געווען אמאל באשריבן אין איינע פון די אויסגאבעס, דוכט זיך דער שטערן אדער שפאקטיוו. ער האט געוואלט אביסל מגלה זיין וואס די חברה האבן אפגעטון מיט די תימנ'ער קינדער, ער האט געווידמעט זיין לעבן לקיים והוקע אותם נגד השמש, אבער זיי האבן אים געשטעלט שטיינער אין וועג.
ברעיקינג: ר' חיים מרדכי'ס לוויה וועט זיין היינט 6pm אין פארענט פון די סאטמארע ביהמ"ד אין ראדני, און ווען געלייגט ווערן אין די נייע ביה"ח אין קרית יואל. מקור: אידישע טעגליכע נייעס
טרגדיה בויליאמסבורג: בן 41, אב ל-10, התמוטט ונפטר האברך חיים מרדכי שוורץ ז"ל, תושב ויליאמסבורג וחסיד סאטמר, התמוטט לפתע בביתו • כוחות ההצלה ניסו לערוך בו החייאה אך לשווא • הותיר אחריו עשרה ילדים טרגדיה בווילאמסבורג שבברוקלין: האברך חיים מרדכי שווארץ ז"ל, בן 41, אב ל-10 ילדים התמוטט בפיתאומיות - ונפטר.
המנוח, חסיד סאטמר (רז"ל), אירס רק לאחרונה את בתו.
סמוך לשעה 11:00 בבוקר (שעון ניו-יורק) התמוטט בביתו. במשך כחצי שעה ביצעו בו כוחות ההצלה פעולות החייאה, אולם למרבה הצער נקבע מותו.
היה אברך ואיש עסקים אשר נשא ונתן באמונה.
הלוויתו תערך בשעות הצהריים בשכונת ויליאמסבורג. הוא ייטמן בבית החיים החדש בקרית יואל שבמונרו.
אפשר קען מיך איינער אריינשיקען אין אישי וואס די מעשה דא איז איך זע איין זאך מען שרייבט און מען מעקט און מען שרייבט און מען מעקט ווייטער א גרויסע ישר כוח
הקמת מציבה היינט זינטיג אינעם קרית יואל'ער בית החיים פאר המנוח הצדיק מו''ה חיים מרדכי ע''ה בן רבי שמואל שווארץ שליט''א די ביטערע וואונד איז נאך אפען מפי השמועה איז ער געווען פון די נסתרים בדורינו ווער עס האט א לענגערע אפשאצונג איבערן נפטר זאל ביטע עס ארויפלייגען, צו מנציח זיין וואס מיר האבען פארמאגט
הקמת מציבה היינט זינטיג אינעם קרית יואל'ער בית החיים פאר המנוח הצדיק מו''ה חיים מרדכי ע''ה בן רבי שמואל שווארץ שליט''א די ביטערע וואונד איז נאך אפען מפי השמועה איז ער געווען פון די נסתרים בדורינו ווער עס האט א לענגערע אפשאצונג איבערן נפטר זאל ביטע עס ארויפלייגען, צו מנציח זיין וואס מיר האבען פארמאגט
אין דער עלטער פון 83 יאר איז פאריגע חודש אוועק דער לעגענדארישער קינדער דאקטער פון ניו-יארק אוניווערזיטעט (NYU) לענגאן שפיטאל, ד"ר אהרן מייזלין. ד"ר מייזלין, וועלכע איז צוזאמען מיט זיין ווייב געווען פאר 45 יאר א מעמבער אין דער ארטאדאקסישער קהילת ישורון פון מאנהעטן, האט איבערגעלאזט דריי קינדער וועלכע זענען אלע נתחנך געווארן אין קהילת ישורון'ס מוסד "ישיבת רמ"ז". ד"ר מייזלין האט גראדואירט פון NYU מעדיקעל סקול אין תשי"ד און האט במשך זיין לעבן געדינט אין מאנהעטענע שפיטעלער ווי בעלוויו, מאונט סיני און NYU.
טראץ זיין עלטער האט נאך ד"ר מייזלין אנגעהאלטן זיין פאזיציע אלץ פידיאטריק דאקטער אין NYU ביז אינמיטן היי יאר, באדינענדיג געטריי זיינע פאציענטן, אלטע ווי נייע, יונגע ווי אלטע. דעם ווינטער איז ד"ר מייזלין געפאלן און נאך רוטינע טעסט איז א קענסער געוואוקס אין די שפעטע שטאפלן געפינען געווארן ביי אים. ד"ר מייזלין האט זיך אפגעזאגט פון דאקטאריי כדי צו קענען פארברענגן זיינע לעצטע חדשים מיט זיין ווייב און קינדער.
א טרער אויף דעים פרישן קבר פון ר' חיים מרדכי ע"ה ב"ר שמואל שווארץ שליט"א
ר' חיים מרדכי ע"ה איז געוועין א בעל בית וואס האט געהאט א ביזנעס וואס האט פארקויפט קינדער זאכען, וואס ער האט אימפערטירט פון טשיינע און אנדערע ערטער פון די וועלט, ער האט עס זעלבסט ארים געפעדעלט צי געוועלבער און אזוי ארויסגעצויגען דערפון חיונה.
ר' חיים מרדכי האט געהאט א שטוב מיט אכט קינדערלעך, איין זין פון עלף יאר, אין זיבען מוידען וואס דער עלטצטער האט חתונה געהאט, און ער האט א כלה און שטוב,
ר' חיים מרדכי איז געוועין א סעמפל פון א אינגער מאן, ער האט ממעט געוועין במשא ומתן, ער האט מקדיש געוועין גרויסע חלקים פינעם טאג על התורה ועל העבודה, ער האט יעדן ציפרי איידער ער איז געגאנגען און דער ארבייט געזיצען און געלערנט און געדאווענט מיט גרויס קדושה וטהרה, מנחה צייט איז ער ווידער געזיצען אין געלערנט, מיט א גרופע אינגעלייט בחברותה,
זיין שמירת עינים איז וואס האט ארויסגעשיינט פון איהם, ער האט מורה'דיג געהיטן אויף זיינע אויגען ער זאל נישט ניכשל ווערן און קיין ראיות אסירות, עס איז ידוע אז ער פלעיגט דרייווען א קאר, און פלעיגט קיינמאל נישט אדורך פארן דעים וויליאמסבורגער בריק, ווייל איכא דרכא אחרינה, מיילה פלעיגט ער נעמען דעים ברוקלינער בריק, ר' חיים מרדכי ע"ה האט געהאט זיין פלעיס אויף גערי סטריט, ער פלעיגט צימאל דארפען גיין צים באנק אויף אמעריקא אויף גרעיהאם עוועניו, והיא היום איינער טרעפט ר' חיים מרדכי שפעיט אויפ דער נאכט, פרעיגט ער איהם זאג נאר חיים מרדכי דו ציטערסט נישט אהער ציקומען אזוי שפעיטלעך אויפדערנאכט, זאגט חיים מרדכי ציריק מיט א פשטות, יא איך האב זייער מורא, אבער בייטאג האב איך סך מער מורא.
ר' חיים מרדכי ע"ה האט נישט פארמאגט קיין סעל פאהן, ער האט נישט געוואלט זיין און א דראנג ציריק צוריפען קיינעם ווען ער איז געוועין עוסק בתורה ועבודה, ער האט געשפירט אז דעיס האלט עים ציריק פין עבודת השם, אבער ווען עס איז געקימען צו איין שפארן איין ראיה אסורה איז ער געוועין דער ערשטער וואס זאל זיך ציכאפען דערצי, נעמליך איז ער געוועין פון דו ערשטע וואס האבען זיך איינגעהאנדעלט דעים איזי פעס איינצידפארן פון ברויכען איבערגעיבען געלט פאר דו טאלל באערדע'רן,
אויך דו וואס האבען עים געקענט האבען געוויסט אז ער האט געדארפט טראגען שטארקע ברילען בכדי ער זאל קענען זעין, אן קיין ברילען איז ר' חיים מרדכי געוועין כמעט בלינד, אבער ווען עס איז געקימען צי גיין און גאס איז ר' חיים מרדכי קיינמאל מיט קיין ברילען נישט געגאנגען, ער האט זיך מוסר נפש געוועין אז ער זאל חלילה נישט צוקימען צו א ראייה אסירה.
אלע וואס פלעיגען דאווענען מיט עים דו הייליגע טעיג געדעינקען ווי ער איז געוועין בעל מקרה ראש השנה, ווען חיים מרדכי האט ארויס געזאגט דאס ווארט תקוע האט ער זיך געשאקעלט פאר שרעק ממש ביז כלות הנפש, עס דערמאנען עטליכע אן עפיזאד אז ער איינמאל האט זיך ר' חיים מרדכי פארשפעיטיגט און נישט אויסגעפיעט צו גיין און מקוה פאר תקועת שופר, און ר' חיים מרדכי האט זיך געבעיטן ביים משמש ער זאל אויסווארטן עטליכע מיניט, דער משמש האט עים פארשטיין געגעיבן אז אלע פרויען ווארטן שוין און מען קען נישט מער ווארטן, שוין מיט א זייער ציבראכען הארץ איז ר' חיים מרדכי צוגעגאנגען צו דו תקועות, אבער גלייך נאך למנצח האט פאסירט דאס מאדענעסטע זאך קיין מאל נאך פריער נישט פאסירט, דער פייער אלארם פון טרופ שול האט גענימען קלינגען און סיז נישט מעיגלעך געוועין צו ציגיין צו דו תקועות, ר' חיים מרדכי כאפט דעים רמז מן שמיא און לויפט און מקוה אריין, אזוי ווי ער איז ציריק און שיל מיטן טלית און פון זיך אליינס אויפגעהערט קלינגען, והוא לפלא, מען האט גערעדט דערפין א לאנגע צייט, ווי דער אויבישטער האט נישט געקענט צוקיקען צו ר' חיים מרדכי'ס צער, און האט עים נאכגעגעיבן א שמחת יום טוב.
ר' חיים מרדכי ע"ה איז געוועין א נהנה מיגיע כפו און האט קיין מאל אויפ קיין פאל נישט געוואלט נהנה זיין פון קיין אנדערען, נהמא דכסיפה אז נישט געוועין וואס ער האט געוואלט נעמען און באטראכט, ער האט זיך שטארק געפארעט אז ער זאל נישט ברויכען ציקימען צו יענעם.
א ידיד פון ר' חיים מרדכי האט פארציילט דעים פאלגענדען עפיזאד, אז איינמאהל האט ער זיך פארזאהמט אין שיהל עטוואס לעינגער ווי געוועינלעך און מרבה געוועין בתורה ובתפילה, און ער האט זיך פארוויקלט מיט איהם און א שמיעס, האט ר' חיים מרדכי מיט א תמומות פארציילט אז ער פארלאזט נישט דעים שיל קיין שום טאג, איידער ער איז נישט מכיר מיט אלע זיינע חושים, אז אני מאמין באמונה שלימה שהבורה יתברך שמו בורא ומנהיג לכל הבריאים, ער קען נישט אוועק גיין ארבייטן און ביזנעס איידער עס איז ביי איהם קלאר ווי דער טאג, אז נישט מיט ארבייטן פארדינט מען.
זר , אפילו א יעדער ווייסט אז די בילד איז פון הרה"צ ר' יעקב שכטר שליט"א מעגסטו צו שרייבן א פאר ווערטער מפרש זיין וואס די געלעגנהייט איז און ווער דער בחור איז. ס'מאכט עס מער אינטרעסאנט.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=3017995&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a> נפטר געווארען הרב רבי יהושע לפידות ז''ל פון שווייץ ליינט דעם בייגעלייגטער לינק מער איבער'ן גרויסען נפטר