך גענומען זאגן: יא יא בחור'לעך, וויסן זאלט איר אז ס'איז נעבעך אמת יעדעס ווארט וואס ער זאגט, מיר זענען ליידער אין א גאר שווערן שרעקליכן מצב, נישט לערנען נישט תהלים, נישט גארניש, מ'ווארט מיר דער טאג זאל פארביי גיין. יעדן טאג ווען ס'הייבט זיך אן דער טאג פאנגט זיך אן א שווערע מערכה עס דורך צו שטופן, און ווען דער נאכט פאלט צו קומט די שווערערע מערכה דורכצושטופן שלאפלאזע נעכט, און אזוי גייט אריבער אונזער צייט...

אוי, ווען איך קען ווען צוריקדרייען וואלט איך גענומען א גמרא און זיך דערמיט באהאלטן ערגעץ, און נישט אוועקגעגאנגען דערפון אפי' נישט פאר די וויכטיגסטע מענטשליכע געברויכן! איך וואלט מיך דערפון קיינמאל נישט אוועקגערירט, היינט קען איך א תהלים נישט עפענען, די אויגן שווינדלען מיר פון קוקן, און דער מח פארטראגט מיר נישט קאנצענטראציע! איך געדענק נאך איין מימרא פון די גמרא אין מס' מגילה וואס איך האב געלערנט ביי די 15 יאר, און דאס געדענק איך א גאנץ לעבן (ער האט מיר געזאגט די מימרא אבער איך געדענק עס נישט, עפעס וועגן אחרי רבים להטות מיין איך). הלואי ווען איך געדענק ווען נאך אפאר אזוינע מימרות!...


דער איד האט נעבעך געוויינט אן טרערן, גערעדט גראד פון הארץ אן קיין ציין און ליפן אפהאלט, עס האט זיך געגאסן מרה ווי אויף א זאלץ ברעטל. און מיר האבן מיטגעוויינט מיט אים פארשטייט זיך נאר אינעווייניג. מיר האבן אים מחזק געווען אז ער האט די נומערן אויפן האנט און מיט דעם וועלן זיך אלע טויערן עפענען פאר אים, אבער ער האט געשריגן נעבעך:

וואס האב איך דערפון??? וואס טוה איך יעצט??? איך גיי אויס פאר ליידיגגיין!

עס דערמאנט זיך מיר די שרעק, די אנגסט, די אומעט, און שטארקער רצון וואס האט זיך אין מיר אנגעצינדן מאמענטאל אלע אויף איינמאל, און א פעסטע החלטה אז איך וויל נישט אויסזעהן אזוי, און האפנטליך זיין א זכות פאר די אידן נעבעך אז זיי זאלן אנקומען צו מנוחה נכונה, און די וואס לעבן זאלן האבן לעכטיגע טעג מיט נחת און געזונט...

יהא זכרו ברוך

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג פעברואר 9, 2015 7:44 pm

· #252691
פשיהא
א מוראדיגע מוסר השכל ארטיקל
יישר כח פארן דא ברענגען דער שטיקל עס כאפט א פחד פאר אונז אלע ווי מיר שטייען ...

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 9, 2015 8:57 pm

· #252710
פליקער
און מען פירט זיך אז מען גיבט א לייק, דאן איז מען באוויליגט


😉

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:11 pm

· #253198
ברוך דיין האמת: האדמו"ר מטריסק לונדון, רבי זושא טווערסקי זצ"ל קיבל התקף לב הבוקר ונפטר בפתאומיות.
📎 trisk.jpg

שאולדיספריםפאקער » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 11:52 pm

· #253646
[ציטאט אראפגענומען]

איז דאס מיילעך רוטנערס אייניקל ?

איש את רעהו » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 11:55 pm

· #253649
וואס איז פארגעגאנגען מיט אים ?

ברוך דיין האמת

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 15, 2015 12:25 am

· #253655
פון לאס אנזשעלעס?
שלמה זלמן שווארץ'ס אייניקל?

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 15, 2015 12:34 am

· #253659
אוי וויי! בד"ה
דאכציכמיר אז ער איז עפעס נישט געזינט געווען אין פארדעם האט די משפחה אהין געמופט.

א איד » זונטאג פעברואר 15, 2015 1:42 am

· #253683
ער האט געליטן אויף אזמע וועגן דעם האט יואלי אהינגעמופט, ער האט געכאפט אן אזמא אטאקע, בערך צוויי וואכן צוריק און ער איז אריינגעפאלן אין א קאומא, און יעצט איז ער ושין נישטא
ברוך דיין האמת, ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו, ובגבול כל בית ישראל

ממתקים » פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:06 am

· #254844
בד"ה רבי מאיר מאשקאוויטש ז"ל
געבוירן געווארן פורים תרפ"ד, געווען קרוב צו די 91.
ער איז געווען א תלמוד חכם מופלג, און האט יארן לאנג געדינט אלס מגי"ש פאר יונגע בחורים אין ישיבה קטנה קרית יואל.

יהא זכרו ברוך
MeirMoskowitzd.jpg

פליקער » פרייטאג פעברואר 20, 2015 8:06 am

· #254886
טראגעידיא נורא
בד"ה אשת ר' יוסף שלמה ווייס

די וואך שבת האט געברויכט פארקומען די באווארפן פאר די חתן פון זיין טאכטער די בת יחידה, די חתונה פונעם בת יחידה די קומענדיגע וואך, אבער אלעס איז געקענסעלט געווארן היינט אינדע פרי ווען די מאמע האט ליידער אויסגעהויעכט איר נשמה, נאך א לעינגערע געשלעיג מיט די שרעקליכע מחלה

ישמעאל הכהן » זונטאג פעברואר 22, 2015 1:35 am

· #255094
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2015/02/22/business/media/herman-rosenblat-85-dies-made-up-holocaust-love-story.html?_r=0">http://mobile.nytimes.com/2015/02/22/bu ... .html?_r=0</a>

אויסלייזער » דינסטאג מערץ 17, 2015 12:23 am

· #259136
דער בארימטער טוען רבני, הרב צבי וינמן, באקאנט מיט זיין ספר מקטוביץ עד ה' באייר, איז נפטר געווארן. מן הסתם האט ער שווער גענומען די אנדעקטע חפץ חיים כנסיה קליפ.

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 22, 2015 11:03 am

· #260419
ריבניצע רעבעצין ע"ה
📎 IMG-20150322-WA0000.jpg

לית דין בר נש » זונטאג מערץ 22, 2015 11:07 am

· #260420
Wow @שמעון וואלףאון @אנאנים האבן געפאוסט די זעלבע פיקטשער די זעלבע מינוט 10:03 און צוויי באזונדערע אשכולות
עס מוז זיין עטץ זענטס ביידע אויף די זעלבע וואטסע"פ גרופ

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 24, 2015 8:09 am

· #261197
בד"ה ר' ישראל דוד וויינבערגער - מוהל

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 24, 2015 8:14 am

· #261200
📎 IMG-20150324-WA0002.jpg

אבי גערעדט » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:34 am

· #261219
Re: יהא זכרו ברוך
נאך איינער עפעס א רב מיטן נאמעם פאללאק פון וויליאמסבורג נפטר געווען
אלט געווען 69
ווער ס'האט מער איז מכובד

סאשי פיש » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:40 pm

· #261329
Re: יהא זכרו ברוך
ImageUploadedByTapatalk1427218811.619925.jpg

BAL TSHIVA » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:41 pm

· #261354
אבי גערעדט
נאך איינער עפעס א רב מיטן נאמעם פאללאק פון וויליאמסבורג נפטר געווען
אלט געווען 69
ווער ס'האט מער איז מכובד

סעמיהאי?

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:46 pm

· #261360
יא

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 24, 2015 4:46 pm

· #261406
סעמיהאלי

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 28, 2015 9:00 pm

· #262394
הא? ער איז דוכט זיך נאך געווען א יונגער מענטש!

קאווע טרינקער » מוצ"ש מערץ 28, 2015 9:16 pm

· #262398
ברוך דיין אמת. מ'וועט זיך נאך בענקען פאר זיינע געבעקטס.

כפתור » מוצ"ש מערץ 28, 2015 10:29 pm

· #262413
"מ'וועט זיך נאך בענקען פאר זיינע געבעקטס."

ס'האט זיך אריינגעכאפט ביי אסאך מענטשען וואס ווען מ'דערמאנט די נאמען מושיען של ישראל זאגט מען גלייך "ליגענט" "געבאקן" וכל שם שיש לו.. איך האב כמעט נישט אריינגעקוקט דערין, במילא ווייס איך נישט. כהאב קיינמאל נישט געזען אז זיי זאלן ברענגען ריאות אז ס'איז טאקע געבאקענע סחורה. ס'איז ווי א "פרי פאר אלל" צו חוזק מאכן דערפון. ס'מאכט זיי אויסקוקען "אינפארמד" ווען זיי ווארפן זיך מיט ווערטער ווי "מחדש" "אייגענס".
איך בין נישט פון די מענטשען וואס קויפן בי עס גרינג; פארקערט, איך גלייב כמעט נישט אויף מעשיות פון עני חסידות וואס לייגן זיך נישט אויפן שכל.
מיין פוינט איז נאר אז ווען ס'קומט צו שלמה יאנקל איז דא א "דאבעל סטענדערד", אנדערשט ווי פאר אנדערע מחברים\מחדשים, און איך באקום די פילינג אז ס'ליגט עפעס טיפערס פון דעם, מ'שלאגט שלמה יאנקל און מ'מיינט די סאטמערע רבי.
אפשר זאל איינער ארויפלייגן דא אפאר פון די "געבאקענע" מעשיות פון וואס מ'רעדט דא, אפשר העלעך מודה זיין (מ'קען אויך צו ווארטן מיט די קריטיק ביז ער ווערט באגראבן..)

hopefully » מוצ"ש מערץ 28, 2015 10:32 pm

· #262415
אוי וויי בד"ה וואס איז געשעהן מיט אים

געוואלדיג » מוצ"ש מערץ 28, 2015 11:25 pm

· #262432
קאסאן'ער רעביצין
פריידא גיטל ראטטענבערג אלמנת האדמו"ר ר' מנחם ישראל מקאסאן ב"פ בת האדמו"ר ר' מאיר יוסף רובין מקערעסטיר פרייטאג, בת 86, די לויה איז פארגעקומען פרייטאג.

פרייוויליג » זונטאג מערץ 29, 2015 12:45 am

· #262446
אין אנדערע נייעס ׳מושיען של ישראל׳ Will be discontinued

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 29, 2015 12:48 am

· #262447
פרייוויליג
אין אנדערע נייעס ׳מושיען של ישראל׳ Will be discontinued

ברוך דיין האמת

פרייוויליג » זונטאג מערץ 29, 2015 12:49 am

· #262448
ער פארציילט א מעשה אז די רבי איז אמאל געפארן ערב שבת און געהאט קפיצות הדרך. די רבי האט געהייסן פארן אין די פארקערטע ריכטונג און די וועג האט גענומען זייער זייער שנעל. (ממש ווי די קארעטע פון בעל שם איז געפלויגן) די אמת איז להד״מ, איך ווייס עמיצער וואס איז געווען אנוועזענד און די קאר איז פשוט געפארן אויפן שאלדער.

משולם שטיינפעלד » זונטאג מערץ 29, 2015 1:01 am

· #262454
איך ווייס נישט וועגן וועלכע מעשה דו רעדסט אז מען איז געפארן אין די שאולדער, אבער הרב ווערצבערגער דער ראש הקהל פון סאטמאר מאנסי רח"י איז געווען דער דרייווער ביים עפיזאד פון פארן ראנג וועי

געוואלדיג » זונטאג מערץ 29, 2015 1:03 am

· #262455
אויך פארציילט ער א מעשה אז סאטמאר רבי איז געקומען אמאל צו א געוויסן רבי'ן אין מקוה און ווי שיין יענער רבי האט איהם אויפגענומען, און איך האב באשטעטיגט די מעשה מיט דעם וועמענס נאמען ער גיבט אן אלס מקור און יענער האט מיר געזאגט אז יא, די מעשה איז אמת נאר נישט מיט סאטמאר רב נאר מיט א צווייטער רבי.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 29, 2015 1:13 am

· #262457
פרייוויליג
ער פארציילט א מעשה אז די רבי איז אמאל געפארן ערב שבת און געהאט קפיצות הדרך. די רבי האט געהייסן פארן אין די פארקערטע ריכטונג און די וועג האט גענומען זייער זייער שנעל. (ממש ווי די קארעטע פון בעל שם איז געפלויגן) די אמת איז להד״מ, איך ווייס עמיצער וואס איז געווען אנוועזענד און די קאר איז פשוט געפארן אויפן שאלדער.

ער פארציילט דאס?
כפי ידיעתי האט עס ר' זלמן בינער ע"ה פארציילט

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/42403">viewtopic.php?p=42403#p42403</a><!-- l -->

אחד העם » זונטאג מערץ 29, 2015 1:38 am

· #262461
סאיז צו ערווארטען א וויכוח אויב שלמה יעקלס מעשיות זענען אמת אדער נישט. כבין שוין מוסר מודעה אז די וויכוח האט זיך אנגעהויבען נאר נאכדעם ווען מען לייגט שוין קראנצען בלומען אויף זיין נאמען, און ביים ענדע פון זיין נאמען לייגט מען צו ע"ה... סאיז א וויכוח וואס האט זיך געשאפען אויפן בית עולם... און האט נישט געהאט קיין צוויי צדדים פון פארדעם... כך היא דרכה של עולם...

מעקס » זונטאג מערץ 29, 2015 1:41 am

· #262462
Re: יהא זכרו ברוך
[ציטאט אראפגענומען]

זי האט זיך אויפגעוועקט אום זעקס פארטאגס מיט א שרעקליכען קאפ ווייטאג גענימען מאטרין און צוריק געגאנגען שלאפן נישט אויפשטייענדיג ר"ל

פרייוויליג » זונטאג מערץ 29, 2015 3:26 am

· #262489
שמעקעדיג
פרייוויליג
ער פארציילט א מעשה אז די רבי איז אמאל געפארן ערב שבת און געהאט קפיצות הדרך. די רבי האט געהייסן פארן אין די פארקערטע ריכטונג און די וועג האט גענומען זייער זייער שנעל. (ממש ווי די קארעטע פון בעל שם איז געפלויגן) די אמת איז להד״מ, איך ווייס עמיצער וואס איז געווען אנוועזענד און די קאר איז פשוט געפארן אויפן שאלדער.

ער פארציילט דאס?
כפי ידיעתי האט עס ר' זלמן בינער ע"ה פארציילט

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/42403">viewtopic.php?p=42403#p42403</a><!-- l -->

איך מיין אז עס איז צוויי באזונדערע מעשות. די מעשה פון וואס איך רעד ווייס איך עמיצער וואס איז מיט געפארן און איך האב עס געהערט משמו. איך וויל נישט פורש בשמו זיין צוליב סיבות. און די מעשה וואס זלמן בינער דערציילט איז זיסע חלומות.

יא אודאי קען ער ברענגן טעיפס, צו פארמאגן א בעקעריי ׳מוז׳ מען האבן אסאך וועלגערערס און קנעיטערס..

איין זאך מיינע ברידער אין אמעריקע קען איך אייך זאגן, סאטמאר רבי איז געווען א בעל מוח, א איש אשכולות, א טאלאטפולע מענטש, אבער קיין בעל מופת איז ער נישט געווען. די אלע אלטע סאטמאר אידן וועלן דיר קיינמאל קיין מופתים נישט דערציילן. שמעתי פון כמה עתיקי סאטמאר ווי זיי לאכן אפ פון מופתים.

צוריק צום בעקעריי.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45