יהא זכרו ברוך
2240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
בן ישיברוך דיין האמת.
היינט איז נפטר געווארן ר' ראובן חיים ב"ר דוד ביללער ע"ה (42) די לאנגיעריגע ראש המדריכים אין מחנה קהילת יעקב פאפא - געציילטע טעג פאר ער האט געדארפט עפענען די קעמפ, נאכן זיין פארמישט אין א שרעקליכע עקסידענט.
יהא זכרו ברוך.
די לוי' פארנט פון סלונים'ער ביהמ"ד אין בארא פארק
📎 IMG_20180621_153349_498.jpg
בו ישי: ייש"כ. נאר איין קליינע הגה"ה. דער נאמען פון די פראקציע פון דעם חסידות הייסט סלאנים. מיט אן אל"ף. להוציא, פון די אנדערע פראקציע וועלכע שרייבן זיך מיט א ווא"ו. סלונים. זיי זענען אויף אן אנדערע אדרעסס...!
שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות...!
Re: יהא זכרו ברוך
בעל אכסניה פין אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א.

Sent from my LGLS991 using Tapatalk
ר' משה זושא ברוין זצ"ל
נפטר געווארן הגאון הגדול נחבה אל הכלים, א גאון בתורה, מתמיד עצום, און א גאון אין מידות,
עס פארלאנגט זיך באמת א באזנדער ארטיקל געווידמעט לזכרו
ר' משה זושא ברוין זצ"ל פון וויליאמסבורג
אין יונגן עלטער פון לכאורה עטליכע אין 60 יאר
א לעקטערידשן אדער פלאמבער איך האב אים נישט זוכה געווען אזוי צו קענען פון דער נאנט, יעדע איבריגע מינוט אויסגעניצט צו לערנען
הלאוי זאל איינער מרחיב הדיבור זיין
ר' משה זושא ברוין זצ"ל
ווי אויך אויב האט איימיצער א בילד וואלט געווען כדאי למען ידעו דור אחרון
דאכצעכמערנפטר געווארן הגאון הגדול נחבה אל הכלים, א גאון בתורה, מתמיד עצום, און א גאון אין מידות,
עס פארלאנגט זיך באמת א באזנדער ארטיקל געווידמעט לזכרו
ר' משה זושא ברוין זצ"ל פון וויליאמסבורג
אין יונגן עלטער פון לכאורה עטליכע אין 60 יאר
א לעקטערידשן אדער פלאמבער איך האב אים נישט זוכה געווען אזוי צו קענען פון דער נאנט, יעדע איבריגע מינוט אויסגעניצט צו לערנען
הלאוי זאל איינער מרחיב הדיבור זיין
ר' יואל פון מאנסי (דער וואס זיין קינד איז געווארן אראפגעקלאפט) איז זיין זון?
I don't think so
זיכער נישט
ביי
רובאשקין
און די טעג פון אבילת אויף בית המקדש איז די מנהג צו זאגען הספד אויף נעדרים, און מאנסי איז נעבאך פארלוירען געגאנגען עטליכע אינגע מענטשען
א' הרב פאל א קינד פון הגאון רבי אליעזר דוד זצ"ל און א אינגערמאן הרב מרדכי ראזען ע"ה מיר דארפען תשובה טוען רבותי אינגע מענטשען נעבאך בלא עת, ווערן נעדר החי יתן אל לבו
אפשר קומט עס פון נישט זיין נזהר אין כבוד ת''ח. למשל דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/409189">viewtopic.php?p=409189#p409189</a><!-- l -->
גראף: דו ביסט 100% גערעכט. ער איז דאך אויכעט איינער פון די בריאה פארשוינען ביי וועלכע ס'עקזיסטירט נישט קיין גדולי ישראל. און אפגעבן כבוד התורה. אויסער פונ'ם אייגענעם חצר. ווען יענער איז שוין אדורך געגאנגען אלע פילטערס. און ער האט אלע קוואליפיקאציעס...צוערשט: ער האטציך געווייקט ביים רעבי'ן זי"ע. נאכדעים. גייט ער נישט צו די בחירות הטמאות. דריטנס. ער באטייליגט זיך אין דעם גרויסן מעמד קידוש השם. ווען מ'פארברענט דעם טמא'נעם פאן פון מדינת ישראל. און מ'ברעכט אראפ מגן דויד'ס אין פרעמדע שוהלן...! ואם שלש אלה לא יעשה לה...דאמאלס טויג ער נישט. אה... פארגעסן. ער האקט אויף ר' אהרן. ער האלט אז ער איז א ציוני און א רעפארמער...!
איך ווייס איר זיכט אויף מיר, נא פראבלעם! אדרבה איך האב מבזה געווען איין רב דא, וועם ? ווען איך זאג אז הרב ווייס איז נישט פאסיג פאר די דזשאב דאס איז א בזיון התורה? איך האב בעבר גרעדט אויף מהר"א טייטלבוים, אמת, גראדע ווייל איך בין איבערצייגט, אויף זיין נישט גדלות און נישט ערליכקייט, און איך שעם מיך נישט מיט דעם, אדרבה אזוי האלט איך, און אזוי איז עס לדעתי! און לדעתי איז א מצוה אליבא החפץ חיים צו רעדען בגנותו זייענדיג א אבן נגף לבית ישראל, איר האלט נישט אזוי, נו איר זענט בארעכטיגט צו האלטען וואס איר ווילט! אבער ווער איז מבזה מער ת"ח באפן כללי איך אדער בערל בעל עגלה ווער? און לדעתי נאר לדעתי וואס איך האב דעקונג פון שיינע רבנים וואס האבען אזוי געהאלטען און געזאגט, איז מהר"א טייטלבוים פון די אידען וואס זענען מרחק די גאלה! ווייטער לא כן הוא ווען עס האנדעלט זיך פון הרב משה מנחם ווייס וואס איז אפיינער איד א ערליכער רב א שיינע מורה הוראה, נאר נישט פאסיג פאר די רבנות אין מעלבארן און נישט פאר די רבנות אין ירושלים און בני ברק און לאנדאן און אנטווערפין! יר איז ראוי צו זיין פאפא דיין און אפילו מו"ץ התאחדות הרבנים ווי איז דא א בזיון התורה בערל צדיק ווי. ווען וואס?
ימים ידברו: איך גיי נישט אויפמאכן דא וועלט'ס מלחמה מיט דיר אין דעם נישט פאסיגן אשכול. אבער איין ווארט וועל איך יא זאגן איבער דיין טיפשות. און בלינדקייט. שוין נישטג ערעדט פון דיין אומ-מענטשליכקייט. א איד וואס האט איינגעזעהן וואס די גמ' זאגט ..."והתורה מונחת בקרן זוית"...און ער האט עפעס געטון איבער דעים. אויפגעמאכט די זייטיגע, קלענערע ישיבות פאר ספעציעלע מטרות פאר שוואכערע בחורים און עלטערע בחורים. ווען ער האט געזעהן ווי מ'ווארפט זיך ארום מיט זיי. באר התורה. אן נאך אנדערע וואס ער האט אויפגעשטעלט בשתי ידיו , בעז"ה. נישט אזוי ווי דיינע רעבעס...!
לאמיר ממשיך זיין אין צימעס און איך בין ווואס די טיפוש? ? ?
*ברוך דיין האמת*
הלוויתו של הרב הגאון רבי אריה וינברג זצל בן האדמור מסלונים זצל מתל אביב תתקיים בשעה 5.30 בבית החיים שומרי שבת בבני ברק
נעכטען זעה איך א צעטיל הענגען אין שומר שבת אז ס'איז אוועק א וויענער איד ר' רזיאל יודא ברייער ע"ה
ווייסט איינער טאמער ער האט עכט געהייסן עזריאל יודא אזוי ווי וויענער רב ז"ל?
ס'סאונד פשוט זייער ענליך אפי' ווען ער געהערט נישט דארט
{אפשר האט ער געהערט אין וויען ווייל ער האט אזוי געהייסן כמימרי' דיארמע רב על הרב מדעברעצין}
סקרןנעכטען זעה איך א צעטיל הענגען אין שומר שבת אז ס'איז אוועק א וויענער איד ר' רזיאל יודא ברייער ע"ה
ווייסט איינער טאמער ער האט עכט געהייסן עזריאל יודא אזוי ווי וויענער רב ז"ל?
ס'סאונד פשוט זייער ענליך אפי' ווען ער געהערט נישט דארט
{אפשר האט ער געהערט אין וויען ווייל ער האט אזוי געהייסן כמימרי' דיארמע רב על הרב מדעברעצין}
זאג נאר, ביי מחולל ומוליד צדיק כביר, טוישסטו אויך אויף די ב' מיט א כ' ?
ער האט געהייסען פונקט ווי אזוי ער האט געהייסען...
וואלוויסקרןנעכטען זעה איך א צעטיל הענגען אין שומר שבת אז ס'איז אוועק א וויענער איד ר' רזיאל יודא ברייער ע"ה
ווייסט איינער טאמער ער האט עכט געהייסן עזריאל יודא אזוי ווי וויענער רב ז"ל?
ס'סאונד פשוט זייער ענליך אפי' ווען ער געהערט נישט דארט
{אפשר האט ער געהערט אין וויען ווייל ער האט אזוי געהייסן כמימרי' דיארמע רב על הרב מדעברעצין}
זאג נאר, ביי מחולל ומוליד צדיק כביר, טוישסטו אויך אויף די ב' מיט א כ' ?
ער האט געהייסען פונקט ווי אזוי ער האט געהייסען...
איך האב גארנישט כעמיינט אנטשולדיג ס'איז מיר פשוט געווען אינטרעסאנט אז אפשר איז עס געווען א טעות הדפוס
דארפסט זיך נישט אנטשולדיגען, כ'האב דען יא עפעס געמיינט?
פערצופאל האבן איינע פון טעלעגראם טשענעלס געשריבן ריזל יודא ברייער. האב איך זיך געווינדערט צו ס'איז הענדיל ברייער טאטע...
📎 rps20180801_185145.jpg
סאיז א טעות הדפוס עס איז אדער רזיאל אדער עזריאל ריזל איז נישט קיין נאמען
דאכצעכמערסאיז א טעות הדפוס עס איז אדער רזיאל אדער עזריאל ריזל איז נישט קיין נאמען
וואס עפעס? כ'געדענק אלס קינד אין די באנגעלא קאלאני ווי די מיידעלעך פלעגען רופן די יונגלעך חמור רייזל
ר' אברהם ע"ה ב"ר משה דוד הי"ו געטץ
אוועק אין אומן נאכ'ן ליידען פון די ביטערע מחלה א לענגערע תקופה
זיין ווייב איז א טאכטער פון א איד א באבובער ציזנער ער איז אוועק 13 יאהר צוריק
באשעפער זאל מען האבן אפגעקומען מיט דעם פאר תשע"ט
ומחה ד' דמעה מעל כל פנים
ווייסט איינער וואס איז פשט פון די פלאקאטן אויף האברך החשוב אברהם געטץ ע"ה מיט די יחידי-סגולה טיטלען פון "עלה בסערה השמימה" און "הצדיק העניו" וכדומה, ס'איז דא א סיבה לכך? אדער סתם איינער האט געהאט קרעמפפן?
ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן
אברך משיווייסט איינער וואס איז פשט פון די פלאקאטן אויף האברך החשוב אברהם געטץ ע"ה מיט די יחידי-סגולה טיטלען פון "עלה בסערה השמימה" און "הצדיק העניו" וכדומה, ס'איז דא א סיבה לכך? אדער סתם איינער האט געהאט קרעמפפן?
ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן
ער איז געווען א דערהויבענער בן עליה. א צדיק ותמים.
דאך וואלט איך געשניטן די תורה חגרו שק וואס פאסט פאר א גדול הדור....
ר' ניסן קרקובסקי ע"ה פון קאנארסי
91 יאהר אלט אראפגעקלאפט געווארן ביי א קאר
נישט איבערגעלאזט קיין קינדער
ר' יעקב וינרוט (וויינראטה). אין ארץ ישראל איז היינט (דינסטאג) נפטר געווארן ר' יעקב וויינראטה. ר'איז געווען א איד א תלמיד חכם. א תלמיד פון מיר'ער ישיבה. און איינער פון די גרעסטע לאיערס אין מדינת ישראל. אין עלטער פון 71 יאר. ער האט די לעצטע עטליכע יאר געליטן פון די אומהיילבארע מחלה, רח"ל...!
ער איז געווען דער לאיער פאר זייער א סאך פון די גרעסטע פאליטישע פיהרערס אין מדינת ישראל. אויך איז ער געווען דער פערזענליכער לאיער פאר בנימן נתניהו. און זיין ווייב שרה. וועלכע איז לעצטנס באשולדיגט געווארן אין באשווינדלען די רעגירונג אויף אריבער 200,000 שקלים. דורך איינגעבן פאלשע רעפארטס און באשטעללן מאלצייטן פון טייערע רעסטאראנטן. ווען די רעגירונג האט געצאלט פאר א קעכער אין זייער הויז. אויך האט זי געלייגט א סאך פון די העלטה קעיר ביללס פון איהר פארשטארבענעם טאטע אויפ'ן חשבון פון די רעגירונג. דער רעגירונגס אדוואקאט, ר' אביחי מאנדלבליט האט באשלאסן איהר אנצוקלאגן אין געריכט.
אלס חרד'ישער איד און פראמינענטער לאיער האט ער פארטיידיגט א סאך פאליטישאנס. אויך האט ער געהאט א צדקה פאנד וואו ער האט אנגענומען קעיסעס פון ארימעלייט פאר מינימאלן באצאלט. אדער אינגאנצן אומזיסט.
ער האט אמאל אין אן אינטערוויו פאר א צייטונג געזאגט אז דער מצב פון געריכטן אין ארץ ישראל איז אין א סאך פעלער זייער שטארק נישט גינסטיג פאר אן ערליכן איד. ער האט געזאגט אז ס'זענען דא א סאך דזשאדזשעס וועלכע ווייזן אפן ארויס זייער פיינטשאפט פאר אן ערליכן איד. און ווען ער האט א קליענט א חסיד'ישער איד. און ער קומט אן צו אזא מין שופט, הייסט ער איהם אין א סאך קעיסעס פליעדן גילטי און אפקומען מיט א קליינע שטראף. ווייל דער דזשאדזש וועט איהם סייווי באשולדיגן...!
ר' ליבוש שארף ע"ה מגדולי חסידי ותומכי באבוב
וגם קהל ומוסדות באבוב-45
הרב משה חיים גאלד ז״ל אב״ד קראלי ב״פ.
סקרןר' ליבוש שארף ע"ה מגדולי חסידי ותומכי באבוב
זיין זוהן איז הנה"ח ר' שמואל זיינוויל שליט"א
חדב"נ כבו"ק אדמו"ר בעל ה'עקבי-אבירים' מסאדיגערי זצ"ל
אדונינוהרב משה חיים גאלד ז״ל אב״ד קראלי ב״פ.
אדונינו: לויט ווי איך זעה האסטו איהם גוט געקענט פון דער נאנט. זיי מוחל און שרייב אפאר ווערטער לזכרו. איך ווייס אז ער איז געווען אן איש מורם מעם. נאר איך האב איהם נישט געקענט פערזענליך פון דער נאנט. ס'וואלט געווען לתועלת הרבים אז מ'זאלל אראפשרייבן עטליכע נקודות פון זיינע מידות טובות און זיין מסירות נפש ביים איבערבויען דעם בית המקדש מעט...!
הרב לייבל מינצבערג ז״ל מנהיג קהילת מתמידים.
הרב ר חיים ברוך וואלפין זצ"ל ראש ישיבת סטאלין אין בארא פארק פאר איבער 40 יאהר
סמבטיוןהרב ר חיים ברוך וואלפין זצ"ל ראש ישיבת סטאלין אין בארא פארק פאר איבער 40 יאהר
בד"א. ער פלעגט וואוינען אין מאנסי מיט יארן צוריק?
אב״ד קאפיש ז״ל
אדונינואב״ד קאפיש ז״ל
דער וואס האט פארגעזאגט תהלים ביים כינוס הרבבות אום סיון ה'תשע"ז?
א ברודער פון יבדלחט"א דזשיבוי'ער רביים שליט"א און להבחל"ח דושינסקיא וומס"ב זצ"ל?
יא
הב׳ אברהם גאלדבערגער ע״ה - וומס״ב
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת אברהם יצחק שטערן

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נסתלק והלך לעולמו ר' יצחק שטוהל זצ"ל
א באהאלטענע איד, א צדיק נסתר, געפירט די שטוהל דריי-גודס געשעפט אויף לי עוויניא, געגאנגן מיט די ביקור חולים פישקע יעדען אינדערפרי אין ראדני
אין עלטער פון 84
איבערגעלאזט 2 זוהן און 2 איידעמער רובין פון די פארמעסי דעוויזשין,ברוך ליכטענשטיין פון די טירן
אדונינוהב׳ אברהם גאלדבערגער ע״ה - וומס״ב
📎 0vtP5Rae3ul4qU4I.jpg
בד״ה הרב אליעזר חיים בלום זצ״ל
אב״ד קאשוי
אדונינובד״ה הרב אליעזר חיים בלום זצ״ל
אב״ד קאשוי
גאנץ א וואוילע יוד געוועהן
התם ומתמם עם תמימים: יא. זיכער. מ'זאגט אז ער האט נישט געמאכט קיין האלד אפס אויף בענק. און נישט געפארן אום שבת מיט א קאר. מיין שאלה איז. אויב ס'איז געבליבן א פאר הונדערט גאלאנס כוס של ברכה אויף וואס די לעצטע רבי זצוק"ל האט געבענטשט. מ'קען עס פארקויפן פאר שווערע געלטער. און כאטש האבן א שטיקל הכנסה...!
berlbalagulehהתם ומתמם עם תמימים: יא. זיכער. מ'זאגט אז ער האט נישט געמאכט קיין האלד אפס אויף בענק. און נישט געפארן אום שבת מיט א קאר. מיין שאלה איז. אויב ס'איז געבליבן א פאר הונדערט גאלאנס כוס של ברכה אויף וואס די לעצטע רבי זצוק"ל האט געבענטשט. מ'קען עס פארקויפן פאר שווערע געלטער. און כאטש האבן א שטיקל הכנסה...!
נו וועגן דעם האב איך געשריבן וואס כ'האב געשריבן
ברוך דיין האמת: איך האב איהם גוט געקענט. ער האט געדאוונט אין אונזער ביהמ"ד פאר ער האט אוועקגעמופט...!
ב.ד.ה. הרה"ח ר' יענק'ל מאשקאוויטץ ז"ל
הרה"ח ר' יענק'ל מאשקאוויטץ ע"ה, פון עיה"ק ירושלים.
א זוהן פון באניאהד'ער רב ז"ל,
א בעלזער חסיד, געוועזן א שטיקל גבאי/שמש אינעם סקווירא'ער שטיבלעך אין ירושלים,
פלעגט אויסרופן כיבודים אויף חופות אין עטליכע רעבי'שע חצרות הקודש.
אסאך גע'יושב'ט אין לעלוב-ניקלשבורג.
א זיסע יודעל געוועהן.
יהא זכרו ברוך
קרעדיט בילד
JDN📎 יענק'ל מאשקאוויץ.jpg